בית פורומים אחים אנחנו

די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/7/2009 01:06 לינק ישיר 

ווער עס איז אינטרעסירט צו העלפן מיט אינפארמאציע וואס איז וויכטיג פאר דעם ארטיקל ווערט געבעטען צו שיקן צו אונז אין אימעיל f[email protected] 

און בעיקר זוכען מיר ווער עס האט אוועגלייגט אלטע דער בלאט אדער זכרונות פון הייד פארק וואס זיי פלעגען שרייבען היסטעריש-צעדרייטע שטיקלעך פון וואס שמואל ווידער וויל זיך נישט דערמאנען היינט צו טאגס.

 יש"כ למפרע


דאס איז קאפי פון פארמעגליכ'ס ארגינעלע בקשה, קוקט געלעכטער'ס דורזיכטיגע שקר.





דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/7/2009 01:55 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:

 

טייערע חשובה ליינער ווי איר זעט ליגט דא אסאך ארבייט אין דאס זאמלען סיי איפארמאציא אין סיי עפיזאטן איז פארבינדן מיט מוראדיגע שווערע הארעוואניע במילא אויב איר געדענקט א עפיזאד אדער גוטן אנעליז זייט מוחל אין שיקט דאס אריין צו דע רעדאקציע אויף [email protected]   אדער קענט איר אריינרופען אויף אונזער נאמבער 206-279-8883

מיט דאנק

פארמעגליך



איך טו עס פארעכטען טאקע עס איז געווען סתם א טעות הדפוס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 02:05 לינק ישיר 

אדער יא, אדער נישט... אלענפאלס זאל קיינער נישט רופן דעם נומבער וואס געלעכטער שרייבט, ביז עס באקומט נישט קיין הסכמה פון פארמעגליך אליין!.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/7/2009 05:19 לינק ישיר 

 

ברשות פארמעגליך שרייב איך דאס פאלגענדע:

טייערע חשובע ליינער ווי איר זעט ליגט דא אסאך ארבייט אין דאס זאמלען סיי איפארמאציע אין סיי עפיזאדן איז פארבינדן מיט מוראדיגע שווערע הארעוואניע ממילא אויב איר געדענקט א עפיזאד אדער גוטן אנאליז זייט מוחל אין שיקט דאס אריין צו די רעדאקציע אויף
[email protected]   אדער קענט איר אריינרופען אויף אונזער נומער 206-279-8883

מיט דאנק

פארמעגליך

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 06:32 לינק ישיר 

emty because the BB



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 27/07/2009 6:52:49




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2009 06:57 לינק ישיר 

emty because of the BB



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2009 06:58 לינק ישיר 

emty because of the BB



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2009 06:59 לינק ישיר 

דער שבת אין לאנדאן איז געווען פיל טיפער ווי מען האט איינגערעדט פארן המון עם. פארן עולם גולם האט מען איינגערעדט אז ר' אהרן פארט אהין פאר א געלט אקציע פארן נייעם ביהמ"ד. עס האט געמוזט נאר אזוי הייסען כדי עס זאל זיין א סיבה גענוג גוט פאר די שעפסען אז זיי זאלען דאס קענען ווייטער פארקויפען, און עס זאל נישט אויסזען אין די גאס אז ר' אהרן איז געקומען קיין לאנדאן צו פארכאפען די אייראפעער קאנטינענט. אין די גאס האט מען דאך געקענט שפעטער אויך פארקויפט אז ר' אהרן האט אהיים געברענגט פון לאנדאן דעם אסטראנאמישען סכום פון צוויי מיליאן דאלאר. אבער ווי באקאנט זענען אלע נומערען פון פאנדרעיזינג נישט  אזאך וואס מען קען אויף ווייזען און דעריבער האט מען דאס נישט געקענט אפלייקענען.

אבער היינט אחרי ככלות הכל ווייסט מען שוין אז פון לאנדאן ניטאמאל אריינגעקומען הונדערט טויזענט דאלאר (און דאס איז געווען בעפאר די "קאמישאן" פאר ר' אהרן.) דער שבת האט זיך ווייט נישט אויסגעצאלט.

די לצים האבען ניטאמאל אנגעגרייט קיין איין אדרעס, ניטאמאל איז געווען אנגעגרייט א צייט פאר א כינוס וואס וועט זיין געווידמעט פארן "הויפט ציל" וואס דאס איז שאפען מיליאנען פארן נייעם ביהמ"ד.

עס איז זייער אין פלאץ צו שרייבען עטליכע מעשיות וואס ר' יאנקל כהנא פארציילט פאר יעדען. עס איז נישט קיין סוד אז ר' יאנקל איז נישט אזוי געריבען ווי בערל. ער איז מער א תמים און א גראדער. אט די דריי מעשיות דערציילט ער.

מוצש"ק שמות אין לאנדאן ביי די מסיבה פון די "הכנסת ספר תורה" וואס איז אקארשט אריין געגעבען געווארען, און איז אויך געווען די "צענטראלע" מסיבה פאר די "התחזקות" פארן אייראפעער אידענטום, האט בערל גערעדט, ווי זיין שטייגער, שטותים מיט נארישקייטן די גאנצע צייט. איבערהויפט ביי די צייט ווען די אלע פוטש פירער זענען געווען אויף געהייטערט פון דעם מוראדיגען "עקסייטינג" שבת און ווי אלעס געלונגט נאך פיל בעסער ווי געראכטען. בערל האט ביי זיין רעדע כסדר אנגערופען דעם ציבור מיט א נייעם נאמען "קינדערלעך", און נאך ענליכע פערדערייען.

ר' יאנקל כהנא איז געווארן נערוועז ווייל מען האט נאכנישט גערעדט קיין איין ווארט אז מען דארף געלט פארן נייעם שול און דאס איז דאך (לויט דעם תמים ר' יאנקל) דער גאנצער צוועק פונעם קומען קיין לאנדאן. האט ר' יאנקל אינטערגערוקט א צעטיל פאר בערלען אז עס איז שוין שפעט און מען דארף רעדן פון געלט אויך. רופט זיך אן בערל ברוב חכמתו: דער ראש הקהל ר יאנקל כהנא האט מיר געשיקט א צעטיל אז עס איז שוין שפעט און איך זאל מקצר זיין. אבער איר מוזט פארשטיין אז איך ווארט שוין 40 יאר צו קענען רעדען פארן עולם אלטס ראש הקהל במילא דארף מען האבן אביסעל געדולד. דאס איז איין מעשה.

איצט צו די צווייטע מעשה וואס ר' יאנקל דערציילט: בערעל פר"מ פלעגט אין יענע צייטען (ווינטער תשנ"ט האט ר' אהרן מיט בערלען שוין אפען גערעדט וועגען רב הצעיר, ווי שוין געשריבען אין די פריערדיגע פרקים) יעדען טאג רעדן מיט ר' אהרן אויפן טעלעפאן. (דאס איז געווען אויסגעארבעט מיט די טריא און מיט יצחק ראזענבערג אז ר' אהרן זאל אריין לעקען און חנפענען בערלען ווי מער, און אזוי וועט בערל ארבעטען פאר אים און וועט ווערען זיין מענטש. זיי האבען געוויסט אז ר' יאנקל איז צו גראד און צו ערענסט פאר זייערע שייגעץ שטיק.)

האט אים איינמאל ר' יאנקל אפירגעהאלטן אז היתכן אז ער לייגט אים קיינמאל נישט ארויף אויפן ליין, ווי נישט ווי איז ער פונקט אזוי ראש הקהל ווי אים, און ער וויל אלעס מיטהאלטן. (ווי שוין געשריבען איז דער ר' יאנקל א גראדער מעכיל וואס זאגט אלעס וואס עס באדערט אים.)

זאגט אים בערל, גוט, קומענדיגע מאל לייג איך דיך ארויף אויפן ליין. עס איז געווען פונקט נאך די לאנדאן שבת. און בערל האט געהאלטען ווארט און דאס נעקסטע מאל ווען ער האט גערעדט צו ר' אהרן האט ער ארויף געלייגט ר' יאנקל כהנא און זאגט פאר ר' אהרן אז ר' יאנקל איז אויך אויפן ליין. רופט זיך אן ר' אהרן: ר' יאנקל, איך בין זייער ברוגז אויף אייך. פרעגט ר' יאנקל, וואס איז? ענטפערט אים ר' אהרן: ווייל איך הער אז איר גייט ארום זאגן אז "מען" איז געפארן נאר פאר פראפעגאנדע און וועגן דעם האט מען נישט געמאכט קיין געלט. ענפערט אים ר' יאנקל: איך וועל אייך זאגען דעם אמת, איך האב געזאגט אז ווען מען פארט ווען אינדערוואכן וואלט מען געמאכט מער געלט ווי מען איז געפארן אויף שבת.

איצט צו די דריטע מעשה וואס ר' יאנקל דערציילט פאר אלעמען: ווען מען איז אהיימגעקומען פון לאנדאן איז ר' יאנקל אריין געגאנגען צום ברך משה, און פארציילט פארן רבין ווי שיין עס איז געווען. און ער פארציילט ווי א גראדער מעכיל אז ר' אהרן האט געהאט גרויס כבוד אין לאנדאן, די קהילה האט אים אפגעווארט אין עירפארט, די קינדער האבן אנגעטוען ווייסע העמעדער לכבודו, און ר' אהרן האט שיין גערעדט צו די קינדער. גיט אים דער רבי א האק איבער: וואס עפעס האט מען דאס געטון (געמאכט אזא קבלת פנים)? האט ר' יענקל גענפערט: וואס הייסט, ער איז דאך דעם רביןס זון. זאגט דער ברך משה: אבער איך לעב דאך נאך.

ע"כ פון ר' יאנקל. קודם זעען מיר צוויי פאקטען. איינס אז ניטאמאל האט בערל זיך געקימערט צו רעדען א ווארט וועגען געלט, ווייל דער עיקר פון פארען איז דאך געווען "אנצוקומען" קיין לאנדאן, און געלט איז נאר געווען דער ציל אז דא אין אמעריקע זאל זיין שטיל, אבער אז מען איז שוין אין לאנדאן, דארף מען שוין נישט דעם בלאף.

צווייטענס, ר' אהרן האלט נישט פאָר ר' יאנקלען, אז היתכן ער זאגט ליגענט, און מען האט יא געמאכט מיליאנען. ניין. דאס קען ער דאך נישט. ר' יאנקל איז דאך נישט א גאסען מענטש וועם מען קען איין רעדען מיליאנען ווען ער ציילט בלויט עטליכע "סינגעלס" וואס מען האט פון דארט אהיים געברענגט. נאר ר' אהרן איז אויף אים ברוגז אז ער גייט דאס ארום זאגען "פארן ציבור".

ניין ר' יאנקל, נישט דאס איז דער פלאן פון ר' אהרן מיטען טריא. נאר דאס זאלט איר נישט טון. אלעס וואס מען הערט און זעט, מוז בלייבען נאר אין די מחשבה. רעדען דערפון, דאס נישט.

הכלל צוריק קיין לאנדאן.

איך וועל אפירנעמען דעם "אידישען געדאנק" פון חודש שבט תשנ"ט, ווייל זיי האבען די נסיעה באשריבען גאר גרויס און ברייט, ווייל דער איד האט דאן שוין נישט געהעריג ערפילט ר' אהרןס אפעטיט פאר אטענשאן, און האט דערפאר נישט אזוי שטארק געדעקט די נסיעה מיט אלע קליפערלעך און מיט אלע קליינע דעטאלען.

דעמאלטס איז געווען די ערשטע מאל וואס אלע מודעות אין דער איד און אויף די פלאקאטען וואס מען האט געהאנגען אין די לאנדאנער גאסען איז איבעראל געשטאנען אז עס קומט צו פארען דער גרויסער גאסט הגה"צ אב"ד ור"מ קרית יואל שליט"א בשליחות אביו כ"ק מרן הגה"ק שליט"א. און אויף די פלאקאטען איז געשטאנען די אפיציעלע סיבה פון פארען איז צו קענען ענדיגען צו בויען דעם ביהמ"ד החדש.

באמת האבען רוב מענטשן געהאלטן אז ר' אהרן פארט טאקע נאך געלט פאר'ן בית המדרש. היינט ווען דער באלאן האט געפלאצט, מען קוקט צוריק אלע דעטאלען פון דעמאלטס און מען הערט וואס ר' יאנקל כהנא פארציילט, און מען דערמאנט מען זיך די אלע באזוכען, די אלע דרשות, גלייבט זיך אליין נישט וואו דער מח איז דעמאלט געווען. עס איז ממש שטוינענד ווי מען האט געקענט איין רעדען פאר אזא ציבור עפעס אנדערש ווי ר' אהרן איז געפארען קיין אייראפע בלויז זיך צו באפעסטיגען.

אבער איידער איך וועל איך ציטירען ציטאטען פון "געדאנק" וועל איך מקדים זיין א וויכטיגע זאך. דער ארטיקעל האט געשריבען "א באטייליגטער". איר געדענקט נאך די סארט פראפעגאנדע מיטל? נישט אז א סאטמארער חסיד האט דאס באשריבן. ניין. נאר א "פערצופאלדיגער" באזוכער וועלכער איז פונקט געווען אין לאנדאן, און פונקט האט ער געהערט אז ר' אהרן גייט אויך זיין אין לאנדאן, און פונקט איז ער א שרייבער, און פונקט איז עס אנגעקומען צום – אידישן געדאנק. בעיביש.

דער שרייבער האט שוין נישט געהאט קיין שום נגיעה צו שרייבען איין ווארט פון געלט פארען נייעם ביהמ"ד. אין דעם גאנצען ארטיקל, וואס פארנעמט זעקס-זיבן זייטען, ווערט כמעט נישט דערמאנט איין ווארט פון א געלט אקציע.

נישט איגאנצען אזוי. איין ווארט יא. א האלבער פאראגראף פון מוצש"ק ביי די "צענטראלע כינוס" וואס איז געווען אינאיינעם מיט א סעודה לגומרה של תורה, האט בערל "דערמאנט" דעם עולם אז מען דארף שטיצען דעם ביהמ"ד געבויעכץ. ניטאמאל א האלבער פאראגראף. און אויך האט דאס ר' אהרן דערמאנט בהרף עין, ניטאמאל אויף יוצא זיין. (אדרבה, קוקט נאך דעם אידישען געדאנק עמוד 66. דארט פארנעמט די ווערטער איין און א האלב אינטש.)

איך וועל שרייבען די נסיעה נאכגעשריבען דעם אידישען געדאנק, וויאזוי דער "פערצופאלדיגער באטייליגטער" באשרייבט, זיינע אומבאשרייבענדע זכרונות און אונטער וואס פארא געפילען ער געפינט זיך איצט ביים שרייבען. אזוי ווייט, אז איך, שוין צען יאר שפעטער, ווער אויך איבערגענומען פון די געפילען... איך וועל שרייבען אלעס אין גאר קורצען, אבער וואס איך שרייב, איז נאכגעשריבען ווארט אויף ווארט פון אידישען געדאנק. אט איז די באשרייבונג:

"עס איז מיר געווען א שטארק היסטארישע איבעלעבעניש", דאס איז דער אויסדרוק ווען עס קומט מיר אויף אין געדאנק די איבערלעבענישען פון די שיינע טעג אין לאנדאן בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל. דאס צו באשרייבען און אראפגעבען כמות שהוא איז דירעקט אן אומעגליכע זאך, אויף דעם וועלן מעיד זיין די אריבער זעקס הונדערט געסט וואס זענען געקומען צו פארען פון אלע עקן וועלט מיטצוהאלטען דעם געהויבענעם שבת. נאר וויבאלד מענטשען גלייכען דאך אן ערשט האנטיגן באריכט – וועל איך זיך באמיען אראפצושרייבען על כל פנים דברים כהוייתן וויפיל מיין פענע ערמעגליכט.

דאנערשטאג אינדערפרי איז רב שליט"א אנגעקומען אין עירפארט. די ראה"ק פון לאנדאן האבען דארט אפגעווארט און ווי נאר דער רב האט זיך באוויזען, זענען די ראה"ק אים קעגען געלאפען מיט א קענטיגע התרגשות און "שלום" געגעבען (נישט מיין באצייכענונג). פון דארט איז מען געפארען צום בעל האכסניא ר' ישעי' וואלף לעוו, און דער רב האט געדאווענט שחרית אין קלעפטאן.

נאכמיטאג, א באזוך ביי הרב וואזנער, שפעטער ביים גאב"ד הרב פאדווא (ז"ל), דערנאך ביי הגאון ר' אליקים שלעזינגער. ביינאכט א קבלת פנים בבית האכסניא. דערנאך איז דער רב שליט"א אריבערגעגאנגען אין הויז פון ר' יוסף אייזיק לעוו וואו עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת ספר תורה און דער רב שליט"א איז מכובד געווארען אריין צו שרייבען עטליכע אותיות. מיט דעם האט זיך דער ערשטער טאג שוין געענדיגט מיט א פולער פראגראם.

פרייטאג צופרי, שחרית מיט ישיבה לצעירים, פון דארט צו די ת"ת.

די שטאט זעט איצט אויס ווי א עירפארט. איבער זעקס הונדערט געסט פון ניו יארק, ארץ ישראל, אנטווערפען, מאנשטעסטער, א גרויסע חבורא בחורים פון שווייץ, געיטסהעיד.

דער גרויסער שבת

איך טרעט צום אויבן אן און איך גלייב נישט וואס איך זע. רבנן ותלמידיהון כולם באו ונקבצו, איך דערקען צווישען די רבנים ר' מענדל פון אנווערפען, דער חיד"ו דער דיין פון אנטווערפען, ר' בעריש קאהן דער ראה"כ פון אנטווערפען, דער סאטמארער ר"י ר' משה ארי' ראזענבערג פון אנטווערפען, ראחובער רב פון מאנטשעסטער, הרב אולמאן א דומ"ץ בבית הוראה הגר"ש וואזנער. איך דערקען אויך פילע געסט געסט פון ניו יארק, אין שפיץ פון די ראשי הקהילה פון וויליאמסבורג, ר' בערל פריעדמאן, ר' יאנקל כהנא, ר' שמואל דוד מארקאוויטש דער גבאי דביהמ"ד הגדול, ר' וואלף נויאוויטש, ר' חיים העלער. די ראשי הקהילה פון קרית יואל, ר' אברהם ווידער, ר' דוד עקשטיין, ר' יעקב מיטעלמאן, ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש, ר' אלישע האראוויץ און ר' וואלף גליק. (יצחק ראזענבערגס און אהרן מתתיהו דייטש'ס נעמען ווערען משום איזה סיבה נישט דערמאנט צווישען די געסט.)

דער רב האט געדאווענט מנחה, און נאך מנחה האט אויפגעטרעטען הרה"ג ר' חיים וואזנער שליט"א דער רב הקהילה און באגריסט דעם רב און די געסט. צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען ר' פרץ לעפקאוויטש פון אנטווערפען.

די סעודה פרייטיג צונאכטס האט דער רב געפראוועט אין איינעם מיט אלע געסט. דאס עסן געטיילעכץ איז אנגעפירט געווארען דורך ר' אלי' שלמה קאהן דער מנהל בית רחל אין ק"י. ביי די סעודה האט אויפגעטערעטען הרה"ג ר' חיד"ו פון אנטווערפען און מיט זמירות איז מכובד געווארען ר' הירצקע צוויבעל און ר' דוד דוב דושינסקי חדב"נ.

נאך די סעודה איז מען אריבער אין גרויסען ביהמ"ד צו פראווען די באטע. דארט האט אויף געטרעטען ר' שמואל הכהן פריעדמאן משב"ק כ"ק מרן רבינו שליט"א, דערנאך האט גערעדט דער ראחובער רב פון מאנטשעסטער.

דערנאך האט דער רב גענומען דאס ווארט, און אנגעהויבען די דרשה מיט הערליכע דברי אגדה געפלאכטען מיט מאמרי חז"ל בליציגע געדאנקען. עס איז געווען א אויג פארכאפענד בילד צו זען הונדערטער פאר אויגען זענען געווענדעט צו איין און זעלביגען ריכטונג, און אויף די פנימער דערקענט זיך א לעבעדיגקייט און א חיות פון די שמחת התורה. בערך אנדערטהאלבען שעה איז דער דער עולם געזעצען ווי צוגענאגעלט צו די ערטער.

שבת צופרי האט זיך דער רב באטייליגט בי די "חברת תהילים" און האט מזכיר געווען אז די קינדער זאלען נישט פארגעסען צו בעטען לבריאות השלימות פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' העניך אשכנזי און צו שחרית ר' מענדל טייטלבוים. נאך שחרית איז דער רב ארויף אויפן ארון קודש און געהאלטען א לעגערען דרשה בפילפולי דאורייתא און עס איז געווען א תענוג רוחני צו צוקוקען ווי דער גאנצער ציבור האט מיט פארגעניגען מיטגעהאלטען דאס פשעטל מיט די בליציגע חידושים און טרעפליכע דרושים. בפרט די בני תורה ובני ישיבות האבען גאר שטארק הנאה געהאט הערענדיג די וואונדערליכע און שארפע חידושים.

די מיטאג סעודה האט דער רב נאכאמאל געגעסען מיט די געסט. די שטימונג צווישען די אורחים איז געווען גאר געהויבען און גוטמיטיג, איבערהויפט ווען עס איז געהערט געווארען די שיינע דרשות פון ר' העניך אשכנזי און ר' זלמן לייב מייזליש נכדי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

דעם רבינס אייניקלעך זענען מכובד געווארען מיט די זמירות ר' סיני טייטלבוים, ר' אברהם מאיר האלבערשטאם, ר' ליפא טייטלבוים (קינדער פון ר' שלום אליעזר), ר' חיים דוד יאזשעף, ר' מאיר צוויבעל, און ר' יעקב ווייס פון מאנסי. מיט ברכת המזון איז מכובד געווארען ר' חיים צבי טייטלבוים רב דק' עצי חיים וו"ב.

די סעודה רעוא דרעוין איז געפארוועט געווארען אין אלטען ביהמ"ד אויף קעיזנעוו רד. דער רב שליט"א האט פארגעלערענט מיט גרויס התעוררות חידושי תורה פון ספה"ק דברי יואל און דערנאך ממשיך געווען מיט א ווארעמען דרוש פון די ימי השובבי"ם וואס זענען ימים מסוגלים לתשובה ולחשבון עוונות און דערביי מעורר געווען בדברים הצריכים תיקון.

נאך מעריב און הבדלה זענען פארגעקומען וויכטיגע אסיפות פון די הנהלה רוחניות פון די ת"ת און באזונדער פון די בית רחל. אויך האבען זיך איצט די בחורים פון די ישיבה קטנה אין לאנדאן פארהערט ביים רב. אויך זענען איצט די געסט פון ירושלים און בני ברק זיך צונויף געקומען צו הערען דברי חיזוק וברכה. (ר' אהרן האט איצט געזאגט פאר די ארת ישראלדיגע געסט אז ער האט בדעה צו פארן אויף ארץ ישראל צו די בר מצוה פון זיין ברודער דער ירושלימער רב, און דאס איז געווען בעפאר ער האט אים אפילו געלאדענט.)

במוצאי מנוחה האבען מיר זיך געגרייט צום גולת הכותרת צום הויכפונקט פון שבת, די גרויסארטיגע חגיגה ביי דעם אימפאזאנטען חגיגת ספר תורה וואס איז ארויסגעגאנגען פון הויז פון ר' יוסף אייזיק לעוו. פון שטוב פון נדבן איז דער רב שליט"א ערשינען אויף דער גאס מיט די ס"ת אין די הענט אונטער די חופה ווען דער עולם האט ספאנטאן אויסגעבראכען אין א הילכיגען געזאנג פון "עליונים ששו ותחתונים עלזו", וואס האט אנגעהאלטען א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות.

אריינקומענדיג אין ביהמ"ד איז דאס התרגשות פון ציבור אריין אין גרויס עקסטאז, ס'איז געווען א פארגעניגען צו זען ווי דער מענטשען מויער שפרינגט אין די לופט און די התלהבות דקדושה איז געוואלדיג. דער רב האט געטאנצט א לענגערע צייט. דערנאך האט ער דאס איבערגעגעבען פארן רב הקהילה הגר"ח וואזנער. דאן איז ערשינען דער גאב"ד דמתא הרב פאדווה (ז"ל). דערנאך האבען אלע רבנים שליט"א און ראשי ישיבות פון די שטאט געטאנצען צוזאמען אין א מחול לצדיקים. ומי יראה את אלה יוצאים ולא יצא. עס איז מיר גאר שווער ארויסצוברענגען די געהויבענע געפילען וואס האט מיר ארום גענומען בשעת ווען עס זעט זיך די גדולי תורה טאנצען מיט די תורה, און הונדערטער אידען, עם סגולה, שפרינגען און די צייטען און פרייען זיך בשמחת התורה.

די עסקנים האבען זיך תיכף ארגאנעזירט צו צושטעלען דעם ביהמ"ד צו די מלוה דמלכה, די מסיבת מרעים וסעודה של מצוה לגומרה של תורה.

עס האט זיך אנגעזען פרישע געסט פון מאנטשעסטער און פון אנטווערפען, וועלעכע האבען נאך באוויזען אנצוקומען אינמיטען די ריקודין מיט די ס"ת.

דער יו"ר פון די מסיבה, דער גבאי ר' ישראל יעקב פרענקל האט אויסגערופען דעם רב הקהלה. דערנאך האט אויף געטרעטען הרה"ג ר' מענדל טייטלבוים דער רב דקהל יט"ל אנטווערפען, וועלכער האט באטאנט בתוך השיחים אז דאס איז שוין די דריטע שבת התוועדות פאר אנשי שלומינו באייראפע אין די לעצטע דריי יאר, איז דאס שוין א חזקה, און מען איז זיכער אז דער עולם וועט אהיים טראגען א פילען באגאזש מיט חיזוק פון אזא געהויבענעם שבת. (די דריי שבת התוועדותן וואס ער מיינט, זענען, זיין הכתרה אין אנטווערפען, דער שבת התוועדות אין מאנטשעסטער תשנ"ח און איצט. אבער א שטיקל טעות האט ער געהאט ווייל עס איז נישט די לעצטע "דריי יאר" עס איז ממש אין איין יאר.)

נאכדעם איז פארגעליינט געווארען א מכתב קודש פון רבין שליט"א געשריבען דירעקט צו דעם מסיבה וואס איז געווידמעט לטובת דאס ביהמ"ד החדש בוויליאמסבורג, דורך הרה"ח ר' בערל פריעדמאן שליט"א מראשי קהלתינו הק' קהל יטב לב בוויליאמסבורג. דער ראה"ק האט אפעלירט צום עולם צו שטיין צו הילף אין דעם הייליגען אינטערנעמונג. ער האט דערציילט אסאך אינטרעסאנטע עובדות פון רבין זי"ע מיט זיין טאטען דער אומפארגעסליכער מנהל המוסדות הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן ז"ל.

מיט די צענטראלע דרשה האט אויפגעטרעטען דער רב שליט"א וואס דאס איז געווען די הויכפונקט פון די מסיבה. די דרשה איז בעיקר געווידמעט איבער דאס ענין פון הרחבת גבולי דקדושה. דערביי האט ער איבערגעגעבען רצון קדשו פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אז אנ"ש די בכל אתר ואתר זאלען נעמען א חלק אין בוי פון דעם נייעם ביהמ"ד. איבערהויפט אנשי שלומינו אין לאנדאן וואס זענען אלע יארען געשטאנען בראש פון די ליסטע פון די נדיבים פאר די מוסדות סאטמאר די בכל אתר ואתר, דארפען זיי זיך זיכער צושטעלען צו דעם הערליכען אונטערנעמונג, צו דעם ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק' אין אמעריקע וואס וועט בעז"ה זיין א צענטראל פונקט פאר אלע תלמידי וחסידי סאטמאר ולכל יראי ה' ולחושבי שמו, ומשם תצא תורה והוראה לעולם.

ווי זיין שטייגער ביי יעדע געלעגענהייט ווען דער רב שליט"א טרעט אויף אין דער עפענטליכקייט, האט דער רב שליט"א מתריע געווען קעגען די ממשלת הכופרים אין ארצינו הקדושה, ובפרט האט ער מוחה געווען קעגען די רעליגיעזע ציוניסטישע רבנים וועלכע באקליידען זייער קאמף פאר די מדינה אין א תורה'דיגען שלייער, און לעצטנס האט פאסירט א חילול השם ווען הונדערטער רבנים האבען אונטערגעשריבען דעם קול קורא אז מען טאר נישט צוריקגעבען קיין שטחים. דער רב שליט"א האט באטאנט אז די תוצאה פון דעם גרויליכען קול קורא איז די גזירה פון גיוס בני ישיבות, ווייל אויב פסק'נען די רבנים אז מען מוז בלייבען אין די שטחים ברויך מען דאך מער מיליטער, דארף מען נעמען די בחורים פון די ישיבות (אזא פשטל איז זיכער גג על גג"). דער רב שליט"א האט איבער געחזרט די אלטע יסודות פון רבינו הקדוש זי"ע איבער דעם מלחמה לה' בעמלק.

צום שלוס האט אויף געטרעטען ר' מרדכי שטויבער פון אנטווערפען וועלכער האט באדאנקט די קהילה אין לאנדאן, בפרט די עסקנים ר' יצחק מאיר קאפעל, ר' נחום וועבערמאן און ר' דוד יודא פריעדמאן.

באלד נאך די מסיבה איז פארגעקומען א אסיפה מיטען וועד פון "קרן הצלה" וואו עס איז ארומגערעדט געווארען פלענער איבער די געפלאנטע אסיפה אדירה למען קרן הצלה בתוככי עיר הבירה לאנדאן.

אויפצומארגענס זונטאג וארא האט דער רב געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אויף קעיזנעוו, דערנאך איז פארגעקומען די הנחת אבן הפינה פאר א נייעם ביהמ"ד מיט א מקוה.

זונטאג נאכמיטאג איז דער רב געגאנגען באזוכען דעם כולל אין אלטען ביהמ"ד אויף קעיזנעוו און דער רב שליט"א האט געזאגט א שיינעם דרוש לכבודה של תורה.

זונטאג ביינאכט זענען אריבערגעקומען די תימנער אידען וואס וואוינען אין לאנדאן. דער רב האט זיי שטארק מקרב געווען און גערעדט ווארעמע התחזקות און זיי אנגעווינטשען הצלחה והרכה, ווי אויך פאר ר' אברהם חיים גאלדמאן דער מנהל פון עזרת ישראל.

אויך איז פארגעקומען א אסיפה מיטען חשובן מנהל און די עסקנים פון די ניי געגרינדעטע "בית חינוך חרדי לבנות". דער רב האט שטארק מחזק געווען די עסקנים אין די מערכה למען חינוך הטהור. דער טאג איז אונז אדורך מיט פול גייסטיגע פארגעניגען.

אויפצומארגענס האט דער רב באזוכט אינעם כולל יטב לב אויף קלעפטאן קאמען בהנהלת ר' שמעי' לעוו. דער רב שליט"א האט געזאגט א שיינעם דרוש און מעורר געווען די יונגעלייט אויף די גדרי הצניעות, און האט אויך מערר געווען איבער די וויכטיקייט פון לערנען דעם ספר הקדוש "ויואל משה". די ווערטער פון רב האבען געמאכט א שטארקען רושם.

ווי זאגען נאר חז"ל "הכל הולך אחר החיתום", גאר א שטארקען איינדרוק האט אויף מיר געלאזט דער לעצטער באזוך אין לאנדאן וואס דער רב שליט"א האט אפגעהאלטען אין ישיבה "תורת חסד". מאנטאג נאכמיטאג איז דער שליט"א געפארען קיין היטשין א וועג פון איבער א שעה ווי עס געפינט זיך די ישיבה תורת חסד בהנהלת הרה"ג ר' אברהם שמואל שטער שליט"א (ז"ל).

די בחורים האבען שיין אויסגעצירט דעם גאנצען פלאץ און אויפגענומען דעם רב שליט"א מיט געזאנג. דער רב הרב שטערן האט אויפגערופען דעם רב שליט"א באטאנענדיג אז רובם ככולם זענען זיינע תלמידים, תלמידים פון די סאטמארער ישיבות בפרט פון קרית יואל. דער רב שליט"א  געזאגט א דרשה בדיברי חיזוק פאר די בחורים. נאך די ווארעמע דיבורים האבען די בחורים געזונגען ניגוני התעוררות. נאכער איז דער רב ארויס באגלייט געווארען דורך די גאנצע ישיבה ביז ארויס פון שטח הישיבה פון וואנען דער רב איז אהיימגעפארען קיין ניו יארק.

צום שלוס, יותר מה שקריתי לפניכם כתוב כאן. איך האב אייך פראבירט אראפגעבען דברין כהוייתן וואס מיינע אויערען האבען געהערט און מיינע אויגען האבען געזען אין די טעג אבער וי םארשטענגליך געפילען פון הארץ איז שווער אראפצודריקען, וואס עס בלייבט אונז איבער, איז צו ווינטשען אז כאשר זכינו לסדר אותו אזא שיינעם שבת, כן נזכה לעשותו ביתר שאת וביתר עוז מיטצוהאלטען שיינע שבתים מיט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א לאנגע יארען מתוך בריאות השלימות עד ביאת גואל צדק.

ע"כ פון אידישען געדאנק.

*

אגב, אין די לעצטע שורה איז די איינציגסטע מאל וואס עס שטייט דער טיטול "הגה"ק" אויפן ברך משה רבין. ביים גאנצען ארטיקעל שטייט נאר כ"ק מרן רבינו שליט"א אדער כ"ק אדמו"ר שליט"א. כאטש דער אידישער געדאנק האט קיינמאל נישט מקפיד געווען אויף קיין איבערגעטריבענע טיטלען. אויך איז דער ארטיקל  "באצירט" מיט בילדער פון די אסיפות און באזוכען און כינוסים, כאטש בילדער איז אזוי מצער ר' אהרנען.

איצט אזוי. ווי דערמאנט פריער איז נישט געווען איין מסיבה פאר געלט. יא, מוצש"ק ביי די "צענטראלע מסיבה", האט בערל פרידמאן דערמאנט א ווארט וועגען געלט, און אויך נאר נאכן צעטל וואס ר' יעקב האט אים אונטערגעשיקט, און ר' אהרן האט דערמאנט צוויי ווערטער. אזא ליצנות צו מאכען פון די מענטשהייט איז שווער צו אראפצושלינגען.

מען דארף זיין בלינד, שטום, טויב און דערצו אויך א שעפס צו קענען ווערן איבערגערעדט אז דא איז ר' אהרן געקומען צו פארן בשליחות פון אביו רבינו הגה"ק שליט"א נאך געלט פארן נייעם ביהמ"ד. עס קומען צו פארן "זעקס הונדערט געסט", בעיקר פון קרית יואל און פון בני ברק, די צוויי שטארקע פלעצער וואס זענען מיט ר' אהרן. עס קומען צו פארן די ראה"ק פון וויליאמסבורג און פון קרית יואל, די צוקומפטיגע "פוטש" פירער (מיט'ן אויסנאם פון ר' יעקב כהנא וואס איז געווען צו גראד מיטצוגיין מיט'ן פוטש), עס קומען צו פארן די אחים צוויבעל, עס קומט צו פארן דער יועץ הפרטי מיטען טאשען שניידער, עס קומען צו פארן עטליכע "נכדי רבינו" וואס בלויז די זענען שפעטער געווארען די גרעסטע איבערדרייער פון יעדען טיש פון רבין דער ברך משה, די איבערדרייער פון יעדען דאווענען; מען איז נישט געגאנגען צו קיין איין אדרעסע נאך געלט. מען האט נישט אפילו פראבירט אין לאנדאן צו מאכען די שטיק ווי מען איז געקומען נאך געלט, און מען הענגט אן א בושה גרויסע פלאקאטען אין אלע לאנדאנער גאסען אז ר' אהרן קומט דא צו פארען מיט א וועלטס טראסק, בלויז נאך געלט.

מען דארף דאך זיין אבסורד צו מאכען דעם עולם אזוי צו נאר. אבער דאס איז נאר געווען א קליינער ביישפיל וויאזוי מען האט צו נאר געלייגט דעם עולם אין די קומענדיגע יארן.

אבער דאס וואס מיר ווייסען היינט, אז מען איז נישט געפארען נאך געלט, מען האט נישט געמאכט קיין געלט, מען איז נישט געפארען "בשליחות", נאר מען איז געפארען "פארכאפען" אייראפע, האט נאר געוויסט א קליינער מיעוט. דער עולם גולם האט געגלייבט אז מען איז געפארען נאך געלט, "בשליחות" און מען האט געמאכט "צוויי מיליאן" דאלאר.

מען זעט דא א ריזיג אויסגעארבעטע נסיעה וואס איז געווען אויסגערעכענט יעדע סעקונדע פאר פראפעגאנדע, צו ווייזען ווי וויכטיג ער איז פאר סאטמאר. מען האט אויסגעארבעט אז עס זאל פארקומען אסיפות פון אלע זייטען, און ער זאל מחזק זיין די בחורים הן פון דארט און הן פון ארץ ישראל, אבער אלעס אלעס איז געווען איין שטיק פאליטיק און קיין באזיס פון ערענסטקייט, בלויז שקר און בלאף. דאס איז היינט אזוי קלאר אז מען קען אפילו נישט פארשטיין וואו די קעפ זענען געווען תשנ"ט.

אבער דאס אלעס וואס ר' אהרן האט געדארפט. ער איז אהיים געקומען פון לאנדאן, וויסענדיג פאר זיכער אז אייראפע איז אונטער אים אבער מער פון אלעם איז איצט ענדליך נולד געווארען אז אויך וויליאמסבורגער קהל איז שוין אונטער אים. ר' אהרן פירט אן דאס געבויעכץ פון נייעם ביהמ"ד, ער שאפט מיליאנען. און אז ער האט דעם נייעם ביהמ"ד אונטער אים, אויטאמאטיש איז שוין גאנץ וו"ב זיינס. עס איז געווען זייער א קלארער מעסעדש פאר משה גבאי, לייג אראפ דאס געווער ווייל אויב נישט וועסטו ווערען צוזאמגעלייגט.

משה האט אבער געוויסט פונקט ווי ר' אהרן, אז אלעס אלעס איז שקר. עס איז שקר דאס "שליחות", ווייל זיין טאטע דער ברך משה האט אים "נישט" געשיקט. ער האט געוויסט פונקט ווי ר' אהרן אז מען פארט נישט נאך געלט. ער האט געוויסט אזוי גוט ווי ר' אהרן וואס דער אמתר ציל איז דא. ער האט געוויסט אז אלעס איז אנגעדרייט פונעם יועץ פרטי און זיינע שותפים. אבער מער פון אלעם האט ער עפעס געוויסט וואס ר' אהרן האט נישט געוויסט: מיט שקר קען מען נישט געווינען. עס איז נישט פארהאן אזא זאך אז מיט שקר בויט מען אידישקייט. עס איז נישט מעגליך אז מיט שקר איז מען "מחזק" אידען.

און אגב, אקאראט אזוי האט זיך טאקע אויסגעארבעט אין אייראפע. איינע פון די שוואכסטע פלעצער פון ר' אהרן, איז אין אייראפע, טאקע דארט ווי ער מיט זיינע יועצים האבען זיך געשוואוירען אז עס איז שוין אונטער זיי, איז דער שקר ארויף געשווימען ווי אויל אויפן וואסער. די גאנצע הארעוואניע, די שווערע ארבעט, די שווערע טויזענטער דאלארען, די צענגליגער מיטינגען וואס ר' אהרן און זיינע יועצים האבען אריין געלייגט אין אייראפע איז געגאנגען לטמיון. און דער חידוש איז נאך סאך מער אז אין  אנטווערפען וואו ר' אהרןס זון איז געווען דער רב, אט טאקע דארט איז ר' אהרן געבליבען מער אויסגעשפילט ווי סיי ווי. עס איז מקיום געווארען: דער מענטש טראכט און דער אויבערשטער לאכט.

*

נישט לאנג נאכדעם וואס ר' אהרן איז צוריקגעקומען פון אייראפע, געשטארקט ביזען הימעל, האט דער יועץ פרטי און זיינע מיטארבעטער אנגעהויבען ארבעטען אויף אנדערע פלענער. וויאזוי גייט מען אריין דרייען ר' אהרן אז ער זאל גענצליך איבערנעמען אונטער זיך אויך די וויליאמסבורגער מוסדות, און נישט נאר די וו"ב קהלה. איצט האבען זיי זיך איינגערעדט אז די קהילה ליגט שוין ביי זיי, אבער די מוסדות סאטמאר וואס איז די גרעסטע מוסדות אין די וועלט, איז נאך נישט געווען אונטער ר' אהרן, און מען מוז זען אז דאס זאל אויך אנקומען אונטער ר' אהרן.

המשך יבוא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2009 08:10 לינק ישיר 

כדי צו דעארבערען אלע סאטמארע מוסדות וויליאמסבורג אונטער ר' אהרןס מאכט, איז דער יועץ פרטי אינאיינעם מיט זיינע שותפים, דער טאשען שניידער און דער מח וואשער דעמאלטס אויף געקומען מיט א נייעם און א אינטרעסאנטען מהלך. מען גייט מאכען ר' אהרנען פאר גאר א פרומען רבין. ר' אהרן גייט זיין פיל א "פרומערער" סארט ווי זיין טאטע דער ברך משה. דער ברך משה איז מער א באלעבאטישער סארט, און משה דער גבאי איז גאר א באלעבאטישער, אבער ר' אהרן, ער איז א ריכטיגער פרומער. (איי וואס טוט זיך מיט די ערענסטע שמירת עינים פראבלעמען, נישט געזארגט. מען וועט ר' אהרנען פארוואנדלען אין א קאפ שטיק, וועם די אויגען פארחלומען זיך...)

עפעס א מין חלום האט דער יועץ פרטי געהאט אז ער גייט קענען ערלעדיגען אז ר' אהרן גייט באקומען א נאמען ווי א שטייגער, א רבי זלמן לייב פילאפ שליט"א, א ר' טודרוס זילבער שליט"א, א ר' חיים דוד כ"ץ, א שארמאשער רב, א ר' משה מנחם טירנויער א.ד.ג. און ער פלעגט פאמפען פאר די שעפסען אז ביי ר' אהרן גייט זיין א חסידות וואו די חסידים וועלען טראגען שמוציגע געלע וואלענע טליתים קטנים, דער עולם וועט זיך אריין ווישען די נעזער אין די העמעדער, דער עולם וועט ארום גיין צושלאכעט און פארכאניאקט, שמוציגע רעקלעך, מיט שווערע שוויץ גרוכען. הקיצור, עס גייט זיין א חלום פון א חסידות.

איין יאר בעפאר, תשנ"ח, האט דער יועץ פרטי אראנזשירט א נסיעה פאר ר' אהרן אויף כ"א אדר קיין ליזענסק. און ער האט אריין גענומען זיבעציג פרומע יונגעלייט (רוב פון זיי זענען היינט ביים ברודער פון וו"ב). דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש האט געהאט אזא שמחה אז אזא סארט פרומער איד ווי ר' משה פריעדמאן (מנהל) איז מיטגעפארן, אז ער האט זיך אויפגעטאן נאך די נסיעה אז ער, דער יועץ, איז געווען דער איינציגסטער "קאטענער" ציצית, אויפ'ן גאנצן פליגער, ווייל אלעס האט געהאט וואלענע טלית קטןס. ער האט זיך בעיביש און נאריש אויפגעטאן אז אלע מיטפארער האבען זיך געווישט די נעזער אינעם העמד, און געהאט אראפגעריקט די פענסטער פון פליגער נישט ארויסצוקוקן. ער איז געווען געוואלדיג העפי דערפון.

אהרן ‫מתתיהו דער יועץ פרטי האט געהאפט צו שלאגן קאפיטאל, אז משה גבאי איז מער א באלעבאטישע ווירטשאפט, און ווייל ר' אהרן וועט מען מאכען פאר א פרומען, וועלן אים די עכט פרומע ליב האבן. רח"ל.

און וואס טוט מען אז די עכט פרומע סאטמארער חסידים קויפן נישט אפ די חלומות, וואס קען מען טון אז די סאטמארער פרומע אידען האבען נישט איינגעזען ר' אהרנען פאר א ערליכען אפגעהיטענעם איד. ער איז פארט נישט א ר' זלמן לייב פילאפ, א ר' טודרוס, א' ר' חיים דוד כ"ץ, א שארמאשער רב אדער א ר' משה מנחם, נישט געדאגהט. מען וועט אהערשטעלען עטליכע פרומע יונגעלייטלעך וואס זענען ר' אהרןס מענטשען און מיט זיי גייט מען בלאזען אז די פרומע זענען מיט ר' אהרן.

דער יועץ הפרטי האט אריינגענומען עטליכע וואוילע יונגעלייטלעך ווי הרב לאוב וואס טראגט שווארצע ברילען, הרב מוטצען, הרב משה אלי גראס וואס פארמאגט א גרויסע אומגעקעמטע בארד, הרב געלב, הרב פריעדמאן ר' מענדל פריעדמאןס זון, און נאך אזעלכע ענליכע, וואס מיט זיי גייט מען בלאזען שופר אז זיי זענען די שענסטע יונגעלייט פון סאטמאר און זיי זענען מיט ר' אהרן. זיי זענען טאקע פיינע יונגעלייט, און מיט זיי האט מען באשלאסען גייט מען אריין רוקען ר' אהרן אין די וויליאמסבורגער מוסדות.

פאר זיי האט הירצקא צוויבל געהעצט אין כולל פון אן אנדערן ריכטונג. ער האט זיי מסביר געווען וואספארא מורא'דיגע כח דער רב איז, און משה גבאי דער בעל בתישער קאלטער יונג וויל אים חרוב מאכן, און אז זיי אלס פרומע קענען מיט כח אריין ברענגען דעם רב צו פירען די מוסדות אין וו"ב. דער רבי איז דאך שוין שוואך און מען מוז האבען דא א רבנישן כח. מען האט נישט גערעדט אפען אז ר' אהרן וויל אלעס פארכאפען. ניין. מען האט זיי נאר אויף געמערקט ווי וויכטיג א רבנישער כח איז.

די ערשטע שריט זייערער איז געווען, זיי האבען פארלאנגט פון הרב שלמה הערצאג דער יו"ר וועד החינוך, אז ער זאל רופן ר' אהרן רעדן אין וויליאמסבורג פאר די טיטשערס פון בית רחל. מען האט עס שיין מטעים געווען, אז ער איז דעם רבי'נס עלטסטער זון און ער וועט רעדן אפאר התעוררות ווערטער. און הרב הערצאג האט נישט געהאט קיין ברירה און ער האט געלאדענט ר' אהרן צו רעדען. כאטש ר' אהרן האט ביז דעמאלטס און פון דעמאלטס קיינמאל נישט גערעדט פאר די לערערינס, אבער דאס איז דעמאלטס געווען די געשיכטע.

‫מען דארף נישט אוודאי אייך נישט פארציילען אז למעשה האט ר' אהרן זיך ארויף געכאפט דערויף מיט'ן פולן אימפעט ווי צו געבראטענס. ער האט גערעדט - ווי עס האט דעמאלט געהייסן - א מעכטיגע דרשה. ער האט געפאדערט שארפע תקנות, ער האט געווארנט די טיטשערס אז ווער עס וועט גיין מיט א הוט וועט מען ווארפן, ער האט געפאכעט מיט די הענט אז קיינער זאל זיך נישט וואגען צו ווידערשפעניגען. ער האט גערעדט ווי שוין דער פאקטישער בעה"ב איבער גאנץ סאטמאר. ער האט ווי איבערגענומען די גאנצע ווירטשאפט און לייצעס פון די דרשה, און זיינע מענטשען זענען נאכדעם ממש געווען ווי פארשיכורט.

‫זיי זענען ארום געגאנגען מיט געהויבענע קעפ. נו, דער רב גייט מאכן סדר, די קארופציע פון "יו.טי. עי." פון משה גבאי, אריה לייב גלאנץ און אברהם לעפקאוויטש זענען היסטאריע, דער רב האט איבערגענומען די מוסדות אן קיין איין שאס. און די פרומע זענען ארום, אה, עס קומט ענדליך דא א תורה'דיגער כח, אפאר בעלי בתים, און א פלעינער ארי' לייב גלאנץ וועלן נישט קענען פירן, עס איז דא א תורה'דיגע הנהגה, מיר האבן א פעסטן רב. ער פירט אלעס ביד רמה, ער טוט, ער מאכט, ער רעדט, ער פירט, און ער, און ווידער ער, און ווייטער ער, און נאכאמאל ער, און נאר ער.

איצט איז שוין ר' אהרן אויך דער בעה"ב אין די מוסדות אין וויליאמסבורג. וועלען מיר מאכען א סך הכל פון ר' אהרןס מלוכה. קרית יואל, וויליאמסבורג, בארא פארק, לאנדאן, אנטווערפען און בני ברק זענען שוין טאטאל און קאמפלעט אונטער אים.

מאנסי און מאנטרעאל איז נאך נישט אינגאנצען, עס איז נאך היפש פראבלעמאטיש ווייל זיין שוואגער פון מאנסי הרב ר' חיים יושע שפילט דעם שפיל ווי ער איז גוט מיט אים, און דער שוואגער פון מאנטרעאל איז סיי ווי נישט בעה"ב אין מאנטרעאל ווייל הרב ר' משה מנחם טירנויער איז דער פאקטישער רב, אבער ער לעבט דאך אויך גוט מיט אים, דעריבער וועלען נאך ביידע לענדער זיין אונטער אים.

ירושלים, דארט איז א ערנסטער פראבלעם. דארט איז דער ברודער מצליח און דער ציבור דארט האט אים נישט ליב, אבער, מען וועט אי"ה זיך אויך אריין רוקען דארט, און מען וועט פון דעם ברודער מאכען געהאקטע סענדוויטשעס.

דער אומגעלאדענטער באזוך פון ר' אהרן אין ירושלים קומט באריכות אי"ה. אבער ביז אהין קומט נאך עטליכע מאכט-פארכאפעכטס געשיכטעס אין וויליאמסבורג.

המשך יבוא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2009 09:08 לינק ישיר 

דער שבת התוועדות אין וויליאמסבורג

תשנ"ט איז שב"ק פרשת בא פארגעקומען דער "שבת התוועדות" אין וויליאמסבורג. אבער אנדערש ווי די פריערדיגע יארן וואס דער נאמען פון "איחוד התלמידים" איז געשטאנען אויף אלע צעטלען און פלאקאטען, אז זיי רופן דעם ציבור מיט צוהאלטען דעם געהויבענעם שבת, האט דער יועץ הפרטי פערזענליך געארבעט אז מען זאל אויף דעם איצטיגען שבת הענגען מער "אפיציעלע לעטערהעדס", אז צו זייער "נעתר לבקשתינו" און נאך זייערע שווערע יגיעה דאס צו פועלן, האט ר' אהרן ענדליך אנגענומען די איינלאדענונג צו ווילען אין וויליאמסבורג אוי, דעם שב"ק.

ביז דעמאלט פלעגט נאר זיין די צעטלעך מיט'ן קעפל "איחוד התלמידים", אבער עס האט אנגעהויבן אויסצוזען ווי נאר יונגעלייטלעך גייען אהין, און די עלטערע יונגעלייט פלעגען זיך פילען אז עס איז נישט פאר זיי. (פארשטייט זיך אז עס זענען געווען אויסנאמען, עטליכע גרויסע שווענצלעך, וואס זענען יא געקומען מיטהאלטן די שבתים.) אבער איצט שוין נאך לאנדאן, ווען דער גאנצער אייראפעער קאנטינענט ליגט שוין אונטער ר' אהרןנען, דארף מען אנהייבען זען אז יעדער זאל קומען צו דעם וויליאמסבורגען "שבת התתוועדות".

כאטש אפיציעל פלעגט זיין דער שבת נאר א התוועדות פאר די יוצאי ישיבה קרית יואל פון תש"מ ביז תשנ"ח, אבער ווי עס ווייסען אלע, אז פון די יארען פון תש"מ ביז תש"נ זענען נישט געווען כמעט נישט קיין יונגעלייט וואס זענען געקומען צו ר' אהרן. זיי האבען אים נאך צו גוט געקענט, זיי האבען נאך צו גוט געדענקט זיינע דרשות מיט זיינע וויצעלך, און זענען קיינמאל נישט געקומען צו די שבת התוועדותן. זיי האבען שוין געהייסען די "אוועקגעפאלענע".

משא"כ פון תש"נ און ווייטער האט זיך דאס חסידות שוין אביסעל בעסער געבויעט און מען האט שין אין די ישיבה ר' אהרןען גערופען "דער רב" און מען האט שוין געארבעט אויף אים צו מאכען א שטיקל פנים אין די ישיבה, און רוב פון די יונגעלייט זענען יא געקומען און מיטגעהאלטען די שבתים.

וואס עס האט זיך אויסגעשטעלט איז, אז עס געווען א שרעקליכע "יאנגסטער" פיקטשער, ווייל דער עלטסטער פון די איחוד באוועגונג איז געווען אין די אנהויב דרייסיגער יארן, ווייל אויב מען איז אריין אין קרית יואל תש"מ ביי די זעכצן זיבעצן יאר, איז מען תשנ"ו געווען אין די אנהויב דרייסיגער יארען. דאס זענען שוין געווען די "עלטערע אידן" פון די איחוד באוועגונג, און פארשטייט זיך אז די בזיונות זענען געווען עד לב השמים. דער יועץ פרטי האט דאך געזוכט פאר יעדע פרייז עס זאל דעוועלאפט ווערן אין סאטמאר די בילד אז ר' אהרן איז דער דער צוקונפטיגער רבי פאר גאנץ סאטמאר, און ער דינט יעדן, נישט נאר יונגעלייט.

אין די שבת התוועדותן פון תשנ"ו, תשנ"ז, און תשנ"ח, האט ר' אהרן זיך טאקע גוט אריינגעגראבן ביי די יונגעלייטלעך, אבער פארשטייט זיך אז נישט דאס איז געווען דער ציל. ר' אהרן האט דאך "אלעס" געוואלט אונטער זיך. האט מען איצט, תשנ"ט, באשלאסען אז מען דארף גיין מיט א טריט ווייטער. מען דארף זיך נעמען צו יעדען סאטמארען תלמיד און חסיד, נישט קיין חילוק די עלטער. אפילו צו די עלטערע אידן.

האט דער יועץ הפרטי באשלאסען אז מען מוז אויסשטעלען דעם שבת התוועדות אויף אזא אופן אז יעדער איינער זאל ביי זיך פילען צו קומען און עס זאל מער נישט הייסען א שבת בלויז פאר יונגעלייט.

האט דער יועץ הפרטי ארויסגעגעבן א באפעל: טוישן די מודעות! אראפ מיט'ן קעפל פון "איחוד התלמידים" און שרייבען אנשטאט "תלמידי וחסידי סאטמאר".

דער אנפירער פון איחוד התלמידים איז געווען חיים הערש שווארץ, אבער מען האט נאך דאן נישט געוויסט ווי פונקטליך ער שטייט איין, ווייל ער האט נישט אנגענומען קיין דירעקציעס פון דעם יועץ, און עס איז אפילו ארום געגאנגען קלאנגען אז ער שטייט מיט, און ארבעט שטיל אינאיינעם מיט משה דעם גבאי'ן.

דערפאר האט דער יועץ הפרטי אהרן מתתיהו געציטערט אז חיים הערש שווארץ וועט אים נישט פאלגען, איז ער געגאנגען און אליין געדרוקט נייע צעטלעך. און פרייטאג האט ער געשיקט עטליכע צעהיצטע יונגעלייט אז זיי זאלען ארום לויפען קלעבן די נייע פלאקאטען אין אלע בתי מדרשים. און איצט אז עס שטיין שוין "התאחדות אברכים", אדער "תלמידי וחסידי סאטמאר" איז דאך שוין זיכער אז ר' אהרן וועט האבען יעדען און אלעמען אונטער זיך. דא לאכט מען...

די תפילות און די באטע זענען פארגעקומען אין ויואל משה זאל, און משה גבאי מיט אליעזר קעסטענבוים האבען מיטגעהאלטן דעם שבת. די שמחה ביי די "אנשי שלומינו" אז משה מיט אליעזר זענען "אויך" דא, איז געווען אין לשער, מען האט ממש געזען בחוש ווי די טומאה בייגט זיך פאר די קדושה.

ביי של"ש האט ר' אהרן שרעקליך צאם געוויינט אויפן חטא הידוע. נאכמער ווי אין לאנדאן פאר צוויי וואכען צוריק. דא איז געווען ממש יאמערליכע בכיות. מענטשען האבען דאן נאך פארציילט אז ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער האט זיך געלאזט אויסדרוקען אז זייט "קראלע" איז נאך נישט געווען אזעלכע בכיות אויפן חטא. און איינער האט נאך פארציילט וואס ער האט געהערט פון א אנדערען איד וואס האט געזאגט אז ר' יקותיאל הערש וועפט, ל"ע. עס איז אין קראלע אויך נישט געווען אזעלכע בכיות.

מוצש"ק איז פארגעקומען אין ראוז קעסל דער "קלימאקס" פון די געוואלדיגע התחזקות פאר די יונגעלייט. עס זענען זיך צוזאם געקומען דארט א ערך פון צוויי טויזענט יונגעלייט פון גרעיטער ניו יארק. עס איז ממש אומבאשרייבליך ווי מחוזק די יונגעלייט זענען געווארען. עס איז דאך זיכער אז ווען די יונגעלייט זענען אהיים געקומען נאכען קלימאקס, זענען זיי נישט געווען צו דערקענען. זיי האבען באקומען דארטען א גאר זעלטענעם סיפוק החיים.

דער זאל האט שוין געשמעקט פון שיס-פולווער. עס האט שוין גערינען די בענזין, נאר די שוועבעלע האט געפעלט. משה דער גבאי האט אינמיטען דעם "קלימאקס" אריין שפאצירט אינמיטען דעם געפאקטען זאל און געברענגט מיט זיך א בריוו פון רבין דער ברך משה לכבוד די מסיבה, וואס שמואל הכהן פרידמאן האט פארגעליינט. אז מען האט אזוי געזוכט אויף עפעס זיך צו אנלייגען, האט דער אייבערשטער געהאלפען אז אינעם בריוו האט דער ברך משה געשריבען אויף ר' אהרן די טיטולען "מעוז ומגדל", און נאר דאס האט אויסגעפעלט. אזעלעכע קליינליכע טיטולען אויף הגה"צ אב"ד ור"מ קרית יואל?

מען האט שוין דארט גערעדט אין זאל צווישען זיך אויף דעם און אויף יענעם אז "ער איז נישט מיט אונז"; "דער איז מיט משה גבאי"; "דער איז נישט משלנו" א.א.וו. מען האט שוין אנגעהויבען מאכען "סעלעקציעס" אויפן ציבור יונגעלייט, אבער מער ווייניגער איז עס אדורך שטיל.

בארימטע בעלי דרשנים האבען געהאלטען דרשות און מען האט פארגעשלאגען פלענער וואס דא גייט אלץ פארקומען. מען גייט גרינדען אזא וועד מיט אזא וועד וואס זיי גייען ארום גיין צווישען די יונגעליט און ארויס העלפען מיט אלעם אין דער וועלט. זיי גייען וויסען ווען א יונגערמאן איז צובראכען און זיי גייען אים מחזק זיין מיט סיי וואס עס פעלט זיך אויס. און אזוי ווייטער און וויטער, גוזמאות מיט לאקשען און שטותים האט מען דארט פארקויפט.

ר' אהרן האט דארט גערעדט אזוי באגדולט אז היינט וואלטען אפילו זיינע מענטשען נישט געקענט אויס הערען יענעם טעיפ. און אפגערעדט, פון מענטשען ביי וועם נארישקייטען און בלאף האט נישט קיין מקום. איך ווייס נישט פארוואס זיינע מענטשען באהאלטען דאס נישט כאטש יעצט.

אלע דרשנים האבען אויסגענוצט אלע פסוקים פון תנ"ך און אלע מאמרי חז"ל וואס קען אלץ אנווייזען אויף דאס ענין פון "אחדות, ידידות און ריעות". מען האט אראפגעברענגט אלס נואם הכבוד הרה"ג ר' דוד הערש מייער ז"ל ר"י פון סטעמפארד, און הרה"ג ר' פינחס דוד שווארץ ז"ל איז געווען דער יו"ר און אלעס האט ארומגערעדט ווי וויכטיג און נויטיג דאס ענין פון זיך צוזאם האלטען איז, און ווי שטארק דאס וועט אלץ העלפען בויען אידישקייט אין אזעלעכע שווערע זמנים.

אבער ווי ווייניג האבען זיי נעבעך געוויסט די אמתע מטרה פון דעם "התחזקות קלימאקס" איז. ווי ווייניג האט דער הרב מייער געוויסט אז די ארגענעזירער האבען אים גערופען "חוזק" מאכען און נישט "חיזוק" געבען. ווי וויניג האט הרב שווארץ געוויסט אז פון דעם גרויסען "קלימאקס" גייט קיינער נישט ווערען מחוזק, אויסער איין איינציגער מענטש. זיי האבען גארנישט געוויסט אז די מסיבה וואס מכלומרשט דארף דינען אלס מחזק זיין די יונגעלייט אין ענין פון "אחדות, ידידות און ריעות", גייט צוברענגען פונקט דאס פארקערטע.

און איר, ליינער, זאלט ביטע נישט מיינען אז די מסיבה איז לכתחילה יא געווען געבויעט אויף "אחדות, ידידות און ריעות", נאר דער שטן, דער יצה"ר, האט נישט געקענט אראפשלינגען אזעלעכע אחדות פלענער, און דעריבער האט ער עס פארוואנדעלט אין א פייער-פאן פון מחלוקת, שלעכטקייט און מידות משחתות. ניין. איר זאלט דאס נישט אפקויפען, און אוודאי נישט פארקויפען ווייטער. דער שטן האט זייער גערען צוגעלאזט דעם גאנצען שבת התוועדות, און זיכער דעם "קלימאקס" און דעם "הויכפונקט".

דער שטן האט דאך מיטגעהאלטען אלע מיטינגען וואס איז פארגעקומען צו דעם בעפארשטייערענדיגען שב"ק בא. ער איז דאך געזעצען ביי יעדע מיטינג און ער האט גאר צוגעהאלפען צו פלאנירען יעדע דעטאל. ער האט געוויסט אז קיינער גייט נישט ווערען מחוזק, עס גייט קיין איין איינציגע פעני נישט אויסגעטיילט ווערען פאר צדקה אדאנק דעם מוצ"ש, און ער האט געוויסט אז קיין איין בלאט גמרא גייט נישט געלערענט ווערען אחרי ככלות הכל. אלעס אלעס האט ער געוויסט פון פאראויס.

דער שטן האט נאך פיל מער געוויסט. ער האט געלאכט פונעם גאצען ציבור אין די פויסטען ווי אזוי עס איז געלונגען צוזאמברענגען טויזענטער אינגעלייט אין א ווינטערדיגען מוצ"ש און מען רעדט זיי נעבעך איין אז די סיבה פון די מלוה מלכה איז "אחדות, ידידות און ריעות", ווען דערווייל איז די מסיבה געבויעט געווארען אויף "מחלוקת, שררה פארכאפעכץ און מטמטם זיין מוחות".

און אגב, אז מען רעדט שוין פון די שבת התוועדותן איז אינטרעסאנט צו אויף מערקען עפעס וואס מען זוכט נישט אויפצופאסען. אבער אז מען קוקט "גוט", ד.ה. מיט "קלארע" און דורך זיכטיגע ברילען זעט מען אז עס איז נאך פון קיין איינע פון די סארט שבת התוועדותן גארנישט ארויסגעקומען, אויסער פראפעגאנדע און הוילע בארימעכצער וואס עקלעט די מענטשהייט. צום אידישקייט האבען נאך קיין איינע פון די "שבת התוועדותן" גארנישט צוגעגעבען. דער שטן האט גארנישט דערקעגען די אלע סארט כינוסים און מסיבות. ער שטערט נישט קיין איין יונגערמאן פון זיך באטייליגען ווייל עס ארט אים נישט זיין באטייליגונג. און קיין איינס פון די פלענער וואס מען דעטאלירט דארט, שטערט אים אינגאנצען נישט.

שוין לאנגע יארען וואס מען שטעלט צו שבת התוועדותן אין אלע חסידישע קרייזען, און קיינער שטעלט זיך נישט אפ מיט א ווינדער: ווי האלט מען מיט די חיזוק? קיינער שטעלט זיך נישט אפ מיט ווינדער: ווי זענען די מידות טובות און די התמדת בתורה וואס מען האט פון דעם אזויפיל ארום גערעדט? קיינער שטעלט זיך נישט אפ מיט ווינדער: זענען אונזערע זיידעס און רביס נישט געווען אזוי קליג ווי די היינטיגע רביס? האבען זיי נישט געזוכט "עני טיים" אזוי מרביץ תורה זיין בישראל ווי די היינטיגע רביס? האבען די אמאליגע רביס נישט געהאט דעם מח אויסצוטרעפען אזעלכע געניאלע איינפעלער ווי א "דף הקהילה" וואס דאס וועט אזוי הייבען דעם חשק צו לערנען, אזש דער שטן וועט פון זינען אוועק פאלען? פארוואס זענען פאר די פריערדיגע רביס נישט בייגעפאלען אז מען קען צוברעכען דעם יצה"ר אין סאמע שובבי"ם דורך מאכען "פראפעגאנדע מסיבות"? אתמהה.

עס איז צייט צוריק צוגיין צו "אמאליגע" סארט התחזקות מיטלען: לערנען מוסר ספרים און ארבעטען אליין אויף די מידות. און "בלויז" אזעלעכע מיטלען לאזט נישט דער יצה"ר.

די בר מצוה אין ירושלים איז נעקסט, מיט גאר נייע אויף דעקונגען.



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 28/07/2009 9:06:05




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 20:58 לינק ישיר 
די בר מצוה אין ירושלים

איידער איך נעם מיך צו די בר מצוה, וויל איך א קליינע אבער וויכטיגע באמערקונג ארויס ברענגען. מיר ווייסען פונקט ווי אייך אז די אלע מאמרים פון אונזער באשרייבעכץ, ווערט געליינט אין די "צענדליגער טויזענטער. טויזענטער קאפיעס ווערען אויסגעטיילט דורך אלע סארט קאמנוקאציע מיטלען, און נישט נאר אין סאטמאר, נאר עס ווערט געליינט אין אלע חסידישע קרייזען.

און דאס האט צוגעברענגט עטליכע פאקטארען. איינס, אז מיר באקומען הונדערטער אימעלס פון מענטשען וואס האבען אינפארמאציע בנוגע די חלוקה היסטאריע, און אויך פילע זייטיגע עפיזאדען איבער דעם "חתן דינן". מענטשען שרייבען אימעילס וואס אנהאלטען זייער נעמען און ביזנעסער און אפילו טעלעפאן נאמערען אז מען זאל זיך צו זיי ווענדען, צו זיכער מאכען די קראנטקייט. צענדליגער מענטשען אפפערען זייער פרייוויליגע הילף פאר די מאמרים, ווי טייפן, פארשאפען אינפארמאציע, דאקומענטען וכדו'.

צווייטענס. מענטשען, וואס האבען געשפילט וויכטיגע ראלעס אין פארשידענע תקופות, במשך די יארען תש"מ ביז היינט, און אפילו מענטשען פון פריערדיגע תקופות, עפענען זיך אויף איצט. די היסטאריע באשרייבונג האט צוגעברענגט אז יעדער איינער איז געווארען אויטאמאטיש אריין געצויגען אין די היסטאריע, יעדער איינער איז צוריק געגאנגען מיט א צען יאר, אדער מער. דעריבער, רעדען מענטשען פון די היסטאריע, מער ווי סיי ווען ביז איצט. וואס דאס האט צוגעברענגט אז די מענטשען רעדען יעצט מיט די מענטשען וואס האבען געשפילט ראלעס סיי ווען, און זיי ווילען אז די היסטאריע זאל באשריבען ווערען מיט אלע דעטאלען אפילו וואס בלויז זיי ווייסען. און זיי האבען א נגיעה אז זייער אינפארמאציע זאל אנקומען צו אונז.

דעריבער, אפילו מיר האבען אין אנפאנג פון אונזערע מאמרים שוין געשריבען פון די געשעענישען פון דעם יאר תשנ"ט, – ווי די שבת התוועדותן, די בר מצוה אין ירושלים, דער פראטעסט אדר תשנ"ט – מוזען מיר זיך צוריק קערען, און דאס אלעס מער באריכות און מיט מער דעטאלען דאס ארויסברענגען.

אבער מער פון אלעם, איז צו אונז אנגעקומען גאר נייע אויף דעקונגען פון דעם "גרויסען" פסח תשנ"ט, וואס דאס וועלען מיר באשרייבען און די קומענדיגע מאמרים, בעזר השם. איצט וועלען מיר שרייבען פון די בר מצוה אין ירושלים, נאך ת"ב וועט זיין געשריבען דער פראטעסט, מיט גאר וויכטיגע נייע אינפארמאציע, און נאכדעם נאכאמאל דעם פסח. אבער מיר וועלן נישט איבערחזרן וואס מיר האבען שוין געשריבען פריער. מיר וועלען בלויז שרייבען די נייע אויף דעקונגען.

איצט צו די בר מצוה.

*

דאנערשטאג פ' יתרו תשנ"ט האט ירושלימער-סאטמארער רב בר מצוה געמאכט זיין יונגסטען זון הב' חנניא יו"ט ליפא. די שמחה איז געווען די ערשטע שמחה וואס דער רב האט געמאכט אין ירשלים זינט ער האט איבערגענומען דאס רבנות דארט מיט אנדערטהאלבען יאר פריער, און ווי נאטירליך, האבען זיך די קהילה לייט מיט די טיכטיגע מענטשען געוואלט אהער שטעלען מיט אלעם כדי די שמחה זאל זיין לתפארת ולכבוד, ווי עס פאסט פאר א קהילה מיט א נייעם רב. מען האט לכבוד די שמחה ארויסגעגעבען א נייעם ספר "שפתי צדק" פון די דרשות און תורות וואס דער רב האט געזאגט זינט ער איז געקומען קיין ירושלים, זיי האבען צוגעשטעלט א גרויסען שאטער נעבען ביהמ"ד "ויואל משה" ווי דארט זאל פארקומען די שמחה א.א.וו.

און וויסענדיג אז די סאטמארער קהלה אין ירושלים וועט מאכן א גאנצער טעראראם פונעם בר-מצוה, ווען אלע גדולי ירושלים מיט דער גאב"ד שליט"א מיט די חברי הביד"צ שליט"א וועלן ערשיינען ביים מעמד, האבן ר' אהרןס יועצים, באשלאסן אז דער חתן פון די חגיגה טאר נישט זיין דער בר מצוה בחור מיטן זיין טאטען דער סאטמאר ירושלימ'ער רב, נאר דער קרית יואל'ער רב דער נעקסטער סאטמארער רבי. פאר דעם באזוך האט ר' אהרן מיט זיינע ראטגעבער, אפגעהאלטן א רייע באראטונגען, אויסארבעטן די פלענער אז נאר דאס קומען פונעם רב זאל זיין די אישו פון די בר מצוה. ר' אהרן האט שוין געזאגט אין לאנדאן פאר די "ארץ ישראלדיגע" (לייען בני ברקער) געסט מוצש"ק שמות (ווי שוין געשריבען), אז ער פלאנט צו פארען קיין ארץ ישראל אין די קומעדיגע וואכען לכבדו די בר מצוה. עס האט יעדער פון די אנוועזענדע פארשטאנען אז ר' אהרן קומט נישט צו פארן ווייל ער פרייט זיך צום ברידערס שמחה, און עס האט יעדער פון די אנוועזענדע פארשטאנען אז דאס איז א טייל פון די "כיבוש ארצות אקציע".

באמת גערעדט, און דאס פארשטייט יעדער נאכען ליינען אלע מאמרים פון די גאנצע היסטאריע ביז איצט, און וואו מען האלט אין די מערכה איצט חודש שבט תשנ"ט, אז ר' אהרן האט נישט באלאנגט ביי די בר מצוה. זיין ברודער דער דארטיגער רב האט אים פאר זיכער נישט געוואלט דארט זען, און דאס רופען איז נאר געווען פאר פארמאלקייט און בלויז ווייל עס "פאסט זיך". אבער קיינער פון די צוויי און פון זייערע מענטשען האבען זיך נישט געפאפט דא אויף קיין רגע. ר' אהרןס מענטשען האבען געוויסט אז ר' אהרן איז נישט "וועלקאם" און זיין פלאץ איז בשו"א נישט צו זיין ביי די שמחה אין ירושלים. ר' זלמן לייבס האבען אויך אזוי גוט געוויסט אז זייער רב האט אים נאר געלאדענט אבער נישט אויף צו קומען. עס האט יעדער בר דעת געוויסט – אן רוח הקודש – אז ר' אהרן וועט קומען נאר מיט א אגענדע פון די בארימטע "כיבוש ארצות אקציע", וואס ער מיט זיין יועץ פלאנירען.

און עס וועט זיך זיכער קיינער נישט פאפען, אז ר' אהרן איז בכלל נישט געווען אזוי בשמחה פון זיין ברודערס שמחה. ער האט זיך ווייט נישט געפרייט אז זיין ברודער איז ב"ה זוכה מכניס צו זיין זיין יונגסטען זון לעול התורה והמצוות. און ר' אהרן וואלט נישט געטארט אפילו טראכטען צו פארען, ווייל ווי מעג איינער פארען מיט א געדאנק צו צושטערען א שמחה?

און דאס אז ר' אהרן גייט פארען קיין ירושלים בלויז צו צושעטערען די בר מצוה, דארף מען בכלל נישט זיין איינער וואס האט זיך נאך באטייליגט ביי די שמחת בית השואבה בימי הבית המקדש. מען דארף בכלל נישט האבען רוח הקודש צו וויסען וואס ר' אהרן מיט זיינע יועצים האבען געהאט אין זייערע פארקרומטע מוחות, וועלענדיג פארן צו די בר מצוה. ווייל זיין יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש האט, כדרכו, פארציילט פאר סיי ווער עס האט נאר געהאט אויערן ביי די זייטן פון קאפ אז ר' אהרן פארט אהין, ממילא וועלען אלע בני ברקער אויך קומען לכבודו צו די בר מצוה און אויף שבת צום "שבת התוועדות", און דאן גייט מאכען פון זלמן לייבען א "סענדוויטש". דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש מיט זיינע געהילפן האבן דעמאלטס פארקויפט פאר יעדען, אז מ'דארף טאן אלס וואס מ'קען נאר אז דער באזוך וואס דער רב שליט"א גייט אפשטאטן אין ארץ ישראל לכבוד די בר מצוה, זאל ברענגען נאר נוצן פאר'ן רב, און נישט גרויס מאכן די רעביסטיווע און נישט הייבען די פרעסטיזש פון זיין ברידער ר' זלמן לייב דער דעמאלטיגער סאטמאר ירושלימ'ער רב

און פארשטייט זיך אז די אינאפרמאציע פון יועץ הפרטי פלענער צו מאכען ר' אהרן פאר "דער" בר מצוה בחור, אז בלויז "ער" זאל באקומען די פולע אטענשאן, איז אויך אנגעקומען קיין ירושלים צום ציבור און אויך צום ברודער דער דארטיגער רב. אפילו ווען עס וואלט נישט אנגעקומען די ווערטער גענוי, וואלט ער אויך דאס געוויסט אויף זיין ברודער ווייל ער קען אים זייער גוט. כ"ש וכ"ש ווען מענטשען האבען אים פארציילט אז אהרן מתתיהו זאגט דאס פאר יעדען אוזן קשבת. און דאס איז געווען די לעצטע זאך וואס ער האט געוואלט הערען. ווער קען דען אפילו אויסהערען אזעלעכע ווערטער? וועלעכער בעל שמחה וויל אז מען זאל אים צושטערען די שמחה? וועלעכע קהילה אויף דער וועלט וויל אז א שמחה בקהילתם זאל ווערען צושטערט פון מענטשען פון דער פרעמד וואס ווילען אריין דרינגען ביי זיי אין די קהילה?

און אויב מיינט איז אז ר' אהרן איז בתמימות געפארען ווייל דער ברידער האט אים געלאדענט, און א איילאדענונג איז א איינלאדענונג, וויל איך אייך מגלה זיין עפעס: משה גבאי איז פערזענליך אראפגעפארען צו ר' אהרן – נאך איידער ר' זלמן לייב האט אים פארמאל געלאדענט צו די בר מצוה - און אים געבעטען אז ווי יעדער פארשטייט איז דער מצב זייער היציג און די בני ברקער רישען זיך אז זיי וועלען צושטערען די בר מצוה, איז מפני דרכי שלום זאל ער נישט קומען צו פארען.

ער האט געענטפערט פאר משה גבאי כהאי לישנא: "איך פרעג דיך נישט וואס צו טון".

ר' אהרן האט דאס בעסטע פארשטאנען אז משה איז זייער גערעכט. ער פארט דאך נאך אויפן ראט פון זיינע "ילדים העומדים לפניו" צו צושטערען די שמחה. אבער דייקא דאס, אז די בני ברקער רישען זיך אלע צוקומען, דייקא דאס אז זיין קומען וועט מאכען פון זיין ברודער א סענדוויטש, און טאקע בלויז דאס, איז די סיבה פארוואס איך "מוז" יא פארען. אנאליזירען דאס, איז גענצליך ארויסגעווארפען צייט.

ווען מען האט זיך דערוויסט אין ירושלים דעם בחורישען ענפער פון ר' אהרן פאר משה, האט מען זיך געמוזט פשוט אנגרייטען פאר א "דיפענסיוו" פלאן. מען האט שוין קלאר געוויסט אז דער צדיק וואס איז פארנומען ביז איבערען קאפ מיט די "כיבוש ארצות אקציע", איז זייער איבער גענומען פון די שמחה און ער קען פשוט נישט איין זיצען אין אמעריקע און זיך פרייען פון דערווייטענס, און ער גייט קומען מיט א גאנצען טראסק "באשיינען" די שמחה.

אבער כדי אז די שמחה זאל זיין ווי ווייניגער צושטערט האבען די ירושלימער עסקנים זיך מטכס עצה געווען און געטאן וואס זיי דארפען צו טאן, אז די בני ברקער זאלען זיך שפירען ווי ווייניגער באקוועם, און אפילו דער "בחור" אליין זאל גלייך איין זען אז דא איז נישט זיין קעניגרייך. זיי האבען באשלאסען אז אלעס וועט צוגיין דיפלאמאטיש, נישט מיט ביליגע אקציעס, אבער פאר יעדען פרייז וועלען זיי נישט לאזען די בני ברקער מיט אהרן מתתיהו און ר' אהרן צושטערען די בר מצוה. זיי וועלן זיכער מאכען אז ר' אהרן וועט נישט זיין דער בר מצוה בחור. דאס אז ר' אהרן זאל בכלל נישט זיין קיין בחור, האבען זיי נישט געקענט אפשטעלען, אבער צו זיין דער "בר מצוה" בחור, דאס שוין נישט.

דער סאטמאר-ירושלימער רב דער אבי חתן הבר מצוה האט איינגעלאדענט צו די בר מצוה אלע זיינע ברידער און שוואגער, אנגעהויבן פון ר' בעריש מייזליש, ר' אהרן, ר' ליפא, ר' שלום אליעזר, ר' דוד פון מאנטרעאל און ר' חיים יהושע פון מאנסי. און אויך זיינע שוואגערס פון זיין רעביצינס זייט. יעדן איינעם האט ער באזונדער געלאדענט אויפן טעלעפאן.

מיין איפארמאציע לויטעט, אז ווען ר' זלמן לייב האט גערופן ר' אהרן, האט אים ר' אהרן גענטפערט כהאי לישנא: "נו, זייער חשוב, כ'האב געטראכט, אז די קהלה און קרית יואל האט מיר פארגעהאלטן אז איך בין דעם ווינטער געווען זייער אסאך אויף שבתים איבער די וועלט, און אז איך מעג שוין איין שבת וויילן אין קרית יואל. נאר וואס דען, איך הער אז דו דארפסט חיזוק, וועל איך קומען צופארן צו די בר מצוה און אויף שבת". אנאליזען זענען ווייטער נישט מער ווי ארויסגעווארפען צייט.

אבער ר' אהרן האט באשלאסען אז ער וועט נאך פאר אלעם שוין באצאלען דעם ברודער און משה גבאי, פארן אים נישט לאזען פארן. ער וועט אים נאך פאר אלעם ווייזען אז מיט אים הייבט מען נישט אן. און ר' אהרן האט זיין ברודער א גוט שטיקל אפגעטאן, כאטש בלויז אויף קורץ-טערמינינג.

ווי יעדער איינער ווייסט היינט, האט דאן דער ברך משה זי"ע, אויסגעדריקט זיין באגער צו אנטיילנעמען און די בר-מצוה, און גלייכצייטיג באזוכן ארץ ישראל, ווי עס איז געווען עינו וליבו כל הימים. און די שטוב מענטשען האבען שוין אפילו געהאט אויסגעארבעט אלע פלענער, און מען האט שוין אפגעמאכט אז מען וועט פארען אויף בלויז עטליכע טעג און עס וועט זיין בלויז געווידמער פאר סאטמאר.

אבער דאס האט זייער געשטערט פאר די "כיבוש ארצות אקציע". אז דער רבי וועט אליין פארען, וועט דאך ר' אהרן נישט זיין דער מלך, ער וועט נישט זיין דער "בר מצוה בחור". דער ברך משה איז שוין געווען דאן דער זקן האדמורי"ם און  נאר ער וועט זיין דער "צענטער אוו אטראקציע", און אויך קען מען זיך נישט אויסרעכענען וואס אלץ משה דער גבאי וועט אלץ אנדרייען אז דער רבי זאל זאגען אויף ר' זלמן לייב, וואס וועט אים צו שטארק מחזק זיין.

און אויב דער טאטע וועט קומען קיין ירושלים, און וועט זען וואס פארא שיינע קהלה דער ברידער ר' זלמן לייב פירט אין ירושלים, און די געוואלדיגע הערצה וואס דער ציבור האט צו אים, און זיין געוואלדיגע ידידות מיט די גאוני ירושלים רבנן ותלמידיהון, וועט דאך ח"ו צוברעקעלט ווערן די גאנצע טעאריע אז דער ברידער טויג אויף גארנישט און ער איז א פוילער מענטש, האלט נישט ביים ארבעטן, און דער ציבור האט נישט קיין שייכות צו אים, און זיין רבנות אין ירושלים טראגט אזא פנים ווי דער סיגעטער ביהמ"ד אין בארא-פארק. אויב וועט דער טאטע זען אז דער ברידער איז שטארק מצליח אין ירושלים, קען ער אים ח"ו ברענגען צוריק קיין אמעריקע און אים – ח"ו - צוטיילן א גרויסע פאסטן, וואס דאס וועט זיין דער סוף פון אלע פלענער.

האט ר' אהרן באשלאסען אז ער אליין וועט מאכען די שמוציגע ארבעט. אם אין אני לי מי לי? ער מוז אפשטעלען אלע פלענער פאר סיי וואסערע פרייז. ווי שמוציג עס זאל נישט זיין, וועט ער מוזען אלעס טאן אז בלויז ער וועט זיין די "צענטער אוו אטרעקשאן". ר' אהרן איז דעמאלט פערזענליך אראפ געפארען קיין פלארידע, און מסביר געווען פאר'ן טאטן אז ער איז שוין נישט ביי די כוחות און ער טאר נישט פארן. ער האט אויך אנגעהעצט די מאמע, די רעביצין לרפו"ש, אז מ'זאל דעם רבי'ן נישט לאזן פארן קיין ארץ ישראל ווייל עס וועט אים שטארק שאטן צום געזונט. ר' אהרן האט איינגעריסען וועלטן אז דער רבי זאל נישט פארן קיין ארץ ישראל, ער האט דאן אויך גערעדט צו ר' עזריאל גליק, אז ער זאל אפרעדן דעם רבי'ן פון דעם רעיון.

און ר' אהרן האט אויסגעפירט. עס איז אים איצט איינמאל געלונגען. ער האט צו ווארפען אלע פלענער, און משה גבאי האט געמוזט איין נעמען די חרפה. און נאכמער איז אים איצט געלונגען: ער וועט קענען ווייטער טראמפייטערען פאר ווער עס וויל אים גלייבען, אז דער טאטע האט אים געשיקט "בשליחות". און דאס איז געווען זייער וויכטיג פאר אים און זיינע יועצים די "ילדים העומדים לפניו". און דאס ווארט שליחות, איז טאקע אויסגענוצט געווארען ביז צו א מאקסימום און אויך מיט א שמיץ אריבער. ר' אהרן האט אליין דאס גענוצט ביי עטליכע דרשות וואס ער האט געהאלטען; און זיין אויסגאבע "דער אידישער געדאנק" האט געשריבען דאס ווארט "בשליחות" מער מאל ווי דאס ווארט "איך" וואס ר' אהרן האט גענוצט ביי זיינע דרשות.

דער רבי דער ברך משה איז טאקע נישט געקומען צו דער בר מצוה, און דער סאטמאר ירושלימ'ער רב רבינו שליט"א האט געוואוסט, ידיו של מי היתה במעל, ווער עס האט אנגעווערטשאפט דאס מיאוס'ע שטיקל, און אפגעהאלטן דעם טאטן פון קומען צו זיין ערשטע שמחה אלס רב און איינע פון די סאטמארער קהלות.

ר' אהרן'ס נישט לאזן קומען דעם טאטן אויף די בר מצוה אין ירושלים, איז געווען די ערשטע מאל און די משפחה וואס מ'האט אפגעהאלטן דעם רבין צוגיין צו א שמחה פון א זון און א אייניקל, און דאס האט אפ געטאן ר' אהרן פערזענליך. עס איז קיינעם נישט בייגעפאלן אז יארן שפעטער וועט ר' אהרן זעלבסט "ברעטעשן" אז מען לאזט נישט א זיידען אנטיילנעמען אין א משפחה שמחה.

עס איז מערקוועדיג, אז ביי די שמחת הבר-מצוה גופא האט ר' זלמן לייב ביי זיין דרשה נאכגעזאגט לשון בלשון פון א בריוו וואס ר' עקיבא אייגער האט געשריבן פאר זיין זון נישט קענען אנטיילנעמענדיג ביי זיין שמחה. ער האט די ווערטער געזאגט מיט גרויס התרגשות, און עס זאגן עדות מענטשן וואס זענען געווען דערביי, אז ביי די גאנצע דרשה האט ר' אהרן ארום געקוקט אויפ'ן עולם און געשמייכעלט ווי א זיבעלע, ווען ר' זלמן לייב האט אנגעהויבן רעדן פון דעם ענין אז דער טאטע איז נישט געקומען אנטיילנעמען ביי די בר מצוה טראץ וואס מ'האט דערפאר געהאפט ביז די לעצטע מינוט, האט ר' אהרן ארויפגעלייגט זיינע הענט אויף די אויגן, און האט פארקנייטש זיין פנים, מ'זאל נישט זען זיין גלייכגילטיגע און פרייליכע געזוכט, פון זיין געלונגען שטיקל. אבער אויפ'ן סטעידזש איז דאן געשטאנען זיין יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש וועלכער האט זיך געשמייכעלט אויפ'ן ווינק מיט די אויגן מיט זיינס א נאנטען פון בני ברק.

ביים מעמד קבלת פנים וואס די קהלה און ירושלים האט אראנזשירט אין ביהמ"ד אוהל רחל, פאר ר' אהרן מיט די אלע חשוב'ע געסט ר' משה גבאי מיט ר' אליעזר קעסטענבוים (מיר וועלן שפעטער צוריק קומען צו דעם מעמד קבלת פנים) האט ר' אהרן געזאגט מיטן פולסטן תמימות מיט א קאלטקייט, אז דער טאטע האט זייער געוואלט קומען קיין ארץ ישראל און האט נישט געקענט קומען אנטיילנעמען מחמת חולשתו, און האט אים געשיקט בשמו ובשליחתו אנטיילנעמען און די גרויסארטיגע שמחה, אבער אי"ה און די נעקסטע שמחה וועט ער קומען צופארן קיין ארץ ישראל

נא, אז עס איז ב"ה געווארען אז דער רבי פארט נישט און ר' אהרן גייט פארען אויף ברך משהס "באפעל", מוז מען דאך זען צו טאן אז ר' אהרן זאל אלעס באקומען ווי איינער וואס קומט אין "שליחות". זיכער קען מען נישט אלעס האבען, א קבלת פנים אין "ככר השבת" קען מען נישט פארלאנגען, כאטש מיר וועלן נישט אנגערופען ווערען אפיקורסים אויב מיר וועלן נישט גלייבען אז ר' אהרן וואלט דאס אפגעווארפען אויב די עדה וואלט דאס אים אנגעטראגען.

און די יועצים פון דאהי און פון בני ברק האבען זיך ארויפגעשראצט די ארבעל. לויט'ן פלאן וואס דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו האט אויסגעשטעלט, האט ר' אהרן געדארפט זיין דער איינציגסטער חתן בראשית פונעם באזוך, דעריבער האט אהרן מתתיהו געארבעט אז לכבוד ר' אהרןס באזוך זאל די עדה החרדית ארויסשטעלען צוויי זארט פלאקאטען פון ברוכים הבאים'ס פאר ר' אהרן. איינס מטעם די העדה החרדית, און די צווייטע מטעם "קרן הצלה, שע"י העדה החרדית, ווייל פאריאר תשנ"ח האט ער דאך געשאפען א מיליאן דאלער פאר קרן הצלה. און די ברוכים הבאים פלאקאטען זאל זיין געשריבען נאר פאר ר' אהרן, און נישט פאר די איבריגע בני רבינו. און אויף די פלאקאטען און טאר נישט דערמאנט ווערן קיין שום סיבה פארוואס ער קומט, נאר עס זאל שטיין פשוט "להופעתו בארה"ק". ווי ער וואלט ווען געקומען אויף וועקעישאן צום "ים המלח".

דער יועץ האט אונטערגעשטעלט שלוחים וואס זאלען לייגען דרוק אויף הרה"ג ר' גרשון שטעמער ז"ל דער דעמאלטיגער פארזיצער פון די העדה החרדית, און האבן אים געזאגט אז אזוי ווי ער געדענקט דאך זיכער האט ר' אהרן געשאפן א מיליאן דאלער פאר קרן הצלה ביים תשנ"ח מעמד, דעריבער דארף מען אים צוטיילן גרויס כבוד און מאכען דעם ברוך הבא לויט ווי ער בעט.

ר' גרשון, וואס איז געווען פון די גרעסטע מתנגדים פון ר' אהרן עד זיבולא בתרייתא, האט געשריגן אז דער ר' אהרן האט צוגרינד געלייגט די גאנצע "חינוך הטהור" מערכה מיט זיין "סקול דיסטריקט" און עס קומט אים בכלל נישט קיין ברוך הבא, אבער טאמער עס איז א טובה פאר קרן הצלה (וואס ווי יעדער ווייסט איז עס געווען ר' גרשון'ס שווארץ אפעל פונעם אויג) וועט ער שטעעלן דעם ברוך הבא.

וכך הוה. ווען ר' אהרן איז אנגעקומען מיטוואך נאכמיטאג פ' יתרו קיין ארץ ישראל, איז שוין פון אנהייב וואך ערשינען די צוויי ברוך הבא פלאקאטן פאר בנו הגדול של מרן נשיאנו, און עס איז נישט געשטאנען אז ער קומט לכבוד די בר מצוה פון דעם דארטיגען רב. אקאראט אויפן אופן פונעם יועץ פרטי, צו קרוינען ר' אהרן אלס דער איינציגסטער חתן פון די סאטמארער חגיגה, אז מ'זאל נישט וויסן אז עס איז געווען בכלל א בר מצוה.

אזוי ווי דער רב פון די סאטמאר קהלה און ירושלים אבי חתן הבר מצוה (רבינו שליט"א) האט דאך גערופן אלע זיינע ברודערס און שוואגערס, האט די סאטמארער קהלה און ירושלים, באשלאסן אז אין מוקדם ומאוחר בתורה. מען גייט שרייבען פלאקאטען ברוך הבא פאר יעדן איינעם, דעריבער האבן זיי געמאכן איין גרויסן צעטל מיטן קעפל "ברכנוכם מבית ד'" ווי עס איז באגריסט געווארן ר' אהרן, ר' שלום אליעזר, ר' דוד פון מאנטרעאל, און ר' חיים יהושע פון מאנסי. אויף אלע איז געשטאנען די זעלבע טיטול "הגה"צ", און יעדן נאמען איז געווען אויסגעשטעלט גראפירט די זעלבע, נישט איינס גרעסער פון צוויטן. און דארט איז ארויסגעברענגט געווארן פארוואס זיי זענען ערשינען אין ארץ ישראל, לכבוד די בר מצוה פון דער סאטמאר ירושלימ'ער רב.

גלייך ווען די פלאקאטען זענען ערשינען ברחובות ירושלים, האבן די אנהענגער פון ר' אהרן געברענט ווי פאקלען, ווייל דאס האט צוגעברענגט אז אלע ברוכים הבאים'ס פון אלע מוסדות, תולדות אהרן, שומרי החומות, רמ"א, חיי עולם המקורית, וכו' געגאנגען אויף דעם נוסח, א ברוכים הבאים פאר אלע בני וחתני נשיא העדה החרדית, להופעתם צו די בר מצוה, און ר' אהרן איז נאך פאר ווי וואס ווען, געווארן אויס חתן בחור פון די בר מצוה.

דער שריט איז געווען די ערשטע שריט צו ווייזן פאר ר' אהרן, אז אין ירושלים האבן זיך די צייטן שוין געטוישט, און די הירארכיע פון הנהגה אין ירושלים גייט ווי פאלגענד, דער ברך משה איז דער רבי, און זיין זון דער ארטיגער ירושלימ'ער רב. ר' אהרן איז זייער חשוב, פונקט ווי זיינע אנדערע ברידער און שוואגער, אבער נישט מער פון דעם, די קהלה האט אבער א הנהגה.

דער "וועד המארגן" פון די סאטמארער קהלה אין ירושלים האט אראנזשירט אז מ'וועט לייגן טאוולען ביי יעדע אכסניא פון רבינ'ס איידעמער און קינדער, נישט נאר ביי ר' אהרן'ס אכסניא, ווייל יעדער איינער איז די זעלבע חשוב ביים רבי'ן. אבער ווי נאר דער יועץ פרטי איז געוואויר געווארן דערפון און האט געהאלטן אז דאס וועט אים ברענגען נאר בזיונות, האט ער געבעטן פון זושא געלב דער יד ימינו פון דארטיגען רב, אז מ'זאל ענדערש נישט לייגן פאר קיינעם.

באותו היום וואס ר' אהרן איז אנגעקומען איז געווען מיטוואך, א טאג בעפאר די בר מצוה. ר' אהרן'ס אנהענגער'ס אין ירושלים האבן דעמאלטס פרובירט ארויסשיקן דעם ציבור פון אנ"ש אין ירושלים צום עירפארט מקבל פנים זיין דעם "גאב"ד קרית יואל" ר' אהרן. זיינע פראפעגאנדע פירער זענען געשטאנען אין סאטמארער כולל יטב לב, און געבעטן יעדן איינעם זאלן פארן צום עירפארט מקבל זיין כבוד התורה. אבער למעשה זענען געפארן צוואנציג אידן פון ירושלים, וואס פון די אלע צוואנציג באשטייט היינט בעיקר ר' אהרןס קהילה אין ירושלים.

פון בני ברק זענען געפארן דאן צווי באסעס, אבער אין שפיץ פון די מקבלי פנים איז געווען די צווי חשוב'ע קינדער פון רב פון ירושלים, ר' חיים הערש, און הרה"ג ר' יעקב בער, וועלכע האבן מקבל פנים געווען ר' אהרן בשם אביהם דער רב. אויך זענען געווען אנוועזענד די ראשי הנהלת העדה החרדית. ר' אהרן האט געפרעגט אין עירפארט זיינע ארומיגע, צו דער גאנצער עולם איז דא? ווי עס זעט אויס האט מען אים געזאגט אז יעדער קומט ארויס אין עירפארט.

גלייך פון עירפארט איז ר' אהרן אינאיינעם מיט ר' שלום אליעזר געפארען צום ברודער אין הויז ווי מען האט זיך שלום געגעבען און זיך אפגערוט פון וועג. פון דארט איז מען אריבער צום ביהמ"ד אהל רחל וואו עס איז פארגעקומען דער קבלת פנים. ביים קבלת פנים אין ביהמ"ד אוהל רחל איז געשטאנען אויף די פלאקאטן אז דער קבלת פנים איז פאר גאב"ד קרית יואל, און פאר די אנדערע בני רבינו שליט"א, און פאר ר' משה גבאי און פאר ר' אליעזר קעסטענבוים.

ר' אהרן האט ביי זיין דרשה ביים קבלת פנים ארויסגעברענגט אז דער טאטע האט געדארפט צוקומען פארן צו די בר מצוה, נאר מחמת בריאותו האט ער נישט געקענט קומען, און אז ביי די נעקסטע שמחה וועט ער קומען צופארן, און איצט האט ער מיר געשיקט בשליחותו באשיינען די בר מצוה. אויך האט ער שטארק אויסגערימט ביי זיין דרשה די גרויסקייט און קלוגשאפט און יראה פון זיין ברידער דער ירושלימ'ער רב.

די דרשה פון ר' אהרן

דאס זענען טייל פון די ווערטער וואס ער האט געזאגט ביי זיין דרשה. גענומען ווארט אויף ווארט פון "אידישן געדאנק" אדר תשנ"ט. תשחח"ל.

"עס איז מיר א גרויסע שמחה אין די צווייטע זייט, בשעת איך טרעט אויף אין ירושלים עיה"ק. איך שטיי אין אדמת קודש בעיה"ק ירושלים, עס איז א שמחה פאר יעדן איד, ווען  מ'קומט קיין ירושלים עיה"ק בפרט יעצט ווען איך בין דאס מאל דא אין א"י, אין ירושלים, וואס איך בין געקומען זיך באטייליגען אין די שמחה וואס מיין חשוב'ע ברודער, דער רב דא, רב ור"מ אין קהלתינו בעיה"ק ירושלים, איז מכניס בנו החביב לעול המצוות איז עס א גרויסע שמחה אז אונז קום מיר אהער זיך באטייליגן אין די שמחה פון מיין ברודער אחי וראש.

"איך בין געווען שבת ביים טאטן זאל זיין געזאנט, און ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט אים וועגען די שמחה, איך האב געזען די השתוקקות וואס ער האט גערעדט מיט אזא גלוסטעניש, וואס ער האט געוואלט קומען בטירחא דגופא פון אזא ווייטן ארט קיין ירושלים, זיך באטייליגן אין די שמחה דא. מ'האב מיר אבער געזען אז ליידער די מצב הבריאות ערלויבט אים נישט, און ער האט נישט געקענט בפועל קומען צו די שמחה, אונז גלייב מיט אבער אז ברוח איז ער זיך משתתף דא מיט די שמחה, און ער האט מיר אנגעזאגט אז דו פארסט קיין ירושלים, צו די בר מצוה , איך מאך דיר פאר א שליח, און שליח של אדם כמותו, און זאלסט איבערגעבן א מזל טוב פאר די אלע בעלי שמחה, ווי ער האט געוואלט ווען קומען. און ער האט געזאגט איך זאל זען מיטצונעמן א מתנה, און איך האב אים געזאגט אז ר' משה גבאי האט מיך שוין מקדים געווען, ער האט עס שוין געברענגט, איך האב געזען ווי ער האט אזוי זיך געזארגט אויף דעם, מ'זאל איבער געבן אין זיין נאמען.

"וויל איך דא זאגן פאר אלע אנ"ש וואס וואוינען דא אין עיה"ק ירושלים, תושבי ארצינו הקדושה, דער טאטע זאל זיין געזונט האט  ממנה געווען מיין חשוב'ן ברודער אלס רב און ראש ישיבה בקהלתינו הק' דא, נישט אזוי גרינג האט ער דאס מחליט געווען אוועקצושיקן א קינד אין די מרחקים אהער ביז קיין ארץ ישראל,  נאר ווייל ער האט פארשטאנען כולו נאה כולו יאה, די כתר הרבנות אין ירושלים עיה"ק, וואס ער איז די גברא דמרא סייעי' הן אין גדלות בתורה, און און הן אין גדלות אין יראה, און גדלות און אלע ענינים און די געוואלדיגע השלמה וואס א רב האט, און וואס א רב דארף צו האבן, כדי ער זאל קענען מרומם זיין קהלתינו הקדושה. מיין חשוב'ע ברודער וואס איז געקומען אהער, די קורצע תקופה וועס ער וואוינט שוין דא, האט באוויזן גדולות ונצרות, אויפצוהייבן קרן התורה והיראה, הן וואס איז נוגע בעלי בתים אין הרבצת התורה, מיט שיעורים פאר בעלי בתים, און וואס איז נוגע אין די תלמוד תורה, פאר בחורי חמד, פאר כולל אברכים, און חינוך הבנות, און אלעס וואס איז נוגע פאר א קהילה נאה וחסידה, מיין ברודער דער גברא דמרא סייעי' מיט זיין סייעתא דשמיא, מיט זיין חכמה, און מיט זיין ישרות, און מיט זיין מדות טובות, וואו ער איז נושא חן כעיני אלקים ואדם, וואס מ'זעט עס וואו מ'גייט און וואו ער שטייט, הן וואס זענען חברים אין קהלתינו, און הן וואס זענען אינדרויסן וואס זענען נאנט, קרוים למחנינו, ווען מ'קומט אין בארירונג מיט מענטשן, און זיי זעען זיינע גרויסע מעלות, זיינע גרויסע פעהיגקייטן, איז עס באמת א גרויסע כבוד פאר קהלתינו הק' אז ער איז מכהן פאר וכבוד, רב אין אונזער קהילה.

"עס איז די וואונטש און די ברכה פון טאטען זאל זיין געזונט, און פון די גאנצע משפחה, און פון אלע אנ"ש אין חו"ל, אלפי רבבות שלומי אמוני ישראל וואס באגלייטן דא, אז דער אויבערשטער זאל אים העלפן, ער זאל האבן גרויס הצלחה, ובכל אשר יפנה ישכיל ויצליח, הוא הגבר אשר הקים עול ער וועט מקיים זיין אי"ה עוד ידו נטוי' ער וועט נאך באווייזן אסאך, איך האב שוין געהערט, עס איז שוין געטאן געווארן דא און עבר, וואס איז ב"ה די קהלה איז געוואקסן אין די לעצטע פאר יאר, ס'איז נתרומם געווארן קרנו למעלה."

ע"כ וואס איז וויכטיג פאר אונזער מאמר.

ביי זיין דרשה האט ער זיך געוואלט אפרעכענען מיט דעם סאטמארען ציבור פון ירושלים וואס האט נישט געוואלט אויפנעמען זיין פלומעניק חיים הערש מייזליש אלס רב פון ירושלים, האט ער געטראפען זייער א קלוגען וועג. ווען ער האט דערמאנט די גרויסקייט פון ביהמ"ד אוהל רחל אז דער הייליגער פעטער ז"ל און להבחל"ח דער טאטע האבן שופך שיח געווען אין דעם מקום קדוש, האט ער אויסגעלאזט במכוון דעם נאמען פון דעם ירושלימ'ער רב דער ראש הישיבה הגה"ק ר' משה ארי' זצ"ל, וועם ר' אהרן איז אלץ געווען א שונא, און ר' אהרן האט געהאלטן אז ער איז שולדיג וואס ר' חיים הערש מייזליש איז אזוי פארפיינטעט ביים ציבור, דעריבער איז זיין נאמען נישט דערמאנט געווארען, כאטש ר' משה ארי' איז געווען דער טאטע פון די קהילה פאר באלד פופציג יאר און דער גאנצער ציבור זענען געווען זיינע תלמידים, אבער מען אים נישט דערמאנען, צו ווייזען פאר זיינע אלע תלמידים ווער עס איז בעה"ב.

די בר מצוה קומט אי"ה באלד



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 29/07/2009 21:10:07




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 21:19 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 21:19 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 21:20 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2009 21:59 לינק ישיר 

נאכען קבלת פנים, איז ר' אהרן געווען געלאדענט אויף א נאכטמאל, במעונו פון רב, ווי עס געווען אנוועזענד אויך דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש. דאן האט זושא געלב געוויזן פאר ר' אהרן דעם ערשטן באנד פונעם נייער ספר "שפתי צדק" וועלכע איז ערשינען לכבוד די בר מצוה. מענטשען וואס זענען דארט געווען פארציילען אז ר' אהרן'ס געזיכט איז געווארן ווייס ווי קאלעך. ער האט איבערגעקוקט דאס ספר פון אונטן און אויבן, און א פרעג געטאן זיין ברודער: "דאס אלעס האסטו געזאגט שוין אין ירושלים, אדער א טייל איז נאך פון סיגעט-ב"פ?" דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו וועלכער איז געזעצן ביים עק טיש פון די צווייטע זייט, איז געווארן רויט און האט זיך געביסן די ליפן. דאן האט ר' אהרן ווידער געפרעגט: וואס עפעס דעם נאמען "שפתי צדק", איז ערגעץ דא מרומז דיין נאמען? האט אים זיין ברודער געענטפערט אז דער זיידע דער יטב לב האט אויך א נאמען געגעבען אויך זיין שו"ת "אבני צדק" און עס איז נישט קיין רמז אויף זיין נאמען.

צומארגענס ביום הבר מצוה איז שמואל הכהן פרידמאן געקומען מיט עטליכע מעסעדשעס אז ר' אהרן האט זיך פארגעקוקט א דרשה לכבוד די בר מצוה, און מען זאל אים מכבד זיין. אבער ווי עס זעט, איז ר' אהרן געבליבען מיט זיין דרשה אין מאגען, ווייל דער דארטיגער רב האט נישט איינגעזען פאר וויכטיג אז ר' אהרן דארף רעדען.

די בר מצוה איז פארגעקומען אין פראנט פונעם ביהמ"ד הגדול "ויואל משה" אין שיכון קרית ויואל משה, אויפ'ן זעלבן ארט ווי דער ברך משה האט געפירט דעם טיש ביי די גרויסע נסיעה תשנ"ד. עס איז געווען אנוועזענד גאר א ריזיגער ציבור, איבער 150 רבנים, גדולי תורה אדמורי"ם ראשי ישיבות, רבנן ותלמידיהון, פון אלע היימישע קרייזן און שיכטן.

ביי די בר מצוה האט גערעדט דער בר מצוה בחור וואס האט געזאגט זיין פשט'ל, דער אבי חתן הבר מצוה דער רב שליט"א. דער משב"ק ר' מרדכי דוד ווידער וועלכער איז געקומען צופארן פון מיאמי, און האט מיטגעברענגט א מכתב קודש פון כ"ק רבינו זצ"ל, א ברכת מזל טוב פאר בנו יקירו דער רב שליט"א לרגלי שמחת הבר מצוה, האט דאס פארגעליינט ברבים. דער גאב"ד ירושלים הרב דושינסקי האט געזאגט דברי ברכה, און אויך האט אויפגעטרעטען מיט דברי ברכה דער ראב"ד ר' ישראל יעקב פישער ז"ל

אינמיטן די בר מצוה, האט געווארט א סופרייז פאר'ן גאנצען ציבור. מען האט אויסגערופען אז דער רבינו הגה"ק דער זיידע, גייט רעדן צום ציבור אויף א הוק-קאפ, און אנווינטשן מזל טוב. דער עולם איז אריין אין א עקסטאז און עס איז געווען אזא שאק אז דער עולם איז געווארען פארשטימט.

ווער עס האט איצט א קוק געטאן ארויף ר' אהרן'ס געזוכט, האט געזען א זעלטענעם פארלוירענעם געזוכט. ער איז ממש אריין געפאלען אין א פאניק, אויס מורא ווער ווייסט וואספארא פאליטישע קאשע מ'האט די אפגעקאכט, ווער ווייסט צו דא גייט עפעס פארקומען א רבנות הכתרה. דער יועץ פרטי וועלכער איז געשטאנען אויפ'ן סטעידזש האט גלייך געפענט זיין סעלפאן און אנגעקאלט עמיצען, זאגענדיג אז דא גייט עפעס פארקומען, און אז משה גבאי האט שוין דא עפעס אנגעווערטשאפט.

דער הויז בחור משה יצחק ווערטהיימער האט געפרעגט צו די סיסטעם איז גרייט און צו דער רבי קען רעדן? גלייך דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן רעדן און וואונטשן דעם ציבור מז"ט. (דעם רבינס ווערטער אין פולע טעקסט קענט איר זען אין בילד.)

די געציילטע ווערטער האט אויפגעטרייסעלט אמת הסיפים פון די בני ברק'ער כנופיא וועלכע האבן געארבעט האנט ביי האנט מיטן יועץ פרטי, אז זיי האבן נישט געוואוסט ווי זיך אהין צו טאן.

ר' אהרן פון זיין זייט האט זיך גענומען שאקלען פון גרויס שאק. אויף אזאנס האט ער זיך נישט געראכטען. ער האט געזען פאר זיך איצט, אז ירושלים איז דערנאך. עס איז געווען א שאג צו קומען און צו פראבירען אנדרייען און צו שטערען. ער האט נישט דעם ציבור פון דא. עס איז שוין קלאר.. ער האט געהויבען פון בענקל אלץ אנגעצויגענקייט. יעדער האט אבער געזען וואס דא איז פארגעגאנגען.

עס איז געווען אזא באמבע אז דער ברך משה האט גערעדט אויפ'ן טעלעפאן ווייל שוין צוויי יאר האבען ר' אהרןס מענטשען געהאלטען אין איין פאמפען מיט מעשיות אז אידן זענען געקומען פון ירושלים און דערציילט פאר'ן רבי'ן ווי שיין זיין זון ר' זלמן לייב איז מצליח אין ירושלים, און דער ברך משה האט נישט געוואוסט בחייכון וביומיכון, ער האט בכלל נישט געהאט קיין אנונג פון וואס מען רעדט, ער האט אינגאנצן נישט געוואוסט אז ער האט אפילו א זון וואס וואוינט אין ירושלים.

נאר א קוק צוגעבן אויף די רייען ווי עס זענען געזעצן די בני ברק'ער שמחה צושטערער די אנהענגער'ס פון ר' אהרן איז געווען א רחמנות, ווייל זיי האבן פארשטאנען אז ר' אהרן איז אויס מלך אין ירושלים. דער רבי האט געזאגט אזעלכע ווערטער וואס מען קען נישט זאגען אויף בנו הגדול והנורא. נאך די דרשה זענען די בני ברק'ער געווען צוטראגן א גאנצן שבת, ווי יעדער וועט זען ווייטער.

די בר מצוה איז געווען די לעצטע התכנסות פון אנ"ש דחסידי סאטמאר פון ירושלים און פון בני ברק תחת קורת גג אחד, וועלכע האבן אנטיילגענומען ביי די בר מצוה שמחת נכד כ"ק מרן רבינו זצ"ל.

שב"ק קומט אי"ה





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.