|
|
| נשלח ב-11/6/2009 05:02 |
|
| |
רב הצעיר
עס זענען פארהאן גענוג און נאך ווייסער וואס וויסען אז ר' אהרן האט שוין געארבעט במשך די יארן תש"נ-נ"ט, דורך פארשידענע וועגען אז דער טאטע זאל אים מאכן פאר רב הצעיר איבער סאטמאר.
ער האט געשיקט בערל פרידמאן רעדען מיטען רבין אין פלארידע און דער רבי האט עס אפגעווארפען, דאס איז א פאקט. פארוואס דער רבי האט עס אפגעווארפען קענען מיר זיך מחולק זיין ביז מארגען אבער דער פאקט איז געווען אז דער רבי האט אים נישט געוואלט אויפנעמען פאר רב הצעיר.
נאך איין פאקט איז וויכטיג צו וויסען. דער רבי האט קיינמאל פארן ציבור נישט ארויסגעוויזען אז ער וויל ר' אהרן זאל זיין דער מ"מ זיינער נאך די מו"ש. וואס ער האט געזאגט פאר דעם און פאר יענעם איז אפילו נישט אינטערעסאנט, ווייל ביז היינט האט זיך נאך קיינער נישט ארויסגעשטעלט זאגען אז פאר אים האט דער רבי דער ברך משה געזאגט אז מיין אהרן זאל זיין דער רבי איבער גאנץ סאטמאר.
ווי איך האב געהערט האט דער רבי אפילו געזאגט פאר ר' אהרן, א טאג נאך וואס ער האט אויפגענומען דעם היינטיגען רבין אלס רב אין וויליאמסבורג, אז א רבנות איז שייך איבערצוגעבען ווייל דאס גייט בירושה, אבער רעביסטעווע, ווי איז שייך צו זאגען פאר מענטשען אז דו זאלסט אויפנעמען דעם אדער יענעם? א רבי איז דאך א זאך וואס האט צו טון מיט א געפיל, א הארץ, און דאס קען מען נישט איינטיילען.
און רבנות, האט דער רבי דעמאלטס געזאגט פאר ר' אהרן, איז דאך נישט מעגליך אז דו זאלסט קענען פירען גאנץ סאטמאר איבער די וועלט. עס איז נישט פארהאן דער מענטש וואס קען פירען א רבנות פון טויזנטער מעמבערס, צענדליגער טויזנטער קינדער קע"ה, פילע מוסדות אנשטאלטען, ממילא מוז מען דאך האבען א רב אין יעדער פלאץ אין דער וועלט.
און טאקע אזוי האט דער ברך משה אלץ געטון. ער האט אריינגעלייגט אין יעדען סאטמארען קהילה א רב וואס זאל דארט אנפירען. אין מאנטריאל זיין איידעם ר' דוד מייזליש, אין לאנדאן ר' נתן יוסף ז"ל, אין קרית יואל ר' אהרן, אין בארא פארק 53 ר' בעריש זיין איידעם, און ב"פ 15 ר' שלום אליעזר, אין ירושלים איז געווען דער גאב"ד זצ"ל, אין בני ברק ר' אלי' כ"ץ, אין מאנסי זיין איידעם ר' חיים יושע, און ער האט געזאגט פאר ר' אהרן אז וויליאמסבורג דארף האבן פונקט אזוי א רב.
ווילאנג דער רבי איז געווען ביי די כוחות איז ער געווען דארט דער רב, אבער ווען ער איז געווארען שוואכער האט ער געוואלט אויפנמען זיין זון ר' זלמן לייב. (איך וועל באלד צוקומען, לענגער, ואס איס געווען ווען ר' אהרן האט אים געזאגט אז ער קען יא פירען וויליאמסבורג.)
המשך יבוא
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 11/06/2009 18:17:14
תוקן על ידי שסופסקים ב- 11/06/2009 20:19:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 05:08 |
|
| |
| מיכל_וואלף כתב: |  | דערווייל איז דאס רעזערווירט פאר פערזענליך.
און די מינוט וואס פערזענליך וועט זיין פערטיג וועט יעדער קענען ענטפערן. |
|
לאמיר זיך האלטן פעסט: דער מנהל איז "נישט" קיין זאלי, און דער פורם איז נייטראל!
חזרט אייך דאס איין ווייל מ'קען עס גרינג פארגעסן...!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 05:22 |
|
| |
האסט דיך דערמאנט?
גוט מארגן!
קיין איין פשוטע מענטש ליינט נישט דא. (אינקלאדעט איך עפ"י רוב - שרייבן שרייב איך אין ערגעץ נישט עפ"י רוב ב"ה).
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 05:41 |
|
| |
איך וועל קודם דערציילען וואס איך מיטען גאנצען ציבור האבען מיטגעהאלטען און קען זיין אז שפעטער קען קומען אנאליז, אויב איינער איז אינטרעסירט דערינען.
איך וועק מיך אויף זונטאג, דעם צווייטען טאג חוה"מ פסח תשנ"ט, און איך הער אז דער רבי באט היינט פארטאגס אויפגענומען ר' אהרן אלס דער רב הצעיר. נישט מער אן נישט ווייניגער.
איך און מיינע חברים האבען געוויסט אז עס איז דערנאך מיט משה מיט זיינע מענטשען. ר' אהרן האט געמאכט א גוטען שטיקעל, טאקע נישט אזוי שיין, אבער עס איז געלונגען, ר' אהרן איז דער רב הצעיר און ווארשיינליך דער צוקונפטיגער רבי.
וויאזוי עס איז צוגעאגנען דאס ווערען רב הצעיר איז דעמאלטס געווען באוויסט פאר אלעמען, אז נאכדעם וואס ביינאכט האט אים אליעזר געסטראשעט אז דער ברידער קומט דא ווערען רב, האט ר' אהרן געזען פאר זיך א וואנט וואס ער מוז טון משוגענע שטיק דארט ארויפצוקריכען. און ער האט באשלאסען מיט זיינע יועצים און זיין רעבצין אז מען גייט דא טון א אויסער ארדענטליכער שריט, וואס היינט ווען מען קוקט צוריק איז עס לאכעדיג, אבער דעמאלטס האט ער געטון עפעס וואס איז נאך פאר זיכער קיינמאל נישט פארגעקומען אין דער אידישער היסוטריע
5:30 פארטאגס ווען דער רבי איז נאך געשלאפען און נאר מענדל בריל איז אויף געווען איז הירצקע צוויבל אנגעקומען און האט געווארט אז דער רבי זאל אויפשטיין.
ווי נאר דער רבי איז אויפגעשטאנען האט הירצקע געקאלט ר' אהרן אז ער קען קומען און ער האט אים געפענט די טיר. ר' אהרן איז אנגעקומען אינאיינעם מיט רעביצין סאשע.
ווי נאר דער רבי איז אריין אין ספרים שטוב האט הירצקע צוויבל אויסגעשפארט מענדל בריל.
וואס דארט איז פונקטליך געווען ווייסט קיינער נישט געהעריג ווייל ר' אהרן דערציילט אויך נישט.
מענדל איז גלייך געגאנגען אויפוועקען דעם הויז בחור זאגן אז ר' אהרן האט זיך אריינגרוקט און אז עס איז צרות. דער הויז בחור לויפט אויפוועקען משהן אבער משה הייבט נישט אויף. ענדליך נאכען אריינשרייען אינעם ענסערינג מאשין אפאר מאל, הייבט משה אויף
און דער הויז בחור איז אים מודיע אז דער פוטש איז אין אפעקט און עס איז נישט דא וואס צו טוען. משה זאגט, גוט מען וועט זען.
די נעקסטע זאך וואס מען ווייסט איז, אז ר' אהרן האט געקאלט בערל פר"מ: "מזל טוב דער טאטע האט מיך געמאכט פאר רב הצעיר", און ער גיט איבער דעם טעלעפאן פארן רבין. דער רבי פרעגט אים ווי אזוי עס דורך דער יו"ט אין ב"פ און קיין ווארט פון רב הצעיר. דאס זעלבע איז געווען מיטען אנדערען ראה"ק יאנקל כהנא. ר' אהרן קאלט אים און וועקט אים אויף: "מזל טוב דער טאטע האט מיך געמאכט פאר רב הצעיר",און ווידער גיט ער איבער דעם טעלעפאן פארן רבין און ווייטער נישט איין ווארט פון רב הצעיר.
און אזוי איז ביז דעציילטע סקונדעס געוואר געווארען גאנץ סאטמאר אז ר' אהרן איז געווארען דער רב הצעיר. איבריג צו דערציילען די שמחה וואס האט געהערשט ביי ר' אהרנס מענטשן די בכל אתר ואתר, און זיכער איז איבריג צו דערציילען וויאזוי עס האט אויסגעזען דער צופרי ביי די אידען, וואס היינט ווייזט זיך ארויס פארמאגען דעם מיאריטעט אין סאטמאר. נאר דעמאלטס זענען זיי געווען אין די מייזען לעכער וויסענדיג אז איצט גייען זיי אלע ווערען צוטרעטען דורך די טעראריסטישע יונגען באנדעס
המשך יבוא
תוקן על ידי שסופסקים ב- 11/06/2009 20:20:08
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 06:14 |
|
| |
עס איז שוין לעבעדיג אין גרויסען ראדני סט. שול, ר' אהרן שטייט ביים אויבן אן מיט געמאכטע פיאות, ווי א בר מצוה בחורל וואס איז נאר איצט אנגעקומען אין זאל, און נעמט אן מזל טוב פון ציבור. איך קוק היינט צוריק און דערמאן זיך, איך בין געשטאנען אין די רייע ווי א שעפסעל ווען נעבען מיר שטייען נאך שעפסען און מען גיט מז"ט פארן שמייכעלדיגען זיבעלע מיט הויך געקרייזלטע פיאות, אזוי ביז'ן האלבען שטערען...
ווי עס ווייסען אלע, האט ר' ליפא האט זיך דערהערט וואס דא גייט פאר איז ער געגאנגען צום טאטן אין הויז און אים געפרעגט צו עס איז אמת אז דער טאטע האט געמאכט אהרנען פאר רב הצעיר? דער רבי האט נישט קיין אנונג פון וואס ער רעדט.
איידער דער רבי איז אריינגעקומען גייט ר' ליפא צו ר' אהרן און זאגט אים: איך האב פריער גערעדט צום טאטען און ער ווייסט נישט פון גארנישט. לייג עס אויף "האלד" און נאכען דאווענען וועלן מיר ביידע גיין צום טאטען און מען וועט זען וואס דא גייט פאר. ר' אהרן ענפערט אים, הייפערדיג, דריי נישט קאפאון לאז מיך אפ. און נעמט ווייטער מזל טוב ביז דער רבי איז אנגעקומען אין שול דאווענען.
דער שוהל האט געקאכט און געזידט ווי קיינמאל בעפאר. איך ווייס נישט צו דער רבי האט דעמאלטס געהאט איין מנין וואס האט מיטגעדאווענט.
משה דער גבאי קומט אן אין שול אינמיטן דאווענען, שפאצירט ארום אין בית המדרש כאילו עס איז תשמ"ט. איך פארשטיי נאך היינט נישט זיין גבורות הנפש וואס ער האט דעמאלטס געהאט, און האט נאך היינט.
נאכען דאווענען ברעכט אויס קול רינה וישועה פון "די בחורים און יונגעלייט" די ארמיי ארבעט ווי געפלאנט, און עודך שטעלען זיך אלע צו אין א רייע און מען ווערט נאכאמאל שעפסען... מען גייט געבן מזל טוב פארן רבין. דער רבי האט גשמייכלט ווייל ביי אים איז געווען זיכער אז עפעס א אייניקל איז געבוירן, און ער פרעגט ר' עזריאל ביי וועם איז דא א מזל טוב?
ר' עזריאל האט מורא און ענטפערט נישט געהעריג. שפעטער ווען דער רבי איז אריין אין שטוב האט אים ר' עזריאל דערציילט דעם אמת אז ר' אהרן זאגט אז דער רבי האט אים אויפגענומען פאר רב הצעיר.
ווי נאר ער האט דעס ארויסגעזאגט, האט אנגעהויבן גיין קולי קולות, "ער איז א שקרן, דאס איז וויזשניצער שטיק". (אגב, דאס ווארט "וויזשניצער שטיק", האט דער רבי שפעטער פיל גענוצט, ווי איר וועט שפעטער ליינען.)
ר' אהרן האט אלעס אונטערגעהערט און זעט אז עס איז צרות. ער הייבט פיס אין טראגט אפ פון שול.
המשך יבוא
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 11/06/2009 6:14:34
תוקן על ידי שסופסקים ב- 11/06/2009 20:20:41
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 06:51 |
|
| |
איך בין נאכנישט זיכער אז פערזענליך איז א זאלי.
ער זאגט אפען אז די מלחמה איז צווישען ר' אהרן מיט משה אין האט נישט מיטן טאטע, בערך דאס איז די טענה פון די אהרונים.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 07:36 |
|
| |
הער מיך גוט אויס גרינטשו. מיין מיינוג איז אז דער רבי האט ניטאמאל געהאט די רעכט צו מאכען ר' אהרן פאר רב איבער גאנץ סאטמאר. זאג דו אליין, דו זעסט היינט טויזענטער, טויזענטער אידען פון סאטמאר האלטען אז ר' אהרן איז נישט אן ערליכער איד, און יעדער זעט וויאזוי ער פירט זיך היינט אויף, מלא שקר און מלא בלאף, מלא קינדיש און נאריש, ליגט אין בילדער און האלט דרשות מלא לגיונות און בלאף, קען אפילו זיין א קלער צו ארויף צו צווינגען אזא פארשוין אלס רב אויף די פרומסטע קהילה?
ער מאכט די שרעקליכסטע מיסטעיקס וואס א מענטש קען נאר מאכען, ער ווארפט ארויס פון זיין קהילה אזא איד ווי ר' עזריאל גליק, קען דען זיין אז אז משה גבאי האט דאס צוגעברענגט?
עס ווייסט יעדעס קינד אז ווען ר' אהרן שטעלט זיך אויף אין די ישיבה פאר צוויי וואכען צוריק און זאגט פאר זיין מיליטער אז דער פראבלעם מיט די שפאנישע גראבינגען איז: התגרות באומות, אז דאס איז געווען מלא שקר. ער האסט אתרא קדישא שוין לאנגע יארען ווייל ר' דוד שמידל און די אמעריקאנער עסקנים זענען נישט מיט אים, און ווילסטו מיר קומען פרעגן צו דער רבי האט זיך געקריגט, צו משה?
וועם גייט אפילו אן ווער עס האט אים געמאכט אויס רב הצעיר? מיר גלייבען באמונה שלימה אז דאס איז געשען ברוב רחמים און חסדים פון הייליגען באשעפער, ממילא איז ניטאמאל קיין חילוק ווער דער שליח איז געווען און זיכער איז נישט קיין חילוק וואס די ארונים טענהן!
איך שרייב דאך די פאקטען אז ר' אהרן האט געהאט תשנ"ט אונטער זיך גאנץ סאטמאר, און תשס"ט פייט ער מיט יעדע אינטערנאציאלע ארגאנזאציע ווייל זיי האבען אלע אויפגענומען זיין יונגערען ברודער מיט די זעלבע כבוד און טיטלען ווי אים. קען דען אפילו זיין אז דאס האט דורכגעפירט א בשר ודם?
ווען יעדער זעט אז די גאנצע ארונישע פארטיי ווערט געפירט פון שמואל ווידער, און בלויז ער איז דער וועלעכער מאכט זיי אויפלעבען מיט אזעלכע בעיבישע מעשיות און ליגנטס, ער דרייט ארום מיט זייער קאלבישע מוחות וואך איין וואך אויס, קען דען זיין אז דאס האט משה גבאי געמאכט?
מען נעמט א ציבור וואולע אידען כאטש זיי זענען ר' אהרנס חסידים, און שמואל ווידער פארקויפט זיי לאקשען אז די סיבה פארוואס ר' אהרן גייט נישט צו די דינערס פון כולל שומרי החומות איז ווייל זיי האלטען נישט איין די תקנה פון אויפנעמען צוויי ברודערס פאר נשיאים, קען דאס דען זיין נארמאל? האט זיך איינער געגלייבט תשנ"ט אז נאר אזוי גייט מען ר' אהרנען מיט זיינע חסידים האלטען ביים חיות תשס"ט?
מען נעמט א ציבור אידען און מען גיט זיי און פאר זייערע קינדער צו ליינען א צייטונג וואס שרייבט דברי זולזול אויף אזא איד ווי ר' ישראל חיים מנשה, אויף ר' זלמן לייב פילאפ, און אויף ר' משה מנחם פון מאנטריאל, ר' חיים דוד כ"ץ און נאך פילע, וואך איין וואך אויס, און די דיינים האבען פאר רוב פון די ליינער געפסקנט אלע זייער איסור והיתר שאלות, קען דען זיין אז דאס האט א מענטש צוגעברענגט?
נישט אז די דיינים ברויכען אז איך זאל מיך פאר זיי אננעמען. בכלל נישט. והא ראי', שוין באלד צען יאר וואס זיי ווערען אראפגעריסען דורך שמואל ווידער אין בלאט נאך ערגער ווי די גרעסטע קנאים האבען אראפגעריסען להבדיל רב קוק שר"י, און זיי קראצען זיך נישט אין די לינקע פאה. עס גייט פאר קיין איינע פון זיי נישט אן וואס ר' אהרן און זיינע מענטשן שרייבען. זיי זענען העכערע מענטשען פון דעם.
אבער דער פאקט אז אזעלכע אידען ווערען אראפגעריסען דורך די פסולת פון כלל ישראל און ר' אהרן פרייט זיך יעדע וואך מיט די נארישקייטען, ווייל ער מיט זיין קורץ זיכטיגען און בעיבישען בליק, האלט אז דאס גייט זיי צוברעכען און דאס גייט אים צוריק ברענגען ווי ער איז געווען תשנ"ח, און באנעמט ניטאמאל דעם פאקט אז עס איז נאך קיין רבי נישט געווארען אנגענומען אין דער וועלט דורך אזאנע שטיק, דאס אליין איז דער גרעסטער עונש פאר ר' אהרן, און דאס אליין ווייזט פאר אונז אז ער האט קיינמאל נישט געטארט ווערען רבי איבער סאטמאר.
איך וועל נאך צוריקומען צו דער נושא באריכות
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 11/06/2009 7:34:39
תוקן על ידי שסופסקים ב- 11/06/2009 20:22:08
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 11:18 |
|
| |
דא ענדיגט זיך דאס? דאס איז דער פאנטש-ליין צו דיין גאנצע הקדמה? דיסעפוינט מיך נישט!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 16:07 |
|
| |
ווייסט איינער צו מיט א בלעק בעררי קען מען שרייבען דא? ווייל נאר אזוי וועט מען קענען שרייבען טאג און נאכט...
איך בעט אייך האט געדולד, פאוואליע. דער ארטיקל האט א פלאן מיט א ליניע און דאס איז אלץ נאר די הקדמה, פארוואס עס פעלט זיך אויס צו ספינען און באקען מעשיות און וויאזוי איז שמואל ווידער געווארען א יצא מדעתו ל"ע.
שפעטער וועט זיין נאך אי"ה. איך מוז עסען, ארבעטען און אפילו דאווענען
זאלסט מוחל זיין נוצן געהעריגע פאנטס, איך וויל נישט זיין ביזי אגאנצן טאג פארעכטן דיינע תגובות, סאינטרעסירט מיך אויך נישט וואס פארא חשבונות די פירסט מיט מיכל וואלף (שסופסקים)
תוקן על ידי שסופסקים ב- 11/06/2009 20:35:39
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 16:09 |
|
| |
נאך א מזל אז סאיז דא אזא מין זאך וואס מען קען זיך אויסגעבן אומזינסט ס'קאסט נישט קיין געלט
עיין ערך רבי סרחונו לברכה...
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 16:57 |
|
| |
פארמעגליך
גיי אן מיט דיין גוטע ארבעט. אבער ווער נישט דיסטרעקטעט פון איינעם וואס האקט אריין, ענטפער דאס נישט אפ, גיי פשוט ווייטער לויטן סדר.
ביים ענדע וועסטו מאכן א "פראגע און ענטפער" סעסיע און דעבאטירן אלעס וואס מען האט צו פרעגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 17:28 |
|
| |
איך מיין אז עס איז נישט גערעכט אזוי משוגע צו מאכן דעם עולם, איך וואלט געראטן און געבעטן דעם מנהל צו פארלאנגען פון פארמעגליך, ער זאל פאוסטן אלעס אויף איין מאל ווען ער איז פולשטענדיג פארטיג, און לייגן אלעס אין איין תגובה
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 20:10 |
|
| |
א זיסע חלום!!!
ווען קומט שוין נאך?, לכאורה ווי עס קוקט אויס וועט דאס זיין אין א עקסטערע ביילאגע אין דער יוד קימענדיגע וואך אי''ה
תוקן על ידי rebyankel ב- 11/06/2009 20:09:50
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 20:49 |
|
| |
עס איז שוין פאראיבער כמעט 5 שעה זייט פארמעגליך האט געלייגט זיין לעצטע תגובה, מיינט דאס אז ער איז פערטיג און דער עולם קען אנהייבן שרייבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2009 21:32 |
|
| |
| שפירא33 כתב: |  | דערווייל איז דאס רעזערווירט פאר פערזענליך.
און די מינוט וואס פערזענליך וועט זיין פערטיג וועט יעדער קענען ענטפערן.
וואלווי
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 10/06/2009 20:38:44
|
|
לאמיר חזר'ן און נישט פארגעסן: די מנהל איז נישט קיין "זאלי" חלילה, און דער פורם איז נייטראל!
מען דארף דאס כסדר חזר'ן ווייל ס'איז גרינג צו פארגעסן!
|
|
|
|
|