הער א צווייטער איך האב דיר נישט וואס צו ענפערען, פארשטייסט נישט?
ווען איך קים און איך זאג דיר א יעצט איז טאג, קימסטו צו גיין ניין עס איז נאכט! וואס קען איך דיר ענפערען?
מענדל שווימער איז געגאנגען און קארט, אן קיין רשות ב''ד, און אהרן וועלץ האט נישט אויפגעהערט צו טאן פעילות צו קאנווינצען זיין געוועזענער קאלעגע ר' מנחם זאל זיין געזינט, אז ער זאל קימען צו ד''ת
יעצט הייב אן מיט דיינע זאלי שטיק ניין! יא! ניין! יא! ניין! יא! דע בלאט! שמואל ווידער! שר האופי! שר המשקים! נא הייב אן !
תוקן על ידי פארשטיי ב- 06/07/2009 18:26:35
נשלח ב-6/7/2009 18:32
לייען גוט דורך די אלטע מחזיקי הדת(מאך א סורטש אין די דערמאנטע לינק) וועסט זיין נישט נאר איינמאל נאר הונדערטער מאל ווערט טאקע בעלז אין אלע גאוני זמנו דערמאנט אלץ די וועג ווייזער פין כלל ישראל צו הייבען כבוד התורה אין כבוד הרבנים געגען די מבול פין בזיונות פין די משכילים אין אז כבוד התורה איז ביי דיר ספלעשי איי קענט העלפ יו !!!
זאג מיר ביטע פשט אין א מאמר חז"ל אין עס ווערט געפסקענט אין שו"ע להלכה אז לעולם(טייטשט ביי מיר אייביג) זאל א מענטש זאל גיין זעהן כבוד פין מלכי אומות העולם ספלעשי בלע"ז כדי ער זאל פארשטיין די כבוד(ספלעשי בלע"ז) פין תורה הקדושה
תוקן על ידי hatzula ב- 06/07/2009 18:33:42
נשלח ב-6/7/2009 18:41
hatzula כתב:
זאג מיר ביטע פשט אין א מאמר חז"ל אין עס ווערט געפסקענט אין שו"ע להלכה אז לעולם(טייטשט ביי מיר אייביג) זאל א מענטש זאל גיין זעהן כבוד פין מלכי אומות העולם ספלעשי בלע"ז כדי ער זאל פארשטיין די כבוד(ספלעשי בלע"ז) פין תורה הקדושה
אזא קליינע קאפ האסטו?
די זעסט נישט אליינס א חילוק צווישן כבוד התורה און כבוד המדומה וואס דער מנהיג אליינס שלעפט פון ווי נאר מעגליך?
נשלח ב-6/7/2009 18:55
הצלה, איך וועל דיך נישט שיקען צום מחזיקי הדת פון 150 יאר צוריק.
איך שיק דיך צום דער איד פון תש"מ ביז נ"ה און זאג מיר צו מען האט דארט בארימט דעם ברך משה.
קוק אליין דעם חילוק. עס האט דעמאלט געדאווענט אין סאטמאר מער אידן ווי ביי סיי וועלכער רב, און מען האט נישט באשריבן קיין איין יו"ט אדער שבת. קוק אליין וועסטו זען.
נשלח ב-6/7/2009 19:05
אדרבה הערט אויס מעדיסאן דסקווער גארדען ווי מאכט א ספלעש לכבוד התורה אין יעדער רעדנער רעד פין דעם גרויסען ספעלעש כבוד בפני רבינו מרן הדברי יואל
נישט ח"ו אז ער האט איין סקונדע געטראכט פין כבוד המדומה נאר דאס איז כבוד התורה
אין אגב דערמאן איך מיך
איך גדענק אז דער ברך משה איז איינמאל געווען ווען מען האט אים אויסגעגראמט אין באבאווער רב איז געזיצען נעבען אים
ווען דער גראמער האט גענדיגט גראמען אין דער ברך משהאיז ווייטער געזעצען אחוז שרעפים אין נישט געגאנען טאנצען אין יעדער שטייט אין ווארט .אינמיטען כאפט ער זיך אויף אין באבאווער רב זאגט אים אז מען דארף גיין טאנצען זאגט אה ער האט שוין גענדיגט
עס איז מיר פשוט בייגעפאלען א פשט אין תוספות וואס איך האב פריער געלערענט
באבעווערב האט עס פארציילט ממש מיט התפעלות ווי ווייט זיין מידת השתוות אז מען גראמט אין ער הערט נישט אין עס אינרעסירט אים נישט
נשלח ב-6/7/2009 19:07
הצלה שרייבט: איך גדענק אז דער ברך משה איז איינמאל געווען ווען מען האט אים אויסגעגראמט אין באבאווער רב איז געזיצען נעבען אים
ווען דער גראמער האט גענדיגט גראמען אין דער ברך משהאיז ווייטער געזעצען אחוז שרעפים אין נישט געגאנען טאנצען אין יעדער שטייט אין ווארט .אינמיטען כאפט ער זיך אויף אין באבאווער רב זאגט אים אז מען דארף גיין טאנצען זאגט אה ער האט שוין גענדיגט
עס איז מיר פשוט בייגעפאלען א פשט אין תוספות וואס איך האב פריער געלערענט
באבעווערב האט עס פארציילט ממש מיט התפעלות ווי ווייט זיין מידת השתוות אז מען גראמט אין ער הערט נישט אין עס אינרעסירט אים נישט
אדרבה קוק אריין אין די אלטע אידן ווען רבינו בעל דברי יואל-(אין אויך דער ברך משה -וואס עס לויפט יעצט א ספלעש אין דער איד אין סעריע פין יענע נסיעה ) איז געפארען קיין ארץ ישראל די באקאנטע נסיעות איז דאס נישט געווען קיין ספלעש
מאך אפ ווען הייסט עס כבוד התורה אין ווען הייסט עס ספלעש
תוקן על ידי hatzula ב- 06/07/2009 19:12:50
נשלח ב-6/7/2009 19:20
פארשטיי כתב:
הער א צווייטער איך האב דיר נישט וואס צו ענפערען, פארשטייסט נישט?
ווען איך קים און איך זאג דיר א יעצט איז טאג, קימסטו צו גיין ניין עס איז נאכט! וואס קען איך דיר ענפערען?
מענדל שווימער איז געגאנגען און קארט, אן קיין רשות ב''ד, און אהרן וועלץ האט נישט אויפגעהערט צו טאן פעילות צו קאנווינצען זיין געוועזענער קאלעגע ר' מנחם זאל זיין געזינט, אז ער זאל קימען צו ד''ת
יעצט הייב אן מיט דיינע זאלי שטיק ניין! יא! ניין! יא! ניין! יא! דע בלאט! שמואל ווידער! שר האופי! שר המשקים! נא הייב אן !
פארוואס קען נישט זיין פארקערט? אז דו זאגסט אויף טאג אז עס איז נאכט?
איך קען דיר יא ענטפערן, קוק ארויס אינדרויסן וועסטו זעהן אז עס איז ליכטיג, קוק אריין אין בי"ד צעטיל וועסטו זעהן אז זיי האבן יא געגעבן א היתר אויך אין בלאט (איך האב עס פארשאפט די וואך) ווי משעלט אריין דעם טריפה'נעם בי"ד פארן געבן דעם היתר {אויף אן אנדערע פעידזש שרייבט מען טאקע פארקערט אבער דאס איז "נארמאל" זהו דרכו של הבלאט)
קוק אריין אין בלאט, געריכט פאפירן, א.א.וו. וועסטו זעהן אז ביז נאכן פסק פון אפעלאט געריכט האט וועלץ ניטאמאל גע'חלומ'ט פון קומען צו די"ת. {אויף אן אנדערע פעידזש שרייבט מען טאקע פארקערט אבער דאס איז "נארמאל" זהו דרכו של הבלאט)
קוק אריין אין בלאט, געריכט פאפירן, א.א.וו. וועסטו זעהן ווער עס איז אריין אין בג"ץ, {אויף אן אנדערע פעידזש שרייבט מען טאקע פארקערט אבער דאס איז "נארמאל" זהו דרכו של הבלאט)
מען קען "זעהן" צו עס איז טאג אדער נאכט, און די אלע פאפירן קען מען אויך זעהן .
עטס שרייבטס אויף איין פלאץ אז אהרן וועלץ האט פארגעשלאגן ר' מרדכי באב"ד אויף אן אנדערן פלאץ שרייבט עטס אז בי"ד האט עס פארגעשלאגן .
עטס שרייבטס אויף איין פלאץ אז בי"ד האט יא געגעבן א היתר און זיי זענען שקצים, אויף אן אנדערן פלאץ שרייבט מען אז בי"ד האט נישט געגבן א היתר.
עטס שרייבטס אויף איין פלאץ אז מענדל שווימער האט יא אונטערגעשריבן שט"ב והוא שעמדה לו אז ער האט פארלוירן דעם קאורט, אויף אן אנדערן פלאץ שרייבט מען אז ער האט נישט.
עטס שרייבטס אויף איין פלאץ מענדל שווימער האט זיך געשעמט צו זאגן אין געריכט אז ער וויל נישט גיין צו די"ת ווייל ער האט געוואלט האבן א שיין פנים, אויף אן אנדערן פלאץ שרייבט מען מענדל שווימער האט זיך נישט געשעמט כסדר איבערצו'חזר'ן אז ער וויל נישט גיין צו די"ת
עטס שרייבטס אויף איין פלאץ די ארונים זענען געגאנגען אין בג"ץ (אבער נאר צו אפעלירן) אויף אן אנדערן פלאץ שרייבט מען די זאליס זענען געגאנגען צום בג"ץ מיט א גאנצן ארטיקל בגצ"נו,
לאמיך הערן מר. פארשטיי, וועלכע ווערסיע דארף איך אננעמען פון דעם סופער מעכטיגן בלאט? טאג אדער נאכט
נשלח ב-6/7/2009 19:34
מנהל די ארבעט פין פארדרייען א אשכול איז אין פולען שוואנג
ביטע רוקען די דיבאטע פין ב"פ דין תורה צו די ריכטיגע אשכול דאס איז די אשכול געווידמעט צו דיסקוטירען די פארמעגליך אשכול
ביטע נישט פארדרייען
נשלח ב-6/7/2009 19:37
ישר כח פערדעריי
אבער טויש דעם נאמען פון דיין ניק. עס פאסט נישט פאר איינעם וואס רעד אזוי צום זאך
נשלח ב-6/7/2009 19:52
איך פארשטיי נישט, דאס איז דאך געווען דיין טעמע פארמעגליך האסט דאך אנגעהויבן אויפצודעקן שמואל ווידער אין די בלאט, דאס איז פון וואס איך רעד דא, די בלאט, אמאל הייסט עס בארא פארק און אמאל הייסט עס בג"ץ און אמאל ארי לייב, ס"ה מיינט דער בלאט אז זיי קענען פארקויפן שטותים אבער ווען מקוקט א טראפעלע טיפ זעהט מען ויי נאריש לופטיג ליידיג און סתירה'דיג דאס איז,
דאס איז וואס פארמעגליך האט לכתחילה געוואלט ער איז נאר פארקראכן צו שטותים, כדי ארויסצוווייזן זיין מומחיות אין סייענס, היסטאריע, פסיכאלאגיע, וכל שום וחניכא דאית ליה,
און ווען איך קום צוריק דערצו שרייט מען איך פארדריי...
נשלח ב-6/7/2009 19:52
פארמעגליך שרייבט אז
פון די אנדערע זייט איז דא רביס ווי למשל וויזניץ מאנסי, ראחמיסטריווקע, און נאך, וואס זיי זענען שטארק ארויף געקוקט בייי די גאס ווייל פאר לאנגע יארען האט די גאס געזען אין זיי שטארקע פרומקייטען, די גאס האט אין זיי געזען ערליכע אידען, און זיי זענען געבויעט געווארען אן קיין שום פאמפע און פראפעגאנדע, (ווייל ווי געשריבען, די גאס האט נאך קיינער נישט געפאפט זייט די וועלט שטייט) זיי "מוזען" נישט אנקומען צו קיין שום בילדער און ארטיקלען, זיי זענען ממאס אין די סארט זאכען, זיי וועלן זיך פאר א מיליאן דאללאר נישט לאזען אינטערוויאען פון א מאגאזין, זיי זענען נישט ספלעשי, נישט אנגעוויזען אין די גאס, נאר די גאס איז באמת אנגעוויזען אויף זיי. און, זייערע חסידים זענען באמת געבויעטע מענטשען מיט א אמתע שטארקייט וואס איז נישט געבויעט אויף בילדער און מאגאזינען.----
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------------
אבער איך זאג אז מיט ראחמסטריווקא איז ער גערעכט ווייל אפי, דעם וואס זיין שוואגער דע סקווירער האט עים נישט געלאזט וואקסען האט ער עס געמאכט שטיל און שיין
אבער וועגן וויזניץ מאנסי איז ער בכלל נישט גערעכט ווייל ער ר' מאטעלע האט אלטס ליב צי זיין און די העד ליינס אדער דוריך מוחה זיין ביי זאכן וואס האט נישט מיט עים אדער דוריך מאכן תקנת וואס נאר ער האט אזוי אז יעדער זאל רעדען פון עים קוקטס נאך זיין היסטורי וועט איר זען אז ער האט אלטס געהאט וואס צו זאגן