בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/6/2009 00:28 לינק ישיר 

איך ווייס נישט מיין קדוש דיין קדוש די מעשה איז א מעשה שהי' סוכ"ס איז דאס געווען זיינע איינציגע משפחה מיטגלידער און דער רבי ז"ל איז נישט געווען אזא מטורף ווי אסאך ווילן עם מאכן אויסזען, אמת ער איז געווען ברוגז בשעתו אבער ער איז פארט ווייטער אנגעגאנגן, באלד וועסטו מיר זאגן אז ער האט נישט געשיקט קיין מזל טוב בריוו פארן אמרי חיים ווייל ער איז געווען ברוגז אויפן שידוך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 00:30 לינק ישיר 

נו נו דארט הייבט זיך עס אן אז ער האט זיך אפילו משדך געווען מיט איינעם וואס האט אים פערזענליך באשמומט אין די צייטונגען אז ער איז א גנב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 00:35 לינק ישיר 

רבוש"ע דער אינגערמאן איז בלינד אדער איז ער סתם א גולם?

א.   נישט ער האט זיך משדך געווען, איינער פון זיינע קינדער האבן זיך משדך געווען... ס'איז א סוד פאר די גאנצע וועלט אז ער האט זיך נישט געהאלטן אינבעסטן מיט זיינע קינדער, פרעג זיך נאך.
ב.   איך רעד וועגן א מחלוקה לשם שמים, און די ברענגסט מיר א ראי' וועגן א "געלט מחלוקה" מיט "מחותנים"? די רגע זיי זענען זיך משדך זענען זיי בעסט פרענד'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 00:40 לינק ישיר 

גוט איך גיי מיך נישט קריגן מיט דיר איבער דעם, אבער זיי אזוי גוט און פרעג דיך נאך אויף די מעשה וואס איך האב דיר פארציילט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 00:45 לינק ישיר 

פארוואס זאל איך זיך גיין נאכפרעגן? האסט מורא צו שרייבן?
שרייב ווער די רבנים זענען געווען און ווער פון זיינע קינדער האבן זיך משדך געווען מיט יענעם רב.

כא כא, באקן מעשיות איז קיין קינץ נישט, מ'דארף צושרייבן "גיי פרעג זיך נאך".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 00:59 לינק ישיר 

באקומען אין אישי:

ווען זיין איידעם ברוך טייטלבוים האט זיך אלץ בחור אנגעטוען גאלדענע גלעזער, האט ער אים, אנשטאט אים צו פרעגן פריוואט - ער איז דאך געווען זיין ערשטע קאזין - דאן אינמיטען די ישיבה מבזה געווען ברבים אין אים געזאגט" איינער האט גאלדענע גלעזר איז ער אבער א פארדארבענער אבער א נערווען קראנקער"
 
דער וואלאווער רב האט אים דאן אנגערופען און אים געזאגט וואס וויליסטו פין מיין בחורס לעבען האבן.
 
 ברוך האט דאן געשטאנען צווישען די שענק אויף די ביים זיין פלאץ ביים דאווענען  אויף די לינקע זייט פין ביהמ"ד.
 
אין פלוצים האט מען געמאלדען אז דער רב גייט זאגען א דרשה. און נישט מער אין נישט ווייניגער האט ער דאן דאן געהאלטען א גאלדענע ברילען דרשה, אין תיכף אינמיטען די דרשה האט  זיך ברוך אויפגעהויבען אין אהיים געפארען מיט ביזי ביזיונות.
 הערשט ביי זיין ווארט האט זיך ברוך אנגעטאן די ברוינע געלעזער וואס ער האט נאך היינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2009 01:03 לינק ישיר 

באקומען אין אימעיל:

איך זעה אז די תקופה פון ויז'ניץ האט איר גאנץ ווייניג בארירט, מסתמא ווייל איר האט פשוט נישט געהאט קיין אינפארמעישן פון ויז'ניצע חסידים וואס געדענקען אים פון דארט.
 
איך בין דאך א ויז'ניצער, און איך האב פיל געהערט פון אידן וואס האבן מיטגעהאלטן מיט אים אין יענע יארן, איך האב נישט קיין כוח זיך צו נעמען שרייבן, עס איז אויך נישט מיין דעפארטמענט זיך אריינצולייגן בריב לא שלי, איך וועל בלויז שרייבן איין מעשה וואס דער ויז'ניצע רבי (מאנסי) דערציילט אפט (ער דערציילט עס אהן א נאמען, אבער אידן געדענקען נאך די מעשה און מען ווייסט וועמען מען מיינט).
 
אלס יונגערמאן אין בני-ברק איז ער אמאל געגאנגען שפאצירן אויף די גאס מיט זיין ווייב, אנדערש ווי עס איז געווען איינגעפירט דארט און בכלל אז מען שפאצירט נישט אינאיינעם איש ואשתו. דער אמרי חיים איז דאן געזעצן אויפן טאראסע (פארטש) און געלערנט. זעענדיג זיין אייניקל שפאצירן מיט זיין ווייב, רופט ער זיך אן: "ניסן, קום אהער..." ער האט נישט געכאפט וואס מען וויל פון אים האבן, אבער דער אמרי חיים רופט אים נאכאמאל און נאכאמאל, ניסן, ניסן... ווען ער איז צוגעגאנגען צום זיידן האט ער אים געזאגט: "ניסן גייט נעבן אייר (איהר)", דאס איז געווען דעמאלס דער ווערטל פון גאנצן ציבור, יעדער האט געשמועסט פון די מעשה און טייל געדענקען עס נאך.
 
ויז'ניצע רבי פון מאנסי דערציילט אפט די מעשה, אבער זאגט אז עס האט פאסירט מיט איינע פון די אייניקלעך (אמאל לייגט ער צו "היינט הייסט ער א רב בישראל").
 
איבער נאך מעשיות פון יענע יארן, פרעג ויז'ניצע חסידים, וועסט זיכער הערן אסאך פון זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2009 01:09 לינק ישיר 

אונטערעסאנט ר' ברוך האט אזוי געליטען נעבאך, און ער איז נאך אלץ א חסיד פון זיין שווער! פאר וואס קען ער נישט נאכמאכען! זיין שוואגער ר' שמעון זאב וואס האט געשלאגען כפרות מיטן שווער און געווארען א פלאם פייערדיגע חסיד פונעם גרויסן פעטער ר' זלמניו שעליטע!

און בכלל דער פארמעגליך האט עפעס א באהאלטע חוש  אפירצוגראבען אזעלכע היסטארישע פאקטען, וואס לא שמעה אוזן מאז היתה ישראל לגוי!

אלזא פארוואס האט ער געווארט גאנצע 10 יאר! און צוגעזאלזט אז רוב ריבו אנ''ש תלמידי וחסידי סאטמאר זאלן פארכאפט ווערן און די שעדליכע ע''ז ''מולך?

דאס איז דאך ממש א הימעל געשריי! איך מיין מיר דארפען זיך טוישען גלויבען! און ספאנטאן דעפעקטירען! און ווערן געשווארענע חסידים פון כ''ק הגה''ק שר התורה! קודש הקדשי,השרף אלקי, הסבא קדישא, מורינו יקתיאל יהודה טייטעלבוים ה' יאריך ימיו על כסא ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל

געוואלד וואו זעמער 10 יאר האבן מיר זיך געלאזט פארפירען!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 01:20 לינק ישיר 

פארשטיי, דיין גאנצע תגובה איז זייער קינדיש, ס'פארדינט לכאורה בכלל נישט קיין תשובה.
אבער פארט, נישט איך און נישט די ווייסן וואסארא חסיד ער איז פון זיין שווער. ער האט נישט א פערטל פון די געלונגענע כשרונות וואס זיין שוואגער האט דעריבער איז ער סתם א אינטערטעניגטע בעיבי.

וועגן די רדיפות איז בכלל נישט קיין שאלה, א בחור וואס לויפט וויינען פאר טאטי אז מ'האט אים פארשעמט, פריידט זיך אויך צו א לאלי פאפ (אין זיינע יארן איז דאס א ביהמ"ד).

נ.ב. איך האב זיך אריינגעמישט ווייל פארמעגליך'ס טאטע לאזט אים סיי ווי נישט רעדן מיט דיר....

תוקן על ידי עטגאסט ב- 30/06/2009 1:17:33




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 01:27 לינק ישיר 

עטגאסט:

מיט דיר איז זיך א שאד מטפל צו זיין, די ביזט א עסיד פאר די ארוינים, די ביזט פיין,

לאמיר זען וואס פארמעגליך זאגט און אים פראבירן בקט שכלי אפצופרעגן

די גיי לייג דאך א ביסעל צו! די האסט געהאט היינט זייער א שווערע טאג,

איך מיין גארנישט קעגען דיר פארזענדליך,
א גיטע נאכט!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 01:40 לינק ישיר 

ווען איך האב נישט וואס צו ענטפערן, ענטפער איך אויך אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 09:47 לינק ישיר 

ביי ברוך'ס ווארט אין ישיבה האט דער ברך משה געזאגט אז קיינער זאל אים נישט מקנא זיין מען האט אים נישט גענומען אלס בעסטע בחור, נאר ווייל ס'איז געווען א פאסיגער שידוך...

ר' שמעון זאב ווייסעך נישט וואס א חסיד ער איז פון מהרי"י שליט"א,
אבער זיין שווער האט קעגן אים געשוואוירן נקמה
ווייל ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן די קאורט פאפירן קעגן זיין טאטע.
ברוך האט יא געגאנגען בערכאות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2009 09:52 לינק ישיר 

פארמעגליך

נאך א זאך וואס דו וואלסט געדארפט ארויסברענגען,
איז ר' אהרן'ס מדה פון שטענדיג ווארפן די שולד אויף א צווייטן,
ביי יעדע דורכגעפאלענע מערכה האט ער געזוכט א קרבן וועמען צו "באשולדיגן",
עס האט קיינמאל נישט פאסירט אז ער זאל נעמען דעם אחריות און זאגן "איך בין געווען שולדיג"...

איך געדענק אמאל ווען ער האט געהאט עפעס א דורכפאל מיט די בני יואל, האבן זיך זיינע נאנטע מענטשן באהאלטן פון אים אפאר טאג, ער זאל זיי נישט זען, כדי ער זאל נישט ווארפן די שולד אויף זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2009 17:20 לינק ישיר 

דער אשכול גייט שוין א ביסעל ארויס פון קאנטראל, דא ווערט באשאפען מעשיות, און פאקטען, יעדער לייקענט אפ דעם אנדערע צד, וואס דער זאלי זאגט יא זאגט דער ארוני ניין, אפשר וואלט געווען כדי אראפ צושטעלן א פאר נייע שטאטוטען:

למשל יעדע מעשה וואס מען ברענגט, זאל מען ברענגען א מקור, נישט סתם אזוי. באקימען און אישי! באקימען און אימעל! יעדער ווייסט! אד''ג

אדער נישט שרייבען קיין זאכען וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל! און עס שטימט נישט מיטן מציאות, למשל, אז אדמו''ר מהר''א קען נישט לערנען, און הגז''ל איז א גאון אדיר,

עס איז א זאך וואס כ''ע מודה אז עס איז נישט אמת! און געוויסע שרייבער שרייבן דאס מיט אזא פשטות, כאילו דער יסוד שטייט גאר און ספר יצירה, אדער און ספא הברית

איך זאג נאר א שטיקעל הצעה, טאמער דער עולם איז דערגעגן מען וויל דווקא אזוי ביז איצט, איז אויך גוט, איך זאג נאר וואואזוי עס וואלט אפשר בעסער געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2009 17:50 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:
דער אשכול גייט שוין א ביסעל ארויס פון קאנטראל, דא ווערט באשאפען מעשיות, און פאקטען, 

למשל יעדע מעשה וואס מען ברענגט, זאל מען ברענגען א מקור, נישט סתם אזוי. יעדער ווייסט! אד''ג

אדער נישט שרייבען קיין זאכען וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל! און עס שטימט נישט מיטן מציאות, למשל, אז אדמו''ר מהר''א קען נישט לערנען, און הגז''ל איז א גאון אדיר,

עס איז א זאך וואס כ''ע מודה אז עס איז נישט אמת! און געוויסע שרייבער שרייבן דאס מיט אזא פשטות, כאילו דער יסוד שטייט גאר און ספר יצירה, אדער און ספא הברית 



געב א קוק וואס א היפאקריט מיינט.
קודם שרייבט ער אז יעדע מעשה דארף "שטימען מיטן מציאות און דארף האבן א מקור און נישט שרייבן סתם יעדער ווייסט. דערנאך שרייבט ער "יעדער ווייסט" אז ר"א איז דער גאון הגאונים, און יעדער ווייסט אז רז"ל קען נישט לערנען..... און ער לייגט נאך צו אז דאס איז א זאך וואס "כ"ע מודה".....
וויאזוי האסטו געזאגט? "ידערע ווייסט"
ניין "יעדער ווייסט נישט" ס'ווייסן דערפון נאר די ארוינים.

איר פארשטייט וואס דא גייט פאר?

תוקן על ידי עטגאסט ב- 30/06/2009 17:48:10




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 20 21 22 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.