בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/6/2009 22:10 לינק ישיר 
סמל ההודעה הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

אויב די מנהל איז מסכים, עפן איך א אשכול וואו מ'זאל קענען זאגן הערות אויף פארמעגליך, ווייל דארט לאזט נישט די מנהל צולייגן.

(דער אשכול דא באציט זיך צום אשכול די סאטמאר חלוקה, היסטאריע. איר קענט דא דעבאטירן יענעם אשכול, דערווייל האלט דער שרייבער אינמיטן זיין ארטיקל, ווען ער וועט קומען לידי גמר וועלן מיר עפענען יענעם ארטיקל פארן פאבליק. וואלווי)



תוקן על ידי שסופסקים ב- 28/07/2009 18:52:25




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 22:28 לינק ישיר 

א שאד צו ענטפערן, די אידן הערן נישט וואס מרעד צו זיי, זיי האבן זייער גלויבן (באגלייט מיט פאקטן..) און פארטיג.

אגב, אויב מעג מען מגלה זיין א צוזאמשטעל פון צוויי ניקס, דער "פארמעגליך" האט נאך א ניק "מיכל וואלף" דו"ק ותשכח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 22:30 לינק ישיר 

קרומע קעפ, איך בין מסכים זאלסט "מגלה" זיין אז פארמעגליך מיט מיכל וואלף איז איינס, אבער מיט איין תנאי.

איך וויל אז די זאלסט ארויסשרייבן ברבים! וועלכע נאך ניק'ס די האסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2009 22:33 לינק ישיר 

האט עמיצער נאכגערעכנט די גימטריא פון ביידע ניק'ס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 22:37 לינק ישיר 

(לעצטנס איז געווארן אומדערטרעגליך די "זאלי ארויני" פייט, ס'פארדרייט יעדן אשכול איינס נאכן צווייטן, [לדוגמא דעם אשכול, במקום רעדן לענין הייבט מען זיך אן רייסן ביסט יא זאלי ביסט נישט א זאלי] מהיום והלאה זענען דא 2 פרישע תקנות. 1. מ'טאר נישט שפילן כאילו מ'געהערט צום צווייטן פארטיי. 2. אויב האט איר א חשד אז א ניק שפילט יא דארפט איר זיך ווענדן צו מיר אין אישי און נישט שרייבן אויפן פורום. א ניק וואס וועט עובר זיין וועט ווערן בלאקירט. וואלווי)ע"כ פון מיר, מכאן ואילך איז פון פארמעגליך.




אדרבה. פון מיינעט וועגען בין איך גרייט פאר יעדען צן ענטפערען אויב עס איז צן די זאך. זיכער וועל איך נישט זיך וויסנדיג מאכען אויב אזעלעכע יונהלעך וועלען מיך אפפרעגען מיט זייער געווענליכע שקרים און בעקערייען. ברינג איט אן האט דער געוועזענער פרעזידענט געזאגט

תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 11/06/2009 22:39:27




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2009 22:39 לינק ישיר 

בן_חוה כתב:
האט עמיצער נאכגערעכנט די גימטריא פון ביידע ניק'ס?


מיין דו"ק מיינט עפעס אנדערש... איך וויל אבער נישט אויפרעגן וואלווי. וד"ב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 22:41 לינק ישיר 

דו מיינסט אפשר צוזאגן — כמה ניק'א איכא בשוקא?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 22:43 לינק ישיר 

שלעזינגער אדרבא לאמיר זעהן איין ווארט אז די קענסט שרייבן אמת, און צו די זאך, אפצוענטפערן דאס אייזערנע ארטיקל פון פארמעגליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 22:46 לינק ישיר 

איך וויל עפעס בעטען פון אלע וואס ווילען דא מגיב זיין. דא וועט מן הסתם זיין זייער א היציגע דיבעיט. אפשר וואלט געווען א הצעה אז יעדער זאל נוצען איצט איינמאל דאס מאקסימום אינטעליגענץ. לאמיר איינמאל אלע זיך מתאמץ זיין נישט צו שרייבען שקר צו נוצען ספינס וואס יעדער ווייסט אז עס איז שקר. אויך פארוואס האט מען געשריבען אויפן קעפעל דאס ווארט "שקרים"? עס קען ווען שטיין: דעבאטע אויף די ווערטער פון פארמעגליך? דאס איז א משל פון אום אינטעליגענט. אלזא ביטע לאמיר אלע באווייזען אזאנס וואס איז נאך קיין מאל נישט געשען דא אין פארום. געדענקט: נישט גיין פערזענליך, נישט אטאקירן מיט ווערטער און יעדער ווייסט וואס איך מיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2009 23:05 לינק ישיר 

איין וויכטיגער חלק פון היסטאריע וואס ער פארפעלט צו אדרעסירן איז די "הוא ולא אחר" צוואה וואס ער האט געזאגט פאר הירצקא צוויבל.

פאר די וואס זענען נישט אזוי באקאנט מיט די הוא ולא אחר געשיכטע:

א פאר יאר פאר די מחלוקה האט דער ברך משה איבערגעגעבן פאר ר' הירצקא צוויבל - א סאטמארער ראה"כ און וומ"ב און א פריוואטער לערנען חברותא פונעם ברך משה פאר איבער 10 יאר - אז ער איז איהם מגלה דעת רצונו אז נאר ר' אהרן זאל זיין דער איינציגער ממלא מקום אויף גאנץ סאטמאר בכל קצבי תבל, "הוא ולא אחר", רב צוויבעל האט איהם ספעציפיש איבערגעפרעגט צו מ'זאל עפעס געבן פאר ר' זלמן לייב, האט דער רבי קעטגאריש און מיט גאר שארפע טערמינען עס אפגעווארפן און נאכאמאל געזאגט "הוא ולא אחר". שפעטער האט ר' זלמן לייב געפרעגט רב צוויבל'ן וואס דער רבי האט גערעדט אין געהיים מיט איהם,נאכן נישט וועלן זאגן האט ר' זלמן לייב אליינס געפרעגט "איז עס איבער דער ענין פון ממלא מקום לאחר מוע"ש, אז נאר דער קר"י רב זאל זיין דער ממלא מקום? אונז ווייס מיר דאס שוין ער האט אונז שוין דאס געהאט אנגעזאגט ביי אן אנדערן געלעגנהייט" אזוי האט זלמן לייב אליין מודה געווען פאר צוויבל'ן דעמאלטס....דאס אלעס האט רב צוויבל געשילדערט אין די שבעה פונעם ברך משה פאר אן ארון קודש אינעם סאטמארן ביהמ"ד אויף הופער סטריט.

איך האב קיין שום סיבה צו חושש זיין אז רב צוויבל א תלמיד חכם א פארשטענדליכער מענטש, א נונטער מענטש צום ברך משה האט קיין שום רעקאד פון זיין א ליגענער אדער ווילדער שארפער מענטש, זאל זיך אויפשטעלן פאר א ספר תורה פאר אן עדה אידן און סתם פארבריצירן א מעשה וואס איז לא הי' ולא נברא.

ואם כנים דבריו איז 90% פון דיין בנין מער ווייניגער ציווארפן און צישטערט.

ביטע אדרעסירט דאס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 23:12 לינק ישיר 

פארמעגליך האט דאס אדרעסירט און איינע פון זיינע ערשטע תגובות אז דער ברך משה האט געפרעגט צוויבל 10 יאר פאר די פטירה וואס די רשעים האבן געוואלט ער זאל אונטערשרייבן. דו"ק ותשכח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 23:17 לינק ישיר 

א גוטן
דער שרייבער פארמעגליך זעהט אויס צו זיין א געוועזענע סאטמארע חסיד אין מאזה סיבה שהוא האט ער זיך אויפגערעגט, באליידיגט, זיך נישט דורכגעקומען מיט רבינו שליט"א אין די יארן פון נ"ח נ"ט אין דארט האט זיך געענדיגט זיין שייכות מיט סאטמאר אין זיך צוזאמגעשטעלט מיט די מהרסים פון די קהילה אבי סאיז קעגן ר' אהרן טייטלבוים נישט ווייל ער דארף א צווייטער רבי וכדו'
יעצט ער שרייבט אסאך אמת'ע פאקטן, אסאך שקרים, אסאך זאכן לאט ער אויס אין שרייבט בכלל נישט לפי רוחו אז זיין צעשה זאל שטימען, אין אויך זיך סותר

איך וויל מיר נישט טענה'ן מיט איהם ווייל ער וויל דא קומען פארקויפן א מעשה וואס איז דיזיינט ספעציעל פאר איהם און זיינע אינטערעסן (עפעס קעגן ר' שמואל ווידער....)
יעצט אפאר קליינע הגהות אין פאקטן
רבינו שליט"א האט יא גערעדט ביי די בר מצוה בבית רז"ל אין ירושלים סאיז אפילו געדרוקט  אין ספר אבני שהם.
משה האט נישט פארגינען אז דער רבי פארט האט ער מיט געשיקט רע חיים יושע מיט די אנדערע קינדער.
די אסיפה פונעם רבין מיט די ראשי הקהילה ר' בערל פריעדמאן מיט ר' יענקל כהנא וואו דער רבי האט זיי געזאגט אז זיי זאלן אויפנעמען רעב אהרן אין געזאגט אז קהל האט א כוח בי"ד אין מען האט געוואונטשען לחיים (יענקל כהנא לייקענט עס היינט צוטאגס נאכדעם וואס שפעטער האט ער געסוויטשט צו זאלי ווייל משה האט איהם צוגעזאגט די ראש הקהל פאסטען וואס ער האט אגב אויך צוגעזאגט פאר ר' בערל יאקאבאוויטש  אין אנדערע ראשי קהילה אין זיי האבן עס ברוך ה' אפגעווארפען)
ער שרייבט אז אין די סוף נ' יארן האט דער רבי שוין נישט געוויסט וואס גייט פאר מיט איהם און האט נאר געקענט רעדן מיט א צעטל, אויב אזוי וויאזוי האט דער רבי געקענט אויפנעמן ר' ז"ל פאר רב אין וויליאמסבורג (ווייל אזוי וויל פארמעגליך...)
ער לייגט אראפ די מעשה כאילו רבינו שליט"א האט געפירט עפעס מערכות מיט זיין טאטן די רבי ז"ל יעדער ווייסט וואו נאנט און פארבינדן די צוויי זענען געווען ביז די אנשי דלא מעלי האבן זיי אפגעטיילט מיט געוואלד
ו
וואו אויך שרייבט ער אז יעדער האט געוואוסט אז דער סיגוטער רב (רז"ל) קען בעסער לערנען וואו זיין עלעטערע ברודער, אדרבא אז ער קען טאקע קומט זיך איהם ערשט יעצט פעטש (אזוי ווי מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן אז די קענסט יא? ערשט יעצט דארפסטו כאפן) פארוואס ווייסט קיינער נישט פון זיין גאונות?? פארוואס האט ער אויפגעהערט צו זאגן שבת הגדול שבת שובה דרשות??? צו האט איהם ר' חיים געלערענטער בעל סמיכה לחיים איהם גערופן צו די תורה (אוטש...)

מער וועט נאכפאלגן






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2009 23:25 לינק ישיר 

אויב שפירסטו נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן בכלל דאן ענטפער נישט. וואלווי



תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 11/06/2009 23:23:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 23:26 לינק ישיר 

רעגן שטריימל
אויב איז ריכטיגן וואס צוויבל האט געזאגט, קען נאך אלס זיין אז צען יאר פריער האט דער ברך משה געהאלטן "הוא ולא אחר" אויף ר' אהרן, און צען יאר שפעטער האט ער באשלאסן "מקום יש לחלק".





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2009 23:34 לינק ישיר 

קרומע_קעפ כתב:

אויב שפירסטו נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן בכלל דאן ענטפער נישט. וואלווי



תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 11/06/2009 23:23:39



איך האב טאקע בכלל נישט געענטפערט, איך האב נאר געשריבן צו די אנדערע ארונים אז ס'איז איבריג צו ענטפערן.

וואלווי, וואס גייט לעצטנס פאר מיט דיר? עס טוט זיך א געמעקעכטס עפעס געפערליך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2009 23:35 לינק ישיר 

פארמעליך אללין שרייבט דאך אז 10 יאר שפעטער איז דער רבי שוין נישט געווען בקו הבריאות און נאר געקענט רעדן פון א צעטל
אויך האט רבי הירצקא צוויבל געזאגט דאן ברבים אז די רבי האט איהם קלאר געזאגט אז ער פילט אז ער ווערט שוואך אין ער פאנגט אן צו פארגעסן וועגן דעם האט ער איהם דאמאלט געזאגט הוא ולא אחר

אזוי אויך האט איבער געגעבן הרב הארוויץ סאטמאר רב פון מאנטשעסטער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext