עס איז דא א דאקימענט וואס דער גאביאף האב געשיקט פאר די מנהל המוסדות, די דאקימענט הייסט הזמנה א' די האסט געזען דעם דאקימענט (אויף דעם קענסטו ענפערען אדער יא, אדער ניין) יא
נימער 2 די ערשטע קארט פארפיר וואס די הנהלת המוסדות האט באקימען פון מנחם שטייט די ווערטער order of show cast איר ווייסט וואס די ווערטער מיינט אויף יודיש? (אויף דעם קענסטו ענפערען אדער יא, אדער ניין)
ניטאמאל נאכזאגן די ווערטער קענסטו געהעריג אבער דו ווייסט שוין וואס דאס מיינט די ווערטער זענען order to show cause
דאס איז דער אפטייטש פון איינער פון די דיקשאנעריס:
judge's written mandate that a party appear in court on a certain date
and give reasons, legal and/or factual, (show cause) why a particular
order should not be made.
וואס מיינסטו צו פרעגן דערמיט? דו ווילסט סתם איך זאל זיין דיין איבערטייטשער
3וואס איז די דאטום פון הזמנה א'?( דא קענט איר ענפערען דעם דאטום)
ט' אייר למספ' may 7
4 וואס איז די דאטום אויף די order of show cast וואס די הנהלה האט באקימען ?( דא קענט איר ענפערען דעם דאטום) June 5
נשלח ב-7/7/2009 22:36
ר' אהרן ווען ער פלעגט פארן נאך געלט פאר א צוועק אין די מ' יארן, צי פאר ייטב לב אין לאנדאן, לאס אנדזשעלעס, וכו' צי פאר ארגענטינא וכו' , פלעגט ער בעטן באצאלט דערפאר.
דאקעגן דער רבי שליט"א פלעג כסדר פארן פאר ייטב לב און האט קיינמאל נישט געוואלט נעמען געלט, דער רבי שליט"א איז געפארן כמה פעמים און לאנדאן אלס סיגעטער רב, און עס פלעגן מיטפארן מיטן רבי'ן ר' בנציון געלבמאן, ר' אברהם משה קרויס פון מאנסי, און דערפאר האט ייטב לב האט דעם רבי'ן געבעטן פארן אויף א"י ביים מעמד הנחת אבן הפינה פונעם נייעם ת"ת.
איך האב א דאקומענט ווי ר' אהרן איז געווען תשמ"ג אין ארץ ישראל ביים ערשטן מסע המלכות, אין די קהלה אין ירושלים די ביהמ"ד אהל רחל האט אים מכבד געווען מיט א דרשה, אפגערעדט אז אלס גאסט וואס האט מען אים מכבד געווען מיט א דרשה ווייל עס פאסט זיך, נישט ווייל עס איז געווען עפעס א דינער, און דערפאר וואלט ער נישט געדארפט ווערן באצאלט.
אבער ר' אהרן האט געבעטן געלט פאר זיין דרשה, און די ירושלימער האבן אים א טובה געטאן און זיי האבן עם געגעבן 20 דאלאר.
דער דאקומענט איז א דו"ח פון ביהמ"ד אוהל רחל פון חודש סיון תשמ"ג ווי עס ווערט אויסגערעכענט די הוצאות והכנסות, ווי עס שטייט אז מ'האט געגעבן פאר ר' אהרן 20 דאלער פאר זיין דרשה.
נשלח ב-7/7/2009 22:41
וויפיל איז 20$ ווערד געווען מ"ג?????
נשלח ב-7/7/2009 22:45
$20
נשלח ב-7/7/2009 23:37
א_צווייטער כתב:
$20
די פארשטייסט מיין קשיא
אז מען זאל היינט געבן פאר א בעל דרשן 20$
שטעלט ער זיך גראד אויף מודיע זיין פארן עולם אז ער ציט צירוק פין די דרשה (אפילו פין די שבחים אויפן רבין)
עס קוקט אויס אז 20$ האט דעמאלטס געהאט א גרעסערע שוויות
ר' אהרן פלעגט קיינמאל נישט גיין נאך געלט אומזיסט אפילו פאר דו מאנרא מוסדות אין אפילו פאר דו מאנרא מקוה יא אזוי ווי איר הערט
איך בין איסער באקאנט מיטן בויען די נייע מקוה אין מאנרא וועל איך פארציילן דו מאנרא מקוה פלעגט זיין אויף 20 קוויקוועי רד, אין א פרייוועט הויז אין שפעטער האט מען צוגעבויעט אן עקסטענשען דעס איז געווען דו מקוה וואס דו שטעטל האט זיך געגרונדעט למעשה האט זיך דו שטעטל צי וואקסן אויף אלע זייטן אין דו מקוה איז געבליבן דו זעלבע עס איז געווארן א מצב פון אומדערטרעגליך פרויען פלעגן צוזאמפאלן יעדען מאנטיג אין דארנעשטיג עס איז געווען עק וועלט זענען מענטשן אין אויך אברהם יושע דער שמש געגאנגען צו ר' אהרן זאגן אז דאס קען אזוי נישט אנגיין מען דארף עפעס טוען פלעגט ער אייביג ענפערען גיי צו קהל גיי צו דעם אין יענעם איך קען גארנישט טון למעשה האבן מענטשן פארפירט ביי קהל אין קהל האט באשלאסן אז מען גייט בויען א נייע מקוה אין מען האט געלאזט וויסן דעם געוועזנעם ק"י רב אז ער גייט זיך דארפן ארויפשארצן דו ערמען ווייל מען דארף האבן אסאך געלט ער האט געטרייט זיך ארויס צודרייען האט מען צוגגעזאגטקאמישען אין ער זיך געלאזט איינבעטן זיינע גוטע פריינד האבן אים געזאגט ער זאל נישט זיין קיין נער ווייל דעס קען אים ברענגען פאבליסעטי שוין ער האט עס אנגענומען אין די ערשטע צו וועם ער איז געגאנגען איז געווען צו יעקב יושע פר"מ פון בראזיל ער איז אראפגעפארן קיין בראזיל פלאנענדיג צו בעטן פון אים צען טויזענט דאללער איי וועסטו פרעגן פאר צען טויזענט דאללער פארט קיין בראזיל אבער עס איז נישט קיין קשיא ווייל אונז האלט מער שוין נאך פארמעגליךס אנאליז אויף אים אין אינז ווייס מיר ער האט ליב צו פארן אויף א עראפלען ווי א אינגעל במילא שטומט עס למעשה איז יעקב יושע געווארן זייער אנגעווארמעטאין צו געזאגט 350000 טויזענט דאללער אין ער איז געווארן פון דעם עקסיידעט ביזן הימל אין נאכדערצו ווען ער האט אויסגערעכט זיין קאמישען אין פון דעמאלטס אן האט ער געזען אז עס לוינט זיך
נשלח ב-8/7/2009 00:43
בנוגע זיין קאמישן הדברים ידועים,
עס ליגט מיר אין די ביינער אז איינמאל ווען משה גבאי
האט פארגעהאלטן ר' אהרן פארן ארומפארן אין דער וועלט פראווען רעביסטעווע
אפיציעל בשליחות אביו, און איינמאל איז ער געווען אין לאנדאן מיט גאר א גרויסע
טראסק פאר א שבת התוועדות און אויך געזאמעלט געלט פאר זיין דריעם נייעם גרויסן שוהל,
האט זיל ר' אהרן פארענטפערט אז קהל האט איהם געמוטשעט צו פארן
והא ראי' ער האט זיך אפילו אויסגענומען אז קהל זאל איהם באצאלן קאמישאן
פאר די געלט וואס ער שאפט דארט.
ווער עס ווייסט מער פרטים ווען דאס איז געווען זאל זיך ביטע לאזן הערן.
נשלח ב-8/7/2009 03:30
זייער אסאך קשיות איבער די סאטמארער מחלוקה זענען מיר פארענטפערט געווארן פון פארמעגליכס ארטיקלען אבער איין שטארקע קשיא ווערט מיר נאר שווערער און שווערער דורכאויס די ארטיקלען:
אויב ס'טאקע אמת אז אהרן איז טאקע אזא שוטה רשע וגס רוח, פארוואס האט ער נאך אלס רוב סאטמאר? איך זעה ער האלט אין איינגעווינען אין די סאטמארע שטעטל אין מאנרא, דאס איז דער בעסטער מוסטער צו זעהן ווער ס'האט רוב.
נשלח ב-8/7/2009 03:31
טעות פארדאפעלט
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/07/2009 3:31:20
נשלח ב-8/7/2009 06:00
ווען דו ארטיקעל וועט זיין פארטיג וועסטו דעס אויך פארשטיין