|
|
| נשלח ב-30/6/2009 20:48 |
|
| |
פארמעגליך:
אונזער קאלעגע, פארמעגליך גיבט אראפ א בילד, וואו פאלגענד:
רבינו שליט''א איז שוין און די ישיבה זייט תש''מ לפ''ק ער איז געווען אראפ געקיקט ביי אלע בחורים, ער איז א נאר, ווען ער האט זיך נאר געפענט דאס מויל האט געשפרידעלט טיפשות וכ''ו:
לויט וואו איז קיקט אויס האט פארמעגליך נישט געלערנט און די ישיבה!
איך האב יא געלערענט און די ישיבה, איבער 3 יאר און די נ' יארען! לאמיר זיך אביסעל אויפרישען דעם זיכרון!
עס איז 7:45 אונדערפרי רבינו שליט''א קימט אריין און ישיבה, לייגט טלית און תפילין און הייבט אן צו דאווענען הויעך אויפן קול מילה במילה, יעדן טאג מיט די זעלבע התלהבות, און אלע בחירים ווערן מיטגשלעפט, און הייבן אן דאווענען מיט א געוואלדיג ווארעמקייט, און ברען, או! וואו נאך זעט מען אזא דאווענען וואס איז געווען און די ישיבה?
ווען דער רבי דער ברך משה איז געווען און קר''י האט ער נאך געוואלט דאווענן מיט די בחירים און דער ישיבה,
נאכען דאווענען גייט רבינו שליט''א ארויס ער גייט אריין בחדרו המיחד און דער ישיבה, וואו ער לייגט רבינו תם'ס תפילין ער ער לערנט זיינע שיעורים.
דער נאך בערך 11:00 אזייגער שפאצירט ער אריין און די ישיבה, און ער רופט אריין א חברתא פון צוויי בחירים צו אים און שטיבעל יעדען טאג אנדערע צוויי אזוי אז עסאיז געקימען א כמעט יעדער בחור האט געהאט כאטש איין מאל די זכיה צו לערנען מיט רבינו שליט''א
ווען רבינו שליט''א האט געהאט א כיתה וואו ער פלעגט פארלערנען דינסטאג און מיטוואך דאן פלעגט ער נישט לערנען בחברותא מיט די בחורים נאר ער פרעגט 12:30 אראפ גיין פארלערנען,
און מיר אלע געדענקן אז ער איז געווען גאר א שטארקע בלאט לערנער און א געוואלדיגע בקי וואו תו''ס האט אראפגעברענגט א גמרא פון א צווייטע פלאטץ האט רבינו שליט''א נאך געזאגט דער לשון פון די גמ' אויף אויסווענדיג, און ער האט גאר שטארק הנאה געהאט ווען א בחור האט געפרעגט צו דערזאך, ער איז א סאך מאל אריין געקימען און ביהמ''ד און די נאכמיטאג שעות און געזיכט דעם בחור וואס ער האט מיט אים געלערנט, און אים געזאגט א תירץ, ראיה, אד''ג אויף וואס זיי האבן געלערנט פארמיטאג,
דערנאך בערך 2:00 צייט פלעגט רבינו שליט''א צו פארהערן די בחירים וואס האבן געלערנט הלכות שבת אדער יו''ד, הלכות ריבית, מקוואות אד''ג וואו ער האט פארהערט בעיון גמור סימן נאך סימן די שווערסטע הלכות, ער פרעגט צו פרעגן פרמ''ג, כרתי ופלתי'ס, און ווען א בחור האט געוויסט האט ער גאר שטארק הנאה געהאט,
דערנאך בערך 4:00 צייט איז ער נאכאמאל אריין געקימען און ביהמ''ד און ארום שפאצירט צווישען די בחרים, און גערעד מיט זיי, און לערנען, מען האט אים דאן געפרעגט שאילות כמעט פון די גאנצע תורה יעדע בחור האט אים געפרעגט זיינע שאילות און די מקצוע וואו ער האט געלערנט, איינער האט אים געפרעגט פשט און מהרי''ט אלגזי אויף מסי בכורות, א צווייטער א פני יושע און מס' ביצה, א דריטער א אבני מליאים און מסי קדושין, א פערטער א טורי אבן און מס' ר''ה א פיפטער א אורים ותאימם און הלכות מקח וממכר, און אזוי ווייטער, ער איז איבעראל געווען אונדערהיים, גענפערט צו דער זאך, זיך מפלפל געווען ברותחא דארייתא מיט די בחירים אריין געברענגט און זיי א אהבת התורה,
ווער רעד נאך פון די סיגא וואכען, וואו רבינו שליט''א האט כמעט יעדן טאג פארגעלערנט סיגיא, געווענדליך די ערשטע וואך האט ער פארגעלערנט די גמרא, מיט די ראשנים דער נאך האט ער געזאגט טאג איין און טאג אויס חידושים נפלאים, עמוק עמוק, איך אפגעשריבען גאר א סאך חדושים, וואס רבינו שליט''א האט דאן געזאגט,
דארנאשטאג האט ער פארהערט, יעדע וואך א צווייטע כיתה, איך געדענק איינמאל איז לימוד פון ויואל משה געווען א ביסעל שוואך און רבינו שליט''א האט עס געוואלט מחזק זיין, האט ער אנגעהויבן פרעגען שאילות און ויואל משה דעמאלס האבן בחורים, מפליא געווען דאס בקיאות וואס דער ווישניצער רבי'ס איידעם האט און דעם הייליגען ויואל משה
אלזא פארמעגליך: דיינע לאקשען פארקויף פאר א צווייטען איך האב געלערענט און די ישיבה, און איך בין געווען זייער נאנט מיט רבינו שליט''א
די וועג וואו אזוי די לייגסט אים אראפ זעט מען איינס פון די צוויי
אדער האסטו קיינמאל נישט געלערנט און די ישיבה, די פלאפעלס נאר נאך וואס א פאר ''שונאים'' שרייבען דיר און דיין אימעל, צוליב זייער האס צו רבינו שליט''א פאר וואס ער האט זייי אריין געזאגט און די ישיבה, וועגו זייערע ברילען, אד''ג
2.... איך קען נישט שרייבען! איך האב מורא פון עטגאסט!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 21:05 |
|
| |
פארשטיי, אין די נ' יארן איז געווען די געשמאקסטע יארן ביים הגה"ק אין ישיבה, איי איז דאס גוט געווען, כולו רוחני, ווי די הייליגע רבי האט אונז אלע גע'אסר'ט צו שטעכן רעדער און צו ווארפן שטיינער, און מיר האבן אלע געפאלגט, עס איז געווען א לעבן נאר מיט רוחניות, גאנץ קרית יואל איז עדות געווען צום הייליגן אטמאספער פון דזשיהאד וואס האט געהערשט אין ישיבה. דעמאלטץ האבן מיר אלע ערלעדיגט שארמאשער רב מיט מכות, קאשוי רב מיט שטיינער, ר' יחזקאל ראטה מיט אייער.
דער הייליגער רבי איז דעמאלטץ געווען אזוי אריינגעטון אין מתוך אויף א וועג וואס מען האט נישט געזען ביי די גרעסטע צדיקים מתלמידי הבעש"ט, עס איז געווען צום באווינדערן ווי פאר די אלע מיטמאכענישן פון אידן האט ער זיך געטרייסט מיט די הייליגע תורה, און נישט מסיח דעת געווען פון מתוך.
אה! ווי נעמט מען יענע יארן! זלמן לייב וועט פלאקערן אין גיהנום פארן אפווישן די שענסטע יארן פון סאטמאר
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 21:06 |
|
| |
איך געדענק ווי היינט, איך בין געוועהן א בחור פון 14 יאר, אונזער מגיד שעור האט צוגעזאגט אז מען וועט ענדיגן א גוויסע מסכת וועט מען זיך גיין פארהערען ביים רב, מיר זענען אריין צום רב אין בעיסמענט, ווען מען איז שוין געזעסען, האט מען זיך דערזעהן אז עס איז נישטא קיין גמרה, דער רב האט קיין צוויי נישט געטראכט, אין זאגט עס איז גוט, וועלעכע מסכת לערענט מען? האט מען אים געזאגט, ער האט אונגעהויבן פארהערען אין פרעגן אויף אויסענווייניג, עס האט זיך געקענט דאכטן אז ער האט א גמרה אפען פאר זיך.
קומט מיר נישט זאגן אז ער קען נישט קיין לערנען, פאברעציר נישט קיין פאקטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 21:10 |
|
| |
פארשטיי, איך האב אויך געלערנט אין מאנרא, איך וועל דיר זאגן, "עפעס" אמת ליגט אין דיינע ווערטער אבער לויט דיין שפראך האסטו מסתמא א סוכה ברייט א האלבע מייל און לאנג דריי מייל און הויך 18 שטאק
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 21:12 |
|
| |
| עטגאסט כתב: |  | פארוואס זאל איך זיך גיין נאכפרעגן? האסט מורא צו שרייבן?
שרייב ווער די רבנים זענען געווען און ווער פון זיינע קינדער האבן זיך משדך געווען מיט יענעם רב.
כא כא, באקן מעשיות איז קיין קינץ נישט, מ'דארף צושרייבן "גיי פרעג זיך נאך". |
|
איך האב געמיינט די אנדערע מעשה וועגן דעם מיטאג ביים רבי'ן ז"ל
וועגן די מעשה האב איך דיר געענטפערט אין אישי כ'האב נישט געוואלט לייגן ברבים מפני כבוד הרבנים ז"ל
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 21:13 |
|
| |
זאג: וועלעכע חלק וואס איך האב געשריבען איז א גיזמא? איך וויל עס שוין פאררעכטען נאך עטגאסט באמערט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 21:35 |
|
| |
| פארשטיי כתב: |  | |
עס איז 7:45 אונדערפרי רבינו שליט''א קימט אריין און ישיבה, לייגט טלית און תפילין און הייבט אן צו דאווענען הויעך אויפן קול מילה במילה, יעדן טאג מיט די זעלבע התלהבות, און אלע בחירים ווערן מיטגשלעפט, און הייבן אן דאווענען מיט א געוואלדיג ווארעמקייט, און ברען, או! וואו נאך זעט מען אזא דאווענען וואס איז געווען און די ישיבה?
ווען דער רבי דער ברך משה איז געווען און קר''י האט ער נאך געוואלט דאווענן מיט די בחירים און דער ישיבה,
אזא התלהבות וואס מ'זעט אין יעדע חסידישע ישיבה ווען ס'דאווענען אינאיינעם אפאר הונדערט בחורים (אגב מיין טאטע פלעגט מיר זאגן אז בין הזמנים האט ער ליב צו דאווענען מיטן ברך משה'ס מנין ווייל ס'קומען בחורים און ס'איז א ווארעמע דאווענען, דאכט זיך אז מ'פלעגט אים נישט הערן ביים דאווענען)
נאכען דאווענען גייט רבינו שליט''א ארויס ער גייט אריין בחדרו המיחד און דער ישיבה, וואו ער לייגט רבינו תם'ס תפילין ער ער לערנט זיינע שיעורים.
דער נאך בערך 11:00 אזייגער שפאצירט ער אריין און די ישיבה, און ער רופט אריין א חברתא פון צוויי בחירים צו אים און שטיבעל יעדען טאג אנדערע צוויי אזוי אז עסאיז געקימען א כמעט יעדער בחור האט געהאט כאטש איין מאל די זכיה צו לערנען מיט רבינו שליט''א
ליידער האב איך קיינמאל נישט געהאט די זכי', מיינסטו ער האט עפעס געהאט דירעקט קעגן מיר?
ווען רבינו שליט''א האט געהאט א כיתה וואו ער פלעגט פארלערנען דינסטאג און מיטוואך דאן פלעגט ער נישט לערנען בחברותא מיט די בחורים נאר ער פרעגט 12:30 אראפ גיין פארלערנען,
און מיר אלע געדענקן אז ער איז געווען גאר א שטארקע בלאט לערנער און א געוואלדיגע בקי וואו תו''ס האט אראפגעברענגט א גמרא פון א צווייטע פלאטץ האט רבינו שליט''א נאך געזאגט דער לשון פון די גמ' אויף אויסווענדיג, און ער האט גאר שטארק הנאה געהאט ווען א בחור האט געפרעגט צו דערזאך, ער איז א סאך מאל אריין געקימען און ביהמ''ד און די נאכמיטאג שעות און געזיכט דעם בחור וואס ער האט מיט אים געלערנט, און אים געזאגט א תירץ, ראיה, אד''ג אויף וואס זיי האבן געלערנט פארמיטאג,
דערנאך בערך 2:00 צייט פלעגט רבינו שליט''א צו פארהערן די בחירים וואס האבן געלערנט הלכות שבת אדער יו''ד, הלכות ריבית, מקוואות אד''ג וואו ער האט פארהערט בעיון גמור סימן נאך סימן די שווערסטע הלכות, ער פרעגט צו פרעגן פרמ''ג, כרתי ופלתי'ס, און ווען א בחור האט געוויסט האט ער גאר שטארק הנאה געהאט,
האסט פארגעסן צו דערמאנען אז אמאל האט ער סתם אזוי געגעבן א פרעג: האסט געלערנט דעם תוספות? האסט געזען דעם מהרש"א אויף דעם? קוק נאך דעם מהרש"א! און זיך געגאנגען ווייטער........ מסתמא געווען לחדודי.
דערנאך בערך 4:00 צייט איז ער נאכאמאל אריין געקימען און ביהמ''ד און ארום שפאצירט צווישען די בחרים, און גערעד מיט זיי, און לערנען, מען האט אים דאן געפרעגט שאילות כמעט פון די גאנצע תורה יעדע בחור האט אים געפרעגט זיינע שאילות און די מקצוע וואו ער האט געלערנט, איינער האט אים געפרעגט פשט און מהרי''ט אלגזי אויף מסי בכורות, טוה מיר א טובה "איך בעט דיך" דערמאן דיך ווער עס איז געווען דער בחור וואס האט געפרעגט דעם מהרי"ט אלגאזי... א צווייטער א פני יושע און מס' ביצה, א דריטער א אבני מליאים און מסי קדושין, א פערטער א טורי אבן און מס' ר''ה א פיפטער א אורים ותאימם און הלכות מקח וממכר, און אזוי ווייטער, ער איז איבעראל געווען אונדערהיים, גענפערט צו דער זאך, זיך מפלפל געווען ברותחא דארייתא מיט די בחירים אריין געברענגט און זיי א אהבת התורה,
ווער רעד נאך פון די סיגא וואכען, וואו רבינו שליט''א האט כמעט יעדן טאג פארגעלערנט סיגיא, געווענדליך די ערשטע וואך האט ער פארגעלערנט די גמרא, מיט די ראשנים דער נאך האט ער געזאגט טאג איין און טאג אויס חידושים נפלאים, עמוק עמוק, איך אפגעשריבען גאר א סאך חדושים, וואס רבינו שליט''א האט דאן געזאגט,
דארנאשטאג האט ער פארהערט, יעדע וואך א צווייטע כיתה, איך געדענק איינמאל איז לימוד פון ויואל משה געווען א ביסעל שוואך און רבינו שליט''א האט עס געוואלט מחזק זיין, האט ער אנגעהויבן פרעגען שאילות און ויואל משה דעמאלס האבן בחורים, מפליא געווען דאס בקיאות וואס דער ווישניצער רבי'ס איידעם האט און דעם הייליגען ויואל משה
אלזא פארמעגליך: דיינע לאקשען פארקויף פאר א צווייטען איך האב געלערענט און די ישיבה, און איך בין געווען זייער נאנט מיט רבינו שליט''א
די וועג וואו אזוי די לייגסט אים אראפ זעט מען איינס פון די צוויי
אדער האסטו קיינמאל נישט געלערנט און די ישיבה, די פלאפעלס נאר נאך וואס א פאר ''שונאים'' שרייבען דיר און דיין אימעל, צוליב זייער האס צו רבינו שליט''א פאר וואס ער האט זייי אריין געזאגט און די ישיבה, וועגו זייערע ברילען, אד''ג
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 21:57 |
|
| |
מיין טאטע לאזט מיר נישט ענפערען פאר מענטשען וואס רעדען נישט צו די זאך. ממילא, פארשטיי, איך טאר דיר נישט ענטפערען. כיבוד אב איז א דאורייתא.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 22:02 |
|
| |
פאר די סיבה פלעג איך טאקע קיינמאל נישט ענטפערן פאר דיין טאטע
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 22:21 |
|
| |
פאמעגליך, דיין טאטע ווייסט אז די זיצט אויף דעם הינטרנט און מעורר שנאה און פירוד לבבות צווישין יידישע ברידר, איר שפליט זיך מיט פייער, זכור! אני מבטיח לך, יבוא יומו, וואס די וועסט וויינין אויף די אלי מאמרים וואס די שרייבסט, לעתה איז דיין מח פרבלענדט אונד בלינד, אבער גיב א 10 יאר, די וועסט האבן גרויס עגמות נפש, איך שרייב עס נאר לך ווייל לפי ראות עניני זענט איר א בר דעת, דאס זעלבי איז נוגע פאר די כותבי דער בלאט ודער איד, אייער שכל הקצר רעט אייך איין אז איר זענט צודק, אבער איר וועט זיך נאך רייסין די האר פין קאפ.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 22:22 |
|
| |
באקומען אין אישי:
חול המועד פסח תשנ"ט
נאכן דאווענען מען הייבט אן זינגען קול רנה און די רבי (ברך משה) הייסט אויפהערן זינגען.
דערנאך איז די רבי אריין און שטוב אנכאפענדיג זייך רעכטע האנט ר' עזריאל גליק נ"י ביי די טיר פון זיין צימער איז געשטאנען ה.מ. פון ק"י און געגעבען די הענט שלום נעמען. האט ר' עזריאל זיך אנגערופען הויך אז די רבי געט יעצט פאר קיינעם נישט די האנט האט זיך ה.מ. אנגערופען הויך "איך וויל נישט געבן קיין מזל טוב נאר שלום עליכם מיט א גוט יום טוב" אזוי ווי ער האט דאס ארויסגעזאגט האט די רבי ארויס גענומען די הענט פון ר' עזריאל און געזאגט "שלום עליכם, גוט יום טוב, וואס הערט זיך ביי דיר און געשעפט?"
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 22:36 |
|
| |
כבוד מיסטער פארמעגליך!
דיינע קארטען ווערן א ביסל צומישט? זייער גוט איך האב הנאה!
די ווילסט אראפגעבן
אז רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע איז געווען א אכזר!
אז רבינו הקוה''ט בעל ברך משה האט געוואלט צוטיילען סאטמאר! און ער האט געוואלט וומ''ס ענדערש פארן בנו השלישי נישט פארן בנו השני!
אז רבינו שליט''א א נער! ע''ה! אד''ג!
אז הגז''ל! איז א ת''ח!
איינמאל מען ענפערטא דיר אנדערש וואו די ווילסט הערן!
קימט די גאר קליגע! קעשמאקע! באטעמטע! בחן'טע! צינישע! באמבאסטישע! ניגון:
מיין טאטע בלא בלא בלא בלא.................
אז עס קימט טרערן פון געלעכטער פאר עטגאסט און די אויגען!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 22:43 |
|
| |
פשקעוויל,
א חידוש נפלא! עס איז דא א דערנעבנדיגער פורום אין היידפארק וואס גיסט שוין זעקס יאר פעך און שוועבל אויף אלע גדולי ישראל פון איבער די וועלט, מ'איז דארט רעגלמעסיג מבזה פילע אומשולדיגע אידן רבנים ודיינים, בעלי בתים, בני תורה, בחורים און אינגעלייט פאר'ן איינציגן חטא פון זיך נישט בוקן צו ענקער עגל הפארטיי, אן א שיעור שפיכות דמים און פירוד לבבות, הלבנת פנים און בזיון ת"ח אויפ'ן ערגסטן פארנעם טאג טעגליך, הוצאת שם רע מיט שקרים וכזבים יעדן טאג עקסטער, ואין פוצה פה ומצפצף! דו האסט נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, ס'גייט דורך טאג נאך טאג וואך נאך וואך יאר נאך יאר און דו זעסט גארנישט שלעכט דערמיט.
פלוצלינג מיטאמאל ווען א זאפטיגער שרייבער דא אין דעם נייעם פורום הייבט אביסל אן מיט העכסט אינטרעסאנטע ארטיקלען און קאפיטלעך היסטאריע (וואס ווי ס'קוקט אויס איז עס נישט מיט דיינע אינטערעסן און עס שמעקט דיר נישט) , ווערסטו פלוצלינג באנומען מיט הרגשים און דו הייבסט אן ווארענען און סטראשענען נוסח ארוני...
קוק דיך גוט אן אין שפיגל, און וואש דיר אפ די פנים מיט מקוה וואסער!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 22:58 |
|
| |
אזוי ווי פארמעגליך האט בארירט די נקודה פון "שונאים" און "חסידים", איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז דאס האט נישט געהאט קיין קלארע באגריפן, עס איז געווען גענוג אז א בחור'ל האט אפגעמאכט אויף זיין חבר אז יענער איז א "שונא", אדער יענעמס טאטע גאר, און זיין בלוט איז געווארן הפקר!
וואס מיינט א חסיד?
אין וויליאמסבורג האט מען געקענט אריינפאלן איינמאל אין דריי וואכן צו א טיש און ס'איז געווען גענוג צו הייסן א חסיד, אין קרית יואל ווען איינער האט נישט אלעס מיטגעהאלטן האט שוין געהייסן אז מען פאנפעט אונטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 23:09 |
|
| |
פוסק הדור!
OH NO
|
|
|
|
|