בית פורומים אחים אנחנו

די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/6/2009 20:15 לינק ישיר 

פארמעגליך נעמסט זייער א גוטע ליניע כלפי דעם יונה'לעס קאנטער אטאקעס. און דיר יונה וואלט איך געראטן זאלסט נישט צופיל רעדן איבער דאס התנהגות פון חיים הערש מייזליש און די מערכה מיטן ירושלימער רב זי"ע, אלעס וועט סייווי נתגלה ווערן דא, איז דאך א שאד זאלסט דיך פארשאפן א אימעידזש ווי א ביליגער שקרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:15 לינק ישיר 

ר' יונה, איך האב באשלאסען אז איך וועל איצט נישט שרייבען פון ר' אהרן און ירושלימער רב. עס איז נישט אין די נושא און עס איז אלטע אויסגעדראשענע זאכן. אויב ווילסטו האלטען אז משה האט געצאפט יורשלימער רבס בלוט און ר' אהרן איז געווען דער וויאולער און פיינער און איידעלער, אשרי לך.

איך האלט מיך צו מיין ליניע און איך וועל נאר אנרירן וואס עס פעלט אויס פאר מיין ציהל.

און אויב וועסטו וועלען מיך אריינצען אין זייטיגע נושאים, וועסטו פון מיר נישט ליינען קיין ענפער. איך ליין דיך דוין לאנגע יארן דא, און דו ביסט ביי מיר א נארישער שקרן וואס איז נישט אחראי אויף קיין איין איינציג ווארט וואס דו שרייבסט.

אנטשולדיגט, פארמעגליך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 20:23 לינק ישיר 

פיר ליגענס. האב איך קלאר געשריבן.
 נישט פארדרייט קיין נושא.

דער וואס האט עס אפגעמעקט קען נישט דערהייבן אז מ'דעקט אים אויף דעם שלייער...

נאכאמאל:
געווארפן אנשיל שווארץ האט רז"ל.
ר' חיים הערש מייזליש האט זיך קיינמאל נישט געקריגט מיט רבי משה אריה. א פיסטער שקר. משה גבאי'ס שייגעץ שטיק שמירסטו אן אויף יעדן איינעם אנדערש.

מיינסט אוודאי אז מיר פארגעסן פון "מוסדות רמ"א און כולל יד רמ"א מיט די דין תורה
משה גבאי מיט אביגדור יאקאבאוויטש האבן זיך איינס דאס צווייטע פראבירט אינטערצוברענגען און דערפאר האט משה פרידמאן אנגעפיקסט רבי משה אריה'ן.

קענסט ווייטער מעקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 20:24 לינק ישיר 

פארמעגליך לייג גרעסערע שטיקער אויף איינמאל
עס ציט אן דו נערווען אזעכע קליינע שטיקלעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:25 לינק ישיר 

אין בני ברק האבען די יונגעלייט אנגעהויבען צו פירען א מערכה קעגן דעם נייעם רב, און לכתחילה האט ר' אהרן נישט געוואלט זיך צו הערן און זיך אריין לאזען אין די פאליטיק, אבער זיין שרעקליכער נאטור פון אומפארגינען אפילו פאר א פליג אופן וואנט, האט אים צוגעברענגט אז ער זאל יא אננעמען די ראט פון בני ברק און פון זייער פארבינדעטער דא אין אמעריקע, מתתיהו דייטש.

 

דער רב אין ירושלים האט אין דער צייט אויסערגעווענליך אויסגענעמען ביי די אנ"ש אין ירושלים. למשל, ער האט נישט אוועקגענעמען דעם מוסף ראש השנה פון דעם לאנגיעריגען בעל תפילה ר' ליפא שווארץ, אנדערש ווי ר' מענדעל אין אנטווערפען וואס האט יא אוועקגענעמען פון דעם לאניעריגען בעל תפילה ר' פרץ לעפקאוויטש, און ר' ליפא האט געקענט באשטיין און פארשטאנען אז עס קומט פארן רב, דאך האט דער רב נישט געוואלט דאס צו נעמען און ער האט געדאווענט די שחריתים. און אזוי נאך און נאך אזעלכע שיינע טאהטן וואס האט אים אין דער ענדע געברענגט בלויז כבוד און תפארת ביי זיין נאבעלע קהילה

 
המשך יבוא



ביטע ניצן נארמאלע פאנטס, שסופסקים



תוקן על ידי שסופסקים ב- 10/06/2009 20:34:35




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 20:29 לינק ישיר 

שטותים והבלים א שאד דיין צייט און די ליינערס צייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:32 לינק ישיר 

געלעכטער, איך וועל דיר זאגן באמת. איך ארבעט דא מיט עטליכע מענשטען און עס נעמט צייט אלעס מסדר צו זיין.
ביז דערוויל האט הנאה און מיר פארשפרעכן אז דער נושא וועט נישט אזנעל אראפגיין פון טיש.

מיר האבן זיך פשוט און פראסט גענומען איבער שמואל ווידער'ס ביינער, און מיר ווילן ווייזן פאר די ליינער זיינע אין בלאט אז ער זעלבסט האט אפגעמאכט אז אלע זיינע ליינער בלי שום יוצא מן הכלל זענען קעלבער און שטירן.

ער האלט באמת אז זיין גאנצע פארטיי זענען אקסן וועם מען קען איינרעדען אזאנע שטותים וואס פאר 15 יאר צוריק וואלט אזא איינער געטראגען אזא פנים ווי אלקני ראטענבערג וואס פלעגט אלץ דערציילען פרישע נארישע הוילע שטותים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 20:35 לינק ישיר 

ליגענט 5:

מיין זכרון ארבעט ב"ה זייער גוט. און איך געדענק אז אין תשנ"ה האט שוין שלמה יאנקעל געבלבמאן געוויסט דעם סוד אז רז"ל גייט מען שיקן קיין ארץ ישראל טעמפארערי. נישט איבערצונועמען ר' משה אריה'ן נאר איבערצונעמען זיין טאטן און ארויסיאגן זיין ברידער.

ס'אי געווען א קנוניא. צווישן רז"ל, משה גבאי, אליעזר קעסטענבוים, אביגדור יאקאבאוויטש און אפרים שטערן. אמת ויציב.

געוויסט דעם סוד האט קיינער נישט, נאר די איינסייד סוירקל פון רז"ל זושא געלב און פאלאק, און שלמה יאנקעל און זיין קליקע פייוויל ווייס, ברוך מרדכי לעבאוויטש.

דאס איז ביי מיר ברור כשמש בצהרים. עס איז אלעס געווען אויסגערעכנט אויף די האר.
נאר די השגחה עליונה האט אבער געפירט אנדערש.

יעצט לאמיר צוריקגיין פארוואס שמואל ווידער איז יצא מדעתו, און פארוואס משה גבאי איז נכנס מדעתו. שפין נאך אביסל לאקשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 20:39 לינק ישיר 

דערווייל איז דאס רעזערווירט פאר פערזענליך.

און די מינוט וואס פערזענליך וועט זיין פערטיג וועט יעדער קענען ענטפערן.

וואלווי


תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 10/06/2009 20:38:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:41 לינק ישיר 

דערווייל איז דאס רעזערווירט פאר פערזענליך.

און די מינוט וואס פערזענליך וועט זיין פערטיג וועט יעדער קענען ענטפערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 20:47 לינק ישיר 

וואס האסטו מיט שלמה יענקל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 20:52 לינק ישיר 

ר' אהרן האט זיך אין דער ענדע געבראכען. ער האט אנגענומען די בקשות פון בני ברק אז זיי ווילען נאר אים האבן אלץ רב, און משה מיטען ירושלימער רב וועלען אים אין דער ענדע באגראבען.

 און מתתיהו דייטש האט אים אויפגעקלערט אז עס איז צייט אנצוהייבען זיך בויען. מען קען נישט ווארטען אויף מיתת אביו, מען מוז אנהייבען שוין ווערען אומאפיציעל רבי איבער גאנץ סאטמאר.

זיי האבען אים דערפאלגרייך אויפגעקלערט אז עז איז צייט אנהייבען מאכען שבת פאר זיך, ער דארף זיך ארומנעמען מיט נייע מעטשען אוןאפלאזען זיין טאטענס נאנטע, ווייל זיי וועלען אים נישט לאזען אלעס טון. זיי וועלען פאר זיכער נישט צו לאזען אז ר' אהרן זאל שוין ווערען דער מ"מ.

 און בני ברק האט באקומען די גוטסהייסונג פון קרית יואל אז ער שטייט זיי צו דער האנט און ער וועט זיי ח"ו נישט לאזען פאלען.

 און אזוי האט ער אנגעהויבען אריינצוקומען אויף שבתים קיין וויליאמסבורג צו מאכען התוועדותן ווייל זיין טאטע זיצט אין פלארידע און די יונגעלייט ברויכען א דבר חיזוק ווי קאלט וואסער פאר א מידען און אויף קיין בארא פארק ווייל די דארטיגע יונגעלייט זענען שוין אויך פארחלשט פאר די דברי חיזוק.

 און אונטער די קוליסען האט אנגעהויבן אויסשיסען א ברענדיגער פאליטיק צווישען אים אין משה.

 משה האט אלעס געזען. און איך וועל אייך נישט דערציילען אז משה גבאי האט געמיינט דעם אייבערשטען צו די קהילה. איך בין נישט געשטעלט געווארען צו פארענטפערען משהן. אבער די פאקטען זענען אז משה האט געזען א קלארען פארלעצונג פון די אפמאכען און פון די הנהגת פון א עלטערען רבין צו א זון וועלעכער איז שרעקליך אמביציעס שוין איבערצונעמען די מלוכה.

משה האט פארשטייט זיך, נישט צוזם געלייגט זיינע הענט. ער האט אנגעהויבען א אומאפיציעלען קריג מיט ר' אהרן וואס יעדער האט דאס געזען, און דער איד האט כסדר אראפ געברענגט דרשות פון ירושלימער רב, אבער דער ציבור האט אפילו אין די מחשבות נישט געוואלט טראכטען דערפון. עס איז געווען א בחינה פון איך זע גארנישט און איך הער גארנישט.

המשך יבוא



תוקן על ידי שסופסקים ב- 10/06/2009 21:14:38




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 21:00 לינק ישיר 

א גוטע סערוויס פון די מנהל
יישר כח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/6/2009 22:57 לינק ישיר 

ווינטער תשנ"ט האט זיך דער פייער פיל פארגערעסערט און האט עווענטועל צוגעפירט אז דער ירושלימער רב איז געקומען קיין וויליאמסבורג ווערען דער רב פון סאטמאר.

 

א שטיקעלע כראנאלאגישען סדר.

 

איך מיין אז עס איז געווען יענעם ווינטער ווען הירצקע צוויבעל האט אויפגערודערט סאטמאר אז דער רבי דער ברך משה האט אים געפרעגט, על פי לשונו: וואס האבן די רשעים געוואלט אז איך זאל זיי אונטערשרייבען. די רשעים זענען געווען אליעזר קעסטענבוים און משה דער גבאי.

 

עד היום הזה ווייסט קיינער נישט (אויסער הירצקע, אליעזר, און משה) וואס איז דעמאלטס פארגעקומען, אויב עפעס. עס איז שוין דורך אריבער 10 יאר און עס נאך אלץ נישט ארויפגעשווימען וואסערע חתימה האט איינער געוואלט צו טאקע ארויסדערווישט פונעם ברך משה.

 

נאך א שטילער אויסטויש פון פייער איז געווען ווען דער דעמאלטסדיגער ירושלימער רב האט בר מצוה געמאכט זיין יונגסטן זון ליפא וואס איז פארגעקומען אין ירושלים. עס איז געווען די ערשטע שמחה וואס ער האט דארט געמאכט און מען האט צוגעשטעלט א שיינע בר מצוה.

 

עס האט זייער ערענסט געהייסן אז דער ברך משה וועט פארן צו די בר מצוה און אינאיינוועגס וועט פארקומען א שטיקעל אפיציעלע הכתרה, אז דער רבי וועט דארט ביי די בר מצוה רעדען צו די דארטיגע קהילה.

 

למעשה האט ר' אהרן אפגעטון א שטיקעל פאר זיין יונגערען ברידער און איז ספעציעל אראפ געפארען קיין מיאמי ווי ער האט דארט סאבאטאזשירט די נסיעה.

אין די ענדע איז אהרן געפארען אין שליחות פון זיין טאטען. היינט איז שוין באוויסט אז דער ברך משה האט אים נישט געשיקט, און דער ירושלימער רב האט אים אפען געבעטען נישט צו קומען צו דער בר מצוה.

 

היינט איז שוין באקאנט אז מתתיהו דייטש האט דעמאלטס ערקלערט אז ער גייט מאכען פון זלמן לייבן א סענטוויטש (אז ר' אהרן וועט קומען, וועט דאך גאנץ בני ברק-סאטמאר אויך קומען און אזוי וועט דער דארטיגער רב ווערן צוקוועטשט).

 

אבער ר' אהרן האט געוויסט אז זיין ברידער וועט גארנישט קענען טון אויב פארט ער יא, און ער וועט אים אפיציעל מוזן מכבד זיין, און דאמאלטס וועט ער אים שטעלען אין שאטען.

 

המשך יבוא  

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/6/2009 23:08 לינק ישיר 

ווען ר' אהרן איז אנגעקומען קיין ירושלים האט ער ביים קבלת פנים געמאכט א אנשטעל ווי ער איז געקומען צו דער געעוואלדיגער שמחה און ווי שטארק ער איז פרייליך מיט זיין ברידער און אויך האט דער דארטיגער רב צוריק געלויבט זיין ברידער און אזוי איז אלעס אפיציעל געווען פארהאלטעסמעסיג שטיל.

 

מה עשה הקב"ה, ר' אהרן איז געווארן פיבעריג, ער איז געזעצען ביי דער בר מצוה מיט א פעלץ (כדרכו בקודש, ער גלייכט זייער זיין אויס'קוק אין א פעלץ...) און ער האט נישט געקענט אפילו רעדען ביי דער בר מצוה.

 

אבער איינער האט יא גערעדט, און דאס איז געווען דער רבי פון מיאמי דורכן טעלעפאן. דער רבי האט זייער שיין אויסגעלויבט זיין זין און געזאגט פאר די קהילה ווי גליקליך זיי זענען מיט אזא רב, א חכם א מתון און נאך הערליכע לויב ווערטער.

 

די דרשה האט ר' אהרנס פאליטיקאנטען ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט. עס האט זיי ארויסגענומען פון די כלים אז זיי האבען נישט געוויסט ווי זיך אהינצוטון. יצחק ראזנבערג האט דעמאלטס אנגעטראגן עטליכע טויענט דאלער פארן הויז בחור אז ער זאל פארקויפען די צעטיל פון וואס דער רבי האט גערעט, און דורך דעם צעטיל וועט ער קענען ווייזען אז מען האט דעם רבין פארגעברייט מיט די דרשה און נישט דער רבי אליין האט דאס צוגעגרייט. למעשה האט דער הויז בחור געמאכט א שטיקעל מיט אים און האט נאך ארויסדערווישט פון יצחקן די איינגאבע פון 500 דאלער.

 

די מעשה פון יצחקן האט נאך מער געוויזען פאר משה ווי דער מצב האלט מיט ר' אהרן און זיינע נאנטע.

 

המשך יבוא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.