און די מענשטהייט האט זיך נישט געוויסט וואו אהין צו טון פאר געלעכטער!
אה אה אה אה
זעלבע שטריכען ר' זלמיניו מיט להבדיל ר' מאטעלע,
נשלח ב-2/7/2009 21:15
באקומען אין אימעיל:
א וויץ פון ר' אהרן אין די ישיבה:
איך האב געלערנט אין ישיבה תשמ"ג - מ"ד. איינמאל ווען ער האט געהאלטען א דרשה אין ישיבה און ער געזאגט פאר די בחורים אז זיי זאלען נישט ווארפען קיין שטיינער אויפן טאנק נעבען די ישיבה ווייל עס קען זיך לעכערן און עס וועט פארפלייצן די ישיבה. האט ער געמאכט א קוגל כדרכו איינס אין דער וועלט, און עס איז געגאנגען אזוי: דער מבול איז געקומען ווייל זיי האבן נישט געהאט וואס טון, און דאס זעלבע איז מיט די בחורים וואס ווארפען די שטיינער, ממילא זענען זיי גלגולים פין דור המבול צו ברענגען א פארפלייצונג אין די ישיבה.
א טאג נאכדעם האט שטארק גערענגט, און ער קומט אריין אין ישיבה אינגאנצן באגאסען.
רופט זיך אן א בחור הויך: ער איז א גילגול פון דור המבול... און ער האט אויך געלאכט...
נשלח ב-2/7/2009 21:16
פארשטיי, דו ביסט דאך א חסיד פון סופרעמעסי. האט איינער אראנדשירט צו רעדען אויף וויזניץ?
נשלח ב-2/7/2009 21:20
ניין ח''ו ווער האט גערעד אויף אים? איך האב עפעס געזאגט קעגען אים? ער איז דאך מיין הייליגען רבי'ןס פעטער!
איך האב נאר געזאגט זאכען וואס ער האט געטון! אדם נידן לפי מעשיו
נשלח ב-2/7/2009 21:23
אבי געענפערט.
נשלח ב-2/7/2009 21:25
נישט קיין ספק
אוודאי דארף מען עס לאזן בלויז פאר פארמעגליך, ווער עס וויל קען אין דעם היגן אשכול שרייבן וואס ער וויל, אבער אז פארמעגליך גיט אוועק זיין צייט צו שרייבן מיט אזויפיל אינהאלט איז ראוי מען זאל אים געבן די געלעגנהייט, און נישט מבלבל זיין.
איין זאך האב איך געוואלט מעורר זיין,
פארמעגליך האט אריינגעווארפן אז ר' אהרן האט זיך געדרייט אין ישיבה און געלערנט נאר מיט נארישע בחורים.
איך האלט אז אזא זאך טאר מען נישט שרייבן, קודם כל ווייל ס'איז נישט אמת, במשך די 30 יאר זענען אסאך בחורים געווען גאנץ קלוג וואס האבן זיך געדרייט נעבן אים וועגן פארשידענע סיבות, אדער זענען זייערע עלטערן געווען חסידים און שוויצערס פון ברך משה, אדער ווייל זיי האבן געוואלט האבן בענעפיטן, און בכלל נישט יעדער בחור אין ישיבה האט די כשרונות פון זיין א מתמיד, און אנשטאט זיך צו דרייען אין דארמיטארי האט מען זיך געדרייט אין זיין שטיבל.
איך ווייס עטליכע וואס האבן זיך ביי אים געדרייט און זענען היינט זייער נארמאלע מענטשן.
ניין פארמעגליך! האב איך גערעד אויף אים? יא? אדער ניין?
נשלח ב-2/7/2009 21:31
פוסק, ביסט גערעכט, ווייל איך האב מיך טאקע נישט אויסגעדרוקט. איך האב עכט געמיינט, תמימותדיגע בחורים וואס ווייסען נישט וויאזוי א נארמאלער ראש ישיבה אן קיין קינדישקייטען און אן קיין וויצען געשיסעכץ, פירט זיך אויף.
ואתכם הסליחה
נשלח ב-2/7/2009 21:35
פוסק, ביסט גערעכט, ווייל איך האב מיך טאקע נישט גוט אויסגעדרוקט. איך האב עכט געמיינט, תמימותדיגע בחורים וואס ווייסען נישט וויאזוי א נארמאלער ראש ישיבה אן קיין קינדישקייטען און אן קיין וויצען געשיסעכץ, פירט זיך אויף.
ואתכם הסליחה
תוקן על ידי פארמעגליך ב- 02/07/2009 21:35:42
נשלח ב-2/7/2009 22:35
פארמעגליך כתב:
מר. פארמעגליך,
איך האלט נישט בעצם פון דיין גאנצע משוגעת ארטיקל עס ברענגט נישט גארנישט און די שרייבסט אסאך שטותים, אבער איך וויל אריינווארפן בנוגע וואס דו שרייבסט וועגן פיקטשערס פון אמאל און היינט אויף סקווער בעלזא, כפענ"ד האט עס גארנישט צו טוהן מיט דעם רבין אדער זיין הייליגקייט, עס איז סימפל די מעגליכקייט היינט פאר פיקטשערס איז סך מער ווי אמאל, עס איז סך נער אין סטייל, עס איז דא וועכענטליכע מאגאזינען וואס איז אמאל נישט געווען, און בעיקר וואס דאס איז אויך די סיבה אויף די פריערדיגע צוויי, עס איז היינט מוראדיג גרינג צו כאפן בילדער יעדער קען עס טוהן פון זיין סעלפאון וכדו', און עס איז מוראדיג גרינג עס צו פארשפרייטן ווייטער דורך סעלפאונס אימעיל וכדו'
א ווארט צום מנהל: איך מיין אז עס איז נישט אויסגעהאלטן אז דער פארמעגליך האט אן אשכול רעזערווירט בלויז פאר אים עד כי יבא שילה,איבערהויפט אויף איין נושא, ווען עס וואלט ווען געווען אן אשכול פון פרישע נייעס וואלט נאך געווען א האלבע צרה, יעדן טאג איז דא פרישע נייעס דארף מען יעדן טאג שרייבן, אבער דא ווי ער שרייבט איין נושא, אן אנאליז, שוין אפאר וואכן מיט פארזעצונגען, גיוו מי עי ברעיק,
איך רעד פון געבן א דעדליין ווילאנג דו קענסט משוגע מאכן, און דו זאלסט זאגן ווילאנג עס וועט נעמען
איצט, מר צווייטער, קיינער צווינגט נישט אז דו זאלסט עפענען יענעם אשכול. אבער עס איז דא טויזענטער ליינער וואס ווילען דאס ליינען און קוק די צופיות. יש"כ למפרע
דער פארום איז געמאכט פאר יעדעם איינעם אז יעדער זאל זיין באקוועם, לשיטתך קען יעדער עפענען סיי וואספארא אשכול אין אויב עס שמעקט נישט זאל מען עס נישט עפענען, אבער עס איז נישט אזוי דער מנהל מעקט רעכטס און לינקס, און בכלל איז דא אנדערש, איך זאג מיין מיינונג איבער דיין אשכול, איך האלט אז דו שרייבסט שטותים, איך האלט אז עס ברענגט נישט גארנישט נאר נארישע טענהריי, און איך האלט אז עס איז נישט אויסגעהאלטן אז דו האסט בכלל אן אשכול רעזערווירט בלויז פאר דיר איבערהויפט אן א דעדליין, אז דו האלטסט נישט אזוי ביסט בארעכטיגט דערצו און דו קענסט עס שרייבן, אבער עס איז נאריש און קינדיש צו ענטפערן ס'שמעקט דיר נישט קוק נישט, (איך קען דיר אויך אזוי ענטפערן ס'שמעקט דיר נישט מיין תגובה ליין עס נישט און רעאגיר נישט דערויף)
און לגבי דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט טויזענטער צפיות ווייזט נאכנישט אויף חכמה און פיקחות, אדרבה דו האלטסט אין איין שרייבן אז וועגן דעם טוהען אלע רביס נארישע שטיק ווייל זיי ווילן האבן טויזענטער צפיות... (אויסער וואס דא קען מען בכלל אליין ארויפרוקן צפיות)
אלענפאלס איך זאג איבער וואס איך האב פריער ערווענט איך האלט אז עס ברענגט נישט גארנישט (חוץ אפשר לייענערס און צפיות, און איך מיין אז נישט דאס איז דיין ציל), דו שרייבסט אסאך שטותים, און איך האלט אז דו דארפסט האבן א דעדליין
נשלח ב-2/7/2009 22:58
פארשטיי, איך קען דעם וויזשניצער רבי זייער גוט, זאל נאר דער וויזשניצער חסיד שרייבן נאך פון די שטריכן וועט ער מיך ארויסנעמען פון די כלים וועל איך אביסל מרחיב בדבור זיין
י"ג. און לגבי דאס וואס דו שרייבסט אז דו האסט טויזענטער צפיות ווייזט נאכנישט אויף חכמה און פיקחות, אדרבה דו האלטסט אין איין שרייבן אז וועגן דעם טוהען אלע רביס נארישע שטיק ווייל זיי ווילן האבן טויזענטער צפיות...
י"ד. (אויסער וואס דא קען מען בכלל אליין ארויפרוקן צפיות)
ט"ו. אלענפאלס איך זאג איבער וואס איך האב פריער ערווענט איך האלט אז עס ברענגט נישט גארנישט (חוץ אפשר לייענערס און צפיות, און איך מיין אז נישט דאס איז דיין ציל), דו שרייבסט אסאך שטותים, און איך האלט אז דו דארפסט האבן א דעדליין
א. ער מאכט נישט משוגע דעם עולם, אדרבה דער עולם האט העכסט הנאה. זיין ארטיקל דרייט זיך אויך אין לאנאדן און אין בני ברק.
פארשטיי, איך קען דעם וויזשניצער רבי זייער גוט, זאל נאר דער וויזשניצער חסיד שרייבן נאך פון די שטריכן וועט ער מיך ארויסנעמען פון די כלים וועל איך אביסל מרחיב בדבור זיין
כך הם דרכם של ארוינים, געפעלט זיי נישט איינעם? אראפ מיטן קאפ.
איך קען אויך דעם וויזניצער רבי, ער איז א אייזן שטארקער מענטש, ס'וועט דיר גארנישט העלפן וועסט נישט מצליח זיין צו מאכן פון אים "שוואכקייטן".
נשלח ב-2/7/2009 23:15
א_צווייטער
ס'איז מיר זייער חשוב אין טייער די דעה פון יעדן איינציגן שרייבער דא אויפן פורום.
פארפאלן, די ארטיקל פון פארמעגליך ברענגט גאר אסאך ליינער און ס'עדווערטייזט מיין פורום אסאך אסאך בעסער און שטערקער ס'האט געברענגט אסאך אסאך מער ליינער און שרייבער ווי "דער בלאט" פארפאלן ס'איז א פאקט. דעריבער קען זיין אז איך האב א אינטערעסע דא. אבער פארט ביטע זיי מיר מסביר 2 קלייניגקייטן:
1) פארוואס איז דיר אזוי וויכטיג צו שרייבן דווקא אין יענעם אשכול אין די צייט וואס די קענסט שרייבן דא? ער קען זאגן וואס ער וויל און די קענסט זאגן וואס די ווילסט ושלום על ישראל, פארוואס למען השם דווקא דארט?
2) וואס דריקט דיר אזוי שטארק ער זאל האבן א דעד ליין?
דרך אגב דאס וואס די זאגסט וועגן צפיות, ס'איז א פאקט אז די דאזיגע אשכול האט שוין 460 תגובות! (לאז אפ די צפיות, חוץ וואס דיין טענה איז שטותים) איך האב פאר דיר נייעס, די גרעסטע\בעסטע\שענסטע\נייטראלסטע וכו היימישע פורום אויף הייד פארק (איך מיין די ווייסט צו וועם ס'באלאנגט) האט אין זייערע "בעסטע" צייטן נישט געקענט חלומ'ען אנצוקומען צו אפילו האלב דערפון, זייער גרעסטער אשכול האט דערגרייכט ווייניגער ווי 200 תגובות און זיי האבן חדשים געפייערט דערמיט עד כדי כך אז לכבוד ראש השנה האט דער מנהל דארט אפגעגעבן א שכויעך פארן ציבור פאר זיך משתתף זיין אין די "גרעסטע" אשכול אויפן פורום. איך מיין איך האב גענוג געזאגט.
נשלח ב-2/7/2009 23:19
עטגאסט טייערער איך האב אים ארויסגעהאט נאך פאר ס'איז געווען אזא מושג "ארונים" און ווען דו פלעגסט נאך לאכן פון אים, איך קען בעסער פון דיר זיינע מעלות און אזוי אויך זיינע חסרונות, אייזן שטארק? אייזן האט אויף א וועג וויאזוי מ'ברעכט עס, עם קויפט מען נישט אפ אזוי ווי אסאך אנדערע רבי'ס אבער ס'איז צו אים אויך דא א מהלך און די וואס פארשטייען דאס נוצן עס טאקע אויס