אדרבה קוק אריין אין די אלטע אידן ווען רבינו בעל דברי יואל-(אין אויך דער ברך משה -וואס עס לויפט יעצט א ספלעש אין דער איד אין סעריע פין יענע נסיעה ) איז געפארען קיין ארץ ישראל די באקאנטע נסיעות איז דאס נישט געווען קיין ספלעש
מאך אפ ווען הייסט עס כבוד התורה אין ווען הייסט עס ספלעש
תוקן על ידי hatzula ב- 06/07/2009 19:12:50
[/quote]

הצלה איך ווייס נישט צו די ביסט א נער, אדער די מאכסט דיך פאר א נער, אדער עכ"פ דאס איז שוין אן אלטע מהלך (פאר דער וואס קען אביסל היסטריע, איז עס וואויל באקאנט), אז ווען מנעמט איינעם און מ'זאגט איהם קוק ווי אזוי די זעסט אויס, וועט ער דיר אייביג טרעפען פון אינטער די ערד, עפעס וואס ענדעלט צו דעם, אפי' נאר מיט א פינטל, כדי יענעם שטיל צו מאכן, אדער זיך אליין שפירן גוט, (און דאס איז לכ' פשט אין די גמ' פון טול קורא מבין עניך)
אשר על כן איז נישט ווערט צו ענטפערען אויף יעדע זאך עקסטערע, נאר איינמאל אראפ געבען די יסוד הדברים, ודי למבקשי האמת.
דאס וואס פארמעגליך איז מסביר, און דאס וואס יעדע ערליכע איד אויפן גאס שרייט, מיינען זיי די יסודות פון די זאך אויף וואס ס'איז אוועקגעשטעלט געווארן, אוודאי אייביג איז דא - און ס'איז נישט מעגליך אנדערש - מענטשן וואס ניצן אלעס אויס פאר אייגענע אינטערסן, און אייביג איז דא מענטשן - נאך דערצו ביי א גרויסע חסידות - וואס טוען נישט אלעס לשם שמים, און זיי זענען ליידיגע מענטשן, און זיי קענען באשטיין אז די פלאץ ווי זיי געפונען זיך זאל זיין די שענסטע און די בעסטע, אבער די שאלה איז אויף וואס איז געבויט די יסוד פון די זאך, און צו די גרויסע מענטשען פון דעם פלאץ, איז דאס זייער גאנצע שטרעבן.
במילא ווען רבינו שליט"א, האט פארשפארט די סאטמערע בלאג אויף הייד פארק, האט ער דאס אמת'דיג געמיינט, און זיך נישט געפוילט אריינצורופן די אינגעלייט און זיי געהייסן אפשטעלן, במילא אז ס'מאכט זיך דאך אינגעלייט וואס זיי קענען זיך נישט איינהאלטן, מיינט נאכנישט אז די יסוד איז פארפוילט.
און די זעלבע ווען די רבי פירט א מלחמת חרמה קעגן די פיקטשער'ס, אזש אזוי ווייט אז ס'האט איהם געקאסט גרויסע געלטער, און נישט נאר ער, נאר אפי' די גבאים (וואס אין יעדע חסידות זענען זיי אוועק געשטעלט צו מאכן די פי. אר. פאר די קאמפעני) שלאגן זיך שוין יארן קעגן דעי אלע פיקשערס, און ווערן נישט מיד, במילא ווען ס'קימט א אינגערמאן און ער וויל יא שיינע פיקטשערס (חוץ פון דעם וואס ער וויל פשוט צוריק שפילן מיט די ארונים , - עם בעבי תתבעביש - קיק איך האב אויך שיינע פיקשערס, און יעצט ביסטו שוין אינגאנצן אין די ערד, ווייל אויף דעם לעבסטו דאך) מיינט נאך נישט אז די יסוד איז אפגעפרעגט.
זאג מיר ווי נאך איז דא א פלאץ, ווי ס'קומען אינגעלייט און עפענען אן ארגענזאציע "עסקנים", וואס צווישן אנדערע ברענגט עס אויך גרויס פי. אר. פאר די קאמפעני, און די רבי צוזאמען מיט די גבאים זאלן עס אינטער ברענגען.
און דעס וואס די ברענגסט צו, די צייטונג מחזיקי הדת, איז אפי' נישט ווערט צו ענטפערן,
אבער איין זאך וויל איך דיר זאגן, מיינסט אז בעלזער רב, האט גענומען די יושבים זיי זאלן זיין די שרייבערס, ער האט גענומען מענטשן וואס זענען אביסל וועלטליך, נו וועסטו וועלן זאגן אז די בעלזע חסידות איז געווען א " גאס'עדיגע " חסידות?? אוודאי נישט!! נו אויב אזוי פארוואס ברענגסט עס אהער?
האט ער געטייטש מיט ווייטאג, "האויב תמו", אז מוועט עפענען א צייטונג, וועט מען טאקע " יעצט" אינטער ברענגען אלע שונאים, דעמאלס די משכילים, אבער "חרבות לנצח" די חורבן וואס די צייטנג וועט ברענגען אויף אינז, ווען זיך ציען צו לאנגע דורות, ודפח"ח.
נשלח ב-6/7/2009 20:28
זייער גוט געזאגט,
אין כמעט יעדן ביהמ"ד איז דא איינער וואס שמועסט און איינער וואס דאוונט,
איין ביהמ"ד הייסט א חברה שמועסערס טראץ דעם וואס עס איז דא אידן וואס דאווענען דארט, אן אנדער ביהמ"ד הייסט אז דארט דאוונט מען פיין כאטש וואס מען קען טרעפן אפאר שמועסערס. עס ווענדט זיך וואס עס איז דער יסוד און וואס איז דער עיקר, און וועלכע חברה דאמינירן די זאך.
יא מקען טרעפן ביי אונז פיקטשערס, אבער עס דאמינרט נישט די זאך און עס ווערט נישט ארויפגעקוקט, ביי די ארונים מאכט מען א מצווה טאנץ לויט די פיקטשערס, מען וועט נישט טאנצן מיט די אינגסטע טאכטער קיין מצווה טאנץ מיט די הענט נאר מיט א גארטל כדי עס זאל קענען זיין פיקטשערס וכו'
און דאס איז דער חילוק
נשלח ב-6/7/2009 20:48
פארמעגליך, זיי נישט ברוגז אז דו גיי דיך קריטיקירען, דיין ארבעט איז זייער גוט און שיין,אבער איך וועל נעמען א "געס" אז דו וואוינסט אין קרית יואל, אדער וואוינסטו יא אין שטאט, אבער דו דרייסט דיך נאר אין דיינע איינגעשפארטע ד' אמות,
איך זעה ווי נאריש און אומבאוויסט דו ביסט אין סקווער, ווייזסטו אויס צו זיצן איינגעקוועטשט אין א אייער שאלעכטץ, סקווער האט היינט איבער טויזענט משפחות אין זייער שטעטעל, מיט מוסדות איבער די גאנצע וועלט, און סקווער איז באוויסט צו זיין גאר א הייסע חסידות, נישט פון פיקטשערס, נאר פון זייער רבי, זיי גייען אין פייער פאר זייער רבי זיי האלטען אים פאר גאר א הייליגע מענטש און א פרוש, ווייניג קהילות וועלען אזוי טוהן נישט מאכען א שידוך אדער געבען א נאמען אן פרעגען די רבי, נאך פאר ס'איז געוועזען אזא זאך ווי כל העולם כולו
ביי יעדע חסידות איז דא מענטשען וואס לעבען פון חיצוניות ווי לעמפלעך און סיינס און פיקטשערס, בפרט אין א שטעטעל ווי מ'זעט די זעלביגע אין טאהש און איבעראל ווי ס'דא א שטעטעל איז דא מער קינדער און בחורים און יונגעלייטעלעך וואס לעבען פון די בלאזערייען
אויך די קוואלעטי פון מענטשען אין סקווער האט זיך נישט ווסא צו שעמען פאר אנדערע פלעצער, סיי אין תורה סיי אין ערליכקייט און צניעות
דיין גאנצע שאצונג אויף סקווער איז איין גרויסע צמצום און דמיון, איך האף אז קרית יואל'ע רב האסטו בעסער ארויס ווי סקווער..
נשלח ב-6/7/2009 21:22
בארא כתב:

איך האב נישט געשריבען איין ווארט וואס איז פגיעה אין סקווערער רבין צו אין בעלזער רבין. איך האב בלויז געשריבען דעם פאקט אז א רבי וואס האט נישט געדינט דעם אייבערשטען ווי זיין פארגייער אבער ער וויל האבען דעם זעלבען סטאטוס אין די וועלט ווי זיין פארגייער, דער וועט מוזען אנקומען צו קינדישע שטיק. און מוזען משנה זיין ווי ער קען נאר, צו קענען באקומען עפעס א ענליכען סטאטוס ווי דער פארגייער.
סקווער איז זייער גרויס און בעלז איז זייער גרויס. אבער די רביס קומען נישט צו צום שפיץ גאפעל ווי זייערע פארגייער. ממילא האבען זיי זיך אריין געלאזט אין אנדערע סארט וועגען וויאזוי צו וואקסען אין די וועלט.
אנטשולדיגט אויב איך ווער אפ געטייטשט ווי איינער וואס רעדט אויף בעלז צו אויף סקווער.
נשלח ב-6/7/2009 22:03
אין סקווירא וועסטו נאך היינט זען אלטע יודן וואס זענען געגאגן נאך צו זיין טאטען זיע
נשלח ב-6/7/2009 22:17
פראד, האט פארמעגליך אנדערש געשריבן?
נשלח ב-6/7/2009 22:49
באקומען אין אימעיל:
ווען דו האסט געשריבן דיין לעצטע תגובה, האב איך גלייך געקלערט אז איינער וועט דיר אפפרעגן מיט טאהש; דארט איז דער מצב אינגאנצן אנדערש, דארט איז געווען א רבי אן עובד ה', ער האט נישט איבערגענומען קיין שום חסידות, ער האט פשוט געהאט א בית-המדרש אין מאנטריעאל אדער אין די פריעדיגע יארן אין בארא-פארק, מיט קוים א מנין און געדינט דעם אויבערשטן מיט מסירות-נפש און ביינאכט אויסגעהערט אידישע קינדער און זיי געהאלפן מיט געלט און עסקנות; אזוי איז עס אנגעגאנגען ביז עס זענען געקומען עטליכע מענטשן און איינגעזען אז מען קען דערפון מאכן גרויסע געלטער דורך דאס אויפשטעלן אלס עמטליכע חסידות.
נו, ווי אזוי ציעט מען צי מענטשן אין די צייט וואס ער הייסט נישט קיין אפיציעלע רבי פון חסידים, האט מען גענומען בלאזן און אזוי אריינגעכאפט חסידים, אמת, די חסידים זענען געווארן חסידים פון אים און נישט פון די לעמפלעך, אבער די יושבי ראש זענען אלס אינטערעסירט געווען צו בלאזן אים אין די בלעטער, און היינט האבן זיי א זייטיגע מטרה צו ווייזן פאר די וועלט אז ער מישט נישט און ווייסט גאנץ גוט וואס טוט זיך...
בנוגע ראחמסטריבקע איז וויכטיג צו וויסן אז יעדער בעל-דרשן וואס קומט דארט רעדן זאגט מען אים אן אז ער זאל בשום אופן נישט משבח זיין דעם רבי'ן, ווייל ער דארף עס נישט האבן... אויך אין ויזניץ מאנסי איז מען קיינמאל נישט משבח דעם רבי'ן ביי מסיבות א.ד.ג. דוכט זיך אז קיינער דערוואגט זיך אפילו נישט. אין די יונגע יארן ווען איינער האט דאס אנגעהויבן טון האט ער געגעבן אזא מין בליק אויף אים, כאילו יענער איז אראפ פון זינען, אזוי אז עס האט זיך יענעם מער נישט פארגליסט.
בנוגע סקווירא, איך מיין אז מען דארף יענעם נישט צוריקענטפערן כי הדברים ידועים וברירים מאוד, דאס אז עס איז פאראן דארט יראי שמים און חסידישע יונגעלייט פרעגט נישט אפ דאס וואס דו זאגסט אז מען פרעדיגט חסידות דורך פראפעגאנדע און צייטונגען...
עס וואונדערט מיר פארוואס דו האסט אויסגעלאזט סקולען צווישן די וועלט רבי'ס וואס ברויכן נישט קיין פראפעגאנדע צו זיין אנגענומען צווישן דעם ציבור?
נשלח ב-6/7/2009 23:06
דאס זעלבע לגבי רבי ר' לייבוש לייזער אדמו''ר פשעווארסק וואס איז ממש אויסן נישט צו האבן קיין פאבליסיטי [ער איז געווען דאהי לעצטענס אויף א שבת אין די קאנטרי און מען האט דירעקט נישט געלאזט דארט זיין, אזוי וויט אז מענטשן וואס זענען געקומען מוצש''ק צו הבדלה האט מען נאר אריינגעלאזט זייערע קליינע קינדער אבער די מענטשן