בס''ד
ווען רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, איז עלטער געווארען, ער איז שוין נישט געווען ביי כוחות אזוי אמאל, און צו פירען אזא עידה קדושה וואו סאטמאר, איז געווען ווייט ווייט פון זיינע כוחות, דעריבער האט ער כסדר פארלאנגט פון ראשי הקהלה, אז מען זאל זען אז כ''ק רבינו שליט''א זאל אפטער אריין קימען, און די שטאט, און שטיין למין קדשו, מיט די הנהגת הקהלה והמוסדות,
טראץ דעם וואס רבינו שליט''א, איז פארנימען מיט רבנות און אזא ריזען שטאט וואו קרית יואל, וואו אויך און די הייליגע ישיבה, האט ער מסכים געווען אריין צו קימען און שטאט און שטיין לימין קדשו פון זיין הייליגער טאטע, אזוי ער האט פארלאנגט,
דאן האט מען אנגעהויבן בויען דעם נייען גרויסען בית מדרש אויף ראס סט,געדענקן מיר נאך אלע, וואו רבינו שליט''א האט געשאפען שווערע געלטער פארן בהמ''ד, ער איז געפארען מיט די ראשי הקהלה און קיין לאנדן נאך געלט, וואו האט ער זיך אויפגעשטעלט אונעם אלטען ביהמ''ד אויף ראדני סט, אונאיינעם מיט די ראשי הקהלה (דאכט זיך מיר אז עס איז געווען א סליחות) מעורר צו זיין דעם עולם, מען זאל קויפן זיצען און די נייע ביהמ''ד,
עס איז כדי צו באמערקען, אז און יענע תקיפה, זענען די הנהלת הקהלה באשטאנען פון ערליכע קהל'ס לייט, וואס זענען געווען אמתדיג געטריי פאר רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע און זיי האבן זיך צוגעשטעלט מיטן בויען דעם נייען ביהמ''ד מיט גרויס געטריישאפט, כאטש די תרי ''צנרא דדהבא'' לעזער מיט בן פראדעל, וואס האבן עס פראבירט מיט אלע כוחות צו שטערן, און כסדר געהעצט דעם ברך משה קעגן איינעם פון די געטרייסטע לייבען וואס האט עוסק געווען און בויען דעם בהמ''ד הרה''ח ר' יצחק ראזענבערג הי''ו, עד כדי כך אז דער ברך משה האט געגעבן א פסק פאר ר' יצחק'ן פארן ניצען אלעקטערישע קראפט פאר די בוי ארבייט פונעם נייען ביהמ''ד פון זיין שטוב,
עס איז באוויסט אז ווען קהל האט געבויט דעם הויז פארן רבי'ן און וומ''ס, האט מען עס געוואלט לייגען אויפן נאמען פונעם ברך משה זי''ע און ער האט בשואו''א נישט געוואלט, ער האט געזאגט, עס איז קהל'ס הויז,
אלזא, וואס איז די פראבלעם אז קהל ניצט אלעקטעריק קראפט פון קהל'ס הויז?
נאר וואס דען די די תרי ''צנרא דדהבא'' לעזער מיט בן פראדעל, האבן סתם געזיכט צו פייניגען די ראשי הקהלה, וואס האבן געארבייט געטריי פאר סאטמאר, און נישט לויט זייערע פארזענדליכע אמביציעס, דעריבער זענען זיי פארנימען געווען טאג און נאכט צו העצן דעם ברך משה זי''ע, אויף יעדע זאך וואס כ''ק רבינו שליט''א האט נאר געהאט שייכות,
סוף אלול תשנ''ו, איז נפטר געווארען הגה''ק ר' משה ארי' זי''ע? וועם האט דער ברך משה זי''ע אויסגעקליבעןפארן מספיד זיין? נישט דער צוקנופטער מ''מ פון הגה''ק ר' משה ארי' זי''ע, ער האט געשיקט זיין זון וועם ער האט געהאלטען אלס זיין פארטרעטער, און אים אנפארטרויט מיט א יעדע שליחות, וואס עס איז נוגע און הנהגת הכלל,
אונמיטען ווינטער איז נפטר געווארען הר''ר ר' מרדכי ז''ל בנו בכורו פון כ''ק אדמו''ר מטאהש שליט''א, דער ברך משה האט געשפיערט אז דארף פארן מנחם אבל זיין דעם טאהשער רבין שליט''א, אבער היות ער איז נישט געווען ביי די כוחות, האט ער געשיקט זיין זון וועם ער האט געהאלטען אלס זיין פארטרעטער, און אים אנפארטרויט מיט א יעדע שליחות, וואס עס איז נוגע און הנהגת הכלל,
כ''ז אלול תשנ''ז איז ניפטר געווארן הרה''ק ר' הערשלע ספינקער זי''ע, א ידיד נפש פון רבינו בעל ברך משה זי''ע, דער ברך משה האט אים געוואלט מספיד זיין, אבער ער האט נישט געהאט קיין כוח וועמן האט ער געשיקט? האט ער געשיקט זיין זון וועם ער האט געהאלטען אלס זיין פארטרעטער, און אים אנפארטרויט מיט א יעדע שליחות, וואס עס איז נוגע און הנהגת הכלל,
( אגב ר' הערשלע זי''ע האט זיך געפירט צו מאכען א מי שברך ר''ה יוה''כ פאר די צדיקי הדור, און די לעצטע יארען האט ער געהייסען אז מען זאל אויך מאכען א מי שברך פאר כ''ק רבינו שליט''א , זעט אויס אז ער האט אים געהאלטען פאר איינעם פון די צדיקי הדור, אפי' ער האט געזאגט אויפן קאשוי רב ז''ל עפ''ל, און ר' הערשעלע איז געווען גאר א קליגע יוד)
ווען מען האט איבער געבויט די מקווה טהרה און וומ''ס, האט רבינו בעל ברך משה זי''ע אויך באויפטראגט, בנו הגדול כ''ק רבינו שליט''א, אז ער זאל זיך אומקיקען אויף די ארבייט, און רבינו שליט''א האט טאקע אזוי געטון, דאן איז די שווארצע קאץ דריך געלאפען צו ווישען רבינו שליט''א מיטן דיין הגריח''מ שליט''א, ווייל רבינו שליט''א האט תיכף באמערקט אז די השגחה אויף די מקווה איז שטארק נאכגעלאזט, און כדרכה של צדיקים האט ער מעורר געווען דעם דיין דערויף, און זעט אויס אז דאס האט נישט אזוי געשמעקט פארן דיין שליט''א,
שביעות תשנ''ח אדער תשנ''ט איך געדענק נישט פינקליך, האט רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע צוגערופען בנו כ''ק אדמו''ר שליט''א און אים מכבד געווען צו דאווענען פארן עמוד שחרית, און רבינו שליט''א האט עס קטאגאריש אפגעווארפען ער האט געזאגט אז דער עולם איז געקימען צו פארען צו הערן דעם טאטען דאווענען,
ווער געדענקט דען נישט, ביים טיש נעילות החג תשנ''ח , וואס איז פארגעקימען דארט וואו עס איז היינט די טמא'נע פריצות דיגע חתונה זאל עטרת אברהם, און רבינו בעל ברך משה זי''ע האט נישט געהאט קיין כוח פארצולערנען די גמ' און ברכות וואס מען לערנט םאר ביים טיש, האט ער מכבד געווען כ''ק רבינו שליט''א, און רבינו שליט''א האט מכבד געווען זיין קליינע ברידער וואס איז דיי געזיצען און ירושלים, פארצו לערנען דעם ירושלמי, פארן ברך משה איז דאס קיינמאל נישט איינגעפאלען,
עכ''פ דער פארמעגליך איז נישט מער וואו א פשוטער ''היסטוריה פעלשער'' ער מיינט באמת אז קיינער ווייסט נישט, קיינער געדענקט נישט, אונז אלע זעמער געבוירען און די ווייטע אונזלען און די פאסיפישען אקאן,
ער פראבירט צו פארדרייען א קאפ, וואו אז רבינו שליט''א האט געוואלט איינעמען, אויסנעמען, שטיתים מיט בארשט, רבינו שליט''א האט גארנישט געוואלט ער האט נאר געטון דעם רצון פון זיין הייליגען טאטען
און זיין הייליגער טאטע האט געוואלט אז רבינו שליט''א זאל זיין, זיין פארטרעטער, און אים אנפארטרויט מיט א יעדע שליחות, וואס עס איז נוגע און הנהגת הכלל,
די אלע אויבענדערמאנטע פאקטען איז זאכען וואס יעדער געדענדקט,
און אלע זאכען וואס די פארציילסט מיט די הקפפות און סיגוט, קיינער געדענקט נישט קיינער ווייסט נישט דערפון, די פראבירסט מיט אלע כוחות צו פארדרייען פאקטען און מציאות'ן, באקען מעשיות,
און ווען מען ענפערט דיר אנדעש וואו די ווילסט הערן קימסטו מיט דיין זיסע ניגון
מיין טאטע לאזט נישט....... בלא בלא בלא ......