א_צווייטער
די האסט א אהנונג אין סקווער בערך וואס איך אין האנאלאלא.
אין סקווירא איז אפיציעל איינגעפירט אז "קיינער" זיצט נישט ביים רבי'נס טיש, (חוץ א רב וכדו'), ענטפער יעצט גלייך צום נקודה, וואס זיכט יענקי ביכלער ביים סקווירא רבי'ס טיש מיט א בענקל? צו וואס איז ער בכלל געקומען?
דוגמא, ווען ביים רבין וואלט געווען איינגעפירט אז "קיינער" זיצט נישט (חוץ רבנים), וואלט זיך אמאל געמאכט א מציאות אז יענקי ביכלער זאל באקומען א בענקל?
פונקט ווי פארמעגליך האסטו נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך אין סקווער בעלז ווייזניץ, די ווילסט דיך בארויגען אז איבערראל איז ווי אין סאטמאר אבער מעגסט זיין זיכער אז בכלל נישט.
נשלח ב-16/7/2009 19:45
עס איז אינטערסאט צוצלייגן צו פארמעגליךס היינטיגע ארטיקעל אז דער סיגעטע רב האט געפירט 30 יאר דו שווערסטע דין תורות דא אין אמעריקע אין א גרויס חלק איז געווען ירושה דין תורות אין אזא מענטש זאל נישט וויסן דאס מינדעסטע אז דאס גייט סתם אזוי ווי צוזאגען א צוואה פאר א יונגערמאנטשיק אזוי פיל האט ער דאך שוין געדארפט וויסן פון עקפיריענס
נשלח ב-16/7/2009 20:02
איך האב יעצט באמערקט וואס
פארשטיי שרייבט וועגען א ווארט וואס גייט ביי בני יואל וועגען די ארונים סאיז שקר פינקט ווי ענקער גאנצע קליפה איי פיל יאר פען אז די דארפסט מודה זיין אז בני יואל / זאלוינים שלאגען זיך פארן אמת אין ענק נישט ווילסטו מאכן א פירוד צווישען ערליכע אידען די בני יאל מיט די מהרז"ל מענטשען עס וועט דיר נישט גיין מיר זענען שטאלץ יעדער מיט זיין מוסד אין קהילה אין מיר דאנקען אין לויבן אז מיר זענען אפגעטיילט פין ענקער שקר אין אמונה טפילה ב"ה
נשלח ב-16/7/2009 20:24
איך האב א אייזן פעסטע ראי' אז דער ברך משה האט לכתחלה נאר געוואלט אז אהרן זאל זיין דער איין איינציגער ממלא מקום הוא ולא אחר:
הערטס מיין ראי:
עטס זענטס דאך אלע מודה איז די איין איינציגער סיבה פארוואס ר' זלמן לייב איז אריינגעקומען אין בילד איז נאר צוליב "אויסערארדענליכע אומשטענדן", ווייל לו יצויר אויב ח"ו דער ברך משה שטארבט ווען חלילה ערב פסח תשנ"ט, אדער אויב פארקערט דער ברך משה בלייבט ווען בכוחו ובגברתו און מיט א קלארען מוח ביזן לעצטן מינוט, וואלט דאך אטאמאטיש ר' אהרן געווארן דער איין איינציגער רבי, ס'וואלט נישט געווען א געלעגנהייט פאר זלמן לייב'ן צו אריינקומען אין בילד אריין, דו האלטס דאך דאס אין איין זאגן אז הארט פאר די מחלוקה איז ר' אהרן געווען די גרעסטע רבי, יעצט פונקט ווי איך און די האבן דאס פארשטאנען אז פשוט נאטורליך און אטאטמאטיש גייט ר' אהרן זיין דער איינציגער רבי, האט דאך דער ברך משה אויך דאס געמוזט פארשטיין, און די מציאות איז אז ביז די מחלוקה האט ער גארנישט געטאן עס אפצושטעלן, ס'נישטא קיין שום צוואה פון די ערשטע 85 יאר, אדרבא ער געבט פאר ר' אהרן די העכסטע פאזיציע אלס רב אין מאנרא און פאר זלמן לייב'ן געבט ער גארנישט, ווארשיינליך איז ער געווען העכסט ציפרידן מיט דעם, ס'מוז דאך זיין אזוי. ס'קען דאך נישט זיין אז ער האט זיך פארלאזט אויף "אויסערארדענליכע אומשטענדן" וואס דאן וועט ער ציטיילן סאטמאר.
נשלח ב-16/7/2009 20:36
סקאט, די פרעגסט א שאלת תם?
דער ברך משה האט געשיקט איין זין אויף קרית יואל, איין זין האט ער געהאלטן אין וו"ב לעבן זיך, ביידע האט ער אריינגעשטעלט אין ישיבה, איינעם אין קרית יואל און איינעם אין וו"ב.
אין וו"ב האט דער ברך משה נישט געדארפט א הילף, ער האט זיך דאך אליינס געפינען דארט, משא"כ אין קרית יואל. ס'איז געווען ביים ברך משה זייער קלאר אז הגה"ק בלייבט אין מאנרוי. די סיבה פארוואס די רבי האט געשקיט רבינו שליט"א אויף ירושלים איז מיר נישט באקאנט, פארוואס ער האט אים צוריק געברענגט איז אונז אלע זייער פיין באקאנט. דער ברך משה האט אנגעהויבן שוואך ווערן און ער האט נישט געוואלט אז הגה"ק זאל פארכאפן די מאכט.
נשלח ב-16/7/2009 20:45
די כאפסט נישט וואס איך זאג, אויב ביז די מחלוקה האט אויסגעבראכן האבן איך און די מיט פארמעגליך געהאלטן אז ר' אהרן איז דער די-פאקטא פיוטשער סאטמאר רבי, ווי אזוי איז מעגליך אז ברך משה זאל דאס נישט וויסן? ער האט דאך דאס געמוזט וויסן פונקט ווי יעדער האט עס פארשטאנען, נו פארוואס האט ער גארנישט געטאן עס צו פארמיידן? אלא מאי האט ער דאס געוואלט.
נשלח ב-16/7/2009 20:54
יא אבער דער ברך משה האט אבער נישט אזוי געטראכט ער האט בכלל נישט געהאלטן אז דער עולם טראכט אז הגה"ק גייט זיין דער איינצוגער יורש והא ראיה ער פרעגט אים וואס וועט זיין מיט דו ישיבה
"געווענליך" א רבי וואס איז געזינט אין שטארק אין פירט א קהילה על מי מניחות, ארבעט נישט אויף קיין מ"מ אפילו ער טראכט אמאל אין בעק פין זיין מיינד דערפון וועט ער נישט טוהן קיין פעילות דערפאר, יעדער וויל בלייבן ביים לעבן, עכ"פ אין יענע יארן זיכער נישט.
סא דיין גאנצע קשיא איז אויס
נשלח ב-16/7/2009 21:12
וואס הייסט? האט נישט דער ברך משה ברבים אין ראדני געהאלטן א דרשה איבער נאך זיין 120?
און צי דיר עטגאסט, ר' אהרן האט דאך נישט פלוצלינג תשנ"ט געכאפט א נערוון בראך, ער איז דאך לשיטתכם א שוטה מיום הוולדו, נו ווי איז די אחריות פונעם ברך משה צי שטעלן אזא איינעם אויף די רעסלען צו זיין דער איין איינציגער פירער אויף גאנץ סאטמאר? דאס וואלט דאך פאסירט ווען נישט וואס ביי די 85 יאר האט זיך אנטוויקלט "אויסערארדענליכע אומשטענדן"?
איך בין מיט דיר פארקראכען צוזאמען (כמנהג הארוינם צו פארשלעפן דעם שמועס) איך גיי צוריק צו די נקודה פון פארמעגליך.
עס קען נישט זיין אז אזא קליגער מענטש ווי דער ברך משה זאל איבערגעבען זיין צוואה בנוגע די צוקומפט פון די גרעסטע קהלה אין די וועלט פאר א ראצער פון 27 יאר. ס'שטארבען אסאך קליגע מענטשען וואס לאזען בכלל נישט איבער א צוואה, אבער ס'איז נאך נישט געשטארבען א קליגער מענטש וואס זאל איבערגעבען זיין צוואה פאר א ראצער נאך דערצו בפרט בעל פה!
האסט נאך א קשיא?
נשלח ב-16/7/2009 21:18
סקאטמאלען כתב:
וואס הייסט? האט נישט דער ברך משה ברבים אין ראדני געהאלטן א דרשה איבער נאך זיין 120?
גרויסע חכם ווען עס האט שוין געפלאקערט, אין ער האט געזען וואס זיין בן סורר טוהט, האט ער שוין איינמאל געדארפט רעדן, די האסט געפרעגט אויף ביז נ"ט.
נשלח ב-16/7/2009 21:46
קען זיין אז ס'טאקע שווער צי גלייבן אז דער ברך משה זאל איבערגעבן א צוואה פאר א ראצער, אבער ס'פונקט אזוי שווער צי גלייבן אז א נארמאלער מענטש א ראש הכולל זאל זיך אויפשטעלן ברבים שילדערן א געשיכטע מיט דעטאלן שלא הי' ולא נברא.
איך קען אבער פארענטפערן בטוב טעם האיך יתקיימו שניהם:
ס'האט קיינער נישט געזאגט אז דער ברך משה האט "נאר" בלעדי איבערגעגעבן די צוואה פאר צוויבלען, ער האט ווארשיינליך איבערגעגעבן די זעלבע צוואה פאר די אנדערע משמים וגבאים, וואס נאטורליך וועלן זיי עס קיינמאל נישט מודה זיין.
ממילא שטימט אלעס כמין חומר, דער ברך משה האט טאקע נישט איבערגעבן די צוואה בלויז פאר א ראצער, און דער ראש הכולל צוויבל איז אויך נישט א ליגענער.
אלעס שטימט ווי א פאזל.
נשלח ב-16/7/2009 22:31
ווער עס קען דעם ראש הכולל איז עס בכלל נישט קיין קשיא, דו לייגסט אראפ ווייל ער האט דעם טיטל ראש הכולל איז נישט מסתבר ער זאל זיך אויפשטלען דערציילען א מעשה שלא הי' ולא נברא, אז דו קענסט אים וועסט עס פארשטיין, און טאקע איינע פון די סיבות פארוואס ער האט באקומען דעם טיטל ראש הכולל איז טאקע צולעב די קוואליפיקאציע וואס ער האט געהאט אז ער איז אייביג גרייט צו זאגן וואס עס פעלט זיך אויס לתועלת הענין,
און בכלל דער צוויבל האט געזאגט אז דער רבי האט דאס געזאגט פאר אלע זיינע קינדער, פארוואס האט מען נאכנישט געהערט קיין ווארט פון ר' שלום אליעזר????!!!!!!!!!