איז דא אינער אויפען פארום וואס קען ענפערען די פראגע: ר' אהרן האט געזאגט נעכטען צען יאר צוריק, מיטוואך איין טאג נאכען אויפנעמען ר' זלמן לייב פאר רב, אז ער ועט טון ווי די הלכה שרייבט פאר און ער איז מוחה מיטען אויסשרייען און דערקלערען פלניא גזלנא.
נו פארוואס האט ער קיינמאל נישט גערופען זיין ברידער צו דין תורה? ער האט דאך געמאכט די נויטיגע דעקלעראציע אין צייט?
און ער וואלט געקענט ברענגען צוויבעל פאר עדות ביי דין תורה און זאגען אז ער איז גרייט דאס צו זאגען ביים בי"ד. און איך בין זיכער אז צוויבעל וואלט געקומען אן פחד פון טעראר ווייל ביי אים ליגט דאך די ווערטער ווואס דער רבי האט אים פערזענליך איבערגעגעבען און ער וואלט געדארפט זיך מוסר נפש זיין אז די ווערטער זאלען מקוים ווערען.
ווי אזוי קען דאס אפענפערען?
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 12/06/2009 0:47:37
פארוואס מ'רופט נישט רז''ל צו די''ת? איינער ווייסט די תירוץ? איינער האט א הו''א אז ער וועט גיין? האט מען אים נאכנישט גערופן צו די''ת? איינמאל? יעצט ביי די''ת וואס נחמן בראך האט אים גערופן גייט ער?
א קשיא! דער שקרן פרעגט פארוואס מ'רופט נישט צו די''ת דעם גרעסטע מסרב לדין
אדרבה זאל ער נאר איינמאל זאגען איך בין גרייט צו גיין צו די''ת, ער בלייבט מיט סיגוט אין ב''פ!!!
נשלח ב-12/6/2009 00:59
כ'האב אנגעהויבן ליינען פארמעגליכס ארטיקלץ ער הייבט ווי א זאלי ער שימפט אבער מ'קען פארשטיין. ביז ער שרייבט דעס
"ווי יעדער ווייסט איז ר' זלמן לייב בעסער לערנער ווי זיין ברודער"וכו'
להוי ידוע אז איך ווייס נישט. ווייל ווען אין צעירים האט מ'דעמאלט איינגעפירט אז נאכן פארלערנען דעם שיעור אין די כיתות איז מ'אריין איבערחזר'ן אין ביהמ'ד.
פארוואס? ווייל ס'איז געווען איין כיתה וואס האט גארנישט געקענט אין נישט געהאט וועם צופרעגען.
פארצופאל איז ר' ז'ל געווען דארט מגיד שיעור כדי זיי זאלן נישט גארנישט קענען האט מ'געלערנט אין בהמ'ד האבן זיי געקענט פרעגען עני מג'ש.
האסט אויך פארגעסן צו שרייבן וואס ס'איז געשען אפאר מאל אין ירושלים ווען ער האט פארגעלערנט אין ביהמ'ד סוגיא אין א בחורים האבן אריינגעפרעגט אין ער האט נישט געקענט ענטפערן
אין זיין מגי'ש איינער גראס האט געמוזט ענטפערן אנשטאט.
נשלח ב-12/6/2009 01:02
ביסט גערעכט רעביאנקל.
אבער מיר קענען דאך ר' אהרן און ער גלייכט זייער צו מאכען ספלעש, פראפעגאנדע, אטענשאן, נו פארוואס זאל ער עכ"פ נישט שיקען א הזמנה און זאל ר' זלמן לייב זיין א מסרב לדין?
און וואס טוט זיך מיט ר' אהרןס מצוה פון כיבוד אב? על פי תורה מוז ער אים רופען צו דין תורה ווייל עז איז א צוואה פון זיין טאטען?
או וואס טוט זיך מיטען בריק פון אים ביזען דברי יואל? דאס מעג ער יא לאזען צופאלען? טויזנטער יודען פארען אויף דער בריק און פאלען אריין אין וואסער ווייל דער בריק האט זיך איבערגעבראכן. מעג ער דאס צו לאזען פארען הייליגען "דברי יואל"?
נשלח ב-12/6/2009 01:17
גרינג שרייבט אז "וואו אויך שרייבט ער אז יעדער האט געוואוסט אז דער סיגוטער רב (רז"ל) קען בעסער לערנען וואו זיין עלעטערע ברודער"
מיט אזעלעכע מענטשען גייט מען דא צום טיש? סתם שקרנים צו זענטס עטץ פשוט בלינד? האב איך געשריבען אז ר' זלמן לייב קען מער אדער בעסער? איך האב אראפגעברענגט די ווערטער וואס ליגט אין יענעם אשכול, ווארט אויף ווארט: "זיי האבן בעסער געוויסט פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז פיל קליגער פון ר' אהרן און זיי האבן ביידע געוויסט אז ער איז א בעסערער לערנער אויך. עס האבן דאס אלע געוויסט אז אין די צעירים איז ער געווען פיל א בעסערער און טיפערער מגיד שיעור ווי זיין עלטערער ברידער אין ק"י."
ממילא, פארוואסס, דו קענסט שוין ווייטער פארשטיין מיין ארטיקעל...
נשלח ב-12/6/2009 01:29
עס איז אינטרעסאנט אז קיינער ווענדט מיך נישט אפ אז איך שרייב אז דער יונגערער ברידער איז פיל קליגער...
עס דערמאנט דאס ווערטעל וואס דער רבי ז"ל האט געזאגט אויך דאס וואס די חסידישע וועלט האט אים אונטערגעריסען אז ער שרייבט אז דער דרך הבעש"ט איז נשתכח געווארען, און דאס וואס ער שרייבט עטליכע עמודים פריער אז די תורת משה איז נשתכח געווארען, אינטרעסירט קיינעם נישט. דאס איז יעדער מסכים...
נשלח ב-12/6/2009 01:39
באקומען אין אימעיל
Thanks for acknowledging. I appreciate it.
I was always neutral, atleast trying to be. Trying to keep an open and broadmind, but I realize how the Ahronim maneuver the truth away from its destination..
I also like that you are not making Kudoish Kudoish of anyone, even of the Beirach Moishe. Lets face it he wasnt the Rebe Zchisoy Yugein Uleini. To me it sounds you represent the naked truth. I love it. Bare facts! Please go on, and bring back Pshuredig.
With time all these posts on Hydpark has to be filtered and put into an Hazdureh booklet. The arguments on Hydpark contains so many hours of work, why not gather the clear words of Pshuredig and you and other good ones and let it out there, or have a web site can read it off from.
Farfaalen, P.R. does a lot.
I am still waiting to see the grossness of Shmiel Wider. I remember his Graaman Motzei Shabbos Sheva Bruches by Mendele he said "Sameiach T'samach, Az men heist mich graamen - Graam'ech.." With the song of Sameiach Tsamach.
Keep up your good work, and thaks for fixing the Font. Was very important...
נשלח ב-12/6/2009 01:41
א בריוו פון דעם זעלבען אין אימעיל
Farmeiglich,
Bravo!
I am sorry I cant type in yiddish now. But let me tell you, your article is bravo. (Important tp edit it a bit better and put it into a Kinteres)
Simple facts is the best. BUT!, please spell check and recheck grammar before posting your message. Its small things that makes a big difference. Make sure you read 2 times before you click on the POST button in the compose box.
I am not a Hydepark member, I dont understand Ivrit, so I dont have an account with Hydepark to be able to post messages there, but I read everything.
Btw, can you also bring back Pshureh'dig?? I miss him! Where did he vanish??
Also Duvid10's short messages were to the pintel. Why did he vanish?
A yid who remembers the Rebe Zchisoy Yugein Uleini the baal Va'Yoel Moishe!
Shmerel
נשלח ב-12/6/2009 01:48
איך דיסעגרי נישט מיט איין זאך וואס ער שרייבט: פארפאלן פי אר טוט אויף אסאך.
עס איז נישט אמת. די דעקלעך פון כל העולם כולו און עולם החרדי זענען פול יעדע איינציגע וואך מיטען בעלזער און ר' אהרן, האבען זיי געקענט דורך דעם אנקומען לשאיפתם איבערנעמען די גאנצע וועלט?
זיכער אז נישט.
זיצט זיך א יוד אין בעלגיע ר' לייבוש פון פשעווארסק און איז נישט אויף די דעקלעך ווילאנג דאס יאר איז לאנג, האט זיין ווארט ווייניגער משמעות ביי ערליכע יודען ווי די צוויי פריערדערמאנטע דעקלעך רביס?
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 12/06/2009 1:45:34
נשלח ב-12/6/2009 02:13
פארמעגליך כתב:
איז דא אינער אויפען פארום וואס קען ענפערען די פראגע: ר' אהרן האט געזאגט נעכטען צען יאר צוריק, מיטוואך איין טאג נאכען אויפנעמען ר' זלמן לייב פאר רב, אז ער ועט טון ווי די הלכה שרייבט פאר און ער איז מוחה מיטען אויסשרייען און דערקלערען פלניא גזלנא.
נו פארוואס האט ער קיינמאל נישט גערופען זיין ברידער צו דין תורה? ער האט דאך געמאכט די נויטיגע דעקלעראציע אין צייט?
און ער וואלט געקענט ברענגען צוויבעל פאר עדות ביי דין תורה און זאגען אז ער איז גרייט דאס צו זאגען ביים בי"ד. און איך בין זיכער אז צוויבעל וואלט געקומען אן פחד פון טעראר ווייל ביי אים ליגט דאך די ווערטער ווואס דער רבי האט אים פערזענליך איבערגעגעבען און ער וואלט געדארפט זיך מוסר נפש זיין אז די ווערטער זאלען מקוים ווערען.
ווי אזוי קען דאס אפענפערען?
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 12/06/2009 0:47:37
איך פארשטיי נישט ווי די זאליס האבן די העזה צו פרעגן אזא קשיא, דער זלמן לייב טייטלבוים איז דער גרעסטער מסרב לדין אין די לעצטע הונדערט יאר, ער איז אויפגעקומען מיט די מאפיאנערישע תורה חדשה פון "תהולכי הקהלה" וואס לשיטתו פטר'ט איהם פון זיך שטעלן לדין, און געמאכט די גרעסטע גענאר פון א זאך כלל ישראל האלט אלס געהאלטן טייער און הייליג, און זיי פרעגן נאך מיט קעלבערנע אויגן, "רוף מיך צי די"ת" האלא!! מ'רופט אייך שוין צו די"ת פאר קרוב צו 10 יאר, און מ'ווארט נאך היינט ער זאל זיך בארעכנען און זיך פירן ווי אלע אידישע קינדער אז ווען מ'רופט צו די"ת איז אן ערענסטע זאך און מ'מאכט נישט קיין שפיל דערפין
נשלח ב-12/6/2009 02:23
טית_זיין כתב:
בכל אופן, זיי ממשיך מיטן ארטיקל. עס איז מעניני דיומא פון ח"י סיון, ואי לאו האי יומא הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו לר"א.
תיקון טעות: ואי לאו האי יומא הרי אנו ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו (לר"א)
[לרע]
נשלח ב-12/6/2009 02:39
רעגעןשטראמעלש, ער איז דער גרעסטער מסרב לדין?
הייד פארק געט ארויס סירובים? זייט ווען האט הייד פארק א בי"ד?
איך האב געוויסט ביז איצט אז נאר א בי"ד קען ארויס געבען א סירוב, און דערפאר בין איך רואיג אז קיין איינציגער בי"ד האט נאך קיין איין סירוב נישט ארויסגעגעבען קעגען סאטמארער קהילה. אבער אז הייד פארקער בי"ד קען שוין אויך ארויס געבען א סירוב, ווער איך זייער נערוועז...
נשלח ב-12/6/2009 02:45
גרינג כתב:
א גוטן
דער שרייבער פארמעגליך זעהט אויס צו זיין א געוועזענע סאטמארע חסיד אין מאזה סיבה שהוא האט ער זיך אויפגערעגט, באליידיגט, זיך נישט דורכגעקומען מיט רבינו שליט"א אין די יארן פון נ"ח נ"ט אין דארט האט זיך געענדיגט זיין שייכות מיט סאטמאר אין זיך צוזאמגעשטעלט מיט די מהרסים פון די קהילה אבי סאיז קעגן ר' אהרן טייטלבוים נישט ווייל ער דארף א צווייטער רבי וכדו'
יעצט ער שרייבט אסאך אמת'ע פאקטן, אסאך שקרים, אסאך זאכן לאט ער אויס אין שרייבט בכלל נישט לפי רוחו אז זיין צעשה זאל שטימען, אין אויך זיך סותר
איך וויל מיר נישט טענה'ן מיט איהם ווייל ער וויל דא קומען פארקויפן א מעשה וואס איז דיזיינט ספעציעל פאר איהם און זיינע אינטערעסן (עפעס קעגן ר' שמואל ווידער....)
יעצט אפאר קליינע הגהות אין פאקטן
רבינו שליט"א האט יא גערעדט ביי די בר מצוה בבית רז"ל אין ירושלים סאיז אפילו געדרוקט אין ספר אבני שהם.
משה האט נישט פארגינען אז דער רבי פארט האט ער מיט געשיקט רע חיים יושע מיט די אנדערע קינדער.
די אסיפה פונעם רבין מיט די ראשי הקהילה ר' בערל פריעדמאן מיט ר' יענקל כהנא וואו דער רבי האט זיי געזאגט אז זיי זאלן אויפנעמען רעב אהרן אין געזאגט אז קהל האט א כוח בי"ד אין מען האט געוואונטשען לחיים (יענקל כהנא לייקענט עס היינט צוטאגס נאכדעם וואס שפעטער האט ער געסוויטשט צו זאלי ווייל משה האט איהם צוגעזאגט די ראש הקהל פאסטען וואס ער האט אגב אויך צוגעזאגט פאר ר' בערל יאקאבאוויטש אין אנדערע ראשי קהילה אין זיי האבן עס ברוך ה' אפגעווארפען)
ער שרייבט אז אין די סוף נ' יארן האט דער רבי שוין נישט געוויסט וואס גייט פאר מיט איהם און האט נאר געקענט רעדן מיט א צעטל, אויב אזוי וויאזוי האט דער רבי געקענט אויפנעמן ר' ז"ל פאר רב אין וויליאמסבורג (ווייל אזוי וויל פארמעגליך...)
ער לייגט אראפ די מעשה כאילו רבינו שליט"א האט געפירט עפעס מערכות מיט זיין טאטן די רבי ז"ל יעדער ווייסט וואו נאנט און פארבינדן די צוויי זענען געווען ביז די אנשי דלא מעלי האבן זיי אפגעטיילט מיט געוואלד
ו
וואו אויך שרייבט ער אז יעדער האט געוואוסט אז דער סיגוטער רב (רז"ל) קען בעסער לערנען וואו זיין עלעטערע ברודער, אדרבא אז ער קען טאקע קומט זיך איהם ערשט יעצט פעטש (אזוי ווי מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן אז די קענסט יא? ערשט יעצט דארפסטו כאפן) פארוואס ווייסט קיינער נישט פון זיין גאונות?? פארוואס האט ער אויפגעהערט צו זאגן שבת הגדול שבת שובה דרשות??? צו האט איהם ר' חיים געלערענטער בעל סמיכה לחיים איהם גערופן צו די תורה (אוטש...)
מער וועט נאכפאלגן
די גאנצע פארמעגליכע ארטיקל איז א געמיש פון אמת ושקר אלעס צוגעשטעלט לויטן געשמאק, איך האב נישט יעצט צופיל צייט צו מגיב זיין, ועוד חזון למועד
נאר איין הערה למען האמת,
רבינו שליט"א האט נישט גערעדט ביי די בר מצוה ווייל...(איך ווייס נישט די סיבה), צופרי ביי הנחת תפילין האט ער יא גערעדט און דאס איז געדרוקט אין אבני שהם, מוצש"ק האט ער זיך נישט גוט געפילט און דעמאלטס איז ער געזעסן מיטן פעלץ, און ער האט דעמאלטס יא גערעדט געדרוקט אין ק'ונטרס אך טוב.
איך וויל פארשלאגן מען זאל דא מאכן א סקר צו דער ברך משה האט יא געהאט רעכט צו מאכן רבינו שליט"א פאר רבי אין סאטמאר צו נישט
פארמעגליך האלט אז נישט
הרב וואזנער שליט"א
הגה"צ ר' ברוך מיללער
הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל
הרב דוננער לאנדאן
הגאון ר' אליקים שלעזינגער
הגאון רבי מאיר בראנדסדארפער
הגאון ר' משה שטערנבוך
האלטן אז יא
וועם דארף מען פאלגן האלט איר?
נשלח ב-12/6/2009 02:56
האב איך געזאגט אז היידפארק געבט ארויס סירובים? איך האב געזאגט א טרוקענע מציאות: אז ער איז מסרב (אידיש אפטייטש: ער אנטזאגט זיך) פון זיך שטעלן לדין תורה, און דאס זאג איך נישט, ליין זיי מוחל שמואל פריד'ס לאנגער הסבר פארוואס זלמן לייב איז שונה משאר ישראל, און ער איז פטור פון גיין צו די"ת, ווייל דער רבי איז בעה"ב, און אז א בי"ד פארשטייט נישט די תהליכי הקהלה...וכו וכו...אשר ע"כ הדרא קושיא לדוכתא וויזוי ערווארטסטו מ'זאל דיך רופן צו די"ת ווען די שרייסט חי וקיים אז איך בין פטור פון די"ת?