בית פורומים אחים אנחנו

די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2009 19:42 לינק ישיר 

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, דיינע הנחות זענען געבויעט אויף פאקטן אדער איז דאס דיינע אייגענע השערות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 19:46 לינק ישיר 

אויף פאקטן וואס איך פערזענליך האב געזאמעלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 19:47 לינק ישיר 

קענסט ברענגן עפעס באווייזן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 19:49 לינק ישיר 

וואס מיינט באווייזען? א קאסעטע פון די שמועסען? ווייל אויב מיינסטו דאס, דעמאלטס ביטע גלייב מיר נישט און דארפסט נישט ליינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 19:51 לינק ישיר 

סאו אויף גארנישט האסטו נישט קיין באווייזן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 19:53 לינק ישיר 

פארמעגליך גיי ווייטער זייער א שיינע ארבעט
 עס איז באמת דברים ידועים עס פרישט נאר אביסל אויף דעם זכרון.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 19:54 לינק ישיר 

פארמעגליך, דערווייל האסטו געשריבן נאר זאכן וואס זענען ידוע לכל נאר די ארוינים וועלן יעצט 10 יאר שפעטער פראבירן צו לייקענען. ענטפער אפילו נישט אויף די סארט תגובות, די זיי ממשיך, נאכן פערטיגן דיין באשרייבונג וועסטו אלעס ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 19:58 לינק ישיר 

ער זאגט דאך אז עס פאקטן וואס ער האט פערזענליך געזאמלט?

וויאזוי איז דאס געווארן דברים ידועים?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 19:59 לינק ישיר 

ליגנט איינס: אנשיל שווארץ איז געפלויגן אויפן באפעל פון רז"ל. ר' אהרן האט פראטעסטירט. אבער משה גבאי האט געהאט א פלאן, צו ברענגען רז"ל (טעמפארערי) און אים דערנאך ליפערן קיין ברוקלין צוריק דורך UPS.

ליגענט צוויי: דער פאליטיק מיט רבי משה ארי' זצ"ל האט געפירט משה פרידמאן. ער האט אים געצאפט דאס בלוט. ר' חיים הערש מייזליש האט קיין יד קיינמאל נישט געהאט דערין. פארקערט.

ליגענט דריי: דער פלאן האט נישט געלויטעט אז רז"ל וועט ווערן רב אין גאנץ סאטמאר אין ארץ  ישראל. נאך א שיינע שקר פון תשס"ט. וועמענס פלאן? אפשר א פרישע למה נגרע? דער פלאן איז געווען כמבואר בליגענט איינס.

ליגענט פיר:  ווער האט געווארפען ר' מענדל דאווידאוויטש? א פרישע שקר וואס די קענסט שרייבן אין היידפארק תשס"ט.


איך וועל אי"ה ממשיך זיין מיט די פרישע ליגענט ווי זיי וועלן אינטערקומען:




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 20:02 לינק ישיר 

פארמעגליך, גיי ווייטער שטעל זיך נישט אפ, ענטפער אפילו נישט פאר דעם שקרן יונה. זאגסט גוט, ווער ס'וויל נישט גלייבן זאל נישט גלייבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:02 לינק ישיר 

יונה האסט פארגעסן וואס ירושלימער רב האט זיך אויסגדרוקט ביי א ברית
אויף חיים הערש?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:03 לינק ישיר 

זייט יענע צייט זענען די גאנצע מייזליש געווארען געשוואורענע שונאים פארן נייען ירושלימער רב. אבער זיי האבן געמוזט שווייגען ווייל ר' אהרן איס געווען דער וועלעכער האט למעשה אים אהינגעשיקט און ער איז געווען דער וואס האט ר' חיים הערשען צו ווארפען די פלענער.

 

אז ר' חיים הערש וואוינט שוין אין בני ברק האט איצט אנגעהויבען צו בלאזען אנדערע ווינטען. די דארטיגע פאליטיקאנטען האבן דא געהאט א נאנטען פריינט וואס הייסט מתתיהו דייטש. און דער מתתיהו איז אלץ געווען א גאר נאנטער מענטשן צו ר' אהרן, ווי איך הער פון אלץ בחור אין קרית יואלער ישיבה.

 

אלנפאלס זיי האבן צו ביסלעך אנגעהויבען צו העצען ר' אהרן אז דער נייער רב אין ירושלים איז צו שיין מצליח און עס מוז זיין אז משה דער גבאי מיינט נישט זיין טובה.

 

בני ברק איז אלץ געווען אין שאטען פון ירושלים. זיי האבן אלץ געהייסן מער בעסערע מענטשען און די ירושלימער האבן אלץ געהאט מער א פרומערען און חסידישען נאמען. ירושלים איז למעשה געווען א פרומערע קהילה ווי בני ברק ווייל זיי האבען געהאט דעם גרויסן צדיק רבי משה אריה אלס ראש ישיבה און זיי האבן געזען אין אים זייער טאטע און רבי. און ער האט זיי טאקע געמאכט פאר גאר פרומע און אפילו כאניאקיש.

 

די סאטמארע פרויען אין ירושלים גייען אנגעטון פרומער ווי אין ב"ב און רוב קהילה טראגן ביבער היטען און שפעטער זיך אונגעטון דעם ירושלימער לבוש אויף שבת אויפן בקשה פון רב זצ"ל.

 

און דערפאר איז אלץ געווען א שטיקל שפאן צווישען סאטמאר ירושלים און סאטמאר ב"ב. דער אינערליכער שפאן האט געהאט א גרויסען חלק אז דער סיגוטער רב איז געווארען שפעטער דער רב אין סאטמאר וויליאמסבורג און עווענטועל דער רבי פאר א גרויסער טייל פון סאטמאר איבער די וועלט

 

המשך יבוא



תוקן על ידי שסופסקים ב- 10/06/2009 20:14:32




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 20:05 לינק ישיר 

פארמעגליך איך האף אז דאס וואס די שרייבסט דא איז נאר אויסצוגן פון דעם ביכל וואס די גייסט ארויסגעבן, עס איז דא בערג מיט חומר צו באשרייבן, און די בארירסט נאר דא ממש די שפיצן, עס איז אוממעגליך אלעס אריינצוריקן אין פארעם פון א אינטערנעט ארטיקל. איין זאך קען איך דיר זאגן אויב די וועסט ארויסקומען מיט א ביכל וועט דאס זיין 'בעסט סעלער'!, די מאכסט א גוטע ארבעט, חזק ואמץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:07 לינק ישיר 

פארמעגליך KEEP ON GOING
איך ווארט שוין אזוי לאנג אז איינער זאל זיך נעמען דו מיה
אין אראפלייגן דעם כראנישן סדר
עס איז א פלאץ ווי קיין איין ארוני וויל נישט אהין גיין

לאז יונעלען ארומפליען קוק נישט אויף אים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:08 לינק ישיר 

ר' יונה, דו וועסט מזען האבען געדולד ווייל דער פאליטיק צווישען ירושלימער רב זצ"ל מיט ר' אהרן וועל איך ווידמען שפעטער. איך מוז מיך האלטען צו א ליניע און איך וועל שרייבען אלעס אין א רייע.
 דער ציהל פון דעם באשרייבונג איז נישט וועגען ר' אהרן צו וועגען משה גבא. זיי זענען ביי מיר אויף די האר אייניג אויף אלעם שולדיג.

איך וויל נאר דא רעדען איבער שמואל ווידער און איבער זיינע מעשיות וואס ער באקט, און דער ציהל איז נאר איין זאך, משוגע מאכן די ארוניש פארטיי. נאר זיי ווערען צו חושט פון אים.

איך ארבעט אין א רייע און עס וועט זיך ארויסשטעלן באלד און שפעטער א אינטערעסאנטער בילד פון אים און וויאשוי דער איז ל"ע ארויס פון דעת.

ער איז נישט געווען א מושענער פון געבורט. די פאלטיק מיט די דורכפאלן פון אים און ר' אהרן האבן איך ממש אינדאנצן צוגעפירט צו א נערווען בראך

אלנפאלס, האק מיך נישט אבער ווייל ווי געזאגט וועלען מיר אלעס קלאר מאכן שפעטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.