|
|
| נשלח ב-30/6/2009 23:14 |
|
| |
וויכטיג: לולא דמסתפינא אמרתי שאתה השטן בלבוש וויכטיג, אפשר איז נתעורר גיווארן א הרגש חרטה און א יידיש קינד, שטייסטו ווי א שטן, און די ביסט איהם ווייטער מפתה צו ממשיך זיין מיט די הפצת פירוד לבבות ושנאת אחים בבני ישראל, דו ווילסט טאקי נעמין קרעדיט פאר נישט דערלאזן א נפש מישראל צו איבערלאזן אן עבירה חמורה מאוד.
ולעצם הענין: קשיא: איז דא א מציאות וואס זיינע מאמרים זאלן מעורר זיין א פארשלאפענע שנאת אחים פאר 10 אידן? אם כן, וואס איז דאס
1. מצוה
2. רשות
3. עבירה
קשיא ב: די האלטסט אז, כבוד פאמעגליך ווען ער ווען זיין 70 יאר און ער וועט איבערליינען זיינע מאמרים, ווייל דאס איז דער טבע פון דער הינטערנט, אז עס בלאבט כתוב וחקוק לעולם ועד, דו האלטס אז ער וועט נישט וויינען און זיך רייסן די האר פין קאפ?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 23:18 |
|
| |
פאשקעוויל!
איך וויל מיך נישט אריין מישען און ריב שלא לי! אבער ההכרח לא יגונה!
ניין!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 23:33 |
|
| |
| פשקעוויל כתב: |  | וויכטיג: לולא דמסתפינא אמרתי שאתה השטן בלבוש וויכטיג, אפשר איז נתעורר גיווארן א הרגש חרטה און א יידיש קינד, שטייסטו ווי א שטן, און די ביסט איהם ווייטער מפתה צו ממשיך זיין מיט די הפצת פירוד לבבות ושנאת אחים בבני ישראל, דו ווילסט טאקי נעמין קרעדיט פאר נישט דערלאזן א נפש מישראל צו איבערלאזן אן עבירה חמורה מאוד.
ולעצם הענין: קשיא: איז דא א מציאות וואס זיינע מאמרים זאלן מעורר זיין א פארשלאפענע שנאת אחים פאר 10 אידן? אם כן, וואס איז דאס
1. מצוה
2. רשות
3. עבירה
קשיא ב: די האלטסט אז, כבוד פאמעגליך ווען ער ווען זיין 70 יאר און ער וועט איבערליינען זיינע מאמרים, ווייל דאס איז דער טבע פון דער הינטערנט, אז עס בלאבט כתוב וחקוק לעולם ועד, דו האלטס אז ער וועט נישט וויינען און זיך רייסן די האר פין קאפ? |
|
טייערער פשעקעוויל:
איך וועל זיך נישט רייסן די האר פון קאפ, אדרבה איך פלאן אי"ה ארויסצוגעבען א שיין אויפגעזעצעט ביכל מיט די גאנצע השתלשלות הענינים תיכף ווען איך וועל ענדיגן דעם ארטיקל.
איך בין נישט מעורר שנאת אחים, אדרבה שנאת אחים זענען מעורר די וואס זענען ממשיך מיט די מחלוקה, איך שרייב פשוט איבער פאקטן און צרות וואס דער ציבור האט זיך פון ענק אנגעליטן און ליידן זיך נאך אלס אן עד היום הזה, אפשר אפשר אויב וועלן די בעלי מחלוקות זיך קוקן דא אין שפיגל וועלן זיי אויפהערן מיט זייערע מעשים דאן וועל איך זיך פרייען צו האבן אויך א חלק פון זייער גן עדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 23:40 |
|
| |
ברוך שכוונתי!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2009 23:55 |
|
| |
איך האב דיר עפעס געפרעגט און דו האסט נישט געענטפערט..
1. דא גייט אן א פורום כה"כ שוין באלד זעקס יאר מיט שפיכות דמים הלבנת פנים בזיון ת"ח מחלוקת און הוצאת שם רע ועוד ועוד..
2. ס'איז דא אזעלכע שרייבער ווי ר' יונה, ארגינעלער, ועוד ועוד וואס זיצן חדשים לבקרים און באקן מעשיות שקרים וכזבים על ה' ועל משיחו, מיט די נידעריגסטע בזיון ת"ח, אפילו אויף דיינים וואס האבן פאר זיי אליין גע'פסק'עט שאלות די לעצטע דרייסיג פערציג יאר, בירא דשתית מיניה מיא, און אויף אלע סארט אידן וואס גייען נישט אין ענקער שפאן..
3. דא אט אין דעם אשכול אליין וויפיל שפיכות דמים און מחלוקת והוצאת שם רע איז דא דורך "ענקערע" שרייבער..
וויל איך זאלסט מיר ביטע ענטפערן אין פלעין אידיש, פארוואס די אלע עוולות זענען ביי דיר גוט און באקוועם, דו האסט נאך אין די לעצטע זעקס יאר נישט געפינען פאר נויטיג צו מוחה זיין אויף דיינע נידעריגע ארונישע שרייבער אז זיי גייען אן "מיט די הפצת פירוד לבבות ושנאת אחים בבני ישראל"...
דו סטראשעסט זיי נישט אז זיי וועלן חרטה האבן פאר זייערע "השמצות און מרבה זיין מחלוקת און פירוד לבבות בישראל"...
מאי שנא אלו מאלו?
והאחרון הכביד, בשעת דו פרובירסט אומסוקסעספול אריינצושניידן אין א שרייבער דא אויף זיינע געלונגענע ארטיקלען "אקעגן דיינע אינטערעסן" מיט דברי מוסר ותוכחה, אין די זעלבע צייט זיצסטו אין א דערנעבנדיגן אשכול און דו ביסט משמיץ די צד וואס איז קעגן דיר.. איך האב געמיינט אז כאטש אויף איין שעה ווען דו ביסט נאך אונטערן רושם פון דיינע אייגענע מוסר רייד וועסטו כאטש אליין ארייננעמען אין דיר דיינע שרעקעדיגע מוסר ווערטער, און דו וועסט כאטש זיך איינהאלטן אפאר מינוט פון בארעדן אידן און "מרבה זיין מחלוקת און פירוד לבבות בישראל"... ניטאמאל דאס? !
אתמהה..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 00:08 |
|
| |
כך היה המעשה:
עס איז געווען א מאל א יוד וואס האט געהייסען יוסעלע, און מען האט און געריפען, יוסעלע גנב, די סיבה איז געווען גאנץ א פשוטע: ווייל ער האט ליידער געהאט קלעבעדיגע הענט, ל''ע
ויהי היום:
דער יוסעלע גנב האט איין געבראכען ביי משה דער נגיד, בעצם היום השבת, און ער האט דעם משה דער נגיד גוט בקלאפט די ביינער, צובראכען די אויגן ברילען, דערנאך א וועק שפאצירט מיט דאס גאנצע האב און גוטס פון משה דער נגיד,
הכלל, דער נגיד האט זיך נישט געלאזט ער האט אנגעהויבן מפרסם צו זיין און די גאנצע שטאט וואס דער יוסעלע גנב איז, און ער האט געווארענט יעדן איינעם צו שטיין ווייט פון דעס באגאבונד יוסעלע
פארשטייט זיך די רעזילטאטען, האבן נישט געשפעטיגט, עס האט אנגעהויבן פאר יוסעלען צו גיין שווער און דער ביזנעס, האט ער נישט געהאט קיין ברירה און ער האט אנגעהויבן א מעכטיגע קאנטער אפענעסיווע, ער האט געדינגען שרייבער פראפעגאנדע מימחים וואס האבן אנגעהויבן שטורימען און שרייבען קעגן משה דער נגיד,
און יאסעלע האט ערענסט געמיינט אז משה דער נגיד וועט זיך דערשרעקען! און דער עולם וועט נישט וויסען דעם אמתף, ביזדער ווייל א נעכטיגער טאג,
דער עולם און די שטאט האט גאנץ גוט געוויסט ווער דער שיגץ איז, און מען איז מיט געשטאנען מיט ר' משה דער נגיד על אפו ועל חמתו פון יאסעלע גנב
אנטשולדיג איך מיז מאכען א משל, איך האב אזא געפול אז אן א משל וועסטו עס נישט כאפען!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 00:13 |
|
| |
עס איז זייער א שיינע משל אבער פארוואס רעדסטו זיך איין אז מיטן דינגען שרייבער צו באשמוצן יעדן ערליכער איד וועט ענק געלונגען אפצווישן ענקער טעראריסטישע עבר?
תוקן על ידי עטגאסט ב- 01/07/2009 0:11:34
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 00:16 |
|
| |
עטגאסט

|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 00:39 |
|
| |
אוי אפי' מיט א משל כאפסטו אויך נישט?
ווען דער פורם כל העולם כילו דעקט ווען נישט אויף די אלע רשעות, רציחה,גניבה,טעראר, וואס די זאליבאנער פארטיי טיט,
דאן מי יודע וואו פול נאך יודען וואלטען געווארען געמסרעט, געשלאגען, ארויסגעווארפען, טעראזירט, און געפייניגט פון די וואס ווילען ארויפ צווינגען דער עם הארצישע הנהגה, אויף סאטמאר!
כאפסט??????
תוקן על ידי פארשטיי ב- 01/07/2009 0:37:12
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 00:43 |
|
| |
וויכטיג: דער תגובה האב איך גישריבן איידער איך האב דא געזאגט מוסר, ומנהמת לבי אני מתחרט מאוד מאוד, איך בין נתעורר געווארן ווייל איך האב געזעהן אז פאמעגליך שראבט אז כיבוד אב איז א דאורייתא, האב איך גיטראכט צימיר, אויב אזוי וואספארא דבר חמר איז דאס צו זיצן אויפן הינטערנעט און בשאט נפש מעורר זיין איבה ושנאה אויף יידישע ברודער, עס איז זייער מעגליך אז עס איז דא פילע חסידי ר' זלמן לייב שליט"א וואס האבן שוין מוחל געווען אדער פארגעסן פון די מחלוקה, און דער ארטיקל טוט אויסשראען צו פילע יידישע קינדער שומרי תורה ומצוות "איר זאלט פיינט האבן ר' אהרן און אלע זיינע אנהענגער", איז דאס נישט אן עוון פלילי מאד, וויזוי שפירט איר נישט שלעכט אז איר זענט גורם בשאט נפש פירוד לבבות, בין אחינו בני ישראל, דאס איז דאך גורם אלי צרות ישראל.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 00:44 |
|
| |
פארשטיי, צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין אבער זעט אויס אז די קייסט א הארטע סטעיק...
די ביסט דער וואס פארשטייט נישט
ווען ענקער פורום זאל זיין א פלאץ ווי "די אמת" דרייט זיך ממילא, אבער ס'איז דא דארט 200 שקרים פאר יעדן האלבן אמת, קיינער (אפילו די אליינס) גלייבט נישט קיין ווארט וואס דארט שטייט... אם כן מה הואילו חכמים בתקנתם? קודם זע צו שרייבן דארט "נאר" דעם אמת... אפשר אפשר אפשר וועט דאס ענק העלפן...
נ.ב. איין פראבלעם איז דא אז די משל איז נאר ענליך צום נמשל, לויטן משל וואלטן מיר געדארפט זיין די וואס האבן שוין א פורום אסאך יארן... דערווייל זענען ענק די וואס האבן דעם פורום.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 00:48 |
|
| |
פארשטיי, ווען איר זאלט עוסק זיין אין ווישן ענקער טינופת פון 100 יאר צוריק, וואלט דיין משל אפשר פן ואולי געווען צו דער זאך, אבער אזוויווי די וואס האבן מיטגעלעבט ענקערע רדיפות ערשטע האנט לעבן נאך און געדענקן אלעס זייער גוט, דארפסטו בלויז עפענען די אויגן צו זען פאר וועמען דער משל איז פאסיג..
פשקעוויל, אויב אזוי גיב איך דיר קרעדיט, און איך שטים מיט דיר צו מאכן א מעכטיגן וואפן שטיל שטאנד, אבער ביטע, נאכ'ן נתעורר ווערן, לאמיך זען וואסערע פארציע מוסר דו וועסט געבן פאר ענקערע שרייבער...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 00:56 |
|
| |
| עטגאסט כתב: |  | עס איז זייער א שיינע משל אבער פארוואס רעדסטו זיך איין אז מיטן דינגען שרייבער צו באשמוצן יעדן ערליכער איד וועט ענק געלונגען אפצווישן ענקער טעראריסטישע עבר?
תוקן על ידי עטגאסט ב- 01/07/2009 0:11:34
|
|
ווען דו זאגסט "ענקער" טעראריסטישע עבר ווייס איך שוין נישט פון וועם דו רעדסט, ווייל מ'האט זיך צוטיילט אויף צוויי
האדמו"ר ז"ל, אליעזר, יש"וו, יצחק שטערן וכו' אויף איין זייט, ר"א, דוד עקשטיין, מילך דייטש, עמרם כהן וכו' אויף די צווייטע זייט סאוי ווען דו רעדסט פון פארדעקן טעראריסטישע עבר מיזטו מסביר זיין פון וועם דו רעדסט.
(נאך א מזל קיינער זעט מיך נישט יעצט איך וואלט יעצט געכאפט מכות פון ביידע זייטן)
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 01:01 |
|
| |
לחיים, היאך החי יכול להכחיש את החי..
איך האב נישט באמערקט קיין איין איינציגן בני יואל, אדער אנדערע קרבן פון טעראר די אלע יארן זאל לויפן צו די "רואיגע, שלום'דיגע, פרידליכע, טעראר ריינע" שירעם פון מחנת הר"א, טראץ וואס - ווי דו שרייבסט - ממש האלב די טעראריסטן זענען געגאנגען צו צד הגרז"ל...
די וואס האבן געכאפט די שלעק האבן געזען און געשפירט פון וועם זיי האבן געכאפט, און זיי טייטלען אויף ענק מיט די פינגער, די שלעק זענען נאך צו פאיש, די וואונדן זענען נאך אפן.. די באבקעס און קאווער אפס וועסטו אפשר קענען אנהייבן פארקויפן אין פערציג יאר ארום...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2009 01:11 |
|
| |
ווען איך רעד וועגן טעראר רעד איך לדוגמא וועגן די טעראר דרשות וואס הגה"ק האט פראפעגאנדירט פאר די תלמידים אין זיין יעשיבע.
|
|
|
|
|