איך דערמאן מיך אן אפיזאד פון אונזער ספלעשי ר' אהרן
עס איז געווען ווען יאסי מייזעלס באווארפען .שבת בייטאג האבן דו בחורים זיך גענומען זינגען לכבוד די שמחה, נא ר' אהרן זיצט דארט עס איז דו צווייטע סאטמערע חתונה עס איז נאך יוחס ביים סאטמערן עולם ווי קען מען נעמען אטענשען ווען מען איז נישט יעצט קיין מחותן, האבן מיר אונזער ספלעשי ר' אהרן ער האט זיך אן עיצה געגעבן .אינמיטען זינגען שטעלט ער זיך אויף אין הייבט אן זעצן אויפן טיש אז עס האט אנגעהויבן פליען גאפלעך לעפלעך גלעזער אין טעלערס פונעם טיש .אין זיך גענומען מאכן היסטערישע קולות אויף דו בחורים. ביים טאטען זינגט מען נישט קיין פרעמדער ניגינים .אין עס איז א חוצפה אין א עזות דו צו זינגען .דער עולם האט זיך געביסן דו ליפן פון דע אטאקע אבער ער האט זיך גענומען זיין אטענשען אין פארטיג
נשלח ב-15/7/2009 19:12
נאך א אינטערסאנטע נקודה אז ביי דו דושינסקוס חתונה איז דער שר העסקנים ר' ארי לייב גלאנץ אנטלאפען אינמיטן דו חתונה ווייל ער האט נישט געקענט דערהייבן דע ביזיונות וואס מען האט אים געמאכט דארט עס האבן זיך געקוילערט קינד אין קייט פון אים
נשלח ב-15/7/2009 20:33
איך האב אנגעהויבען דעם פריערדיגען מאמר מיט די ווערטער: תשנ"ח איז געווען א היסטאריש יאר אין סאטמאר, ווען די "קאלטע קריג" האט געבושעוועט אין גרויסן.
א קאלטע קריג מיינט, אז צוויי לאגערען זענען אין א קריגס צושטאנד, דאס מיליטער איז גרייט אויפן העכסטען לעוועל, מען איז באוואפענט ביז איבער די נאז, אבער, מען שיסט נאך נישט. מען גייט נאך נישט ארויס אין א פולען קריג. און די סיבה איז, ווייל ביידע לאגערען האלטען זיך צוריק פאר א געוויסע סיבה.
סאטמאר איז פון תשנ"ו ביז פסח תשנ"ט געווען אין א קאלטע קריג צושטאנד. ביידע לאגערען, ד.ה. ר' אהרן מיט זיינע מענטשען, און משה גבאי, אלסן כבוד פון ברך משה, זענען געווען אין קריג, אבער נישט ממש אפען.
נישט בחינם האט אינז משה פריעדמאן געריפען קעלבלעך אלסען כבוד פון ברך משה?
וואו לאנג עס האבן געלעבט די אלטע געווארדיע, ר' סענדער ר' לייביש, ר' ליפר שווארטץ, און נאך, האבן זיי נאך פראבירט מילד צו מאכען די השפעה וואס משה פריעדמאן האט געהאט אויפן ברך משה זי''ע דעריבער האט נאך דער משה פריעדמאן נישט געקענט אויספירען אלע זיינע משוגענע אמביציעס,
אבער דער יאר תשנ''ח, וואס די אלע ר' סענדר ר' לייביש ר' ליפא זענען ניפטער געווארען האט ער באקימען א פרייער פעלד, און ער האט זיך אנגעהויבן שארפען די ציין איינצונעמען גאנץ סאטמאר, און ער איז דאן געווארען דער איינציגסטער וואס האט געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע
ר' אהרן האט זיך באוואפענט מיט מענטשען וואס האבען אים געגעבען עצות אז ער זאל שוין איצט פארכאפען די מאכט, און משה גבאי האט זיך באוואפענט מיט דעם, צו ווייזען אז דער רבי לעבט, דער רבי איז געזונט, און ר' אהרן איז "רבינו בחיי".
דאס איז דאך א מציאות, א פאקט, תורה מן השמים, נו ווער האט די חוצפה אפצופרעגען א יסוד וואס פארמעגליך שטעלט אראפ?
ר' אהרן האט געקענט טאן מער און שטערקערע שריט ווי משה גבאי, ווייל ר' אהרן איז געווען גרייט צו טאן אלעס אין דער וועלט, און משה גבאי איז געווען באגרעניצט ווייל ער האט געמוזט אכט געבען אויפן ברך משה'ס כבוד. ר' אהרן איז ארום געפארען אין די גאנצע וועלט מיטען שקר אז דער טאטע האט אים געשיקט, אבער משה גבאי האט דאס נישט געקענט פארלייקענען ווייל עס איז געווען א שטילער קריג און כדי נישט צו פארשעמען דעם ברך משה האט ער נישט געקענט זיין דער וואס זאל אויס שיסען דעם ערשטען שאס, מיט דעם וואס ער וועלט ארויסגעקומען עפענטליך אז ר' אהרן איז א שקרן וכזבן.

רבינו שליט''א זאגט אז דער טאטע האט אים געשיקט, און אלע חסידים פון זיין טאטע גלייבען אים
דערנאך קימט דער לאנגער פריעדמאן, וואס ציילט זיך אונגאנצען נישט פון די באגלייבטע מעטשען און דור, און זאגט אז דער טאטע האט נישט געשיקט, די חסידים פון ברך משה גלייבען אים נישט, און יאסעל וואלדמאן מיט אברהם בער יאקאוויטש גלייבען אים יא,
אז רבינו שליט''א האט געזאגט אז זיין טאטע האט אים געשיקט, קען משה פריעדמאן פארמעגליך יאקאוויטש לעפקאוויטש זאגן או נא ביז מארגען!
ר' אהרןס יועץ פרטי, אהרן מתתיהו דייטש האט אפען גערעדט מיאוס אויפן ברך משה און ר' אהרן האט דאס געהערט און געוויסט, און טראץ דעם האט ער אנגענומען זיין "שלעכטע" ראט און געטון אלעס וואס ער האט אים געראטען. משה גבאי האט נישט געקענט ארויסקומען מיט די פאקטען אפען פארן גאנצען ציבור, ווייל קיין גרעסערער בזיון פארן ברך משה איז נישט פארהאן, ווי דאס אז זיין זיןס נאנטסטער מענטש, וועם ער פאלגט און טוט אלעס וואס ער וויל, רעדט אויפן רבין פרעך און שמוציג.
וכאן הבן שואל, איז דען פארהאן א גרעסערע ביזיון, אז רבינו בעל ברך משה'ס נאנסטע מענטש, וואס האט אים פארטרויעט מיט אלע זיינע פראוואטע זאכען, זאל זיין פאניא בראט מיט אזא בר נש, וואס האט כל ימי חיו געארבייט צו באשמיצען, פייניגען, דעם ברך משה?
נאך מער ווער האט אנגעריפען אלע שונאים פונעם ברך משה אהבה מסתתרת?
ווער האט געפינען פאר וויכטיג צו טון איינער פון די ערשטע זאכען אלס אזויגעריפינער רב טנצען מיט א בר נש וואס האט אנגעריפען זיין טאטע כאמעני פאר מיליאנען גוים? עה?
אין ארדער אז ר' אהרן זאל אלעס אן נעמען וואס דער יועץ פרטי הייסט אים, האט אבער געמוזט געשען עטליכע פאקטארען.
נישט לאנג נאכדעם וואס ר' אהרן האט זיך ארויסגעצויגען קיין קרית יואל, תש"מ, האט זיך יודל וויינשטאק איבערגעגעבען פאר אים בלב ונפש. ער איז געווען דער איינציגסטער געטרייער מענטש וואס ער האט געהאט אין יענע יארען.
קרית יואל איז אין יענע יארען געווען זייער פיינטליך געשטימט צו ר' אהרן און דער יודל האט פאר אים אלעס אין דער וועלט געטון. געטראגען און געברענגט, געהאלפן ענדלאז בייטאג און ביינאכט. ער האט אים פארשאפט געלט, געארבעט אז מענטשען זאלען קומען דאווענען אין זיין ביהמ"ד און אלעס וואס פעלט זיך אויס. און אויב עס האט זיך אויסגעפעלט האט יודל אים פיזיש געהיטען. מען קען רואיג זאגען אז ווען נישט יודל וואלט ר' אהרן נישט געקענט אנקומען צו ווי ער איז אנגעקומען. און עס קען זיין אז מען וואלט ר' אהרן ארויסגעפירט פון קרית יואל. אזוי פארפיינטעט איז ער געווען אין יענע יארען.
אבער ווען ר' אהרן האט זיך ארום גענומען מיטען יועץ פרטי, איז געווען די ערשטע ראט זיינע צו ר' אהרן, ווער פטור פון יודלען. די סיבה דערצו איז געווען ווייל יודל איז געווען צו א שטארקער ברך משה מענטש. ווייל ביז תשנ"ו האט דאך ר' אהרן נישט געהאט די גאטס ארויס צוקומען אין דער עפענטליכקייט אז ער וויל שוין אלעס, ווייל זיין טאטע איז דאך געווען פאלקאם געזונט. אבער ווען ער האט אפגעמאכט אז זיין טאטע ליגט שוין אויפן טויטען בעט, ער איז שוין זייער שוואך, מוז ער זיך שוין אנהייבען בויען, מוז ער שוין ווערען רבי, מוז ער שוין אלעס פארכאפען, אבער וויבאלד יודל איז געווען גאר נאנט צום רבין און צו משהן, מוז ער קודם פטור ווערען פון אים ווייל יודל וועט זיך ארויס שטעלען קעגן ארויסגיין אין קריג מיטען טאטען.
די ליגענער! ער איז געפלויגען, ווייל ער האט איבערגעגבן פאר בן פראדעל מיט לעזער, יעדע איינציגע דעטאל וואס האט זיך געטאן און די שטוב פון רבינו שליט''א, איז נישט געווען קיין ברירה וואו אים צו שיקען צו ר' זלמניו אויף משלוח מנות,
חוץ פון דעם! האט ער אויך פארמאגט פארשידענע נישט אזעלעכע איידעלע מענארען, וואס האט נישט געברענגט קיין גרויס כבוד פאר רבינו שליט''א
עס איז פארהאן אין די וועלט א באקאנטע חידה, וואס עס קומט פריער, די איי אדער די טשיקען? אבער דא ווייזט זיך ארויס קלאר און באשיינפערליך אז ר' אהרן איז געווען דער אגרעסאר כאטש ער איז אפילו נישט געווען אין א געפאר פון עפעס אנווערען. ער האט איין טאג באשלאסען אז עס איז שוין זיין צייט און ער וועט אלעס טון אין דער וועלט דאס צו פארזיכערען, און אויף דעם האט משה רעאגירט כדי אפצו שוינען דעם כבוד פון ברך משה.
דאס איז דאך א מציאות, א פאקט, תורה מן השמים, נו ווער האט די חוצפה אפצופרעגען א יסוד וואס פארמעגליך שטעלט אראפ?
פארוואס האט באמת ר' אהרן שוין אין תשנ"ו געוואלט פארכאפען די מאכט? פארוואס האט האט ער נישט געקענט ווארטען אויף די מאה ועשרים פון זיין טאטע? די קשיא גייט נאך פיל טיפער, פארוואס האט ער געהאלטען אז אלעס קומט זיך אים? פארוואס קומט זיך נישט פונקט אזא חלק פאר זיין ברודער וואס האט אויך געהייסן אין סאטמאר, איינע פון די זין וואס זענען ראוי צו ווערען רב?
לשיטת די ארוינים האט ער קייינמאל נישט גענימען קיין שום שטעלונג און א זאך וואס רופט זיך צוטיילען סאטמאר!
קהל:
עס איז געווען אסיפת הקהלה פון אלע סאטמארע ראשי הקהלה פון ניו יארק יום א אמור תשנ''ט און ויואל משה, און די אלע ראשי קהלה אריין גערעכענט כהנא, פערלשטיין, קעסטנבוים, האב אלע אונטערגשריבען א דאקימענט אז סאט מאר בלייבט איינס,
די גאנצע התמנות פון ר' זלמיניו איז געווען א לאקאלער רב, אלס די טענה פון למה נגרע, אונטערן רבי'ן דער ברך משה, ומ''מ כ''ק רבינו שליט''א!
ווער האט יא געוואלט! די אלע וואס האבן געוןואלט שוואך מאכען סאטמאר וואו די בנ''י לעפקאס, יאקאבוויטשלעך אד''ג און בן פראדעל האט זיך בלית ברירה צוגעשטעלט צו זיי ווייל דאס איז געווען זיין איינציגסטע וועג ער זאל קענען בלייבען ביי הנהגה, ווייל די חסידים פון ברך משה האבן געוואלט רבינו שליט''א פאר מ''מ נישט ר' זלמן וואו ער האט געוואלט כדי צוו בלייבען ביי די מאכט
אבער צו פארענטפערען די אלע קשיות מוז מען אנהייבען מיט די שטערקסטע קשיא פון אלעם: ווי האט ר' אהרן, אפילו אלס א פשוטער איד, א פשוטער בעה"ב, אפגערעדט פון א רב מפורסם, און אפגערעדט פון דעם צוקונפטיגען סאטמארער רבי, געקענט זיך צוזאם זעצען מיט יונגע יועצים, ווילדע מענטשען, אומבאלערענדע און אומבאזעצטע פארשוינען און מאכען פלענער אויף נאך די מאה ועשרים פון זיין טאטע? עס איז דאך אזאנס קיינמאל נישט פארגעקומען ביי ערליכע אידען. עס איז נאך קיינמאל נישט פארגעקומען ביי קיין שום רבין אויף דער וועלט אז דער זון זיינער האט זיך ארום גענומען מיט מענטשען וואס זיי זאלען אים ראטען אז זיין טאטע איז א פארגאנגענהייט, זיין טאטע איז שוין נישט ביכולת צו פירען און ער דארף זיך שוין אנהייבען אריין שטופען אומעטים?
און ווייל ר' אהרן ווייסט אז איין ברודער זיינער איז אויך ראוי און קען אויך ווערען רבי, מוז ער שוין אנהייבען פלאנירען מיט אלע סארט שטיקלעך און מיט אלע סארט פאלשקייטען זיכער צו מאכען אז יענער זאל ח"ו גארנישט האבען? זייט קין האט געהרגט הבלן ווייסט מען נישט פון א ברודער וואס האט געוואלט אז די גאנצע וועלט זאל זיין בלויז זיינס. ווייל אפילו די מלכים וועלכע האבען אומגעברענגט זייער משפחה איז דאס נאר געווען צו קעניגען אויף איין פלאץ, אויף איין לאנד, אבער צו זיין איין מענטש אליין אויף די גאנצע וועלט און אומברענגען סיי ווער עס וויל נאר לעבען, איז נאר געווען ביי קין, נא ווי קען זיין אז ר' אהרן זאל דאס וועלן נאך קאפירען?
פארמעגליך! ביזט משוגע???
איך וואלט באמת נישט געמוזט ענטפערען די אלע קשיות ווייל עס איז נישט מעגליך עס צו ענפערען אנדערש ווי, ליידער ליידער האט ר' אהרן נישט געגלייבט, ווי יעדער ערליכער איד, אז זיין טאטע וועט דערלעבען משיח צדקינו. ער האט נישט געהאלטען אז משיח גייט אט אט קומען, און אז משיח גייט נישט אזוי שנעל קומען, ממילא וועט זיין טאטע נפטר ווערען ווי עס איז דער סדר העולם אז דור הולך ודור בא, און אז זיין וועט נפטר ווערען מוז "ער" דאך איבערנעמען ווייל ער איז דאך א מענטש וואס באשטייט פון בלויז "איך", מיך" און "זיך".
דאס איז דאך א מציאות, א פאקט, תורה מן השמים, נו ווער האט די חוצפה אפצופרעגען א יסוד וואס פארמעגליך שטעלט אראפ?
און ווייל ער איז אזא סארט איך", מיך" און "זיך" פארשוין, האט ער געקענט אננעמען אלע סארט פאריקטע ראט פון זיין יועץ פרטי אז יודל וויינשטאק מוז פליען, אז מען מוז אנהייבען פארען "בשליחות" און אז מען מוז שוין אלעס אלעס איבערנעמען.

און אז א מענטש באשטייט פון בלויז איך", מיך" און "זיך", פארמאגט ער נישט קיין טאטען און נישט קיין שכל צו היטען אפילו אויף זיין אייגענעם כבוד און רעספעקט.

און באמת ווייסט מען נישט וואס דער פלאן פון ברך משה איז געווען תשנ"ו. קיינער ווייסט נישט, עכ"פ נישט וואס עס איז ידוע דערווייל פארן ציבור, צו דער ברך משה האט אלעס געוואלט געבען פאר ר' אהרן צו ער האט געוואלט געבען אויך פאר זיין אנדערען זון. און אט דער אומוויסענדיגקייט, דער אומקלארקייט, האט געמאכט אז ר' אהרן מוז זיך אנהייבען נעמען אליין.
ביז א הער, בין איך איינשטימיג מיט דיר!
עס איז נישט קיין פראגע אז פרעגען זיין טאטען אדער אפילו משה גבאי וואס דא גייט זיין נאך די מאה ועשרים, וואס גיי איך זיין און וואס אלץ וועל איך איבערנעמען, איז נישט געקומען פאר ר' אהרן אין באטראכט. און קיין צייט פאר שפעקאלאציעס איז אויך נישט געווען, ווייל דער טאטע פארגעסט שוין, און דער טאטע איז קראנק און קען אין יעדע מינוט נפטר ווערען, און אויב וועט דעמאלטס אפיר קומען א צוואה אז דער ברודער זאל אויך באקומען א רבנות פאסטען, האט ר' אהרן געהאלטען, וועט ער זיין דערנאך ווייל מיט א צוואה וועט ער זיך נישט קענען פייטען און עס וועט זיין צו שפעט. דעריבער מוז מען שוין אנהייבען זיך צו באפעסטיגען, מען מוז איבעראל שוין אריינלייגען נאר "היימישע מענטשען" און אז דאס וועט געלונגען, מעג נאך די מאה ועשרים ארויסקומען צען צוואות אז ר' זלמן לייב דארף ערגעץ ווערען רב, אבער ער וועט נישט האבען צו וועם צו רעדען ווייל איבעראל זענען אלע מענטשען ר' אהרןס און זיי וועלען זיך אפילו נישט וואגען עפעס דורך פירען.

דער נייער גאנג פון אלעס זאפארט כאפען איז צוגעגאנגען שטאפעל ווייז. ר' אהרן האט נישט געקענט ארויסקומען גלייך אפען אז ער וויל אלעס שוין. זיי האבען געוויסט אז אין ארדער ר' אהרן זאל זיך באפעסטיגען איבעראל און אריינלייגען זיינע מענטשען, וועט מען מוזען זיך צוקריגען מיט משה גבאי ווייל ער וועט עס נישט צולאזען, ווייל אזא זאך טאר מען דאך נישט צולאזען אין קיין שום פלאץ, אבער אויב וועט דער ציבור מיטשטיין וועט ר' אהרן קענען זייער רואיג ארויסגיין אין קריג מיט משה גבאי, ווייל אלע ר' אהרןס מענטשען זענען דאך דעם ברך משהס מענטשען ממילא וועט משה נישט האבען מיט וועם צו גיין אין קריג. און דאס האט דאך ר' אהרן מיט זיינע מענטשען געוויסט אז דער ברך משה איז שוין נישט אויף א מצב ארויס צו גיין אין א קריג, ממילא וועט משה זיין אליין, און אויטאמאטיש וועט ר' אהרן זיין דער געווינער. אבער, קודם האט דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש געמוזט טאפען דעם דופק ווי ווייט דער ציבור וועט מיטשטיין מיט אלעם און אז אלעס וועט קלאפען, ערקעלערט מען אפען קריג.
דער יועץ פרטי האט שוין אין די זייט געשטעלט יודל וויינשטאק, כאטש עמטליך איז ער נאך דארט געווען ביז סיון תשנ"ח, אבער פון סוף תשנ"ז איז יודל געווען דער פינפטער ראד. דער יועץ פרטי האט טאטאל איבערגענומען די לייצעס. ער האט גלייך אריינגעברענגט דעם באקאנטען געמיינעם מענטש, און היינט דער שוין באקאנטער טאשען שניידער, אלישע שמואל האראוויץ, וואס ער איז געווען באקאנט אלס דער גרעסטער חכם אין קרית יואל. דער יועץ פרטי האט געוויסט אז אלישע שמואל איז זייער געמיין און וועט אלעס פארשטיין וואס ער האט צו טון.
טאשען שניידער????\
לעזער קעסטבוים קרית ויואל משה און ירושלים, וואופול מיליאנען האט ער געגנבעט פונעם ציבור?
וויגדער יאקאוויטש? .....
חיים שלמה וועטהיימער.? וואס איז פארגעגאנגען און בעסוואטער? די מיינסט אז אז דער שר השכחה האט איז אלע בהערשט?
ליפא טייטעלבוים? דער בנין עטרת יואל? דער ציגעל קאמפען? וואו איז די געלט פון ר' ניסן לעווי אהין געקימען?
ער האט פארקויפט "חתונה פאליסיס" און ווען עס איז געקומען צו באצאלען האט ער גענומען דאס געלט פאר זיך אין טאש. איך וועל איצט נישט אריין גיין ווי אזוי ער האט עס באוויזען, ווייל דאס קענט איר פרעגען די הונדערטער אידען וואס האבען ביי אים באגראבען איבער זעקס מיליאן דאלער. דא רעדט מען נישט פון א אינוועסמענט שאדן, אז דאס געלט וואס ער האט אריינגעלייגט אין די פאלעסיס, זענען דערלייגט געווארען דורך די פירמע, און ממילא זענען די דערלייגערס ביטער. ניין און ניין. ער האט באקומען פון די קאמפאני דאס געלט וואס ער האט געדארפט באצאלען פאר זיינע קליענטען, אבער אנשטאט געבען דאס געלט אז די יעניגע זאלען קענען חתונה מאכען מיט דאס געלט, האט ער דאס אריין געלייגט צו זיך אין די קעשענע. און צוויי אידען, זיינע ארבעטער זענען פאר זיינע, דעם טאשען שניידערס, אנדערע פארברעכנס, געזעצען אין טורמע פאר א יאר יעדער איינער. (די פארברעכנס פון די "חתונה פאליסיס" זענען נישט אנגעקומען אין געריכט.)
דער טאשען שניידער איז אויך געווען דער וועלכער האט צוגעשטיפט ר' אהרן אפ צוזאגען יודל וויינשטאק, מכלומרשט ווייל יודל איז נישט דער מענטש וואס מעג שטיין נעבען אזא גרויסען מענטש ווי ר' אהרן. מילא ביז איצט, איז דאך ר' אהרן געווען אבי איינער, אבער איצט אז דער רב גייט פירען די וועלט, מוז מען אריין לייגען א פאסיגען מענטש וואס ער זאל פירען אלעס וואס מען ברויך און זאל פארשטיין וואס עס דארף אלץ געטון ווערען אז ר' אהרן זאל זיך בויען און בויען.
נאכדעם האט דער יועץ הפרטי אהרן מתתיהו דייטש אריינגעברענט א מענטש וואס זאל דינען אונטער די קוליסען אלס א ראט געבער און אויפקומען מיט איידיעס און חכמהלעך וויאזוי צו פארפירען דעם ציבור אז זיי זאלען מיט אלעם מיטשטיין מיט ר' אהרן, און דאס איז געווען אונזער באקאנטער – שמואל ווידער
יע!!! און ער מאכט א גיטען דשאב מיט ענק זאליס! ה' עמך גיבור חיל כה לחי!!!!!!
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 15/07/2009 20:55:29
נשלח ב-15/7/2009 21:57
"פארמעגליך"ס ארטיקלען ברעכט היסטאריע! יישר כח!
שנעלקל האט דאס געשריבן אין א נייעם אשכול. איך לייג עס דא ווייל אלעס איבער פארמעגליך זאל נאר זיין דא. ביטע נישט עפענען נייע אשכולות.
מנהל שני
איך עפן דעם אשכול נישט צו קאמענטירן איבער נקודות וואס פארמעגליך ברענגט ארויס, נאר ארום און ארום וואס עס שפילט זיך אפ אין סאטמאר לכבוד פארמעגליכ'ס ארטיקלען.
זינט די ארונים האבן זיך געפונען זייער מקום מקלט אויף הייד פארק די לעצטע 7 יאר איז נאך אזא דורכברוך נישט געווען, ווען זיי האבן נישט געחלומט אז עס וועט קומען איינער און אויפדעקן מאסן היסטאריע פון דעם גאון וקדוש אויף א מאסטשטעבליכע פארנעם.
די ארטיקלעך פון פארמעגליך - וואס פארמאגט שוין אגב נאנט צו א האלב מיליאן צפיות! - זענען געווארן דאס געשפרעך פון טאג ביי די ארונים און אויך ביי די זאליס, מען זעט קופקעס שטיין און דעבאטירן זאכן וואס פארמעגליך ברענגט ארויס, עלטערע דערמאנען פאר די אינגערע זאכן ארום די ענינים, מען שמועסט זאכן פון די תש"מ יארן וואס די ארונים האבן אלע יארן פראבירט ארויפצולייגן א ריזיגע שלאס דערויף, מענטשן דערמאנען זיך זאכן וואס זיי האבן געהאט מיט דעם ארכי רבי.
שמואל ווידער וכת דיליה דערזעט זיך אין א מעכטיגע דילעמא און שיקט שלוחים מיט סטראשערייען פון אלע זייטן, אויף אזוי ווייט אז פארמעגליך באקומט א בריוול מיט א אולטימאטום פון אויסמעקן אלע זיינע ארטיקלען און אויב נישט זענען ער און זיין ווייב און קינדער אויף געהאקטע צרות!
שמואל ווידער רופט אן רייכמאן אז ער דארף א ארטיקל וועלכע זאל איבערשטייגן צען מאל די א.ג. "וואס דרוקט אויף די מוחות צען יאר" ארטיקלען, רייכמאן טענהט אז ער קען בלויז שרייבן פון די דעמאראליזאציע פון די זאליס, און שמואל שרייט אז מען קען נישט פופציג מאל איבערקייען די זעלבע זאך, "טרעף מעשיות אויף זאלי!", רייכמאן טענהט אז דאס מערסטע וואס ער קען טרעפן איז מעשיות וואס די ארונים האבן איבערגעקייט די לעצטע פאר יארן נאכאמאל און נאכאמאל, ווי שור שנגח את הפרה, זאלי האט נישט קיין ערנסטע קופה של שרצים אונטער זיך. ער האט זיך קיינמאל נישט צואמפערט מיט קיין מענטשן אזויווי זיין גרויסע ברודער.
שמואל בעט זיך ביי רייכמאן, ס'נישט קיין תכלית! רייכמאן טענהט אז שמואל זאל אויפקומען מיט מעשיות ער וועט עס שוין צופוצען.
פארמעגליכ'ס ארטיקלעך ווערן ארויסגעפרינט און ארומגעפירט צו הונדערטער אידן. עס איז מעשים בכל יום דער מאן זיצט אויפן ריקליינער און ליינט די ארויסגעפרינטע פאפירן ווען פלוצים שיסט ער אויס אין א אומאויפהערליכע געלעכטער, ער קען נישט צוזיך קומען, וואס איז? פרעגט די ווייב, אה דו ליינסט יענע צעטליך פון אהרן'ס היסטאריע?
ערליכע אינגעלייט וועלכע האבן נישט קיין צוטריט צום אינטערנעט באקומען דאס אין מאסן, מען פרינט דאס ארויס און גייט ארום פון האנט צו האנט, יעדן טאג פרעגט מען זיך נאך צו עס איז דא עפעס פריש.
פארמעגליכ'ס ארטיקלעך האט געבראכן היסטאריע! אויב האבן די ארונים געמיינט אז די אלע "שיינע" יארן פון זייער רבי וועט פארגעסן ווערן ווען שמואל ווידער וועט הייבן די שעפעלעך אין הימל אריין אז מען האנדלט דא מיט א בעל שם טוב בדורינו, אויב האבן זיי געמיינט אז מען וועט סייווי נישט קענען באשרייבן די אלע זאכן ווייל נישט אלעס קען מען ארויסשרייבן אפעציעל ווען עס רירט אן דעם און יענעמס כבוד, זענען זיי יעצט געוואויר געווארן אז בור כרה ויחפרהו, הייד פארק איז ענקער סטאנציע? האט עטץ ענקער שפראך.
רבותי איך רעד פון פאקטן, ביי די ארונים הערשט די טעג א געפערליכע אנגעצויגנקייט נישט וואוסענדיג וואס עס קומט מארגן, זיי קענען קיינעם נישט אנקלאגן, קיינעם נישט פארהאלטן, עס איז א אנאנימער ניק אויף הייד פארק, גיי קלאג אן די "ציוניסטישע וועבזייטל" פארן אויפדעקן די הייליגע היסטאריע. כא כא כא.
לאמיר אלע בעטן פארמעגליך ווייטער ממשיך צו זיין, ביתר שאת וביתר עז, למען ידעו דור אחרון, פארמעגליך באהאלט נישט גארנישט געב ארויס אלע סודות, עס שטייט א גאנצע דור און בעט זיך צו דיר ראטעווע אונז! מיר זאלן וויסן פון וועמען צו שטיין ווייט.
נשלח ב-15/7/2009 22:04
יודעי דבר ווייסן צו דערציילן אז די פלוציםדיגער ארויסווארפן פון משה לייב
דייטש פון ביהמ"ד דקיט"ל אין קרית יואל איז געווען צוליב מתתי' דייטש'ס
חקירה אז לויט זיין מיינונג איז משה לייב דייטש דער שרייבער פון די
ארטיקלעך.
משה לייב'ס ארטיקלעך אין דער איד האט זיי נאך קיינמאל נישט אזוי ארויסגענומען פון די כלים ווי פארמעגליכ'ס ארטיקלעך.
תוקן על ידי שנעלקל ב- 15/07/2009 22:01:25
נשלח ב-15/7/2009 22:11
פארשטיי כתב:
איך האב אנגעהויבען דעם פריערדיגען מאמר מיט די ווערטער: תשנ"ח איז געווען א היסטאריש יאר אין סאטמאר, ווען די "קאלטע קריג" האט געבושעוועט אין גרויסן.
א קאלטע קריג מיינט, אז צוויי לאגערען זענען אין א קריגס צושטאנד, דאס מיליטער איז גרייט אויפן העכסטען לעוועל, מען איז באוואפענט ביז איבער די נאז, אבער, מען שיסט נאך נישט. מען גייט נאך נישט ארויס אין א פולען קריג. און די סיבה איז, ווייל ביידע לאגערען האלטען זיך צוריק פאר א געוויסע סיבה.
סאטמאר איז פון תשנ"ו ביז פסח תשנ"ט געווען אין א קאלטע קריג צושטאנד. ביידע לאגערען, ד.ה. ר' אהרן מיט זיינע מענטשען, און משה גבאי, אלסן כבוד פון ברך משה, זענען געווען אין קריג, אבער נישט ממש אפען.
נישט בחינם האט אינז משה פריעדמאן געריפען קעלבלעך אלסען כבוד פון ברך משה? אין ווי אזוי רופט ענק שמואל ווידער היינט
וואו לאנג עס האבן געלעבט די אלטע געווארדיע, ר' סענדער ר' לייביש, ר' ליפר שווארטץ, און נאך, האבן זיי נאך פראבירט מילד צו מאכען די השפעה וואס אהרן טייטלבוים האט געהאט אויפן ברך משה זי''ע דעריבער האט נאך דער ר' אהרן טייטלבוים נישט געקענט אויספירען אלע זיינע משוגענע אמביציעס,
אבער דער יאר תשנ''ח, וואס די אלע ר' סענדר ר' לייביש ר' ליפא זענען ניפטער געווארען האט ער געמיינט אז ער באקימען א פרייער פעלד, און ער האט זיך אנגעהויבן שארפען די ציין איינצונעמען גאנץ סאטמאר, און ער איז דאן געווארען דער איינציגסטער וואס האט נישט געהאט גאר א שטארקע השפעה אויף רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע
ר' אהרן האט זיך באוואפענט מיט מענטשען וואס האבען אים געגעבען עצות אז ער זאל שוין איצט פארכאפען די מאכט, און משה גבאי האט זיך באוואפענט מיט דעם, צו ווייזען אז דער רבי לעבט, דער רבי איז געזונט, און ר' אהרן איז "רבינו בחיי".
דאס איז דאך א מציאות, א פאקט, תורה מן השמים, נו ווער האט די חוצפה אפצופרעגען א יסוד וואס פארמעגליך שטעלט אראפ? אז מען קען עס נישט אפפרעגן איז דעס דער בעסטער וועג ארויס
ר' אהרן האט געקענט טאן מער און שטערקערע שריט ווי משה גבאי, ווייל ר' אהרן איז געווען גרייט צו טאן אלעס אין דער וועלט, און משה גבאי איז געווען באגרעניצט ווייל ער האט געמוזט אכט געבען אויפן ברך משה'ס כבוד. ר' אהרן איז ארום געפארען אין די גאנצע וועלט מיטען שקר אז דער טאטע האט אים געשיקט, אבער משה גבאי האט דאס נישט געקענט פארלייקענען ווייל עס איז געווען א שטילער קריג און כדי נישט צו פארשעמען דעם ברך משה האט ער נישט געקענט זיין דער וואס זאל אויס שיסען דעם ערשטען שאס, מיט דעם וואס ער וועלט ארויסגעקומען עפענטליך אז ר' אהרן איז א שקרן וכזבן.
דאס איז דאך א מציאות, א פאקט, תורה מן השמים, נו ווער האט די חוצפה אפצופרעגען א יסוד וואס פארמעגליך שטעלט אראפ? אז מען קען עס נישט אפפרעגן איז דעס דער בעסטער וועג ארויס
רבינו שליט''א זאגט אז דער טאטע האט אים געשיקט, און אלע חסידים פון זיין טאטע גלייבען אים נישט
דערנאך קימט דער בערל פרידמאן, וואס ציילט זיך אונגאנצען נישט פון די באגלייבטע מעטשען און דור, און זאגט אז דער טאטע האט יא געשיקט, די חסידים פון ברך משה גלייבען אים נישט, און יאסי בראך מיט לייבוש ט"ב גלייבען אים יא,
אז רבינו שליט"א האט געזאגט אז זיין טאטע האט אים געשיקט, קען משה פריעדמאן פארמעגליך יאקאוויטש לעפקאוויטש זאגן או נא ביז מארגען! ווי אזוי דער טאטע געפרעגט וואס וועט זיין מיט דו ישיבה?
ר' אהרןס יועץ פרטי, אהרן מתתיהו דייטש האט אפען גערעדט מיאוס אויפן ברך משה און ר' אהרן האט דאס געהערט און געוויסט, און טראץ דעם האט ער אנגענומען זיין "שלעכטע" ראט און געטון אלעס וואס ער האט אים געראטען. משה גבאי האט נישט געקענט ארויסקומען מיט די פאקטען אפען פארן גאנצען ציבור, ווייל קיין גרעסערער בזיון פארן ברך משה איז נישט פארהאן, ווי דאס אז זיין זיןס נאנטסטער מענטש, וועם ער פאלגט און טוט אלעס וואס ער וויל, רעדט אויפן רבין פרעך און שמוציג.
וכאן הבן שואל, איז דען פארהאן א גרעסערע ביזיון, אז רבינו בעל ברך משה'ס נאנסטע מענטש, וואס האט אים פארטרויעט מיט אלע זיינע פראוואטע זאכען, זאל זיין פאניא בראט מיט אזא בר נש, וואס האט כל ימי חיו געארבייט צו באשמיצען, פייניגען, דעם ברך משה?
נאך מער ווער האט אנגעריפען אלע שונאים פונעם ברך משה אהבה מסתתרת?
ווער האט געפינען פאר וויכטיג צו טון איינער פון די ערשטע זאכען אלס אזויגעריפינער רב טנצען מיט א בר נש וואס האט אנגעריפען זיין טאטע ימ"ש? עה?
אין ארדער אז ר' אהרן זאל אלעס אן נעמען וואס דער יועץ פרטי הייסט אים, האט אבער געמוזט געשען עטליכע פאקטארען.
נישט לאנג נאכדעם וואס ר' אהרן האט זיך ארויסגעצויגען קיין קרית יואל, תש"מ, האט זיך יודל וויינשטאק איבערגעגעבען פאר אים בלב ונפש. ער איז געווען דער איינציגסטער געטרייער מענטש וואס ער האט געהאט אין יענע יארען.
קרית יואל איז אין יענע יארען געווען זייער פיינטליך געשטימט צו ר' אהרן און דער יודל האט פאר אים אלעס אין דער וועלט געטון. געטראגען און געברענגט, געהאלפן ענדלאז בייטאג און ביינאכט. ער האט אים פארשאפט געלט, געארבעט אז מענטשען זאלען קומען דאווענען אין זיין ביהמ"ד און אלעס וואס פעלט זיך אויס. און אויב עס האט זיך אויסגעפעלט האט יודל אים פיזיש געהיטען. מען קען רואיג זאגען אז ווען נישט יודל וואלט ר' אהרן נישט געקענט אנקומען צו ווי ער איז אנגעקומען. און עס קען זיין אז מען וואלט ר' אהרן ארויסגעפירט פון קרית יואל. אזוי פארפיינטעט איז ער געווען אין יענע יארען.
אבער ווען ר' אהרן האט זיך ארום גענומען מיטען יועץ פרטי, איז געווען די ערשטע ראט זיינע צו ר' אהרן, ווער פטור פון יודלען. די סיבה דערצו איז געווען ווייל יודל איז געווען צו א שטארקער ברך משה מענטש. ווייל ביז תשנ"ו האט דאך ר' אהרן נישט געהאט די גאטס ארויס צוקומען אין דער עפענטליכקייט אז ער וויל שוין אלעס, ווייל זיין טאטע איז דאך געווען פאלקאם געזונט. אבער ווען ער האט אפגעמאכט אז זיין טאטע ליגט שוין אויפן טויטען בעט, ער איז שוין זייער שוואך, מוז ער זיך שוין אנהייבען בויען, מוז ער שוין ווערען רבי, מוז ער שוין אלעס פארכאפען, אבער וויבאלד יודל איז געווען גאר נאנט צום רבין און צו משהן, מוז ער קודם פטור ווערען פון אים ווייל יודל וועט זיך ארויס שטעלען קעגן ארויסגיין אין קריג מיטען טאטען.
די ליגענער! ער איז געפלויגען, ווייל ער האט איבערגעגבן פאר בן פראדעל מיט לעזער, יעדע איינציגע דעטאל וואס האט זיך געטאן און די שטוב פון רבינו שליט''א, איז נישט געווען קיין ברירה וואו אים צו שיקען צו ר' זלמניו אויף משלוח מנות, וואס האט ער ארויסגעבען ווי אזוי ער גייט פארענפערן דו סוגיא פון מתוך?
חוץ פון דעם! האט ער אויך פארמאגט פארשידענע נישט אזעלעכע איידעלע מענארען, וואס האט נישט געברענגט קיין גרויס כבוד פאר רבינו שליט''א ווייל דיין צדיק האט הייסט בעסער מענארען
עס איז פארהאן אין די וועלט א באקאנטע חידה, וואס עס קומט פריער, די איי אדער די טשיקען? אבער דא ווייזט זיך ארויס קלאר און באשיינפערליך אז ר' אהרן איז געווען דער אגרעסאר כאטש ער איז אפילו נישט געווען אין א געפאר פון עפעס אנווערען. ער האט איין טאג באשלאסען אז עס איז שוין זיין צייט און ער וועט אלעס טון אין דער וועלט דאס צו פארזיכערען, און אויף דעם האט משה רעאגירט כדי אפצו שוינען דעם כבוד פון ברך משה.
דאס איז דאך א מציאות, א פאקט, תורה מן השמים, נו ווער האט די חוצפה אפצופרעגען א יסוד וואס פארמעגליך שטעלט אראפ? אז מען קען עס נישט אפפרעגן איז דעס דער בעסטער וועג ארויס
פארוואס האט באמת ר' אהרן שוין אין תשנ"ו געוואלט פארכאפען די מאכט? פארוואס האט האט ער נישט געקענט ווארטען אויף די מאה ועשרים פון זיין טאטע? די קשיא גייט נאך פיל טיפער, פארוואס האט ער געהאלטען אז אלעס קומט זיך אים? פארוואס קומט זיך נישט פונקט אזא חלק פאר זיין ברודער וואס האט אויך געהייסן אין סאטמאר, איינע פון די זין וואס זענען ראוי צו ווערען רב?
לשיטת די ארוינים האט ער קייינמאל נישט גענימען קיין שום שטעלונג און א זאך וואס רופט זיך צוטיילען סאטמאר!
קהל:
עס איז געווען אסיפת הקהלה פון אלע סאטמארע ראשי הקהלה פון ניו יארק יום א אמור תשנ''ט און ויואל משה, און די אלע ראשי קהלה אריין גערעכענט כהנא, פערלשטיין, קעסטנבוים, האב אלע אונטערגשריבען א דאקימענט אז סאט מאר בלייבט איינס,אין מען האט עס געוויזען פארן ברך משהן אין וואס האט ער געזאגט צו דעם? פארצייל?
די גאנצע התמנות פון ר' זלמיניו איז געווען א לאקאלער רב, אלס די טענה פון למה נגרע, אונטערן רבי'ן דער ברך משה, ומ''מ כ''ק רבינו שליט''א! ביסט נישט געווען ביי דו דרשה פון א חיי שרה? דארט זאגט נישט דער ברך משה אזוי
ווער האט יא געוואלט! די אלע וואס האבן געוןואלט שוואך מאכען סאטמאר וואו די בנ''י יאקאבס קארצאג טרעגער אד''ג און בן פראדעל האט זיך בלית ברירה צוגעשטעלט צו זיי ווייל דאס איז געווען זיין איינציגסטע וועג ער זאל קענען בלייבען ביי הנהגה, ווייל די חסידים פון ברך משה האבן נישט געוואלט רבינו שליט''א פאר מ''מ נישט ר' זלמן וואו ער האט געוואלט כדי צוו בלייבען ביי די מאכט
אבער צו פארענטפערען די אלע קשיות מוז מען אנהייבען מיט די שטערקסטע קשיא פון אלעם: ווי האט ר' אהרן, אפילו אלס א פשוטער איד, א פשוטער בעה"ב, אפגערעדט פון א רב מפורסם, און אפגערעדט פון דעם צוקונפטיגען סאטמארער רבי, געקענט זיך צוזאם זעצען מיט יונגע יועצים, ווילדע מענטשען, אומבאלערענדע און אומבאזעצטע פארשוינען און מאכען פלענער אויף נאך די מאה ועשרים פון זיין טאטע? עס איז דאך אזאנס קיינמאל נישט פארגעקומען ביי ערליכע אידען. עס איז נאך קיינמאל נישט פארגעקומען ביי קיין שום רבין אויף דער וועלט אז דער זון זיינער האט זיך ארום גענומען מיט מענטשען וואס זיי זאלען אים ראטען אז זיין טאטע איז א פארגאנגענהייט, זיין טאטע איז שוין נישט ביכולת צו פירען און ער דארף זיך שוין אנהייבען אריין שטופען אומעטים?
און ווייל ר' אהרן ווייסט אז איין ברודער זיינער איז אויך ראוי און קען אויך ווערען רבי, מוז ער שוין אנהייבען פלאנירען מיט אלע סארט שטיקלעך און מיט אלע סארט פאלשקייטען זיכער צו מאכען אז יענער זאל ח"ו גארנישט האבען? זייט קין האט געהרגט הבלן ווייסט מען נישט פון א ברודער וואס האט געוואלט אז די גאנצע וועלט זאל זיין בלויז זיינס. ווייל אפילו די מלכים וועלכע האבען אומגעברענגט זייער משפחה איז דאס נאר געווען צו קעניגען אויף איין פלאץ, אויף איין לאנד, אבער צו זיין איין מענטש אליין אויף די גאנצע וועלט און אומברענגען סיי ווער עס וויל נאר לעבען, איז נאר געווען ביי קין, נא ווי קען זיין אז ר' אהרן זאל דאס וועלן נאך קאפירען?
פארמעגליך! ביזט משוגע???
איך וואלט באמת נישט געמוזט ענטפערען די אלע קשיות ווייל עס איז נישט מעגליך עס צו ענפערען אנדערש ווי, ליידער ליידער האט ר' אהרן נישט געגלייבט, ווי יעדער ערליכער איד, אז זיין טאטע וועט דערלעבען משיח צדקינו. ער האט נישט געהאלטען אז משיח גייט אט אט קומען, און אז משיח גייט נישט אזוי שנעל קומען, ממילא וועט זיין טאטע נפטר ווערען ווי עס איז דער סדר העולם אז דור הולך ודור בא, און אז זיין וועט נפטר ווערען מוז "ער" דאך איבערנעמען ווייל ער איז דאך א מענטש וואס באשטייט פון בלויז "איך", מיך" און "זיך".
דאס איז דאך א מציאות, א פאקט, תורה מן השמים, נו ווער האט די חוצפה אפצופרעגען א יסוד וואס פארמעגליך שטעלט אראפ? אז מען קען עס נישט אפפרעגן איז דעס דער בעסטער וועג ארויס
און ווייל ער איז אזא סארט איך", מיך" און "זיך" פארשוין, האט ער געקענט אננעמען אלע סארט פאריקטע ראט פון זיין יועץ פרטי אז יודל וויינשטאק מוז פליען, אז מען מוז אנהייבען פארען "בשליחות" און אז מען מוז שוין אלעס אלעס איבערנעמען.
דאס איז דאך א מציאות, א פאקט, תורה מן השמים, נו ווער האט די חוצפה אפצופרעגען א יסוד וואס פארמעגליך שטעלט אראפ?אז מען קען עס נישט אפפרעגן איז דעס דער בעסטער וועג ארויס
און אז א מענטש באשטייט פון בלויז איך", מיך" און "זיך", פארמאגט ער נישט קיין טאטען און נישט קיין שכל צו היטען אפילו אויף זיין אייגענעם כבוד און רעספעקט.
דאס איז דאך א מציאות, א פאקט, תורה מן השמים, נו ווער האט די חוצפה אפצופרעגען א יסוד וואס פארמעגליך שטעלט אראפ?אז מען קען עס נישט אפפרעגן איז דעס דער בעסטער וועג ארויס
און באמת ווייסט מען נישט וואס דער פלאן פון ברך משה איז געווען תשנ"ו. קיינער ווייסט נישט, עכ"פ נישט וואס עס איז ידוע דערווייל פארן ציבור, צו דער ברך משה האט אלעס געוואלט געבען פאר ר' אהרן צו ער האט געוואלט געבען אויך פאר זיין אנדערען זון. און אט דער אומוויסענדיגקייט, דער אומקלארקייט, האט געמאכט אז ר' אהרן מוז זיך אנהייבען נעמען אליין.
ביז א הער, בין איך איינשטימיג מיט דיר!
עס איז נישט קיין פראגע אז פרעגען זיין טאטען אדער אפילו משה גבאי וואס דא גייט זיין נאך די מאה ועשרים, וואס גיי איך זיין און וואס אלץ וועל איך איבערנעמען, איז נישט געקומען פאר ר' אהרן אין באטראכט. און קיין צייט פאר שפעקאלאציעס איז אויך נישט געווען, ווייל דער טאטע פארגעסט שוין, און דער טאטע איז קראנק און קען אין יעדע מינוט נפטר ווערען, און אויב וועט דעמאלטס אפיר קומען א צוואה אז דער ברודער זאל אויך באקומען א רבנות פאסטען, האט ר' אהרן געהאלטען, וועט ער זיין דערנאך ווייל מיט א צוואה וועט ער זיך נישט קענען פייטען און עס וועט זיין צו שפעט. דעריבער מוז מען שוין אנהייבען זיך צו באפעסטיגען, מען מוז איבעראל שוין אריינלייגען נאר "היימישע מענטשען" און אז דאס וועט געלונגען, מעג נאך די מאה ועשרים ארויסקומען צען צוואות אז ר' זלמן לייב דארף ערגעץ ווערען רב, אבער ער וועט נישט האבען צו וועם צו רעדען ווייל איבעראל זענען אלע מענטשען ר' אהרןס און זיי וועלען זיך אפילו נישט וואגען עפעס דורך פירען.
דאס איז דאך א מציאות, א פאקט, תורה מן השמים, נו ווער האט די חוצפה אפצופרעגען א יסוד וואס פארמעגליך שטעלט אראפ?אז מען קען עס נישט אפפרעגן איז דעס דער בעסטער וועג ארויס
דער נייער גאנג פון אלעס זאפארט כאפען איז צוגעגאנגען שטאפעל ווייז. ר' אהרן האט נישט געקענט ארויסקומען גלייך אפען אז ער וויל אלעס שוין. זיי האבען געוויסט אז אין ארדער ר' אהרן זאל זיך באפעסטיגען איבעראל און אריינלייגען זיינע מענטשען, וועט מען מוזען זיך צוקריגען מיט משה גבאי ווייל ער וועט עס נישט צולאזען, ווייל אזא זאך טאר מען דאך נישט צולאזען אין קיין שום פלאץ, אבער אויב וועט דער ציבור מיטשטיין וועט ר' אהרן קענען זייער רואיג ארויסגיין אין קריג מיט משה גבאי, ווייל אלע ר' אהרןס מענטשען זענען דאך דעם ברך משהס מענטשען ממילא וועט משה נישט האבען מיט וועם צו גיין אין קריג. און דאס האט דאך ר' אהרן מיט זיינע מענטשען געוויסט אז דער ברך משה איז שוין נישט אויף א מצב ארויס צו גיין אין א קריג, ממילא וועט משה זיין אליין, און אויטאמאטיש וועט ר' אהרן זיין דער געווינער. אבער, קודם האט דער יועץ פרטי אהרן מתתיהו דייטש געמוזט טאפען דעם דופק ווי ווייט דער ציבור וועט מיטשטיין מיט אלעם און אז אלעס וועט קלאפען, ערקעלערט מען אפען קריג.
דער יועץ פרטי האט שוין אין די זייט געשטעלט יודל וויינשטאק, כאטש עמטליך איז ער נאך דארט געווען ביז סיון תשנ"ח, אבער פון סוף תשנ"ז איז יודל געווען דער פינפטער ראד. דער יועץ פרטי האט טאטאל איבערגענומען די לייצעס. ער האט גלייך אריינגעברענגט דעם באקאנטען געמיינעם מענטש, און היינט דער שוין באקאנטער טאשען שניידער, אלישע שמואל האראוויץ, וואס ער איז געווען באקאנט אלס דער גרעסטער חכם אין קרית יואל. דער יועץ פרטי האט געוויסט אז אלישע שמואל איז זייער געמיין און וועט אלעס פארשטיין וואס ער האט צו טון.
ער האט פארקויפט "חתונה פאליסיס" און ווען עס איז געקומען צו באצאלען האט ער גענומען דאס געלט פאר זיך אין טאש. איך וועל איצט נישט אריין גיין ווי אזוי ער האט עס באוויזען, ווייל דאס קענט איר פרעגען די הונדערטער אידען וואס האבען ביי אים באגראבען איבער זעקס מיליאן דאלער. דא רעדט מען נישט פון א אינוועסמענט שאדן, אז דאס געלט וואס ער האט אריינגעלייגט אין די פאלעסיס, זענען דערלייגט געווארען דורך די פירמע, און ממילא זענען די דערלייגערס ביטער. ניין און ניין. ער האט באקומען פון די קאמפאני דאס געלט וואס ער האט געדארפט באצאלען פאר זיינע קליענטען, אבער אנשטאט געבען דאס געלט אז די יעניגע זאלען קענען חתונה מאכען מיט דאס געלט, האט ער דאס אריין געלייגט צו זיך אין די קעשענע. און צוויי אידען, זיינע ארבעטער זענען פאר זיינע, דעם טאשען שניידערס, אנדערע פארברעכנס, געזעצען אין טורמע פאר א יאר יעדער איינער. (די פארברעכנס פון די "חתונה פאליסיס" זענען נישט אנגעקומען אין געריכט.)
דער טאשען שניידער איז אויך געווען דער וועלכער האט צוגעשטיפט ר' אהרן אפ צוזאגען יודל וויינשטאק, מכלומרשט ווייל יודל איז נישט דער מענטש וואס מעג שטיין נעבען אזא גרויסען מענטש ווי ר' אהרן. מילא ביז איצט, איז דאך ר' אהרן געווען אבי איינער, אבער איצט אז דער רב גייט פירען די וועלט, מוז מען אריין לייגען א פאסיגען מענטש וואס ער זאל פירען אלעס וואס מען ברויך און זאל פארשטיין וואס עס דארף אלץ געטון ווערען אז ר' אהרן זאל זיך בויען און בויען.
נאכדעם האט דער יועץ הפרטי אהרן מתתיהו דייטש אריינגעברענט א מענטש וואס זאל דינען אונטער די קוליסען אלס א ראט געבער און אויפקומען מיט איידיעס און חכמהלעך וויאזוי צו פארפירען דעם ציבור אז זיי זאלען מיט אלעם מיטשטיין מיט ר' אהרן, און דאס איז געווען אונזער באקאנטער – שמואל ווידער
יע!!! און ער מאכט א גיטען דשאב מיט ענק זאליס! ה' עמך גיבור חיל כה לחי!!!!!!
נעבעך זיינע קאסטעמערס האט ער געמאכט א גוטן דזאב
תוקן על ידי מיכל_וואלף ב- 15/07/2009 20:55:29
תוקן על ידי געלעכטער ב- 15/07/2009 22:24:11
נשלח ב-15/7/2009 22:30
דער ניק וואלען ס"ח איז לויט זיין היסטארי פין תגובות פין די סאמע פירער'ס פין די ארונישע קהילה אין קרית יואל אין פין די אפיצילע פראפעגאנדע מיניסטארען
שרייבט אזוי
וואלןסח
פערדעריי
איך בין פערזענליך נאנט מיט ר' שמואל פר"מ, איך האב פאר דיר נייעס אז ער איז נאך היינט ביטער אנגעווייטאגט אויף די בילדער, ער קען נאר גארנישט טון,
נעם מיין ווארט
ס'איז דא צודרייטע מענטשן וואס פירן די ארונים, דאס מיינט אבער נישט אז די ערנסטע מענטשן וואס פירן די ארונים זענען צודרייט
1)ס'איז דא צודרייטע מענטשן וואס פירן די ארונים
פארוואס טאקע?
2)דאס מיינט אבער נישט אז די ערנסטע מענטשן
עס איז בככלל דא א פראצענט ערנסטע מענטשן ?אין אויב יא וויפיל?
3)אז די ערנסטע מענטשן וואס פירן די ארונים זענען צודרייט
האסט עס ארויס געברענגט זייער גוט
ס'איז דא צודרייטע מענטשן וואס פירן די ארונים
פארוואס טאקע וועט אלעמאל נאר די כלשונך" ס'איז דא צודרייטע מענטשן וואס פירן די ארונים"
אויספירען ביי די ארונים?
ווייל ווי הער פארמעגליך האט דאס ארויסגעברענגט בלשון נקיה אין איך וועל עס שרייבען גראב
עס דא איין גרויסער צודרייטער
אין אז דער קאפ פין פיש איז פארדארבען שטינקט די גאנצער ארום
אין לגבי ר שמואל הכהן קען דיר איין זאך זאגן אז וילכו אחר ההבל ויבהלו ער איז שוין היינט פינקט אזוי אין די פיקטשער פלעי נאר דאן איז ער געווען בסתר אין היינט בגלוי
די זעלבע שאלה אויף ר נח גפן קען דארפען ווייזען א מעסער פארן קלוזדשער -דאס איז שוין די ערנעסטע?
ס'איז דא צודרייטע מענטשן וואס פירן די ארונים
ווי אזוי האט הרה"ח ר משה פריעדמאן געזאגט ביי זיין דרשה אין אברכים ר יודל ווערצבערגער איז א פיינער אין אין אזוי אויך די אנדערע אידן עס איין אייין מענטש וואס פירט דעם קריג
דער צודרייטער אליינס
נשלח ב-15/7/2009 22:41
געלעכטער כתב:
איך דערמאן מיך אן אפיזאד פון אונזער ספלעשי ר' אהרן
עס איז געווען ווען יאסי מייזעלס באווארפען .שבת בייטאג האבן דו בחורים זיך גענומען זינגען לכבוד די שמחה, נא ר' אהרן זיצט דארט עס איז דו צווייטע סאטמערע חתונה עס איז נאך יוחס ביים סאטמערן עולם ווי קען מען נעמען אטענשען ווען מען איז נישט יעצט קיין מחותן, האבן מיר אונזער ספלעשי ר' אהרן ער האט זיך אן עיצה געגעבן .אינמיטען זינגען שטעלט ער זיך אויף אין הייבט אן זעצן אויפן טיש אז עס האט אנגעהויבן פליען גאפלעך לעפלעך גלעזער אין טעלערס פונעם טיש .אין זיך גענומען מאכן היסטערישע קולות אויף דו בחורים. ביים טאטען זינגט מען נישט קיין פרעמדער ניגינים .אין עס איז א חוצפה אין א עזות דו צו זינגען .דער עולם האט זיך געביסן דו ליפן פון דע אטאקע אבער ער האט זיך גענומען זיין אטענשען אין פארטיג
מער פונקטליך (געהערט פון איינעם וואס איז געווען בשעת מעשה).
די ישיבה איז דעמאלט געפארן קיין בארא פארק אויף שבת, און די ישיבה פון קרית יואל האט געשיקט דאס עסן פאר אלע בחורים. די בחורים האבן אנגעהויבן זינגען עפעס א שטייטן ניגון וואס מען פלעגט זינגען אין ישיבה יעדע וואך נאך "ברוך ה' יום יום".
אויף דעם ניגון האט ר' אהרן געמאכט די קולות בזה הלשון בערך:
א חוצפה און א העזה
מען זאל זינגען ניגונים ביים טאטן זאל זיין געזונט'ס טיש?
אין סיגעט האט מען נישט געזינגען קיין שום עקסטערע ניגונים!
און מען רעדט דא פון א "שמחה" א שבת באווארפן, און ס'איז נישט געווען ממש א טיש.
נאר ענדערש אז דער ברך משה האט געגעסן מיט די בחורים.
פאר די אלע וואס האבן גע'טענה'ט קעגן פארמעגליך אז סקווירא רבי איז נישט נייגעריג אין פראפעגאנדע.
זייט אזוי גוט און זייט מיר מסביר פארוואס סקווירא רבי נעמט אויף דעם יענקי ביכלער מיט כבוד און פירות..
תוקן על ידי עטגאסט ב- 15/07/2009 23:58:31
נשלח ב-15/7/2009 23:40
דאס איז א באמבע בילד. וואו איז פארגעקומען די דאזיגע דרך הבעש"ט באזוך?
נשלח ב-16/7/2009 00:03
ווער איז דער ביכלער????
נשלח ב-16/7/2009 00:22
עס איז זייער געשמאק צו לאכן אויפן סקווערער רבי, פארוואס נישט ? זאל מען זיך פאטשען די בייכער אז נישט נאר ביי אונז איז לעבעדיג, אבער למעשה קען מען זען אויף דעם בילד אז בסך הכל איז ביכלער מיטגעקומען מיט הרב שמואל ראבינאוויטש רב המקומות הקדושים אין ארץ ישראל יענער האט אסאך בילדער אין עולם החרדי אין אויך הערט מען זיין נאמען אויף קול החרדי,
זיי נישט קיין נער דער סקווערער רבי ווייסט אפילו נישט ווער ביכלער איז.
אין קיין שום פלאטץ ווי עס איז נישט די קיין ריס איז נישט דאס אינטערסאנט פאר די רבי'ס
נשלח ב-16/7/2009 00:32
קיינער זאגט נישט אז דער סקווערער רבי האט ברוח הקודש געוויסט ווער ביכלער איז. אבער ביי דעם באזוך אצינד ווייסט ער פונקטליך ווער עס גייט דארט זיצן און ווער יענער איז פונקטליך.
דאס זעלבע איז מיט די אלע שוואכקייטן-רביס, ווי פארמעגליך רופט זיי אן, דא פארט הערשי רובינשטיין קיין ניו העפשיר און ר' אהרן פארטיפט זיך פונקט אויפן פארטש אין לערנען, און דא דער בעלזער פארגלייזט זיך די אויגן פונקט ווען שוקי לרר איז דארט. זיי זענען איין גרופע פון שוואכקייטן און בעביס און זיי האבן פארוואנדלט זייער חסידים פאר מוח קטנים און בעיביס
נשלח ב-16/7/2009 00:35
עטגאסט ביסט סתם א....
קודם האסטו ארויפגעלייגט דעם לינק פון ווי דו האסט דאס גענומען און דארט זעהט מען אז ער האט אויפגענומען שמואל ראבינאוויטש (לכאורה רב הכותל) און יענקי ביכלער איז מיטגעקומען, נאכדעם האסטו געזעהן ווי עס ווערט נתגלה קלונך האסט עס אראפגענומען. טוה נישט קיין טובות פאר קיינעם און נעם דיך נישט אהן פאר פארמעגליך. און שרייב נישט קיין שטותים
נשלח ב-16/7/2009 00:39
הער געלעכטער!
איך מיז מודה זיין, אז יע! די ביסט גוט! אלב א פארמאלע ווארט זאגער פון די זאלי פארטיי, ביזסטו לעילא ולעילא!
כה לחי! דיינע ווערטער זענען מתוק לחייך!
אזוי צו דערזאך! ממש און פינטעל! איי וואו נעמט אזעלעכע קליגע לייט ביי אונז חסידים און תלמידים פון כ''ק רבינו שליט''א! איי אזוי פול טעם! חן! מתיקות!חכמה! איי!
געלעכטער! די ביזט גוט!
לאנג לעבן זאל געלעכטער!!!!!!