בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/7/2009 21:50 לינק ישיר 

וויכטיג, ווען ביסטו געבוירן? מזל טוב! דו ווייסט נאר פון ווארפן באטלעך שמח"ת און בלומען ויואל משה, איך האב פאר דיר נייעס מיר רעדן דא פון אפאר יאר פריער

אפשר קענסטו מיר זאגן ווער עס האט אינטערגעצינדען ילד שעשועים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 21:53 לינק ישיר 

א_צווייטער כתב:
למשל ווער?

איך האב שוין אויסגערעכנט נעמען ערגעץ דא אין דעם פארום

א אינטרעסאנטע זאך האב איך באמערקט, געוויסע זאכן וואס איך שרייב באמערקט עפעס נישט 'פארמעגליך' נאכדעם זאגט ער אז איך נעם ארויס מענטשן פון די כלים הא? דארט ווי דו האלטסט איך בין גערעכט פאקסטו איין וואס קענסטו מיר נישט מודה זיין? איי לאוו יא פארמעגליך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 21:55 לינק ישיר 

lechayim32 כתב:
הרב פארמעגליך, איך האב מיך זייער גוט דורכגעקומען מיט דיר פערזענליך איך זעה נישט אז דאס זאל האבן געווען די פראבלעם, אויסער דעם בין איך געווען א חסיד נאר אין מיין משפחה זענען געווען "שונאים" (לשונו של האדמו"ר ז"ל) איז מיין בלוט געווען הפקר


צוויי זאכן. איינס, אפילו דו וייסט אויף הונדערט פראצענט ווער דער מר פארמעגליך איז, זאלסט אפילו נישט וועלען  מרמז זיין ווער ער איז ווייל דאן וועט דער ארטיקעל נישט פארטיג ווערן.
צווייטנס, וויפיל איך האב זיך געשריבן מיט אים און אויך אנדערע מיט ווען איך האב שייכות, און איך האב אליין נאכגעפארשט מיט פארשידענע טריקס אויף וועם איך האב געהאט א חשד, איז מיר כמעט בלי שום ספק אז ער האט דיך נישט געקענט פייניגן ווייל ער איז דעמאלטס געווען א קליין קינד. איך ווייס אזויפיל אז ער בעצם איז נאר א מלקט און ארבעט מיט עטליכע עלטערע פון אים וואס פון זיי נעמט ער די אלע אינפארמאציע. ער געדענקט נישט גארנישט פון די יארען ביז תש"ס. דאס איז 99 פראצענט.
דעראיבער אויב דו טראכסט אויף איינעם און יענער האט דיך געפייניגט, זאלסטו וויסן אז עס איז כמעט זיכער אז דו ביסט א חושד בכשרים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 21:59 לינק ישיר 

ניין איך ווארף נישט קיין באטלעך אויף קיין אידן, ב"ה קיינמאל נישט געטוען אזעלכע זאכן, אפאר יאר צוריק איז צו מיר צוגעקומען א יונגערמאן צו איך וויל קומען מיט אים ווארפן צעטלעך קעגן הרב שטיינמאן האב איך אים געזאגט איך האב נאך קיינמאל נישט געווארפן קיין פאשקעווילן און איך האלט נישט ביים ווארפן אזוי ווייט אז ווען איך הייב אויף א פאשקעוויל פון דער ערד צו ליינען ווארף איך עס נישט צוריק אראפ "ווייל איך ווארף נישט קיין פאשקעווילן"
און איך בין בכלל נישט עדיקטעד צו ראדני און אויך נישט צו טייטלבוים ווען עטץ האטס ענק ארומגעשלאגן בין איך געטאנצן מיט די הייליגע תורה זיך פרייענדיג צוזאמען מיטן אויבערשטען מיט די הייליגע תורה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 22:01 לינק ישיר 

lechayim32 כתב:
למשל ווער?

איך האב שוין אויסגערעכנט נעמען ערגעץ דא אין דעם פארום

א אינטרעסאנטע זאך האב איך באמערקט, געוויסע זאכן וואס איך שרייב באמערקט עפעס נישט 'פארמעגליך' נאכדעם זאגט ער אז איך נעם ארויס מענטשן פון די כלים הא? דארט ווי דו האלטסט איך בין גערעכט פאקסטו איין וואס קענסטו מיר נישט מודה זיין? איי לאוו יא פארמעגליך!


*

איך וועל דיר ענטפערען דאס וואס איך האב פריער געעטנפערט פאר היפאקריט:
 
היפאקריט, פארקריך נישט פון די נושא. מען האלט נאך נישט איצט ביי די סקול דיסטריקט פרשה. ביטע זיך האלטען נאר צו די מאמרים וואס זענען שוין געשריבען געווארען אין די הויפט אשכול.

איך וועל נישט ענפערען אויף סיי וואס און פאר קיינעם, וואס איך האב נאך נישט געשריבען.
לחיים, טויש אויף די נאמען אויף לחיים און שטעל עס אריין אויפן פלאץ פון היפאקריט, וועסטו שייער גוט פארשטיין פארוואס איך ענפער אמאל יא און אמאל נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2009 22:01 לינק ישיר 

חס ושלום איך האב נישט געזאגט אז פארמעגליך האט מיך געפייניגט, כ'האב נאר געזאגט אז אויב איך בין מיך מיט אים גאנץ גוט אויסגעקומען מסתמא לייד איך נישט אויף א פראבלעם אז איך קען מיך נישט דורכקומען מיט מענטשן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 22:01 לינק ישיר 

לחיים, יא, איך קען דיר זאגן ווער ס'האט אונטעגצינדן ילד שעשועים, און אלע זענען היינט געבראטענע ארונים!

אויך איז כדאי צו דערמאנען די ראלע וואס די ווילידזש און וואסער דעפארטמענט האט געהאט אין די מעשי רציחה, ווען די וואסער פון יענעם פאמפ איז "פערצופאל" געווען אפגעשפארט..

דו קענסט פרובירן  נאכאמאל און נאכאמאל וויפיל דו ווילסט צו מאכן די שולדיגע פאר אומשולדיג, און די אומשולדיגע פאר שולדיגע, אבער רוב געליטענע לעבן נאך ב"ה, און די פאקטן שטייען נאך פאר די אויגן, במילא, חוץ א עכטע ארוני וועסטו נישט קענען איינרעדן קיין באבע מעשיות, ווייל די מעשיות לעבן נאך פאר די אויגן..

פאר ענק קען מען שווערן אז יעצט איז נאכט, אז ס'האגלט שפענדלעך מיט שפיצן אינדרויסן, און אז די עמפייער סטעיט בילדינג באלאנגט פאר ענק.. און איר וועט אלע נאכזאגן מיט א תמימות די נארישע באבקעס וואס די בלאט אדער היידפארק האט ענק איינגערעדט..



תוקן על ידי וויכטיג ב- 01/07/2009 22:00:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 22:05 לינק ישיר 

לחיים לייקענט דעם שמש בצהרים איך קוק מיך ארום מיין עידזש אין חדר אין ישיבה
און די זעלבע זאך אין בית המדרש און איך בין זיכער אז דו ווייסט דאס אויך  אז
די אלע רודפים אונטערן נאמען חסידים זענען אלע %99.99 היינט ביי ר' אהרן'ן.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 22:09 לינק ישיר 

זיי מוחל ר' וויכטיג און לייג ארויס די נעמען, גארנישט וועט ענק נישט מאכן מודה זיין קיינמאל אין ענקער לעבן האט עטס נישט געטוען עפעס שלעכטס אדער געמאכט א טעות עטס זענטס דאך ערגער ווי די ארונים זיי גלייבן שוין היינט נישט 'אלעס' וואס מ'פארקויפט זיי און זיי זענען שוין היינט מודה אז זיי האבן געמאכט טעותים אבער די זאליס? קיינמאל נישט! יעדעס ווארט אין דער איד איז אמת יעדע זאך וואס עטס האטס געטוען האט מען געמעגט געדארפט דער דיין האט געהייסן אדער האט מען עס בכלל נישט געטוען אפשר הערסטו אויף מיט דיינע שטיקעס כמעט יעדער איינער וואס איז געווען פארמישט אין די ילד שריפה איז היינט א זאלי אנגעהויבן ביים הויפט פלאנירער משה פר"מ און געענדיגט ביי די שיק יונגלעך ווערטהיימער און לאנדא וואס האבן געגאסן גאלאנען געזאלין אין משך פון אפאר שעה

דא גייט פארמעגליך בלייבן שטיל ווייל ער ווייסט דאס אזוי גוט ווי איך



תוקן על ידי lechayim32 ב- 01/07/2009 22:09:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 22:17 לינק ישיר 

איך וועל נישט ענפערען אויף סיי וואס און פאר קיינעם, וואס איך האב נאך נישט געשריבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2009 22:30 לינק ישיר 

דו האסט מיר אויך נישט געענטפערט אויף די בכל כוחו ובכל כוונתו דאס איז געווען דאכט זיך תשמ"ט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 22:37 לינק ישיר 
ליידן זיך נאך אלס אן יידן עד היום הזה פון ר' אהרן?

באשכול הידוע האב איך מעורר גיוועזין פאמעגליך אודות זיין הפצת איבה ושנאה צווישין היימישע יידישע ברודער, איך האב איהם מסביר גיוועזין אז יתכן אז פילע חסידי ר' זלמן ליב שליט"א האבן שוין פארגעסן אדער מוחל גיוועזן ר' אהרן, און מיט זיינע מאמרים איז ער מעורר א מעגליך פארשלאפענע איבה און א רודף מחלוקה, און אפשר אז בשבילו האט ער מאריך געווען דעם זמן וואס אפשר יבוא יומו וואס יידישע ברודער וועלן נאך אמאל זיין בשלום ואחוה, איך ווייס נישט ווי א מענטשן א ירא עוון האט נישט מורא אז אויף זיין אחריות טוט מען מוסיף זיין נאך שנאה ומחלוקת.


התירוץ היחידי וואס ער האט מיר גיענפירט, וואס אפשר איז עס מיישר זיינע מעשים, איז אז עד היום הזה הם סובלים צרות רבות ורעות פון ר' אהרן און ער פריבט עס צו מונע זיין מיט זיינע מאמרים.


וזה לשונו:

"איך בין נישט מעורר שנאת אחים, אדרבה שנאת אחים זענען מעורר די וואס זענען ממשיך מיט די מחלוקה, איך שרייב פשוט איבער פאקטן און צרות וואס דער ציבור האט זיך פון ענק אנגעליטן און ליידן זיך נאך אלס אן עד היום הזה, אפשר אפשר אויב וועלן די בעלי מחלוקות זיך קוקן דא אין שפיגל וועלן זיי אויפהערן מיט זייערע מעשים דאן וועל איך זיך פרייען צו האבן אויך א חלק פון זייער גן עדן."


איך האב א חשש גדול אז עס איז שקר מוחלט, און עס איז נישט במציאות, ווייל ר' זלמן לייב שליט"א איז מאז ומקדם אן אדמו"ר עצמאי ער האט א מלוכה בלתי מגבלת, האיך אפשר אז ר' אהרן וואס איז שוין לאנג דערנידערט צו א אדמו"ר פשוט כאחד האדמורי"ם זאל נאך קענען ארום שאפן חסידי ר' זלמן לייב?

(בשולי היריעה: מיין התעוררת מוסר איז נישט דוקא געציעלט פאר פאמעגליך נאר אלי ודומיהם.)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 22:39 לינק ישיר 

איך האב נעכטען נישט פארשטאנען און איך פארשטיי עס איצט אויך נישט. איז די "די בכל כוחו ובכל כוונתו"  עפעס א שטעך ווארט וואך מוז כאפען אדער איז דאס עפעס וואס איך ווייס פשוט נישט דערפון?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/7/2009 22:46 לינק ישיר 

פשקוויל
מאך דיך נישט אזוי תמימותדי'ג דו האסט שוין אליינס אראפגעברענגט עטליכע
מאל די דרשה פון ר' שאול לגבי די גניבה פון די בית החיים, 
 און דו ווייסט גאנץ גוט וואס די סאטמארע מאכן מיט דערוועגן
ועוד ועוד.
 (איך האב גענונען די פעדער דיר צו ענטפערן ווייל איך ווייס אז פארמעגליךס טאטע
לאזט איהם נישט ענטפערן פאר דיר.)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2009 22:52 לינק ישיר 

מיר ליידן נישט "עד היום"?

די ארוינים פייניגען נישט יעדע אלמנה וואס פארלירט א מאן?

ועוד ועוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 26 27 28 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.