בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/6/2009 21:28 לינק ישיר 

דאס וואס בן חוה זאגט אז ר' אהרן איז פערזענליך אריינגעמישט ווייס איך אויך ערשטע האנט!

האט איר שוין צוויי עדות'שאפטן, הגם עס האט נישט קיין דין פון "צוויי עדות", נאר פון צוויי מאל "עד אחד", אבער לשיטת הארונים אז צוויבל מיט האראוויץ זענען "צוויי עדים", כאטש ס'איז נאר צוויי מאל "עד אחד" וואס על פי הלכה איז דאס נישט מחייב ווען מ'דארף צוויי עדים. קען בן-חוה מיט פוסק הדור אויך פאררעכנט ווערן "על פי שני עדים יקים דבר".
ספעציעל ווען שמואל ווידער נעמט אן אז א טעקסט מעסעדזש אויף א בלעקבערי איז שטארק פראוו, איז דאך צוויי ניקס אויף היידפארק זיכער שטארקע פרוואו.....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2009 21:33 לינק ישיר 

פוסק, וועמעס טעקסט מעסעדש סיסטעם איז "סאטמאר ניוס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2009 21:34 לינק ישיר 

באמת באלאנגט דאס נישט דא, אבער שוין געפרעגט דא, איז שוין דערנאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2009 21:55 לינק ישיר 

סאטמרחסיד כתב:

בן חוה, איך האב מיר באצויגן צו דער הגדת עדות, אזוי פון אונטער די ארבעל שארסטו ארויס א פארלוימדונג קעגן מהר"א, אפשר ברענגסטו פרוף דערצו ?

אויף די אנדערע זייט ווי איך דיר פרעגן, אפשר זאגסטו מיר וואס מהרז"ל זוכט ביי ישראל ווידער אין אפיס, אויב ער איז נישט אינוואלווד אין די קעיס ?

מ'האמיר שיינס דערלעבט

דו זאגסט אז  ר' אהרן'ס זיין פארמישט אינעם קעיס איז פארלומדונג? איך האב אלעמאל געמיינט אז ר' אהרן'ס מענטשן "ראעטעווען סאטמאר". פלוצעם איז עס א פארלומדונג?

צווייטנס (חוץ פון די הסברים וואס אנדערע גולשים האבן שוין געשריבן), וואס איז די פראבלעם מיט א מהרז"ל באזוך ביי ישראל ווידער? איז עס שלא על פי תורה אדער שלא על פי מענטשליכקייט?

קוק נאר ווי מ'פארדרייט א טעמע. איך האב סך הכל רעאגירט אויף א טענה, אז היות ר' אהרן איז פארנומען מיט דעם עול פון אזויפיל הייליגע ענינים (זע די ליסטע אויף די פריערדיגע זייט) האט ער נישט קיין צייט פארן קאורט קעיס.

פלוצעם איז נולד געווארן א צווייטער וויכוח: פארוואס מעג מהרז"ל יא?

ווער האט פון דעם אפילו גערעדט? מ'האט סך הכל אפגעוואנדן די טענה, אז ר' אהרן האט נישט קיין צייט דערויף ווייל ער איז פארנומען...

צו פירן מיט אן אהרוני א ויכוח מיינט אלעמאל אז אינמיטן וועט ער טוישן דעם גאנצן מהלך און פארפירן דעם שמועס אויף אן אנדערע שטרעקע.

קיינער האט נישט געזאגט אז ר' אהרן'ס פערזענליכע אינוואלוומענט אין קאורט קעיס איז מער עוולה פון די גאנצע הליכה בערכאות שלא ברשות בית דין. דער שמועס איז געווען בלויז צי ער טוט דאס.


תוקן על ידי בן_חוה ב- 21/06/2009 21:55:42




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 01:18 לינק ישיר 

בן חוה האסט נאכנישט מיט דעם געברענגט באווייז צו דיין ערשט האנטיגע אינפארמאציע אז ער (ר' אהרן) איז פערזענליך אינוואלווד! עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן (במאמר המוסגר: קען זיין אז די דרייסט זיך אזויפיל מיט דעם יונה, אז די פאלסט שוין אויך אמאל אמאל דורך מיט זיין ספעשעלטי, וואס דאס איז שקר!)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 02:05 לינק ישיר 

איך וועל נישט ברענגען קיין באווייזן, און ווער עס וויל נישט זאל נישט גלייבן.


זאל איך דיר זאגן ווען מ'איז געשטאנען אונטער זיין רוקן בשעת ער האט געשמועסט מיט פלוני אויף די גאס און וואס זיי האבן גערעדט?

זאל איך דיר דערציילן וועמען ער האט אריינגערופן אין זיין שטוב און געהייסן אונטערשרייבן דאקומענטן?

ניין איך וועל עס נישט טאן, און ווער עס וויל נישט זאל נישט גלייבן.

אויב מיינסטו אז יונה האט מיך געמאכט א ליגנער, זאלסטו אויך חושש זיין אז האט מיך געמאכט אן אהרוני...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 07:31 לינק ישיר 

רז"ל האט אליין געגעבן געשוואוריענע אפידעיוויטס און אנדערע פאפירן אין געריכט מערערע מאל. מיט זיין אונטערשריפט. א זאך וואס קיינער האט נאכנישט געטאן.

זיין זון יעקב בער איז מיט די לאיערס טאג און נאכט, פרעסט און זויפט מיט זיין אין די רעסטאראענטן.

אלע החלטות ווערן געמאכט דורך רז"ל אליין. און דאס ווייס איך ערשטע האנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2009 11:15 לינק ישיר 

יונה האט פליגל, ער האט גארנישט קיינע ערשטע האנט...


וואס איז די פראבלעם מיט געבן געשאאוירענע אפידעוויטס? מען ברויך עס אפילו נישט שרייבן מיט "באלד לעטטערס". איינפאכע שריפט איז אויך גוט.

דער שמועס ווערט דא פארדרייט בכוונה (עס גראמט זיך מיט יונה). די אהרונים זאגן אז מהר"א איז פארנומען מיט די הימלישע ענינים און האט נישט קיין צייט צום קאורט קעיס, און איך זאג אז ער מאכט זיך וויפל צייט עס פאדערט זיך.

וואס האבן יונה מיט סאטמרחסיד געענטפערט? אז עס איז אמת ויציב, און דער ברודער מאכט זיך אויך צייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 14:02 לינק ישיר 

דער היינטיגער ניו יארק טיימס






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 17:10 לינק ישיר 

היוצא לנו מן כל זה, איז, אז פארמעגליך גלייבט ענדערש הגה''ק אדמו''ר מזענטא, וואו איידער הר''ר ר' הירצקא שליט''א, נישט שלעכטֱ
 לויט וואו אונז האבן קענען געלערנט דעם פארמעגליך, קיקט אביסל אויס אז ער זאגט א שטיקל ליגענט, פארמעגליך איז צו אונטעלעגענט, צו זאגן אזא זאך, דאס פאסט ענדערש פאר בראשית ברא!!
וואו אויך איז אביסעל א ווייטאג אז מען וועט דארפען נעמן דעם הייליגען ברך משה'ס א קינד, און אנעלעזירען זיין נאמנות, באמת א ווייטאג אז מען מיז עס טון!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 19:43 לינק ישיר 

איז ר' ליפא א גערעסערער ליגענער ווי דער רב דקהילות הקדושות בכל אתר ואתר?

צווייטענס זע איך דאך אז ר' אהרן גלייבט אויך ר' ליפא און נישט צוויבעלען, ווייל ער טענהט נישט אז דער טאטע האט עס אים געגעבען. ער איז נאך קיינמאל נישט ארויסגעקומען זאגען אז דער טאטע האט עס אים געגעבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2009 20:12 לינק ישיר 

וואס הייסט דער רבי שליט''א גלייבט נישט ר' הירצקא שליט''א?

ער האט קיינמאל נישט אנערקענט ר' זלמניו'ס רבנית און וומ''ס? זעט אויס אז די האסט נישט געהערט די נשא תורה פון רבינו הקוה''ט בעל ''ויאול משה זי''ע השמים מספרים! רעדען זיי דען! ניין דירוך מעשי ידיו יגד הרקיע דורך די מעשים וואס מען טיט איז אזוי מען רעד

דער רבי שליט''א האט און וומ''ס די צענטראלע קהלה! די צענטעראלע מוסדות! פירט טיש! נעמט קוויטלעך! איז מסדר קדישין! גייט מיט ווייסע זאגקען! מיט אא זילבערנע שטעקן! וואס נאך? ער האט זיך נאך נישט אפגעהאלטען צו טון א זאך אלס דעם ווייל ליפא האט געזאגט אז ר' זלמניו איז רבי!

און ער איז געווען א חסיד פון זיין טאטען! אויב וואלט ער געהאלטען אז זיין טאטע האט עכט געוואלט ר' זלמניו וואלט ער געפאלגט זיין טאטע!!! דרשה ג' פנחס יוכיח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 20:20 לינק ישיר 

הא הא, פארשטיי, דו באלאנגסט אין בעקערי פארום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2009 20:22 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:
וואס הייסט דער רבי שליט''א גלייבט נישט ר' הירצקא שליט''א?

ער האט קיינמאל נישט אנערקענט ר' זלמניו'ס רבנית און וומ''ס?
דער רבי שליט''א האט און וומ''ס די צענטראלע קהלה! די צענטעראלע מוסדות! פירט טיש! נעמט קוויטלעך! איז מסדר קדישין! גייט מיט ווייסע זאגקען! מיט אא זילבערנע שטעקן! וואס נאך? ער האט זיך נאך נישט אפגעהאלטען צו טון א זאך אלס דעם ווייל ליפא האט געזאגט אז ר' זלמניו איז רבי!

און ער איז געווען א חסיד פון זיין טאטען! אויב וואלט ער געהאלטען אז זיין טאטע האט עכט געוואלט ר' זלמניו וואלט ער געפאלגט זיין טאטע!!! דרשה ג' פנחס יוכיח


ער האט יא אנערקענט ר' זלמן'ס רבנות... הער איבער זיין אייגענע א.ב. דרשה.

דאס וואס ער פראוועט רבי'סטעווע אין וו"ב גייט מיט ווייסט זאקן וכו' איז נאר וועגן זיין אני ואפסי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2009 20:25 לינק ישיר 

איך האלט אז דו גאנצע פראבלעם איז געווען
אז זיין טאטע דער ברך משה האט נישט געוויסט אז
ער קען נאכמאכן דעם השם מלך ביי ש"ס אין זינגען ביי דו תורה הא
אין שרייען אהבה רבה פון אנהייב פונקט ווי דו רעבעזכרוינליבראכע נוסח סופרעמעסי

ער וואלט געדארפט עס נאכמאכן פארטאגס פאר זיין טאטע
דעמאלטס וואלט געווען ארדענוג עס וואלט צום וויפילטען מאל באשטעטיגט געווארן
אז ער איז דער בריק פון .............. אויף...............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 12 13 14 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.