|
|
| נשלח ב-9/7/2009 09:19 |
|
| |
יענע מלחמות מיט די אלע רבנים און רביס האט אויפגעבויעט ר' אהרן אלס א גרויסער הערא, אלס א "פייטער", און אויך דאס אז מען האט אזוי געהאקט אויף אים און אין די זעלבע צייט אויפן ברך משה, האט אים אויטאמאטיש געמאכט איינס מיט זיין טאטען, וואס דאס האט אים געברענגט אז רוב חסידים פון טאטען זענען געווארען זיינע מענטשען. און דאס איז געווען אויף יעדע פלאץ ווי סאטמאר האט נאר פארמאגט חסידים.
און דאס אז די "קרית יואל סקול דיסטריקט" איז דורך געגאנגען מיט אזא גרויסע צאל שטימען פון העכער 3900 קעגען 390, האט געגעבען פאר ר' אהרן א שטארקען שטאטוס נישט נאר אין סאטמאר, נאר אויך איבער די חסידישע וועלט אז דעם סאטמארער רבס עלסטער זון איז א ריז, ער איז עפעס.
און דאס האט אים אויך זייער גוט געהאלפען אז ער האט זיך אריין געשטיפט אומעטים. ער האט געוואלט איבעראל זיין און זיכער מאכען אז עס ריקט זיך נישט אריין קיינער, נאר ער. אבער דער ציבור האט נישט געקענט זען וואס טוט זיך אונטער די קוליסען, דער ציבור האט נישט געקענט וויסען אז די אלע שליחותער איז געווען ווייל ער האט נישט צוגעלאזט אז א אנדערער זאל פארען, נאר ער. דער ציבור האט נישט געקענט מיט האלטען ווי ער האלט אין איין פארלאנגען "הב הב און הב". דערפאר האט אויסגעזען נאטירליך אז ער איז עס. ער גייט זיין דער צוקונפטיגער רבי. יא, זיין טאטע וויל נאר אים און ווידער אים.
תשנ"ו האט ר' לייבוש לעפקאוויטש געוואלט עפענען נאך א ישיבה גדולה אין וויליאמסבורג, ווייל יענע צייט האט געבלאזן ווינטען פון קאמפעטישאן אין די קלענערע ישיבות אין די סאטמארע ישיבה קטנות און אז וועט זיין א קאמפעטישען, וועט ממילא זיין גוט פאר אלע ביידע.
דער ברך משה האט זייער געהאלטן דערפון, עד כדי כך אז עס איז געווען א מיטינג ביים ברך משה אין קרית יואל סוף זוממער תשנ"ה אויס צו ארבעטען די פונקטליכע פלענער ווי אזוי דאס וועט צוגיין. למעשה האט ר' אהרן אינטער געשטעלט פיסלעך פון אלע זייטען. ער האט זיך אנגרופען איינמאל אז אין קרית יואל, ווי קען מען שוין טרעפן א בחור ערגסטענספאל אין טאון. אבער אין שטאט ווי וועט מען טרעפען בחורים - אין 42'סטע סטריט. אבער עס האט אלע באטייליגטע ביי די מיטינג גאר גוט געוויסט ווי שטארק עס גייט אן ר' אהרן אז מען וועט טרעפען בחורים אויף 42'סטע סטריט, און עס האט יעדער פארשטאנען אז ר' אהרן שפירט אז ער קען מיט א ישיבה אין וו"ב עפעס פארלירן. ווי נישט ווי איז זיין ברודער ר' זלמן לייב געמאלטס געווען ראש ישיבה אין די צעירים און ער האט פארשטאנען אז דער ברודער וועט "עפעס" ווערען אין א וויליאמסבורגער ישיבה גדולה, און ער האטט זייער גוט געוויסט אז ר' לייבוש האלט פון ר' זלמן לייבן מער ווי פון אים, און ער וועט אים דארט אריין שטעלען. און נאכען עפענען א ישיבה וואלט ער זיך נישט געקענט שלאגען נישט אויף צו נעמען ר' זלמן לייבן, ווייל איינס, פון ר' לייבוש האט ר' אהרן געהאט דאס ניין יעריגע, און צוויי, ער האט נאך דאן נישט געקענט זיך אפען קריגען. עס איז נאך געווען צו פרי פאר די סארט אומדערהערטע מחלוקת. עס האט נאך דאן געלעבט ר' לייבוש, ר' סענדער און ר' יודל ראזענבערג, און פון זיי האט ר' אהרן זייער מורא געהאט. דעריבער האט ער געמוזט אפשטעלען די פלענער פון א ישיבה אין די שטאט, איידער עס גייט ארויס מכח אל הפועל.
זיין ברודער ר' ליפא, מיט וועם ער האט דאס בעסטע געלעבט (ביז ער האט איינגעזען פסח תשנ"ט אז ר' אהרן פירט אן א פוטש אויפן טאטען, ווי שוין געשריבן) האט אים געפרעגט, וואס פארפירסטו אזוי, דו וועסט דאך זיין ראש ישיבה אויף ביידע? האט ער אים גענפערט: איך דארף נישט קיין ישיבה אין וו"ב, נישט אין מאנסי און נישט אין מאנטריאל, נאר אין מאנסי קען איך מיך נישט שלאגן ווייל ער איז מיין שוואגער, און אין מאנטריאל האב איך נישט קיין ברירה ווייל ר' משה מנחם שטעלט זיך צו צום טאטן, אבער יבא יומו ווען מען וועט עס דארט אויך אפשטעלן.
למעשה האט ר' אהרן שוין געהאט גענוג כוחות דאס אפשצושטעלען און משה דער גבאי איז געווען אויף זיין זייט, דעריבער איז – ליידער – א נייע ישיבה גדולה אין וו"ב נישט צושטאנד געקומען.
ר' אהרן האט אלץ געהאט א חלום אז ער וועט האבען "די גרעסטע" ישיבה אויף דער וועלט. ער האט אמאל ברבים געזאגט אז אין יאר תש"ס וועט ער האבען "טויזענט" בחורים אין די ישיבה. ער האט אמאל געזאגט פאר ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה "איך" וועל האבען א ישיבה פן צוויי טויזענט בחורים, נאך גרעסער פון לעיקוואד.
נאכען ליינען די שורות, בלייבט נאר איבער איין ווארט צו שרייבען: ל"ע.
*
תשנ"ו אנפאנג זומער האט דער ברך משה מיטגעמאכט א אפעראציע אויף די נירען ווייל מען האט געטראפען יענע מעשה אין א ניר. עס איז געווען א ערנסטע אפעראציע און עס האט גענומען צייט ביז דער ברך משה האט זיך ערהאלט. שוואכער איז ער געווארען, אבער ער האט געקענט אנגיין מיט זיין סדר היום מער ווייניגער, עכ"פ וואס דער ציבור האט געזען.
און אז דער רבי איז שוואך האט זיך דער זון זיינער געשטארקט. ער האט נאר געוואלט דער טאטע זאל רוען און ער וועט שוין פירען. ער האט שוין פון חצי אב געארבעט אז דער טאטע "מוז" נישט דאווענען פארן עמוד די הייליגע טעג. ער האט זייער זייער זייער און נאכאמאל זייער אבאכט געגעבען אויפן טאטענס געזונט. ער האט געציטערט אז חלילה דער טאטע זאל זיך אנשטרענגען. ר' אהרן האט נישט פארלאנגט אז ער זאל דאווענען און בלאזען שופר אנשטאט דעם טאטען, נאר ער האט געוויסט אז אויב נישט דער טאטע, וועט עס זיכער זיין ער.
די הייליגע טעג תשנ"ז האט דער ברך משה יא געדאווענט, געזאגט די דרשות און געבלאזען שופר און געזעגענט דעם ציבור ווי אלע יארען.
אבער שמיני עצרת איז עפעס פארגעקומען וואס א גרויסער טייל פונעם ציבור האט דעמאלטס נישט געוויסט. א געשעעניש וואס ווייזט אויף א כאראקטאר וואס באשטייט בלויז פון "איך", "זיך" און "מיך".
א שטיקל הקדמה. ווי עס ווייסט יעדער אז דער שענסטער יו"ט אין סאטמאר זענען די צווייטע טעג סוכות. די הקפות ביי די רביס לבית סיגעט זענען געווען באוויסט. דאס איז געווען נאך פון הייליגען ישמח משה וואס האט געטאנצט לאנגע שעהן מיט די תורה. דער יט"ל, דער קדושת יו"ט, דער עצי חיים האבען זיך ווייטער געפירט און געטאנצען לאנגע הקפות מיט א געוואלדיגער דערהויבנקייט.
כאטש אלע חסידישע רביס האבען געפראוועט הקפות, דאך איז באוויסט געווען אז סיגעט זענען די הקפות געווען פיל מער ווי אין אנדערע הויפן.
אבער די הקפות וואס דער רבי ז"ל האט אראפגעלייגט איז געווען א חידוש נאך אין דער אלטער היים. אין גאנץ אונגארען האט מען גערעדט פון סאטמאר רבס הקפות. אויך איז באקאנט די הקפות וואס דער רבי האט אראפגעלייגט אין לאגער אין די נאצישע הענט, אין בערגען בעלזען, וואס איז דורך געפירט געווארען מיט מסירת נפש והגוף ממש. אן קיין עסן אן קיין שום מענטשליכע באדינונגען, אן קיין חסידים, נאר ר' יאסל, און דער רבי האט געטאנצען שעות מיט א ס"ת און אפילו די פרייע אידען האבען געמוזט בע"כ מודה זיין אז דער רבי איז א מלאך אלקים.
און שפעטער ווען דער רבי האט שוין געפראוועט די הייליגע הקפות דא אין אמעריקע, זענען זיי געווען בפי כל הבריות. יעדער איד האט אלץ צו דערציילען ווען ער איז אמאל געווען ביים סאטמארער רבס הקפות און יענער געדענקט נאך דעם ניגון און יענער ניגון. עס האט יעדער געוויסט אז די עבודה פון רבין ביי די הקפות זעט מען נישט אין ערגעץ.
ווען דער רבי איז נפטר געווארען האט דער ברך משה אויך געפראוועט געהויבענע הקפות. וויפיל ער האט באהאלטען פון זיך אגאנץ יאר, האט ער עטוואס ארויסגעגעבען ביי די הקפות. עס איז געווען ביים ציבור איינגעבאקען אז יעדער קומט צו די הקפות און מען טאנצט לאנגע שעהן מיט די תורה כמנהג אבותינו ורבותינו הק'.
און אזויווי זיין זון ר' אהרן איז דאך קיינמאל נישט ערענסט, אלץ מיט א קינדישקייט און מיט בעיבישקייט, האט ער אלץ ארויף געקוקט ווען ער וועט שוין טאנצן די הקפות. ער האט זיך אלץ פארגעשטעלט אז ער וועט טאנצען גאר אנדערש ווי זיין טאטע, וואס האט געטאנצט מיט א פשטות, נישט געמאכט קייו תנועות, נישט געזיכט אז דער ציבור זאל קוקען ספעציעל אויף אים, ער האט געהאלטען אז דער ציבור טאנצט ווייל אין דעם ביהמ"ד האט געטאנצט דער רבי ז"ל, ער האט נישטאמאל אין אכט גענומען אז טויזנטער אידען טאנצען אין א געוואלדיגען געדרענג ווייל מען וויל זען "זיינע" נענועים ביי די זעקסטע הקפה.
אבער אונזער ר' אהרן האט זיך אלץ גאר אנדערש פארגעשטעלט וויאזוי זיינע הקפות גייען אהערגעשטעלט ווערען. ביי אים וועט דער עולם טאנצן אויף די פארענטשען און ער וועט טאנצען אין דערמיט אליין. ער וועט מאכען האווייעס מיט די הענט און האקען פאני מיט די פיס; צומאל וועט ער דשאמפען און צו מאל לויפן, צו מאל זיך אפשטעלען און זיך שאקלען אהין און אהער, און צומאל אריין טאנצען אין ציבור מיט פארמאכטע אויגען פון גרויס דביקות; די בחורים וועלען מאכען ליפט מיט די היטען און ער וועט זאגען תורה וואס ר' עזריאל וועט איבערזאגען הויך פארן מיליאן-קעפעיקען ציבור, און נאך פילע נישט ערנסטע און קליין-קעפיקע קינדישע פאנטאזיעס.
(איר ווילט א משל וואס ר' אהרן האט זיך אלץ פארגעשטעלט אויף זיינע הקפות? קוקט די "קליפ" פון זיין מצוה טאנץ ביי זיין אייניקעלס חתונה וואס איז פארגעקומען פ' בהעלותך תשס"ט. ער איז נישט קיין פלעינער מענטש ווי זיין טאטע וואס האט נאר געטאנצט מצוה טאנץ זיך אנכאפענדיג מיט זיינע קינדער, און פלעין געטאנצט ארויף און אראפ. ניין, נישט אונזער ר' אהרן. ר' אהרן דינן איז דאך ספלעשי, ער וועט טאנצען אזוי, אז זיינע חסידים וועלען נאך די חתונה שרייבען אין הייד פארק און אין בלאט, אז מענטשען גיבען איבער אז זיי האבען געהערט ווי ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער וועלעכער איז נאך געפארען צום רבין אין דער אלטער היים, האט געזאגט פאר זיין זון יודל גלייך נאך די מצוה טאנץ, אז אזעלעכע געהויבענע טענץ, האט ער נאך נישט געזען זייט "דער בעל דברי יואל" האט חתונה געמאכט זיין טאכטער פאר זיבעציג יאר צוריק! אקס!
אבער ביטע פרעגט אייך נאך ווי איר קענט זען די קליפ. איר וועט נישט גלייבען וואס איר פארפאסט. ער טאנצט קודם מיט א גארטל, אליינס, אנגעטאן מיט א ווייסע בעקישע. ער טאנצט מיט פארמאכטע אויגען ארויף און אראפ, בוקע רקיעים, מוציא אסירים ופודה ענוים. דער עולם גולמט אבער, האט דער רבי באשלאסען אפצולאזען די גארטל און טאנצען אליין לפני הכלה. איצט איז שוין דער רבי אינגאנצען נישט דאהי. ער פלאמט ממש, ער טוט זיך אויס ספאנטאניש די ברילען, און "לויפט" אהער און אהין. אבער דער עולם גולמט נאך אלץ. שטעלט זיך דער רבי אפ און מאכט מיט די הענט ווי ער בעט זיך, ער שטייט אויף איין פלאץ און דרייט זיך מיט פארגלייזטע אויגען, און די הענט אין די הייך. און ווידער ספאנטאניש הייבט דער רבי אן צו לויפן אבער יעצט איז צוגעקומען א נייער חידוש: דער רבי האקט זייער פאני מיט די פיס. אזוי לויפט ער און האקט מיט די פיס פאר נאך 6 מינוט. ווען דער רבי איז שוין אויסגעלאפען פון אלע סארט געטענץ, איז שוין געווען אריבער א דריי פערטעל שעה. און ענדליך האט ער געלאזט זיין אייניקעל די כלה במנוחה און איר געלאזט וויסען אז זי איז נאר דא ווייל ער האט געדארפט שפילן א זעלטענער סארט רבי.
דא ציטיר איך אייך די ווערטער וואס ר' אהרןס חסיד האט געשריבען אין הייד פארק נאך די חתונה: "איך האב היינט געהערט אז ביים טאנצן די מצוה טאנץ האט דער רבי געטאנצט אנדערש, ער האט געמאכט הוי-ה אדנ-י א.ד.ג. און אויך אז די ריקודין און התלהבות איז עפעס געווען נורא נוראות. קען מיר עמיצער מסביר זיין וויאזוי דער רבי האט געטאנצט אנדערש ווי ביז היינט?"
דא האט איר נאך א ציטאט פון א אנדערען בלאט און הייד פארק שרייבער: "ס'איז נאכנישט באשאפען געווארען די מענטש וואס זאל קענען אראפברענגען אויף פאפיר געפילען וואס איז געווען בשעת די מצוה טאנץ. קודם די גראמער ר' מרדכי דוד עסטרייכער האט אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבער, ספעציעל מיט דעם "מי שענה" וואס האט געריסען שטיקער, די רבי האט געוויינט בכיות נוראות, (אויף א פאפיר קען מען נישט דרוקען דעם ב'כככככ'יות) וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצען ציבור און א ערענסטען און וויינעדיגע שטימונג. נאכ'ן אויסרופען דעם רבי'ן איז די רבי געבליבען זיצעו אויף זיין פלאץ ווי לאנג די ציבור האט געזינגען א ווארעמע ניגון (איך געדענק נישט וועלכע, דוכט זיך מיר אז ס'איז א בעלזא ניגון). איך ווייס ניטאמאל וויאזוי איך זאל שרייבען ווייטער.... ס'איז שוין דורך א גאנצע טאג און ס'גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.... רבינו שליט"א האט געטאנצט... אהין און צוריק... מיט די רעכטע האנט כאפט ער אן די גארטעל, און די לינקע האנט לייגט ער אריין און זיין גארטעל... ווען אינמיטען שטעלט ער זיך אפ כדרכו... אבער דא איז געווען עפעס שלא כדרכו... איך ווייס נישט וויאזוי עס צו שרייבען... אפשר מיט א קליפ וועט מען עס אביסעל קענען זעהן..... דאס טאנצען איז געווען א געמיש פון א שלהבת אש קודש! התרוממת דקדושה! בכיות עצימות! רגשי שמחה! נאך בערך א האלבע שעה טאנצען לפני הכלה האט די רבי גענומען דעם חתן, דערנאך אויך דעם מחותן אבי הכלה שליט"א, דערנאך איז אריין און די רינג די מחותן אבי החתן און די זיידעס וקרובי המשפחה".
דא האט איר נאך א ציטאט פון דער בלאט און הייד פארק שרייבער: "כ'בין נאך צו איבערגענומען פון די אויסטערליש דערהויבענע מצוה טאנץ וואס סאטמארע חסידים האבן יעצט מיטגעהאלטן. סאטמאר האט נאך אזוינס נישט געזען! גענוג צו קוואטן צוויי עלטערע אידן וואס זענען געשטאנען לעבן מיר און ביידע האבן געזאגט די זעלבע זאך ספאנטעניעסלי נאך די מצוה טאנץ "א מעין פון די הקפות ביים רבין זי"ע!!!"
אויף די קומענדיגע חתונה איז זייער מעגליך אז ער גייט אויפקומען מיט א נייע סארט שפיל. ער גייט טאנצען בלויז איין מינוט, און גלייך אליין אויסשרייען הויך: ביטול תורה. איך וויל די בחורים זאלען קענען לערנען מארגען געהעריג די סדרים. און ווידער וועלען זיינע חסידים נאך די חתונה שרייבען אין הייד פארק און אין בלאט ווי מענטשען גיבען איבער אז זיי האבען אליין געהערט ווי ליטווישע אידען האבען געזאגט איינער פארן אנדערען אז אזא סארט ציטער פאר ביטול תורה האבען זיי שוין נישט געזען זייט רבי משה פיינשטיין ז"ל האט אזוי געטאנצט מיט זיין טאכטער פאר זיבעציג יאר צוריק! אקסן!
דאס איז בערך וואס אונזער ספלעשי ר' אהרן האט געוואלט טאן אין סאטמאר ביי די הקפות.)
און אזויווי ער האט דאך קיינמאל נישט קיין געדולד, ער וויל אלעס שוין באקומען, האט ער נאר ארויסגעקוקט ווען ער וועט שוין טאנצען די הקפות אין ראדני סטריט. און, יעצט אז עס האט זיך אונטערגערוקט אז דעם טאטען האט מען אפערירט, און ער איז נאך שוואך, און ער איז דאך שוין נישט קיין אינגערמאן, קען געלונגען אז דער טאטע וועט אפמאכען אז ער האט נישט קיין כח ארום צו לויפען טאנצען די הקפות (און טאנצען אויף די בימה ווי דער רבי ז"ל האט ער נישט געהאלטען דערביי) איז זייער מעגליך אז דער חלום האלט ביים ווערען א ווירקליכקייט. און ער איז אויפגעקומען מיט א געניאלען פלאן.
יעדעס יאר שמיני עצרת און שמח"ת , אפילו ער איז שוין געווען רב אין ק"י, פלעגט ר' אהרן פראווען די הקפות אין סיגעטער ביהמ"ד און נאך זיינע הקפות פלעגט ער אריבערקומען אין גרויסען ביהמ"ד טאנצען ביי זיין טאטען.
יענע יאר, תשנ"ז, שמיני עצרת ביינאכט האט ער געדאווענט מעריב אין סיגעט ווי אלע יארען. נאך מעריב אן קיינעם זאגען א ווארט, קלאפט ער אויס אין שול האלב שמייכלדיג: איךגעב איבער די הקפות פאר מיין זון ר' מענדעל! שאקס, א באמבע! קיינער האט אבער נאכנישט קיין אנונג וואס ער וויל באמת.
און ער טוט זיך אן זיין רעזשוואלקע און לויפט קיין ראדני.
ר' אהרן קומט אן אין גרויסען ביהמ"ד. ער איז נישט געקומען צו גיין. ער איז געקומען צו לויפען זייער עקסיידעט און היסטעריש. ער קומט אן אין ביהמ"ד און גייט גלייך אריין אין "געיט" ווי דער רבי האט זיך אראפגעזעצט נאך מעריב בעפאר אתה הראית, און זאגט פארען רבין מיט גרויס שמחה: גוט יו"ט. איך האב יעצט איבערגעגעבען די הקפות פאר מיין מענדלען, ער זאל פון היינט און ווייטער טאנצען די הקפות.
און דער טאטע איז שטיל. דער רבי מאכט זיך פשוט נישט וויסענדיג. האט ער איבער געזאגט נאכאמאל: איך האב יעצט איבערגעגעבען די הקפות פאר מיין מענדלען, ער זאל פון היינט און ווייטער טאנצען די הקפות. און נאכאמאל: איך האב יעצט איבערגעגעבען די הקפות פאר מיין מענדלען, ער זאל פון היינט און ווייטער טאנצען די הקפות. אבער דער רבי איז ווי געלעמט. דער טאטע קוקט אים אן מיט א פאר אויגען אבער רעדט נישט ארויס קיין ווארט. צו דער רבי האט געכאפט וואס דער "בנו בכורו" האט דא געוואלט, קען מען זיך טענהן. אבער דאס איז נישט קיין ספק אז דער "בנו בכורו" האט זיכער געכאפט. און נישט נאר ער האט געכאפט, נאר אלע וואס האבען אים געקענט האבען געכאפט וואס דא איז פארגעקומען.
די נעקסטע מאל וואס ער געפראוועט די הקפות אין סיגעטער ביהמ"ד איז געווען אונטער פארמאכטע טירען אז קיינער זאל נישט ארייקומען ח"ו, נאר זיך גיין שלאגען אין גרויסען סאטמארען ביהמ"ד און ארויסטראגען זיין ברודער און ווען דער ביהמ"ד וועט שוין זיין טאטאל אפגערייניגט פון די "שונאים" זאל מען אים רופען צו פראווען די ריכטיגע שמחת התורה. דאס איז פארגעקומען אכט יאר שפעטער, תשס"ה. יענע יאר האט ר' אהרן געהאט אויפגעבויעט דעם גרעסטען טענט אויף די וועלט אין וויליאמסבורג צו טאנצען הקפות און ווייזען פאר ווער עס וויל נאר זען אז ער האט א גרעסערען עולם און ער וועט ווייזען וואס מיינט טאנצען, אבער דערווייל האט ער געפראוועט די הקפות בסוד אין סיגעטער ביהמ"ד מיט פארשלאסענע טירען.
מיר וועלען זיך צוריק קערען מיט א אריכות צו יענע בלוטיגען יו"ט ביינאכט, ווען מיר וועלן אי"ה האלטען דארטען.
*
יענעם ווינטער האט ר' אהרן אריינגעלייגט זיין עלטסטן זין ר' מענדעל אלס רב אין אנטווערפען. אבער דאס איז אויך נישט צוגעגאנגען אזוי פשוט. די פאלגענדע האב איך באקומען פון א נאנטען מענטש בבית הברך משה.
ווען דער באניער רב ז"ל פון אנטווערפען איז נפטר געווארען (איך מיין תשנ"ה) איז געווארען א גרויסער חלל אין די סאטמארער קהילה ווי ער האט געדינט אלס רב. ער איז געווען א גרויסער צדיק, א חכם און ת"ח עצום, האט די דארטיגע קהילה געבעטען דעם ברך משה ז"ל אז ער זאל שיקען זיין אייניקעל ר' העניך אשכנזי קיין אנטווערפען, וויבאלד ער איז געווען ר' אהרןס עלטסטער איידעם און ר' מענדעל האט שוין געהאט א רבנות פאסטען אין סיגעטער ביהמ"ד אין וו"ב.
ווען ר' מענדלס פרוי האט דאס געהערט איז זי אריבערגעגאנגען צי ר' ליפא, דער זענטער רב אין שטוב, אין געזאגט אז איר מאן מענדי וויל פארען ווערען רב אין אנטווערפען, אבער נאר אויף צוויי יאהר. האט ער איר געפרעגט, וואס עפעס נאר אויף צוויי יאהר, מה נפשך אדער יא אדער ניין ? האט זי גענטפערט, דו מיזט פארשטיין אז זיידי (דער ברך משה) איז שוין אלט, און נאך זיינע הונדער און צוואנציג וועט דאך מיין שווער (ר' אהרן) אלעס איבערנעמען, קומט אויס אז מענדי וועט האבען קרית יואל, און וויבאלד ער דארף האבען אביסעל עקספריענס אין רבנות וויל ער פארען אויף צוויי יאר.
די וועלט זאגט א ווערטעל: קינדער שפייען וואס די עלטערן קייען.
ר' אהרןס באזוך ביי הרה"ק ר' יאנקעלע פון פשעווארסק וועט נאכקומען אי"ה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2009 20:44 |
|
| |
ר' מענדעל איז געווארען רב אין אנטווערפען תשנ"ז און ר' אהרן איז אהינגעפארען פראווען א גרויסען שבת התוועדות מיט א הכתרה אינאיינעם. אינטרעסאנט איז אז ר' מענדלס שווער, ר' בעריש מייזליש דער רב פון סאטמאר 53, איז נישט אהינגעפארען. לכאורה איז דאך זייער א ווינדער פארוואס איז ער נישט אהינגעפארען ווען זייין איידעם באקומט אזא חשובע פאזיציע, אזא רבנות פאסטען האט נאך נישט באקומען קיינער פון רבינס אייניקלעך? דער תירוץ איז, אז ר' אהרן האט פארארבעט אז ער זאל נישט קומען און חלילה אוועקנעמען א טראפ אטענשאן, ח"ו. ר' אהרן האט בטבע נישט ליב ווען נאך איינער באקומט כבוד איבערהויפט אויב וועט עס ח"ו קומען אויף זיין חשבון.
פרייטאג איז ר' אהרן באזוכען ביי הרה"ק ר' יאנקעלע פון פשעווארסק. דאס איז קלאר געווען ביי ר' אהרן אז ער איז א גרעסערער רבי ווי ר' יאנקעלע. ר' אהרן האט שוין דעמאלטס געהאט אין זיין ישיבה זיבן הונדערט בחורים, און ר' יאנקעלע נישט. ר' אהרן איז געקומען צו פארן קיין בעלגיע מיט עטליכע הונדערט געסט, ר' יאנקעלע איז קיינמאל נישט געפארען אויף קיין נסיעה מיט אזויפיל מענטשען. ר' אהרן האט געקענט רעדען אויף יעדען צדיק וגאון, ר' יאנקעלע נישט. ר' אהרן איז געווען מעכטיג און ר' יאנקעלע נישט.
אבער איידערען שרייבען דעם באזוך וועל איך זיך מוזען אוועק קערען פון די נושא און מאכען א שטיקל הקדמה וואס וועט פארשטיין געבען בעסער וואס איז געזען ביי דעם באזוך און פאר וואס דער באזוך האט אויסגעזען וויאזוי עס האט אויסגעזען.
ר' אהרן איז פון תשנ"ז אן, געווען אין פאקט דער גרעסטער רבי אין די וועלט. ער האט זיך געהאלטען שוין רבי אין סאטמאר, און שטילערהייט האט שוין געברענט א פייער צווישען אים און משה. דער "שבת אחים" האט שוין געארבעט אז ר' אהרן זאל אומעטים פארען און זיי האבען נאר געארבעט אים אויף צו בויען. דער היינטיגער סאטמארער רבי שליט"א איז שוין געווען רב אין ירושלים אבער בני ברק האט שוין דעמאלטס געארבעט מיט ר' אהרן און זיינע מענטשען ווי מער שטיקלעך אונטערצולייגען אז ער זאל נישט מצליח זיין.
יעדע פלאץ ווי ר' אהרן איז אין יענע יארען געפארען אויף מכלומערשטע שליחותער, און דער רב אויף יענעם פלאץ האט אים, ווי עס פאסט, אוועקגעגעבען אלע כיבודים, האט ר' אהרן קיינמאל נישט אפילו זיך געמאכט ווי ער וויל עס נישט. ער האט קיינמאל נישט צוריק געגעבען אפילו נאר א קליינע כיבוד. ווען ער איז געווען אין ירושלים תשנ"ט ביי די בר מצוה פון היינטיגען סאטמארער רבי שליט"אס זון, האט אים דער דעמאלטסדיגער סאטמאר-ירושלימער רב מכבד געווען מיט אלע כיבודים. עס איז נישט געווען איין כיבוד וואס ער האט זיך אפילו געמאכט אז ער וויל אז דער דארטיגער רב זאל האבען דעם כיבוד. צו איז דאס געווען מנחה ער"ש, מאכען ערשט קידוש, תורה זאגען, דאווענען שחרית, שישי, זאגען ה' מלך, זאגען תורה ביי של"ש, בענטשען ביי של"ש, אויף קיין שום כיבוד האט ער נישט זיך אפילו געמאכט ווי ער וויל אז דער רב פון דארט זאל עס האבען.
און ר' אהרן איז נישט געווען דער רבי. ער איז געווען א רב אין א קהילה פונקט ווי זיין ברודער - דער רב אין ירושלים, נו פארוואס האט ער נישט געטראכט אז עס קומט זיך אים נישט עכט די אלע כיבודים. אמת עס איז זייער שיין אז מען איז אים מכבד און דער דארטיגער רב גיט אים אלעס אוועק, אבער פארוואס האט ער געהאלטען אז עס קומט זיך אים באמת? אבער דאס איז ער. ער איז צוזאם געשטעלט פון "איך", מיך" און "זיך", און דערפאר עקסיסטירט נישט ביים אים אין מח, נאר איין מענטש. אלעס קומט זיך פאר מיר.
איידער ר' אהרן איז געפארען קיין אנטווערפען האט די "שבת אחים" פון ניו יארק אריבער "געליפערט" בחורים פון דאהי צו הענגען לעקטערלעך און טאוולען אויף די אנטווערפענער גאסן, וואס דאס פאר זיך איז געווען גאר אום עטיש צו טון ווען דער רבי, זיין טאטע, לעבט נאך און איז פולקאם געזונט.
עס איז פארהאן "געזעצען" און "הלכות" ביי רעביסטעוועס. עס איז פארהאן עטישקייטען פון אין מלכות נוגעת בחברתה, עס איז פארהאן עטישקייטען פון פשוטע כיבוד אב, כאטש דער טאטע איז פאקטיש נישט מוחה. עס איז פארהאן עטישקייטען וואס פשוט עס "פאסט" נישט. עס פאסט נישט אז א פשוטער זון זאל אפילו צולאזען אז מען זאל פאר אים מאכען דאס וואס עס באלאנגט פאר א פשוטער טאטען. אפגערעדט פון א זון פון א רבין וואס לעבט און איז געזונט.
ר' אהרן האט קיינמאל זיך נישט אויפגעשטעלט ברבים און אפילו נישט פריוואט געזאגט, אז מען זאל נישט טון דאס מינדעסטע וואס באלאנגט פארען רבין. ער האט נאר געמיטינגט מיט זיינע יועצים, וואס מען קען יא טון און מיט וואס קען ער ווייזען פאר אלע סאטטמארע קהילות אז ער איז דער נעקסטער אין די רייע פון די דינאסטיע. למשל, אריין צוברענגען א גאנצען פיש, ביי א סעודה ברבים, איז בהחלט א זאך וואס געהערט צום רבין. אנצוגרייטען זילבערנע כלים ביי א שבת התוועדות איז נאך ארגער ווי זיך אנטאן א טלית פרייטאג צו נאכטס און מאכען דערמיט קידוש. צו הענגען לעמפעלעך און טאוולען ברוך הבא און מזל טוב, געהערט אויסשליסליך פארען רבין. אוודאי שטייט נישט ארויס געשריבען אין שו"ע אז אויב א זון הונגערט נאך די זאכען איז ער עובר אויף כיבוד אב, אבער עס פארשטייט יעדער אז די סארט זאכען זענען פונקט ווי זיך זעצען פיזיש אויפן טאטענס פלאץ.
ווען ר' אהרן איז אין יענע יארען ארומגעפארען אין די גאנצע וועלט בשליחות פון "שבת אחים" האט ער קיינמאל נישט אפגעשטעלט דאס זונגען ווען ער איז אריינגעקומען צו די הויפט מסיבות. ער האט זיך קיינמאל נישט אויסגענומען אז ער וויל נישט ח"ו האבען די סארט נארישע כבוד המדומה. איך שרייב כבוד המדומה, ווייל ר' אהרן האט געוויסט אז וויבאלד ביי זיין טאטען זענען די אלע סארט כיבודים ווי, לעמפעלעך, טאוולען, זונגען ביים אריינקומען, קבלת פנימער פון טויזענטער אידען, זילבערנע כלים ביים טיש, גאנצע פיש ביי א סעודה, געווען בלויז א כבוד המדומה. דעם ברך משה'ן זענען די זאכען אפילו נישט אריין אין קאפ, און ער האט דאס אפילו ממאס געווען. דעריבער האט ר' אהרן געוויסט אז זיין טאטע וועט דאס באמת נישט אן גיין, ווייל ער האט געוויסט אז דער ברך משה פארשטייט נישטאמאל צו די זאכען.
אבער ווען ר' אהרן טוט ווען אן א טלית פריייטאג צו נאכטס, אויף דעם וואלט דער טאטע שוין יא פארשטאנען אז ער איז געגאנגען מיט א שמיץ אריבער. מען זאל נישט מיינען אז דער ברך משה האט נישט געוויסט וואס פארא פאזיציע ער פארנעמט אויף די וועלטס ארענע. ער האט אויף פארשידענע ענינים זייער אכט געגעבען אויף דעם כבוד וואס קומט זיך אים. ער איז נישט געגאנגען צו א חופה אויב איז ער נישט געווען דער מסדר קידושין און איז נישט געגאנגען צו א ברית ווי ער איז נישט געווען מכובד מיט סנדקאות. ער האט געקענט איבערגעבען די כיבודים דא און דארט, אבער נאר ער האט דאס איבערגעגעבען. ער איז נישט געגאנגען צו קיין חתונות פון קרובים אויב האבען זיי נישט אים מכבד געווען מיט סידור קידושין. נישט אז ער איז געווען פאר'חלש'ט אויף א סידור קידושין, ווייל איינס, ער האט ממאס געווען אין כבוד. צוויי, ער האט פארשטאנען גאר גוט אז עס קומט זיך די סידור קידושין פאר א זיידען א רב צו א רבי. און דריי, ער איז לכאורה געווען דער גרעסטער מסדר קידושין אין דער וועלט. ער האט געהאט הונדערטער סידור קידושינ'ס א יאר, עס זענען געווען פיל מאל ווען דער ברך משה האט געהאט 5-6 סידור קידושינס א טאג. ער האט געהאט די מערסטע סנדקאות אין זיין צייט געקענט האבען 4-5 בריתן אין איין צופרי. דעריבער איז נישט געווען די סידור קידושין צו סנדקאות וואס ער האט געדארפט, אבער ער האט געהאלטען אז א רב אין דעם קאליבער ווי ער איז, טאר נישט גיין צו א חופה אדער שפעטער צו די חתונה, אויב איז נישט געווען דער מסדר קידושין. עס זענען נאך געווען פארשידענע כיבודים אויף וואס ער האט געהאלטען אז אלס רב, געהערט עס אויסדרוקליך פאר אים, ווי למשל זיין צייט צו דאווענען יעדען טאג אין ביהמ"ד האט געמוזט זיין ליידיג דער עמוד. עס האט נישט געטארט פארקומען א מנין אין גרויסען ביהמ"ד שוין פון א האלבע שעה פאר זיין דאווענען, אפילו עס האט זיך אמאל געקענט מאכען אז ער איז אנגעקומען שפעטער. ער האט נישט געוואלט ווארטען אז יענער מנין זאל זיך ענדיגען. זיי האבען געמוזט זאפארט ארויסגיין אין א זייטיג שטיבעל.
דעריבער וואלט ער פארשטאנען אז א טלית פרייטאג צו נאכטס, אדער א שטעקען וואלט געווען א פארלעצונג אין זיין כבוד און ער וואלט דאס נישט צוגעלאזט. אבער די כבוד המדומה, די בעיבישע כיבודים האט ביי אים קיינמאל נישט פארנעמען א פלאץ. און דאס אלעס האט אונזער ר' אהרן געוויסט און דעריבער האט ער נישט מורא געהאט אז דער טאטע וועט אים דערלאנגען אחת למעלה ושבע למטה פאר די חוצפה.
דער ר' אהרן, אויסער צו פארמאגען א נאז מיט צוויי אויגען און א בארד, ענדעלט נישט גארנישט צו זיין טאטען. ער איז מיט אלעם אזוי אנדערש אז עס וואלט נישט געווען ווער עס זאל אפווענדען א טעריע אז ער איז א אדאפטירט קינד ביים ברך משה.
דער ברך משה איז געווען א אויסגערופענער גאון און מתמיד, א חכם מחוכם, ממאס געווען יעדע שמץ פון גאווה, ממאס געווען אין כבוד. א מזג טוב, געמאכט יעדען איד שפירען ווי ער איז עפעס ווען מען איז אריין צו אים, ער האט ליב געהאט יעדען איד און ספעציעל תלמידי חכמים. און ביז די סקול דיסטריקט פרשה האט ער אמבעסטען געלעבט מיט יעדען ערליכען איד אויף דער וועלט. און אפילו דעמאלטס ווען ער האט יא גערעדט קעגען די רבנים האוסרים איז אינטרעסאנט צו באמערעקען אז זיי האבען זיך אלע איבערגעבעטען שפעטער. דער וויזניצער רבי האט געטון עפעס וואס מען זעט ליידער נישט מער. ער האט געשריבען א בריוו צום ברך משה ווי ער שרייבט אים אז ער בעט אים איבער און ער שרייבט אז דער ברך משה זאל אים מוחל זיין.
איך מוז זיך אפשטעלען, שרייבענדיג די ווערטער. ווייל אזא סארט בריוו איז נאך נישט ערשינען אין לאנגע לאנגע יארען. מען רעדט דא פון א גרויסען רבין מיט טויזנטער חסידים, וואס האט געמעגט רעדען וואס ער האט גערעדט נאכדעם וואס מען האט אויף אים אזוי גערעדט. דער וויזניצער רבי האט באמת געהאלטען אז דער סקול דיסטריקט איז אסור, און ער מעג זיך מחולק זיין אפילו מיטען גרעסטען פוסק. און עס קומט נישט אזוי אראפ צו רייסען א רבין אויב האלט ער אנדערש. פון דעסטוועגען האט ער זיך אראפגעלאזט, צו גאר אויפגעהויבען און דערהויבען, און געשריבען אזא מחילה בריוו. עס איז נישט פארהאן קיין סאך רביס וואס וואלטען אזעלכע ווערטער געשריבען אן קיין תנאים פון פריער וואס וואלטען פארזיכערט אז ער באקומט אויך עפעס אויף צוריק אז ער זאל נישט אויס זען ביי זיינע חסידים אין די אויגען ווי א פארלירער. עס איז די שטערקסטע סארט גבורה פון א רבין.
אויך האט זיך דער מאטעווידעער רב ז"ל איבערגעבעטען שפעטער מיטען ברך משה, און כאטש דער ברך משה האט אויף אים גערעדט נאך סאך מער ווי אויף די אנדערע רבנים האוסרים. דאך האט ער פארשטאנען אז עס איז געווען זייער א אנגעצויגע צייט, עס איז געווען פורים ווען דער רבי איז געווען בגילופין און ר' אהרן האט אים געהאט אנגעצויגען. און די רגע וואס דער ברך משה האט אויף גענומען זיין דריטען זין אלס רב אין סאטמאר וו"ב האט זיך דער מאנטעווידעער רב איבערגעבעטען און האט מערערע מאל באשיינט דעם אויבען אן מיטען ברך משה.
דעם קאשויער רב האט דער ברך משה געוואלט גיין באזוכען אין שפיטאל עטליכע מאל , נאר זיינע קינדער האבען ליידער געמאכט שטיקלעך אז דאס זאל נישט פארקומען. כאטש עס איז באוויסט אז דער ברך משה און דער קאשויער רב זענען געווען אמאל ספעציעל נאנט און האבען קיינמאל נישט גערעדט איינער אויפן אנדערען, נאכמער, עס איז היינט ידוע אז ביידע האבען אפילו אין די אנגעצויגענע יארען, שיין גערעדט איינער איבערען אנדערען. דאך איז ליידער נישט צו שטאנד געקומען אז זיי האבען זיך געקענט טרעפען און זיך אפיציעל איבערבעטען.
דער שארמאשער רב ר' יואליש מארגענשטערען האט זיך איבערגעבעטען מיטען ברך משה און נאכען אויפנעמען ר' זלמן לייבען פאר רב, האט ער באשיינט יעדע מסיבה און באזוכט דעם ברך משה צענדליגער מאל, און דער ברך משה האט זיך באמת געפריידט צו דעם גרויסען גאון וצדיק. בעפאר די סקול דיסטריקט פרשה איז ר' יואליש געגאנגען יעדע וואך צום טיש פון ברך משה אין קרית יואל און ער פלעגט אויף הייבען דעם כוס צו קידוש, און באקומען דאס בענטשען די ערשטע וואך. דאס פארציילען צענדליגער מענשטען וואס געדענקען דאס. און מענשטען פארציילען אז דער ברך משה האט זיך אונטערגעהויבען ווען ר' יואליש פלעגט אריינקומען.
דאס דרך ארץ וואס דער ברך משה האט געהאט פאר א ת"ח איז געווען פיל מער ווי עס פירט זיך א גרויסער רבי. ער האט פון זיין כבוד אוועק געקוקט, און זיך ברבים אונטער געהויבען, און טייל מאל אינגאנצען זיך אויף געשטעלט, פאר תלמידי חכמים וואס זענען אריינגעקומען. עס איז געווען ביים אין נאטור מכבד צו זיין יעדען מענשט בכבוד הראוי לו.
ער איז געווען אויסערגעווענליך באליבט און ארויף געקוקט ביי יעדען ערליכען איד. הרה"ק ר' יאנקעלע, דער אלטער סקולענער רבי, דער אלטער פאפער רב, דער גאב"ד דער מנחת יצחק, דער גאב"ד דער רמ"א, דער גאב"ד רי"מ דושינסקי, ספינקער רבי ר' הערשלע, און נאך פילע, וואס האבען מיט אים אויסער געוונעליך שיין געלעבט. און ער האט זיי אויסטערליש מכבד געווען און ארויף געקוקט, און פון זיך אלעס אוועק געגעבען פאר זייער כבוד וועגען.
זיין זין ר' אהרן האט קיינעם נישט קיינמאל מכבד געווען און קיינמאל קיינעם נישט ארויף געקוקט. און מען זעט טאקע אז קיין איין רב האט זיך מיט אים נישט געוואלט איבערבעטען קיינמאל, נאר דער קארלסבורגער רב ר' יחזקאל ראטה. (אז מען רעדט שוין, איז אינטרעסאנט צו אנמערקען, אז דער קארלסבורגער רב איז געווען דער שארפסטער לוחם קעגען סקול דיסטריקט. ער איז געווען דער איינציגער וואס האט געהאלטען און ארויס געקומען מיט א געשריבענע תשובה אז עס "יהרג ואל יעבור", אבער ער איז דער איינציגער וואס לעבט גוט מיט ר' אהרן.)
ר' אהרן קוקט נישט ארויף אויף קיין ערליכען איד, און האט זיך נאך בטעות אויף געשטעלט פאר קיין איין רב. אזוי ווייט, אז ווען ר' אהרן האט חתונה געמאכט זיין טאכטער צו הרב דושינסקיס איינקעל, דאכט זיך, תשנ"ח, און הרב דושינסקי איז ספעציעל געקומען צו פארען צו די חתונה שוין גאר שוואכערהייט, דערציילען מענטשען, אז ר' אהרן האט זיך ניטאמאל אונטערגעהויבען ווען הרב דושינסקי איז אריינגעקומען צו די חתונה. און נאכמער, הרב דושינסקי האט אפגענומען מז"ט פון דעם גאנצען אויבען אן, אויפן וועג גייענדיג צו זיין פלאץ אין מיטען, און ווען ער איז אן געקומען צו ר' אהרן און געגעבען די האנט, האט זיך ר' אהרן נישטאמאל אויס געדרייט אויף זיין זייט, נאר אים צוריק געגעבען די האנט ריק ווערטעס. אט דאס איז דער בעסטער ביישפיל וויאזוי ער פירט זיך אויף צו רבנים וואס זענען פיל עלטער פון אים.
כ"ש ווי אזוי ער פירט זיך אויף צו רבנים וואס זענען זיין עלטער אדער יונגער. און כ"ש וכ"ש וויאזוי ער פירט זיך אויף צו סתם מענטשען. ער ענטפערט נישט נארמאל, ער האקט אלץ אריין אין מיטען רעדען, רעספעקט פאר א מענטש אלץ א מענטש, איז ביי אים נישט אנגענומען. ווייל ער איז צוזאמגעשטעלט פון "זיך", מיך" און "איך".
יעדער וואס האט קליינווארג אין שטוב ווייסט אז פיצעלע קינדער ווייסען נישט פון גארנישט. ווען זיי זענען הונגעריג צו ווען עס האט געמאכט א פעמפער, מעג די מאמע האלטען אין מיטען ליכט בענטשען. דאס קינד ווייסט נישט פון קיין חכמות. ער מוז שוין האבען דאס וואס עס קומט זיך פאר אים. א פיצעל קינד האט גארנישט אויף דער וועלט, בלויז, "איך", "מיך" און"זיך". ווען דאס קינד ווערט עלטער, ווייסט עס שוין אז עקסיטירט נאך קינדער אין שטוב, עס איז פארהאן די צייט צו עסען און עס איז פארהאן א צייט צו שלאפען, אבער ער קען נאך נישט פארשטיין אז עס אמאל פארהאן א תירוץ פון נישט קענען באקומען עפעס ווייל עס קאסט צופיל געלט. דאס קינד קען נאך דאס נישט דערהערען. דער "איך", "מיך" און "זיך" איז שוין פארברייטערט אבער עס איז נאך אלץ פארהאן פארשידענע מאל ווען דער "איך", "מיך" און "זיך" איז נאך דא. ווען דאס קינד ווערט נאך עלטער, ער איז שוין א בחור און פארמאגט שוין שכל, פארשטייט ער שוין אז נישט אלע מאל קען מען עפעס קויפען, ער ווייסט שוין אז נישט אלעס קומט זיך אים, און נישט אלעס קומט אן גרינג. אבער ער איז נאך א קינד פון מאל צו מאל. ער קען נאך אלץ חתן פארלאנגען פארשידענס וואס ער קען נישט פארשטיין און דערהערען אז זיין זאך וואס ער וויל, איז נישט פאסיג, עס איז אום נויטיג, צו דער טאטע האט נישט קיין געלט אויף דעם. אבער נאך די חתונה, ווען ער ברענגט אריין א שותף אין זיין לעבען, מוז דער "איך", "מיך" און "זיך" אינגאנצען פארשווינדען ווערן. געווענליך האט דער יונגערמאן אליין שכל אז דאס לעבען איז ווייט פון "איך", "מיך" און "זיך", אבער אויב ל"ע האט ער נישט דעם שכל פון זיך אליין, דעמאלטס וועט ער זיך דאס לערנען אויף זייער א שווערען וועג, אויב ער וועט בכלל באקומען נאך א שאנס זיך אויס צו לערנען.
ווען א מענטש ווערט עלטער ווייסט ער פון זיך אליין אז ער איז נישט דער קלוגסטער, ער איז נישט דער גרעסטער, און ער ווייסט אז פון עלטערע קען מען און מוז זיך לערנען. און אויב נישט, אויב האלט ער זיך העכער פון יעדען מיט אלעם, וועט אזא איינער האבען זייער א מיזרעבעל לעבען. ער וועט מאכען אזעלכע מיסטעיקס אין זיין לעבען אז עס קען זיך אפילו נישט ענדיגען גוט. און עס קען זיין אז ער וועט מאכען אזא סארט טעות וואס וועט אים שאטען פאר א גאנץ לעבען. יעדער מענטש מוז, נישט איינמאל און נישט הונדערט מאל, נאר א גאנץ לעבען, אנקומען צו אנדערע מענטשען, און דעריבער רעספעקטירט ער אנדערע מענטשען פון זיך אליין, ווייל דער שכל דיקטירט אים דאס. אן רעספעקט פאר א אנדערען מענשט איז מען אליין נישט רעספעקטירט, און דאן שווימט דער מענטש אליין אויפן גרויסען ים אן קיין שיצונג. ער מאכט אזאנע טעותים וואס קיינער אויף דער וועלט קען עס שוין נישט פארעכטען, און דאס ערגסטע פון אלעם איז, אז ער אליין קען אויך נישט.
אונזער ר' אהרן איז געבליבען אין אלעם ווי א קינד. ער איז נישט קיינמאל אויס געוואקסען דעם "איך", "מיך" און "זיך", ביי אים עקסיסטירט נישט נאך א מענטש, ער מוז קיינמאל נישט צוקומען צו א אנדערען. ער ווייסט נישט פון זיך טיילען מיט נאך איינעם, נאר ער אליין דארף אלעס באקומען און טאקע שוין. ער רעספעקטירט קיינעם נישט אויף דער וועלט, אבער ער וויל די גאנצע וועלט זאל אים דינען און רעספעקטירען. אין אנדערע ווערטער, ער וויל נאר האבען פון יענעם וואס יענער קען אלס געבען, אבער ער געבען, דאס קען ער פשוט נישט.
וויאזוי ער האט זיך געקענט צוזאם לעבען מיט זיין פרוי און קינדער, דאס זאל איר ביטער גיין זיי פרעגען. איך גיי נישט שרייבען איבער דעם, ווייל די זאכען וואס איך האב מיך אנגעהערט פון גאר קראנטע מקורות, זענען אזוי אום גלייבליך אז איר וועט מיך אנקוקען ווי א ליגנער און א פאנטאזירער.
איין סארט מענטש וועם אונזער ר' אהרן רעספעקטירט יא. אין אמתן, צוויי סארט. איין סארט איז ער אליין. עס איז נישט פארהאן נאך א מענטש וועם ער רעספעקטירט אזוי ווי זיך אליין. אבער אויך נישט ווי א גרויסער ערוואקסענער מענעטש רעספעקטירט זיך, ווייל א מענטש וואס רעספעקטירט זיך, ווייסט אויף יעדע זאך אז עס איז פארהאן פארשידענע סארט זאכען וואס ער טאר נישט טון ווייל עס נעמט אוועק זיין רעספעקט. למשל. א זעלבסט רעספעקטירטער מענטש, וועט נישט עסען מיאוס און קייען הויעך, ער וועט נישט אויף גרעבטשען ברבים און אוודאי נישט נפחא'ן ברבים. א זעלבסט רעספעקטירטער מענטש ווייסט ווי אזוי צו רעדען צו מענטשען, ער האקט נישט אריין יעדעס מאל ווען איינער זאגט עפעס, אפילו אנדערש פון אים. א זעלבסט רעספעקטירטער מענטש נעמט אן יענעמס מיינונג אויב איז ער איבערצייגט אז יענער מיינט זיין טובה, אפילו עס איז אנדערש וויאזוי ער וואלט באמת געוואלט. א זעלבסט רעספעקטירטער מענטש פארשטייט אליין אז א מכבד ווערט א מכובד. א זעלבסט רעספעקטירטער מענטש ווייסט וואס מיינט "קלעסי" און פארמאגט קלאס. און נאך צענדליגער משלים וואס איך לאז איבער פאר די אינטעליגענטע ליינער אז זיי זאלען מיט זייער אינטעליגענץ אליין צוזאם שטעלען די אלע משלים וואס איר טראכט אז מיט דעם קען פארענטפערט ווערען ר' אהרןס גאנג אין לעבען.
איין משל וואס איך וועל אייך געבען כדי בעסער צו פארשטיין וואס פארא סארט משלים מען רעדט וואס איר זאלט אליין אריין טראכטען. ר' אהרן קען נישט באקומען געניג קאמפלימענטען און רימערייען וויפיל מען זאל אים נאר וועלען געבען. א קינד דארף מען זייער רימען אין ארדער אים אויף צו בויען, און מיט א גוט ווארט קען מען ביי אים פועלן אלעס אויף דער וועלט. און א קינד בארימט זיך אליין אן אויפהער. דאס איז די טבע פון אלע קינדער. אבער ווי גרעסער ער ווערט, באוקמט ער מער שכל צו פארשטיין אז רימערייען איז נישט שיין, און אייגענע רימען, זאגט די וועלט, שטינקט, און דער מענטש אליין עקעלט זיך פון בארימערייען, און אפילו ווען אנדערע בארימען אים וועט ער זיך זיך פילען מיט אפשיי און נישט פאסיג. איבער הויפט ווען עס איז פאלש און איבערגעטריבען.
דער ר' אהרן וויפיל מען רימט אים און מיט וויפיל לעקערייען ער הערט זיך אן, וועט ער זיך נאכדעם אליין אויסרימען. יעדער רב און שיינער יוד וואס באזוכט אים, באקומט אינסטרוקציעס אין דרויסען, אז ער זאל רעדען מיטען רבין איבער די "שחיטה מהודרת" אין קרית יואל, צו רעדען פון די ברייט פארצווייגטע פעולות פון רבין אין די גאנצע וועלט, ער זאל פרעגען דעם רבין וויאזוי ער מאכט די אלע זאכען ווען ער איז איין מענטש אליין, רעדען וועגען "תקנות", און ווי די גאנצע וועלט ווערט משוגע פון די תקנות. און ווי נאר יענער רב הייבט נאר מיט די גערימעכצער, נעמט דער רבי איבער און ער אליין ברענגט נאך און נאך ארויס אז דאס וואס דער רב ברענגט ארויס איז נאר א האלבער בילד וואס ער טוט אלץ. ער טוט פיל מער און ברייטער.
ביי יעדע כינוס און סיום ברענגט מען רעדנערס וואס זיי רעדען נאר פון איין זאך: פון רבין. פון זיין גרויסקייט און מעכטיקייט און זיינע פעולות אין כשרות און זיינע פעולות אויף יעדע זאך. און דאס איז אלעס בפניו. ער זיצט דארט און קען נישט זיך אן הערען גענוג. לעצטענס האבען זיינע נאנטע מענטשען אויף געכאפט אז הרב ברוידא פון ב"פ ער איז דער מערסט, געאייגענטער מענטש פאר די ארבעט. ער ווערט גערופען יעדען שני וחמישי אויף צו טרעטען און טון די ארבעט (בערך וואס דער לימאנאווער רב טוט אין סקווער.) און ווען יענער רב איז פערטיג, הייבט דער רבי אין זיין דרשה, זיך אזוי אויס צו לויבען אז זיין ציבור ווערט שטיל פון פארשטימעניש. און דער בלאט רופט אן די סארט שטימעניש: יראת הכבוד.
פארגאנגענעם פסח האט זיך ר' אהרן געלאזט בארימען דורך א אינטרעוויא מיט די מאגאזין "משפחה" אויף עיברית און אויף ענגליש. איך וועל נישט אריין גיין אים דעם עצם רעיון פון א ראיון, ווייל דאס האב איך שוין געשריבען אז די סארט פראפעגאנדע וואלט מען נישט געקענט פועלן ביי קיין שום ערענסטען רבי'ן, נאר ביי די "שוואכקייטן-פולע" רביס. אבער דער אינטערוויא איז געווען פיל מער ווי די וואס זיי האבען שוין געמאכט מיט די פריערדיגע רביס וואס גייען אריין אין דעם כלל פון "שוואכקייטן-פולע". עס איז געווען דארט געשריבען אזעלעכע עקעלדיגע גערימעכצער אז עס געווען צום ברעכען. קודם רימט אים אויס זיין "יועץ פרטי" מתתיהו דייטש, נאכדעם זיין "שר החוץ" משה אהרן האפמאן, נאכדעם זיין גבאי, חיים שלמה פישער, און ווען זיי זענען שוין פערטיג גייט מען אריין צום רבין אליין, און ער רימט זיך אליין דאפעלט ווי די פריערדיגע האבען נאר געקענט נאכקומען.
עס איז געווען א סטראטעגיע אים צו מאכען ווי א קאפ שטיק, וואס דער ווילנער גאון אינאיינעם מיטען ראגאטשאווער זענען פלאך און פלאטשיג קעגען אים. ער איז אזא סארט ווידלער קאפ אז ער קען פארנעמען צען זאכען אויף א מאל. ער ענפערט פראגעס ווי ר' חיים קנייבסקי, שנעל און קורץ. און מיט דעם ווערט שוין פארענטפערט פארוואס ביי אים איז א קוויטעל א "טובל און ארויס". נישט ווייל ער לאזט קיינעם נישט קומען צום ווארט, נאר ווייל ער איז א ווילדער קאפ און כאפט אלעס אין איין מילי-רגע. דער שרייבער האט "אליין" געהערט און געזען ווי מען קאלט אן ר' אהרן פרעגען, פון אסטראליע א מקשה לילד, פון לאנדאן וועגען א אפעראציע, פון אנטווערפען וועגען א נאמען, פון בני ברק וועגען א שידוך, פון האטסע פלאטסע וועגען אנטאן גלעזער פאר א קינד, און נאך געפערליכע קינדישע שטיק וואס יעדער ליינער האט געדארפט גלייך לויפען אין בית הכבוד צו ברעכען.
נאך א סארט מענטש וועמען ר' אהרן רעספעקטירט, די אנדערע שוואכקייטען-פולע רביס. ער איז דשעלעס אויף זייערע אנגעפאקטע פארענטעשן, אויף זייער לעבידיקייטען ביים טיש, די לעמפעלעך און די שיינע סיינס וואס הענגען ביי די סארט רביס ביי די חתונות און נאך די סארט בעיבישע שטיקן פון די סארט רביס. אבער א רבין וואס איז נישט "אזוי גרויס" אין די סארט בעיבישע שטיק, ווי למשל דער היינטיגער פשעווארסקער רבי, דער וויזניצער רבי, דער סקולענער רבי, דער ראחמיסטריווקער רבי פון דאהי און זיין פלומיניק פון ירושלים, זענען ביי ר' אהרן פריך ומופרך פון קאפ ביז פיס. ער איז נישט גענוג ערוואקסען צו פארשטיין אז די אלע זענען פון אים העכער אין יעדע הייליגע זאך, זיי זענען מיליאן מאל אזעלעכע ירא שמים וירא חטא ווי אים. אבער וויבאלד זיי האבען נישט די סארט טישען, די גרויסע חתונות, די סארט בעיבישע קינדישקייטען, איז ער פיל פיל פיל העכער פון זיי.
איצט צוריק קיין אנטווערפען.
עס איז פרייטאג נאכמיטאג און ר' אהרן גייט באזוכען ר' יאנקעלע. מען דארף נישט דא מספיד זיין ר' יאנקעלע און אייך קומען דערציילען ווער עס איז געווען. אבער עס איז וויכטיג א קליינע נקודה צו וויסען אז דער פשעווארסקער רבי איז געווען פארהייליגט אומעטים און איז געווען דער רבי איבער גאנץ אייראפע. אפגערעדט אין אנטווערפען וואס די גאנצע שטאט געווען פלאמעדיגע חסידים פון דעם איש קדוש. ר' יאנקעלע איז שוין געווען תשנ"ז גאר גאר שוואך. און עס איז געווען זמנים וואס ער איז נישט געווען אינגאנצען ביי זיך.
די פשעווארסקער גבאים האבען געוויזען פאר ר' אהרן ווי דער באזוך וועט פארקומען, אין די סוכה. ר' אהרן איז שוין געזעצען און עס האט גענומען צייט ווילאנג מען האט אריינגברענגט ר' יאנקעלע. ר' אהרן האט גערעדט על דא ועל הא, הויך כדרכו.
ענדליך מען ברענגט אריין דעם גרויסען צדיק און מען זעצט אים הארט נעבען ר' אהרן. ר' אהרן גיט אים שלום. און אזוי ווי דער פשעווארסקע רבי האט שוין דאן נישט גערעדט, האט ר' אהרן זיך גענומען רעדען. אבער נישט וואס פאסט, זיצענדיג נעבען דעם צדיק נשגב, ווייל ר' יאנקעלע איז ביי אים גארנישט.
די ערשטע שאלה פון ר' אהרן האט ער געפרעגט כאילו עס זיצט נישט דא קיינער נישט נאר ער מיט זיינע מענטשען. ער פרעגט הויך: אה, דא איז די סוכה? – יא. דא איז די סוכה, האט מען געענפערט. אה. און און און דאס איז דער שלאק? ווייזענדיג מיט די פינגער צום דאך. איך זע אז עס איז צובראכען. ביי מיר אין מיין סוכה אין קרית יואל איז אויך דא אזא סארט שלאק, אבער עס פארט נישט ארויף, נאר גלייך. אה אה.
דער דארטיגער ציבור האט געמיינט אז זיי חלשן אוועק. אזא שמועס איז נאך קיינמאל נישט פארגעקומען ווען ר' יאנקעלע איז געווען אנוועזענד. דעם ר' יאנקעלע האבען רבנים באזוכט אפילו ווען ער איז שוין געווען גאר שוואך. און געווענליך האט מען גערעדט וויאזוי דער רבי פילט, און אליין געבעטען א ברכה און די גבאים האבען פרובירט ארויס צו קוועטשען א ברכה, און נאכדעם האט דער רב, דער באזוכער, אויך געווינטשען פארן רבין א ברכה פון געזונט און אריכת ימים און עס זאל זיין יתחדש כנשר נעוריו.דא רעדט מען דאך פון רבין וואס איז געווען נערץ ומקודש אין די גאנצע וועלט. א אפענער בעל מופת. א סארט רבי וואס האט זיך נישט געפינען נאך איינס, און עס איז געווען א זכיה נאר אים אנצוקוקען.
אבער דער ר' אהרן קוקט דאך נישט ארויף אויף אזא סארט רבין. ער גלייבט נישט אין העכערס, האט ער נישט געבעטען א ברכה נישט פאר זיך, נישט פאר זיין שטוב, און אפילו נישט פאר זיין זון וואס גייט דא ווערען רב אין די סאטמארע קהילה ביי וועמען דער פשווארסקער רבי איז הייליג.
איבערהויפט ווערט ר' אהרן נישט איבערגענומען אז איינער איז קראנק און שוואך. איך וויל נישט שרייבען אז נאר א גוי ווערט נישט איבערגענומען ווען איינער איז זייער קראנק. ביי א גוי, אויב איינער איז קראנק, איז זיין צייט געקומען צו שטארבען און פטור. אבער א ערנסטער איד, א מאמין, גלייבט דאך אז א רבי, א צדיק וקדוש, אפילו ער איז שוואך, אפילו ער איז נישט ביי זיך, איז א זכיה אז ער לעבט, ווער רעדט נאך אויב קען מען נאך אריין כאפען א ברכה פון דעם הייליגען מאן, גלייבט מען אין די ברכה, מען גלייבט אז ליידער די חטאים פון דור האבען דאס צוגעברענגט, און אויב וועט מען תשובה טאן ווער דער אייבערשטער העלפען אז דער צדיק ווועט געזונט ווערען און וועט אונז פירען קעגען משיח צדקינו במהרה בימינו.
ליידער קען מען דאס נישט זאגען אויף ר' אהרן. ביי אים איז ר' יאנקעלע געווען א וועדזשטעיבעל און כאטש ער זיצט דא טאקע, איז ער נישט ביי זיך און טראגט אים אריין ווייל ער ווייסט סיי ווי נישט אז איך בין דא. און דערפאר האט ער "מיט די ארומיגע" גערעדט שטותים און לאקשען, און ניטאמאל געקוקט אויך די זייט פון דעם צדיק.
יענער באזוך האט זיך פלוצום געענדיגט ווען ר' אהרן האט שוין נישט געהאט מער נארישע פראגעס, און מיט א גוט שבת האט ער זיך אויף געהויבען און געגאנגען זיין וועג, צו קענען שפאצירען אין גאס און זיך אן עסען מיט כבוד ווי יעדער קוקט אויף אים און ער זעט נאך אמאל די לעמפעלעך און טעוועלעך וואס זיין ארגעניזאציע "שבת אחים" האט אים דעליווערט פון אמעריקע.
איז נאך א ווינדער אז זייין זין האט נישט מצליח געווען אין אנטווערפען? איז נאך א וואונדער אז אין פשעווארסק האלט מען פון ר' אהרן ווייניגער ווי גארנישט, איז נאך א ווינדער אז דער היינטיגער פשעווארסקער רבי, וואס איז ווי זיין טאטען נערץ ומקודש ביי אלע ערליכע אידען, האט געארבעט מעשים אז דער היינטיגער סאטמארער רבי זאל ווערען רב אין דער סאטמארער קהילה אין וו"ב? איז נאך א ווינדער אז דער היינטיגער פשעווארסקער רבי האלט ר' אהרן טייטלבוים פאר איינעם וואס גלייבט נישט אין גארנישט? איצט איז שוין אויך נישט קיין ווינדער אז דער היינטיגער פשעווארסקער רבי איז פארפיינטעט ביי אלע ר' אהרןס מענטשען און ביי אים אליין.
המשך יבוא, מאנטאג אי"ה. גוט שבת.
איך פאר איצט ארויס אין קאנטרי.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2009 17:39 |
|
| |
עס וועט באלד זיין פרישע חומר. האט געדולד חשובע ליינער
|
|
|
|
| נשלח ב-14/7/2009 23:09 |
|
| |
תשנ"ח איז געווען א היסטאריש יאר אין סאטמאר. דאס יאר זענען נפטר געווארען די בארימטע בויערס פון סאטמאר ווי הר"ר לייבוש לעפקאוויטש, הר"ר סענדער דייטש און הר"ר ליפא שווארץ פון ירושלים.
פון די דריי נפטרים האט ר' אהרן נישט געווינען קיין סאך, ווייל זייערע ממלאי מקומות האט ר' אהרן נישט אריינגעלייגט, כאטש ער האט זיך גערישט אז ער וועט איצט קענען זיך אריין שטעלען אין א פאזיציע צו קענען זיך פארפעסטיגען אין וויליאמסבורג. ר' אהרן האט זיך גערישט אז ענדליך וועט ער קענען אריין לייגען זיינע ביידע פיס אין גרעסטען מוסד פון סאטמאר און פון דארט ביז ווערען רבי, איז שוין בלויז א קאצען שפרינג.
ער האט זיך גערישט אז יעצט וועט ער שוין ענדליך קענען פטור ווערען פון זיין גרעסטען שונא, אריה לייב גלאנץ און אים פארווארפען פון 82 און ער וועט אריין שטעלען זיינע מענטשען און אזוי וועט ער אויטאמאטיש ווערען בעה"ב אין וויליאמסבורג, צו וואס ער האט אזוי געגארעט. אנטשולדיגט, נישט ער, נאר דער ברך משה. דערווייל האט די הנהלת המוסדות נישט געפרעגט ר' אהרן און האבען נישט אריין געשטעלט קיינעם פון זיינע מענטשען, נאר ר' אברהם לעפקאוויטש איז געווארען דער מנהל המוסדות וואס ר' אהרןס מענטשען האבען אויף דעם געשאלטען ווייל ער איז דאך געווען פון די "שונאים" און עס ווערט ענדליך מקוים די שרעקענישען אז משה גבאי גייט צוריק גוט ווערען מיט די שונאים. יענעם יאר כ"ו אב אין קרית יואל האט משה גבאי שטיל געמאכט דעם גאנצן בית המדרש, און ארויפגערופען ר' אברהם לעפקאוויטש פונעם אנדערן עק ביז צום אויבען אן נעמען שיריים פונעם ברך משה. ר' אהרן מיט זיינע מענטשען זענען געווען געפערליך אויפגעקאכט אז אברהם לעפקאוויטש איז נאר א קאוועראפ, און עס מיינט אז אליעזר קעסטנבוים גייט זיך אריינריקן. נעבעך.
זיי האבן געשאלטן פארוואס מען נעמט אריין אברהם לעפקאוויטש, און אפיציעל געזאגט אז ער איז א שונא, אבער די אמת'ע סיבה פארוואס ס'האט זיי וויי געטאן איז ווייל ר' אהרן האט זיך שוין געשארפט די ציין אויף יענעם טאג, און דא זענען אלע זיינע חלומות זיך צורינען.
אין קהל איז געווארען בערל פרידמאן און יאנקל כהנא קא-פרעזידענטען. וואס דאס האט זיך שפעטער ארויס געשטעלט צו זיין א צייטווייליגען געווינס פאר ר' אהרן ווייל בערל מיט אים האבען דעם ווינטער דערויף קאנספירירט ווי אזוי איבער צו נעמען סאטמאר.
בנוגע איבערצו נעמען ר' ליפא שווארץ אין ירושלים, האט ער געוויסט אז זיין ברודער וועט אריינלייגען זיינע מענטשען ווייל ער איז דאך געווען רב דארט און די הנהלה דאהי איז דאך שוין געווען נאר ר' זלמן לייבס מענטשען. יצחק ראזנבערג איז שוין נישט געווען אין מוסדות יטב לב, זייט אנשיל שווארץ איז געפלויגען פון מנהל אין ירושלים.
ל"ג בעומר תשנ"ח איז פארגעקומען די אפיציעלע עפענונג פון די בנין עטרת אברהם. עס איז פארגעקומען א גרויסע פאראדע ווען אלע קינדער האבן מארשירט צום נייעם בנין מיט די באטייליגונג פון ברך משה. אבער ר' אהרן איז נישט געווען געלאדענט. און עס איז געווען א גאנצער פאליטיק פון ר' אהרןס מענטשען אז מען האט אים דירעקט נישט גערופען, ווייל 82 און אריה לייב בראש, זענען זיינע שונאים.
איצט צו די פאזיטיווע געשעענישען פאר ר' אהרן אין דעם יאר.
ר' אהרן האט יענעם יאר אין חודש סיון חתונה געמאכט זיין טאכטער. ווייניגער ווי א וואך דערויף איז פארגעקומען דער גרויסער "קרן הצלה" כינוס אין ארמארי און ר' אהרן איז געווען פון די הויפט שפילער. אויך האט חודש אייר תשנ"ח אנגעהויבען צו ערשיינען "דער אידישער געדאנק" וואס ר' אהרןס מענטשען האבען ארויסגעגעבען כדי אים צו בויען, ווייל דער איד האט דאס נישט גענוג געטון לויט זיינע געברויכען. מיר וועלען קורץ באשרייבען די דריי.
די חתונה איז פארגעקומען מיטוואך בהעלותך ט"ז סיון אין ק"י, און איז געווען די ערשטע חתונה זייט ר' אהרן איז געווארען מעכטיג, און אין זיינע אויגען דער פאקטישער רבי. צו די חתונה איז געקומען צו פארען דער זיידע פון חתן דער ירושלימער רב הגרי"מ דושינסקי ז"ל, און אויך האט זיך באטייליגט דער גאון ר' מאיר בראנסדארפער וועלכער איז געווארען א יאר פריער א חבר הבד"ץ. מען האט איינגערעדט פארען גאנצען סאטמארען ציבור אז ר' מאיר מיט ר' אהרן זענען מוראדיג נאנט.
(נאך אנהויב ווינטער ווען דער שידוך איז געשלאסן געווארן האט ר' אהרןס יועץ פרטי, אהרן מתתיהו דייטש גלייך גערעדט פון דעם, אז די חתונה וועט זיין סיון, און דער גאנער בית דין וועט זיין ביי די חתונה, ווייל מען גייט מאכן א יובל העשרים פון כ' סיון. איך וואלט מיך נישט געטרויעט צו שרייבען אז בלויז דאס איז געווען די סיבה פארן עצם שידוך, אבער טאמער עס וועט נאך אמאל דאס קראנט ארויס קומען, וועלען מיר נישט מוזען זיך אנכאפען אין א בענקעל, מיר וועלן דאס קענען הערען שטייענדיג.)
איצט א שטיקל הקדמה צו דעם נאנטשאפט פון ר' מאיר צו ר' אהרן. כסלו תשנ"ז איז נפטר געווארען דער תולדות אהרן רבי ז"ל. נאך זיין פטירה האט זיך די חבריא צוטיילט, נישט ממש צוטיילט אבער עס איז געווארען צוויי חבריא'ס. דער עלטערער זון ר' שמואל יעקב האט זיך געעפענט א נייע חבריא און זיך א נאמען געגעבען תולדות אברהם יצחק, און דער יונגערער זון ר' דוד איז געבליבן מיט תולדות אהרן.
די דארטיגע פאליטיק האט אין יענע יארען געהאט א שטיקל אפעקט אין סאטמאר אויך. דער נייער תולדות אברהם יצחק רבי איז געווען דער עלטערער זון און דערווייל האט דאס געוויזען אז נישט אלץ און נישט אויטאמאטיש נעמט דער בנו בכורו איבער. אוון ווייל ער איז געווען דער עלטסטער זון האט ר' אהרן געוואלט אז ער זאל געווינען. אויך איז דא א זייטיגע פוינט, ווייל דער תולדות אברהם יצחק רבי האט איינגעפירט גאר נייע שיניום ביי זיינע טישען און בכלל אין זיין חסידות, און ער איז געווען זייער נאנט צו וויזניץ ב"ב, און איז געווען באוויסט פאר א נישט אזא גרויסער קנאי ווי זיין ברידער, ממילא האט ר' אהרן געוואלט אז דער נייער רבי זאל זייער מצליח זיין.
אויך קומט צו דער פאקט אז דער יונגערער זון, ר' דוד איז בהחלט נישט געווען נאנט מיט ר' אהרן. ער האט נישט געוואלט קומען באזוכען דעם סקול דיסטריקט ווען ר' אהרן אליין האט אים געבעטען, און עס איז באוויסט אז ער איז געווען נאנט צו קאשוי און צו וויזניץ, און דערצו א קנאי, ממילא האבען ר' אהרןס מענטשן אים זייער פיינט געהאט.
ווידער משה גבאי מיט זיינע פאליטיקאנטען אין א"י, ווי אפרים שטערן, מענדל וואלערשטיין און אנדערע, האבען געהאלטען אז פאר סאטמאר'ס טובה איז ענדערש אז ר' דוד, דער יונגערער זון, זאל מצליח זיין. וואס דער דעמאלטסדיגער סאטמאר-ירושלימער רב האט געהאלטען איז אפיציעל נישט באקאנט, אבער עס איז גרינג זיך פאר צו שטעלען אז ער איז געווען באקוועמער מיט ר' דוד ווי מיט ר' שמואל יעקב, כאטש אפיציעל האט ער נישט גענומען א זייט אין יענע מחלוקה. דער איד האט מער געבויעט ר' דוד ווי ר' שמואל יעקב, וואס פון דעם אליין האבען ר' אהרןס מענטשען געוויסט אז זיי מוזען האלטען מיט ר' שמואל יעקב.
ווען ר' שמואל יעקב איז געקומען אין ניו יארק די ערשטע מאל אלץ רבי, האבען ר' אהרןס מענשטען געפילט אז ער איז זייערס און ער איז מיט ר' אהרן און זיי זענען געלאפען צו זיינע טישען און גערעט פון אים ווי פון א וועלטס ווינדער. ר' שמאל יעקב האט זיי נישט אויסגעשפילט, און ער האט זיך צוגעשטעלט צו ר' אהרן און צו זיינע מענטשען. ער איז איינגעשטאנען ביי יצחק ראזנבערג, כטאש עס האט אים שפעטער געקאסט א פרייז אז ער האט נישט געקענט באזוכען דעם ברך משה און דעם נייעם וו"ב סאטמארן רב און ער האט נישט געהאט די שטיצע פון א גרויסען טייל פון סאטמאר. אבער דער שידוך מיט ר' אהרן און ר' שמואל יעקב האט אן געהאלטען ביז דער זייפן בלאז האט זיך צו בלאזען, און א 6-7 יאר דערויף האבען זיי זיך פון ר' שמואל יעקב אפגעשאקעלט, צו ער פון זיי, און היינט צו טאגס איז ער אייניג נאנט צו ביידע רביס.
און ווייל ר' מאיר בראנסדארפער איז געווארען רב אין די נייע קהילה האט ר' אהרן אויטאמאטיש זייער ליב געהאט ר' מאיר. אבער צו ר' מאיר האט ליב געהאט ר' אהרן אויך, דאס איז נאך נישט אויף געוויזען געווארען קיינמאל.
דער שקר אז ר' מאיר בראנדסדארפער איז שרעקליך מקושר צו ר' אהרן איז אין תשנ"ח געווען אזוי גרויס אז קיינער האט דאס אפילו נישט געקענט אפלייקענען. עד היום הזה ווייסט מען נישט וואס דער שקר פון דעם קשר האט באדייטעט. ר' מאיר האט ביז זיין לעצטען טאג אויף די וועלט למעשה גארנישט דעליווערט פאר ר' אהרן און אפיציעל איז נישט געווען עפעס וואס ער האט אפילו איינמאל ארויסגעוויזען פאר ר' אהרן מער ווי פאר זיין ברידער.
ר' אהרןס יועץ פרטי, אהרן מתתיהו דייטש, האט אין יענע יארען געפאמפעט מיט דעם שקר פון דעם קשר אז אפילו ר' אהרן אליין האט זיך געהעריג איינגערעדט אז ער מיט ר' מאיר זענען איינס. און עס האט געהייסען אין די גאס אז עס איז געלונגען פאר מתתיהו דייטש צו ברענגען ר' מאירן צו די חתונה פון ר' אהרן זיין נאנטסטער פריינט אויף די וועלט.
די חתונה
ביי די חתונה האבען ר' אהרןס מענטשען געלאזט וויסען פאר דעפ שונא נומער איינס, אריה לייב גלאנץ, אז זיי דארפען נישט אז ער זאל אנפירען די חתונה, ווי ער פלעגט ביי אלע חתונות נכדי הברך משה, נאר זיי האבען אויפגענומען ר' אלי' שלמה קאהן אז ער זאל האבען די מייק און אויסרופען וואס מען דארף. דאס האט געדארפט שיקען א מעסעדש פאר משה גבאי אז ער איז מער נישט באלעבאס אין סאטמאר און נעקסט איז ער. אריה לייב האט טאקע נישט פארנומען קיין ארט ביי די חתונה.
וויבאלד ביי די חתונה איז ר' אהרן געווען אין זיין "פיעק" צייט (פיעק אויף אידיש, איז הויך פונקט) און דא גייט זיין אנוועזענד דער ירושלימער רב און אויך ר' מאיר, און אויך אז זיינע מענטעשן האבען אויפגעזאגט אריה לייבען, און דער ברך משה, דער דעמאלטסדיגער סאטמאר-ירושלימער רב, וועלכער איז געקומען צו פארען צו די חתונה, און אויך משה גבאי גייען דא איצט צום ערשטען מאל זען ווי מעכטיג ר' אהרן און זיין ארמיי איז, איז ר' אהרן געווען אויסער געווענליך הייפער. ער גייט ווייזען פאר זיי ווער ער איז און ווי שטארק ער איז, און די חתונה גייט זיין פיל העכער ווי למעלה מן המשוער.
עס איז מיר נישט באקאנט ווען ר' אהרן האט דאס אפגעמאכט, צו ווער עס האט אים געגעבען די עצה אז מיט דעם וועט ער זיך אהערשטעלען אלץ א תקיף און א בעל יכולת, אלץ א פירער און אלץ א קנאי איינס אין דער וועלט, אבער בלויז עטליכע מינוטען אינעם קבלת פנים, וואס איז פארגעקומען אונטען אין זאל פון ביהמ"ד, האט זיך ר' אהרן, אן די ברילען מחמת גרויס ערנסקייט, ספאנטאניש אויף געשטעלט פון זיין פלאץ און זיך גענומען שרייען מיט אום באנימענע קולות: שייגעץ הער אויף צו כאפען בילדער! טראגטס אים ארויס! עס איז א ערנסטער זמן, דער טאטע זיצט דא, מען וועט נישט כאפען קיין בילדער. און לאזט וויסען פארען גאנצען ציבור, אז ער וועט נישט לאזען כאפען קיין בילדער ביי די גאנצע חתונה. עס איז א חוצפה נוראה! ער האט געמאכט איבערקערענישען צוויי מאל ביי די קבלת פנים, אזוי ווייט אז דער ברך משה האט אים שוין געהייסען אויף הערען צו שרייען.
די שעפסען זיינע האבען הנאה געהאט ווי גוט דער נייער גאנג ארבעט זיך אויס. עס האט אים געמאכט אויסזען ווי א קנאי, א פרומער, איינער וואס וועט שרייען ווען עס טוט וויי, און יעדער האט געזען אז ער מיינט עס ערענסט. פארשטייט זיך, אויסער זיינע פריוואטע יועצים און דער ברך משה מיט משה גבאי.
די קנאות און הייפערדיגע שטימונג האט אנגעהאלטען די גאנצע נאכט. ביי די חופה האט ער זיך צושריגען, אויך ביי די סעודות החתונה, ביי די טענץ און אויך ביים מצוה טאנץ. ער איז געווען אויף א מיסיע קעגען בילדער די גאנצע צייט. און מען מוז פארשטיין אז עס האט נאך דאן נישט עקסיסטירט קיין איין בילדער מאגאזין, דער בליק האט דאן אויך נאך נישט געלעבט, דער איד האט נאך נישט געהאט די העזה צו לייגען בילדער, און קיין בלאט איז אויך נאך נישט געווען. אויך איז דעמאלטס נאך נישט געווען די יארען פון "דידשיטעל קעמרעס" ווי היינט און קיין "טעלעפאן קעמרעס" אויך נישט. די אלע בילדער מאכערס זענען געווען געדינגענע מענטשען וואס זענען געקומען כאפען בילדער פאר געלט, און פאר גוט געלט.
שטעלט זיך א פראגע, ווער האט זיי געדינגען? ווער האט זיי באצאלט? און פארוואס האט מען געכאפט די בילדער? די תירוץ קומט אין די פאראגראפען ווען איך וועל שרייבען פון "אידישען געדאנק".
ווי שוין געשריבען פריער, האט זיך ר' אהרן ניטאמאל אונטערגעהויבען ווען הרב דושינסקי איז אריינגעקומען צו די חתונה. און נאכמער, הרב דושינסקי האט אפגענומען מז"ט פון דעם גאנצען אויבען אן, אויפן וועג גייענדיג צו זיין פלאץ אין מיטען, און ווען ער איז אן געקומען צו ר' אהרן און געגעבען די האנט, האט זיך ר' אהרן נישט אויפגעשטעלט און נישטאמאל זיך אויס געדרייט אויף זיין זייט, נאר אים צוריק געגעבען די האנט ריק ווערט, אין די זעלבע צייט ווען דער ברך משה האט יא אפגעגעבען דעם גרעסטען כבוד פאר הרב דושינסקי. דאס האבען געזען אלע הרב דושינסקיס מענטשען.
כאטש ר' אהרן האט שוין חתונה געמאכט אין קרית יואל דריי קינדער פאר די חתונה, און דאס איז געווען זיין זעקסטע קינד, דאך האט מען ביי יענע חתונה געפילט אין די לופט די רבי'סטעווע, מען האט געבויט דאס ערשטע מאל א שאטער ספעציעל פאר'ן עסן, און ר' אהרן איז ארומגעגאנגען ביי די סעודה טיילן מזל טוב פאר יעדן איינעם. ר' אהרןס יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש מיט נאך צענדליגער "שוויצערס" האבן באגלייט די מערכה פון א' ביז ת' אז עס זאל קלאפן מיט די רביסטעווע פונעם רב הצעיר.
אין מיטען די חתונה איז פארגעקומען דער קלימאקס פון די נאכט. ר' אהרן מיט זיין בעסטער פריינט ר' מאיר האבען זיך געשטעלט טאנצען אין מיטען ביהמ"ד. מען האט געזונגען א ספעציעלען פאראויס באשטימטער ניגון, "ר' משה ארי'ס ניגון". מען האט געמאכט א ריזיגע רינג ספעציעל איצט אז משה גבאי זאל גוט זען דעם געהויבענע טאנץ און ער זאל פלאצען. דער ביהמ"ד איז געשפרינגען אין די ליפטן מען האט געטאנצען אין די הייך ארויף און אראפ וויאזוי מען טאנצט מיט דעם ניגון. אבער וויבאלד ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבען געלייגט צו א גרויס געוויכט און גרויס האפענונג אויף דעם טאנץ אז דאס וועט ווייזען זייער ספעציעלע נאנטקייט, האט דאס נישט געקלאפט. ר' מאיר האט נישט געוויסט וואס מען וויל פון אים. ער איז פשוט נישט געוואינט געווען צו טאנצען וויאזוי ר' אהרן האט יעצט געוואלט טאנצען, און קיין גבאים מיט וועם ר' אהרןס מענטשען זאלען דאס אפשמועסען פון פאראויס האט ער דאך נישט פארמאגט, און אפילו ווען יא, וואלט ער דאס סיי ווי נישט אנגענומען ווייל ער איז דאך געווען א ערנסטער מענטש, האט דער טאנץ אנגעהאלטען בלויז עטליכע מינוט, און ר' מאיר האט אפגעלאזט ר' אהרןס הענט און זיך צוריק געגאנגען אויף זיין פלאץ. וויפיל פלענער עס איז נאר געלעגען אין דעם געוואלדיגען טאנץ, האט זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם. ר' מאיר האט נישט מיט געארבעט.
דער אידישער געדאנק
נישט לאנג נאך די חתונה איז ערשינען דער אידישער געדאנק. דארט איז געווען באשריבען די חתונה מיט אלע סארט גוזמאות וואס דער ווערטער בוך פארמאגט נאר. (דער בלאט היינט איז דער ממלא מקום פון דעם אידישען געדאנק און היינט קען מען ליינען די אלע נארישע גוזמאות וועכענטליך אין בלאט.) דעמאלטס האט דער אידעשער געדאנק געגרינדעט א נייעם טיטול אויף ר' אהרן: "גאב"ד ור"מ קרית יואל". עטליכע יאר שפעטער האט דער בלאט געגרינדעט א אנדערען טיטול פאר ר' אהרן: "כ"ק מרן הגאב"ד", און היינט האלט מען שוין ביי הגה"ק. ל"ע.
און אויך האט דער אידישער געדאנק פארמאגט צענדליגער בילדער פון די חתונה. זיי האבען דאך געוויסט דעם אמת אז "דער רב" מיינט נישט עכט ערנסט די מלחמה אקעגען בילדער, די רעדאקציע פון אידישען געדאנק זענען דאך געווען ביי די מיטינגען ווען מען האט אפגעמאכט אז ר' אהרן זאל ביי די חתונה ווערן א קנאי, ממילא האבען זיי דאך לכתחילה געוויסט און טאקע אנגעזאגט פאר די בילדער מאכער אז ר' אהרן וועט שרייען אבער זיי זאלען ווייטער כאפען ווייל דער רב מיינט עס נישט עכט. און זיי האבען אריינגעשטעלט בילדער אין אידישען געדאנק לרחצה. איצט פארשטייט מען שוין אויך ווער עס האט באשטעלט די בילדער מאכער און ווער עס האט זיי באצאלט.
אויך האט דער אידישער געדאנק איינגעפירט א נייעם געדאנק. זיי האבען אויסגעשניטען יעדען בילד וואס האט געהאט משה גבאי. משה דער גבאי איז אין די אידישע געדאנק נישט געווען בבל יראה ובבל ימצא. דאס איז געווען אזא גוטס אז ר' אהרן מיט זיינע מענטטשען האבען געהאלטען פאר זיכער אז אט אט אט אט אט קומט משה גבאי פאלען צו ר' אהרןס פיס און בעט זיך איבער און זאגט צו אז ער ווארפט זיך אינטער ר' אהרן.
דאס אז משה גבאי איז נישט אזוי בעיביש, דאס אז משה אינטרעסירט די בילדער ווי פאר יעדען נארמאלען מענטש העכער די פערציג, איז זיי פשוט נישט איינגעפאלען.
(איך האב באקומען אין אישי פון איינעם קראנט, אז ר' אהרן האט געליינט דעם אידישען געדאנק און באטראכט יעדעס בילד פון אלע זייטען און זיך געהאלטען ביי די זייטען ווי גוט מען האט אפגעטאן פאר משה גבאי אז מען זעט אים נישט אויף קיין איין בילד. און אויך האט מיר יענער פארציילט אז הרב דושינסקי איז נישט געווען אויף שבת שבע ברכות אין קרית יואל. ער איז געפארען צו זיין טאכטער א אלמנה וואס וואונט אין נייטרא. פרייטאג פאר ער איז געפארען, האט ער אפגעגבעןא באזוך ביי ר' אהרן אין הויז. ביי יענעם באזוך האט געבליצט אן אויפהער און ר' אהרן האט גארנישט געשריגען, נאר עס האט אויסגעזען ווי ער האט גאר הנאה. און הרב דושינסקי האט זיך אויסגעדרוקט אויפן ועג צו איינעם פון זיינע נאנטע, אז אינטרעסאנט ער האט נישט געשריגען ווען מען מאכט ביי אים אינדערהיים בילדער.)
(האפענטליך וועל איך קענען פארשאפען א קאפיע פון די אידישע געדאנק, און איך וועל עס ארויפשטעלען. אויב איינער האט דאס, ביטע מיר שיקען אין אימעיל [email protected] )
יובל העשרים
דינסטאג פ' בהעלותך, איין טאג פאר די חתונה, איז פארגעקומען דער גרויסער קבלת פנים אין וויליאמסבורג פאר די חברי הבד"ץ, ר' יעקב בלוי, ר' משה שטערנבוך, ר' משה האלבערשטאם, ר' מאיר בראנסדארפער ובראשם דער גאב"ד הרב דושינסקי ז"ל. ביז צום פליגער זענען צוגעלאזט געווארן ר' אהרן און דער היינטיגער ראב"ד סאטמאר ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן און די איידימער פונעם גאב"ד. פון עירפארט זענען די חברי הבד"ץ ערשט געפארען צום בית המדרש ברך משה, וואו דער ברך משה האט זיי מקבל פנים געווען. דארט איז געווען הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס אב"ד אבני שלמה חבר וועד הרבנים פון קרן הצלה, און דער יו"ר פון קרן הצלה הרה"ח ר' ליפא לעפקאוויטש ע"ה, און נאך מנהיגי קהילות וחשובי הרבנים
פון דארט איז דער רבי אינאיינעם מיטען בית דין ארויס אויף די גאס צום גרויסן סטעידש אויף בעדפארד עוועניו ווי עס האט זיך באטייליגט טויזענטער מענטשען. צום ערשט האט גערעדט דער ראש הקהל ר' סענדר דייטש ז"ל, און אין נאמען פונעם ברך משה האט גערעדט זיין איידעם רבי חיים יהושע דער רב אין מאנסי. דאס האט ר' אהרן נישט אויסגעהאלטען און אויך נישט זיינע מענטשען. דערנאך האט גערעדט ר' מנשה כ"ץ אב"ד פריימאן. נאכדעם האבן גערעדט ר' משה הלברשטאם און ר' מאיר בראנדסדארפער. צום סוף האט גערעדט הגאון ר' טובי' ווייס שליט"א דעמאלט דומ"ץ אנטווערפען היינט גאב"ד ירושלים.
אבער ביי דעם גרויסען עצרת אין ארמארי געביידע האט שוין ר' אהרן יא גערעדט און ער האט זיך אויפגעטאן מיט א דראמאטישען טאן אז: "פון קרית יואל אליין איז אריינגעקומען איבער א מיליאן דאלער פאר קרן הצלה"... מען האט דעמאלט געשמועסט אז דער חבר הביד"צ ר' יעקב בלויא האט זיך נאכדעם אויסגעדריקט: שוין לאנג נישט געהערט אזא דרשה מלא שחצנות!
די טיילונג פון אייראפע און ארץ ישראל
שבת פרשת נח תשנ"ח איז געווען א גרויסער שבת אין ירושלים, דער סיגעטער רב, היינט כ"ק רבינו שליט"א האט זיך דעמאלט אפיציעל באזעצט אין ירושלים אלס אבד"ק סאטמאר ירושלים. איבערען יאר פון תשנ"ז זענען אנגעגאנגען די מיטינגען מיט די דארטיגע הנהלת הקהילה און מיטען ברך משה איבער די התמנות, און דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן פארן אויף שבתים. שבת החודש איז געווען א גרויסער שבת, און נאך, אבער ער איז צוריקגעקומען קיין ניו יארק. ווען אלעס איז שוין געווען אויסגעארבעט, תנאים, רבנות, וכדו', איז געבליבען אז גלייך נאך די ימים טובים תשנ"ח גייט ער זיך באזעצן דארט. און אזוי איז טאקע געווען.
אין יענע צייט האט אנגעהויבען געזונגען צו ווערען א נייער ניגון אז דער ברך משה וויל צעטיילן סאטמאר אין די לענג און נישט אין די ברייט. דאס הייסט, אז אייראפא און ארץ ישראל פאר ר' זלמן לייב, און אמעריקע פאר ר' אהרן. ר' אהרן האט זיך גענומען קעמפן מיט ציין און נעגל און געזען נישט צוצולאזן אז קיין איינס זאל נישט קענען צושטאנד קומען.
דער "וכל זה איננו שוה לי" האט אנגעהויבען ארבעטען אויפן גרעסטען טעמפא. די "איחוד" קאמפאני אין שפיץ פון ר' אהרן און זיין יועץ פרטי האבן אנגעהויבען מאכען אלע סארט פלענער אז גאנץ סאטמאר זאל זיין אינטער ר' אהרן, און ווי אזוי מען קען אפווישען דעם גרויסען שבת פ' נח וואס איז פארגעקומען אין ירושלים, נישט נאר דעם שבת נאר אויך דעם בעל השבת, דאס איז דער יונגערער זון פונעם ברך משה. זיי האבען אנגעהויבן צוגרייטן פלענער פאר א "התוועדות" פון אנשי שלומינו חסידי סאטמאר אין אייראפע "בשליחות" פונעם ברך משה, דורך בנו הגדול הגאב"ד ור"מ קרית יואל, וואס זאל דינען אלס א כינוס פאר גאנץ אייראפע און פארשטייט זיך, צו פארזיכערן ר' אהרןס מאכט און אז מען קען נישט אוועקנעמען פון אים אייראפע.
תשנ"ח שבת חיי שרה תשנ"ח, איז ר' אהרן געפארן קיין מאנטשעסטער, ווען זיין דעמאלטדיגער גבאי, יודל וויינשטאק האט חתונה געמאכט דארט, און ער האט געמאכט א שבת התוועדות. ער איז שוין דעמאלטס נישט געווען אזוי נאנט מיט יודלען, און יודל האט געוויסט אז ער גיייט פון דארט פליען נאך זייענדיג דארט ביי אים אין הויז פאר 18 שווערע יארען. אבער וואס טוט מען נישט פאר אזא געטרייע מענטש ווי יודל. איז געווארען אז ר' אהרן וועט פארן צו די חתונה, און דעמאלטס האט די ערשטע מאל געהייסן אין סאטמאר-אייראפע א "שבת התוועדות". עס איז אפיציעל געווען געשריבן אז דער חשוב'ער גאסט הגאון הצדיק אבד"ק קרית יואל שליט"א קומט צו פארן בשליחות אביו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א.
און אזוי ווי עס איז נאך דאן געווען די "קאלטע קריג" עפאכע און משה האט זיך אפיציעל נישט אפען געקריגט מיט ר' אהרן, איז נישט געווען ווער עס זאל אויף דעקען דעם פאלשען "שליחות", און עס איז נישט געווען ווער עס זאל אויף דעקען דעם שלייער אין וואס ר' אהרן האט זיך איינגעהילט.
ר' אהרן איז געווען ביי די חתונה ביי יודל וויינשטאק, דערנאך האט זיך אנגעהויבן די באזוכן ביי די רבנים און די פיקטשערס, א קבלת פנים אין בית המדרש פון סאטמאר מאנטשעסטער, און א גרויסען שבת. אויך איז ר' אהרן געפלויגן אויף איין טאג קיין אנטווערפען, וואו ער האט געפראוועט א מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע סאטמארער ת"ת אין אנטווערפען, אויך באגלייט מיט כבוד, פאמפע און פיקטשערס און מיט זיין יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש וועלעכער איז געווען דער ארכיטעקט פון פארכאפען אלעס אין דער וועלט.
*
אפאר וואכען שפעטער יענעם ווינטער, שבת פרשת ויחי, איז ר' חיים יהושע הלברשטאם דער רב פון סאטמאר-מאנסי געפארן קיין לאנדאן אויף א שבת, און עס איז אומעטים געלייגט געווארען מודעות אז ער קומט צו פארען בשליחות חותנו מרן רבינו זצ"ל, וועגן דעם נייעם בית המדרש אין מאנסי.
ער האט געהאט א געלונגענעם שבת, און אויך האבן אלע ראשי הקהילה ומנהלי המוסדות פון לאנדאן אים אפגעווארט ביים עירפארט. אויך איז אליעזר קעסטנבוים געפארן אינאיינעם מיט אים, און אויף אליעזר האבן די מודעות געשריבן די זעלבע: "זכה להיות כשליח המלך מכ"ק רבינו שליט"א הלוך ונסוע ביחד עם הגה"צ חדב"נ לעיר הבירה לאנדאן". דאס איז שוין געווען א עון בל יכופר, ווייל אליעזר איז געווען שונא נומבער איינס ביי ר' אהרן און זיין קאמפאני, און יעדעס מאל וואס מען האט געשריבן "בשליחות" אויף אן אנדערן ווי ר' אהרן, האבן זיי עס אנגעקוקט סיי ווי א פגיעה, און אויך ווי א זלזול און ליצנות, ווייל אזוי ווערט די גאנצע "בשליחות" פון ר' אהרן אויך נאר א פורים.
ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבען געקריצט מיט די ציין, אבער, ווי שוין דערמאנט, איז נאך די קריג נישט געווען אפיציעל, האט מען נאר געשאלטן דעם רשע משה, פארוואס ער שיקט ר חיים יושע בשליחות כלומר'שט פאר זיין בית המדרש אין מאנסי, ווען יעדער ווייסט אז בלויז ר' אהרן איז דער אמת'ער שליח פון רבין.
דעמאלט איז ר' חיים יהושע אפיציעל ארויף אויף די שווארצע ליסטע, ביי ר' אהרן און זיינע מענטשען, ווייל ר' אהרן האט דאך געהאלטן ער איז אלעס, דער טאטע לעבט שוין נישט, ער איז דער גאנצער זכות קיום פון סאטמאר, ממילא יעדע שאקל אין סאטמאר וואס ער האט נישט געוואוסט דערפון פריער, יעדע מסיבה, אפגערעדט התמנות'ער פון רבנות, ראשי ישיבות, נייע בנינים פון קהילות און מוסדות, וואס ער האט נישט געוואוסט פון פריער, אדער נישט מיטגעהאלטן אלע פלענער, האט ער און זיינע מענטשן שוין געהאלטן פאר א מרידה קעגן אים.
און פאר דעם האט ער כסדר געהאט באמפס, ווייל יעדע נייעס פון סאטמאר וואס האט נישט נוגע געווען הגה"צ אבד"ק קרית יואל שליט"א אדער ער איז נישט געווען פארמישט דערין, איז שוין געווען עפעס וואס איז קעגן אים, און משה מיט אליעזר וועבן שרעקליכע פינסטערע פלענער.
*
פרשת בשלח תשנ"ח האט ר' אהרן געמאכט זיין שבת התוועדות אין וויליאמסבורג, וואו עס איז געקומען צו פארן ר' יוסף בנימין וואזנער פון בני ברק און ר' אברהם שמואל גראס פון טאראנטא, דער אומשולדיגער נדבן פאר "איחוד" נישט וויסענדיג דעם אמתן מאטיוו פון דעם "איחוד".
ביי יענעם שבת התוועדות פון ר' אהרן אין וויליאמסבורג, איז געווען מוצאי שבת די ערשטע מאל א ריזיגע מסיבת מלוה מלכה, פון אפאר טויזנט אינגעלייט אין "ראוז קעסל". עס איז געווען די ערשטע מאל וואס דער ברך משה האט געשריבן א בריוו דערפאר. אבער די אהרונים זענען נישט געווען צופרידן פונעם בריוו, פארוואס? ווייל אינעם בריוו איז נישט דערמאנט געווארן קיין איין ווארט פונעם שבת, נאר פון מוצאי שבת. און יעדער האט געשמועסט אז משה גבאי זאגט אז דער שבת איז א חוצפה, אויף דעם קומט נישט קיין בריוו, יא, א מלוה מלכה פון א ראש ישיבה מיט זיינע תלמידים, דאס האט פשט.
דער גאנצער בריוו איז געווען אדרעסירט היות עס קומען זיך צוזאם די תלמידים אין שפיץ פון בני הגה"צ ר' אהרן שליט"א צו א כינוס מלוה מלכה, דארף מען געדענקען לכו בנים שמעו לי, און מיטנעמען אלע גוטע קבלות וואס מען הערט ביי די מלוה מלכה.
יענער בריוו האט זייער שטארק וויי געטאן, אבער עס איז נאכנישט געווען די ענדע, ווייל מיט אפאר וואכן שפעטער ווען דער דעמאלטסדיגער סאטמאר-ירושלימער רב שליט"א איז געפארן אויף שבת שקלים קיין לאנדאן, האט דער ברך משה געשריבן אסאך א שענערן בריוו. און ער האט צוגעשריבן בכתב יד עטליכע שורות, אז דער רב שליט"א (ר' זלמן לייב) איז ביי אים אויסטערליש חביב און חשוב.
אבער לאמיר גיין מיט א סדר, שבת יתרו האט ר' אהרן געפראוועט נאך א שבת התוועדות, איין וואך נאך וויליאמסבורג, שבת יתרו קבלת התורה איז עס געווען אין בארא פארק.
און פונקט ווי דער שבת פרשת חיי שרה "שבת התוועדות" אין מאנטשעסטער איז געווען אפצואווישן די שבת נח אין ירושלים, איז יעצט געווען פארקערט.
ווידער האט מען זיך אנגעהויבן גרייטן צו א נייעם שבת אין אייראפע, דער רבי שליט"א איז געקומען צו פארן פון ירושלים קיין לאנדאן אויף שבת שקלים, בשליחות הברך משה, צו גרינדן אן עקסטערן אפיס פאר מוסדות יטב לב באייראפע.
אין די צייט ווען ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבן גערעדט פון די צוויי הערליכע שבתים פון וויליאמסבורג און בארא פארק, איז הגה"צ רבי יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר ירושלים געפארן אין לאנדאן אויף שבת שקלים, ממנה צו זיין א יסוד און הנהלה באייראפע פאר מוסדות יטב לב בארה"ק. דער סאטמאר רב פון ירושלים איז אויך ארום באזוכן אלע רבנים און ראשי הישיבות, ער איז אויך געווען גאסט רעדנער ביי די יערליכע מסיבה אין לאנדאן לטובת כולל שומרי החומות, בשליחות אביו דער נשיא מרן הברך משה זצ"ל.
וויפיל דער יועץ הפרטי פון ר' אהרן, אהרן מתתיהו דייטש, האט פראבירט דעמאלטס צו צוימען דען ךאנדאנעם שבת שקלים האט דאס פונקט קאפויער געארבעט. דער רבי שליט"א האט געפראוועט שבת שקלים אין לאנדאן אין ביידע שולן, קלעפטאן קאמאן און קעזענאוו ראוד, און אויך געהאלטן א דרשה שבת קודם קריאת התורה, און מוצאי שבת איז געווען מלוה מלכה פאר מוסדות יטב לב.
פארשטייט זיך אז סאיז געווען באגלייט מיט מודעות, און איבעראל איז געשטאנען אז דער רבי שיקט זיין חשוב'ן זון הגה"צ ר' זלמן לייב קיין לאנדאן, עס זענען מיטגעפארן ר' יונה האלפערט משב"ק און ר' בנציון געלבמאן מיט ר' ירמי' טייטלבוים, און פון ירושלים זענען געקומען צו פארן ר' חיים דוד יאזשעף פון נתני', ר' יוסף ראזענברג פון ירושלים און ר' משה חיים ווייס פון בני ברק
דער רבי שליט"א האט געפראוועט א געהויבענעם שבת, אויך זענען געקומען חשוב'ע געסט פון אייראפע, ר' יוסף פרענקל פון לוגאנא, ר' משה פאשקעס און ר' אליעזר פרענקל פון גאלדערס גרין, און מען האט שוין אנגעהויבן שמועסן אז זיי "זענען ר' זלמן לייב'ס מענטשן", דער מצב האט אנגעהויבן אויסקוקן נישט גוט.
פרייטאג צו נאכטס נאך מנחה, וואס דער רבי שליט"א האט געדאווענט, האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה ר' יונה האלפערט משב"ק און האט איבערגעגעבן א פערזענליכען גרוס פון רבי'ן, און ער האט מיט ווארימע ווערטער דערציילט די שמחה וואס דער רבי האט פון שיקן זיין זון קיין ירושלים, ווי ער איז זוכה צו זען נחת אז זיין זון האט אזא חשוב'ע רבנות.
אבער אזוי ווי געשמועסט איז נאך די קריג געווען אומאפיציעל, איז ווען דער רבי שליט"א איז דא געקומען ווינטער קיין ניו יארק אויף א באזוך פון ארץ ישראל, איז געווען דעמאלט א מסיבה פאר מוסדות יטב לב, אין שפיץ פון האחים ר' אהרן און ר' זלמן לייב, ביידע האבן גערעדט. דער קרית יואל'ער רב האט דערציילט אז ער האט שוין אסאך מאל באזוכן די מוסדות און ארץ ישראל, און דער ירושלימ'ער רב האט איבערגעגעבן א באריכט פון די מוסדות וואו ער האט נארוואס איבערגענומען דאס רבנות.
דער קריג אויף אייראפע איז שוין געווען אויף א פולען טעמפא. אין אנווערפען האט ר' אהרן מיט זיינע מענטשען געהאלטען אז דאס איז זיינס ווייל זיין זון איז געווען גארט דער רב. אין ארץ ישראל האט ר' אהרן געהאלטן ר' חיים הערש מייזליש אלס זיין פאנצער אין בני ברק.ר' חיים הערש איז געווען אנגעווייטאגט ווויל ער איז געווען אלץ זיכער ער ווערט רב נאך רמ"א אין ירושלים, און דא האבן זיך זיינע פלענער אויסגעלאזט מיט א גארנישט. איז ב"ב געווען די הויפט שטאט פאר ר' אהרן אין א"י. דעריבער איז געקומען צו א מצב, וואס דער רבי דער ברך משה האט געהאט א קינד אין ארץ ישראל, רב אין סאטמאר ירושלים, און מען האט אים קיינמאל נישט געלאזט קומען קיין בני ברק.
מיט ירושלים האט זיך נאך ר' אהרן געמוטשעט וויאזוי ער וועט זיך אן עצה געבן, און די געלעגנהייט איז געקומען ביי די בר מצוה אדר תשנ"ט, ווען ער איז געפארן קיין פלארידע און מסביר געווען דעם ברך משה אז ער האט נישט קיין כח, און ער וועט פארן בשליחותו, און נאכדעם איז ער געפארן און זיך גענומען אלע כיבודים במלוא מובן המילה.
ממילא איז שוין פארשטענדליך, פארוואס ר' אהרןס קאמפאני האט אזויפיל כוחות אריינגעלייגט אין אויספלאנירן די חתונה און דעם יובל העשרים יענעם זומער, ווייל דעמאלט וועט מען איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז ר' אהרן איז באמת סאטמאר רבי, און ער גייט איבערנעמען גאנץ סאטמאר. מען גייט עס נישט צעטיילן.
*
זומער תשנ"ח איז דער ברך משה געפארן צום ישמח משה'ס יארצייט מיט אלע זיינע קינדער.
פרשת פנחס איז פארגעקומען א מסיבה אין קרית יואל פאר מוסדות יטב לב אין ארץ ישראל, וואס האט אויך געדינט אלס א מסיבת פרידה פאר'ן ברך משה צו די נסיעה. עס איז געווען א מלוה מלכה, און דער יו"ר, ר'פנחס דוד שווארץ ע"ה, האט דעמאלט געזאגט אז עס איז א ריכטיגע "מלוה מלכה" מען באגלייט דעם מלך.
ביי יענע מסיבה האט אויך ר' אהרן גערעדט, און דעמאלט האט ער די ערשטע מאל דערמאנט - רעדנדיג וועגן די מוסדות יטב לב אין ארץ ישראל - ווי בעסער עס איז געווארן זינט מען האט אויפגענומען מיין ברודער אלס רב אין ירושלים, און מיין פלומעניק ר' חיים הערש מייזליש אלס ראש ישיבה אין בני ברק.
עס האט געהייסן א "מואוו" פון אים, ווייל ביז דעמאלט האט מען נאכנישט געוואוסט וויאזוי מען הענדלט דעם ירושלים, די קאלטע קריג איז דאך שוין געווען פעסט, אבער עס איז נאר געווען אומאפיציעל. אבער איצט ווען ער האט געהאט א דינער פאר מוסדות יטב לב און ער האט געמוזט רעדן, האט ער ווי דורכגעבראכן די אייז, און זיך מכניע געווען, אנגענומען אז זיין ברודער איז רב אין ירושלים, און געגעבן ביי-די-וועי א פליק, אז אין בני ברק בין איך בעל הבית.
איידער דער רבי איז ארויס געפארען פון קרית יואל צום עיר פארט, איז געווען א ריזיגער צאתכם לשלום פון הונדערטער קינדער און בחורים, און ר' עזריאל און דער ברך משה האבן גערעדט.
אין סיגעט האט ר' אהרן געזאגט תהלים ביים עצי חיים, זענטער רב האט געזאגט ביים קדושת יו"ט און ביים ייטב לב האט דער רבי שליט"א וועלכער איז שוין געקומען פון ירושלים, געזאגט פארן עמוד.
ביי די נסיעה איז פארגעקומען די געשיכטע ווען דער ברך משה האט זיך אויף גערעגט אויף ר' אהרן און אים ברבים דערלאנגט א פסק. דאס איז געווען אויפן באס אין אונגארען, און כידוע איז דער ברך משה געווען ביי די נסיעות זייער פארמאכט אין זיינע מחשבות. א קלייניקייט, ער גייט אויפן ציון פון זיינע עלטערען וואס האבען אים איבערגעלאזט א קיילעכדיגען יתום ביי די עלעף יאר. און דא אונטער אים זיצט זיין פופציג יעריגער זון און פלוידערט הוילע שטותים פאר שעהן און דערצו אויפן העכסטען טאן.
(איך וועל נישט שרייבען וויאזוי ער האט ארויסגעקוקט פון פענסטער ביי יעדע ראיה און אפילו זיך צוריקגעדרייט צו קענען נאך אביסעל זען, ווייל דאס קומט אריין ביי די ענין פון זיין יראת שמים, וואס מעגליך וועט נישט געשריבען ווערען באריכות, ווייל ווי מען הערט, ווערען די מאמרים געליינט דורך אלע בחורים און עס איז נישט אויסגעהאלטען צו שרייבען וואס זיי טארען בהחלט נישט ליינען. ר' אהרןס נישט יראת שמים, קען אוועק הרגענען אלע שובבי"ם תורות-טיעפס פון רבין זי"ע וואס דער בחור האט זיך אנגעהערט, רח"ל.)
פלולצינג דרייט דער ברך משה צו זיין פופציג יעריגען קינד (תרתי משמע) און הייבט אן שרייען: דו שוטה, פאר צוויי מינוט אין א צי קאנסטו נישט שווייגען. האסט נישט וואס צו טאן, זאג א קאפיטל תהילים און האלט דיינע שטותים ביי דיר!
*
איצט איז געענדיגט געווארען די יארען פון תשנ"ד ביז נאך פסח תשנ"ט. ר' אהרןס פערסאנאלעטי איז שוין אויך באשריבען געווארען. קומענדיגע מאמר, אדער מאמרים, וועט זיין איבער, פארוואס טאקע האט אזא סארט שוואכקייט ווי ר' אהרן, מענטשען וואס זענען אלעס גרייט צו הערען, ליינען, מיטמאכען און משוגע ווערען פאר אים. אי"ה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2009 00:50 |
|
| |
פאראכטען פון פריער
תשנ"ח איז געווען א היסטאריש יאר אין סאטמאר, ווען די "קאלטע קריג" האט געבושעוועט אינגרויסן, עס האט זיך געענדיגט מיט דעם וואס יענעם יאר זענען נפטר געווארען די בארימטע בויערס פון סאטמאר ווי די ראשי הקהילה ומנהלי המוסדות פון ניו יארק הר"ר לייבוש לעפקאוויטש, הר"ר סענדער דייטש און הר"ר ליפא שווארץ פון ירושלים.
אבער די קריג דעמאלט איז געווען פון "הונטער די קוליסן", דאס הייסט יעדער האט געוואוסט דערפון, אבער מען האט זיך נאך געקריגט אביסל פאליטיש, עס צו פארשטיין דארף מען דערמאנען די "היילייטס" פון יענעם יאר, ווייל נאר ווען מען וועט גיין מיט א שטיקל סדר, וועט מען אפשר אביסל ארויסהאבן דעם בילד פון שפעטער און די שרעקליכע דורכפאל פונעם איבערנעמען גאנץ סאטמאר:
די טיילונג פון אייראפע און ארץ ישראל
שבת פרשת נח תשנ"ח איז געווען א גרויסער שבת אין ירושלים, דער סיגעטער רב, היינט כ"ק רבינו שליט"א האט זיך דעמאלט אפיציעל באזעצט אין ירושלים אלס אבד"ק סאטמאר ירושלים. איבערען יאר פון תשנ"ז זענען אנגעגאנגען די מיטינגען מיט די דארטיגע הנהלת הקהילה און צוזאמען מיט'ן ברך משה איבער די התמנות, און דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן פארן אויף שבתים. שבת החודש איז געווען א גרויסער שבת, און נאך, אבער ער איז צוריקגעקומען קיין ניו יארק. ווען אלעס איז שוין געווען אויסגעארבעט, תנאים, רבנות, וכדו', איז געבליבען אז גלייך נאך די ימים טובים תשנ"ח גייט ער זיך באזעצן דארט. און אזוי איז טאקע געווען.
אין יענע צייט האט מען אנגעהויבען הערן מאחורי הפרגוד אז דער ברך משה וויל צעטיילן סאטמאר אין די לענג און נישט אין די ברייט. דאס הייסט, אייראפא און ארץ ישראל פאר ר' זלמן לייב, און אמעריקע פאר ר' אהרן. ר' אהרן האט זיך גענומען קעמפן מיט ציין און נעגל און געזען נישט צוצולאזן אז עפעס זאל קענען צושטאנד קומען. דער "וכל זה איננו שוה לי" האט אנגעהויבען ארבעטען אויפן גרעסטען טעמפא. די "איחוד" קאמפאני אין שפיץ פון ר' אהרן און זיין יועץ פרטי האבן אנגעהויבען מאכען אלע סארט פלענער אז גאנץ סאטמאר זאל זיין אינטער ר' אהרן, סיי ארץ ישראל און סיי אייראפע, און מטכס עצה געווען און ווי אזוי מען קען אפווישען דעם גרויסען שבת פ' נח וואס איז פארגעקומען אין ירושלים, נישט נאר דעם שבת נאר אויך דעם בעל השבת, דאס איז דער יונגערער זון פונעם ברך משה.
לכבוד דעם האבען זיי אנגעהויבן צוגרייטן פלענער פאר א "התוועדות" פון אנשי שלומינו חסידי סאטמאר אין אייראפע "בשליחות" פונעם ברך משה, דורך בנו הגדול הגאב"ד ור"מ קרית יואל, וואס זאל דינען אלס א כינוס פאר גאנץ אייראפע און פארשטייט זיך, צו פארזיכערן ר' אהרןס מאכט און אז מען קען נישט אוועקנעמען פון אים אייראפע.
שבת חיי שרה תשנ"ח, איז ר' אהרן געפארן קיין מאנטשעסטער, ווען זיין דעמאלטדיגער גבאי, יודל וויינשטאק האט חתונה געמאכט דארט, און ער האט געמאכט א שבת התוועדות. ער איז שוין דעמאלטס נישט געווען אזוי נאנט מיט יודלען, און יודל האט געוויסט אז ער גיייט פון דארט פליען נאך זייענדיג דארט ביי אים אין הויז פאר 18 שווערע יארען. אבער וואס טוט מען נישט פאר אזא געטרייע מענטש ווי יודל... איז געווארען אז ר' אהרן וועט פארן צו די חתונה, און דעמאלטס האט די ערשטע מאל געהייסן אין סאטמאר-אייראפע א "שבת התוועדות", א זאך וואס איז קיינמאל פריער נאכנישט געהאט געווען אויף יענעם קאנטינענט, און ר' אהרן האט זיך באשטעלט צעטלעך וואו מען זאל שרייבן אז דער חשוב'ער גאסט הגאון הצדיק אבד"ק קרית יואל שליט"א קומט צו פארן בשליחות אביו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א.
און אזוי ווי עס איז נאך דאן געווען די "קאלטע קריג" עפאכע און משה האט זיך אפיציעל נישט אפען געקריגט מיט ר' אהרן, איז נישט געווען ווער עס זאל אויף דעקען דעם פאלשען "שליחות", און עס איז נישט געווען ווער עס זאל אויף דעקען דעם שלייער אין וואס ר' אהרן האט זיך איינגעהילט.
ר' אהרן איז געווען ביי די חתונה ביי יודל וויינשטאק, דערנאך האט זיך אנגעהויבן די באזוכן ביי די רבנים און די פיקטשערס, א קבלת פנים אין בית המדרש פון סאטמאר מאנטשעסטער, און א גרויסען שבת. אויך איז ר' אהרן געפלויגן אויף איין טאג קיין אנטווערפען, וואו ער האט געפראוועט א מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע סאטמארער ת"ת אין אנטווערפען, אויך באגלייט מיט כבוד, פאמפע און פיקטשערס און מיט זיין יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש וועלעכער איז געווען דער ארכיטעקט פון פארכאפען אלעס אין דער וועלט.
*
אפאר וואכען שפעטער יענעם ווינטער, שבת פרשת ויחי, איז ר' חיים יהושע הלברשטאם דער רב פון סאטמאר-מאנסי געפארן קיין לאנדאן אויף א שבת, און עס איז אומעטים געלייגט געווארען מודעות אז ער קומט צו פארען בשליחות חותנו מרן רבינו זצ"ל, וועגן דעם נייעם בית המדרש אין מאנסי.
ער האט געהאט א געלונגענעם שבת, און אויך האבן אלע ראשי הקהילה ומנהלי המוסדות פון לאנדאן אים אפגעווארט ביים עירפארט. אויך איז אליעזר קעסטנבוים געפארן אינאיינעם מיט אים, און אויף אליעזר האבן די מודעות געשריבן די זעלבע: "זכה להיות כשליח המלך מכ"ק רבינו שליט"א הלוך ונסוע ביחד עם הגה"צ חדב"נ לעיר הבירה לאנדאן". דאס איז שוין געווען א עון בל יכופר, ווייל אליעזר איז געווען שונא נומבער איינס ביי ר' אהרן און זיין קאמפאני, און יעדעס מאל וואס מען האט געשריבן "בשליחות" אויף אן אנדערן ווי ר' אהרן, האבן זיי עס אנגעקוקט סיי ווי א פגיעה, און אויך ווי א זלזול און ליצנות, ווייל אזוי ווערט די גאנצע "בשליחות" פון ר' אהרן אויך נאר א פורים.
ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבען געקריצט מיט די ציין, אבער, ווי שוין דערמאנט, איז נאך די קריג נישט געווען אפיציעל, האט מען נאר געשאלטן דעם רשע משה, פארוואס ער שיקט ר חיים יושע בשליחות כלומר'שט פאר זיין בית המדרש אין מאנסי, ווען יעדער ווייסט אז בלויז ר' אהרן איז דער אמת'ער שליח פון רבי'ן.
דעמאלט איז ר' חיים יהושע אפיציעל ארויף אויף די שווארצע ליסטע ביי ר' אהרן און זיינע מענטשען, ווייל ר' אהרן האט דאך געהאלטן ער איז אלעס, דער טאטע לעבט שוין נישט, ער איז דער גאנצער זכות קיום פון סאטמאר, ממילא יעדע שאקל אין סאטמאר וואס ער האט נישט געוואוסט דערפון פריער, יעדע מסיבה, אפגערעדט התמנות'ער פון רבנות, ראשי ישיבות, נייע בנינים פון קהילות און מוסדות, וואס ער האט נישט געוואוסט פון פריער, אדער נישט מיטגעהאלטן אלע פלענער, האט ער און זיינע מענטשן שוין געהאלטן פאר א מרידה קעגן אים.
און פאר דעם האט ער כסדר געהאט באמפס, ווייל יעדע נייעס פון סאטמאר וואס האט נישט נוגע געווען הגה"צ אבד"ק קרית יואל שליט"א אדער ער איז נישט געווען פארמישט דערין, איז שוין געווען עפעס וואס איז קעגן אים, און משה מיט אליעזר וועבן שרעקליכע פינסטערע פלענער.
*
פרשת בשלח תשנ"ח האט ר' אהרן געמאכט זיין שבת התוועדות אין וויליאמסבורג, וואו עס איז געקומען צו פארן ר' יוסף בנימין וואזנער פון בני ברק און ר' אברהם שמואל גראס פון טאראנטא, דער אומשולדיגער נדבן פאר "איחוד" נישט וויסענדיג דעם אמתן מאטיוו פון דעם "איחוד".
ביי יענעם שבת התוועדות פון ר' אהרן אין וויליאמסבורג, איז געווען מוצאי שבת די ערשטע מאל א ריזיגע מסיבת מלוה מלכה, פון אפאר טויזנט אינגעלייט אין "ראוז קעסל". עס איז אויך געווען די ערשטע מאל וואס דער ברך משה האט געשריבן א בריוו פאר א כינוס פון איחוד. אבער די אהרונים זענען נישט געווען צופרידן פונעם בריוו, פארוואס? ווייל אינעם בריוו איז נישט דערמאנט געווארן קיין איין ווארט פונעם שבת, נאר פון מוצאי שבת. יעדער האט געשמועסט אז משה גבאי זאגט אז דער שבת איז א חוצפה און א מרידה קעגן רבי'ן, אויף דעם קומט נישט קיין בריוו. יא, א מלוה מלכה פון א ראש ישיבה מיט זיינע תלמידים, דאס האט פשט. אבער א שבת התוועדות נישט.
דער גאנצער בריוו איז אלזא געווען אדרעסירט נאר פאר'ן מוצאי שבת, היות עס קומען זיך צוזאם די תלמידים אין שפיץ פון בני הגה"צ ר' אהרן שליט"א צו א כינוס מלוה מלכה, דארף מען געדענקען לכו בנים שמעו לי, און מיטנעמען אלע גוטע קבלות וואס מען הערט ביי די מלוה מלכה.
יענער בריוו האט זייער שטארק וויי געטאן, אבער עס איז נאכנישט געווען די ענדע, ווייל מיט אפאר וואכן שפעטער ווען דער דעמאלטסדיגער סאטמאר-ירושלימער רב שליט"א איז געפארן אויף שבת שקלים קיין לאנדאן, האט דער ברך משה געשריבן אסאך א שענערן בריוו, און ער האט צוגעשריבן בכתב יד עטליכע שורות, אז דער רב שליט"א (ר' זלמן לייב) איז ביי אים אויסטערליש חביב און חשוב.
אבער לאמיר גיין מיט א סדר, שבת יתרו האט ר' אהרן געפראוועט נאך א שבת התוועדות, איין וואך נאך וויליאמסבורג, שבת יתרו קבלת התורה איז עס געווען אין בארא פארק.
פונקט ווי דער שבת פרשת חיי שרה "שבת התוועדות" אין מאנטשעסטער איז געווען אפצואווישן די שבת נח אין ירושלים, איז יעצט געווען פארקערט.
ווידער האט מען זיך אנגעהויבן גרייטן צו א נייעם שבת אין אייראפע, דער רבי שליט"א איז געקומען צו פארן פון ירושלים וואו ער איז געווען רב, קיין לאנדאן אויף שבת שקלים, בשליחות אביו הברך משה, צו גרינדן אן עקסטערן אפיס פאר מוסדות יטב לב באייראפע.
אין די צייט ווען ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבן גערעדט פון די צוויי הערליכע שבתים פון וויליאמסבורג און בארא פארק, איז הגה"צ רבי יקותיאל יודא טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר ירושלים – דער אומאפיציעלער שונא נומבער 1 אין ר' אהרנס קאמפאני - געפארן אין לאנדאן אויף שבת שקלים ממנה צו זיין א יסוד און שטעלן א הנהלה באייראפע פאר מוסדות יטב לב בארה"ק. דער סאטמאר רב פון ירושלים איז אויך ארום באזוכן אלע רבנים און ראשי הישיבות, ער איז אויך געווען גאסט רעדנער ביי די יערליכע מסיבה אין לאנדאן לטובת כולל שומרי החומות, בשליחות אביו דער נשיא מרן הברך משה זצ"ל, און ער האט דארט גענאסן פון כבוד מלכים ממש. כאטש ער איז נישט געווען דער בנו הגדול און כאטש מען האט מיט אלע מיטלען אים פרובירט צו באקעמפען.
וויפיל דער יועץ הפרטי פון ר' אהרן, אהרן מתתיהו דייטש, האט פראבירט דעמאלטס צו צוימען דעם לאנדאנעם שבת שקלים האט דאס פונקט קאפויער געארבעט. דער רבי שליט"א האט געפראוועט שבת שקלים אין לאנדאן אין ביידע שולן, קלעפטאן קאמאן און קעזענאוו ראוד, און אויך געהאלטן א דרשה שבת קודם קריאת התורה, און מוצאי שבת איז געווען א געלונגענע הערליכע מלוה מלכה פאר מוסדות יטב לב.
פארשטייט זיך אז סאיז געווען באגלייט מיט אפיציעלע מודעות מטעם הקהילה און מטעם המוסדות אין לאנדאן און פון יטב לב, איבעראל איז געשטאנען די ווייטאגליכע ווערטער אז דער רבי שיקט זיין חשוב'ן זון הגה"צ ר' זלמן לייב קיין לאנדאן, עס זענען מיטגעפארן ר' יונה האלפערט משב"ק און ר' בנציון געלבמאן מיט ר' ירמי' טייטלבוים, און פון ירושלים זענען געקומען צו פארן ר' חיים דוד יאזשעף פון נתני', ר' יוסף ראזענברג פון ירושלים און ר' משה חיים ווייס פון בני ברק. דער רבי שליט"א האט געפראוועט א געהויבענעם שבת, אויך זענען געקומען חשוב'ע געסט פון אייראפע, ר' יוסף פרענקל פון לוגאנא, ר' משה פאשקעס און ר' אליעזר פרענקל פון גאלדערס גרין, און מען האט שוין אנגעהויבן שמועסן אז זיי "זענען ר' זלמן לייב'ס מענטשן", דער מצב האט אנגעהויבן אויסקוקן נישט גוט.
פרייטאג צו נאכטס נאך מנחה, וואס דער רבי שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד, האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה ר' יונה האלפערט משב"ק און האט איבערגעגעבן א פערזענליכען גרוס פון רבי'ן דער ברך משה, און ער האט מיט ווארימע ווערטער דערציילט די שמחה וואס דער רבי האט פון שיקן זיין זון קיין ירושלים, ווי ער איז זוכה צו זען נחת אז זיין זון האט אזא חשוב'ע רבנות.
אבער ווי געשמועסט איז נאך די קריג געווען אומאפיציעל, דעריבער ווען דער רבי שליט"א איז דא געקומען ווינטער קיין ניו יארק אויף א באזוך פון ארץ ישראל, געווען דעמאלט א שטילע מסיבה אין בארא פארק פאר מוסדות יטב לב, אין שפיץ פון האחים ר' אהרן און ר' זלמן לייב, ביידע האבן גערעדט. דער קרית יואל'ער רב האט דערציילט אז ער האט שוין אסאך מאל באזוכט די מוסדות אין ארץ ישראל, און דער ירושלימ'ער רב האט איבערגעגעבן א באריכט פון די מוסדות וואו ער האט נארוואס איבערגענומען דאס רבנות.
אזוי אז דער קריג אויף אייראפע איז שוין געווען אויף א פולען טעמפא. אין אנווערפען האט ר' אהרן מיט זיינע מענטשען געהאלטען אז דאס איז זיינס ווייל זיין זון איז געווען דארט דער רב. אין ארץ ישראל האט ר' אהרן געהאלטן ר' חיים הערש מייזליש אלס זיין פאנצער אין בני ברק. ר' חיים הערש איז געווען אנגעווייטאגט ווויל ער איז געווען אלץ זיכער ער ווערט רב נאך רמ"א אין ירושלים, און דא האבן זיך זיינע פלענער אויסגעלאזט מיט א גארנישט. איז ב"ב געווען די הויפט שטאט פאר ר' אהרן אין א"י. דעריבער איז געקומען צו א מצב, וואס דער רבי דער ברך משה האט געהאט א קינד אין ארץ ישראל, רב אין סאטמאר ירושלים, און מען האט אים קיינמאל נישט געלאזט קומען קיין בני ברק.
"נאר" מיט ירושלים האט זיך נאך ר' אהרן געמוטשעט וויאזוי ער וועט זיך אן עצה געבן, און די געלעגנהייט איז געקומען א יאר שפעטער ביי די בר מצוה אדר תשנ"ט, ווען ער איז געפארן קיין פלארידע און מסביר געווען דעם ברך משה אז ער האט נישט קיין כח, און ער וועט פארן בשליחותו, און נאכדעם איז ער געפארן און זיך גענומען אלע כיבודים במלוא מובן המילה.
ממילא איז שוין פארשטענדליך, פארוואס ר' אהרןס קאמפאני האט אזויפיל כוחות אריינגעלייגט אין אויספלאנירן די חתונה און דעם יובל העשרים יענעם זומער, ווייל דעמאלט וועט מען איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אז ר' אהרן איז באמת סאטמאר רבי, און ער גייט איבערנעמען גאנץ סאטמאר. מען גייט עס נישט צעטיילן.
*
ל"ג בעומר תשנ"ח איז פארגעקומען די אפיציעלע עפענונג פון די בנין עטרת אברהם. עס איז פארגעקומען א גרויסע פאראדע ווען אלע קינדער האבן מארשירט צום נייעם בנין מיט די באטייליגונג פון ברך משה. אבער ר' אהרן איז נישט געווען געלאדענט. און עס איז געווען א גאנצער פאליטיק פון ר' אהרןס מענטשען אז מען האט אים דירעקט נישט גערופען, ווייל 82 און אריה לייב בראש, זענען זיינע שונאים.
*
איצט צו די פאזיטיווע געשעענישען פאר ר' אהרן אין דעם יאר.
ר' אהרן האט יענעם יאר אין חודש סיון חתונה געמאכט זיין טאכטער. ווייניגער ווי א וואך דערויף איז פארגעקומען דער גרויסער "קרן הצלה" כינוס אין ארמארי און ר' אהרן איז געווען פון די הויפט שפילער. אויך האט חודש אייר תשנ"ח אנגעהויבען צו ערשיינען "דער אידישער געדאנק" וואס ר' אהרןס מענטשען האבען ארויסגעגעבען כדי אים צו בויען, ווייל דער איד האט דאס נישט גענוג געטון לויט זיינע געברויכען. מיר וועלען קורץ באשרייבען די דריי.
די חתונה איז פארגעקומען מיטוואך בהעלותך ט"ז סיון אין ק"י, און איז געווען די ערשטע חתונה זייט ר' אהרן איז געווארען מעכטיג, און אין זיינע אויגען דער פאקטישער רבי. צו די חתונה איז געקומען צו פארען דער זיידע פון חתן דער ירושלימער רב הגרי"מ דושינסקי ז"ל, און אויך האט זיך באטייליגט דער גאון ר' מאיר בראנסדארפער וועלכער איז געווארען א יאר פריער א חבר הבד"ץ. מען האט איינגערעדט פארען גאנצען סאטמארען ציבור אז ר' מאיר מיט ר' אהרן זענען מוראדיג נאנט.
(נאך אנהויב ווינטער ווען דער שידוך איז געשלאסן געווארן האט ר' אהרןס יועץ פרטי, אהרן מתתיהו דייטש גלייך גערעדט פון דעם, אז די חתונה וועט זיין סיון, און דער גאנער בית דין וועט זיין ביי די חתונה, ווייל מען גייט מאכן א יובל העשרים פון כ' סיון. איך וואלט מיך נישט געטרויעט צו שרייבען אז בלויז דאס איז געווען די סיבה פארן עצם שידוך, אבער טאמער עס וועט נאך אמאל דאס קראנט ארויס קומען, וועלען מיר נישט מוזען זיך אנכאפען אין א בענקעל, מיר וועלן דאס קענען הערען שטייענדיג.)
איצט א שטיקל הקדמה צו די מכלומרשטע נאנטשאפט פון ר' מאיר צו ר' אהרן. כסלו תשנ"ז איז נפטר געווארען דער תולדות אהרן רבי ז"ל. נאך זיין פטירה האט זיך די חבריא צוטיילט, נישט ממש צוטיילט אבער עס איז געווארען צוויי חבריא'ס. דער עלטערער זון ר' שמואל יעקב האט זיך געעפענט א נייע חבריא און זיך א נאמען געגעבען תולדות אברהם יצחק, און דער יונגערער זון ר' דוד איז געבליבן מיט תולדות אהרן.
די דארטיגע פאליטיק האט אין יענע יארען געהאט א שטיקל אפעקט אין סאטמאר אויך. דער נייער תולדות אברהם יצחק רבי איז געווען דער עלטערער זון און דערווייל האט דאס געוויזען אז נישט אלץ און נישט אויטאמאטיש נעמט דער בנו בכורו איבער. אוון ווייל ער איז געווען דער עלטסטער זון האט ר' אהרן געוואלט אז ער זאל געווינען. אויך איז דא א זייטיגע פוינט, ווייל דער תולדות אברהם יצחק רבי האט איינגעפירט גאר נייע שיניום ביי זיינע טישען און בכלל אין זיין חסידות, און ער איז געווען זייער נאנט צו וויזניץ ב"ב, און איז געווען באוויסט פאר א נישט אזא גרויסער קנאי ווי זיין ברידער, ממילא האט ר' אהרן געוואלט אז דער נייער רבי זאל זייער מצליח זיין.
אויך קומט צו דער פאקט אז דער יונגערער זון, ר' דוד איז בהחלט נישט געווען נאנט מיט ר' אהרן. ער האט נישט געוואלט קומען באזוכען דעם סקול דיסטריקט ווען ר' אהרן אליין האט אים געבעטען, און עס איז באוויסט אז ער איז געווען נאנט צו קאשוי און צו וויזניץ-מאנסי, און דערצו א קנאי, ממילא האבען ר' אהרןס מענטשן אים זייער פיינט געהאט.
ווידער משה גבאי מיט זיינע פאליטיקאנטען אין א"י, ווי אפרים שטערן, מענדל וואלערשטיין און אנדערע, האבען געהאלטען אז פאר סאטמאר'ס טובה איז ענדערש אז ר' דוד, דער יונגערער זון, זאל מצליח זיין. וואס דער דעמאלטסדיגער סאטמאר-ירושלימער רב האט געהאלטען איז אפיציעל נישט באקאנט, אבער עס איז גרינג זיך פאר צו שטעלען אז ער איז געווען באקוועמער מיט ר' דוד ווי מיט ר' שמואל יעקב, כאטש אפיציעל האט ער נישט גענומען א זייט אין יענע מחלוקה. דער איד האט מער געבויעט ר' דוד ווי ר' שמואל יעקב, וואס פון דעם אליין האבען ר' אהרןס מענטשען געוויסט אז זיי מוזען האלטען מיט ר' שמואל יעקב.
ווען ר' שמואל יעקב איז געקומען אין ניו יארק די ערשטע מאל אלץ רבי, האבען ר' אהרןס מענשטען געפילט אז ער איז זייערס און ער איז מיט ר' אהרן און זיי זענען געלאפען צו זיינע טישען און גערעט פון אים ווי פון א וועלטס ווינדער. ר' שמאל יעקב האט זיי נישט אויסגעשפילט, און ער האט זיך צוגעשטעלט צו ר' אהרן און צו זיינע מענטשען. (ער איז אין שפעטערע יארען איינגעשטאנען ביי יצחק ראזנבערג, כטאש עס האט אים שפעטער געקאסט א פרייז אז ער האט נישט געקענט באזוכען דעם ברך משה און דעם נייעם וו"ב סאטמארן רב און ער האט נישט געהאט די שטיצע פון א גרויסען טייל פון סאטמאר). אבער דער שידוך מיט ר' אהרן און ר' שמואל יעקב האט אן געהאלטען ביז דער זייפן בלאז האט זיך צו בלאזען, און א 6-7 יאר דערויף האבען זיי זיך פון ר' שמואל יעקב אפגעשאקעלט, צו ער פון זיי, און היינט צו טאגס איז ער אייניג נאנט צו ביידע רביס.
און ווייל ר' מאיר בראנסדארפער איז געווארען רב אין די נייע קהילה האט ר' אהרן אויטאמאטיש זייער ליב געהאט ר' מאיר. אבער צו ר' מאיר האט ליב געהאט ר' אהרן אויך, דאס איז נאך נישט אויף געוויזען געווארען קיינמאל.
דער שקר אז ר' מאיר בראנדסדארפער איז שרעקליך מקושר צו ר' אהרן איז אין תשנ"ח געווען אזוי גרויס אז קיינער האט דאס אפילו נישט געקענט אפלייקענען. עד היום הזה ווייסט מען נישט וואס דער שקר פון דעם קשר האט באדייטעט. ר' מאיר האט ביז זיין לעצטען טאג אויף די וועלט למעשה גארנישט דעליווערט פאר ר' אהרן און אפיציעל איז נישט געווען עפעס וואס ער האט אפילו איינמאל ארויסגעוויזען פאר ר' אהרן מער ווי פאר זיין ברידער.
ר' אהרןס יועץ פרטי, אהרן מתתיהו דייטש, האט אין יענע יארען געפאמפעט מיט דעם שקר פון דעם קשר אז אפילו ר' אהרן אליין האט זיך געהעריג איינגערעדט אז ער מיט ר' מאיר זענען איינס. און עס האט געהייסען אין די גאס אז עס איז געלונגען פאר מתתיהו דייטש צו ברענגען ר' מאירן צו די חתונה פון ר' אהרן זיין נאנטסטער פריינט אויף די וועלט.
די חתונה
ביי די חתונה האבען ר' אהרןס מענטשען געלאזט וויסען פאר דעם שונא נומער איינס, אריה לייב גלאנץ, אז זיי דארפען נישט אז ער זאל אנפירען די חתונה, ווי ער פלעגט ביי אלע חתונות נכדי הברך משה, נאר זיי האבען אויפגענומען ר' אלי' שלמה קאהן אז ער זאל האבען די מייק און אויסרופען וואס מען דארף. דאס האט געדארפט שיקען א מעסעדש פאר משה גבאי אז ער איז מער נישט באלעבאס אין סאטמאר און נעקסט איז ער. אריה לייב האט טאקע נישט פארנומען קיין ארט ביי די חתונה, און נאכמער, מען האט אים אזוי ענג געמאכט דארט, אז ער האט געמוזט אנטלויפן אינמיטן די חתונה.
וויבאלד ביי די חתונה איז ר' אהרן געווען אין זיין "פיעק" צייט (פיעק אויף אידיש, איז הויך פונקט) און דא גייט זיין אנוועזענד דער ירושלימער רב און אויך ר' מאיר, און אויך אז זיינע מענטעשן האבען אויפגעזאגט אריה לייבען, און דער ברך משה, דער דעמאלטסדיגער סאטמאר-ירושלימער רב, וועלכער איז געקומען צו פארען צו די חתונה, און אויך משה גבאי גייען דא איצט צום ערשטען מאל זען ווי מעכטיג ר' אהרן און זיין ארמיי איז, איז ר' אהרן געווען אויסער געווענליך הייפער. ער גייט ווייזען פאר זיי ווער ער איז און ווי שטארק ער איז, און די חתונה גייט זיין פיל העכער ווי למעלה מן המשוער.
עס איז מיר נישט באקאנט ווען ר' אהרן האט דאס אפגעמאכט, צו ווער עס האט אים געגעבען די עצה אז מיט דעם וועט ער זיך אהערשטעלען אלץ א תקיף און א בעל יכולת, אלץ א פירער און אלץ א קנאי איינס אין דער וועלט, אבער בלויז עטליכע מינוטען אינעם קבלת פנים, וואס איז פארגעקומען אונטען אין זאל פון ביהמ"ד, האט זיך ר' אהרן, אן די ברילען מחמת גרויס ערנסקייט, ספאנטאניש אויף געשטעלט פון זיין פלאץ און זיך גענומען שרייען מיט אום באנימענע קולות: שייגעץ הער אויף צו כאפען בילדער! טראגטס אים ארויס! עס איז א ערנסטער זמן, דער טאטע זיצט דא, מען וועט נישט כאפען קיין בילדער. און לאזט וויסען פארען גאנצען ציבור, אז ער וועט נישט לאזען כאפען קיין בילדער ביי די גאנצע חתונה. עס איז א חוצפה נוראה! ער האט געמאכט איבערקערענישען צוויי מאל ביי די קבלת פנים, אזוי ווייט אז דער ברך משה האט אים שוין געהייסען אויף הערען צו שרייען.
די שעפסען זיינע האבען הנאה געהאט ווי גוט דער נייער גאנג ארבעט זיך אויס. עס האט אים געמאכט אויסזען ווי א קנאי, א פרומער, איינער וואס וועט שרייען ווען עס טוט וויי, און יעדער האט געזען אז ער מיינט עס ערענסט. פארשטייט זיך, אויסער זיינע פריוואטע יועצים און דער ברך משה מיט משה גבאי.
די קנאות און הייפערדיגע שטימונג האט אנגעהאלטען די גאנצע נאכט. ביי די חופה האט ער זיך צושריגען, אויך ביי די סעודות החתונה, ביי די טענץ און אויך ביים מצוה טאנץ. ער איז געווען אויף א מיסיע קעגען בילדער די גאנצע צייט. און מען מוז פארשטיין אז עס האט נאך דאן נישט עקסיסטירט קיין איין בילדער מאגאזין, דער בליק האט דאן אויך נאך נישט געלעבט, דער איד האט נאך נישט געהאט די העזה צו לייגען בילדער, און קיין בלאט איז אויך נאך נישט געווען. אויך איז דעמאלטס נאך נישט געווען די יארען פון "דידשיטעל קעמרעס" ווי היינט און קיין "טעלעפאן קעמרעס" אויך נישט. די אלע בילדער מאכערס זענען געווען געדינגענע מענטשען וואס זענען געקומען כאפען בילדער פאר געלט, און פאר גוט געלט.
שטעלט זיך א פראגע, ווער האט זיי געדינגען? ווער האט זיי באצאלט? און פארוואס האט מען געכאפט די בילדער? די תירוץ קומט אין די פאראגראפען ווען איך וועל שרייבען פון "אידישען געדאנק".
ביי די חתונה האט זיך ר' אהרן ניטאמאל אונטערגעהויבען ווען הרב דושינסקי איז אריינגעקומען צו די חתונה. און נאכמער, הרב דושינסקי האט אפגענומען מז"ט פון דעם גאנצען אויבען אן, אויפן וועג גייענדיג צו זיין פלאץ אין מיטען, און ווען ער איז אן געקומען צו ר' אהרן און געגעבען די האנט, האט זיך ר' אהרן נישט אויפגעשטעלט און נישטאמאל זיך אויס געדרייט אויף זיין זייט, נאר אים צוריק געגעבען די האנט ריק ווערט, אין די זעלבע צייט ווען דער ברך משה האט יא אפגעגעבען דעם גרעסטען כבוד פאר הרב דושינסקי. דאס האבען געזען אלע הרב דושינסקיס מענטשען.
כאטש ר' אהרן האט שוין חתונה געמאכט אין קרית יואל דריי קינדער פאר די חתונה, און דאס איז געווען זיין זעקסטע קינד, דאך האט מען ביי יענע חתונה געפילט אין די לופט די רבי'סטעווע, מען האט געבויט דאס ערשטע מאל א שאטער ספעציעל פאר'ן עסן, און ר' אהרן איז ארומגעגאנגען ביי די סעודה טיילן מזל טוב פאר יעדן איינעם. ר' אהרןס יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש מיט נאך צענדליגער "שוויצערס" האבן באגלייט די מערכה פון א' ביז ת' אז עס זאל קלאפן מיט די רביסטעווע פונעם רב הצעיר.
אין מיטען די חתונה איז פארגעקומען דער קלימאקס פון די נאכט. ר' אהרן מיט זיין בעסטער פריינט ר' מאיר האבען זיך געשטעלט טאנצען אין מיטען ביהמ"ד. מען האט געזונגען א ספעציעלען פאראויס באשטימטער ניגון, "ר' משה ארי'ס ניגון". מען האט געמאכט א ריזיגע רינג ספעציעל איצט אז משה גבאי זאל גוט זען דעם געהויבענע טאנץ און ער זאל פלאצען. דער ביהמ"ד איז געשפרינגען אין די ליפטן מען האט געטאנצען אין די הייך ארויף און אראפ וויאזוי מען טאנצט מיט דעם ניגון. אבער וויבאלד ר' אהרן מיט זיינע מענטשען האבען געלייגט צו א גרויס געוויכט און גרויס האפענונג אויף דעם טאנץ אז דאס וועט ווייזען זייער ספעציעלע נאנטקייט, האט דאס נישט געקלאפט. ר' מאיר האט נישט געוויסט וואס מען וויל פון אים. ער איז פשוט נישט געוואינט געווען צו טאנצען וויאזוי ר' אהרן האט יעצט געוואלט טאנצען, און קיין גבאים מיט וועם ר' אהרןס מענטשען זאלען דאס אפשמועסען פון פאראויס האט ער דאך נישט פארמאגט, און אפילו ווען יא, וואלט ער דאס סיי ווי נישט אנגענומען ווייל ער איז דאך געווען א ערנסטער מענטש, האט דער טאנץ אנגעהאלטען בלויז עטליכע מינוט, און ר' מאיר האט אפגעלאזט ר' אהרןס הענט און זיך צוריק געגאנגען אויף זיין פלאץ. וויפיל פלענער עס איז נאר געלעגען אין דעם געוואלדיגען טאנץ, האט זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם. ר' מאיר האט נישט מיט געארבעט.
דער אידישער געדאנק
נישט לאנג נאך די חתונה איז ערשינען דער אידישער געדאנק. דארט איז געווען באשריבען די חתונה מיט אלע סארט גוזמאות וואס דער ווערטער בוך פארמאגט נאר. (דער בלאט היינט איז דער ממלא מקום פון דעם אידישען געדאנק און היינט קען מען ליינען די אלע נארישע גוזמאות וועכענטליך אין בלאט.) דעמאלטס האט דער אידישער געדאנק געגרינדעט א נייעם טיטול אויף ר' אהרן: "גאב"ד ור"מ קרית יואל". עטליכע יאר שפעטער האט דער בלאט געגרינדעט א אנדערען טיטול פאר ר' אהרן: "כ"ק מרן הגאב"ד", און היינט האלט מען שוין ביי הגה"ק. ל"ע.
און אויך האט דער אידישער געדאנק פארמאגט צענדליגער בילדער פון די חתונה. זיי האבען דאך געוויסט דעם אמת אז "דער רב" מיינט נישט עכט ערנסט די מלחמה אקעגען בילדער, די רעדאקציע פון אידישען געדאנק זענען דאך געווען ביי די מיטינגען ווען מען האט אפגעמאכט אז ר' אהרן זאל ביי די חתונה ווערן א קנאי, ממילא האבען זיי דאך לכתחילה געוויסט און טאקע אנגעזאגט פאר די בילדער מאכער אז ר' אהרן וועט שרייען אבער זיי זאלען ווייטער כאפען ווייל דער רב מיינט עס נישט עכט. און זיי האבען אריינגעשטעלט בילדער אין אידישען געדאנק לרחצה. איצט פארשטייט מען שוין אויך ווער עס האט באשטעלט די בילדער מאכער און ווער עס האט זיי באצאלט.
אויך האט דער אידישער געדאנק איינגעפירט א נייעם געדאנק. זיי האבען אויסגעשניטען יעדען בילד וואס האט געהאט משה גבאי. משה דער גבאי איז אין די אידישע געדאנק נישט געווען בבל יראה ובבל ימצא. דאס איז געווען אזא גוטס אז ר' אהרן מיט זיינע מענטטשען האבען געהאלטען פאר זיכער אז אט אט אט אט אט קומט משה גבאי פאלען צו ר' אהרןס פיס און בעט זיך איבער און זאגט צו אז ער ווארפט זיך אינטער ר' אהרן.
דאס אז משה גבאי איז נישט אזוי בעיביש, דאס אז משה אינטרעסירט די בילדער ווי פאר יעדען נארמאלען מענטש העכער די פערציג, איז זיי פשוט נישט איינגעפאלען.
(איך האב באקומען אין אישי פון איינעם קראנט, אז ר' אהרן האט געליינט דעם אידישען געדאנק און באטראכט יעדעס בילד פון אלע זייטען און זיך געהאלטען ביי די זייטען ווי גוט מען האט אפגעטאן פאר משה גבאי אז מען זעט אים נישט אויף קיין איין בילד. און אויך האט מיר יענער פארציילט אז הרב דושינסקי איז נישט געווען אויף שבת שבע ברכות אין קרית יואל. ער איז געפארען צו זיין טאכטער א אלמנה וואס וואונט אין נייטרא. פרייטאג פאר ער איז געפארען, האט ער אפגעגבען א באזוך ביי ר' אהרן אין הויז. ביי יענעם באזוך האט געבליצט אן אויפהער און ר' אהרן האט גארנישט געשריגען, נאר עס האט אויסגעזען ווי ער האט גאר הנאה. און הרב דושינסקי האט זיך אויסגעדרוקט אויפן ועג צו איינעם פון זיינע נאנטע, אז אינטרעסאנט ער האט נישט געשריגען ווען מען מאכט ביי אים אינדערהיים בילדער.)
(האפענטליך וועל איך קענען פארשאפען א קאפיע פון די אידישע געדאנק, און איך וועל עס ארויפשטעלען. אויב איינער האט דאס, ביטע מיר שיקען אין אימעיל [email protected] )
יובל העשרים
דינסטאג פ' בהעלותך, איין טאג פאר די חתונה, איז פארגעקומען דער גרויסער קבלת פנים אין וויליאמסבורג פאר די חברי הבד"ץ, ר' יעקב בלוי, ר' משה שטערנבוך, ר' משה האלבערשטאם, ר' מאיר בראנסדארפער ובראשם דער גאב"ד הרב דושינסקי ז"ל. ביז צום פליגער זענען צוגעלאזט געווארן ר' אהרן און דער היינטיגער ראב"ד סאטמאר ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן און די איידימער פונעם גאב"ד. פון עירפארט זענען די חברי הבד"ץ ערשט געפארען צום בית המדרש ברך משה, וואו דער ברך משה האט זיי מקבל פנים געווען. דארט איז געווען הגה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס אב"ד אבני שלמה חבר וועד הרבנים פון קרן הצלה, און דער יו"ר פון קרן הצלה הרה"ח ר' ליפא לעפקאוויטש ע"ה, און נאך מנהיגי קהילות וחשובי הרבנים.
פון דארט איז דער רבי אינאיינעם מיטען בית דין ארויס אויף די גאס צום גרויסן סטעידש אויף בעדפארד עוועניו וואו עס האט זיך באטייליגט טויזנטער מענטשען. צום ערשט האט גערעדט דער ראש הקהל ר' סענדר דייטש ז"ל, און אין נאמען פונעם ברך משה האט גערעדט זיין איידעם רבי חיים יהושע דער רב אין מאנסי. דאס האט ר' אהרן נישט אויסגעהאלטען און אויך נישט זיינע מענטשען, ווייל זיי האבן געוואלט מען זאל קענען איבערשפילן די פריערדיגע צוויי מסיבות, התייסדות קרן הצלה און שנת העשר, וואו דער ברך משה איז געווען דער הויפט רעדנער ביים קבלת פנים. דערנאך האט גערעדט ר' מנשה כ"ץ אב"ד פריימאן. נאכדעם האבן גערעדט ר' משה הלברשטאם און ר' מאיר בראנדסדארפער. צום סוף האט גערעדט הגאון ר' טובי' ווייס שליט"א דעמאלט דומ"ץ אנטווערפען היינט גאב"ד ירושלים.
ביי דעם גרויסען עצרת אין ארמארי געביידע האט שוין ר' אהרן יא גערעדט און ער האט זיך אויפגעטאן מיט א דראמאטישען טאן און געפאמפעט: "פון קרית יואל אליין איז אריינגעקומען איבער א מיליאן דאלער פאר קרן הצלה"... זיין דרשה איז דעמאלט געווען די "סטעיט אוו די יוניאן" ביי די אהרונים, מען האט דעמאלט געשמועסט אז דער חבר הביד"צ ר' יעקב בלויא האט זיך נאכדעם אויסגעדריקט: שוין לאנג נישט געהערט אזא דרשה מלא שחצנות!
*
זומער תשנ"ח איז דער ברך משה געפארן צום ישמח משה'ס יארצייט מיט אלע זיינע קינדער.
פרשת פנחס איז פארגעקומען א מסיבה אין קרית יואל פאר מוסדות יטב לב אין ארץ ישראל, וואס האט אויך געדינט אלס א מסיבת פרידה פאר'ן ברך משה צו די נסיעה, עס איז געווען א מלוה מלכה, און דער יו"ר, ר'פנחס דוד שווארץ ע"ה, האט דעמאלט געזאגט אז עס איז א ריכטיגע "מלוה מלכה" מען באגלייט דעם מלך. ביי יענע מסיבה האט אויך ר' אהרן גערעדט, און דעמאלט האט ער די ערשטע מאל דערמאנט - רעדנדיג וועגן די מוסדות יטב לב אין ארץ ישראל - ווי בעסער עס איז געווארן זינט מען האט אויפגענומען מיין ברודער אלס רב אין ירושלים, און מיין פלומעניק ר' חיים הערש מייזליש אלס ראש ישיבה אין בני ברק.
עס האט געהייסן א "מואוו" פון ר' אהרן, ווייל ביז דעמאלט האט מען נאכנישט געוואוסט וויאזוי מען הענדלט דעם ירושלים, די קאלטע קריג איז דאך שוין געווען פעסט, אבער עס איז נאר געווען אומאפיציעל. אבער איצט ווען ער האט געהאט א דינער פאר מוסדות יטב לב און ער האט געמוזט רעדן, האט ער ווי דורכגעבראכן די אייז, און זיך מכניע געווען, אנגענומען אז זיין ברודער איז רב אין ירושלים, און געגעבן ביי-די-וועי א פליק, אז אין בני ברק בין איך בעל הבית.
איידער דער רבי איז ארויס געפארען פון קרית יואל צום עיר פארט, איז געווען א ריזיגער צאתכם לשלום פון הונדערטער קינדער און בחורים, און ר' עזריאל און דער ברך משה האבן גערעדט.
אין סיגעט האט ר' אהרן געזאגט תהלים ביים עצי חיים, זענטער רב האט געזאגט ביים קדושת יו"ט און ביים ייטב לב האט דער רבי שליט"א וועלכער איז שוין געקומען פון ירושלים, געזאגט פארן עמוד.
ביי די נסיעה איז פארגעקומען די געשיכטע ווען דער ברך משה האט זיך אויף גערעגט אויף ר' אהרן און אים ברבים דערלאנגט א פסק. דאס איז געווען אויפן באס אין אונגארען, און כידוע איז דער ברך משה געווען ביי די נסיעות זייער פארמאכט אין זיינע מחשבות. א קלייניקייט, ער גייט אויפן ציון פון זיינע עלטערען וואס האבען אים איבערגעלאזט א קיילעכדיגען יתום ביי די עלעף יאר. און דא אונטער אים זיצט זיין פופציג יעריגער זון און פלוידערט הוילע שטותים פאר שעהן און דערצו אויפן העכסטען טאן.
(איך וועל נישט שרייבען וויאזוי ער האט ארויסגעקוקט פון פענסטער ביי יעדע ראיה און אפילו זיך צוריקגעדרייט צו קענען נאך אביסעל זען, ווייל דאס קומט אריין ביי די ענין פון זיין יראת שמים, וואס מעגליך וועט נישט געשריבען ווערען באריכות, ווייל ווי מען הערט, ווערען די מאמרים געליינט דורך אלע בחורים און עס איז נישט אויסגעהאלטען צו שרייבען וואס זיי טארען בהחלט נישט ליינען. ר' אהרןס נישט יראת שמים, קען אוועק הרגענען אלע שובבי"ם תורות-טיעפס פון רבין זי"ע וואס דער בחור האט זיך אנגעהערט, רח"ל.)
פלולצינג דרייט דער ברך משה צו זיין פופציג יעריגען קינד (תרתי משמע) און הייבט אן שרייען: דו שוטה, פאר צוויי מינוט אין א צי קאנסטו נישט שווייגען. האסט נישט וואס צו טאן, זאג א קאפיטל תהילים און האלט דיינע שטותים ביי דיר!
*
פון די דריי נפטרים האט ר' אהרן נישט געווינען קיין סאך, ווייל זייערע ממלאי מקומות האט ר' אהרן נישט אריינגעלייגט, כאטש ער האט זיך גערישט אז ער וועט איצט קענען זיך אריין שטעלען אין א פאזיציע צו קענען זיך פארפעסטיגען אין וויליאמסבורג. ר' אהרן האט זיך גערישט אז ענדליך וועט ער קענען אריין לייגען זיינע ביידע פיס אין גרעסטען מוסד פון סאטמאר און פון דארט ביז ווערען רבי, איז שוין בלויז א קאצען שפרינג.
ער האט זיך גערישט אז יעצט וועט ער שוין ענדליך קענען פטור ווערען פון זיין גרעסטען שונא, אריה לייב גלאנץ און אים פארווארפען פון 82 און ער וועט אריין שטעלען זיינע מענטשען און אזוי וועט ער אויטאמאטיש ווערען בעה"ב אין וויליאמסבורג, צו וואס ער האט אזוי געגארעט. אנטשולדיגט, נישט ער, נאר דער ברך משה. דערווייל האט די הנהלת המוסדות נישט געפרעגט ר' אהרן און האבען נישט אריין געשטעלט קיינעם פון זיינע מענטשען, נאר ר' אברהם לעפקאוויטש איז געווארען דער מנהל המוסדות וואס ר' אהרןס מענטשען האבען אויף דעם געשאלטען ווייל ער איז דאך געווען פון די "שונאים" און עס ווערט ענדליך מקוים די שרעקענישען אז משה גבאי גייט צוריק גוט ווערען מיט די שונאים. יענעם יאר כ"ו אב אין קרית יואל האט משה גבאי שטיל געמאכט דעם גאנצן בית המדרש און ארויפגערופען ר' אברהם לעפקאוויטש פונעם אנדערן עק ביז צום אויבענאן נעמען שיריים פונעם ברך משה. ר' אהרן מיט זיינע מענטשען זענען געווען געפערליך אויפגעקאכט אז אברהם לעפקאוויטש איז נאר א קאוועראפ, און עס מיינט באמת אז אליעזר קעסטנבוים גייט זיך אריינריקן. נעבעך. זיי האבן געשאלטן פארוואס מען נעמט אריין אברהם לעפקאוויטש, און אפיציעל געזאגט אז עס טוט זיי וויי ווייל ער איז א שונא פאר'ן רבי'ן און ער איז פון די רביצינס מענטשן. אבער די אמת'ע סיבה פארוואס ס'האט זיי אזוי וויי געטאן איז ווייל ר' אהרן האט זיך דערזען אז דעם טאג אויף וועלכן האט זיך שוין אזוי לאנג געשארפט די ציין איז אנגעקומען, און דערווייל זענען אלע זיינע חלומות זיך צורינען.
אין קהל זענען געווארען בערל פרידמאן און יאנקל כהנא קא-פרעזידענטען. וואס דאס האט זיך שפעטער ארויס געשטעלט צו זיין א צייטווייליגען געווינס פאר ר' אהרן ווייל בערל מיט אים האבען דעם ווינטער דערויף קאנספירירט ווי אזוי איבער צו נעמען סאטמאר.
בנוגע איבערצו נעמען ר' ליפא שווארץ אין ירושלים, האט ר' אהרן געוויסט אז זיין ברודער וועט אריינלייגען זיינע מענטשען ווייל ער איז דאך געווען רב דארט און די הנהלה דאהי איז דאך שוין געווען נאר ר' זלמן לייבס מענטשען. יצחק ראזנבערג איז שוין נישט געווען אין מוסדות יטב לב, זייט אנשיל שווארץ איז געפלויגען פון מנהל אין ירושלים.
*
איצט איז געענדיגט געווארען די יארען פון תשנ"ד ביז נאך תשנ"ח. ר' אהרןס פערסאנאלעטי איז שוין אויך באשריבען געווארען. אין די קומענדיגע מאמרים, וועט זיין געשריבען איבער, פארוואס טאקע האט אזא סארט שוואכקייט ווי ר' אהרן, מענטשען וואס זענען אלעס גרייט צו הערען, ליינען, מיטמאכען און משוגע ווערען פאר אים. אי"ה.
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 15/07/2009 13:33:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/7/2009 17:17 |
|
| |
איך האב אנגעהויבען דעם פריערדיגען מאמר מיט די ווערטער: תשנ"ח איז געווען א היסטאריש יאר אין סאטמאר, ווען די "קאלטע קריג" האט געבושעוועט אין גרויסן.
א קאלטע קריג מיינט, אז צוויי לאגערען זענען אין א קריגס צושטאנד, דאס מיליטער איז גרייט אויפן העכסטען לעוועל, מען איז באוואפענט ביז איבער די נאז, אבער, מען שיסט נאך נישט. מען גייט נאך נישט ארויס אין א פולען קריג. און די סיבה איז, ווייל ביידע לאגערען האלטען זיך צוריק פאר א געוויסע סיבה.
סאטמאר איז פון תשנ"ו ביז פסח תשנ"ט געווען אין א קאלטע קריג צושטאנד. ביידע לאגערען, ד.ה. ר' אהרן מיט זיינע מענטשען, און משה גבאי, אלסן כבוד פון ברך משה, זענען געווען אין קריג, אבער נישט ממש אפען.
ר' אהרן האט זיך באוואפענט מיט מענטשען וואס האבען אים געגעבען עצות אז ער זאל שוין איצט פארכאפען די מאכט, און משה גבאי האט זיך באוואפענט מיט דעם, צו ווייזען אז דער רבי לעבט, דער רבי איז געזונט, און ר' אהרן איז "רבינו בחיי".
ר' אהרן האט געקענט טאן מער און שטערקערע שריט ווי משה גבאי, ווייל ר' אהרן איז געווען גרייט צו טאן אלעס אין דער וועלט, און משה גבאי איז געווען באגרעניצט ווייל ער האט געמוזט אכט געבען אויפן ברך משה'ס כבוד. ר' אהרן איז ארום געפארען אין די גאנצע וועלט מיטען שקר אז דער טאטע האט אים געשיקט, אבער משה גבאי האט דאס נישט געקענט פארלייקענען ווייל עס איז געווען א שטילער קריג און כדי נישט צו פארשעמען דעם ברך משה האט ער נישט געקענט זיין דער וואס זאל אויס שיסען דעם ערשטען שאס, מיט דעם וואס ער וועלט ארויסגעקומען עפענטליך אז ר' אהרן איז א שקרן וכזבן.
ר' אהרןס יועץ פרטי, אהרן מתתיהו דייטש האט אפען גערעדט מיאוס אויפן ברך משה און ר' אהרן האט דאס געהערט און געוויסט, און טראץ דעם האט ער אנגענומען זיין "שלעכטע" ראט און געטון אלעס וואס ער האט אים געראטען. משה גבאי האט נישט געקענט ארויסקומען מיט די פאקטען אפען פארן גאנצען ציבור, ווייל קיין גרעסערער בזיון פארן ברך משה איז נישט פארהאן, ווי דאס אז זיין זיןס נאנטסטער מענטש, וועם ער פאלגט און טוט אלעס וואס ער וויל, רעדט אויפן רבין פרעך און שמוציג.
אין ארדער אז ר' אהרן זאל אלעס אן נעמען וואס דער יועץ פרטי הייסט אים, האט אבער געמוזט געשען עטליכע פאקטארען.
נישט לאנג נאכדעם וואס ר' אהרן האט זיך ארויסגעצויגען קיין קרית יואל, תש"מ, האט זיך יודל וויינשטאק איבערגעגעבען פאר אים בלב ונפש. ער איז געווען דער איינציגסטער געטרייער מענטש וואס ער האט געהאט אין יענע יארען.
קרית יואל איז אין יענע יארען געווען זייער פיינטליך געשטימט צו ר' אהרן און דער יודל האט פאר אים אלעס אין דער וועלט געטון. געטראגען און געברענגט, געהאלפן ענדלאז בייטאג און ביינאכט. ער האט אים פארשאפט געלט, געארבעט אז מענטשען זאלען קומען דאווענען אין זיין ביהמ"ד און אלעס וואס פעלט זיך אויס. און אויב עס האט זיך אויסגעפעלט האט יודל אים פיזיש געהיטען. מען קען רואיג זאגען אז ווען נישט יודל וואלט ר' אהרן נישט געקענט אנקומען צו ווי ער איז אנגעקומען. און עס קען זיין אז מען וואלט ר' אהרן ארויסגעפירט פון קרית יואל. אזוי פארפיינטעט איז ער געווען אין יענע יארען.
אבער ווען ר' אהרן האט זיך ארום גענומען מיטען יועץ פרטי, איז געווען די ערשטע ראט זיינע צו ר' אהרן, ווער פטור פון יודלען. די סיבה דערצו איז געווען ווייל יודל איז געווען צו א שטארקער ברך משה מענטש. ווייל ביז תשנ"ו האט דאך ר' אהרן נישט געהאט די גאטס ארויס צוקומען אין דער עפענטליכקייט אז ער וויל שוין אלעס, ווייל זיין טאטע איז דאך געווען פאלקאם געזונט. אבער ווען ער האט אפגעמאכט אז זיין טאטע ליגט שוין אויפן טויטען בעט, ער איז שוין זייער שוואך, מוז ער זיך שוין אנהייבען בויען, מוז ער שוין ווערען רבי, מוז ער שוין אלעס פארכאפען, אבער וויבאלד יודל איז געווען גאר נאנט צום רבין און צו משהן, מוז ער קודם פטור ווערען פון אים ווייל יודל וועט זיך ארויס שטעלען קעגן ארויסגיין אין קריג מיטען טאטען.
עס איז פארהאן אין די וועלט א באקאנטע חידה, וואס עס קומט פריער, די איי אדער די טשיקען? אבער דא ווייזט זיך ארויס קלאר און באשיינפערליך אז ר' אהרן איז געווען דער אגרעסאר כאטש ער איז אפילו נישט געווען אין א געפאר פון עפעס אנווערען. ער האט איין טאג באשלאסען אז עס איז שוין זיין צייט און ער וועט אלעס טון אין דער וועלט דאס צו פארזיכערען, און אויף דעם האט משה רעאגירט כדי אפצו שוינען דעם כבוד פון ברך משה.
פארוואס האט באמת ר' אהרן שוין אין תשנ"ו געוואלט פארכאפען די מאכט? פארוואס האט האט ער נישט געקענט ווארטען אויף די מאה ועשרים פון זיין טאטע? די קשיא גייט נאך פיל טיפער, פארוואס האט ער געהאלטען אז אלעס קומט זיך אים? פארוואס קומט זיך נישט פונקט אזא חלק פאר זיין ברודער וואס האט אויך געהייסן אין סאטמאר, איינע פון די זין וואס זענען ראוי צו ווערען רב?
אבער צו פארענטפערען די אלע קשיות מוז מען אנהייבען מיט די שטערקסטע קשיא פון אלעם: ווי האט ר' אהרן, אפילו אלס א פשוטער איד, א פשוטער בעה"ב, אפגערעדט פון א רב מפורסם, און אפגערעדט פון דעם צוקונפטיגען סאטמארער רבי, געקענט זיך צוזאם זעצען מיט יונגע יועצים, ווילדע מענטשען, אומבאלערענדע און אומבאזעצטע פארשוינען און מאכען פלענער אויף נאך די מאה ועשרים פון זיין טאטע? עס איז דאך אזאנס קיינמאל נישט פארגעקומען ביי ערליכע אידען. עס איז נאך קיינמאל נישט פארגעקומען ביי קיין שום רבין אויף דער וועלט אז דער זון זיינער האט זיך ארום גענומען מיט מענטשען וואס זיי זאלען אים ראטען אז זיין טאטע איז א פארגאנגענהייט, זיין טאטע איז שוין נישט ביכולת צו פירען און ער דארף זיך שוין אנהייבען אריין שטופען אומעטים?
און ווייל ר' אהרן ווייסט אז איין ברודער זיינער איז אויך ראוי און קען אויך ווערען רבי, מוז ער שוין אנהייבען פלאנירען מיט אלע סארט שטיקלעך און מיט אלע סארט פאלשקייטען זיכער צו מאכען אז יענער זאל ח"ו גארנישט האבען? זייט קין האט געהרגט הבלן ווייסט מען נישט פון א ברודער וואס האט געוואלט אז די גאנצע וועלט זאל זיין בלויז זיינס. ווייל אפילו די מלכים וועלכע האבען אומגעברענגט זייער משפחה איז דאס נאר געווען צו קעניגען אויף איין פלאץ, אויף איין לאנד, אבער צו זיין איין מענטש אליין אויף די גאנצע וועלט און אומברענגען סיי ווער עס וויל נאר לעבען, איז נאר געווען ביי קין, נא ווי קען זיין אז ר' אהרן זאל דאס וועלן נאך קאפירען?
איך וואלט באמת נישט געמוזט ענטפערען די אלע קשיות ווייל עס איז נישט מעגליך עס צו ענפערען אנדערש ווי, ליידער ליידער האט ר' אהרן נישט געגלייבט, ווי יעדער ערליכער איד, אז זיין טאטע וועט דערלעבען משיח צדקינו. ער האט נישט געהאלטען אז משיח גייט אט אט קומען, און אז משיח גייט נישט אזוי שנעל קומען, ממילא וועט זיין טאטע נפטר ווערען ווי עס איז דער סדר העולם אז דור הולך ודור בא, און אז זיין וועט נפטר ווערען מוז "ער" דאך איבערנעמען ווייל ער איז דאך א מענטש וואס באשטייט פון בלויז "איך", מיך" און "זיך".
און ווייל ער איז אזא סארט איך", מיך" און "זיך" פארשוין, האט ער געקענט אננעמען אלע סארט פאריקטע ראט פון זיין יועץ פרטי אז יודל וויינשטאק מוז פליען, אז מען מוז אנהייבען פארען "בשליחות" און אז מען מוז שוין אלעס אלעס איבערנעמען.
און אז א מענטש באשטייט פון בלויז איך", מיך" און "זיך", פארמאגט ער נישט קיין טאטען און נישט קיין שכל צו היטען אפילו אויף זיין אייגענעם כבוד און רעספעקט.
און באמת ווייסט מען נישט וואס דער פלאן פון ברך משה איז געווען תשנ"ו. קיינער ווייסט נישט, עכ"פ נישט וואס עס איז ידוע דערווייל פארן ציבור, צו דער ברך משה האט אלעס געוואלט געבען פאר ר' אהרן צו ער האט געוואלט געבען אויך פאר זיין אנדערען זון. און אט דער אומוויסענדיגקייט, דער אומקלארקייט, האט געמאכט אז ר' אהרן מוז זיך אנהייבען נעמען אליין.
עס איז נישט קיין פראגע אז פרעגען זיין טאטען אדער אפילו משה גבאי וואס דא גייט זיין נאך די מאה ועשרים, וואס גיי איך זיין און וואס אלץ וועל איך איבערנעמען, איז נישט געקומען פאר ר' אהרן אין באטראכט. און קיין צייט פאר שפעקאלאציעס איז אויך נישט געווען, ווייל דער טאטע פארגעסט שוין, און דער טאטע איז קראנק און קען אין יעדע מינוט נפטר ווערען, און אויב וועט דעמאלטס אפיר קומען א צוואה אז דער ברודער זאל אויך באקומען א רבנות פאסטען, האט ר' אהרן געהאלטען, וועט ער זיין דערנאך ווייל מיט א צוואה וועט ער זיך נישט קענען פייטען און עס וועט זיין צו שפעט. דעריבער מוז מען שוין אנהייבען זיך צו באפעסטיגען, מען מוז איבעראל שוין אריינלייגען נאר "היימישע מענטשען" און אז דאס וועט געלונגען, מעג נאך די מאה ועשרים ארויסקומען צען צוואות אז ר' זלמן לייב דארף ערגעץ ווערען רב, אבער ער וועט נישט האבען צו וועם צו רעדען ווייל איבעראל זענען אלע מענטשען ר' אהרןס און זיי וועלען זיך אפילו נישט וואגען עפעס דורך פירען.
דער נייער גאנג פון אלעס זאפארט כאפען איז צוגעגאנגען שטאפעל ווייז. ר' אהרן האט נישט געקענט ארויסקומען גלייך אפען אז ער וויל אלעס שוין. זיי האבען געוויסט אז אין ארדער ר' אהרן זאל זיך באפעסטיגען איבעראל און אריינלייגען זיינע מענטשען, וועט מען מוזען זיך צוקריגען מיט משה גבאי ווייל ער וועט עס נישט צולאזען, ווייל אזא זאך טאר מען דאך נישט צולאזען אין קיין שום פלאץ, אבער אויב וועט דער ציבור מיטשטיין וועט ר' אהרן קענען זייער רואיג ארויסגיין אין קריג מיט משה גבאי, ווייל אלע ר' אהרןס מענטשען זענען דאך דעם ברך משהס מענטשען ממילא וועט משה נישט האבען מיט וועם צו גיין אין קריג. און דאס האט דאך ר' אהרן מיט זיינע מענטשען געוויסט אז דער ברך משה איז שוין נישט אויף א מצב ארויס צו גיין אין א קריג, ממילא וועט משה זיין אליין, און אויטאמאטיש וועט ר' אהרן זיין דער געווינער. אבער, קודם האט דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש געמוזט טאפען דעם דופק ווי ווייט דער ציבור וועט מיטשטיין מיט אלעם און אז אלעס וועט קלאפען, ערקעלערט מען אפען קריג.
דער יועץ פרטי האט שוין אין די זייט געשטעלט יודל וויינשטאק, כאטש עמטליך איז ער נאך דארט געווען ביז סיון תשנ"ח, אבער פון סוף תשנ"ז איז יודל געווען דער פינפטער ראד. דער יועץ פרטי האט טאטאל איבערגענומען די לייצעס. ער האט גלייך אריינגעברענגט דעם באקאנטען געמיינעם מענטש, און היינט דער שוין באקאנטער טאשען שניידער, אלישע שמואל האראוויץ, וואס ער איז געווען באקאנט אלס דער גרעסטער חכם אין קרית יואל. דער יועץ פרטי האט געוויסט אז אלישע שמואל איז זייער געמיין און וועט אלעס פארשטיין וואס ער האט צו טון.
און נאך א מעלה האט דער טאשען שניידער אז ער טראגט א פנים. ער האט געהאט א נאמען פאר א שטיקל יודע ספר, וואס ער איז בהחלט נישט. ער איז באמת א קיינער און א גארנישט. נישט געלערענט און נישט געדאווענט, נאר גערעדט מיט יעדען נאריש יונגעל זיינע נארישע הלצות און וויצלעך, אבער געהאט גענוג שכל זיין נאמען זיך צו היטען, געהייסען א נגיד און א נותן צדקה בסבר פנים יפות און גערעדט שטייט, טראגט א הויכען הוט, וואס מיט די אלע זאכען האט ער געהייסען א שטיקעל שיינער יוד. און דערצו האט ער געטון שיינע שידוכים, שיינע מחותנים, דער דיין ר' געציל האט זיך אויך מיט אים משדך געווען. אבער פאר זיך איז ער א נידריגער מענטש, א מענטש וואס גלייבט נישט אין גארנישט, והא ראיה, ער האט באגאנוועט מענטשען אין פולען זין פון ווארט.
ער האט פארקויפט "חתונה פאליסיס" און ווען עס איז געקומען צו באצאלען האט ער גענומען דאס געלט פאר זיך אין טאש. איך וועל איצט נישט אריין גיין ווי אזוי ער האט עס באוויזען, ווייל דאס קענט איר פרעגען די הונדערטער אידען וואס האבען ביי אים באגראבען איבער זעקס מיליאן דאלער. דא רעדט מען נישט פון א אינוועסמענט שאדן, אז דאס געלט וואס ער האט אריינגעלייגט אין די פאלעסיס, זענען דערלייגט געווארען דורך די פירמע, און ממילא זענען די דערלייגערס ביטער. ניין און ניין. ער האט באקומען פון די קאמפאני דאס געלט וואס ער האט געדארפט באצאלען פאר זיינע קליענטען, אבער אנשטאט געבען דאס געלט אז די יעניגע זאלען קענען חתונה מאכען מיט דאס געלט, האט ער דאס אריין געלייגט צו זיך אין די קעשענע. און צוויי אידען, זיינע ארבעטער זענען פאר זיינע, דעם טאשען שניידערס, אנדערע פארברעכנס, געזעצען אין טורמע פאר א יאר יעדער איינער. (די פארברעכנס פון די "חתונה פאליסיס" זענען נישט אנגעקומען אין געריכט.)
דער טאשען שניידער איז אויך געווען דער וועלכער האט צוגעשטיפט ר' אהרן אפ צוזאגען יודל וויינשטאק, מכלומרשט ווייל יודל איז נישט דער מענטש וואס מעג שטיין נעבען אזא גרויסען מענטש ווי ר' אהרן. מילא ביז איצט, איז דאך ר' אהרן געווען אבי איינער, אבער איצט אז דער רב גייט פירען די וועלט, מוז מען אריין לייגען א פאסיגען מענטש וואס ער זאל פירען אלעס וואס מען ברויך און זאל פארשטיין וואס עס דארף אלץ געטון ווערען אז ר' אהרן זאל זיך בויען און בויען.
נאכדעם האט דער יועץ הפרטי אהרן מתתיהו דייטש אריינגעברענט א מענטש וואס זאל דינען אונטער די קוליסען אלס א ראט געבער און אויפקומען מיט איידיעס און חכמהלעך וויאזוי צו פארפירען דעם ציבור אז זיי זאלען מיט אלעם מיטשטיין מיט ר' אהרן, און דאס איז געווען אונזער באקאנטער – שמואל ווידער.
המשך יבוא
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 15/07/2009 17:35:44
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2009 06:33 |
|
| |
שמואל ווידער איז געווען פון די ערשטע רגע דער וויכטיגסטער מענטש צו דעם יועץ הפרטי אהרן מתתיהו דייטש. דער יועץ הפרטי איז נישט קיין אויפטרעפער און איז נישט א מחדש. ער האט א גוטען קאפ און גאנץ א גוט מויל אבער האט נישט קיין ספעציעלאטי וואס עס געברויכט זיך יעצט, און דאס איז, משוגע מאכען דעם גאנצען ציבור דורך אויפקומען מיט א ספין, וואס דאס איז געווען, אז משה פירט קריג מיט ר' אהרן און ממילא זאל מען זיך לאזען אריין שלעפען אין א פרישע מחלוקה, נאך אין מיטען די סקול דיסטריקט מחלוקה, אבער דאס מאל מיט משה גבאי.
וויאויז עס איז געלונגען אז דער ציבור זאל אפקויפען אז משה גבאי איז פלוצלונג געווארען א שונא פאר ר' אהרן, איז איינע פון די גרעסטע מיסטעריעס אין די מחלוקה. ווייל פארוואס עפעס זאל משה גבאי פיינט באקומען ר' אהרן, וואס איז ער אים געשטאנען אין וועג, אז משה גבאי זאל אנהייבען וועלען באגראבען ר' אהרן צו ר' אהרן משה'ן, ווען איין טאג פריער זענען זיי געווען בעסטע פריינט?
דאס אז ר' אהרן איז געווארען משה'ן א שונא, ווייסט מען דאך שוין אז ער האט געמוזט אנהייבען די קריג ווייל משה וועט דאך אים נישט לאזען שפרינגען פון די הויט, משה וועט אים קיינמאל נישט לאזען לייגען דעם טאטען אין די זייט. משה וואלט אים קיינמאל נישט געלאזט ארום פארען אין די וועלט זיך צו באפעסטיגען ווייל אזא זאך איז נאך נישט געהערט געווארען ביי ערליכע אידען זייט די וועלט שטייט.
און דאס איז זיכער אז משה איז געווען דער געטרייסטער מענטש פארן ברך משה. אפגעזען וויפיל פאליטיק און גארבעדש עס איז אלץ געווארפען געווארען אויף זיין זייט, און וויפיל מען האט געזאגט אז ער פירט אריין דעם רבין אין אלע שמוץ און פאליטיק. ווייל קיינער ווייסט נישט וואס באמת האט זיך אפגעשפילט און וויפיל שמוץ ער האט גענומען אויף זיך אז עס זאל נישט גיין אויפן רביןס חשבון, כסדר כל הגבאים, וד"ל.
(יעדער האט מיט געהאלטען שוין עטליכע מאל וואס די גאנצע ארונישע פארטיי האט זיך כיאטיש איבערגעקערט אז חיים שלמה פישר, ר' אהרןס גבאי, פירט אים ארום און אלע ר' אהרן קינדער זענען צוקריגט מיט אים, ער לאזט נישט ר' אהרן זיין ביי ברוךס בר מצוה, חיים הערש ר' אהרןס האט אים ברבים געשלאגען; ער לאזט נישט פארען ר' אהרן קיין וויליאמסבורג און האט שוין דארט געקענסעלט עטליכע שבתים פון איין מינוט אויף די אנדערע, פרייטאג מיטאג, און נאך צענדליגער פראבלעמען וואס ר' אהרןס ציבור האט מיט דעם ר' אהרןס גבאי. עס האט שוין דארט עטליכע מאל אזוי זיך צופלאקערט די מחלוקת מיטען גבאי'ן אז זיי איז שוין נישט אנגעגאנגען אז קעגען איבער שטייט א ריזיגע פארטיי און לאכען פון זיי אין די פויסטען. אבער די קלוגע מענשטען ווייסען גאנץ גוט אז נישט חיים שלמה פישער איז דער פראבלעם, נאר ער מוז טון וואס זיין רבינס קינדישער קאפ און אומפארגינערישקייט אפילו צו זיינע אייגענע קינדער, דיקטירען אים. עס איז א סוגיא פאר זיך וואס וועט נאך אין דער צוקונפט אי"ה ברייט באארבעט ווערען.)
אלנפאלס, משה גבאי וואלט נישט געטארט און וואלט אפילו נישט געטארט אפילו זיך צוריק האלטען פון סיי וואס, אפילו אויב עס וועט אויסברעכען א וועלט מלחמה אין סאטמאר, צו צולאזען אזא זאך אז דער זון זאל זיך דערקלערען "רבינו בחיי", ממילא האט ר' אהרן זיך געמוזט צו קריגען מיט משה. אבער ווי אזוי עס איז געלונגען איינצורעדען פאר א ריזען ציבור אז משה איז דער וואס קריגט זיך, משה איז דער וואס לאזט נישט ר' אהרן ארום פארען ווייל ער וויל אים באגראבען, דאס דארף באמת א שטארקען הסבר.
און אויף דעם איז דער תירוץ שמואל ווידער. פארשטייט זיך אז ער איז נישט דער אשם יחיד. עס האט געארבעט ווי א רינדיגער קייט. ר' אהרן איז א "איך", מיך" און "זיך" קינדישער פארשוין, דעריבער האט ער זיך זייער גערען צוגעכאפט צו די יעצנו רע שטיק פון זיין יועץ פרטי, און דער יועץ פרטי, וויסענדיג אז ביי ר' אהרן וועט ער קענען אלעס אויף דער וועלט פועלן, נאר דער ציבור איז א פראבלעם, האט אויף גענומען שמואל ווידער וואס ער וועט דאס באארבעטען. און - עס איז געלונגען.
האב איך געשריבען געלונגען? מיינע חשובע ליינער, ווי לאזט איר מיר אפילו שרייבען אזא נארישקייט אז עס איז געלונגען, ווען יעדער זעט אז נישט נאר עס איז נישט געלונגען, נאר דער טריִאָ פון דער יועץ פרטי, אלישע שמואל דער טאשען שניידער און שמואל ווידער דער מח וואשער, האבען באגראבען ר' אהרן אז ער וועט מער קיין מאל בדרך הטבע אויף שטיין? זיי האבען דאך אים געמאכט טאן די גרעסטע משוגענע שריט וואס א מענטש קען נאר באגיין, אפגערעדט פון א רב מפורסם. נא ווי אזוי האט איר מיך צוגעלאזט צו שרייבען אזא נאריש ווארט ווי געלונגען אויף זיינע מעשים?
ווי אזוי קען איך שרייבען דעם ווארט געלונגען ווען די טרִיאָ האט פארוואנדעלט ר' אהרן און אלע זיינע מענטשען אין א כאפטע פון קינדער. עלטערע מענשטען, באזעצענע אידען, אפילו חשובע אידען, זענען פארוואנדעלט געווארען ביי די דריי פארשוינען אין די אויגען, אלץ מענטשען וועם מען קען געבען עסען שטרוי?
די דריי האבען דאך פארוואנדעלט די גאנצע ארונישע פארטיי פאר די שוואכסטע מענטשען וואס עס איז נאר פארהאן. מען מוז זיי פארקויפען די גרעסטע שטותים אז זיי זאלען האבען די מינימאלסטע חיות. מען פארקויפט זיי וואך איין וואך אויס אזעלעכע דמיונות מיט חזיונות אז אלע פון זיי, האלטען נאכען ליינען אז די אנדערע זייט פון זיי, איז שוין קאפוט, פערטיג, טויט, געשטארבען.
די נארמאלסטע מענטשען זענען געווארען אזוי שוואך ווי זייער רבי. זיי קענען שוין נישט דורך גיין בעדפארד עוועניו ווייל אפשר וועלן זיי ח"ו זען וואס וועט זיי קענען ברענגען מחשבות אז זיי לעבען אין א דמיון.
מען האט גענומען א גאנצע פארטיי פון מענטשען און זיי איינגערעדט אז יעדער באצאלט פאר זייער קהל פאר די חופה, מצה און סוכה גזולה. מען האט גענומען א גאנצע פארטיי און זיי געגעבען שטרוי צו עסען אז דער גרעסטער היימישער בוטשער אין אמעריקע זאלצט נישט קיין פלייש. און, עס איז שטיל. און אויב עס איז נישט גענונג, האט דער מח וואשער געלערענט פאר לאנגע חדשים מיט אלע ארונים, הלכות מליחה. און, קיינער פון די טויזענטער בלאט ליינער עפענט זיך נישט די אויגען, מויל מיט אויערען: בין איך א פשוטער צודרייטער? בין איך שוין א פראסטער גאסען משוגענער? קען מיך שמואל ווידער מיט אהרן מתתיהו דייטש שוין אריין פירען א סקייעטריק צענטער?
אבער, ניין. קיינער פרעגט נישט. קיינעם באדערט נישט. קיינעם ארט נישט אז שמואל ווידער מיט מתתיהו דייטש האבען אפגעמאכט אז מען קען טון מיט זיי וואס זיי שמעקט. קיינעם ארט נישט אז דער טריא האט אפגעמאכט אז אלע ארונים זענען אקסען.
און גערעכט זענען די טריא. אוי ווי גערעכט זיי זענען. די ארונים זענען טאקע אקסען, און נישט סתם אקסען, נאר אקסען וואס זענען א סכנה פאר די מענטשהייט. און איך וועל מסביר זיין פארוואס דער יועץ פרטי מיטען טאשען שניידער און דער מוח וואשער זענען בארעכטיגט צו האלטען זייער גאנצער עולם פאר אקסען און שעפסען. אט ליינט דעם הסבר:
עס איז תשנ"ט. עס איז שוין א פאקט. ר' זלמן לייב איז דער רב אין סאטמאר וו"ב. די גרעסטע מוסדות אין די וועלט זענען אונטער אים און טויזענטער אידען וואס האבען זיך אוועק געשארט פון סאטמאר במשך די אלע יארען, קומען צוריק. און די טריא האט באמת געוויסט אז די מלחמה איז פארלוירען. זיי האבען באמת געוויסט אז טויזענטער סאטמארער חסידים, ווילען דעם נייעם רב. זיי האבען געוויסט אז טויזענטער סאטמארער חסידים טאנצען חסדי ה' כי לא תמנו, אז סאטמאר איז פטור געווארען פון ר' אהרן, פאר סיי וועלכע סיבה. זיי האבען געוויסט מיט א אמת, אז גארנישט אין דער וועלט בדרך הטבע וועט נישט טוישען דעם מצב. די אלע טויזענטער סאטמארע חסידים וועלען אלעס טאן אין דער וועלט, נאר נישט צו זיין אונטער ר' אהרן.
נא ווי אזוי האבען זיי, די יועצים פון ר' אהרן, געטראכט אז א האט ליין, גייט טוישען דעם מצב? ווי אזוי האבען זיי געטראכט, אז מיט א אינטערנעט סייט גייען זיי צוריק ברענגען ר' אהרן? ווי אזוי האבען זיי געטראכט אז מיט נאך שרייען דעם נייעם רב, מיט א שוטי'שען שפעט נאמען, גייט ער אויפגעבען? ווי אזוי האבען די גרעסטע קעפ ביי ר' אהרןס פארטיי געטראכט אז אויב וועט מען דעם ברך משה מבזה זיין לעיני העולם, גייט ער צוריק באקומען אלעס? ווי אזוי האבען זיי געקעלרט אז מיט "הייד פארק" געבעקסען, אנגעפירקעלט מיט די גרעסטע שטותים אויף דער וועלט, גייען טויזענטער אידען זיך מוראדיגע דערשרעקען און זיי גייען זיך צוריק קערען צו זייערע אמאליגע קליינע שוהלען? און די קשיות גייען פיל ווייטער און טיפער, אבער דער פוינט איז שוין גענוג ארויסגעברענגט פאר יעצט.
איך וועל יעצט אייך אראפברענגען א שטיקל פון נביאים, מלכים קאפיטלעך י"א און י"ב, וואס קען ווארפען עפעס א ליכט צו פארשטיין אז היסטאריע חזרט זיך אלץ איבער, און אין חדש תחת השמש זאגט שוין דער חכם פון טויזענטער יאר צוריק.
די פאלגענדע פאסירונג האט פאסירט נאך די פטירה פון שלמה המלך. השם האט געוואלט אז דאס כלל ישראל זאל זיך צוטיילען אין צוויי. אבער רחבעם דער נייער קעניג, דער זון פון שלמה המלך האט נישט געוואלט. (ח"ו צו פארגלייכען רחבעם צו להבדיל ר' אהרן, אבער א ליכט קען עס ווארפען אויף אונזער געשיכטע.)
איך וועל אראפברענגען די פסוקים מיטען לשון ככתבו.
יא וַיֹּאמֶר ה' לִשְׁלֹמֹה, יַעַן אֲשֶׁר הָיְתָה-זֹּאת עִמָּךְ, וְלֹא שָׁמַרְתָּ בְּרִיתִי וְחֻקֹּתַי, אֲשֶׁר צִוִּיתִי עָלֶיךָ--קָרֹעַ אֶקְרַע אֶת-הַמַּמְלָכָה מֵעָלֶיךָ, וּנְתַתִּיהָ לְעַבְדֶּךָ. יב אַךְ-בְּיָמֶיךָ לֹא אֶעֱשֶׂנָּה, לְמַעַן דָּוִד אָבִיךָ: מִיַּד בִּנְךָ, אֶקְרָעֶנָּה. יג רַק אֶת-כָּל-הַמַּמְלָכָה לֹא אֶקְרָע, שֵׁבֶט אֶחָד אֶתֵּן לִבְנֶךָ: לְמַעַן דָּוִד עַבְדִּי, וּלְמַעַן יְרוּשָׁלִַם אֲשֶׁר בָּחָרְתִּי.
שטייט ווייטער:
וַיֵּלֶךְ רְחַבְעָם, שְׁכֶם: כִּי שְׁכֶם בָּא כָל-יִשְׂרָאֵל, לְהַמְלִיךְ אֹתוֹ. ב וַיְהִי כִּשְׁמֹעַ יָרָבְעָם בֶּן-נְבָט, וְהוּא עוֹדֶנּוּ בְמִצְרַיִם, אֲשֶׁר בָּרַח, מִפְּנֵי הַמֶּלֶךְ שְׁלֹמֹה; וַיֵּשֶׁב יָרָבְעָם, בְּמִצְרָיִם. ג וַיִּשְׁלְחוּ, וַיִּקְרְאוּ-לוֹ, ויבאו (וַיָּבֹא) יָרָבְעָם, וְכָל-קְהַל יִשְׂרָאֵל; וַיְדַבְּרוּ, אֶל-רְחַבְעָם לֵאמֹר. ד אָבִיךָ, הִקְשָׁה אֶת-עֻלֵּנוּ; וְאַתָּה עַתָּה הָקֵל מֵעֲבֹדַת אָבִיךָ הַקָּשָׁה, וּמֵעֻלּוֹ הַכָּבֵד אֲשֶׁר-נָתַן עָלֵינוּ--וְנַעַבְדֶךָּ. ה וַיֹּאמֶר אֲלֵיהֶם, לְכוּ-עֹד שְׁלֹשָׁה יָמִים--וְשׁוּבוּ אֵלָי; וַיֵּלְכוּ, הָעָם. ו וַיִּוָּעַץ הַמֶּלֶךְ רְחַבְעָם, אֶת-הַזְּקֵנִים אֲשֶׁר-הָיוּ עֹמְדִים אֶת-פְּנֵי שְׁלֹמֹה אָבִיו, בִּהְיֹתוֹ חַי, לֵאמֹר: אֵיךְ אַתֶּם נוֹעָצִים, לְהָשִׁיב אֶת-הָעָם-הַזֶּה דָּבָר. ז וידבר (וַיְדַבְּרוּ) אֵלָיו לֵאמֹר, אִם-הַיּוֹם תִּהְיֶה-עֶבֶד לָעָם הַזֶּה וַעֲבַדְתָּם, וַעֲנִיתָם, וְדִבַּרְתָּ אֲלֵיהֶם דְּבָרִים טוֹבִים--וְהָיוּ לְךָ עֲבָדִים, כָּל-הַיָּמִים. ח וַיַּעֲזֹב אֶת-עֲצַת הַזְּקֵנִים, אֲשֶׁר יְעָצֻהוּ; וַיִּוָּעַץ, אֶת-הַיְלָדִים אֲשֶׁר גָּדְלוּ אִתּוֹ, אֲשֶׁר הָעֹמְדִים, לְפָנָיו. ט וַיֹּאמֶר אֲלֵיהֶם, מָה אַתֶּם נוֹעָצִים, וְנָשִׁיב דָּבָר, אֶת-הָעָם הַזֶּה--אֲשֶׁר דִּבְּרוּ אֵלַי, לֵאמֹר, הָקֵל מִן-הָעֹל, אֲשֶׁר-נָתַן אָבִיךָ עָלֵינוּ. י וַיְדַבְּרוּ אֵלָיו, הַיְלָדִים אֲשֶׁר גָּדְלוּ אִתּוֹ לֵאמֹר, כֹּה-תֹאמַר לָעָם הַזֶּה אֲשֶׁר דִּבְּרוּ אֵלֶיךָ לֵאמֹר אָבִיךָ הִכְבִּיד אֶת-עֻלֵּנוּ, וְאַתָּה הָקֵל מֵעָלֵינוּ: כֹּה תְּדַבֵּר אֲלֵיהֶם, קָטָנִּי עָבָה מִמָּתְנֵי אָבִי. יא וְעַתָּה, אָבִי הֶעְמִיס עֲלֵיכֶם עֹל כָּבֵד, וַאֲנִי, אוֹסִיף עַל-עֻלְּכֶם; אָבִי, יִסַּר אֶתְכֶם בַּשּׁוֹטִים, וַאֲנִי, אֲיַסֵּר אֶתְכֶם בָּעַקְרַבִּים. יב וַיָּבוֹ יָרָבְעָם וְכָל-הָעָם אֶל-רְחַבְעָם, בַּיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי, כַּאֲשֶׁר דִּבֶּר הַמֶּלֶךְ לֵאמֹר, שׁוּבוּ אֵלַי בַּיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי. יג וַיַּעַן הַמֶּלֶךְ אֶת-הָעָם, קָשָׁה; וַיַּעֲזֹב אֶת-עֲצַת הַזְּקֵנִים, אֲשֶׁר יְעָצֻהוּ. יד וַיְדַבֵּר אֲלֵיהֶם, כַּעֲצַת הַיְלָדִים לֵאמֹר, אָבִי הִכְבִּיד אֶת-עֻלְּכֶם, וַאֲנִי אֹסִיף עַל-עֻלְּכֶם; אָבִי, יִסַּר אֶתְכֶם בַּשּׁוֹטִים, וַאֲנִי, אֲיַסֵּר אֶתְכֶם בָּעַקְרַבִּים. טו וְלֹא-שָׁמַע הַמֶּלֶךְ, אֶל-הָעָם: כִּי-הָיְתָה סִבָּה, מֵעִם ה', לְמַעַן הָקִים אֶת-דְּבָרוֹ אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' בְּיַד אֲחִיָּה הַשִּׁילֹנִי, אֶל-יָרָבְעָם בֶּן-נְבָט. טז וַיַּרְא כָּל-יִשְׂרָאֵל, כִּי לֹא-שָׁמַע הַמֶּלֶךְ אֲלֵהֶם, וַיָּשִׁבוּ הָעָם אֶת-הַמֶּלֶךְ דָּבָר לֵאמֹר מַה-לָּנוּ חֵלֶק בְּדָוִד וְלֹא-נַחֲלָה בְּבֶן-יִשַׁי לְאֹהָלֶיךָ יִשְׂרָאֵל, עַתָּה רְאֵה בֵיתְךָ דָּוִד; וַיֵּלֶךְ יִשְׂרָאֵל, לְאֹהָלָיו. יז וּבְנֵי יִשְׂרָאֵל, הַיֹּשְׁבִים בְּעָרֵי יְהוּדָה--וַיִּמְלֹךְ עֲלֵיהֶם, רְחַבְעָם.
שטייט קלאר אז דער רחבעם האט זיך דורך גערעדט קודם מיט די הַזְּקֵנִים אֲשֶׁר-הָיוּ עֹמְדִים אֶת-פְּנֵי שְׁלֹמֹה אָבִיו, בִּהְיֹתוֹ חַי, די עלטערע וואס האבען שוין געדינט זיין טאטען שלמה. אבער זיי האבען אים געראטען, איין געהאלטענקייט. זיי האבען אים געראטען ווי נאר א עלטערער מענטש קען עצהן, האלט זיך איין, רעד רואיג.
אבער ניין. דאס טויג נישט. ער מוז זיך גיין זוכן אנדערע יועצים. וַיַּעֲזֹב אֶת-עֲצַת הַזְּקֵנִים, אֲשֶׁר יְעָצֻהוּ. ער האט איבערגעלאזט די זקנים וואס האבען אים גוט געעצה'ט. נו וועם האט ער געטראפען? לאמיר זען ווי אזוי דער פסוק באצייכענט זיי: וַיִּוָּעַץ, אֶת-הַיְלָדִים אֲשֶׁר גָּדְלוּ אִתּוֹ, אֲשֶׁר הָעֹמְדִים, לְפָנָיו. ער האט זיך באראטען מיט די "קינדער" וואס זענען אויף געוואקסען מיט אים און זיי שטייען "פאר אים", און נישט געווען ביי זיין טאטען.
נאכדעם ווען זיי האבען אים געגעבען די עצה, שרייבט נאכאמאל דער פסוק: וַיְדַבְּרוּ אֵלָיו, הַיְלָדִים אֲשֶׁר גָּדְלוּ אִתּוֹ, דער פסוק באצייכענט זיי ווידער מיטען טיטול "קינדער". און שפעטער ווען ער האט גערעדט צו די אידען, שרייבט דער פסוק נאכאמאל: וַיַּעַן הַמֶּלֶךְ אֶת-הָעָם, קָשָׁה; וַיַּעֲזֹב אֶת-עֲצַת הַזְּקֵנִים, אֲשֶׁר יְעָצֻהוּ. וַיְדַבֵּר אֲלֵיהֶם, כַּעֲצַת הַיְלָדִים לֵאמֹר.
דער פסוק געפינט פאר וויכטיג נאכאמאל ארויס צוברענגען אז ער האט אפגעלאזט די "עצת זקנים" און ער האט גערעדט צו די אידען "כעצת ילדים".
מען מוז זיך לערנען פון היסטאריע. עס איז נישט פארהאן א זאך וואס איז נאך נישט געווען, זאגט דער גרעסטער חכם אויף דער וועלט. עס איז שוין געווען אמאל אזאנס אז א מלך האט איבערגעלאזט אלע זקנים, די באזעצענע און קלוגע, און ער איז געגאנגען צו "קינדער" וואס זענען אויף געוואקסען אינאיינעם מיט אים. און, ער איז איז טאקע ביטער דורך געפאלען.
מען מוז זיך לערנען. און אויב לערענט מען זיך נישט, פאלט מען אדורך. שטענדיג.
המשך יבוא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2009 16:12 |
|
| |
עס איז אנפאנג תשנ"ח און ר' זלמן לייב פארט זיך באזעצען קיין ירושלים איבער צונעמען דאס רבנות דארט.
ר' אהרן מיט די דריי, דער יועץ פרטי, דער טאשען שניידער און דער מח וואשער האבען זיך צוזאמען געשטעלט און מען האט אנגעהויבען פעסטע פלאנירונגען ווי אזוי אפצושטעלען ר' זלמן לייבען פון עפעס האבען און וויאזוי אויפצו בויען ר' אהרן איבער די גאנצע סאטמארער וועלט אזוי אז עס וועט נישט זיין קיין שום פראבלעם אינעם עתיד.
אבער פאוואליע. עס שטעלט זיך א פראגע. פארוואס האט דער ברך משה טאקע באשלאסען צו שיקען זיין זון ר' זלמן לייב קיין ירושלים? קלוגע מענטשען האבען שוין איצט געזען אז סאטמאר גייט זיין צוטיילט. זיכער האט מען נישט געקענט פאראויס זען ווי טיף און ווי ברייט דער טיילונג גייט זיין, אבער א טיילונג אין חסידים האבען שוין קלוגע מענטשען פארגעזען, נו פארוואס האט דער ברך משה דאס געטון?
נאכמער, ווי עס טענהן אלע ר' אהרןס מענטשען אז דער ברך משה האט נאר אלס געוואלט ר' אהרן און אים האט ער געבויעט און אים האט ער גערימט, און אים האט ער מכבד געווען און אים און נאר און אים און בלויז אים האט ער געוואלט זאל זיין זיין מ"מ. און ווי צוויבעל מיטען ראחובער רב אז דער ברך משה האט זיי געזאגט אז ער וויל אז ר' אהרן זאל זיין דער מ"מ, און דא פלוצלונג וויל ער צו טיילען סאטמאר?
אלא מאי מוז זיין אז עס איז נישט געווען דער ברך משה. ער האט ווייטער געוואלט אז ר' אהרן זאל זיין דער איינציגסטער רבי פאר גאנץ סאטמאר, נאר ווייל משה האט געהאט די גרעסטע השפעה אויפן ברך משה און ער האט זיך צוקריגט מיט ר' אהרן, האט משה אויפגעהעצט דעם רבין, און דער רבי איז געווארען זייער בייז אויף ר' אהרן און האט באשלאסען אז ער וויל צוטיילען סאטמאר.
די אלע אויבען דערמאנטע פראגעס זענען פון איינזייטיגע מענטשען וואס ווילען זיך און אויך אונז איין רעדען אז דער רבי האט געזאגט פאר יענעם און פאר דעם אז ער וויל ר' אהרן. מיר, דער ציבור ווייסען נישט פון קיין איין פאל, נאכאמאל, קיין איין מאל האט דער רבי נישט געלאזט דאס מינדעסטע צו וויסען טאן פאר זיין ציבור אז ר' אהרן זאל אליין, צו בכלל, איבער נעמען סאטמאר נאך זיינע מאה ועשרים.
מען האט געקענט שפעקולירען, מען האט געקענט פאנטאזירען און אפילו חלומען אז עס גייט אזוי זיין, ווייל ר' אהרן איז געווען דער וואס האט זיך איבעראל אריין געשטיפט און נישט צו געלאזט א צווייטען קיינמאל (און שפעטער וועט באשריבען ווערען וויאזוי ער האט זיך אריין געשטיפט תשנ"ט ווינטער אין 82 אן קיינעמס רופען). אבער פון רבין האט דאס קיינער נישט געקענט וויסען.
קומט זיין נאנטער מענטש, הירצקע צוויבעל און זאגט, אז פאר אים האט דער ברך משה עס יא געזאגט נאך אין די יארען איידער ער האט שוין אנגעהויבען פארגעסען. צוויבעל באווארענט זיך און מאכט זיכער אז עס איז געווען יארען איידער די מחלוקה. וואס ער מיינט איז, אז עס איז געווען נאך איידער דער רבי האט אנגעהויבען פארגעסען, ווייל ר' אהרן האלט דאך אז אויב איז מען נאר אביסעל שוואך איז מען שוין דערנאך. א רבין וואס איז שוואך מעג מען פארשעמען פאר די גאנצע וועלט, מען "מוז" אויפשפילען פאר די גאנצע וועלט ווי שטארק די זקנה איז געווען קפצה. און די גאנצע טענה פון ר' אהרן און זיינע מענטשען איז, אז אלע זאכען וואס איז געשען פון תשנ"ט איז געווען צוליב דער רבי איז שוואך געווען און דאס ווערט נישט גערעכענט (נאר אויב ער מאכט אים פארטאגס רב הצעיר). דעריבער האט צוויבעל זיכער געמאכט צו זאגען אז דער ברך משה האט דאס אים געזאגט ווען ער איז נאך געווען געזונט און שטארק. דאס איז בערך תשנ"ה-נ"ו
(פון ראחובער רב וועל איך בכלל נישט רעדען ווייל דער ברך משה האט אין זיין לעבען נישט גערעדט צו שוטים. און ווער עס איז נאך נישט איבערצייגט איבער זיין "חכמה", זאל ביטע אויס הערען זיין עדותשאפט.)
צוויבעל איז דאן אלט געווען 27-29 יאר. קען דען זיין אז דער ברך משה איז געווען אזוי אומאחריותדיג אז פאר א יונגעמאנטשיקעל געט ער איבער אזעלכע דברים ברומו של עולם? קען דען זיין אז דער ברך משה איז געווען אזא אומחריותדיג אז די ווערטער זיינע זאל נישט ווערען דורך אים געהעריג פארשריבען? מען רעדט דאך דא פון איבער צו געבען די גרעסטע קהילה אויף דער וועלט, די גרעסטע מוסדות אין די וועלט, סאטמאר פארמאגט קע"ה 25-30 טויזענט תשב"ר כ"י, און דאס גיט מען איבער אזוי, נישט מיר און נישט דיר?
עס האט נאך דאן געלעבט די אלטע קהלס לייט, ווי ר' לייבוש, ר' סענדער, ר' יודל ראזענבערג, ר' משה ארי' גליק, ר' ליפא שווארץ, איז יעלה על הדעת אז זיי לאזט ער ארויס פון די האקעלסטע נושאים און גיט עס איבער פאר א שנוק? עס איז דאך דער גרעסטער בזיון פארן ברך משה אזא זאך צו טון.
מען טאר נישט גלייבען דעם צוויבעל, און מען זעט טאקע אז אפילו ר' אהרן גלייבט אים אויך נישט. והא ראיה, ער האט דאך געמאכט א דעקלעראציע א טאג נאך וואס ר' זלמן לייב איז געווארען רב, ח"י סיון תשנ"ט, אז פלניא גזלנא, ווי אזוי די הלכה זאגט פאר. נו פארוואס האט ער נישט גערופען צו דין תורה זיין ברידער, נאך די פטירה פון ברך משה, אז ער האט עדים פארוועם דער טאטע האט געזאגט אז ער זאל זיין דער רב?
און האט ר' אהרן נישט געוויסט פון צוויבלס צוואה קיינמאל? האט דאס צוויבעל אים נישט געזאגט במשך די יארען אז ער קען זין רואיג, דער טאטע האט מיר דאס און דאס געזאגט?
ר' אהרן וואלט נישט צוזאמגעפאלען. צו ר' אהרן האט מען געקענט פון אלעם רעדען, זיין מויל איז קיינמאל נישט פארמאכט, און ער האט דאך געטון פיל ערגערע זאכען קעגען זיין טאטען ווי רעדען פון נאך זיינע מאה ועשרים. נו פארוואס איז ער נישט געווען רואיג אז ער האט די זאך כתוב וחתום, ער האט אלעס און משה קען זיך אויפן קאפ שטעלען?
(דאס צו ר' אהרן וואלט נישט צוזאם געפאלען צו הערען עפעס פון נאך די מאה ועשרים פון זיין טאטען, איז אינטרעסאנט צו ברענגען א מעשה וואס האט זיך ארומגעטראגען און איז געקומען פון ר' אהרןס מענטשען. עס איז געווען ווען דער ברך משה איז צוזאמגעפאלן איין שבת אין מיאמי תשס"ה. משה אהרן שטיינבערגער דער ראש ההצלה אין ק"י, וואס אים האט מען געקאלט אויפן באפעל פון משה גבאי, אז ער זאל פארציילען פאר ר' אהרן, איז געקומען דערציילען פאר ר' אהרן אז עפעס איז געשען צום טאטען און ער איז אויף א שווערען מצב. ר' אהרן זאגט אים: נו נו, קענסט רעדען זאג מיר דעם אמת ווי האלט דער מצב.)
קומען מיר צוריק אז וואס דער ברך משה האט באמת געוואלט ווייסט קיינער נישט. און וואס מען זאגט אז ווייל אזוי וויל יענער און עס האט דעריבער נישט קיין געוויכט.
די סברה ע"פ שכל זאגט אז עס קען נישט זיין אז ער האט געוואלט אלעס איבערגעבען פאר ר' אהרן. ווייל פארוואס קומט זיך אים אז בלויז ער זאל אלעס איבערנעמען און זיין ברודער וואס איז נאך אזוי ראוי ווי אים, זאל "גארנישט" באקומען? וואס עפעס קומט זיך פאר איינעם אלעס און פאר דעם צווייטער גארנישט?
אפגערעדט וואס מען זעט אז פון הימעל האט מען אנדערש געוואלט. אבער פשוט ע"פ שכל קען אזא דערהער פון ר' אהרן אלעס און פאר ר' זלמן לייב, גארנישט, נישט זיין.
אבער מיר וועלען אויף איין מינוט זיך פרובירען אריין לייגען אין צוויבעלס שיך און זאגען אז דער ברך משה איז געווען א אומאחריותדיגער מענטש, א לייכטזיניגער פארשוין, אזא סארט טאטע וואס האט ליב איין קינד יא און איין קינד נישט. ער איז געווען בלינד פון צו זען אז ר' אהרן טויג צו גארנישט. שוין.
איצט אזוי. פארוואס קען נישט זיין אז דער ברך משה האט זיך געקענט טוישען זיין מיינוג? פארוואס קען נישט זיין אז דער ברך משה האט איינגעזען אז ר' אהרן איז נישט קוואליפיצירט צו פירען גאנץ סאטמאר.
עס איז איצט תשנ"ו. עס אזי שוין אדורך עלעף יאר זייט ר' אהרן איז געווארען רב אין ק"י. לאמיר זיך אומקוקען ווי אזוי זיין "רעפארט קארד" זעט אויס. אזוי פירט זיך דאך די גאנצע וועלט אז מען גיט איינעם צו פירען א ביזנעס, רופט מען אראפ מבינים און מען זעט צו יענער טויג צו נישט. וואקסט די ביזנעס, צו נישט. קען מען דעם מענטש געטרויען צו נישט.
וועלען מיר אראפברענגען א שטיקל וואס איז שוין געווען געשריבען פריער: תשמ"ה. די שענסטע תושבים פון קרית יואל האבען זיך אפען ארויס געשטעלט און פון קרית יואל האבען רוב פון די איינוואוינער – וועמענס רב מען נעמט אצינד אויף – זיך נישט באטייליגט אויך דער הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה. עס זענען געווען זקנים פון שטעטעל וואס האבען פרובירט צו רעדען מיטען ברך משה אז ענדערש זאל קומען דער יונגערער זון ר' זלמן לייב ווערען רב, אבער דער ברך משה האט דאס נישט געטון. זיכער קען ער נישט אויפנעמען דעם יונגערען זון איידער דעם עלטערען.
קרית יואל איז שרעקליך צו טיילט געווארען. און עס האט זיך קיינמאל נישט געאייניגט צוריק. יענער מוצש"ק וירא, האט עווענטועל צו געברענגען אז בני יואל זאל זיך עפענען, די צוויי גרינדער און בויער פון שטעטעל, ר' משה פרידמאן און ר' שלמה מעכעל ראזנער, וואס זיי האט דער אלטער רבי אריין געשטעלט, זענען געפלויגען וועגען זיי האבען זיך נישט גענוג שטארק ארויסגעשטעלט צו פייטען פאר ר' אהרן. און די זקנים פון שטעטל האבען מער נישט געוואלט דאווענען מיט ר' אהרן אונטער איין דאך.
ר' אהרן האט אוועקגעווארפען אידען זקנים דורכגעווייקטע חסידים פון אלטען רבין, טייל פון זיי קהילה לייט פון אלטען רבין און הונדערטער יונגעלייט האבען זיך פארעקעלט פון די גאנצע פירערשאפט, און זיך אפגעלאזט פון אריין צו טרעטען אין ביהמ"ד. יענע מחלוקת מיט ר' אהרן אז ער זאל נישט ווערען רב אין קרית יואל האט שפעטער זיך מער צו פלאקערט ביי די סקול דיסטריקט פרשה וואס ר' אהרן האט זיך צו רעדט קעגען יעדען רב און רבין וואס האט געהאלטען אנדערש פון אים, אבער פיל גרעסער פון אים אין תורה ועבודה.
איז אזוי. סאטמאר איז איצט שרעקליך צוקריגט מיטען וויזניצער רבין פון מאנסי. מען איז צוקריגט מיטען קאשויער רב פיל ארגער ווי ביז איצט. מען איז צוקריגט מיטען מאנטעווידעער רב, מיטען קארלסבורגער רב, און שווערע הונדערעטער בעלי בתים, חסידים און תלמידים פון רבין זי"ע האבען זיך גענצליך אפגעשאקעלט פון סאטמאר.
אלע קליינע שוהלען אין וו"ב זענען געפאקט מיט סאטמארער יונגעלייט און בעלי בתים און זקנים. אלע קלענרער מוסדות אין וו"ב זענען געפאקט מיט קינדער פון עלטערען וואס ווילען נישט מער שיקען די קינדער אין סאטמאר.
איז נישט געווען צייט צו מאכען א טויש? דאס האט יעדער געוויסט אז מיטען ברך משה קען מען זיך זייער גוט פארטראגען, ווי שוין געשריבען. און מיט ר' אהרן קען זיך קיינער נישט פארטראגען, אויך ווי שוין געשריבען פריער. נו פארוואס איז נישט געווען צייט צו מאכען א טויש אין דעם וועג ווי אזוי מען האט זיך געפירט ביז איצט?
האבען די פירער פון סאטמאר נישט געזען אז מיט ר' אהרן וועט זיך סאטמאר נישט בויען? ער וועט נאר כסדר אוועק ווארפען מענטשען, רבנים, רביים, רעכטס און לינקס?
האט דער דער ברך משה דען נישט געזען און געוויסט אז דער דריטער זין זיינער איז א נח לשמים ונח לבריות? האבען די פירער פון סאטמאר נישט געזען אז אין די צעירים קענען שיקען סיי וועלכע טאטע זיין בחור און ר' זלמן לייב דער ר"י וועט נישט שפילען קיין פאליטיק קיינמאל?
עס איז קיינער נישט בלינד געווען, נאר ר' אהרן. עס איז געווען קלאר ווי דער טאג אז ר' אהרן וועט נישט קענען זיין דער רבי איבער סאטמאר. ער וועט אלץ זיין אין קריג און ער וועט זיך קיינמאל נישט קענען דורך קומען מיט קיינעם.
דער טאג פון טויש איז אנגעקומען.
האט משה גבאי געהאט א האנט דערין? זיכער. וואס, ווען און ווי אזוי, אין קומענדיגען מאמר, אי"ה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2009 20:52 |
|
| |
יא און יא. משה דער גבאי האט יא בהחלט געהאט א גרויס חלק אין אריין ברענגען א טויש אין סאטמאר. נישט באהאלטענערהייט. ניין, ער האט געטון וואס יעדער געטרייער מענטש וואלט געטון און האט מיט געוואלד אפגעשטעלט ר' אהרן פון איינעמען די וועלט.
ר' אהרן האט באשלאסען און שוין אין תשנ"ו אז ער איז דער יורש עצר. ער איז דער צוקומפטיגער רבי אין סאטמאר און ווער עס וואגט זיך קעגען צו שטעלען וועט זיין בלוט על הארץ תשפכנו כמים, כדרכו בקודש.
און משה גבאי האט אלעס פארציילט פארן ברך משה. אלעס אלעס און נישט אויסגעלאזט די קלענסטע דעטאלען. ער האט דאס געמוזט טון אפילו ער וואלט ווען נישט געוואלט. ער האט פארציילט פארן ברך משה, ווי גרויס דער אפעטיט פון זיין זון ר' אהרן איז. ער האט פארציילט פארן רבין, מיט וועם ר' אהרן האט זיך ארום גענומען. ער האט פארציילט אז דער נייער יועץ פרטי רעדט אויפן רבין דאס מיאוסטע וואס איז שייך. ער האט פארציילט אז דער נייער יועץ פרטי רייצט זיך אז דער ברך משה וועט זיין א בזיון פאר סאטמאר קעגען וואס פארא רבי ר' אהרן גייט זיין. ער האט פארציילט פארען רבין אז ר' אהרן פארט ארום אין די וועלט זיך צו באפעסטיגען און זאגט אומעטים אז דער טאטע האט אים געשיקט "מחזק זיין" דעם פארחלשטען ציבור. ער האט פארציילט פארען רבין איבער דעם נייע ארגעניזאציע "איחוד התלמידים" וואס העלפט ארויס יעדען יונגערמאן דורך מאכען התוועדותן, א.א.וו.א.וו. אלעס האט ער פארציילט ווייל דאס איז זיין ארבעט אלס גבאי און אוודאי אלס חסיד.
משה גבאי האט, ווי אונז אלע, נישט געוויסט וואס דער ברך משה האט אין פלאן נאך זיינע מאה ועשרים. ביי ערענסטע אידען רעדט מען נישט פון לאחר מאה ועשרים. מען האפט אז משיח וועט זיכער קומען פריער און דער רבי וועט אונז אלעמען פירען אקעגען משיחן ווי מען לאזט אלץ אויס: ומלכינו בראשינו.
צו רעדען מיט א רבין וואס וועט זיין נאך זיין פטירה דארף מען זיין א טיפש ווי בערעל פרידמאן. עס איז באוויסט אז ער האט זיך געוואגט צו פרעגען דעם רבין זי"ע וואס וועט זיין ווען דער רבי וועט ארויף גיין קיין ירושלים. בערל האט קיינמאל נישט געטראכט פאר א ווארט איז ארויס געשפרינגען פון זיין מויל, און ער איז אויך א קינדישער נאר, וואס האט זיין מויל געלאזט לויפען אין די האקעלסטע נושאים וואס באלאנגט נישט פאר אזא יונגער שנוק ווי ער איז דעמאלטס אלט געווען. און דער רבי האט אים געענפערט וואס ער האט אים געענטפערט, אבער דער רבי האט אים מער נישט געוואלט זען אין די קהילה, ווי עס איז ידוע לכל.
אלענפאלס נארמאלע מענטשען איבער הויפט חכמים, פרעגען נישט אזעלכע קשיות. און משה האט אויך קיינאמל נישט גערעדט אזעלכע האקעלע נושאים מיט א עלטערען רבין. און ר' אהרן האט אויך נישט זיך געוואגט צו פרעגען משה צו ער ווייסט עפעס פרטים פון נאך די פטירה. עס האט נישט עקסיסטירט אזא ביליגקייט צווישען אים און משה.
און מען זעט אז עד היום הזה איז משה נישט ארויס געקומען מיט סיי וואס דער רבי האט מיט אים גערעדט בנוגע די ענינים פון א צוואה אדער ווערטער בעל פה פון נאך די פטירה.
משה האט דעריבער זיכער זיך אויך פארגעשטעלט אז דער ברך משה אלס א קלוגער מענטש, אלס ענוותן, אלס א געטרייער טאטע צו זיינע קינדער, וועט זיכער איבער געבען פאר זיין זון ר' זלמן לייב א בכבודיגע רבנות פאסטען. ווייל דער ברך משה האט נישט געהאלטען אז איין מענטש קען אלעס פירען, און אלס ענו האט ער זיך זיכער נישט געהאלטען פאר א רבי און ער קען די רעביסטעווע אין זיין א צוואה פארשרייבען פאר איינעם אז צו יענעם זאל יעדער געבען קוויטלעך.
פונקטליך ווען דער רבי האט אפגעמאכט צו געבען פאר ר' זלמן לייבען, וויליאמסבורג, ווייס איך נישט. אבער דאס האט מען געזען אז ער אליין האט דאס אים געגעבען, דער ברך משה האט דאס אליין געוואלט און ער איז גרייט געווען צו פארלירען מענטשען איבער דעם, פונקט ווי ער איז גרייט געווען תשמ"ה זיך צו קריגען מיט די דעמאלטסדיגע קעגנער פון יענע רבנות. דאס איז וואס יעדער האט געזען.
אבער די גרעסטע ראיה אז ר' אהרן און זיינע מענטשען האבען אויך געוויסט אז עס איז דער ברך משה אליין וואס וויל עס און עס איז נישט משהס ארבעט; א ראיה אז ר' אהרן האט געוויסט אז זיין טאטע איז געזונט און איז ביי זיך, און ווייסט שוין איינמאל וואס ער טוט, ווייל פון יענעם פסח און ווייטער, זענען זיי אלע געווארען די גרעסטע שונאים פארן ברך משה אליין. זיי האבען דעם ברך משה אפען געשאלטען און צושטערט יעדע טיש, און צושטערט אלע תפילות אין ביהמ"ד. זיי האבען ביי גוט שבת זאגען די ערשטע וואך נאך די התמנות געשריגען קולי קולות ווען דער רבי איז ארויף אויפען ארון קודש.
אויב דער רבי איז קראנק, אויב דער רבי ווייסט פון גארנישט. אויב דער רבי וויל באמת אז ר' אהרן זאל זיין רב הצעיר, רב דקהילות הקדושות, רבי בכל אתר ואתר, נו פארוואס קומט איך זיך אים די קללות? פארוואס האבען אלע ר' אהרןס מענטשען גערעדט מיאוס אויפען רבין? פארוואס איז זיך אים געקומען אז זיין זון זאל צו לאזען די אלע בזיונות? ער איז דאך קראנק און ווייסט נישט וואס טוט זיך? אויב איז אלעס געווען משה גבאי, נו פארוואס האט דער אייגענער זון א רב מפורסם, נישט אפגעשטעלט קיין איין בזיון אויף זיין טאטען און רבין? ווי האט מען געמעגט מבזה זיין א פארקאלעכטען איד וואס ווייסט נישט פון דינסטאג אויף מיטוואך און בחייכון וביומיכון? אפגערעדט ווען דער פארקאלעכטער איד איז א טאטע פון דעם מבזה, אפגערעדט אז דער פארקאלעטער איד איז א רבי פאר די מבזים? ווי האט דאס קיינער קיינער נישטאמאל פראבירט עס איינמאל אפצושטעלען? אתמהה.
ווען דער רבי איז געווען אין קרית יואל פון ל"ג בעומר ביז אלול תשנ"ט, האבען ר' אהרןס מענטשען פון אים געמאכט גאלערעטע מיט חריף. מען האט געשיינט מיט "לעיזער פוינטערס" ביים גרויסען טיש ל"ג בעומר; מען האט דירעקט געזינגען ווען משה האט געהייסן ענדיגען, און דאס איז אלעס געווען ארקעסטרירט און ארגעניזירט. ר' אהרן האט אפען געשמייכעלט צו די בחורים אויף די פארענטשעס ווען זיי האבען געשיינט די "לעיזער פוינטערס".
שבועות איז געווען אין קרית יואל ביהמ"ד פאשקעווילען קעגען רבינס התמנות. מען האט צושטערט יעדען טיש איבערען יו"ט, און עס האט יעדער געוויסט אז מען דארף איצט זיין שטיל, מען טאר נישט ח"ו מוחה זיין. מען דארף לאזען דאס הפקירות אנגיין.
די שבתים נאך שבועות האבען די בחורים און יונגעלייט באגלייט דעם רבין ארויס פון ביהמ"ד נאך הבדלה, מיט מכלומרשטע געזאנג (ווען מען זינגט נישט סתם א מוצאי שבת) צו ווייזען אז דער רבי פארגעסט און ער מיינט אז עס איז מוצאי יו"ט.
מען האט געשטויסען דעם רבין יעדע וואך איבערען גאנצען זומער, לעיני כל. עס האט דאס יעדער געוויסט, געזען און געהערט. ווען דער רבי האט זיך אריינגעזעצט אין די קאר אהיים צו פארען פון ביהמ"ד האבען אפאר הונדערט צעיושטע בחורים מיט יונגעלייט געשאקעלט די קאר און עס "געסווינגען" פון איין זייט צו די אנדערע און אויפגעהויבען און אראפגעלאזט.
איך מוז דאס איבערשרייבען: מען האט געשטויסען דעם רבין יעדע וואך איבערען גאנצען זומער, לעיני כל. עס האט דאס יעדער געוויסט און יעדער געזען. ווען דער רבי האט זיך אריינגעזעצט אין די קאר אהיים צו פארען פון ביהמ"ד האבען אפאר הונדערט צעיושטע בחורים מיט יונגעלייט געשאקעלט די קאר און עס "געסווינגען" פון איין זייט צו די אנדערע און אויפגעהויבען און אראפ געלאזט.
און עס איז שטיל געווען. ר' אהרןס טאטע ווערט פארשעמט, ער ווערט דערנידערט און ער איז שטיל. יעדער איז שטיל.
אוי, איך האב פארגעסען צו שרייבען זייער א וויכטיגער פוינט.
די צעיושטע בחורים זענען נישט געווען בני יואל בחורים צו קאשויער בחורים. די צעיושטע יונגעלייט זענען נישט געווען וויזניצער חסידים אדער די רעביצינס מענטשען. ניין. נישט יאסל וואלדמאן האט ארגעניזירט אז מען זאל דעם "סיגעטער" שטויסען און פארבלוטיגען די פיס. בהחלט נישט.
די "שונאים" וואס זיי האבען אלס נישט געטון די אלע יארען, זענען זיי נאך אלץ געווען "חסידים" אקעגען די נייע "שונאים". די "שונאים" וואס זענען געווארען שונאים ביי ר' אהרןס התמנות, זענען געווען "חסידים" קעגען די "שונאים" וואס זענען געווארען שונאים ביי ר' זלמן לייבס התמנות.
אוי, איך האב שוין ווידער פארגעסען. איך לייד שוין אויך אויף די מחלה פון פארגעסען. נישט דעם ברך משה האט מען געשטויסען. נישט זיינע טישען האט מען צושטערט. נישט אויף אים האט מען געשריגען ביי גוט שבת זאגען. נישט זיין קאר האט מען "געסווינגען" און געשאקעלט און נישט אויף אים האט מען געווארפען פאשקעווילען.
יא, דער רבי איז טאקע געווען אויפן ארון קודש פונקט ווען מען האט געשריגען אויף משה גבאי ווייל ער האט געמאכט ר' זלמן לייב פאר רב. יא, פונקט האט דער רבי געפירט טיש ל"ג בעומר ווען פיל מיט "לעיזער פינטערס" האבען געשיינט אויף משה גבאי ווען ער איז געשטאנען נעבען רבין, ווייל ער האט געמאכט ר' זלמן לייב פאר רב. יא, דער רבי האט פונקט געפירט טיש ווען מען האט אנגעפיפען משה גבאי ווען ער האט געהייסען זיין שטיל, ווייל ער האט געמאכט ר' זלמן לייב פאר רב. יא, פונקט האט מען געווארפען פאשקעווילען אין ביהמ"ד ווען דער רבי איז אויך געווען דארט. יא, דער רבי איז פונקט געזעצען אין די קאר ווען מען האט געסווינגען און געשאקעלט די קאר ווי משה גבאי האט זיך אריינגזעצט, ווייל ער האט געמאכט ר' זלמן לייב פאר רב. יא, פונקט איז דער רבי דורך געגאנגען די צעיושטע בחורים און יונגעלייט ווען זיי האבען געשטויסען משה גבאי, ווייל ער האט געמאכט ר' זלמן לייב פאר רב.
אבער פארשטייט זיך און מען דארף דאס ניטאמאל זאגען אז די שטויסערס, די פייפערס, די פאשקעווילען ווארפערס, די "לעיזער פוינטער" שיינערס, די שרייערס, די שאקלערס און סווינגערס, זענען הייסע חסידים פון ברך משה. דאס איז דאך אום לייקענבאר. ווי זאגט די וועלט: מיט אזעלכע גוטע פריינט ווער ברויך נאך שונאים?
פארוואס טאקע האט ר' אהרן טאקע צוגעלאזט אז זיינע בחורים מיט יונגעלייט זאלען די אלע זאכען טאן קעגען זיין רבין און טאטען? פארוואס האבען די יונגעלייט און בחורים די אלע זאכען געטון? ווייל זיי האבען געוויסט אז דער ברך משה אליין וויל זיין זון ר' זלמן לייב פאר רב, זיי האבען געוויסט אלע אז וועגען דעם התמנות איז ר' אהרן געווארען א דם שונא פארען טאטען ווייל ער האט געוויסט אז ער אליין האט אויף גענומען זיין ברודער פאר רב, און די הלכה בידוע איז דאך, אז אויב האט ר' אהרן איינעם פיינט, מוז זיין בלוט תשפכנו על הארץ כמים.
אבער דער סך הכל איז, אז דער ברך משה האט פארשטאנען וואס זיין געטרייער מענטש האט אים דערציילט איבער זיין "בנו הגדול והנורא" און האט געטאן וואס יעדער טאטע און רבי וואלט געטון פאר אזא זון. מאכען א טויש. (און דאס שטימט אויך אפילו ווען מען נעמט אן צוויבעלס ווערטער פון תשנ"ה.)
אבער איך ווייס נישט צו דער ברך משה האט אפגעמאכט אז ער וועט דעם ר' זלמן לייב שיקען קיין ארץ ישראל כדי ער זאל זיך דארט צו לערנען און שפעטער ברענגען צוריק קיין אמעריקע, אדער ער האט דאס אפגעמאכט זעענדיג ווי שיין דער נייער רב איז מצליח אין ירושלים אז ער איז דער פאסיגער מענטש. (אויב ווייסט איינער יא די פרטים, ביטע דאס לאזען וויסען.)
און דער יועץ פרטי מיטען טאשען שניידער און דער מח וואשער, האבען אויך פארשטאנען אז דער ברך משה וועט מן הסתם "נישט" איבער געבען אלעס פאר ר' אהרן. ווי משוגע זיי זענען, זענען זיי נישט קיין נאראנים, און האבען אויך געוויסט אז ר' זלמן לייב איז א סכנה פאר ר' אהרן. זיי האבען דאס בעסער געוויסט ווי דער אלגעמיינער ציבור.
דעריבער האט מען געמוזט ארבעטען גיך און געשווינד ווייל אויב דער רבי ווערט נפטר פאר ר' אהרן איז אומעטים באפעסטיגט, וועט ר' אהרן זיכער נישט זיין דער אויסשליסליכער רבי אין סאטמאר. דער ברידער וועט זייער גרינג קענען באקומען א ריזיגען טייל פון סאטמאר, ווייל דאס האבען די טריא אויך גוט געוויסט אז א ריזיגער טייל פון סאטמאר וואס זענען אוועק געגאנגען שטייען אבער גרייט צוריק צוקומען ווי נאר ר' זלמן לייב וועט ווערען רבי.
המשך יבוא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/7/2009 21:43 |
|
| |
איך פאר אין קאנטרי, צום ווידער זען אי"ה דינסטאג. א פרייליכען שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2009 04:41 |
|
| |
ווי שוין פריער געשריבען, האט דער טריא, דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש, דער טאשען שניידער אלישע שמואל האראוויטץ און דער מח וואשער שמואל ווידער, באשלאסען אז מען דארף אנהייבען מיטען בויען ר' אהרן ווי אמשנעלסטען ווייל מען קען נישט וויסען וואס קען אין יעדע ליאדע מינוט פאסירען און ווער ווייסט וואס דער ברך משה האט אין פלאן צו געבען פאר ר' אהרן.
און דער אייבערשטער האט געהאלפען און יודל וויינשטאק האט חתונה געמאכט א זון אין מאנטשעסטער אנפאנג ווינטער תשנ"ח, ב"ה. און אז יודל מאכט חתונה איז דאך נישט קיין פראגע אז ר' אהרן "מוז" פארען, ווייל יודל איז דאך זיין גבאי.
אבער האלט. זיין גבאי? יודל וויינשטאק איז געווען זיין גבאי תשנ"ח? ניין. ער איז שוין נאר דארט געווען ווייל ער האט נאך נישט געקענט "פעיסען פעקט" אז ער, דער גרויסער גבור און העלד, דער וועלעכער האט זיך פארברענט פאר ר' אהרן, דער וועלעכער איז געווען דער מערסט פארהאסטער מענטש אין קרית יואל נאך ר' אהרן, בלויז ווייל ער איז דער נאנטסטער מענטש צו ר' אהרן, האט מען ארויסקאפעט פון ר' אהרןס הויז ווייל מען קען נישט אין זיין אנוועזענהייט אנגיין מיט די גרויסארטיגע פלענער פון ווערען רבינו בחיי.
יודל האט עס נישט געקענט אראפשלינגען. די בושות פון אזא כפויי טובה, האט ער נאטירליך נישט געקענט דערנעמען, האט ער באשלאסען אז ענדערש וועט ער בלייבען דארט און זיין דער 18טער ראד צום גרויסען טראקטאר טרעילאר און נישט זיין אויסגעשטעלט צו די בושות און כלימות וואס עס איז זיך אים נישט געקומען.
און לאמיר זיך נישט נארען, ווער אין זיין פלאץ וואלט אנדערש געהאנדעלט? איז דען פארהאן א מענטש וואס קען אריין הייבען אזעלכע בושות פון ווערען אויס גבאי ביי א גרויסען רב צו רבין? דא שטייט א מענטש וואס זיין נאמען איז געווען סינאנים מיט ר' אהרן און אויף אמאל, ארויס. און דורך וועמען, דורך מאכט פרעסערס, וואס האבען באשלאסען אז די ביז איצטיגע פארציע פון שררה איז נישטיג. עס איז צו קליין און דינטשיג געשניטען פאר אזוי גרויסען אפעטיטליכען הארץ.
פארשטייט זיך אז ר' אהרן גייט נישט טון אזא אומרעכט. וועלעכער נארמאלער מענטש קען דען אזאנס טאן פאר אזא נאנטען מענטשן וואס האט אים געבויעט, געהיטען, געשאפען הונדערטער אלפים. און זיכער נישט אזא רב מפורסם.
נו אבער עפעס מוז מען טון, מען מוז זיך צו איילען ווייל עס איז שוין פנה יום און דער רב מוז זיך בויען אין די גאנצע וועלט ווי אמשנעלסטען. דאונט ווארי. דער יועץ פרטי האט ארויסגעגעבען דעם באפעל פארן מוח וואשער און מיט שותף דער טאשען שניידער אז מען זאל אויף קומען מיט עפעס, אזוי וועט דער עולם גולם עס גוט אפקויפען.
נאך אין סוף יאר תשנ"ז האט דער מח וואשער אנגעהויבען צו ארבעטען אויף א איינפאל אז יודל גיט ארויס "סודות" פון רבס הויז. און דו ווייסט נאך פאר וועם? פאר משה גבאי. און דאס האט געארבעט.
עס האט גענומען א שטיק צייט ביז דער מח וואשער האט באוויזען צו וואשען אלעמענס מוחות, אבער עס האט אזוי פיל אויף געטון, אז יודל איז גלייך געווארען דער 18טער ראד. געפלויגען אינגאנצען איז ער הערשט גלייך נאך די חתונה פון ר' אהרןנס טאכטער, סיון תשנ"ח. אבער שוין איצט סוף יאר תשנ"ז איז ער געווארען בלויז א נאך שלעפער.
ר' אהרן האט נישט געהאט דעם קוראזש צו קוקען יודלען אין פנים. ער האט דאך געוויסט אז יודל האט אים געפעמפערט און געדייפערט. ער האט געבאדען און ארום געוואשען אז ער זאל נישט האבען א גערוך, און אויך האט ער געוויסט אז יודל איז א קרבן פאר זיין מאכט הונגער, דערפאר האט ער אים ממש נישט געקענט קוקען אין פנים. זיי האבען מער נישט גערעדט געהעריג, נאר געגאנגען אין דאס און געפארען אין די קאר, שטיל. (יודל וויינשטאק דערציילט דאס פאר אלעמען.)
אבער צו די חתונה, איז שוין א אנדערע מעשה. ביי ר' אהרן א שמחה פון א איד, ספעציעל פון א נאנטען פריינט, האט א פיל טיפערען באדייט. צו אזא פריינט ווי יודל מוז מען פארען.
און איין וועגס אז מען פארט שוין צו די חתונה פון אזא נאנטען פריינט, וועט מען שוין אין די זעלבע צייט פארענטפערען א געוואלדיגע פראגע. די אייראפעער חסידים האבען די לעצטע שטיקל צייט געטענהט זייער א גערעכטע טענה: "למה נגרע"? פארוואס האבען די סאטמארער חסידים אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק יא די זכיה צו הערען דברי חיזוק? פארוואס האבען סאטמארער חסידים אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק יא די זכיה אז עס האט זיך אויף געשטעלט א ארגעניזאציע "איחוד התלמידים" וואס אויסער וואס זיי העלפען ארויס פיזיש, גייסטליך און פינאנציעל יעדען סאטמארען יונגערמאן, העלפען זיי אויך ארויס די יונגעלייט מיט דעם וואס נאר אדאנק זייערע שטארקע תחנונים איז זיך דער קרית יואלער רב און ראש ישיבה מטריח מיט א אומגעהויערע טירחא ויגיעה רבה, ווען דער טאטע אין אין מיאמי וועגען די שווערע קעלטען אין ניו יארק און דער עולם איז "מוותר", און רייסט זיך אוועק פון זיין קהילה אויף עטליכע שבתים אין יאר און פארט אריין אין וו"ב, און באזונדער אין ב"פ און מאכט א שבת התוועדות, וואס די יונגעלייט שפירען די חיזוק פאר לאנדע חדשים, און טייל יונגעלייט שפירען דאס ביז דעם קומענדיגען שבת התוועדות. אזא התחזקות קומט פאר אין ניו יארק עטליכע מאל אין יאר.
זענען דאך די אייראפעער אידען זייער גערעכט מיט זייער הארבע פראגע למה נגרע? פארוואס ווייל מיר וואוינען אין אייראפע קומט זיך נישט פאר אונז די חיזוק? פארוואס קענען מיר נישט גרינדען אזא נאבעלע גוט הארציגע ארגעניזאציע ווי איחוד התלמידים וואס זייער שטרעבען איז בלויז אויף צו טון פאר אלע יונגעלייט און טוען ארויס העלפען פיזיש, גייסטליך און פינאנציעל יעדען סאטמארען יונגערמאן?
אבער, נישט געזארגט אייראפע. דער רב פון קרית יואל האט אויסגעהערט ענקער וויי געשריי. ענקער הונגער פאר חיזוק איז אנגעקומען צום רב שליט"א און דער רב וועט ענק מחזק זיין פיל מער ווי עטס מיינטס.
אבער וואס ווייניג האבען דעמאלס געוויסט איז, אז ר' אהרן האט זיך נישט אזוי געפריידט צו יודלען ווי דאס אז מען קען איצט פארען קיין אייראפע ווי עס איז אזוי וויכטיג א התוועדות פאר די סאטמארער חסידים אין אייראפע וואס זענען ממש צמא למים, צו הערען דעם דבר ה'. זיי גייען אויס פאר חיזוק ווערטער וואס זיי האבען שוין לאנג נישט זוכה געווען צו הערען. וואס ווייניג האבען דעמאלטס געוויסט איז, אז "יותר משהעגל רוצה לינק הפרה רוצה להניק". ר' אהרן וויל זיי מחזק זיין פיל מער וויפיל חיזיק זיי געברויכען.
און ר' אהרן איז געפארען צו די חתונה אין מאנטשעסטער. די חתונה איז געווען א שווערער דורך גאנג פאר ר' אהרן. ער האט נישט געקענט יודלען אפילו אין די אויגען קוקען. ער האט געוויסט אז יודל ווייסט פונקטליך פארוואס ער איז באמת געקומען, און יודל האט געוויסט אז ר' אהרן ווייסט וואס ער ווייסט, דעריבער איז יענע חתונה געווען א שווערער דורך גאנג.
אבער די חתונה איז אדורך. ר' אהרן איז געווען ביי די חתונה א מינוט נישט מער ווי ער פלעגט זיך אין יענע יארען באטייליגען ביי יעדע חתונה וואס איז פארגעקומען אין קרית יואל. ר' אהרן איז געווען ביי די חתונה צו וואס ער איז ספעציעל געקומען צו פארען פון ניו יארק, ווי מען רופט עס, א טובל און ארויס. אבער ב"ה די חתונה איז פאריבער און מען קען זיך אנהייבען גרייטען פארן קומענדיגען גרויסארטיגען שבת.
ר' אהרן איז געבליבען אין די פארשטופטע מאנטשעסטער אויף שב"ק און נישט געפארען צו די חסידישער לאנדאן ווי עס געפינט זיך א ריזיגע סאטמארע קהילה און זייער מוסדות התורה, ווייל ר' אהרן און זיינע יועצים האבען נאך דעמאלטס נישט געקענט וויסען ווי אזוי דער עולם אין אייראפע וועט אויף נעמען דעם פאלשען שבת התוועדות.
אייראפע האט נאך קיינמאל נישט געהאט א שבת התוועדות צו וואס ניו יארק איז שוין געווען צוגעוואינט שוין עטליכע יאר. און אויך, אייראפע זענען געווען ארגינעלע חסידים פון ברך משה, און דארט איז נאך נישט געווען אזוי ווייט ארייגעמישט דעם עגל שעשה אהרן. דארט האבען די סאטמארער חסידים נאך נישט געטראכט וואס די חסידים האבען שוין געטראכט. און דערפאר האט ר' אהרן מורא געהאט צו מאכען גלייך אזא שפרינג. דעריבער איז געבליבען אז ר' אהרן וועט בלייבען אין מאנטשעסטער און אויב דער עולם וועט קומען, איז דאך א סימן אז מען קען אן גיין מיט אלע פלענער פארן עתיד, און אויב נישט, איז אויך נישט אזא דורך פאל, ווייל קיין מאנטשעסטער איז א לאנגער נסיעה.
אבער די פראפעגאנדע מיטען ליגענט פון די "שליחות" פון ברך משה רבין וואס ער האט פערזענליך געשיקט את בנו הגדול והנורא, האט געארבעט. ר' אהרן האט זיך באשטעלט צעטלעך וואו מען זאל שרייבן אז דער חשוב'ער גאסט הגאון הצדיק אבד"ק קרית יואל שליט"א קומט צו פארן בשליחות אביו כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א. און דער שבת איז געווען א שיינער דערהויבערנער שבת.
די באטע איז געווען געלונגען, מען האט געזונגען ניגונים פון אלע סארט, ר' אהרן האט געזאגט פילפולים גג על גג און עס איז געווען א גרויס חיזוק פאר ר' אהרן און זיינע יועצים. אנטשולדיגט, פאר אייראפע.
ר' אהרן איז מיטען פעלץ ארומגעגאנגען באזוכען אלע רבנים, געשמייכעלט צו די פאטאגראפירער און הנאה געהאט ווי משוגע די מאסען גייען פאר אים.
די יועצים האבען נישט געקענט איבערקומען ווי גרינג ענגלאנד איז געפאלען. ממש אן א שאס האט זיך ענגלאנד אינגאנצען אונטערגעווארפען אונטער ר' אהרן.
איצט נאך איין קלייניקייט דארף מען ערלעדיגען אין אייראפע, אז מען איז שוין דארט. ר' אהרן האט זיך מאנטאג אויפגעהויבען און געפלויגען קיין בעלגיע פאר צוויי טאג צו לייגען די אבן הפינה פאר די דארטיגע סאטמארע ת"ת. עס איז אויך באגלייט געווען מיט כבוד, פאמפע און פיקטשערס און מיט זיין יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש וועלעכער איז געווען דער ארכיטעקט פון פארכאפען אלעס אין דער וועלט.
בעלגיע איז נישט געווען א פראבלעם פאר ר' אהרן ווייל דארט האט ער שוין באזעצט זיין זון און בעלגיע איז שוין געווען זיינס כמונח בקופסא.
ר' אהרן איז אהיים געקומען הייפערעקטיוו. ער איז געווען אזוי עקסיידעט ווייל אין זיינע און די אויגען פונעם טריא איז געווען די מלחמה איבער סאטמאר, דערנאך. משה גבאי קען זיך לייגען שלאפען. אייראפע איז פארזיגעלט אלס ר' אהרןס.
*
נאכען אהיים קומען פון אייראפע איז פארגעקומען א גרויסער שינו ביי ר' אהרן. ער איז געווארען אזוי "פאמפד אפ" אז נאך יענעם שבת ביי זיין באטע האט ער, עפ"י עצת שמואל ווידער דער מח וואשער, אנגהויבען זינגען ניגונים במשך דעם גאנצען באטע.
ביז איצט האט מען גארנישט געזונגען ביי ר' אהרן, אויסער כל מקדש, מנוחה ושמחה און אז ביום השביעי. אבער איצט אז ר' אהרן האט שוין אייראפע איינגענומען, האט דער מח וואשער באשלאסען אז עס איז צייט צו ארבעטען אויף די יונגעלייט אין אמעריקע. עס איז צייט אז די יונגעלייט זאלען אין ר' אהרן זעהן אז ער וועט זיין דער ריכטיגער רבי וואס וועט "ענדליך" זאט מאכען אלע יונגעלייט וואס זענען דארשטיג נאך דעם סארט רבי וואס וועט בכח הדמיון זיי געבען זייער פולער סיפוק.
ר' אהרן וועט פירען ריזיגע טישען, מען וועט ביי זיינע טישען האלטען און איין שרייען אז עס איז סכנת נפשות, עס הערשט א געדרענג, מאכטס פלאץ, מענטשען חלשן, און דער רבי וועט פאטשען און קלאטשען. מען וועט אנהייבען זינגען ניגונים ביים טיש ווייל דאס וועט ריכטיג אנווארעמען די יונגעלייט וואס זענען שוין פארפרוירען הונדערטער יארען, זייט דער הייליגער ישמח משה האט אנגעהויבען פירען טיש פאר צוויי הונדערט יאר צוריק. און וויבאלד ער האט האט נאר געזונגען כל מקדש און מנוחה ושמחה, זענען די חסידים קאלט ווי אייז. און די קאלט קייט האט זיך אריבערגעצויגען ווייטער צו זיין אייניקעל דער הייליגער יטב לב, וואס האט נאר אויך געזונגען די צוויי ניגונים, און אזוי האט זיך ווייטער געפירט דער הייליגער קדושת יו"ט און זיינע צוויי היליגע זון דער עצי חיים מיטען רבין ז"ל און שפעטער דער ברך משה.
זיי האבען געפירט טיש זייער פשוט. געזונגען שלום עליכם אן קיין תנועות מיט די הענט, זיי האבען קידוש געמאכט, ווייטער אן קיין שרייען מיט קולות, געטיילט שריים, געזונגען צוויי זמירות, געזאגט תורה, געגעסען לעבער, געבענטשט און געטאנצט אין א רינג אז ביום השביעי.
אבער ווי קומט דאס צו צו דעם נייעם סארט רבין. די יונגעלייט וואס גלייכען אלע סארט דמיונות וועלען ענדליך אנטרעפען א רבין וואס וועט מיט זיי אלעס מיט שפילען, און דאס גייט זיין א רבי וואס וועט נישט האבען זיינס גלייכען אין די גאנצע וועלט. ער גייט באווייזען צו פירען טיש וואס וויזשניץ, סקווער, בעלז, פרעמישלאן, באהוש, טאלנא, תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, קלויזענבורג, און אפילו ליובאוויטש, וועלען זיך קענען פארשטעקען.
עס איז זייער שווער מסיים זיין דעם קאפיטעל אן די ווערטער, ל"ע.
המשך יבוא
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 21/07/2009 4:38:56
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2009 08:14 |
|
| |
מ'קען זיך שוין לייגן אדער עס קומט נאך עפעס היינט????
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2009 09:58 |
|
| |
ווי שוין געשריבען פריער זענען ענדע יאר תשנ"ח נפטר געווארען דריי אלטע לייבען פון סאטמאר, ר' לייבוש לעפקאוויטש, ר' סענדער דייטש און ר' ליפא שווארץ פון ירושלים. און אום דירעקט האט זייער הסתלקות געהאט א אפעקט אויף די מחלוקת אין סאטמאר. נאך זייער נפטר ווערען איז דער מצב געווען אין די בחינה פון וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא, און ווי עס שטייט ווייטער אין פסוק ויקם מלך חדש על מצריים אשר לא ידע את יוסף.
די דריי זענען געווען אן א שיעור מאל מער ערנסטער ווי להבדיל בערעל פרידמאן און יצחק ראזענבערג. זיי וואלטען ווען קיינמאל נישט צוגעלאזט אזא עסק ביש, און אפילו ר' אהרן אליין וואלט זיך געשעמט צו פירען אזא ביליגע מאכט-געכאפעכץ. אבער עס איז געווען באשערט אז די אלע עלטערע בונים פון סאטמאר זאלען נישט מוזען צוזען וואס איז געשען צו סאטמאר, וואס זיי האבען אזויפיל געהאלפען פארן רבין זי"ע צו בויען און עס פירען.
ר' לייבוש און ר' סענדער האבען קיינמאל נישט געגליכען ר' אהרן ווייל זיי האבען אים געקענט פון דער נאנט און עס איז געווען באקאנט אז ר' זלמן לייב איז פאר זיי מער צום הארצען.
ר' ליפא שווארץ האט נאך געלעבט, און ער איז נאך געווען אין ירושלים, ווען דער סיגוטער רב איז אנגעקומען אהין. דער סיגוטער רב איז געפארען אויף די הייליגע טעג תשנ"ח קיין ירושלים, אבער ער האט בשו"א נישט געוואלט אוועק נעמען דעם עמוד אויף מוסף פון ר' ליפא שווארץ.
ר' ליפא האט גערעדט יענעם ערשטן שבת פרשת נח תשנ"ח ווען דער היינטיגער רבי שליט"א האט זיך באזעצט אין ירושלים און האט מיט גרויס התרגשות געזאגט: איך האב שוין יעצט די זכי' די דריטע מאל בייצואוואוינען א הכתרה אין סאטמאר. דאס ערשטע מאל איז געווען די הכתרה פון רביה"ק זי"ע תרצ"ד אין די שטאט סאטמאר, די צווייטע מאל איז געווען כ"ו אב תש"מ אין קרית יואל, און יעצט איז שוין דאס דריטע מאל.
ר' סענדער דייטש איז אויך געפארן צו דעם גרויסען שנת פ' נח צו די הכתרה אין ירושלים, און ער האט דעמאלט גערעדט געוואלדיגע שיינע דרשות, ווי ער איז אלע יארן שטאלץ וואס דער רבי (דער ברך משה) האט אזא זון ווי ר' זלמן לייב, וועלכער איז א מתון און אן איבערגערעכנטער מענטש.
און פון ר' לייבוש האבען מיר שוין געשריבען ווי שטארק ער פלעגט טענהן אז מען מוז צוטיילען די ישיבה פון קרית יואל ווייל ער האט געהאלטען אז ר' אהרן טויג נישט. און זייענדיג דער מנהל המוסדות איז ער אויך געווען דער בעה"ב פון ר' זלמן לייב, זייענדיג דער ר"י אין די ישיבה לצעירים, און דעריבער האט ער געהאלטען אז ר' זלמן לייב איז מער פאסיג צו פירען די ישיבה.
אבער נאך איין וויכטיגען סאטמארען פערזענליכקייט וועם מען דארף צולייגן צו די ליסטע פון "וכל הדור ההוא", איז הרב החסיד ר' יודל ראזנבערג זכרונו לברכה, וואס ער איז שוין אייגנטליך אוועק פריער, אין תשנ"ו חודש אייר.
אין יענע צייט איז שוין, ווי דערמאנט אויבן, געווען שווערע צייטן, ווען ר' אהרן מיט זיינע יועצים האבן זיך שוין געהאט געשארפט די ציין איבערצונעמען סאטמאר. ר' יודל און זיין מהות איז פאר די "טריא" געווען א דארן אין די אויגן, ווייל שמואל ווידער, א נייטרער מוח וואשער, מיט אלישע שמואל א מונקאטשער טאשען שניידער, האבן געזען די גרעסטע סכנה אין די "אלטע סאטמאר", וואס ר' יודל ז"ל האט מיט זיך אפגעשפיגלט.
דעמאלטס איז געווען הארט פאר'ן לייגן דעם יסוד פון "איחוד התלמידים", און מען האט שוין געהאט גערעדט פעסט אז נאך ר' יודל נעמט מען גלייך איבער די אלע סאטמארער קעמפס און די וועלט בארימטע מצה בעקעריי, און "ר' אהרן וועט מאכן ארדענונג". למעשה האט זיך פון אלע זייערע פלענער אויסגעלאזט א זייפן בלאז.
דער ברך משה איז געווען א פראקטישער מענטש, אים האט די נארישע איינגערעדטע מעכטיגקייט נישט אינטרעסירט צופיל, עס האט נישט ביי אים אפעלירט די געוויינען פון ר' אהרן אז ר' יודל'ס אלע קינדער "זענען שונאים". דער ברך משה האט געהייסן אז די קינדער, משפחת ראזענבערג, זאלן אלעס ווייטער פירן.
משה גבאי און אליעזר קעסטענבוים זענען דעמאלט אריין אין די הנהלה פון די קעמפס. און שפעטער איז דאס גענוצט געווארן אלס א וואפן, ווען משה איז שוין געווען דער אויסגערופענער שייגעץ אינעם אהרונישן לאגער, איז איינע פון די זאכן מיט וועלכע מען האט אנגעשראקן דעם ציבור, אזוי ווי די גלחים פלעגן העצן די צוריק געבליבענע דארפס-פויערן אין דער מיטלאלטער, אז משה מיט אליעזר האבן זיך שוין אריינגעשטופט אין די קעמפס און ווער ווייסט וואס קומט ווייטער.
ע"כ פון תשנ"ח.
ווינטער תשנ"ט
יענעם ווינטער איז געווען די מחלוקה אזוי פלאקערדיג אז עס האט שוין געבאבלט. אין יענעם ווינטער איז פארגעקומען עטליכע גרויסע אקציעס פאר ר' אהרן און זיינע מענטשען וואס דורך דעם איז זיי געלונגען צו פארכאפען פארשידענע שטעט, לענדער, אינסטיטוציעס, און די מלחמה האט זיך שטארק אינטענסעווירט.
1) די צוויי שבת התוועדותן אין וו"ב און אין ב"פ.
2) דער "מעכטיגער" שבת התוועדות אין לאנדאן.
3) די "פרומע" דרשה פון ר' אהרן פאר די טישטערס פון די סאטמארער מוסדות אין וו"ב.
4) די "סענדוויטש" בר מצוה אין ירושלים.
5) די "שונאים" קול קורא פארן פראטעסט, מיט די אונטערשריפטען פון קאשויער רב און מאטעווידעער רב.
דער מח וואשער האט געארבעט אויף קעס און כלים אז דער עולם, די חסידים, זאל אנהייבען ברענען קעגען משה גבאי. און אז מען וועט זיך נעמען האקען אויף משה, וועט געשאסען ווערען מערערע האזלעך מיט דעם איינעם קויל. איינס, ווייל ווען עס איז דא א מחלוקת פאראייניגט זיך דער ציבור, און דער ציבור וועט זיין מיט ר' אהרן. צוויי, אז מען וועט האקען קעגען משה וועט דאס אויטאמאטיש ברענגען אז דער עולם וועט אפגעקילט ווערען פון ברך משה, וואס דאס איז געווען זייער וויכטיג פארן "טריא", ווייל אויב וועט דער רבי זיך קעגען שטעלען אז ר' אהרן זאל נישט אלעס איבערנעמען, זאל נישט זיין ווער עס וועט אים אויסהערען. און דריטענס, און דאס איז די הויפט סיבה, ווייל אויב מען וועט האקען אויף משה וועט ר' אהרן נישט אויסקוקען ווי איינער וואס וויל איבערנעמען אלעס.
און זייער מיסיע איז געקרוינט געווארען מיט גרויס דערפאלג. יענעם ווינטער האט זיך פיל פאכיג געהעכערט די קריגערייען און משה איז געווארען פארפיינטעט ביי ר' אהרןס מענטשען. יעדען טאג איז ארויסגעקומען אנדערע שמועות מיט רומערס, וואס ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעוויזען, האבען די אלע שמועות נישט געהאט קיין באזיס, נאר פשוט, מען האט געוואשען דעם ציבורס מוחות. מען האט דעמאלטס אנגעהויבען צו רעדען אז משה און אריה לייב און אליעזר האבען איבער געשריבען אלע בנינים פון סאטמאר וויליאמסבורג אויף זייערע נעמען. און דאס האט מען געקייט און איבערגעקייט. ווי עס לויטעט די באוויסטע מימרא פון הרב ר' נפתלי בלומענפעלד דער מנהל אין די ישיבה, אויף די גאנצע ארונישע פארטיי, וואס איך וועל ציטירען ווארט אויף ווארט צוליב איר טייערע ווערד: "די מענטשען, ערוואקסענע, מ'זעהט אסאך מאל מיט שטוינונג, ערוואקסענע מענטשען, אפילו מיט ווייסע בערד, קייען אין די נארישקייטען, ממש ווי ער איז א שטיק הבל, ווי א בייזער גייסט אין זיי, אומגלויבליך ווי א רוח רעה ליגט אין זיי. ממש ויהבלו מ'ווערט א שטיק הבל, צו די קען מען נישט רעדען..."
פארשטייט זיך אז מען האט נאך דאן נישט גערעדט אפען אויפן רבין ממש, ווייל מען האט נאך נישט געקענט וויסען וויאזוי דער נארמאלער ציבור וועט רעאגירען. אבער אויף משה מעג מען דאך רעדען, און נישט נאר וואס מען מעג, מען מוז.
עס האט שוין יעדער מיטגעהאלטען יעדען טריט אויפן שאך-ברעט פון ביידע זייטען. עס האט יעדער געזען אז ר' אהרן נוצט יעדע טריט, צו ווערען רבי, און משה גבאי וויל דאס מיט אלע סארט טריט, צוריק האלטען.
די מאטיווען פון יעדען שריט פון ביידע זייטען זענען געווען גלוי לכל, אבער יעדער האט פאר עפעס א סיבה זיך מעלים עין געווען. עס האט קיינער נישט "ארויס געזאגט" (דירעקט באצייכענט די ווערטער, ווייל נאר דאס "ארויס זאגען" האט געפעלט) די אמתע ווערטער איבער וואס די מחלוקה איז דא באמת, כאטש קיינער קיינער האט נישט געהאלטען אז עס איז עפעס אנדערש.
אין אנדערע ווערטער. יעדער איינער, דער גאנצער ציבור, האט געזען דעם אמת אז ר' אהרן איז דער אגרעסאר, ר' אהרן האט זיך "לעצטענס" ארום גענומען מיט נייע יונגע מענטשען וואס ארבעטען אויף אים אז ער מוז שוין פארכאפען די מאכט און שוין זיך אנהייבען בויען צו ווערען שטארק און באפעסטיגט אויף יעדע פלאץ ווי סאטמאר האט נאר א קהילה, כדי ווען "דער טאג" וועט במהרה בימינו אנקומען, זאל שוין נישט זיין קיין ספק פאר קיינעם צו וועם מען דארף זיך אנגעהערען און צו וועם אלעס דארף באלאנגען. אבער, דאס אלעס איז געווען ביי יעדען בלויז אין די מחשבה.
ווען מען רעדט פון מענטשען, ווען מען רעדט פונעם ציבור, מיינט מען דא, נאר די חסידים פון ברך משה וואס רוב פון זיי זענען געווען ר' אהרןס מענטשען. משה גבאי האט נישט געהאט קיין מענטשען, ווייל ער איז פארט געווען א בעה"ב און נישט קיין רב. (פון די אריגינעלע "שונאים", רעדט מען נאך נישט אצינד ווייל זיי האבען דעמאלטס נאך נישט פארנומען א פלאץ אין די אינערליכע מחלוקת פון סאטמאר. זיי זענען געווען אינדרויסען פון די קהילה און זיי זענען געווען נאר דרויסענדיגע. און אפילו די מענטשען וואס האבען געוואלט זען א נקמה אין ר' אהרן, האבען אויך נישט גערעדט דערפון אזוי ווי מען קוקט עס היינט אן. עס איז געווען זייער א פרעמדער געדאנק צו רעדען פון א רבינס אחר מאה ועשרים.)
*
שבת פ' ויחי איז ר' אהרן געפארען קיין בארא פארק אויף א שבת התוועדות, וואס דאס איז געווען די ארבעט פון זיין "איחוד התלמידים", ווי שוין געשריבען, ארויסצוהעלפען יעדען יונגערמאן מיט חיזוק, און די איינציגסטע מיטל זייערער צו געבען חיזוק פאר די יונגעלייט איז געווען, ר' אהרן זאל קומען אויף שבת.
איינע פון די נייע מבצעים פון ר' אהרן איז דעמאלטס געווען, צו זאגען מיט בכיות נוראות "שובבי"ם תורות". ער האט אזוי געוויינט, אז איינער וואס האט אים, און זיינע יועצים, נישט געקענט פון דערנאנט, האט זיך געקענט שווערען ביים אלעם הייליגסטען אז דער "בעל בכי" דא, איז אזא דחיל חטאין, אזא אפגעהיטענער איד וואס פארשטייט שוין אפילו נישט דעם היינטיגען דור. אבער עס איז אינגאנצען נישט וויכטיג אייך צו פארציילען אז זיינע שובבי"ם תורות זענען געווען אנגעבעט פון פריער מיט זיינע יועצים, ווייל עס איז גענצליך איבריגע רייד.
די מעכטיגע נסיעה קיין לאנדאן
איינע פון די הויך פונקטען פון יענעם ווינטער איז געווען ר' אהרןס נסיעה קיין לאנדאן וואס איז פארגעקומען פרשת שמות. געהייסען האט דער פלאן אז מען פארט אומשולדיג קיין לאנדאן נאך געלט פארן "נייעם ביהמ"ד" אין וויליאמסבורג. א פשוטע געלט אקציע. אבער איידער מיר וועלען שרייבען פון יענע "אומשולדיגע" געלט אקציע, וועלן מיר אייך צוריקנעמען א פאר יאר.
עס איז אסרו חג סוכות תשנ"ו. דער עולם איז נאך אויף געהייטערט פון דעם לעכטיגען יו"ט וואס איז נאר וואס אדורך, און עס איז געווען א הערליכער יו"ט פאר די חסידים וואס האבען מיטגעהאלטען די צווייטע טעג ביים רבין. אבער ערגעץ איז לעכטיג פאר גאר אנדערע סיבות. ר' אהרן איז זייער אויף געלייגט. ער איז זייער בשמחה. זיינע מענטשען האבען אויסגעפירט א דבר גדול מאד.
עס האט זיך דעמאלטס גערעדט פון בויען א נייעם ביהמ"ד, וואס דאס וועט זיין דער גרעסטער ביהמ"ד אויף דער וועלט. עס גייט זיין אזאנס און אזעלעכעס. אבער איידער עס איז באשטעטיגט געווארען אז מען גייט זיך טאקע נעמען בויען אזא גרויסע ביהמ"ד וואס וועט אריין ציען א ערך פון 30-40 מיליאן דאלער, איז געווען א שטילע סומאכטוכע.
אין די אנהויב תש"נ יארן, ווען מען האט אנגעהויבן רעדן פון א ניי בית המדרש, איז דער ברך משה געווען ממש דערקעגן, ווי חז"ל זאגן אין אבות, עין טובה, ורוח נמוכה, ונפש שפלה, מתלמידיו של אברהם אבינו. עין רעה, ורוח גבוהה, ונפש רחבה, מתלמידיו של בלעם הרשע.
געווענליך, זענען די ראה"ק די וואס ווילען גרויס מאכן זייער רבי'ן, און זייער קהילה. ביי ר' אהרן איז "ער" דער וואס וויל גרויס מאכן זיין קאמפאני. ר' לייביש לעפקאוויטש און ר' יאנקעל כהנא זענען געווען זייער דערקעגן, פשוט וועגן פינאנצען. זיי זענען גראדע מענטשן, ביזנעס לייט וואס רעכענען איינס מיט איינס, און אויב איינער קען רעכענען האט נישט געקענט אויסרעכענען וויאזוי מען גייט אויף קומען מיט אזעלכע געלטער. אויך האבען זיי געהאלטן אז מען טאר נישט דעם עולם באלעסטיגן. ר' סענדר דייטש האט יא געצויגן צו בויען, ווייל ר' סענדער איז געווען א סארט ראש הקהל וואס האט געזוכט סאטמאר זאל זיין גרויס און עס איז א כבוד פארן רבין זי"ע אז זיין קהילה האט אזא ביהמ"ד אין דער אמאליגער טריפהנער אמעריקע.
יעצט איז אזוי: דער ברך משה האט אין אנהויב נישט געוואלט הערן דערפון, האט מען אים אנגעהויבן אונטערשיקן שלוחים אז ס'איז זייער וויכטיג, אבער אים איז נישט אריין אין קאפ וואס עס איז אזוי וויכטיג. די קינדערישע גערעדעכטסער און די גרויסע פיקטשערס פון פארענטשעס האבן דאך ביי אים נישט אינגאנצען נישט אפעלירט. וואס ס'איז יא געווען, אז אין די צווייטע העלפט נו"ן יארן, איז שוין דער ברך משה געווען עלטער, און איין יאר יום כיפור ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט אין די הייך צו זאגען די כל נדרי דרשה האט ער געזען ווי מען שטופט זיך געפערליך, ער האט געזען ווי מען צוקוועטשט בחורים'לעך ממש ווי הערינג, דעמאלט ער איז ער געווארן זייער דערשראקן, ער איז באמת געווען א פחדן, און ער האט אנגעהויבן ציטערן אז ראדני איז שוין א סכנה און מען דארף באמת ארויסגיין גרעסער. און דער פחד האט געפועלט ביים ברך משה אז ער זאל יא לאזען מאכען פלענער פאר א נייעם שול. אבער מען האט געוואוסט אז מען גייט אריין אין אן אונטערנעמונג וואס איז פארט זייער גרויס, סיי ווייל מען קען דאך נישט בויען קיין שול נאר פאר ימים נוראים, און צווייטנס, האט מען דאך גערעדט פון ריזיגע געלטער.
אויך האט מען דעמאלטס גערעדט, אז דער ברך משה האט מורא געהאט פאר א גוט אויג, און ער האט נישט געהאלטען אז ער איז ראוי פאר אזא גיגאנטישען ביהמ"ד. ער האט געקענט באשטיין אז ענדערש זאל דער ציבור נישט דאווענען אויף איין פלאץ, ווי שוין געשריבען. און די עלטערע אידען די קהלס לייט, האבען געוויסט צו דערציילען אז אין סיגעט האט מען זייער מורא געהאט צו בויען א נייע שול ווייל ווען מען האט געבויעט א נייע שול האט דאס געשאדט. דעריבער האבען זיי נישט געהאלטען דערפון.
וואס מען האט דעמאלט גערעדט אין די גאס, איך ווייס נישט אויב ס'איז געווען אמת, איז אז משה גבאי האט מסכים געווען צום נייעם בית המדרש, ווייל ער האט געהאט פלענער פון די "איחוד עולמי" געלטער צו נוצן פאר'ן בויען די נייע שול. די גאס האט גערעדט אז סאטמאר גייט באקומען פון די איחוד עולמי געלטער דעם סכום פון פופציג מיליאן דאלאר, און דערפון גייט מען בויען דעם ריזען פראיעקט. – נאכאמאל, איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, אבער אזוי האט מען געשמועסט. (איבער די איחוד עולמי געלטער, האט זיך אויך געטון, ווייל ר' אהרן האט געהאלטען אז ער גייט גארנישט באקומען פון די געלטער און משה מיט אליעזר וועט זיך אלעס נעמען פאר זיך. דאס איז אויך געווען איינע פון די רומערס פונעם מח וואשער, וואס האט זיך ארום געדרייט אומעטום אז די שעפסען זאלען האקען אויף משה. עיין לעיל ר' נפתלי בלומענפעלדס טייערע ווערטער.)
אבער פון די אנדערע זייט זענען געוען מענטשען וואס האבען געארבעט אויף אלע פראנטען אז דער ביהמ"ד פלענער זאל יא צושטאנד קומען, אבער נישט וועגען דעם כבוד פון סאטמאר און נישט וועגען דעם פחד הסכנה פון אלטען ביהמ"ד. זיי האבען געליטען פון דעם באקאנטען "איך", מיך" און "זיך". זיי האבען שוין דעמאלטס געארבעט אויף חושךדיגע פלענער וואס אלעס זאל זיין בלויז פאר זייער בענעפיט.
יצחק ראזנבערג האט געזען אין דעם פערציג מיליאן דאלארדיגען פראיעקט, א מורא'דיגע הצלחה פאר זיין ביזנעס, ער זאל אינוועסטירן און ארויסנעמען "קיקבעקס".
ר' אהרן האט דעמאלט געזען א מורא'דיגען פלאץ וואו צו קענען אויסשפרייטן זיינע פלענער. די אינסטינקטן פון זיין רוח גבוהה און נפש רחבה, זיין קורץ זיכטיקייט, מיט א בחורישע קוק, האבן זיך מורא'דיג צעשפילט, און ער האט דאס געוואלט ארייננעמען אונטער זיין באזיץ.
לאמיר מאכען א שטיקעל סך הכל. עס זענען געווען דריי קאטעגאריעס וואס האבען דא געהאט אריין צורעדען צו מען זאל בויען דעם נייע שול צו נישט.
קאטעגאריע א) ר' לייבוש לעפקאוויטש ולהבחל"ח ר' יעקב כהנא, וועלכע האבן נישט געוואלט שפרינגען אזוי שנעל, זיי האבען געוואלט שוקל זיין נאכאמאל און נאכאמאל, וויסנדיג אז עס איז א ריזיגע הוצאה, און עס גייט קאסטן, אויסערען בויען, אוצרות בלויס אויף צו האלטען אזא גיגאנטישע געביידע, און אפשר איז כדאי נאר צו פארגרעסערען ראדני.
קאטעגאריע ב) ר' סענדער דייטש, און נאך מענטשן וועלכע זענען געווען געטריי פאר סאטמאר, זיי זענען נאך געווען פון די אלטע געווארדיע און געוואלט קענען שרייבן אז סאטמאר אין אמעריקע איז אויסגעשטיגן בכח קדושתו פון רביה"ק זי"ע צו אזא לגיון של מלך, און טויזנטער חסיד'ישע אידן אונטער איין דאך, מנוזר פון ציונות, און געבן צדקה, כנוסח ר' סענדער ע"ה אין זיינע הונדערטער מאמרים.
קאטעגאריע ג) ר' אהרן מיט זיינע פארבינדעטע. סאטמאר זאל האבן דעם גרעסטן רבי'ן פון די וועלט, די גאנצע וועלט זאל קענען רעדן אז ווען דער סאטמאר רבי - וואס לויט זייערע פלענער וואלט דאס געדארפט מיינען רבי אהרן טייטלבוים - רעדט א דרשה ביי זיך אין בית המדרש, האט ער צענדליגער טויזנטער מענטשן צוזאמגעשטופט. פארענטשען ביזען הימל א.א.וו.
יעצט איז אזוי, קאטעגאריע א', האט נישט אפעלירט צו די יונגעלייט. קאטעגאריע ב' האט שוין יא אפעלירט, אבער אזוי ווי ס'האט געטראגן מיט זיך אביסל א ערענסטן ציל, אז דער כח פון סאטמאר זאל זיין גרויס, נישט דער כח פון דער וואס וויל זיין סאטמאר רבי, ממילא האט עס אויך נישט געהאט די היץ דערפון, מען האט זיך געבעטן מענטשן זאלן קויפן זיצן, מען האט געדארפט ארבעטן פאר פראפאגאנדע, און מוטשען דעם עולם זיך איינצוהאנדלען א זיץ.
און ווי שוין פריער דערמאנט האט קאטעגאריע ב' און אויך קאטעגאריע א' (אויב וועט מען יא בויען) זיך שטארק גערעכנט אויף די איחוד עולמי געלט. ווען נישט וואלטן זיי נישט אריינגעשפרינגען דערין, און אסאך שוקל געווען, און צוגעגאנגען דערצו מיט א געהעריגען פלאן.
ווידער האט ר' אהרן געזען פאר זיך א פלאץ וואו זיינע שעירס קענען זיך הייבן, און מיט איין שאס ווער ער שיסן צוויי האזלעך: סיי ער וועט זיך קענען אריין צווינגען צו קומען קיין וויליאמסבורג-סאטמאר וואו ער איז געווען אלץ ארויסגעשטיפט, ווייל זיינע מענטשען גייען דאס בויען און ער וועט אנהייבען פארען איבעראל מכלומרשט נאך געלט. און צווייטנס ער וועט דעליווערן פאר זיך צו בויען די גרעסטע שול אין די וועלט, זיין טאטע איז דאך שוין סייווי נישט דא צולאנג.
דא איז פאר ר' אהרן גוט צונוץ געקומען די שותפות מיט יצחק ראזענבערג. ווייל יצחק איז געווען שטארק פאר קאטעגאריע ג' פאר צוויי סיבות, איינס ווייל ער האט געוואלט לייזן א פעטע מטבע, און צווייטנס ווייל יצחק איז געווען צושפאנט מיט אליעזר קעסטנבוים און משה, און עס איז געווען א גוטער שידוך צווישן שקר מיט'ן שלימזל.
ווי מען ווייסט היינט, האט קאטעגאריע ג' אויסגעפירט. יצחק ראזענבערג האט באקומען די שול און ער מיט ר' אהרן זענען איצט געווארען בעסטע פריינט ווייל ביידע האבען געהאט בערך די זעלבע אינטרעסען. ביידע האבען געוואלט צופיקסען משה מיט אליעזר, ביידע האבען געוואלט בויען די שיהל ווי גרעסער, נאר יצחק האט עס געוואלט צוליב געלט און ר' אהרן צוליב מאכט און שררה.
דעמאלט האט מען געעפנט אן אפיס און מען האט אנגעהויבן צו פארקויפן זיצן. די "יונגעלייטלעך" האבן אנגעהויבן קאמאנדעווען, מאכן שבת פאר זיך, און אויסגעשלאסן די ראשי הקהילה מיט זייערע פלענער, וואס זיי קלערן און חלומען אלץ אויף דעם בית המדרש.
איינע פון די פלענער אין נייעם ביהמ"ד איז געווען צו מאכן צוויי קליינע מענער גאלעריען אויף דרום און צפון. האט מען דעמאלט געשמועסט אז דארט אויבען ביים מזרח-עק, הארט ביים מזרח וואנט, האט זיך דער יועץ פרטי געקויפט דעם ערשטען זיץ, ווייל ער האט געוואלט דארט שטיין ווען ר' אהרן איז רבי, און פון דער הייך קענען באאבאכטן און זיך אומקוקן אויף די טויזנטער שעפסען וואס וועלן זיך שאקלען אונטער די טליתים, בשעת ר' אהרן וועט ברעטשען הושענא רבא. ער האט זיך באנוצט מיט א לשון ער וועט זיין דער "דרייווער". (זעט אויס אז אפילו דער יועץ פרטי איז נאך געווען עטוואס ערנסטער, און האט נישט געטראכט אז די הושענא רבא דרשות און די "בכיות" וועלען נאך אמאל ארויף געלייגט ווערען אויף "יו-טוב" נאך אין סאמע הושענא רבא.)
ביים אבן הפינה פון נייען בית המדרש, אסרו חג סוכות תשנ"ו, האט ר' אהרן געהאלטען זיין "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע.
ער האט געדינערט: אויף דעם פלאץ איז געווען די הייליגע שובבי"ם תורה'ס, די צדקה וואס איז ארויס פון דעם פלאץ, די פייערדיגע מערכה קעגן ציונות, וכו', און אלעס גייט יעצט ווידער באנייט ווערן. דא וועט זיין טויזענטער בריתן, דא וועט פארקומען טויזענטער חופות, דא וועט פארקומען די "הייליגע טישען" וואו עס וועלן זיך צוזאם קומען סאטמארע חסידים הן פון דאהי, הן פון קרית יואל, הן פון בארא פארק, הן פון מאנסי, הן פון מאנטרעאל, הן פון לאנדאן, הן פון אנטווערפען, הן פון ירושלים, הן פון בני ברק. הן מיידלעך, הן בחורים, הן פרויען, הן מענער, הן בעלי בתים, הן זקנים. הן צום דאווענען, הן צו די טישען, הן די שמחות, א.א.וו. די דרשה האט דעמאגאגירט דעם ציבור ביז צום עולם השביעי.
און מען האט זיך גענומען בויען. און אזויווי פון די איחוד עולמי געלטער האט זיך גארנישט אויסגעלאזט, איז דאס בויען דעם נייעם ביהמ"ד גלייך געווען אין באנקראט. ר' יאנקל כהנא פארציילט היינט די סודות פון חדר, נישט היינט דערציילט ער עס, נאר תשנ"ט האט ער שוין דערציילט, אז מען האט זיך אונטערגענומען א קאנסטראקשען לאון וואס האט געקאסט פערציג אלפים א חודש. נישט שלעכט.
פארשטייט זיך אז מען דארף ארויס פארען נאך געלט. און אז מען דארף פארען, ווער פארט אז נישט ר' אהרן. און מען זיך טאקע גענומען גרייטען צו אהערשטעלען א שבת התוועדות איינס אין דער וועלט. "אפיציעל" האט געהייסן אז ר' אהרן פארט שאפן געלט פאר'ן נייעם בית המדרש. אבער דער אפיציעלע אומאפיציעלע סיבה פון פארען האבען נאר געציילטע געוויסט.
דאנערשטאג פ' שמות איז ר' אהרן אנגעקומען קיין לאנדאן אויף א "מעכטיגען" שבת התוועדות. איך באצייכען מעכטיג, ווייל ביי יענעם שבת האט ר' אהרן פאקטיש פארכאפט אייראפע און האט עס פארזיגעלט פאר זיך. אבער נישט פאר לאנג.
פרטים פונעם שבת הגדול והנורא יבוא
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 27/07/2009 5:25:07
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2009 00:05 |
|
| |
טייערע חשובה ליינער ווי איר זעט ליגט דא אסאך ארבייט אין דאס זאמלען סיי איפארמאציא אין סיי עפיזאטן איז פארבינדן מיט מוראדיגע שווערע הארעוואניע במילא אויב איר געדענקט א עפיזאד אדער גוטן אנעליז זייט מוחל אין שיקט דאס אריין צו דע רעדאקציע אויף [email protected] אדער קענט איר אריינרופען אויף אונזער נאמבער 206-279-8883
מיט דאנק
פארמעגליך
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2009 00:59 |
|
| |
געלעכטער,
דו מיינסט דו האנדלסט דא מיט צוריקגעשטאנענע ארונים?, יעדער באמערקט תיכף דיין סאבאטאדזש פרואוו, זיין אימעיל איז farmaglich נישט farmglich
|
|
|
|
|