בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2009 23:16 לינק ישיר 

באלאנד
יא ער האט געזאגט אז ווען די אלטע רבי איז וועק זענען אסאך געגאנגן איך זאג נישט אז קיינר איז נישט געגאנגן אבער רוב זענען געבליבן אין מען קען נאך היינט זען וויפןך אלטע יודן שטייען אריין צו גיין מיט א קוויטל אדער ביים טיש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2009 23:38 לינק ישיר 

לכבוד פארמעגליך דרייענדיג זיך ציווישן עולם זעע איך אז עס איז דא א ריזן עולם וואס ווייסט נישט פין דיינע ארטיקלען, צו ווייל זיי האבן נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט\הייד פארק, צו ווייל זיי ווייסן נישט פין אחים אנחנו (יא יא נאך אלע מעשיות ווייסן נאך אסאך מענטשען נישט פין די פארם) , עס איז ממש א שאד אז די עולם זאל נישט זעען די געלונגענע ארטיקלעך.

איך וואלט אנגעטראגן א פלאן צו מאכן א mailing list ווי מען וועט זיך קענען איינשרייבן אדער איינשרייבן משפחה גוטע פריינט צו באקומען אין די אימעל אין א pdf file ווען עס קומט ארויס אן אפדעיט.

עס קען זיין אז די האסט נישט קיין צייט דעים איך קען געבן א האנט אין איך בין זיכער אז נאך חברה דא וואלטן גערן געהאלפן.

לאז מיר וויסן וואס די זאגסט צו דעים, אין צו די דארפסט העלפ, ווי אויך וואס זאגט דער עולם צו דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2009 23:43 לינק ישיר 

עס האט זיך ארום געדרייט PDF פיילס פארגאנגענע וואך. איך אליין האב "אומשילדיג" באקומען אזא פייל אויף אימעיל.
בעט עס דא פון סיי וועמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2009 00:02 לינק ישיר 

פארמעגליך כתב:

בעט עס דא פון סיי וועמען.


איך זעע די האסט נישט געליינט וואס איך שרייב, איך דארף עס נישט, איך האב (ליידער) צוטריט,
איך האב גערעדט פון מאכן אפיציען א mailing list .מיט טעגליכע אפדעיטס.

ווילסט נישט איז נישט, איך האב נאר גע'עצה'ט.

די ארוינים וועלן זיך זיכער פרייען אז נישט יעדער ליינט עס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2009 00:08 לינק ישיר 

אנטשולדיגט פאר מיין דיסקלעקסיע פראבלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/7/2009 00:36 לינק ישיר 

פארמעגליך


זארג נישט, קענסט דיך נישט פארשטעלן וויפיל טינט איז 'פארגאסן' געווארן די לעצטע אנדערטהאלבן וואך פאר די וואס האבן נישט קיין עקסעס... 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/7/2009 00:53 לינק ישיר 

און תנ''ך ווערט פארציילט, אז נאכן אויפשטאנד פון אדוניה בן חגית, איז נתן הנביא געגאנגען, און ער האט געזאלבט שלמה פאר א מלך, פרעגט די רמב''ם און הלכות מלכים, אינז האב מער דאך א כלל אז א בן מלך זאלב מען נישט?, עס איז גענוג די משיחה פון זיין טאטע?, און דוד המלך איז דאך געזאלבט געווארען דירוך שמואל הנביא?

ענפערט די רמב''ם אז ביי א פלאטץ וואו עס איז דא מחלוקת, דאן זאלבט מען יא אפי' א בן מלך, דעריבער ביי שלמה איז געווען מחלוקת, אדוניה בן חגית, דעריבער האט מען מען געזאלבט שלמה כדי שתתחזק מלכיתיה,

 

כלפי מה דברים אמורים?

 

א חסידות וואו די המשכה איז צו געגאנגען גלייך, עס איז קיינמאל נישט געווען קיין מחלוקת, האט מען קיינמאל קיין פראפעגאנגע נישט געדארפט מאכן, עס האט נישט אויסגעפעלט, אבער א חסידות, וואס די חסידים פונעם אלטען רבי'ן האט נישט געקענט שלום מאכען מיטן מצב למשל בעלזא סקווירא, האבן מען זיך יא פארנימען מיט פראפעגאנדע, די חסידות זאל נישט צו פאלען, די פאקט איז א פראפעגאנדע ציהט די יונגווארג.

 

איז און סאטמאר:

 

כ''ו אב תשל''ט איז ליידער מקיים געווארען איז משיח ה' אשר אמרנו בצילו נחיה בגוים, יעדר האט באמת געהאלטען א דער רבי זי''ע וועט אונז פירן קעגן משיח צדקינו, איז ליידער נסתלק געווארען, און עס האט אויפגעשיינט דעם אור פון רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע האבן א גרויס טייל פון די חסידים פון רבינו הק' זי''ע, נישט געקענט שלום מאכען מיטן מצב און זיי האבן געטרייט מיט אלע כוחות אונטערצומינעווען די הנהגה פון רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע, מיט אלע וועגן וואס איז נאר שייך, רעביצען, טבעלע, אשת חיל, בנין עצי חיים, בנין ויואל משה, און נאך און נאך,

 

אבער ביי חסידי סאטמאר וואס האבן זיך געווייקט ביי רבינו הק' זי''ע וואס האט אונז געלערענט די עקעלדיקייט, און דאס גרויליקייט, פון ביליגע פראפעגאנדע, האבן נישט געהאלטען ביים אנעמן די מיטעל פון מאכען פראפעגאנדע פון זייער נייען רבי'ן דער ברך משה, און דאס האט צו געברענט אז עס איז געפאלען שטיקער פון סאטמאר, אויף א מאסיווען פארנעם,

 

האט מען געהאט צוויי וועגן, אדער זיך נעמען בויען דעם נייען רבי'ן,

 אדער די מהלך וואס די שטוב מענטשען פון ברך משה האבן אונטערגענימען: ווארפען די אויפשטענדלער,

 

ר' סענדר דייטש דער חכימא יהודאי,  האט דאן געזאגט מען וועט אזוי לאנג ווארפען ביז דער לעצטער וואס וועט ארויסגיין זאל פארמאכען די לעקטער, און אזוי האט מען זיך טאקע געפירט,

 

ווען דער  רבי דער ברך משה איז נסתלק געווארען, איז ליידער געשען וואס עס איז געשען א חלק פון סאטמאר מיט רויב פון אירע דיינים האבן זיך נישט געהאלטען ביים אונטערווארפען אונטערען נייען רבי'ן, האבן זיי גענימען איינעם פון די ברך משה קינדער האט מען האט אים אנגפאנגען רופן רבי, אלעס אונטער צו האקען די הנהגה פונען נייען רבי'ן כ''ק אדמו''ר שליט''א, דאס איז געווען זייער גאנצע מטרה, די גרעסטע ריאה איז טאמער וואלטען זיי געהאלטען אז דער בנו השלישי דארף זיין מ''מ, ווייל איז עכט ראוי, וואלטען דאך זיי נישט פארפאסט קיין טיש, ראדני וואלט נישט אויסגעקיקט וואו עס קיקט היינט אויס, א פורים א הושענא רבה, א שביעות, וואלט געדארפט אנדערש אויסקיקען וואו עס קיקט היינט אויס,

 

אלא מאי די גאנצע געדאנק פון דעם בנו השלשי איז פשוט, שור לנגח בו, מען דארף אים האבן צו  פראקען און שטערן די הנהגה פון רבינו שליט''א,

 

אזוי סאטמאר האט זיך שוין אבגעבריהט פון די מהלך פון שלאגען, הארגענען, ווארפען, באשמיצען, ביי די מאכט איבערגאנג פון רבינו הק' דער ברך משה זי''ע, האט סאטמאר אנגעהויבען צו נעמען די וועג פון פראפאגאנדע, צו בויען די כח פון רבינו שליט''א,

 

און וואס האט עס אויפגעטון?

 

דער עולם איז נישט א וועק געפאלען,

טויזענטער יונגעלייט האבן מקבל געווען אויף זיך צו לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג,

א גרויס חלק קהילות ישראל האבן מקבל געווען אויף זיך די חתונה תקנות,

דער ברען און ווארעמקייט ביי די היינטיגע יונגעלייט פארן חינוך הטהור צו העלפן און שטיצען די מוסדות בארצינו הק' וואס זענען נישט נהנה משלחן איזבל,

און נאך און נאך

 

דאס אלעס איז צו פארדאנקען די פראפעגאנדע,

 

אודאי, דארפן מיר נישט האבן די פראפעגאנדע גרויס צו מאכען אונזער הייליגען רבי'ן, מיר דארפן עס נאר האבן אז די יונגווארג זאלן נישט אוועק פאלען, און די  השפעה פון רבינו שליט''א  זאל וואקסען ביי כלל ישראל אוןן די גארער וועלט כדי להעמיד דת על תילה.

 

יעצט דאס איז ביי די לאגער פון תלמידי וחסידי סאטמאר,

 אבער לאמיר א בליק טאן וואס טיט זיך ביים לאגער פון דער בנו השלשי:

 

דארטען איז מצב גאר קאמפלעצירט, דארט געפינען זיך צוויי פראקציעס:

 

איינס די אלטע געווארדיע עזריאל גליק פון קראלי (וואס איז געשטאנען בראש פון די וואס האבן געצאפט דאס בליט פאר ר' אביש די טאטע פון ר' הערשלע ספינקער זי''ע) און בן פראדעל, וואס זייער מהלך איז קלאר שלאגען הארגענען און ווארפען, די אלע וואס ווילען זיך נישט אונטערווארפען,

 

דערנאך איז דא א צווייטע געווארדיע, וואס שטייט בראש שמואל מלמד זאל זיין געזינט, וואס זיי פארשטייען יא, אז די ערשטע מהלך איז קיין מהלך, נאר מען דארף מאכען פראפעגאנדע, און בויען דעם רבי'ן,

 

נאר אזוי זייער רבי קאפערירט נישט, ווייל  זייער זייער פויל, (מילד גערעד,) ער גלייכט צו זיצען און קווינס קעמפ מיט די פיס ארויף, און ליינען מעשה ביכלעך, איז נישט דא פון וואס צו מאכען פראפעגאנדע, אבער מען האב פראבירט:

 

מען איז געלאפען קיין לאנדן א וואך פאר רבינו שליט''א פראבירט צו כאפן די לאנדנער עולם,

מען איז געפלויגן קיין אנטווערפן מיט די באגלייטונג פון האוים לענד סוקיורעטי'

מען איז געלאפען קיין פייו טאנס כאפען דעם עולם

מען פארט קיין פלעטבוש געזעגענן יודא גרין

מען פארט פארשטעלט מיט ווייסע קליידער קיין וויילאנד

מען פארט קיין לעקוואד זיך צו פיקטשערן מיט הרה''ג ר' מלכיאל קאטלער שליט''א

 

אבער.......... עס ארבייט עפעס נישט, די גאס שטייט און דער זייט און האלט זיך ביי די זייטען, צו זען וואו דער בנוי השלישי פלאגט זיך מיט אלע כוחות צו ווערען א שטיקל יש אבער איבעראל נעמט עס עפעס נישט אויס,

 

דעריבער איז ביי די זאלי קאמפאני דא א ערענסטע מאוומענט אז בן פראדעל'ס מהלך איז די בעסטע, שלאגען הארגענען, כ''ו אב יוכיח,

 

ווער דער בנו השלישי האט זיך פראבירט איינצוברעכען און בית החיים מיט כח

אדער געפארען פראווענען שבתים און קר''י מיט די לעלוס

צו ווייזען אז, יא, ער איז נישט אזא גראנישט וואו ער קיקט אויס, ער איז עכט יא א שטיקעל זאך,

 

עכ''פ די מהלך פון פראפעגאנדע, איז נישט גרויס צו מאכען כ''ק רבינו שליט''א, עס איז פשוט נאר אז רבינו שליט''א זאל האבן א כח, און די אינדרויסענדיגע גאס,

און צו די גרטיסע צער און ווייטאג פון די זאלי קאמפאני, האט עס געארבייט, דעריבער איז פארמעגליך אזוי בייז אויפן רעדאקטער פון בלאט, מיר פארשטייען אים!

 

  




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2009 01:02 לינק ישיר 

דאס וואס פארשטיי שרייבט איז א אפענער פאקט וואס איז גלוי לכל, און קיינער זאל ניטאמאל פרובירן עס אפצוענטפערן ווייל עס וועט אויסזעהן ווי איינער זאגט אויף טאג נאכט און אויף נאכט טאג,

אויב גלייבט איר נאך אלץ נישט דאן לייענטס עס איבער עטליכע מאל אפשר אזוי וועט עס ווערן ביי אייך א פאקט.

אויב דאס העלפט אויך נישט דאן וועט ער עס איבערשרייבן צענדליגער מאל אין עטליכע אשכולות כולי האי ואולי



תוקן על ידי א_צווייטער ב- 07/07/2009 0:59:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2009 01:04 לינק ישיר 

משא"כ דעם וועג פונעם בנו הגדול פון זיך אריינברעכן אין ראדני צוויי מאל שמיני עצרת

אין רופן א טאטן אין קארט כדי צובקומען גאנץ סאטמער

נישט וויסענדיג מאכן פון א אלטן מאמען

דאס ארבייט פיין




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2009 01:09 לינק ישיר 

א צווייטער - געלעכטער:

איך האב מיך גראדע געראכטען אויף א בעסערע תירוץ אבער נישקשה!!!

דאס וואס די זאגסט ער האט געריפען זיין טאטע און און קארט, לאמיר דיך עפעס פרעגן, אויב איך מעג ,
איך שטעל מיך פאר די ביזט א טאטע פון קינדער, ווען עס קימען שלעכטע מענטשען, און טיילין דיך אפ פון דיינע קינדער, וועגן גערעכטע סיבות, וואו למשל די נעמסט אוועק זייער שיינע קרוין! וואס זיי האבן געמאכט, אדער די נעמסט א וועק זייער הייזקע,

וואס וואלסטו ווען געטאן זיך צו קענען צירוק פאראייניגען מיט דיינע קינדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2009 01:18 לינק ישיר 

שיקן מיינע ידידים חוזק מאכן פון מיין  טאטן אין ארויסלייגן זיינע מעדעצינען פארן פאבליק




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2009 01:27 לינק ישיר 

עס איז געווען און בלאט די ליסטע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2009 01:33 לינק ישיר 

אין קארט בשם בערל פרמ אין שמיציק רזב
אין שיין אויסגעליפטערט אויף היידפארק
וואס נאך האסטו געוואלט אז מען זאל טוען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2009 01:35 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:
א צווייטער - געלעכטער:

איך האב מיך גראדע געראכטען אויף א בעסערע תירוץ אבער נישקשה!!!

 


איך האב מיך נישט געראכטן אויף א בעסערע קשיא פון דיר, מיר האסטו לגמרי נישט אנטוישט, און איך האב דיר געענטפערט לויט וויאזוי דו פרעגסט, אז דו רעדסט דיך איין דו פרעגסט גוט קען איך דיר נישט העלפן.

אגב אזוי ווי דו בעטסט שטארק אויף אן אנדערן ענטפער וועל איך דיר קלארער מסביר זיין אז דו זאלסט פארשטיין, ווען מען רעדט פון א פאקט וואס יעדער קען זעהן למשל צו בי"ד אבן המשפט האט געגעבן א היתר בי"ד אדער נישט, אדער למשל צו די בלאט איז מעכטיג אדער איז זיך סותר זייער קינדעריש, איז זיך דא אויף וואס צו טענה'ן אויפן פארק מען קען זעהן דעם צעטיל מען קען זעהן דעם בלאט, און דו קענסט אויפווייזן שווארץ אויף ווייס וויאזוי עס איז טאקע דעמאלטס האט א פשט נארמאל צוריק צו ענטפערן אבער ווען דו רעדסט דעמאגאגיש, משה מיט עזריאל שלאגן זיך ארום מיט שמואל קאומפאוט (אופס מלמד) וואס לו יצוייר עס איז טאקע אזוי וואלסטו נישט געוואוסט דערפון, דאן ערווארט נישט מען זאל דיך ענטפערן oh no זיי שלאגן זיך נישט ארום, ווייל די קשיא איז א נארישקייט און א פראוו צו פארוואסערן א שטארקע סטעיטמענט וואס מען האט נישט געהאט וואס אפצוענטפערן





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2009 01:40 לינק ישיר 

איך קען דיר איינזאך זאגן ווען מיין ברודער וואלט געווען פארמעגליך
וואלט איך דיר בכלל נישט געטארט ענפערען  וועגן כיבד אב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 36 37 38 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.