ויהי ממחרת החג
אסרו חג איז דעמאלטס אויסגעפאלען פרייטאג און ר' אהרן איז געבליבען אין שטאט אויף שב"ק.
יענער שבת איז געווען דער ערשטער שבת וואס איז געווען איבערדרייענישען, וואס דאס האט שוין אנגעהאלטען ביז בערך תשס"ה.
עס האט זיך אנגעהויבן פרייטאג צו נאכטס ווען גאנץ ראדני איז געווען איבערגעדרייט. נעמליך אז יענקל עסטרייכער פון לאנדאן האט היינט געקאלט דעם רבי'ן (ברך משה) און געפרעגט אויב ער וויל טאקע נעמען ר' זלמן לייב פאר רב? האט דער רבי געענטפערט: מעולם לא עלתה על דעתי. (אגב, דער סלאגאן האט אנגעהאלטען עטליכע חדשים וואס דער רבי האט דאס געזאגט פאר יעדען ארוני וואס איז נאר ארויסגעקומען פון רבינס שטוב...)
יענעם שבת האבן זיך ר' אהרןס מענטשן אנגעהויבן מחזק זיין ווען שמואל דוד מארקאוויטש און חיים אליעזר גראס (די צוויי דעמאלטסדיגע גבאים) האבן מכבד געווען ר' אהרן מיט פרק פארלערנען, און דאס ביהמ"ד איז געווען מלא וגדוש, און דאס האט זיי אנגעהויבן געבן אפעטיט אז די מערכה איז נאכנישט אויפגעגעבן.
ווען מאיר ראטה איז אריין אין בית המדרש האט זיך געטאן אזא געשישקעכטס אז דאס גאנצע ביהמ"ד איז געווען אויף די פיס און איינער וואס האט זיך אידענטיפיצירט מיט ר' זלמן לייב האט פשוט געציטערט אריינצוגיין אין בית המדרש.
יענע וואך האבען ר' אהרןס מענשטן אנגעהויבן מיט די געוואלדיגע חכמה פון צוצוגיין צו יעדן איינעם וואס מען האט געהאלטן אז ער באלאנגט נישט צו זיי, און געגעבן "שלום" און געפרעגט אויב ער ווייסט וואו די בית הכסא'ס זענען, וואס דער ציל איז געווען ענג צו מאכן דאס ביהמ"ד פאר יעדן נארמאלן מענטש, אזוי וועלן די שלעגערס האבן א פרייע האנט.
*
איידער איך גיי ווייטער אינעם כראנאלאגישען סדר פון די וואכען און יארען, אנגעהויבען פון תשנ"ז ביז תשס"ו, מוז מען זיך אפשטעלען און עטוואס אפעטעמען, ווייל פון נאך פסח תשנ"ט האט זיך אלעס שטארק פארדרייט אויף לינקס, און עס האט אלעס אנגעהויבען אלעס צו פליען מט א שטארקען טעמפא. עס האט אויסגעזען ווי א גרויסער אווערלאנדש וואס קוילערט זיך אראפ א בארג שניי, און ווערט מער און מער מעכטיג, און עס וועט אלעס פארווישען וואס קומט נאר אין בארירונג מיט איר.
אויב ביז איצט, איז אלעס געגאנגען אין דער שטיל, און קיינער האט זיך נישט געטרויעט צו רעדען איבערען מצב פון רבין, צו ער פארגעסט, צו ער ווייסט וואס טוט זיך, און צו ר' אהרן וויל אלעס שוין איבערנעמען ווי גלייך זיין טאטע איז שוין 120 יאר, און ווי שטארק ער איז פארחלשט שוין אנהייבען פירען רעביסטעווע, איז אלעס געווארען אפען פאר אלעמען צו דעבאטירען.
יעדער בחור האט גערעדט זאכען וואס אידען האבען נישט גערעדט קיינמאל ביז היינט. אלעס איז געווארען אפען און אלע קארטלעך זענען איבערגעדרייט געווארען. עס איז געווארען אויס שפיל, און אלעס האט זיך דערזען אן די בגדים.
אויב האט מען ביז איצט געקענט זיך באהאלטען אונטער דיפלאמאטיע און אונטער עפעס פראפעשענעליזם, און אז מען רעדט נישט פון א רבינס טויט און אוודאי נישט פון א טאטענס טויט, איז איצט געווארען צו נישט און פארווישט. יעדער איינער, אנגעהויבען פון ר' אהרן און געענדיגט ביים קליינעם ראציגען בחור מיטען צוקראכטען שטאפענעם הוט, האט זיך געטרויעט צו רעדען וואס ער וויל. וואס איך מיין צו זאגען, אז מען האט איצט אין די טעג פשוט פארלוירען דעם דעת.
ר' אהרן האט זיך אריינגעלייגט אין א עקספלאראציע וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכען מימות מענטשהייט איז געבוירען געווארען. א רב מפורסם בישראל, א רב אין די גרעסטע חסידישע שטאט אין דער וועלט, א ראש ישיבה פון די גרעסטע חסידישע ישיבה אין דער וועלט, א פאפולערע פיגור, א מענטש וואס איז געווען ארויפגעקוקט, האט זיך אריינגעלאזט אין אוואנטורעס וואס איז נאך קיינמאל נישט אויספראבירט געווארען.
היסטאריע פון דורות איז פאר א מנהיג ישראל, דער שו"ע. פון היסטאריע קען מען ארויסנעמען אלע הנהגה ענינים וואס האט נישט קיין מקורות אין שו"ע. פון היסטאריע ווייסט מען וויזוי האבען זיך אידען געפירט אלע דורות, און וויאזוי די זיידעס האבען זיך געפירט, א.א.וו.
אויב איינער קען נישט היסטאריע, קען ער נאך אלץ מצליח זיין אויב פארמאגט ער א אוזן קשבת, און ער לאזט זיך רעדען. דורך דעם וואס אנדערע מענטשען גיבען איבער, קען מען גאר פיל ארויסהאבען. און עס איז נישט פאראן קיין שום זאך אין דער וועלט וואס היסטאריע דערציילט נישט איבערדעם, און גיט נישט איבער פאר יעדע געשעעניש אין שפעטערע דורות. און וואס עס האט נישט קיין מקור אין די היסטאריע, קען שוין נישט גוט שמעקען. עס מוז זיין אז דאס טויג נישט. אלעס האט זיך שוין געמוזט אפשפילען ערגעץ אין די יארען וואס די וועלט שטייט, כאטש זייו מען שרייבט אראפ אויף פאפיר, אלע געשעענישן.
אויסער ביי ספעיס פראגראמען. ווען אמעריקע האט געוואלט אנהייבען עקספלארירן די "ספעיס פראגראם" אין די פריע 60גער יארען, איז אנטשטאנען א פראבלעם. אמעריקע קען נישט – ווי רוסלאנד – אומברענגען מענטשען פאר עקספלאראציעס. נו וויזוי קען מען געוואיר ווערען וואס דארט אויבען טוט זיך און וויזוי דער קלימאט דארט אויבן איז? היסטאריע איז דאך נישט שייך ביים ספעיס, ווייל עס איז גענצליך א נייע געשעעניש. איז מען ארויפגעקומען אויף א המצאה. מען וועט ארויפשיקען א – מאנקי! און ערגסטענספאל וועט דאס שטארבען. אויב וועט עס יא איבערלעבען דעם וועג ארויף און צוריק אראפ, וועט מען קענען דורך די מאנקי, באקומען די נויטיגע אינפארמאציע וויזוי אנצוהויבען צו שיקען מענטשען פאר ספעיס עקספלאראציע.
לענינינו. ר' אהרן האט גענומען אויף זיך די עקספלאראציע וואס בלויז א מאנקי האט זיך געמעגט אונטערנעמען. ער האט זיך נישט געקענט פון קיינעם אפלערנען וויזוי פירט מען זיך ווען א זון וויל ירשענען ווען דער טאטע לעבט, און וויאזוי מען דארף זיך צו פירען, ווען דער טאטע לאזט זיך נישט.
ר' אהרן האט באשלאסען אלעס צו ערלויבען אויף דער וועלט, יעדע פאריקטע המצאה האט אין זיין מח געראפען א מקום מנוחה, ווייל אפשר אולי ואולי וועט דאס זיין וואס וועט באוועגען דעם וואגשאל וואו ער סווינגט זיך, צו קענען צוריק האבען גאנץ סאטמאר. עס איז נישט געווען קיין איין עוועניו, איין וועג, קיין איין דורכגאנג וואס עס איז נישט געווען אפען פאר אים צו עקספלאראטירן. סיי וואס עס איז איינגעפאלען פאר יעדען משוגענעם, פאר יעדען שנוק, פאר יעדען אומבאזעצטען מענטש, אפילו א נארישער בחורל, האט ביי אים געהאט א אוזן קשבת. ער האט געפענט אלע גרעניצען אלעס צו צולאזען, אבי, אפשר, דאס וועט זיין דאס וואס וועט אים מאכען דער "איינציגער" יורש. עס איז נישט געווען איין מאל ווען ער האט דאס אפגעשטעלט, ווייל דאס איז שוין צו ווייט, צו ווייל דאס פאסט נישט, צו ווייל דאס איז קעגען די תורה. אויב האט ער איינגעזען אז עס פאסט שייער נישט די טריט, האט ער זיך אריינגעלאזט אין די סוגיא פון "מתוך" און געהאלטען אז די וועלט איז משוגע און יעדער שווערט זיך אז עס ווערט געטון זאכען פון זיך אליין. און ער ווייסט גארנישט.
איך וועל אלע עקספלאראציעס פאר אייך אראפלייגען אין א סדר בערך ווען עס איז פארגעקומען.
וואס איך מיין מיט עקספלאראציעס איז אזוי. עס איז איצט שוין נאך פסח און ר' אהרן האט באקומען חיזוק מיט דעם פארגאנגענעם שב"ק ווען ער געזען אז ווער עס שטייט מיט אים איז גרייט צו שלאגען מיטען רבין כפרות, אבי משה זאל נישט האבען דעם לעצטען לאך. ווי נאר ר' אהרן האט דאס דערהערט האט זיך אנגעהויבען א גאר א נייער גאנג. ר' אהרן האט אפגעמאכט אז ער וועט אינגאנצען מיטשפילען. ער וועט אלעס לאזען אויף דער וועלט, ער וועט גארנישט און קיינמאל נישט אפשטעלען קיין שום זאך וואס וועט געטאן ווערן וואס וועט געטון ווערען אויב יענער מיינט טובתו.
אין יענע טעג האט זיך געעפענט א "וועב סייט" מיטען נאמען "סאטמאר.קאם". אויך האט זיך אין די טעג געעפענט א האט ליין וואס איז געווארען אנגעפירט פון מענטשען – וואס האבען גערעדט מיט משוגענע שטימעס – ווייל זיי האבען געוויסט אז זיי טראגען נישט א פנים ביי מענטשען. איך וויל נישט אויסרעכענען זייערע נעמען ווייל זיי זענען אלע אויף צרות.
אויף די צוויי קאמנוקאציע מיטלען האט זיך אנגעהויבען א קייט פון לצנות אויף יעדען מענטש וואס איז נישט מיטגעשטאנען מיט ר' אהרן, ועל כולנה אויפען רבין אליין. יעדען טאג איז דארט געווען נייעסער וואס דער רבי האט גערעדט שטותים דא, און נישט צו די זאך דארטען; זיי האבען יעדען טאג געהאט פרישע מעשיות מיט נעמען אז פאר איינעם האט דער רבי געזאגט איצט ביינאכט אז ר' אהרן איז דער רב הצעיר, און פארען אנדערן האט ער געזאגט אז "לא עלתה על דעתי" צו אהערברענגען ר' זלמן לייבן. מען האט געמאכט אפענע ליצנות פון רבין, מיטען תירוץ אז ער ווערט געפירט דורך משה, ממילא קען מען שוין קיינעם נישט פארהאלטען דערויף, ווייל די אלע לצנות זענען נישט אויפען רבין נאר אויף משה. און, ר' אהרן ווייסט נישט פון גארנישט.
אינעם האט ליין איז ר' אהרן אנגערופען געווארען מיטען טיטול "דער רב" צו ווייזען אז ער איז ווייטער דער רב דקהילות הקדושות. דער האט-ליין און די וועב סייט האבען יעדען איינציגען טאג פארשעמט זקנים עם נערים, רעכטס און לינקס נאר צו דינען דעם ציל אז די נייע מענטשען זאלען נישט זיין באקוועם צוריקצוקומען. ווייל שוין די ערשטע פאר וואכען, נאך איידער ר' זלמן לייב איז געווארען אויפגענומען פאר רב, זענען שוין געווען אידען אפילו זקנים וואס האבען שוין פאר לאנגע יארען פארלאזט ראדני סטריט ביהמ"ד – און פארלאזט די גאנצע קיקעלע קהל, נישט געוואלט הערען פון קיין שום זאך וואס האט צוטון מיט די אדמיניסטראציע פון סאטמאר זייט כ"ו אב, יעדער איינער לפי טעמו וזמנו – האבען צוריק אנגעהויבען קומען דא און דארטען אין ביהמ"ד.
ר' אהרןס מענטשען האבען זיי נישט אפגעשוינט, מען האט די אידען נאכגעשריגען ביים דאווענען, זיי געפרעגט צו זיי ווייסען ווי די בית הכסא'ס געפינען זיך, זיי נאך געשישקעט, און מען האט פון זיי גערעדט אויף די האטליינס און וועב סייטס. און פאר די אידען האט זיך נאכאמאל ארויס געוויזען, ווי גערעכט זיי זענען געווען ביים פארלאזען גאנץ סאטמאר די אלע יארען. זיי האבען ארויסגעקוקט אויף א טויש, זיי האבען ארויסגעקוקט אז עס זאל אנקומען דער נייער רב וואס זאל צוריק שטעלן די קהילה ווי עס ברויך צו זיין, און די אלע שלעגערס און העצערס זאלען זיך גיין לחיים ולשלום.
עס האט אנגעהויבען צו פליען פאשקעווילן יעדען טאג, מיט באליידיגענדע ווערטער אויפען רבין, וואס ער האט געמישט און געזאגט פאר יעדען ראצער אנדערע ווערטער. יעדער שנוק האט זיך אנגעהויבען טרויען אריינצוגיין צום רבין און איבערפרעגן וועגען די וויליאמסבורגער רבנות, און אלעס איז געווארען אויסגעליפטערט אין די גאסן פאר אלעמען. און ר' אהרן איז שטיל. ער ווייסט גאר נישט, ער זעט גארנישט, און ער הערט גארנישט.
עס איז נאך אזעלעכע עזות און חוצפה קעגען א רבין און א טאטען נאך נישט פארגעקומען זייט שרייב ארבעט איז באשאפען געווארען. די אלע מעשים וואס ר' אהרןס מענשטן האבען אפגעטון פאר זייער רבין, וועט קיינמאל נישט קענען פארענטפערט ווערען.
מען האט דעם ברך משה פארשעמט הונדערטער מאל בפניו און טויזענטער מאל שלא בפניו. און דאס איז געטון געווארען דורך א זון און דורך חסידים. און אין די זעלבע צייט האבען די "חסידים" געהאלטען אין איין שרייען אז דער וויליאמסבורגער רב ברענגט צוריק זיין טאטענס "שונאים".
די גרעסטע "שונאים", "מתנגדים", "בני יואל" און אפילו "יאסל וואלדמאן" קענען זיך פארשטעקען מיט אלע זייער מעשים וואס האבן במשך די תש"מ-תש"נ יארען געטון פארען ברך משה, וואס עס האבען געטון ר' אהרןס מענשטן פון תשנ"ט און ווייטער.
און דא וועל איך צוגיין צו דער נושא פון דאס ווארט "שונאים" וואס דאס איז געווען "מכלומרשט" די אויסרייד צו טון אלע סארט טאקטיקן וואס איז נאכנישט גענוצט געווארען אין די ערגסטע מחלוקת זייט חסידות איז נתגלה געווארען.
אבער דאס צו מסביר זיין און צולייגען אויף טעלערלעך, וועל איך מוזען זיך שטארק פארברייטערען אין דעם ר' אהרן גופא. ווער ער איז, וואס פארא סארט מענטש ער איז, פארוואס איז ער אזא סארט מענטש, וויאזוי איז ער געווארען ווי ער איז געווארען, פארוואס האט ער אזויפיל שונאים און דאס וועט מוזען אנקומען צו א טיפערע אנאליז וויאזוי מענטשען רעאגירן צו א רבין, און דאס וועט אויטאמאטיש פארענטפערען פארוואס יעדע חסידות איז אנדערש פון אנדערען וויאזוי זיי פירען זיך אויף און וויאזוי זיי שפירען זיך איבער זייער רבין.
א זעלטן-סייענטיפישער באריכט קומט, וואס דורך דעם וועט פיל פראגעס פארענטפערט ווערען.
*
די אלע פאלגענדע אינפארמאציע האב איך נאכגעפארשט פאר יארען. איך קען נישט פון דער נאנט דעם ר' אהרן אבער זיינע אבנארמאלע מעשים און רעדעס קען יעדער פון דער נאנט. איך האב געזאמעלט גאר אסאך אינפארמאציע אויף אים, איך האב געפרעגט גאר אסאך מענטשען וואס קענען אים שוין לאנגע יארען און אפילו פון נאך אלץ בחור. איך האב גערעדט מיט זיינע אוהבים און שונאים, איך האב באקומען אסאך אינפארמאציע אין אימעיל און אין אישי. צענדליגער מענטשען האבען געשריבען און גערעדט צו מיר במשך מיין זאמלונג פראצעדור, און דורך דעם בין איך אנגעקומען צו די פאלגענדע אנאליזן אויף אים, און אויטאמאטיש אויף זיינע מענטשען.
ר' אהרןס לעבען האט זיך אנגעהויבען נישט עפעס ספעציעל. זיינע עלטערען דער סיגעטער רב און להבחל"ח די רעביצין, זענען געווען מלחמה געליטענע, און אויטאמאטיש אנגעצויגענע מענטשען. ר' אהרן איז געווען דאס פינפטע קינד צו זיין טאטען און דאס צווייטע צו זיין מאמע. זיין טאטע איז אלט געווען 33 יאר און האט שוין געהאלטען נאכען פארלירען א פרוי מיט דריי קינדער ביי דער מלחמה.
ער האט געלערענט ביי זיין טאטען אין סיגעטער ישיבה, און ביי דעם ראש ישיבה, דער היינטיגער סאטמארער ראב"ד הגריח"מ פריעדמאן.
ווען מען האט גערעדט זיין שידוך מיט וויזשניץ, האט זיך אפגעשפילט א פייער אין סאטמאר. ווי באקאנט האט דער רבי ז"ל נישט געוואלט דעם שידוך, און עס זענען פאראן ווערטער וואס דער רבי האט געלאזט פאלען אויפען עתידות פון ר' אהרן (צום ווייצענער רב פון שיקאגא).
ווען ער איז געקומען אפנעמען מז"ט צו זיין חתן ווערען, אין דער סאטמארער ישיבה אין סאנדז סט. האט אים קיין איין איינציגער בחור נישט געגעבען מז"ט. ער איז אהיימגעגאנגען מיט מער ציגערעטעלעך ווי ער איז געקומען.
עס איז די געשיכטע פון פסח תשכ"ו. ווי באקאנט האט דער רבי אריינגעלאזט נאר חתנים און אויך נאר מיט א מיט א פריער באשטימטען סדר. דער רבי האט זעלבסט איבערגעקוקט די ליסטעס ווער עס האט זיך איינגעשריבען און ער האט איינגעטיילט ווער יא און ווער נישט.
אגאנץ יאר האט דער רבי געהאט א אפען הויז פאר געסט, יעדען שבת ויו"ט האבען דארט געגעסען פילע געסט, אבער ביים סדר האט דער רבי געהאט א טעם כמוס אז געסט זאלען זיך ערגעץ אנדערש פלאצירען. א גאסט האט זיך געמוזט בעטען ביים רבין צו קענען זיין כאטש ביי איין סדר. דער רבי האט זיך געדינגען מיט יעדען גאסט. רוב מאל האט דער רבי פלאצירט די געסט צו זיין ביי איינעם און נאר געציילטע האט דער רבי ענדליך געלאזט. אבער יעדער האט געוואלט זיין ביים סדר ווייל עס איז באוויסט געווען דעם רבינס עבודה אין די הייליגע נאכט.
ר' אהרן דינן האט זיך נישט איינגעשריבען. ערב יו"ט אינדערפרי האט דער רבי איבערגעקוקט די ליסטע פון חתנים און נישט געזען זיין פלומעניק אויף די ליסטע. דער רבי גיט א פרעג ר' יוסל אשכנזי, אהרן האט זיך נישט איינגעשריבען? האט ר' יוסל א דריי געטון מיט די צינג: "יא יא, ער איז נישט אויף די ליסטע?... מן הסתם האב איך פארגעסען."
און ער איז גלייך געלאפען רופען צום סיגעטער רב אין שטוב, אז אהרן מוז קומען אויף איין סדר. און מען דערציילט זאכען אהער און אהין, סוף דבר איז ר' אהרן געקומען קיין וויליאמסבורג און איז איינגעשטאנען ביי ר' יעקב יצחק צימענט – ביי וועם ער איז געווען די צווייטע סדר נאכט – און איז געווען ביים ערשטען סדר ביים רבין.
ער איז געזעצען דער ערשטער נעבען רבין אבער עס האט זיך נישט אנגעזען א ספעציעל התקרבות פון רבין צו אים. די חתנים האבען אים קיין שלום נישט געגעבען און אויך נישט קיין מז"ט. ער איז געזעצען אליין און נישט גערעדט מיט קיינעם, און ער האט אפילו נישט געקענט די חתנים ווייל ער האט נישט געלערנט אין סאטמאר. אזא פייער האט דעמאלטס געברענט וועגען שידוך.
צופרי האט ר' אהרן געדאווענט אין סאטמארער ביהמ"ד. און וויבאלד ער האט נאך נישט עולה געווען זייט ער איז א חתן געווארען איז געווען פארשטענדליך אז ער וועט היינט עולה זיין.
דערווייל האט מען פארקויפט די עליות און עס האט זיך געקאכט אין ביהמ"ד אז דער רבי גיט נישט קיין עלי' פאר (ר') אהרן. איז געגאנגען ר' יצחק פריעד וואס האט געזען אז מען פארקויפט די עליות, און האט געקויפט א עליה, צו קענען געבען פארן חתן א עליה. למעשה האט מען אוועקגענומען די עליה פון ר' יצחק'ן און ר' אהרן האט נישט עולה געווען.
האט מיר דערציילט איינער פארוועם ר' אהרן האט יארען שפעטער דערציילט די געשיכטע, אז ר' אהרן האט יענעם געזאגט אז "דער פעטער אליין האט אלץ איינגעטיילט אלע עליות אין בימ"ד, און כאטשיג ער איז נישט געווען אין ביהמ"ד בשעת דעם גאנצען קאכעריי (דער רבי פלעגט ארויסגיין פון ביהמ"ד בשעתן פארקויפן די עליות), האט אבער דער פעטער געהייסען אוועקנעמען די עליה.
מען דערציילט אז דער רבי האט געלאזט פאלען א ווארט אויף ר' יצחק, אז ער האט גארנישט געוויסט אז יצחק איז א סיגעטער...
ביי די חתונה איז געווען א געפערליכער פייער אין סאטמאר. פון רבינס שטוב איז געקומען דער באפעל אז די סאטמארער חסידים זאלען זיך נישט באטייליגען בכלל אויף דער שמחה. דער סיגעטער רב האט געהאט אין א"י עטליכע שטארקע ידידים, אבער אויפן רבינס ווארט זענען זיי קיינער נישט געגאנגען.
פון דא האט זיך אנגעהויבען וועבען אין ר' אהרן'ען – ווי פארשטענדליך – א טיפע שנאה צו סאטמאר און צום רבין. ער האט נישט געקענט מוחל זיין אויף די אלע בושות וואס ער האט מיטגעמאכט אלס חתן און נאכדערצו אז דער רבי זעלבסט האט אלעס אנגעדרייט. ער איז געווארען ביטער אויף סאטמאר, און דערצו האט אים זיין נייע פרוי, אויך נישט צופיל דערנענטערט צו סאטמאר.
קיין סאך איז ער נישט געקומען צום רבין, כאטש פון די גאנצע וועלט איז מען געקומען, איבערהויפט אין די נישט געזונטע יארן, וואס דעמאלטס ווען דער רבי האט זיך באוויזען פארן ציבור איז געווען א אנלויפעניש פון אומעטום, דאך איז ער כמעט וואס נישט געקומען, נישט צו א דאווענען שבת אדער יו"ט און נישט זיך געזעגענען, כאטש ער האט געוואינט עטליכע גאסען אוועק.
דער ציבור אין סאטמאר האט – נאטירליך – נישט צופיל געגליכען, ווייל זיי האבען געזען אין אים אז דורך אים האט דער רבי געהאט צער און מען האט געוויסט אז זיין פרוי רעדט עיווריט אין שטוב. און עיווריט אין סאטמאר איז געווען דאס מערסטע טמא. און זיי האבען נישט געלעבט אין א טעות.
עס האט געוויסט דער ציבור אז זי רופט אירע קינדער אויפען עיווריטישן הבהרה. למשל, איר טאכטער הייסט חיה, און זי רופט איר עמטליך "חאיא", און דאס זעלבע מיט א טאכטער וואס הייסט "הינדא" האט זי עמטליך גערופען "הינדאַ" און מען האט געוויסט צו זאגען אז ביי זיי אין שטוב איז דא ציוניסטישע צייטונגען און מאגאזינען און בכלל האט זי זיך נישט אויפגעפירט ווי עס פאסט פאר א פלומעניצע פון הייליגען סאטמארער רבין.
אנדערש ווי די איידעלע פרויען אין סאטאר, שמירט זי זיך די פנים און אפילו די אויגען, שטארק פערפיומד, און שמעקט; זי פלעגט רעדען צו וויזשניצער יונגעלייט אויף די גאס בפני כל עם ועדה, און דאס האט איבערגעלאזט אויך ביי די סאטמארער פרויען א זויערן טעם אין מויל אויף איר.
לכאורה וועט זיך דאך שטעלען א פראגע: פארוואס איז מען ברוגז אויפן חתן-יונגערמאן, ווען נישט ער אליין האט דאך אויסגעוועלט זיין כלה, עס איז דאך די עלטערען וואס האבען געטון דעם שידוך? און אויף זיין טאטען איז דער ציבור נישט געווען אזוי ברוגז, דער סיגעטער רב האט אויפגעטרעטען עטליכע מאל אין סאטמאר במשך די יארען תשכ"ו-תשל"ט, ער האט געדאווענט פארן עמוד ערב ר"ה און הושענא רבה פון תשכ"ח ביז תשל"ט, ער האט געזאגט א גרויסע דרשה אין גרויסען ביהמ"ד פסח תש"ל, אויפגעטרעטען ביי אלע דעמאנסטראציעס, אויפגענעמען דעם בי"ד פון די עדה החרדית און גערעדט ביים גרויסן קבלת פנים און ביי די ריזיגע עצרת, ער האט געהאלטען די היסטארישע רעדע אין מעדיסאן סקווער גארדען תשל"ט. נו פארוואס האט מען צו ר' אהרן געהאט א שנאה און צום ברך משה נישט?
דער ענטפער איז, פערסאנאלעטי.
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 08/07/2009 8:31:21