בית פורומים אחים אנחנו

די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/6/2009 00:53 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2009 01:09 לינק ישיר 

עיקר שכחתי.

פון קהלס מיטינג זונטאג זעט מען אז יעדער פון קהל האט איינגעשטימט אויף איין זאך: דער איחוד התלמידים איז זייער ווייט פון א איחוד. עס איז פיל ענדעש א פירוד התלמידים.

ר' יעקב כהנא — "איך האב געמיינט, דא האט זיך געמאכט אזא ארגעניזעשאן וואס איז איחוד התלמידים, אין איין וועג איז דאס א גוטע זאך, זיי האבן געמאכט גוטע זאכן, זיי האבן געמאכט שיעורים צו לערנען, אבער ס'איז בנין נערים סתירה. מ'זאל זען די ראשים פון די איחוד התלמידים זאלן אריינקומען אין קהל אריין, און ס'זאל זיין אונטער קהל'ס רשות, און ממילא דעמאלט האט מען אלע יונגע לייט, און טאמער האט מען עפעס פראבלעמען קעגן א יונגערמאן, א יונגערמאן קען מיט א יונגערמאן אנדערש רעדן ווי אן עלטערער מענטש רעדט מיט א יונגערמאן. דאס מ'זאל גרייט קען אמאל, איך האב געהאט שוין גערעדט מיט ר' שלמה זלמן סאנדער אפאר מאל וועגן דעם, אז מען זאל עס קענען אריינברעגנען אין קהל אריין. עס איז היינט געווארן, די איחוד התלמידים איז געווארן אזא מין עקסטערע ארגעניזעשאן, עס איז געווארן א [אחד אומר: דער איחוד מאכט א גרויסן פירוד], א גרויסער פירוד, עס איז געווארן ווי אן עקסטערע ארגאניזעישאן ... און עס ווערט ארגער און ארגער, און דער פירוד ווערט אלץ גרעסער"

ר' יעקב צבי שענפעלד — "איך וויל זאגן צוויי ווערטער. ליידער, ליידער, מ'זאל קוקן וואס דא איז געשען. מ'זאל וויסן אזוי. וואס דא איז געשען, האט מען געזען אזוי ווי ער האט געזאגט, ס'איז געווען קופקעס בחורים, קופקעס אינגעלייט, וואס זענען געווען פארנומען מיט די גאנצע זאך. די ערשטע זאך איז, אז מ'זאל אפשטעלן אביסל, — אויסער דעם אנדערע זאכן וואס איך האב פארצושלאגן, טאקע וועגן איחוד, קהל זאל איבערנעמען אינגאנצן דעם איחוד"

נאך א קליינער באמערקונג: בינימין הירש שרייט פאר ווייטאג אז די יונגעלייט רעדען אויפען רבין, זיי וועלען אים נאך ארויסטראגען און נאכדעם רעדט ער איין רעג וועגעל די עליות אז די יונגעלייט קויפען עליות נאר צו צו פיקסען דעם און יענעם. אבער ווער עס ליינט דעם פראטאקאל זעט אז בינימין רירט דאס אן נאר צום ענדע. און בערעל פרידמאן ענטפערט אים דוקע וועגען די עליות...

און בינימין ענפערט אים טאקע צו די זאך:

ר' בערל — דו זאגסט אז קויפט עליות און מ'באצאלט נישט. דוד הערש איז נישט דא? (מתווכחים ביניהם).

ר' בנימין — ר' בערל, קיין חוזק זאלט איר נישט מאכן! דא איז נישט די רעדע צי מ'באצאלט יא צי מ'באצאלט נישט. דא איז נישט די רעדע וואס מ'צאלט יא צי מ'באצאלט נישט





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 01:14 לינק ישיר 

די צעטייל איז אנגעקומען מאנטאג פארטאגס צום רבין אין שטוב אויפען פעקס. קרעדיט: עטליכע שרייבער. יש"כ פארען עס שיקען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 01:18 לינק ישיר 

פון אריינקומען 2-3 מאל א וואך איז נולד געווארען א נייער דערהער. "רב דקהילותינו קדושות".

איי וואס האט לאנדאן געהאט צו טון מיט דעם אז דער רבי איז ווינטער אין מיאמי און זומער אין פלארידא? אבער ר' אהרן איז געווארען דער פאקטישער רב, און שוין נישט רב בצעיר אדער א צו-הילף וואס מען האט גערעדט ביי קהל.

תוקן על ידי פארמעגליך ב- 16/06/2009 1:16:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 19:59 לינק ישיר 

לאמיר עטוואס נאך אנאליזירען די מיטינג פון קהל.
ר' אהרן זאגט "נאר דער אמת איז, אז דער ראה"ק ר' בערל האט מיט מיר שוין גערעדט פון דעם ענין מיט א לענגערן זמן"

אנטשולדיגט, איך האב געמיינט אז דער רבי האט געוואלט. און ער האט אים האט היינט אינדערפרי אויפגענומען? וואו קומט דא ר' אהרן און זאגט אז ער מיט בערלען האבן דאס אפגעשמועסט איבערען ווינטער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 20:26 לינק ישיר 

מאנטאג  ג' דחוה"מ פסח תשנ"ט

 

צופרי דאווענט ר' אהרן אין גרויסען ביהמ"ד אין קרית יואל. כמעשהו אתמול, שטייט ר' אהרן אויף זיין פלאץ אויפען מזרח זייט ביים אויבען אן און נעמט אן מזל טוב פון די שעפסען וואס שטייען אין די רייע. ר' אהרן האט כמעשהו אתמול, שיין געמאכט די פיאות, גקרייזעלט ארויפ אויפען שטערען און לאכט ווי א זיבעלע.

קיינער פון די רייע ווייסט נישט אז נעכטען ביינאכט איז ער געווארען אנגעפאטשט פון קאפ ביז פיס דורך זיין טאטען בלויז פארען וועלען אריינקומען 2-3 מאל א וואך קיין וויליאמסבורג. און אפגערעדט פון ווערען דער רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר.

ווי נישט צו אים גערעדט האט זיך זיין טיטול איון מיטען די נאכט געהויבען פון רב הצעיר, צו רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר. ער ווייסט ביי זיך אז די מלחמה איז א פארגאנגענהייט און מען גייט געהעריג איבערנעמען גאנץ סאטמאר, און אבער שוין.

נאכען דאווענען האט מען כמעשהו אתמול, ווידער אויסגעבראכען אין א קול רנה וישועה און דער גאנצער ציבור האט געשאלט און געיובלט. די פנימער האבען געלאכטען פון פרייד ווי ווייט עס איז געלונגען דער שטיקעל.

קופקעס שטייען און פאליטיזירען און יונגעלייט מאכען שוין ליסטעס מיט נעמען ווער עס דארף פליען די ערשטע און ווער די צווייטע און אזוי ווייטער און ווייטער.

ווי זוי מען האט דעמאלט געשמועסט, האט מען באשלאסען אז משה גבאי גייט יא פארבלייבען ביי זיין אמט, ווייל ער גייט מוזען ווערען א וואויל יונגעל און זיך צושטעלען פולי צום נייעם רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר, און דאס זעלבע מיט זיינע נאכשלעפער, אבער דער איד גייט מוזען זיך צושטעלען צום נייעם רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר, און אויפהערען צו דעקען די דרשות פון ר' זלמן לייבען פון ירושלים.

איין נאמען האט יעדער זיך פאראייניגט אז ער מוז פליען אט שוין, און מען האט דעמאלטס דערציילט אז דער נייער רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר גייט דאס נאך מאכען נאך אין מיטען חוה"מ, און דאס איז, ארויסווארפען אריה לייב גלאנצען, וועלכער איז דעמאלטס געווען שונא נומער איינס נאך משה גבאי'ן.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2009 21:00 לינק ישיר 

במשך פון מאנטאג נאכען דאווענען ביז פארנאכטס איז נישט געווען עפעס וואס דער ציבור האט געוויסט. קען זיין אונטער די קוליסען יא, אבער איך ווייס נישט און ווער עס ווייסט יא קען מיר שיקען אין אישי.

דער עולם האט געוויסט אז מען מוז אריינפארען צו די גרויסע פארזאמלונג ביינאכט אין גרויסען ביהמ"ד אין וויליאמסבורג און עס איז געווען אנגעהאנגען פלאקאטען דער סדר הבאסעס, און יעדער האט געמאכט פלענער טאקע דארט צו זיין. ווי איך הער האט זיך דער שטעטעל אויסגעליידיגט נאכמער ווי עס פלעגט יענע יארען זיין אויף שמחת תורה.

אבער וויבאלד עס איז דא עטליכע שעה ביז די געשעענישען ביינאכט אין וויליאמסבורג וועל איך צוריק גיין צו די נעטען נאכמיטאגדיגע מיטינג ביי קהל .

1.       יעדער קען באמערקען מיט וואספארא פחד בנימין הירש רעדט ביי די מיטינג, ער האט מורא צו רעדן קלאר, און ער זאגט אויך בתוך דבריו אז וועם מ'איז חושד אז ער האט "עפעס" געזאגט "ווארפט מען אים גלייך ארויס" וד"ל.

2.       כולי עלמא (נאכנישט געווען צוויי פארטייען) זענען מודה אז די איבערקערעניש יענעם יו"ט איז געקומען פון די פירער פון "איחוד התלמידים". ר' אהרן'ס אינגעלייט (ווי איך האב שוין ארויס געברענגט אז ער האט געבויט זיינע האפענונגען אויף די כוח פון די אינגווארג).

3.        די קרית יואלער קהלס לייט זענען מודה אז "איחוד" האט געמאכט די איבערקערעניש, און מאיר הירש שעמט זיך אפילו נישט צו זאגן אז "נאר" ר' אהרן האט א ווארט אויף זיי. וד"ל.

4.        בערל לייקנט ברבים - עטליכע מאל - אז עפעס האט זיך געטון אינטער די קוליסען איידער דעם הייטיגען טאג, און זיין לייקענען באציט זיך קלאר צו די התמנות פון אהרן, ווייל ר' בנימין זאגט קלאר אז ביז היינט האב איך נישט געוויסט אז עפעס טוט זיך וועגן די רבנות און בערל זאגט אז ס'האט זיך גארנישט געטון. און דאס איז זיין לשון: " נו, מ'איז געשטאנען מיט פארשידענע די לעצטע 2 וואכן מ'האט זייער שטארק דן געווען איבער דעם ענין. מ'האט צדדים אהער און צדדים אהין. איז היינט צופרי האט מיך דער רבי אנגעקאלט און ער האט געזאגט אז איך וויל אז ר' אהרן דער קרית יואל'ער רב זאל אריינקומען אהער אויף וויליאמסבורג. איך ווייס נישט זאגט ער. איך האב אים געפרעגט דער רבי וויל ער זאל ווערן רב הצעיר? ער ווייסט נישט וואס דאס איז רב הצעיר — זאגט ער — ער זאל אריינקומען דא און ער זאל אנפירן אלעס וואס מ'דארף. האב איך געפרעגט דעם רבי'ן, נו מ'מוז דאך כ'פארשטיי נישט, ער וועט אוועקגיין פון קרית יואל? — נו, דאס וועסטו שוין — זאגט ער — מיט אים שפעטער רעדן. ער האט אנגעקאלט ר' יענקל כהנא די זעלבע זאך. אונז זענען מיר געשטאנען קודם צווישן אונז פארהאנדעלט, מיר האבן נישט געוויסט וואס טוט מען דא? צוויי פראבלעמען איז דא, איין פראבלעם, איך זאג עס נאכאמאל, ווען מען נעמט אויף א רב, וואס זאל דער רב זיין, הייסט ער דא? צו וויל ער אהערקומען וואוינען?"

(קודם זאגט ער אז האט געפרעגט דעם רבי'ן וואס ר' אהרן זאל טון דא, דערנאך זאגט ער אז ער האט גערופן ר' יענקל און  נישט געוויסט וואס צו טון", דערנאך זאגט ער אז ער איז שוין א לענגערע צייט בקשר מיט ר' אהרן וועגן דעם.

שקרן וכזבן שאין כדגמתו, ווייל א שקרן זאגט נישט קיין ליגענט ווען ס'איז דא א טעיפ ריקארדער אויפען טיש...)

א פאר מינוט שפעטער זאג ער אז ער איז שוין א לענגערע צייט בקשר מיט ר' אהרן, ווי ר' אהרן זאגט גלייך ווען ער איז אנגעקומען, כלשונו: "נאר דער אמת איז, אז דער ראה"ק ר' בערל האט מיט מיר שוין גערעדט פון דעם ענין מיט א לענגערן זמן. און איך האב דאס נישט אזוי, איך האב מיך פרובירט מדחה צו זיין פון צייט צו צייט".

5    . בערל דרייט זיך ארויס און גיבט נישט קיין נארמאלע סיבה פארוואס מ'זאל נישט ברענגען ר' זלמן לייב. כלשונו: "נישט ער וויל קומען, און נישט מ'רעדט דאס וועט אונז קאסטן אונז וועלן מיר נישט קענען ... און ס'וועט נישט ארבעטן". ער קעקעצט עפעס וועגן געלט און לייגט גלייך צו אז אהרן וועט אויך קאסטן געלט.... נא ר' בערל זאג א סיבה וואס איז שלעכט מיט ר' זלמן לייב?

6.   פארוואס זענען די קרית יואל'ע ראשי קהלה גערופען געווארן צו א וויליאמסבורגע אסיפה נאך איידער די וו"ב האבן געזאגט צו זיי ווילן בכלל האבן דעם אהרן'ען? וד"ל.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2009 00:22 לינק ישיר 

פארמעגליך וואס לאזטו דעם עולם ווארטען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 00:44 לינק ישיר 

דו אלע אונפארמאציע וואס פארמעגליך שרייבט איז שוין געדריקט געווארען און קינטרוס מיטן נאמען הצילה משפת שקר ווער עס האט עס זאל מקיים זיין א תמנה טוב און פארשפארען די שרייב ארבייט מיט די ארבייט פון זיכען חומר און פקטען פון יענע ביטערע תקיפה פון אונזער חשובער קאלעגע פארמעגליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 01:18 לינק ישיר 

נאר צוויי תגובות איז געווען דארט געדרוקט די טרענסקריפטס פונעם טעיפ.

ער האט מסדר געווען אסך מער אינפארמאציע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 02:23 לינק ישיר 

אויב איז די סיבה פון'ם מיטונג געווען 'די רבי האט מיר היינט אנגערופן' וואס זאגט ער דערנאך ''עס איז געווען א הצאה צו מאכ'ן ר' זלמן לייב'ן'' ביי וועם איז געווען די הצאה...?

איין שטארקע קשי' דארף אבער 'פארמעגליך' אדרעסירן דהיינו ר' בערל זאגט די רבי האט אויך אנגערופן ר' יענק'ל און איך זעה נישט אז ר' יענק'ל זאל זיך האבן עפעס אנגערופן דערויף עס אפצולייקענען?   



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/6/2009 04:20 לינק ישיר 

איך וויל דא איבער געבן א שליחות פון פארמעגליך
אז ער איז געווען זייער פארנומען אין וועגן דעם האט ער נישט
געקענט ממשיך זיין אבער ער האפט היינט נאכט אדער מארגן
ווייטער צו ממשיך זיין מיט דו היסטארישער רייכער ארטיקל

מיט אנטשולדונגוג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 15:15 לינק ישיר 

 

עס איז מאנטאג ג' דחוה"מ פארנאכטס.

דער ביהמ"ד אין ראדני סטריט איז געפאקט מקצה אל הקצה. דער פאליש איז געפאקט, און די דורך גענג אויך געפאקט. נאך אפשר א גרעסערער ציבור ווי אין א א' סליחות. יעדער ווייסט אז די נאכט איז היסטאריש. ר' אהרן גייט ווערען דער אפיציעלער "רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר" און ער שוין דער פאקטישער רבי איבער גאנץ סאטמאר.

אויסער די 20 קהלס לייט האט קיינער פון די פארזאמעלטע נישט געוויסט וואס מיר ווייסען היינט אז דער רבי האט אים נישט אויפגענומען פאר רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר, נאר עס איז געווען א געפלאנטער "פוטש"  וואס בערל פרידמאן מיט ר' אהרן האבען אויסגעארבעט שוין "א לענגערען זמן" פריער. און קיינער האט נאך דעמאלטס נישט געוויסט אז נעכטען ביינאכט ביי די מיטינג אין רבינס הויז, האט דער רבי אויפגעפאטשט ר' אהרןען בפני כל הקהל הקודש. מען האט נאר געוויסט אז ר' אהרן האט געווינען די קריג איבער משה, און ער האט עס גוט געמאכט און עס איז אים געלונגען.

אין ביהמ"ד זענען געווען מענטשען פון אלע קרייזען און שיכטען. פילע פרעמדע אידען זענען געקומען מיטהאלטען דעם געשעעניש. פון מוצאי שב"ק חוה"מ האט די גאנצע חסידישע וועלט מיטגעהאלטען אז אין סאטמאר האט שב"ק אויסגעפלאקערט א מחלוקת און עס האט קיינער נישט געצווייפעלט אז די קריגעריי איז איבער די רבנות פון סאטמאר נאך די מאה ועשרים פון רבין טראץ ער איז פיזיש געזונט און שטארק, ער דאווענט פארען עמוד, פירט טישען, קומט און גייט אליין, נעמט אויף אידען לאנגע שעות, גייט אן מיט א געהעריגען סדר היום.

עס גייט דורך א שטיק צייט, און דער רבי מיט ר' אהרן קומען נישט אן אין ביהמ"ד. אויבן אן זענען געווען אנגעגרייט אויף א סטעידש בלויז צוויי בענקלעך פאר געוועזענעם רבין און פארען נייעם רבין. אבער די צוויי בענקלעך זענען געשטאנען שוין צו לאנג ליידיג.

מען האט געקאלט צום רבין אין שטוב, זען וואס דא דויערט אזוי לאנג, און עס האט אנגעהויבען קורסירען קלאנגען אז דער רבי האט "צוריק געצויגען" פון זיינע נעכטיגע רייד, און ער האט חרטה פארען אויפנעמען ר' אהרן אלץ רב דקהילתינו הקדושות די בכל אתר ואתר.

איך קען נישט וויסען ווי לאנג עס האט גענומען אז דער קלאנג זאל אנקומען צו אלעמענס אויערען, אבער צוביסלעך האבען מענטשען אנגעהויבען זיך פארזאמלען אין פראנט פון רבינס הויז. קיינער האט נישט געקענט אריינגיין און עס האט זיך גארנישט ארויסגעזען פון דרויסען. בחורים מיט יונגעלייט זענען געשטאנען און געפירט קיפקעלעך, שפוקלאציעס זענען נולד געווארען יעדע סעקונדע און אומעטום האט זיך געשפירט אז עפעס היסטעריש און היסטאריש גייט פאר.

מיר וועלען איבערלאזען דעם געפאקטען ביהמ"ד און אייך פירען צום רבינס הויז אין פראנט אויף ראסס סט זייט, ווי עס שטייען דא הונדערטער מענטשען און קיינער ווייסט נישט וואס דא גייט פאר. איין זאך ווייסט מען אז דער רבי האט צוריק געצויגען.

פלוצלונג זעט מען ר' אהרן אנקומען - צו פיס - אין באגלייטונג פון זיין רביצין און אלע קינדער און איידעמער. שפוקלאציעס הייבען זיך ווי אויף הייווען. מען פלאטיזירט אין גרויסען. יעדער קליינער בחור אויב זיין מויל ארבעט, האט א גאנצע קוקפע ארום זיך. מען זעט פיל מיט פרעמדע מענטשען, וואס זוכען עקשאן און ווילען מיט האלטען דעם ספעקטאקעל.

איך מיין אז עס איז יעצט געווען בערך 9:00 אזייגער ביינאכט, און עטוואס שפעטער קומט ארויס פון הויז ר' אהרן, זיין רביצין און די קינדער. אזוי ווי זיי זענען געקומען, אזוי זענען זיי ארויס. ר' אהרן האט געהאט געמאכט שיינע געלאקטע פיאות געקרייזעלט שוין פון אינמיטען שטערען, ער האט אנגעהאט זיין סטראקעס בעקישע, ווייל ער איז דאך היינט נאכט דער חתן דומה למלך. אבער זיין נאז איז געווען – פארשטענדליך – פיל לענגער ווי אלעמאל, און זיין לעצטיגע זיבעלע שמייכעל וואס האט זיך נישט פון אים אפגעטאן פון נעכטען פארטאגס, איז פארשווינדען געווארען.

און אזוי שטייענדיג אין די גאס האט פלוצלינג אנגעהויבען צו שטראמען מענטשען אין די אלפים. דער גאנצער עולם פון ביהמ"ד איז געקומען צו גיין. אנטשולדיגט, נישט גיין, נאר צו לויפען. איצט האב איך געהערט אז עס גייט בכלל נישט זיין קיין דרשה, און "שלמה שמש" האט אויסגערופען אויפען מייק "א גוטען מועד". און איינער אין ביהמ"ד (ווי מען האט דעמאלטס געשמועסט איז עס געווען שמואל דוד מארקאוויטש, דער גבאי פון ביהמ"ד), האט אויסגעשריגען אז דער גאנצער עולם זאל אריבערגיין צום רבינס הויז.

וואס עס האט אלץ פאסירט האט נאך רוב פונעם ציבור אפילו נישט געוויסט, אבער מען האט געטראכט אז א פארזאמלונג אויפען גאס אין פראנט פון רבינס הויז וועט אלעס קענען איבערדרייען.

נו אז דער עולם איז היציג, נאכדערצו אז מען איז דורך געפאלען און מען האט אויסגעשריגען צו גיין צום רבינס שטוב, זענען דאך די בחורים און יונגעלייט בארעכטיגט, דעם פארזאמלונג צו פארוואנדלען אין א געהעריגע מאסען דעמאנסטראציע.

און דאס איז געשען. עס האט אנגעהויבען צו גיין קולות פון פוי, ביז משה גבאיס נאמען, און עס האט נישט געדויערט לאנג און פון רבינס הויז זעט מען גארנישט. קיינער קומט נישט און קיינער גייט נישט, קיין שום עקשאן גייט נישט פאר, מיט וואס דער ציבור פון דרויסען קען עפעס זיך אויס געבען, האבן עטליכע יונגענטליכע זיך צוגעכאפט צו משה גבאיס קאר און דאס איבערגעדרייט באגלייט מיט קולות.

די גאס האט אויסגעקוקט ווי הארלעם. יוגענטליכע פירען דורך א ווילדען פראטעסט און ווארטען אויף עפעס א פעטען קרבן זיך צו קענען אויסגעבען. מען האט דעמאלטס געשמועסט אז מען ווארט אז משה גבאי זאל ארויסקומען און מען וועט אים ממש דערהרגענען.

דערווייל האט משה גבאי באשלאסען אז ער האלט נישט ביים שטארבען. זיין בוזעם פריינט אריה לייב גלאנץ האט אראפגערופען די פאליציי און ווען די פאליציי האט געזען וואס דא גייט פאר, האבען זיי אראפגערופען פארשטערקעטע כוחות און מען האט אנגעהויבען פארטרייבען די צעיושטע בחורים מיט יונגעלייט. די גאס האבען זיי ליידיג געמאכט און קיין איין מענטש האבען זיי נישט געלאזט שטיין אויף א רגע.

בערך עלף אזייגער איז משה ארויסגעקומען פון רבינס הויז אין אהיימשפאצירט מיט פאליצייאישע באגלייטונג. קיינער איז שוין נישט געווען אין גאס און קיינער האט אים נישט אפילו נאכגעשריגען. זיין קאר האט מען צוריקגעדרייט אבער פארען דערמיט האט מען, ווייזט אויס, נישט געקענט.

דא האט זיך געענדיגט די היסטארישע נאכט. וואס פינקטליך האט פאסירט האט מען נאך דעמאלטס נישט געוויסט, אבער אזויפיל האט יעדער שוין געהערט אז דער ברך משה האט פריער געזאגט פאר ר' אהרן אז ער וויל צו טיילען סאטמאר צווישען זיינע צוויי זין וואס קענען לערנען, און ער, ר' אהרן, אלץ דער עלטערער זין, קען זיך אויסוועלען קרית יואל צו וויליאמסבורג. דאס אלץ וואס יעדער האט געהערט.

 

*

איצט וועלען מיר אייך אריין טראגען צום רבין אין הויז און זען פון א אנדערען אנגעל, וואס דא האט זיך אויף גשפילט און אויס געשפילט. (די פאלגענדע דערציילונגען איז באוויסט געווארען פארען ציבור דעם אנדערען טאג, און דאס איז געווען די אפיציעלע ווערסיע וואס איז דערציילט געווארען דורך ר' אהרןס קינדער און צו די זעלבע צייט, דורך משה גבאי'ס זייט.)

במשך פון יענעם נאכמיטאג איז משה גבאי בכלל נישט געגאנגען צום רבין אהיים, ער האט געלאזט די זאך אליין אויפשפילן. ווי מען וויסט היינט האט ר' ליפא אריינגעטראגען די צווי – אויבערשטע - צעטלעך פון רב דקהילתינו הקדושות און געוויזען פארען רבין. דער רבי איז ארויס פון די כלים און געשריגען אז ער וויל שוין רעדען מיט ר' אהרן.

דער הויז בחור האט פארשאפט די סעלפאן פון וואלף גליק וועלכער איז געווען דעמאלטס ר' אהרנס דרייווער אויף אפיציעלע פלעצער (און אויב האב איך נישט קיין טעות איז ר' אהרן אריינגעקומען מיט א געדינגענעם קעדילעק) און ער האט אים אריינגעקאלט און געזאגט אז דער רבי וויל רעדן מיט ר' אהרן. וואלף האט איבער געגעבען דעם סעלעפאן פאר ר' אהרן, און דער רבי האט אים אנגעהויבען געבען קאלטס אין ווארעמס. דער רבי האט געשריגען: איך הער אז דו גייסט ארום, און זאגסט אז דו ביסט געווארען רב הצעיר, וויל איך דיר זאגן אז איך אסר דיך צו רעדען היינט ביינאכט איין ווארט וועגען די רבנות, און אויב וועסטו מיך נישט פאלגען וועל איך זאגן פאר יעדען אז דו ביסט מיר מקצר ימים!

ר' אהרן איז שוין געווען כמעט אין שטאט. וואס טוט מען איצט? מען האט באשלאסען אז מען רופט אריין רביצין סאשע מיט די קינדער און מען וועט זיי ווארטען ביי זייער זין, ר' מענדל אין דערהיים, רביצין סאשע האט געקאלט משה אהרן שטיינבערג אז די וועלט דרייט זיך איבער און זי מוז זיין ווי אמשנעלסטען אין שטאט. משה אהרן -  וועלענדיג אויך האבען א חלק אין ראטעווען סאטמאר, און מיט משה גבאין האט ער שוין אלטע פריוואטע משפחה חשבונות – האט גענומען דעם קרית יואלער הצלה אמבולאנס און רביצין סאשע מיט די טעכטער האבען זיך אריינגעזעצט און מען איז געפלויגען צו ר' מענדלען אהיים.

דא ביי ר' מענדעל איז מען אויפגעקומען מיט א געניאלען פלאן וויאזוי צוריק צו כאפען די מאכט. מען מאכט אפ אז ר' אהרן, זיין רביצין און די גאנצע משפחה, זון, טעכטער און שנירען, זאלען אריבער גייען צום רבין און מען גייט איינמאל פאר אלעמעל פארציילען פארען רבין אלעס וועגען משהן, וואס ער טוט אלץ פאר ר' אהרן.

זיי קומען אן און מארשירען אריין. דער רבי האט דעמאלטס געלערענט ווי קיינמאל גארנישט. קיינער איז נישט געווען אין שטוב. דער רבי  האט פריער אפגעזאגט זיינס פאר ר' אהרן און ביי אים איז די זאך געווען פערטיג. למעשה צום רבין אין שטוב איז נאר אריין ר' אהרן און רביצין סאשע. (די קינדער זענען געבליבען אין פאר צימער. זיי האט מען בלויז געברויכט צו מארשירען אינאיינעם אויף די גאס, פאר שוי פענצטער.) אויך זענען דעמאלטס ארינגעקומען משה גבאי, ר' ליפא, ר' שלום אליעזר, און ר' עזריאל. (אין אישי האב איך באקומען אז אויך מרדכי אהרן מייזליש בן ר' בעריש, איך אויך געווען אנוועזענד. אבער נישט קאנפירמד)

ר' אהרן האט אנגעהויבען צו רעדען: איך וויל זאגען פארען טאטען אז משה (גבאי) און אליעזר (קעסטענבוים) טשעפענען מיך און זיי דערגייען מיר די יארן שוין א לענגערע צייט. ער האט אבער נישט דערמאנט פארען טאטען אז נעכטען האט אים דער טאטע געמאכט רב הצעיר.

 דער רבי הייבט אים אן צו זאגן זייער רואיג און געלאסען: הער מיך אויס. איך האב פיר זון - דער רבי הייבט אויף די האנט אין ווייזט אים אויף די פינגערס -  צוויי ליידער קען איך נישט מאכן פאר רבנים - און ער לייגט אראפ צוויי פינגערס - די אנדערע צוויי זון קען איך יא מאכן פאר רבנים, און אזוי ווי דו ביסט עלטער, קענסטו דיר אויסוועלן אדער וויליאמסבורג אדער קרית יואל, און פערטיג.

האט זיך רביצין סאשע אנגערופן: הייסט, דער שווער וויל צוטיילען סאטמאר? נאר דאס האט איר און און פאר ר' אהרן אויסגעפעלט. דער רבי האט איר אנגעהויבן געבען, און געשריגען: דא איז נישט וויזשניץ. דו וועסט מיר נישט איינטיילן וואס איך האב צוטוען, און נאך שטארקע ווערטער. עד כדי כך, אז ר' אהרן האט זיך זייער דערשראקן און אנגעהויבן שטאמעלען: דער טאטע זעט, איך זאג גארנישט.

האט זיך סאשע אנגערופען פאר ר' אהרן: אויב אזוי, זאגסטו בכלל נישט קיין דרשה היינט. און האט זיך אויסגעדרייט צו משה גבאי און אים בלאזעדיגערהייט געזאגט: נצחתני!  און זיי האבען פארלאזט דאס הויז, און ווידער מארשירט אויף די גאס. (איצט האט מען אויסגערופען אין ביהמ"ד "א גוטען מועד")

המשך יבוא 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2009 15:16 לינק ישיר 

זעליג און פארשטיי, איך וועל אייך ביידע פרובירען צו ענפערען. אבער אין אנדערען אשכול, וואס איז געעפענט געווארען צו דעבאטירען אלעס איבער דעם ארטיקל

תוקן על ידי פארמעגליך ב- 18/06/2009 15:25:54



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 18/06/2009 15:53:21




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2009 15:26 לינק ישיר 



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 18/06/2009 15:25:22




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > די היסטאריע פון די סאטמארער חלוקה (ערשטער טייל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.