באקומען אין אימעיל
מה נאמר מה נדבר. גאנץ היידפארק האט זיך געלוינט דע אלע יארן, עס זאל קומען איינער מיט אזא שכל הישר, און אראפלייגן אזא מייסטער היסטארישע ווערק, וואס איך, און מיינע חברים וואס האבן אלעס מיטגעלעבט פון מאנרא, ווערן אנציקט פון יעדעס ווארט דיינע. אזוי גראד, אזוי צום זאך. אייגענטליך ביזטו דער חן פון אחים אנחנו, וואס פון יעדע תגובה דיינע קומט ארויס הויכע אונטעליגענץ, ישרות, און נארמאלקייט.
אקעי כ'פארקריך שוין פונעם ענין... אבער זאלסט כאטשיק וויסן איך שעץ דיך זייער, און אז איך האב הנאה. עס פאסט זיך מיר צו זאגן שקויעך.
די רעדסט פון ר' יצחק פריעד. ס'האט מיר פארציילט עמיצער (ניין, כ'דענק נישט זיין נאמען יעצט.) אז ר' יצחק האט אים פארציילט אזוי: די עליות פלעג מען צו פארקויפן, און ר' יצחק, אלס א טייערער איד וואס האט יעדן אינזין האט געהאלטן פאר וויכטיג אז ס'פאסט דאך אזויפיל פארן סיגעטער רב'ס א קינד צו באקומען אן עליה לכבוד'ן א חתן ווערן. האט ער דעמאלטס געקויפט פאר ר' אהרנ'ן. שפעטער ביים ליינען האט ר' יוסל אזוי געלאזט וויסן דעם רבי'ן פון יצחק'ס ארבעט, דער רבי האט עס עפעס אוועקגעמאכט מיט די האנט ווי איינער זאגט 'ווער האטעם געבעטן'. יוסל האט פארשטאנען דעם מעסעדזש, און ר' אהרן האט קיין עלי' נישט באקומען.
א צייט שפעטער ווען ר' יצחק איז זיך געווען געזעגענען ביים רבין, האט זיך דער רבי אנגערופן צו אים "כ'אב נישט געוויסט ביזט אזא סיגוט'ער חסיד", מיט אזא גוטן בליק אריין אין זיינע אויגן, וואס מער האט שוין נישט אויסגעפעלט.
נו אז דער רבי האט אים נישט געקענט דערהייבן, פארוואס זאל ער דערהייבן דעם פעטער?
חתימה
*
נאך אין אימעיל
דיין ארטיקל איז בעסער ווי גוט אבער אפאר הערות.
1) אהרן איז נישט געגאנגען ביי די בר מצוה אין א"י מיט א טילעפ. זע בילדער אין דער געדאנק אדר נ"ט.
2) די דרשה פון אהרן ביי די קבלת פנים אין ירושלים ווי ער איז משבח זיין ברודער איז א היסטאריש שטיקל וואס איז ווערט פאר אלע געלטער צו פארשפרייטן איך האב עס געשיקט דא און לייג עס צו צו דיין ארטיקעל עס איז צו באלעקן די פינגערס.
3) ביי די דעמאנסטראציע אדר נ"ט קעגן די מדינה האבן ביידע ברודערס גערעדט און איך געדענק אז ביים שרייען פוי האט מען זיך אויסגעדרייט צום אויבן אן, ווען ר' זלמן לייב האט גערעדט.
4) דע היסטארישע זומער אין בחורים קעמפ נ"ט איידער ס'האט זיך געגרינדעט די ישיבה גדולה איז געווען זייער א היסטארישע איבערגאנג, און וויאזוי ס'איז געלונגען סוף זומער טראץ די טעראר צו מאכן א ליסט פון אכציג בחורים וואס זענען גרייט צו גיין אין די נייע ישיבה אין קווינס. און עס פאדערט זיך פאר דעם אן עקסטערע ארטיקל.
גיי אן מיט דיין ארבעט און געדענק מכל מלמדי השכלתי – ווי מער הערות אלץ בעסער די באשרייבונג.
בכבוד רב, א גרויסע יש"כ.
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 29/06/2009 17:21:28
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 29/06/2009 17:59:44