האסט פארגעסן צו שרייבן אז מען האט שוין ארעסטירט 2 בחורים אויך...
נשלח ב-9/6/2009 02:38
מעלברוינער רב שליט"א סידור קידושין
צעהלמיער רב שליט"א כתובה ליינען
אויך געפינט זיך דארט
סקווירא רבי שליט"א
מיט תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א
נשלח ב-9/6/2009 08:15
מי שלא ראה מצוה טאנץ זו לא ראה מצוה טאנץ מימיו!
כבין נאך צו איבערגענומען פון די אויסטערליש דערהויבענע מצוה טאנץ וואס סאטמארע חסידים האבן יעצט מיטגעהאלטן. סאטמאר האט נאך אזוינס נישט געזען!
גענוג צו קוואטן צוויי עלטערע אידן וואס זענען געשטאנען לעבן מיר און ביידע האבן געזאגט די זעלבע זאך ספאנטעניעסלי נאך די מצוה טאנץ "א מעין פון די הקפות ביים רבין זי"ע!!!
נשלח ב-9/6/2009 16:27
לאמיר טוהן צום זאך, ווער קען צושטעלין אפאר קליפס?
תוקן על ידי עליגעיטאר ב- 09/06/2009 16:25:27
נשלח ב-9/6/2009 17:00
איך בין נאך איבערגענומען!
איך האב נאך אזא מצוה טאנץ פון רבינו שליט"א קיינמאל נישט געזעהן! הערליך!
אריבער א האלבע שעה אין איין צו האט רבינו שליט"א געטאנצן לפני הכלה ווען דער ביהמ"ד האט זיך געשאקלט, דער עולם איז ארויס פון עקסטאז און נישט אויפגעהערט צו טאנצן.
דערנאך איז רבינו שליט"א געטאנצן מיט חתנו כבנו רב דבהמ"ד אבני צדק שליט"א, דערנאך מיט זיין משפחה און דערנאך די גאנצע משפחות עצי תמרים, קינדער און אייניקלעך פונעם רבין ז"ל, דער ברך משה.
ווי שיין איז געווען ווען עס האט זיך פארמירט א ריזיגער רינג פון רוב רובם פון די קינדער און אייניקלעך פונעם רבין ז"ל און געטאנצן באנאזאם אויפן באקאנטן ניגון הנה מה טוה ומה נעים שבת אחים גם יחד.
ווי געמאלדן פריער איז טאקע דער גאנצער חתונה געווען פונקטליך לויט די זמנים, זייער פרי. ביים חופה האט נאך געבאקן א זון, א זעלטענהייט פון א זאך.
(אנטשולדיגט ס'איז נישט אזוי קלאר, איך האב דאס גענומען מיט מיין טעלעפאון און איך האב נישט געהאט קיין מינוט צו שטיין גלייך, דער ביהמ"ד האט זיך געשאקלט, איך האף אז איינער וועט באלד לייגן קלארער)