|
|
| נשלח ב-3/7/2009 21:49 |
|
| |
פארמעגליך איז אוועק געפארן אין קאנטרי, פאַרן פאָרן האט ער מיר איבערגעלאזט א מעסעדש אין אישי.
די מעסעדש האט ער נישט געשריבן, ער האט מיר ווייטער געשיקט דאס וואס וויינשטאקל האט אים געשיקט.
פאר איך לייג ארויף וויינשטאקל'ס חכמה וועל איך קודם מאכן א שטיקל הקדמה:
איך לייג דאס ארויף דא כדי איר זאלט אלע זען מיט וועלכע סארט פארשוינען מען האנדלט דא.
די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען איז סטראשען אז זיי וועלן טערעראזירן.
ס'איז מיר זייער אינטערסאנט און איך גלייב אז פאר אייך אויך, ווי אזוי איז מעגליך אז ערוואקסענע מענטשן לערנען זיך נישט פון זייערע טעותים איין מאל און נאכאמאל. די וועלט ווייסט שוין היינט אז טעראר ארבעט נישט אבער זעט אויס אז זיי נישט.
וויינשטאקל מיינט נעבעך אז מיט שיקן א סטראשע אין אישי קען ער דאמינירן די וועלט וכו' ער רעדט זיך איין ער וועט מיט א "אזהרה" אין אישי קענען פארמאכן דעם פורום.
ליינט און לאכט'ס א גוט'ס
| כבוד פארמעגליך |
|
איך האב פאר דיר שלעכטע און גוטע נייעס. איך וועל אנהייבן מיט די שלעכטע, נאך גרויס מיה און פלאג און מיט פול סייעתא דשמיא זענען מיר דערגאנגען (מיר מיין איך טאקע א שיינע צאל חברים) ווער עס איז דער אומפארשעמטער פארשוין וואס שטייט אונטער דעם ניק 'פארמעגליך', אפילו די האסט פרובירן צו מאכן א קאווער אפ מיטן מכלומרשט אריינשיקן איינעם אין אחים אנחנו פארום אויפדעקן דיין אינדענטיפיקאציע אז די בוסט מ. ב. אבער עס גייט נישט, מיר ווייסן קלאר ווער די בוסט (סימן לדברי: די האסט 'גאר' א נאנטע קרוב וואס איז פון די הויפט שרייבער אין כל העולם כולו, און געהערט צו אן אנדערע פארטיי פון דיר). ע"כ די שלעכטע נייעס. די גוטע נייעס איז, אז נאכן נעמען ראט פון קלוגע אידן האבן מיר באשלאסן נישט אויפצודעקן דיין שמוציגע פרצוף (פשוט מיר שוינען דיין פרנסה, דיינע קינדער וכו' וכו') אויב די בוסט זיך מתחייב אין די קומענדיגע פאר שעה אז די הערסט אויף שרייבן דיין העסליכן ארטיקל, און די פועל'סט ביי דיין חבר מיכל וואלף אז דער אשכול זאל גענצליך אפגעווישט ווערן לעולם וועד, וועסטו פון אונז קיינמאל מער נישט הערן. ובזה סיימתי.
|
עד כאן פון וויינשטאקל
בשום אופן נישט מגיב זיין אין דעם אשכול, איר קענט לייגן אייערע תגובות אין די הערות אשכול. איך גלייב אז יעצט פארשטייט איר בעסער פארוואס איך לאז נישט דעם ברייטן ציבור מגיב זיין דא, ס'וואלט זיך פשוט קיינמאל נישט גענדיגט.
נ.ב. באמערקט אז זיין שרייבעריי ענדעלט זייער שטארק צו "דער בלאט" סטייל שרייבעריי, יעדע זאך שמירן זיי ארויף אויף די רבנים און קליגע אידן.... אויך באמערקט, ס'ווינדערט מיר זייער שטארק וואס ס'באדערט אים אזוי שטאק א פורום וואס אין זיינע אויגן איז דאס א "בית החיים" און א "קינדערישע פורום"... וואס באדערט אים א אשכול וואס איז סייווי נאר "שקרים וכזבים מיט דמיונות" עד כדי כך אז ער וויל דאס "פארמאכן לעולם ועד" אפילו נאך זיין אייגענע טויט.... וויינשטאקל, ביטע ענטפער מיר אין אישי, אויב וועסטו אפשוינען פארמעגליך אין א פאל וואס איך פארמאך דעם פורום אבער נישט לעולם ועד נאר ביז צו דיין טויט? כא כא כא
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 05/07/2009 20:08:09
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2009 21:50 |
|
| |
די אשכול איז פארמאכט ביז מאנטאג צופרי.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2009 16:15 |
|
| |
נאך איידער איך קום אן צו סאטמאר מוז איך זיך צוריק קערען צו די צוויי חסידותער פון בעלז און סקווער. און די ליינער זאלען א טעות נישט האבען אז איך בין דא זיי צו בארעדען. בכלל נישט. איך מוז זיי נאר צוברענגען כדי אז מען זאל פארשטיין די די טיפקייט וויאזוי חסידות ווענד זיך אינעם רבין און ווי אזוי חסידים טוען רעאגירען ווען זייער רבי מוז אנקומען צו הילף פון אין דרויסען ווען דער רבי אליין איז ארומגענומען מיט שוואכקייטען. און ויאזוי דאס שפילט זיך אפ היינט צו טאגס אין סאטמאר, ווי איר שפעטער ליינען.
אז דער רב צו דער רבי זענען נישט קיין שטארקע ביי זיך, מוזען זיי צוקומען צו לויב ווערטער פון די גאס. זיי "מוזען" זיך אייביג לאזען הערען פאר די גאס און זיך לאזען זען פאר די גאס, און די גאס איז פאר זיי גאר וויכטיג, ממש צום לעבען.
היינט צו טאג דורך די מאגאזינען און צייטונגען איז זייער גרינג אנצוקומען צו די גאס, און די סארט רביס האבען יעדע וואך בילדער און נייעסער פון זיך און זייערע חסידותער אין אלע מאגאזינען און צייטונגען. אז די חסידים "שפירען" אז דער רבי דארף עס, ער ענדשויד עס, ער באקומט חיות דערפון, עס הייבט זיין זעל, דעמאלט וועלען אויף איינמאל אלע חסידים באקומען דעם געפיל. און צוביסלעך וועלען די חסידים אויך וועלען זען פון זיך ווי מער בילדער און ארטיקלען. זיי וועלען זיך לאזען קאסטען געלט, זיי וועלען שווער ארבעטען אז דער רבי און זייער חסידות זאלען זיין "געקאווערט" וואך איין וואך אויס. און זיי אליין וועלען לויפען קויפען אלע צייטונגען און מאגאזינען ווי דער רבי איז שיין געדעקט. און דאס וועט הייבען זייער מאראל זייער סיפוק און חיות. אלעס אלעס הייבט זיך אן צו דרייען ארום און ארום קינדישקייטען און ווי אזוי דער רבי גייט ווערען געקאווערט די וואך אין די מאגאזין און אין די צייטונג.
אן די רביס ארבעטען זייער שיין מיט מיט די חסידים. דער רבי וואס זוכט די סארט אטענשאן וועט כסדר אויפקומען מיט נייע אויפטואונגען מיט נייע סארט קאנראווערסיעס, מיט אלע מיני ספלעשי מעשים ווייל דאס גייט אים ברענגען אז אלע צייטונגען וועלען אים ווידער פראמינענט דעקען און אלע מאגאזינען וועלען זיי נאך לויפען עס צו וועלען דעקען און אזוי ארום דרייט זיך זייער שיין דער צויבער ראד. די נאנטע צום רבין ארבעטען כסדר אז דער רבי זאל מיט עפעס א ספלעש אויפקומען און נאכדעם ארבעט דער רבי מיט אז די צייטונגען און מאגאזינען זאלען דאס אויפשפילען און אין די רגע וואס דאס געשעט גייען אלע חסידים ארום מיט א שמייכעל פון איין עק באק ביז צו די אנדערע. און פארן רבין ווערט געשטארקט זיין אינערליכער זעל, וואס דאס טייטשען אפ די חסידים אלץ "חיות דקדושה". און דאס פארקויפט מען אין די חדרים און די ישיבות פון דעם באטרעפענדען רבין. און דער רבי הערט צוריק ווי שיין די בחורים מיט יונגלעך האבען דאס אפגעקויפט, ווערט זייער "חיות דקדושה" פיל מער פארשטארקט. און אוזי דרייט זיך א ראד פון שוואכקייטען וואס ווערט געשטארקט נאר אויף גאר קורצע תקופות און מען דארף כסדר אויפקומען מיט נייע אופנים ווי אזוי צו האלטען דעם רבין און די חסידים מיט א "חיות דקדושה".
אבער די אלע סארט וועגען - אזוי צו בויען דעם רבין און די חסידות - קומט מיט א פרייז. ווייל אויב דער רבי ווערט גרויס בלויז דורך קינדישע וועגען, דורך אטענשאן פון די גאס, דורך בילדער און ארטיקלען, ווערען זיי זייער שוואך און צובראכען ווען זיי ווערען נאר דאס מינדעסטע קריטיקירט. אויב קומט נאר ארויס איין פאשקעוויל וועפט אין די רגע אויס די גאנצע "חיות דקדושה" פון רבין און פון אלע חסידים, וואס זיי האבען זיך ערווארבען אין לאנגע חדשים. אויב א דרויסענדיגער מענטש רעדט אויפן רבין וועט ארויסקומען די טיפע שוואכקייטען אויף וואס דער רבי אין דאס חסידות איז געבויעט. זיי וועלען מוזען פארענטפערען יעדע קליינע משוגעת פון זייער רבין, און וויבאלד דאס איז נישט גרינג, וועט דאס געטוען ווערען דורך סיי וואסערע וועג. אויב פעלט זיך אויס אראפצורייסען פריערדיגע, וועט זיין נאו פראבלעם. מען וועט אלעס אין דער וועלט טוען אז דער איצטיגער רבי זאל פארענפערט ווערען. מען וועט נוצען יעדע וועג, גואיש צו אידיש, נאריש און קלוג, צו פארעטפערען און פארשטארקען דעם רבין וואס ווערט אוועקגעבלאזען פון די שוואכסטע סארט קריטיק. (ווייל חסידים שטעלען זיך נישט אפ פאר גארנישט, ווי שוין פריער געשריבען.)
פון די אנדערע זייט איז דא רביס ווי למשל וויזניץ מאנסי, ראחמיסטריווקע, און נאך, וואס זיי זענען שטארק ארויף געקוקט בייי די גאס ווייל פאר לאנגע יארען האט די גאס געזען אין זיי שטארקע פרומקייטען, די גאס האט אין זיי געזען ערליכע אידען, און זיי זענען געבויעט געווארען אן קיין שום פאמפע און פראפעגאנדע, (ווייל ווי געשריבען, די גאס האט נאך קיינער נישט געפאפט זייט די וועלט שטייט) זיי "מוזען" נישט אנקומען צו קיין שום בילדער און ארטיקלען, זיי זענען ממאס אין די סארט זאכען, זיי וועלן זיך פאר א מיליאן דאללאר נישט לאזען אינטערוויאען פון א מאגאזין, זיי זענען נישט ספלעשי, נישט אנגעוויזען אין די גאס, נאר די גאס איז באמת אנגעוויזען אויף זיי. און, זייערע חסידים זענען באמת געבויעטע מענטשען מיט א אמתע שטארקייט וואס איז נישט געבויעט אויף בילדער און מאגאזינען.
דערפאר, זענען די חסידים נישט שוואך ווען זיי ווערען קריטיקירט פון סיי וועמען. זיי זענען אזוי געבויעט און אזוי שטאלץ מיט זייער רבין אז עס אינטרעסירט זיי גאר קנאפ וואס איינער האט צו זאגען אויף זיי צו אויף זייער רבין.
ווען וויזניצער צו ראכמיסטאיווקער רבי זאל אויך זיין אזוי שוואך ווי די אויבען דערמאנטע רביס, וואלטען וויזניצער און ראחמיסטריווקער חסידים אויך נאכגעלאפען די זעלבע קינדישקייטען ווי די צוויי אויבען דערמאנטע חסידותען. ווייל חסידים באקומען און פארמאגען די זעלבע שטריכען, גוטע צו שלעכטע, נארישע און קלוגע, ווי דער רבי.
און מיט די בחינה וועט שפעטער זייער שיין פארענפערען ווערען די קשיות פאר וואס ר' אהרן מיט זיינע מענטעשן "מוזען" נוצען דעם גאנג מיט וואס זיי גייען (צו לויפען).
המשך יבוא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2009 18:49 |
|
| |
נאך א וויכטיגע נקודה וואס איז וויכטיג ארויס צו געברענגט ווערען. מען זעט ביי די אלע שוואכקייטען-פולע רביס, אז מען מוז זיי רימען כסדר. ווי זיי גייען און ווי זיי שטייען רימט מען זיי אין א ארגאנעזירטען אופן.
מען זעט אין די חסידות "גליונות", ווי יעדער רב און רבי וואס קומט נאר באזוכען דעם רבין, רומט אויס דעם רבין בפניו אז עס איז ממש א גועל הנפש. דער רבי זיצט און הערט אויס ווי מען רומט אים איין מאל און נאך אמאל, און ער געט נאך צו, ווי שווער עס איז אים אנגעקומען און ב"ה די זאך איז א דורך געפירט געווארען מיט מסירות נפש, און אזוי ווייטער און ווייטער.
בי יעדען דינער, כינוס, און סיי וועלכע איווענט ווי אפילו א שבע ברכות, רופט מען א רעדנער א רב צו סתם א בעל דרשן, וואס רומט דעם רבין אריין און ארויס, פון אויבען ביז אונטען, אין פראנט פון די חסידים וואס כאפען קעלבערנע התפעלות ווי ווייט דער רב דער בעל דרשן ווייסט ווי גרויס דער רבי איז און ווי שווער דער רבי ארבעט און וויפיל קרעדיט עס קומט זיך פארן רבין וואס גיט זיך אזוי איבער פאר זיינע חסידים.
און די חסידים ווילען אפילו נישט וויסען אז דאס איז אנגעגרייט געווארען שעהן פריער, און דער רעדנער איז געווארען אפיציעל געבעטען און מען האט דאס אלעס אויסבעט פון פריער אז דער רבי דארף חיזוק, און דער רבי איז צובראכען פון די צרות וואס די חסידים האבען ל"ע, און דער רבי וועט שעפען "חיות דקדושה" פון די אלע דרשות. און ווען דער רעדנער טוט זיין ארבעט בשלימות באקומט ער שיין באצאלט, אזוי אז ער אליין בעט זיך שוין נאך אמאל צו קומען מחזק זיין דעם רבין און דאס חסידות.
ביי קיין איינע פון די "אמאליגע" רביס, האט מען אזאנס קיינמאל נישט געטוען. מען האט נישט גערימט קיין רבין, ווייל מען האט דאס נישט געדארפט, די חסידים האבען נישט געברויכט קיין פאלשע באצאלטע רימערייען ווייל עס איז א עקל און א גרויל. און די חסידים מיטען רבין האבען אפילו נישט געברויכט קיין רימערייען ווייל זיי זענען געווען באמת שטארק.
אדרבה, קוקט איר, ליינער, אליין איבער די דרשות וואס "פרעמדע" בעלי דרשנים קומען רעדען ביי די סארט "שוואכקייטען-פולע" רביס און חסידותער. קוקט איבער די גליונות וואס באזוכער רעדען אלס צום רבין אליין און וויאוזי מען רימט אים בפניו, און וויאזוי די רביס שעפען חיות דקדושה פון די געוואלדיגע באשטעלטע און באצאלטע דברי חיזוק.
משא"כ ביי די רביס וואס זענען באמת ארויף געקוקט אין די וועלט, רופט מען נישט קיין דברי חוזיק רעדנערס, זיי רימט מען נישט בפניהם. עס איז ביי זיי אפ געפרעגט און פארעקעלט און ממילא זענען די חסידים אויך פארעקעלט און פארגרוילט פון די סארט חיות דקדושה בארימערייען. מען וועט טאקע נישט זען קיין גליונות אין וויזניץ, נישט אין ראחמיסטריווקע, און נישט ביי קיין איין באמת שטארקען רבין. זייערע חסידים דארפען דאס נישט און עס איז ביי זיי נישט קיין חיזוק.
כאטש די רביס האבען אויך כסדר באזוכען פון רבנים און רביס ביי זיי און די רביס גייען צוריק באזוכען ווי עס פירט זיך, און ביי די באזוכען קומען פאר, נאך עניטיים אזעלכע אינטרעסאנטע שמועסען און שיחת קודש ווי ביי די שוואכקייטען-פולע רביס. אבער זייערע שמועסען גיט נישט קיין חיזוק פאר די חסידים, ווייל די חסידים זענען שטארק אנדעם. נאך מער, די חסידים פון די ערליכע און שטארקע רביס זענען נאך פיל שטארקער אן די שטותים גליונות, ווי די חסידים פון די שוואכקייטען-פולע רביס, שוין נאך די גליונות.
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 06/07/2009 18:46:44
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2009 22:42 |
|
| |
כ"ו אב תשל"ט
די וועלט האט געטרויערט און באוויינט דעם רבין זי"ע. וכל בית ישראל יבכו את השריפה. אין אלע קרייזען און שיכטען פון כלל ישראל האט מען מספיד געווען דעם לעצטען רבשכבה"ג און די וועלט האט באוויינט דעם חלל וואס וועט מער נישט אנגעפולט ווערען ביז משיח וועט קומען.
אין סאטמאר גופא האט מען נאך די שבעה בערך אויפגענומען דעם סיגעטער רב אלס דער מ"מ, וואס מען האט געהאפט אז ער וועט פירען סאטמאר קעגען משיח וואס דאן וועלען זיך די סאטמארער תלמידים און חסידים ווידער טרעפען מיטען רבין ז"ל ווי עס איז דער ווילען פון יעדען תלמיד און חסיד.
דער ברך משה איז געווען באוויסט פאר א ענוותן און פאר א פשטן. ער האט איין רגע נישט געטראכט אז ער איז אזוי גרויס ווי דער רבי זיין פעטער, און אזוי האט געטראכט יעדער סאטמארער חסיד. א מ"מ איז נישט טייטש אז מען נעמט אויף איינעם וואס איז אזוי גרויס ווי דער פריערדיגער ווייל דאס איז אלס געווען דער סדר הדורות אז די פריערדיגע זענען געווען גרעסער. אבער א מ"מ האט מען אלץ אויפגענומען ווייל מען דארף האבען א ראש, מען דארף האבען וועם ארויף צו קוקען, און אין סאטמאר האט דאס אויך געמיינט אז מען דארף האבען א רבין ווער עס זאל פירען די טויזענטער קינדער די תשב"ר בכל מקומות.
און ווייל דעם ברך משהס אבות זענען געווען רבנים וואס זענען אויך געווען חסידישע רביס האט ער זיך געפירט ווי זיינע אבות און געווען א אדמו"ר פאר די חסידים. דער ברך משה האט געפירט טיש אלע זיינע יארען, נישט קיין אימער וויפיל מענטשען האבען זיך באטייליגט און וויפיל חסידים ער האט געהאט. ער האט געפירט טיש ווייל זיין טאטע האט געפירט, זיין פעטער האט געפירט ווייל זייער טאטע און זיידעס האבען געפירט טיש און געטיילט שריים.
ער האט זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט אין רבין ז"ל שיך און האט קיינמאל נישט פרובירט צו פארקויפען פאר קיין איין מענטש אז ער איז אזוי גרויס ווי דער פעטער, אפגערעדט אז ער איז גרעסער. ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז די חסידים זענען געבליבען פארהייליגט און מקושר צום אלטען רבין. ער האט נישט געזען א פראבלעם אז ביי די בחורים הערט מען אויס כסדר טעיפס פון רבין ז"ל. ער האט נישט געהאלטען אז עס פארמינערט עפעס פון אים אז מען רעדט פון אלטען רבין.
זיינע חסידים אליין האבען אייביג גערעדט פון אלטען רבין און זיי האבען נישט געפילט אז עס פארמינטערט דעם ברך משה. מען האט קיינמאל נישט געהאט קיין ספק אז דאס וואס דער אלטער רבי איז געווען וועט מער נישט זיין. דער אלטער רבי איז געבוירען געווארען ספעציעל פאר אונזער דור צו קענען אויף בויען אידישקייט אין אמעריקא און ער איז געווען א רבי וואס פאסט זיך באמת אין די צייטען פון 150 יאר צוריק. דעריבער איז נישט געווען א הו"א אז עס איז נאך דא א סאטמארער רב אין דעם געשטעל.
און דער ברך משה האט דאס מערסטע און שענסטע גערעדט פון זיין פעטער. עס איז נישט געווען כמעט איין דרשה, שמועס, תורה, וואס ער האט נישט דערמאנט זיין הייליגען פעטער. צומאל מיט בכיות פון בענקשאפט.
און וויבאלד ער איז געווען א פשטן, א ערנסט פארצייטישער רב א גאון, וואס איז אים נישט אנגעגאנגען קיין שום פובליסעטי, קיין שום פראפעגאנדע, קיין שום רימערייען, און אים איז נישט אנגעגאנגען וויפיל מענטשען ער האט ביים טיש, איז דער ציבור געווען אויך אזוי ערנסט.
עס האט נישט עקסיזטירט אזאנס אז מען זאל שמועסען פון א גרויסען עולם, אפ גערעדט אז עס האט נישט עקסיסטירט א מספר פון "שטריימלעך". קיינער האט קיינמאל נישט גערעדט פון די מספר פון מענטשן. און עס האט נישט קיינער געזוכט און געדארפט אלע סארטען שטותים וואס זאל בויען דאס חסידות. סאטמאר זענען געווען דאס שטערקסטע וואס איז נאר געווען.
ווען דער ברך משה איז געווען אין ארץ ישראל צו ביי די גרויסע חתונות האט מען הערשט דעמאלטס אנגעזען זיין פשטנות און ענוה. עס האט ממש נישט אינטערעסירט קיין שום כבוד וגדולה. עס האט אין ארץ ישראל געפירט טיש פאר צענדליגער טויזענטער אידען מיטען גאנצן בי"ד און תו"א רבין ז"ל, די זעלבע ווי ער האט געפירט טיש די יו"ט סוכות ווען עס האט געגאסען א רעגען און עס איז נאר געווען 13 מענטשען.
ביי די הכתרה תש"מ ווען עס זענען זיך צוזאם געקומען די גרעסטע רבנים און גדולי ישראל וואס דער היימישער ציבור האט דעמאלטס פארמאגט, איז ער געזעצען דערביי ווי נישט אים מיינט מען. עס האט אים נישט אינטרעסירט די כבוד וואס עס איז דעמאלטס צוגעטיילט געווארען לכבודו. (און אזא אויבען אן וועט מער נישט זיין ביז דער מלך המשיח וועט קומען בב"א.) מען זאל אויסהערען די טעיפ פון די הכתרה ווי איר וועט הערען אז אלע דרשנים אלע גדולי ישראל וואס האבען גערעדט, האבען נישט גערעדט מיט חנופה ח"ו, צו רימערייען אויף זיין חשבון. און דער ברך משה אליין ביי זיין דרשה יענעם מוש"ק האט ער מיט בכיות באוויינט אז ליידער ווערט ער מ"מ ווייל דער פעטער איז נפטר געווארען. עס האט קיינער אין די וועלט נישט געהאלטען אז ער האט דאס יא געוואלט, און ער זיך געפריידט צו ווערען מ"מ.
ער האט גארנישט אין די וועלט געברויכט פאר זיך. ער האט קיינמאל נישט געהאלטען אז עס זיין עולם, זיין ציבור אדער זיינע חסידים. עס איז באוויסט אז אין די יארען בערך תשנ"ה ווען ר"ה און יוה"ק איז געווען ממש א סכנה צו דאווענען אין ראדני, האט דער ברך משה געהאלטען אז דער ציבור גייט נישט דאווענען ערגעץ אנדערש ווייל דא האט געדאווענט דער רבי זי"ע. קיינמאל האט אים נישט עולה על הדעת געווען אז דער ציבור קומט דא דאווענען ווייל ער איז דער רבי און דער עולם קומט צו אים.
זיינע אלע דרשות אפילו ווען עס איז געווען ביי די הייסע מחלוקת ביי בני יואל האט ער באמת געהאלטען אז ער פירט זיך וויאזוי די רבנים האבען אין דערהיים זיך געפירט מיט די בעלי מחלוקת. ער האט געהאלטען אז זיי ווילען חרוב מאכען דעם רבינס מוסדות און ער טאר דאס נישט צו לאזען. אים האט נישט געארט קיין פאשקעווילען און קיין רעדערייען קעגען אים. ווי שנעל ער איז געווארען כעסיג אויף איינעם אזוי שנעל האט ער זיך געלאזט איבערבעטען. ער איז געווען א נוח לכעות און א נוח לרצות. ער האט נישט געקוקט אויף זיין כבוד.
ווען ער האט געזאגט די באקאנטע "שייגעץ ארויס" דרשה תש"ן, און יעדער האט געהאלטען אז עס איז נישט געווען לכבודו, איז דאס געווען ווייל מען האט אים געקענט זייער גרינג אנצינדען מיט דעם אז די בני יואל ווילען חרוב מאכען אלעס אין קרית יואל, און ער האט דעמאלטס געזאגט ווערטער וואס ער וואלט נישט געזאגט ווען ער ווייסט אז זיי מיינען נאר אים אליין. זיינע פריוואטע שונאים און קעגנער האט ער זייער שנעל מוחל געווען און אפילו נישט געהאט א שווער הארץ אויף זיי.
ער איז ביי זיך געווען קליין און נישטיג, כאטשיג אלע גדולי ישראל בימיו האבען פון אים גערעדט מיט א געוואלדיגע הערצה.
אבער זיין פשטנות און עניוות האט אים געקאסט א ביטערען פרייז. זיין זון האט אים, און זיך, צום ענדע באגראבען.
המשך יבוא
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 06/07/2009 23:36:16
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2009 05:45 |
|
| |
די טבע פון יונגעלייט איז גאר אנדערש ווי פון עלטערע. עלטערע זענען באזעצען, זיי דארפן נישט כסדר פרישע עקסייטמענטס, זיי זעען אלעס מיט א ערוואקסענעם בליק. מען זעט זייער ווייניג טעותים ביי עלטערע אידן. זיי זענען שוין א דורך א וועלט, זיי האבען שוין געמאכט מיסטעיקס אין זייערע יונגע יארען פון וואס זיי האבען געהאט זייערע לעקציעס, און נארמאל, מאכען זיי דאס נישט איבער נאכאמאל.
ביי חסידות שפילט זיך היינט אפ א וועלט מיט געשעענישען וואס נעמט זיך פון טעותים ביי יונגעלייט. עס איז ידוע אז דער רבי ז"ל האט נישט געוואלט אריינברענגען אין קהל, יונגעלייט. ער האט געהאט דעם מאמר החכם פאר זיך: בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין. דער ברך משה איז געווען רבי פאר רואיגע מענטשען. ער האט נישט געטוען קיין מושגענע שטיק, ער האט נישט זאט געמאכט די סארט מענטעשן וואס גלייכען א רבין וואס מאכט מיט די הענט און די פיס.
און ווי לאנג ער איז געווען ביי די כוחות און זיין זון האט נאך נישט געהאט קיין כוחות, האבען די יונגעלייט נישט געהאט קיין ווארט און האבען זיך נישט געקענט הייבען די קעפ. דער ברך משה איז געווען אין קאנטראל און נארמאלקייט און רואיגקייט האט געהערשט אין זיין קהילה.
ביז ער איז געווארען שוואכער און זיין זון האט איינגעזען אז עס איז צייט אנהייבען מקיים זיין דעם ובא השמש און בעיקר דעם וזרח השמש. עס איז געווען יענע צייט וואס ער האט אנגעהויבען זיך ארומנעמען מיט יונגעלייט, היציגע, און ארום פארען אומטים אין שלחותער און זיין טאטענס נאמען און אנגעהויבען צו פראווען די שבת התוועדותן. ער האט אנגעהויבען ארבעטען מיט די יונגעלייט אז זיי זאלען עפענען ארגעניזאציעס וואס זאלען שטילען די דארשט פון די יונגעלייט וואס ווילען אזוי לערנען און דאווענען און נאר די ארגאנעזאציעס פעלען זיך אויס אז זיי זאלען דאס קענען ארויס ברענגען מכח אל הפועל.
אבער וויאזוי לאזט מען וויסען פאר די יונגעלייט אז נייע ווינטען זענען גרייט געבלאזען צו ווערען, וויאזוי לאזט מען זיי וויסען אז זיי גייען האבען א חלום פון א רבין, ליינט און האלט מיט.
דער רבי איז געווארען שוואכער, אבער ווי שוואך ער איז, האט דער ציבור נישט געוויסט. מען האט געזען ביי פארשידענע דרשות שוין אביסל פריער אז דער רבי זאגט איבער, אבער מער פון דעם האט מען נישט געזען. דער רבי האט געדאווענט פארען עמוד געהעריג, ער איז געגאנגען אין גאס אליין, געגאנגען צו חופות, צו לויות, צו ניחום אבלים, ביקור חולים און אויפגענומען טויזענטער אידען און געטיילט ברכות.
אבער די גאר נאנטע האבען געוויסט מער, און מען האט ווינטער תשנ"ו באשלאסען אז מען וועט איין טיילען יעדעס קינד פון רבין צו פארען אויף צוויי וואכען קיין מיאמי צו זיין מיטען רבין. צו לערנען מיטען רבין און צו שמועסען מיט אים. אויבען אויף ווי איך פארשטיי איז דאס געווען מעדיציניש אויסגעהאלטען צו האלטען דעם רבין פריש דורך לערנען מיט אים.
אבער אונזער ר' אהרן האט דאך אלץ ליב ספלעש, און עקסיידעט איז ער געווען אז דער טאטע הייבט שוין אן שוואך צו ווערען, האט ער זיך אויפגעשטעלט אין די ישיבה מיטוואך ויחי תשנ"ו, און געזאגט: אזוי ווי די וועטער דא אין ניו יארק איז נישט געאייגענט נישט פארן טאטן און נישט פארן מאמען עס איז "קפצה עליו זקנה" איז געווען א מיטונג ביים טאטן מיט אלע געשוויסטער און מען האט איינגעטיילט אז יעדע צוויי וואכען וועט פארן א צווייטער און אזוי ווי איך בין דער עלצטער היינט צו טאגס דארף איך גיין דער ערשטער מקיים זיין כיבוד אב ואם, אזוי ווי רש"י זאגט אשקהו אנטרונקען ומאכילהו און אנעסן. יא, יא בלא מובן המילה. במילא געזעגען איך זיך מיט די בחורים...
איך מוז מיך אפשטעלען איין רגע. איך האב באקומען די דרשה אין אישי פון א יונגערמאן וואס האט דאן געלערענט אין ישיבה, און יענער האט מיר געשריבען אז די ווערטער "קפצה עליו זקנה" ווערט געברעגט אין רמב"ם און אין שו"ע אויף זייער א מיאוסע זאך. אדרבה קוקט עס אליין אין שו"ע. ער מוז דאך אבער נוצען בעיבישע וויצען איז זיין טאטע געווען אויף די רייע צו זיין דער קרבן פארן וויץ.
איצט ווייטער. מאכילהו ומשקהו? האלטס איין מינוט ליינער. איז ער א ווערטעל זאגער צו גאר א קראנקער שקרן. דער טאטע האט געהאלטען ביי אזא מצב פון מאכילהו ומשקהו? אבער מיר וועלען זאגען אז יא. נניח אז דער טאטע איז שוין אין תשנ"ו געווען אין א מצב ווי אין תשס"ו. זאגט נאר ר' אהרן, איר האט איין מאל געגעבען עסען אדער טרינקען פאר אייער טאטען? איר זענט דאך אפ געזעצען ביי יצחק מארקאוויטשן אין הויז די גאנצע צוויי וואכען און פלאטיזירט אויפן טעלעפאן מיט מתתיהו דייטש.
איך וועל אייך דערציילען עפעס וואס איך האב באקומען אין אישי פון א נאנטען מענטש וואס איז געווען אין מיאמי די גאנצע צייט.
אט דאס דערציילט ער. ר' אהרן איז יעדען טאג אריין געקומען אין הויז נאך פרישטאג און ווען ער האט געזען אז דער טאטע לערנט מיט מענדל בריל, האט ער געזאגט אז ער וועט זיין ביי יצחק מארקאוויטש אין הויז, "און אויב מען דארף מיך, בין איך דארט".
בחורים, פון תשנ"ו, איר זאלט וויסען: דער רב און ראש ישיבה אייערער איז ניטאמאל א מויל מאכער. ער איז סתם א בעל דמיון א בעיבי און ער ציטערט נישט פון ליגענט. ער האט נישט "מאכילהו ומשקהו" געווען, און נישט ווייל דער טאטע האט נישט געמוזט אנקומען צו א מאכילהו און א משקהו, נאר ווייל דער מאכילהו און משקהו וואס איז געווען יענע צוויי וואכען, איז נאך קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין א מאכילהו און א משקהו. ער איז אזא סארט זון וואס איז פיל ענדערש א "מצערהו ומבזהו".
דאס איז איינס. איצט צום צווייטען פונקט: פארוואס האט דאס געמוזט געזאגט ווערען פאר אלע בחורים? וואס איז דער ציל דערפון? וועלעכער מענטש וואס האט א קראנקען טאטען וואס מוז אנקומען צו א "מאכילהו ומשקהו" פויקט דאס אויס מיט א מייק אויפן דאך פון א קאר וואס פארט ארום וויליאמסבורג און בארא פארק? כ"ש וכ"ש א רבי? קען איינער דאס מסביר זיין? קען ער ווען נישט זיך פשוט געזעגענען פון די בחורים אז ער פארט אויף מיאמי אויף צוויי וואכען און פערטיג?
דריטענס: ר' אהרןס מאמע די רביצין דארף דאך זיכער לכ"ע היינט אנקומען צו א מאכילהו ומשקהו, אבער זי האט נאך נישט זוכה געווען איין לעפעל פון דעם גרויסען מכבד אב ואם, דער גרויסער מאכילהו ומשקהו. וואס איין לעפעל. איין א גוט מארגען, יא? איין גוטען טאג, וואס טוט זיך מאמי, א רפואה שלימה מאמי, זיי געזונט מאמי, א קיש פאר די מאמע, יא? גארנישט. יא, עס איז זייער גרינג צו מאכען די שטיק, וויינען און וויינען און קוויטשען ר"ה פאר תקיעת שופר און פאר כל נדרי אז די מאמע... דארף א גרויסע ישועה... וווועעעעעעע ווווועעעעעע.... ר' אהרן, קוויטשעט ווייניגער און וויינט ווייניגער. גייט ארויף צו די מאמע און האלטס נישט קיין דרשות!
דאס איז געווען תשנ"ו
המשך יבוא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2009 01:46 |
|
| |
מיר האבען שוין געשריבען פון תשנ"ו אבער מיר מוזען זיך צוריק קערען צו סוף זומער תשנ"ד און תשנ"ה.
סוף יאר תשנ"ד האט אויסגעבראכען די באקאנטע "קרית יואל סקול דיסטריקט פרשה". אנגעהויבען האט זיך עס ווען דער סופעראינטענדעט פון קרית יואל פובליק סקול דר בערנארדא האט געזאגט א סעיטמענט פארן דעילי ניוס אז ער ארבעט שווער ארויסצונעמען ג-אט פון קרית יואל פובליק סקול. ער האט שפעטער געזאגט אז דער דעילי ניוס האט עס ארויסגענומען פון קאנטעקסט און ער האט דאס נישט געמיינט צו זאגען.
פון דא און ווייטער האט אנגעהויבען צו פלאקערען א פייער וואס האט זיך נישט אזוי שנעל פארלאשען. קאשויער רב ז"ל איז ארויסגעקומען יענעם זומער מיט א בריוו וואס ער האט געשיקט קיין סקווער אז אזוי ווי ער הערט אז זיי ווילען אין זייער שטעטל אויך עפענען א סקול דיסטריקט, זאלען זיי וויסען אז די פירער פון דעם קרית יואל סקול זענען חוטאים ומחטיאים, און זיי זאלען דאס נישט בשו"א נאך טוען.
ר' אהרן האט זיך אויפגעשטעלט דעם פרייטאג צו נאכטס דערויף, נאך מנחה (ווען מען קען נישט כאפען קיין טעיפס) און אטאקירט קאשויער רב, וועם ער האט אנגערופען "דער אלטער פון בעדפארד הילס", און געזאגט אז פון קאשויער ישיבה זענען ארויסגעקומען די גרעסטע שקצים, און ממילא זאל ער אונז נישט אטאקירען. פון דא און ווייטער איז דער וויזניצער רבי, דער מאטעווידעער רב און דער קארלסבורגער רב ר' יחזקאל ראטה, אויך ארויסגעקומען קעגען דעם סקול דיסטריקט. ר' אהרן האט געזאגט אויף ר' יחזקאל ראטה: "דער פון ב"פ וואס טרעפט היתרים אויף אלע איסורים פון די תורה, דער טרעפט יעצט נישט קיין היתר.
תשנ"ה האט זיך געטון אויף טישען און בענק. ר' אהרן האט געהאלטען יענם יאר בערך א צען דרשות וואס יעדע איינע איז וויכטיג היינט איבערצוהערען. איין דרשה האט ער געזאגט אויפן וויזניצער רבין: "איך וויל זאגען פארן פראפעסינאלען מוחה", איין מאל איז ער ארויסגעקומען מיט א באמבע וואס ער האט באקומען פון געהיימע קוועלער אז "ר' מאטעלע" האט א "גילוי עריות" פראגראם אין וויזניצער מוסדות. ר' אהרן האט דעמאלטס אזוי געשטורעמט, ווייל גילוי עריות האלט ער נישט אויס...
די הויפט געשעעניש פון ווינטער תשנ"ה איז געווען די דרשה אויף קאשויער רב. ער האט גערעדט אזעלכע אבנארמאלע דיבורים אז מען קען עס היינט אפילו נישט אויסהערען. ער האט אנגעהויבען מיט די ווערטער: "איך האב היינט גערעדט צום טאטן זאל זיין געזונט, און דער טאטע האט מיר געהייסן איך זאל נישט ענטפערן, ווייל עוד חזון למועד. אבער איך וועל יא ענטפערן, אשיבה חורפי דבר, איך וועל אים אריינגעבן אין זיבעטן ריפ אריין!" – "זיין מיינוג איז קיין מיינוג!" און האט געענדיגט מיט דעם באקאנטען לאזונג: "און איך וועל אים זאגען עפרא לפומיה!"
דעם אנדערען טאג האט דער מאנטעווידעער רב געהאלטען א דרשה קעגען ר' אהרן, און ער האט מתיר געווען די מוסדות בני יואל. וויזשניצער רבי האט גערעדט עטליכע מאל קעגען ר' אהרן און קעגען דעם ברך משה, און שפעטער איז פארגעקומען א גרויסער אסיפת הרבנים אין מאנסי וואו עס האט זיך באטייליגט דער וויזניצער רבי, מאנטעווידעער רב, ר' חיים פלאר, קאשויער רב, קארלסבורגער רב און הונדערטער אידען, און מען האט דארט גע'אסרט דעם סקול דיסטריקט און מוחה געווען אויף דעם כבוד הרבנים אדירי התורה וגדולי הדור, וואס ווערט מבוזה אויף א זעלטענעם פארנעם, בלויז ווייל זיי זענען זיך מחולק מיט ר' אהרן און זיי האלטען אז דער סקול דיסטריקט איז אסור.
ער האט עטליכע מאל אויפגעטרעטען פאר די בחורים מיט דרשות קעגען וועם עס האט זיך נאר געלאזט, און זיי גוט אויפגעהעצט. די אלע דרשות אהין און צוריק האבען געמאכט ר' אהרןען א הערא ביי די בחורים. ער האט מיט די דרשות זיי געוויזען וואס מיינט א תקיף, אזא איינער וואס וועט זיך נישט לאזען שפייען אין די קאשע, ער וועט אלעמען דערלאנגען רעכטס און לינקס, ער וועט שניידען אין די זיבעטע ריפ, אזא איינער וואס וועט נישט קארגען קיין ווערטער ווי זיין טאטע, נאר ער קען און ער וועט...
און נאטירליך זענען די בחורים געווארען גוט אנגעצויגען און אויפגעהיצט און דורך דעם האבן זיי זיך אויך אנגעהויבען צו צושטעלען צום "רב". ביז יענעם יאר, האט ער נאך געהייסען אין ישיבה "ר' אהרן" ביי רוב בחורים, אבער דעמאלטס האט זיך עס געטוישט. די קנאקערס פון ישיבה זיינע באדיס, זענען געווארען די בעלי בתים אויף די בחורים און יעדער האט געמוזט אנהייבען רופן "דער רב". אויך האט ער באקומען א שטיקל הויז בחור. ביז יענעם יאר האט ער אליין געטראגען זיין גמרא צום פארלערנען אין זיין פארלערנען שטיבל, אבער איין טאג פאר ער איז אריין געקומען, קומט פאר אים א בחור און לייגט אראפ די גמרא אויפן טיש. ער האט שוין א הויז בחור. יענעם ווינטער האט א בחור אנגעהויבן שישקען איין צופרי ביי די ברכות פון ר' אהרן. קיינער האט נישט געוואוסט וואס ער וויל. בקיצור, דער רב זאגט קודם ברכות און נאכדעם דער בעל תפלה. אזוי ווי ביי א רבי'ן. דאס איז קיינמאל נישט געווען אין ישיבה ביז תשנ"ה. און דאס איז אלעס געשען ווייל ער איז געווארען א העלד ביי די בחורים. זייער ראש ישיבה פירט זיך אליין אויף ווי א בחור. ער דערלאנגט ווער עס וואגט זיך אים אנרירען, ער האט נישט מורא פאר קיינעם.
און די בחורים האבען זיך שיין אהער געשטעלט לכבודו פון זייער ראש ישיבה, מיט שטיקלעך פאר די אלע רבנים. פייער לעשער קיין מאנטעווידעע, פאוני קאלס קיין קאשוי; וויזניצער רבי האט יענע צייט געזאגט ברבים אז ער איז נישט דא אזא תוספות וואס דער ברך משה האט צוגעברענגט ביי א דרשה, און ווען מען האט יא געטראפן דעם תוספות, האט מען געווארפען פאשקעווילען אין מאנסי מיט א מראה מקום וואו דער תוס' איז. מען האט אויפגעשטעלט א שבת פייפער אין מאנסי וואס זאל פייפן ווען דער סאטמארע הדלקה"נ איז, און דער וויזניצער רבי האט זיך אין מיטען שמו"ע ביי מנחה געמוזט צושטאפען די אויערען. ביי איין דרשה האט ר' אהרן באזונגען וויזניצער רבין אז ער איז געווען ארויסגעווארפען פון דעם אמרי חייםס הויז, און נאך פילע דרשוות אהין און צוריק.
דאס איז אלעס געווען ווינטער תשנ"ה. אבער זומער תשנ"ה איז געווען אזאנס און אזעלעכעס. עס איז געווען גאר א קאכעדיגער. און נישט פונעם וועטער רעדט מען דא... דער קארלסבורגער רב האט געמאכט א דינער לטובת זיין כולל אין ב"פ, אין "ילד שעשועים" אין קרית יואל. און אזוי ווי אלע שונאים פון ר' אהרן און ברך משה האבען זיך זייער געפריידט אז דער קארלסבורגער רב שטעלט זיך ארויס לטובתם, איז געווען א גרויסער ווינט אין קרית יואל צו גיין צו דעם דינער.
קהל פון קרית יואל האט געשיקט א בריוו צו ר' יחזקאל איין טאג פארן דינער, אז היות ער צינדט אן א פייער פון מחלוקת זאל ער זיך נישט וואגן אריינצוקומען אין שטעטל.
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 09/07/2009 18:50:23
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2009 04:08 |
|
| |
יענעם טאג, איין טאג פארן דינער, האט ר' אהרן זיך אויף געשטעלט אין ישיבה און געהאלטן א קאכעדיגע דרשה. ער האט אנגעהויבן: "יעדער ווייסט, עס קומט אן אומגעוואונטשענער גאסט אין קרית יואל, מען האט אים געבעטן ער זאל נישט קומען, אבער ער פייפט זיך אריין, אלזא איך פארשטיי די בחורים, עס טוט וויי פאר די בחורים אזא עזות, און אזא חוצפה, אבער איך וויל בעטן, ווער עס איז מיר א גוטער פריינט זאל נישט גיין אהין".
אזוי איז אלץ געווען זיין סטיל, קודם אויפצוקאכן די הארמאנען פון די בחורים אויפ'ן העכסטן לעוועל, אז דארט ליגט די אייער, און נאכדעם צו ווארפן דעם לחש, אז ווער עס איז אים א גוטער פריינט זאל נישט גיין אהין...
עס איז אום נויטיג צו שרייבען ווי היציג א בחור קען ווערען ווען ער הערט אזעלכע ווערטער פון דעם רב און ראש ישיבה. נאך די דרשה זענען אלע בחורים "חסידים" ארומגעגאנגען: מיר זענען "חסידים" פון רב, נישט קיין "ידידים". דער רב האט נאר געזאגט ווער ס'איז אים א גוטער פריינד זאל נישט גיין, מיר זענען נישט קיין גוטע פריינד.
און א טאג דערויף האבען אלע בחורים פארשטאנען וואס דער אמתר און הייליגער רצון פון רב איז. ביינאכט בערך אכט אזייגער זענען די בחורים אראפגעגאנגען פון די ישיבה אין די מאסען. הונדערטער בחורים האבען זיך געשטעלט אונטען פון בארג פון ילד שעשועים אויף עיקערס רד און געטון דעם רצון פון רב. מען האט געטראסקעט שטיינער, געשריגען פוי! געהאלטען טאוולען וואס האבען געשריגען די ווערטער (אויף ענגליש): "מייקל ראוט אוער ביגעסט ענעמי".
ר' יחזקאל ראטה אליין איז דארט אריינגעפארן באהאלטען אין א טראנק פון איינעמס סובארבען. ז.ל.וו. האט געכאפט א שטיין אין נאז, צענדליגער קאר פענצטער זענען אויסגעשאסען געווארען, טויזענטער דאלאר פיזישע שאדענס, און די פאליציי האט ארעסטירט אפאר בחורים.
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 09/07/2009 18:45:05
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2009 09:20 |
|
| |
קיינער פון קהל, און אפגערעדט פון ר' אהרן אליין, האט דאס נישט אפגעשטעלט. און זיי האבען געוויסט בעסער פון אלע בחורים אז אויפן פלאץ פונקט ווי די בחורים שטייען אצינד ביינאכט ביי דעם פראטעסט לכבודו פון רב, איז דער דרייוועי פון די מקוה טהרה, און עס איז געווען פארפלייצט מיט בחורים, עס איז געווען ממש א שרעק. עס איז נישט פאראן קיין ווערטער פאר אזא קהל און פאר אזא רב, נאר - "לאו לייפס"!
נאכמער און נאך ארגער. עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז דער מנהל פון ישיבה ר' י.ל. קאהן האט יענעם טאג געפרעגט די א.ג. אויפגעקלערטע בחורים פארוואס זיי גייען נישט אראפ. האט אים איין בחור געענטפערט: וואס הייסט? דער רב האט דאך געזאגט מען זאל נישט גיין. האט ר' י.ל. אים געענטפערט: זיי מיר נישט קיין אויבער חכם!
(ווען מען טראכט היינט אריין פון יענע נאכט פארשטייט מען שוין זייער גוט ווי אזוי האט א יונגערער ברידער געקענט קומען פיר יאר שפעטער און ארויסריקען דריי פערטעל סאטמאר פון דעם "רב".)
אבער לאו לייף אהער און לאו לייף אהין, דער רב האט זיך געבויט ביי די בחורים. די היציקייט וואס ער האט אויפגעארבעט ביי די בחורים האבען אים געברענגט רעזולטאטען. און נישט נאר ביי די בחורים נאר ביי אלע פון זיין טאטענס מענטשען און חסידים האט ער אנגעהויבען צו ווערען מער און מער ארויף געקוקט. מען האט אין אים געזען א תקיפות, א שטארקייט, גאטס, ער איז נישט א פשטן ווי זיין טאטע, ער וועט ארויף שארצען די ארבלעך טאמער וועט אים איינער וואגען צו טשעפען, ער האט א מיליטער, ער האט א ארמיי און ער וועט זיך באנוצען מיט זיי סיי ווען נויטיג א.א.וו.
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 09/07/2009 18:42:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2009 09:23 |
|
| |
א יאר דערויף, זומער תשנ"ו איז פארגעקומען צוליב דעם קארלסבורגער רבס קומען קיין קרית יואל, די בלוטיגסטע געשיכטע פונעם סאטמרער אידענטום. איך ווייס נישט ווי אזוי צו שרייבען פונעם פארברענען דעם ילד שעשועים אין מיטען די נאכט ווען עס האבען זיך דארט געפונען זעקס און דרייסיג מאמעס מיט זעקס און דרייסיג פיצעלע עופהלעך. אלעס ווייל ר' יחזקאל ראטה גייט מארגען, צו איבער מארגען, נאך אמאל מאכען דארט זיין דינער. עס איז נישט פארהאן קיין ווערטער אויף יענע בלוטיגע נאכט.
מען ליינט דא כסדר אויף הייד פארק, אז די יעניגע, די בחורים וואס האבען דאס געטוען, זענען היינט דא, און יענער שרייט אז זיי זענען דארטען. עס איז אפילו נישט אינטרעסאנט ווער די בחורים זענען געווען און ווי זיי געהערען זיך אן היינט צו טאגס. זיי זענען אומשולדיגע קרבנות פון זייערע אויף געהיצטע הארמאנען וואס זייער ראש ישיבה האט אין זיי אנגעצינדען. די צינדערס פון ילד שעשועים יענע נאכט זענען געווען "ראבאטן". א 17 18 יעריגער בחור קען נישט באגרייפען וואס ער האט געטוען. אבער דער פופציג יעריגער ראש ישיבה, א טאטע פון קינדער, א זיידע פון אייניקלעך, א מאן צו א פרוי וואס האט געבוירען קינדער, ער האט וואלט דאך יא געדארפט באגרייפען. אבער וויבאלד ער איז אליין א היציגער בחור, ער פירט זיך אויף ווי א בחור מיט אלעם, און הערשט איז ער א נארישער בחור, איז געשען וואס עס איז געשען.
המשך יבוא
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 09/07/2009 18:40:59
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 08:49 |
|
| |
באקומען אין אישי:
נאך ת"ב תשנ"ד איז פארגעקומען די וואלען פארן "נייעם" סקול דיסטריקט. די איינוואינער האבען געקענט שטימען יא אדער ניין.
א נאכט פאר די וואלן איז געווען א גרויסע גענעראל פארזאמלונג אין גרויסען ביהמ"ד אין ק"י, און דער ברך משה איז ספעציעל געקומען צופארן פון שעראן ספרינגס, צו בעטען דעם ציבור צו שטימען "יא". די צייט דעמאלטס איז געווען אין ליכט פון די דרשות פון קאשויער רב, און וויזניצער רבי, און אלע אנדערע רבנים האוסרים.
ר' אהרן האט ביי די דרשה אראפגעריסען אלע רבנים האוסרים ווי עס ברויך צו זיין, און בתוך הדברים האט ער געזאגט: מענטשן זאגן אז איך דארף איבערבעטן דעם קאשויער רב. נו, איך בין גרייט אים מפייס צו זיין. אבער, ער זאל זאגען טעיתי, איך האב מיך טועה געווען. א זאך וואס ער אליין האלט נישט ביים טוען. מודים דרבנן היינו שבחיהו.
דער ברך משה האט נישט גערעדט אויף קיין איין רב, און אפילו אויסגערימט קאשויער רב. בתוך הדברים האט דער ברך משה געזאגט: בגזירת מרא דאתרא בין איך גוזר אז מען דארף שטימען פאר יא. און ווער עס וועט שטימען פאר יא וועט געבענטשט ווערן מיט ברוך אשר יקום את דברי התורה הזאת, און זייערע קינדער וועלען ח"ו נישט מוזען אנקומען צו דעם מוסד. און פון די פארקערטע וויל איך נישט זאגן.
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 09/07/2009 18:30:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 09:12 |
|
| |
ווער עס איז אינטרעסירט צו העלפן מיט אינפארמאציע וואס איז וויכטיג פאר דעם ארטיקל ווערט געבעטען צו שיקן צו אונז אין אימעיל [email protected]
און בעיקר זוכען מיר ווער עס האט אוועגלייגט אלטע דער בלאט אדער זכרונות פון הייד פארק וואס זיי פלעגען שרייבען היסטעריש-צעדרייטע שטיקלעך פון וואס שמואל ווידער וויל זיך נישט דערמאנען היינט צו טאגס.
יש"כ למפרע
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 09/07/2009 18:24:11
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 09:13 |
|
| |
מיר האבען צוזאמגעשטעלט דעם מאמר אויף א מער ליינבארען פארנעם. אויך האבען מיר אריין געלייגט די קליינע תגובות אין די פלעצער ווי עס באלאנגט. מיר האפען אז איר וועט הנאה האבען.
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 09/07/2009 18:19:13
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 09:14 |
|
| |
המשך בדף ב'
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 09/07/2009 18:22:12
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 09:17 |
|
| |
יענע מלחמות מיט די אלע רבנים און רביס האט אויפגעבויעט ר' אהרן אלס א גרויסער הערא, אלס א "פייטער", און אויך דאס אז מען האט אזוי געהאקט אויף אים און אין די זעלבע צייט אויפן ברך משה, האט אים אויטאמאטיש געמאכט איינס מיט זיין טאטען, וואס דאס האט אים געברענגט אז רוב חסידים פון טאטען זענען געווארען זיינע מענטשען. און דאס איז געווען אויף יעדע פלאץ ווי סאטמאר האט נאר פארמאגט חסידים.
און דאס אז די "קרית יואל סקול דיסטריקט" איז דורך געגאנגען מיט אזא גרויסע צאל שטימען פון העכער 3900 קעגען 390, האט געגעבען פאר ר' אהרן א שטארקען שטאטוס נישט נאר אין סאטמאר, נאר אויך איבער די חסידישע וועלט אז דעם סאטמארער רבס עלסטער זון איז א ריז, ער איז עפעס.
און דאס האט אים אויך זייער גוט געהאלפען אז ער האט זיך אריין געשטיפט אומעטים. ער האט געוואלט איבעראל זיין און זיכער מאכען אז עס ריקט זיך נישט אריין קיינער, נאר ער. אבער דער ציבור האט נישט געקענט זען וואס טוט זיך אונטער די קוליסען, דער ציבור האט נישט געקענט וויסען אז די אלע שליחותער איז געווען ווייל ער האט נישט צוגעלאזט אז א אנדערער זאל פארען, נאר ער. דער ציבור האט נישט געקענט מיט האלטען ווי ער האלט אין איין פארלאנגען "הב הב און הב". דערפאר האט אויסגעזען נאטירליך אז ער איז עס. ער גייט זיין דער צוקונפטיגער רבי. יא, זיין טאטע וויל נאר אים און ווידער אים.
תשנ"ו האט ר' לייבוש לעפקאוויטש געוואלט עפענען נאך א ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג, ווייל יענע צייט האט געבלאזן ווינטען פון קאמפעטישאן אין די קלענערע ישיבות אין די סאטמארע ישיבה קטנות און אז וועט זיין א קאמפעטישען, וועט ממילא זיין גוט פאר אלע ביידע.
דער ברך משה האט זייער געהאלטן דערפון, עד כדי כך אז עס איז געווען א מיטינג ביים ברך משה אין קרית יואל סוף זוממער תשנ"ה אויס צו ארבעטען די פונקטליכע פלענער ווי אזוי דאס וועט צוגיין. למעשה האט ר' אהרן אינטער געשטעלט פיסלעך פון אלע זייטען. ער האט זיך אנגרופען איינמאל אז אין קרית יואל, ווי קען מען שוין טרעפן א בחור ערגסטענספאל אין טאון. אבער אין שטאט ווי וועט מען טרעפען בחורים - אין 42'סטע סטריט. אבער עס האט אלע באטייליגטע ביי די מיטינג גאר גוט געוויסט ווי שטארק עס גייט אן ר' אהרן אז מען וועט טרעפען בחורים אויף 42'סטע סטריט, און עס האט יעדער פארשטאנען אז ר' אהרן שפירט אז ער קען מיט א ישיבה אין וו"ב עפעס פארלירן. ווי נישט ווי איז זיין ברודער ר' זלמן לייב געמאלטס געווען ראש ישיבה אין די צעירים און ער האט פארשטאנען אז דער ברודער וועט "עפעס" ווערען אין א וויליאמסבורגער ישיבה גדולה, און ער האטט זייער גוט געוויסט אז ר' לייבוש האלט פון ר' זלמן לייבן מער ווי פון אים, און ער וועט אים דארט אריין שטעלען. און נאכען עפענען א ישיבה וואלט ער זיך נישט געקענט שלאגען נישט אויף צו נעמען ר' זלמן לייבן, ווייל איינס, פון ר' לייבוש האט ר' אהרן געהאט דאס ניין יעריגע, און צוויי, ער האט נאך דאן נישט געקענט זיך אפען קריגען. עס איז נאך געווען צו פרי פאר די סארט אומדערהערטע מחלוקת. עס האט נאך דאן געלעבט ר' לייבוש, ר' סענדער און ר' יודל ראזענבערג, און פון זיי האט ר' אהרן זייער מורא געהאט. דעריבער האט ער געמוזט אפשטעלען די פלענער פון א ישיבה אין די שטאט, איידער עס גייט ארויס מכח אל הפועל.
זיין ברודער ר' ליפא, מיט וועם ער האט דאס בעסטע געלעבט (ביז ער האט איינגעזען פסח תשנ"ט אז ר' אהרן פירט אן א פוטש אויפן טאטען, ווי שוין געשריבן) האט אים געפרעגט, וואס פארפירסטו אזוי, דו וועסט דאך זיין ראש ישיבה אויף ביידע? האט ער אים גענפערט: איך דארף נישט קיין ישיבה אין וו"ב, נישט אין מאנסי און נישט אין מאנטריאל, נאר אין מאנסי קען איך מיך נישט שלאגן ווייל ער איז מיין שוואגער, און אין מאנטריאל האב איך נישט קיין ברירה ווייל ר' משה מנחם שטעלט זיך צו צום טאטן, אבער יבא יומו ווען מען וועט עס דארט אויך אפשטעלן.
למעשה האט ר' אהרן שוין געהאט גענוג כוחות דאס אפשצושטעלען און משה דער גבאי איז געווען אויף זיין זייט, דעריבער איז – ליידער – א נייע ישיבה גדולה אין וו"ב נישט צושטאנד געקומען.
ר' אהרן האט אלץ געהאט א חלום אז ער וועט האבען "די גרעסטע" ישיבה אויף דער וועלט. ער האט אמאל ברבים געזאגט אז אין יאר תש"ס וועט ער האבען "טויזענט" בחורים אין די ישיבה. ער האט אמאל געזאגט פאר ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה "איך" וועל האבען א ישיבה פן צוויי טויזענט בחורים, נאך גרעסער פון לעיקוואד.
נאכען ליינען די שורות, בלייבט נאר איבער איין ווארט צו שרייבען: ל"ע.
*
תשנ"ו אנפאנג זומער האט דער ברך משה מיטגעמאכט א אפעראציע אויף די נירען ווייל מען האט געטראפען יענע מעשה אין א ניר. עס איז געווען א ערנסטע אפעראציע און עס האט גענומען צייט ביז דער ברך משה האט זיך ערהאלט. שוואכער איז ער געווארען, אבער ער האט געקענט אנגיין מיט זיין סדר היום מער ווייניגער, עכ"פ וואס דער ציבור האט געזען.
און אז דער רבי איז שוואך האט זיך דער זון זיינער געשטארקט. ער האט נאר געוואלט דער טאטע זאל רוען און ער וועט שוין פירען. ער האט שוין פון חצי אב געארבעט אז דער טאטע "מוז" נישט דאווענען פארן עמוד די הייליגע טעג. ער האט זייער זייער זייער און נאכאמאל זייער אבאכט געגעבען אויפן טאטענס געזונט. ער האט געציטערט אז חלילה דער טאטע זאל זיך אנשטרענגען. ר' אהרן האט נישט פארלאנגט אז ער זאל דאווענען און בלאזען שופר אנשטאט דעם טאטען, נאר ער האט געוויסט אז אויב נישט דער טאטע, וועט עס זיכער זיין ער.
די הייליגע טעג תשנ"ז האט דער ברך משה יא געדאווענט, געזאגט די דרשות און געבלאזען שופר און געזעגענט דעם ציבור ווי אלע יארען.
אבער שמיני עצרת איז עפעס פארגעקומען וואס א גרויסער טייל פונעם ציבור האט דעמאלטס נישט געוויסט. א געשעעניש וואס ווייזט אויף א כאראקטאר וואס באשטייט בלויז פון "איך", "זיך" און "מיך".
א שטיקל הקדמה. ווי עס ווייסט יעדער אז דער שענסטער יו"ט אין סאטמאר זענען די צווייטע טעג סוכות. די הקפות ביי די רביס לבית סיגעט זענען געווען באוויסט. דאס איז געווען נאך פון הייליגען ישמח משה וואס האט געטאנצט לאנגע שעהן מיט די תורה. דער יט"ל, דער קדושת יו"ט, דער עצי חיים האבען זיך ווייטער געפירט און געטאנצען לאנגע הקפות מיט א געוואלדיגער דערהויבנקייט.
כאטש אלע חסידישע רביס האבען געפראוועט הקפות, דאך איז באוויסט געווען אז סיגעט זענען די הקפות געווען פיל מער ווי אין אנדערע הויפן.
אבער די הקפות וואס דער רבי ז"ל האט אראפגעלייגט איז געווען א חידוש נאך אין דער אלטער היים. אין גאנץ אונגארען האט מען גערעדט פון סאטמאר רבס הקפות. אויך איז באקאנט די הקפות וואס דער רבי האט אראפגעלייגט אין לאגער אין די נאצישע הענט, אין בערגען בעלזען, וואס איז דורך געפירט געווארען מיט מסירת נפש והגוף ממש. אן קיין עסן אן קיין שום מענטשליכע באדינונגען, אן קיין חסידים, נאר ר' יאסל, און דער רבי האט געטאנצען שעות מיט א ס"ת און אפילו די פרייע אידען האבען געמוזט בע"כ מודה זיין אז דער רבי איז א מלאך אלקים.
און שפעטער ווען דער רבי האט שוין געפראוועט די הייליגע הקפות דא אין אמעריקע, זענען זיי געווען בפי כל הבריות. יעדער איד האט אלץ צו דערציילען ווען ער איז אמאל געווען ביים סאטמארער רבס הקפות און יענער געדענקט נאך דעם ניגון און יענער ניגון. עס האט יעדער געוויסט אז די עבודה פון רבין ביי די הקפות זעט מען נישט אין ערגעץ.
ווען דער רבי איז נפטר געווארען האט דער ברך משה אויך געפראוועט געהויבענע הקפות. וויפיל ער האט באהאלטען פון זיך אגאנץ יאר, האט ער עטוואס ארויסגעגעבען ביי די הקפות. עס איז געווען ביים ציבור איינגעבאקען אז יעדער קומט צו די הקפות און מען טאנצט לאנגע שעהן מיט די תורה כמנהג אבותינו ורבותינו הק'.
און אזויווי זיין זון ר' אהרן איז דאך קיינמאל נישט ערענסט, אלץ מיט א קינדישקייט און מיט בעיבישקייט, האט ער אלץ ארויף געקוקט ווען ער וועט שוין טאנצן די הקפות. ער האט זיך אלץ פארגעשטעלט אז ער וועט טאנצען גאר אנדערש ווי זיין טאטע, וואס האט געטאנצט מיט א פשטות, נישט געמאכט קייו תנועות, נישט געזיכט אז דער ציבור זאל קוקען ספעציעל אויף אים, ער האט געהאלטען אז דער ציבור טאנצט ווייל אין דעם ביהמ"ד האט געטאנצט דער רבי ז"ל, ער האט נישטאמאל אין אכט גענומען אז טויזנטער אידען טאנצען אין א געוואלדיגען געדרענג ווייל מען וויל זען "זיינע" נענועים ביי די זעקסטע הקפה.
אבער אונזער ר' אהרן האט זיך אלץ גאר אנדערש פארגעשטעלט וויאזוי זיינע הקפות גייען אהערגעשטעלט ווערען. ביי אים וועט דער עולם טאנצן אויף די פארענטשען און ער וועט טאנצען אין דערמיט אליין. ער וועט מאכען האווייעס מיט די הענט און האקען פאני מיט די פיס; צומאל וועט ער דשאמפען און צו מאל לויפן, צו מאל זיך אפשטעלען און זיך שאקלען אהין און אהער, און צומאל אריין טאנצען אין ציבור מיט פארמאכטע אויגען פון גרויס דביקות; די בחורים וועלען מאכען ליפט מיט די היטען און ער וועט זאגען תורה וואס ר' עזריאל וועט איבערזאגען הויך פארן מיליאן-קעפעיקען ציבור, און נאך פילע נישט ערנסטע און קליין-קעפיקע קינדישע פאנטאזיעס.
(איר ווילט א משל וואס ר' אהרן האט זיך אלץ פארגעשטעלט אויף זיינע הקפות? קוקט די "קליפ" פון זיין מצוה טאנץ ביי זיין אייניקעלס חתונה וואס איז פארגעקומען פ' בהעלותך תשס"ט. ער איז נישט קיין פלעינער מענטש ווי זיין טאטע וואס האט נאר געטאנצט מצוה טאנץ זיך אנכאפענדיג מיט זיינע קינדער, און פלעין געטאנצט ארויף און אראפ. ניין, נישט אונזער ר' אהרן. ר' אהרן דינן איז דאך ספלעשי, ער וועט טאנצען אזוי, אז זיינע חסידים וועלען נאך די חתונה שרייבען אין הייד פארק און אין בלאט, אז מענטשען גיבען איבער אז זיי האבען געהערט ווי ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער וועלעכער איז נאך געפארען צום רבין אין דער אלטער היים, האט געזאגט פאר זיין זון יודל גלייך נאך די מצוה טאנץ, אז אזעלעכע געהויבענע טענץ, האט ער נאך נישט געזען זייט "דער בעל דברי יואל" האט חתונה געמאכט זיין טאכטער פאר זיבעציג יאר צוריק! אקס!
אבער ביטע פרעגט אייך נאך ווי איר קענט זען די קליפ. איר וועט נישט גלייבען וואס איר פארפאסט. ער טאנצט קודם מיט א גארטל, אליינס, אנגעטאן מיט א ווייסע בעקישע. ער טאנצט מיט פארמאכטע אויגען ארויף און אראפ, בוקע רקיעים, מוציא אסירים ופודה ענוים. דער עולם גולמט אבער, האט דער רבי באשלאסען אפצולאזען די גארטל און טאנצען אליין לפני הכלה. איצט איז שוין דער רבי אינגאנצען נישט דאהי. ער פלאמט ממש, ער טוט זיך אויס ספאנטאניש די ברילען, און "לויפט" אהער און אהין. אבער דער עולם גולמט נאך אלץ. שטעלט זיך דער רבי אפ און מאכט מיט די הענט ווי ער בעט זיך, ער שטייט אויף איין פלאץ און דרייט זיך מיט פארגלייזטע אויגען, און די הענט אין די הייך. און ווידער ספאנטאניש הייבט דער רבי אן צו לויפן אבער יעצט איז צוגעקומען א נייער חידוש: דער רבי האקט זייער פאני מיט די פיס. אזוי לויפט ער און האקט מיט די פיס פאר נאך 6 מינוט. ווען דער רבי איז שוין אויסגעלאפען פון אלע סארט געטענץ, איז שוין געווען אריבער א דריי פערטעל שעה. און ענדליך האט ער געלאזט זיין אייניקעל די כלה במנוחה און איר געלאזט וויסען אז זי איז נאר דא ווייל ער האט געדארפט שפילן א זעלטענער סארט רבי.
דא ציטיר איך אייך די ווערטער וואס ר' אהרןס חסיד האט געשריבען אין הייד פארק נאך די חתונה: "איך האב היינט געהערט אז ביים טאנצן די מצוה טאנץ האט דער רבי געטאנצט אנדערש, ער האט געמאכט הוי-ה אדנ-י א.ד.ג. און אויך אז די ריקודין און התלהבות איז עפעס געווען נורא נוראות. קען מיר עמיצער מסביר זיין וויאזוי דער רבי האט געטאנצט אנדערש ווי ביז היינט?"
דא האט איר נאך א ציטאט פון א אנדערען בלאט און הייד פארק שרייבער: "ס'איז נאכנישט באשאפען געווארען די מענטש וואס זאל קענען אראפברענגען אויף פאפיר געפילען וואס איז געווען בשעת די מצוה טאנץ. קודם די גראמער ר' מרדכי דוד עסטרייכער האט אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבער, ספעציעל מיט דעם "מי שענה" וואס האט געריסען שטיקער, די רבי האט געוויינט בכיות נוראות, (אויף א פאפיר קען מען נישט דרוקען דעם ב'כככככ'יות) וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצען ציבור און א ערענסטען און וויינעדיגע שטימונג. נאכ'ן אויסרופען דעם רבי'ן איז די רבי געבליבען זיצעו אויף זיין פלאץ ווי לאנג די ציבור האט געזינגען א ווארעמע ניגון (איך געדענק נישט וועלכע, דוכט זיך מיר אז ס'איז א בעלזא ניגון). איך ווייס ניטאמאל וויאזוי איך זאל שרייבען ווייטער.... ס'איז שוין דורך א גאנצע טאג און ס'גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.... רבינו שליט"א האט געטאנצט... אהין און צוריק... מיט די רעכטע האנט כאפט ער אן די גארטעל, און די לינקע האנט לייגט ער אריין און זיין גארטעל... ווען אינמיטען שטעלט ער זיך אפ כדרכו... אבער דא איז געווען עפעס שלא כדרכו... איך ווייס נישט וויאזוי עס צו שרייבען... אפשר מיט א קליפ וועט מען עס אביסעל קענען זעהן..... דאס טאנצען איז געווען א געמיש פון א שלהבת אש קודש! התרוממת דקדושה! בכיות עצימות! רגשי שמחה! נאך בערך א האלבע שעה טאנצען לפני הכלה האט די רבי גענומען דעם חתן, דערנאך אויך דעם מחותן אבי הכלה שליט"א, דערנאך איז אריין און די רינג די מחותן אבי החתן און די זיידעס וקרובי המשפחה".
דא האט איר נאך א ציטאט פון דער בלאט און הייד פארק שרייבער: "כ'בין נאך צו איבערגענומען פון די אויסטערליש דערהויבענע מצוה טאנץ וואס סאטמארע חסידים האבן יעצט מיטגעהאלטן. סאטמאר האט נאך אזוינס נישט געזען! גענוג צו קוואטן צוויי עלטערע אידן וואס זענען געשטאנען לעבן מיר און ביידע האבן געזאגט די זעלבע זאך ספאנטעניעסלי נאך די מצוה טאנץ "א מעין פון די הקפות ביים רבין זי"ע!!!"
אויף די קומענדיגע חתונה איז זייער מעגליך אז ער גייט אויפקומען מיט א נייע סארט שפיל. ער גייט טאנצען בלויז איין מינוט, און גלייך אליין אויסשרייען הויך: ביטול תורה. איך וויל די בחורים זאלען קענען לערנען מארגען געהעריג די סדרים. און ווידער וועלען זיינע חסידים נאך די חתונה שרייבען אין הייד פארק און אין בלאט ווי מענטשען גיבען איבער אז זיי האבען אליין געהערט ווי ליטווישע אידען האבען געזאגט איינער פארן אנדערען אז אזא סארט ציטער פאר ביטול תורה האבען זיי שוין נישט געזען זייט רבי משה פיינשטיין ז"ל האט אזוי געטאנצט מיט זיין טאכטער פאר זיבעציג יאר צוריק! אקסן!
דאס איז בערך וואס אונזער ספלעשי ר' אהרן האט געוואלט טאן אין סאטמאר ביי די הקפות.)
און אזויווי ער האט דאך קיינמאל נישט קיין געדולד, ער וויל אלעס שוין באקומען, האט ער נאר ארויסגעקוקט ווען ער וועט שוין טאנצען די הקפות אין ראדני סטריט. און, יעצט אז עס האט זיך אונטערגערוקט אז דעם טאטען האט מען אפערירט, און ער איז נאך שוואך, און ער איז דאך שוין נישט קיין אינגערמאן, קען געלונגען אז דער טאטע וועט אפמאכען אז ער האט נישט קיין כח ארום צו לויפען טאנצען די הקפות (און טאנצען אויף די בימה ווי דער רבי ז"ל האט ער נישט געהאלטען דערביי) איז זייער מעגליך אז דער חלום האלט ביים ווערען א ווירקליכקייט. און ער איז אויפגעקומען מיט א געניאלען פלאן.
יעדעס יאר שמיני עצרת און שמח"ת , אפילו ער איז שוין געווען רב אין ק"י, פלעגט ר' אהרן פראווען די הקפות אין סיגעטער ביהמ"ד און נאך זיינע הקפות פלעגט ער אריבערקומען אין גרויסען ביהמ"ד טאנצען ביי זיין טאטען.
יענע יאר, תשנ"ז, שמיני עצרת ביינאכט האט ער געדאווענט מעריב אין סיגעט ווי אלע יארען. נאך מעריב אן קיינעם זאגען א ווארט, קלאפט ער אויס אין שול האלב שמייכלדיג: איךגעב איבער די הקפות פאר מיין זון ר' מענדעל! שאקס, א באמבע! קיינער האט אבער נאכנישט קיין אנונג וואס ער וויל באמת.
און ער טוט זיך אן זיין רעזשוואלקע און לויפט קיין ראדני.
ר' אהרן קומט אן אין גרויסען ביהמ"ד. ער איז נישט געקומען צו גיין. ער איז געקומען צו לויפען זייער עקסיידעט און היסטעריש. ער קומט אן אין ביהמ"ד און גייט גלייך אריין אין "געיט" ווי דער רבי האט זיך אראפגעזעצט נאך מעריב בעפאר אתה הראית, און זאגט פארען רבין מיט גרויס שמחה: גוט יו"ט. איך האב יעצט איבערגעגעבען די הקפות פאר מיין מענדלען, ער זאל פון היינט און ווייטער טאנצען די הקפות.
און דער טאטע איז שטיל. דער רבי מאכט זיך פשוט נישט וויסענדיג. האט ער איבער געזאגט נאכאמאל: איך האב יעצט איבערגעגעבען די הקפות פאר מיין מענדלען, ער זאל פון היינט און ווייטער טאנצען די הקפות. און נאכאמאל: איך האב יעצט איבערגעגעבען די הקפות פאר מיין מענדלען, ער זאל פון היינט און ווייטער טאנצען די הקפות. אבער דער רבי איז ווי געלעמט. דער טאטע קוקט אים אן מיט א פאר אויגען אבער רעדט נישט ארויס קיין ווארט. צו דער רבי האט געכאפט וואס דער "בנו בכורו" האט דא געוואלט, קען מען זיך טענהן. אבער דאס איז נישט קיין ספק אז דער "בנו בכורו" האט זיכער געכאפט. און נישט נאר ער האט געכאפט, נאר אלע וואס האבען אים געקענט האבען געכאפט וואס דא איז פארגעקומען.
די נעקסטע מאל וואס ער געפראוועט די הקפות אין סיגעטער ביהמ"ד איז געווען אונטער פארמאכטע טירען אז קיינער זאל נישט ארייקומען ח"ו, נאר זיך גיין שלאגען אין גרויסען סאטמארען ביהמ"ד און ארויסטראגען זיין ברודער און ווען דער ביהמ"ד וועט שוין זיין טאטאל אפגערייניגט פון די "שונאים" זאל מען אים רופען צו פראווען די ריכטיגע שמחת התורה. דאס איז פארגעקומען אכט יאר שפעטער, תשס"ה. יענע יאר האט ר' אהרן געהאט אויפגעבויעט דעם גרעסטען טענט אויף די וועלט אין וויליאמסבורג צו טאנצען הקפות און ווייזען פאר ווער עס וויל נאר זען אז ער האט א גרעסערען עולם און ער וועט ווייזען וואס מיינט טאנצען, אבער דערווייל האט ער געפראוועט די הקפות בסוד אין סיגעטער ביהמ"ד מיט פארשלאסענע טירען.
מיר וועלען זיך צוריק קערען מיט א אריכות צו יענע בלוטיגען יו"ט ביינאכט, ווען מיר וועלן אי"ה האלטען דארטען.
*
יענעם ווינטער האט ר' אהרן אריינגעלייגט זיין עלטסטן זין ר' מענדעל אלס רב אין אנטווערפען. אבער דאס איז אויך נישט צוגעגאנגען אזוי פשוט. די פאלגענדע האב איך באקומען פון א נאנטען מענטש בבית הברך משה.
ווען דער באניער רב ז"ל פון אנטווערפען איז נפטר געווארען (איך מיין תשנ"ה) איז געווארען א גרויסער חלל אין די סאטמארער קהילה ווי ער האט געדינט אלס רב. ער איז געווען א גרויסער צדיק, א חכם און ת"ח עצום, האט די דארטיגע קהילה געבעטען דעם ברך משה ז"ל אז ער זאל שיקען זיין אייניקעל ר' העניך אשכנזי קיין אנטווערפען, וויבאלד ער איז געווען ר' אהרןס עלטסטער איידעם און ר' מענדעל האט שוין געהאט א רבנות פאסטען אין סיגעטער ביהמ"ד אין וו"ב.
ווען ר' מענדלס פרוי האט דאס געהערט איז זי אריבערגעגאנגען צי ר' ליפא, דער זענטער רב אין שטוב, אין געזאגט אז איר מאן מענדי וויל פארען ווערען רב אין אנטווערפען, אבער נאר אויף צוויי יאהר. האט ער איר געפרעגט, וואס עפעס נאר אויף צוויי יאהר, מה נפשך אדער יא אדער ניין ? האט זי גענטפערט, דו מיזט פארשטיין אז זיידי (דער ברך משה) איז שוין אלט, און נאך זיינע הונדער און צוואנציג וועט דאך מיין שווער (ר' אהרן) אלעס איבערנעמען, קומט אויס אז מענדי וועט האבען קרית יואל, און וויבאלד ער דארף האבען אביסעל עקספריענס אין רבנות וויל ער פארען אויף צוויי יאר.
די וועלט זאגט א ווערטעל: קינדער שפייען וואס די עלטערן קייען.
ר' אהרןס באזוך ביי הרה"ק ר' יאנקעלע פון פשעווארסק וועט נאכקומען אי"ה
 |
|
|
|
|
|