אז נען לערנט פאר מיינט נאכנישט אז מען איז אויס עם הארץ לשיטת פארמעגליך האט רבינו שליט''א אויך פארגעלערנט יעדן טאג און מיט דעם אלעם שרייבט פארמעגליך אז ער איז א עם הארץ
נישטא ווער זאל לאכן
נשלח ב-29/6/2009 21:20
זה דרכם כסל למו
איך פרעג אים א קשיא, איך ווייז אים אויף מיט וואספארא היפאקריטע מ'פיטערט אים, און ער כאפט אן א דרך אגב'דיג זאך וואס איך האב געשריבן.
היפאקריט ענטפער ביטע, דריי נישט מיט'ן צינג.
נשלח ב-29/6/2009 21:24
באקומען אין אישי
איך מוז דיר זאגן אז דיין ארבעט איז עפעס מורא'דיג. אויב איז אמת אז דו ביסט א יונגערמאנטשיקל און דו האסט בכלל נישט געלערנט אין די 'יעשיווע' אין ק"י, דעמאלט איז דיין ארבעט ווערט א מעדאל. א מענטש זאל קענען שילדערן א לעבעדיגער בילד פון זאכן וועלכע זענען זיך פארלאפן מיט יארן צוריק, און מיטאמאל דאס האבן מיטגעלעבט לייף, איז פשט אז זיינע טאלאנטען זענען איינס אין דער וועלט! איך רעד שוין נישט פון דער ארבעט, די קורעקטע ריסערדזש, און די ריכטיגע אנאליזן וואס ליגן אין די ארטיקלעך, דאס איז עפעס עד להפליא!
עטליכע הערות:
1] (כמובן די מעשה קען מען נישט שרייבן ברבים).
2] ביזן זמן איז נישט געווען זיכער, סיי ביים רבין אין שטוב אין סיי ביים ברך משה, צו אהרן וועט יא קומען צום סדר צו נישט. למעשה איז אהרן אנגעקומען קיין וומ"ס בסוד, און האט זיך הערשט באוויזן דאס פנים נאכן זמן. דער חשבון איז געווען אז היות עס איז א פאקט ער איז שוין דא אין וומ"ס, און צוריק שיקן קיין ב"פ קען מען אים שוין נישט, וועט מען אים בע"כ מוזן אריינלאזן צום סדר. כך שמעתי.
3] דיין שילדערונג איבער זיין התמדת התורה, זיין הבנת התורה און בעיקר זיינע אמעראצישע פלפולים של הבל, איז געוואלדיג. הגם שהרבה ממה שכתבת יש כאן. עס איז געווען אמאל ביי א פארלערנען וואס אהרן האט נאך פארן לערנען פשוט, גראד פשט, אריינגעבאמלבט אין א רש"י עפעס א באבע חידוש, און א געוויסער בחור האט זיך בתמימות אריינגעפרעגט וועלנדיג פארשטיין פשוט פשט. אהרן האט אים פרובירט מסביר זיין איינמאל, און אזוי דער בחור האט זיך נישט געלאזט און איבערגעפרעגט, האט אים אהרן געענטפערט אזוי קעקעצדיג, בליקנדיג מיט די אויגן: "די-דיר ע-עענט-ענטפער איך נישט, דו-דו פרעגסט לקנטר!"
ווי אויך איז צו באוואונדערן וויאזוי דו ביסט מרחיב און זיינע פיר הויפט פראבלעמען, והוא: שוטה, רשע, גס רוח ומדות משחתות.
הרבה הרבה האב איך מוסיף צו זיין, אבער קיין צייט האב איך נישט. איך האב פשוט געשפירט נאכן ליינען דיין היינטיגן ארטיקל, אז איך מוז דיר אויסדריקן א יישר כח.
נשלח ב-29/6/2009 21:27
דאס מיינט היפאקריטיע מען האלט אינמיטן דעבאטירן דאס גאונות פון רבינו שליט''א און דאס עם הארצות פון הגז''ל און זעהענדיג כי כלתה אליו הרעה די טעמע האבן די זאליס זייער נישט ליב טוישט ער די טעמע צו היידפארק און איך בין נאך דער וואס דרייט מיטן צונג עטגאסט דריי נישט מיטן צונג ווארף נישט דיינע חסרונות אויף יענעם.
נשלח ב-29/6/2009 21:31
ווער פלעגט זאגען די שבת הגדול דרשה אין ראדני אלע יארן האט טאקע די רבי געוואלט פארשעמען א אייגנע קינד
נשלח ב-29/6/2009 21:34
א געוואלדיגע ראיה אז ר' אהרן איז א גאון אדיר פון: משולחן מלכים!
ווייסט איינער די דער אפיס פון משולחן מלכים האט א קאמפיוטער? און צו זיי האבן אויך דעם טריפה'נע אינטערנעט וואס ר' איהרן איז געווען "דער ערשטער" צו אסרן?
אויך האבן זיי אין אפיס פון משלחן מלכים דעם פראגראם פון אוצר החכמה?
אין שולחן מלכים זעט מען אז זיי נעמען ארויס אלע שטותים וואס ער רעדט אלץ צוזאם. דארט זעט מען נישט דאס ווארט "איך" וואס פארנעמט רוב פון זיין ווערטער בוך. און עס נעמט חדשים אויס צוארבעטן יעדע שמועס זיינע.
ממילא איז אזוי, דער משולחן מלכים איז א ת"ח און ר' אהרן רעדט שטותים.
א פשרה
נשלח ב-29/6/2009 21:34
יחצאל לשיטתכםווער האט געפירט די ישיבה אין קרית יואל האט דער רבי כעוואלט פארשעמען א אייגן קינד?
נשלח ב-29/6/2009 21:40
שמואל ווידער און היפאקריט קענען נישט מאכען ר' אהרן פאר א ת"ח און זיי קענען אויך נישט מאכען רבינו שליט"א פאר א ע"ה.
פון פאמפע, פון פילפולים, פון גג על גג, קען מען בלייבען איינער וואס קען נישט פארלערנען קיין בלאט גמרא מיט תוספות.
גיי פרעג בחורים וואס האבען געלערענט ביי ביידע ברודער און ווער געוואויר ווער עס האט פארגעלערנט א שיעור ווי עס ברויך צו זיין און ווער עס געדרייט מיט די צינג נאר נישט געקענט דעם שיעור ווי א ת"ח.
דאס מיינט היפאקריטיע מען האלט אינמיטן דעבאטירן דאס גאונות פון רבינו שליט''א
און דאס עם הארצות פון הגז''ל און זעהענדיג כי כלתה אליו הרעה די טעמע האבן די זאליס זייער נישט ליב
טוישט ער די טעמע צו היידפארק און איך בין נאך דער וואס דרייט מיטן צונג
עטגאסט דריי נישט מיטן צונג ווארף נישט דיינע חסרונות אויף יענעם.
ערלעדיגט ווילסט דווקא רעדן פון דיין רבי'נס "גאונות", פיין. זאגסט אז זיין פארלערנען שיעורים אין ישיבה איבערצייגט אז ער איז גאון? ערלעדיגט דער "עם הארץ" רז"ל האט גארנישט ווייניגער יארן פארגעלערנט אין ישיבה. (שלחן מלכים איז בכלל נישט קיין ראי' וואס ס'ווערט איבערגעארבעט דורך א שטאב פון 14 אינגעלייט).
נ.ב. איך פרעג דיר שוין א 3'טע מאל די זעלבע קשיא, זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.
תוקן על ידי עטגאסט ב- 29/06/2009 21:42:40
נשלח ב-29/6/2009 21:47
איך בין א נייער דא און איך אנטשולדיג מיך פארן אריינהאקן אבער לדעתי אויב וויל מען דא זאל זיין אינטרעסאנט דארף מען שרייבן נאר צו די זאך, נישט קיין סתם שנאה.
דוגמה - דו קענסט זאגן אויך ר"א אלעס וואס דו ווילסט קענסט אבער נישט זאגן אז ער איז א עם הארץ ווייל ער איז נישט, מ'קען זיך מתוכח זיין צו ער איז דער וועלטס גאון צו ער האט נאר עפעס ידיעות איבעראל אבער ער האט אייביג וואס צו זאגן ווען מ'רעדט צווישן רבנים אין לערנען צו א גרויסער ע"ה קען ער נישט זיין.
ובנוגע רז"ל איז אויך נאריש צו זאגן אז שור שנגח את הפרה זה אומר כולו שלי קומט פון עם הארצות, אדער נשא את ראש בני ישראל (איך דערמאן מיך נישט פונקט) כמיין קיינער גייט מיר נישט פרובירן צו זאגן אז ער קען ווייניגער ווי א כתה ט' יונגל, די גרייזן וואס ער האט געמאכט ברבים מאכט דאך נישט קיין כתה ט' יונגל אלא מאי ווייסטו דאך אויך אז ס'איז נישט מחמת גרויס עם הארצות נאר ער מיז האבן עפעס א דיסלעקציע נו יעצט קען מען זיך טענה'ן צו ער איז יא א תלמיד חכם אדער נישט אבער הערטס שוין אויף עם אראפצולייגן ווי א פארצייטישער ע"ה.
איך האב נישט געשריבען אז ר' אהרן איז א ע"ה. ער איז נישט. ער לערנט פאר פאר יארען לאנג, ער זאגט תורות און דרשות פאר לאנגע יארען און ער קען יטב לב גאר גוט.
אבער א ת"ח, א מתמיד, א גאון? א גאון אדיר? זיכער נישט.
זיין ברודער קען בעסער פון אים זאגען תורות (נישט פלפול) און ער קען פיל בעסער פון אים פארלערענען א שיעור אין א ישיבה און פאר תלמידי חכמים.
נשלח ב-29/6/2009 21:54
אויב די באציסט זיך צו מיר מאכסטו א טעות, איך האב נישט געשריבן אויף ר"א אז ער איז א עם הארץ, און אויך נישט אויף רז"ל אז ער איז די גרעסטע ת"ח בדורינו.
איך שרייב פונקט דאס וואס די.
דאכט זיך מיר אז פארמעגליך שרייבט אויך נישט אויף ר"א אז ער איז א עם הארץ, ער שרייבט אז ר"א איז שוואך אין אפלערנען גריטליך פשט, מיט דעם בין איך מסכים, איך האב געהערט פון אים אסאך שיעורים. פילפולים יא, פשט אין זעצן ווערטער? ניין!
נשלח ב-29/6/2009 21:56
איך פארשטיי נישט דעם היפקריט אז ר אהרן האט געפירט א ישיבה נא פארציילען דאך די בחורים ווי טיף זיינע פארלאערנען איז געווען אין ר זלמן לייב איז אויך געווען א מגיד שיעור אין ער האט געהאלטן די שבת הגדל דרשות נא פארוואס איז ר אהרן דע גרויסע תלמוד חכם אין ר זלמן לייב דע גרויסע ע"ה די האלטס טאקע אז ר אהרן איז א פאפער וואס האט ער געזאגט ביי די דרשה אין ארץ ישראל איך מיין ווען ר זלמו לייב האט בר מצוה געמאכט ני די קריקסט דיך מיט דיין הייליגע רבי
אפשר ווילסטו דעבטירען זיינע אנדערע זאכן ווי למשל זיין גרויסע מויל מיט זיינע מידות ועוד
נשלח ב-29/6/2009 22:01
איך האב געהערט פון א אהרוני וואס איז פערזענליך נאנט מיט רז"ל שוין יארן, זאגט ער מיר אז רז"ל איז סאך א בעסערער בלאט לערנער ווי ר"א פארדעם האט ער טאקע געזאגט אייביג בעסער שיעורים, אויך זאגט ער מיר אז ער איז א שיינער ת"ח קומט נישט צו צו זיין ברודער אבער אויך א ת"ח, (שוין נאכדעם האט ער געזאגט אז ער איז א שייגאץ וכו' וכו')