עס איז נישט אמת אז ר' אהרן האט געוואלט ווערען רב הצעיר. עס איז א זאלי קאנספיראציע...
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 22/06/2009 20:32:00
נשלח ב-22/6/2009 20:35
ווי קוקט ער?
וויזאוי זאגט ר' אהרן ביי די קהלס מיטינג: "ממילא פארשטיי איך אז ס'וואלט געווען אויך לכבודו פונעם טאטן זאל זיין געזונט און שטארק, אז ס'זאל ווייטער בלייבן רב פון קרית יואל, ווייל דאס איז פונקט גענוג, מ'דארף נישט אנדערש, אזוי מיין איך דאס איז לכבודו פונעם טאטן זאל זיין געזונט."
דערפאר גלייב איך יא, אז ר' אהרן וויל נישט די ווייסע זאקען און די זילבערנע שטעקען.
אבער באמת קען מען נישט אלעס אמלייגען אוינע שארפע אויגען. סוכ"ס האט ער אין יענע יארען נאך געגעסען די אומגעזאלצענע פלייש, און אז מען עסט טריפהס, האט עס א השפעה
נשלח ב-22/6/2009 20:40
איך האב געשריבען:
וואס הייסט דער רבי שליט''א גלייבט נישט ר' הירצקא שליט''א?
ער האט קיינמאל נישט אנערקענט ר' זלמניו'ס רבנית און וומ''ס? זעט אויס אז די האסט נישט געהערט די נשא תורה פון רבינו הקוה''ט בעל ''ויאול משה זי''ע השמים מספרים! רעדען זיי דען! ניין דירוך מעשי ידיו יגד הרקיע דורך די מעשים וואס מען טיט איז אזוי מען רעד
דער רבי שליט''א האט און וומ''ס די צענטראלע קהלה! די צענטעראלע מוסדות! פירט טיש! נעמט קוויטלעך! איז מסדר קדישין! גייט מיט ווייסע זאגקען! מיט אא זילבערנע שטעקן! וואס נאך? ער האט זיך נאך נישט אפגעהאלטען צו טון א זאך אלס דעם ווייל ליפא האט געזאגט אז ר' זלמניו איז רבי!
און ער איז געווען א חסיד פון זיין טאטען! אויב וואלט ער געהאלטען אז זיין טאטע האט עכט געוואלט ר' זלמניו וואלט ער געפאלגט זיין טאטע!!! דרשה ג' פנחס יוכיח
האסטו גענפערט:
הא הא, פארשטיי, דו באלאנגסט אין בעקערי פארום
האב איך געפרעגט:
וואס איז נישט אמת?
האסטו גענפערט!
עס איז נישט אמת אז ר' אהרן האט געוואלט ווערען רב הצעיר. עס איז א זאלי קאנספיראציע!!
דיינע ארטיקלען זענען מורא'דיג איינס בעסער פון צווייטן, אבער עס געדויערט זייער לאנג...
אז דו האסט יא אזא גוטן קיבאורד אין די האנט, ווי איידער זיך צו טענה'ן מיט יונה'לע שרייב ווייטער...
וואס דו שרייבסט וועגן דעם ווייזן ווי די ביה"כ איז, דערמאן איך מיך א מעשה וואס איך האב געזען מיט די אייגענע אויגן, ווי א יונגערמאן פון 24 יאר בערך איז צוגעגאנגען צו א גאר חשוב'ער איד פון בערך 55 יאר און פרעגט אים "רבי .... איר ווייסט ווי די בית הכיסות זענען?".
די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ, און עד היום הזה ווער איך אויפגעקאכט ווען איך דערמאן מיך די מעשה.
און דער איד פלעגט דאווענען א גאנצע וואך אין ראדני, פון תש"ל און ווייטער, קיינמאל נישט פארפאסט קיין "שלש סעודות", ער פלעגט אפילו אריינפאלן צו טישן פון ברך משה פרייטאג צו נאכטס וכדומה. אבער ער איז געווען א גרויסער חסיד פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, און האט געהאט די חוצפה צו האלטן אז ער איז געווען מער פון ברך משה... ער האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן ברך משה און פלעגט איינמאל א יאר גיין מיט א קוויטל, פלאס ביי יעדע שמחה.
איך קען דיר איין זאך זאגן, אין יענע צייט בין איך נאך געווען שטארק מסופק אויף וועלכע זייט זיך צו שטעלן. די מעשה האט ביי מיר געהאלפן אריבוועגן דעם וואגשאל לטובת רבינו שליט"א.
נשלח ב-23/6/2009 04:16
פוסק, יש"כ פארען קאמפלימענט.
איצט צו דיין פראגע פארוואס איך צי אזוי, ווייל די ארבעט וואס איך שרייב, איז ווייט פון גרינג. איך מוז אנקומען צו אנדערע מענשטען וואס געדענקען זאכען וואס איך געדענק שוין נישט, און איך דארף אלעס וועריפייען מיט אנדערע מקורות.
איך קען מיר נישט ערלויבען צו שרייבען איין ווארט ליגענט, און איך ווייס אז די בעקעריי פארטיי מיט ר' יונה דער שר האופים בראש, וועלען מיך איינשלינגען פאר איין ליגענט וואס זיי זאלען נאר טרעפען צווישען הונדערטער טויזעטער ווערטער.
ממילא נעמט אלעס צייט. דעפאר נעם איך מיך אמאל צו יונהלעס שטותים.
נשלח ב-23/6/2009 04:47
shulem Aleichem to all members.
first i want to apologize for not using Yiddish letters, i have an old
computer that doesn't have any Hebrew lettering on it so I'll have to
write in English.
I'm new to "achim anachnei" (ironically i found out about this forum
through "der blatt...) mostly it looks to me like a perfect counter
forum of kol huoilem kilo, but when i opened the ashkol of "farmaglich" where he started to write
down the whole history of the satmar feud, i thought that i have to
open a nick and thank him publicly for the excellent job he is doing in
writing it down so promptly for the younger generation that don't
really remember all the details of how things went down back then, and
i have to tell you Mr "farmaglich" that nobody ever put the whole
history like you do it now.
i only have 1 little request from you if that's not too hard for you,
that even though i know and understand how difficult it most be for you
to
collect all the facts and then writhing it down, it most take you hours
to prepare, even though, i wanna ask you that you should write more in
every article that u post,
and it should be a little longer and more "toichen", because the rate
you are
going now, you will never be done, it will take you forever to finish
the
whole cycle up until todays date.
נשלח ב-23/6/2009 04:56
ריעלחסיד, ווי איך פארשטיי, קענסטו ליינען אידיש. קודם א יש"כ פאר די ווארימע דברי חיזוק.
והשנית, איך האב פארגעסען צו שרייבען, אז איך ארבעט... און איך טרעף צייט דא און דארטען.
עס וועט נישט אזוי לאנג נעמען ווייל איך וועל נישט אריינגיין אין די קארט דיטעילס, ווייל עס פעלט פשטו נישט אויס יעדע זאך. אבער אנאליזען וועט פיל ארויסהעלפען צו פארשטיין אין וואסערע צייט מען האט זיך ביי יעדען שטאפעל געפינען
איך זע דער עולם האט נישט קיין השגה מיט וואס דו ארטיקל איז פארבינדן
עטס מיינטס אז מען טייפט אויפן קו בארד אין שוין
מען האט נישט קיין אנונג ווי שווער עס איז נאכצוגיין יעדע זאך מיט דיטעל
פארמעגליך לייגט אראפ אן עבודה רבה אין עס איז נישט מער ווי רעכט
אז מען זאל האבן איינזעניש אז עס קומט נישט צופיס אין אוואדאי נישט באצאלט
במילא זאל יעדער האבן געדולד מען וועט צו אלעם אנקומען
ענדערש שטייט אין פינקליך ווי איידער שנעל אין אויבערפלעכלעך