פארמעגליך טוסט אהערליך דזאב, וואלסט געדארפט די זעלבע טוהן מיט מענדעלע פין וויזניץ אין רב"צ פין באבוב, זיי האבן אויכעט א רייכע סמעטענע היסטאריע
נשלח ב-1/7/2009 23:50
נשלח ב-1/7/2009 23:52
יחצאל!
איך זע דיר אונעם גרונעם אנצוג!!!
נשלח ב-1/7/2009 23:52
פארשטיי כתב:
למשל מילך שטערן
די פארטיי וואס האט געמסערט ר' ארי לייב
און נאך
דו קענסט מסביר זיין פארוואס איר זענט נעבעך אזוי אבסעסט מיט הרב החסיד רבי אלימלך שטערן, ביז צו געבן אים א נארישן צונאמען, מיט ניוול פה (וואס איז ביי ענק ווי ס'קוקט אויס א היימישער שפראך) באגלייט מיט קללות נמרצות??? בלויז ווייל ער געהערט צו די ערליכע פארטיי, און ער וויל נישט מיטטאנצן מיט ענקערע מעשים תעתועים??
בנוגע ר' ארי' לייב, מיט דעם וואס דו וועסט איבערשרייבן דריי טויזנט מאל "די וואס האבן גע'מסר'ט ר' ארי' לייב", וועט נאך אלס קיין איין נארמאלער מענטש נישט אפקויפן ענעקערע נארישע עלילות און טעגליכע שקרים צו אנשמירן כאילו היימישע אידן האבן אים געמאסערט, בשעת מ'ווייסט פון וואו די מקור הדברים דארט אין תפיסה איז, דאס איז פאסיג צו פארקויפן פאר ענקערע טעמבעלעך, וואס דו קענסט זיי שפייען אין פנים און איינרעדן אז ס'רעגנט...
אויב דו רעדסט פון מסירות, מיש ביטע אויף ענקער אייגענע שמוציגע היסטאריע....
נשלח ב-1/7/2009 23:55
וואס וועט זיין מיט אביסעל פרנסה?
נשלח ב-1/7/2009 23:56
וואס איז יחצאל?
מען האט דיר נישט באצאהלט??
נשלח ב-1/7/2009 23:58
no
נשלח ב-1/7/2009 23:59
איך זע אז כמעט קיינער האט זיך נישט מטריח געווען דיר צו ענטפערן גראד צום פינטל, וועל איך פראבירן דאס צו טון.
יא, מיר ליידן נאך היינט פון הגה"ק, אפשר וויסטו נישט אפשר געדענקסטו נישט און אפשר גאר ווילסטו נישט געדענקן. אבער מיר געדענקען יא.
פאר 3 וואכן צוריק (בערך) האט א אינגערמאן אין קרית יואל גענומען א דשאב... וואס טוט מען נישט פאר פרנסה? ער האט ארויפגעלייגט אויף זיין קאר "מייקס" אויסצורופן מעלדונגען פארן ציבור, פונקט אזוי ווי ס'איז איינגעפירט ביי ענק אין בני ברק אין און ירושלים, ביי אונז אויך אין אמעירקע...
זיין "מיין" האט אויסגערופן עפעס וואס האט "נישט געפאָלען" פאר הגה"ק, 1 וואך שפעטער האבן די חסידים פון הגה"ק - אינמיטן די נאכט - אריינגעגאסן ציקער אין די גאז פון יענעמ'ס אויטא... און געלייגט דעם גאנץ אויטא (א טייערע נייע אויטא סקאסט 20-30 אלפים) האט זיך געלייגט שלאפן... צוגרינד געלייגט 20-30 אלפים (דאלער נישט שקל) פאר די "חוצפה" פון נישט גיין אין שפאן. דא האט איר די טעראר פון וואס מיר ליידען נאך אלס...
ווען הגה"ק זאל זיך איינמאל פאר אלעמאל אויפשטעלן ברבים איבערבען די אלע אידן וואס ער מיט זיינע נאכשלעפער האבן שופך דם געווען... ווען הגה"ק זאל אפילו נאר היינט צוטאגס אפשטעלן די טעראר... וואלט נאך אפשר געווען א הוה אמינא צו זאגן אז דער עולם פארגעסט און איז מוחל וכו', אבער לויט ווי הגה"ק מיט זיינע נאכשלעפער פירן זיך נאך היינט אויף, איז קיינער נישט מוחל און קיינער פארגעסט נישט.