בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/6/2009 18:10 לינק ישיר 

ער איז יא געווען דארטען, און איך ווייס נישט דעם זייגער ווען ער איז געווען און ווען ער איז נישט געווען. ער האט צושטערט א חתונה פאר זיין ברודער.

און יא, מען האט געשלאגען חיים יושע גאלד א וואך שפעטער, ווען ער האט געוואלט אריין ברענגען דעם עמוד פארען נייעם רב.

דער היינטיגער רבי שליט"א האט געהאט צובליטיגטע ווייסע זאקען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2009 18:45 לינק ישיר 

ביי די חתונה האט מען חוץ דעם אבי החתן אויך געשטויסען דעם מאנסיער רב ר' חיים יהושע האלבערשטאם וואס האט געהאט אפאר צעריסענע אדערן פון די שרעקליכע שטויסערייען, מן הסתם האט זיך וואלןסח פארטוישט און ער האט געמיינט צו שרייבן ר' חיים יהושע האלבערשטאם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 19:12 לינק ישיר 

קען זיין. איך מוז נישט געדענקען יעדע פרט.

איך וויל נאר פרעגען מר. וואלן סח, שעמטס עטץ ענק אז מען האט געשטויסען דעם חתןס טאטע ביי זיין זונס חתונה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2009 19:26 לינק ישיר 

זענען דא פראהאן ניקס וואס געדענקען יענע חתונה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2009 19:47 לינק ישיר 

אוי ווי איך געדענק יענע חתונה

דאס רשעות וואס דארט האט זיך אפגעטאן

מיילעך דייטש איז געשטאנען ביי א פאול מיט זיינע בחורלעך

אין מענאווערט דו גאנצע חתונה ווי אזוי צו מאכן אויס חתונה

אין יעדע מענטש וואס איז אריינגעקומען צו דע חתונה וואס איז נישט געווען אן ארוני

האט מען געוויזן דו בית הכסא דעס איז געווען דו הויעכפונקט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 19:54 לינק ישיר 

איך געדענק כמעט יעדע רגע פון יענע חתונה.

ער - דער געוועזענער קר"י רב - איז געווען אינמיטן די סעודה. רבינו שליט"א - דעמאלט'דיגער ירושלימ'ער רב האט געטאנצן מיט צובליטיגטע זאקן.

תוקן על ידי עטגאסט ב- 18/06/2009 19:53:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 20:42 לינק ישיר 

נאך וואו אינז געדענק מער די חתונה! עס איז געווען די אנפאנג פון די מחלוקה נאר די פאר שיינע יאר וואס סאטמאר איז געווען על הגובה, און מיטאמאל האט געלאנדעט אויף אונזערע קעפ אזא נארישע ביטערע מחלקה, און מען האט אויפגעברענגט א נאמען אלס מ''מ פאר רבינו הקוה''ט זי''ע א חשובער יונגעמאן וועם כמעט קיינער און סאטמאר האט נישט געקענט ער איז אלע מאל געווען אזוי שטיל און איידעל מען האט קיינמאל נישט געהערט פון אים א הויעך ווארט נישט און לערנען און נישט ווען מען האט געפייניקט, און געצאפט דאס בליט פאר זיי הייליגע פאטער,
דער עולם  האט זיך פשוט געשטופט צו אים מען זאל אים קענען זען פון די נאנט,
אזוי אויך איז דעלמאלס געווען נאכן חלום וואס די ברך משה זי''ע האט געהאט פונעם הייליגען עצי חיים אלזא ווער האט נישט געוואלט זען א חשובער יונגעמאן וואס האט אונגאנצען די צירה פונעם הייליגען עצי חיים זי''ע? איז ער געווארען א ביסעל צוזאם געקריקט! נא! פון דעם מאכט מען אזא עסק??




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2009 20:56 לינק ישיר 

מיין טאטע לאזט מיר נישט ענטפערען פאר מענטשען וואס רעדען נישט צן די זאך. ממילא, פארשטיי, איך טאר דיר נישט ענטפערען. כיבוד אב איז א דאורייתא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2009 21:01 לינק ישיר 

פארשטיי כ'פארשטיי דיך נעבעך זייער גוט. ביי אונז אין סאטמאר האט מען אלעמאל אזוי געטוהן. ווען דער דברי יואל איז אוועק האט מען גענומען דעם סיגוטער רב פון בארא פארק, עפעס א חשובן רב וואס מ'האט אין סאטמאר ווייניג געהערט פון אים ביז דעמאלט און מ'האט נישט צופיל געוואוסט וועגן זיינע געוואלדיגע מעלות. דאס זעלביגע האט מען געטוהן נאכן ברך משה. וואס קען מען טוהן, כך נהגו בסאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2009 04:15 לינק ישיר 

איך בין ערשטוינט צו זעהן די היפאקריטיזים ביי די ארונים. פארוואס ביי די חתונה פון הרב רבי יואל בשנת תשנ"ט האט מען געמעגט מצער זיין דעם מחותן, רבינו שליט"א, ווידעראום ווען ר' אהרן האט חתונה געמאכט זיין יואלי און דער ברך משה האט אים געווארענט אז ער וועט נישט קומען אויף די חתונה נאר טאמער ער וועט ארויסגיין פון קארט, און ר' אהרן האט זיך אנגעפיפן און געגאנגען ווייטער זיין נארישען וועג, און ווען דער ברך משה איז נישט ערשינען צו די חתונה – ווי ער האט אים געווארענט - האט ר' אהרן געברעטשעט ביים קבלת פנים מיט קראקידיל טרערן, הלמאי מען איז אים מצער, און מען לאזט נישט דעם טאטן קומען צו די שמחה. מאי שנא? ביטע א נארמאלען תירוץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2009 06:55 לינק ישיר 

איינער קען ארויף לייגען דעס קאנסוס פון ר' שלמה לייב'ן ווי אויך דער צוואה אז ער ווערט ממלא מקום אין וויליאמסבורג?

איך מיין אז דער גאנצע נושא וועט קלארער ווערן ווען מען וועט זען פון וואס מען שמועסט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2009 20:06 לינק ישיר 

זעט עפעס אויס וואו בן פראדעל געזגענט זיך שוין פון דער וועלט בשטומ''צ! און ער האט געדינגען אונזער קאלעגע הרב פארמעגליך זאל זיין געזינט זאל אים פראבירען ריינצווואשען, פון די גאנצע סימטאכע וואס ער האט אנגעווערשאפט און סאטמאר, און חזקה על שליח שעושה חזקתו

ער פראבירט מיט אלע כוחות אראפצומשלען די געשענישען וואס האט פאסירט און יענע ביטע תקיפה, אלס נאטירלעך קיינער העצט נישט דעם ברך משה, מען לאט יעדן צו צו אים, אלעס פירט זיך נארמאל,

מיר געדענקן אלע אז אויף יעדער יוד וואס האט געהאט א געמיינזאמער שפאך מיטן ברך משה זי''ע איז נגזר געווארען א איסור יחוד, איך געדענק א אונטערסאטנער פרט, אויפן הייליגען טיש פון ברך משה זי''ע איז געווען א זייגער מיט די אויסשטעל פון ביהמ''ד  הגדול און קר''י, זייט דער ברך משה האט געמאט דעם 24 שעהדיגע צירוק דריי איז די זייגער אויפגעטוישט געווארען מיט א געהערידגע זייגער, כדי דער ברך משה זאל זיך ח''ו נישט דערמאנען פון קר''י.

בן פראדעל האט אינסטאלירט ווידיא ביין ברך משה אונדערהיים

בן פראדעל האט נישט געלאזט דער ברך משה קימען אויף קר''י נאר צו לווי וואס מיר געדענקן נאך וואו דער ברך משה האט געדארפט ארויס גיין האט ער געמיזט גיין און גאז סטאנציע ווייל יעדע מינוט וואטס ער איז געווען און קר''י איז געווען א סכנה

בן פראדעל האט נישט געלאזט דעם ברך משה קימען אויף שמחות פון די אייניקלעך

פארוואס????

ווייל ער האט געפירט דעם ברך משה וואו אזוי ער האט געוואלט!

קלאר גערעד: דער ברך משה האט נישט געוואלט צוטיילען סאטמאר קיינמאל נישט! ער האט געזאגט איך וויל פאר ר' אהרן אלעס

משה פריעדמאן האט געוואלט אז עס זאל זיין איין סאטמאר מיט א רבי וואס הייסט זלמן, בדיעבד אויב עס ארבייט זיך נישט אויס, זאל זיין כאטש צוויי,








דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2009 20:20 לינק ישיר 

פארשטיי, איך וועל מיך נישט באציען צו דעס מערהייט פון דיינע ווערטער, ווייל איך וועל צו אלעם צוקומען אין א שפעטרדיגע צייט. אבער דאס וואס דו שרייבסט אז משה האלט זיך שוין ביים געזעגענען, איז דא צוויי פונקטען.

1) ווען ער שטארבט וועט דאס זיין ר' אהרןס הקפדה?

2) און לאמיר זאגען אז ער האלט ביים שטארבען. פון מיינעט וועגען פארדינט ער סיי ווי צו פארשריבען ווערען מיט גאלדענע ווערטער.

אבער איך בין נישט זיינע א מענטש און מיר קענען זיך נישט. קיינער האט מיך נישט געדינגען. הלואי זאל איך באקומען באצאלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2009 20:21 לינק ישיר 

ווען האט דער ברך משה געזאגט אז ער וויל אלעס געבען פאר ר' אהרן? און פאר וועם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2009 20:28 לינק ישיר 

פאר הרה''ג נפתלי הירצקא צוויבעל שליט''א
פאר הרה''ג ישראל חיים האראוויטץ שליט''א
און אזוי האט געזאגט הגה''צ דער בארא פארקער רב שליט''א ביי אסיפת אקרו''ט יום ג' טהרה תשס''ו אז ער האט עס אליינס געהערט מפה קדשו א פאר מאל
הרה''ג חיים צבי מייזליש שליט''א ר''י מהרי''ט
לויט הרה''ג נפתלי הירצקא  שליט''א האט עס די ברך משה געזאגט פאר ר' זלמן לייב טייטעלבוים שליט''א אויך  אויך פאר די ראשי הקהלה אבער הרה''ג ר' נפתלי שליט''א האט נישט געזאגט פונקליך פאר וועם פון די ראשי הקלה דער רבי זי''ע האט עס געזאגט
פאר ר' שלום אליעזר ט''ב שליט''א

דאס איז וואס איך ווייס איך בין זיכער עס איז דא נאך אדרבה ווער עס ווייסט זאל זאגען!!!!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 10 11 12 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.