צו ר' הערצקא צוויבל איז נאמן צו נישט איז בכלל נישט קיין נפקא מינא להלכה אויב מצד שני איז דא א שטר צוואה מיט זיין חתימה בחתימת שני עדים.
ווען עס איז דא אזא שטר איז על פי הלכה כל מיני עדות בעל פה ווערט לצוד עיל פי צלוחית אפילו ווען די זאלסט האלטען אז דער עדות איז מער נאמן ווי דער עדות אויפן שטר.
דאס האלט די תורה.
נשלח ב-11/6/2009 23:52
קען זיין אז דיין הנחה אז מ'האט געשיקט רז"ל קיין אר"י אויסצופלאסטערן דעם וועג פאר ר"א איז אמת, אבער דאס צוריק ברענגען רז"ל קיין וומ"ס איז ווייט נישט וויאזוי דו שילדערסט.
ס'איז נישט מסתבר אז משה מיט ר' אהרן האבן געפירט א קריג שטילערהייט א יאר-צוויי און פלוצלינג ווען די קריג האט אויסגעבראכן אין דער עפנטליכקייט, פונקט ממש דעמאלט יענעם טאג האט זיך דער ברך משה געלאזט הערן זיין סוד כמוס אז ער וויל מאכן רז"ל פאר רב אין וומ"ס.
אגב, דאס וואס דו צייגסט אן דעם ברך משה'ס מצב פון תש"מ ביז תשנ"ד אלס פולי אין קאנטראל, כאילו פון נ"ד און ווייטער האט זיך אנגעהויבן זיינע שוואכע צייטן, איז נישט אמת. ביי די פרשה פון סקול דיסטריקט תשנ"ד/ה איז ער געווען פולי אין קאנטראל. אויף אלע זיינע דרשות, הן לטוב והן לרע, האט ער גענומען די פולסטע אחריות. ער האט נאך דעמאלס געהעריג פונקציאנירט. דאס ערשטע מאל ווען דער ברך משה איז אוועק געפאלן איז געווען ווינטער תשנ"ו אין פלארידע, און דאן האט זיך אנגעהויבן זיינע שווערע זמנים. דעמאלט האט ער מער ווייניגער אויפגעהערט זאגן תורה ברבים, אא"וו.
בכל אופן, זיי ממשיך מיטן ארטיקל. עס איז מעניני דיומא פון ח"י סיון, ואי לאו האי יומא הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו לר"א.
נשלח ב-11/6/2009 23:55
איך ווינדער מיך אביסל אז איינער האט גענומען די מי צו פארענטפן פארמעגליך'ס חלומות, ווען מ'דארף זיין נעריש נישט צו זעהן אז זיין גאנצע ארטיקעל איז געבויט איין שקר אויפן צווייטען, ער גיבט נישט קיין גלגעגנהייט אפציענטפרן איין שקר, ווייל דערווייל בויעט ער שוין אויף דעם נאך א שקר דו''ק ותשכח
זיין ציל איז לכאורה עטליכע 1) צו באשמיצן דעם ערנערישן עסקן לטובת הכלל הרה''ח ר' שמואל ווידער הי''ו, - וואס ווי יעדער פארשטייט וועט דאס אים נישט געלונגען, וויבאלד ר' שמוא' איז באקאנט לאוו דווקא אין סאטמאר מיט זיין גאלדענע רעקארד פין עסקנות אין א זעלטענע כלל טוער, די ליסטע איז זייער גרויס, אין ער דארף ב''ה נישט איך זאל מיך אננעמן דא פאר אים. 2)צו פארדעקן די אמת וואס יעדער ווייסט בנוגע די גניבה פין די זאליס פין די בנינים פין סאטמאר, וואס נאך אלעם ווייסען זיי אליין'ס אז: פאר זיי גיין צו די''ת מיינט פארלירן אלעס, אין וועגן דעם וויל ער אויפשפילן א מעשה מיט שקרים אין פארדרייען פאקטען, אפי' אזעלכע מציאות'ן וואס יעדער ווייסט, (וואס איז? נאר אין דער איד מעגן זיי?) אין נאך אזעלכע סיבות, {וואס כ'וויל ארויסברענגן איז, אז דאס איז נישט סתם אזא היידפארק שרייבערעל וואס פאבריצירט א מעשה, נאר פין די הויכע פענסטער אדער פין דער איד אפיס, זיצט מען ביים קיבארד ציליב די אויבערדערמאנטע צילן}
עס איז צו ערווארטן אז ווי נאר ער וועט ענדיגן זיין חלום וועט ער עס אריינלייגען אין דער איד, אבער די זאליס כאפען נישט אז דער יוד איז שוין נאך אלע גבולים אין ווען ער באשמיצט איינעם פארשטייט יעדער איינער וויפיל אמת עס ליגט אין דעם (חוץ די זאליס: וואס אפי' זיין ווייסען אז ס'שקר וועלן עס אזוי לאנג נאכזאגען ביז זיי וועלן עס אליין גלייבן (נישט נאר דער איד נאר אויך א היידפארק געבעקס))
תוקן על ידי rebyankel ב- 12/06/2009 0:06:36
נשלח ב-12/6/2009 00:02
הערה: מיין קאמלימענט אויף פארמעגליך איז נישט אויף די ווערטער וואס ער שיסט אקעגען א יחיד, צו ש.וו. צו עני אנדערע מענטש, נאר אויף די שיינע היסטערי ארבעט, א מעסטער פיס!!
נשלח ב-12/6/2009 00:10
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
רעגען שטריימעל שרייבט: אונז ווייס מיר דאס שוין ער האט אונז שוין דאס געהאט אנגעזאגט ביי אן אנדערן געלעגנהייט" אזוי האט זלמן לייב אליין מודה געווען פאר צוויבל'ן דעמאלטס....דאס אלעס האט רב צוויבל געשילדערט אין די שבעה פונעם ברך משה פאר אן ארון קודש אינעם סאטמארן ביהמ"ד אויף הופער סטריט.
איך האב קיין שום סיבה צו חושש זיין אז רב צוויבל א תלמיד חכם א פארשטענדליכער מענטש, א נונטער מענטש צום ברך משה האט קיין שום רעקאד פון זיין א ליגענער אדער ווילדער שארפער מענטש, זאל זיך אויפשטעלן פאר א ספר תורה פאר אן עדה אידן און סתם פארבריצירן א מעשה וואס איז לא הי' ולא נברא.
ואם כנים דבריו איז 90% פון דיין בנין מער ווייניגער ציווארפן און צישטערט.
ביטע אדרעסירט דאס.
איצט אזוי די לעצטע שורה פארענטפערט דיין קשיא דאס בעסטע וואס מען קען ענטפערען. אםכנים דבריו. נו ואם לא כנים?
איצט האב איך א שטיקעל הוכחה אז עס נישט כנים. לויט צוויבלען קומט אויס אז דער רבי האט אים איבערגעגעבען די האקעלסטע נושא פון צוקונפט פון גאנץ סאטמאר א פאר יאר איידער די מחלוקה. לאמיר זאגען תשנ"ה.
צוויבעל איז דאן אלט געווען 28-29 יאר. קען דען זיין אז דער ברך משה איז געווען אזוי אומאחריותדיג? פאר א יונגעמאנטשיקעל געט מען איבער אזעלכע דברים ברומו של עולם? קען דען זיין אז דער ברך משה איז געווען אזא אומחריותדיג אז די ווערטער זיינע זאל נישט ווערען דורך אים פארשריבען?
און נאכמער, קען דען זיין אז דער רבי זאל דאס זאגן פאר צוויבלען פון 28 יאר און נישט פאר עטליכע פון קהלס לייט? היעלה על הדעת?
אעבר איין שטארקע פוינט האסטו יא. דו שרייבסט: "איך האב קיין שום סיבה צו חושש זיין אז רב צוויבל א תלמיד חכם א פארשטענדליכער מענטש, א נונטער מענטש צום ברך משה האט קיין שום רעקאד פון זיין א ליגענער אדער ווילדער שארפער מענטש, זאל זיך אויפשטעלן פאר א ספר תורה פאר אן עדה אידן און סתם פארבריצירן א מעשה וואס איז לא הי' ולא נברא."
ווען ער זאגט ווען די דרשה פארן ארון קודש אין גרויסען בית המדרש אין ראדני סט. וואלט נישט געווען אזא ראיה ווייל יענער ארון קודש איז שוין צענדליגער צו הונדערטער מאל געווארען מחולל דורך צוויבלס פארטיי, ממילא וואלטען זיינע ווערטער נישט געטראגען אזא געוויבט. אבער דער ארון קודש אין הופער, דארט וואלט שוין צוויבעל יא מורא געהאט צו זאגען ליגענט...
נשלח ב-12/6/2009 00:18
די אלע חתימות און באפעלן וואס זענען געקומען פון ווען ס'אט זיך אנגעהויבן די שוואכע זמנים ביים רבי'ן ז"ל, איז אונטער א גרויסע פראגע צייכן צו עס האט א תוקף להלכה,(לפענ"ד האט עס קיין שום תוקף), למשן די איסור אויפן בלאט, די הוקאפ'ס פון פלארידע, די א"ג מועיל בשליחות בריוו, די איסור אויף איחוד, וכו וכו ס'דא הונדערטער פילע תשובות אין ספרי הלכה און אוין אין היסטאריע פון מעשיות פון גרויסע קדושים וטהורים וואס זענען פארפירט געווארן לעת זקנתם, ווי מ'האט אנגענומען להלכה אז די אלע אנגעגעבענע עדות'שאפט קען נישט מבטל זיין אזאך וואס עס איז געווען קלאר בניגוד רצונו פון די ערשטע 80 יאר פון ימי חייו, ר' איציקל האט דאס מעיד געווען אויפן בעלזער רב און שינאווער, דער סטראפקאווער אויפן דברי חיים, איבערהויפט ווען מיר ווייסן שוין אלע היינט אז דער איינציגער אגענדע פון די אלע אפטרופסים וואס האבן מיט א פויסט קאנטראלירט דעם אלטן רבי'ן, נאר צו פירן א מלחמה קעגן ר' אהרן'ן, אפי' אויפן חשבון פון מצער זיין דעם רבי'ן אליין, ווי די טרויעריגע בארימטע אטענטישע "אחורי הפרגד" קאסעטן האט דאס שוין באשייפערליך אויפגעוויזן....
נשלח ב-12/6/2009 00:20
גרינג שרייבט אז "רבינו שליט"א האט יא גערעדט ביי די בר מצוה בבית רז"ל אין ירושלים סאיז אפילו געדרוקט אין ספר אבני שהם."
איך ווייס נישט וואס אבני שוהם שרייבט, אסער ער האט נישט גערעדט און די טעיפס זענען בנמצא. אבער דאס איז נישט געווען א עיקר אין דעם ארטיקעל סיי ווי סיי.
ער שרייבט וייטער "די אסיפה פונעם רבין מיט די ראשי הקהילה ר' בערל פריעדמאן מיט ר' יענקל כהנא וואו דער רבי האט זיי געזאגט אז זיי זאלן אויפנעמען רעב אהרן אין געזאגט אז קהל האט א כוח בי"ד אין מען האט געוואונטשען לחיים" דו ווילסט זיכער נישט רעדען פון יענער אסיפה זונטאג חוה"מ. עכ"פ אזוי האף איך.
מען הערט מען ווי בערעל זאגט ביים ענדע פון די אסיפה אין ויואל משה זאל וואס איז פארגעקומען הארט איידער קהל מיט ר' אהרן זענען אריבער צום רבין, אז מען זאל נישט רעדען פון דעם ווארט רב הצעיר. יעדער איז וועלקאם צו הערען די טעיפ.
און ביים רבין אין שטוב זאגט בערעל נישט איין ווארט פון רב הצעיר צו איין ווארט פון רב. ממילא האט אים דאך קהל נישט אויפגענומען נאר אויף די ווערטער פון ר' אהרן אז דער טאטע האט אים געמאכט רב הצעיר 5:30 פארטאגס, נו דאס איז דאך שוין אפגעוואנדען געווארען דורכ'ן רבין אליין ביינאכט.
פארמעגליך, שרייבט: און נאכמער, קען דען זיין אז דער רבי זאל דאס זאגן פאר צוויבלען פון 28 יאר און נישט פאר עטליכע פון קהלס לייט? היעלה על הדעת?
א קשיא אויף א מעשה...וואס זאל איך דיר זאגן... איך קען דיר נישט זאגן וואס דער ברך משה'ס חשבון איז געווען...מסתמא האט ער געהאט עפעס א חשבון...אבער דאס האט רב צוויבל עדות געזאגט...און קענענדיג די רעקארד פון רב צוויבל זעה איך נישט קיין שום סיבה איהם חושד צו זיין פאר סתם א פאנטאזירער...חוץ טאמער דו ווילסט זאגן אז צוויבל איז אויך יצא מדעתו?
נשלח ב-12/6/2009 00:29
און וואס טוט זיך מיט רב הורוויץ פון מאנטשעסטער? ער איז אויך יצא מדעתו...האַ?
נשלח ב-12/6/2009 00:35
ניין, צוויבעל האט גערעדט שוין איימאל ביים דעת.
דאס וואס איך שרייב איז נישט קיין קשיא, דאס פרעגט אפ דעם גאנצן עדותשאפט פון אויבען ביז אונטען.
אבער איך האב פיל א הארבערע פראגע.
ר' אהרן האט געזאגט נעכטען צען יאר צוריק, מיטוואך איין טאג נאכען אויפנעמען ר' זלמן לייב פאר רב, אז ער אוועט טון ווי די הלכה שרייבט פאר און ער איז מוחה מיטען אוישרייען און דערקלערען פלניא גזלנא.
נו פארוואס האט ער קיינמאל נישט גערופען זיין ברידער צו דין תורה? ער האט דאך געמאכט די נויטיגע דעקלעראציע אין צייט?
און ער וואלט געקענט ברענגען צוויבעל פאר עדות ביי דין תורה און זאגען אז ער איז גרייט דאס צו זאגען ביים בי"ד. און איך בין זיכער אז צוויבעל וואלט געקומען אן פחד פון טעראר ווייל ביי אים ליגט דאך די ווערטערווואס דער רבי האט אים פערזענליך איבערגעגעבען און ער וואלט געדארפט זיך מוסר נפש זיין אז די ווערטער זאלען מקוים ווערען.
ווי אזוי קען דאס אפענפערען?
נשלח ב-12/6/2009 00:35
רעגןשטראמל כתב:
פארמעגליך, שרייבט: און נאכמער, קען דען זיין אז דער רבי זאל דאס זאגן פאר צוויבלען פון 28 יאר און נישט פאר עטליכע פון קהלס לייט? היעלה על הדעת?
א קשיא אויף א מעשה...וואס זאל איך דיר זאגן... איך קען דיר נישט זאגן וואס דער ברך משה'ס חשבון איז געווען...מסתמא האט ער געהאט עפעס א חשבון...אבער דאס האט רב צוויבל עדות געזאגט...און קענענדיג די רעקארד פון רב צוויבל זעה איך נישט קיין שום סיבה איהם חושד צו זיין פאר סתם א פאנטאזירער...חוץ טאמער דו ווילסט זאגן אז צוויבל איז אויך יצא מדעתו?
איך שוין דיר באמת!
די האסט אויף זיך גענומען צו פארענטפרן איינער וואס זיצט אין מאכט מעשיות, אין וואס די וועסט אים זאגען וועט ער באקען א מעשה כדי זיין שקר זאל נישט ציפאלען, קוק אויף די לעצטע פאר תגובות וועסטו פארשטיין וואס כ'מיין
לו האי אז צוויבעל זאגט יא אמת, האב איך שוין געשריבען אין אריגינאלען אשכול : מיין מיינוג איז אז דער רבי האט ניטאמאל געהאט די רעכט צו מאכען ר' אהרן פאר רב איבער גאנץ סאטמאר. זאג דו אליין, דו זעסט היינט טויזענטער, טויזענטער אידען פון סאטמאר האלטען אז ר' אהרן איז נישט אן ערליכער איד, און יעדער זעט וויאזוי ער פירט זיך היינט אויף, מלא שקר און מלא בלאף, מלא קינדיש און נאריש, ליגט אין בילדער און האלט דרשות מלא לגיונות און בלאף, קען אפילו זיין א קלער צו ארויף צו צווינגען אזא פארשוין אלס רב אויף די פרומסטע קהילה?
ער מאכט די שרעקליכסטע מיסטעיקס וואס א מענטש קען נאר מאכען, ער ווארפט ארויס פון זיין קהילה אזא איד ווי ר' עזריאל גליק, קען דען זיין אז אז משה גבאי האט דאס צוגעברענגט?
עס ווייסט יעדעס קינד אז ווען ר' אהרן שטעלט זיך אויף אין די ישיבה פאר צוויי וואכען צוריק און זאגט פאר זיין מיליטער אז דער פראבלעם מיט די שפאנישע גראבינגען איז: התגרות באומות, אז דאס איז געווען מלא שקר. ער האסט אתרא קדישא שוין לאנגע יארען ווייל ר' דוד שמידל און די אמעריקאנער עסקנים זענען נישט מיט אים, און ווילסטו מיר קומען פרעגן צו דער רבי האט זיך געקריגט, צו משה?
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 12/06/2009 0:44:39
נשלח ב-12/6/2009 00:49
איז דא אינער אויפען פארום וואס קען ענפערען די פראגע: ר' אהרן האט געזאגט נעכטען צען יאר צוריק, מיטוואך איין טאג נאכען אויפנעמען ר' זלמן לייב פאר רב, אז ער ועט טון ווי די הלכה שרייבט פאר און ער איז מוחה מיטען אויסשרייען און דערקלערען פלניא גזלנא.
נו פארוואס האט ער קיינמאל נישט גערופען זיין ברידער צו דין תורה? ער האט דאך געמאכט די נויטיגע דעקלעראציע אין צייט?
און ער וואלט געקענט ברענגען צוויבעל פאר עדות ביי דין תורה און זאגען אז ער איז גרייט דאס צו זאגען ביים בי"ד. און איך בין זיכער אז צוויבעל וואלט געקומען אן פחד פון טעראר ווייל ביי אים ליגט דאך די ווערטער ווואס דער רבי האט אים פערזענליך איבערגעגעבען און ער וואלט געדארפט זיך מוסר נפש זיין אז די ווערטער זאלען מקוים ווערען.