בית פורומים אחים אנחנו

די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/6/2009 22:03 לינק ישיר 

איך בין נישט פערטיג. אבער ביטע. איך וועל מן הסתם נישט שרייבען ביז זונטאג. מנהל, איך האב נישט קיין חשבונות מיט קיינעם און איך זיך דיך נישט צו מאכן ארבעטען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2009 22:05 לינק ישיר 

זונטאג נאכען דאווענען איז פארגעקומען עטליכע געשעענישען, אבער עס האט נישט געהאט צו טון מיטען פובליק. איך וועל מעגליך שפעטער אומקערען צו יענע פריוואטע געשעענישען, אבער איצט וויל איך ווידמען די ארטיקעל בלויז וואס איז פארגעקומען ברבים און וואס עס איז דא אויף קאסעטעס.

אויף זונטאג חוה"מ נאכמיטאג איז פארופען געווארען א "גרויס" קהל מיטינג, און דער פלאן האט געלויטעט אז סוף פון דער מיטינג וועט ר' אהרן אנקומען און דאן וועט גאנץ קהל אינאיינעם מיט ר' אהרן גיין צום רבינס הויז וואו דער רבי וועט געבען ברכות קודש פאר די נייע פלענער פון רב הצעיר.

די מיטינג איז דא אויף טעיפ און מען הערט ווי בעריל איז מציע אויפצו נעמען ר' אהרן אלץ רב הצעיר אבער ער רעד נישט איין ווארט אז דער רבי האט שוין היינט צופרי אים אויפגענעמען און אז דער רבי האט שוין פון אים אפגענומען מז"ט. מען הערט דארט ווי ר' בנימין הירש, וועלכער איז אלץ געווען ר' אהרנס א מענטש, זאגט דארט אז עס קען נישט זיין אז אזעלעעכע האקעלע ענינים זאל קומען פון אומאפיציעלע קוועלער און מען דארף זען זיך דורך צוקומען מיט משה גבאי'ן צו וואס יעדער שטימט מיט.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2009 23:51 לינק ישיר 

זיץ געדולדיג ביז פארמעגליכער וועט זיין פערטיג. וואלווי



תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 14/06/2009 23:56:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 01:29 לינק ישיר 

ווי אויך האט בערל פרידמאן דאן איבערגעגעבען פאר קהל, אז עס איז אויך פאראן א אנדערע הצעה, "אז מען זאל רופן רבי זלמן לייב'ן פון ירושלים" [דא קען מען זען אז מען האט שוין געוואוסט וואס עס איז דער רצון פון רבינו שליט"א (זצ"ל)]. ער האט צוגעגעבן צוויי זאכן: איינס, "אז רבי זלמן לייב וויל נישט קומען." ]פארוואס האט בערל ניטאמאל געפרעגט רבי זלמן לייב צי ער וויל קומען?]. צווייטענס, האט בערל באהויפטעט, אז דאס וועט נישט ארבייטן.

נאכדעם וואס אויך ר' אהרן איז אריבערגעקומען צו די מיטינג איז דארט באשלאסן געווארן אריבערצוגיין צו רבינו שליט"א.

אבער ר' בערל בעט אז מען זאל נישט נוצען דאס ווארט רב הצעיר ביים רבין אין שטוב.

די היסטארישע מיטינג ביים ברך משה אין הויז

ווען קהל איז אנגעקומען האט משה דער גבאי געזאגט פאר יצחק ראזענבערג אז ער קען נישט זיין דא און ער מוז שוין ארויס פון הויז. דאס איז געווען לכאורה צוליב די חוצפה פון צעטיל פון הויז בחור וואס ער האט געוואלט באצאלן (ווי געשריבען פריער). יצחק האט פארלאזט דאס הויז און ר' אהרן און בערל האבן אים געבעטען צו פארלאזען דאס הויז.

 

דא וועל מיר מעתיק זיין די העתקה ווארט ביי ווארט פונעם טעיפ פון קהל'ס מיטינג אין רבינס הויז יענעם ביינאכט. (יש"כ פאר באלאנד פאר די הילף וואס ער האט אונז געהאלפען פארשאפען איצט דעם טעיפ.)

נאכען זעצען די קהלס לייט האט בערל אנגעהויבען.

בערל - "איך וועל נאכזאגען א מילתא דבדיחותא, מ'זאגט דאך היתה יהודה לקדשו ישראל ממשלותיו, וועגען דעם האט מען געמאכט אינדערהיים קהלה-וואהלען, אבער אזויווי דא איז נישט געווען קיין קהלה וואלען, ווייל דער רבי האט געזאגט מ'זאל נישט מאכען, האבען מיר גענומען קרית יואל'ער רב קומט אריין אביסל העלפען דא, רבני'שע זאכן צוצוהעלפען, און ער וויל נישט הייסען נאר קרית יואל'ער רב, ער וויל נישט הייסן רב הצעיר, ער וויל נישט הייסען קיין סגן רב, נאר קרית יואל'ער רב איז אים גאנץ גענוג, און ער ברויך נישט מער. און ער זאגט, מיטען אייבירשטנ'ס הילף, דער טאטע זאל זיין, דער רבי זאל זיין געזונט און שטארק, פירען אונז אקעגען משיח'ן, און ער וועט אים צוהעלפען וואס ער וועט קענען אין ווילאמסבורג אויך, און וואו מען וועט ברויכען. דער רבי זאל געבען א ברכה."

רבינו שליט"א זצ"ל – " נו גוט, אז ער זאגט איך קען מעיד זיין אז ער האט געזאגט אמת. כאטשיק כלום אב מעיד על בנו, איך קען דאך אים".

בערל – "זאל דער רב (ר' אהרן) זאגען אפאר ווערטער".

ר' אהרן – "עס איז געווען דא אין קהל'ס אפיס א מיטינג, און מ'האט מיך אריבערגערופען, און קהל, ר' בערל דער ראש הקהל מיט ר' יעקב און אנדערע חברי הקהלה, און מ'האט געזאגט אז אזוי ווי פארען טאטען איז א טובה, ווינטער איז זייער קאלט דא, ס'איז גרויסע קעלטען אין ניו יארק, מוז מען אוועקפארען לצורך בריאות, מוז מען אוועקפארען וואו עס איז ווארימער. און זומער אפילו ווען עס איז פרילינג איז אין קרית יואל גוטע לופט, דארטן האט מען א גארטען, מיט א הויף, מיט א... ס'איז בעסער און אז עס איז לטובה פארן טאטענס בריאות אז דער טאטע זאל זיין דארטען. נו, איז אלעס, קהל מיט דעם גאנצען ציבור, איז אלעס מוותר, כאטשיק דער גאנצער עולם ווארט און איז משתוקק אז דער טאטע זאל זיין דא, די אלע חדשים און אלע זמנים זמני השנה, מ'זאל זיין דא, מ'זאל קומען אין ביהמ"ד און דאווענען, פירען טיש, און אלעס אזוי ווי עס איז געווען אמאל, אבער אז עס איז פארען טאטן בעסער אזוי, איז די היזיגע קהלה פארען טאטענס געזונט איז מען אלעס מוותר.  און דער טאטע זאל זיין אזוי באקוועמער און ווי אזוי עס איז בעסער.

"למעשה עס שטעלט זיך ארויס, אז דער היזיגער ציבור בעט אז עס זאל זיין עמיצער זאל דא צוהעלפען, און מ'זאל זיין דא. מילא איך בין געווען דא יום טוב, און מ'האט געזאגט דא, מ'האט מיר געזאגט אז איך וועל מועזן אריינקומען יעדן שבת, ביז דער עולם צופארט זיך, ס'קומט דער זומער דער עולם צופארט זיך, און אינמיטן די וואך אויך זיין דא, כפי הצורך אויך זיין דא אין שטאט. אזוי איך זאל קענען זען וואסערע זאכן מ'וועט דארפען ברענגען פארען טאטען, איבערשמועסען..."

ברך משה רבי האקט אפ - "דאס איז אלעס איז געזאגט געווארן אצינד בין הזמנים. אבער די בוסט דאך צוגעבינדען צו די ישיבה?"

 

ר' אהרן – "מ'וועט מוזען, יעדע זאך וועט מען מוזען נאך אריינטראכטען, איך האב נאך נישט אויף אלעם קיין..."

ברך משה – "משיח וועט קומען ביז דעמאלטס... ס'איז הלכתא למשיחא"

[דער ציבור לאכט און מען הערט דעם עולם אונטער מורמעלען "הלכתא למשיחא"]

ר' אהרן – "דער טאטע וועט אנוואונטשען, דעם טאטנ'ס ברכות..."

ברך משה – "אז משיח זאל קומען..." [דער עולם לאכט שטארק]

ר' אהרן -  "אויכעט... אויכעט... דאס אויכעט.... סייעתא דשמיא, דער אייבערשטער זאל העלפען עס זאל זיין הצלחה אין אלעם."

ברך משה – "נו, דער אייבערשטער זאל העלפען, מ'וועט אוודאי זען הצלחה מרובה. מ'מיינט דאך דא קיינער קיין שון אינטערעסען, קיין זייטיגע אינטערעסען, קיינער טוט נישט קיין האנט אין די אלע... מ'איז עוסק בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם שכרם, פארוואס זאגט ער דאס דא? פאר אנדערע מצוות צאלט מען נישט? דער וואס איז נישט עוסק בצרכי ציבור באמונה דער נעמט זיך אליין... [דער עולם שיסט אויס], די וואס זענען עוסק באמונה זאל דער אייבערשטער געבן. אזעלעכע אידן וואס זיי נעמען זיך נישט אליין זאל דער אייבערשטער געבען."

בערל – "גוט יו"ט, דער רבי זאל זיין געזונט, און אונז פירען קעגן משיח'ן."

ברך משה - ,דער אייבערשטער זאל העלפען."

בערל - ,מ'זאל האבען הצלחה".

ברך משה – "קהל האט דאך א דין פון א בי"ד."

אברהם ווידער פון ק"י – "דער רבי זאל זאגען א ברכה פאר גאנץ קהל."

בערל – "ר' אברהם זאגט, אז דער רבי זאל געבען א ברכה פאר גאנץ טובי קהל."

ברך משה – "דער אייבערשטער זאל העלפען איר זאלט האבען הצלחה בגשמיות וברוחניות."

קהל- "אמן"

ברך משה – "בגשמיות וברוחניות, ביי א איד איז עס קודם"

 

ביז דא איז דער טעיפ, און המשך יבוא

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 02:04 לינק ישיר 

א קורצען אנאליז אוואו מען האלט אצינד.

עס איז איצט זונטאג ביינאכט,דעם צווייטען טאג חוה"מ פסח תשנ"ט, נאכען אסיפה ביים רבין, וואו מען האט געדארפט אפציעל אויפנעמען ר' אהרן פאר רב הצעיר

ר' אהרן האט אינדערפרי געזאגט אז זיין טאטע האט אים אויפגענומען רב הצעיר. כאטש אז מסתבר איז נישט אז אזא גרויסע זאך ווי רב הצעיר פון דער גרעסטער קהילה אויף דער וועלט זאל ווערען אזוי נישט מיר נישט דיר, און מיט בלויז זיין פרוי זאל מיט ר' אהרן מיט גיין, אבער אזוי האט ר' אהרן געזאגט.

 ער נעמט מז"ט, שמייכעלט פון איין עק פנים ביז צו די אנדערע, אבער ער ווייסט ביי זיך איין זאך. אפילו עס איז נישט געווען פאסיג, און אפילו דער טאטע האט אים נישט געמאכט רב הצעיר, דאך וועט שוין קיינער נישט זיין בכח דאס אפצו ווארפען.

דאס צו דער טאטע האט אים געמאכט פאר רב הצעיר איז אויבן אויף געווען א געבאקענער שקר מתחילתה ועד סופה. אויב גייט מען יעצט אז דער ברך משה איז געווען ביי זיך 100 פראצענט, איז דאך נישט מעגליך אז אין די רגע ער שטייט אויף אינדערפרי זאל ער אויפנעמען א רב הצעיר וואס קומט מיט זיין פרוי. ווייל דאס איז פשוט נאך נישט געווען זייט די וועלט שטייט. און קיין משוגענער איז ער דאך זיכער נישט געווען.

ווידער אויב ער איז נישט געווען 100 פראצענט ביי זיך, איז דאך ווייטער נישט קיין חילוק וואס דארט אין שטוב האט זיך אפגעשפילט. קען מער איצט דן זיין וואס מען האט געהערט און געזען ברבים סיי ביים רבין און סיי ביי ר' אהרן און סיי ביי די מיטינגען יענעם טאג.

צופרי נעמט ר' אהרן מז"ט פונעם ציבור, און מען זינגט קול רנה נאכען דאעוונען. און ווען זיין טאטע הערט אויף וואס דער מז"ט באציט זיך ווערט ער שוימיג ביז צו די ציין.

דער רבי זאגט פאר ר' ליפא פארען גיין אין שול אז ער ווייסט נישט וואס ר' אהרן האט געוואלט. די צוויי ראשי הקהילה האבן ביידע געזאגט אז דער רבי האט זיי נישט געזאגט א ווארט פון רב הצעיר.

ביי די מיטינג ביי קהל, יענעם נאכמיטאג, הערט מען אויף די טעיפס צוויי זאכען וואס ווייזט אויף הונדערט פראצענט אז ר' אהרן האט לכאורה אויסגעטראכט די גאנצע רב הצעיר געשיכטע. בערל פרידמאן רעדט און רעדט און דערציילט נישט פאר גאנץ קהל אז דער רבי האט שוין אויפגענמען ר' אהרןנען היינט אינדערפרי. ער רעדט איצט כאליו עס איז א גענצליך נייער פארשלאג איצט ביי קהל אויפען טיש. דאס זאגט ער יא, אז אנעם רבין איז קיין פראגע נישט פון קיין רב הצעיר ווייל דער רבי איז דער בעה"ב פון די קהילה. ממילא, זאגט בערל מוז מען גיין צום רבין און באקומען פון אים די צושטימינג.

ר' אהרן קומט אן צו די מיטינג ביי קהל, און רעדט על דא ועל הא, און ער דערציילט ווייטער נישט קיין איין ווארט וואס היינט צופרי איז פארגעקומען אז דער טאטע האט אים שוין אויפגענומען פאר רב הצעיר. ווער עס איז דארט געזעצען האט נישט געמוזט וויסען אז ר' אהרן איז שוין דער פאקטישער רב הצעיר, נאר אז מען גייט איצט צום רבין און נעמען א ברכה אז ר' אהרן גייט אריינקומען העלפען פאר קהל און פאר די מוסדות.

אבער איצט, צו לייגען קרעים אויפען קעיק, זאגט בערעל פרידמאן אז מען גייט ביים רבין נישט רעדען איין ווארט פון רב הצעיר. דאס טייטש לכאורה, אז ר' אהרן מיט בערלען האבען געוויסט אז די מעשה איז צווייפלהאפטיג, (שיין גערעדט) און מען טאר ח"ו נישט דאס דערמאנען ווייל דאס קען עפעס חרוב מאכען.

מען קומט אן צום רבין און מען בעט א ברכה. אויף וואס? קיינער ווייסט נישט. בערל שטאמעלט ארום און צום סוף זאגט וואס אלץ ר' אהרן וויל נישט זיין, און ר' אהרן שטאמעלט, קעקעצט און פעפעצט, אז דערווייל ווייסט ער אליין אויך נישט וואס דער פלאן גייט זיין.

אויף דעם טעיפ איז דער רבי א מיליאן פראצענט ביי זיך. יעדעס ווארט זיינע איז געווען אויסגעהאלטען און אין פלאץ. נו לכאורה אז דער רבי איז געווען איצט ביי זיך, פארוואס האט ר' אהרן אדער בערל נישט פארלאנגט אז דער רבי זאל געבען א ברכה אויף וואס דער רבי האט היינט פארטאגס געמאכט ר' אהרן פאר רב הצעיר?

 

המשך יבוא

 

 

 



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 15/06/2009 2:03:29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 02:18 לינק ישיר 

באקומען אין אישי א קליינע געשיכטע אין די זייט וואס מען האט דעמאלטס איבעראל גערעדט. מאיר הירש פון ק"י וועלכער איז אויך געווען אנוועזענד ביים מיטינג ביים רבין, איז נאכען מיטינג צוגעגאנגען צו די רביצען וועלעכע איז נאך געווען געזונט מער ווייניגער, און איר אנגעווינטשן מז"ט.

אויף איר פראגע וואס דער מז"ט באציט זיך, האט ער איר געזאגט אז ר' אהרן איז געווארען רב הצעיר. זי איז געווארען אויסער זיך און אריינגעלאפען צום רבין וואס הייסט דאס דו נעמסט א רב הצעיר? מען וועט אונז נאך אריינשטעלען אין א מושב זקנים. (פון דא האט זיך גענומען די קלאנגען אז משה מיט ר' ליפא האבען אנגעהעצט די רביצין אז ר' אהרן און רביצין סאשע ווילען זיי אריינשטעלען אין א מושב זקנים.)

האט דעמאלטס מאיר הירש אפגערופען זיין ברודער ישראל יעקב וועלעכער איז געווען ביי זייער ברידער ר' מענדל ע"ה אין שפיטאל, און זאגט אים, דער רב הצעיר געשיכטע אין "דאון דע סוער".

אבער ווער עס האט מיטגעהאלטען יענעם ווינטער ביים רבין האט געוויסט אז בערעל האט געפרעגט דעם רבין עטליכע מאל וועגען אויפנעמען ר' אהרן אלץ רב הצעיר און די רביצין איז דאך אויך געזעצען דערביי, און דער רבי האט בשו"א נישט געוואלט הערען דערפון. בערעל אט דאס דערציילט אפילו שפעטער ווען די פאליטיק האט שוין געפלאקערט. (בכלל איז ער נישט איינער וואס זיפט דורך זיינע רייד 13 מאל אזוי ווי עס שטייט אין צעטיל קטן. דערפאר פלאפעלט ער אלעס נאך, אפילו וועו עס איז נישט די טובה פון זיין זייט.)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 02:33 לינק ישיר 

דערווייל זעהט זיך אן ווי א צווייטער איז יצא מדעתו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 04:15 לינק ישיר 

מיטן רשות המנהל בעט איך רשות צו אריינהאקן ממש איין קליין ווארט:

איך בין נישט אזוי באקאנט מיט אלע זאכן וואס ער שרייבט, (כאטש אלעס איז שוין טויזנט מאל אויסגעקייט געווארן און די ראמען פון היידפארק) אבער דער איינער נקודה אז ער לייגט אראפ ווי מ'איז באפאלן דעם ברך משה מיט אן אבלעווע און איהם מציע געווען אן אומדעהערטע זאך,

מוז איך צוגעבן וואס באזני האב איך געהערט אויף א טעיפ וואס דער ארויני ראה"ק בערל פר"מ האט פארציילט (ביי איינע פון די אלף שמות מסיבות) אז אפאר חדשים פאר יענעם חוה"מ האט דער ראה"ק באקומען א פאון קאל פונעם רבי'ן אליינס און די רבי נישט און נישט ווייניגער בעט איהם שטארק אז קהל זאל אויפנעמען ר' אהרן פאר רב הצעיר, בערל זאגט אז ער איז געווען סורפרייזט, ער האט אפי' פרובירט צו קונווינסן פאר דער רבי אז ס'פעלט נישט אויס (ווייל ער האט נישט געוואלט דער רבי זאל נאכלאזן מאציל זיין מהודו) אבער דער רבי האט זיך געהאלטן ביי זיינעם, ער האט געהאלטן אז ס'פעלט זיך זייער אויס, פר"מ האט געענטפערט אז ער וועט וואס שנעלער לאזן רופן א קהל'ס מיטינג צו דן זיין דעם ענין, נאך יענעם נאכט האט ער אנגערופן הערשל קאהאן דער זאלוני ראה"ק, און זיי האבן ביידע אויסגעשמועסט די הצעה. איך האב עס געהערט פון דעם ארוני ראה"ק אויף א טעיפ, ממילא לפי זה איז קיין שום פלא פארוואס די ר' אהרן האט פלוצלינג פארטאגס געקומען פארלאנגען די רב הצעיר שאפט, אויב דער רבי איז גאר געווען וואס איז אויפגעקומען מיט די המצאה, איז אדרבא ער האט געהאלטן אז ער איז ממלא זיין טאטנס לאנג געבעטענע שאיפה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2009 20:37 לינק ישיר 

איך האב נאר געליינט דיין ערשטע תגובה וואס איז מלא שקרים, ממילא איז נישט אינטערעסאנט געוועהן צי ליינען ווייטער, אין אריין גיין אין וויכוחים, באבקעס קענסטו פיטערען דא אויף היידפארק, סאטמאר (זאלי'ס בכללם) ווייסען די אמת, קיינער דארף נישט דיינע נייע פאקטען.

איין הערה:

הרב יושע נחמן בערגער פון ב.פ. האט דעמאלטס חוה"מ א שידוך געטוהן מיט זיי עלטסטע זוהן, ביינאכט איז ער אריין אל הקודש פנימה צום ברך משה ז"ל אפנעמען מז"ט, זאגט אים די רבי מיר קומט זיך אויך א מז"ט, פרעגט ר' יושע נחמן וואס איז די שמחה? זאגט די רבי: איך האב אויפגענומען מיין זוהן קרית יואל'ער רב פאר רב הצעיר!

כך שמעתי מפי בעל המעשה!
ודי לעכשיו!

אדרבה, גלייבטס מיר נישט, איך גיב אייך א נאמען אין איר קענט אים פרעגן! 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/6/2009 20:44 לינק ישיר 

איך האב נאר געליינט דיין ערשטע תגובה וואס איז מלא שקרים, ממילא איז נישט אינטערעסאנט געוועהן צי ליינען ווייטער, אין אריין גיין אין וויכוחים, באבקעס קענסטו פיטערען דא אויף היידפארק, סאטמאר (זאלי'ס בכללם) ווייסען די אמת, קיינער דארף נישט דיינע נייע פאקטען.

איין הערה:

הרב יושע נחמן בערגער פון ב.פ. האט דעמאלטס חוה"מ א שידוך געטוהן מיט זיי עלטסטע זוהן, ביינאכט איז ער אריין אל הקודש פנימה צום ברך משה ז"ל אפנעמען מז"ט, זאגט אים די רבי מיר קומט זיך אויך א מז"ט, פרעגט ר' יושע נחמן וואס איז די שמחה? זאגט די רבי: איך האב אויפגענומען מיין זוהן קרית יואל'ער רב פאר רב הצעיר!

כך שמעתי מפי בעל המעשה!
ודי לעכשיו!

אדרבה, גלייבטס מיר נישט, איך גיב אייך א נאמען אין איר קענט אים פרעגן! 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/6/2009 23:35 לינק ישיר 

דא וועט איר ליינען די העתקה פונעם טעיפ פוןדי מיטינג ביי קהל זונטאג נאכמיטאג חוה"מ פסח תשנ"ט

פרטי־כל קהל־מיטינג, זונטאג ב' דחוה"מ פסח תשנ"ט

ר' בערל פר"מ — מורי ורבותי, איך האב א שטיקל קאלד און מ'זאל מיר אנטשולדיגן, איך רעד אביסל שטילער. נעכטן האב איך גארנישט געקענט רעדן.

עס איז אן ערנסטע מיטינג היינט. איך וויל מעלדן אז מיר האבן געלייגט א טעיפ־רעקארדער, א סאך מאל מ'מאכט א פראטאקאל און ס'קלאפט נישט יעדע זאך, איינער זאגט דאס, איינער זאגט דאס, און נאכדעם לייקענט מען עס אפ. ס'איז אן ערענסטע מיטינג. און איך וועל בעטן דעם עולם (הפסקה: מדברים ביניהם), אזוי ווי די צייט איז שפעט, און מ'וויל מיר פארטיגן די מיטינג פאר מנחה נאך, און ס'איז אן ערנסטער זמן, בעט איך אז ס'איז דא א טעיפ-ריקארדער יעדער זאל זיך רעכענען מיט דעם, ס'גייט אריין אין די היסטאריע וואס ער זאגט. מ'זאל זיך קלויבן די ווערטער, נאר וואס ער האט זיין מיינונג זאל ער זאגן, נישט קיין לקנטר און נישט קיין פשט'לעך. צו דער זאך רעדן.

מיר האבן צוויי וויכטיגע ענינים, וואס מיר ווילן רעדן:

1) דעם יו"ט (מתקנים אותו: דעם שבת, ממחרת השבת) איז דא געשען א גרויס, ס'איז געווען אן ערבוביא, ס'איז געווען א געשריי דער רבי איז געווען אין ביהמ"ד. זעלבסט פארשטענדליך ס'איז אן עזות צו מבזה זיין מענטשן. אין דער אמת'ן אריין איז דאס שוין אנגעגאנגען פאר יו"ט אויך. עס קומען ארויס פאשקעווילן. און אויסער דעם וואס פאשקעווילן, איז יעדן באקאנט מ'טאר נישט ליינען, דער רבי ר' אלימלך'ס זוהן שרייבט פונעם פאטער אז מ'טאר נישט ליינען קיין פאשקעווילן און מ'טאר נישט שרייבן פאשקעווילען, און ס'פאסט נישט פאר סאטמאר. עס איז דאך קיין עין הרע חסידישע אידן, ס'איז דאך לויטער חסידישע אידן און מ'שלאגט זיך דאך נישט דא מיט קיין ציונים. אפילו ווען איינער האט א מיינונגס פארשידענהייט, דאס איז נישט דער וועג. ער האט עפעס זאל ער קומען, ער קען קומען צו א מיטינג, עס איז נישט גענוג א פארשטאנד מיטינג קען מען מאכן א טובים מיטינג, עס איז דא א סאך וועגן וויאזוי מ'קען דאס מסדר זיין. אבער במחתרת? ס'איז נישט ריכטיג, ס'איז מיאוס. און דא האט מען נאך געטאן, מוסיף געווען, אז דער רבי איז אין ביהמ"ד מ'הייבט אן צו מאכן קולות.

ר' יעקב גליק: דער ספר תורה איז געווען אפען.

ר' בערל: דער ספר תורה איז געווען אפען, עס איז א גרויסער בזיון!

איך בין נישט דא געווען, אבער מ'האט מיך אויפגעפאדערט אז מ'מוז עפעס טאן! נו, דער ערשטער שריט איז געווען, האב איך געזאגט, אז דעם ערשטן טאג נאך יו"ט זאל מען מאכן אן אסיפה און מ'וועט דן זיין איבער דעם.

אויב מענטשן האבן עפעס הרצאות בין איך גרייט צו הערן. איך קען זאגן מיין רעקאמענדאציע. מיין פרייוועט רעקאמענדאציע איז: אז מיר זאלן מיר מאכן א בי"ד דריי אידן אנשים חשובים פון קהילתינו, מ'ברויך נישט קיין דיינים צו דעם, דריי ערענסטע אידן, זיי זאלן גובה עדות זיין און אויספארשן ווער דאס האט געטוען, זעלבסטפארשטענדליך אז צו דעם מוז מען נעמען ערנסטע שריט! וואס די שריט זאל זיין [אחד מפסיק: קהל וועט שוין באשטעטיגן] און נאכדעם, אפשר וועלן די דריי אידן וואס מיר וועלן מאכן דעם בי"ד, וועלן זיי פארשלאגן וואס מ'זאל טאן. דאס איז מיין הרצאה. אפען פאר דיבעיט! יעדער קען זאגן וואס ער האט צו זאגן איבער דעם.

מחותן (ר' יעקב גליק) דו ביסט דאך ביי אונז דו ווייסט דאך בעסער.

ר' יעקב — דו האסט אלעס געזאגט, איך האב נישט וואס צו זאגן. איך מיין, דאס ... וואס איז געווען, א געפערליכער ענין. מ'קען דאס גארנישט ארויסזאגן, איך בין געשטאנען דארט, איך האב געשפירט ממש איך קען נישט עפענען — נישט אז איך וואלט מיר ווען געעפענט דאס מויל, ס'וואלט ווען גענוצט עפעס, נאר פשוט, ס'נעמט נישט קיין ... דער רבי פרעגט מיך, וואס וואס? וואס וואס גייט? וואס איז געשען? וואס זאל איך זאגן? איך מיין, אזא זאך טאר געשען דא? כ'מיין, מ'האט דאך מבזה געווען מ'האט דאך מבזה געווען 3 ספר תורות, צוויי זענען געווען אפען, די גמרא זאגט א תלמיד חכם איז מער ווי א ספר תורה.

און נישט, עס איז פארהאנען אמאל, ס'האט געקענט מאכן א יונגל וכדומה, אבער ס'שטילט דאך נישט איין! און ס'ווערט דערפון א געשלעג. דער רב, שוין איצט דער וויליאמסבורגער רב אויך, האט דאך ארויסגעזאגט בפירוש אז דאס איז אן עזות און א חילול השם און א בזיון, מ'האט מבזה געווען די תורה, מ'האט מבזה געווען דעם רבי'ן, מ'האט מבזה געווען דעם ציבור, מ'האט מבזה געווען אלעס! נאר וואסזשע דען, איך ווייס נישט ווער, כ'מיין, איך האב נישט קיין אנונג נישט, אז מ'הייבט אן צו פיסקענען, איך מיין ווער? ווער? איך וועל גיין כאפן? ס'איז דאך נישט אזוי... ווען איינער האט צו טוען מיט יענעם ווייסט מען, דער דער האט געטוען. דארף מען צו זען, וועגן דעם, מ'איז דאך א קהל האט דאך א שטיקל... האפט מען מ'וועט האבן סייעתא דשמיא, און מ'זאל מיט ערענסטקייט וכדומה, מ'זאל קיינעם נישט טוען וועם ס'קומט נישט. און מ'קען דאס נישט דורכלאזן, לויט דעם איז דאך א הפקירות, ס'איז דאך אן עוולה, אז יעדער איינער קען זיך נעמען דאס געזעץ אין די האנט אריין, און ער קען דאס... [אחד מפסיק: דאס בית המדרש איז נישט געמאכט געווארן ... — לא מובן, ור' בערל פר"מ אומר לו, נאכדעם וועסטו זאגן, הערן צוויי קולות] איך האב נישט וואס צו צוגעבן, מ'דארף דאס צו פארדאמען מיט די גרעסטע פארדאמונג, וואס ס'זאל נישט זיין!

ר' בערל — מ'רעדט פון נאך עפעס. פארדאמען פארשטייט זיך אליין, מ'שמוסט אז מ'זאל עפעס טאן דערצו! אויב דו ביסט מסכים צו זיין פארשלאג אז מען זאל זעצן א בי"ד פון דריי דיינים און זיי זאלן גובה עדות זיין, דעמאלט מוז מען טוען מער ווי סתם פארדאמען. — דו ביסט מסכים אויך צו דעם?

ר' יעקב גליק — יא איך בין מסכים.

ר' בערל — ר' וואלף גליק זאג וואס דו האסט?

ר' וואלף גליק — איך האב נישט וואס צו זאגן, איך בין מסכים מיט דיר %100, דאס איז געזאגט זייער א גוטער פארשלאג.

ר' בערל — האט אימיצער נאך עפעס א פארשלאג?

ר' בנימין הירש — איך וועל מיך אנרופן, כאטש איך בין פון די יונגערע. איך האלט, אז די עצות אויף שפעטער, מיט דיינים צי מיט רבנים, דאס איז זייער פיין און וואויל, מ'דארף עפעס טוען. אבער דא זיצען אידן וואס זענען אלע בעלי דעת, איך האלט אז מ'דארף זיך אביסל, בואו חשבון, בשל מי הרעה הזאת? וואס האט געברענגט די זאכן? דאס איז דאך נישט קיין דזשאוק, כ'מיין איך דארף נישט מוסף זיין וואס דא האט זיך געטוען! איך האב נאר איין שאלה געפרעגט, פארוואס האט זיך נישט אויפגעשטעלט א איד, קען זיין יעדער האט זיך פארלוירן די שפראך, אבער דא איז געווען א פרעזידענט ר' יעקב כהנא (ר' יעקב ענטפערט: איך בין נישט דא געווען), צי אן אנדערער, צי גבאים, וואס זאל זיך ארויפשטעלן איינער אויפ'ן טיש און א קלאפ טאן, מורי ורבותי! — איך וויל זען, איינער ביי זיך אין הויז ווען ס'געשעט אזא מין זאך, צי מ'וואלט זיך נישט אויפגעשטעלט און א קלאפ געטאן? אלא מאי האט זיך דא יעדער פארלוירן זיין ספיטש, מ'האט נישט געקענט רעדן, פארוואס איז דאס? [אחד מפסיק, ור' בנימין עונה, איין מינוט, איין מינוט, ס'איז דא א טעיפ], וואס איז דא געשען?

און נאכדעם, אויסער דעם, וואס איך בין היינט געוואויר געווארן, און איך מוז זאגן אז איך בין אביסל נאאיוו, אז צווישן דא, זיי זיצן דא צווישן אונז, איך ווייס נישט קיין נעמען, האבן געוואוסט וואס דאס גייט געשען אזא מין זאך, ס'איז געווען א — ווי מ'זאגט ל"ע א פוטש! דאס האט זיך נישט געמאכט פון איין טאג צום אנדערן.

און דריטענס, דאס ביהמ"ד איז געווארן, ס'איז נישט פון היינט, וואס מ'נוצט דעם באלעמער יעדער איינער אויף זיינע אינטערעסן! מ'קויפט עליות פאר וועם מ'וויל, צי צאלט מען יא צי צאלט מען נישט. איינעם קויפט מען ווייל מ'וויל אים געבן כבוד, איינעם קויפט מען ווייל מ'וויל אראפ טראסקענען! כ'מיין דאס איז עפעס הפקר וועלט? ס'איז עפעס א שטח הפקר דא, מ'טוט וואס מ'וויל.

אבער דאס ערגסטע פון דעם איז, אז עס איז דא אזא מין גערעדעכץ, און טאמער איז עס נישט, דארף מען זאגן אז ס'איז נישט, און טאמער יא, דארף מען זען צי ס'איז אמת  אזא מין זאך. אז פון דעם עולם וואס זיצט דא, האבן געוואוסט מענטשן אז ס'גייט זיין אזא מין זאך!!! — זיצן דא אידן און מ'טראכט דא אז מען זאל נעמען א בי"ד און פון די אידן אליין איז דא אזעלכע וואס זיי טוען שטיצן אזא מין זאך, איז הישמע כזאת? איז דאס געהערט געווארן? איך פארשטיי נישט, זענען מיר אינגאנצען משוגע, און דאס איז דער אמת ליידער! וואס זאל מען טוען? איינמאל פאר אלעמאל, אדער וועט מען נעמען א שטעלונג, אז ס'איז דא א קהילה, און איינער וואס וויל זאגן קען ער זאגן, נישט "ער האט מורא צו זאגן ווייל ער האט מורא מ'וועט אים ארויסטראגען", און דא דארף מען זיך פארענטפערן "איך האב יא געזאגט" "איך האב נישט געזאגט", — וואס גייט דא פאר? מ'האט דא צו טוען מיט פארברעכערס?

ס'איז אזאנס נישט געהערט געווארן, ממש ל"ע מ'ציט דא אויף א דור פון שלעגערס און פון קלאפערס. מיט א שמחה וואס דא האט זיך געטוען, איך האב געמוזט אנכאפן מיינע צוויי בחורים נעבן מיר, נישט לאזן אוועקלויפן! יונגעלייט, אלטע, ס'איז דא יונגעלייט זיידעס, זיידעס, ממש מ'האט זיך מחיה געווען, מ'האט זיך מחיה געווען אזוי ווי א שטיקל רמב"ם? — זיצט מען דא מ'וועט שטעלן דיינים וואס מ'זאל טוען... מ'דארף נישט נעמען דיינים, מלמדים דארף מען נעמען! מיר האבן מחנכים אין די ישיבה וואס זיי לערנען נישט אונזערע קינדער, וואס טוט זיך דא? — מ'וועט שוין קומען צו א מצב מ'וועט חלילה נעמען דעם רבי'ן זאל זיין געזונט און ארויסטראגן פון ביהמ"ד! לויט ווי ס'גייט, דאס וועט זיין דער סוף. פון דעם דארף מען רעדן! דעס, דיינים, דעס איז נישט אינטערעסאנט.

ר' בערל — אז איינער זאגט וועל איך אים ענטפערן. איך הער דא זאכן פון דיר וואס איך מיין אז ס'איז נישט הונדערט פראצענטיג אמת.

ר' בנימין — נו זאל עס ארויסקומען אז ס'איז נישט אמת.

ר' בערל — דו זאגסט אז קויפט עליות און מ'באצאלט נישט. דוד הערש איז נישט דא? (מתווכחים ביניהם).

ר' בנימין — ר' בערל, קיין חוזק זאלט איר נישט מאכן! דא איז נישט די רעדע צי מ'באצאלט יא צי מ'באצאלט נישט. דא איז נישט די רעדע וואס מ'צאלט יא צי מ'באצאלט נישט.

ר' בערל — לאמיך דיר ענטפערן וואס דו האסט געזאגט. דו האסט עס געזאגט יעצט, אז מ'פארקויפט עליות און מ'באצאלט נישט?

ר' בנימין — איך האב נישט דאס, פארוואס זאלסטו נישט זאגן דאס וואס איך האב געזאגט אז מ'מאכט אונז פאר א שלאג־בריק ביים באלעמער, פארוואס האט איר אנגעפאנגען ביי דעם? דאס זאלט איר מיר ענטפערן, צו ס'איז דא אזא מין זאך אז מ'מאכט דעם רבי'ן פאר א שוי-ברעיק, אויף דעם זאלט איר מיר ענטפערן! זייטס נישט מיין חכם! דעטצ-איט!

ר' בערל — בין איך נישט דיין חכם.

ר' בנימין — ניין, דאס אלעס.

ר' בערל — אקעי. ערלעדיגט.

ר' בנימין — איך וועל אייך ווייזן אז מ'באצאלט טאקע נישט, מ'נעמט דיסקאונט'ס! א פריוואטער מענטש קען קויפן עליות דא?

ר' בערל — אז דו זאגסט מ'זאל נישט רעדן פון דעם, רעד איך נישט. איך פאלג דיך.

איבערהויפט איך האב מקדים געווען, איך בין אביסל הייזעריג איך האב נישט קיין כח, איך האב נאר געוואלט, ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט געווען וואס דו האסט געזאגט, האב איך דאס געוואלט פעסטשטעלן צי דאס איז אמת, ווייל דאס בין איך זייער שטארק אינטערעסירט, ווייל קהל'ס פארלוסט קען מען נישט.

ר' בנימין — אין געלט ביסטו נישט אינטערעסירט, אז ס'איז נישטא קיין קהל דארף מען נישט קיין געלט. קען זיך צומאכן דאס גאנצע ...

ר' בערל — ביסטו אויך גערעכט. איך מוז דיך נאך עפעס קארעקטן ר' בנימין, איך האב נישט אזא הויכע שטימע יעצט. אן אנדערס מאל יא...

ר' בנימין — איך אויך נישט. נאר איצט בין איך הייזעריג, איר האט א מזל...

ר' בערל — איך האב גרויס מזל, ווייל דו קענסט נאך העכער שרייען. אזוי אז דו גיסט נישט קיין פעטש ...

ר' יעקב גליק — איך וועל אים אביסל ענטפערן, איך וויל אביסל ענטפערן. ער האט געפרעגט, לכאורה האט ער געפרעגט אז ס'איז נישט געווען איינער וואס זאל זיך אויפשטעלן אויפ'ן בלעמער. ממילא אויף די צוויי  ראשי הקהל קען מען דאך נישט פרעגן, ווייל זיי זענען נישט דא געווען. איז דאך נאר די גרעסטע קשיא אויף מיר, קודם איינס וואס איך בין דאך געווען טאקע אויפ'ן באלעמער! — איך בין געווען אויפ'ן באלעמער, האב איך דאך נישט געדארפט ארויפצוגיין אויפ'ן באלעמער. האב איך דאך געזאגט דאס פריער אין די הקדמה, אז איך האב נישט געוואוסט וואס צו טאן! איך האב נישט אז ס'וועט בעסער ווערן אדער עס וועט ארגער ווערן. מ'זיצט דארט נעבן רבי'ן, און מ'שטייט נעבן רבי'ן. דער רבי האט דאס אויפגענומען אזוי, קודם האב איך געמיינט אז מ'קען עס פארוואסערן, דערנאכדעם האט ער אנגעהויבן צו פרעגן וואס גייט פאר? וואס גייט פאר?

אויסער דעם, פשוט איך האב פארלארן די שפראך. באמת, איינער האט מיך געפרעגט פארוואס איך בין בלייך, זאג איך, איך זאל בלייך אויך נישט זיין? עס איז א נס אז עס איז מיר נישט שלעכט געווארן, ממש. און אויסער דעם [ר' בערל מפסיק: ר' בנימין..], כ'מיין ס'איז א האקל געשעפט, ס'איז א האקל ענין וכדומה, איבערהויפט דעמאלטס אויף די מינוט קען מען זיך נישט אריענטירן, מ'ווייס נישט צי איך טו גוט, צי שלעכט, מ'ווייסט אז מ'טוט נישט האט מען נאך א ברירה צו טאן. אז מ'האט שוין געטאן —

און דאס וואס מ'זאגסט אז מ'זאל זעצן א בי"ד,  — זעצן א בי"ד איז דאך אזוי, אז אפילו דאס בי"ד אליין זיצט און זעט אז יענער האט גע'הרגע'ט א מעטש, דאס בי"ד קען נישט הארגענען, זיי מוזן גובה גובה עדות זיין, אזוי פירט זיך ביי אידן, דאס גייט נישט צו זאגן, קום אהער און הייב אויף ....

ר' בערל — איך וועל דיך פרעגן (ר' בנימין) דו ביסט גרייט עדות צו זאגן ווער ס'האט דאס געטאן?

ר' בנימין — איך האב נישט געקוקט, איך ווייס נישט.

ר' יעקב גליק — נו דעמאלטס וואס שרייסטו? מ'קען עפעס רעדן? אין הכי נמי. דאס האט ער דאך מקדים געווען, אז מ'דארף בכובד ראש, דאס איז א האקעלע זאך, דארף מען די זאך דן זיין, מ'דארף זען אז ס'זאל ארויסקומען דער תכלית, און די ענדע איז דאך דאס, אז סוף כל סוף אונז זענען מיר אלע, אונז האבן דאך אלע איין — וועם מ'וועט נאר שלאגן וועט מען שלאגן אן אייגענעם, ס'איז נישטא דא דא קיין פרעמדן.

ר' בערל — מ'דארף קומען טאקע מיט א קאנקרעטן פארשלאג.

ר' יעקב — יא דאס מיין איך.

ר' בנימין — מ'רעדט דאך פון דעם.

ר' יעקב — לאמיר הערן, וואס טוסטו פארשלאגן?

ר' בערל — שלאג פאר עפעס.

ר' בנימין — מ'האט גערעדט אז מ'זאל זעצן א בית דין, מ'זאל קנס'נען, האב איך געזאגט ...

— ניין מ'רעדט נישט פון קנס'נען, מ'האט גערעדט מ'זאל

(מתווכחים ביניהם, לא מובן הכל).

ר' בערל — דו האסט נישט דעמאלט צוגעלייגט דעם קאפ ווען מען האט גערעדט. דו האסט דיך אויפגערעדט ...

ר' יעקב כהנא — ר' בנימין, און טאמער ווייסטו טאקע איינעם וואס זיצט דא און ער האט אויך א  א האנט דערין, דארפן די דריי דיינים וואס מ'וועט זעצן, ביסטו מחוייב צו זאגן פאר די דריי דיינים: דער מענטש האט געהאט א האנט אין דעם, נישט פאר מיר, פאר זיי, זאלן זיי דאס אויך אויספארשן, און טאמער טאקע איז דא איינער פון די וואס זיי זיצן דא און ער האט געהאט דערין, דארף מען טאקע אויך בא'קנס'נען. אין הכי נמי.

ר' בערל — איך זאג נישט וואס מ'וועט טוען, מ'וועט נאכדעם, קודם זאל מען פעסטשטעלן ווער זענען די מענטשן?

ר' בערל — נו זאג הויך.

ר' מאיר הירש — אלס ברודער בעט איך, די ערשטע זאך אזוי ווי די ראשי הקהלה, צי די פארשטאנד, איז א קליינע קהלה. איז אזוי, פון דעם מאכט זיך א גרויסע קהלה. דאס איז אבער אן עקסטענשאן פון די קליינע קהלה. אזוי ווי מ'גייט דא ארויס פון די כלים, גייט מען ארויס פון ביהמ"ד אויך. קודם דארף מען אכטונג געבן, דא נישט ארויסגיין פון די כלים. מ'זאל זיך האלטן רואיג. [מפסיקים, לא מובן היטב] דאס איז דער פראבלעם. דאס מאכט זיך ביי יונגערע. מ'דארף זיך דא האלטן רואיג קודם. מ'קען נישט ארויס פון דא, אויב מ'רעגט זיך אויף. [מ'ברענגט ארויס פון די כלים].

ר' בערל — מ'קען נישט קומען צום תכלית.

ר' חיים שלמה ווערטהיימער — איך וויל נאר זאגן א ווארט, איך באשטעטיג טאקע אויך אזוי ווי ר' בערל האט געזאגט, אז מ'זאל אראפזעצען מענטשן, אבער די זאך וועט זיך ציען, ווי מ'זאגט אין וואכן ארום. וואלט איך פארגעשלאגן איין זאך, אז קודם זאל קהל נישט מער ווי ארויסגעבן א מחאה, א צעטל, אז קהל איז מוחה קעגן דעם וואס ס'איז געווען יעצט, און נאכדעם זאל זיין די צווייטע זאך.

ר' בערל — איך האלט נישט אז דאס דארף זיך ציען. מיר וועלן נישט ארויסגיין פון דא, ווילאנג מיר וועלן נישט ממנה זיין דריי אידן, און די וועלן זיך שוין נעמען צו די ארבעט,

ר' חיים שלמה — אבער דאס אליין וועט דאך אויך דויערן.

ר' בערל — וואס דארף דאס דויערן? ס'איז דאך אלעס געווען אין ביהמ"ד, מ'ברויך נאר פועל'ן ביי בנימין הירש'ן אז ער זאל וועלן אויסזאגן. ער זאגט נישט אויס. ביי אים ברויך מען פועל'ן, און דו ביסט דארט געווען, און אנדערע אידן, זאלן גיין עדות זאגן. ווער נאך האט עפעס צו זאגן?

ר' חיים אליעזר גראס — איך וויל באמערקן, ר' בנימין האט געזאגט אז יעדער האט זיך געפריידט און יעדער האט מיטגעלאכט. איך, ארינגס און ארינגס ארום מיר, האב איך געזען ר' יעקב הערש האט זיך אויפגעשטעלט און ער האט געשריגן: שטיל זאל זיין, און איך בכבודי ובעצמי האב איך מיך אויך אויפגעשטעלט אז ס'זאל זיין שטיל. איך בין בלאס געווארן, ער איז בלאס געווארן, דער גאנצער ארינגס ארום מיר זענען בלאס געווארן, מ'האט האט נישט געוואוסט וואס דא איז געשען. איך האב נישט געהאט קיין אנונג כי הוא זה נישט וואס דא האט פאסירט. דאס איז דער קיצור פון דער זאך. ווער עס ווייסט אנדערש, קען זאגן וואס ר' בנימין האט געזאגט, ער איז מסכים מיט אים. איך בין נישט מסכים מיט דעם.

ר' בנימין — אין ביהמ"ד, איך וועל רעדן שטיל, אין ביהמ"ד דעם ערשטן טאג יו"ט, איז געווען פול מיט פולווער. ווי מ'האט זיך געדרייט, האט עס אויסגעזען ווי ק. דזשי. בי. אגענטן דרייען זיך ארום, און מ'האט געווינקען איינער פאר'ן אנדערן, און מענטשן וואס האבן געוואוסט. נאכאמאל, מ'רעדט דאך דא צווישן אונז, אקעי, איך וויל נישט מ'זאל עס נעמען פאר גרינג, און אומזיסט וועט איר זאגן אז איך זאל קומען זאגן, ווייל איך ווייס אויך נישט. איך האב געזאגט אז איך בין היינט געוואויר געווארן, און.

ר' בערל — אבער ס'איז נישט קיין קאנקרעטער פארשלאג.

ר' בנימין — איך האב נישט געוואוסט אז בכלל ס'טוט זיך דא וועבן אזא גאנצע זאך. [א' מפסיק, אזוי ווי דו האסט נישט געהערט האט אן אנדערער אויך נישט געהערט, זאג איך דיר אז איך האב אויך נישט געוואוסט], אז ראצערס דרייען זיך ארום, יעדער ראצער האט א מיינונג אויף א מענטש, דער איז אזוי, און דער איז אזוי, דעם דארף מען הארגענען און דעם דארף מען הענגען. איך מיין, דאס גערעדעכץ. איך האב געהערט, יו"ט האב איך געהערט, איך קען ענק זאגן, איך וויל עס נישט ארויסברענגען אויפ'ן מויל, איך האב געהערט פון יונגעלייט ווערטער אויפ'ן רבי'ן זאל זיין געזונט, — איך ווייס נישט פון ווי מ'נעמט אזעלכע ווערטער? אויף א שיינעם אופן?

ר' בערל — האט נאך עמיצער צו זאגן עפעס אין דעם ענין?

ר' דוד הויער — איך האב נאר איין ווארט געוואלט זאגן, איך הער אזוי ר' בנימין'ס ווערטער, אז ער האט יא גוט געזאגט, אז מ'דארף שטרענג אויספארשן בשל מי הרעה הזאת, ווער ארבעט דא אונטער-וויילעכץ, פון די גוטע פריינד, פון די נאנטע מענטשן, וואס זיי ווילן חרוב מאכן די קהלה. דאס דארף זיין גוט, דאס דארף מען די ערשטע זאך אויסצוגעפינען און ארויסצושטעלן די, און די זאל מען מרחק זיין, זיי זאלן נישט האבן קיין דריסת הרגל אין אונזער קהל, ווייל די וועלן ווייטער טוען, זיי וועלן נישט שטיין בלייבן ... ...

ר' בערל — די קרית יואל'ער אידן האבן עפעס צו זאגן אין דעם? — ר' אברהם עפעס אן עצה?

ר' יעקב גליק — זיי דארפן דאך האבן לכאורה עקספירענס? (כולם צוחקים, זיי האבן עס אפגעשטילט אביסל).

ר' אברהם ווידער — די איינציגע זאך, וואס איך קען דא צוגעבן איז, אז מ'זעצט זיך געווענליך אראפ צו א מיטינג, דעמאלט קוקט מען נישט וואס מ'וויל רעדן ביי די מיטינג, מ'וויל קוקן וואס די תוצאה פון די מיטינג זאל זיין! די תוצאה ברויך צו זיין איין זאך, ס'האט זיך געמאכט אן אינצידענט, וואס יעדער איינער דא, גלייב איך נישט ס'איז דא איינער וואס האלט אז דאס איז א גוטע זאך.

ר' בערל — לויט ר' בנימין, איז יא דא, אבער ס'איז נישט קיין נפקא מינה.

ר' אברהם ווידער — איך מוז דאך נישט גלייבן, ס'לאזט זיך נישט גלייבן אויפן שכל אז ס'איז דא איינער וואס האלט, און ווער עס ווייס, ווער ס'האט אמאל געלערענט ביים רבי'ן ווייסט, אז דאס ענין פון נעמען אייגענע אקציעס, אויב ס'איז געווען ביים רבין א שארפע זאך, איז דאס געווען ביים רבין פון די ערגסטע זאך וואס מ'האט געקענט טוען, צו טוען אייגענע אקציעס.

איר האט פריער געזאגט א פארשלאג, און איך האלט, אז אויב מ'קען זיך אפשר קאנצעטרירן אויף די פאזיטיווע זייט, דאס איז טייטש, — דאס איז דאך זייער א נעגאטיווער זאך, אבער ס'זאל ארויסקומען א פאזיטיווע זאך פון די מיטינג — אז מ'זאל זען מטכס עצה זיין, וואס ס'איז געווען פארשטייט זיך ברויך מען פאררעכטן, אבער מ'ברויך קוקן וואס מ'קען טוען מהיום ולהלאה, זען וואס מ'קען טוען פאזיטיוו, אז ס'זאל נישט צו קומען צו אזעלכע זאכן. פארשטייט זיך, אז די אלע וואס זיי טוען אזעלכע זאכן, ברויך מען בא'קנס'ענען, און ס'וועט זיין אויף דעם די קאמיטע וואס איר האט גערעדט.

איך רעד נאר אפילו דא ביי די מיטינג, איך האלט, צו זאגן אז ס'איז דא יונגעלייט וואס זיי רעדן אויפ'ן רבי'ן, צי אנדערע זאכן. מ'ברויך קוקן דאס איז א זאך, אזוי ווי ער האט פריער געזאגט ווען ער האט אנגעפאנגען די מיטינג, ס'איז א היסטארישע מיטינג, און מ'ברויך בארעכענען וואס מ'זאגט און ברויך שטארק דן זיין וואס מ'זאגט. אז עס טרעפט זיך א יונגאטש אדער צוויי, אייביג איז געווען אזעלכע זאכן, פונקט די זעלבע וואס ס'איז אנדערע פאליש זיצער'ס מיט אנדערע זאכן, אבער דער ציבור, דער גאנצער ציבור, — און איך גלויב נישט אז ס'איז דא איינער — פארשטייט זיך אז ס'איז דא א פאר היץ קעפ —  איך גלויב נישט אז ס'איז דא איינער וואס קען זיין אין א ביהמ"ד און ס'דרייט זיך איבער אזוי א ביהמ"ד, ער זאל קענען האבן די מינדעסטע הנאה! ווייל דאס גייט אריין פאר יעדן אין הארץ אריין! נאר וואס דען, מ'זעצט זיך דא אראפ, מ'ברויך שטעלן די קאמיטע, מ'ברויך זען צו פאררעכטן, אז מ'זאל זען פון היינט מאל אן, אז ס'זאל הערשן אהבה ואחוה ושלום ורעות. איך בין זיכער אז דא, אלע אידן זענען מסכים אז דאס ברויך מען זען צו טוען פון היינט מאל אן.

[אחד מתחיל: ר' בערל ... ור' בערל מפסיקו: ר' דוד עקשטיין בעט דאס ווארט?]

ר' דוד עקשטיין — דו זאגסט פריער אז אין קרית יואל אונז האבן מיר אביסל עקספיריענס, ב"ה לעצטענס ב"ה האבן מיר נישט די פראבלעמען. איינס פון די זאכן וואס מ'האט אבאכט געגעבן ביים באלעמער, וואס ר' בנימין האט פריער געזאגט, אבאכט צו געבן אז דער באלעמער זאל נישט ווערן קיין שלאכט פעלד, אסאך מאל אז מ'גיט נישט אבאכט אויף דעם מ'רופט אויף פונקט איינמאל דעם און איינמאל דעם, דאס קען פונקט ארויסנעמען מענטשן פון דעם גלייכגעוויכט, און נאך דעם פארלירט מען זיך, נאך דעם קען מען שוין נישט קאנטראלירן. דארף מען אבאכט געבן ביים באלעמער, דאס איז זייער א וויכטיגע זאך, אמאל דארף מען אבאכט געבן,

ר' בערל — וויאזוי מאכט מען דאס? קאנקרעטעס, אז דער גבאי זאל וואטשן, מ'זאל נישט ...

ר' דוד עקשטיין — אויב ליגט עפעס פאליטיק אז מ'זאל נישט לאזן אין ביהמ"ד איז אים דעם גבאי'ן דאס נישט איינגעפאלן.

ר' בערל — בקיצור, אלעס ליגט אין גבאי'ן.

ר' יעקב גליק — אלעס גייט אין גבאי'ן אריין. איך בין ליידער [מפסיקים ומדברים, לא מובן] דער גבאי האט נישט קיין סך צו זאגן. אבער אויסער דעם, איך ווייס נישט, ס'איז א שאנדע צו זאגן. איך ווייס נישט. איך גיי נישט אין בית המדרש הערן פאליטיק. איך גיי אין ביהמ"ד דאווענען, איך גיי נישט הערן קיין פאליטיק.

ר' בערל — ער רעדט צו דיר.

ר' יעקב — ס'איז דא אז מ'דעליווערט מיר, מילא, איך בין דא, אבער איך זאל גיין זוכן זוכן. באמת'ן אריין, מ'צילט דאך דא אויף עפעס, איך האב נישט געוואוסט פון די גאנצע זאך. איך ווייס נישט אויב איך וואלט עס געקענט אפשטעלן,

ר' בערל — דו מיינסט דעם יו"ט?

ר' יעקב — דעם יו"ט, כ'מיין דעם יו"ט. הייסן הייסט דאך דאס, אז ס'האט זיך אנגעהויבן אין דעם, אז מ'האט געגעבן, אז איינער, דער האט עולה געווען, און דאס האט מען געוואלט, און מ'האט אים געקויפט.

ר' ? — ווער האט אים געקויפט?

ר' יעקב — איך ווייס נישט ווער עס האט אים געקויפט. עס איז מיר נישט עלתה על דעת געווען צו וויסן.

ר' יעקב צבי שענפעלד — איך וויל זאגן צוויי ווערטער. ליידער, ליידער, מ'זאל קוקן וואס דא איז געשען. מ'זאל וויסן אזוי. וואס דא איז געשען, האט מען געזען אזוי ווי ער האט געזאגט, ס'איז געווען קופקעס בחורים, קופקעס אינגעלייט, וואס זענען געווען פארנומען מיט די גאנצע זאך.

די ערשטע זאך איז, אז מ'זאל אפשטעלן אביסל, — אויסער דעם אנדערע זאכן וואס איך האב פארצושלאגן, טאקע וועגן איחוד, קהל זאל איבערנעמען אינגאנצן דעם איחוד, עס זאל אונטער גאנצן קהל'ס קאנטראל — איך רעד נישט, דאס איז נישט די זאך, דער עיקר איז, ארויס קומען מיט א קול קורא, מ'בעט יעדן, אלע יונגעלייט, אז מ'זאל אויפהערן פון דעם צו רעדן. מ'בעט די די בחורים, זיי זאלן אויפהערן צו רעדן. און מ'בעט די עלטערע יונגעלייט וואס האבן שוין גרויסע קינדער, און וואס האבן שוין חתונה געמאכט קינדער, אז זיי זאלן זיין די ראשונים, זיי זאלן אבאכט געבן. אויב מ'זעט צווי־דריי בחורים אדער צוויי דריי יונגעלייט אז מ'רעדט פון די זאכן, זאל מען צוגיין און זאגן, רבותים, ס'איז נישט די צייט פון דעם צו רעדן. קודם ברויך מען צו לייגן א קול קורא, א קול קורא ארויסגעבן אין נאמען פון קהל, אז מ'בעט יעדן איינעם אז מ'זאל נישט רעדן פון די זאכן, און קודם מ'זאל זיין שטיל. און נאכדעם מתקן זיין, מהיכי תיתי זאל מען מתקן זיין. אבער ס'קומט יום טוב. רחמנא לצלן, אזא שביעי של פסח און אחרון של פסח וואס אידן זענען דערהויבן געווארן, און מ'רעדט רחמנא לצלן, איך האב נישט געקענט דורכגיין דעם ביהמ"ד. מ'האט איבעראל געזען פיינע בחור'לעך, בחור'לעך וואס זיי זיצן און לערנען, זענען געווען ביזי מיט דעם און מיט יענעם, מיט דעם לשון הרע, פונקטליך צו וויסן וואס ער האט געזאגט, און פונקטליך צו וויסן וואס ער האט געמיינט, דאס איז דאך א מורא'דיגע זאך. וואס איז געווארן מיט אונז?

ר' דוד הויער — ... ווער עס העצט די יונגעלייט?

ר' יעקב צבי — דאס וועט די קאמיטע געוואויר ווערן. אבער וואס קהל דארף טאן, [ר' דוד ממשיך איזה תיבות, ועוד מדברים, אינו מובן] קהל דארף טאן א קול קורא ארויסגעבן א בקשה, אז מ'זאל אפשטעלן די יונגעלייט .. מ'זאל זען די אלע יונגעלייט טאקע, ר' אברהם מאיר טאקע צי ר' בנימין, די אלע יונגעלייט וואס האבן שוין חתונה געמאכט קינדער, זיי האבן שוין גרויסע בחורים אין שטוב, זאלן זיי זען אבאכט צו געבן, אז זיי זאלן זיין די אבאכט געבערס אויף דער זאך. אז נישט, איז דאך עק וועלט, עס קומט אזא הייליגער יום טוב!

ר' וואלף גליק — קיין שום פרייוועט זאך. דאס ביהמ"ד איז נישט געמאכט געווארן פאר א פרייוועט ביזנעס. אז מ'האט עפעס איינער מיט'ן אנדערן, וואס ס'זאל נישט זיין, נישט אין ביהמ"ד. דאס ברויך מען ארויסגיין אין דרויסן

ר' בערל — ... פארשלאג, ביי א מיטינג קען מען דאס ... וואס שלאגסטו פאר?

ר' וואלף גליק — איך שלאג נישט פאר, דא ביי די מעשה, זאג איך קלאר וואס דו זאגסט. אבער קעגן דעם די פיוטשער, אין בית המדרש קען קיינער נישט נעמען אייגענע שטעלונג. [ר' בערל מפסיק — נו וואס זאל מען טאן?] אויב איך האב מיט דיר צו טאן, אויב וועל איך קריגן אין בית המדרש, קען מען מיך קנס'ען.

ר' בערל — אה, זיי וועלן דיך קנס'ען.

ר' חיים אליעזר — איך שלאג פאר אן אנדערע זאך. מ'זאל צוזאם נעמען אלע "גדולי הדור" פון אונזער ביהמ"ד, די וואס האבן דא, למעשה ווי עס האט זיך ארויסגעגעבן, קומט דאס פון העכערע אינסטאנצען דא. מען זאל נעמען אלע צוזאמען, און זיי צוזאמענשטעלן און זיי זאלן ארויסברענגען א שלום.

ר' בערל — דו רעדסט פון א נייעם ענגל, א גאנץ נייע זאך. דו רעדסט פון שלום מאכן, ס'איז א מחלוקה מ'דארף שלום מאכן. איך האלט, דא רעדט מען ס'איז א פאר יונגאטשן, איצט הער איך שוין אז ס'איז פארטייען, האב איך שלום צו מאכן?

ר' ... — מ'מיינט אז דאס וועט מאכן א סוף צו אלע גערעדעכצער.

ר' וואלף פרידמאן — ניין ניין, איך ברענג.

ר' בערל — ר' יעקב כהנא וויל עפעס זאגן.

ר' בערל — ר' חיים אליעזר, דו האסט שוין געזאגט!

ר' יעקב כהנא — איך האב געמיינט, דא האט זיך געמאכט אזא ארגעניזעשאן וואס איז איחוד התלמידים, אין איין וועג איז דאס א גוטע זאך, זיי האבן געמאכט גוטע זאכן, זיי האבן געמאכט שיעורים צו לערנען, אבער ס'איז בנין נערים סתירה. מ'זאל זען די ראשים פון די איחוד התלמידים זאלן אריינקומען אין קהל אריין, און ס'זאל זיין אונטער קהל'ס רשות, און ממילא דעמאלט האט מען אלע יונגע לייט, און טאמער האט מען עפעס פראבלעמען קעגן א יונגערמאן, א יונגערמאן קען מיט א יונגערמאן אנדערש רעדן ווי אן עלטערער מענטש רעדט מיט א יונגערמאן. דאס מ'זאל גרייט קען אמאל, איך האב געהאט שוין גערעדט מיט ר' שלמה זלמן סאנדער אפאר מאל וועגן דעם, אז מען זאל עס קענען אריינברעגנען אין קהל אריין. עס איז היינט געווארן, די איחוד התלמידים איז געווארן אזא מין עקסטערע ארגעניזעשאן, עס איז געווארן א [אחד אומר: דער איחוד מאכט א גרויסן פירוד], א גרויסער פירוד, עס איז געווארן ווי אן עקסטערע ארגאניזעישאן ... און עס ווערט ארגער און ארגער, און דער פירוד ווערט אלץ גרעסער.

ר' יעקב צבי — איך וויל נאר איין זאך מגיה זיין אויף דיינע ווערטער.

ר' בערל — טאמער רעדן פינף מענטשן ווייסט קיינער נישט  וואס, מ'וועט נישט וויסן וואס מ'האט גערעדט, ס'איז לופט, ארויסגעווארפן, אויב יעדער וועט רעדן אויף אמאל. ר' יעקב כהנא האט דא פארגעשלאגן עפעס א זאך. ר' שלמה זלמן איז מסכים צו דעם וואס ער זאגט?

ר' שלמה זלמן — איך בין מסכים?

ר' בערל — ער זאגט ער האט גערעדט מיט אייך

ר' שלמה זלמן — ער האט שוין א פאר מאל גערעדט וועגן דעם, בין איך דען בעל הבית דערויף?

ר' בערל — און מיין ענטפער צו מיין גוטן חבר ר' יענקל, אז דו קענסט קאנטראלירן דעם איחוד, אויב דו וועסט געבן געלט. אז דו וועסט נישט געבן געלט, קענסטו זיי נישט קאנטראלירן.

ר' יעקב — וואס האט איינס מיט'ן צווייטן צו טאן?

ר' בערל — איין מינוט, זיי האבן צוויי נדבנים וואס איך ווייס. איינער הייסט לעפקאוויטש, און איינער הייסט גראס. און די טוען דאס פינאנסירן. דאס קאסט געלט. דאס קאסט צוויי הונדערט טויזנט דאלאר א יאר.

ר' (שלמה זלמן): הונדערט טויזנט דאלאר.

ר' בערל — הונדערט טויזנט? אזוי מיינסטו, אנגעהויבן האט זיך מיט א הונדערט, איך געדענק נאך ווען אונז זענען מיר געזען מיט ר' לייביש'ן, ס'האט זיך אנגעהויבן ביי הונדערט, אבער היינט זאגן זיי אז עס קאסט שוין צוויי הונדערט. נאך גארנישט, איז קהל גרייט צו זאגן איך נעם עס איבער און איך וועל געבן די הונדערט טויזנט דאלאר?

ר' יעקב כהנא — דער ענטפער דערויף איז, לאמיר אנהויבן די פארהאנדלונגען מיט זיי. לאמיר זען, קען זיין ס'איז כדאי צו ספענדן א פאר דאלאר דערויף, נישט דאס גאנצע, וועט זיין דריי, צוואנציג דאלאר. אבער ס'איז כדאי צו האבן דעס, אז אזוי האב איך אלע יוגנט די יונגע אריינגענומען צו מיר, קען איך צו אזוינע פראבלעמען מער נישט קומען. אזוי מיין איך. ווייל טאמער האב איך יא א פראבלעם, האב איך ווער עס זאל רעדן מיט די יונגע.

ר' בערל — ר' מאיר הירש בעט דאס ווארט. [אחד אומר: איך האב נישט געהערט דעם אנפאנג...]

ר' יעקב גליק — איך בין באמת נישט באקאנט, אבער איך האלט נישט אז די זאך איז אן ארבעט פון די איחוד יונגעלייט. איך קען זייער פיינע איידעלע יונגעלייט

ר' יעקב כהנא — חלילה, איך האב דאס נישט געזאגט. אדרבה, איך האב דאס נישט געזאגט, [ר' בערל — לאמיר נישט מאכן א דעבעיט, טוט'ס מיר א טובה, יעדער זאל בעטן דאס ווארט], ר' יעקב איך וויל אייך פארריכטן, איך וויל נישט אז ס'זאל ארויסגיין אזא שם זאגן אז איך האלט אז ס'איז זייער ארבעט. חלילה. איך האב דאס קיינמאל נישט געזאגט. נאר וואס דען, מיין זאך איז דאס, א יונגן מיט א יונגן האט א שפראך, [ר' יעקב גליק, האט א שפראך] אן עלטערער מיט א יונגן האט נישט קיין שפראך. אז זיי וועלן דא ארבעטן אינאיינעם, איך האב א פראבלעם מיט די יונגע, האבן זיי א שפראך צו וועם צו רעדן. נישט חלילה, איך בין זיי נישט חושד.

ר' דוד הויער — [לא מבינים]

ר' בערל— ר' מאיר הירש וויל רעדן. ר' דוד זייט מוחל איין מינוט. ר' מאיר הירש האט געבעטן דאס ווארט.

ר' מאיר הירש — מ'רעדט דא ארום סענסעטיווע זאכן, און איך זעה, אין אמעריקע הייסט עס, מ'גייט אריין אין די בוש. מ'וויל בא'קנס'ען יונגעלייט, און מ'זאגט... — אונז האבן מיר געהאט עקספיריענס. איך ווייס נישט וואס פאר א עקספיריענס אונז האבן געהאט, דער איחוד איז אונטער קהל, ס'איז שוין געווען אונטער קהל, ס'איז געווען מיט קהל, און ס'קען זיין אליין, און ס'האט אלץ נישט צו טאן מיט קיין איחוד. מ'גייט נישט צו צו דער זאך, ווייל אפשר שעמט מען זיך צו רעדן וואס דער פראבלעם איז דא. אבער איך מיין, איך מוז זאגן וויאזוי איך זעה עס על כל פנים.

ס'האט זיך שוין אסאך מאל געמאכט אינצידענטן, און עס וועט זיך נאך מאכן אינצידענטן, און מ'וועט נעמען דיינים מיט אלעם, מ'קען נישט, היץ קעפ קען מען נישט, ווייל יעדער מיינט דאך דעם אמת, יעדער מיינט דאך נאר דעם רב'ס טובה, און דעם רבי'נס טובה, און די קהלה'ס. ווען יעדער מיינט דעם אמת, איז זייער שווער מונע צו זיין, ווייל מ'מיינט דאך נאר דעם תכלית, און אלץ לשם פאר'ן אייבערשטן.

די אונטערשטע שורה איז, דער איחוד מיט די עלטערע קען איין מענטש סטאפן. און איך ווייס, ביי די מיטינג, וואס דער רב זאל זיין געזונט פון קרית יואל, אז טאמער האט ער מיטגעהאלטן, און ער האט גערופן דעם יונגערמאן פאר וואס און ווען, האט עס געארבעט, ווען נישט, האט עס נישט געארבעט. ווייל ליידער די יונגע זענען עלטער היינט פון די עלטערע, און מ'האט נישט קיין דרך ארץ, ס'הייבט זיך נישט אן, מ'רעכנט זיך מיט קיינעמ'ס מיינונג נישט. מ'דארף מער ארייננעמען אין די מיטינגען דעם רב. און אז עס מאכט זיך אזא איחוד און ס'איז א פראבלעם, דארף דער רב רעדן, און ער דארף וויסן, אז ער האט נישט ארויסגעווארפן פון — ליידער מ'קוקט נישט פארשטאנד, צי א ראש הקהל, מ'רעכנט זיך נישט. מ'דארף וויסן, אז דער רב וועט אים נישט אויסהערן, ער גייט דאך דעם נעקסטן טאג, די נעקסטע מינוט גייט ער זאגן פאר'ן רב, צי אפשר נאך פאר דעם, אז ער מיינט נאר דא דעם רב, ער גייט אזא טובה טאן, ווייל מ'גייט דאך נאר דעם רב ח"ו צוגרונד לייגן, אדער דעם רבי'ן. ער איז אויסגעארבעט, ער איז אונטערגעבעט, און פארטיג! נו גיי זאג מעשיות - ס'איז נישט אמת - גיי דיך פארענטפערן, דו האסט נישט געמיינט דאס - ממילא, אויב מ'וועט אין פארשידענע זאך ארייננעמען דעם רב, וואס מ'וויל מתקן זיין, מ'וועט זאגן ס'איז נישט קיין כבוד פאר'ן רב, מ'מישט אים אריין אין יעדע זאך, אבער ליידער דאס האט געארבעט, און ס'קען נישט ארבעטן אנדערש. ווייל די אלע קומען נאר מיט איין זאך, ער מיינט נישט נאר ח"ו צו ראטעווען דעם רב'ס כבוד און גאנץ סאטמאר — און דאס קען זיין א בראך. וויאזוי מ'זאל דאס אריינפירן, וויאזוי מ'זאל דאס אויסארבעטן, איז געווענדט ווי ווייט קהל וויל דאס אויסארבעטן, אבער דער פאקט איז אז אזוי דארף עס ארבעטן — און אזוי קען עס נאר ארבעטן, אנדערש קען עס נישט ארבעטן. ווייל יעדער קומט מיט'ן גרעסטן כח. יעדער וויל דא איין זאך דא טאן.

ר' בערל — א. קעי, מיר האבן געהערט וואס ר' מאיר האט פארגעשלאגן. מ'וועט דאס נעמען צו קענטעניס.

לאמיר צוריקגיין, מיר ווילן די טעמע פארטיגן. איך האב געמיינט, דער עולם קען דא יעדען איינעם. איך וואלט פארגעשלאגן די 3 מענטשן, 1) ר' יוסף יושע גראס, א זקן און א געטרייער מענטש און א בר דעת. און דער צווייטער איז, ר' יעקב צבי פריעדמאן. און דער דריטער איז יודל לעפקאוויטש. דער עולם איז מסכים צו די דריי מענטשן?

ר' שלמה זלמן —

ר' בערל — ר' יעקב הערש פריעדמאן וואס פארא דזשאב מ'האט אים געגעבן האט ער געטוען, ר' יוסף יושע האט געטאן זייער א גוטן ארבעט, ר' משה געדענקט ער האט מיט אייך געארבעט צוזאמען, זייער א פיינע דזשאב.

ר' יעקב גליק — ער וועט דאך נישט וועלן טוען יעצט.

ר' בערל — פארקערט, יעצט וועט ער ענדערש וועלן.... — ערלעדיגט, איך שרייב עס אויף.

ר' יעקב צבי שעהענפעלד — איך וויל מיין פארשלאג מ'זאל אננעמען, מ'זאל ארויסגעבן א קול קורא יעצט, אין נאמען פון קהל אז מ'בעט אז בחורים זאלן אויפהערן צו רעדן פון די זאכן, און קהל וועט נעמען קער פון די זאך.

ר' יעקב כהנא — מ'דארף ... א קול קורא איז פאר די גאנצע וועלט.

ר' בערל — ער איז גערעכט, איך האלט אויך אזוי.

ר' יעקב גליק — אבער די גאנצע וועלט ווייס דאך שוין במילא.

ר' בנימין — ר' יעקב פארוואס ווענדט איר דאס אפ? דער אינצידענט וואס איז געווען איז אויך פאר די גאנצע וועלט. און דאס איז א זאך וואס מ'טוט פאזעטיוו, איך שטיץ אויך, פארקערט, איך וואלט נאך צוגעלייגט ...

ר' יעקב גליק — אין די קול קורא קען מען זיך פאררופען אויף דעם, איך מיין אזוי, דאס וואס דער רב האט נעכטן געהאלטן אין די דרשה, דאס דארף זיין דער דגוש פון דעם.

ר' חיים אלעזר — דעמאלטס שרייבטס איבער זיין דרשה

ר' בערל — בקיצור, מיר נעמען אן יעקב הערש שעהנפעלד'ס  פארשלאג, און מ'וועט איבערשמועסן, נישט מיט'ן רבי'ן, איבערשמועסן מיט'ן רב. וואס דארף מען דעם רבי'ן באדערן מיט קול קורא'ס.

ר' ??? — איך ... נאך מאכן יעצט חוה"מ.

ר' בערל — איך קען דאך נישט מאכן יעצט, מיר האבן אנגענומען און מ'וועט טוען דערין, דעטסהאל.

ר' בערל — יעצט וועלן מיר גיין צום צווייטן נושא, ס'איז אויך זייער אן ערענסטע נושא.

דער עולם ווייס אז עס קאכט זיך לעצטענס, ס'טומלט זיך, אז וויליאמסבורג גייט צוגרינד! חשובע מענטשן האבן דאס געזאגט, אנגעהויבן פון משה גבאי'ן ארונטער, — אז שבת דאס ביהמ"ד איז דא, ס'איז הפקר! איך וויל נישט אויסרעכענען וואס זאכן ס'איז אלץ דא. מ'דארף דא האבן א רב אויפ'ן פלאץ. דער רבי קען זיך מיט דעם נישט מטפל זיין. דער רבי איז זומער אין קרית יואל און ווינטער אין מיאמי, דארף מען האבן א רב אויפן פלאץ.

נו, מ'איז געשטאנען מיט פארשידענע די לעצטע 2 וואכן מ'האט זייער שטארק דן געווען איבער דעם ענין. מ'האט צדדים אהער און צדדים אהין. איז היינט צופרי האט מיך דער רבי אנגעקאלט און ער האט געזאגט אז איך וויל אז ר' אהרן דער קרית יואל'ער רב זאל אריינקומען אהער אויף וויליאמסבורג. איך ווייס נישט זאגט ער. איך האב אים געפרעגט דער רבי וויל ער זאל ווערן רב הצעיר? ער ווייסט נישט וואס דאס איז רב הצעיר — זאגט ער — ער זאל אריינקומען דא און ער זאל אנפירן אלעס וואס מ'דארף. האב איך געפרעגט דעם רבי'ן, נו מ'מוז דאך כ'פארשטיי נישט, ער וועט אוועקגיין פון קרית יואל? — נו, דאס וועסטו שוין — זאגט ער — מיט אים שפעטער רעדן. ער האט אנגעקאלט ר' יענקל כהנא די זעלבע זאך. אונז זענען מיר געשטאנען קודם צווישן אונז פארהאנדעלט, מיר האבן נישט געוויסט וואס טוט מען דא? צוויי פראבלעמען איז דא, איין פראבלעם, איך זאג עס נאכאמאל, ווען מען נעמט אויף א רב, וואס זאל דער רב זיין, הייסט ער דא? צו וויל ער אהערקומען וואוינען?

און, לעצטענס מוז איך פאר'ן עולם זאגן, ס'איז דא אסאך פראבלעמען ס'איז נישטא צו וועם זיך צו ווענדן. ליידער אזוי איז עס, אפילו די דיינים אויף נישט. מ'קען נישט. דא אונז האבן מיר געהאט פאר צוויי וואכן איז דא אריינגעקומען א איד, ער האט זיך אויסגעוויינט דאס הארץ, ער האט נישט צו וועמען צו גיין! איז וויכטיג, פאר די מוסדות איז וויכטיג עמיצען צו נעמען. מיר האבן נישט געוואוסט וואס צו טאן. אהער געטון, און אהער געשטאנען, מיר האבן גערעדט מיטן גבאי'ן דא האבן מיר גערעדט מיט יועצים, די אונטערשטע שורה, נאכמיטאג זענען מיר אריבערגעגאנגען איך מיט ר' יענקל צום קרית יואל'ער רב, און מיר האבן אים געפרעגט בפשטות, רבי זענט איר גרייט אריין צו קומען אהער? דער פשט איז אריינצוקומען א מינימום פון 2-3 טאג א וואך. האט ער געענטפערט, אז לויט, ער האט גערעדט עפעס מיט מענטשן און זיי האבן אים געזאגט, אז שבת איז דא זייער עפעקטעוו, אז ווען דער רבי איז נישט דא, איז ער גרייט אריינצוקומען שבת און זונטאג וועט ער דא בלייבן און אויך א טאג אין די וואך.

ר' ??? — און טאמער וועט אויספעלען מער?

ר' בערל — און טאמער וועט אויספעלען מ'וועט עס ברויכן, דעמאלטס וועלן מיר רופן וועט ער דא זיין.

ר' ??? — און אויסער דעם וועט ער זיין על המשמר.

ר' בערל — וועגן געלט האבן מיר נישט גערעדט מיט אים, ווייל ס'איז עפעס נישט געקומען דערצו, אונז זענען מיר נאר געווען בעת השוה, אבער ס'איז נישט אויסגעקומען.

ר' ?? — און ווען דער רבי איז יא דא?

ר' בערל — ווען דער רבי איז דא וועט ער אריינקומען, מוז ער נישט זיין דא שבת. וועט ער קומען אין דערוואכן, ער האלט אויף די דירה.

ער האט אונז דערציילט, אז דער רבי האט אים אויך געפרעגט, וואו וועסטו וואוינען? האט ער געזאגט איך האב דא א דירה. ביסטו גרייט צו קומען אהער? זאגט ער יא.

איז אזוי, דער ערשטער שיקול הדעת איז אונז געווען, לכאורה אז דער רבי זאגט וואס דארף איך א מיטינג? איך מיין דער רבי איז דאך בכח צו זאגן. אעפ"כ, אויפצונעמען א רב צו א דיין צו וויאזוי ס'זאל נישט הייסן, ס'איז דא א קהל, ס'איז דא שטאטוטען אין די שטאטוטען שטייט, אז מען קען נישט אויפנעמען נאר ברשות פונעם רבי'ן, אבער קהל דארף עס צו טאן. גוט, דער רבי וועט עס הייסן, אבער אעפ"כ האבן מיר צוזאמגערופען די פארשטאנד, טייל האבן געזאגט אז מ'זאל רופן א טובים מיטינג, אבער לויט די שטאטוטען גייט עס נישט אזוי, דאס געהער קודם צו א פארשטאנד, און נאכדעם אז מ'וועט דאס אפראווען, וועלן מיר טוען ווייטער.

וויל איך דא פארשלאגן פארן עולם, ס'וועט קאסטן געלט. איך ווייס נאך נישט צו ס'קאסט ביז דערווייל דא, איך וועל ענק וואס, ס'איז פארגעשלאגן אן אנדערע הרצאה אויך, אז מ'זאל ר' זלמן לייב'ן ברענגען פון ירושלים אהער. איז צוויי זאכן, לויט אונזערע ... נישט ער וויל קומען, און נישט מ'רעדט דאס וועט אונז קאסטן אונז וועלן מיר נישט קענען ... און ס'וועט נישט ארבעטן. אבער איך שלאג דאס פאר מצידי, און ר' יעקב וועט באלד זאגן וויפיל ער איז מסכים צו דעם. איך וועל ענק זאגן אפען, מיר האט ר' שלמה הייזלער נעכטן געווען אין ב.פ. האט ער מיר געזאגט, אים דאכט זיך אז דער ירושלים'ער רב האט נישט גענוג פרנסה. ער האט אפילו געזאגט פאר'ן רבי'ן, האט דער רבי געזאגט, פארוואס זאגט ער נישט מיר, איך וועל אים געבן. שוין, געלט וועט עס אונז קאסטן, צי מ'וועט ברויכן געבן ר' אהרן'ן צי מ'וועט ברויכן געבן פאר זלמן לייב'ן, אונז וויל מיר דאך עס זאל זיין שלום ס'זאל נישט זיין קיין מחלוקת.

יעצט וויל איך דעם עולם זאגן, אז מצידינו אונז זענען מיר גרייט אויפצונעמען ר' אהרן'ן ער זאל קומען אהער, אויב די קרית יואל'ער מסכים צו שערן מיט אונז, ווייל איך קען נישט טאן אזא זאך, מן הסתם וועט זיך עס אפרופען ביי אים אויך. איך האב אים געפרעגט דאס, האט ער געזאגט, איך האב קינדער און איך וועל מיר אן עצה געבן. איך וועל זיי נישט פארלאזן, ס'איז נישט קיין פראבלעם, זאגט ער. אבער איך מוז הערן פון ענק, עטץ זענטס קרית יואל'ער.

ר' ??? — וואס פארא טיטול, וואס פארא טיטול, רב הצעיר?

ר' בערל — דאס וועלן מיר באלד שמועסן, איך האב דעם רבין געפרעגט, האט דער רבי געזאגט, איך ווייס נישט וואס הרב הצעיר, איך וועל דיר זאגן וואס דער רבי האט געזאגט, איין זאך ווייס איך, רב הזקן וויל איך נישט הייסן, איך וויל נישט הייסן רב הזקן.

דאס וועלן מיר באלד שמועסן, צי ער זאל הייסן "רב", צי ער זאל הייסן "סגן" אונזערע דעמאלאגאציע איז, אז אונז זאלן מיר אים אויפנעמען מיט די קאנדישאנס אז ער זאל צוויי טאג מוז ער דא זיין און דעם דריטן טאג וועט ער קומען ווען מ'וועט אים רופן (איינער בעסערט אויס, ער האט מיר געזאגט אז ער וועט זיין 3 טאג, שבת, זונטאג, און דינסטאג)

ר' בערל — אה שבת האב איך פארגעסן, יא. מיט דעם בין איך געקומען צום עולם, דער עולם האט זיך עפעס ארויס צוזאגן וועגן דעם, בין איך גרייט און איך בעט יעדן, ס'זאל נישט איינער אריינשפרינגען אין אנדערן, ס'פשוט נישט שיין, איך זאג ענק, ס'איז א היסטארישע זאך, ס'איז נישט שיין אז צוויי מענטשן רעדן אויפאמאל, איז דאס ערשטע ר' משה האט געבעטן דאס ווארט.

ר' משה שעהר — איך האלט, ס'איז זייער צו די זאך און ס'איז א זאך וואס מ'מוז טאן [ר' בערל: אז מ'זאל אויפנעמען ר' אהרן], ס'איז נישטא קיין שום פראגע נישט.

[כאן שואל ר' בערל לאנשים, איר זענט אויך מסכים, ושומעים שר' יעקב גליק אומר — וואס איז שייך, אז דער רבי האט געהייסן, איז דאך נאר — דברים אינם מובנים כ"כ]

ר' בערל — ר' דוד, איר זענט מסכים צום פארשלאג? — ועונה: הונדערט פראצענט!

ר' שלמה אהרן, דו ביסט מסכים? — ועונה: איך בין מסכים

ר' יענקל, איר זענט מסכים? — ועונה: יא

ר' שמואל דוד? — ועונה, איין טאג פלעגט ער שוין אריינקומען לעצטענס, ער ארבעט דא פאר די מקוה.

[כאן שאל לאלו אנשים: ר' דוד עקשטיין, ר' אליעזר ווייס, ר' מאיר הירש, ר' יצחק, ר' חיים אליעזר, ר' חיים שלמה, ר' וואלף, ר' יעקב גליק, ר' אברהם ווידער, קרעסטירער רבי, וכולם מסכימים].

ר' מאיר וואס זאגסטו?

ר' מאיר — נאכן רבי'נס זאגן וואס איז שייך צו זאגן? וואס איז שייך צו זאגן נאכן רבי'נס זאגן.

ר' בערל — ס'איז א קהל'ס מיטינג, רבותי ס'איז א קהל'ס מיטינג

ר' מאיר — פאר אונז וועט עס שווער זיין, איך קען אייך זאגן אזויפיל, איר וועט עס נישט אנקוקן איר האט געפרעגט א גוטע זאך, פאר אונז וועט עס זייער שווער זיין, ווייל ביי אונז איז דער רב אינוואלפד, נישט נאר אויף די ת"ת, נאר אויף יעדע זאך. ס'איז א שווערע זאך, נאר וואס דען, ס'איז אסאך שווערער טאמער מ'קריגט זיך און ער וועט דא נישט זיין, ס'וועט אסאך שווערער ביי אונז אויך ווערן, ווייל די זאך ריקט זיך אריבער זייער שנעל, און ס'ארבעט שוין דארטן ווי דא, אסאך שווערער זיין, נאר וואס דען,

ר' בערל — איין מינוט, איין מינוט, פארוואס זאל דאס זיין אז מ'קריגט זיך, מ'וועט זיך גארנישט קריגן [כאן מושיבים לו: פארקערט, טאמער מ'וועט נישט דאס טוען...]

ר' מאיר — גוט וואלט געווען, ווען ביי אונז האט מען א רב פול-טיים, נאר וואס דען, טאמער איז עס אזוי ווי ס'האט זיך דא געטוען, איז זיכער בעסער...

ר' בערל — נאך בעפאר אלעם, אונז האבן מיר געשמועסט, אז עס איז נישט דא אן עקסטער קהלה קרית יואל, אן עקסטערע קהילה אין וויליאמסבורג, אונז מוזן מיר זיך האלטן צוזאמען, ס'איז נישטא אזא זאך, מ'האט דאס א נאמען געגעבן אזוי, למעשה אונז זענען מיר איין קהלה.

ר' אברהם ווידער — איך האב געוואלט מסביר זיין וואס מאיר האט געזאגט, ער האט געזאגט זייער בקיצור.

איר האט פריער געפרעגט וואס אונזערע עקספירענס איז, און איר האט געפרעגט א שאלה וואס קרית יואל וועלן זאגט. קודם וועל איך ענטפערן אויף די 2-טע זאך, וואס קרית יואל זאגט איז, אז טאמער וועט זיין אז ער וועט זיין דא און עס וועט זיין שטיל, און דאס איז דער אמת'ער פארמאל וואס ס'זאל זיין שטיל, דעמאלטס וועט ער זיין דא רב און ער וועט זיין דארט רב, און דער רבי וועט זיין רבי, און ס'וועט זיין א סאטמערע קהילה קדושה אזוי ווי ס'ברויך צו זיין.

צו פארענטפערן פארוואס דארט איז אזוי גוט, אונז האב מיר זיך אונטערגענומען דארטן די הנהלה, די קהלה מיט די הנהלה, אז אונז האבן מיר א רב, און אונז טוען מיר נישט גארנישט אן דעם רב, ווען ס'איז דא, פארשטייט זיך מ'רעדט זיך צווישן זיך, אבער מ'האט א רב און מ'איז זיך שואל עצה, מ'גייט אדורך, יעדע זאך גייט מען דורך, פארשטייט זיך די גאר גרויסע זאכן גייט מען אריין צום רבי'ן, אבער ווען ס'מאכט זיך, איז דער לעצטער ווארט איז דער רב.

ר' בערל — וואס הייסט א יעדע זאך, עקאנאמישע זאכן אויך?

ר' אברהם — ניין, ניין, מ'רעדט זיך עניני הקהלה וואס ס'איז שווערע זאכן, מ'רעדט נישט, אבער ווען ס'איז דא זאכן פראבלעמען וואס ס'מאכט זיך, אסאך מאל מאכט זיך א פראבלעם צווישן די קהילה מענטשן און מ'קען זיך נישט דורכקומען, מ'וויל זיך דורכקומען, שמועסט מען זיך דורך מיט'ן רב און מ'ווייסט אז ער האט די לעצטע ווארט, און דאס האט אונז געברענגט א געוואלדיגע הצלחה סיי אין די מוסדות סיי אין די קהלה, און עס איז נישט דא אז יעדער איינער מאן דהו קען זיך יאווענען און זאגן אזוי און אזוי, ווייל מ'ווייסט אז וואס מ'טוען מיר איז אלעס בהתייעצות פונעם רב, און דאס איז דער פשט דערפון. פארשטייט זיך ס'איז דא זאכן וואס מ'פירט מיטינגען אן דעם רב אליין, פארשטייט זיך. און איך וויל נאר זאגן אז ס'וועט זיין דער גרעסטער כבוד שמים. מ'האט פריער געפרעגט דא, מ'האט אסאך גערעדט דא, די אלע פראבלעמען, אז מ'וויל לעזען די פראבלעם, איז דא וועגן וויאזוי צו לעזען דעם פראבלעם, און מ'קען לעזען די פראבלעם, אז יעדער איינער, און איך מיין טאקע יעדער איינער זאל זיין צופרידן, אויף א פרידליכן אופן, דעס איז א חלק דערפון, און מ'ברויך זען אז מ'וועט מיטארבעטן מיט יעדן איינעם, האלט איך אז עס וועט זיין א געוואלדיגער כבוד שמים.

ר' אליעזר ווייס — איך וויל זאגן וועגן דעם צי אונז זענען מיר מסכים דארט אין קרית יואל אז דער רב זאל קומען אהער אויך.

דער אמת'ן אריין אין קרית יואל איז דא א געוואלד וואס מ'קען נאך טוען זייער א סאך מער, נאר וואס דען, ס'איז דא א קורצע מעשה פון נאסודער רב ז"ל, עפעס א געוויסער רבי איז זיך געקומען צו אים זיך געזעגענען אז ער פארט קיין א"י זיך באזעצען. האט ער אים געפרעגט און פון ווי וועט איר לעבן? האט ער געזאגט אז מ'וועט אים שיקן פון חו"ל. האט דער נאסעדער רב געזאגט, איך מיין אז ווי איידער איר זאלט זיין אין א"י און דער קאפ זאל זיין אין חו"ל, זאל ער שוין ענדערש בלייבן אין חו"ל און דער קאפ זאל זיין אין אר"י. דער זעלבע זאך זאג איך אויך, ווי איידער דער רב זאל זיין אין קרית יואל און דער קאפ זאל זיין דא כסדר, זאל ער ענדערש זיין דא אויך און ער זאל קענען זיין אויף אלע ביידע.

ר' ??? — פיין.

ר' דוד עקשטיין — איך ווייס נישט, דער עולם פון וומ"ב זעהן נישט צו דעם טאג טעגליכן לעבן פון רב, אונזער רב זאל זיין געזונט האט זייער א שווערע ארבעט, דער קרית יואל'ער רב ארבעט  ממש עבודת הפרך איבער די כוחות. פון גאנץ פרי גייט ער אין ישיבה אריין. (דא ענדיגט זיך די ערשטע זייט און עס איז נישט אויפגעכאפט א חלק דערפון).

קרית יואל'ער רב ערשיינט יעצט ביי די מיטינג:

ר' בערל — רבותי, איך וועל זאגן א מלתא בדיחותא, עס שטייט אין ייטב לב, היתה יהודה לקדשו ישראל ממשלותיו, פאר דעם איז געווען א מנהג ביי אידן בכל תפוצות ישראל, אז מען האט געמאכט וואלן פאר ראשי הקהלה. געענדיגט האט זיך אז די ראשי הקהלה וואלן האט מען נישט געמאכט, אבער א רב האבן מיר יא אויפגענומען.

ר' בערל — מיר האבן דא געהאט א מיטינג, איך וויל זאגן דעם קרית יואל'ער רב, אז אויף די אויפפאדערונג פון רבי'ן זאל זיין געזונט אן שטארק, איז ער אויפגענומען פה אחד, קרית יואל'ער רב, זאל אי"ה זיין, צוהעלפן פאר'ן רבי'ן אין די רבנות, ווי אימער עס איז נאר פארהאנדן, און דער קרית יואל'ער רב וועט אריינקומען אויף [אחד אומר: שבת] וויליאמסבורג, צוויי טאג, צו דריי טאג, וויאזוי ס'וועט זיך שוין אויסארבעטן, און אונז מיר ווילן ווינטשן דער גאנצער עולם מזל טוב פאר'ן רב, אונז וועלן שוין קענען רופן נישט דווקא קרית יואל'ער רב, מ'וועט קענען רופן, דעם טיטול האבן מיר נישט געהעריג אויסגעארבעט [הרב מקרית יואל - איך וועל באלד זאגן], מיר האבן נישט געוואוסט, דער רבי האט געמאכט עפעס א ווערטל, ער גלייכט עפעס נישט דעם רב הצעיר, ער וויל נישט הייסן רב הזקן. ברויך מען דאס אויסארבעטן. אבער דער עיקר איז, דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער רבי זאל זיין געזונט און שטארק און פירן אונז קעגן משיח'ן (קהל: אמן) און דער רב זאל זיין געזונט און שטארק. עס איז א שווערע עבודה, די קרית יואל'ער אידן האבן דא מעיד געווען, מיר האבן געבעטן רשות פון זיי, זיי האבן געזאגט אז ס'איז א שווערע עבודה. דער רב האט היינט אויך גענוג ארבעט. אבער למען תועלת הענין, ס'פעלט זיך שטארק אויס, ס'איז א גרויסע קהלה, און אזוי ווי וויליאמסבורג איז די צענטראלע קהלה פון איבעראל, ממילא ליגט אויף אונז א חוב, בעטן מיר אז דער רב זאל אננעמען דאס התמנות. מזל טוב. [והקהל עונין מזל טוב].

הרב שליט"א — הנה ברך לקחתי וברך ואשיבנה. די ווערטער וואס דער ראש הקהל (ר' בערל) האט געזאגט. נאר דער אמת איז, אז דער ראה"ק ר' בערל האט מיט מיר שוין גערעדט פון דעם ענין מיט א לענגערן זמן. און איך האב דאס נישט אזוי, איך האב מיך פרובירט מדחה צו זיין פון צייט צו צייט. איך האב געוויסט ס'איז נישט אזוי גרינג, ס'קומט שווער אן, ווייל דאס יעצטיגע איז אויך, ווער עס קומט ארויס קיין קרית יואל, און ס'איז דאך דא דא זע איך, קרית יואל'ער בעלי בתים, ווייסן אז אין די ישיבה און די קהילה פון קרית יואל דאס אליינס מער ארבעט, ס'פולט אויס דעם טאג. ממילא, ר' בערל האט געזאגט מ'דארף זען וויליאמסבורג, האב איך פארשטאנען אז דאס מיינט נאך ארבעט און נאך שעות. און אזוי ווי די גמרא זאגט, לא שררה אני נותן לכם אלא עבדות, דאס איז נישט א מליצה, נאר דאס איז דברים כמשמעם וואס חז"ל ברוחב בינתם ברוב חכמתם האבן פארשטאנען דאס לעבן און זיי האבן פארשטאנען אמיתיות הדברים, אז דאס איז נישט קיין שררה נאר א עבדות, ס'איז טאקע באמת אן עבדות. צרכי עמך ישראל מרובים. ס'איז דא אסאך ענינים אסאך פראבלעמען. עס איז דא פראבלעמען וואס זענען ציבור'דיגע און ס'איז דא פראבלעמען וואס זענען יחידות'דיגע פראבלעמען, אבער ס'איז אלעס פראבלעמען, און מ'קען עס נישט אלעס מדחה זיין, מ'דארף צו טאן צום ענין, מ'דארף האבן סייתא דשמיא, האב איך מיר די זאך נישט צו געיאגט.

אבער אויף יעדע זאך קומט א זמן, וואס מ'זעט אז דער זמן איז געקומען. איך בין געווען דא יו"ט און א סאך אידן האבן גערעדט צו מיר דא און זיי האבן מפציר געווען, זיי האבן געזאגט, אז ס'מוז, ס'פעלט זיך אויס, דער טאטע זאל זיין געזונט און שטארק לאורך ימים ושנים, מאכט זיך אזוי, אז יעצט מוז ער אלץ אוועקפארן, ווינטער איז ער אסאך חדשים נישט וועגן די גרויסע קעלטן קען מען נישט זיין דאהי, און זומער אזוי ווי עס ווערט אביסל ווארימער, איז אים אויך לצורך בריאותו אים אים בעסער אז ער איז אין קרית יואל, ס'דארט א שיינער הויף, און די לופט איז בעסער, איך רעד יעצט דאס איז דער מציאות פראקטישע זאך, און אויב דאס איז א טובה פאר זיין געזונט מוז מען דאך אלעס אוועק קוקען. ממילא, האט זיך אזוי געמאכט די לעצטע יארן, אז מערערע חדשים פון יאר איז ער נישט אין שטאט. באלד נאך פסח איז פאר קרית יואל איז א גרויסע שמחה און קרית יואל קוקט ארויס דערויף און ס'דערפריידט און ס'דערהייבט די גאנצע שטאט מ'קומט ארויס. עס איז דא זייער שיינע שבתים, איך מיין א גרויסער ציבור פון דא זענען שוין געווען אין קרית יואל און זיי האבן געזען, איך מיין נישט צו זאגן אז דא איז נישט, איך מיין צו זאגן אז קרית יואל קוקט שטארק ארויס דערויף, למעשה כשהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה, ס'באשיינט די שטאט. איז אזוי אז אסאך חדשים יעצט אין די זומער חדשים איז ער אויך אין קרית יואל, ממילא איך בין געווען דא יו"ט, איז דא אידן וואס האבן געזאגט און זיי האבן גערעדט אז מ'מוז זען, א סימן ס'איז פארפאלן, הגם ס'וועט מיר יעצט אסאך שווערער זיין אז מ'דארף צו זיין אויף צוויי, איך ווייס נאך נישט וויאזוי איך וועל דאס. נאר קודם, שבת, דאס פארשטיי איך, אז דער טאטע וועט זיין זומער יעצט נאך יו"ט וועט ער זיין אין קרית יואל, ממילא וועט מיר אויסקומען דעמאלט צו טיילן דעם שבת און קומען אהער אין שטאט אריין. איך קען דאס נישט זאגן אז איך גיי ערזעצן, אבער איך וועל זיין אין שטאט דא, איך וועל זיין אין ביהמ"ד, איך וועל זיין שב"ק דא מיטן ציבור, און אויך אינמיטן די וואך כפי הצורך ווי אזוי מ'וועט עס זען, ס'איז שווער פארצושרייבן פונקטליך א פלאן, אבער ס'וועט אי"ה אויסגעארבעט ווערן, אזוי עס זאל קענען, עס זאל אויסגעפירט ווערן אז מ'זאל זיין צופרידן.

מזקנים אתבונן, ווען מ'קוקט צוריק יעדע זאך זעט מען, אזוי איז געווען, דער צאנזער זיידע ז"ל דער דברי חיים האט אויפגענומען א זוהן דער קרייזער רב, ער האט אים אויפגענומען אויף צאנז, און ער איז געווען רב בחייו פונעם הייליגן דברי חיים. אינטערעסאנט איז, אז ס'איז דא היינט א בריוו פונעם ייטב לב געשריבן אנהייב ווינטער צי חיי שרה צי תולדות, איך געדענק נישט פונקטליך, אנהייב ווינטער אין יאר תרמ"ג, ער איז נאך געווען געזונט. דער זיידע ז"ל דער ייטב לב ווינטער תרמ"ג איז ער נאך געווען אינגאנצן געזונט, הערשט פסח צייט האט זיך אנגעהויבן איז ער נישט געזונט געווארן, ווער ס'ווייסט אביסל, פסח. בערך א האלב יאר איז ער נישט געזונט געווען. און ס'איז דא א קונטרס חידושי תורה, סוגיות וואס ער האט נאך פארגעלערענט פאר די בחורים ווינטער תרמ"ג, ס'איז דא היינט א העתק א תלמיד שרייבט אראפ די חידושים, הקשה אדמו"ר ותירוץ, אויפגעשריבן אויבן אויפ'ן קונטרס, ר"ב אמ"ת, וואס דאס איז תרמ"ג, האט ער נאך געלערענט אין ישיבה. —  איז דא א בריוו וואס ער שרייבט צו קהל פון סיגעט, ער בעט מען זאל אויף נעמען דעם קדושת יו"ט, בני, ער שרייבט ארויס דעם נאמען, אלס רב אין סיגעט, און דאס געהאלט וואס קומט אים, זאל מען געבן פאר'ן זון. עס איז דא היינט נאך דער בריוו. ס'איז אן אינטערסאנטער בריוו ווי אזוי דער ייט"ל האט אזוי געטאן.

דער זיידע ז"ל דער קדושת יו"ט האט אויפגענומען דעם זיידן ז"ל דעם עצי חיים, אויך בחיים חיותו האט ער אים אויפגענומען רב אין סיגעט.

ר' בערל האט דערמאנט א ווארט פון א נאמען, וואס דאס איז אביסל א האקעלע זאך, וועגן דעם האב איך אזוי אינזין געהאט, די וועלט האט אנגערופען דעם קרייזער רב, "קרייזער רב", מ'האט אים נישט גערופען סאנזער רב, טאקע מהאי טעמא מען האט אים אויפגענומען בחייו פונעם דברי חיים וואס ער איז געווען סאנזער רב, האט מען אים נישט גערופן סאנזער רב, מען האט אים גערופן "דער קרייזער רב", דאס האט מען געטוען לכבודו פונעם הייליגן דברי חיים, אזוי פארשטייט מען איז דאס געווען. ממילא פארשטיי איך אז ס'וואלט געווען אויך לכבודו פונעם טאטן זאל זיין געזונט און שטארק, אז ס'זאל ווייטער בלייבן רב פון קרית יואל, ווייל דאס איז פונקט גענוג, מ'דארף נישט אנדערש, אזוי מיין איך דאס איז לכבודו פונעם טאטן זאל זיין געזונט.

נו, עס איז איבעריג צו זאגן, אז די עצם זאך איז אזא בחינה ווי רש"י זאגט ויחד יתרו, ווייל מ'טראכט אריין, איז דאך דער פשט, אז דער טאטע זאל זיין געזונט איז דאס בריאות איז נישט אזוי הונדערט פראצענט, איז דאך קומט אויס דאס איז דאך, דאס האט צוגעברענגט, דאס איז דאך דער גורם פאר די גאנצע זאך, ממילא קען מען נישט זאגן אז עס איז א שמחה, ווייל עס איז נישט קיין שמחה, ווייל אילו זכינו, ווען דער טאטע וואלט געווען הונדערט פראצענט געזונט אזוי ווי עס איז געווען ימים מקדם, וואלט די גאנצע זאך נישט אויסגעפעלט, ס'וואלט גוט געווען אזוי ווי עס איז געווען. עכשיו שלא זכינו צו דעם, קומט אויס מוז מען עפעס מאכן אזוי. ממילא קומט אויס דארף מען צו וויסן, ס'איז אזוי, און ס'איז אזוי, ממילא מ'קען נישט זאגן אז דאס א שמחה ס'איז א יו"ט, ס'איז נישט אזוי! ס'איז אזויווי איך זאג, ס'איז אזא ויחד יתרו.

על כל פנים וויאזוי ס'איז, דארף מען אין אזא צייט דארף מען בעטן, מתפלל זיין מ'זאל האבן סייעתא דשמיא, דער אייבערשטער זאל העלפן זכות אבות זאל מגין זיין, אז מען זאל קענען טוען להגדיל תורה ולהאדירה, לרומם קרן התורה וישראל. עס איז דא א גרויסע ארבעט, ס'איז דא א גרויסע קהלה מיט א סאך חשוב'ע בעלי בתים, ס'איז דא גרויסע מוסדות, חשוב'ע מוסדות הן אין חינוך הבנים הן אין חינוך הבנות, פילע הונדערטער בחורים וואס זענען דאהי, ס'איז זרע ברך ה', אלעס ב"ה ערליכע אידישע קינדער, בעלי בתים, אברכים, עלטערע אידן, מיטל יאריגע אידן, יונגעלייט, קינדער, טף ונשים, אן שטארקע ערליכע קהלה, וואס דאס קען מען דאך נישט פארשטעלן, אינדערהיים איז דאך אזא זאך נישט געווען. אינדערהיים ווען ס'איז געווען א שטאט מיט א קהלה, איז עס געווען פון א געמישטע סארט פון א געמישטער עולם, דא איז ב"ה איז די קהלה א אויסגעוועלטע, ס'איז כסולת מנופה, ס'איז אויסגעזויבערט פון יעדע מין,  אזוי ווי דער פעטער ז"ל פלעגט צו זאגן אין ארור מדבק בברוך, פארוואס? נישט ווייל דער ברוך וויל נישט, ווייל דער ארור וויל נישט.  און דאס ביי אונז אויך אזוי, ביי אונז אין די קהלה, דער ארור זוכט נישט און ער וויל זיך נישט מדבק זיין בברוך, און דאס איז טאקע א גרויסע מעלה, אונזער קהלה איז טאקע מיוחד פון אנדערע קהלות, ס'איז א סולת מנופה.

נו דארף מען בעטן טאקע, דער טאטע זאל דער אייבערשטער העלפן ער זאל געבן אריכות ימים ושנים, דער טאטע זאל זיין געזונט און שטארק מיט כוחות פרישע, דער אייבערשטער זאל אים העלפן, ער זאל קענען דינען דעם באשפער מתוך נחת ושמחה, ער זאל פירן די גאנצע עדה סיי דא און סיי אין אנדערע מקומות, איבעראל, לכל אנ"ש הסרים למשמעתו, דער אייבערשטער זאל העלפן יתחדש כנשר נעוריו, דער אייבערשטער זאל אים געבן פרישע געזונטע כוחות, ביז דער אייבערשטער וועט העלפן, יעצט איז ניסן, בניסן נגאלו בניסן עתידין להגאל, זאל דער אייבערשטער העלפן, מיר זאלן אלע זוכה זיין אקעגן צו גיין דעם גואל צדק בב"א.

(קהל עונים: אמן)

ר' בערל — מיר האבן דא געשמועסט אז מיר זאלן אריבערגיין צום רבין, מ'האט געקאלט משה גבאי'ן, און ער האט געזאגט אז מיר קומען דער גאנצער ציבור און ער איז מסכים.

קרית יואל'ער רב — עס פאסט זיך אזוי.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2009 23:40 לינק ישיר 



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 15/06/2009 23:37:41




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 00:05 לינק ישיר 

א קליינע אנאליז אויף די מיטינג.

 בערעל פרידמאן איז מסביר פארוואס מען דארף האבען איינעם צו שטיין צו האנט פאר די קהילה און מוסדות און דאס איז זיין לשון: "דער עולם ווייס אז עס קאכט זיך לעצטענס, ס'טומלט זיך, אז וויליאמסבורג גייט צוגרינד! חשובע מענטשן האבן דאס געזאגט, אנגעהויבן פון משה גבאי'ן ארונטער, — אז שבת דאס ביהמ"ד איז דא, ס'איז הפקר! איך וויל נישט אויסרעכענען וואס זאכן ס'איז אלץ דא. מ'דארף דא האבן א רב אויפ'ן פלאץ. דער רבי קען זיך מיט דעם נישט מטפל זיין. דער רבי איז זומער אין קרית יואל און ווינטער אין מיאמי, דארף מען האבן א רב אויפן פלאץ".

 ר' אהרן איז אנגעקומען שפעטער ביי די מיטינג און דאס זענען זיינע ווערטער: "דער טאטע זאל זיין געזונט און שטארק לאורך ימים ושנים, מאכט זיך אזוי, אז יעצט מוז ער אלץ אוועקפארן, ווינטער איז ער אסאך חדשים נישט וועגן די גרויסע קעלטן קען מען נישט זיין דאהי, און זומער אזוי ווי עס ווערט אביסל ווארימער, איז אים אויך לצורך בריאותו אים אים בעסער אז ער איז אין קרית יואל, ס'דארט א שיינער הויף, און די לופט איז בעסער, איך רעד יעצט דאס איז דער מציאות פראקטישע זאך, און אויב דאס איז א טובה פאר זיין געזונט מוז מען דאך אלעס אוועק קוקען".

שפעטער ביינאכט ביי די מיטינג ביים רבין זאגט ר' אהרן: "עס איז געווען דא אין קהל'ס אפיס א מיטינג, און מ'האט מיך אריבערגערופען, און קהל, ר' בערל דער ראש הקהל מיט ר' יעקב און אנדערע חברי הקהלה, און מ'האט געזאגט אז אזוי ווי פארען טאטען איז א טובה, ווינטער איז זייער קאלט דא, ס'איז גרויסע קעלטען אין ניו יארק, מוז מען אוועקפארען לצורך בריאות, מוז מען אוועקפארען וואו עס איז ווארימער. און זומער אפילו ווען עס איז פרילינג איז אין קרית יואל גוטע לופט, דארטן האט מען א גארטען, מיט א הויף, מיט א... ס'איז בעסער און אז עס איז לטובה פארן טאטענס בריאות אז דער טאטע זאל זיין דארטען. נו, איז אלעס, קהל מיט דעם גאנצען ציבור, איז אלעס מוותר".

ווי עס זעט אויס איז געווען אפגעשמוסט בערעל מיט ר' אהרן אז די ווערטער, פון זומער און ווינטער, גייט מען נוצען. ווייל ביידע נוצען די זעלבע ווערטער און ר' אהרן נוצט עס צוויי מאל.

אבער מער אינטרעסאנט איז, די ענדע ווי ר' אהרן ענדיגט: "עס פאסט זיך אזוי". אנאליזען אויף די ווערטער זענען גענצליך איבעריג.

*

נאך איין קליינע אבער גאר וויכטיגע אנאליז.

בינימין הירש רעדט זיך אפ אז: "ס'איז אזאנס נישט געהערט געווארן, ממש ל"ע מ'ציט דא אויף א דור פון שלעגערס און פון קלאפערס. מיט א שמחה וואס דא האט זיך געטוען, איך האב געמוזט אנכאפן מיינע צוויי בחורים נעבן מיר, נישט לאזן אוועקלויפן! יונגעלייט, אלטע, ס'איז דא יונגעלייט זיידעס, זיידעס, ממש מ'האט זיך מחיה געווען, מ'האט זיך מחיה געווען אזוי ווי א שטיקל רמב"ם? — זיצט מען דא מ'וועט שטעלן דיינים וואס מ'זאל טוען... מ'דארף נישט נעמען דיינים, מלמדים דארף מען נעמען! מיר האבן מחנכים אין די ישיבה וואס זיי לערנען נישט אונזערע קינדער, וואס טוט זיך דא? — מ'וועט שוין קומען צו א מצב מ'וועט חלילה נעמען דעם רבי'ן זאל זיין געזונט און ארויסטראגן פון ביהמ"ד! לויט ווי ס'גייט, דאס וועט זיין דער סוף. פון דעם דארף מען רעדן! דעס, דיינים, דעס איז נישט אינטערעסאנט.

אויך זאגט ער: "און נאכדעם, אויסער דעם, וואס איך בין היינט געוואויר געווארן, און איך מוז זאגן אז איך בין אביסל נאאיוו, אז צווישן דא, זיי זיצן דא צווישן אונז, איך ווייס נישט קיין נעמען, האבן געוואוסט וואס דאס גייט געשען אזא מין זאך, ס'איז געווען א — ווי מ'זאגט ל"ע א פוטש! דאס האט זיך נישט געמאכט פון איין טאג צום אנדערן"

וויטער זאגט ער: "איך האב נישט געוואוסט אז בכלל ס'טוט זיך דא וועבן אזא גאנצע זאך. אז ראצערס דרייען זיך ארום, יעדער ראצער האט א מיינונג אויף א מענטש, דער איז אזוי, און דער איז אזוי, דעם דארף מען הארגענען און דעם דארף מען הענגען. איך מיין, דאס גערעדעכץ. איך האב געהערט, יו"ט האב איך געהערט, איך קען ענק זאגן, איך וויל עס נישט ארויסברענגען אויפ'ן מויל, איך האב געהערט פון יונגעלייט ווערטער אויפ'ן רבי'ן זאל זיין געזונט, — איך ווייס נישט פון ווי מ'נעמט אזעלכע ווערטער? אויף א שיינעם אופן?"

פאוואליע, מען האט גערעדט אויפען רבין? זענען שוין די זאליס, די שונאים, די מתנגדים, די בני יואל, געווען אין ביהמ"ד יענעם פסח? וועם האט ער געמיינט?
בינימין הירש איז געווען ר' אהרןס מענטש און ארויף געקוקטער ביי גאנץ קהל און דא רופט ער זיך אן אזעלכע ווערטער אז ער האט געהערט ווי יונגעלייט רעדען אויפען רבין. און ער האט מורא אז מען וועט נאך דעם רבין ארויסטראגען פון שול. און ער נוצט ווערטער ווי "פוטש"?

וואס האט ער געזען אזאנס?

אלא מאי איז געדרינגען אז  אפילו א ר' אהרנס מענטש איז געווארען אויפגעציטערט אז ר' אהרנס מענטשן מאכען א פוטש און זיי רעדען אויפען רבין שריקליכע ווערטער און זיי וועלען נאך אים טאקע ארויספירען פון ביהמ"ד.

ניבא ואינו יודע מה ניבא.

 

 

 *
פון קהלס מיטינג זונטאג זעט מען אז יעדער פון קהל האט איינגעשטימט אויף איין זאך: דער איחוד התלמידים איז זייער ווייט פון א איחוד. עס איז פיל ענדעש א פירוד התלמידים.

ר' יעקב כהנא — "איך האב געמיינט, דא האט זיך געמאכט אזא ארגעניזעשאן וואס איז איחוד התלמידים, אין איין וועג איז דאס א גוטע זאך, זיי האבן געמאכט גוטע זאכן, זיי האבן געמאכט שיעורים צו לערנען, אבער ס'איז בנין נערים סתירה. מ'זאל זען די ראשים פון די איחוד התלמידים זאלן אריינקומען אין קהל אריין, און ס'זאל זיין אונטער קהל'ס רשות, און ממילא דעמאלט האט מען אלע יונגע לייט, און טאמער האט מען עפעס פראבלעמען קעגן א יונגערמאן, א יונגערמאן קען מיט א יונגערמאן אנדערש רעדן ווי אן עלטערער מענטש רעדט מיט א יונגערמאן. דאס מ'זאל גרייט קען אמאל, איך האב געהאט שוין גערעדט מיט ר' שלמה זלמן סאנדער אפאר מאל וועגן דעם, אז מען זאל עס קענען אריינברעגנען אין קהל אריין. עס איז היינט געווארן, די איחוד התלמידים איז געווארן אזא מין עקסטערע ארגעניזעשאן, עס איז געווארן א [אחד אומר: דער איחוד מאכט א גרויסן פירוד], א גרויסער פירוד, עס איז געווארן ווי אן עקסטערע ארגאניזעישאן ... און עס ווערט ארגער און ארגער, און דער פירוד ווערט אלץ גרעסער"

ר' יעקב צבי שענפעלד — "איך וויל זאגן צוויי ווערטער. ליידער, ליידער, מ'זאל קוקן וואס דא איז געשען. מ'זאל וויסן אזוי. וואס דא איז געשען, האט מען געזען אזוי ווי ער האט געזאגט, ס'איז געווען קופקעס בחורים, קופקעס אינגעלייט, וואס זענען געווען פארנומען מיט די גאנצע זאך. די ערשטע זאך איז, אז מ'זאל אפשטעלן אביסל, — אויסער דעם אנדערע זאכן וואס איך האב פארצושלאגן, טאקע וועגן איחוד, קהל זאל איבערנעמען אינגאנצן דעם איחוד"

נאך א קליינער באמערקונג: בינימין הירש שרייט פאר ווייטאג אז די יונגעלייט רעדען אויפען רבין, זיי וועלען אים נאך ארויסטראגען און נאכדעם רעדט ער איין רעג וועגעל די עליות אז די יונגעלייט קויפען עליות נאר צו צו פיקסען דעם און יענעם. אבער ווער עס ליינט דעם פראטאקאל זעט אז בינימין רירט דאס אן נאר צום ענדע. און בערעל פרידמאן ענטפערט אים דוקע וועגען די עליות...

און בינימין ענפערט אים טאקע צו די זאך:

ר' בערל — דו זאגסט אז קויפט עליות און מ'באצאלט נישט. דוד הערש איז נישט דא? (מתווכחים ביניהם).

ר' בנימין — ר' בערל, קיין חוזק זאלט איר נישט מאכן! דא איז נישט די רעדע צי מ'באצאלט יא צי מ'באצאלט נישט. דא איז נישט די רעדע וואס מ'צאלט יא צי מ'באצאלט נישט.

*

ר' אהרן זאגט "נאר דער אמת איז, אז דער ראה"ק ר' בערל האט מיט מיר שוין גערעדט פון דעם ענין מיט א לענגערן זמן"

אנטשולדיגט, איך האב געמיינט אז דער רבי האט געוואלט. און ער האט אים האט היינט אינדערפרי אויפגענומען? וואו קומט דא ר' אהרן און זאגט אז ער מיט בערלען האבן דאס אפגעשמועסט איבערען ווינטער?


*

 

נאכען אסיפה ביים טאטען אין הויז ווי עס איז געווארען אפגעפרעגט די רב הצעיר געשיכטע, איז ר' אהרן אהיימגעפארען קיין קרית יואל.

יעדעס מאל ווען ער פלעגט זיין אויף די ערשטע טעג יו"ט ביים טאטען פלעגט ער אבער זיין די צווייטע טעג אינדערהיים. און ער איז יענע נאכט אהיימגעפארען.

מען קען נישט וויסען וואס ער האט אויפען וועג אהיים געטראכט. אבער לכאורה האט ער געטראכט אז די באן פארט שוין ממילא און משה גבאי קען שוין גארנישט טון דאס צוריק צו דרייען אפילו דער טאטע האט אים נישט געמאכט און אפילו גאנץ קהל האט געזען און געהערט ערשטהאנטיג אז דער רבי האט אים נישט געגעבען א ברכה אפילו נאר צו זיין אריינקומען איבער די וואך. און אפגערעדט פון ווערען רב הצעיר.

מאנטאג צופרי ג' דחוה"מ פסח, ווען מען איז אנגעקומען אין די סאטמארע שולען זענען די ווענט געווען אנגעקלעפט מיט די צעטליך.



*

די צעטייל איז אנגעקומען מאנטאג פארטאגס צום רבין אין שטוב אויפען פעקס
*



*

 

 

 

 

פון אריינקומען 2-3 מאל א וואך איז נולד געווארען א נייער דערהער. "רב דקהילותינו קדושות".

איי וואס האט לאנדאן געהאט צו טון מיט דעם אז דער רבי איז ווינטער אין מיאמי און זומער אין פלארידא? אבער ר' אהרן איז געווארען דער פאקטישער רב, און שוין נישט רב בצעיר אדער א צו-הילף וואס מען האט גערעדט ביי קהל. 



  מאנטאג  ג' דחוה"מ פסח תשנ"ט

 צופרי דאווענט ר' אהרן אין גרויסען ביהמ"ד אין קרית יואל. כמעשהו אתמול, שטייט ר' אהרן אויף זיין פלאץ אויפען מזרח זייט ביים אויבען אן און נעמט אן מזל טוב פון די שעפסען וואס שטייען אין די רייע. ר' אהרן האט כמעשהו אתמול, שיין געמאכט די פיאות, גקרייזעלט ארויפ אויפען שטערען און לאכט ווי א זיבעלע.

קיינער פון די רייע ווייסט נישט אז נעכטען ביינאכט איז ער געווארען אנגעפאטשט פון קאפ ביז פיס דורך זיין טאטען בלויז פארען וועלען אריינקומען 2-3 מאל א וואך קיין וויליאמסבורג. און אפגערעדט פון ווערען דער רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר.

ווי נישט צו אים גערעדט האט זיך זיין טיטול איון מיטען די נאכט געהויבען פון רב הצעיר, צו רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר. ער ווייסט ביי זיך אז די מלחמה איז א פארגאנגענהייט און מען גייט געהעריג איבערנעמען גאנץ סאטמאר, און אבער שוין.

נאכען דאווענען האט מען כמעשהו אתמול, ווידער אויסגעבראכען אין א קול רנה וישועה און דער גאנצער ציבור האט געשאלט און געיובלט. די פנימער האבען געלאכטען פון פרייד ווי ווייט עס איז געלונגען דער שטיקעל.

קופקעס שטייען און פאליטיזירען און יונגעלייט מאכען שוין ליסטעס מיט נעמען ווער עס דארף פליען די ערשטע און ווער די צווייטע און אזוי ווייטער און ווייטער.

ווי אזוי מען האט דעמאלט געשמועסט, האט מען באשלאסען אז משה גבאי גייט יא פארבלייבען ביי זיין אמט, ווייל ער גייט מוזען ווערען א וואויל יונגעל און זיך צושטעלען פולי צום נייעם רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר, און דאס זעלבע מיט זיינע נאכשלעפער, אבער דער איד גייט מוזען זיך צושטעלען צום נייעם רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר, און אויפהערען צו דעקען די דרשות פון ר' זלמן לייבען פון ירושלים.

איין נאמען האט יעדער זיך פאראייניגט אז ער מוז פליען אט שוין, און מען האט דעמאלטס דערציילט אז דער נייער רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר גייט דאס נאך מאכען נאך אין מיטען חוה"מ, און דאס איז, ארויסווארפען אריה לייב גלאנצען, וועלכער איז דעמאלטס געווען שונא נומער איינס נאך משה גבאי'ן.

*
במשך פון מאנטאג נאכען דאווענען ביז פארנאכטס איז נישט געווען עפעס וואס דער ציבור האט געוויסט. קען זיין אונטער די קוליסען יא, אבער איך ווייס נישט און ווער עס ווייסט יא קען מיר שיקען אין אישי.

דער עולם האט געוויסט אז מען מוז אריינפארען צו די גרויסע פארזאמלונג ביינאכט אין גרויסען ביהמ"ד אין וויליאמסבורג און עס איז געווען אנגעהאנגען פלאקאטען דער סדר הבאסעס, און יעדער האט געמאכט פלענער טאקע דארט צו זיין. ווי איך הער האט זיך דער שטעטעל אויסגעליידיגט נאכמער ווי עס פלעגט יענע יארען זיין אויף שמחת תורה.

אבער וויבאלד עס איז דא עטליכע שעה ביז די געשעענישען ביינאכט אין וויליאמסבורג וועל איך צוריק גיין צו די נעטען נאכמיטאגדיגע מיטינג ביי קהל .

1.       יעדער קען באמערקען מיט וואספארא פחד בנימין הירש רעדט ביי די מיטינג, ער האט מורא צו רעדן קלאר, און ער זאגט אויך בתוך דבריו אז וועם מ'איז חושד אז ער האט "עפעס" געזאגט "ווארפט מען אים גלייך ארויס" וד"ל.

2.       כולי עלמא (נאכנישט געווען צוויי פארטייען) זענען מודה אז די איבערקערעניש יענעם יו"ט איז געקומען פון די פירער פון "איחוד התלמידים". ר' אהרן'ס אינגעלייט (ווי איך האב שוין ארויס געברענגט אז ער האט געבויט זיינע האפענונגען אויף די כוח פון די אינגווארג).

3.        די קרית יואלער קהלס לייט זענען מודה אז "איחוד" האט געמאכט די איבערקערעניש, און מאיר הירש שעמט זיך אפילו נישט צו זאגן אז "נאר" ר' אהרן האט א ווארט אויף זיי. וד"ל.

4.        בערל לייקנט ברבים - עטליכע מאל - אז עפעס האט זיך געטון אינטער די קוליסען איידער דעם הייטיגען טאג, און זיין לייקענען באציט זיך קלאר צו די התמנות פון אהרן, ווייל ר' בנימין זאגט קלאר אז ביז היינט האב איך נישט געוויסט אז עפעס טוט זיך וועגן די רבנות און בערל זאגט אז ס'האט זיך גארנישט געטון. און דאס איז זיין לשון: " נו, מ'איז געשטאנען מיט פארשידענע די לעצטע 2 וואכן מ'האט זייער שטארק דן געווען איבער דעם ענין. מ'האט צדדים אהער און צדדים אהין. איז היינט צופרי האט מיך דער רבי אנגעקאלט און ער האט געזאגט אז איך וויל אז ר' אהרן דער קרית יואל'ער רב זאל אריינקומען אהער אויף וויליאמסבורג. איך ווייס נישט זאגט ער. איך האב אים געפרעגט דער רבי וויל ער זאל ווערן רב הצעיר? ער ווייסט נישט וואס דאס איז רב הצעיר — זאגט ער — ער זאל אריינקומען דא און ער זאל אנפירן אלעס וואס מ'דארף. האב איך געפרעגט דעם רבי'ן, נו מ'מוז דאך כ'פארשטיי נישט, ער וועט אוועקגיין פון קרית יואל? — נו, דאס וועסטו שוין — זאגט ער — מיט אים שפעטער רעדן. ער האט אנגעקאלט ר' יענקל כהנא די זעלבע זאך. אונז זענען מיר געשטאנען קודם צווישן אונז פארהאנדעלט, מיר האבן נישט געוויסט וואס טוט מען דא? צוויי פראבלעמען איז דא, איין פראבלעם, איך זאג עס נאכאמאל, ווען מען נעמט אויף א רב, וואס זאל דער רב זיין, הייסט ער דא? צו וויל ער אהערקומען וואוינען?"

(קודם זאגט ער אז האט געפרעגט דעם רבי'ן וואס ר' אהרן זאל טון דא, דערנאך זאגט ער אז ער האט גערופן ר' יענקל און  נישט געוויסט וואס צו טון", דערנאך זאגט ער אז ער איז שוין א לענגערע צייט בקשר מיט ר' אהרן וועגן דעם.

שקרן וכזבן שאין כדגמתו, ווייל א שקרן זאגט נישט קיין ליגענט ווען ס'איז דא א טעיפ ריקארדער אויפען טיש...)

א פאר מינוט שפעטער זאג ער אז ער איז שוין א לענגערע צייט בקשר מיט ר' אהרן, ווי ר' אהרן זאגט גלייך ווען ער איז אנגעקומען, כלשונו: "נאר דער אמת איז, אז דער ראה"ק ר' בערל האט מיט מיר שוין גערעדט פון דעם ענין מיט א לענגערן זמן. און איך האב דאס נישט אזוי, איך האב מיך פרובירט מדחה צו זיין פון צייט צו צייט".

5    . בערל דרייט זיך ארויס און גיבט נישט קיין נארמאלע סיבה פארוואס מ'זאל נישט ברענגען ר' זלמן לייב. כלשונו: "נישט ער וויל קומען, און נישט מ'רעדט דאס וועט אונז קאסטן אונז וועלן מיר נישט קענען ... און ס'וועט נישט ארבעטן". ער קעקעצט עפעס וועגן געלט און לייגט גלייך צו אז אהרן וועט אויך קאסטן געלט.... נא ר' בערל זאג א סיבה וואס איז שלעכט מיט ר' זלמן לייב?

6.   פארוואס זענען די קרית יואל'ע ראשי קהלה גערופען געווארן צו א וויליאמסבורגע אסיפה נאך איידער די וו"ב האבן געזאגט צו זיי ווילן בכלל האבן דעם אהרן'ען? וד"ל 



מאנטאג ג' דחוה"מ פארנאכטס

דער ביהמ"ד אין ראדני סטריט איז געפאקט מקצה אל הקצה. דער פאליש איז געפאקט, און די דורך גענג אויך געפאקט. נאך אפשר א גרעסערער ציבור ווי אין א א' סליחות. יעדער ווייסט אז די נאכט איז היסטאריש. ר' אהרן גייט ווערען דער אפיציעלער "רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר" און ער שוין דער פאקטישער רבי איבער גאנץ סאטמאר.

אויסער די 20 קהלס לייט האט קיינער פון די פארזאמעלטע נישט געוויסט וואס מיר ווייסען היינט אז דער רבי האט אים נישט אויפגענומען פאר רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר, נאר עס איז געווען א געפלאנטער "פוטש"  וואס בערל פרידמאן מיט ר' אהרן האבען אויסגעארבעט שוין "א לענגערען זמן" פריער. און קיינער האט נאך דעמאלטס נישט געוויסט אז נעכטען ביינאכט ביי די מיטינג אין רבינס הויז, האט דער רבי אויפגעפאטשט ר' אהרןען בפני כל הקהל הקודש. מען האט נאר געוויסט אז ר' אהרן האט געווינען די קריג איבער משה, און ער האט עס גוט געמאכט און עס איז אים געלונגען.

אין ביהמ"ד זענען געווען מענטשען פון אלע קרייזען און שיכטען. פילע פרעמדע אידען זענען געקומען מיטהאלטען דעם געשעעניש. פון מוצאי שב"ק חוה"מ האט די גאנצע חסידישע וועלט מיטגעהאלטען אז אין סאטמאר האט שב"ק אויסגעפלאקערט א מחלוקת און עס האט קיינער נישט געצווייפעלט אז די קריגעריי איז איבער די רבנות פון סאטמאר נאך די מאה ועשרים פון רבין טראץ ער איז פיזיש געזונט און שטארק, ער דאווענט פארען עמוד, פירט טישען, קומט און גייט אליין, נעמט אויף אידען לאנגע שעות, גייט אן מיט א געהעריגען סדר היום.

עס גייט דורך א שטיק צייט, און דער רבי מיט ר' אהרן קומען נישט אן אין ביהמ"ד. אויבן אן זענען געווען אנגעגרייט אויף א סטעידש בלויז צוויי בענקלעך פאר געוועזענעם רבין און פארען נייעם רבין. אבער די צוויי בענקלעך זענען געשטאנען שוין צו לאנג ליידיג.

מען האט געקאלט צום רבין אין שטוב, זען וואס דא דויערט אזוי לאנג, און עס האט אנגעהויבען קורסירען קלאנגען אז דער רבי האט "צוריק געצויגען" פון זיינע נעכטיגע רייד, און ער האט חרטה פארען אויפנעמען ר' אהרן אלץ רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר.

איך קען נישט וויסען ווי לאנג עס האט גענומען אז דער קלאנג זאל אנקומען צו אלעמענס אויערען, אבער צוביסלעך האבען מענטשען אנגעהויבען זיך פארזאמלען אין פראנט פון רבינס הויז. קיינער האט נישט געקענט אריינגיין און עס האט זיך גארנישט ארויסגעזען פון דרויסען. בחורים מיט יונגעלייט זענען געשטאנען און געפירט קיפקעלעך, שפוקלאציעס זענען נולד געווארען יעדע סעקונדע און אומעטום האט זיך געשפירט אז עפעס היסטעריש און היסטאריש גייט פאר.

מיר וועלען איבערלאזען דעם געפאקטען ביהמ"ד און אייך פירען צום רבינס הויז אין פראנט אויף ראסס סט זייט, ווי עס שטייען דא הונדערטער מענטשען און קיינער ווייסט נישט וואס דא גייט פאר. איין זאך ווייסט מען אז דער רבי האט צוריק געצויגען.

פלוצלונג זעט מען ר' אהרן אנקומען - צו פיס - אין באגלייטונג פון זיין רביצין און אלע קינדער און איידעמער. שפוקלאציעס הייבען זיך ווי אויף הייווען. מען פלאטיזירט אין גרויסען. יעדער קליינער בחור אויב זיין מויל ארבעט, האט א גאנצע קוקפע ארום זיך. מען זעט פיל מיט פרעמדע מענטשען, וואס זוכען עקשאן און ווילען מיט האלטען דעם ספעקטאקעל.

איך מיין אז עס איז יעצט געווען בערך 9:00 אזייגער ביינאכט, און עטוואס שפעטער קומט ארויס פון הויז ר' אהרן, זיין רביצין און די קינדער. אזוי ווי זיי זענען געקומען, אזוי זענען זיי ארויס. ר' אהרן האט געהאט געמאכט שיינע געלאקטע פיאות געקרייזעלט שוין פון אינמיטען שטערען, ער האט אנגעהאט זיין סטראקעס בעקישע, ווייל ער איז דאך היינט נאכט דער חתן דומה למלך. אבער זיין נאז איז געווען – פארשטענדליך – פיל לענגער ווי אלעמאל, און זיין לעצטיגע זיבעלע שמייכעל וואס האט זיך נישט פון אים אפגעטאן פון נעכטען פארטאגס, איז פארשווינדען געווארען.

און אזוי שטייענדיג אין די גאס האט פלוצלינג אנגעהויבען צו שטראמען מענטשען אין די אלפים. דער גאנצער עולם פון ביהמ"ד איז געקומען צו גיין. אנטשולדיגט, נישט גיין, נאר צו לויפען. איצט האב איך געהערט אז עס גייט בכלל נישט זיין קיין דרשה, און "שלמה שמש" האט אויסגערופען אויפען מייק "א גוטען מועד". און איינער אין ביהמ"ד (ווי מען האט דעמאלטס געשמועסט איז עס געווען שמואל דוד מארקאוויטש, דער גבאי פון ביהמ"ד), האט אויסגעשריגען אז דער גאנצער עולם זאל אריבערגיין צום רבינס הויז.

וואס עס האט אלץ פאסירט האט נאך רוב פונעם ציבור אפילו נישט געוויסט, אבער מען האט געטראכט אז א פארזאמלונג אויפען גאס אין פראנט פון רבינס הויז וועט אלעס קענען איבערדרייען.

נו אז דער עולם איז היציג, נאכדערצו אז מען איז דורך געפאלען און מען האט אויסגעשריגען צו גיין צום רבינס שטוב, זענען דאך די בחורים און יונגעלייט בארעכטיגט, דעם פארזאמלונג צו פארוואנדלען אין א געהעריגע מאסען דעמאנסטראציע.

און דאס איז געשען. עס האט אנגעהויבען צו גיין קולות פון פוי, ביז משה גבאיס נאמען, און עס האט נישט געדויערט לאנג און פון רבינס הויז זעט מען גארנישט. קיינער קומט נישט און קיינער גייט נישט, קיין שום עקשאן גייט נישט פאר, מיט וואס דער ציבור פון דרויסען קען עפעס זיך אויס געבען, האבן עטליכע יונגענטליכע זיך צוגעכאפט צו משה גבאיס קאר און דאס איבערגעדרייט באגלייט מיט קולות.

די גאס האט אויסגעקוקט ווי הארלעם. יוגענטליכע פירען דורך א ווילדען פראטעסט און ווארטען אויף עפעס א פעטען קרבן זיך צו קענען אויסגעבען. מען האט דעמאלטס געשמועסט אז מען ווארט אז משה גבאי זאל ארויסקומען און מען וועט אים ממש דערהרגענען.

דערווייל האט משה גבאי באשלאסען אז ער האלט נישט ביים שטארבען. זיין בוזעם פריינט אריה לייב גלאנץ האט אראפגערופען די פאליציי און ווען די פאליציי האט געזען וואס דא גייט פאר, האבען זיי אראפגערופען פארשטערקעטע כוחות און מען האט אנגעהויבען פארטרייבען די צעיושטע בחורים מיט יונגעלייט. די גאס האבען זיי ליידיג געמאכט און קיין איין מענטש האבען זיי נישט געלאזט שטיין אויף א רגע.

בערך עלף אזייגער איז משה ארויסגעקומען פון רבינס הויז אין אהיימשפאצירט מיט פאליצייאישע באגלייטונג. קיינער איז שוין נישט געווען אין גאס און קיינער האט אים נישט אפילו נאכגעשריגען. זיין קאר האט מען צוריקגעדרייט אבער פארען דערמיט האט מען, ווייזט אויס, נישט געקענט.

דא האט זיך געענדיגט די היסטארישע נאכט. וואס פינקטליך האט פאסירט האט מען נאך דעמאלטס נישט געוויסט, אבער אזויפיל האט יעדער שוין געהערט אז דער ברך משה האט פריער געזאגט פאר ר' אהרן אז ער וויל צו טיילען סאטמאר צווישען זיינע צוויי זין וואס קענען לערנען, און ער, ר' אהרן, אלץ דער עלטערער זין, קען זיך אויסוועלען קרית יואל צו וויליאמסבורג. דאס אלץ וואס יעדער האט געהערט.

 *

איצט וועלען מיר אייך אריין טראגען צום רבין אין הויז און זען פון א אנדערען אנגעל, וואס דא האט זיך אויף גשפילט און אויס געשפילט. (די פאלגענדע דערציילונגען איז באוויסט געווארען פארען ציבור דעם אנדערען טאג, און דאס איז געווען די אפיציעלע ווערסיע וואס איז דערציילט געווארען דורך ר' אהרןס קינדער און צו די זעלבע צייט, דורך משה גבאי'ס זייט.)

במשך פון יענעם נאכמיטאג איז משה גבאי בכלל נישט געגאנגען צום רבין אהיים, ער האט געלאזט די זאך אליין אויפשפילן. ווי מען וויסט היינט האט ר' ליפא אריינגעטראגען די צווי – אויבערשטע - צעטלעך פון רב דקהילתינו הקדושות און געוויזען פארען רבין. דער רבי איז ארויס פון די כלים און געשריגען אז ער וויל שוין רעדען מיט ר' אהרן.

דער הויז בחור האט פארשאפט די סעלפאן פון וואלף גליק וועלכער איז געווען דעמאלטס ר' אהרנס דרייווער אויף אפיציעלע פלעצער (און אויב האב איך נישט קיין טעות איז ר' אהרן אריינגעקומען מיט א געדינגענעם קעדילעק) און ער האט אים אריינגעקאלט און געזאגט אז דער רבי וויל רעדן מיט ר' אהרן. וואלף האט איבער געגעבען דעם סעלעפאן פאר ר' אהרן, און דער רבי האט אים אנגעהויבען געבען קאלטס אין ווארעמס. דער רבי האט געשריגען: איך הער אז דו גייסט ארום, און זאגסט אז דו ביסט געווארען רב הצעיר, וויל איך דיר זאגן אז איך אסר דיך צו רעדען היינט ביינאכט איין ווארט וועגען די רבנות, און אויב וועסטו מיך נישט פאלגען וועל איך זאגן פאר יעדען אז דו ביסט מיר מקצר ימים!

ר' אהרן איז שוין געווען כמעט אין שטאט. וואס טוט מען איצט? מען האט באשלאסען אז מען רופט אריין רביצין סאשע מיט די קינדער און מען וועט זיי ווארטען ביי זייער זין, ר' מענדל אין דערהיים, רביצין סאשע האט געקאלט משה אהרן שטיינבערג אז די וועלט דרייט זיך איבער און זי מוז זיין ווי אמשנעלסטען אין שטאט. משה אהרן -  וועלענדיג אויך האבען א חלק אין ראטעווען סאטמאר, און מיט משה גבאין האט ער שוין אלטע פריוואטע משפחה חשבונות – האט גענומען דעם קרית יואלער הצלה אמבולאנס און רביצין סאשע מיט די טעכטער האבען זיך אריינגעזעצט און מען איז געפלויגען צו ר' מענדלען אהיים.

דא ביי ר' מענדעל איז מען אויפגעקומען מיט א געניאלען פלאן וויאזוי צוריק צו כאפען די מאכט. מען מאכט אפ אז ר' אהרן, זיין רביצין און די גאנצע משפחה, זון, טעכטער און שנירען, זאלען אריבער גייען צום רבין און מען גייט איינמאל פאר אלעמעל פארציילען פארען רבין אלעס וועגען משהן, וואס ער טוט אלץ פאר ר' אהרן.

זיי קומען אן און מארשירען אריין. דער רבי האט דעמאלטס געלערענט ווי קיינמאל גארנישט. קיינער איז נישט געווען אין שטוב. דער רבי  האט פריער אפגעזאגט זיינס פאר ר' אהרן און ביי אים איז די זאך געווען פערטיג. למעשה צום רבין אין שטוב איז נאר אריין ר' אהרן און רביצין סאשע. (די קינדער זענען געבליבען אין פאר צימער. זיי האט מען בלויז געברויכט צו מארשירען אינאיינעם אויף די גאס, פאר שוי פענצטער.) אויך זענען דעמאלטס ארינגעקומען משה גבאי, דער היינטיגער רבי שליט"א - דאן ירושלימער רב, ר' ליפא, ר' שלום אליעזר, און ר' עזריאל. (אין אישי האב איך באקומען אז אויך מרדכי אהרן מייזליש בן ר' בעריש, איך אויך געווען אנוועזענד. אבער נישט קאנפירמד)

ר' אהרן האט אנגעהויבען צו רעדען: איך וויל זאגען פארען טאטען אז משה (גבאי) און אליעזר (קעסטענבוים) טשעפענען מיך און זיי דערגייען מיר די יארן שוין א לענגערע צייט. ער האט אבער נישט דערמאנט פארען טאטען אז נעכטען האט אים דער טאטע געמאכט רב הצעיר.

 דער רבי הייבט אים אן צו זאגן זייער רואיג און געלאסען: הער מיך אויס. איך האב פיר זון - דער רבי הייבט אויף די האנט אין ווייזט אים אויף די פינגערס -  צוויי ליידער קען איך נישט מאכן פאר רבנים - און ער לייגט אראפ צוויי פינגערס - די אנדערע צוויי זון קען איך יא מאכן פאר רבנים, און אזוי ווי דו ביסט עלטער, קענסטו דיר אויסוועלן אדער וויליאמסבורג אדער קרית יואל, און פערטיג.

האט זיך רביצין סאשע אנגערופן: הייסט, דער שווער וויל צוטיילען סאטמאר? נאר דאס האט איר און און פאר ר' אהרן אויסגעפעלט. דער רבי האט איר אנגעהויבן געבען, און געשריגען: דא איז נישט וויזשניץ. דו וועסט מיר נישט איינטיילן וואס איך האב צוטוען, און נאך שטארקע ווערטער. עד כדי כך, אז ר' אהרן האט זיך זייער דערשראקן און אנגעהויבן שטאמעלען: דער טאטע זעט, איך זאג גארנישט.

האט זיך סאשע אנגערופען פאר ר' אהרן: אויב אזוי, זאגסטו בכלל נישט קיין דרשה היינט. און האט זיך אויסגעדרייט צו משה גבאי און אים בלאזעדיגערהייט געזאגט: נצחתני!  און זיי האבען פארלאזט דאס הויז, און ווידער מארשירט אויף די גאס. (איצט האט מען אויסגערופען אין ביהמ"ד "א גוטען מועד")

*

עס איז מאנטאג שפעט ביינאכט און סאטמאר איז געווארען אפיציעל צוטיילט.

א וויכטיגער אנאליז מוז דא אריין קומען.

איז סאטמאר געווארען באמת צוטיילט געווארען די נאכט? לויט די היסטאריע איז סאטמאר געווארען צוטיילט כמעט ביי יעדע קינד וואס דער ברך משה האט ערגעץ ווי אריין געשטעלט. איבערהויפט ביי דעם קאנטערווערסיאלען אריינשטעל פון ר' אהרן אין קרית יואל, נאך 15 יאר פריער, תשמ"ה. איך וועל מיך טרויען צוריק צו גיין נאך פיר און א האלב יאר, ווען ר' אהרן איז אריין געשטעלט אלץ ראש ישיבה פון דער סאטמארער ישיבה.

תש"מ האט מען גענומען א האלבע ישיבה – צו מער ווי האלב - און נישט געלאזט קומען קיין קרית יואל, נאר פאר זיי געעפענט א באזונדערע ישיבה אין "קליימער סטריט", וואס וועלעכער בחור האט געהאט אויף זיך דעם סטעמפעל "קליימער בחור" האט געמיינט אויטאמאטיש, עלטערער בחור, א באם, און עס איז פאר זיי געגאנגען זייער שווער אין שידוכים. און די אלע בחורים מיט זייערע עלטערען זענען געווארען דם שונאים פאר ר' אהרן און אפילו פארען ברך משה, אויף אייביג.

און דאס האט מען געטון נאר ווייל ר' אהרן זאל קענען איבערנעמען די ישיבה, און זיך נישט מוזען פארען מיט די עלטערע בחורים. דאס האט מען נישט געטון נישט קיינמאל פארדעם און קיינמאל נישט נאכדעם. און מען האט געמעגט שרייען ביזען הימעל, מען האט זיך נישט גערעכענט מיט די בחורים און זייער עלטערען און געשוויסטער. דעמאלטס איז געווען דער ערשטער צו טיילונג אין סאטמאר.

א יאר צו צוויי שפעטער האט דער ברך משה אריינגעלייגט זיין איידעם ר' בעריש אין 53 סטריט ביהמ"ד אין בארא פארק. עס האט אים קיינער נישט געוואלט דארט האבען פאר רב, און עס זענען געווען מענטשען, לאנגיעריגע מתפללים, וואס זענען געווען סאטמארע חסידים פון אלע יארען, וואס זענען מער נישט געגאנגען דאווענען אין 53 ביהמ"ד. צווייטע טיילונג ביי א פאזיציע פון א קינד.

דאס דריטע איז געווען ווען דער ברך משה האט אריין געשטעלט ר' שלום אליעזר אין 15'טע עוועניו סאטמאר ביהמ"ד. דארט איז געווען פיל א פלאקערדיגע מחלוקה, ווייל ר' שלום אליעזר האט געהייסען א ביסעל א צוריק געשטאנענער (אנטשולדיגט פארען נוצען דאס לשון, אבער דאס איז ליידער די מציאות) און רוב יונגעלייט פון  15'טע שול האבען זיך געעפענט א נייע שול מיטען נאמען תורה ותפילה. עס זענען אוועקגעגאנגען די שענסטע יונגעלייט פון יענעם ביהמ"ד, און געווארען דם שונאים פארען ברך משה. האלט מען שוין די דריטע טיילונג.

איצט, מוז איך זאגען אז אין מאנטרעאל איז ב"ה נישט געווען א טיילונג, ווי דער ברך משה האט אריין געלייגט זיין איידעם ר' דוד מייזליש, און דארט איז נאך היינט פון איינע פון צוויי פלעצער - אויך אין אנטווערפען - ווי מען דאווענט נאך אינאיינעם די צוויי חסידותן.

יעצט וועלען מיר באהאנדלען דעם גרעסטען טיילונג פון סאטמאר, וואס דאס האט למעשה צוגעברענגט דעם שפעטערדיגען טיילונג פון תשנ"ט.

עס איז חוה"מ סוכות תשמ"ה און דער ברך משה האט אריין גערופען די קרית יואלער קהילה אין שטאט און זיי געזאגט אז עטליכע וואכען ארום שטעלט ער אריין זיין זון ר' אהרן – וואס האט שוין געוואינט אין מאנרא און געטראגען דעם טיטול ראש ישיבה – אלץ רב ור"מ אין קרית יואל.

איך וועל נישט אריין גיין אין יענע היסטארישע צייט, ווייל איך מוז אנקומען צו אנדערע, איך בין נאך נישט געווען גענוג אלט צו קענען געדענקען, אבער עס לעבען נאך יענע אידען פון דעמאלטס און זיי פארציילען פאר ווער עס וויל נאר אויסהערען.

די שענסטע תושבים פון קרית יואל האבען זיך אפען ארויס געשטעלט און פון קרית יואל האבען רוב פון די איינוואוינער – וועמענס רב מען נעמט אצינד אויף – זיך נישט באטייליגט אויך דער הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה. עס זענען געווען זקנים פון שטעטעל וואס האבען פרובירט צו רעדען מיטען ברך משה אז ענדערש זאל קומען דער יונגערער זון ר' זלמן לייב ווערען רב, אבער דער ברך משה האט דאס נישט געטון. זיכער קען ער נישט אויפנעמען דעם יונגערען זון איידער דעם עלטערען.

קרית יואל איז שרעקליך צו טיילט געווארען. און עס האט זיך קיינמאל נישט געאייניגט צוריק. יענער מוצש"ק וירא, האט עווענטועל צו געברענגען אז בני יואל זאל זיך עפענען, די צוויי גרינדער און בויער פון שטעטעל, ר' משה פרידמאן און ר' שלמה מעכעל ראזנער, וואס זיי האט דער אלטער רבי אריין געשטעלט, זענען געפלויגען וועגען זיי האבען זיך נישט גענוג שטארק ארויסגעשטעלט צו פייטען פאר ר' אהרן. און די זקנים פון שטעטל האבען מער נישט געוואלט דאווענען מיט ר' אהרן אונטער איין דאך.

פון תשמ"ה ביז תשנ"ט איז סאטמאר פיל ארגער געווארען צו טיילט ווי פון תשנ"ט און ווייטער. תשמ"ה האט אוועקגעווארפען אידען זקנים דורכגעווייקטע חסידים פון אלטען רבין, טייל פון זיי קהילה לייט פון אלטען רבין און הונדערטער יונגעלייט האבען זיך פארעקעלט פון די גאנצע פירערשאפט, און זיך אפגעלאזט פון אריין צו טרעטען אין ביהמ"ד. יענע מחלוקת מיט ר' אהרן אז ער זאל נישט ווערען רב אין קרית יואל האט שפעטער זיך מער צו פלאקערט ביי די סקול דיסטריקט פרשה וואס ר' אהרן האט זיך צו רעדט קעגען יעדען רב און רבין וואס האט געהאלטען אנדערש פון אים, אבער פיל גערעסער פון אים אין תורה ועבודה.

אבער תשנ"ט האט צוריקגעברענגט דאס מערהייט פון די זקנים, חסידים פון אלטען רבין, עס האט צוריקגעברענט די רבנים מיט וועמען מען האט זיך געדארפט צו קריגען וועגען ר' אהרן. תשנ"ט האט געוויזען ווי גרויס דער טיילונג פון סאטמאר איז געווען תשמ"ה. עס האט נישט גענומען לאנג און א פיל גרעסערער עולם וואס זענען געווען מיט ר' אהרן די אלע יארען, האבען זיך צוריק געקערט ווי נאר זיי האבען באקומען א רב וואס האט זיי יא געפאלען.

זיי האבען געזען אין דעם נייעם רב, א איד וואס וועט אויף זייער געפילען נישט טרעטען, ער וועט אויף קיין איין ערליכען איד נישט רעדען, ער פאר מאגט א אויער פאר יעדען איד, און איז גרייט צו העלפען יעדען איד. עס האט זיך דערזען א נייער בילד: תשמ"ה האט פאקטיש צו טיילט סאטמאר, און תשנ"ט האט פאראייניגט סאטמאר.

אויב שרייט איינער ווי א קאזאק הנגזל, אז דער ברך משה האט אין תשנ"ט צו טיילט סאטמאר, האב איך פאר אים נייעס, דער ברך משה האט צו טיילט סאטמאר אויפען שטערקסטן אופן תשמ"ה, און אין תשנ"ט האט ער פאראייניגט סאטמאר.

 דינסטאג ערב שביעי של פסח

צופרי ווען דער רבי איז ארויסגעקומען פון הויז אויפען וועג צום דאווענען האט אים ר' אהרנס זון ר' מענדעל אפגעווארט דעם רבין אויף די טרעפ. ר' מענדעל הייבט אן צו וויינען אז זיין טאטע איז געווארן פארשעמט פאר די גאנצע וועלט און אלעס וועגען משה אין אליעזר. ווי נאר ער האט זאגט ארויס די צוויי נעמען, האקט אים דער רבי איבער און זאגט אים: הער מיך אויס, גיי זאג דיין מאמען אז זי זאל אויפהערן מיט די וויזשניצע שטיק. פארשטאנען? און זע אז דיין טאטע זאל זיך פארטראגן מיט משהן. און דער רבי האט אנגעהויבען גיין צום ביהמ"ד.

הערשט איצט האט ר' אהרן מיט זיינע נאנטע געזען אז דער וועג צו איבערעדען זיין טאטען איבערצולאזען משה און דורך דעם זאל ער ווערען רב הצעיר, וועט נישט ארבעטען. ער האט געזען אז דער רבי אליין איז אנטשלאסען ביי זיך וואס ער זאגט, און אויך האט ער געזען אז אויף זיין רביצין איז דער רבי געפערליך בייז, און אויף איר נוצט ער נאך שארפערע לשונות.

האט ער געזען איצט אזוי, ער זאל רעדען צום רבין אקעגען משה, האט זיך נישט אויסגעארבעט; זיין רביצין איז נאך ארגער, און זיין ר' מענדעל אויך שוין נישט. עס איז נאך דאן נישט געווען קלאר פאר ר' אהרן צו זיין עולם וועט אים איבערלאזען אויב עס וועט אויסברעכען א קריג צווישען אים און זיין טאטען, צו ער וועט קענען מיט חוצפה זיי אויפהייבען די געמיטער און זיי זאלען איבערלאזען דעם רבין און גיין מיט אים.

דעריבער כדי  זיכער צו מאכען אז זיין ברידער קומט נישט קיין וויליאמסבורג ווערן רב, וואס דעמאלטס וועט שוין זיכער דערנאך מיט די לאנגיעריגע פלענער אז ער גייט זיין דער גרעסטער און מעכטיגסטער רבי אויף דער וועלט, מוז ער צוריק ווערען רב הצעיר אויף סיי וועלכען וועג. האט ער באשלאסען צו מאכען א טריט אויף צוריק, און פרובירען זיך איבערבעטען מיט משה און אליעזר און האפענטליך אזוי וועט ער קענען צוריק ווערען רב הצעיר. און דערפאר האט ר' אהרן באשלאסען אז ער בלייבט אין וויליאמסבורג אויך אויף די צווייטע טעג. און מען וועט זען ווי זוי צו זיך איבערבעטען מיט משה. און האפענטליך איבערען יו"ט וועט דאס אויף עפעס א וועג צושטאנד קומען למעשה.

(באקומען אין אישי: אז משה גבאי האט געהייסן ר' אהרן צו בלייבן כדי אז עס זאל זיין שטיל אין יעדער זאל זיך בארואיגען.)

צופרי אין ביהמ"ד האט זיך געטון א געקאכעכץ איינס אין דער וועלט. ר' אהרןס מענשטען זענען ממש אראפ פון זינען פון כעס און בזיון, וואס מען האט מיט זייערע אלע גרויסארטיגע פלענער צונישט געמאכט. עס האט געהערשט א צומישעניש און מען האט נישט געוויסט וואס דא גייט זיין. וויבאלד די זאך נעכטען איז געשען אזוי פלוצלינג, איז נאך נישט מעגליך געווען צו מאכען א פלאן בי. ר' אהרן איז געווען אויסערגעווענליך צוקלאפט אז זיינע פלענער זענעו געווארען אויס, און האט נישט געהאט דעם קאפ און מח, ארויפצוקומען מיט אלטערנאטיווע פלענער (ווי עס איז שפעטער, נאך פסח, יא נולד געווארען). די יונגעלייט האבען זיך שוין געטרויעט חוזק צו מאכן פון רבין און רעדען אויף אים, אבער דער עלטערער עולם האט נאך דאס נישט געקענט.

אין ביהמ"ד פארען דאווענען האט דער רבי געבעטען פון ר' יונה האלפערט אז ער זאל אויסרופען אין ביהמ"ד אז ווער עס טשעפעט משה איז ער נישט מוחל בזה ובבא. למעשה האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און געזאגט אז ער וויל אליין רעדען.

עס איז געווען שטיל אז מען געקענט הערען א פליג זשומען. 

די ווערטער פון ברך משה ערב שביעי של פסח צופרי ביים דאווענען

 הערט אויס רבותי! עס איז מיר שווער צו רעדן פאר אזא גרויסן עולם און דער גאנצער עולם זאל הערן. עכ"פ, איך וועל מיך אנשטרענגען צו רעדן קורץ און שארף.

הערט אויס רבותי! עס ווערט דא געפירט א העצע אקעגן מיין גבאי ר' משה. איך קען אייך זאגן אז ער איז מיר אזא געטרייער מענטש, אז עס איז נישט במציאות אויסצושטעלן א בעסערן. ער איז גרייט פאר מיר אלעס צו טאן, און ער איז א אפגעהיטענער איד, נישט קיין בעל לשון הרע. איך קען נישט פארשטיין אז אויף אזא איד זאל מען אויסטראכטן אזאלכע מעשיות. עס איז נאר א מעשה שטן.

איך וויל אייך זאגן: איר זאלט וויסן אז משה איז מיר א געטרייערע מענטש וואס איך קען דאס נישט פאר קיין געלט קויפן. ער איז איבערגעגעבן בתכלית פאר מיר, פאר מיינע קינדער, און פאר מיין גאנצע משפחה. איך ווייס נישט וויאזוי עס איז א מציאות אויף אזא מענטש ווי משה זאל קענען אזעלכעס ארויסגיין.

איך וועל איך זאגן: ער איז מיר א ידיד אז איך דאנק דעם בוכ"ע, היות איך קען דאך נישט אליין אנפירן, איך מוז דאך האבן מענטשן, האט מיר דער אייבישטער מזכה געווען מיט אזא מענטש ווי משה. ער איז א איבערגעגעבענער מענטש, און א קלוגער מענטש, און ער פארשטייט וואס מ'קען טאן. ער איז א גוטער פריינד פאר מיר, פאר מיינע אלע קינדער, און פאר אלע ידידים. איך קען עס נישט באגרייפן ווי קאן דאס זיין אויף אזא מין מענטש ווי משה זאל מען קאנען אזוינס זאגן.

איך הער דאך אבער יא. וואס זאל איך טאן? וויל איך אייך דא זאגן: איך קען אייך נישט זאגן וואס פארא גרויסער ידיד ער איז פאר מיר, און פאר אלע מיינע קינדער, פאר די גאנצע משפחה און פארן גאנצן עולם. ער גיט זיך אוועק אלע זיינע כוחות וואס ער קאן טאן.

ממילא טוט מיר זייער וויי אז פאר אזא מענטש זאל זיך טרעפן דאס. איך וואלט נישט געגלייבט, אבער וואס זאל איך טאן, איך הער דאך אבער זאגן אזוי. וויל איך אייך דא זאגן אז די אלע וואס טראכטן דאס אויף משה'ן וויל איך זיי נישט האבן דא אין בית המדרש! איך וויל נישט זיי זאלן האבן א דריסת הרגל דא אין בית המדרש צו ביי מיר אין שטוב אריין! איך וועל קיינמאל נישט מוחל זיין פאר די מענטשן.

איך קען אייך זאגן אז איך דאנק דעם בוכ"ע יעדן טאג כמעט - איך בין דאך א מענטש, איך קען נישט גיין אליין אויף די גאס און איך קען נישט טאן פאר מיר, אבער דער אייבישטער האט מיר מזכה געווען מיט אזא מענטש ווי משה'ן. א קלוגער מענטש, א בארעכענטער מענטש, און א גוטער פריינד. אז עס זאל קענען זיין אזעלכע זאכן. אבער דאס וויל איך אייך זאגן: איך אסר א דריסת הרגל אין דעם ביהמ"ד פאר דעם מענטש וואס וועט זיך דערוואגן אים אנצורירן חלילה, אפילו נאר בכבודו. איך שמועס שוין נישט בגופו.

און איך האף מיטן אייבירשטנס הילף אז איר וועט פארשטיין וואס איך זאג אייך דא. איך ווייס וואס עס טוט זיך. איך בין נישט אויסגעוועפט חלילה וחס. איך האב שוין מיט אסאך מענטשן אפיר געהאט. א דאנק דעם בוכ"ע. איך קען דאך נישט אליין טאן פאר מיר, איך קען נישט אליין גיין אין דער גאס, איך מוז דאך האבן א מענטש, דערפאר דאנק איך דעם בוכ"ע אז ער האט מיר מזכה געווען מיט אזא מענטש ווי משה, אזא רואיגער מענטש, און א קלוגער מענטש, און א היימישער מענטש. ממילא וויל איך אייך זאגן: אז די אלע מענטשען וואס רעדן ארום לשון הרע'ס אויף אים, אז איך וועל דאס זיי קיינמאל נישט מוחל זיין. נישט בזה און נישט בבא!

איך וויל איר זאלט וויסן אז דאס הערן אזעלכע זאכן מאכט מיר אזא מער אז איך קען אייך דאס גארנישט ארויסזאגן, וואס פאר עגמת נפש דאס פארשאפט מיר איך קען עס גארנישט באגרייפן אז ביי אז ביי אונזערע אידן זאל זיך אזאלכעס טרעפן. אדרבה, לאמיך זעהן איינעם וואס זאל קענען קומען צו מיר זאגן אז משה האט אים געטאן עפעס א רעה. מיט דעם קען איך נישט פארשטיין וואס איז דאס אז אזוינס זאל קענען פאסירן.

איך וויל אייך זאגן אז איך האב גרויס צער פון דעם און איך קען נישט גלייבן אז ביי אונז זאלן מענטשן זיין אלכע טפשים און אזוינע שוטים און אזוינע רשעים. אויך אלעס אינאיינעם און טוען מיך פשוט מצער זיין מיט דעם. מען קען מיר פשוט נישט טון א גרעסערן צער פון דעם. עס טוט מיר וויי דאס הארץ אז איינער וואס איז אזוי איבערגעגעבן פאר מיר און פאר מיינע קינדער. איך ווייס נישט וואס צו זאגן באמת. איך הער נאר אז עס גייט פעס פאר, וויל איך אייך זאגן אז איך וועל די מענטשן נישט מוחל זיין קיינמאל נישט די אלע מענטשן, נישט בזה און נישט בבא.

*
די דרשה האט צושאקעלט אלעמען. עס האט געוויזען אז דער רבי ווייסט וואס טוט זיך און ער האט אלעס אליין געטון. עס האט אויפגעטאן אז דער יו"ט איז דורך זייער שיין און רואיג.

צענדליגער ר' אהרןס מענטשען האבען געקאלט משה – און פערזענליך געטראפען – און אים איבערגעבעטען, זיכער צו מאכען אז זיי וועלען נישט צווישען די מענטשען וועלעכע פירן די העצעס.

אגב, יענע שביעי של פסח איז ליידער געווען דער לעצטער יו"ט ביים ברך משה, וואס איז א דורך שיין און רואיג. פאר די קומענדיגע  זיבען יאר, האט מען איבערגעדרייט דעם ביהמ"ד און די טישען יעדען יו"ט ביז ניסן תשס"ו. און אויך די מערהייט פון די שבתים במשך די קומענדיגע יארען

שביעי של פסח

ר' אהרן האט געדאוונעט גאנץ יו"ט אין גרויסען שול און עס האט זיך ממש נישט אנגעזען אז דא האט זיך איבערקערט וועלטען במשך די לעצטע וואך. אזוי שטיל איז געווען.

דער ברך משה קומט אריין אין ביהמ"ד פון ראדני סטריט, פון איין זייט איז ר' אהרן און פון די אנדערע זייט דער רבי שליט"א (ר' זלמן לייב). משה גבאי גייט אונטער זיי מיט א געהויבענעם קאפ און א שמייכל פון איין עק פנים ביז צו די אנדערע. ר' אהרןס מענטשען  (זיי האבן נאכנישט געהייסן "ארונים" דעמאלט) קריצן מיט די ציין. אבער אין פוצה פה ומצפצף. קיינער וואגט זיך נישט צו זאגן א פיפס. מען ווייסט אז די רב הצעיר סטארי איז א פוסטע פאנטאזיע.

ביי די טישן שביעי של פסח און אחרון של פסח נעילת החג שטייט דער גאנצער עולם מיט א פארכאפטן אטעם און מען קוקט זיך צו אויפ'ן אויבנאן, וואו אין צענטער זיצט דער ברך משה ארומגענומען מיט זיינע קינדער.

(איך הער ווי איין אהרוני יונגערמאן זאגט צו אן אנדערן אהרוני יונגערמאן: זלמן לייב וועט נישט דא אויפפיקן ביי קיינעם, קוק, ער שאקלט זיך אזוי, ער האקט מיט די הענט ווי איינער וואס האט ליב דאס רבי'סטעווע. קוק דער רב (ר' אהרן) איז שטיל, אזוי ווי אין סאטמאר, ער מאכט זיך נישט משוגע, דאס האט דער עולם ליב...)

(ציניקער באמערקן ווי משה גבאי שמייכלט זייער שטארק ביי די נעילת החג טיש און ער קלאטשט אונטער ר' אהרן ביי די ווערטער פון חסל סידור פסח: "כאשר זכינו לסדר אותו, כן נזכה לעשותו"... אבער מער-ווייניגער איז עס א שיינער יו"ט.)

אחרון של פסח נאכען דאווענען איז ר' אהרן געגאנגען צו קידוש צו אליעזר קעסטענבוים אהיים.

דער קידוש איז צושטאנד געקומען דורך ר' אהרנס זון ר' מענדעל. די סיבה איז געווען ווייל ר' מענדעל איז געווען דער וואס האט געשלעפט זיין טאטן צו משהן שבת חוה"מ נאכמיטאג און ער האט געוויינט צו משהן אז מען איז גרייט אלעס צו טוען אויף דער וועלט אז סזאל זיין שלום.

משה האט האט אים געענטפערט אז עס האט גארנישט מיט אים, מען דארף זען אז אין ארץ ישראל זאל זיין שטיל ווייל די בני ברקער זענען געווען דעמאלטס ציווילדעוועט. דעמאלטס האט מען מחליט געווען אז ר' אהרן גייט מוחה זיין ביי שלש סעודות  (ווי שוין געשריבען)

נאך א נקודה (ואס איך האב באקומען אין אימעיל). בשעת מען האט איבערגדרייט משהס קאר מאנטאג נאכט איז ער געזעצן מיט ר' מענדעל אין בוידעם ביים ברך משה אין דערהיים און געטרייט צו פארהאנדלען. אזוי רענדנדיג זאגט ר' מענדעל פאר משה, איך וועל דיר נישט פאפען אז איך מיין, מיין טאטען. איך מיין מיך, ווייל אויב מיין טאטע ווערט רב הצעיר און קומט אויף וויליאמסבורג, וועט מאנרא גיין פאר מיר. (איר הערט ווערטער?)

יעצט די צווייטע טעג האט ר' מענדעל געלייגט פרעשער אויף אליעזר אז ער זאל רופן צו קידוש זיין טאטען אזוי אז עס זאל זיך פארגלעטען. ר' אהרן האט סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, ווייל אלע וועגען וואס ער האט פרובירט ביז איצט האט דאך נישט געארבעט, האט ער פרובירט איצט דעם וועג.

ביים קידוש האט זיך באטייליגט ר' אהרן, דער היינטיגער רבי שליט"א, וועלעכער האט געוויילט די צווייטע טעג אין וויליאמסבורג, ר' מענדעל, הירצקע צוויבעל אבער נישט משה גבאי.

וואס מען האט גערעדט ביי דעם קידוש איז מיר נישט באקאנט.




תוקן על ידי מנהל_שני ב- 08/07/2009 7:40:40




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 00:22 לינק ישיר 

נאך איין קליינע אבער גאר וויכטיגע אנאליז.

בינימין הירש רעדט זיך אפ אז: "ס'איז אזאנס נישט געהערט געווארן, ממש ל"ע מ'ציט דא אויף א דור פון שלעגערס און פון קלאפערס. מיט א שמחה וואס דא האט זיך געטוען, איך האב געמוזט אנכאפן מיינע צוויי בחורים נעבן מיר, נישט לאזן אוועקלויפן! יונגעלייט, אלטע, ס'איז דא יונגעלייט זיידעס, זיידעס, ממש מ'האט זיך מחיה געווען, מ'האט זיך מחיה געווען אזוי ווי א שטיקל רמב"ם? — זיצט מען דא מ'וועט שטעלן דיינים וואס מ'זאל טוען... מ'דארף נישט נעמען דיינים, מלמדים דארף מען נעמען! מיר האבן מחנכים אין די ישיבה וואס זיי לערנען נישט אונזערע קינדער, וואס טוט זיך דא? — מ'וועט שוין קומען צו א מצב מ'וועט חלילה נעמען דעם רבי'ן זאל זיין געזונט און ארויסטראגן פון ביהמ"ד! לויט ווי ס'גייט, דאס וועט זיין דער סוף. פון דעם דארף מען רעדן! דעס, דיינים, דעס איז נישט אינטערעסאנט.

אויך זאגט ער: "און נאכדעם, אויסער דעם, וואס איך בין היינט געוואויר געווארן, און איך מוז זאגן אז איך בין אביסל נאאיוו, אז צווישן דא, זיי זיצן דא צווישן אונז, איך ווייס נישט קיין נעמען, האבן געוואוסט וואס דאס גייט געשען אזא מין זאך, ס'איז געווען א — ווי מ'זאגט ל"ע א פוטש! דאס האט זיך נישט געמאכט פון איין טאג צום אנדערן"

וויטער זאגט ער: "איך האב נישט געוואוסט אז בכלל ס'טוט זיך דא וועבן אזא גאנצע זאך. אז ראצערס דרייען זיך ארום, יעדער ראצער האט א מיינונג אויף א מענטש, דער איז אזוי, און דער איז אזוי, דעם דארף מען הארגענען און דעם דארף מען הענגען. איך מיין, דאס גערעדעכץ. איך האב געהערט, יו"ט האב איך געהערט, איך קען ענק זאגן, איך וויל עס נישט ארויסברענגען אויפ'ן מויל, איך האב געהערט פון יונגעלייט ווערטער אויפ'ן רבי'ן זאל זיין געזונט, — איך ווייס נישט פון ווי מ'נעמט אזעלכע ווערטער? אויף א שיינעם אופן?"


פאוואליע, מען האט גערעדט אויפען רבין? זענען שוין די זאליס, די שונאים, די מתנגדים, די בני יואל, געווען אין ביהמ"ד יענעם פסח? וועם האט ער געמיינט?
בינימין הירש איז געווען ר' אהרןס מענטש און ארויף געקוקטער ביי גאנץ קהל און דא רופט ער זיך אן אזעלכע ווערטער אז ער האט געהערט ווי יונגעלייט רעדען אויפען רבין. און ער האט מורא אז מען וועט נאך דעם רבין ארויסטראגען פון שול. און ער נוצט ווערטער ווי "פוטש".

וואס האט ער געזען אזאנס?

אלא מאי איז געדרינגען אז  אפילו א ר' אהרנס מענטש איז געווארען אויפגעציטערט אז ר' אהרנס מענטשן מאכען א פוטש און זיי רעדען אויפען רבין שריקליכע ווערטער און זיי וועלען נאך אים טאקע ארויספירען פון ביהמ"ד.

ניבא ואינו יודע מה ניבא




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 00:47 לינק ישיר 

נאכען אסיפה ביים טאטען אין הויז ווי עס איז געווארען אפגעפרעגט די רב הצעיר געשיכטע, איז ר' אהרן אהיימגעפארען קיין קרית יואל.

יעדעס מאל ווען ער פלעגט זיין אויף די ערשטע טעג יו"ט ביים טאטען פלעגט ער אבער זיין די צווייטע טעג אינדערהיים. און ער איז יענע נאכט אהיימגעפארען.

מען קען נישט וויסען וואס ער האט אויפען וועג אהיים געטראכט. אבער לכאורה האט ער געטראכט אז די באן פארט שוין ממילא און משה גבאי קען שוין גארנישט טון דאס צוריק צו דרייען אפילו דער טאטע האט אים נישט געמאכט און אפילו גאנץ קהל האט געזען און געהערט ערשטהאנטיג אז דער רבי האט אים נישט געגעבען א ברכה אפילו נאר צו זיין אריינקומען איבער די וואך. און אפגערעדט פון ווערען רב הצעיר.

מאנטאג צופרי ג' דחוה"מ פסח, ווען מען איז אנגעקומען אין די סאטמארע שולען זענען די ווענט געווען אנגעקלעפט מיט די צעטליך.

געלעכטער וועט עס אריינשטעלען (ווייל איך ווייס נישט ווי זוי)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.