בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/7/2009 07:32 לינק ישיר 

מען דארף זיין א אטענשאן סיקער צו כסדר ליגען אויסטרעפן פאני נייע זאכען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2009 07:36 לינק ישיר 

לגמרי נישט! מ'דארף האבן אביסל א שעפערישן נאטור, די אלע צדיקים וואס זענען געקומען דא נאכן קריג די וואס זענען געווען שעפעריש האבן געבויט אידישקייט די וואס זענען נישט געווען האבן געדינט דעם אייבערשטן בינו לבין קונו

איך פארשטיי דו האסט א פראבלעם אז ר' ז"ל טוט נישט גארנישט (נישט אום שבת גערעדט ער איז אביסל פויל ש ש ש) ער וואלט טאקע געמעגט אביסל מער טון און איך וואלט נישט געזאגט ער איז א אטענשן סיקער



תוקן על ידי lechayim32 ב- 02/07/2009 7:35:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 17:46 לינק ישיר 

איך האב נעכטן געהערט פון א יונגערמאן וואס איז געשטאנען דערביי:

א בחור שפאצירט אריין אין ישיבה מיט א שמחה, זיין מאמע האט געבוירן א מיידל.
די בחורים ענטפערן אים צוריק "אם ירצה השם ביי דיר א גרויסע!".
ר' מאיר אליעזר פר"מ האט דאס פונקט געהערט נעמט ער זיך בייזערן,
וואס א פראסטע גערעדעכסט איז דאס פון בחורים,
ערליכע בחורים דארפן זיך היטן דאס מויל.

בתוך הדברים שפאצירט אריין דער "ראש ישיבה" ר' אהרן און זעט א קופקע,
גייט ער צו און פרעגט וואס איז די נייעס.
רופט זיך אן דער בחור "מיין מאמע האט געהאט א מיידל".
ר' אהרן ענטפערט אים הויך:
"נו! אם ירצה השם ביי דיר א גרויסע!".

אלע בחורים האבן אויסגעפלאצט אין א געלעכעטער.
ופני ר' מאיר אליעזר חפו.







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2009 18:08 לינק ישיר 

איך זע נאר וויצן פון ר' אהרן אין די ישיבה. איז דא עפעס ענליכע וויצן פון רבינו שליט"א פון די יארן אלץ ראש ישיבה אין די צעירים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 18:44 לינק ישיר 

ווארט נאר ווארט די בעקערי פארום גרייט יעצט אן די גיטע רעסעפיס פאר די נייע מעכטיגע געבעקס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 18:46 לינק ישיר 

ביז דערווייל איז דארט טויט שוין איבער 3 וואכן. זייט דעם ארטיקעל איז ר' יונה עפעס מיסטעריעז פארשווינדן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 18:47 לינק ישיר 

נישט מגיב זיין ביטע, נאר אויף די נושא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2009 19:39 לינק ישיר 

טייערע זאלי שרייבער איר מיזט ''פארשטיין'':

גוטע סחורה, דארף מען נישט אדווערטייזען,

 

 מען שטעלט אפ אן ארוני אויפן גאס מען פרעגט אים וועלכע חסיד ביזטו? זאג ער א סאטמארער,
וועלעכע סאטמאר?

זאגט ער מיט שטאלטץ איך ביז א חסיד פון כ''ק רבינו הגה''ק מהר''א שליט''א

מען שטעלט אפ א זאלי מען פרעגט אים וועעלכע חסיד ביזטו? זאגט ער א סטמארער,
וועלעכע סאטמאר?

דאן שפילט זיך אפ א צענע:


 
די פנים ווערט אים רויט פאר כעס, די ליפען נעמען זיך שאקלען ווילד, די אויגן איז אים רויט פארלאפען מיט בליט, די נאז לעכער צו עפענען זיך גאר ברייט, דער בריסט קאסטען הייבט זיך ספאנטאן ארויף און אראפ, די אדערען פון קאפ שטעקען זיך גאר שטארק ארויס, ממש נורא נוראות,

ר' אהרן איז שיגץ, א רשע, ' א טעראריסט, א ציוני, וכו' די גאנצע פארמעגליך פשעטעל..

טאמער יענער איז נאך אן  ארויני, ציהט ער אים נאך מער אונטער, אדש אז ארומיגע צושויער קענען זיך קום פארהאלטען דאס אטעם פון געלעכטער!

 

טאמער יענער איז א פרעמדער, קיקט ער זיך צו מיט ווינדער, וואס האב אים געפרעגט? וואופול געלט ער האט און דער באנק? איך האב בס''ה געפרעגט וועלעכע סאטמאר?, זאג אז די ביזט א חסיד פון ר' זלמניו און שוין,

 

דער ארויני גייט זיך נישט נעמען די מיה צו עפענען אן אימעל און זאמלען שמיץ, מיט שטיתים , אויף ר' זלמניו זאל לעבען, ווייל נישט דאס איז זיין א אשזענדע

 

עם אונטערסירט די בלאט גמרא וואס ער ''מיז''ענדיגען יעדען טאג,

 וואו די מקווה טהרה און וומ''ס האלט,

 וואו די שחיטה המהדרת האלט,

ער לעבט און א אנדערע וועלט!

 

אבער דער זאלי:

 

זיין גאנצע חיות איז גריבלען שמיץ אויף רבינו שליט''א, טאמער טרעפט ער נישט מאכט ער אליינס אויף! אן דעם איז ער דאך און גאנצען נישט,

 

פון וואו דען זאל ער שעפען זיין חיות? פון ר' זלמניו'ס ש''ס תורה,?

 

וואו די הערליכע נעילות החג טיש פון דריי אונערהאלב שעה נאכען זמן רבינו תם,?

 

 פון די הערליכע נאבעלע שישן פורים טיש, ווען די שטויבער אייניקעל פר, מאכט נאך די שטימע פון רבינו שליט''א און די זקני תלמידי וחסידי רביה''ק בעל ''ויואל משה'' קענען זיך נישט כאפען דאס אטעם פאר געלעכטער?

 

אדער די הייליגע הושענא רבה טיש פון הגז''ל מיט די צוויי בחורים אויף די ברענשעס, וואס א מענטש שעמט זיך דארט אריינצוטרעטען ווייל טאמער וועט ער געבן א געניץ וועט זיך דער ''ריזעגע'' עולם וואס געפינט זיך ביים טיש דערשרעקען,?

 

דעריבער פארמעגליך רעד צו די זאליס, ער רעד נישט צו קיין ארוינים,

 

 ווייל די ארונים הייבן ניטאמאל אן צו כאפען, וואס ער זאגט, אדער וואס ער וויל עס איז ביי זיי אזוי איינער רעד צו א גוי און ער איז מסביר וואס עס הייסט א הייסע מוקווה צופרי דער נאך די גלעזעלע קאווע, און די גלעזל ברוינפען נאכן דאווענען, דער גוי וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין

 

והנמשל מובן מאיליו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 19:49 לינק ישיר 

אזוי וואלסטו געוואלט יעצט אז די האסט שוין ב"ה געהאט א שיינע חלום  וועק דיך אויף אין גיס דיר אפ די נעגל וואסער אין כאפ א מקוה אין גיי דאווענען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 19:54 לינק ישיר 

אקע! יחצאל! אז א יוד וואס האט נאך זוכה געווען צו זיין פון יוצאי מצריים, הייסט אויפשטיין, מיז מען פאלגען!
לאמיר זיכען די ברילען......... די נעגל וואסער.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 20:06 לינק ישיר 

איך לייען איבער דעם "פארשטיי'ס" תגובה, און איך קען נישט סטאפן זיך צו וואונדערן "פארוואס שרייבט ער דא?" עס אינטערעסירט אים בכלל נישט די זאכן, אים אינטערעסירט נאר שחיטה בלאט גמרא, נישט שמוץ אזוי ווי די זאליס, אויב אזוי פארוואס האלטסטו דא אין איין אריינהאקן פאר די אפגעפליקטע זאליס? דיך אינטערעסירט דאך בכלל נישט די זאכן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 20:07 לינק ישיר 

די וויצען זעט אויס האט אים יא געכאפט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2009 20:29 לינק ישיר 

מר. פארמעגליך,

איך האלט נישט בעצם פון דיין גאנצע משוגעת ארטיקל עס ברענגט נישט גארנישט און די שרייבסט אסאך שטותים, אבער איך וויל אריינווארפן בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן פיקטשערס פון אמאל און היינט אויף סקווער בעלזא, כפענ"ד האט עס גארנישט צו טוהן מיט דעם רבין אדער זיין הייליגקייט, עס איז סימפל די מעגליכקייט היינט פאר פיקטשערס איז סך מער ווי אמאל, עס איז סך נער אין סטייל, עס איז דא וועכענטליכע מאגאזינען וואס איז אמאל נישט געווען, און בעיקר וואס דאס איז אויך די סיבה אויף די פריערדיגע צוויי, עס איז היינט מוראדיג גרינג צו כאפן בילדער יעדער קען עס טוהן פון זיין סעלפאון וכדו', און עס איז מוראדיג גרינג עס צו פארשפרייטן ווייטער דורך סעלפאונס אימעיל וכדו'

א ווארט צום מנהל: איך מיין אז עס איז נישט אויסגעהאלטן אז דער פארמעגליך האט אן אשכול רעזערווירט בלויז פאר אים עד כי יבא שילה,איבערהויפט אויף איין נושא, ווען עס וואלט ווען געווען אן אשכול פון פרישע נייעס וואלט נאך געווען א האלבע צרה, יעדן טאג איז דא פרישע נייעס דארף מען יעדן טאג שרייבן, אבער דא ווי ער שרייבט איין נושא, אן אנאליז, שוין אפאר וואכן מיט פארזעצונגען, גיוו מי עי ברעיק,

איך האלט -און איך וויל פרעגן אנדערע שרייבערס זייער מיינונג- אז מען דארף געבן דעם פארמעגליך א דעדליין, און ער זאל קלאר זאגן ווילאנג עס וועט נעמען.  (דאס איז אויך שוין בדיעבד)





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2009 20:47 לינק ישיר 

באקןמען אין אימעיל:

 פארמעגליך טייערער:

 קודם כל א גרויסן יישר כח פאר דיינע ארטיקלען, מלא חן און געשמאק אראפגעלייגט די היסטאריע אין סאטמאר, און געשמאק צום ליינען.

 און אצינד עטליכע הערות (איך האף אז דו נעמסט אן...): 

איך זעה אז דו האסט א שטיקל חוש אין שרייבן אויך, לייגסט אראפ זאכן זייער שיין, וויל איך דיר אבער אויפמערזאם מאכן איין נקודה וואס שרייבער'ס ווייסן דערפון צו זאגן. עס איז זייער שווער צו ליינען אזוי לאנג, אן דעם וואס עס זאל זיין קעפלעך אינמיטן; איך האב באמערקט אז אינעם ערשטן ארטיקל האסטו געלייגט קעפלעך יעדע פאר שטיקלעך, דאס פארגרינגערט פארן ליינער און עס מאכט געשמאקער דעם ליינען, ווי אויך האלטן זיך די זאכן אין א סדר און דער ליינער געדענקט על ראשון ראשון וכו', איך האלט אז דו זאלסט ווייטער אזוי שרייבן מיט קעפלעך...

 והשנית:

איך בין בעצם א ויז'ניצער, איך האב נישט צופיל א השגה אין סאטמאר (אויסער וואס עס איז נוגע צו ויז'ניץ, צב"ש; ר' אהרן אין ויז'ניץ, די פאבליק סקול וכו'), בטבע בין איך מער נוטה צו ר' זלמן לייב, צוליב דעם וואס ער פארמאגט פילע ענדליכע שטריכן צו מיין רבי, למשל דאס נישט לאזן מאכן פראפאגאנדע, זיך עדוועטייזן אין צייטונגען, מאכן בילדער, זיך נישט לאזן רופן מלכות, והעולה על כולנה, זיך נישט דערשרעקן פון מענטשן, און די מידת האמת דערמיט וואס ער פירט נישט קיין מערכות מיט קיינעם, אפילו מיט זיינע שונאים, ס'גייט אים נישט אן וואס מען זאגט אויף אים און טוט זיך זיינס, און  דאס אפשפארן אין אינטערנעט און האטליינס יוכיח, כ'על דיר זאגן נאכמער, איך זעה אז דו ביזט א ברייטער מענטש און מען קען דיר זאגן, איך האלט פון אים נאכמער פון זיין טאטע'ן... (איך קויף נישט די מעשיות אז זיין טאטע האט באמת נישט געהאלטן פון פאבליק סקול נאר זיין זוהן האט עס אים ארויפגעצווינגען...).

 איך פארפאר שוין אביסל פונעם ענין וואס איך האב געוואלט שרייבן, אבער איך קען מיר נישט איינהאלטן צו שרייבן וואס איך שפיר בנוגע די צוויי רבי'סטעוועס:

 איך שפיר אז היסטאריע חזר'ט זיך איבער; איך בין דאך א ויז'ניצער און איך האב אלס געהערט און טיילווייז מיטגעלעבט מיט די פאליטיק, איז אזוי; ווען דער אמרי חיים איז נסתלק געווארן און עס איז איבערגעבליבן צוויי קינדער, האט די גאנצע גאס געשמועסט אז דער עלסטער איז א טוער א מאכער, ער קען האלטן שיינע דרשות, ער פארקויפט חסידות אזוי ווי זיין טאטע, ער פירט לאנגע טישן כמנהג אביו, ער ברענגט אריין א ווארעמקייט אינעם ציבור, און מאכט אפילו תקנות פארן עולם, ער האט געפירט די אגודה אין ארץ-ישראל, בקיצור א כלי פון א זאך; ווידער דער אנדערער זוהן פון מאנסי זיצט זיך שטיל אין זיין ווינקל, ער קען נישט רעדן, קען נישט זינגען, פירט קורצע טישן און מען הערט נישט פון אים (אוודאי, זיינע ארומיגע האבן אים געקענט פאר א ברענעדיגע לייב, און א לוחם פאר קנאות, אבער ווי געשמועסט האט ער זיך נישט געלאזט מפרסם זיין, ער איז נישט געווען אין די צייטונגען, און ווען ער האט חתונה געמאכט האט קיין צייטונג נישט באריכטעט איבער דעם, און די ארץ-ישראל'דיגע עולם האט אים קוים געקענט).

 און אויב איז עס נישט געווען גענוג האט ער זיך ארויסגעשטעלט אלס שארפער וואס פארטראגט נישט יעדע קלייניגקייט און קומט זיך נישט ספעציעל דורך מיט מענטשן, און אזא איינער האט דעריבער שוואכע אויסזיכטן צו קענען האלטן א חסידות.

 עס איז טאקע באקאנט אז הרה"ק ר' יודעלע מדזשיקוב זי"ע האט געהאלטן אז די חסידות אין מאנסי וועט זיך נישט האלטן, און ער פלעגט טאקע זאגן פאר חסידים וואס זענען אים געקומען פרעגן, אז ר' מאטעלע איז א הייליגע איד אבער דאס חסידות וועט זיך נישט ביי אים האלטן, און דעריבער זאל מען גיין קיין בני-ברק. אפילו אין מאנסי זעלבסט האט מען אזוי געהאלטן, מען האט זיך פשוט געהאלטן צו אים, צוליב דעם וואס ער איז געווען ווי א טאטע פאר יעדן בחור באזינדער און צו יעדער יונגערמאן, ער האט זיך נאכגעפרעגט אויף יעדנ'ס פראבלעם ווי אן אייגע קינג.

 (היינט איז שוין אנדערש, ער איז שוין עלטער און דער עולם שוין גרעסער, אבער ער קען יעדן איינציגן חסיד אויפן נאמען, ער איז מער ווי א זיידע פאר יעדן, אבער איך שפרינג שוין צופיל, איך האב נישט געמיינט מספיד צו זיין מיין רבי'ן, איך זוך נישט פאר אים נאך חסידים און איך ווייס אז דו וועסט סיי ווי נישט אריבערקומען אויף ראש-השנה קיין מאנסי, נאר אז איך זיץ שוין איינס דרייסיג ביינאכט ביים קאמפיוטער שרייב איך שוין אומגעקלערט וואס עס קומט מיר אויפן געדאנק... עכ"פ וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען, אז הגם דער עולם האט אים ליב געהאט אין הארץ).

  האט מען אבער נישט געהאלטן אז עס גייט זיך דעוועליפן א גרויסע חסידות, אבער נישט אויף דעם איז מען געקומען קיין מאנסי. אבער דאס איז זיכער אז אין גאס האט מען אנגעקוקט בני-ברק אלס דער ויז'ניצע חסידות, און מאנסי אלס אויך ויז'ניץ - אדער גאר שוואכער, אבער אין מאנסי איז עס נישט אנגעגאנגען פארן רבי'ן און פארן עולם, מען האט זיך געטאן דאס אייגענע און פארטיג.

 נו, עס איז דורך עטליכע יאר, און קוק וואו מען שטייט היינט - אנע דעם וואס מען זאל מאכן פראפאגאנדע; ויז'ניץ ב"ב האט זיך פארפליישיגט מיט עטליכע פאליטיק, איך גיי נישט אריין אין די נקודה, איך האלט אז עס איז די זעלבע חסרונות ווי אין מאנרא אבער אויב איך וועל עס מסביר זיין וועסטו זאגן אז איך מיין בלויז צו באשמיצן די אנדערע זייט און דעריבער וויל איך עס נישט ערווענען, איך וועל נאר מסביר זיין די פארקערטע און פאזיטיווע זייט; מאנסי האט געהאט עטליכע געלעגנהייטן זיך צו לאזן דערקענען אויף די גאס, מען זאל זען אז מען האט צוטון מיט א רבי וועלכער מאכט נישט קיין חשבונות מיט קיינעם און מיינט קיינעם נישט נאר דעם באשעפער, פארשטייט זיך אז ער האט זיך אויך ערווארבן פיל שונאים, אבער עכ"פ עס איז געווארן א מדובר און פיל ציטערן פון דעם  מענטש.

 למשל אז אין סקווירא ווען מען וויל מאכן עפעס א נייע זאך רעכנט מען זיך צי עס וועט קומען מארגן א מחאה פון דארט, מען האט פשוט מורא, נישט נאר דאס, נאר מען רעכנט זיך אין די גאס מיט זיין דעה, פיל אידן פון דער פרעמד ווילן הערן וואס ער האט צו זאגן, און אפגערעדט פון זיין אייגענע עדה איז זיך שיין און גרויס צואוואקסן, בנינים פון אלע זייטן, אנע דעם וואס מען זאל מאכן פראפאגאנדע אין די צייטונגען אדער בילדער וכדו', און אהן קיין כל העולם כולו'ס, ער איז גענוג גרויס און שטארק.

 משא"כ אין די אנדערע זייט, איך וויל נישט אריינגיין אזויפיל אין די נעגאטיווע זייט, אבער יעדער ווייסט אז ער קען געפירט ווערן דורך זייטיגע און זיין יא אין טיילמאל נישט קיין יא וכו', זיין ווארט האט פארלוירן די קראפט אין די גאס, ער איז בלויז איבערגעבליבן מיט זיין צושפליטערטער עולם, יעדער איינער מיט זיין מיינונג. איך וועל דיר זאגן אויף אזויפיל אז אמאל ווען איינער וואלט געזאגט אז דער נקודה פון אמרי חיים געפינט זיך אין מאנסי מער ווי אין בני-ברק וואלט מען געלאכט פון אים און מיט רעכט, היינט וואלט נישט יעדער געלאכט...

 וואס מיינט דאס? - אז נישט דער וועג פון פראפאגאנדע און הויך שרייען ברענגט די גאס, נאר דאס באמת זיין א כלי, א שטארקער מענטש און אן ערליכער איד.

 איך האלט אז דאס זעלבע חזר'ט זיך איבער אצינד אין סאטמאר: בשעת ר' אהרן בלאזט און שאלט, מאכט תקנות, פירט חבורות יסודי התורה, זאגט פשעטלעך וואס די גאס הערט, לאזט זיך אינטערוויוען אין משפחה, פראוועט ריזיגע צוזאמענקומען,  פארט קיין לעקוואד און קיין ארץ ישראל להודיע שמו בעולם, דערנאך ווערט עס באשריבן אין די צייטונגען מיט פייערדיגע אותיות אז יעדער זעט איין אז דאס איז דער גרעסטער גאון, צדיק, חסיד, בעל חסד, וכל שמות בעולם, אין די זעלבע צייט זיצט ר' זלמן לייב אין וויליאמסבורג אן בלאזן פון זיך, לאזט נישט גארנישט און נעמט קער פון זיין אייגענע קהילה מיט א שטארקייט, ער איז עוסק אין חסד אן דעם וואס מען זאל וויסן, עס גייט אים נישט אן אז מען באשמיצט אים אלס עם-הארץ, און גיבט נישט ארויס קיין שולחן מלכים מודיע צו זיין  אז ער קען יא לערנען, לאזט זיך נישט אריין אין פאליטיק וכו'.

 פארן ברייטן ציבור קוקט אביסל אויס אז ר' אהרן טוט און פארגרעסערט זיין חסידות, משא"כ ר' זלמן לייב זיצט רואיג און טוט נישט גארנישט, נאר וואס דען, ימים ידברו... בשעת ר' זלמן לייב קויפט זיך איין מעריצים אונטערן טיש, וועלכע גייען אין פייער פאר אים (ניין! נישט פאר די פארטיי, נישט פאר סאטמאר, נאר פאר אים אליין, פערזענליך) הערט מען פון מאנרא ווען עס קומט וואלן אז דער עולם וויל אן אנדערע סארט הנהגה, אדער הערט מען פון ישיבה אז עס טוט זיך אפ דארט, מען רעכנט זיך נישט אזוי שטארק מיטן רבי'ן, ווייל מען מיינט די פארטיי, דער ארום...

 איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב אביסל מקצר געווען בנוגע דער נעגאטיווער זייט פון ויז'ניץ, ווייל איך וויל נישט סתם אזוי זיין א שוואנץ און עס איז נישט קיין סוד אז ער איז אן ערליכער איד וועלכער האט עוסק געווען בתורה כל ימיו וכו', און דערפאר האלט איך נישט ביים רעדן, נאר דאס וויל איך יא זאגן ברמיזא, איך איך זע ווי עס חזר'ט זיך איבער פונקט די זעלבע זאך אין סאטמאר, הן די שוואכקייטן פון ר' אהרן און הן די א.ג. שוואכקייטן פון ר' זלמן לייב, וואס איז באמת שטארקקייטן, ותן לחכם ויחכים עוד, נאר אין מאנרא איז עס פיל ערגער צוליב דעם וואס דער אדמו"ר איז נישט אזא אפגעהיטענער איד ווי דער אדמו"ר אין ארץ-ישראל, און האט מער א פראסטערער מויל וכו', ווי אויך איז ער פערזענליך א טעראריסט בשעת דער רבי אין ארץ-ישראל איז נישט געווען פערזענליך (מען קען דערין דעבאטירן... ער איז אויך נישט געווען גענצליך ריין, אבער ווייט ווייט פון אזא אופן ווי דארט, אים האט עס פשוט געשטערט ווי אנדערע ווערן גרויס, און האט עס ערווענט פאר זיינע נאנטע וועלכע האבן געטאן דעם זשאב אן זיין וויסן בכלל, משא"כ אין מאנרא האט מען עס געשיקט בידים וכו', אבער ווי געשמועסט איך וויל נישט בארעדן אן אדם גדול מאוד, לכולי עלמא ולית מאן דפליג, און איך בין דערפאר מקצר), און איך זאג דיר אז מיט דער צייט וועט די וועלט צוביסלעך איינזען די איידלקייט און די גרויסקייט פון ר' זלמן לייב און ער וועט איבערנעמען די וועלט, הגם היינט זעט עס אויס ווייט פון מציאות... איין זאך איז זיכער אז ר' אהרן האט נישט די גאס... אבער דאס אז ר' זלמן לייב זאל יא האבן די גאס וועט נאך געשען אין די עתיד אין גרויסן...

 דרך אגב; דער זעלבער זאך, נאר אויף א קלענערע פארנעם, חזר'ט זיך אויך איבער אין תולדות אהרן... בשעת פון אנהויב האט אויסגעקוקט אז תולדות אברהם יצחק רבי האט די זאך, ער האט איינגענומען די וועלט, ער פירט לאנגע טישן און פון אלע זייטן קומט מען צו לויפן וואו ער הויבט דעם עולם... צא ובדוק וואו עס האלט היינט, איך זאג נישט, ער איז אן אפגעהיטענער איד, אבער ער איז נישט דער וועלטס רבי וואס מען האט געשמועסט אז ער גייט זיין, און דער תו"א איז נישט אזוי אויסגעשפילט אין די גאס ווי מען האט געשמועסט אז ער גייט זיין... איך געדענק נאך ווי היינט, ווען עס איז אנגעקומען די ידיעה, עס איז געווען א וואך נאך די הכתרה פון תולדות אברהם יצחק און די וועלט האט גע'רעש'ט מיט די נייעס, עס איז אנגעקומען די ידיעה אז מוצאי שבת נאך שלש-סעודות איז געווען א באגלייטן פאר נייעם רבין וואו ר' מאיר בראנסדארפער איז געווען פון איין זייט און ר' דניאל פריש די צווייטע זייט און טויזנטער מענטשן האבן זיי באגלייט... האב איך זיך אונטערגעהערט ווי מיין טאטע זאגט "איך קען ביידע קינדער, ר' שמואל יענקל פון ישיבה אין ויז'ניץ און ר' דוד פון מאנסי, איך זאג ענק אז עס איז אלעס א גרויסע באלאן, ר' דוד וועט האבן די גאס און נישט ר' שמואל יענקל", איך האב דעמאלס נישט פארשטאנען וואס ער זאגט, אבער היינט פארשטיי איך שוין איינמאל...

 און לאמיר דיר נאך עפעס מסביר זיין, וואס עס גייט געשען אין די עתיד... אזוי ווי אין ויז'ניץ, און אין פיל אנדערע מקומות... אין יארן ארום ווען מען וועט זיך ענדיגן שלאגן, אלע קארטס וועלן שוין זיין געסעטלט, אלע מוסדות און אלע חסידים וועלן שוין זיין יעדער על מקומו, עס וועט שוין זיין עטליכע בתי חיים און אלעס וועט שוין זיין מסודר, די צוויי רבי'ס וועלן שוין זיין עלטער און איינזען אז עס איז קיינעמ'ס טובה צו בלייבן צוקריגט, און איין שיינעם טאג וועט מען מאכן א גרויסן שלום... אזוי ווי עס האט פאסירט אין פיל אנדערע מקומות... יא, יא, זאג נישט אז אין סאטמאר וועט עס קיינמאל נישט געשען, ווייל אין ויז'ניץ איז די פרשה געווען פיל מער פארוויקלט, מיט אן ארויסגעווארפענעם זוהן וכו', און דער סוף איז געווען אז מען האט שלום געמאכט...

 ידידך עוז

............. ......................

 

 ***

באקומען אין אימעיל:

 

איך וויל מיך אביסל אויסדרוקן מיינע געפילן און איך ווייס נישט צו דו וועסט עס פארשטיין אבער אז דו דעקסט אלעס, וויל איך אז דו זאלסט וויסן.

 איך בין א ברך משה חסיד אייביג געווען און וואס איך אין מיינע חברים האב מיט געמאכט די צען יאר איז אומבאשרייבלעך. דו מיזט פארשטיין אז אזעלעכע מענטשן ווי איך איז געווען ווייניג ווייל רוב חסידים האט ר' אהרן געמאכט דו זאך במילא די יסירי נפש וואס אזעכע ווי איך האבן געהאט אויסצושטיין, איז א נס אז מען האט נישט באקומען מיט די נערווען.

 מען איז געווען אין ראדני איז געווען אזוי דו ארונים האבן דיר אויפגערעגט עד הסוף אין זיך געקוילערט ווען דע רבי האט איבערגעזאגט. נו, האב איך זיך אויסגעדרייט צו מיינע נייע חברים דו זאליס. נו קיין גרויס מיטגעפיל אויף דו ביזיונות האב איך נישט באקומען, נאר אפשר א מוסר פארציע אין דו זייט אז אזוי האט ער מחנך געווען זאל ער עס עסן. און גיי טענה מיט אים אז ס'איז ר' אהרן ס'איז א טאטע. מען האט זיך אזוי אפגעווישט די נאז אין געגאנגען ווייטער .

 דאס איז אים געלאנגען פאר אהרן ווייל נישט יעדער איז געווען אזוי שטארק ווי מיר און אים איבערלאזט. איך האב געהאט אסאך חברים וואס עס האט זיי גאנץ גוט געשמעקט אז מען צוטיילט סאטמער.

און מיין נישט אז אין אנהייב האבן אלע ארונים דערהויבן די חוצפה, אבער ווען זיי זענען געגאנגן אין שול און געזען ווי די בני יואל קוילערן זיך פאר געלעכטער דאס האט געמאכט אז מען זאל זיך נישט צושטעלן צום רבין אין עס איז נישט געווען קיינער וואס זאל מחזק זיין די סארט מענטשן.

 נאך א נקודה. למשל ווען עס איז געקומען א יו"ט עס איז נישט מער געווען דער געדרענג ווי אמאל, מען האט דאך בויקאטירט דעם רבין, זענען געקומען די ארונים פון זייערע נייע שולן מיר טאנצן אין פנים אז עס איז געווען עק וועלט.

 איך קען נישט פארגעסן עס איז געשטאנען אין דער איד פאר פורים תשס'ו אז דער רבי גייט אריינקומען צו מגילה ליינען. און עס האט יעדער געוויסט אז ער גייט שוין נישט צו אסאך אריינקומען, ער איז שוין געווען זייער שוואך. דאס ביהמ"ד האט אויסגעקוקט ליידיג אז א טרעילאר האט געקענט מאכן א "יו טוירן" אן איינמאל בעקן... און ווען ער האט ווען נישט ר' אהרן פאר א זון וואלט מען נישט געקענט אטעמען אינעם שול.

 און אונז חסידים וואס מיר האבן אים אזוי ליב געהאט, האבן געדארפט צוקוקון ווי זיינע כלומרשטע חסידים לאכן אים אין פנים.  און, אין זעלבער צייט האבן די ארונים נאך געשריגן שונאים אויף מענטשן. געוואלד דו ביסט דאך טויזנט מאל ערגער!

 גיין אן מיט די ארבעט. דעק אויף דעם שלייער זייערען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/7/2009 20:55 לינק ישיר 

א_צווייטער כתב:
מר. פארמעגליך,

איך האלט נישט בעצם פון דיין גאנצע משוגעת ארטיקל עס ברענגט נישט גארנישט און די שרייבסט אסאך שטותים, אבער איך וויל אריינווארפן בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן פיקטשערס פון אמאל און היינט אויף סקווער בעלזא, כפענ"ד האט עס גארנישט צו טוהן מיט דעם רבין אדער זיין הייליגקייט, עס איז סימפל די מעגליכקייט היינט פאר פיקטשערס איז סך מער ווי אמאל, עס איז סך נער אין סטייל, עס איז דא וועכענטליכע מאגאזינען וואס איז אמאל נישט געווען, און בעיקר וואס דאס איז אויך די סיבה אויף די פריערדיגע צוויי, עס איז היינט מוראדיג גרינג צו כאפן בילדער יעדער קען עס טוהן פון זיין סעלפאון וכדו', און עס איז מוראדיג גרינג עס צו פארשפרייטן ווייטער דורך סעלפאונס אימעיל וכדו'

א ווארט צום מנהל: איך מיין אז עס איז נישט אויסגעהאלטן אז דער פארמעגליך האט אן אשכול רעזערווירט בלויז פאר אים עד כי יבא שילה,איבערהויפט אויף איין נושא, ווען עס וואלט ווען געווען אן אשכול פון פרישע נייעס וואלט נאך געווען א האלבע צרה, יעדן טאג איז דא פרישע נייעס דארף מען יעדן טאג שרייבן, אבער דא ווי ער שרייבט איין נושא, אן אנאליז, שוין אפאר וואכן מיט פארזעצונגען, גיוו מי עי ברעיק,

איך האלט -און איך וויל פרעגן אנדערע שרייבערס זייער מיינונג- אז מען דארף געבן דעם פארמעגליך א דעדליין, און ער זאל קלאר זאגן ווילאנג עס וועט נעמען.  (דאס איז אויך שוין בדיעבד)


*
אין וויזניץ איז אויך דא דידשיטעל קעמרעס און אויך אין סאטמאר ביי רבינו שליט"א, אין פשעווארסק און אויך ביי יעדען ערליכען רבין, און דאך איז נישט דא קיין בילדער.

מיין וואוט איז אז מען זאל לאזען דעם אשכול נאר פאר פארמעגליך...

איצט, מר צווייטער, קיינער צווינגט נישט אז דו זאלסט עפענען יענעם אשכול. אבער עס איז דא טויזענטער ליינער וואס ווילען דאס ליינען און קוק די צופיות. יש"כ למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 30 31 32 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.