כ'האב נישט געוויסט אז די זאליס וועלן אזוי שעלטן אויף רבי יושע'ס השתתפות, אזש מ'וועט דארפן בויען אזעלכע גרויסע חלומות
ליינט אין האט הנאה
ש. פאפענהיים מיט י. ראטה סטראשען הגר"י ראזענבערגער
יעדער וואונדערט זיך, וואס זוכט הגה"צ רבי יהושע ראזענבערגער שליט"א חבר ביד"צ העדה החרדית ואב"ד קרית רמ"א נעכטן מיטוואך נאכט ביי א שבע ברכות אין קרית יואל ביי האדמו"ר מהר"א, און גאר מיט בגדי שבת, איבערהויפט זייענדיג א מחותן מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. {רז''ל}
גופא דעובדא הכי הוה, שלמה פאפענהיים (ברייט באקאנטער אהרוני און פערזענליכער חבר פון מאדאף הורוויץ){אזוי רופן זיי הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו, די נאמען קומט פין דער איד אלץ נקמה} מיט יאנקל ראטה (א סרח עודף - שיק יונגעל - פון פאפענהיים) צווי מיטגלידער פון די פארשטאנד פון די הנהלת העדה החרדית האבן אנגעקאלט הגה"צ ר' יהושע שליט"א, און האבן עם געלאזט הערן אז טאמער ער וועט נישט ערשיינען ביי א שבע ברכות, וועט מען עם רודפ'ן אינעם בית דין און מ'וועט עם שטעלן א נייעם חבר הבי"ד בעפאר עם און די רייע.
רבי יהושע שליט"א איז אנגעקומען קיין מאנארא מיט בגדי חול, און דארט האבן עם אפגעווארט די אהרונים מיט בגדי שבת און עם געבעטן ערשיינען מיט בגדי שבת.
שלמה פאפענהיים האט אריינגעק'אלט מעכיל שלעזינגער און האט עם צוגעזאגט בשם די אהרונים אז מ'וועט עם שאפן געלט פאר זיינע מוסדות "עטרת יהושע" אין בית שמש, און אז אליעזר ווייס וועט מאכן א געלט אקציע.
היינט נאך ווען הגר"י ראזענבערגער איז ערשיינען ביים שבע ברכות, און די פיקטשער'ס לויפן און גרויסן, פארלייקענט פאפענהיים די גאנצע מעשה, און זאגט אז איך האב נישט צוגעזאגט, איך האב נאר פארגעלייגט א געדאנק.
אגב, ווער עס קען די צוויי חברי הנהלה, ווייסט אז ס'שטייט ניטאמאל אויס פין זיי די גאנצע מהלך, אבער עפעס א שקר דארף דאך מאכען צו פארענטפרן וואס דער מחותן האט געטוהן
 |
|
|