אבער מיר קענען דאך ר' אהרן און ער גלייכט זייער צו מאכען ספלעש, פראפעגאנדע, אטענשאן, נו פארוואס זאל ער עכ"פ נישט שיקען א הזמנה און זאל ר' זלמן לייב זיין א מסרב לדין?
און וואס טוט זיך מיט ר' אהרןס מצוה פון כיבוד אב? על פי תורה מוז ער אים רופען צו דין תורה ווייל עז איז א צוואה פון זיין טאטען?
או וואס טוט זיך מיטען בריק פון אים ביזען דברי יואל? דאס מעג ער יא לאזען צופאלען? טויזנטער יודען פארען אויף דער בריק און פאלען אריין אין וואסער ווייל דער בריק האט זיך איבערגעבראכן. מעג ער דאס צו לאזען פארען הייליגען "דברי יואל"?
אלא מאי אז דיין תירוץ, אז דער רבי האט געוואוסט אז נישט דאס איז זיין טאטנס רצון
יעצט וועל איך פרעגן פארוואס אז רבינו שליט"א האט נאכנישט באקומען קיין שום חפץ ירושה, דער קרקפתא דלא מנח תפילין האט גענגבעט פיר ירושה חפצים פון קדושת יו"ט וואס דער רבי האט בחייו נאך צוטיילט פאר פיר זון, דער רבי האט געהאט א אוצר פון כתבי ידות, ווי זענען די אלע זאכן, פארוואס האט רבינו שליט"א נאכנישט גערופן צו דין תורה, אויף דעם איז דאך כו"ע מודי אז ער האט נאך אזא חלק אין די ירושה ווי דעם בן יקיר
איינער וואס לייגט געגנבטע תפילין
און איינער פון בני רבינו שליט"א עטליכע חדשים נאכן הסתלקות האבן אזוי געטון ביז ריח"מ האט אים מעורר געווען
נשלח ב-12/6/2009 03:21
איך ווייס נישט ווי דו ביסט דא פארקראכן מיטן ענין פון א "סירוב בי"ד"...נאכאמאל, דו ביסט אויפגעקומען מיט א באמבע קשיא היתכן ר' אהרן רופט נישט ר' זלמן לייב'ן צו די"ת, זאג איך דיר: האלא!! מ'רופט איהם שוין 10 יאר צו די"ת און דער בעל דין אליין שרייט חי וקיים אז ער איז פטור, זיי מוחל ליין ביטע שמואל פרידס בריוו צום בי"ד, ממילא אפי' לו יצויר ער איז טויזנט פראצענט גערעכט, אבער און פראקטיק איז דאך נישט מעגליך צו רופן איינעם צו די"ת ווען יענער שרייט אז ער איז פטור...פארשטאנת?
העמיר גיין ווייטער: דו האסט טענות היתכן קהל האט ארויסגעווארפן אזא חשוב'ער איד ווי עזריא' גליק וויל איך דיר פרעגן ילמדנו רבינו, ביז וויפיל דארפן מען דולדן א "חשוב'ער איד" ווען ער פירט אן א רעוואלט קעגן דער אדמו"ר, אפשר אזוי לאנג ער קומט נישט אריין אין שול מיט א בעיסבאלל בעט און רייסט אן דעם רבי'ן דארף מען מכבד זיין מיט ידיד נפש, זאג דו?
אין וועמענס מנורה האט מען געצינדן, אין וועמענס מגילה האט מען געליינט, וועמענס בעקיטשע אט מען אנגעטון
ועל כולם וועמענס הויז נוצט מען, און ווי האט מען געלייגט די אלטע מאמע
נשלח ב-12/6/2009 03:46
נו פארוואס רופט נישט ר' אהרן זיינע ברידער צו דין תורה היתכן זיי געבן אים גארנישט פון ירןשה?
נשלח ב-12/6/2009 03:52
מנורה צינט מען האלב חנוכה דעם רבין זי"ע וואס יודא לייב פערלמוטער ברענגט אים און דו אנדערע
האלב צינט ער אין זיי אייגענע מנורה וואס שלמה חיים בראך האט אים געקויפט אין א"י
מגילה ליינט ער אין זיין אייגענע און בעקעטשעס איז וואס מען קויפט אים
דו הויז איז קהלס אין עס איז נישט קיין ירושה אין אז ער איז רב וואוינט ער דארט אין צווייטענס
וואוינט נאך דארט דו רבעצין לרפ"ש
נשלח ב-12/6/2009 03:56
יעצט צום אמת. רבינו שליט"א האט נישט געליינט די מגילה אין טאטענס מגילה, ער האט נישט געלייגט זיין טאטענס תפילין און ער וואוינט אין טאטענס הויז פונקט ווי ר' אהרן אויף אוהעל אין מאנרא
נשלח ב-12/6/2009 04:18
פארמעגליך כתב:
יעצט צום אמת. רבינו שליט"א האט נישט געליינט די מגילה אין טאטענס מגילה,
נישטא ווער זאל לאכן...
דער פארמעגליך איז דאך באקאנט מיט "פאקטן" אזוי ווי איך בין באקאנט אין עקאנאמי.. און אז איינער האט אים עפעס געפרעגן מיט עפעס וואס האט שייכות מיט "מציאות" האט ער ניטאמאל געוויסט וואס צו ענטפערן, האט ער קודם געגעבן א שיס צוריק סתם אין די וועלט אריין, יעצט איז געלעכטער געקומען מיט א ענטפער אז רז"ל האט עס נישט גענוצט, האט פארמעגליך שנעל צוגעשריבן נאך א תגובה "יעצט צום אמת", הא הא.
האט עטץ געהערט א מעשה מען פארציילט א מעשה מיט רב הצעיר וואס דו גאנצע ווועלט
האט מיטגעהאלטן אין דו ארונים ווערן משיגע אין הייבן אן טענען מנורה מגילה רבצין
אין הערשט האלט מען ביי דע אנהייב מעשה
נשלח ב-12/6/2009 04:40
סתם א זייטיגע הערה אויף די גאנצע באשרייבונג פון פארמעגליך
ער קוקט אויס ווי איינער וואס איז מאקסימום 25 יאר אלט, איך זע וואס ער ווייסט און וואס ער האט נאר געהערט, און שקרים קויפט מען גרינג אפ בפרט אויב מען האט א אינטערעסע דערין
האלב זאכן בויט ער אויף וואס ער באקומט אין אי מעיל, ער קען ניטאמאל די מענטשן, און פארואס זאלן זיי נישט פארקויפן שקרים אז ס'איז באקוועמער אזוי
נשלח ב-12/6/2009 04:53
אויב רעדט מען פון מסרב לדין, ביטע מעיין זיין אין די מעשה ווי הרב לאנדעסמאן האט גערופן קרית יואל'ע רב צו דין תורה, דער קרית יואל, און ער האט פעסט מסרב געווען נאך דריי מאל רופן, ער האט שוין געגעבן אלע תירוצים פארוואס א רב און א קהילה זענן טאטאל פטור פון זיך שטעלן צו דין תורה...