זאג נאר דו שוטה איינער ווער האט געליטן פאר וועם ביי פרשת סקול דיסטריקט?
דאס זענען די ארונים וואס דער רבי האט געליטן פאר זיין זון ר' אהרן זאגן זיי אז ר' אהרן האט געליטן פאר אים
היפאקריט איז נישט דאס ווארט...
נשלח ב-1/7/2009 20:41
פארמעגליך כתב:
איך בעט דיך, דו מוזט האבען געדולד, ווייל אויב נישט וועסטו אויס זען ווי דיין רבי וואס האט אויך נישט געהאט געדולד...
נשלח ב-1/7/2009 20:43
היפעקריט
געב מיר אפאר טעג און איך וועל עס ארויפלייגן
אין איך וועל ווארטן ווען דו וועסט אריינגיין צו דיין הגה"ק
אין ירא הקהל וישפוט
מיר וועלן זען ווי ער נעמט זיך אן פאר זיין טאטנס כבוד אדער זיין כבוד
תוקן על ידי געלעכטער ב- 01/07/2009 20:41:08
נשלח ב-1/7/2009 20:54
איך ווייס נישט אויב די ווייסט אבער זיי לעבען נאך די ברך משה האט געזאגט פאר ר' מ. ט. ב. אין פאר ר' מ. ש. אז ער וויל נישט די סקול דיסטריקט נאר נאך דעם וואס ר אהרן האט עם נישט געפאלגט אין ער האט עס יא געהייסען מאכן די סקול דיסטריקט אין ער האט אנגעהויבן צי ניצען זיין שמיציג מויל אקעגען יעדעם איינעם אין ער האט זיך פארמיסט אין די גאנצע וועלט איז ער אריין צי זיין טאטע אין אנגעהויבן וויינען אין זיין טאטע האט רחמנות געהאט אויף עם אין זיך אריין געלאסט אין דע עסק ביש אין סאיז געווארן וואס סאיז געווארן אין זיין טאטענס נעטארען האבן א שיין ביסעל ציגעשפילט אבער ער איז אריין אין דע בלאטע נאר ווייל זיין פראבלאמאטיש קינד האט עם אריין געשלעפט דעראין
נשלח ב-1/7/2009 20:55
קודם ברענג דעם בריוו פון יראשלימער רב וועגן בני ברק און דערנאך
ווען דו וועסט ברענגען דעם פראף וועל איך אריינגיין צום רבין
וויפיל יונגע קינדער און בחורים האבן זיך אנגעליטן וואס האט זיי אפעקטירט אויפן גאנץ לעבן
ברוחניות ובגשמיות ווען
זייער בלוט איז געווארן הפקר אין חדר, ישיבה, ביהמ''ד, פאר די אזויגערופענע "חסידים"
{היינט באקאנט אלס אהרונים}
אלעס מיטן תירוץ פון שונא מתנגד גערעדט אויפן רבין וכדומה
ארץ ארץ אל תכסי דמם!!
דו ביסט טאקע א גרויסער העלד פארן שרייבן דאס, אבער לאמיך דיר מגלה סוד זיין 'איך בין איינער פון די וואס מ'האט געטרונקען דאס בלוט' און כ'קען דיר זאגן אז רובא דרובא פון די וואס האבן מיך געפייניגט (און קיינמאל נישט איבערגעבעטן) זענען היינט זאליס!
נשלח ב-1/7/2009 21:20
ווי איך זע, מר' לחיים, פון דיין געשרייבעכץ אז דו איינעם קענסט ארויסנעמען פון די כלים און דעריבער האט מען די געפייניגט...
נשלח ב-1/7/2009 21:22
לאמיך דיר זאגען איך האב אויך געכאפט אין יענע יארן היבש אין איך זע די זעלבע ווי די אז אסאך וואס האבו געשלאגן אין געטיען אנדערע זאכן זענען יעצט אויף די זייט פינעם רבי'ן (רז"ל) אבער אסאך האבן מיך יא איבער געבעטען אין די עכטע סיבה פארוואס זיי זענען היינט זאלונים איז נעבעך די שילד געפילען וואס זיי האבן עס איז באמת א רחמנות אויף זיי א איד קען זיך נישט מוחל זיין אויף אזא צער נאר וואס דען די ביסט געווען א יונגעל וואס האט אריין געליטען אין דע וואס האבן דיר ווי געטיען ווייסען אפי' נישט וועם איבער ציבעטן איך בין 100% זעכער ווען די וועסט שיקען א הודעה פאר איינעם דארעך א שליח וועט ער דיר איבערבעטען אין פאלן צי דיינע פיס פארביר עס אויס
נשלח ב-1/7/2009 21:25
הרב פארמעגליך, איך האב מיך זייער גוט דורכגעקומען מיט דיר פערזענליך איך זעה נישט אז דאס זאל האבן געווען די פראבלעם, אויסער דעם בין איך געווען א חסיד נאר אין מיין משפחה זענען געווען "שונאים" (לשונו של האדמו"ר ז"ל) איז מיין בלוט געווען הפקר
נשלח ב-1/7/2009 21:28
אינרעסאנט איז אז די אלע טעראריסטן וואס האבן געסוויטשט צו ר' זלמן זענען ווייטער געבליבן טעראריסטן (איך רעד נישט פון בחור'לעך איך רעד פון די קאארדינעיטערס) נאר ס'האט אן אנדער מאנטל, עירוב וכדו'
נשלח ב-1/7/2009 21:30
lechayim32 כתב:
אינרעסאנט איז אז די אלע טעראריסטן וואס האבן געסוויטשט צו ר' זלמן זענען ווייטער געבליבן טעראריסטן (איך רעד נישט פון בחור'לעך איך רעד פון די קאארדינעיטערס) נאר ס'האט אן אנדער מאנטל, עירוב וכדו'
למשל ווער?
נשלח ב-1/7/2009 21:31
סאיז נישט אמת וואס די שרייבסט רוב זענען היינט ווייט פין יעדע זאך אין אסאך האבן אפי' א נאמען געגעבען נאך די רעבצין ע"ה אפשר גציילטע זענען געבליבן אבער רוב נישט
נשלח ב-1/7/2009 21:43
לחיים, פאר פייער און פאר וואסער.. רוב רובם פון די שלעגערס און טעראריסטן זענען געגאנגען צו די ארונים, די זעלבע וואס האבן איבערגעדרייט משה גבאי'ס קאר, און האבן חרוב געמאכט די בלומען ביי מוסדות ויואל משה, און וואנדאליזרט די באסעס פון ויואל משה, און האבן אונטערגעצינדן ילד שעשועים וכו' ס'איז איינס און די זעלבע...
דו שרייבסט:
אבער לאמיך דיר מגלה סוד זיין 'איך בין איינער פון די וואס
מ'האט געטרונקען דאס בלוט' און כ'קען דיר זאגן אז רובא דרובא פון די וואס
האבן מיך געפייניגט (און קיינמאל נישט איבערגעבעטן) זענען היינט זאליס!
ביסטו אפשר דער שלעגער וואס האט געמאכט איבערעקרענישן און געווארפן באטלעך שמחת תורה? וואס מ'האט דיך געדארפט אראפשלעפן פון די פארענטשעס און ארויספירן פון ראדני?? אנדערש ווייס איך נישט ווער ס'האט אמאל געכאפט א ריר פון א זאלוני, אדער ביסטו סתם א שקרן, ווייל איך האב נאכנישט געטראפן אפילו "איין איינציגן" איד וואס זאל לויפן צו די ארונים ווייל ער איז "ענדליך פטור געווארן פון די זאלונישע שלעגערס", פארקערט יא, אלע געליטענע זענען אנטלאפן פון ענק צו די אנדערע עק, דו האסט שוין ווייטער פארגעסן פון דעם כלל, אז מילתא דעבידי לאיגלויי לא משקרי אינשי..