איך וועל נישט רעאגירן אויף די מסקנות פון דיינע אזויגערופענע פאקטן איך וויל נאר איבערצייגן די סילופים פון די עצם פאקטן
ס'האט נישט קיין שום זין צו אפענטפערן יעדע מעשה'לע וואס פארמעגליך פארציילט, ווייל ס'איז ענדלאז, ממש יעדער איינציגע מעשה איז שוין דורכאויס די היסטאריע פון היידפארק צענליגע מאל אויסגעטענה'ט געווארן יעדע מעשה'לע האט לכאורה געבוירן 5 ביז 10 אשכולות, יעדע אינצידענט לייקענען עסן די ארונים שטיין און ביין, און זיי האבן גרייט א פונקט פארקערטע מעשה, איך דארף זיין א וועלטס ליידיגייער צו האבן די צייט צו איבערקייען יעדע קליינע אלטע אירעלעווענט היסטאריע. בקיצור מ'דארף איבערשרייבן גאנץ היידפארק.
איך וועל נאר זאגן בקיצור נמרץ דעם אנדערן זייט פונעם שטעקן אפאר פאקטן (אוואדי דער זאלי וועט זאגן אז ס'ליגנט אבער איך האב רעכט עכ"פ עס צו זאגן):
פאקט 1: מתחלה, די ערשטע 85 פונעם ברך משה'ס לעבן האט דער רבי געוואלט אז סאטמאר זאל זיין איינס און אך ורק אונטער די הנהגה פון ר' אהרן, ער האט געהאלטן אז ער איז ראוי דערצו, אויף דעם זענען דא צענדליגע עדות, און רוב זאליס אינקלודינג ר' זלמן לייב וועלן דאס מודה זיין קיינער איז עס נישט מודה, ליתר שאת זענען דא די 2 עדים נאמנים וואס האבן דאס געזאגט ברבים, 1 ר' הירצקא צוויבל, 2 ר' ישראל חיים הורוויץ (האסטו אמאל געוואוסט אז די רבי האט געהאלטן אז זיינע גבאים זענען רשעים און שקצים און ער האט געוואוסט אז עס וועט אמאל קומען א צייט אז ער וועט וועפן און די רשעים וועלן קומען זאגן זאכן אין זיין נאמען וואס איז פונקט פארקערט פון וואס ער האלט וכו', האסטו אמאל געוואוסט דערפון? סאו זעהסטו אז דו און כמעט קיינער האט נישט געוואוסט וואס די רבי האלט אויף מענטשן וואס די רבי האט לפנים געהאלטן אז זיי זענען געטריי און עס כמ"פ געזאגט ברבים און יעדער איינער אינקלודינג "אלע" ארונים און ר' אהרן האבן אזוי געהאלטן אז די רבי האלט ער איז געטריי, סאו וואס איז די ראיה אז מענטשן האבן געוואוסט?) אוואדי דער זאלי וועט זאגן אז זיי זענען יצא מדעתם, זאל זיין אזוי. (קיינער דארף עס נישט זאגן, עס זאגט זיך פון זיך אליין)
2: דער רבי איז געווען דער ערשטער וואס האט מציע געווען די המצאה צו אריינברענגען ר' אהרן'ן קיין וומ"ב, ער האט דאס געזאגט פערזענליך פאר ר' בערל פרידמאן און ר' יאנקל קאהאן. סתם א אפענער גראבע שקר (עיין לקמן)
3: ר' בערל פר"מ איז קיינמאל נישט געווען ספעציעל אין ר' אהרן'ס אינערליכע סורקל, ער האט געוואוינט אין בארא פארק, געווען דער וומ"ב ראה"ק, ס'יז אבסורד צו זאגן אז ער האט געהאט עפעס א געהיימע אגענדע מיט ר' אהרן צו אנהויבן א מרידה קעגן דער ברך משה, די זעלבע איז מיט ר' דוד הויער און די איבריגע רוב אנדערע טובי הקהלה, זיי האבן גארנישט געהאט עפעס מער מיט ר' אהרן'ן ווי סיי ווער, ס'נישטא קיין שום באווייז אויף דעם. שקר. ער איז יא געווען און עס איז טאקע דא באווייזן קודם דער וועג וויאזוי בערל פר"מ האט מאניפולירט די אסיפה א' חוה"מ אין ויוא"מ און נאכדעם ביים רבין, וואס מען דארף זיין בלינד און טויב עס נישט צו קענען זעהן, ווי אויך נאך פארשידענע באווייזן אז ער איז טאקע יא געווען פון דעם איננער סירקעל און א חלק פון דעם פארכאפונג און פארשווערונג
4: דער גרעסטער און פאנאטישסטער חסיד פון ר' אהרן איז אלס נאר געווען זיין טאטע. דאס האט מען אלס געהערט הונדערטער מאל ברבים און ביחיד. נישט אז איך האלט אינגאנצן אזוי און נישט אז דאס איז עפעס מחייב בנוגע דאס רבנות, איז אבער וויכטיג אנצוצייגן אז עס האט זיך נישט אנגעהויבן אז די רבי האט פלוצלינג אויפגעהערט ליב צו האבן זיין זוהן, פארקערט עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער זוהן האט געוואלט פארכאפן די מאכט פון זיין טאטען און נישט געוואלט איינשטימען מיטן טאטן צו געבן פארן אנדערן זוהן אויך עפעס, און אויב דו וויילסט א תירוץ קוק מיין תגובה ביי פאקט איינס
5: די איינציגע סיבה פארוואס די אלע טובי הקהלה און ר' בערל בראש האבן באשלאסן צו אריבערברענגן ר' אהרן קיין וומ"ב איז נאר ווייל זיי זענען אלע געווען חסידים נאמנים פון רבי'ן און זיי האבן געהאלטן פאר א דבר פשוט מאוד אז זיי זענען מיט דעם ממלא רצונו פון רבי'ן, ס'איז ביי זיי געווען איינגעבאקן אין די ביינער ווי דער רבי האט אלס געוויזן זיין שאיפה אז בנו בכורו איז ראוי לאותו איצטלא און ער עתיד צו פירן עדת סאטמאר. עיין לעיל פאקט 3. בנוגע בערל פר"מ
דא מוז איך ענק געבן קרעדיט אז יענע שטיק צייט ווען עטס זענטס געווען בגבהי מרומים האט עטס עס גוט אויסגענוצט סיי מיט טעראר און סיי מיט ברעינוואשונג און אויפקלערונגען יעדן טאג א דאזען צעטלעך קונטריסים אויפקלערונגען דרשות הסברות פאשקעווילן א.א.וו., מען האט געציטערט דעמאלטס אין ביהמ"ד אויב מען האט זיך נישט אויפגעפירט פונקט אזוי משוגע ווי יאנקאוויטש (איר געדענקט אים נאך?...) און צו זאגן אדער טוהן עפעס אנדערש פון ענקערע פארשריפטן, און עטס האט מיטגעשלעפט דעמאלטס א ריזן חלק פון דעם ציבור
6: ר' זלמן לייב ווען ער איז געקומען קיין וומ"ס איז ער געקומען לחלק יצאת, נישט צו זיין נאך א רב אונטער זיין טאטע, למה נגרע, נאר צו זיין א צוקנופטיגער אדמו"ר, דער קונקורענץ פון ר' אהרן, א זאך וואס אויב ר' זלמן וואלט עס ווען מציע געווען פאר זיין טאטען בשנים כתיקונם וואלט ער איהם געגעבן אזא זעץ אז ער וואלט זיך געדארפט זוכן זיינע ציינער. וואס דער רבי האט געמיינט און וואס ער האט געהאלטן און פארוואס ער האט געהאלטן קען מען קלאר און פונקטליך הערן סיי ביי דעם התמנות און סיי ווען חיים לעזער האט געפאדערט אז דער רבי זאל צוריק ציעהן, ווי ער ענטפערט פונקטליך קלאר און דייטלעך סיינע סיבות און זיינע ענטפערס אויף אלע טענות וואס די ארונים האבן דעמאלטס ארויסגערוקט (אפילו וואס חיים לעזער האט נישט דערמאנט), איך בין ביליאן פראצענט אז קיין איין דאקטער ריכטער אדער דיין וועט נישט זאגן אז דאס מיינט געוועפט אדער ער איז נישט געווען אינגאנצען ביים זינען, מען זעהט קלאר ווי ער האט ארויסגעהאט די גאנצע נושא און געענטפערט אזוי דייטליך דבר דבור על אופניו,(און "דאס" איז די סיבה פארוואס עד היום האט מען קיינמאל נישט גערופן צו די"ת בנוגע הרבנות, נאר פרובירט מיט זייטיגע דריידעלעך מיטן שלייער קהל און בערל פר"מ האט זיך נישט געשעמט צו זאגן אפען און מען האט עס אפילו געשריבן אין די פראפאגאנדע אויסגאבעס אז מען מיינט בכלל נישט די רבנות, ווייל מען האט געוואוסט אויב הייבט מען אהן קלאהר מיט דעם איז עס DOA)
7: פון עטוואס א יאר 2 פאר יענעם חוה"מ האט דער רבי'ס מענטל מצב הבריאות אננגהויבן נאך צילאזן. האסט אריינגעלייגט א ווארט מענטל, איך וויל נאר וויסן צו זעקס אזייגער פארטאגס חוה"מ נאך 3 טעג יו"ט איז די מענטל מצב הבריאות אוקעי?
8: פאר קרוב צו 7 יאר און א צי, האט זיך אנגעהויבן א סיסטעמאטישע העצונג פון לגיונות אין בילבולים קעגן ר' אהרן ביים רבי'ן ז"ל, מען האט נישט צוגעלאזט קיין איין מענטש וואס זאל זאגן איין גוט ווארט אויף ר' אהרן. איך ווייס נישט וועלכע זיבן יאר דו רעדסט, אבער איך וועל דיר זאגן פון וואס איך רעד אז זייט די רבי האט ממנה געווען ר' זלמן לייב האט ר' אהרן וחסידיו אנגעהויבן מיט א פינסטערע שמוץ און בזיונות קאמפעין אנטקעגן זיין טאטן צו אונטערמינעווען דאס התמנות (און עס האלט נאך אהן עד היום הזה), מען האט צוגעלאזט כמעט יעדעם איינעם צום רבין אויסער אפענע מחוצפים, שמואל הכהן און שלמה זלמן האבן זיך געדרייט דארט פונקט ווי פאר תשנ"ט עד יומו האחרון, שמואל הכהן איז געווען פלענטי אליין מיטן רבין סיי פאר תשנ"ט און סיי נאכדעם, האט ער נישט געקענט אפשטעלן עטוואס די שוידערליכע בילבולים העצערייען און לגיונות? האט ער נישט געקענט הערן פון רבין סיי וועלכע מימרא וואס צוויבל און הורוויץ האבן געהערט?
9: פון די ערשטע קלאסישע העצערייען אז ר' אהרן זאגט אז ער וועפט, דער רבי האט זיך דאן אויסגעדרוקט ברבים "איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא צער" (ווען?) איר הערט ווערטער פון א מלחמה איבערלעבער? תיקון טעות איך וועל דיך פאררעכטן פון די ערשטע קלאסישע העצערייען פון ר' אהרן איז געווען אז ער וועפט, איר הערט ווערטער פון א זוהן א רב בישראל אויף זיין טאטען?
10: די צווייטער קלאסישע ליגנט, אז ר' אהרן און ר' מענדל האבן ציגע'גנב'ט זיין הויז, סתם א לצנות און א בלאף, וואס איך ווייס פאר א פאקט פון ווי ווייסטו מען האט דאך קיינעם נישט צוגעלאזט? אז דער רבי ז"ל האט זיך זייער אויפגעגעסן דערפין, ער האט נעבעך ערנסט געהאלטן אז ר' אהרן איז פשוט'ער שווינדלער וואס זוכט איהם צו באנקראטירן און ארויסשטעלן האומלעס, קען זיין אז ער האט אזוי געהאלטן, און מיט רעכט און נישט דווקא וועגן די הויז מעשה נאר אלע אנדערע זאכן ביז אהין (דרך אגב א תירוץ אדער הסבר פאר די מעשה נבלה ווייסט מען נאך אלץ נישט)
11: די טרויעריגע באקאנטע מאחורי הפרגוד קאסעטן טוען דאס פעסטשטעלן. דא בין איך מיט דיר עס טוט טאקע פעסטשעלן אלע מיינע פאוינטס וואס איך האב געשריבן אז אז "זייט די
רבי האט ממנה געווען ר' זלמן לייב האט ר' אהרן וחסידיו אנגעהויבן מיט א
פינסטערע שמוץ און בזיונות קאמפעין אנטקעגן זיין טאטן צו אונטערמינעווען
דאס התמנות"
12: ווען דער רבי ז"ל האט געמאכט זלמן לייב פאר וומ"ב רב ווי אויך געשריבן די צוואה, און בעסטן פאל (קודם דארף מען פעסטשטעלן צו דער רבי האט געוויסט וואס ער טוט אבער און בעסטן פאל) האט ער עס געטאן אויפן חשבון אז ר' אהרן פירט א מרידה קעגן איהם, לויפט זאגן אז ער וועפט, גנב'עט איהם זיין הויז וכו וכו. דאס מיינט אז ער האט דא געטאן אזאך וואס איז לעולם נגד רצונו, נגד וואס ער האט אלס געוואלט כל ימי חייו, אלעס אויפן חשבון פון לגיונות, לצנות און בילבילום, און אילמלא ער וואלט געוויסט אז דאס איז אלעס סתם בלאף איז נישטא קיין שום מקום צו טראכטן אז ער זאל האבן חוזר געווען פון זיין ארגינעלן רצון
מיט דיין גאנצע תגובה ביז יעצט פרובירסטו צו פארדרייען היסטאריע, די אלע ברבים העצערייען און געמיינע פעולות פון בנו הגדול (אדער ווי דו ווילסט עס רופן אז מען האט געהעצט דעם רבין קעגן זיין זוהן גנבעט זיין הויז וכו' נישט צוגעלאזט קיין מענטשןוכו', רופט אין קאורט וכו') איז געווען "נאכדעם" וואס ר' זלמן לייב איז געווארען רב אין וומ"ס, דו פרובירסט אנצושטעלן אז ווייל מען האט געהעצט דעם רבין יארן קעגן זיין זוהן, נישט צוגעלאזט יארן קיין מענטשן צו אים, פארציילט בילבולים און לגיונות וועגן קאורט און די הויז וכו' וועגן דעם האט מען געקענט ארומשפילן מיט זיין מענטל מצב הבריאות, און מאכן ר' זלמן לייב פאר רב, עס איס געווען פונקט פארקערט, פון פסח ביז נאך שבועות האט זיך דער רבי כמעט נאר געפונען אין קר"י ווי ר' אהרן איז יעדן טאג געווען ביי אים און אפילו ווען דער רבי איז דא געווען אין וומ"ס איז ער אריינגעקומען יעדן טאג צו זיין טאטן און אין קר"י איז חוץ דעם וואס ער איז דארט געווען האט ער זיכער געמאכט אז איינער פון זיינע קינדער זאלן שטענדיג זיין אין שטוב (אפשר דעמאלטס האט ער עס קונה געווען ווייל ער מיט זיינע קינדער האבן זיך געמאלטס אזויפיל געדרייט דארט אז מען האט טאקע געקענט מיינען אז עס איז זייערס) "דעמאלטס" האט ער געמאכט ר' זלמן לייב פאר רב און ער האט געזאגט און פארציילט פונקטליך וואס און פארוואס ער טוט דאס, ער האט קיינעם נישט געשאלטן ער האט זיך נישט געבייזערט אויף זיין זוהן און געזאגט אז ער מאכט דאס קעגן אים (אינטרעסאנט וויאזוי ער האט דאס געקענט באהאלטן מיט זיין פראבלעמאטישע מענטל מצב הבריאות?)
ע"כ בקיצור נמרץ דער כראנאליגיע פון די גאנצע פרשה, און איך זאג שוין פאראויס אז איך פלאן נישט און איך האב נישט קיין נערוון צו איבערקייען אלטע אויסגעדראשענע מעשיות, איך ווייס שוין ממילא וואס די תירוצים וועלן זיין, און נישט צו דעם האב איך געוואלט צוקומען.
ע"כ בקיצור
נמרץ דער כראנאליגיע פון די גאנצע פרשה, און איך זאג שוין פאראויס אז איך
פלאן נישט און איך האב נישט קיין נערוון צו איבערקייען אלטע אויסגעדראשענע
מעשיות, איך ווייס שוין ממילא וואס די תירוצים וועלן זיין, און איך בין נישט אינטערעסירט דא צוצוקומען צו עפעס ספעציעל נאר קלאר מאכן די אזויגערופענע פאקטן וואס מען וויל באשאפן
וואס איך האב געוואלט צוקומען איז אזוי:
עס אינטערעסירט מיך נישט צו וואס דו האסט געוואלט צוקומען, די פאקט איז אז דיינע פאקטן זענען אפגעפרעגט, און עס איז נאריש זיך מטפל צו זיין מיט מסקנות געבויעט אויף אפגעפרעגטע פאקטן.
דער אמת איז די אלע מעשיות פון בימים ההם - 10 יאר צוריק - זענען כהיום שוין אין די קאטעגאריע פון "היסטאריע", ס'שוין אירעלעווענט, די אומשטענדן האבן זיך שוין דראסטיש געטוישט, כהיום זענען די צוויי צדדים צוויי זעלבסטשטענדיגע חסידות'ן בכל קצבי תבל, קיינער האט נישט "די בחורים מיט אינגעלייט'', יעדער האט זיך "זיינע" בחורים און "זיינע" אינגעלייט, קיינער האט נישט וומ"ס קיינער האט נישט בארא פארק (איך רעד נישט פון די בנינים) יעדער האט זיך זיין אייגן חסידות איבעראל, מיט זיינע אנטשטאלטן (צו אלטע צו נייע). און אפי' לו לצויר די ארונים זאלן לייגן א האנט אויף די אלטע בנינים אין וומ"ס, אדער די זאליס און ב"פ און קר"י וועט דער אויוונדערמאנטער מציאות זיך נישט רירן פון מקום דאס איז כתוב וחתום.
איז די שאלה פארוואס מאלט מען דא וואסער? דער תירוץ איז אזוי: די סיבה פארוואס די זאליס זענען אלס - און לעצטנס מער - פארנומען צו איבערקייען יענע היסטאריע איז ווייל זיי דארפן עס לעבנסווויכטיג פאר א בארואיגונגס פיל פאר זייער דעפערעסיע און דעמאראליזאציע. איך וועל עס מסביר זיין: דער אמת איז דאך אזוי, אודה ולא אבוש, יענעם חוה"מ האט ר' אהרן ארייגעכאפט א היסטארישע מכה שלא כתובה בתורה, דאס איז קלאר, קיינער וועט עס נישט לייקענען. אבער מיט דעם אלעם די מציאות איז אז לפלא גדול כהיום זענען די זאליס זייער דיסעפוינטעט און קריצן מיט די צייט זעהנדיג ווי ר' אהרן שטייט יעצט, אפי' דער זאלי וועט זאגן א מיליאן מאל "רב הצעיר" "ראדני" "צוויבל" "שמחת תרה" וכו וכו, איז עס אלעס משפה לחוץ, בתהום לבבו טראגט ער נישט אריבער וואו ר' אהרן שטייט. און מ'זעהט עס קלאר און דער איד עדיטאריעלס, בלומענפעלד, אדער סיי וועלעכער זאלי ווען ער צולאזט זיך.
די הארבע שאלה איז פארוואס? זייער פשוט, דער מציאות איז אז זייט יענעם חוה"מ, וואס א יאר שפעטער, האט זיך אלס מער געהויבן די קאנפידענט ביי יעדער זאלי אז ר' אהרן איז מער ווייניגער קאפוט, ער איז היסטאריע, ער האט נישט קיין שאנס צו זיין עפעס אן ערענסטער זאך, זיי האבן געמאכט זייער א לאגישער חשבון: דער רבי דער ברך משה איז דאך אינגאנצן מיט ר' זלמן לייב'ן, ער ארבעט אויף אלע פראנטן פאר איהם און קעגן ר' אהרן, על פיו ישק ומי יבא אחריו, דאס מיינט יעדער סתם פארעווער ערענסטער מענטש וועט גראד זיך צושטעלן צו ר' זלמן לייב'ן, פארוואס זאל איינער זיין משוגע און זיך קריגן קעגן רבי'ן אליינס, יעצט ר' זלמן לייב זעלבסט איז דאך דער קלוגער נועם המידות ער איז פרענדלי ער איז נארמאל ער לערנט בעסער אפ א שטיקל גמרא, וכו וכו, ווידער דער אהרן איז דאך א אפגעפליקטער משוגענער, קלאטשט ווי א צידרייטער הכל יודך, רייסט זיך מיט די גאנצע וועלט, זאגט עפרא לפומי', קוקט אויף מענטשן אין מקוה וכו וכו, נו פארוואס זאל א נארמאלער מענטש קוקן אויף זיין זייט, אויב מ'קען בדרך כבוד און מיט דיגניטי זיך צושטעלן צו זלמן לייב'ן, פארוואס זאל מען גיין אן אומוועג צו זיך צישטעלן צו דעם צידרודלטן אהרן, העכסטנס וועט ער האבן זיינע פאר הונדערט משוגעים דא דארט וואס וועלן זיך עקשנ'ן, אבער סוף כל סוף, אחרי ככלות הכל וועט ר' זלמן לייב זיין דער נארמאלער אנגענומענער סאטמארער רבי מיט די צוואה און מיט די הויז אויף בעדפארד עוועניו, יעדער דרויסנדיגער רב וועט ליב האבן ר' זלמן לייבן ער איז דאך דער באטעמטער קלוגער, און ר' אהרן וואס האט נישט קיין חן און רעט ווי א צידרייטער, וועט זיצן און קלאטשן און קרית יואל ווי קיינער - אויסער זיינע פאנאטיקער - וועט נישט האבן קיין סיבה צו קוקן אויף זיין זייט. פארוואס יא?
דאס איז געווען דער חשבון פון יעדען דורכשניטליכער זאלי 10 יאר צוריק ווען די פילוג האט זיך אנטוויקלט, די וואס האבן שוין אמאל גערעדט צו א ריכטיגער זאלי פארשטייען עס זייער גוט, און וואס א יאר שפעטער איז די עקספעקטעישן מער און מער געוואקסן א ר' זלמן לייב גייט דא זיין דער פולקאמער יורש און אהרן איז רעדוצירט צו א סעקנד קלעסס רבי.
מ'דארף פארשטיין אז מצד הזלונים איז די גאנצע אגענדע נאר א פערזענליכע פייט, אלעס איז נאר נקמה קעגן דעם איינעם פארשוין, נעמליך אהרן ט"ב, זיי קענען איהם נישט סובל זיין, דאס איז ידוע, ווען זיי הערן זיין נאמען שווינדלט זיי די קאפ, ממילא ווען זייער אפעטיט איז אנגערייצט געווארן, און זיי האבן זיך ערענסט גערישט אז דער אהרן גיין מער ווייניגער אפגעווישט ווערן פון די מאפע, איז זעלבסטפארשטענדליך אז ס'זייער שווער צו אראפשלינגן פאר א זאלי צוקוקנדיג די מצב ווי ר' אהרן שטייט, וואס למעשה איז ער ארגיועבלי די גרעסטע חסידישע רבי און אמעריקע און אפשר אין די וועלט (אדער עכ"פ כמעט אזוי גרויס ווי ר' זלמן לייב איך וויל פשוט נישט אז מ'זאל זיך איבער דעם טענה'ן ווייל מ'וועט פארטיגן לכאורה אין יאר תשצ"ז) דאס איז ווייט נישט וואס דער זאלי האט זיך געשארפט די ציין יענעם חוה"מ.
ס'שווער צוריק צו טראכטן וואס דער מצב איז דעמאלטס געווען, היינט נעמט מען עס שוין פאר גרענטעד, אז ר' אהרן איז פון די גרעסטע רבי'ס, פירט סאטמאר, וכו, אבער טראכטנדיג צוריק וואסערע מצב ר' אהרן איז געווען יענע יארן נאך יענעם חוה"מ איז מיר ממש א נס ופלא גדול צו זעהן וויזוי ר' אהרן האט זיך צוריקדערארבערט צו אזא הויכן שטאפל, איך מיין איך זעה נישט קיין איין לאגישער סיבה פארוואס ער וואלט געדארפט האבן איין נארמאלער מענטש, דער רבי האט דאך נאר געוואלט ר' זלמן לייב, ער האט פארשטאלטן ר' אהרן, ר' זלמן לייב זיצט בכבוד אויף 550 בעדפארד, ער האט די קלארע צוואה, א שיינער נועם המידות, מלא חן, ווי האט דער אומב'חן'טער שלעגער אהרן די ביזנעס צו האבן אפי' 10 נארמאלע מענטשן, אלע ODDS זענען געווען קעגן איהם, ס'מוז זיין עפעס א רוחניות'דיגע כח, ווייל גשמיות זעה איך נישט, נישט קיין בנינים, נישט קיין צוואה, נישט קיין חן, נו וואס יא?
איך האף נאך ממשיך צו זיין, הרבה דיו נשארו בקולמוס
איך לאז רעאגירן
נשלח ב-16/6/2009 21:10
קראך_היט כתב:
ס'האט נישט קיין שום זין צו אפענטפערן יעדע מעשה'לע וואס פארמעגליך פארציילט, ווייל ס'איז ענדלאז, ממש יעדער איינציגע מעשה איז שוין דורכאויס די היסטאריע פון היידפארק צענליגע מאל אויסגעטענה'ט געווארן יעדע מעשה'לע האט לכאורה געבוירן 5 ביז 10 אשכולות, יעדע אינצידענט לייקענען עסן די ארונים שטיין און ביין, און זיי האבן גרייט א פונקט פארקערטע מעשה, איך דארף זיין א וועלטס ליידיגייער צו האבן די צייט צו איבערקייען יעדע קליינע אלטע אירעלעווענט היסטאריע. בקיצור מ'דארף איבערשרייבן גאנץ היידפארק.
איך וועל נאר זאגן בקיצור נמרץ דעם אנדערן זייט פונעם שטעקן אפאר פאקטן (אוואדי דער זאלי וועט זאגן אז ס'ליגנט אבער איך האב רעכט עכ"פ עס צו זאגן):
פאקט 1: מתחלה, די ערשטע 85 פונעם ברך משה'ס לעבן האט דער רבי געוואלט אז סאטמאר זאל זיין איינס און אך ורק אונטער די הנהגה פון ר' אהרן,
דער ברך משה האט דאס קיינמאל נישט געזאגגט ברבים, בלייבט דאס ממילא ווייטער א ארוינישער פאקט ער האט געהאלטן אז ער איז ראוי דערצו, אויף דעם זענען דא צענדליגע עדות, און רוב זאליס אינקלודינג ר' זלמן לייב וועלן דאס מודה זיין,
קומט א ארויני און רעדט אין נאמען פון די זאלי'ס, איי די זאלי'ס לייקענען דאס? א קשיא אויף א ארויני! ליתר שאת זענען דא די 2 עדים נאמנים וואס האבן דאס געזאגט ברבים, 1 ר' הירצקא צוויבל, 2 ר' ישראל חיים הורוויץ,
האסט נאר פארגעסן צו דערמאנען אז די צוויי דערמאנטע עדים "נאמנים" זענען "פעיראל... כא כא אוואדי דער זאלי וועט זאגן אז זיי זענען יצא מדעתם, זאל זיין אזוי.
ווייטער רעדסטו בשם די זאלי'ס?
2: דער רבי איז געווען דער ערשטער וואס האט מציע געווען די המצאה צו אריינברענגען ר' אהרן'ן קיין וומ"ב, ער האט דאס געזאגט פערזענליך פאר ר' בערל פרידמאן און ר' יאנקל קאהאן.
קוק איבער די טרענסקריפט פון די מיטינג, בערל זאגט קלאר "די רבי האט מיר גערופן "היינט צופרי"" און עטליכע מינט שפעטער אויפן זעלבן טעיפ זאגט דער זעלבער בערל "איך בין שוין "א לענגערע צייט" פארבינדן מיט ר' אהרן וועגן די רבנות"... כא כא כא
3: ר' בערל פר"מ איז קיינמאל נישט געווען ספעציעל אין ר' אהרן'ס אינערליכע סורקל, ער האט געוואוינט אין בארא פארק, געווען דער וומ"ב ראה"ק, ס'יז אבסורד צו זאגן אז ער האט געהאט עפעס א געהיימע אגענדע מיט ר' אהרן צו אנהויבן א מרידה קעגן דער ברך משה, די זעלבע איז מיט ר' דוד הויער און די איבריגע רוב אנדערע טובי הקהלה, זיי האבן גארנישט געהאט עפעס מער מיט ר' אהרן'ן ווי סיי ווער, ס'נישטא קיין שום באווייז אויף דעם.
דאן פארוואס איז ער געשטאנען אין פארבינדונג מיט ר' אהרן א האלבע יאר פאר דער ברך משה האט אים גערופן? א קשיא אויף א ארויני.
4: דער גרעסטער און פאנאטישסטער חסיד פון ר' אהרן איז אלס נאר געווען זיין טאטע. דאס האט מען אלס געהערט הונדערטער מאל ברבים און ביחיד.
ער איז האט טאקע געהאלטן פון ר' אהרן, און אויך פון ר' זלמן לייב, ער האט אליינס געזאגט עטליכע מאל ברבים "כלום אב מעיד על בנו?"
5: די איינציגע סיבה פארוואס די אלע טובי הקהלה און ר' בערל בראש האבן באשלאסן צו אריבערברענגן ר' אהרן קיין וומ"ב איז נאר ווייל זיי זענען אלע געווען חסידים נאמנים פון רבי'ן און זיי האבן געהאלטן פאר א דבר פשוט מאוד אז זיי זענען מיט דעם ממלא רצונו פון רבי'ן, ס'איז ביי זיי געווען איינגעבאקן אין די ביינער ווי דער רבי האט אלס געוויזן זיין שאיפה אז בנו בכורו איז ראוי לאותו איצטלא און ער עתיד צו פירן עדת סאטמאר.
הער איבער די טעיפ'ס קיינער האט נישט גערעדט פון "פירן עדת סאטמאר אינם עתיד" נישט קהל און אוודאי נישט רבינו ז"ל. די מדובר דארט איז געווען וועגן אריינקומען 2-3 מאל א וואך אין וו"ב מאכן שלום צווישן קהל. און אפילו אויף דעם האט ר' בנימין הירש פראטעסטירט אז מ'געט נישט קיין געלעגענהייט פאר קהל צו זאגן א מיינונג ווייל וועם מאיז חושד... וד"ל, ווארפט מען גלייך ארויס. אפילו די וואס האבן מיטגעשטימט האבן אלע געזאגט "אויב די רבי האט געהייסן, וואס איז דא צו רעדן דערוועגן?" זיי האבן נעבעך נישט געוויסט אז די רבי האט נישט געהייסן, די רבי האט סך הכל "מסכים" געווען אז ר' אהרן זאל קומען אויף וו"ב שבתים וואס די רבי וויילט נישט אין שטאט, די רבי האט נישט דערמאנט קיין "איין" ווארט וועגן רבנות.
6: ר' זלמן לייב ווען ער איז געקומען קיין וומ"ס איז ער געקומען לחלק יצאת, נישט צו זיין נאך א רב אונטער זיין טאטע, למה נגרע, נאר צו זיין א צוקנופטיגער אדמו"ר, דער קונקורענץ פון ר' אהרן, א זאך וואס אויב ר' זלמן וואלט עס ווען מציע געווען פאר זיין טאטען בשנים כתיקונם וואלט ער איהם געגעבן אזא זעץ אז ער וואלט זיך געדארפט זוכן זיינע ציינער.
דאס איז דיין פערזענליכע געפיל, ר' זלמן לייב האט דיר קיינמאל נישט געזאט פארוואס ער איז געקומען. חוץ מזה, פארוואס ווען ר' אהרן האט גערעדט וועגן רבנות האט ער געכאפט א פליק אין די ציין און פאר דעם האט ער זייער געוואטשט צו רעדן וועגן קומען דא דארט העלפן, ח"ו נישט צו דערמאנען רבנות אבער ווען מ'האט גערעדט וועגן ר' זלמן לייבס רבנות האט רבינו תיכף מסכים געווען? א קשיא אויף אן ארויני.
7: פון עטוואס א יאר 2 פאר יענעם חוה"מ האט דער רבי'ס מענטל מצב הבריאות אננגהויבן נאך צילאזן.
די אליינס זאגסט אז מ'האט פארן רבי'ן נישט געקענט פארקויפן לאקשן, והא ראי' אז ווען ער האט געזען דיין קדוש האט ער געשמייכלט, אויב אזוי איז זייער שווער פארוואס ער האט געשמייכלט צו ר' זלמן לייב. מעיק אפ יור מיינד האט ער געקאלעכט צו נישט?
8: פאר קרוב צו 7 יאר און א צי, האט זיך אנגעהויבן א סיסטעמאטישע העצונג פון לגיונות אין בילולים קעגן ר' אהרן ביים רבי'ן ז"ל, מען האט נישט צוגעלאזט קיין איין מענטש וואס זאל זאגן איין גוט ווארט אויף ר' אהרן.
סתם א שקר ווייל ער האט זיך מיט ר' אהרן אליינס געטראפן עטליכע מאל אין די צייט.
9: פון די ערשטע קלאסישע העצערייען אז ר' אהרן זאגט אז ער וועפט, דער רבי האט זיך דאן אויסגעדרוקט ברבים "איך האב קיינמאל נישט געהאט אזא צער" איר הערט ווערטער פון א מלחמה איבערלעבער?
פארפאלן, דיין קדוש האט געזאגט ביי זיין באקאנטע יקרבו דרשה האט ער געזאגט "מיין טאטע ווייסט נישט צו היינט איז מיטוואך צו היינט איז דאנערשטיג". דאס איז אין איינע פון די טעיפס וואס משה גבאי וויל נאך נישט ארויסגעבן וועגן א סיבה וואס איז אים באקאנט.
10: די צווייטער קלאסישע ליגנט, אז ר' אהרן און ר' מענדל האבן ציגע'גנב'ט זיין הויז, סתם א לצנות און א בלאף, וואס איך ווייס פאר א פאקט אז דער רבי ז"ל האט זיך זייער אויפגעגעסן דערפין, ער האט נעבעך ערנסט געהאלטן אז ר' אהרן איז פשוט'ער שווינדלער וואס זוכט איהם צו באנקראטירן און ארויסשטעלן האומלעס.
דער אמסטערדאמער האט געהייסן דעם סיגיטער ראש הקהל אינטערשרייבן אויף א ליידיגע פאפיר והדברים ידועים, אויב וויסטו נישט פרעג זיך נאך, דאס איז פשוט גניבה.
11: די טרויעריגע באקאנטע מאחורי הפרגוד קאסעטן טוען דאס פעסטשטעלן.
12: ווען דער רבי ז"ל האט געמאכט זלמן לייב פאר וומ"ב רב ווי אויך געשריבן די צוואה, און בעסטן פאל (קודם דארף מען פעסטשטעלן צו דער רבי האט געוויסט וואס ער טוט אבער און בעסטן פאל) האט ער עס געטאן אויפן חשבון אז ר' אהרן פירט א מרידה קעגן איהם, לויפט זאגן אז ער וועפט, גנב'עט איהם זיין הויז וכו וכו. דאס מיינט אז ער האט דא געטאן אזאך וואס איז לעולם נגד רצונו, נגד וואס ער האט אלס געוואלט כל ימי חייו, אלעס אויפן חשבון פון לגיונות, לצנות און בילבילום, און אילמלא ער וואלט געוויסט אז דאס איז אלעס סתם בלאף איז נישטא קיין שום מקום צו טראכטן אז ער זאל האבן חוזר געווען פון זיין ארגינעלן רצון
דאס איז אלעס דיינע דמיונות מיט רצונות, דיין קדוש אליינס -די וועלטס גרעסטער איש אמת- האט אליינס מכתיר געווען ר' זלמן לייב, מיט זיין באקאנטע א.ב. דרשה, ער האט אליינס מעיד געווען ברבים אז זיין טאטע וויל ר' זלמן לייב אלס רב אין וו"ב. (קען גאר זיין אז ער איז ווייניגער באגלייבט ווי די פעיראל צוויבל און הורוביץ? אפשר, גיי ווייס).
ע"כ בקיצור נמרץ דער כראנאליגיע פון די גאנצע פרשה, און איך זאג שוין פאראויס אז איך פלאן נישט און איך האב נישט קיין נערוון צו איבערקייען אלטע אויסגעדראשענע מעשיות, איך ווייס שוין ממילא וואס די תירוצים וועלן זיין, און נישט צו דעם האב איך געוואלט צוקומען.
וואס איך האב געוואלט צוקומען איז אזוי:
יעצט זענען שוין דיינער ווייטעריגע מעשיות דמיונות
איך לאז רעאגירן
נשלח ב-16/6/2009 23:14
אויב עס איז ריכטיג?
פוסקהדור כתב:
רעגן שטריימל
אויב איז ריכטיגן וואס צוויבל האט געזאגט, קען נאך אלס זיין אז צען יאר פריער האט דער ברך משה געהאלטן "הוא ולא אחר" אויף ר' אהרן, און צען יאר שפעטער האט ער באשלאסן "מקום יש לחלק".
נשלח ב-18/6/2009 00:21
וואס הרב צוויבען האט געזאגט האט נישט קיין הלכה קראפט ווען קעגען אים איז דא א שטר מיט עדות.
אפילו אויב הרב צוויבל וואלט געווען מער חשוב ווי די עדות איז דאס אויך נישט נוגע, אין אפילו אויב ער זאגט אמת איז אויך נישט משנה.
נשלח ב-18/6/2009 00:29
גרינטושו
טראץ דעם וואס איך שעץ דיר זייער, מיז איך דיר אויפמערקזאם מאכען, אז פון די תגובה קיקט עפעס אויס אז די האסט ידיעה און חו''מ פונקט וואו הרה''ג ישראל חיים מנשה און אבן עזר
נשלח ב-18/6/2009 00:39
נאך א זאך מיז מען אריין טראכטען פארוואס איז די בריוו פון רבינו הקוה''ט זי''ע אז מען זאל זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה פון הר''ר ר' יואל שליט''א בן כ''ק אדמו''ר שליט''א, וואו אויך די וועלטס בארימטע ידי כידי בריוו אונטער געשריבען פון די צוויי חשובע דיינים געווען געשריבען כתי''ק פון רבינו זי''ע און די צוואה (וואס כמעט קיין יוד וואס האט נאר א מאל געגעבן א קוויטעל פארן ברך משה גלייבט דעראון) געטייפט געווארן מיט א קאמפיוטער?
סתם אזוי פאר די אונפארמאציע ווער האט אויף געטייפט די בריוו איינער ווען בן פראדעל האט געטרויט מיט אזא שליחות, אדער מען האט סתם אזוי גענימען א שרייבער פון די גאס?
אונז האבן ב''ה זוכה געווען א לעצטענס האט איינער פון די גאר הויכע שישקעס פון די זאלי פארטיי אנגעהויבן שרייבן דא אויפן פארק, עס זעט אויס וואו ער האט צוטריט צו קוואלעפעצירטע אונפארמאציע, אונז וואלטן אלע באצת הנאה געהאט ווען ער העלפט אונז ארויס מיט די דילמה
נשלח ב-18/6/2009 02:39
פארשטיי
איך קען נישט הרב ישראל חיים מנשה פערזענליך, אבער איך האלט נישט אז איינער וואס רופט אבן העזר אזוי ווי די באבעס רופען לאוודע מלכה דארף איך מיך מיט אים מתווכח זיין אין עפעס וואס יעדער וואס האט אמאל געלערנט די בבות צו מסכת גיטין און קידושין ווייסט.
עווען עזער!!!!!
אבער אז די צו איינער וויל דא מאכען א אשכול וועגען הלכות עדות, ירושה, שטר ראיה, שטר קנין, עדות בשטר, תרי ותרי בין איך מיך גרייט משתתף צו זיין
נשלח ב-18/6/2009 15:28
פארשטיי שרייבט:
דו אלע אונפארמאציע וואס פארמעגליך שרייבט איז שוין געדריקט געווארען און קינטרוס מיטן נאמען הצילה משפת שקר ווער עס האט עס זאל מקיים זיין א תמנה טוב און פארשפארען די שרייב ארבייט מיט די ארבייט פון זיכען חומר און פקטען פון יענע ביטערע תקיפה פון אונזער חשובער קאלעגע פארמעגליך
*
איך האב דעם קונטרס קיינמאל נישט געזען. די צוויי טראנסקריפטען האב איך באקומען אין אימעיל, און קען זיין אז זיי האבען דאס גענומען פון דארטען.
אויסערדעם דארף יעדער צו וויסען, אז עס שוין דורך אריבער צען יאר פון יענע צייטען און פיל וואסערען זענען שוין דורך געפלאסען דעם אוקינוס, ממילא איז דאך זיכער אז פון ערגעץ מוז איך דאך נעמען אינפארמאציע. איך האט דאך די אנפארמאציע נישט ארויסגעזויגען פון פינגגער. און מען קען זען אז איך שרייב נישט קיין "יונה לאקשען" די אלע זאכען זענען געווען ידוע לכל, נאר איך פריש אויף די געשיטעס וואס איז שוין פארשטויבט פאר יארען.
אבער דעם פאציפישען קונטרס האב איך גראדע נישט געזען. איך פארש אויס פון אלע זייטען און פילע מענטשען האבען אריינגעשיקט אינפא, וואס איך האב וועריפייד מיט פארשידענע קוואלען, און ווי איר אלע זעט האט מען נאך קיין איין ליגענט נישט געכאפט. ב"ה.
אויב איז די סיבה פון'ם מיטונג געווען 'די רבי האט מיר היינט אנגערופן' וואס זאגט ער דערנאך ''עס איז געווען א הצאה צו מאכ'ן ר' זלמן לייב'ן'' ביי וועם איז געווען די הצאה...?
איין שטארקע קשי' דארף אבער 'פארמעגליך' אדרעסירן דהיינו ר' בערל זאגט די רבי האט אויך אנגערופן ר' יענק'ל און איך זעה נישט אז ר' יענק'ל זאל זיך האבן עפעס אנגערופן דערויף עס אפצולייקענען?
*
די ביידע פונטס דיינע זענען אייזערנע. די ערשטע איז א פוינט וואס איך האב פשוט נישט געכאפט. די צווייטע איז אזוי.
דאס וואס ר' יאנקל זאגט גארנישט דערוועגען איז אויך נישט א ראיה אז דער רבי האט אים יא עפעס געזאגט וועגען רב הצעיר ווייל דאס זאגט אויך נישט ר' יאנקעל. עס קען זייער זיין אז ער האט מורא געהאט צו זאגען איצט, ווען ר' אהרן איז שוין געווארען דער רב הצעיר, אזוי ווי בנימין הירש האט ארויבגעברענגט.
און מען זעט טאקע אז ר' יאנקל גליק רופט שוין אן ר' אהרןנען, ביי די מיטינג, עטליכע מאל מיטען נאמען "דער רב". דאס איז טייטש אז עס שוין געווען א פשטות ביי זיי אז ר' אהרן איז געווארען דער רב, און ר' יאנקעל כהנא איז נישט דער גאטסי מענטש זיך אויף צו שטעלען אין אזא צייט, עס אפצו לייקענען. אזוי טראכט איך פשוט.
אויסערדעם, זעט מען דאך אז סיי ר' יאנקל גליק און סיי ר' יאנקל כהנא, זענען גלייך דערנאך געווארען געשווירענע מענטשען פארען נייעם רב דער היינטיגער רבי שליט"א. און עס ווייסען אלע אז די צוויי זענען גאר ערענסטע מענטשען אלץ געווען, און אויף זיי קען מען נישט זאגען אז זיי האבען געהאט א חלק אין די ווינטערדיגע - תשנ"ט - פוטש פלענער. ווייל סיי ר' אהרן און סיי בערעל האבען געוויסט אז די צוויי וועלען נישט מיט ארבעטען מיט א פוטש קעגען רבין.
און מען זעט ביי די מיטינג אז די ביידע ר' יאנקלעך זענען געווען גאר ערנסט דערשיטערט פון די בזיון פון די תוה"ק און פון רבין. דאקעגען פון בערעלס ווערטער זעט מען א גלייכגילטיגקייט און אפילו ליצנות פון די שב"ק געשיכטע. ליין איבער די מיטינג, וועסטו פארשטיין מיינע ווערטער.
נשלח ב-18/6/2009 15:54
פארשטיי כתב:
נאך א זאך מיז מען אריין טראכטען פארוואס איז די בריוו פון רבינו הקוה''ט זי''ע אז מען זאל זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה פון הר''ר ר' יואל שליט''א בן כ''ק אדמו''ר שליט''א, וואו אויך די וועלטס בארימטע ידי כידי בריוו אונטער געשריבען פון די צוויי חשובע דיינים געווען געשריבען כתי''ק פון רבינו זי''ע און די צוואה (וואס כמעט קיין יוד וואס האט נאר א מאל געגעבן א קוויטעל פארן ברך משה גלייבט דעראון) געטייפט געווארן מיט א קאמפיוטער?
סתם אזוי פאר די אונפארמאציע ווער האט אויף געטייפט די בריוו איינער ווען בן פראדעל האט געטרויט מיט אזא שליחות, אדער מען האט סתם אזוי גענימען א שרייבער פון די גאס?
אונז האבן ב''ה זוכה געווען א לעצטענס האט איינער פון די גאר הויכע שישקעס פון די זאלי פארטיי אנגעהויבן שרייבן דא אויפן פארק, עס זעט אויס וואו ער האט צוטריט צו קוואלעפעצירטע אונפארמאציע, אונז וואלטן אלע באצת הנאה געהאט ווען ער העלפט אונז ארויס מיט די דילמה
איך וועל דיר זייער קורץ ענטפערען, און נאר אויף די פוינט פון די חתונה פון ר' אהרןס יואלי. ווייל אויף די אנדערע פוינטנס, וועזטו מוזען ווארטען, ביז איך וועל אנקומען צו די צוואה.
איצט בנוגע די חתונה: עס איז אפילו נישט קיין חילוק ווער עס האט געשריבען דעם רבינס בריוו, און ווער עס דעם רבין קאנווינסד נישט צו גיין אויף זיין די חתונה.
ווער עס געדענקט, האבען ר' אהרנס מענטשען צושטערט די חתונה פון ר' יואל דער זון פון היינטיגען רבין, וואס איז פארגעקומען בערך איין וואך פאר ער איז געווארען רב, ח"י סיון תשנ"ט. מען האט דעמאלטס געשטויסען און פארבלוטיגט דעם אבי החתן, מען האט אים נישט געלאזט טאנצן מיט זיין אייגענעם זין. די נענטסטע מענטשען צו ר' אהרן האבען דאס ארקעסטרירט און ארגאנעזירט. ר' אהרן האט געשמייכעלט, פרייענדיג זיך אז מען ווייזט פאר ר' זלמן לייבען איינמאל פאר אלעמאל.
דעמאלטס האט מען געטון פיל ארגער ווי נישט לאזען א זיידען גיין צו א אייניקעלס חתונה. זאל ביטע קיינער נישט קומען און שרייען ווי א קאזאק הנגזל, "רח"ל, מען לאזט נישט קיין זיידען קומען צו א אייניקעלס חתונה". אנטשולדיגט ר' אהרן, דו האסט נישט געלאזט א טאטען זיך פרייען מיט זיין זונס חתונה. ר' אהרן, דו האסט געשטערט א טאטען טאנצען מיט זיין זין! דו האסט אים פיזיש געשטויסען און צובליטיגט ביי די חתונה פון א קינד!
איך וועל מיך נאך צוריקערען צו יענע טעג, באריכות, ווען מען ווען האלטען דארטען
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 18/06/2009 15:56:32
נשלח ב-18/6/2009 16:18
טייערע פארמעגליך
קודם דער נאר זאל ארויסגיין פון מקווה איך זע אזס די באשטעטיקסט אז די ביזט פון די הויעכע שישקעס ביי די זאלי פארטיי, וכאן הבן שואל הגז''ל האט דאך שטרענג פארבאטען צו שרייבען אויפן פארק אלזא וואס טיסטו דא?
דער נאך האסטו בכלל נישט אדרעסירט דאס וואס איך האב געפרעגט איך האב געפרעגט פארוואס די בריוו פון נישט גיין צו די חתונה איז געווען כתי''ק און די צוואה קדושה איז געווען געטייפט
2 ווער האט געטייפט די צוואה?
נשלח ב-18/6/2009 16:34
גרונטשו קודם עס איז מיר א גרויס כבוד אז די ווילסט ריך מיט מיר נישט מתווכח זיין יישר כח
צום ענין: אבן העזר, איך האב געמאכט א טעות אבער דיין טעות און פולפאכיג מער, טוה א קיק די שרייבסט צוויבען אנשטאט צוויבעל, די ווייסט נישט ווער הרה''ג ר' ישראל חיים מנשה איז. אבער אז ר' זלמניו איז רבי און סאטמאר דאס ווייסטו יא
אויף דיר איז געזאגט געווארען די גמרא מה לך אצל אגדה כלך מדברותיך אצל נגעים ואהלות. די ביזט דאך א ת''ח, אלזא זעץ דיך לערנען און רעד נישט אריין און קיין נושא, וואס די ביזט נישט באקאנט און גאנצען
נשלח ב-18/6/2009 18:01
פארמעגליך כתב:
ווער עס געדענקט, האבען ר' אהרנס מענטשען צושטערט די חתונה פון ר' יואל דער זון פון היינטיגען רבין, וואס איז פארגעקומען בערך איין וואך פאר ער איז געווארען רב, ח"י סיון תשנ"ט. מען האט דעמאלטס געשטויסען און פארבלוטיגט דעם אבי החתן, מען האט אים נישט געלאזט טאנצן מיט זיין אייגענעם זין. די נענטסטע מענטשען צו ר' אהרן האבען דאס ארקעסטרירט און ארגאנעזירט. ר' אהרן האט געשמייכעלט, פרייענדיג זיך אז מען ווייזט פאר ר' זלמן לייבען איינמאל פאר אלעמאל.
דעמאלטס האט מען געטון פיל ארגער ווי נישט לאזען א זיידען גיין צו א אייניקעלס חתונה. זאל ביטע קיינער נישט קומען און שרייען ווי א קאזאק הנגזל, "רח"ל, מען לאזט נישט קיין זיידען קומען צו א אייניקעלס חתונה". אנטשולדיגט ר' אהרן, דו האסט נישט געלאזט א טאטען זיך פרייען מיט זיין זונס חתונה. ר' אהרן, דו האסט געשטערט א טאטען טאנצען מיט זיין זין! דו האסט אים פיזיש געשטויסען און צובליטיגט ביי די חתונה פון א קינד!
איך וועל מיך נאך צוריקערען צו יענע טעג, באריכות, ווען מען ווען האלטען דארטען
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 18/06/2009 15:56:32
שתי שאלות, ווי איז נועם המדות, און וואס טוט זיך מיט לא תקום, דאס איז אויב איז אמת וואס דו שרייבסט
יעצט בנוגע די עצם מעשה, איך בין געווען ביי די חתונה, חיים יושע גאלד האט געכאפט געהרגטע שלעק, יא, אבער רז"ל נישט, מעגליך מען האט זיך געשטופט ווען חיים יושע גאלד האט געזוכט צו מאכן פראוואקציעס
און בנוגע רבינו שליט"א, פון ווען דער חתן איז אריינגעקומען ביזן בענטשן איז דער רבי נישט דארט געווען, יענע נאכט האט רי"ח גרינוואלד חתונה געמאכט, ער איז געווען ביי יענע חתונה און דערנאך ווייס איך נישט, אבער נישט אין ביהמ"ד, ער איז צוריקגעקומען ערשט ביים בענטשן
ממילא פארקויף נישט קיין לגיונות