בית פורומים כל העולם כולו

ימי שמחה בבית סאטמער: שמחת בית רבינו שליט"א.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2009 00:27 לינק ישיר 

היינט איז דא א שבע ברכות דורך די נעפלעמינצער קהלה אין בארא פארק.

רבינו שליט"א וועט אויפנעמען היינט אין וויליאמסבורג פון 8:30 ביז 10:00 און דערנאך גיין קיין בארא פארק צום שבע ברכות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 05:48 לינק ישיר 

ס'איז דא אן אשכול איבער דעם.
מנהל ביטע מעק אויס די אלע אשכול -פארדרייער.

דא רעדט מען פון די חתונה, און ווער עס האט קען שטעלן בילדער וקליפים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 05:54 לינק ישיר 

איך האב היינט געהערט אז ביים טאנצן די מצוה טאנץ האט דער רבי געטאנצט אנדערש, ער האט געמאכט הוי-ה אדנ-י  א.ד.ג.

און אויך אז די ריקודין און התלהבות איז עפעס געווען נורא נוראות.

קען מיר עמיצער מסביר זיין וויאזוי דער רבי האט געטאנצט אנדערש ווי ביז היינט?
אויב קען מען נישט מסביר זיין מיט ווערטער, ביטע טוט עס מיט א קליפ.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 09:55 לינק ישיר 

אוי וויי רבוש"ע! שלח רפואה שלימה לחולי עמך ובפרט לחולה אייזיק מענדל בן ... בקרוב ממש, דער איד איז ממש בארירט געווארן אזש ער האט אנגעהויבן אויסשמועסן די קבלה מעשית וואס דער הגה"ק פראוועט, ראטעוועט ווילאנג ס'נאך דא וואס...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 16:10 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל [email protected]

א קורצע קליפ ווי דער רבי טאנצט מיטן סקווירא רבי

ס'איז נישט אזוי קלאר (געכאפט מיט א סעלפאון)


http://www.mysatmar.com/clips/wedding2/v01.wmv



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 16:20 לינק ישיר 

אין רעקארד איז אויך דא אפאר בילדער

http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/misc?url=/_flash/gallery/gallery.html&Avis=TH&Dato=20090610&Kategori=MEDIA0103&Lopenr=610006&Ref=PH




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 16:52 לינק ישיר 

די גאנצע חתונה איז געווען איין שטיק דערהויבענקייט,

אנגעהויבען פון די קבלת פנים, די חופה, די סעודה, דאס טאנצען,

אבער די מצוה טאנץ איז געווען לעילא ולעילא!!!!

ס'איז נאכנישט באשאפען געווארען די מענטש וואס זאל קענען אראפברענגען אויף פאפיר געפילען וואס איז געווען בשעת די מצוה טאנץ.

קודם די גראמער ר' מרדכי דוד עסטרייכער האט אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבער, ספעציעל מיט דעם "מי שענה" וואס האט געריסען שטיקער, די רבי האט געוויינט בכיות נוראות, (אויף א פאפיר קען מען נישט דרוקען דעם ב'כככככ'יות) וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצען ציבור און א ערענסטען און וויינעדיגע שטימונג,

נאכ'ן אויסרופען דעם רבי'ן איז די רבי געבליבען זיצעו אויף זיין פלאץ ווי לאנג די ציבור האט געזינגען א ווארעמע ניגון (איך געדענק נישט וועלכע, דוכט זיך מיר אז ס'איז א בעלזא ניגון)

איך ווייס ניטאמאל וויאזוי איך זאל שרייבען ווייטער....

ס'איז שוין דורך א גאנצע טאג און ס'גייט מיר נישט ארויס פון קאפ....

רבינו שליט"א האט געטאנצט... אהין און צוריק... מיט די רעכטע האנט כאפט ער אן די גארטעל, און די לינקע האנט לייגט ער אריין און זיין גארטעל...
ווען אינמיטען שטעלט ער זיך אפ כדרכו...
אבער דא איז געווען עפעס שלא כדרכו... איך ווייס נישט וויאזוי עס צו שרייבען... אפשר מיט א קליפ וועט מען עס אביסעל קענען זעהן.....

דאס טאנצען איז געווען א געמיש פון א שלהבת אש קודש!
התרוממת דקדושה!
בכיות עצימות!
רגשי שמחה!

נאך בערך א האלבע שעה טאנצען לפני הכלה האט די רבי גענומען דעם חתן, דערנאך אויך דעם מחותן אבי הכלה שליט"א,
דערנאך איז אריין און די רינג די מחותן אבי החתן און די זיידעס וקרובי המשפחה,

דערנאך האט די רבי געטאנצט עקסטער מיט חתנו אבי הכלה רב ומו"ץ שליט"א

נאכדעם האט די רבי געטאנצט מיט זיינע יוצאי חלציו, קינדער און אייניקלעך ווען די מוזיק זינגט "הנה מה טוב וכו' שבת אחים גם יחד"

און אויך איז נאכדעם אריין אין די רינג די קינדער און אייניקלעך פונעם רבי'ן ז"ל, כ"ק ב"פ רב שליט"א מיט זיינע קינדער און הרה"צ ר' שלום אליעזר שליט"א אב"ד סאטמאר 15 עוו. מיט זיינע קינדער און די קינדער פון אב"ד סאטמאר מאנטרעאל



אשרי עין ראתה אלה!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 18:31 לינק ישיר 

אפשר דאך? קענט איר מסביר זיין וואס פאר א דערהויבענקייט מ'האט געשפירט? אפס קצהו עכ"פ



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/6/2009 19:12 לינק ישיר 

א נישט קלארע בילד (געכאפט מיט א סעל פאון) ווי די רבי טאנצט מיט זיינע קינדער און אייניקלעך





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 19:22 לינק ישיר 

באקומען א קליפ אין אימעיל [email protected]

ביים טאנצן מיט די קינדער

נישט קלאר, (דער אפכאפער טאנצט אין מיטן אפכאפן) פון א סעלפאון

http://www.mysatmar.com/clips/wedding2/v02.wmv



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:07 לינק ישיר 

א זעלטענהייט! א סאטמערע חתונה
אזוויפיל משתתפים, אין קיינער קען נישט ברענגן א געהעריגע פראפעשאל געכאפטע קליפ אדער פיקטשער, אלעס איז פין א סעלפאן אד''ג

ראו מה בין בני לבן.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 20:25 לינק ישיר 

יא יא, די גוטע בילדער האט מען געסעיווט פאר די "עולם החרדי", זיי נישט אזוי צובראכן, עס ווארט דיר א 3 זייטיגער באריכט אינעם עולם החרדי פון מעכטיגע בילדער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:39 לינק ישיר 

דער שיקער וואס האט מיר געשיקט דעם קליפ ווי דער רבי טאנטצט מיט זיינע קינדער זאגט אז איך האב געמאכט א טעות אז איך האב געשריבן אז ער האט געטאנצען ביים כאפן דעם קליפ

"כ'האב נישט מיטגעטאנצט ביים נעמען די קליפ, איך בין פלעין געשטאנען אויף די פארענטשעס און ס'האט זיך געשאקעלט. "




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 01:43 לינק ישיר 

מקען זאגן וואס מוויל וועגן דוד עקשטיין און מרדכי לייב גליק, פאקטיש האבן זיי היפש אויפגעטון מיט די תקנה קעגן פיקטשערס אין ביהמ"ד. סאיז נישט געווען א צענטל אזוי מיאוס ווי ספלעגט זיין אמאל ווען פון אלע זייטן האט געבליצט און געדונערט.

די פאקט אז סאיז נאך ביזדערווייל נישט אפירגעקומען קיין איין ווידיא פון די מוראדיגע מעמד ביים מצוה טאנץ איז נישט נאר א סימן ווי פארקאכט דער עולם איז געווען, נאר אויך א באווייז אז ווען ממיינט עס אמתדיג קען מען אויספירן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 04:03 לינק ישיר 

object width="560" height="340">



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ימי שמחה בבית סאטמער: שמחת בית רבינו שליט"א.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.