|
|
| נשלח ב-9/7/2009 19:55 |
|
| |
איי איי מר. פארשטיי
דו באשולדיגסט אונז און פארדרייען היסטאריע, ווייל ממיינט קיינער געדענקט
נישט פון א פאר יאר צוריק, אינטערעסאנט דו געדענקסט נישט פון איין טאג
צוריק, אדער אפילו פון די זעלבע תגובה,
מאך מיר קלאר איין זאך, "ווען האט דער ברך משה אליין געוואלט, און ווען
איז עס געווען וועגן משה און לעזער", אין וואס ווענדט זיך עס, ווען האט די
ברך משה אים באאויפטראגט און ווען איז עס געווען די העצערייען פון משה און
לעזער,
און בכלל וואס ווענדט דאס אפ איין זאך אדער איין ווארט פון פארמעגליךס
ארטיקל? איינער האט דאס דען געלייקענט אז ער איז געווען דעם ברך משה'ס א
זון? און ער פלעגט האלטן דרשות? וואס איז דאס מחייב? און וואס איז די
גדולה אז ער האט "געוואלט" שאפן געלט פאר "זיין" ביהמ"ד אז "ער" זאל האבן
די גרעסטע ביהמ"ד (איך שרייב געוואלט ווייל בערל פר"מ האט געזאגט ביי אפאר
מיטונגען אז אין לאנדאן איז אריינגעקומען קרוב צו הונדערט טויזענט דאלער)
יעצט צום ענין פון דעם ביהמ"ד החדש און יצחק ראזענבערג, דאס איז וואס דו שרייבסט:
"עס
איז באוויסט אז ווען קהל האט געבויט דעם הויז פארן רבי'ן און וומ''ס, האט
מען עס געוואלט לייגען אויפן נאמען פונעם ברך משה זי''ע און ער האט
בשואו''א נישט געוואלט, ער האט געזאגט, עס איז קהל'ס הויז,
אלזא, וואס איז די פראבלעם אז קהל ניצט אלעקטעריק קראפט פון קהל'ס הויז?"
יעצט
לאמיר זאגן אז עס איז אמת וואס דו זאגסט אז עס באלאנגט פאר קהל, ווער האט
אבער באצאלט די עלעקטעריסיטי ביים רבין, האט קהל איינמאל אריינגעווארפן א
פעני? וואס ווארפסטו זאמד אין די אויגן מיט א גאנצע תורה ווייל די הויז
באלאנגט פאר קהל מעג מען נעמען פון דארט די עלעקטעריסיטי אויפן חשבון פון
רבין? און פארוואס האט יצחק גענומען עקסטערע געלט פון קהל פאר די
עלעקטעריסיטי? ווי איז דאס געלט געגאנגען?
וועם פרובירסטו דא צו פאפן?
און
זאג נאר קיינער געדענקט נישט וועגן די הקפות אין סיגוט? דו שוטה אין אזא
אפענע זאך וואס "יעדער" געדענקט פרובירסטו אויך צו לייקענען? אדרבה זאג
דו, ווען האט מענדעלע אנגעהויבן צו טאנצן די הקפות אין סיגוט?
איין זאך קען איך דיר זאגן ווי מער דו שרייבסט זעה איך מער וואספארא טיפש דו ביסט,
דו
ווילסט אפפרעגן פארמעגליך דורך אראפברענגען די גניבה פון יצחק ראזענבערג?,
דו ביסט אינגאצן? שקויעך פארן צוגעבן א מעשה פאר פארמעגליך, פארמעגליך
ווען דו וועסט האלטן דארט און דו וועסט שרייבן די גניבה פון יצחק
ראזענבערג קענסטו צושרייבן קרעדיט: מר. פארשטיי,
און די פרובירסט צו לייקענען אז ער האט איבערגעגעבן די הקפות פאר מענדעלע? דו מיינסט טאקע אז דער עולם האט אזא שוואכן זיכרון?
און זאג נאר, הערשט תשנ"ט איז דורך געלאפן א שווארצע קאץ צווישן דעם דיין
און ר' אהרן? ביז דעמאלטס זענען דיי געווען בעסטע ידידים? (איך קען שוין
סטאפן דא אבער איך גיי ווייטער) פארוואס האלט מען אים אין איין אראפרייסן
אז ער האט זיך קיינמאל נישט געוואלט צושטעלן?
כהנה וכהנה קען מען גיין ווייטער מיט דיינע שטותים און געבעקסן, אבער איך מיין אז עס איז גענוג אויף זיך צו איבערצייגן דאס
תוקן על ידי א_צווייטער ב- 09/07/2009 19:55:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/7/2009 19:58 |
|
| |
בס''ד
ווען רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, איז עלטער געווארען, ער איז שוין נישט געווען ביי כוחות אזוי אמאל, און צו פירען אזא עידה קדושה וואו סאטמאר, איז געווען ווייט ווייט פון זיינע כוחות, דעריבער האט ער כסדר פארלאנגט פון ראשי הקהלה, אז מען זאל זען אז כ''ק רבינו שליט''א זאל אפטער אריין קימען, און די שטאט, און שטיין למין קדשו, מיט די הנהגת הקהלה והמוסדות,
דו מיינסט צו זאגן ווען ער האט אים געזאגט אז מען נעמט זיך אליין אדער הילכתא למשיחא?
טראץ דעם וואס רבינו שליט''א, איז פארנימען מיט רבנות און אזא ריזען שטאט וואו קרית יואל, וואו אויך און די הייליגע ישיבה, האט ער מסכים געווען אריין צו קימען און שטאט און שטיין לימין קדשו פון זיין הייליגער טאטע, אזוי ער האט פארלאנגט,
אין מיט דעם אלעם האט ער אים געפרעגט וואס וועט זיין מיט דו ישיבה
דאן האט מען אנגעהויבן בויען דעם נייען גרויסען בית מדרש אויף ראס סט,געדענקן מיר נאך אלע, וואו רבינו שליט''א האט געשאפען שווערע געלטער פארן בהמ''ד, ער איז געפארען מיט די ראשי הקהלה און קיין לאנדן נאך געלט,
יא יא מיר געדענקען וויפיל געלט ער האט דעמאלטס אהיימגעברענגט
וואו האט ער זיך אויפגעשטעלט אונעם אלטען ביהמ''ד אויף ראדני סט, אונאיינעם מיט די ראשי הקהלה (דאכט זיך מיר אז עס איז געווען א סליחות) מעורר צו זיין דעם עולם, מען זאל קויפן זיצען און די נייע ביהמ''ד,
דאס געדענקסטו פון דיין שלאף
עס איז כדי צו באמערקען, אז און יענע תקיפה, זענען די הנהלת הקהלה באשטאנען פון ערליכע קהל'ס לייט, וואס זענען געווען אמתדיג געטריי פאר רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע און זיי האבן זיך צוגעשטעלט מיטן בויען דעם נייען ביהמ''ד מיט גרויס געטריישאפט,
אחוץ דע קיק בעקס וואס זיי האבן באקומען פון דו קאנטראקטערס אין הייזער אוף סואט 9
כאטש די תרי ''צנרא דדהבא'' לעזער מיט בן פראדעל, וואס האבן עס פראבירט מיט אלע כוחות צו שטערן, און כסדר געהעצט דעם ברך משה קעגן איינעם פון די געטרייסטע לייבען וואס האט עוסק געווען און בויען דעם בהמ''ד הרה''ח ר' יצחק ראזענבערג הי''ו, עד כדי כך אז דער ברך משה האט געגעבן א פסק פאר ר' יצחק'ן פארן ניצען אלעקטערישע קראפט פאר די בוי ארבייט פונעם נייען ביהמ''ד פון זיין שטוב,
וואס הייסט דער בירך משה האט נישט געוויסט אז ער איז שוואך אין בנו הגדול קומט אריין אין ער האט נישט וואס אריינצורעדן?
עס איז באוויסט אז ווען קהל האט געבויט דעם הויז פארן רבי'ן און וומ''ס, האט מען עס געוואלט לייגען אויפן נאמען פונעם ברך משה זי''ע און ער האט בשואו''א נישט געוואלט, ער האט געזאגט, עס איז קהל'ס הויז,
אלזא, וואס איז די פראבלעם אז קהל ניצט אלעקטעריק קראפט פון קהל'ס הויז?
יעצט לאמיר זאגן אז עס איז אמת וואס דו זאגסט אז עס באלאנגט פאר קהל, ווער האט אבער באצאלט די עלעקטעריסיטי ביים רבין, האט קהל איינמאל אריינגעווארפן א פעני? וואס ווארפסטו זאמד אין די אויגן מיט א גאנצע תורה ווייל די הויז באלאנגט פאר קהל מעג מען נעמען פון דארט די עלעקטעריסיטי אויפן חשבון פון רבין? און פארוואס האט יצחק גענומען עקסטערע געלט פון קהל פאר די עלעקטעריסיטי? ווי איז דאס געלט געגאנגען?
נאר וואס דען די די תרי ''צנרא דדהבא'' לעזער מיט בן פראדעל, האבן סתם געזיכט צו פייניגען די ראשי הקהלה, וואס האבן געארבייט געטריי פאר סאטמאר, און נישט לויט זייערע פארזענדליכע אמביציעס, דעריבער זענען זיי פארנימען געווען טאג און נאכט צו העצן דעם ברך משה זי''ע, אויף יעדע זאך וואס כ''ק רבינו שליט''א האט נאר געהאט שייכות,
ווי למשל?
סוף אלול תשנ''ו, איז נפטר געווארען הגה''ק ר' משה ארי' זי''ע? וועם האט דער ברך משה זי''ע אויסגעקליבעןפארן מספיד זיין? נישט דער צוקנופטער מ''מ פון הגה''ק ר' משה ארי' זי''ע, ער האט געשיקט זיין זון וועם ער האט געהאלטען אלס זיין פארטרעטער, און אים אנפארטרויט מיט א יעדע שליחות, וואס עס איז נוגע און הנהגת הכלל,
דו מיינסט דעמאלטס ווען ר' משה ארי האט אים א טאג פארדעם נישט געוואלט קוקען אין פנים?
אונמיטען ווינטער איז נפטר געווארען הר''ר ר' מרדכי ז''ל בנו בכורו פון כ''ק אדמו''ר מטאהש שליט''א, דער ברך משה האט געשפיערט אז דארף פארן מנחם אבל זיין דעם טאהשער רבין שליט''א, אבער היות ער איז נישט געווען ביי די כוחות, האט ער געשיקט זיין זון וועם (ער האט) דו האסט געהאלטען אלס זיין פארטרעטער, און אים נישט אנפארטרויט מיט א יעדע שליחות, וואס עס איז נוגע און הנהגת הכלל,
כ''ז אלול תשנ''ז איז ניפטר געווארן הרה''ק ר' הערשלע ספינקער זי''ע, א ידיד נפש פון רבינו בעל ברך משה זי''ע, דער ברך משה האט אים געוואלט מספיד זיין, אבער ער האט נישט געהאט קיין כוח וועמן האט ער געשיקט?
קיינעם עמעצער איז געקומען צו לויפן כדי זיין טאטע זאל בלייבן אין גארטן
האט ער נישט געשיקט זיין זון וועם (ער האט) דו האסט געהאלטען אלס זיין פארטרעטער, און אים נישט אנפארטרויט מיט א יעדע שליחות, וואס עס איז נוגע און הנהגת הכלל,
( אגב ר' הערשלע זי''ע האט זיך געפירט צו מאכען א מי שברך ר''ה יוה''כ פאר די צדיקי הדור, און די לעצטע יארען האט ער געהייסען אז מען זאל אויך מאכען א מי שברך פאר כ''ק רבינו שליט''א , זעט אויס אז ער האט אים געהאלטען פאר איינעם פון די צדיקי הדור, אפי' ער האט געזאגט אויפן קאשוי רב ז''ל עפ''ל, און ר' הערשעלע איז געווען גאר א קליגע יוד)
גיי ווייז אויף אז נישט
ווען מען האט איבער געבויט די מקווה טהרה און וומ''ס, האט רבינו בעל ברך משה זי''ע אויך נישט באויפטראגט, בנו הגדול כ''ק רבינו שליט''א, אז ער זאל זיך אומקיקען אויף די ארבייט, און רבינו שליט''א האט טאקע אזוי געטון, דאן איז די שווארצע קאץ דריך געלאפען צו ווישען רבינו שליט''א מיטן דיין הגריח''מ שליט''א, ווייל רבינו שליט''א האט תיכף באמערקט אז די השגחה אויף די מקווה איז שטארק נאכגעלאזט, און כדרכה (של צדיקים) דיין קדושעל האט ער (מעורר) מבזה געווען דעם דיין דערויף, און זעט אויס אז דאס האט נישט אזוי געשמעקט פארן דיין שליט''א,
א סעמפעל פון גיין כאפן וומ"ס
שביעות תשנ''ח אדער תשנ''ט איך געדענק נישט פינקליך, האט רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע צוגערופען בנו כ''ק אדמו''ר שליט''א און אים מכבד געווען צו דאווענען פארן עמוד שחרית, און רבינו שליט''א האט עס קטאגאריש אפגעווארפען ער האט געזאגט אז דער עולם איז געקימען צו פארען צו הערן דעם טאטען דאווענען,
ווען זיין ברודער וואלט דארט געווען וואלט ער פינקט אזוי מכבד געווען
ווער געדענקט דען נישט, ביים טיש נעילות החג תשנ''ח , וואס איז פארגעקימען דארט וואו עס איז היינט די טמא'נע פריצות דיגע חתונה זאל עטרת אברהם, און רבינו בעל ברך משה זי''ע האט נישט געהאט קיין כוח פארצולערנען די גמ' און ברכות וואס מען לערנט םאר ביים טיש, האט ער מכבד געווען כ''ק רבינו שליט''א, און רבינו שליט''א האט מכבד געווען זיין קליינע ברידער וואס איז דיי געזיצען און ירושלים, פארצו לערנען דעם ירושלמי, פארן ברך משה איז דאס קיינמאל נישט איינגעפאלען,
ווייל ער האט אים געוואלט האבן אין וומ"ס אין ביי דע וועי פארוואס האט ער זיך נישט דא אפגעזאגט דער עולם איז נישט דא געקומען צום טאטן?
עכ''פ דער פארמעגליך איז נישט מער וואו א פשוטער ''היסטוריה פארציילער ער מיינט באמת אז דו ארונים ווייסען נישט, קיינער געדענקט נישט, אונז אלע זעמער געבוירען און די ווייטע אונזלען און די פאסיפישען אקאן,
ער פראבירט צו פארדרייען א קאפ, וואו אז רבינו שליט''א האט געוואלט איינעמען, אויסנעמען, שטיתים מיט בארשט, רבינו שליט''א האט גארנישט געוואלט ער האט נאר געטון דעם רצון פון זיין הייליגען טאטען
פלאניא גזלאנא יוכח
און זיין הייליגער טאטע האט געוואלט אז רבינו שליט''א זאל נישט זיין, זיין פארטרעטער, און אים נישט אנפארטרויט מיט א יעדע שליחות, וואס עס איז נוגע און הנהגת הכלל,
די אלע אויבענדערמאנטע פאקטען איז זאכען וואס יעדער געדענדקט,
און אלע זאכען וואס די פארציילסט מיט די הקפפות און סיגוט, קיינער געדענקט נישט קיינער ווייסט נישט דערפון, די פראבירסט מיט אלע כוחות צו פארדרייען פאקטען און מציאות'ן, באקען מעשיות,
גאנץ א גוטע וועג ארויס
און ווען מען ענפערט דיר אנדעש וואו די ווילסט הערן קימסטו מיט דיין זיסע ניגון
מיין טאטע לאזט נישט....... בלא בלא בלא ......
תוקן על ידי געלעכטער ב- 09/07/2009 20:01:24
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2009 17:57 |
|
| |
הער געלעכטער!
איך פול נישט פאר וויכטיג צו ענפערען אויף די שרייבסט נאר אויף איין זאך ואתכם הסליחה
דאס וואס די שרייבסט:
מאך מיר קלאר איין זאך, "ווען האט דער ברך משה אליין געוואלט, און ווען איז עס געווען וועגן משה און לעזער", אין וואס ווענדט זיך עס, ווען האט די ברך משה אים באאויפטראגט און ווען איז עס געווען די העצערייען פון משה און לעזער,
די זאך איז אזוי: יעדע רבי און דער וועלט, נישט נאר רבי'ס אויך להבדיל פרעזידענטען, פאלאטישענס, אד''ג האבן שטוב מענטשען, און עיצה געבער,
ווען דער רבי דער ברך משה איז געווארען רבי, איז דאן געווען א פאר קאנדידאטען פאר גבאות, און רבינו הברך משה זי''ע האט אויסגעקליבען משה פריעדמאן, א סאך יודען האבן שוין דאן געזען דער חורבן פון סאטמאר פאר די אויגען, למשל אזא יוד וואו הר''ר חיים אלטר בראך שליט''א וואס האט געהאט די זכיה צו זיין פון די משמשים פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע, האט זיך אויסגעדריקט כמה פעמים, אז דער טאג וואס משה פריעדמאן איז געווארען גבאי איז ביי אים געווען א צווייטער כ''ו אב, און ער האט געוויסט וואס שטוב מענטשען קענען אנדרייען,
עכ''פ דער משה פריעדמאן האט א סאך מאל אריינגעמישט דעם רבי'ן דעם ברך משה זי''ע און קאנפליקטען, וואס ער וואלט זיך ווען קיינמאל נישט געדארפט אריין מישען,
אפי' און הנהגת הכלל האט ער זייענדיג גאר א ווילדער מענטש, א טעראריסט, האט ער כסדר זיכער געמאכט אז און יעדע פראבלעם וואס מאכט זיך און סאטמאר זאל דער ברך משה זי''ע אנעמען ''זיין מהלך''
אדש ר' סענדער דייטש ז''ל דער לעגאנדער סאטמארע רה''ק, האט זיך אויסגעדריקט אויף משה פריעדמאן, עס האדעוועט זיך א שלאנג און הויז פונעם רבי'ן וואס וועט חרוב מאכען גאנץ סאטמאר
וואו לאנג עס האבן געלעבט די אלטע געווארדיע, ר' סענדער ר' לייביש, ר' ליפר שווארטץ, און נאך, האבן זיי נאך פראבירט מילד צו מאכען די השפעה וואס משה פריעדמאן האט געהאט אויפן ברך משה זי''ע דעריבער האט נאך דער משה פריעדמאן נישט געקענט אויספירען אלע זיינע משוגענע אמביציעס,
אבער דער יאר תשנ''ח, וואס די אלע ר' סענדר ר' לייביש ר' ליפא זענען ניפטער געווארען האט ער באקימען א פרייער פעלד, און ער האט זיך אנגעהויבן שארפען די ציין איינצונעמען גאנץ סאטמאר, און ער איז דאן געווארען דער איינציגסטער וואס האט געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע
אבער אזוי כ''ק אדמו''ר שליט''א, מיט די אלע קהלס לייט האבן געזען און וואס פארא סומטאכע דער משה פר''מ האט אריין געפירט דעם ברך משה ביים סקול דיסטקריקט און ביי בנ''י און נאך, זיי האבן אלע געוויסט קלאר אז מען וואלט זיך געקענט פרידערליך דירוך קימען מיט די אלע רבנים וואס האבן געאסערט דעם דיסטריקט, האבן זיי זיך פארעקלט פון דעם משה פר''מ,
און גראד נאך די דיסטריקט פרשה, איז קלאר געווארען פאר משה פר''מ אז ער רבינו שליט''א וועט אים נישט נעמען פאר גבאי:
האט ער דאך מורא געהאט אז ער וועט פארלירען די גאנצע פירערשאפט פון סאטמאר, האט ער דאן אנגעהויבן וועבן פונסטערע פלענער צו ברענגן ר' זלמניו אויף וומ''ס, און ער וועט אים גרויס מאכען אזוי ארום וועט ער בלייבען ביי די הנהגה:
אבער אזוי עס האבן נאך דאן געלעבט ר' סענדר ר' לייביש און ר' ליפא, זיי זענען געווען גאר ערענסטע מענטשען, און זיי ואלטען קיינמאל נישט צוגעלאזט ארויף צו זעצען אויפן בענקל פון בעל ויואל משה זי''ע, א תלמיד מבהק פון ר' שימעלע דשיגאן, זכיתו יגן אויף אלע זאלוינים, א מענטש וואס איז בכלל נישט נישט פאר דעם געאייגענט,
האט זיך משה פר''מ א עיצה געגעבן ער האט געשיקט ר' זלמיניו אויף ירושלים עה''ק, פון דארט האט ער געקלערט, וועט זיין גרינגער אים צו אימפאטירן קיין וומ''ס,
גראדע האט זיך ר' סענדער געכאפט וואס דער לאנגער פריעדמראן צילט דא, און ער איז טאקע געווען שטארק דער קעגען, אז ר' זלמניו זאל פארן קיין ירושלים עה''ק,
ווען ר' סענדר איז געגאנגען פון דער וועלט אלול תשס''ח, האט משה פר''מ געהאט פאר זיך א פריי פעלד, און וואו אויך איז דער ברך משה זי''ע געווארען דאן גאר שטארק שוואך, און ער איז געבליבען דער איינציגסטער משפיעאויפן ברך משה זי''ע
האט ער דאן אנגעהויבן מיטען טרענפער פון ר' זלמניו קיין ניו יארק ווייניגר וואו א יאר נאך דעם וואס ר' סענדער האט פארלאזט דער וועלט, האט שוין ר' זלמניו געוואוינט און וומ''ס,
דער לאנגער פר''מ האט געמיינט אז דער עולם (קעלבלעך פרעגט דער לאנגער אונז ריפען) וועט זיך לאזען פירען פון זיינע משוגענע אמביציעס, אבער ער האט גאנץ שנעל איינגעזען אז ער האט געמאכט א מאסיווע טעות, דער עולם האט זיך נישט געלאזט פארפירען פון אים, מען האט זיך נישט דערשראקען פון די שמתא'ס חרמות, אסורים,הכתרות, הזהרות, וואס ער האט מפרסם געווען און נאמען פון אונזער הייליגען רבי'ן דער ברך משה זי''ע
דער עולם האט קלאר געוויסט וואס דער רבי דער ברך משה וויל און פארלאנגט אזוי מען האט געזען און די יארען ווען משה פר''מ האט נאך נישט געקענט טאן וואס ער האט געוואלט מיטן ברך משה (אזוי איך האב געשריבען און די לעצטע תגיבה)
האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער עולם איז געבליבען געטריי צו רבינו שליט''א,
און משה איז געבליבען מיט די אלע וואס האבן געוואלט מאכען א סוף פון סאטמאר, און די אלע האט ער ארויף געשטעלט אויף די פארענשעס ביי ר' זלמיניו,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2009 19:50 |
|
| |
פארשטיי
די הויפט קשיא האסטו נישט פארענטפערט
אזויפיל יאר האט געדויערט פאר ר' אהרן צו כאפן וואס ר' חיים אלתר בראך שליט''א
האט געכאפט אין די ערשטע טאג?
להערה בעלמא ביי ר' חיים אלתר איז כ''ו אב בכלל נישט געווען אזא ביטערע טאג.............
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2009 21:23 |
|
| |
איך וויל צולייגן איין עפיזאד צו פארמעגליך ארטיקל וואס איז מיר פערזענליך באקאנט, ווען ר' אהרן איז געפארן צו איינע פון די "שליחות'ער" בשם דעם ברך משה, און מען האט געמאכט א גאנצן טראסק, איז ער פארדעם געקומען זיך געזעגענען פון ברך משה, האט אים דער ברך משה געפרעגט "פארוואס עפעס פארסטו?". האט ר' אהרן געענטפערט: "די הנהלת הישיבה האט מיך געבעטן איך זאל מיטפארן שאפן געלט". דער ברך משה האט אים געזאגט "פאר געזונטערהייט". ר' אהרן האט אויף יענעם מקום געהאלטן א דרשה אז דער טאטע האט אים געשיקט "מחזק זיין די אידן", און געהייסן איבערגעבן זאכן שלא היו ולא נבראו! און עס איז דארט בכלל נישט פארגעקומען קיין "געלט אקציע" פאר די ישיבה. דאס האב איך געהערט פון איינעם וואס איז געשטאנען דערביי.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2009 21:45 |
|
| |
[quote] די זאך איז אזוי: יעדע רבי און דער וועלט, נישט נאר רבי'ס אויך להבדיל פרעזידענטען, פאלאטישענס, אד''ג האבן שטוב מענטשען, און עיצה געבער, [/quote]
דו דערמאנסט מיך א שמועס וואס איך האב געהאט מיט איינעם פון ר' אהרן נאנטע מענטשן און סטראטעגיסטן א לאנגע צייט פאר די חלוקה האט אויסגעבראכן אויף די גאס.
האט מיר געזאגט זייער ענדליכע ווערטער, דו ווייסט דאך אז די מלחמה מיטן סקול דיסטריקט איז דורכגעפאלן, און מיר זענען ארויס שטארק צו'מזיק'ט, איז געווענליך אין די גוי'אישע וועלט אדער פליט דער פרעזידענט אדער נעמט איין מיניסטער פאר שעיר לעזאזל, די זעלבע זאך גייט יעצט דא געשען, מען גייט נעמען א שעיר לעזאל און אים באשולדיגן און אלעם, מען ווייסט נאכנישט צו הענעך אשכנזי, אדער משה גבאי, מיט אליעזר קעסטנבוים.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2009 22:23 |
|
| |
נאך א קשיא: לויט פארמעגליך לעצטע ארטיקל, וויזוי קען דאס זיין אז ר' אהרן האט מבטל געווען זיינע באגלייטנס מוצאי יו"ט אין וומ"ב און אויך מאנרא?
דאס וועט אויך הערשט פארענטפערט ווערן ווען מ'ענדיגט אלע ארטיקלען? דאן וועק מיך אויף און 3 יאר ארום.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2009 22:27 |
|
| |
אויך ווייס איך, אז ער געבט אוועק אלע כיבודים פאר רב אשכנזי (מלפנים אבד"ק מעלבארן) ווען ער איז דארט, סידור קידושין, תנאים ליינען וכדומה.
איך וועל געדילדיג ווארטן ביז די ענדיקסט די ארטיקלען.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2009 22:32 |
|
| |
איך דערמאן מיך יעצט נ"ו אדער נ"ז איז ר' אהרן געפארן אויף לאנדון נאך געלט פאר דו נייע שול אין עס איז מיט געפארן דו ראשי הקהילה ינקל כהנא אין בערל פר"מ אין דו שבת אחים גראפע האבן אראנדזירט אז מען זאל מאכן א קבלת פנים אין עיראפארט אין דו קינדער האבן אנגעטוען ווייסע העמעדער אזוי ווי פארמעגליך לייגט אראפ ווען מען איז אהיים געקומען איז ר ינקעל כהנא אריין צום רבין אין פארציילט ווי שיין עס איז געווען מען האט אפגעווארט אין עיראפארט דו קינדער מיט ווייסע העמעדער לאנדאן האט געלעבט פרעגט אים דו רבי פארוואס האט מען עס געטוען ? האט ער גענפערט וואס הייסט עס איז דעם רביןס זון רופט זיך אן דער רבי דו ווייסט איך לעב נאך..
|
|
|
|
| נשלח ב-10/7/2009 22:37 |
|
| |
נאך אזאך נאך דו בר מצוה תשנ"ט אין א"י איז אויך דארט געווען אהרן פר"מ אין ווען ער איז אהיים געקומען איז ער אריין צום רבין אין פארציילט וועגן דע בר מצוה ווי שיין עס איז געווען אין מיטן זאגט ער פארן רבין אז דער ר' זלמן לייב איז א מוראדיגע בעל מידות ווייל ער האט אלעס אוועקגעגעבן פאר ר' אהרן אפילו זיין שטענדער רופט זיך אן דער רבי אזא שוטה איז ער ער וואלט אים גארנישט געדארפט געבען
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2009 07:58 |
|
| |
סקאט פרעג נישט קיין קושיות פון נאך תשנ''ט פון דעמאלס און ווייטער האט ער זיך שוין איינמאל געלערנט דרך ארץ,
אגב אינטרעסיר דיך בעסער צו ער האט נישט קיין באגלייטנס
איין זאך ווייס איך אז בחיי אביו ווען ער איז אריינגעקומען אויף שבתות ויו''ט אין וויליאמסבורג
במחיצת אביו זצ''ל פלעגט ער נאך יעדע תפלה נאכן דאווענען ביי זיין טאטן אין ראדני האבן ריזיגע
באגלייטנס ביז זיין הויז אויף יוז סט. אינדערצייט וואס זיין טאטע פלעגט דעמאלס אהיימגיין מיט א ענגע
צאל משמשים, און דעמאלס האט ער עס נישט געסטאפט.
וכדי בזיון וקצף!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2009 08:15 |
|
| |
בנוגע די סקול דיסטריקט פרשה איז באקאנט אז מיט יארן פריער איז דער דעמאלסדיגער ווילעזש פירער
ר' מ.ט. בראווער אריין צום ברך משה פרעגן צו ער מעג עפענען א סקול דיסטריקט
אויף וואס דער רבי האט געענטפערט שטיי אוועק פון דעם!
ר' משה טובי' האט פרובירט צו זאגן אז דער לויער זאגט אז מען קען זיך א עצה געבן מיט די רעליזשעס אישוס
האט איהם דער ברך משה געזאגט מיט דעם אלעם שטיי ווייט דערפון
וואס איז געשעהן יארן שפעטער פארוואס דער ברך משה האט געטוישט מיינונג
איז מיר נישט באקאנט די אהרונים טענה'ן אז משה גבאי האט איהם אנגעדרייט................
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2009 08:25 |
|
| |
פארמעגליך שרייבט
האט ער אים גענפערט: איך דארף נישט קיין ישיבה אין וו"ב, נישט אין מאנסי און נישט אין מאנטריאל, נאר אין מאנסי קען איך מיך נישט שלאגן ווייל ער איז מיין שוואגער, און אין מאנטריאל האב איך נישט קיין ברירה ווייל ר' משה מנחם שטעלט זיך צו צום טאטן, אבער יבא יומו ווען מען וועט עס דארט אויך אפשטעלן.
עס איז נישט די ערשטע ליגענט פון ר' אהרן
ער האט געפירט ווי באקאנט א הייסע מערכהמיט זיין שוואגער ר' חיים יושע
אז ער זאל נישט קענען עפענען קיין ישיבה גדולה, ווינטער תשנ''ט
האט שוין ממש געהייסן אז ער עפענט נישט צוליב דרוק פון זיין גרויסע שוואגער,
אבער צום סוף האט ער יא געעפענט, (ווער עס ווייסט מער פרטים פון די פרשה זאל ביטע פאוסטן)
און זייט דעמאלס האט ר' אהרן געפירט א קאלטע קריג
מיט ר' חיים יושע.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/7/2009 22:02 |
|
| |
ביי דו פרשה פון מ,נ,וו האט ער געזאגט פאר דו וויינבערגער משפחה אז ער איז נישט זיין ווייב
למשל זו האט א ביפער אין ער נישט
|
|
|
|
|