|
|
| נשלח ב-23/6/2009 08:40 |
|
| |
זינסט אלע מענדעלע מענדעלע שיך אין בענדעלע, לעבעדיג!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2009 00:24 |
|
| |
וואס איך מיין מיט עקספלאראציעס איז אזוי. עס איז איצט שוין נאך פסח און ר' אהרן האט באקומען חיזוק מיט דעם פארגאנגענעם שב"ק ווען ער געזען אז ווער עס שטייט מיט אים איז גרייט צו שלאגען מיטען רבין כפרות, אבי משה זאל נישט האבען דעם לעצטען לאך. ווי נאר ר' אהרן האט דאס דערהערט האט זיך אנגעהויבען א גאר א נייער גאנג. ר' אהרן האט אפגעמאכט אז ער וועט אינגאנצען מיטשפילען. ער וועט אלעס לאזען אויף דער וועלט, ער וועט גארנישט און קיינמאל נישט אפשטעלען קיין שום זאך וואס וועט געטאן ווערן וואס וועט געטון ווערען אויב יענער מיינט טובתו.
אין יענע טעג האט זיך געעפענט א "וועב סייט" מיטען נאמען "סאטמאר.קאם". אויך האט זיך אין די טעג געעפענט א האט ליין וואס איז געווארען אנגעפירט פון מענטשען – וואס האבען גערעדט מיט משוגענע שטימעס – ווייל זיי האבען געוויסט אז זיי טראגען נישט א פנים ביי מענטשען. איך וויל נישט אויסרעכענען זייערע נעמען ווייל זיי זענען אלע אויף צרות.
אויף די צוויי קאמנוקאציע מיטלען האט זיך אנגעהויבען א קייט פון לצנות אויף יעדען מענטש וואס איז נישט מיטגעשטאנען מיט ר' אהרן, ועל כולנה אויפען רבין אליין. יעדען טאג איז דארט געווען נייעסער וואס דער רבי האט גערעדט שטותים דא, און נישט צו די זאך דארטען; זיי האבען יעדען טאג געהאט פרישע מעשיות מיט נעמען אז פאר איינעם האט דער רבי געזאגט איצט ביינאכט אז ר' אהרן איז דער רב הצעיר, און פארען אנדערן האט ער געזאגט אז "לא עלתה על דעתי" צו אהערברענגען ר' זלמן לייבן. מען האט געמאכט אפענע ליצנות פון רבין, מיטען תירוץ אז ער ווערט געפירט דורך משה, ממילא קען מען שוין קיינעם נישט פארהאלטען דערויף, ווייל די אלע לצנות זענען נישט אויפען רבין נאר אויף משה. און, ר' אהרן ווייסט נישט פון גארנישט.
אינעם האט ליין איז ר' אהרן אנגערופען געווארען מיטען טיטול "דער רב" צו ווייזען אז ער איז ווייטער דער רב דקהילות הקדושות. דער האט-ליין און די וועב סייט האבען יעדען איינציגען טאג פארשעמט זקנים עם נערים, רעכטס און לינקס נאר צו דינען דעם ציל אז די נייע מענטשען זאלען נישט זיין באקוועם צוריקצוקומען. ווייל שוין די ערשטע פאר וואכען, נאך איידער ר' זלמן לייב איז געווארען אויפגענומען פאר רב, זענען שוין געווען אידען אפילו זקנים וואס האבען שוין פאר לאנגע יארען פארלאזט ראדני סטריט ביהמ"ד – און פארלאזט די גאנצע קיקעלע קהל, נישט געוואלט הערען פון קיין שום זאך וואס האט צוטון מיט די אדמיניסטראציע פון סאטמאר זייט כ"ו אב, יעדער איינער לפי טעמו וזמנו – האבען צוריק אנגעהויבען קומען דא און דארטען אין ביהמ"ד.
ר' אהרןס מענטשען האבען זיי נישט אפגעשוינט, מען האט די אידען נאכגעשריגען ביים דאווענען, זיי געפרעגט צו זיי ווייסען ווי די בית הכסא'ס געפינען זיך, זיי נאך געשישקעט, און מען האט פון זיי גערעדט אויף די האטליינס און וועב סייטס. און פאר די אידען האט זיך נאכאמאל ארויס געוויזען, ווי גערעכט זיי זענען געווען ביים פארלאזען גאנץ סאטמאר די אלע יארען. זיי האבען ארויסגעקוקט אויף א טויש, זיי האבען ארויסגעקוקט אז עס זאל אנקומען דער נייער רב וואס זאל צוריק שטעלן די קהילה ווי עס ברויך צו זיין, און די אלע שלעגערס און העצערס זאלען זיך גיין לחיים ולשלום.
עס האט אנגעהויבען צו פליען פאשקעווילן יעדען טאג, מיט באליידיגענדע ווערטער אויפען רבין, וואס ער האט געמישט און געזאגט פאר יעדען ראצער אנדערע ווערטער. יעדער שנוק האט זיך אנגעהויבען טרויען אריינצוגיין צום רבין און איבערפרעגן וועגען די וויליאמסבורגער רבנות, און אלעס איז געווארען אויסגעליפטערט אין די גאסן פאר אלעמען. און ר' אהרן איז שטיל. ער ווייסט גאר נישט, ער זעט גארנישט, און ער הערט גארנישט.
עס איז נאך אזעלעכע עזות און חוצפה קעגען א רבין און א טאטען נאך נישט פארגעקומען זייט שרייב ארבעט איז באשאפען געווארען. די אלע מעשים וואס ר' אהרןס מענשטן האבען אפגעטון פאר זייער רבין, וועט קיינמאל נישט קענען פארענטפערט ווערען.
מען האט דעם ברך משה פארשעמט הונדערטער מאל בפניו און טויזענטער מאל שלא בפניו. און דאס איז געטון געווארען דורך א זון און דורך חסידים. און אין די זעלבע צייט האבען די "חסידים" געהאלטען אין איין שרייען אז דער וויליאמסבורגער רב ברענגט צוריק זיין טאטענס "שונאים".
די גרעסטע "שונאים", "מתנגדים", "בני יואל" און אפילו "יאסל וואלדמאן" קענען זיך פארשטעקען מיט אלע זייער מעשים וואס האבן במשך די תש"מ-תש"נ יארען געטון פארען ברך משה, וואס עס האבען געטון ר' אהרןס מענשטן פון תשנ"ט און ווייטער.
און דא וועל איך צוגיין צו דער נושא פון דאס ווארט "שונאים" וואס דאס איז געווען "מכלומרשט" די אויסרייד צו טון אלע סארט טאקטיקן וואס איז נאכנישט גענוצט געווארען אין די ערגסטע מחלוקת זייט חסידות איז נתגלה געווארען.
אבער דאס צו מסביר זיין און צולייגען אויף טעלערלעך, וועל איך מוזען זיך שטארק פארברייטערען אין דעם ר' אהרן גופא. ווער ער איז, וואס פארא סארט מענטש ער איז, פארוואס איז ער אזא סארט מענטש, וויאזוי איז ער געווארען ווי ער איז געווארען, פארוואס האט ער אזויפיל שונאים און דאס וועט מוזען אנקומען צו א טיפערע אנאליז וויאזוי מענטשען רעאגירן צו א רבין, און דאס וועט אויטאמאטיש פארענטפערען פארוואס יעדע חסידות איז אנדערש פון אנדערען וויאזוי זיי פירען זיך אויף און וויאזוי זיי שפירען זיך איבער זייער רבין.
א זעלטן-סייענטיפישער באריכט קומט, וואס דורך דעם וועט פיל פראגעס פארענטפערט ווערען, אי"ה בקרוב
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2009 02:49 |
|
| |
די אלע פאלגענדע אינפארמאציע האב איך נאכגעפארשט פאר יארען. איך קען נישט פון דער נאנט דעם ר' אהרן אבער זיינע אבנארמאלע מעשים און רעדעס קען יעדער פון דער נאנט. איך האב געזאמעלט גאר אסאך אינפארמאציע אויף אים, איך האב געפרעגט גאר אסאך מענטשען וואס קענען אים שוין לאנגע יארען און אפילו פון נאך אלץ בחור. איך האב גערעדט מיט זיינע אוהבים און שונאים, איך האב באקומען אסאך אינפארמאציע אין אימעיל און אין אישי. צענדליגער מענטשען האבען געשריבען און גערעדט צו מיר במשך מיין זאמלונג פראצעדור, און דורך דעם בין איך אנגעקומען צו די פאלגענדע אנאליזן אויף אים, און אויטאמאטיש אויף זיינע מענטשען.
ר' אהרןס לעבען האט זיך אנגעהויבען נישט עפעס ספעציעל. זיינע עלטערען דער סיגעטער רב און להבחל"ח די רעביצין, זענען געווען מלחמה געליטענע, און אויטאמאטיש אנגעצויגענע מענטשען. ר' אהרן איז געווען דאס פינפטע קינד צו זיין טאטען און דאס צווייטע צו זיין מאמע. זיין טאטע איז אלט געווען 33 יאר און האט שוין געהאלטען נאכען פארלירען א פרוי מיט דריי קינדער ביי דער מלחמה.
ער האט געלערענט ביי זיין טאטען אין סיגעטער ישיבה, און ביי דעם ראש ישיבה, דער היינטיגער סאטמארער ראב"ד הגריח"מ פריעדמאן.
ווען מען האט גערעדט זיין שידוך מיט וויזשניץ, האט זיך אפגעשפילט א פייער אין סאטמאר. ווי באקאנט האט דער רבי ז"ל נישט געוואלט דעם שידוך, און עס זענען פאראן ווערטער וואס דער רבי האט געלאזט פאלען אויפען עתידות פון ר' אהרן (צום ווייצענער רב פון שיקאגא).
ווען ער איז געקומען אפנעמען מז"ט צו זיין חתן ווערען, אין דער סאטמארער ישיבה אין סאנדז סט. האט אים קיין איין איינציגער בחור נישט געגעבען מז"ט. ער איז אהיימגעגאנגען מיט מער ציגערעטעלעך ווי ער איז געקומען.
עס איז די געשיכטע פון פסח תשכ"ו. ווי באקאנט האט דער רבי אריינגעלאזט נאר חתנים און אויך נאר מיט א מיט א פריער באשטימטען סדר. דער רבי האט זעלבסט איבערגעקוקט די ליסטעס ווער עס האט זיך איינגעשריבען און ער האט איינגעטיילט ווער יא און ווער נישט.
אגאנץ יאר האט דער רבי געהאט א אפען הויז פאר געסט, יעדען שבת ויו"ט האבען דארט געגעסען פילע געסט, אבער ביים סדר האט דער רבי געהאט א טעם כמוס אז געסט זאלען זיך ערגעץ אנדערש פלאצירען. א גאסט האט זיך געמוזט בעטען ביים רבין צו קענען זיין כאטש ביי איין סדר. דער רבי האט זיך געדינגען מיט יעדען גאסט. רוב מאל האט דער רבי פלאצירט די געסט צו זיין ביי איינעם און נאר געציילטע האט דער רבי ענדליך געלאזט. אבער יעדער האט געוואלט זיין ביים סדר ווייל עס איז באוויסט געווען דעם רבינס עבודה אין די הייליגע נאכט.
ר' אהרן דינן האט זיך נישט איינגעשריבען. ערב יו"ט אינדערפרי האט דער רבי איבערגעקוקט די ליסטע פון חתנים און נישט געזען זיין פלומעניק אויף די ליסטע. דער רבי גיט א פרעג ר' יוסל אשכנזי, אהרן האט זיך נישט איינגעשריבען? האט ר' יוסל א דריי געטון מיט די צינג: "יא יא, ער איז נישט אויף די ליסטע?... מן הסתם האב איך פארגעסען."
און ער איז גלייך געלאפען רופען צום סיגעטער רב אין שטוב, אז אהרן מוז קומען אויף איין סדר. און מען דערציילט זאכען אהער און אהין, סוף דבר איז ר' אהרן געקומען קיין וויליאמסבורג און איז איינגעשטאנען ביי ר' יעקב יצחק צימענט – ביי וועם ער איז געווען די צווייטע סדר נאכט – און איז געווען ביים ערשטען סדר ביים רבין.
ער איז געזעצען דער ערשטער נעבען רבין אבער עס האט זיך נישט אנגעזען א ספעציעל התקרבות פון רבין צו אים. די חתנים האבען אים קיין שלום נישט געגעבען און אויך נישט קיין מז"ט. ער איז געזעצען אליין און נישט גערעדט מיט קיינעם, און ער האט אפילו נישט געקענט די חתנים ווייל ער האט נישט געלערנט אין סאטמאר. אזא פייער האט דעמאלטס געברענט וועגען שידוך.
צופרי האט ר' אהרן געדאווענט אין סאטמארער ביהמ"ד. און וויבאלד ער האט נאך נישט עולה געווען זייט ער איז א חתן געווארען איז געווען פארשטענדליך אז ער וועט היינט עולה זיין.
דערווייל האט מען פארקויפט די עליות און עס האט זיך געקאכט אין ביהמ"ד אז דער רבי גיט נישט קיין עלי' פאר (ר') אהרן. איז געגאנגען ר' יצחק פריעד וואס האט געזען אז מען פארקויפט די עליות, און האט געקויפט א עליה, צו קענען געבען פארן חתן א עליה. למעשה האט מען אוועקגענומען די עליה פון ר' יצחק'ן און ר' אהרן האט נישט עולה געווען.
האט מיר דערציילט איינער פארוועם ר' אהרן האט יארען שפעטער דערציילט די געשיכטע, אז ר' אהרן האט יענעם געזאגט אז "דער פעטער אליין האט אלץ איינגעטיילט אלע עליות אין בימ"ד, און כאטשיג ער איז נישט געווען אין ביהמ"ד בשעת דעם גאנצען קאכעריי (דער רבי פלעגט ארויסגיין פון ביהמ"ד בשעתן פארקויפן די עליות), האט אבער דער פעטער געהייסען אוועקנעמען די עליה.
מען דערציילט אז דער רבי האט געלאזט פאלען א ווארט אויף ר' יצחק, אז ער האט גארנישט געוויסט אז יצחק איז א סיגעטער...
ביי די חתונה איז געווען א געפערליכער פייער אין סאטמאר. פון רבינס שטוב איז געקומען דער באפעל אז די סאטמארער חסידים זאלען זיך נישט באטייליגען בכלל אויף דער שמחה. דער סיגעטער רב האט געהאט אין א"י עטליכע שטארקע ידידים, אבער אויפן רבינס ווארט זענען זיי קיינער נישט געגאנגען.
פון דא האט זיך אנגעהויבען וועבען אין ר' אהרן'ען – ווי פארשטענדליך – א טיפע שנאה צו סאטמאר און צום רבין. ער האט נישט געקענט מוחל זיין אויף די אלע בושות וואס ער האט מיטגעמאכט אלס חתן און נאכדערצו אז דער רבי זעלבסט האט אלעס אנגעדרייט. ער איז געווארען ביטער אויף סאטמאר, און דערצו האט אים זיין נייע פרוי, אויך נישט צופיל דערנענטערט צו סאטמאר.
קיין סאך איז ער נישט געקומען צום רבין, כאטש פון די גאנצע וועלט איז מען געקומען, איבערהויפט אין די נישט געזונטע יארן, וואס דעמאלטס ווען דער רבי האט זיך באוויזען פארן ציבור איז געווען א אנלויפעניש פון אומעטום, דאך איז ער כמעט וואס נישט געקומען, נישט צו א דאווענען שבת אדער יו"ט און נישט זיך געזעגענען, כאטש ער האט געוואינט עטליכע גאסען אוועק.
דער ציבור אין סאטמאר האט – נאטירליך – נישט צופיל געגליכען, ווייל זיי האבען געזען אין אים אז דורך אים האט דער רבי געהאט צער און מען האט געוויסט אז זיין פרוי רעדט עיווריט אין שטוב. און עיווריט אין סאטמאר איז געווען דאס מערסטע טמא. און זיי האבען נישט געלעבט אין א טעות.
עס האט געוויסט דער ציבור אז זי רופט אירע קינדער אויפען עיווריטישן הבהרה. למשל, איר טאכטער הייסט חיה, און זי רופט איר עמטליך "חאיא", און דאס זעלבע מיט א טאכטער וואס הייסט "הינדא" האט זי עמטליך גערופען "הינדאַ" און מען האט געוויסט צו זאגען אז ביי זיי אין שטוב איז דא ציוניסטישע צייטונגען און מאגאזינען און בכלל האט זי זיך נישט אויפגעפירט ווי עס פאסט פאר א פלומעניצע פון הייליגען סאטמארער רבין.
אנדערש ווי די איידעלע פרויען אין סאטאר, שמירט זי זיך די פנים און אפילו די אויגען, שטארק פערפיומד, און שמעקט; זי פלעגט רעדען צו וויזשניצער יונגעלייט אויף די גאס בפני כל עם ועדה, און דאס האט איבערגעלאזט אויך ביי די סאטמארער פרויען א זויערן טעם אין מויל אויף איר.
לכאורה וועט זיך דאך שטעלען א פראגע: פארוואס איז מען ברוגז אויפן חתן-יונגערמאן, ווען נישט ער אליין האט דאך אויסגעוועלט זיין כלה, עס איז דאך די עלטערען וואס האבען געטון דעם שידוך? און אויף זיין טאטען איז דער ציבור נישט געווען אזוי ברוגז, דער סיגעטער רב האט אויפגעטרעטען עטליכע מאל אין סאטמאר במשך די יארען תשכ"ו-תשל"ט, ער האט געדאווענט פארן עמוד ערב ר"ה און הושענא רבה פון תשכ"ח ביז תשל"ט, ער האט געזאגט א גרויסע דרשה אין גרויסען ביהמ"ד פסח תש"ל, אויפגעטרעטען ביי אלע דעמאנסטראציעס, אויפגענעמען דעם בי"ד פון די עדה החרדית און גערעדט ביים גרויסן קבלת פנים און ביי די ריזיגע עצרת, ער האט געהאלטען די היסטארישע רעדע אין מעדיסאן סקווער גארדען תשל"ט. נו פארוואס האט מען צו ר' אהרן געהאט א שנאה און צום ברך משה נישט?
דער ענטפער איז, פערסאנאלעטי.
המשך יבוא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2009 04:55 |
|
| |
איך טוה מיך אנטשולדיגן פאר מיינע טויזענטער ליינער, אזוי ווי איך פאר ארויס צוזאמען מיט נאך טויזענטער אידן אין די קעטסקילס אויף די וויקענד (צרת רבים חצי נחמה...), וועל איך נישט קענען ממשיך זיין מיטן ארטיקל ביז מאנטאג מיטאג. ואתכם הסליחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2009 16:31 |
|
| |
איצט צו די פערסאנאלעטי פון ר' אהרן
ר' אהרן איז געווען דער רב אין סיגעטער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג – וואס ער האט אנגעהאלטען ביז בערך תשמ"ח וואס דאן האט ער עס איבערגעגעבען פאר זיין זון ר' מענדל – און לערנען האט ער געלערנט אין סיגעטער כולל אין בארא פארק.
קיין גרויסער מתמיד איז ער אין זיין לעבען נישט געווען. מען האט אין אים נישט געזען קיין צוקומפטיגער גדול בישראל. און אלס זיין לערנען אויס, אלס זיין התמדה און קענען לערנען, וואלט ער ניטאמאל א מגיד שיעור געווארען אין א ישיבה און פאר א דיין זיכער נישט, ווען נישט ער וואלט געווען דעם סיגעטער רבס זון. (די ספעציפישע נושא איבער ר' אהרןס קענען לערנען, זיין התמדה, פסקענען הלכות און זיין יראת שמים וועט ווערן באזונדער אויס געברייטערט אין שפעטערדיגע ארטיקלען אי"ה.)
אלס בחור איז ער געווען מער ווייניגער א שטילער, און געטראגען א שטיל פנים. נישט געהאט אפיר מיט צופיל מענטשען און מענטשען האבען אים נישט געקענט. אבער ווען ער האט זיך געצויגען פון א"י קיין וויליאמסבורג אביסל נאך זיין חתונה, און איז געווארען דער "רב דקהל עצי חיים", האבען די מתפללים אין אים געזען זייער א אינטרעסאנטער כאראקטאר. איצט האט ער הערשט אנגעהויבען צו האבען אפיר מיט מענטשען, און רעדען ברבים תורות און זאגען דרשות פאר זיי שבה"ג און שבת שובה, און זיי האבען אנגעהויבען זען אין אים, א "פאני" סארט מענטש.
ער האט גערעדט זייער הויעך און אלעס וואס ער האט נאר געהאט אין בויך איז גלייך ארויס געפלויגען פון זיין מויל. פארוואס שרייב איך בויך און נישט וואס ער געהאט אין מח, ווייל וואס ער געהאט אין בויך איז נישטאמאל דורך געגאנגען דעם מח. עס האט נישט גענומען א מילי-רגע און דער דיבור איז שוין געווען אינדרויסען פון זיין מויל, און נישט קיין חילוק ווער עס איז אלץ דארט געשטאנען. עס האט זיך ארויסגעוויזען זייער א קאמישער בילד אויף דעם יונגערמאנטשיקל. ער האט געגליכען אטענשאן, נאכמער ווי א קליין קינד. ער האט אלעס געטון פאר אטענשאן.
דער סיגעטער ביהמ"ד כאטש עס איז נישט געווען צו גרויס, איז דאס געווען זייער א רעספעקטפול ביהמ"ד. די מתפללים זענען געווען זייער צוגעבינדען צו דעם ביהמ"ד און ספעציעל צו זייער רב דער ברך משה ז"ל, און עס איז געווען פון די שענסטע בתי מדרשים בימים ההם אין וויליאמסבורג. אפגערעדט אין דער וואכען האט דער ביהמ"ד געשפרידלט מיט מנינים איינס נאך די אנדערע און איז געווען פון די פארנומענסטע שוהלן.
קהל עצי חיים האט געהייסן א קהילה וואס רוב אידען זענען געווען באוויסטע ת"ח און לומדים, און עס פלעגען זיין דארטן פילע שיעורים וואס עס איז פארגעלערענט געווארען דורך בעלי בתים וואס האבען געזאגט גאר טיפע און לומדישע שיעורים.
ווען ר' אהרן איז געווארען רב אין וויליאמסבורג-סיגעטער ביהמ"ד האבען די מתפללים – וואס רוב פון זיי זענען געווען עלטערע אידען פון פאריגען דור, רוב פון זיי, תלמידים פון עצי חיים ז"ל און געווען שטארקע מעריצים און אפילו חסידים פון ברך משה – זיך געפריידט צו זען זייער רבי'נס א אייניקל, א געבוירענער שוין דא אין אמעריקע ווערט דער רב. עס איז געווען א טרייסט פאר זיי אז עס וועט זיך ווייטער ציען א נייער דור פון זייער רבין. אבער זיי זענען געווארען זייער אנטוישט צו זען וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט אין ביהמ"ד בכלל, און צו זיי בפרט.
ער האט נישטאמאל געגריסט זיינע מתפללים וואס זענען אלע געווען פיל עלטער פון אים און געקענט פיל מער לערנען פון אים. ער האט זיי אפענערהייט גרינגעשעצט און פשוט נישט שיין גערעדט צו זיי און זיי נישט מכבד געווען ווי עס פאסט זיך.
ער האט די עלטערע אידען נישט ארויפגעקוקט, ווייל ער האט, מחמת קטנות המוחו, געהאלטען אז ער מוז די יונגעלייט בויען, און די עלטערע זענען שוין סיי ווי אויפן עולם האמת. און דאס איז אלץ זיין בליק אויף עלטערע אידן. עס איז געווען זייער מערקבאר דעם שטארקען קאנטראסט צווישען אים און זיין טאטע, וואס האט זיך פון וויליאמסבורג אוועגעצויגען בלויז דריי יאר פריער.
אין סיגעט זענען די גבאים געווען עלטערע אידן און לאנגיעריגע מתפללים. עס האט דערציילט א איד – באקומען אין אישי פון זיינס א זון – וועמענס טאטע איז געווען גבאי אין סיגעט פאר בערך צוואנציג יאר. און ווען ר' אהרן איז געווארען רב, האט ער "צוגעלייגט" א גבאי צו זיין טאטען. און דאס איז געווען ר' אייזיק הערש בערקאוויטש, וואס איז געווען אזוי אלט ווי ר' אהרן.
דערציילט ער, אז זיין טאטע האט אמאל געפרעגט ר' אהרן עפעס וואס האט צו טון מיט די שול. ר' אהרן גיט אים א זאג הויך, פרעך און מיט א גרינגשעצונג: רעדט מיט אייזיק הערש, איך בין אלעס שוין אדורך געגאנגען מיט אים. דערציילט דער איד, אז זיין טאטע האט געמיינט אז ער פאלט אוועק. איך דארף רעדען צו א יוגערמאנטשיקל, א ראצער? אבער אזוי איז ער געבליבען, און ארגער פון אלעם איז, אז קיינער האט אים נישט פראבירט צו פארעכטען.
ער האט זיך אויפגעפירט זייער קינדיש, געזוכט אלץ די ספלעש, אלץ געזוכט אטענשאן, אלץ געשאסען קינדערישע וויצען, ער האט געמוזט אלעס זען און אלץ עפעס אנמערקען; אריינגעפליקט פאר יעדען, נישט געקוקט צו ער טוט וויי די עלטערע אידען, וואס פאר זיי זענען די וויצען שוין גארנישט געווען אזוי לאכעדיג. ער האט נישט געהאט די ערנסקייט וואס עס האט זיך געפאסט פאר א רב פון אזא סארט שול.
און עס האט נישט צו לאנג, און ער האט זיך ערווארבען א נאמען פאר א גרויסען נאר. ער האט זיך ערווארבען א נאמען ווי א גרויסער בעיבי, איינער וועם דאס מויל הערט נישט אויף צו גיין, וואס רעדט גאר אסאך, און דערצו, פירט ער זיך נישט אויף בנימוס מיט מענטשען. ער איז געווען ווי איזולירט פון דער מענטשהייט און פון די סאסייעטי. ער האט זיך נישט צוזאמגעפארט מיט מענטשען און אפילו מיט זיינע נאנטע.
בעצם פארשטייט ער באמת א עסק, ער גלייכט און קען גוט וועלטליכע פאליטיק, ער גלייכט געאגראפיע, ער גלייכט צו פארברענגען, ארום צו לאכען. אבער ווי נאר עס קומט צו נעמען אטענשאן, ווערט ער א קליין קינד ממש. ער וועט רעדען הויך און פראסט, און נישט קוקן צו איינער ווערט פארשעמט און עס אינטערעסירט אים נישט וויאוזי מענטשען רעאגירן. דער עיקר: ער האט ארויסגעשאסען דעם וויץ, צו גוט אריינגעפליקט יענעם.
און, פונקט אזוי האט ער זיך אויפגעפירט צו זיין רביצין. ער האט צו איר גערעדט זייער נישט שיין און נישט געקוקט צו די קינדער הערען און זעען אלעס צו. איך וועל נישט אריינגיין אין זייער פריוואטע שלם בית פראבלעמען, ווייל דאס באלאנגט נישט אין דעם ארטיקל. דער עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז ער איז געבליבען אין זיינע קינדער שיכלעך און זיי קיינמאל נישט אויסגעטון, ער האט זיך אויפגעפירט ווי א אכצען יעריגער בחור, מיט אלעם און אין אלע הינזיכטען.
באמת האט מען דאס געזען אין וויזשניץ נאך בעפאר סיגעט האט עס באמערקט. ווייל שוין צוויי וואכען נאך זיין חתונה – ווען ער האט נאך געוואינט אין בני ברק – האט אים זיין זיידע, דער וויזשניצער רבי דער אמרי חיים וועלעכער איז געווען באוויסט פאר זייער א קלוגער רבי, אמאל מכבד געווען מיט א זמר ביים טיש. ר' אהרן האט אויפן פלאץ ברבים אויסגעשאסען א וויץ וואס ער האט אין די מילי-רגע אפגעמאכט אז דאס וועט זיין א גוטס און עס וועט הייבען זיין אימעדזש אין וויזשניץ, און ער וועט האבען אסאך אטענשאן. נישט קוקענדיג אז עס איז בכלל נישט אין פלאץ, דא איז א טיש און זיין זיידע איז א גרויסער רבי, א ערנסטער רבי, מיט פילע חסידים. זייט דעמאלטס האט אים דער זיידע אנגערופען "מיין 'נ'ארעלע"... פרושים זענען גענצליך אום נויטיג.
און דא קומט צו נאך איין הויפט חסרון. ר' אהרן האלט פון זיך א וועלט. ער קוקט אראפ אויף יעדען און אויף אלעמען. ער האלט זיך העכער פון יעדען. וואס דאס האט אים פשוט פארפיינטעט ביי מענטשענס אויגען. אויב איינער האט אים נאר אמאל עפעס געפרעגט האט זיך באגעגענט מיט א ענטפער וואס האט יענעם דערנידערט עד עפר. ניטאמאל האט ער זיך געקענט אראפלאזען צו א מענטש פון וועם ער האט געברויכט א טובה. אלעמאל איז עס מיט א גרינגשעצונג און מיט א דערנידערונג.
פון די אנדערע זייט אבער, האט ער זייער מורא פון איינעם וואס איז שטערקער פון אים. פון איינעם וואס קען אים צוריק ענטפערען אויף זיין שפראך, וועט ער זייער ווייט שטיין. פאר א מחוצף האט ער אלעמאל געציטערט און ארויסגעפחדנט. פון זיינע בעלי בתים אין קרית יואלער ישיבה, האט ער געהאט דאס ניין יעריגע. עס איז באוויסט אז פאר ר' לייבוש לעפקאוויטש האט ער זיך נישט געטרויעט צו הייבן זיין קול. ר' לייבוש פלעגט אויף אים שרייען אוון פארהאלטען מיט שארפע ווערטער, און ר' אהרן האט זיך נישט געטרויעט דאס מינדעסטע צוריק צו זאגען. (און דאס איז געווען איינע פון די הויפט סיבות פארוואס ער האט אויז פיינט געהאט אריב לייב גלאנצען און אים געוואלט ארויסזען פון די מוסדות ווי שנעלער, ווייל ער האט געהאלטען אז ווייל אריה לייב העצט ר' לייבוש, שרייט ער אויף אים.)
איך האב נישט געלערענט אין מאנרא, אבער אינגעלייט וואס האבען געלערענט דארט אין די גוטע צייטען, דערציילען, אז ביי א מיטינג פון די הנהלת הישיבה פלעגט ר' אהרן אפילו נישט זיצען אויבן אן, נאר אינמיטען און פלעגט זיך נישט טרויען צו זאגען אנדערש פון ר' לייבושן.
אין עולם ה"סקייעטרי" איז פארהאן באוויסטער סימן אז אונטער א גרויס מויל ליגט א שוואכער און נידריג זעלבסט זיכערער מענטש, און ווייל דער באטרעפענדער וויל ווי מער באהאלטען זיינע שוואכקייטען ווערט ער פארוואנדעלט אין א גרויס מויל וואס רעדט אסאך און אלעס, ער וויל זיך מתגבר זיין אויף מענטשען און ער טוט דאס מיט זיין מויל מיט וואס ער קלאפט אראפ אנדערע. אבער ווען א אמתר שטארקער מענטש – ווי ר' לייבוש לעפקאוויטש – צו ר' משה פריעדמאן פון מאנרא, און שפעטער משה גבאי, אדער אויב האט ער געוויסט אז א מענטש צו א רב, רבי איז א אמתר מבין אויף אים, וואס יענער קען אים אויף א אמת, יענער ליינט אפ זיין בלאף – איז צו אים געקומען אדער ער צו יענעם, איז דער פחד געפערליך אנגעקומען, און זיין אמתר שוואכקייט האט זיך אויפגעשפילט, אויף אזוי ווייט אז ער האט נישט געקענט זיך עפענען דאס מויל.
(זיין שרעקליכע פחדנות און דאס נישט קענען דערהייבן א געוואגטע אינטערנעמונג, ווייל ער ציטערט אוועק אז ער וועט דורכפאלען, און אפילו נישט וועלען וויסען פון זיינס א דורכפאל לאחר המעשה וואס דאס איז גאר א שטארקער סימן פון בכלל נישט קיין זעלבסט-זיכערקייט, האט זיך אויסגעשפילט הונדערטער מאל במשך די יארן תש"מ-תשס"ט. און מיר וועלען האפענטליך צו אלעם אנקומען אין די רייע פון די געשעענישן.)
דער ברך משה איז געווען און אויך אזוי דער סאטמארער רבי שליט"א פון וויליאמסבורג איז ממש פונקט פארקערט. ביידע זייער שטארקע מענטשען, האבען נישט ארויסגעפחדנט פאר גארנישט, ווייסען וויאזוי צו האנדלען מיט מענטשען, זעלבסט זיכערקייט ביז א מאקסימום, אבער קענען זיך ארפלאזען צו יעדען, און גאר גרינג דורכצוקומען. (איבער דעם סאטמארער רבי שליט"א פון וויליאמסבורג, וועלן מיר אנקומען ווען מען וועט האלטען ביי ח"י סיון תשנ"ט.)
פון ווי ר' אהרן האט גענומען די אלע קאמפליקאציעס און שוועריקייטען, איז נישט באוויסט – עכ"פ פאר מיר. לכאורה איז ער געווען א שווער קינד און קיין הילף איז דאן נאך נישט געווען פארהאן.
ווען קרית יואל וואלט שוין געשטאנען אין זיינע קינדערישע יארען, וואלט דער סיגעטער רב זיך אהין געצויגען, ווייל דער "סקול דיסטריקט" וואלט געקענט העלפען דאס קינד. היינטיגע צייטען באקומט אזא קינד גלייך א דיאגנאז אלס ADD צו ADHD, מיט כל מיני שמות, אבער ער וואלט כאטש מן הסתם געהאלפען געווארען אויב נישט געהיילט געווארען. אבער וויבאלד עס האט נאך דאן נישט עקסיזטירט די סארט הילף איז ער אויפגעברענגט געווארען מיט טיפע פראבלעמען וואס האט אים געפלאגט אלעמאל, און עווענטועל האט געליטען דערפון זיין פרוי, זיינע קינדער, וויזשניץ, סיגעטער מתפללים, די בחורים פון דער סאטמארער ישיבה, קרית יואלער איינוואינער, זיין טאטע דער ברך משה, און אפילו זיינע חסידים.
פארוואס אין די שפעטערע יארען האט אים זיין רביצין נישט געטראגען פאר הילף און פראבירט אים צו העלפען זיך אויסהיילען פון זיינע מחלות, – פון וואס זי האט זיך אנגעליטען – איז מיר נישט באקאנט. (אדרבה ווער עס ווייסט פארוואס, זאל ער ביטע דאס אריינשיקן צו די אימעיל אדער צו אישי.) מענטשן זאגען סברות, אז עס קען זיין אז ווייל זיי האבען נישט גוט געלעבט האט איר נישט אינטערעסירט אים צו בויען און ארויס צו העלפן, אנדערע זאגן אז עס קען זיין ווייל אלס ערוואקסענער איז ער שוין גענוג גרויס געווען זיך נישט צו לאזען היילען. אלענפאלס, ער איז נישט געהיילט געווארען אויף זיינע קאמפלעקסען און אויף זיינע שווערע פראבלעמען וואס פלאגט אים, און פאר יעדען וואס קומט נאר אין זיין בארירונג.
די אלע מיחושים וועלן שפעטער אינעם באשרייבונג, גאר אסאך פארענטפערען זיינע אויפירונגען אין אלע צייטען, זיינע פאני קאפלעקסטע דרשות, זיין באנעמונג מיט מענטשען, זיין נישט לאזען א מענטש אויסרעדען, כהנה וכהנה.
משא"כ דער טאטע דער ברך משה און סיי די איבריגע קינדער (אויסער רש"א) זענען באוויסט צו זיין גאר קליג, נישט גערעדט אסאך און אוודאי נישט הויך, קיינער פון זיי זענען נישט קאמפליצירט, אדער ארומגענומען מיט שווערע שוואכקייטען. אלע זענען גאר צוגעלאזענע מענשטן, גרינגע מענטשען, מענשטען מיט כאריזמע, מיט נשיאות חן, וואס דאס קען מען נישט באקומען פאר קיין געלט אויף דער וועלט. דאס איז א מתנה פון הימל, און ווער עס פארמאגט חן, קען טון פילע זאכען וואס א אומבאחנטער מענטש, קען נישט.
דעריבער איז שוין פארענטפערט פארוואס דער ברך משה האט נישט געהאט די שנאה פון די סאטמארער חסידים, ווייל זיין צוגעלאזענקייט און נשיאות חן האט געברענגט אז עס זאל נאך א שטיק צייט נאכלאזען אויף אים די כעס, משא"כ אויף ר' אהרן איז געבליבען א פאראכטונג ווייל מיט זיינע שוואכקייטען און קאמפלעקסען איז ער געבליבען בלאזען אויף סאטמאר, וואס דאס איז געווען זייער מערקבאר אויף אים במשך פון די יארען, און קיין ידידים האט ער דאך נישט געקענט זיך איינהאנדלען צוליב זיין באנעמונג צו מענטשען, איז ער געבליבען איזולירט און מיט א שנאה כבושה פון אים צו סאטמאר און פון סאטמאר צו אים.
אויך ווערט איצט פארענטפערט פארוואס די "שונאים" פון די יארען תש"מ-תשנ"ט זענען גרייט געווען צוריקצוקומען צום ברך משה און צו זיין אנדערען זון דער רבי שליט"א און אפילו גרייט געווען מוחל צו זיין משה גבאי, אבער צו ר' אהרן, דאס שוין נישט. קיינער פון די אלע האט נישט געוואלט הערען און געדענקען פון אים צו זאגען. עס האט קיינער פון די טויזנטער אידען וואס זענען צוריקגעקומען נאך ח"י סיון, נישט געווען גרייט מוחל צו זיין פאר ר' אהרן און צוריק געווארען זיינע גוטע פריינט. און, די סיבה דערצו איז נישט, ווייל ר' אהרן איז דער גרויסע בעל מוסר וואס שטראפט מיט מוסר רייד זיינע אנהענגער און דער ציבור וויל נישט אזא סארט רב... דא רעדט מען נישט פון א רב וואס פארלאנגט פון זיינע חסידים פרומקייט צו אידישקיייט וואס איז צו שווער פאר אלע מענטשען מיט צוהאלטען און דערפאר האבן אים זיינע קעגנער אראפגעריסען. בכלל נישט.
*
ר' אהרן האט זיך אלץ אויפגעפירט ווי א בחורל פון 18-19 יאר, אין אלע הינזיכטען. קיין שום פראבלעם איז נישט ביי אים ערנסט גענומען געווארען, און קיין שום זאך האט אים נישט ערענסט באנומען. אלעס האט ער אנגעקוקט מיט זייער א קורץ-זיכטיגען בליק. און דאס קומט ווייל ער איז א אויבערפלעכליכער מענטש וואס זיין מחשבה איז זייער פלאך און פון אויבנאויף. ער איז קיינמאל נישט טיף אריינגעלייגט אין קיין שום נושא.
דאס זעלבע איז מיט זיין לערנען. ער איז זייער א אויבערפלעכליכער לערנער וואס נעמט נישט דורך קיין סוגיא על בריו, און איז קיינמאל נישט קלאר און גרונטליך. דערפאר האט א טיפער לערנער נישט געקענט זיצען ביי זיינע שיעורים, ווייל עס האט יעדער טיפערער פארשטייער, גלייך געזען אז ער איז ווייט נישט קלאר אין די גמרא און תוספות.
דערפאר האט ער נישט געלאזט קיינמאל אריינפרעגען ביי זיינע שיעורים, ווייל ער האט נישט זיך געקענט אריינלאזען אין א טענה'ריי ווי ער וואלט פאר זיכער געווארען אפגעפרעגט, און דאס האט ער נישט געקענט פארנעמען.
ווען ער פלעגט וועלען לערנען מיט א בחור, האט ער קיינמאל נישט אויסגעוועלט א בחור וואס ער האט געוויסט אויף אים אז ער איז א טיפער לערנער. ער האט מורא געהאט פון די גוטע לערנערס ווייל זיי וועלען אויפדעקען אז ער איז זייער א פלאכער לערנער.
אין די ישיבה איז ר' אהרן געווען דער שוואכסטער מגיד שיעור. ער האט ארומגעפשטעלט אלע סארט פלפולים, געדרייט ווי א דריידל, אבער פשוט פשט האט ער נישט געקענט פארלערנען, ווייל ער אליין האט דאס נישט געקענט.
זיין קאפ איז גלייך אריין געפלויגן צו א פשטל וואס אלץ מען קען מיט דעם רבי עקיבא פארענטפערען א פסוק אין חומש, ווען ער האט נאך אפילו נישט פארשטאנען וואס רבי עקיבא וויל דא זאגען. און קיין קשיות האט ער נישט ערלויבט אריין צו פרעגען, וואס דעריבער האבען די גוטע לערנערס שטארק אפגעלאכט פון זיינע שיעורים.
און דערפאר פלעגט ער האבען פאר זיין כיתה א באזונדערן שואל ומשיב, וואס פלעגט ענטפערען פאר די בחורים אלע שאלות איבערען שיעור. אנדערש פון אלע מגידי שיעור וואס פלעגען נאך זייער שיעור, זיך אריין זעצען אין ביהמ"ד אין ישיבה און ענטפערען אלע קשיות פון די בחורים בשעתן איבערחזרן דעם שיעור הישיבה.
ר' אהרן האט מען נישט געקענט איבערפרעגען גארנישט פון זיין שיעור. נאך זיין שיעור, פלעגט ער אריין גיין אין זיין אפיס און נישט געגאנגען אין ביהמ"ד ווי אלע אנדערע מגידי שיעור.
אבער, זיינע פשטלעך זענען גאר שטארק צוניץ געקומען פארן עולם גולם וואס עפ"ר זענען שוואכע לערנערס, און ר' אהרן מיט זיינע "טיפע" פשטלעך האט זיי געקענט פארקויפען די ברוקלין בריק, אז מען רעדט דא פון א גאון אדיר, א מפלפל גג על גג און אלע סארט ווערטער וואס מען נוצט אויף א אמתן וועלטס גאון.
דער ברך משה פון די אנדערע זייט, איז יא באוויסט געווען פאר א אמתר גאון, א טיפער לערנער וואס ווען ער פלעגט לערנען מיט זיין חבר, פלעגט ער לערנען ווי א יונגער בחור, וואס הייבט איצט אן א סוגיא פון דאס ניי. ער האט געקענט זיצען אויף איין ווארט פון די גמרא צו א "כלומר" פון רשיה"ק, צו א "קשה", א "תימה" אדער א "וא"ת" פון תוספות גאנצע שעהן, ביז ער איז געווען קלאר און גרונטליך.
און ער האט געוואלט אז דער חברותא זיינער זאל זיך נישט לאזען, נאר איבערפרעגען ביז ער וועט באמת פארשטיין.
און ער האט קיינמאל נישט גענומען ר' אהרן פאר זיין חברותא. אפילו ער איז געווען אין קרית יואל פון נאך פסח ביז חצי אלול, האט ער זיך קיינמאל נישט אראפגעזעצט לערנען מיט ר' אהרן א בלאט גמרא.
די בחורים וואס האבען געלערענט אין ישיבה במשך די יארען תש"מ-תשנ"ה, דערציילען אז דער ברך משה האט זייער גרונטליך פארהערט. די בחורים האב אים נישט געקענט עפעס אריין בלאלבלען א פשט אין די גמרא, רש"י, תוספות, רא"ש, מהרש"א, ווייל ער פלעגט זיך אנהייבען בייזערען אויף דעם בחור אז עס איז געגאנגען א רויעך.
נישט איינמאל האט פאסירט ביי א פארהער אז דער ברך משה האט געפרעגט פשט אין א תוספות און איין בחור האט נישט געוויסט, האט ער געפרעגט א אנדערען און אויב יענער האט אויך נישט געוויסט האט ער געפרעגט א דריטען און א פערטען. אויב האט ער ביים פינפטען בחור געזען אז זיי ווייסן נישט האט ער זיך אזוי געבייזערט: וואס הייסט אז מען קאן נישט? וויאזוי זענט עטץ דורך די תוספות אום פארשטאנען? ווי קען מען זיך פאפען?
טייל מאל האט ער זיך אזוי געבייזערט אז ער האט זיך אויפגעשטעלט, צוגעמאכט די גמרא און פארלאזט דעם פארהער, און עטליכע מאל האט ער זיך צושריגען: וואס טוט עטץ א גאנצע וואך? מיט אזא געלערנעכץ וועט עטץ אויף וואקסען עמי הארצים!
דערציילען די דעמאלטסדיגע בחורים אז ווען דער ברך משה איז געקומען אין די ישיבה פארהערען, פלעגט עפ"ר ר' אהרן זיצען נעבען טאטען ביים פארהער. און עס איז געווען עטליכע מאל וואס דער ברך משה האט זיך אזוי אויפגעבייזערט אז ער האט געפרעגט ר' אהרן: זאג נאר, דו קענסט יא דעם תוספות? און עס איז געווארען א טענהריי איבער דעם תוספות און ר' אהרן האט פרובירט איבערצייגען דעם טאטען אז ער קען דעם תוספות דורך: שרייען העכער.
עס איז געווען עטליכע מאל וואס דער טאטע האט זיך נישט געקענט איינהאלטען און ברבים אים געזאגט דו קענסט נישט דעם תוספות; דו ווייסט נישט וואס תוספות וויל דא; דו שרייסט טאקע אבער נישט דאס איז דער פשט פון תוספות.
אבער אנשטאט ער זאל אנהייבען זיך דערגרינטעוען איבער זיינע לימודים, האט ער אויסגעוועלט א צווייטע אפציע: דער טאטע זאל מער נישט קומען פארהערען. עס האט מיר דאס געשריבען איינער וואס צוויי פון די אמאליגע הויז בחורים ביים ברך משה אין די תש"מ און פריע תש"נ יארען, האבען דאס פארציילט.
ר' אהרן האט שטענדיג פארארבעט אז דער טאטע זאל נישט קומען אין ישיבה פארהערען. און מען קען זאגען – האט מיר געשריבען א בחור פון יענע יארען – אז פון תשמ"ח ביז תשנ"ט האט דער ברך משה פארהערט די ישיבה ניטאמאל פינף מאל. (אויב איינער קען אויף ווייזען אנדערש, איז געלאדענט צו אויף ווייזען.)
די הויז בחורים פון יענע יארען דערציילען, אז סיי ווען ר' אהרן איז געקומען צו זיין טאטען אינדערהיים, און גערעדט אין לערנען, האט מען ארויסגעהערט פון שטוב, אז דער טאטע פלעגט אים זאגען: דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט; דו קענסט נאך נישט פשוט פשט פון די גמרא און דיין קאפ פליעט שוין צו א דריידעל; איך ווייס נישט וויאזוי דו לערענסט אזוי פאר.
ווען מען האט געלערענט סוגיא פלעגט ער פארלערנען א שיעור ברבים אין ביהמ"ד פון די ישיבה וואס דארט האבן זיך אלע בחורים געקענט באטייליגען, נישט נאר די בחורים וואס האבען געלערנט אין זיין כיתה. אין די וואכען פון סוגיא האבען די מגי"ש נישט פארגעלערענט, נאר יעדע חברותא האט אליין געלערענט און מען האט געקענט פרעגען די מגי"ש, אלע שאלות אויף די סוגיא.
ווען מען האט געלערענט סוגיא אין די ישיבה, פלעגט ר' אהרן לעבען ווי א פיש אין וואסער. ווייל די שיעורים זענען לכתחילה געווען געבויעט נאר אויף פשטלעך און אויף דעם, האט ער זיך ספעציעלעזירט, און געקענט אויפשטעלען גג על גג אז אביי האט האלט ווי המן און רבא ווי אחשורוש, רבי יהודה ווי פרעה און רבי אליעזר ווי עשיו, און מיט דעם רבי עקיבא קען מען פארענטפערן דעם באוויסטען מדרש, שלח נא ביד תשלח, ביד רבי עקיבא; און אויך קען מען מיט דעם רבי ישמעאל פארענטפערען דעם מדרש: הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל. און אזוי איז ער געפארען פון הוידעל צו בוידעל. אבער די סוגיא צו פארשטיין על בריו, צו פארענטפערען א פני יהושעס קשיא, צו א סתירה פון א רמב"ם אדער פון א רא"ש, האט מען געמוזט גיין פרעגען ר' מרדכי דוד קאהן אדער ר' זלמן לייב רובין.
די צוויי אויבענדערמאנטע מגי"ש זענען געווען ריזיגע שיעורים זאגערס, און זיי האט מען געקענט אריין פרעגען אין מיטען זייער שיעור, און די בחורים וואס זענען געגאנגען צו זייער שיעורים האבען געקענט די גמרא תוספות ישר והפוך.
די אלע פאקטען האב איך דורך געטון פאר א לענגערע צייט.
*
איצט וועלן מיר זיך אריבערציען צו א אנדערע סוגיא פון ר' אהרן און דאס איז: זיין התמדה.
צום אלעם ערשט מוז מען וויסען א כלל: עס איז נאך נישט אויף געוואקסען א אמתר גאון, איינער וואס קען גאנצעטע מסכתות אין ש"ס, איינער וואס קען רוב מקצועס פון שלחן ערוך מיט די נושאי כלים, גרינטליך מיט א קלארקייט, אן לערנען בהתמדה רבה. פון שלאפען אכט שעה א נאכט, מיטהאלטען אלע פאליטיק, שמועסען פינף-זעקס שעה, עסען דריי פולע מאלצייטען קען קיין גאון נישט זיין. עס איז נאך ביים כלל ישראל נאך נישט אויף געוואקסען א גאון אויף א אמת, אויב האט ער נישט געלערענט מיט א געוואלדיגע התמדה.
און איך וועל אייך געבען א גשמיותדיגער ביישפיל. א יונגערמאן עפענט אויף א ביזנעס און איז בעזהשי"ת א מוצלח, ער איז אויסגעוואקסען א מיליאנער, מוז זיין אז ער איז א ווארקאהאליק. ער האט יעדע מינוט פון טאג, און אפילו שבת און יו"ט, געטראכט וויאזוי ער קען מאכען נאך א טאלער און וויאזוי ער קען זיך מער פארגרעסערען. זיין קאפ קען נישט ליגען אין קיין שום אנדערע זאך, און ער מוז זיין אמביציעז צו קענען אנקומען צו זיין ציל.
אזוי להבדיל גייט עס מיט לערנען. די אלע אמתע ת"ח, די אמתע גאונים (און נישט די "שמואל ווידער – דער בלאט – גאונים וואס וואקסען יעדע וואך אלס שרי התורה) זענען געווען "לערנענהאליקעס". קיין איין ת"ח איז נאך נישט אויפגעקומען פון עסען צו דער זעט דריי מאל א טאג און שלאפען גאנצע אכט שעה א נאכט און נאך זיך צוגעלייגט אין מיטען טאג.
צו זיין א מתמיד מיינט צו לערענען פאר 5 שעה רציפות און זיך מייגע זיין אויף די תורה מיט א שווערע פלאג, פונקט אזוי שווער ווי א יונגערמאן ארבעט ווען ער שלעפט באקסעס אין א וועירהאוז. גארנישט ווייניגער. דער אמתר ת"ח הארעוועט אזוי שווער אז ער פאלט אוועק ביינאכט פאר מידעקייט, כאטש ער האט נישט געשלעפט באקסעס.
מיר וועלן נישט רעדען פון אזעלכע אויסגערופענע מתמידים ווי רבי יואליש מארגענשטערען. ווייל אזאנס איז נישט פארהאן צופיל. אבער קוקט נאך יעדען עלטערען דיין אין סאטמאר, וועט איר הערען אז זיי האבען גלערענט נישט ווייניגער ווי 15 שעה א טאג. און האבען געלערנט תורה מיט א יגיעה רבה.
איצט וועלן מיר אייך אראפלייגען ר' אהרן דינןס סדר היום וואס איז אריינגעשיקט געווארען דורך עטליכע יונגעלייט וואס האבן געלערענט אין קרית יואל פון תש"מ-תש"נ, און דורך דעם דעם וועט איר ארויסהאבען זיין "געוואלדיגע" התמדה און "יגיעה" בתורה.
מיר האבען זיך גוט נאכגעפרעגט דערויף און דאס איז דער אמתר בילד.
זיין טאג האט זיך אנגעהויבען מערסטענס טעג, 7:30 אינדערפרי ווען ער איז ארויס פון זיין הויז און צו פיס איז ער אליין געגאנגען אין מקוה. נישט געמאכט דאס פנים, אויף די פאות איז קענטליך אז זיי קומען גלייך פון קישען און דאכענע, די ציין נישט געפוצט און א מויל גערוך האט זיך געשפירט פאר די וועם ער האט געגריסט.
פון תשמ"ה ווען ער איז געווארען רב אין ק"י פלעגט ער גיין אין מקוה אין גרויסען ביהמ"ד (ביז תשמ"ה, אין די ישיבה מקוה). ער פלעגט זיך זעצען דער ערשטער אויף די מיטעלסטע באנק, און ווען ער האט געהאלטען ביים העמד איז ער צוגאגאנגען צום בור און אויפן רעיל האט ער גלייגט זיין ט"ק און העמד. אין מקוה האט ער זיך אויפגעפירט ווי א פשוטער בעה"ב. געשמועסט און געלאכט א הויעך. יעדער וואס איז אריין געקומען אין מקוה, האט גלייך "געהערט" אז דער רב איז אויך אין מקוה. (איך וועל איצט נישט אריין גיין אין די נושא צו ער האט געהאט שמירת עינים – וואס פארדעם האט מען אים געמאכט א פרייוועט מקוה אין כולל – ווייל דאס באלאנגט ביי די נושא פון זיין יראת שמים, און עס איז נישט זיכער אז עס איז נויטיג אהין אנצוקומען.)
נאך די מקוה פלעגט ער ארויסגיין אין די האל זיך וואשען די הענט, און אפגעליינט יעדען צעטיל אויף די וואנט. כמעט קיין איין צעטיל איז נישט אויסגעלאזט געווארען פון זיינע קינדישע וויצען און סטעיטמענטס וואס האט אים געמאכט אויסזען ווי א זייער א קליג 7 יעריג קינד. און זיינע וויצלעך האט ער געשאסען הויעך און אויב האט זיך אים געדאכט אז איינער האט אים נישט געהערט האט ער זיך נישט געפוילט און עס איבערגעזאגט אפילו ביז 3-4 מאל, און זיך אומגעקוקט ווער עס לאכט. אויב האט א שעפסל גוט געלאכט, האט ר' אהרן איבערגעפרעגט: "הא, הא?" און גלייך נאך אמאל איבערגעזאגט די הלצה.
אינדרויסען פון מקוה זיצען אלץ אידען נאך געלט, צו ביי די אפיציעלע טישלעך צו סתם יחידים, אדער ארץ ישראל אידען, האט אבער אונזער ר' אהרן קיינמאל נישט געגעבען איין טאלער. אויב האט איינער געמוטשעט, איז ער געווארען באבלאזען.
אוי, איך מוז פאר צוויי מינוט פארקריכען פון די נושא, ווייל איך האב אינגאנצען פארגעסען צו רעדען פון זיינע געבלאזעכצער. ווער עס האט נאר אמאל געהאט קליינע קינדער ווייסט זיכער ווי אזוי די קליינווארג בלאזען ווען זיי באקומען נישט דאס זייעריגע. עס איז אפילו זיס צו זען ווי די פיצעלעך בלאזען. זיי לאזען אראפ די אויגען מיט די נאז, און קוקען נאר מיט א זייטיגען בליק צו זיי האבען די אטענשאן פון די עלטערן און זיי לאזען זיך נישט גרינג איבערבעטען.
אויף די האר אזוי פירט זיך אויף אונזער ר' אהרן, ווען ער באקומט נישט דאס זייניגע. ער לאזט אראפ די אויגען מיט די נאז און ער קוקט אראפ אויפען טיש; ער בלאזט. ער וועט נישט רעדען איין ווארט. ער בלאזט. דאס טוט ער צו זיין רביצין, צו זיינע קינדער און צו יעדען וואס טוט נישט וואס ער האט פארלאנגט. ער וועט אפילו נישט זאגען פארוואס ער בלאזט, ער וועט פשוט און גראד אויפהערען צו רעדען מיט דעם באטרעפענדען וואס האט אים עפעס נישט געטון, צו עפעס געזאגט וואס ער וויל נישט הערען.
אויב איינער וועט אים דערציילען, למשל, אז ביי דעם עצרת אין מעיריאט האטעל פאר א חודש צוריק איז געווען א 5 טויזענט מענטשען, וועט ער ווערען בלאזעדיג. נישט אויף שמואל ווידער פארוואס ער מאכט אים משוגע אין בלאט אז דארט איז גארנישט געווען, נאר די פאר ברעטשערס. בהחלט נישט. ער נעמט זיך בלאזען אויף דעם נייעס דערציילער... ער קען יענען נישט קוקען אין די אויגען ווייל יענער האט אים אויסגעזאגט דעם אמת. פאר ר' אהרן טאר מען נישט דערציילען דעם אמת.
דער אמת איז ביי אים דער גרעסטער שונא. דער אמת דערציילט דאך נאר די נישט גוטע זייט פון די מטבע. דער אמת וועט אים דערציילן, אלעס וואס ער וויל נישט הערען און נישט וויסען. און אז ער ווייסט גארנישט און הערט גארנישט שטייט ער דאך גוט...
איין ביישפיל מוז איך אייך אראפברענגען וואס הייסט אז אפילו זיינס א גוטער פריינט טאר אים נישט דערציילען קיין שום נעגאטיווע זאך, כאטש ווען עס איז זיכער אז יענער מיינט זיין טובה. ביי אים איז נישט פארהאן דער דערהער אז זיין גבאי זאל אים זאגען: איך וועל דעם רבין זאגען דעם ריינעם אמת. דאס ווארט ריין און אמת איז אלץ ביי אים נעגאטיוו, און ביי נעגאטיווע נייעס רעאגירט ער גענוי ווי א קינד.
איין משל. צווישען פסח און שבועות תשנ"ט האט ר' עזריאל גליק – וועלכער איז געווען א גוטער פריינט פאר ר' אהרן – אים געקומען איינמאל זאגן: איך האב גערעדט צום רבי'ן, "והוא באחד ומי ישובנו", דער רבי האלט זיך פעסט ביי זיינס, ער וויל ר' זלמן לייב זאל האבן דאס רבנות אין וויליאמסבורג. האט אים ר' אהרן געענטפערט: איך דארף אייך נישט אלס פארטרעטער ביים טאטן אין שטוב.
לאמיר אנאלאזירען דעם קליינטשיגען אנעקדאט: ר' עזריאל איז אלץ געווען זיין גאר גוטער פריינט און אויך פאר זיין טאטען. ער איז געווען דער גבאי אין זיין ביהמ"ד, ער איז געווען דער איינציגער נאנטער מענטש צום אלטען רבין ז"ל וואס איז געבליבען נאנט צום ברך משה און צו ר' אהרן. ר' עזריאל האט זיך צוקריגט מיט די אלטע רביצין ע"ה און מיט זיינע נאנטע פריינט פון זיינע אלע יארען ביים רבין אין שטוב, ווייל ער איז מיטגעשטאנען מיטען ברך משה (מיר וועלען שפעטער מוזען צו דעם אלעם אנקומען עס צו באשרייבען). ער איז נאך דאן נישט געגאנגען צום בג"ץ...
קומט ר' עזריאל און רעדט צו אים בתורת פריינט: הער מיך אויס ר' אהרן, איך מיין דאך דיין טובה, די טובה פון טאטען, די טובה פון סאטמאר. (לאמיר גוט פארשטיין אז ר' עזריאל האט דאך "עני-טיים" אזוי געמיינט די טובה פון סאטמאר ווי ר' אהרן.) איך זאג דיר אז דיין טאטע וויל ר' זלמן לייב פאר רב, און עס איז נישט בלויז משה גבאי. איך זאג דיר ר' אהרן צווישען פיר אויגען, האב שכל און מאך שלום מיטען מצב ווייל דאס גייט סיי ווי געשען, דער טאטע איז אנטשלאסען. זיי נישט קיין בהמה און עס איז א שאד זאלסט מאכען א קריגעריי, ווייל דו קענסט אזא זאך נישט טון. מען קען זיך מיט א טאטען נישט קריגען, איבערהויפט א רב מפורסם קען זיך נישט ביליג קריגן.
ר' אהרן טראכט נישט איין רגע. ער האט נישט גענומען די מי אריין צונעמען די ווערטער אין זיין מוח פאר א סעקונדע, נאר גלייך געענטפערט בלאזעדיג: "איך דארף אייך נישט אלס פארטרעטער ביים טאטן אין שטוב."
דאס טייטש אזוי. נישט מיין זיך קריגען מיטען טאטען איז דער פראבלעם. דער פראבלעם איז ר' עזריאל. פארוואס? ווייל ער האט דאס אים פארציילט. און ער זאגט אים טאקע: גיי נישט מער אהין. ווייל אויב ר' עזריאל וועט נישט אהינגיין, וועט ער דאך מער נישט רעדען מיטען רבין און אז ער וועט שוין נישט רעדען מיטען רבין וועט ער שוין נישט קענען קומען פארציילען אזעלעכע נעגאטיווע נייעס, און אז ר' עזריאל וועט אים שוין נישט דערציילען אזעלכע נייעסער, איז דאך דער מצב אלעס אין ארדענונג. אין קורצען מיינט דאס: א קינד.
ווען ער וואלט אבער געווען א ערוואקסענער און באזעצענער מענטש, ווען ער וואלט געוען א מענטש א שטארקער, א מענטש מיט זעלבסט זיכערקייט, וואלט ער געחלשט צו וויסען יעדע קלייניגקייט פון זיין אפאנענט ווייל צו גיין אין קריג מוז מען דאך וויסען יעדע קלייניקייט. נאכמער, ר' אהרן וואלט געדארפט זיך לאזען קאסטען צו קענען האבען שפיאנאזש פון די באהאלטענסטע קוועלער, וואס אלץ עס טוט זיך ביי זיין ברודער, אין יענע ישיבה, אין יענע קהילה, א.א.וו.
ווייל ווען ער ווייסט ווען דעם אמת, אז זיין ברודער האט אויסערגעווענליך מצליח געווען, זיין ברודערס ישיבה איז היינט גרעסער פון זיין ישיבה מיט א צוויי הונדערט בחורים. די שענסטע רבנים פון ניו יארק וואס פלעגען אמאל שיקען זייער בחורים קיין קרית יואל שיקן היינט קיין קווינס; די שענסטע רבנים נעמען היינט פאר איידעמעס בחורים פון קווינס; דער ברודער האט מצליח געווען ארויסצו בעילען 82 פון די טיפע חובות און אז עס איז נישט פארהאן איין רב און רבי וואס גייט אים נישט באזוכען, וואלט ער דאך פארזיכער נישט אזוי געפירט די מלחמה.
נאך טיפער. ווען ער וואלט געווען א בר דעת ווי א מענטש וואס איז 60 יאר, וואלט ער דאך געמוזט וויסען אז ווי מער ער וועט זיך קריגען און ווי מער ער וועט טעראריזירען זיין ברודער מיט זיינע מענטשען, וועט זיין ברודער נאך סאך מער וואקסען און מער מענטשען וועלן כסדר צוקומען, מער בחורים וועלען צו זיין ישיבה צוקומען און מער מענטשען וועלען פאר זיין ברודער געבען סידור קידושיןס.
ווען ר' אהרן וואלט געהאט שכל וואלט ער דאך בלויז גענוצט זיין עקספיריענס און געזען למפרע אז ווי מער זיינע שונאים האבען אים געפייניגט אין ק"י די אלע יארען, אלץ מער איז ער געוואקסען, דעריבער וואלט ער דאך נישט געטארט לאזען אז מען זאל זיין ברודער דאס מינדעסטע פייניגען, ווייל ער וועט דורך דעם זיך נאר פארברייטערען און פארגרעסערען, ווי עס איז אקוראט געשען.
דערווייל ווייל ער איז א קינד, וואס קען נישט דערהייבען איין נעגאטיוו ווארט, אפילו מען מיינט זיין טובה, האט ער זיך אריין געלאזט אין א קריגעריי ווי א יונגעל וועם מען האט אוועקגענומען א טוי ווייל ער דארף שוין שלאפען גיין. ער האט זיך געקריגט ווי א אום באזעצען קינד און זיך אפען געשלאגען מיט זיין טאטען ווייל ער האט געגעבען וויליאמסבורג פאר זיין קלענערער ברודער, און דורך דעם איז דער ברודער געווארען פון די גרעסטע אדמורי"ם אויף דער וועלט.
יש"כ ר' אהרן.
*
איך וועל מיך צוריקערען צו די נושא אין א קומענדיגע געלעגענהייט. איצט וועלען מיר זיך צוריקערען צו ר' אהרןס סדר היום.
עס איז איצט פינף צו אכט. ער האט שוין אפגעליינט אלע צעטלעך, געשאסען וויצען, געהאט גענוג און נאך אטענשאן פון אלע וואס האבען געלאכט אויף זיינע דשאוקס, און איצט איז ער ארויס אין די גאס זיכען א היטש ארויף אין די ישיבה. עפ"ר האט זיך יעדער אפגעשטעלט אים אריין צו נעמען. ביז אין תש"נ יארען ווען עס איז נאך נישט געווען אזוי הייס די מחלוקות מיט בני יואל האט אפילו זיינס א שונא געקענט זיך אפשטעלען, שפעטער האבען זיי זיך נישט מער אפגעשטעלט פאר אים.
אין די אויטאס ביי די היטשעס, האט ער ווידער געשאסען קינדישע וויצען, וואס מענטשען דערציילן היינט נאך מיט נאסטאלגיע. אויך פלעגט ער אלץ וועלען וויסען נייעס, ווייל ער איז געווען געצוימט צו באקומען נייעס. איך גלייב נישט אז ער האט געהאט א רעדיא אין דערהיים, דערפאר האט ער געקענט באשטיין אז אין די קאר זאל יא גיין די ראדיא. ער פלעגט עס נישט הייסען אנצינדען, אבער אויב איז עס געגאנגען איז ער געבליבען אין די קאר אויסצוהערען די אכט אזייגער "ווארלד ניוס ראונדאפ" פון קריסטאפער גלען.
קיין יש"כ האט מען פון אים קיינמאל נישט געהערט. ער איז פלוצלינג ארויס פון די קאר, און זיך באדאנקט דורך א געזונטען האק מיט דער טיר...
גלייך איז ער געגאנגען צו זיין אפיס, ווי ער האט געטרינקען א קאווע און זיך צוגעגרייט צום דאווענען, און בערך א פערטל נאך אכט איז ער אריין אין ביהמ"ד צו זיין עמוד אויפן מזרח וואנט. אריינקומענדיג אין בימה"ד אינדערפרי איז ער עפ"ר געווען בלאזעדיג, נישט גוט געלוינט. עס האט אים גענומען א שטיקעל צייט צו ווערען באגיסטעט.
ווי זוי דאוונען האט זיך זייער געוואנדען צו ער איז אנגעצויגען אדער גאר הייפער. אויב איז ער אין א שלעטע גיסטע, דאווענט ער שטיל און איז פארחלומט. אויב האט ער פריער געהערט א גוטע נייעס, אדער ער גייט באלד ערגעץ פארען "עקסייטינג", זעט זיך אן די עקסייטעמענט שוין צופרי ביים דאווענען און דאן שרייט ער הויך מיט זיין באסאווע שטימע און קען אפילו מאכען תנועות מיט די הענט. די מבינים ווייסען פונעם דאווענען וואס עס טוט זיך ביים אים פריוואט אין קאפ.
אז מען רעדט שוין פון זיין שטימע, מוז איך ארויסברענגען אז מיר טארען נישט חוזק מאכען פון עפעס וואס ער האט זיך נישט אליין גענומען. עס איז א שטיקעל שטראף פון הימל פאר א מענשט צו האבען אזא קלאמזי, גאר אינטרעסאנטע און שרעקליכע שטימע. איך ווייס נישט צו עס איז נאך דא איין מענטש מיט אזא שטימע. עס איז גענוג צו באצייכענען זיין שטימע מיט די ווערטער: נעבעך.
נאכען דאוונען איז ער אריין אין זיין אפיס ווי ער האט געלייגט ר"תס תפילין און נאכדעם געגעסען פרישטאג.
פאר, נאך און אין מיטען פרישטאג האט ער יעדען טאג געקאלט זיין טאטען, דערציילט אלע לעצטערע געשעענישען, שפעטער איז אלץ דערציילט געווארען וואס זיינע שונאים, טוען אים, פון די קארטס מיט די בני יואל א.ד.ג.
נאכדעם האט ער געקאלט זיין ברודער ר' ליפא. מיט אים איז ער געווען אויפען טעלעפאן אפילו עטליכע מאל א טאג, ווייל דער ברודער האט אים פארציילט די נייעס פון טאג. ער פלעגט אים פארליינען גאצע שטיקער פון טיימס און אויב איז געווען א וואל סעזאן האט אים ר' ליפט געלאזט הערען די רעדיא דורך דעם טעלעפאן.
ר' אהרן גלייכט זייער פאליטיק און ער אינטרעסירט זיך ביי יעדען איבער די נייעס. ער איז א רעפובליקאנער געשטימטער רב. און מיט די בחורים וואס פלעגען זיין זיינע באדיס פלעגט ער אלץ זיך אינטרעסירען: וואס איז נייעס? די נייעס שפילט א שטארקע ראלע אין זיין סדר היום. ווען ער קאלט איינעם וואס דערציילט אים נייעס, קען יענער נישט אראפלייגען דעם טעלעפאן, אפילו ווען יענער מוז שוין אראפלייגען. ר' אהרן וועט יענעם ווייטער פרעגען אזוי: וואס נאך איז נייעס? און וואס פארציילסטו נאך עפעס? אהא, איז גארנישט דא קיין נייעס. זאגסטו אז עס איז שטיל. הא? אהא. זאגסטו גארנישט. הא? בום. אראפ מיטען פאון. מיט יעדען מענטשן וואס האט אים מיט אים גערעדט איז דער שמועס בערך אזוי צוגעגאנגען.
נאכדעם האט ער גערעדט צו משה גבאי'ן. אמאל האט ער געקאלט, און אמאל האט משה געקאלט. אבער עס איז נישט געווען אזאנס אז ער מיט משה זאלען נישט רעדען כאטש איינמאל א טאג.
נאך א וויכטיגע פוינט איבער זיין נימוס. אלץ האט ער גערעדט אויפען טעלעפאן אינמיטען עסן. און וויבאלד ער עסט אזוי הויך ווי ער דאווענט אין א הייפערדיגען טאג, האט דאס דענערווירט יענעם ביזען וועלען שפרינגען פון דאך. אבער ווער קען אים דען זאגען ווי אזוי זיך צו פירען. דאס זעלבע איז געווען ברבים. ער האט געגעסען מיט א גערודער. און דערצו האט ער אפילו שוין נאכען ארפנעמען זיין טעלער, ווייטער גענאשט סיי וואס עס איז אונטערגעקומען. ער האט איצט זיך גענומען צו די ברעקלעך פון די טישטוך. און עס איז צוגעגאנגען מיט א שטיקל סדר. ער האט אפגלעקט זיין פינגער און עס איינגעטינקען אין ברעקלעך און אריין אין מויל. אז עס איז ווידער נאס די פינגער פון מויל, האט ער ווידער עס איינגעטינקען אין ברעקלעך און עודך אין מויל. ווי א אומערצויגען קינד וואס קען נאך נישט עסען שיין. און דאס אלעס איז געווען זיצענדיג אויפן פאדיום אין פראנט פון הונדערטער מענשטען.
און דערפאר פלעגען זיינע וואכנדיגע טיש בעקישעס, ספעציעל זומער ווען ער האט אנגעהאט די לייכטע זומער טיש כאלאטען, אלץ זיין זייער פלעקיג. ווייל ער האט געגעסען אן א ביב, איז דער כאלאט געווען א ביב. און ווען ער פלעגט זיך צומאל דרייען אין ביהמ"ד צווישען די בחורים האט מען זיך געקענט קוילערען פאר געלעכטער ווי שמוציג די בעקישע איז. פארוואס זיין רביצין האט נישט געזען וואס די בחורים האבען געזען קען מען פארענטפערען מיטען זעלבען תירוץ פארוואס זיינע שווארצע זאקען אין דער וואכען זענען געווען מער צו גרין ווי צו שווארץ. זי האט נישט געהעריג קעיר גענומען אז ער זאל גיין אנגעטאן לייטיש.
נאך אלע טעלעפאן קאלס, איז ער געגאנגען פארלערנען. פון זיין פארלערנען האב איך שוין פריער געשריבען.
נאכען פארלערנען פלעגט ער צוריקגיין אין אפיס און פלעגט כאפען א שמועס מיט זיינע לעקערס און באדיס וואס האבען אים דערפריידט מיט בעבישע נארישקייטען, וואס מען האט געקענט ארויסהערען. און דערצו האט ער געהאט א מזל אז נאר נארישע בחורים האבען אין אים געטראפען צו ווערען א באדי.
געווענליך פלעגט ער יעדען טאג נאכען פארלערנען אריינגיין אין ביהמ"ד און ארומגיין צווישען די בחורים. צומאל האט ער געקענט פרעגען א בחור ווי ער האלט, און צומאל האט ער געווארפען א וויץ און מאכען א נארישע באמערקונג. אבער דער שואל ומשיב פאר די בחורים איבער די שיעור פון די וואך איז געווען א אנדערער אנגעשטעלטער. בלויז ער פון אלע מגידי שיעור האט געהאט א באזונדערען שואל ומשיב. אים האט מען נישט איבערגעפרעגט פונעם שיעור הישיבה.
צומאל פלעגט ער בעטען א בחור זאל זיין זיין חברותא, און עס האט מיר אריינגעשיקט אין אימעיל א בחור וואס פלעגט מיט אים לערנען צווישען תשמ"ז און תשמ"ט אז וויבאלד יענע פאר יאר איז געווען א פאליטיק אין די ישיבה צוליב דעם מנהל הישיבה וואס האט זיך נישט פארטראגען מיט אים, האט ער יעדע צען מינוט געמאכט א פאון קאל צו מתתי' דייטשען, צו משה גבאי, צו זיין ברודער ר' ליפא, און איבערגעקייט די זעלבע פאון קאל 6-7 מאל, ממש ווי א באביטשקע, גערעדט און גערעדט. ער האט נישטמאל געקימערט מיך ארויסצושיקען. ער האט קיינמאל נישט געלערענט קיין שעות רצופות, ווייל נאך צוואנציג מינוט לערנען האט ער שוין געמאכט א פאון קאל. און אזוי איז אריבער די צוויי שעה ביז לאנטש.
אבער דאס נעמען א חברותא א בחור, איז געווען איין טאג יא און איין טאג נישט. ווען עס האט אים פארשמעקט האט ער גענומען א חבר און ווען נישט, נישט, נאר געזעצען אין זיין אפיס.
ביי לאנטש האט ער באקומען עסען וואס א בחור האט אים ספעציעל אנגעגרייט, ווי קוקיס און קאמפאוט פרוכט און אמאל א זופ און אויך א קאווע.
איצט האט מען אויפגעהאנגען א ספעציעל טעוועלע אויף די טיר אינדרויסען פון זיין אפיס: ביטע נישט שטערען, דער רב האט זיך צוגעלייגט. היינט שטייט שוין מן הסתם, דער רבי הגה"ק האט זיך צוגעלייגט.
ער פלעגט אזוי שלאפן צווישען 60 און 90 מינוט אויפן קאטש אין זיין אפיס. נאכען אויפשטיין האט זיך אנגעהויבען א פרישע רונדע מיט טעלעפאן קאלס, געוואויר צו ווערען צו עס איז דא פרישע נייעס זייט ער איז איינגעשלאפען.
נאך אביסעל איז געווען מנחה און דער טאג פארן ראש ישיבה האט זיך אפיציעל געענדיגט. ער פלעגט אראפפארן עפ"ר מיט א קאר אדער צומאל אהיימשפאצירט אליינס.
אינדערהיים האט ער געגעסען נאכטמאל, אויפגענומען שנארערס און זיי געגעבן א צוואנציגער, פלעגט זיך באטייליגען ביי שמחות ווי מען האט אים גערופען, געדאווענט מעריב אין גרויסע שול, און אמאל אמאל איז געוועןא מינטינג מיט פארשידענע אפטיילונגען אין דער קהילה, מוסדות און די ווילעדש. אבער נישט מער ווי 2-3 מאל א יאר איז אין יענע יארען פארגעקומען מיטינגען ביי אים אין שטוב.
דאס איז געווען דער אלגעמיינער סדר היום פון דער רב און ראש ישיבה.
ווען מען רעדט מיט די בחורים וואס האבען געלערענט אין די יארען צווישען תש"מ און תשנ"ה אין די ישיבה, קען מען הערען נאסטאלגישע זכרונות איבער דעם ר' אהרן און זיינע ווערטלעך און וויצען. איך וועל דערציילען עטליכע גאר באוויסטע.
אין די ישיבה פלעגט ער בעיקר פירען מלחמות מיט צוויי שרעקליכע פראבלעמען. 1) אויב האט א בחור אויסגעטון זיין כאלאטעל ביים לערנען און 2) אויב האט א בחור אנגעטאן גאלדענע אדער זילבערנע גלעזער. אן א שיעור בארימטע פראזען האבען זיך געדרייט אין די ישיבה וואס ר' אהרן האט אלץ "אריינגעזאגט" פאר א בחור וואס האט געטון די אויבנדערמאנטע.
פון די באוויסטע זענען אז ארומדרייענדיג זיך אמאל אין ביהמ"ד האט ער געזען א אויבער חכם לערנט אן זיין כאלאטעל. זאגט אים ר' אהרן – אבער הויך – פארוואס האסטו נישט די כאלטעל? זאגט דער בחור ווייל עס איז הייס. ר' אהרן: אאאאאון אויב עס וועט זייך נאך הייסער, וועסטו דיר אויסטאן די הההההויזען? הא, סאיז אים הייס, און עס וועט אים זיין נאך הייסער וועט ער אויסטאן די הויזען, הויזען. הא? און ווייל די בחורים האבען ממש אויסגעשאסען אין א געלעכטער, האט ער געמיינט אז די וויץ איז געלונגען און ווי מער ער האט געזען ווי גוט דאס וויצעל איז האט ער דאס איבערגעזאגט פאר אלע בחורים אין די רייע ווי זיי זענען געזעצען אין ביהמ"ד. אפשר צען מאל האט ער עס איבערגעזאגט. און זיי האבען ווייטער געלאכט. עס האט אים קיינער נישט געזאגט, ר' אהרן, איר זענט א אפגעריסענער נאר, עס פאסט נישט פאר א ראש ישיבה צו זאגען אזעלכע נארישע וויצען ווען די בחורים זענען עפ"ר א מבין אויף אייך.
א בחור וועם ער האט דערווישט מיט נייע גאלדענע אדער זילבערענע גלעזער, האט ער אנגערופען: פראפעסאר. און די הלצות האט ער איבערגעזאגט במשך די יארען שווערע הונדערטער מאל. און אלץ זיך ארומגעקוקט ווי אזוי די בחורים רעאגירען, און אויב האט ער געזען אז ער האט געצילט אין פינטעל, האט דאס איבערגעזאגט און איבערגעפרעגט, הא? הא? זיך אויסטאן די הויזען. הא?
ער קומט אמאל ארויס פון זיין אפיס גלייך נאכען נאכמיטאג שלאף מיט די פאות צוקנייטשט, און גלייך ווען ער זעט דעם ערשטען בחור, זאגט ער אים: הערסט, איך האב מיך געחלומט אז ... – א נאמען פון א בחור – איז א חתן געווארען מיט א רויט מיידל! יא, יא, אזוי האב איך זיך געחלומט. ער איז א חתן געווארען מיט א רויט מיידל. יא, יא.
מיינע טייערע ליינער, איר קענט איבער פרעגען די מעשה יעדען בחור וואס האט געלערענט אין ק"י תשמ"ה-מ"ו. עס האט אויפגערודערט די ישיבה אז עס איז געווען די טאלק אוו טאון פאר יארען לאנג.
מען זעט טאקע אז 90 פראצענט פון די בחורים וואס האבען געלערענט אין די ישיבה פון תש"מ ביז תש"נ זענען נישט זיינע חסידים און זיי באלאנגען פארן רבין אין וויליאמסבורג.
זיינע ווערטלעך וואס ער האט ארויסגעשאסען אן איין סעקונדע טראכטען זענען ממש לעגענדאריש.
דאס בארימטע ווארט "שונאים", און "חסידים"
ווער זענען זיי? פארוואס איז איינער א שונא אוןאיינער א חסיד? וואס האבען די שונאים געטאן און וואס האבען די חסידים געטאן? אלעס ארום די "שונאים" און "חסידים"
איינע פון די ווערטער וואס מען אמאל זייער אסאך געהערט זענען די ווערטער "שונאים" און "חסידים". און מיט די ווערטער האבען ר' אהרןס מענטשען - און ער אליין האט - זיך אסאך באניצט דערמיט צו בארעכטיגען אלע זיינע שריטען וואס ער און זיינע מענטשען האבען אלץ געטון אראפצוברענגען דעם כבוד פון ברך משה, און דורך דעם וועט ר' זלמן לייב נישט קענען פארבלייבען אין וויליאמסבורג אלס רב און שפעטער שוין אלס רבי.
דאס ווארט "שונאים" באציט זיך צו מענטשען, סאטמארע חסידים, תלמידים פון סאטמארע ישיבה, קינדער פון תלמידים פון רבין ז"ל וואס האבען זיך פון תש"מ אפגעשאקעלט פון ברך משה און זיין זון ר' אהרן. דאס אפשאקלען זיך איז נישט פארגעקומען נאר אין איין צייט, צו נאר ביי איין עפיזאד, צו ביי איין דרשה. עס איז געווען ביי יעדע געשעעניש, ביי יעדע דרשה, און ביי יעדע פריוואטע פראבלעם, ווי ביי א גט, ל"ע, א נישט געגעבענע עליה אין ביהמ"ד, און נאך אזעלכע ענליכע קלייניקייטען. וואס דער רבי אדער ר' אהרן האט עפעס געטון, אדער נישט געטון, פאר איינעם צו פאר א רבים, האט דאס געברענגט אז נאך מענשטען און זייערע משפחות זענען קאלט געווארען און זיך צוביסלעך אפגעשאקעלט געווארען.
דאס איז דער אפטייטש פון דאס ווארט שונאים אין קורצען.
דאס ווארט "חסידים" באציט זיך צו מענשטען סאטמארע חסידים, תלמידים פון סאטמארע ישיבה, קינדער פון תלמידים פון רבין ז"ל וואס האבען זיך צוגעשטעלט צום ברך משה און נאכדעם צו זיין זון ר' אהרן און נאר זיי זענען עד היום געבליבען ביי ר' אהרן.
איצט לאמיר אויפמישען א שטיקעלע פרשה פון די היסטאריע ביכער וואס עס האט צוגעברענגט אז דער ברך משה זאל באקומען ניין און ניינציג פראצענט פון סאטמארער חסידים און וואס האט צוגעברענגט אז טייל פון זיי זאלען זיך אפשאקלען ביז עס איז געקומען צו א קלימאקס אז ווי נאר ער האט אויף גענומען זיין זון ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג זאל ווערען ארויסגעוויזען אז רוב פון סאטמאר זענען במשך די יארען געווארען אפגעשאקלע למחצה, לשליש ולרביע.
עס איז כ"ו אב תשל"ט
דער מצב אין סאטמאר איז געווען חושך ואפילה. עס האט זיך קיינער נישט גערישט אז דער טאג וועט אמאל אנקומען און דעריבער איז נישט געווען קיין שום פלאן אויף ווייטער.
די קלוגסטע מענטשען פון די קהילה זענען געווען אובד עצות וואס מען טוט דא ווייטער. עס זענען געווען אויפגעקומען אזעלכע אינטרעסאנטע שפעקולאציעס וואס היינט קען מען נאר לאכען, אבער מען קען היינט זיך נישט אריינלייגען אין די דעמלאסטיגע הויזען. עס איז געווען א שרעקליך פינסטערע צייט פאר סאטמאר און אירע חסידים.
עס זענען געווען פלענער אז די רביצין זאל איבערנעמען אויף עפעס א אויפן; עס זענען געווען פלענער אז די קהילה זאל זיך פירן מיט א בי"ד און זיי זאלען ארומפארען כסדר איבער די וועלט ווי אלץ מען דארף האבען הילף און נאך בערך אזעלכע נארישע שפעקולאציעס.
אבער באמת האבען די שפעקאלוציעס יא געהאט א אונטערגרונט וואס איז שוין היינט פארשטויבט געווארען אין די קעלערען ווי מען האט באהאלטען יענע היסטאריע ביכער. און דאס איז געווען די רביצין ע"ה מיט אירע מענטשען וואס זענען געווען אומגעהויער שטארק די יארען וואס דער רבי איז נישט געזונט געווען ביז די פטירה צוועלעף יאהר שפעטער.
עס איז נישט קיין סוד אז די רביצין ע"ה האט זיך מיטען סיגוטער רב נישט פארשטאנען. נישט אינטערסאנט אריין צוגיין אין די סיבות דערצו ווייל עס איז נישט נויטיג צו דעם באשרייבונג.
אויך האט זי מיט אירע מענטשען די "סדרנים" די אלע שישיקעס ביים רבין אין שטוב געפרליך געוועלטיגט אויפען ציבור, און דאס נעמט אויך אריין דעם ראש ישיבה ר' נתן יוסף. עכ"פ אזוי האט דער ציבור דאן געהאלטען.
און דא איז צוגעקומען נאך א פראבלעם וואס היסטאריקער דערציילען. די ישיבה בימים ההם איז געווען נישט דאס בעסטע. עס האט זיך שטארק אנגעזען אז דער רבי איז נישט געזונט און אז דער רבי זאגט מער נישט קיין תורות און עס האט פארמינעוועט די כח פון ר' נתן יוסף אין די ישיבה ווייל ער האט מער נישט געקענט זאגען יעדע קלייניקייט פארן רבין, ווי עס פלעגט זיין פאר תשכ"ח ווייל אזוי האט דער רבי פארלאנגט.
דער תמצית איז אז רוב פונעם ציבור זענען געווען זאט סיי פון די רביצין און סיי פון אלע אירע מענטשן, אויסער פון ר' עזריאל גליק און ר' מאיר דייטש, ווייל זיי זענען געווען דירעקט פיינע און גוטע מענטשען אלע יארען וואס זיי זענען געווען ביים רבין איין שטוב. זיי האבען אלץ פרובירט ארויס צו העלפען יעדען יוד און דער ציבור האט אין זיי געפילט א הארץ.
און ווען דער רבי איז נפטר געווארען איז געווארען א פראבלעם. זיכער האט ר' סענדער דייטש און די עלטערע און קלוגע קהלס לייט געוויסט אז סאטמאר מוז האבען א מ"מ פונקט ווי מען האט זיך געפירט אין סיגעט און אין אלע אנדערע שטעט אלע מאל, אבער זיי האבען נישט געוויסט וואס טוט מען דא מיט די רביצין און אירע מענטשען.
קהל האט געהאט דאס ניין יעריגע פאר זיי און זיי האבן נישט געוויסט וויזוי מען געט זיך א עצה. און פושר געווען די פראבלעמען האט דער ציבור. דער ציבור האט געהאלטען ממש פאר א רעוואלט אין די רעביצין מיט אירע מענטשען. און זיי האבען אויפגענומען דעם סיגעטער רב און קהל האט זייער שנעל מסכים געווען.
עס איז צוגעגאנגען שטייטער ווי געווענליך. מען האט אנהויב גערופען דעם סיגעטער רב, נאר דער רב – סיגעט-סאטמאר, קהל האט נישט געלאזט ארויסנעמען די בענק אז דער ניער רב זאל קענען געהעריג טאנצען די הקפות און כהנה וכהנה נאך ענליכע נארישקייטען, אבער דער סיגעטער רב איז געווארען דער רב.
גלייך האבען זיך רובא דרובא סאטמארער חסידים צוגעשטעלט אינגאנצען. דער עולם האט געדארשט מער ווי ער אליין איז גרייט געווען צו געבען.
אבער דאס ווארט חסידים איז ווייט איבערגעטריבען פון ווארט חסידים באדייט באמת. עס איז געווען איין חודש נאכען פארלירען דעם צדיק הדורות און איז נאריש צו זאגען אז דער סאטמארע ציבור זענען געווארען חסידים. באמת איז דאס ריכטיגע ווארט, מעריצים, גוטע פריינט, דעם נייעם רבס מענטשען. עס האט גענומען מער ווי צען יאר און דער נייער דור וואס האבען שוין נישט געדענקט דעם אלטען רבין און זיי זענען געווארען אמתע חסידים.
פון די ערשטע שריט פון נייע רב איז געווען די דרשה ביים ייטב לב'ס יארצייט ו' אלול תשל"ט. דארט האט ער זייער ווארעם גערעדט פון פעטער זי"ע און האט דארט אויך דערמאנט ווערטער קעגען די מענשטען וואס האבען זיך געדרייט די לעצטע יארען און געוועלטיגט אויפן ציבור. ער האט זיי אנגערופען ביים נאמען "אינשי דלא מעלי".
(אגב, די קאסעטע פון יענע דרשה איז נישט בנמצא, ווייל פארט האבען די נאנטע איינגעזען אז עס איז נישט קיינעםס טובה אז עס זאל ארויסקומען אין די גאס.)
דעמאלטס נאך די דרשה האבען די מענשטען וועלכע האבען זיך געוואלט אראפזען פון די אמאליגע הערשערס, זיך געהויבען די קעפ און דער נייער רב האט אנגעהויבען צובאקומען שטארקע סימפאטיקער.
און, יענעם חוה"מ סוכות ווען קהל האט נישט געוואלט ארויס נעמען די בענק פון גרויסען שול, כאטש דער נייער רב האט געדארפט טאנצען די הקפות, האט קהל אבער באשלאסען אז מען קען עס נישט טון פאר די רביצין און עס וועט איר וויי טון. האבען שוין דעם רבס מענשטען באשלאסען אז וואס איז געווען איז געווען, מען קען נישט אזוי מורא האבען טאג און נאכט פון די רביצין, און זיי האבען אין מיטען די נאכט ארויסגעריסען די ברכת כהנים זיצען פון ביהמ"ד.
עס האט זיך דעם אנדערען טאג, די וועלט איבערגעקערט. עס איז נאך נישט געווען אזא מצב ווי היינט אז יעדער אפגעריסענער, אפילו א יאסי בראך, קען ווערען א טעראריסט. עס האט ממש געהערשט א צווייטע וועלט מלחמה אטמאספערע. דער עלטערער עולם איז געווען אויפגעקאכט ביזען הימעל.
למעשה האט דער רבי געהייסען צוריק שטעלען אלע בענק צו בארואיגען קהל. אבער, און עס איז געווען א גרויסער אבער, עס האט געוויזען אז דער נייער רב האט מענטשען וואס וועלען זיך נישט לאזען שפייען אין די קאשע. און דאס איז געווען אויך א מעסעדש פאר אלע רביצינס מענטשען אז די צייטען זייערע זענען פאריבער און עס איז דא א נייער רב אויף סאטמאר.
די צווייטע שריט איז געווען: אויפנעמען ר' אהרן אלס ראש ישיבה פון סאטמאר. און ר' נתן יוסף פארט קיין לאנדאן ווערען רב.
די ישיבה האט זיך נאכען ווינטער אריבערגעצויגען קיין קרית יואל און ר' אהרן האט ארויסגעמופט אין א גערענטע דירה אויף קארטער לעין.
*
דאס וואס דער ברך משה האט געמוזט פארשיקן ר' נתן יוסף קיין לאנדאן איז געווען פאר איין סיבה: "אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד". ער האט געוואלט אריינבויען אין סאטמאר זיין זון ר' אהרן, וועלכער איז נאך דאן געווען א גר אין סאטמאר, און ווי געשריבען איז געבליבען דער פארפיינטעטער. און כדי אים צו בויען אויף עפעס א וועג איז דאס בעסטע וועג געווען אים צו ערקלערן אלס ראש הישיבה, אזוי ארום וועט ער זיך בויען צווישן דעם ציבור און ער וועט עווענטועל נישט האבן קיין פראבלעם מיט די סאטמארע וועלכע וואלטן בשעתו אין תש"מ קיינמאל זיך נישט פאראייניגט אונטער א פערזאן וועלכער איז א איידעם אין וויזשניץ.
עס פארשטייט יעדער בר דעת אז אריינצוזעצען א יונגען שנוק פון עטליכע דרייסיג יאר אין א גרויסע ישיבה ישיבה, איבערהויפט אזא איינער וועלעכער איז געווען א גר אין סאטמאר, במקום ווען עס זיצט אים אין פנים א וועטעראן ראש ישיבה וועלעכער האט באקומען פון רבי'ן די שליסלעך פון די ישיבה, וואלט נישט געארבעט. און דעריבער האט דער ברך משה אנגעכאפט רבי נתן יוסף'ן און אים פארשיקט מעבר לים, ער זאל אים נישט זיצן אין פנים אריין און זיך ארומדרייען מיט מיינונגען, און פטור א עסק.
אין איין ווארט: ר' נתן יוספ'ס אוועק שיקן קיין לאנדאן איז געווען בלויז כדי אויסצופלאסטערן אין די לאנג-ראן א שיינעם וועג פאר אהרנ'ען, עס האט נישט געהאט אזוי ווייט מיטען ציבור.
ר' אהרן האט זיך געפענט אין קרית יואל א קליין בית המדרשל אין בעיסמענט פון זיין דירה אויף קארטער לעין מיטען נאמען אבני צדק. עס האט בעיקר געדינט אלס א שכנ'יש ביהמ"ד און עס האבען דארט געדאווענט בערך 30-40 אידען. טייל פון יענע מתפללים זענען היינט גרויסע שונאים זיינע און טרעטען נישט אריין אין גרויסען ביהמ"ד.
ר' אהרן האט נישט געהאט קיין שייכות מיט די איינואוינער פון שטעטל ביז ער איז געווארען רב פיר א האלב יאר שפעטער, תשמ"ה. ער פלעגט א גאנצע וואך אלץ זיין אין ישיבה.
אין קרית יואל איז ער געווען פארפיינטעט ביים רוב ציבור. אין קרית יואל האבען דאן געוואינט בעיקר דער ציבור וואס האבען זיך מוסר נפש געווען זיך אריין צוציען אין דעם נייעם שטעטל פאר עטליכע יאר צוריק, און זיי זענען גרייט געווען צו ליידען נאר כדי צו טון דעם רצון פון רבין, און עס איז פאר מערסטנס פון די סארט אידען נישט צום הארצען געווען אז ר' אהרן מיט זיין רביצין ציען זיך ארויס וואוינען אין רבינס שטעטל. דעריבער האט רוב ציבור נישט געהאט אפיר מיט אים.
ער האט געהאט צוויי פונקציעס אין שטעטל. איינס, ער פלעגט זאגען א שבת הגדול דרשה איין וואך פאר שבה"ג, ווייל שבה"ג האט דער דיין ר' געציל געדרשנט הלכות, און צוויי, ער האט געליינט די מגילה תענית אסתר ביינאכט אין גרויסען שול.
סיי ביי די דרשה א וואך פאר שבה"ג און סיי ביי זיין מגילה ליינען איז געווען דער ביהמ"ד ממש ליידיג אין יענע יארען. עס איז געווען ממש בושות אז איין וואך דערויף, שבה"ג, איז דער ביהמ"ד געווען פיל ביים דייןס דרשה.
*
ווען מען שרייבט היסטאריע קען מען זיך נישט פארהוילען פון פאקטען אפילו עס איז נישט בעטעמט עס צו שרייבען. איבערהויפט ווען עס איז זייער לענין. פארפאלען, עס זענען פארגעקומען פארשידענס פון די אזויגערופענע "שונאים" וואס עס איז איצט וויכטיג ארויסצוגעברענגט ווערען. און עס האט געהאט א דירעקטען המשך צו די מחלוקת וואס ברענט היינט, שוין צענדליגער יארען שפעטער.
*
מען קען נישט זאגען אז די "שונאים" האבען בלויז געמיינט אלע זייערע מעשים לשם שמים. זיי האבען געטון היפש מיאוסע שטיקלעך קעגען ר' אהרן און קעגען דעם ברך משה. אן א שיעור מיאוסע פאשקעווילען זענען כסדר געווארפען געווארען אין קרית יואל קעגען ר' אהרן און ברך משה און נאך פיל ארגערע שטיקלעך.
איין שטיקעל. עס איז געווען ווען ר' אהרןס טאכטער האט נאך געלערענט אין נורסערי, האט איר טיטשער איר ארומגעטראגען אין קלאס, און אויסגערופען אז אזוי זעט מען אויס ווען א אידיש קינד ווערט אויף געצויגען דורך א גויטע. (ווייל רביצין סאשע האט אלץ געהאט א "ליוו אין גויטע", וואס פלעגט האבען פילע פונקציעס אין פירען די שטוב.)
און ווי עס איז דער סדר, אז ווען איינער ווערט א נרדף באקומט ער סימפאטיע פון מענטשען, איז אט דא אויך געשען צוביסלעך. די פאר חסידים האבען זיך מער און מער ארומגענומען ארום ר' אהרן וועלעכער איז אויטאמטיש געווארען זייער פאן טרעגער אין א שטעטעל וואו די רעביצין און אירע מענטשען האבען נאך דאן געהאט זייער א גרויסען כח. נאכמער, די אלע מעשים האבען צוגעברענגט נאך און נאך מענטשען צום ברך משה, וואס דאס האט אין קרית יואל געמיינט אויך ר' אהרן.
תשמ"ד זומער איז געווען א גרויסער דורך בראך אין קרית יואל. איך וועל בלויז שרייבען די טרוקענע פאקטען, ווייל אנאליזען זענען נישט וויכטיג ווען עס איז שוין היינט נישט נוגע פאר קיין איין צד.
יענעם גאנצען זומער איז איינגעשטאנען קיין קרית יואל דער פאלטיטשאנער רב הרב שטיין ז"ל וועלכער איז געווען דער גרויסער און הויפט רעדנער ביי אלע פראטעסטען בשעת ווען דער רבי האט געלעבט. אבער זינט די פטירה האט ער מער נישט אויפגעטרעטען און מען האט מער נישט געהערט פון אים ביז, יענעם זומער תשמ"ד.
ער איז איינגעשטאנען אין א דירה לעבען ביהמ"ד און האט געדאווענט און געפירט טישען אלעס ביי זיך. יעדען של"ש האט ער ביי די תורה געהאקט אויפן ברך משה. נישט אפען ארויסגעזאגט זיין נאמען אבער ביזען נאמען האט ער נישט אויסגעלאזט גארנישט. די סיבה פון זיין קעגנערשאפט איז מיר נישט באקאנט, און איך ווייס נישט אויב עס איז עפעס געווען מער ווי אומפארגינערשפאט אויף זיין לאנגיעריגען ידיד וואס איז געווארען פון איין מינוט אויף די אנדערע א רבן של ישראל, פשוט. אבער דאס איז געווען דער מציאות אז ער האט אים מיאוס בארעדט פאר א ציבור פון תושבים.
דער ברך משה פלעגט נאך אין יענע יארען אוועקפארען אויף זומער קיין סעמערינג, עסטרייך, און א טאג-צוויי פאר די יארצייט כ"ו אב, פלעגט ער אהיימקומען.
אלנפאלס יענע העצערישע דרשות פון פאלטיטשאנער רב האט אנגעהעצט דעם נאך גאנץ שטילע שטעטעלע אז עס איז געווארען א פולווער פאס, און עס האט געהאט א חלק אין די קומענדיגע פייערדיגע וואכען אין שטעטעל.
יענעם זומער האט די רעביצין געדארפט אריינגעבען א ס"ת וואס זי האט געלאזט שרייבען לע"נ איר הייליגען מאן, דער רבי זי"ע, און פארשטייט זיך, אין גרויסען ביהמ"ד, ווי זי האט יענעם יאר מנדב געווען און אליינס געבויעט דעם מייעסטעטישען ארון הקודש. און צום הכנסת ס"ת האט דער ארון הקודש געדארפט פערטיג ווערען.
נאטירליך וואלט דער הכנסת ס"ת געדארפט פארקומען ביומא דהילולא, פון הייליגען רבין, כ"ו אב. אבער די רביצין האט דערציילט אז זי האט זיך געחלומט אז דער רבי זי"ע זאגט איר אז זי זאל אריינגעבען די ס"ת לעילו נשמתו הטהור צען טאג פריער, חמשה עשר באב, און אזוי איז געווען.
צו דעם מעמד איז ארויסגעגעבען געווארען א ספעציעל ספר פון די רביצינס מעשים טובים און מיט באגריסונגען פון אלע מוסדות פון סאטמאר אומעטום.
א קלייניקייט. פון אלע באגריסונגען פון די מוסדות, איז ארויסגענומען געווארען פון די "לעטער העד" די ווערטער "בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א". (איך האב געזען ביי איינעם א קאפי פון די ספר. עס הייסט "כתב זאת זכרון בספר") דער ספר איז נישט פון די זאכען וואס יעדער זאל איצט גיין זוכען. עס איז נישט קיין כבוד פאר די רביצין לאחר פטירתה. און אוודאי נישט פאר די וואס לעבען נאך יא.
עס איז געווען א גרויסער טראסק און ביי די הכנסת ס"ת איז זיך צוזאמגעקומען א ריזען ציבור לכבודה, פילע זענען ארויסגעקומען פון שטאט און עס זענען געווען אנוועזנד אלע דיינים פון די קהילה און אלע שיינע אידען.
דעמאלטס האט די רביצין אויך ארויפגעשטעלט די גרינע מענטעלע אויפן ארון הקודש וואס האט צוגעגעבען גאר אסאך צום מייעסטעטישקייט. עס איז באמת געווען א חידוש אין שיינקייט וואס נאר אזא פערזענליכקייט ווי די רביצין ע"ה האט געקענט האבען אזעלעכע השגות.
לדוד מזמור האט געזאגט דער דיין פון וויליאמסבורג וואס איז היינט דער ראב"ד דקהל יטב לב. און נאך די הכנסה איז דער גאנצער עולם אראפ אין חתונה-זאל אונטערען ביהמ"ד ווי דארט איז פארגעקומען די סעודה לכבודה של תורה ולכבודה פון די רעבצין.
ביי די סעודה האט אויפגעטרעטען דער וואוידעסלאווער רב ז"ל וועלכער איז אויך איינגעשטאנען זומער אין ק"י, דער דיין ר' געציל, דער ראב"ד הגרחי"מ און נאך. און דער הויפט רעדנער איז געווען דער פאלטישטאנער רב. איך ווייס נישט צו ער האט דעמאלטס אויך געהאקט אויפן ברך משה, אבער עס איז געווען מערקבאר אז דער פאלטיטשאנער רב איז געווען דער הויפט רעדנער ווייל ער האט גאנץ זומער מהנה געווען די קעגנער פון ברך משה.
די הכנסת ס"ת האט געברענגט א גרויסען מאמענטים אין די קעגנער פון ברך משה. עס האט געוויזען אז די רביצין האט א ציבור און יעדער האט נאך מורא פון איר און קרית יואל איז נאך אלעם נאך אלץ א פעסטונג וואס שטייט נישט מיט מיטען ברך משה.
צו די קומענדיגע געשיכטע קומט צו א קליינע הקדמה. ווען דער רבי איז נפטר געווארען האט די רביצין געלאזט ארויף לייגען העכערען רבינס פלאץ אין גרויסען ביהמ"ד א מארמארענעם טאוועל וואס האט אנטהאלטען בערך די ווערטער: במקום הזה עמד רביה"ק זי"ע בשעת התפילה.
דאס איז זיכער אז דער ברך משה האט נישט געוואלט דעם טעוועלע, ער האט נאטירליך געפילט אז עס מיינט אים צו שטעכען, און נאך אלעם איז סאטמאר נישט קיין רעליגיע וואס האט נישט קיין אבות און רביס, און מען האט נישט געזען אזא טאוועל ביי די זיידעס און רביס פון רבין זי"ע, אבער למעשה איז דער טאוועל יא ארויפגשטעלט געווארען, און דער טאוועל האט דארט געהאנגען ביז מיטוואך פארטאגס י"ז אב תשמ"ד.
ווען מען איז אנגעקומען אין ביהמ"ד יענעם צופרי איז דער טאוועל געווען אראפגענומען. מען האט נאר געזען א צייכען פון קלעב וואס איז דארט פריער געווען.
ווער עס האט דעם טאוועל אראפגענומען איז נישט באקאנט. די רעבצינס מענשטען האבען געטענהט אז די בחורים פון ישיבה האבען עס אינמיטען די נאכט אראפגענומען און ר' אהרן (אין די באוויסטע טעוועלע דרשה א וואך שפעטער. די טעיפס זענען בנמצא ביי סאנדל) האט געזאגט אז די בחורים האבען עס נישט אראפגענומען נאר די רביצינס מענטשען האבען עס אראםגענומען, און ווייל זיי האבען באקומען מאמענטים פון די ס"ת, האבען זיי געוואלט לייגען א נייעם און גרעסערען טאוועל וואס זאל אנהאלטען נאך מער ווערטער.
אלנפאלס. נאך יענעם טאג האט מען ארויף געשטעלט א נייעם טעוועלע וואס איז געווען גרעסער פון די פריערדיגע, און עס האט אנטהאלטען נאך ווערטער ווי שפך שיח לפני קונו און נאך. (אויב האט איינער א בילד איז אינטערעסאנט צו ארויף לייגען.)
צומארגענס, דאנערשטאג, איז דער ברך משה אנגעקומען אהיימגעקומען פון סעמערינג קיין קרית יואל. ער האט גערועפען א קהלס מיטינג ווי ער האט פארלאנגט אז קהל זאל עס אראפנעמען. למעשה איז געשען אז גאנץ קהל האט זיך אפגעזאגט ווייל קיינער האט זיך נישט געוואלט אונטערנעמען עפעס א אקציע קעגען די רבצין. דער ברך משה האט געזאגט פאר קהל אז אויב איז דער טאוועל נישט אראפגענומען ביז שבת, קומט ער נישט אריין דאווענען.
אויף אמאל האט זיך די מאמנטים אפגעטאן פון די קעגנער און די גרויסארטיגע הכנסת ס"ת האט אויסגעוועפט פון די רעבצינס מענטשען.
למעשה האט קהל נישט אראפגענומען דעם טאוועל און דער ברך משה איז יא געקומען דאווענען שב"ק אין ביהמ"ד. פארוואס? ווייל די בחורי הישיבה זענען אראפגעקומען פרייטעג נאכמיטאג און נאכען זיך שלאגען מיט נחמן בראך, איז דער טאוועל געווארען צוהאקט.
עס איז דאן געווען די ערשטע פון קומענדיגע הונדערטער פיזישע געשלעגען אין קרית יואל. אבער דאס אראפנעמען דעם טאוועל איז געווען דער אבן הפינה צו ר' אהרןס רבנות אין קרית יואל וואס איז פארגעקומען פונקט דריי חדשים שפעטער מוצש"ק וירא תשמ"ה.
פון יענעם פרייטאג אן איז דער ברך משה מער נישט געווען אונטערשטעליג אין קרית יואל. דער טאוועל האט שטארק אריינגעשפילט אין די הענט פון ברך משהס מענשטען און עס האט געברענגט א קעגען רעאקציע פאר די רעביצינס מענשטען
יענעם מוצש"ק האט ר' אהרן געהאלטען א דרשה פאר די בחורים אין די ישיבה, ווי ער האט שטארק אויסגעלויבט די אקציע און אפיציעל געגעבען חיזוק פאר די אקציע (די חיזוק וואס די בחורים האבען דעמאלטס אפיציעל באקומען פון ר' אהרן, האט זיך אויסגעצאלט שפעטער ביי זיין הכתרה). אז מען הערט די טעיפ, וואס מען זאל יא פרובירען צו פארשאפען, וועט מען הערען דברי פי חכם ווי ער צילייגט אויף פיצי געלט, נאך קלענער ווי קליין געלט, די השתלשלות הענינים אויף געפערליך א קינדישען אופן. ער האט דערמאנט נעמען איינס נאכען צווייטען, האט חוזק געמאכט פון די רביצין, אן א צייכען פון דאס מינדעסטע דיפלאמאטיע. (איך בין נאך אונטערען רושם פון זיינע ווערטער, ווייל שרייבענדיג די שורות ארבעט דער טעיפ... עס איז לא יאומן כי יסופר. די בחורים קוילערען זיך פון די מערסט קארני וויצען וואס ער ווארפט אריין יעדע צווייטע מינוט, ווייל ער איז געווען געוואלדיג הייפעראקטיוו פון פרייטאג.)
ר' אהרן איז אין יענע צייט געווען ממש דער "לעפינג סטאק" אין די ישיבה. ער האט נישט געהאט א מנין בחורים אין יענע יארען וואס האבען אויף אים ארויף געקוקט. ער האט זיך אויף געפירט ווי קליין קינד ממש. ווי שוין געשריבען האט ער געשאסען לעגענדארישע וויצען און מען האט אים ממש געלאכט אין פנים.
אבער, די מעשה האט אים מער און מער געבויעט אין קרית יואל, ווייל דעם רבינס מענשטען האבען שטארק געליטען פון די רעביצינס מענשטען און וויבאלד ר' אהרן איז גערודפט געווארען דורך זיי, האבן דעם ברך משהס מענשטען אים ווי מער מחזק געווען.
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 08/07/2009 9:13:19
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2009 18:10 |
|
| |
ווער איז אינטרעסירט צו העלפן מיט אינפארמאציע וואס איז וויכטיג פאר דעם ארטיקל ווערט געבעטען צו שיקן צו אונז אין אימעיל [email protected]
בעיקר ווער עס האט אוועגלייגט אלטע דער בלאט אדער זכרונות פון הייד פארק וואס זיי פלעגען שרייבען היסטעריש-צעדרייטע שטיקלעך פון וואס שמואל ווידער וויל זיך נישט דערמאנען היינט צו טאגס.
יש"כ למפרע
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2009 22:39 |
|
| |
איך האב אסאך אסאך הערות צו שרייבן אבער איך האב מורא איך וועל נישט אנקומען דערצו, איך וועל דארפן איבערגיין דיין גאנצע ארטיקל און מגיב זיין ביי יעדן שטיקל איך ווייס נישט ווען איך וועל דאס קענען טון
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 19:05 |
|
| |
דאס בארימטע ווארט "שונאים", און "חסידים"
ווער זענען זיי? פארוואס איז איינער א שונא אוןאיינער א חסיד? וואס האבען די שונאים געטאן און וואס האבען די חסידים געטאן? אלעס ארום די "שונאים" און "חסידים"
איינע פון די ווערטער וואס מען אמאל זייער אסאך געהערט זענען די ווערטער "שונאים" און "חסידים". און מיט די ווערטער האבען ר' אהרןס מענטשען - און ער אליין האט - זיך אסאך באניצט דערמיט צו בארעכטיגען אלע זיינע שריטען וואס ער און זיינע מענטשען האבען אלץ געטון אראפצוברענגען דעם כבוד פון ברך משה, און דורך דעם וועט ר' זלמן לייב נישט קענען פארבלייבען אין וויליאמסבורג אלס רב און שפעטער שוין אלס רבי.
דאס ווארט "שונאים" באציט זיך צו מענטשען, סאטמארע חסידים, תלמידים פון סאטמארע ישיבה, קינדער פון תלמידים פון רבין ז"ל וואס האבען זיך פון תש"מ אפגעשאקעלט פון ברך משה און זיין זון ר' אהרן. דאס אפשאקלען זיך איז נישט פארגעקומען נאר אין איין צייט, צו נאר ביי איין עפיזאד, צו ביי איין דרשה. עס איז געווען ביי יעדע געשעעניש, ביי יעדע דרשה, און ביי יעדע פריוואטע פראבלעם, ווי ביי א גט, ל"ע, א נישט געגעבענע עליה אין ביהמ"ד, און נאך אזעלכע ענליכע קלייניקייטען. וואס דער רבי אדער ר' אהרן האט עפעס געטון, אדער נישט געטון, פאר איינעם צו פאר א רבים, האט דאס געברענגט אז נאך מענשטען און זייערע משפחות זענען קאלט געווארען און זיך צוביסלעך אפגעשאקעלט געווארען.
דאס איז דער אפטייטש פון דאס ווארט שונאים אין קורצען.
דאס ווארט "חסידים" באציט זיך צו מענשטען סאטמארע חסידים, תלמידים פון סאטמארע ישיבה, קינדער פון תלמידים פון רבין ז"ל וואס האבען זיך צוגעשטעלט צום ברך משה און נאכדעם צו זיין זון ר' אהרן און נאר זיי זענען עד היום געבליבען ביי ר' אהרן.
איצט לאמיר אויפמישען א שטיקעלע פרשה פון די היסטאריע ביכער וואס עס האט צוגעברענגט אז דער ברך משה זאל באקומען ניין און ניינציג פראצענט פון סאטמארער חסידים און וואס האט צוגעברענגט אז טייל פון זיי זאלען זיך אפשאקלען ביז עס איז געקומען צו א קלימאקס אז ווי נאר ער האט אויף גענומען זיין זון ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג זאל ווערען ארויסגעוויזען אז רוב פון סאטמאר זענען במשך די יארען געווארען אפגעשאקלע למחצה, לשליש ולרביע.
עס איז כ"ו אב תשל"ט.
דער מצב אין סאטמאר איז געווען חושך ואפילה. עס האט זיך קיינער נישט גערישט אז דער טאג וועט אמאל אנקומען און דעריבער איז נישט געווען קיין שום פלאן אויף ווייטער.
די קלוגסטע מענטשען פון די קהילה זענען געווען אובד עצות וואס מען טוט דא ווייטער. עס זענען געווען אויפגעקומען אזעלכע אינטרעסאנטע שפעקולאציעס וואס היינט קען מען נאר לאכען, אבער מען קען היינט זיך נישט אריינלייגען אין די דעמלאסטיגע הויזען. עס איז געווען א שרעקליך פינסטערע צייט פאר סאטמאר און אירע חסידים.
עס זענען געווען פלענער אז די רביצין זאל איבערנעמען אויף עפעס א אויפן; עס זענען געווען פלענער אז די קהילה זאל זיך פירן מיט א בי"ד און זיי זאלען ארומפארען כסדר איבער די וועלט ווי אלץ מען דארף האבען הילף און נאך בערך אזעלכע נארישע שפעקולאציעס.
אבער באמת האבען די שפעקאלוציעס יא געהאט א אונטערגרונט וואס איז שוין היינט פארשטויבט געווארען אין די קעלערען ווי מען האט באהאלטען יענע היסטאריע ביכער. און דאס איז געווען די רביצין ע"ה מיט אירע מענטשען וואס זענען געווען אומגעהויער שטארק די יארען וואס דער רבי איז נישט געזונט געווען ביז די פטירה צוועלעף יאהר שפעטער.
עס איז נישט קיין סוד אז די רביצין ע"ה האט זיך מיטען סיגוטער רב נישט פארשטאנען. נישט אינטערסאנט אריין צוגיין אין די סיבות דערצו ווייל עס איז נישט נויטיג צו דעם באשרייבונג.
אויך האט זי מיט אירע מענטשען די "סדרנים" די אלע שישיקעס ביים רבין אין שטוב געפרליך געוועלטיגט אויפען ציבור, און דאס נעמט אויך אריין דעם ראש ישיבה ר' נתן יוסף. עכ"פ אזוי האט דער ציבור דאן געהאלטען.
און דא איז צוגעקומען נאך א פראבלעם וואס היסטאריקער דערציילען. די ישיבה בימים ההם איז געווען נישט דאס בעסטע. עס האט זיך שטארק אנגעזען אז דער רבי איז נישט געזונט און אז דער רבי זאגט מער נישט קיין תורות און עס האט פארמינעוועט די כח פון ר' נתן יוסף אין די ישיבה ווייל ער האט מער נישט געקענט זאגען יעדע קלייניקייט פארן רבין, ווי עס פלעגט זיין פאר תשכ"ח ווייל אזוי האט דער רבי פארלאנגט.
דער תמצית איז אז רוב פונעם ציבור זענען געווען זאט סיי פון די רביצין און סיי פון אלע אירע מענטשן, אויסער פון ר' עזריאל גליק און ר' מאיר דייטש, ווייל זיי זענען געווען דירעקט פיינע און גוטע מענטשען אלע יארען וואס זיי זענען געווען ביים רבין איין שטוב. זיי האבען אלץ פרובירט ארויס צו העלפען יעדען יוד און דער ציבור האט אין זיי געפילט א הארץ.
און ווען דער רבי איז נפטר געווארען איז געווארען א פראבלעם. זיכער האט ר' סענדער דייטש און די עלטערע און קלוגע קהלס לייט געוויסט אז סאטמאר מוז האבען א מ"מ פונקט ווי מען האט זיך געפירט אין סיגעט און אין אלע אנדערע שטעט אלע מאל, אבער זיי האבען נישט געוויסט וואס טוט מען דא מיט די רביצין און אירע מענטשען.
קהל האט געהאט דאס ניין יעריגע פאר זיי און זיי האבן נישט געוויסט וויזוי מען געט זיך א עצה. און פושר געווען די פראבלעמען האט דער ציבור. דער ציבור האט געהאלטען ממש פאר א רעוואלט אין די רעביצין מיט אירע מענטשען. און זיי האבען אויפגענומען דעם סיגעטער רב און קהל האט זייער שנעל מסכים געווען.
עס איז צוגעגאנגען שטייטער ווי געווענליך. מען האט אנהויב גערופען דעם סיגעטער רב, נאר דער רב – סיגעט-סאטמאר, קהל האט נישט געלאזט ארויסנעמען די בענק אז דער ניער רב זאל קענען געהעריג טאנצען די הקפות און כהנה וכהנה נאך ענליכע נארישקייטען, אבער דער סיגעטער רב איז געווארען דער רב.
גלייך האבען זיך רובא דרובא סאטמארער חסידים צוגעשטעלט אינגאנצען. דער עולם האט געדארשט מער ווי ער אליין איז גרייט געווען צו געבען.
אבער דאס ווארט חסידים איז ווייט איבערגעטריבען פון ווארט חסידים באדייט באמת. עס איז געווען איין חודש נאכען פארלירען דעם צדיק הדורות און איז נאריש צו זאגען אז דער סאטמארע ציבור זענען געווארען חסידים. באמת איז דאס ריכטיגע ווארט, מעריצים, גוטע פריינט, דעם נייעם רבס מענטשען. עס האט גענומען מער ווי צען יאר און דער נייער דור וואס האבען שוין נישט געדענקט דעם אלטען רבין און זיי זענען געווארען אמתע חסידים.
פון די ערשטע שריט פון נייע רב איז געווען די דרשה ביים ייטב לב'ס יארצייט ו' אלול תשל"ט. דארט האט ער זייער ווארעם גערעדט פון פעטער זי"ע און האט דארט אויך דערמאנט ווערטער קעגען די מענשטען וואס האבען זיך געדרייט די לעצטע יארען און געוועלטיגט אויפן ציבור. ער האט זיי אנגערופען ביים נאמען "אינשי דלא מעלי".
(אגב, די קאסעטע פון יענע דרשה איז נישט בנמצא, ווייל פארט האבען די נאנטע איינגעזען אז עס איז נישט קיינעםס טובה אז עס זאל ארויסקומען אין די גאס.)
דעמאלטס נאך די דרשה האבען די מענשטען וועלכע האבען זיך געוואלט אראפזען פון די אמאליגע הערשערס, זיך געהויבען די קעפ און דער נייער רב האט אנגעהויבען צובאקומען שטארקע סימפאטיקער.
און, יענעם חוה"מ סוכות ווען קהל האט נישט געוואלט ארויס נעמען די בענק פון גרויסען שול, כאטש דער נייער רב האט געדארפט טאנצען די הקפות, האט קהל אבער באשלאסען אז מען קען עס נישט טון פאר די רביצין און עס וועט איר וויי טון. האבען שוין דעם רבס מענשטען באשלאסען אז וואס איז געווען איז געווען, מען קען נישט אזוי מורא האבען טאג און נאכט פון די רביצין, און זיי האבען אין מיטען די נאכט ארויסגעריסען די ברכת כהנים זיצען פון ביהמ"ד.
עס האט זיך דעם אנדערען טאג, די וועלט איבערגעקערט. עס איז נאך נישט געווען אזא מצב ווי היינט אז יעדער אפגעריסענער, אפילו א יאסי בראך, קען ווערען א טעראריסט. עס האט ממש געהערשט א צווייטע וועלט מלחמה אטמאספערע. דער עלטערער עולם איז געווען אויפגעקאכט ביזען הימעל.
למעשה האט דער רבי געהייסען צוריק שטעלען אלע בענק צו בארואיגען קהל. אבער, און עס איז געווען א גרויסער אבער, עס האט געוויזען אז דער נייער רב האט מענטשען וואס וועלען זיך נישט לאזען שפייען אין די קאשע. און דאס איז געווען אויך א מעסעדש פאר אלע רביצינס מענטשען אז די צייטען זייערע זענען פאריבער און עס איז דא א נייער רב אויף סאטמאר.
די צווייטע שריט איז געווען: אויפנעמען ר' אהרן אלס ראש ישיבה פון סאטמאר. און ר' נתן יוסף פארט קיין לאנדאן ווערען רב.
די ישיבה האט זיך נאכען ווינטער אריבערגעצויגען קיין קרית יואל און ר' אהרן האט ארויסגעמופט אין א גערענטע דירה אויף קארטער לעין.
המשך יבוא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 09:57 |
|
| |
דאס וואס דער ברך משה האט געמוזט פארשיקן ר' נתן יוסף קיין לאנדאן איז געווען פאר איין סיבה: "אין שני מלכים משתמשים בכתר אחד". ער האט געוואלט אריינבויען אין סאטמאר זיין זון ר' אהרן, וועלכער איז נאך דאן געווען א גר אין סאטמאר, און ווי געשריבען איז געבליבען דער פארפיינטעטער. און כדי אים צו בויען אויף עפעס א וועג איז דאס בעסטע וועג געווען אים צו ערקלערן אלס ראש הישיבה, אזוי ארום וועט ער זיך בויען צווישן דעם ציבור און ער וועט עווענטועל נישט האבן קיין פראבלעם מיט די סאטמארע וועלכע וואלטן בשעתו אין תש"מ קיינמאל זיך נישט פאראייניגט אונטער א פערזאן וועלכער איז א איידעם אין וויזשניץ.
עס פארשטייט יעדער בר דעת אז אריינצוזעצען א יונגען שנוק פון עטליכע דרייסיג יאר אין א גרויסע ישיבה ישיבה, איבערהויפט אזא איינער וועלעכער איז געווען א גר אין סאטמאר, במקום ווען עס זיצט אים אין פנים א וועטעראן ראש ישיבה וועלעכער האט באקומען פון רבי'ן די שליסלעך פון די ישיבה, וואלט נישט געארבעט. און דעריבער האט דער ברך משה אנגעכאפט רבי נתן יוסף'ן און אים פארשיקט מעבר לים, ער זאל אים נישט זיצן אין פנים אריין און זיך ארומדרייען מיט מיינונגען, און פטור א עסק.
אין איין ווארט: ר' נתן יוספ'ס אוועק שיקן קיין לאנדאן איז געווען בלויז כדי אויסצופלאסטערן אין די לאנג-ראן א שיינעם וועג פאר אהרנ'ען, עס האט נישט געהאט אזוי ווייט מיטען ציבור.
ר' אהרן האט זיך געפענט אין קרית יואל א קליין בית המדרשל אין בעיסמענט פון זיין דירה אויף קארטער לעין מיטען נאמען אבני צדק. עס האט בעיקר געדינט אלס א שכנ'יש ביהמ"ד און עס האבען דארט געדאווענט בערך 30-40 אידען. טייל פון יענע מתפללים זענען היינט גרויסע שונאים זיינע און טרעטען נישט אריין אין גרויסען ביהמ"ד.
ר' אהרן האט נישט געהאט קיין שייכות מיט די איינואוינער פון שטעטל ביז ער איז געווארען רב פיר א האלב יאר שפעטער, תשמ"ה. ער פלעגט א גאנצע וואך אלץ זיין אין ישיבה.
אין קרית יואל איז ער געווען פארפיינטעט ביים רוב ציבור. אין קרית יואל האבען דאן געוואינט בעיקר דער ציבור וואס האבען זיך מוסר נפש געווען זיך אריין צוציען אין דעם נייעם שטעטל פאר עטליכע יאר צוריק, און זיי זענען גרייט געווען צו ליידען נאר כדי צו טון דעם רצון פון רבין, און עס איז פאר מערסטנס פון די סארט אידען נישט צום הארצען געווען אז ר' אהרן מיט זיין רביצין ציען זיך ארויס וואוינען אין רבינס שטעטל. דעריבער האט רוב ציבור נישט געהאט אפיר מיט אים.
ער האט געהאט צוויי פונקציעס אין שטעטל. איינס, ער פלעגט זאגען א שבת הגדול דרשה איין וואך פאר שבה"ג, ווייל שבה"ג האט דער דיין ר' געציל געדרשנט הלכות, און צוויי, ער האט געליינט די מגילה תענית אסתר ביינאכט אין גרויסען שול.
סיי ביי די דרשה א וואך פאר שבה"ג און סיי ביי זיין מגילה ליינען איז געווען דער ביהמ"ד ממש ליידיג אין יענע יארען. עס איז געווען ממש בושות אז איין וואך דערויף, שבה"ג, איז דער ביהמ"ד געווען פיל ביים דייןס דרשה.
*
ווען מען שרייבט היסטאריע קען מען זיך נישט פארהוילען פון פאקטען אפילו עס איז נישט בעטעמט עס צו שרייבען. איבערהויפט ווען עס איז זייער לענין. פארפאלען, עס זענען פארגעקומען פארשידענס פון די אזויגערופענע "שונאים" וואס עס איז איצט וויכטיג ארויסצוגעברענגט ווערען. און עס האט געהאט א דירעקטען המשך צו די מחלוקת וואס ברענט היינט, שוין צענדליגער יארען שפעטער.
*
מען קען נישט זאגען אז די "שונאים" האבען בלויז געמיינט אלע זייערע מעשים לשם שמים. זיי האבען געטון היפש מיאוסע שטיקלעך קעגען ר' אהרן און קעגען דעם ברך משה. אן א שיעור מיאוסע פאשקעווילען זענען כסדר געווארפען געווארען אין קרית יואל קעגען ר' אהרן און ברך משה און נאך פיל ארגערע שטיקלעך.
איין שטיקעל. עס איז געווען ווען ר' אהרןס טאכטער האט נאך געלערענט אין נורסערי, האט איר טיטשער איר ארומגעטראגען אין קלאס, און אויסגערופען אז אזוי זעט מען אויס ווען א אידיש קינד ווערט אויף געצויגען דורך א גויטע. (ווייל רביצין סאשע האט אלץ געהאט א "ליוו אין גויטע", וואס פלעגט האבען פילע פונקציעס אין פירען די שטוב.)
און ווי עס איז דער סדר, אז ווען איינער ווערט א נרדף באקומט ער סימפאטיע פון מענטשען, איז אט דא אויך געשען צוביסלעך. די פאר חסידים האבען זיך מער און מער ארומגענומען ארום ר' אהרן וועלעכער איז אויטאמטיש געווארען זייער פאן טרעגער אין א שטעטעל וואו די רעביצין און אירע מענטשען האבען נאך דאן געהאט זייער א גרויסען כח. נאכמער, די אלע מעשים האבען צוגעברענגט נאך און נאך מענטשען צום ברך משה, וואס דאס האט אין קרית יואל געמיינט אויך ר' אהרן.
תשמ"ד זומער איז געווען א גרויסער דורך בראך אין קרית יואל. איך וועל בלויז שרייבען די טרוקענע פאקטען, ווייל אנאליזען זענען נישט וויכטיג ווען עס איז שוין היינט נישט נוגע פאר קיין איין צד.
יענעם גאנצען זומער איז איינגעשטאנען קיין קרית יואל דער פאלטיטשאנער רב הרב שטיין ז"ל וועלכער איז געווען דער גרויסער און הויפט רעדנער ביי אלע פראטעסטען בשעת ווען דער רבי האט געלעבט. אבער זינט די פטירה האט ער מער נישט אויפגעטרעטען און מען האט מער נישט געהערט פון אים ביז, יענעם זומער תשמ"ד.
ער איז איינגעשטאנען אין א דירה לעבען ביהמ"ד און האט געדאווענט און געפירט טישען אלעס ביי זיך. יעדען של"ש האט ער ביי די תורה געהאקט אויפן ברך משה. נישט אפען ארויסגעזאגט זיין נאמען אבער ביזען נאמען האט ער נישט אויסגעלאזט גארנישט. די סיבה פון זיין קעגנערשאפט איז מיר נישט באקאנט, און איך ווייס נישט אויב עס איז עפעס געווען מער ווי אומפארגינערשפאט אויף זיין לאנגיעריגען ידיד וואס איז געווארען פון איין מינוט אויף די אנדערע א רבן של ישראל, פשוט. אבער דאס איז געווען דער מציאות אז ער האט אים מיאוס בארעדט פאר א ציבור פון תושבים.
דער ברך משה פלעגט נאך אין יענע יארען אוועקפארען אויף זומער קיין סעמערינג, עסטרייך, און א טאג-צוויי פאר די יארצייט כ"ו אב, פלעגט ער אהיימקומען.
אלנפאלס יענע העצערישע דרשות פון פאלטיטשאנער רב האט אנגעהעצט דעם נאך גאנץ שטילע שטעטעלע אז עס איז געווארען א פולווער פאס, און עס האט געהאט א חלק אין די קומענדיגע פייערדיגע וואכען אין שטעטעל.
יענעם זומער האט די רעביצין געדארפט אריינגעבען א ס"ת וואס זי האט געלאזט שרייבען לע"נ איר הייליגען מאן, דער רבי זי"ע, און פארשטייט זיך, אין גרויסען ביהמ"ד, ווי זי האט יענעם יאר מנדב געווען און אליינס געבויעט דעם מייעסטעטישען ארון הקודש. און צום הכנסת ס"ת האט דער ארון הקודש געדארפט פערטיג ווערען.
נאטירליך וואלט דער הכנסת ס"ת געדארפט פארקומען ביומא דהילולא, פון הייליגען רבין, כ"ו אב. אבער די רביצין האט דערציילט אז זי האט זיך געחלומט אז דער רבי זי"ע זאגט איר אז זי זאל אריינגעבען די ס"ת לעילו נשמתו הטהור צען טאג פריער, חמשה עשר באב, און אזוי איז געווען.
צו דעם מעמד איז ארויסגעגעבען געווארען א ספעציעל ספר פון די רביצינס מעשים טובים און מיט באגריסונגען פון אלע מוסדות פון סאטמאר אומעטום.
א קלייניקייט. פון אלע באגריסונגען פון די מוסדות, איז ארויסגענומען געווארען פון די "לעטער העד" די ווערטער "בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א". (איך האב געזען ביי איינעם א קאפי פון די ספר. עס הייסט "כתב זאת זכרון בספר") דער ספר איז נישט פון די זאכען וואס יעדער זאל איצט גיין זוכען. עס איז נישט קיין כבוד פאר די רביצין לאחר פטירתה. און אוודאי נישט פאר די וואס לעבען נאך יא.
עס איז געווען א גרויסער טראסק און ביי די הכנסת ס"ת איז זיך צוזאמגעקומען א ריזען ציבור לכבודה, פילע זענען ארויסגעקומען פון שטאט און עס זענען געווען אנוועזנד אלע דיינים פון די קהילה און אלע שיינע אידען.
דעמאלטס האט די רביצין אויך ארויפגעשטעלט די גרינע מענטעלע אויפן ארון הקודש וואס האט צוגעגעבען גאר אסאך צום מייעסטעטישקייט. עס איז באמת געווען א חידוש אין שיינקייט וואס נאר אזא פערזענליכקייט ווי די רביצין ע"ה האט געקענט האבען אזעלעכע השגות.
לדוד מזמור האט געזאגט דער דיין פון וויליאמסבורג וואס איז היינט דער ראב"ד דקהל יטב לב. און נאך די הכנסה איז דער גאנצער עולם אראפ אין חתונה-זאל אונטערען ביהמ"ד ווי דארט איז פארגעקומען די סעודה לכבודה של תורה ולכבודה פון די רעבצין.
ביי די סעודה האט אויפגעטרעטען דער וואוידעסלאווער רב ז"ל וועלכער איז אויך איינגעשטאנען זומער אין ק"י, דער דיין ר' געציל, דער ראב"ד הגרחי"מ און נאך. און דער הויפט רעדנער איז געווען דער פאלטישטאנער רב. איך ווייס נישט צו ער האט דעמאלטס אויך געהאקט אויפן ברך משה, אבער עס איז געווען מערקבאר אז דער פאלטיטשאנער רב איז געווען דער הויפט רעדנער ווייל ער האט גאנץ זומער מהנה געווען די קעגנער פון ברך משה.
די הכנסת ס"ת האט געברענגט א גרויסען מאמענטים אין די קעגנער פון ברך משה. עס האט געוויזען אז די רביצין האט א ציבור און יעדער האט נאך מורא פון איר און קרית יואל איז נאך אלעם נאך אלץ א פעסטונג וואס שטייט נישט מיט מיטען ברך משה.
צו די קומענדיגע געשיכטע קומט צו א קליינע הקדמה. ווען דער רבי איז נפטר געווארען האט די רביצין געלאזט ארויף לייגען העכערען רבינס פלאץ אין גרויסען ביהמ"ד א מארמארענעם טאוועל וואס האט אנטהאלטען בערך די ווערטער: במקום הזה עמד רביה"ק זי"ע בשעת התפילה.
דאס איז זיכער אז דער ברך משה האט נישט געוואלט דעם טעוועלע, ער האט נאטירליך געפילט אז עס מיינט אים צו שטעכען, און נאך אלעם איז סאטמאר נישט קיין רעליגיע וואס האט נישט קיין אבות און רביס, און מען האט נישט געזען אזא טאוועל ביי די זיידעס און רביס פון רבין זי"ע, אבער למעשה איז דער טאוועל יא ארויפגשטעלט געווארען, און דער טאוועל האט דארט געהאנגען ביז מיטוואך פארטאגס י"ז אב תשמ"ד.
ווען מען איז אנגעקומען אין ביהמ"ד יענעם צופרי איז דער טאוועל געווען אראפגענומען. מען האט נאר געזען א צייכען פון קלעב וואס איז דארט פריער געווען.
ווער עס האט דעם טאוועל אראפגענומען איז נישט באקאנט. די רעבצינס מענשטען האבען געטענהט אז די בחורים פון ישיבה האבען עס אינמיטען די נאכט אראפגענומען און ר' אהרן (אין די באוויסטע טעוועלע דרשה א וואך שפעטער. די טעיפס זענען בנמצא ביי סאנדל) האט געזאגט אז די בחורים האבען עס נישט אראפגענומען נאר די רביצינס מענטשען האבען עס אראםגענומען, און ווייל זיי האבען באקומען מאמענטים פון די ס"ת, האבען זיי געוואלט לייגען א נייעם און גרעסערען טאוועל וואס זאל אנהאלטען נאך מער ווערטער.
אלנפאלס. נאך יענעם טאג האט מען ארויף געשטעלט א נייעם טעוועלע וואס איז געווען גרעסער פון די פריערדיגע, און עס האט אנטהאלטען נאך ווערטער ווי שפך שיח לפני קונו און נאך. (אויב האט איינער א בילד איז אינטערעסאנט צו ארויף לייגען.)
צומארגענס, דאנערשטאג, איז דער ברך משה אנגעקומען אהיימגעקומען פון סעמערינג קיין קרית יואל. ער האט גערועפען א קהלס מיטינג ווי ער האט פארלאנגט אז קהל זאל עס אראפנעמען. למעשה איז געשען אז גאנץ קהל האט זיך אפגעזאגט ווייל קיינער האט זיך נישט געוואלט אונטערנעמען עפעס א אקציע קעגען די רבצין. דער ברך משה האט געזאגט פאר קהל אז אויב איז דער טאוועל נישט אראפגענומען ביז שבת, קומט ער נישט אריין דאווענען.
אויף אמאל האט זיך די מאמנטים אפגעטאן פון די קעגנער און די גרויסארטיגע הכנסת ס"ת האט אויסגעוועפט פון די רעבצינס מענטשען.
למעשה האט קהל נישט אראפגענומען דעם טאוועל און דער ברך משה איז יא געקומען דאווענען שב"ק אין ביהמ"ד. פארוואס? ווייל די בחורי הישיבה זענען אראפגעקומען פרייטעג נאכמיטאג און נאכען זיך שלאגען מיט נחמן בראך, איז דער טאוועל געווארען צוהאקט.
עס איז דאן געווען די ערשטע פון קומענדיגע הונדערטער פיזישע געשלעגען אין קרית יואל. אבער דאס אראפנעמען דעם טאוועל איז געווען דער אבן הפינה צו ר' אהרןס רבנות אין קרית יואל וואס איז פארגעקומען פונקט דריי חדשים שפעטער מוצש"ק וירא תשמ"ה.
פון יענעם פרייטאג אן איז דער ברך משה מער נישט געווען אונטערשטעליג אין קרית יואל. דער טאוועל האט שטארק אריינגעשפילט אין די הענט פון ברך משהס מענשטען און עס האט געברענגט א קעגען רעאקציע פאר די רעביצינס מענשטען
יענעם מוצש"ק האט ר' אהרן געהאלטען א דרשה פאר די בחורים אין די ישיבה, ווי ער האט שטארק אויסגעלויבט די אקציע און אפיציעל געגעבען חיזוק פאר די אקציע (די חיזוק וואס די בחורים האבען דעמאלטס אפיציעל באקומען פון ר' אהרן, האט זיך אויסגעצאלט שפעטער ביי זיין הכתרה). אז מען הערט די טעיפ, וואס מען זאל יא פרובירען צו פארשאפען, וועט מען הערען דברי פי חכם ווי ער צילייגט אויף פיצי געלט, נאך קלענער ווי קליין געלט, די השתלשלות הענינים אויף געפערליך א קינדישען אופן. ער האט דערמאנט נעמען איינס נאכען צווייטען, האט חוזק געמאכט פון די רביצין, אן א צייכען פון דאס מינדעסטע דיפלאמאטיע. (איך בין נאך אונטערען רושם פון זיינע ווערטער, ווייל שרייבענדיג די שורות ארבעט דער טעיפ... עס איז לא יאומן כי יסופר. די בחורים קוילערען זיך פון די מערסט קארני וויצען וואס ער ווארפט אריין יעדע צווייטע מינוט, ווייל ער איז געווען געוואלדיג הייפעראקטיוו פון פרייטאג.)
ר' אהרן איז אין יענע צייט געווען ממש דער "לעפינג סטאק" אין די ישיבה. ער האט נישט געהאט א מנין בחורים אין יענע יארען וואס האבען אויף אים ארויף געקוקט. ער האט זיך אויף געפירט ווי קליין קינד ממש. ווי שוין געשריבען האט ער געשאסען לעגענדארישע וויצען און מען האט אים ממש געלאכט אין פנים.
אבער, די מעשה האט אים מער און מער געבויעט אין קרית יואל, ווייל דעם רבינס מענשטען האבען שטארק געליטען פון די רעביצינס מענשטען און וויבאלד ר' אהרן איז גערודפט געווארען דורך זיי, האבן דעם ברך משהס מענשטען אים ווי מער מחזק געווען.
תשמ"ה און לאנגע אנאליזען אויף די רבנות אין קרית יואל, איז נעקסט
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 01/07/2009 9:55:18
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2009 02:12 |
|
| |
תשמ"ה - דאס יאר פונעם "ספליט" אין סאטמאר
חוה"מ סוכות תשמ"ה האט דער ברך משה געלאזט רופען קהל פון ק"י אין די סוכה, און זיי געלאזט וויסען אז ער נעמט אויף זיין זון ר' אהרן דער ראש ישיבה וואס וואוינט שוין אין ק"י פאר פיר יאר, אלס רב אין שטעטעל.
דער ברך משה האט געזאגט אז ער קען נישט אלץ זיין אין קרית יואל און ער שטעלט זיין זון צו דינען אלץ זיין צו הילף, און ער וועט טון אלע פונקציעס פון א רב, העלפען פירען די קהילה, די מוסדות און אלעס וואס פעלט זיך אויס.
אסרו חג סוכות האט אויסגעבראכען א מחלוקת אין שטעטעל ווי קיינמאל בעפאר. מען האט געשריגען אין שול, פאשקעווילען זענען געפלויגען צוויי מאל א טאג, זקנים פון שטעטל זענען אריבער צום ברך משה זיך בעטען אז ענדערש זאל ער שיקען זיין דריטען זון ר' זלמן לייב. פארשטייט זיך אז דער רבי האט דאס אפילו נישט געקענט טון צו געבען פאר יונגערען פארן עלטערען. עסאיז געגאנגען אזוי ווייט אז עס האט זיך ארגינעזירט א "פרויען פראטעסט" וואס האבען שוין געדינגען א באס פאר פרויען, אריין צו פארען צום רבין און פארלאנגען נישט צו מאכען רביצין סאשע פאר רביצין אין קרית יואל ווייל זי רעדט עיברית. למעשה איז עס נישט פארגעקומען. דער מערהייט פון קרית יואל זענען געווען אויסגעשפראכען דאס נישט צו צולאזען.
דאס איז זיכער אז די צייט איז נאך נישט געווען רייף אז ר' אהרן זאל ווערען קרית יואלער רב, אבער מען האט דעמאלטס גערעדט אז ר' אהרן האט פארלאנגט שוין צו ווערען רב נאך בעפאר די "גרויסע חתונה" פון זיין זון וואס איז פארגעקומען פרשת וישלח תשמ"ה, ווייל זיין שוואגער דער מחותן ר' בעריש האט שוין געהאט א טיטעל פון רב דקהל יט"ל ב"פ, און ער, ר' אהרן, האט נאר געהאט דאן דעם טיטעל פון ראש ישיבה, דעריבער האט ער פארלאנגט אז ער וויל ווערען רב נאך פאר די חתונה, און אויפן חתונה בריוועל וועט שוין קענען שטיין רב ור"מ דקית יואל. (און ווער עס ווייסט אנדער איז מכובד צו שיקען אינפא.)
א וואך נאך סוכות איז נפטר געווארען ר' שלמה אלעזר שפילמאן פון א הארץ אטאקע וואס עס האט געהייסען אין די גאס אז מען האט פארשטאפט דעם שלאס פון זיין פיש סטאר יענעם מאנטאג פארטאגס, ווייל נעכטען זונטאג ביינאכט האט זיין זון אייזיק הערש פון מאנרא געשלאגען אלתר משה ג"ב ווייל ער האט זיך אויף געשטעלט שרייען אין שול אז ר' אהרן איז אציוני און טאר נישט ווערען רב. און דאס פארשטאפען דעם שלאס האט גורם געווען אז עטליכע מינוט דערויף איז ער אוועקגעפאלען און באלד נישט געווען בין החיים, ל"ע. עס איז געווען א שרעקליכע לוי' ווייל ער איז געווען אין זייענע פופציגער יארען און ער איז געשטארבען, ווי די גאס האט דעמאלטס דערציילט, אלץ א רעזולטאט פון די מחלוקה אין קרית יואל.
ביי די לוי' האט דער ברך משה געשריגען שארפע ווערטער, ווי רשעים ארורים, ימ"ש, אויף די וועלכע האבען אויף געהעצט דעם שטעטל. הקיצור עס איז געווען שרעקליך פון אלע זייטען.
יענעם שבת וירא איז געווען א חידוש אין עניני טעראר אין קרית יואל. דער ברך משה איז געווען אויף שבת אין קרית יואל און ביים טיש האבען די קעגענער אונטערגעלייגט שטינק באמבעס אין ביהמ"ד וואס האט געסרחט געפערליך פון פארדארבענע אייער.
דעמאלטס האבען זיך ר' אהרנס ידידים אין ישיבה גוט ארויסגעשטעלט און האבען אגאנצע נאכט געוואטשט אז מען זאל נישט ווארפען קיין פאשקעווילען אין שטעטעל און דער שבת איז דערעך גאנץ שטיל. די קעגנער פון רבין האבען מורא געהאט עפעס צו טון ווייל די בחורישע פאליציי האט געהיטען 24 שעה אין טאג סיי אין די גאסען און סיי די שול.
מוש"ק איז פארגעקומען די הכתרה אין פאליש פון ביהמ"ד. פון קרית יואל האט זיך באטייליגט נישט מער ווי 25 פראצענט, מען האט געמוזט ווארטען אויך די באסעס פון שטאט זאלען אנקומען אז אולי דאן וועט זיך אנפילען די פאליש. רוב קרית יואל האט למעשה נישט אויפגענומען א רב דעמאלטס. די חסידים פון קרית יואל און די חסידים פון וו"ב האבען אבער יא אויפגענומען ר' אהרן און ער איז געווארען דער רב.
דער ברך משה האט דעמאלטס ביי די הכתרה שטארק מחזק געווען זיינע חסידים זאגענדיג אז עס מוז זיין שונאים פארן רב. ער האט צוגעברענגט דעם מאמר חז"ל (יומא כ"ב) אמר רב יהודה אמר רב שמואל: "מפני מה לא נמשכה מלכות בית שאול? מפני שלא היה בה שום דופי. דאמר רבי יוחנן משום רבי שמעון בן יהוצדק: אין מעמידים פרנס על הציבור אלא אם כן קופה של שרצים תלויה לו מאחוריו, שאם תזוח דעתו עליו – אומרים לו: חזור לאחוריך". און ער האט בדרך הלצה געזאגט אז אויף דעם זארגט ער זיך שוין נישט. זיין זון ר' אהרן האט שוין איינמאל א "קופה של שרצים תלויה לו מאחוריו"...
די הכתרה איז שוין אויך אדורך און ר' אהרן האט באקומען דעם טיטעל "רב ור"מ דקרית יואל".
עס האט גענומען א 3-4 יאר ביז מען האט אים גערופען "דער רב" אפילו שלא בפניו. דער ברך משה האט מען גערופען "דער רב" און ר' אהרן האט מען גערופען "ר' אהרן" אפילו אין די ישיבה. אבער בפניו האט מען גערופען דעם ברך משה, דער רבי, און ר' אהרן, דער רב.
דעם ערשטען שב"ק נאך ווען ר' אהרן איז געווארען רב, האט זיך אנטפלעקט א נייער בילד. עס איז געווען שב"ק חיי שרה, און דער ביהמ"ד איז געווען ליידיג ממש. אלע קעגנער האבען זיך אפגעטראגען פון ביהמ"ד ווייל זיי האבען נישט געוואלט דאווענען מיט אים אונטער איין דאך. אבער עס האט פאר ר' אהרןס מענטשען נישט צופיל וויי געטון ווייל עס איז געווארען רואיגער אין שול. אין דער וואכען פלעגען נאך דעמאלטס יעדער דאווענען אין שול, נאר שבת איז ליידיג געווען די שול.
פאשקעווילען איז נאך אלץ געפלויגען ווייל עס גייט זיין די חתונה פון זיין זון אין 3 וואכען ארום און דער וויזניצער זיידע קומט אויף דער חתונה. און מען טאר נישט קוקן אויף אים, ער איז א ציוני א.א.וו. אבער די אלע אקציעס האבען צוגעברענגט אז די חסידים האבען זיך מער און מער דערנענטערט צו ר' אהרן, און אז מען איז געווען זיינער א מענטש מוז מען שוין איצט פארענטפערען זיך פאר יעדע קלאגע, און פאר יעדע נארישע דרשה וואס ער האט געהאלטען.
*
איצט וועלען מיר אביסעל פארקריכען פון דער נושא און זיך פארברייטערען וויאזוי חסידות פירען זיך, פארוואס איז יעדע חסידות אנדערש אין נאטור; פארוואס א רבי, א אדם קטן ממש, א שלעכטער, א נארישער, א נישט געלונגענער, קען האבען חסידים וואס גייען פאר אים אין פייער.
מיר וועלען אנהייבען מיט די רביס וואס האבען געלעבט פארן קריג און ב"ה ניצול געווארען און איבערגעלאזט גרעסערע חסידותער.
די צוויי גרעסטע רביס נאכען קריג זענען געווען דער סאטמארער רבי און דער בעלזער רב זכרונם לברכה (און אזוי אויך דער סקווערער רבי ז"ל, כאטש עס האט נישט געהייסען אז ער איז אין די דרגה פון סאטמארע רבי און בעלזער רב, אבער ווער זענען מיר צו מעסטען). זיי זענען געווען גרויס, נישט ווייל די חסידים האבען זיי גרויס געמאכט צו ווייל די חסידים האבן געמאכט פראפעגאנדע אדער ווייל זיי האבען זיך געפיקטשערט יעדע וואך אויף די דעקלעך פון די מאגאזינען. ניין און בהחלט פונקט פארקערט. זיי, און אלע רביס בימים ההם, זענען געווען גאר שארף קעגען בילדער און האבען אפילו געלאזט צו ברעכען פאטא מאשינען.
זיי זענען געווען גרויס ווייל זיי האבען געדינט דעם אייבעשרטען טאג און נאכט, זיי האבען נישט געגעסן און נישט געטרינקען און נישט געשלאפען ווי מענטשען. עס איז פאר קיינעם נישט געווען א ספק אז דער סאטמארער רבי און דער בעלזער רב זענען געווען מלאכי אלקים (פארשטייט זיך אז זיי זענען געווען אנדערע סארט מענשטען בטבע.) עס האט די וועלט געציטערט פאר זייערס א ווארט און עס האט קיינער זיך נישט געוואגט צו רעדען א ווארט קעגען זיי.
דעריבער זענען מענטשען געווארען דבוק אין זיי און חסידים "בטבע" גייען אין פייער פאר זייער רבין, כ"ש ווען דער רבי איז א מלאך בצורות אדם.
ווען דער בעלזער רב ז"ל האט אונטערגעשריבען דעם קול קורא אז מען זאל ארויס גיין שטימען פאר די "אגודה", האט דער רבי געזען אין די חתימה א געוואלדיגען נסיון אין די עקרי האמונה. דא שרייט דער רבי און דער בי"ד, וואס זענען געווען אלע וועלטס גאונים ממש, אז צו גיין צו די בחירות איז יהרג ואל יעבור און דא שרייבט אונטער דער גרעסטער צדיק וואס כלל ישראל פארמאגט. עס איז פארען רבין דאס געגאנגען בדכדוכו של נפשו. ער האט איצט געזען אז די מלחמה קעגען ציונות האט געכאפט א קאטראספאלען קלאפ, ער האט געזען אין די חתימה פון בעלזער רב א מרידה בשם ובתורתו.
דער רבי האט זיך דעמאלטס אויפגעשטעלט אין בני ברק און געהאלטען א פייערדיגע דרשה ווי ער האט מיט בכיות נוראות מסביר געווען דעם אז דאס איז אויך א נסיון וואס דער שטן שטעלט צו און מיט מסירות נפש זיך ארויסגעשטעלט קעגען די חתימה פון בעלזער רב.
עס איז ביי קיינעם נישט געווען א נדנוד ספק אז דער רבי איז ח"ו לעצמו הוא דרש. און אין די רגע וואס דער רבי איז ארויס קעגען בעלזער רב, זיכער נישט פערזענליך, ח"ו, זענען סאטמארער חסידים מער נישט געגאנגען קיין בעלז. נישט קיין חילוק ווי גרויס דער בעלזער רב איז געווען, מער זענען די סאטמארע חסידים נישט געגאנגען קיין בעלז. דאס זעלבע איז געווען מיט בעלזער חסידים, און שוין אפילו נאכען בעלזער רבס פטירה א צוויי יאר דערויף זענען די בעלזער חסידים עפ"ר מער נישט געקומען צום רבין ז"ל.
נאך א וויכטיגע נקודה. חסידים באקומען אויטאמאטיש זייער אסאך פון זייער רבינס נאטורען. דער סאטמארער רבי איז געווען, דער גרעסטער בעל צדקה, א גבור חיל ווען עס איז געקומען צו סיי וואס, ער האט נישט מורא געהאט פאר קיינעם און פאר גארנישט, עס האט אים גאר ווייניג אינטערסירט וואס סיי ווער האט אויף אים צו שרייבען אדער צו זאגען.
זענען די סאטמארער חסידים אויך געווען שטארקע בעלי חסד, שטארק ביי זיך מיט א שטאלץ, און זיי האבען שוין איינמאל געהאט מיט וואס צו זיין שטאלץ, און זיי האט נישט אינטערעסירט וואס דער פארווערטס, דער מארגען דשורנאל, דער אלגעמיינער, און די אלע אנדערע, שרייבען. עס איז זיי נישט אנגעגאנגען אויב א מחוצף האט אמאל גערעדט קעגען רבין. זיי האבען געהאט א סעלף עסטים ביז צום מארס. אזוי דאס זעלבע איז געווען מיט חסידים פון אנדערע גרויסע צדיקים, די רביס פון יענע צייט. זיי האבען געלעבט פאר זיך און נישט אינטערעסירט וואס איינער האט צו זאגען אויף זיי.
אויך איז וויכטיג צו וויסען, אז חסידים ווייסען נישט וואס מיינט א טריט אויף צוריק. אויב האט דער רבי געזאגט אזוי, איז אזוי, און סיי ווער עס זאגט אנדערש, נא פראבלעמע, יענער איז גארנישט. פשוט און גראד. אזוי פירען זיך חסידים נישט פון היינט און נישט פון נעכטען. דאס איז די טבע פון חסידים צו רביס.
דעם בעלזער רב האט מען נישט געקענט אזוי אוועק מאכען, ווייל ער איז דאך געווען א אויסגערופענער מלאך השם, נו וואס טוען סאטמארער חסידים מיט דעם וואס בעלזער רב האט אונטערגעשריבען פאר די בחירות, זאגט מען אז ער איז געווארען געפירט דורך זיינע גבאים, ער איז געווען א סגי נהור און נישט געוויסט וואס ער שרייבט אונטער און נאך כהנה וכהנה, אלעס ווייל ער האט וויי געטון זייער רבין. די בעלזער חסידים זענען געווען פיל גרעסערע מחוצפים, און אז דער סאטמארער רבי איז ארויס געגאנגען קעגען בעלזער רב, איז ער אויטאמאטיש אויס הייליג, און זיי האבען גערעדט מיאוס אויפן רבין. עס מוז נישט אז אלע בעלזער חסידים האבען גערעדט אויפן רבין, אבער די שטימונג אין בעלז איז געווען שטארק אנטי סאטמאר, פיל מער ווי סאטמאר, אנטי בעלז, יענע יארען.
מיט די אנדערע – און פיל קלענערע - רביס וואס האבען אונטערגעשריבען פאר די בחירות, האבען די סאטמארער חסידים פשוט געמאכט צו עפר ואפר און אזוי איז שוין געלייזט אלע פראבלעמען. נישט אז דאס ווערט בארעכטיגט, אבער דאס איז דער מציאות וויאזוי חסידים פירען זיך, אויב איינער איז קעגען זייער רבין.
דאס זעלבע איז געווען מיט די מחלוקה פון טשערנאבעל און ברסלב. די מחלוקה האט זיך אנגעהויבען אלס א ערנסטע, אבער די חסידים אפילו היינט רעדען אויף הרה"ק ר' נחמן זי"ע כאילו ער וואלט ווען געווען נאך ווייניגער פון גארנישט. אבער סקווערער חסידים זענען נישט קיין רשעים פארדעם, אויב זענען זייערער רביס געווען קעגען ברסלב איז א קלארער סימן אז ברסלב איז א קליפה. (חס מלהזכיר, איך מיין נאר די מציאות ארויס צו ברענגען.) דאס זעלבע איז געווען ביי די מחלוקה פון די צוויי אדמורי"ם לבית וויזניץ. די בני ברקער האבען געהאלטען אז דער מאנסיער רבי איז גארנישט שבגארנישט און אויף די האר אזוי, האבען געהאלטען די מאנסיער חסידים אויפן בני ברקער רבין, אלעס נאר, ווייל דער אנדערער איז קעגען מיין רבין.
און דאס איז נישט ארגעניזירט, ווייל עס פעלט ניטמאל אויס צו ארגעניזירען אזא זאך, דאס איז אריינגעלייגט אין די טבע פון חסידים פון לאנגע דורות. קיין איינער אין סאטמאר האט נישט געדארפט האלטען קיין דרשות אדער שרייבען אין איד, אין פאקט, מען האט גארנישט געהאלטען קיין דרשות אדער געשריבען אין איד, נאר פשוט דאס איז אויטאמאטיש געשען ביי יעדען סאטמארער חסיד ווי אימער, אזוי ווי אלע אנדערע חסידות'ן וואס רעדען אויפן אנדערען רבין, ווי שוין געשריבען.
איצט וועלען מיר זיך צוריק קערען צו די ערשטע נקודה פון חסידים, אז חסידים באקומען אויטאמאטיש זייער אסאך פון זייער רבינס נאטורען.
עס לעבען שוין היינט נישט ליידער קיין איינע פון די אמאליגע צדיקים מלאכים ושרפים. זיי זענען אויבען אין גן עדן און מיר זענען דא געבליבען מיט וואס מיר האבען. איצט וועלן מיר א קוק געבען אויף זייערע ממלאי מקומות.
בעלזער רב איז נפטר געווארען תשי"ז, און ביז תשכ"ו (מיין איך) האבען זיי נישט געהאט קיין רבין. תשכ"ו איז דער היינטיגער רב געווארען רב אויף בעלזא. ער איז אלט געווען סך הכל צוויי און צוואנציג יאר. און ווי באלד די וועלט האט אים נישט אפגעקויפט אז ער איז דער "אמאליגער" בעלזער רב, האט ער אנגעהויבען משנה זייער אסאך אלטע מהגים, ווייל ער האט געוויסט אז אויב וועט ער זיך פירען ווי די פריערדיגע רבנים זיינע זיידעס די צדיקים וקדושים, וועט אים קיינער נישט אנקוקען. רבי ישכר דוב זי"ע און בנו רבי אהרן זי"ע, איז מען דאך געקומען נאר אנקוקען זייער הייליגע צורות, נאר א שריים צו כאפען און נאר צו ווייזען פאר די קינדער וויאזוי א צדיק אמת זעט אויס. אבער ווער וועט אים קומען אנקוקען, וואס איז ער אינטרעסאנט, די וועלט איז דאך קיינמאל נאך נישט משוגע געווען און עס האט נאך נישט פאסירט אזאנס אז א רבי א גארנישט זאל ווערען א רבי צו וועם אידען פון אלע אנדערע פלעצער זאלען פארען צו אים, ווי עס איז געווען דער פאל מיט די פריערדיגע גרויסע רביס ווי סאטמאר בעלז און אפילו סקווירא, צו וועם אידען פון אלע קרייזען און שיכטען זענען געפארען בלויז זיי אנצוקוקען, א ברכה אריין כאפען.
נו וואס טוט מען, האט ער באשלאסען אז ער מוז מאכען שטארקע שיניום און האפענטליך אזוי וועט די וועלט ווייטער קומען צו פארען קיין בעלז. למשל, אין בעלז האט מען קיינמאל נישט געזונגען ביים טיש, דער רב פלעגט נישט מאכען קיין תנועות מיט די הענט, און נאך פיל אנדערע. אזוי וועט די וועלט קומען מיט האלטען א שיינעם טיש. מען וועט זיי סערווען מיט א קנאקעדיגען טיש, מיט געזינגעכץ און געקלאטעשכץ. אויך האט דער היינטיגער אנגעהויבען צו נעמען געלט פון די ציונים און נאך אסאך פילע שריט, אלעס כדי די וועלט זאל אויף אים ארויף קוקען און קומען צו פארען אזוי ווי צו זיין פעטער ז"ל.
אבער די אלע שיניום האבען אים געקאסט א פרייז. ער האט זיך צוקריגט מיט רוב זקני הקהילה און זיי האבען אים מיט זיינע מענטשען געלאזט פייפען און זיך געפענט אייגענע בתי מדרשים אומעטים און מער נישט געוואלט הערען פון אים. דאס איז אויסער וואס ער האט יעדען געטשעפעט און אריינגעזאגט. דאס איז שוין זיינע פריוואטע מחלות וואס ער זאל זיך גיין היילען. פארשטייט זיך אז טראץ די אלע משגעתן איז ער נישט געוואקסען אין די וועלט, און האט נישט באקומען א נאמען אלץ א הייליגער איד. ווייל אז מען איז נישט הייליג, איז מען נישט הייליג...
ווען דער רבי זי"ע איז נפטר געווארען תשל"ט האט ער באשלאסען ביי זיך אז די סיבה פארוואס ער איז נישט פארהייליגט ביי די מאסן (אויסער בעלז) איז געווע, ווייל דער סאטמארער רב איז געווען דער זקן האדמורי"ם און יעדער איז געפארען צו אים. איצט אבער אז ער איז שוין נישטא און דער נייער רב וועט שוין נישט ציען די מאסען ווייל ער איז נישט וואס דער פעטער איז געווען, איז זיין צייט צו ווערען דער רבן של כל בני הגולה.
היינט ווייסט מען שוין אז עס האט אים גארנישט געהאלפען און זיין רעדען אויפן רבין ברבים האט אים געברענגט בושות אז ביז היינט איז נאך נישט ארויסגעקומען א קול קורא קעגען א יחיד ווי עס איז ארויסגעקומען קעגען אים ארויס געשריבען זיין נאמען. עס זענען געווען אונטערגעשריבען, אלע רביס און רבנים פון היימישען ציבור.
עס איז איבריג צו זאגען אז קיין איין בעלזער חסיד האט אים נישט איבערגעלאזט טראץ די קול קורא און טראץ אז זייער רב איז א קינדישער מענשט וואס האט געטאן מיסטעיקס וואס פאסט פאר א קליין קינד. פארקערט. קיין איין בעלזער חסיד האט מער נישט אריין געטרעטען, און טרעטען נישט אריין עד היום הזה, ביי קיין איינע פון די רבנים וואס האבען פאר דרייסיג יאר צוריק אונטערגעשריבען.
נו אז זיינע מעשים האבען אים גארנישט צוגעברענגט, האט ער באשלאסען צו גיין אויף גאר א אנדערען וועג. ער האט געבויעט דעם גרעסטען בית המדרש אויף דער וועלט אויפן העכסטען בארג אין ירושלים, אלעס אז "די וועלט" זאל רעדן און קוקן אויף בעלזא. און טראץ דעם איז ער היינט בלויז דער רב אין בעלז. עס פארען צו אים נאר זיינע חסידים און טוריסטען וואס קומען קוקען די שול.
ער קומט ארויס יעדען שני וחמישי מיט נייע איינפירונגען און זיינע חסידים זענען העפי ביז צו די זון אויס צו פירען אלע זיינע נייע "מנהגים". למשל דאס אנטאן קאסקעטלעך פאר בחורים ביז צו די פערצען יאר, תקנות פאר שמחות, איצט האט ער געהייסען אז די בלזער דיינים זאלען זיך אנטאן ווייסע זאקען אויף שבת און פילע נאך.
די בעלזער חסידים אבער, גייען אין פייער פאר אים, און ער גיט זיי חיזוק און זיי פארעטנפערען אים טאג און נאכט. וויפיל משועגתן ער לייגט אויף זיי ארויף, אלץ מער ווערען זיי משוגע העפי אז זיי קענען ווייזען פאר די וועלט ווי שטארק ער איז. תמצית הדברים, חסידים ענדלען אין זייערע רביס און דעריבער זענען אלע בעלזער חסידים קינדישע מענשטען וואס ווילען אלץ ווייזען און ווייזען ווי מעכטיג זיי זענען און ווי שטארק זיי זענען צוגעבינדען צו זייער רבין, א.א.וו.
*
דער סקווערער רבי זצ"ל איז נפטר געווארען ב' ניסן תשכ"ח. זיין בן יחיד דער היינטיגער רבי איז געווארען דער מ"מ ביי די אכט און צוואנציג יאר.
דער אלטער סקווערער רבי איז געווען א איש קדוש, גאר א פרומער, א גאון און אפילו א למדן. כאטש ער האט ווייניג גערעדט, דאך האט די וועלט געוויסט אז ער איז א רבי פון פריערדיגען דור, וואס שלאפט כמעט נישט און איז זיך מסגף, ער לייגט אריין הויפענעס מיט זאלץ אין זיין עסען אז ער זאל נישט פילען קיין געשמאק אין די מאכלים. ער האט ממאס געווען דעם עוה"ז מיט א אמת. פארשטייט זיך פראפעגאנדע איז געווען ביי אים מאוס ומיאוס, און בילדער איז ביי אים געווען דאס ארגסטע.
ער האט געציטערט פון יעדע זאך וואס האט נאר נאר אנגערירט קדושה ענינים. ער פלעגט אריין פארען צוויי מאל א יאר פון שיכון סקווער קיין וויליאמסבורג. ער האט נישט געלאזט קיין איין בחור מיט פארען. עס איז געווען ביי אים זייער הארב, ווייל שמירת עינים איז ביי אין געווען געפערליך, און א בחור טאר נישט זיך געפינען אין שטאט. חסידים דערציילען אז אפילו א בחור האט אמאל געמוזט אריין פארען זיך קויפען א אנצוג, א הוט וכדו' פלעגט ער כמעט נישט לאזען. ער פלעגט זאגען אז די טאטע און מאמע קענען דאס אויך קויפען אן דעם בחור.
ער איז געווען ארויף געקוקט ביי גאנצען אידענטום אפילו אין סאטמאר. כאטש אז עס איז געווען אנגעצויגען פון מאל צו מאל צווישען רבין ז"ל און סקווערער רבין ז"ל, דאך האט מען אויף אים נישט גערעדט. (פון סאטמאר איז מען טאקע דאס ווייניגסטע געגאנגען קיין סקווער, אבער די סיבה איז געווען ווייל דער סאטמארער ציבור האט געהאלטען אז זייער רבי איז פיל מער ווי דער סקווערער רבי, וואס דאס איז נאך נארמאל. און אפילו אויב האט איינער, צו מערערע, גערעדט, איז די סיבה די זעלבע וואס איך האב שוין אויבען געשריבען, אז ביי חסידים דארף נישט זיין ארגעניזירט דער געדאנק צו רעדען אויף א צווייטען רבין.)
ווען דער סקווערער רבי איז נפטר געווארען האט דער היינטיגער סקווערער רבי אינדערגענומען, אבער פארשטענדליך, עס איז מער נישט געווען דאס געפארעכץ. ער האט נישט געהאט א ספעציעלע נאמען ביים חסידישען ציבור און פאפען די וועלט איז נישט מעגליך, ווי פריער געשריבען.
דער סקווערער רבי האט נישט א נאמען פאר א לערנער און אויך נישט פאר א פרומער. א קלוגער הייסט ער אין די גאנצע וועלט אבער נישט פארהייליגט. דער סקווערער רבי האט די ערשטע זאך געטון, אז ער האט נאכגעמאכט זיין טאטען אויף די האר. סיי מיטען דאווענען, פירען טיש, רעדען, פראווען, אלעס נאכגעמאכט.
אבער דאס האט נישט צוגעצויגען די מאסען אזוי ווי ביי זיין גרויסען טאטען, און דא האט אויסגעבראכען א שטיקל רעוועלאציע אין שטעטעל אליינס, ווייל דער צוזאמעשטעל פון די איינוואוינער איז געווען זייער א געמישטער. אלטע בעלזער חסידים וואס האבען אין אלטען סקווערער רבין געזען א מ"מ צו בעלז אלץ א אייניקעל, האבען זיך געצויגען קיין סקווער; אונגארישע אידען וואס האבען געזוכט פרומקייט און א ערליכען איד האבען זיך ארויסגעצויגען, אבער אלע האבען געוויסט איין זאך, אז דער רבי איז הייליג. אבער אז דער שון איז געווארען רבי, און זיי האבען אין אים נישט געזען מער קיין גרויסקייט, זענען זיי שוין נישט געווען אזאנע חסידים.
די יונגעלייט ווי דער סדר איז מיט יונגע און היציגע זענען יא צוגעשטאנען צו דעם נייעם רבין, און מען אנגעהויבען ארויס צו טראסקען משפחות רעכטס און לינקס. מערערע משפחות מיט קינדער האט מען ארויסגעשטעלט פון שטעטעל בלויז ווייל זיי זענען נישט חסידים, און ווייל זיי זעען נישט אין נייעם רבין קיין צדקות און גדלות.
נאכדעם האט מען איינגעפירט נייע תקנות פאר די איינואוינער צו פארשטארקען דאס חסידות. אויב א איינואוינער נעמט א איידעם פון א אנדערע ישיבה, טאר דאס פארפאלק נישט וואוינען אין שטעטעל. צוביסלעך האט מען פארלאנגט אז די חסידים מוזען אנטאן "שטיוועל" אזוי ווי דער רבי גייט, וואס דאס האט דער אלטער רבי קיינמאל נישט געוואלט. בילדער זענען געווארען ערלויבט. נאכמער, דאס חסידות ארבעט מיט אלע צייטונגען און בילדער מאגאזינען אז זיי זאלען לייגען בילדער פון רבין, א.א.וו. (אגב, אין בעלזא איז מיט דעם די זעלבע. כמעט יעדע וואך איז דער בעלזער רב אויף אלע פלעצער וואס לייגען בילדער.)
שפעטער מיט די יארען האט דער רבי אינגאנצען משנה געווען דעם טיש שבת און אלע טישען איבערען יאר. ווייל צו פירען טיש ווי דער טאטע האט געפירט, מיט די הענט אויף די אויגען אגאנצען טיש, וועט קיינער נישט קומען. אבער אינגאצען טוישען איז דאך ווייטער נישט פאסיג, האט מען איינגעטיילט דעם טיש אויף צוויי. ערשטע העלפט ווי דער טאטע און די צווייטע העלפט איז געווארען א נייער סארט טיש. מען זינגעט, מען טאנצט מען מאכט מיט די הענט. מען האקט די הענט אויפן טיש, אלעס כדי די וועלט זאל ווייטער קומען קיין סקווער. וואס דער אלטער רבי וואלט זיכער נישט געטון.
היינט, נישט נאר מען לאזט די בחורים קומען קיין וויליאמסבורג אויף שבת, נאר מען נעמט די בחורים און יונגעלייט צו די מאדערענסטע פלעצער אין אמעריקא כדי דער רבי זאל פארען מיטען גרעסטען טראסק און פאמפע. מען טראגט אומעטים די פארנטשען און מען מאכט דעם אויבן אן אזוי הויך אז כאטש זאל אויס זען ווי דער רבי פליט אין הימעל, אלעס אז די וועלט זאל קומען צום היינטיגען רבין פונקט ווי צו זיין טאטען.
אבער איין גרויסע מעלה האט ער, אז מיט די דרויסנדע וועלט האט ער נישט געהאט קיינמאל א געפעכט. ער האט נישט וויי געטון קיינעם און קיינער איז נישט בהחלט קעגען אים. ארויף געקוקט איז ער טאקע נישט און די וועלט האלט אים פאר א איש פשוט, אבער מען האט נישט אוף סקווערע רבין א שלעכט ווארט.
די מאדערענע וועלט איז יא געלונגען פאר סקווער זיי צו צוציען. זיי קומען כסדר אויף שבתים און מען שטעלט זיי צו מכל טוב וטוב, פון עסען ביז פלעצער אויך די פארענטשען, פון שלאפן ביז פירות און נאש אין זייערע געסט צימערען. נאר קומען זאלען זיי. און דער רבי פארט היינט שוין אויך אויף שבתים אין די מאדערן ארטאדאקסישע געגענטער, אבער אלעס "זיי" צו מחזק זיין...
דער רבי הייסט אין די וועלט זייער א קלוגער, מענשטען קומען זיך דורך רעדען מיט אים אין אלע ענינים, אבער פארהייליגט איז ער נישט. עכ"פ נישט אין די חסידישע וועלט און אין די פרומע וועלט.
דער סך הכל פון די צוויי רביס פון בעלז און סקווער: משנה זיין כדי צו ציען די "גאנצע" וועלט ארבעט נישט. יא, ביידע רביס זענען שטארק ביי זיך אין הויף, אבער אויף די וועלטס ארענע, בהחלט נישט.
*
די ליינער זאלען א טעות נישט האבען אז איך בין דא זיי צו בארעדען. בכלל נישט. איך מוז זיי נאר צוברענגען כדי אז מען זאל פארשטיין די די טיפקייט וויאזוי חסידות ווענד זיך אינעם רבין און ווי אזוי חסידים טוען רעאגירען ווען זייער רבי מוז אנקומען צו הילף פון אין דרויסען ווען דער רבי אליין איז ארומגענומען מיט שוואכקייטען. און ויאזוי דאס שפילט זיך אפ היינט צו טאגס אין סאטמאר, ווי איר שפעטער ליינען.
אז דער רב צו דער רבי זענען נישט קיין שטארקע ביי זיך, מוזען זיי צוקומען צו לויב ווערטער פון די גאס. זיי "מוזען" זיך אייביג לאזען הערען פאר די גאס און זיך לאזען זען פאר די גאס, און די גאס איז פאר זיי גאר וויכטיג, ממש צום לעבען.
היינט צו טאג דורך די מאגאזינען און צייטונגען איז זייער גרינג אנצוקומען צו די גאס, און די סארט רביס האבען יעדע וואך בילדער און נייעסער פון זיך און זייערע חסידותער אין אלע מאגאזינען און צייטונגען. אז די חסידים "שפירען" אז דער רבי דארף עס, ער ענדשויד עס, ער באקומט חיות דערפון, עס הייבט זיין זעל, דעמאלט וועלען אויף איינמאל אלע חסידים באקומען דעם געפיל. און צוביסלעך וועלען די חסידים אויך וועלען זען פון זיך ווי מער בילדער און ארטיקלען. זיי וועלען זיך לאזען קאסטען געלט, זיי וועלען שווער ארבעטען אז דער רבי און זייער חסידות זאלען זיין "געקאווערט" וואך איין וואך אויס. און זיי אליין וועלען לויפען קויפען אלע צייטונגען און מאגאזינען ווי דער רבי איז שיין געדעקט. און דאס וועט הייבען זייער מאראל זייער סיפוק און חיות. אלעס אלעס הייבט זיך אן צו דרייען ארום און ארום קינדישקייטען און ווי אזוי דער רבי גייט ווערען געקאווערט די וואך אין די מאגאזין און אין די צייטונג.
אן די רביס ארבעטען זייער שיין מיט מיט די חסידים. דער רבי וואס זוכט די סארט אטענשאן וועט כסדר אויפקומען מיט נייע אויפטואונגען מיט נייע סארט קאנראווערסיעס, מיט אלע מיני ספלעשי מעשים ווייל דאס גייט אים ברענגען אז אלע צייטונגען וועלען אים ווידער פראמינענט דעקען און אלע מאגאזינען וועלען זיי נאך לויפען עס צו וועלען דעקען און אזוי ארום דרייט זיך זייער שיין דער צויבער ראד. די נאנטע צום רבין ארבעטען כסדר אז דער רבי זאל מיט עפעס א ספלעש אויפקומען און נאכדעם ארבעט דער רבי מיט אז די צייטונגען און מאגאזינען זאלען דאס אויפשפילען און אין די רגע וואס דאס געשעט גייען אלע חסידים ארום מיט א שמייכעל פון איין עק באק ביז צו די אנדערע. און פארן רבין ווערט געשטארקט זיין אינערליכער זעל, וואס דאס טייטשען אפ די חסידים אלץ "חיות דקדושה". און דאס פארקויפט מען אין די חדרים און די ישיבות פון דעם באטרעפענדען רבין. און דער רבי הערט צוריק ווי שיין די בחורים מיט יונגלעך האבען דאס אפגעקויפט, ווערט זייער "חיות דקדושה" פיל מער פארשטארקט. און אוזי דרייט זיך א ראד פון שוואכקייטען וואס ווערט געשטארקט נאר אויף גאר קורצע תקופות און מען דארף כסדר אויפקומען מיט נייע אופנים ווי אזוי צו האלטען דעם רבין און די חסידים מיט א "חיות דקדושה".
אבער די אלע סארט וועגען - אזוי צו בויען דעם רבין און די חסידות - קומט מיט א פרייז. ווייל אויב דער רבי ווערט גרויס בלויז דורך קינדישע וועגען, דורך אטענשאן פון די גאס, דורך בילדער און ארטיקלען, ווערען זיי זייער שוואך און צובראכען ווען זיי ווערען נאר דאס מינדעסטע קריטיקירט. אויב קומט נאר ארויס איין פאשקעוויל וועפט אין די רגע אויס די גאנצע "חיות דקדושה" פון רבין און פון אלע חסידים, וואס זיי האבען זיך ערווארבען אין לאנגע חדשים. אויב א דרויסענדיגער מענטש רעדט אויפן רבין וועט ארויסקומען די טיפע שוואכקייטען אויף וואס דער רבי אין דאס חסידות איז געבויעט. זיי וועלען מוזען פארענטפערען יעדע קליינע משוגעת פון זייער רבין, און וויבאלד דאס איז נישט גרינג, וועט דאס געטוען ווערען דורך סיי וואסערע וועג. אויב פעלט זיך אויס אראפצורייסען פריערדיגע, וועט זיין נאו פראבלעם. מען וועט אלעס אין דער וועלט טוען אז דער איצטיגער רבי זאל פארענפערט ווערען. מען וועט נוצען יעדע וועג, גואיש צו אידיש, נאריש און קלוג, צו פארעטפערען און פארשטארקען דעם רבין וואס ווערט אוועקגעבלאזען פון די שוואכסטע סארט קריטיק. (ווייל חסידים שטעלען זיך נישט אפ פאר גארנישט, ווי שוין פריער געשריבען.)
פון די אנדערע זייט איז דא רביס ווי למשל וויזניץ מאנסי, ראחמיסטריווקע, און נאך, וואס זיי זענען שטארק ארויף געקוקט בייי די גאס ווייל פאר לאנגע יארען האט די גאס געזען אין זיי שטארקע פרומקייטען, די גאס האט אין זיי געזען ערליכע אידען, און זיי זענען געבויעט געווארען אן קיין שום פאמפע און פראפעגאנדע, (ווייל ווי געשריבען, די גאס האט נאך קיינער נישט געפאפט זייט די וועלט שטייט) זיי "מוזען" נישט אנקומען צו קיין שום בילדער און ארטיקלען, זיי זענען ממאס אין די סארט זאכען, זיי וועלן זיך פאר א מיליאן דאללאר נישט לאזען אינטערוויאען פון א מאגאזין, זיי זענען נישט ספלעשי, נישט אנגעוויזען אין די גאס, נאר די גאס איז באמת אנגעוויזען אויף זיי. און, זייערע חסידים זענען באמת געבויעטע מענטשען מיט א אמתע שטארקייט וואס איז נישט געבויעט אויף בילדער און מאגאזינען.
דערפאר, זענען די חסידים נישט שוואך ווען זיי ווערען קריטיקירט פון סיי וועמען. זיי זענען אזוי געבויעט און אזוי שטאלץ מיט זייער רבין אז עס אינטרעסירט זיי גאר קנאפ וואס איינער האט צו זאגען אויף זיי צו אויף זייער רבין.
ווען וויזניצער צו ראכמיסטאיווקער רבי זאל אויך זיין אזוי שוואך ווי די אויבען דערמאנטע רביס, וואלטען וויזניצער און ראחמיסטריווקער חסידים אויך נאכגעלאפען די זעלבע קינדישקייטען ווי די צוויי אויבען דערמאנטע חסידותען. ווייל חסידים באקומען און פארמאגען די זעלבע שטריכען, גוטע צו שלעכטע, נארישע און קלוגע, ווי דער רבי.
און מיט די בחינה וועט שפעטער זייער שיין פארענפערען ווערען די קשיות פאר וואס ר' אהרן מיט זיינע מענטעשן "מוזען" נוצען דעם גאנג מיט וואס זיי גייען (צו לויפען).
נאך א וויכטיגע נקודה וואס איז וויכטיג ארויס צו געברענגט ווערען. מען זעט ביי די אלע שוואכקייטען-פולע רביס, אז מען מוז זיי רימען כסדר. ווי זיי גייען און ווי זיי שטייען רימט מען זיי אין א ארגאנעזירטען אופן.
מען זעט אין די חסידות "גליונות", ווי יעדער רב און רבי וואס קומט נאר באזוכען דעם רבין, רומט אויס דעם רבין בפניו אז עס איז ממש א גועל הנפש. דער רבי זיצט און הערט אויס ווי מען רומט אים איין מאל און נאך אמאל, און ער געט נאך צו, ווי שווער עס איז אים אנגעקומען און ב"ה די זאך איז א דורך געפירט געווארען מיט מסירות נפש, און אזוי ווייטער און ווייטער.
בי יעדען דינער, כינוס, און סיי וועלכע איווענט ווי אפילו א שבע ברכות, רופט מען א רעדנער א רב צו סתם א בעל דרשן, וואס רומט דעם רבין אריין און ארויס, פון אויבען ביז אונטען, אין פראנט פון די חסידים וואס כאפען קעלבערנע התפעלות ווי ווייט דער רב דער בעל דרשן ווייסט ווי גרויס דער רבי איז און ווי שווער דער רבי ארבעט און וויפיל קרעדיט עס קומט זיך פארן רבין וואס גיט זיך אזוי איבער פאר זיינע חסידים.
און די חסידים ווילען אפילו נישט וויסען אז דאס איז אנגעגרייט געווארען שעהן פריער, און דער רעדנער איז געווארען אפיציעל געבעטען און מען האט דאס אלעס אויסבעט פון פריער אז דער רבי דארף חיזוק, און דער רבי איז צובראכען פון די צרות וואס די חסידים האבען ל"ע, און דער רבי וועט שעפען "חיות דקדושה" פון די אלע דרשות. און ווען דער רעדנער טוט זיין ארבעט בשלימות באקומט ער שיין באצאלט, אזוי אז ער אליין בעט זיך שוין נאך אמאל צו קומען מחזק זיין דעם רבין און דאס חסידות.
ביי קיין איינע פון די "אמאליגע" רביס, האט מען אזאנס קיינמאל נישט געטוען. מען האט נישט גערימט קיין רבין, ווייל מען האט דאס נישט געדארפט, די חסידים האבען נישט געברויכט קיין פאלשע באצאלטע רימערייען ווייל עס איז א עקל און א גרויל. און די חסידים מיטען רבין האבען אפילו נישט געברויכט קיין רימערייען ווייל זיי זענען געווען באמת שטארק.
אדרבה, קוקט איר, ליינער, אליין איבער די דרשות וואס "פרעמדע" בעלי דרשנים קומען רעדען ביי די סארט "שוואכקייטען-פולע" רביס און חסידותער. קוקט איבער די גליונות וואס באזוכער רעדען אלס צום רבין אליין און וויאוזי מען רימט אים בפניו, און וויאזוי די רביס שעפען חיות דקדושה פון די געוואלדיגע באשטעלטע און באצאלטע דברי חיזוק.
משא"כ ביי די רביס וואס זענען באמת ארויף געקוקט אין די וועלט, רופט מען נישט קיין דברי חוזיק רעדנערס, זיי רימט מען נישט בפניהם. עס איז ביי זיי אפ געפרעגט און פארעקעלט און ממילא זענען די חסידים אויך פארעקעלט און פארגרוילט פון די סארט חיות דקדושה בארימערייען. מען וועט טאקע נישט זען קיין גליונות אין וויזניץ, נישט אין ראחמיסטריווקע, און נישט ביי קיין איין באמת שטארקען רבין. זייערע חסידים דארפען דאס נישט און עס איז ביי זיי נישט קיין חיזוק.
כאטש די רביס האבען אויך כסדר באזוכען פון רבנים און רביס ביי זיי און די רביס גייען צוריק באזוכען ווי עס פירט זיך, און ביי די באזוכען קומען פאר, נאך עניטיים אזעלכע אינטרעסאנטע שמועסען און שיחת קודש ווי ביי די שוואכקייטען-פולע רביס. אבער זייערע שמועסען גיט נישט קיין חיזוק פאר די חסידים, ווייל די חסידים זענען שטארק אנדעם. נאך מער, די חסידים פון די ערליכע און שטארקע רביס זענען נאך פיל שטארקער אן די שטותים גליונות, ווי די חסידים פון די שוואכקייטען-פולע רביס, שוין נאך די גליונות.
תוקן על ידי מנהל_שני ב- 08/07/2009 9:04:29
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2009 06:48 |
|
| |
תוקן על ידי lechayim32 ב- 02/07/2009 7:18:17
|
|
|
|
| נשלח ב-2/7/2009 20:01 |
|
| |
דער סקווערער רבי זצ"ל איז נפטר געווארען ב' ניסן תשכ"ח. זיין בן יחיד דער היינטיגער רבי איז געווארען דער מ"מ ביי די אכט און צוואנציג יאר.
דער אלטער סקווערער רבי איז געווען א איש קדוש, גאר א פרומער, א גאון און אפילו א למדן. כאטש ער האט ווייניג גערעדט, דאך האט די וועלט געוויסט אז ער איז א רבי פון פריערדיגען דור, וואס שלאפט כמעט נישט און איז זיך מסגף, ער לייגט אריין הויפענעס מיט זאלץ אין זיין עסען אז ער זאל נישט פילען קיין געשמאק אין די מאכלים. ער האט ממאס געווען דעם עוה"ז מיט א אמת. פארשטייט זיך פראפעגאנדע איז געווען ביי אים מאוס ומיאוס, און בילדער איז ביי אים געווען דאס ארגסטע.
ער האט געציטערט פון יעדע זאך וואס האט נאר נאר אנגערירט קדושה ענינים. ער פלעגט אריין פארען צוויי מאל א יאר פון שיכון סקווער קיין וויליאמסבורג. ער האט נישט געלאזט קיין איין בחור מיט פארען. עס איז געווען ביי אים זייער הארב, ווייל שמירת עינים איז ביי אין געווען געפערליך, און א בחור טאר נישט זיך געפינען אין שטאט. חסידים דערציילען אז אפילו א בחור האט אמאל געמוזט אריין פארען זיך קויפען א אנצוג, א הוט וכדו' פלעגט ער כמעט נישט לאזען. ער פלעגט זאגען אז די טאטע און מאמע קענען דאס אויך קויפען אן דעם בחור.
ער איז געווען ארויף געקוקט ביי גאנצען אידענטום אפילו אין סאטמאר. כאטש אז עס איז געווען אנגעצויגען פון מאל צו מאל צווישען רבין ז"ל און סקווערער רבין ז"ל, דאך האט מען אויף אים נישט גערעדט. (פון סאטמאר איז מען טאקע דאס ווייניגסטע געגאנגען קיין סקווער, אבער די סיבה איז געווען ווייל דער סאטמארער ציבור האט געהאלטען אז זייער רבי איז פיל מער ווי דער סקווערער רבי, וואס דאס איז נאך נארמאל. און אפילו אויב האט איינער, צו מערערע, גערעדט, איז די סיבה די זעלבע וואס איך האב שוין אויבען געשריבען, אז ביי חסידים דארף נישט זיין ארגעניזירט דער געדאנק צו רעדען אויף א צווייטען רבין.)
ווען דער סקווערער רבי איז נפטר געווארען האט דער היינטיגער סקווערער רבי אינדערגענומען, אבער פארשטענדליך, עס איז מער נישט געווען דאס געפארעכץ. ער האט נישט געהאט א ספעציעלע נאמען ביים חסידישען ציבור און פאפען די וועלט איז נישט מעגליך, ווי פריער געשריבען.
דער סקווערער רבי האט נישט א נאמען פאר א לערנער און אויך נישט פאר א פרומער. א קלוגער הייסט ער אין די גאנצע וועלט אבער נישט פארהייליגט. דער סקווערער רבי האט די ערשטע זאך געטון, אז ער האט נאכגעמאכט זיין טאטען אויף די האר. סיי מיטען דאווענען, פירען טיש, רעדען, פראווען, אלעס נאכגעמאכט.
אבער דאס האט נישט צוגעצויגען די מאסען אזוי ווי ביי זיין גרויסען טאטען, און דא האט אויסגעבראכען א שטיקל רעוועלאציע אין שטעטעל אליינס, ווייל דער צוזאמעשטעל פון די איינוואוינער איז געווען זייער א געמישטער. אלטע בעלזער חסידים וואס האבען אין אלטען סקווערער רבין געזען א מ"מ צו בעלז אלץ א אייניקעל, האבען זיך געצויגען קיין סקווער; אונגארישע אידען וואס האבען געזוכט פרומקייט און א ערליכען איד האבען זיך ארויסגעצויגען, אבער אלע האבען געוויסט איין זאך, אז דער רבי איז הייליג. אבער אז דער שון איז געווארען רבי, און זיי האבען אין אים נישט געזען מער קיין גרויסקייט, זענען זיי שוין נישט געווען אזאנע חסידים.
די יונגעלייט ווי דער סדר איז מיט יונגע און היציגע זענען יא צוגעשטאנען צו דעם נייעם רבין, און מען אנגעהויבען ארויס צו טראסקען משפחות רעכטס און לינקס. מערערע משפחות מיט קינדער האט מען ארויסגעשטעלט פון שטעטעל בלויז ווייל זיי זענען נישט חסידים, און ווייל זיי זעען נישט אין נייעם רבין קיין צדקות און גדלות.
נאכדעם האט מען איינגעפירט נייע תקנות פאר די איינואוינער צו פארשטארקען דאס חסידות. אויב א איינואוינער נעמט א איידעם פון א אנדערע ישיבה, טאר דאס פארפאלק נישט וואוינען אין שטעטעל. צוביסלעך האט מען פארלאנגט אז די חסידים מוזען אנטאן "שטיוועל" אזוי ווי דער רבי גייט, וואס דאס האט דער אלטער רבי קיינמאל נישט געוואלט. בילדער זענען געווארען ערלויבט. נאכמער, דאס חסידות ארבעט מיט אלע צייטונגען און בילדער מאגאזינען אז זיי זאלען לייגען בילדער פון רבין, א.א.וו. (אגב, אין בעלזא איז מיט דעם די זעלבע. כמעט יעדע וואך איז דער בעלזער רב אויף אלע פלעצער וואס לייגען בילדער.)
שפעטער מיט די יארען האט דער רבי אינגאנצען משנה געווען דעם טיש שבת און אלע טישען איבערען יאר. ווייל צו פירען טיש ווי דער טאטע האט געפירט, מיט די הענט אויף די אויגען אגאנצען טיש, וועט קיינער נישט קומען. אבער אינגאצען טוישען איז דאך ווייטער נישט פאסיג, האט מען איינגעטיילט דעם טיש אויף צוויי. ערשטע העלפט ווי דער טאטע און די צווייטע העלפט איז געווארען א נייער סארט טיש. מען זינגעט, מען טאנצט מען מאכט מיט די הענט. מען האקט די הענט אויפן טיש, אלעס כדי די וועלט זאל ווייטער קומען קיין סקווער. וואס דער אלטער רבי וואלט זיכער נישט געטון.
היינט, נישט נאר מען לאזט די בחורים קומען קיין וויליאמסבורג אויף שבת, נאר מען נעמט די בחורים און יונגעלייט צו די מאדערענסטע פלעצער אין אמעריקא כדי דער רבי זאל פארען מיטען גרעסטען טראסק און פאמפע. מען טראגט אומעטים די פארנטשען און מען מאכט דעם אויבן אן אזוי הויך אז כאטש זאל אויס זען ווי דער רבי פליט אין הימעל, אלעס אז די וועלט זאל קומען צום היינטיגען רבין פונקט ווי צו זיין טאטען.
אבער איין גרויסע מעלה האט ער, אז מיט די דרויסנדע וועלט האט ער נישט געהאט קיינמאל א געפעכט. ער האט נישט וויי געטון קיינעם און קיינער איז נישט בהחלט קעגען אים. ארויף געקוקט איז ער טאקע נישט און די וועלט האלט אים פאר א איש פשוט, אבער מען האט נישט אוף סקווערע רבין א שלעכט ווארט.
די מאדערענע וועלט איז יא געלונגען פאר סקווער זיי צו צוציען. זיי קומען כסדר אויף שבתים און מען שטעלט זיי צו מכל טוב וטוב, פון עסען ביז פלעצער אויך די פארענטשען, פון שלאפן ביז פירות און נאש אין זייערע געסט צימערען. נאר קומען זאלען זיי. און דער רבי פארט היינט שוין אויך אויף שבתים אין די מאדערן ארטאדאקסישע געגענטער, אבער אלעס "זיי" צו מחזק זיין...
דער רבי הייסט אין די וועלט זייער א קלוגער, מענשטען קומען זיך דורך רעדען מיט אים אין אלע ענינים, אבער פארהייליגט איז ער נישט. עכ"פ נישט אין די חסידישע וועלט און אין די פרומע וועלט.
דער סך הכל פון די צוויי רביס פון בעלז און סקווער: משנה זיין כדי צו ציען די "גאנצע" וועלט ארבעט נישט. יא, ביידע רביס זענען שטארק ביי זיך אין הויף, אבער אויף די וועלטס ארענע, בהחלט נישט.
סאטמאר איז נעקסט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2009 01:46 |
|
| |
ויסעו... דער דאנערשטאג איז דא, און כ'מוז ארויספארן צו די ב"ב און די לעכטיגע קינדער. צום ווידערזעהן מאנטאג.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2009 19:44 |
|
| |
פארמעגליך איז אוועק געפארן אין קאנטרי, פאַרן פאָרן האט ער מיר איבערגעלאזט א מעסעדש אין אישי.
די מעסעדש האט ער נישט געשריבן, ער האט מיר ווייטער געשיקט דאס וואס וויינשטאקל האט אים געשיקט.
פאר איך לייג ארויף וויינשטאקל'ס חכמה וועל איך קודם מאכן א שטיקל הקדמה:
איך לייג דאס ארויף דא כדי איר זאלט אלע זען מיט וועלכע סארט פארשוינען מען האנדלט דא.
די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען איז סטראשען אז זיי וועלן טערעראזירן.
ס'איז מיר זייער אינטערסאנט און איך גלייב אז פאר אייך אויך, ווי אזוי איז מעגליך אז ערוואקסענע מענטשן לערנען זיך נישט פון זייערע טעותים איין מאל און נאכאמאל. די וועלט ווייסט שוין היינט אז טעראר ארבעט נישט אבער זעט אויס אז זיי נישט.
וויינשטאקל מיינט נעבעך אז מיט שיקן א סטראשע אין אישי קען ער דאמינירן די וועלט וכו' ער רעדט זיך איין ער וועט מיט א "אזהרה" אין אישי קענען פארמאכן דעם פורום.
ליינט און לאכט'ס א גוט'ס
| כבוד פארמעגליך |
|
איך האב פאר דיר שלעכטע און גוטע נייעס. איך וועל אנהייבן מיט די שלעכטע, נאך גרויס מיה און פלאג און מיט פול סייעתא דשמיא זענען מיר דערגאנגען (מיר מיין איך טאקע א שיינע צאל חברים) ווער עס איז דער אומפארשעמטער פארשוין וואס שטייט אונטער דעם ניק 'פארמעגליך', אפילו די האסט פרובירן צו מאכן א קאווער אפ מיטן מכלומרשט אריינשיקן איינעם אין אחים אנחנו פארום אויפדעקן דיין אינדענטיפיקאציע אז די בוסט מענדל בינער, אבער עס גייט נישט, מיר ווייסן קלאר ווער די בוסט (סימן לדברי: די האסט 'גאר' א נאנטע קרוב וואס איז פון די הויפט שרייבער אין כל העולם כולו, און געהערט צו אן אנדערע פארטיי פון דיר). ע"כ די שלעכטע נייעס. די גוטע נייעס איז, אז נאכן נעמען ראט פון קלוגע אידן האבן מיר באשלאסן נישט אויפצודעקן דיין שמוציגע פרצוף (פשוט מיר שוינען דיין פרנסה, דיינע קינדער וכו' וכו') אויב די בוסט זיך מתחייב אין די קומענדיגע פאר שעה אז די הערסט אויף שרייבן דיין העסליכן ארטיקל, און די פועל'סט ביי דיין חבר מיכל וואלף אז דער אשכול זאל גענצליך אפגעווישט ווערן לעולם וועד, וועסטו פון אונז קיינמאל מער נישט הערן. ובזה סיימתי.
|
עד כאן פון וויינשטאקל
בשום אופן נישט מגיב זיין אין דעם אשכול, איר קענט לייגן אייערע תגובות אין די הערות אשכול. איך גלייב אז יעצט פארשטייט איר בעסער פארוואס איך לאז נישט דעם ברייטן ציבור מגיב זיין דא, ס'וואלט זיך פשוט קיינמאל נישט גענדיגט.
נ.ב. באמערקט אז זיין שרייבעריי ענדעלט זייער שטארק צו "דער בלאט" סטייל שרייבעריי, יעדע זאך שמירן זיי ארויף אויף די רבנים און קליגע אידן.... אויך באמערקט, ס'ווינדערט מיר זייער שטארק וואס ס'באדערט אים אזוי שטאק א פורום וואס אין זיינע אויגן איז דאס א "בית החיים" און א "קינדערישע פורום"... וואס באדערט אים א אשכול וואס איז סייווי נאר "שקרים וכזבים מיט דמיונות" עד כדי כך אז ער וויל דאס "פארמאכן לעולם ועד" אפילו נאך זיין אייגענע טויט.... וויינשטאקל, ביטע ענטפער מיר אין אישי, אויב וועסטו אפשוינען פארמעגליך אין א פאל וואס איך פארמאך דעם פורום אבער נישט לעולם ועד נאר ביז צו דיין טויט? כא כא כא
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 03/07/2009 19:48:40
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2009 21:26 |
|
| |
| מיכל_וואלף כתב: |  | |
כדי איר זאלט אלע זען מיט וועלכע סארט פארשוינען מען האנדלט דא.
|
|
וועלכע פארשוינען מיינסטו? די ארונים? הייסט האסט שוין א שטעלונג אין די דיר-פרעמדע-פאליטיק פון סאטמאר?...
כא כא כא
תוקן על ידי מעגא ב- 03/07/2009 21:25:46
|
|
|
|
|