בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/7/2009 19:52 לינק ישיר 

די בני יואל אינטערעסירט בכלל נישט קיין פארגאנגענהייט. זיי גייען זיך זייער וועג און זענען אינטערעסירט זיך  צו בויען.

די אהרונים האבן אבער איין ציל: צו פארשמייליגן זייער קדוש פון מאנראו, פאר דעם האבן זיי גענומען אלע מיטלען, אויב קענען זיי נישט דערגרייכן זייער ציל דורך הייליגע מימרא'ס פון רביה"ק זי"ע אויף זייער קדוש דעמאלסט נוצט מען דעם פארקערטן וועג,מען פרובירט צו מאכן פארגעסן פונעם הייליגן דרך פון רבינו הקוה"ט זי"ע.

דאס זעלבע איז מיט כ"ק מרן אדמו"ר בעל ברך משה זצוק"ל, די אהרונים ווייסן אז זייער קדוש איז פארשמירט מיט אומצאליגע געפעכטן און טינופת, פרובירן זיי אים אהערצושטעלן אלס איינער וואס האט זיך אנגענומען פאר זיין גרויסן טאטן. אויב נישט איז דער טאטע דער זעלבער ווי אים.  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2009 19:59 לינק ישיר 

טעות



תוקן על ידי עטגאסט ב- 14/07/2009 19:56:02




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2009 20:00 לינק ישיר 

אין צום באדוירען האבן זיי אזוי אריינגעכאפט אסאך חסידים פונעם בירך משה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 00:08 לינק ישיר 
באקומען אין אישי

 איך וויל מגיב זיין אויף דעם וואס איינער האט דיר געשיקט אין אישי

"ר' אהרן האט ביי די דרשה אראפגעריסען אלע רבנים האוסרים ווי עס ברויך צו זיין, און בתוך הדברים האט ער געזאגט: מענטשן זאגן אז איך דארף איבערבעטן דעם קאשויער רב. נו, איך בין גרייט אים מפייס צו זיין. אבער, ער זאל זאגען טעיתי, איך האב מיך טועה געווען. א זאך וואס ער אליין האלט נישט ביים טוען. מודים דרבנן היינו שבחיהו.

"דער ברך משה האט נישט גערעדט אויף קיין איין רב, און אפילו אויסגערימט קאשויער רב. בתוך הדברים האט דער ברך משה געזאגט: בגזירת מרא דאתרא בין איך גוזר אז מען דארף שטימען פאר יא. און ווער עס וועט שטימען פאר יא וועט געבענטשט ווערן מיט ברוך אשר יקום את דברי התורה הזאת, און זייערע קינדער וועלען ח"ו נישט מוזען אנקומען צו דעם מוסד. און פון די פארקערטע וויל איך נישט זאגן."

*
איך בין געווען ביי די דרשה, 99 פראצענט האט רבינו שליט"א ביי יענע דרשה קיינעם נישט פון די רבנים פערזענליך אראפגעריסן, קען  זיין איך מאך א טעות אבער אזוי געדענק איך, אבער דער ברך משה געדענק איך הונדערט פראצענט, דעם קאשויער רב האט ער נישט אויסגערימט, ער האט סתם געווייטאגט אז ער איז אים געווען אזא גוטער פריינט און דא שטעלט ער זיך אזוי ארויס קעגן אים.

און דעמאלטס האט דער רבי געזאגט אויף אים די באקאנטע סטעימענט הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, מען ווערט אויס מענטש.

און ווי יעדער פארשטייט ס'איז נישט צופיל אונטערשטעליג פון עפ"ל, נאר דער חילוק איז מיט וואסערע ניגון מען זאגט עס, אבער עכ"פ ער האט אים אויך אראפגעריסן,.

איך האב נאך אסאך הגהות, אבער דאס איז א זאך וואס איך געדענק ווי היינט, איך האב אסאך מיטגעהאלטן, און ס'איז דא טעיפס מען קען עס איבערהערן

אגב, די דרשה פרייטאג צו נאכטס דברים האט דער רבי געזאגט "דער פון בעדפארד הילס" נישט דער "אלטער"

באזני שמעתי, איך קען דיר עס נישט איבערווייזן ווייל כ'האב נישט קיין טעיפ



***

נאך פון אימעיל
please don't let us wait so long keep up your major work. we r all waiting for your next update
24/7 sull/home/street
?everywhere were Jewish people r what is the talk  from you saw FARMAGLICH'S article
wow he is amazing. he is so sweet he is so krant he is so to the point
all my friends even we learned in KJ. we would never be Abel to make such a brake down
you must be a genies. KEEP IT UP STAY STRONG
don't get stooped by any treads of the aronem they r about to lose the air
 I must tell U that after  reading your daily updates i can even lock anymore in all this picture books/kol haolm kelo .e.g/
even i use to like this things i use to enjoy very much to see nice clips from SQUVARER RABBI but after reading your article i fell like trowing up by locking at this "SCHVACKITEN -FULLA RABBIS "
YOU R SOMETHING MAJOR



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 15/07/2009 0:29:27




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/7/2009 00:21 לינק ישיר 

הער פארמעגליך גיי זאג יענעם אז איך בין אויך דארט געווען אין ער האט יא אראפגערוסען פערזעליך רבנים אין ער האט אויסדריקלעך יא געזאגט דער אלטער פון בעדפארד היללס

אין דער ברך משה האט געזאגט הקנאה והתאווה ביים חנוכת הבית ביי דו מקוה אין אויך נאך א לאנגע העצערישע דרשה פונעם בנו הגדול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 00:21 לינק ישיר 




איך האב פריער געשריבען אז פארמעגליך איז גערעכט מיט דעם אז דער ברך משה זי''ע, האט זיך אונטערגעהויבן ווען ר' יואל'יש שליט''א איז אריין געקימען צום טיש, אבער איך פול פאר א פליכט צוצילייגען:
 
אני הגבר ראה עני בשבט עברתו.
 
איך בין געווען דערביי, ביים טיש פון ברך משה, ליל שב"ק פר' ראה, שבת מברכים אלול תשנ"ד, איז ר' יואל'יש כדרכו געקומען צום טיש.
 
דער טיש איז אין יענע תקופה געווען אין פאליש, דער רבי איז געזיצן ביים מיטעלסטן טיר פון פאליש אויף מעריב וואנט.

  
דעמאלט איז שוין געווען אביסל אנגעשפאנט מיט די סקול דיסטריקט פרשה, נאך קאשוי רב'ס בריוו.
 
איז דאן פארגעקומען א מערכה ביי משה גבאי'ן אין קאפ מסדר צו זיין ר' יואל'יש'ן.
 
ביים שטעלן וויין ווען דער גבאי האט אויסגערופן די נעמען פון די באטייליגטע, האט ער צוערשט אויסגערופן אלע מענטשן פון די רעכטע זייט טיש.
 
ווען ס'איז געקומען אויסצורופן פון די לינקע זייט, וואו דער שארמאשער רב איז געזיצן, האט משה גבאי, אנשטאט אויסצורופן בדרך כבוד "שארמאשער רב", האט ער אויסגערופן בקול רם, סארקאסטיש מיט א שמייכל, "רעב יואלי'ש מארגנשטערן".
 
כ'געדענק, כ'בין געשטאנען נעבן משה'ן, און געקוקט אויפן שארמאשער רב, ס'איז געווען אזיל סומקא ואתי חיוורא.
 
דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס ער איז געקומען צום ברך משה צום טיש בימי בריאותו.
 
נאך אזא לעקציע פון כבוד תלמיד חכם איז ער ליבערשט געבליבן זיצן אינדערהיים.
 
ביז דעם אנדערן ווינטער ווען מ'האט אים מיט קלעפ ארויסגעפירט פון עטרת זקנים, דורך די היינטיגע שישקעס אין די זאלי פארטיי.  בפרט צוויי נעמען: ס''טב, און י''ל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 00:33 לינק ישיר 

יישר כח מר. פארשטיי, איך האב מיך געוואונדערט טאקע פארוואס שארמאשער רב איז אן ארוני יעצט פארשטיי איך שוין.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 01:01 לינק ישיר 

אל כבוד עכטערחסיד: זאל לעבן און געזינט ווערן ביז די 130 יאר!

עס איז דא א ווארט ביי די בנ''י וואס איז כדי נאכצוזאגען:

די בנ''י שלאגען זיך מיטן אמת פארן? אמת!
די ארוינים שלאגען זיך מיטן אמת פארען שקר!
די זאליס שלאגען זיך מיטן שקר פארן שקר! ודפחי''ח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 01:07 לינק ישיר 

מיסטער פערמעגליך

איף ווייס נישט ווי איר האט געשריבען אייער דרשה דאס מאל אבער למעשה זענען צומישט די שורות, ווארשיינליך ווען איר האט דאס אריבערגעפירט קיין היידפארק איז דאס געשען

אויך שרייבט איר אין אייער לעצטע תגובה באקומען אין אישי קראנט

שטעלט זיך די פראגע אויב האט איר דאס  באקומען אין אישי פון ווי ווייסט איר אז דאס איז קראנט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 11:43 לינק ישיר 

א עפיזאד:
 
ביי יענעם באזוך פון כ"ק גאב"ד ירושלים רי"מ דושינסקיא זצ"ל אין ניו-יארק לכבוד די חתונה פון זיין אייניקל, איז ער איינגעשטאנען אין מאונט קיסקא ביי זיין איידעם הגאון ר' יוסף עמרם ווייסמאנדעל זצ"ל.
 
און אזוי ווי מאונט קיסקא איז לעבן קאשוי, איז ער דאן געגאנגען צוזאמען מיט הרה"ג ר' גרשון שטעמער ז"ל יו"ר העדה החרדית באזוכן קאשוי'ער רב
 
ס'האט דאן פארדריסן זייער דעם אהרן'ען.

האט מיר איינער דערציילט כמה פעמים, זייענדיג אנוועזענד ביי די סעצענע,
אז ביי שבת שבע ברכות אינמיטן ליינען אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, האט דער ר' אהרן צוגערופן משה גבאי, אין האט עם מיט בייז געזאגט כהאי לישנא: "איך האב א שוואגער דער בעלזער וואס איך רעדט נישט מיט עם באלד 20 יאר, אלעס וועגן די העדה החרדית מיט דעם גרשון שטעמער וועם מיין שוואגער האט געטשעפעט, אבער דער רב דושינסקיא מיט שטעמער מעגן גיין באזוכן דעם קאשויער רב וואס האט געטשעפעט דעם טאטן, זאלסט וויסן איך וועל געבן די הענט פאר מיין שוואגער ברבים , איך וועל זיי וויייזן אז פאליטיק פארשטיי איך בעסער פון זיי".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 11:45 לינק ישיר 

נאל א עפיזאד:
דער בחור אויף וועם ר' אהרן האט געשריגן דעמאלץ אויף בילדער ביים קבלת פנים, הייסט, ר' שלמה ביניאמין ער איז א תלמיד פון ישיבת דושינסקיא ירושלים, ער איז מיטגעקומען מיט דעם גאב"ד רי"מ דושינסקיא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 11:50 לינק ישיר 

פארמעגליך שרייבט:

ווידער משה גבאי מיט זיינע פאליטיקאנטען אין א"י, ווי אפרים שטערן, מענדל וואלערשטיין און אנדערע, האבען געהאלטען אז פאר סאטמאר'ס טובה איז ענדערש אז ר' דוד, דער יונגערער זון, זאל מצליח זיין. וואס דער דעמאלטסדיגער סאטמאר-ירושלימער רב האט געהאלטען איז אפיציעל נישט באקאנט, אבער עס איז גרינג זיך פאר צו שטעלען אז ער איז געווען באקוועמער מיט ר' דוד ווי מיט ר' שמואל יעקב, כאטש אפיציעל האט ער נישט גענומען א זייט אין יענע מחלוקה. דער איד האט מער געבויעט ר' דוד ווי ר' שמואל יעקב, וואס פון דעם אליין האבען ר' אהרןס מענטשען געוויסט אז זיי מוזען האלטען מיט ר' שמואל יעקב.


וויכטיגע הערות, וועלכע איז נישט משנה די מהלך פונעם באריכט.

ר' מענדל וואלערשטיין איז דאן נאך נישט געווען א חבר הנהלת המוסדות.

סאטמאר די קהלה אין ירושלים און אין ניו-יארק האט קלאר נישט גענומען קיין שטעלונג דעמאלץ איבער דעם ענין

דער רבי שליט"א איבערהויפט איז דירעקט געשטאנען דאן און א זייט

דער איד האט דאן געבויעט נאך ר' שמואל יעקב, און מען קוקן וואספארא בריוו דער ברך משה זצוק"ל האט עם געגעבן ביים ערשטן באזוך אין ניו-יארק.


אלעס ביז אנהייב נ"ט, ווען ר' שמואל יעקב האט געמאכט א פאליטישן אופמאך מיט ר' אהרן, דאן האט זיך דער גאנצער געשעפט געטוישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 11:52 לינק ישיר 

פארמעגליך ארבעט ווייטער.

דיינע ארטיקלעך זענען געוואלדיג.

דער ציבור וואס ליינט עס שטייט און שטוינט פון וואספאראר ר' אהרן מ'רעדט דא, פון וואספארא כאראקטער עס איז אנטדעקט געווארן פאר זיי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 17:24 לינק ישיר 

מה שלא יעשה השכל יעשה הזמן

אין דערמאן מיך א אינטערעסאנטער עפיזאד מיט די " פיקטשער פלעי"

עס איז דאן געווען אין דער געדאנק א איינער מיט א פענע נאמען ש.כהנה (ר שמואל הכהן פריעדמאן ני"ו -וואס פלעגט שרייבען אינטער דעם נאמען קודם אין דער אידישער קוואל) וואס האט אריינגעשריבען אין א  קליינע באקסעל אז מען זאל נישט אריין שטעלען קיין בילדער ווייל עס געגן מהלך פין רבותינו הקדושים לבית סיגעט סאטמאר וואס האבן זייער מקפיד געווען דערויף

אין ער מיטגעשפיעלט דעם "פיקטשער פלעי" פין די אנדערע זייט אין היינט איז ער פין די  גרעסטע חסידים פין די "פיקטשער פלעי"  געים


 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2009 19:02 לינק ישיר 

פערדעריי
איך בין פערזענליך נאנט מיט ר' שמואל פר"מ, איך האב פאר דיר נייעס אז ער איז נאך היינט ביטער אנגעווייטאגט אויף די בילדער, ער קען נאר גארנישט טון,
נעם מיין ווארט
ס'איז דא צודרייטע מענטשן וואס פירן די ארונים, דאס מיינט אבער נישט אז די ערנסטע מענטשן וואס פירן די ארונים זענען צודרייט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 43 44 45 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.