דו נוצסט ווערטער "פארמאלע", דו ווייסט וואס דאס מיינט? דו ווייסט דעם חילוק וויאזוי מען געט אריין אז מען וויל מעקל זיין, און וויאזוי מען געט אריין א "פארמאלע" קלאגע כלשונך? וועסט מיר דאס מסביר זיין און ברענגען ראיות צו
דיין הסבר, און דו וועסט מיר זאגן וואס מענדל שווימער וואלט ווען געדארפט טוהן און ער האט געטוהן מער פון דעם און עובר געווען אויף דעם היתר בי"ד, וועסטו קענען פון מיר פארלאנגען א צעטעל
דרך אגב אז מען רעדט שוין איז כדאי אראפצוברענגען וואס דער ריכטער האט געשריבן וואס מענדל שווימער האט געוואלט:
It is clear from the foregoing recitation that after his victory in the appellate court, Schwimmer has refused to arbitrate with Welz pursuant to the terms of the arbitration agreement which he earlier signed and delivered. Through a counter-proposed stipulation, he sought to materially change the terms of the arbitration agreement by adding a broad injunction to be approved by this court,
אין אידישע איבערזעצונג:
"עס איז קלאר פון די אויבנדערמאנטע שילדערונג אז נאך דעם זיג אין אפעלאט געריכט, האט שווימער אפגעזאגט פון זיך מתדיין צו זיין מיט וועלץ לויט די טערמינען פון דעם אפמאך וואס ער האט פריער אונטערגעשריבן, דורך פארשלאגן אן אנדערן אפמאך ווי ער האט געזוכט צו טוישן די טערמינען פון דעם פריערדיגן אפמאך מיטן צולייגן א ברייטן "עיקול" וואס זאל ווערן באשטעטיגט פון געריכט"
באקומען אין אימעיל:
אלס א תלמיד פון די ישיבה און די מ' יארן פיל איך פאר א חוב צו באשטעטיגן אז די אלע זאכן וואס ווערן דא באשריבען געדענק איך ווי עס וואלט געשען נעכטען. בפרט שטיי איך און איך שטוין ווי אזוי דער שרייבער לייגט אזוי גיט אראפ די פערזענליכקייט פין דעם ראש הישיבה בימים ההם ווען א יעדעס ווארט וואס שטייט דא איז הינדערט פראצענט אמת און איך האב נאך נישט געזען איינעם אזוי גיט ארויס האבן א מענטש ווי דער כבוד פארמעגליך. תחזקנה ידיכם
נשלח ב-7/7/2009 05:48
באקומען אין אימעיל:
In Tamiz 1989 the Beirach moshe went on a nesia to the yuhrzeit of the Yismach Moshe,
Anyway there was a big oilem going along, on the way from the airport to the cemetery on the bus, there was sitting in the front seat the Rebbe and Ezriel Gluck, one seat behind was the Zenter Roov and Aron, and the third seat behind them was Moshe Gabbe and Yokov Shamshon Gold, Aron was constantly speaking loudly about some stupid stories with the Zenter, and in order to make sure that moshe and Shamshon are listening in, he stood slightly to get the attention from the guys in the back as well, If you were ever along with a Nesia I don't have to remind you that the Beirach Moshe Rebbe used to be very Emotional and Serious by all the Nesies to the Mekomos Hakdoshim, All of sudden the Beirach Moshe Stood up and started yelling at him ''Dee Shoiteh Konst Far Tzvei Minit Nisht Shvagen'' ,''Zug A Kapitel Tehilim In Halt Deina Shtisim Bei Dir'',
There were a lot of (todays) Aroinim on that Nesia and they remember this very well.
נשלח ב-7/7/2009 06:16
ליינענדיג די היסטאריע און די ביאגראפיע פון דעם געוועזענעם קרית יואלער רב (אגב נאך דעם ארטיקל איז די גאצע רבנות מוטל בספק מתחילתו) וואו עס שיילט זיך אויס די פארשידנארטיגע פאליטישע מאכינאציעס וואס פילע קהלישע פירער האבן מחמת דוחק פון דעם פראבלעם דער קדושל... געמוזט באשליסן
מ'האט אים געמוזט מאכן פאר ראש ישיבה, מהאט אים געמוזט מאכן פאר רב, און אזוי האט זיך געפירט זיין פאליטיק אז מהאט אים געמוזט אנערקענען, און אז נישט....
ובכל זאת וויפיל מען זאל אים האבן געגעבן איז קיינמאל נישט געווען גענוג.
שרייבענדיג די שורות דערמאן איך זיך ס'האט מיר עמיצער פארציילט אז סהאט זיך צו אים אויסגעדריקט דער רבי ז"ל בעל ברך משה, בשעת מען האט ממנה געווען דעם קדוש'ל אלס רב בק"י, אז ער האט אנגענומען דעם שווערן באשלוס, למרות רוחם פון די חשובע תושבי הקרי' תלמידי רביה"ק, אז ער וועט אריינזעצן דעם קדוש'ל אין קרית יואל און דייקא צווישן די עקסטרעמע חסידים ואולי וועט ער אזוי מוזן בלייבן א סאטמארער חסיד, ווייל ער איז שוין דאן געווען אנגעפרעסן מיט האס צוריקומענדיג פון וויזניץ.... ואידך פירושא זיל גמור
ליינענדיג ווי דער שרייבער פארמעגליך ציט א פאראלעל צווישן די בעלזער און סקווערע מאדערניזירטע חסידות, וואלט נישט געשאדט ווען ער זאל צולייגן אויך ליובאוויטש אלס א סעמפל פון נעמען א חשובער און געהויבענע חסידות און פארוואנדלען די נאכפאלגער אין א כאפטע משוגעים וועלכע פאלגן אויס יעדע שגעון און באפעל (און זייערע ווערטער "תקנות") מיט א רעליגיעזע פונקטליכקייט
עס איז מיר אויפגעקומען אין געדאנק א דרשה וואס עס האט געזאגט הרב אהרן משה שווארץ פון אר"י (נאכדעם וואס די ניי געשאפענע בעלזער חסידים האבן אים באפאלען מיט מכות שיש בו כדי להמית ...) אז כלל ישראל האט זיך שוין פארמאסטן און מערכות מיט השכלה, און כלל ישראל האט זיך שוין פארמאסטן מיט רעליגיעזע מערכות , אבער די היינטיגע מערכה איז א ערוב א געמיש פון השכלה מיט רעליגיע. דהיינו, אין די מערכה מיט השכלה איז באשטאנען פון שרייבעריי דרשות חיבורים צייטונגען, אלעס צו איבערצייגן דעם אנדערן אז זיין אויפגעקלערטע מהלך איז ריכטיג, נו, האט מען אפגעענטפערט מיט חיבורים אגרות וכהנה
אנדערש ביי רעליגיעזע מערכות (חסידותער וכו') ווער עס איז נישט געגאנען אין שפאן אז זיין לעבן פארמשפט געוארן זיין משפחה פרנסה זענען אלעס געווארן יעדנס אייגנטום כידוע)
דא ביי די מערכה (פאר דרייסיג יאר צוריק) פון איין זייט פירט ער א מערכה מיט השכלה, און ציט אוועק פון דעם פריערדיגן מיטן אריינברענגען נייע חינוך סיסטעמן און דברי בלע אויף די פריערדיגע קדושים וגדולי הדורות, און פון די אנדערע זייט ווער עס טרעט ארויס א קעגן אים, וועט מען פאר יעדן פרייז אפרוימען פון וועג.
כהיום ביי די סאטמארער חלוקה איז אויך א אינטרעסאנטע ערשיינונג, דא זיצן די לצים ואנשי בליעל אן בונקער פון זייער פירער אין קרית יואל, און מען ארבעט אויס א סטראטעגיע כלשון שמוא' ווידער, אדער וועלן מיר דעם קדושל אזוי הייליג מאכן ווי דער מהר"ל, און אז נישט וועלן מיר אלע פריערדיגע אראפברענגען, עפרא לפומיה
יעדער רב אדער מורה הוראה בישראל וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט צו דער צוג פון הקדושל,האט מען מיט דברי דופי וליצנות מבטל געווען כאחד הריקים, און זי האבן געקרוינט זייערע דיינים פוחזים וריקים, אלעס פאר דעם חטא ווייל זיי פארשטייען יא אז אונזערע דורות דארפן אויפוואקסן מיט די הייליגע ירושה פון מרן רבינו זצללה"ה די ספרי קודש דברי יואל און ויואל משה.
יעצט וען זיי זעהן אז שרייבן קען גיין פארקערט ווען, ברם זכור לטוב "פארמעגליך" האט אריינגעלייגט די צייט און ארויס געקומען לעיני כל מיט דעם אפהאנדלונג ארום די אנטוויקלונגען פון דעם קדושל וכו' והנלוים אליו, איז די קאץ צוריק א קאץ, מען וועט טעראריזירן וכו', זאלן זיי נאר אביסל צוריק מישן דאס בלעטל ווי זיי האבן פראבירט אנצושמירן די טעראר פון די פארגאנגענע יארן אויף יעדן נאר נישט דעם קדושל, און דא פלוצלינג וועלן זיי טעראריזירן??? ווער האט זיי דען געלערנט טעראר??
אשריכם פארמעגליך!! חזק חזק, לך בכוחך זה והושעת את ישראל, אולי וועלן זיך די פארבלאנדזשעטע נשמות זיך דערזען אז מיט שרייבעריי קען מען דעם קדושל מיט זיינע חלומות צובלאזן, און אז זיי קלויבן זיך טעראר זאלן זיי אנקומען ווי טעראר האט זיי געפירט ביז היינט.
אל כבוד ברוטז!
איך זע די ריפסט אונזערע דיינים
הרה''ג אליקים געציל בערקאוויטש שליט''א
הרה''ג ר' משה טייטעלבוים - ירושלים שליט''א
הרה''ג ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט''א
הרה''ג ר' משה פריעדמאן שליט''א
הרה''ג לייביש טייטעלבוים שליט''א
הרה''ג ר' יוסף טייטעלבוים שליט''א
און נאך רופסטו אן נישט מער און נישט ווייניגער פוחזים וריקים???
זענען טאקע די רבנים הצדיקים שליט''א פוחזים וריקם אזוי שמואל ווידער א משכיל, ?
ווייל יעדער וואס פראקט אריין און זאלי קאמפאני ווערט אזוי באטיטעלט, פחזים? ריקם? משכיל?
ווי רופט ער זיי אהן פוחזים וריקים? איך מיין אז דו קענסט שוין קיין היידפארק אויך נישט לייענען
btw קוק ווי נערוועז דו ביסט נעכטן געווארן ווען איך האב דיך נישט געענטפערט די מינוט וואס דו האסט געוואלט, איך ווארט שוין אזוי לאנג, און דו דרייסט דיך דא ארום כאילו לא הי', מיטן צונג אינדרויסן
נשלח ב-7/7/2009 19:04
באקומען אין אימעיל:
קודם א שטיקל קאמפלימענט, עס איז ממש מורא'דיג, מבהיל הרעיון, ווי וואונדערליך דו לייגסט אראפ די גאנצע השתלשלות.
איבער זיין כאראקטער וועל איך צולייגן צוויי אנעקדאטן.
אין סיגעטער כולל איז ר' אהרן געווען באוואוסט מיט זיין ברייט און אפען מויל, ער האט געפלעטקעט מיט יעדן על דא ועל הא. האט זיך אמאל זיין טאטע דער סיגעטער רב אויסגעדריקט, וועגן די שטותים וואס זיין זון פלאפעלט אזוי פיל: "מיין זון אהרן רעדט אסאך און געדעכט"... - ודברי פי חכם חן.
ביי די דרשה תשנ"ו קעגן קאשויער רב זצ"ל, די באקאנטע שמוציגע דרשה פון "זיין מיינונג איז קיין מיינונג", וואו ער האט אים אויסגעטאן כאחד הריקים און דערציילט אלע א.ג. חטאים פונעם קאשויער רב, הייבט ער אויך אן די דרשה: "איך האב היינט גערעדט צום טאטן זאל זיין געזונט, און דער טאטע האט מיר געהייסן איך זאל נישט ענטפערן, ווייל עוד חזון למועד. אבער איך וועל יא ענטפערן, אשיבה חורפי דבר, איך וועל אים אריינגעבן אין זיבעטן ריפ אריין!"...
– נאר, אז דיין קלוגער טאטע זאגט דיר דו זאלסט נישט ענטפערן, דעמאלט וואס ענטפערסטו? - בלויז א טיפיקל סעמפל.
די הייבסט אן דיין רשימה ביי ר' געצל... דאס האט ער דאך זיכער נישט געמיינט ער שרייבט קלארע ווערטער " און זיי האבן געקרוינט זייערע דיינים פוחזים וריקים"
איך בין נישט געווען זיכער אויב ער האט נישט גענוג קלאר געשריבן וואס ער האט באמת געוואלט שרייבן, ס'האט מיר אויסגעזען אז ער וויל שרייבן אז די ארוינים האבן געקרוינט די זאלי דיינים אלס פוחזים וריקים.
אדער מיינט ער צו זאגן אז די ארוינים האבן געקרוינט פוחזים ורקים אלס דיינים, כדי זיי צו קענען ניצן אין די מערכה.
סיי וועלכע ער האט געמיינט זע איך נישט אין דעם קיין פגיעה אין א דיין, ער שרייבט נישט קיין נעמען און די ליסטע פון דיינים ביי די ארוינים איז זייער גרויס, אסאך גרעסער ווי די האסט אויסגערכנט, אויב איז דאס אמת אז דער יעניגער איז א פוחז וריק פארן ווערן א דיין איז אויך אמת אז נאכן ווערן א דיין ווערט ער נישט אויס פוחז וריק. אוודאי בין איך נישט דער וואס וועט מחליט זיין אויב יענער איז א פחז וריק, און איך פלאן נישט צו נעמען א שטעלונג אין דעם.
עס איז דא א דאקימענט וואס דער גאביאף האב געשיקט פאר די מנהל המוסדות, די דאקימענט הייסט הזמנה א' די האסט געזען דעם דאקימענט (אויף דעם קענסטו ענפערען אדער יא, אדער ניין)
נימער 2 די ערשטע קארט פארפיר וואס די הנהלת המוסדות האט באקימען פון מנחם שטייט די ווערטער order of show cast איר ווייסט וואס די ווערטער מיינט אויף יודיש? (אויף דעם קענסטו ענפערען אדער יא, אדער ניין)
3 וואס איז די דאטום פון הזמנה א'?( דא קענט איר ענפערען דעם דאטום)
4 וואס איז די דאטום אויף די order of show cast וואס די הנהלה האט באקימען ?( דא קענט איר ענפערען דעם דאטום)