בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/7/2009 23:53 לינק ישיר 

הער פארמעגליך איר זענט שוין ארויס פינעם טרעפיק אין קאנטרי ?

דער אשכול האלט ביי א טרעפיק פין איבער50.000 צפיות דאס חוץ די דאונלאדס אין טויזנטער וואס האבן עס באקומען אויף אימעילס אין פרינטאוטס וואס ווי מען גיטט אין מען שטייט רעד מען פין דעם אשכול
כה לחי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 00:09 לינק ישיר 


דער טאשען שניידער האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג מען גייט מלחמה האלטען מיט פארמעגליך בכל הכוח

sunday will Be a Asifa in Mivtser Hakolelim ky with all our rushei Khila WB,BP,KY,MNS








תוקן על ידי piskal ב- 17/07/2009 0:08:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 01:58 לינק ישיר 

עס איז אנפאנג תשנ"ח און ר' זלמן לייב פארט זיך באזעצען קיין ירושלים איבער צונעמען דאס רבנות דארט.

ר' אהרן מיט די דריי, דער יועץ פרטי, דער טאשען שניידער און דער מח וואשער האבען זיך צוזאמען געשטעלט און מען האט אנגעהויבען פעסטע פלאנירונגען ווי אזוי אפצושטעלען ר' זלמן לייבען פון עפעס האבען און וויאזוי אויפצו בויען ר' אהרן איבער די גאנצע סאטמארער וועלט אזוי אז עס וועט נישט זיין קיין שום פראבלעם אינעם עתיד.

אבער! חסדי ה' מען האט נישט געדארפט צו שווער ארבייטען, ר' זלמניו אליינס האט געטון דער ארבייט, ער האט זיך גאנץ שנעל ארויסגעשטעלט אז ר' זלמניו איז גאנץ א פיינער מג''ש, מיט שמאלע קענטעניסטען און די פאר ישיבה'אישע מסכת'ת,

ווען מען האט אים געבעטן צו פארהערן, האט ער אייביג גענפערט אז ער מיז זיך פארקיקען די שבה''ג דרשה אד''ג און ער האט נישט קיין צייט,

ווען מען האט אים געבעטן האלטען דרשה האט ער אלעמאל גענפערט מיט ''ענווה'' ''איך בין עפעס מיין ברידער? וואס עס גיסט זיך אים חדושים פון די ארמעל???

ער האט איינגעריסען אז  ער זאל ווערן א חבר הבד''ץ, עס פאסט דאך אזוי דער נשיא'ס א קינד?

אבער די חברי הבד''ץ וואס האבן געוויסט פון זיינע טיפע קענטעניסטען און די קאסעטעס פון ר' שימעלע זי'' אויף אלע זאליס, וואו אויך האבן זיי געוויסט פונעם וועלסט בארימטען אוסטאראווצע כאפ וואס ר' זלמינו זאל זיין געזינט באניצט זיך כסדר, ''עס איז דא וואס פירען זיך אזוי, און עס איז דא אזוי! אד''ג, האבן זיי קלאר געשטעלט, אז ר' זלמינו זאל זיצען און די קעסטנבוים שוהל, און לאזען דאס פעסקענען שאילות פאר זיי, און ר' זלמינו האט מיט זיין גרויס ''ענווה'' געמיזט מסכים זיין,

דעריבער האט דער יועץ פרטי בכלל נישט געדארפט פלאנירען אפצושטעלן אדער איינשטעלן ..... ר' זלמניו מיט זיין גרויס ''ענווה'' (איר געדענקט וואו ער האט געבריקעט ביים ברך משה אונדערהיים ''מיין מקווה'' קימט ר' אהרן באזיכען) האט אים פארגרינגערט 

אבער פאוואליע. עס שטעלט זיך א פראגע. פארוואס האט דער ברך משה טאקע באשלאסען צו שיקען זיין זון ר' זלמן לייב קיין ירושלים? קלוגע מענטשען האבען שוין איצט געזען אז סאטמאר גייט זיין צוטיילט. זיכער האט מען נישט געקענט פאראויס זען ווי טיף און ווי ברייט דער טיילונג גייט זיין, אבער א טיילונג אין חסידים האבען שוין קלוגע מענטשען פארגעזען, נו פארוואס האט דער ברך משה דאס געטון?

קיין שום שאילה, ער האט קיינמאל עס נישט באשלאסען!!!

נאכמער, ווי עס טענהן אלע ר' אהרןס מענטשען אז דער ברך משה האט נאר אלס געוואלט ר' אהרן און אים האט ער געבויעט און אים האט ער גערימט, און אים האט ער מכבד געווען און אים און נאר און אים און בלויז אים האט ער געוואלט זאל זיין זיין מ"מ. און ווי צוויבעל מיטען ראחובער רב אז דער ברך משה האט זיי געזאגט אז ער וויל אז ר' אהרן זאל זיין דער מ"מ, און דא פלוצלונג וויל ער צו טיילען סאטמאר?

 

קיין שום שאילה, ער האט קיינמאל עס נישט באשלאסען!!!

אלא מאי מוז זיין אז עס איז נישט געווען דער ברך משה. ער האט ווייטער געוואלט אז ר' אהרן זאל זיין דער איינציגסטער רבי פאר גאנץ סאטמאר, נאר ווייל משה האט געהאט די גרעסטע השפעה אויפן ברך משה און ער האט זיך צוקריגט מיט ר' אהרן, האט משה אויפגעהעצט דעם רבין, און דער רבי איז געווארען זייער בייז אויף ר' אהרן און האט באשלאסען אז ער וויל צוטיילען סאטמאר.

די אלע אויבען דערמאנטע פראגעס זענען פון איינזייטיגע מענטשען וואס ווילען זיך און אויך אונז איין רעדען אז דער רבי האט געזאגט פאר יענעם און פאר דעם אז ער וויל ר' אהרן. מיר, דער ציבור ווייסען נישט פון קיין איין פאל, נאכאמאל, קיין איין מאל האט דער רבי נישט געלאזט דאס מינדעסטע צו וויסען טאן פאר זיין ציבור אז ר' אהרן זאל אליין, צו בכלל, איבער נעמען סאטמאר נאך זיינע מאה ועשרים.

די ליגענער!!!!! עס זענען דא צוויי כשר'ע עדים, רבנים! וואו אויך טיען אלע קינדער פון ברך משה זאגען אז דאס האט דער ברך משה אלע מאל געזאגט '' איך פאר ר' אהרן אלעס''!!!!!!

מען האט געקענט שפעקולירען, מען האט געקענט פאנטאזירען און אפילו חלומען אז עס גייט אזוי זיין, ווייל ר' אהרן איז געווען דער וואס האט זיך איבעראל אריין געשטיפט און נישט צו געלאזט א צווייטען קיינמאל (און שפעטער וועט באשריבען ווערען וויאזוי ער האט זיך אריין געשטיפט תשנ"ט ווינטער אין 82 אן קיינעמס רופען). אבער פון רבין האט דאס קיינער נישט געקענט וויסען.

דער ברך משה האט כסדר פארלאנגט אז רבינו שליט''א זאל אריינקימען קיין וומ''ס אים ארויסהעלפען בהנהגת הכלל און די קהלה און אוןדי מוסדות

קומט זיין נאנטער מענטש, הירצקע צוויבעל און זאגט, אז פאר אים האט דער ברך משה עס יא געזאגט נאך אין די יארען איידער ער האט שוין אנגעהויבען פארגעסען. צוויבעל באווארענט זיך און מאכט זיכער אז עס איז געווען יארען איידער די מחלוקה. וואס ער מיינט איז, אז עס איז געווען נאך איידער דער רבי האט אנגעהויבען פארגעסען, ווייל ר' אהרן האלט דאך אז אויב איז מען נאר אביסעל שוואך איז מען שוין דערנאך. א רבין וואס איז שוואך מעג מען פארשעמען פאר די גאנצע וועלט, מען "מוז" אויפשפילען פאר די גאנצע וועלט ווי שטארק די זקנה איז געווען קפצה. און די גאנצע טענה פון ר' אהרן און זיינע מענטשען איז, אז אלע זאכען וואס איז געשען פון תשנ"ט איז געווען צוליב דער רבי איז שוואך געווען און דאס ווערט נישט גערעכענט (נאר אויב ער מאכט אים פארטאגס רב הצעיר). דעריבער האט צוויבעל זיכער געמאכט צו זאגען אז דער ברך משה האט דאס אים געזאגט ווען ער איז נאך געווען געזונט און שטארק. דאס איז בערך תשנ"ה-נ"ו

די פעלשער!!! אלע כולל יונגעלייט וואס האבן געלערט און כולל ביי ר' הירצקא און שנת תשנ''ו ווען די מעשה איז געווען געדענקן אז דער רבי דער ברך משה האט זיך מיט אים איינגעשפארט, און ער האט אים געזאגט זאכען פונעם עתיד,

(פון ראחובער רב וועל איך בכלל נישט רעדען ווייל דער ברך משה האט אין זיין לעבען נישט גערעדט צו שוטים. און ווער עס איז נאך נישט איבערצייגט איבער זיין "חכמה", זאל ביטע אויס הערען זיין עדותשאפט.)

אה? ניין? איך האב שוין לאנג געטענה'ט אז ווידער'ס עדות שאפט איז פאלש ווייל  דער ברך משה האט אין זיין לעבען נישט גערעדט צו שוטים.

צוויבעל איז דאן אלט געווען 27-29 יאר. קען דען זיין אז דער ברך משה איז געווען אזוי אומאחריותדיג אז פאר א יונגעמאנטשיקעל געט ער איבער אזעלכע דברים ברומו של עולם? קען דען זיין אז דער ברך משה איז געווען אזא אומחריותדיג אז די ווערטער זיינע זאל נישט ווערען דורך אים געהעריג פארשריבען? מען רעדט דאך דא פון איבער צו געבען די גרעסטע קהילה אויף דער וועלט, די גרעסטע מוסדות אין די וועלט, סאטמאר פארמאגט קע"ה 25-30 טויזענט תשב"ר כ"י, און דאס גיט מען איבער אזוי, נישט מיר און נישט דיר?

עס האט נאך דאן געלעבט די אלטע קהלס לייט, ווי ר' לייבוש, ר' סענדער, ר' יודל ראזענבערג, ר' משה ארי' גליק, ר' ליפא שווארץ, איז יעלה על הדעת אז זיי לאזט ער ארויס פון די האקעלסטע נושאים און גיט עס איבער פאר א שנוק? עס איז דאך דער גרעסטער בזיון פארן ברך משה אזא זאך צו טון.

די פעלשער עס איז מסתבר אז דער ברך משה האט עס פאר זיי אויך געזאגט ( הגה''צ מרחוב שליט''א האט דאס געזאגט ביי זיין דרשה אז דער ברך משה האט אים דאן געזאגט ''איך האב עס שוין געזאגט פאר ד' ראה''ק)

נאר ווען די שאילה איזס געווארן אקטועל האבן די אלע שוין נישט געלעבט!! ר' סענדר וואס האט געלעבט ממש ביז די ירושלים פרשה האט טאקע  נישט געוואלט אז זלמינו זאל פארען קיין ירושלים, דאס קען אויך זיין איינער פון די סיבות ווייל ער האט געוויסט קלאר וואס דער ברך משה וויל

מען טאר נישט גלייבען דעם צוויבעל,

פסק הלכה פון הער פארמעגליך!!!!!!!!!!!!!!!

און מען זעט טאקע אז אפילו ר' אהרן גלייבט אים אויך נישט. והא ראיה, ער האט דאך געמאכט א דעקלעראציע א טאג נאך וואס ר' זלמן לייב איז געווארען רב, ח"י סיון תשנ"ט, אז פלניא גזלנא, ווי אזוי די הלכה זאגט פאר. נו פארוואס האט ער נישט גערופען צו דין תורה זיין ברידער, נאך די פטירה פון ברך משה, אז ער האט עדים פארוועם דער טאטע האט געזאגט אז ער זאל זיין דער רב?

דער פארמעגליך מאכט א קיגעל דער נאך פרעגט ער קשיות, דער ברך משה האט געמאכט רבינו שליט''א פאר רב הצעיר, חוה''מ פסח תשנ''ט, וואו נאר די שמיעה איז ארויס און גאס האט עס יעדער איינער געגלייבט, ווייל עס איז געווען א דבר פשוט אז כ''ק רבינו שליט''א אלס עלסטע קינד, וואו אויך אלס דער איינציגסטער קינד פון ברך משה וואס איז ראו צו זיין זיין מ''מ, פארמאגענדיג אלע שטריכען וואס א מנהיג ישראל דארף האבן, וואו תורה, עבודה, גמ''ח, אד''ג, וואו אויך דאס אהבה און ציטרוי וואס דער ברך משה האט ארויסגעוויזען פאר כ''ק רבינו שליט''א אלע יארען, האט יעדער פארשטאנען, אז דער ברך משה האט איז  שוין נישט אזוי ביי די כוחות צו פירען אזא הייליגע עידה, וויל ער אז זיין מ''מ זאל אים שוין אנפאנגען צו שטיין צו די האנד (אזא שטייגער וואו דער שמחת הלוי שליט''א דער געוועזענער סאטמאר רב און לאנדן)

אזוי דער לאנגער פר''מ האט דאס צוגעזען, האט אים די רוח באנימען, ער האט געוויסט וואס דאס מיינט, אז זיין קאריע, וואס ער פרעגט בנועם שפותיו אנריפען ''פילאט'' איז געקימען צו א ענדע, פיניטא! עס הייבט זיך אן א נייע עפאכע און סאטמאר, אן עפאכע פון תורה, פון בויען יודישקייט, פון מלחמת ה' בעמלק, אד''ג,

 

האט ער געטאן א זאך וואס קיינער האט נישט געגלייבט אז א גבאי זאל דאס קענען טאן, ער האט גענימען דעם ליפא מזענטא, מיט אונזער אלמענען באליבטע וויגדור יאקאוויטש מיט נאך א באנדע משחתים, און זיך ארויף געזעצט אויפן קאפ פון ברך משה, און אנגעהויבן העצען און פייניגען מיט אלע ערליי וועגן, וואו למשל: אז רבינו שליט''א וויל אים איינשפארען און אשל אברהם, און אז רבינו שליט''א טאר נישט איבערלאזען די ישיבה, און  אז ר' זלמניו האט נישט קיין ברויט אונדערהיים,  אד''ג,

מעשה שטן נאך א גאנצען טאג העצען און בריקען, האט ער מצליח געווען, משפיע צו זיין אויפן ברך משה, ער זאל נאך זאגען די אלע תורות וואס מען האט אים איינגערעד א גאנצען טאג, וכך הוה! רבינו שליט''א איז אריין געקימען צו זיין טאטע פאר די דרשה, און ראדני, האט די ברך משה נאך א גאנצען טאג זיך איין הערן וואס דער לאנגער פר''מ מיט יודילע וויינשטאק מיט וויגדער, האבן אים געבאמבעלט און קאפ, עס איבער געזאגט פאר רבינו שליט''א,

דער נאך ביום המר ונמהר, נאך דעם ביטערן טאג וואס משנאי ה' נשאי ראש, ח''י סיון תשנ''ט, וואס דע באנדע ליצים האבן אויפגענימען דעם פורים רב אלס רב און די שענסטע קהלה און דער וועלט, האט רבינושליט''א מיט זיינע דיינים ס''ה געטאן וואס דער תורה הק' הייסט און געמאכט א שטר פלניא גזלנא, אויף וואס דער קליינער ר' זלמניו קען אים נאך ביז היינט נישט מוחל זיין ווייל דאס שטעלט זיין גאנצע פורים רבנות אונטער א ערענסטע פראגע צייכען,

די גאנצע פרשה האט גארנישט געהאט צו טאן מיט אדמורות, דאס איז געווען אויף די לאקאלע רבנות פון וומ''ס, דאן האבן אפי' די ליגנערישע זאליס אויך געשריגען, נא! מען מיינט נישט גארנישט וועגן נאכ'ן רבי'ן 120 נאר פשוט למה נגרע מען דארף האבן א לאקאלער, (דאן האט טאקע כלל ישראל גערופען ר' זלמניו דער לאקאלער)  

און האט ר' אהרן נישט געוויסט פון צוויבלס צוואה קיינמאל? האט דאס צוויבעל אים נישט געזאגט במשך די יארען אז ער קען זין רואיג, דער טאטע האט מיר דאס און דאס געזאגט?

ר' אהרן וואלט נישט צוזאמגעפאלען. צו ר' אהרן האט מען געקענט פון אלעם רעדען, זיין מויל איז קיינמאל נישט פארמאכט, און ער האט דאך געטון פיל ערגערע זאכען קעגען זיין טאטען ווי רעדען פון נאך זיינע מאה ועשרים. נו פארוואס איז ער נישט געווען רואיג אז ער האט די זאך כתוב וחתום, ער האט אלעס און משה קען זיך אויפן קאפ שטעלען?

(דאס צו ר' אהרן וואלט נישט צוזאם געפאלען צו הערען עפעס פון נאך די מאה ועשרים פון זיין טאטען, איז אינטרעסאנט צו ברענגען א מעשה וואס האט זיך ארומגעטראגען און איז געקומען פון ר' אהרןס מענטשען. עס איז געווען ווען דער ברך משה איז צוזאמגעפאלן איין שבת אין מיאמי תשס"ה. משה אהרן שטיינבערגער דער ראש ההצלה אין ק"י, וואס אים האט מען געקאלט אויפן באפעל פון משה גבאי, אז ער זאל פארציילען פאר ר' אהרן, איז געקומען דערציילען פאר ר' אהרן אז עפעס איז געשען צום טאטען און ער איז אויף א שווערען מצב. ר' אהרן זאגט אים: נו נו, קענסט רעדען זאג מיר דעם אמת ווי האלט דער מצב.)

יע! דאס איז פונקט אזוי אמת וואו דיין גאצע געמוזעכס!!!!

 

קומען מיר צוריק אז וואס דער ברך משה האט באמת געוואלט ווייסט קיינער נישט. און וואס מען זאגט אז ווייל אזוי וויל יענער און עס האט דעריבער נישט קיין געוויכט.

די סברה ע"פ שכל זאגט אז עס קען נישט זיין אז ער האט געוואלט אלעס איבערגעבען פאר ר' אהרן. ווייל פארוואס קומט זיך אים אז בלויז ער זאל אלעס איבערנעמען און זיין ברודער וואס איז נאך אזוי ראוי ווי אים, זאל "גארנישט" באקומען? וואס עפעס קומט זיך פאר איינעם אלעס און פאר דעם צווייטער גארנישט?

יע! ווייל דער ברך משה האט נישט געהאט נאך א זון וואס איז ראו! פארוואס ווייל אז מען לערענט נישט קען מען נישט! אויך מער א קשיא

אפגערעדט וואס מען זעט אז פון הימעל האט מען אנדערש געוואלט. אבער פשוט ע"פ שכל קען אזא דערהער פון ר' אהרן אלעס און פאר ר' זלמן לייב, גארנישט, נישט זיין.

דער פארמעגליך וויל אונז דא איינרעדען אז ע''פ שכל קען נישט זיין אזא דערהער! ווייל למשל דער ייטב לב מיטן קדישות יו''ט מיט אלע רבנים פון דער היים האבן איבערגעלאזט 35 ממלא מקום'ס, יע! ( דארט זענען אפי' רוב קינדער געווען ראו צו זיין מנהיגי ישראל, דאך איז נאר איינער געווארען מ''מ, כ''ש דא, דער ברך משה איז געווען א קליגער הייליגער יוד! ער האט זיכער נישט געוואלט אז ר' זלמניו זאל זיין זיין מ''מ, ער האט גאנץ גוט געוויסט ווער דער זלמניו איז! וואו לאנג ער איז געווען און די פעדערען איז ר' זלמניו געזיצען אוןן ישיבה לציעורים אונטער הר''ר נחמן שטויבער שליט''א, בשעת כמעט אלע קינדער זיינע האבן שוין משמש געווען ברבנות, די גאנצע ווילד פרעמדער געדאנק פון ר' זלמניו איז נולד געווארען ווען די ברך משה איז שוין געווען גאר שוואך)  

אבער מיר וועלען אויף איין מינוט זיך פרובירען אריין לייגען אין צוויבעלס שיך און זאגען אז דער ברך משה איז געווען א אומאחריותדיגער מענטש, א לייכטזיניגער פארשוין, אזא סארט טאטע וואס האט ליב איין קינד יא און איין קינד נישט. ער איז געווען בלינד פון צו זען אז ר' אהרן טויג צו גארנישט. שוין.

איצט אזוי. פארוואס קען נישט זיין אז דער ברך משה האט זיך געקענט טוישען זיין מיינוג? פארוואס קען נישט זיין אז דער ברך משה האט איינגעזען אז ר' אהרן איז נישט קוואליפיצירט צו פירען גאנץ סאטמאר.

ווייל ער האט נישט געטוישט!!!!

עס איז איצט תשנ"ו. עס אזי שוין אדורך עלעף יאר זייט ר' אהרן איז געווארען רב אין ק"י. לאמיר זיך אומקוקען ווי אזוי זיין "רעפארט קארד" זעט אויס. אזוי פירט זיך דאך די גאנצע וועלט אז מען גיט איינעם צו פירען א ביזנעס, רופט מען אראפ מבינים און מען זעט צו יענער טויג צו נישט. וואקסט די ביזנעס, צו נישט. קען מען דעם מענטש געטרויען צו נישט.

וועלען מיר אראפברענגען א שטיקל וואס איז שוין געווען געשריבען פריער: תשמ"ה. די שענסטע תושבים פון קרית יואל האבען זיך אפען ארויס געשטעלט און פון קרית יואל האבען רוב פון די איינוואוינער – וועמענס רב מען נעמט אצינד אויף – זיך נישט באטייליגט אויך דער הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה. עס זענען געווען זקנים פון שטעטעל וואס האבען פרובירט צו רעדען מיטען ברך משה אז ענדערש זאל קומען דער יונגערער זון ר' זלמן לייב ווערען רב, אבער דער ברך משה האט דאס נישט געטון. זיכער קען ער נישט אויפנעמען דעם יונגערען זון איידער דעם עלטערען.

קרית יואל איז שרעקליך צו טיילט געווארען. און עס האט זיך קיינמאל נישט געאייניגט צוריק. יענער מוצש"ק וירא, האט עווענטועל צו געברענגען אז בני יואל זאל זיך עפענען, די צוויי גרינדער און בויער פון שטעטעל, ר' משה פרידמאן און ר' שלמה מעכעל ראזנער, וואס זיי האט דער אלטער רבי אריין געשטעלט, זענען געפלויגען וועגען זיי האבען זיך נישט גענוג שטארק ארויסגעשטעלט צו פייטען פאר ר' אהרן. און די זקנים פון שטעטל האבען מער נישט געוואלט דאווענען מיט ר' אהרן אונטער איין דאך.

ר' אהרן האט אוועקגעווארפען אידען זקנים דורכגעווייקטע חסידים פון אלטען רבין, טייל פון זיי קהילה לייט פון אלטען רבין און הונדערטער יונגעלייט האבען זיך פארעקעלט פון די גאנצע פירערשאפט, און זיך אפגעלאזט פון אריין צו טרעטען אין ביהמ"ד. יענע מחלוקת מיט ר' אהרן אז ער זאל נישט ווערען רב אין קרית יואל האט שפעטער זיך מער צו פלאקערט ביי די סקול דיסטריקט פרשה וואס ר' אהרן האט זיך צו רעדט קעגען יעדען רב און רבין וואס האט געהאלטען אנדערש פון אים, אבער פיל גרעסער פון אים אין תורה ועבודה.

איז אזוי. סאטמאר איז איצט שרעקליך צוקריגט מיטען וויזניצער רבין פון מאנסי. מען איז צוקריגט מיטען קאשויער רב פיל ארגער ווי ביז איצט. מען איז צוקריגט מיטען מאנטעווידעער רב, מיטען קארלסבורגער רב, און שווערע הונדערעטער בעלי בתים, חסידים און תלמידים פון רבין זי"ע האבען זיך גענצליך אפגעשאקעלט פון סאטמאר.

אלע קליינע שוהלען אין וו"ב זענען געפאקט מיט סאטמארער יונגעלייט און בעלי בתים און זקנים. אלע קלענרער מוסדות אין וו"ב זענען געפאקט מיט קינדער פון עלטערען וואס ווילען נישט מער שיקען די קינדער אין סאטמאר.

איז נישט געווען צייט צו מאכען א טויש? דאס האט יעדער געוויסט אז מיטען ברך משה קען מען זיך זייער גוט פארטראגען, ווי שוין געשריבען. און מיט ר' אהרן קען זיך קיינער נישט פארטראגען, אויך ווי שוין געשריבען פריער. נו פארוואס איז נישט געווען צייט צו מאכען א טויש אין דעם וועג ווי אזוי מען האט זיך געפירט ביז איצט?

האבען די פירער פון סאטמאר נישט געזען אז מיט ר' אהרן וועט זיך סאטמאר נישט בויען? ער וועט נאר כסדר אוועק ווארפען מענטשען, רבנים, רביים, רעכטס און לינקס?

האט דער דער ברך משה דען נישט געזען און געוויסט אז דער דריטער זין זיינער איז א נח לשמים ונח לבריות? האבען די פירער פון סאטמאר נישט געזען אז אין די צעירים קענען שיקען סיי וועלכע טאטע זיין בחור און ר' זלמן לייב דער ר"י וועט נישט שפילען קיין פאליטיק קיינמאל?

עס איז קיינער נישט בלינד געווען, נאר ר' אהרן. עס איז געווען קלאר ווי דער טאג אז ר' אהרן וועט נישט קענען זיין דער רבי איבער סאטמאר. ער וועט אלץ זיין אין קריג און ער וועט זיך קיינמאל נישט קענען דורך קומען מיט קיינעם.

דער טאג פון טויש איז אנגעקומען.

האט משה גבאי געהאט א האנט דערין? זיכער. וואס, ווען און ווי אזוי, אין קומענדיגען מאמר, אי"ה

 

איך וועל ציריק קימען צו די פאר לעצטע זאכען וואס דער פארמעגליך איז מחדש דא!!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 02:58 לינק ישיר 



אל כבוד פערדעריי!!!!
קודם לשבחתך מיז מען זאגען ''שמך נאה לך, ואתה נאה לשמך''

איך זע אז די כאפסט קעלבענע התפעלות פון פארמעגליך'ס ארטיקלען, עס הייבט דיי גיסטע עד שמי השמים, דיין מאראל גייט צו א בעסערונג,

מען זעט טאקע וואו הער פארמעגליך פראבירט מיט מס''נ ממש, אריין צו בלאזען א גייסט און די עצמות יבישות, אויפצוהייטערען די פארביטערטע זאליס, לשבחו מיז מען זאגען אז זייט ער האט אנגהויבען זיין געמויזעכס, זעט מען שוין מער אפטער א זאלי מיט א שמייכל!

עס איז זיכער אז הער פארמעגליך קופט זיך א מצוה מיט זיין געמויזעכס!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 03:27 לינק ישיר 

אונעם דערנעבעדיגען פורם שרייבט איינער זייער  גוט עס איז כדי אז די ''ביליאנען'' ליינער פון דעם דאזיגען פורם זאלן א בליק טאן וואס ער שרייבט:


אצינד א מעסעדזש צו אנשי שלומינו.
ווי איר האט שוין געזעהן, האט אינעם לינקן פארעם האט א געוויסע שרייבער לעצטנס אנגעהויבן א סעריע לופט-אטאקעס אנקעגן אונזער הייליגע קהילה בכלל און אנטקעגן רבינו שליט"א בפרט. מכלומרשט אונטער א שלייער פון פאקטן און היסטאריע. איך גיי מיר נישט דא מטפל זיין מיט זיינע שקרים וכזבים איך וויל בלויז אויפדעקן פונקטליך וואס עס שטייט אונטער דעם.
לויט ווי איך האב מיר דערוויסט זענען יענע ארטיקלן גארנישט קיין צופאל. עס איז א דירעקטע רעזולטאט פונעם געלונגענעם ארטיקל "וואס דרוקט אויף די מוחות" וואס איז נישט לאנג צוריק געלאפן אינעם בלאט.
רבותי, ווען איר זאלט וויסן וויאזוי די שטימונג איז אין יענע לאגער און וויאזוי די בלאט ארטיקל האט דאן געפאטשט אין פנים, וואלט איר זיך נישט געוואונדערט פארוואס משה פר"מ אליין! יא, ער אליין, האט געדונגען איינער פון זיינע איד שרייבער'ס אז ער זאל איהם שרייבן די ארטיקלן אויף זיינע קאסטן.
פארוואס איז ער אזוי אינטערסירט דערין? דאס קומט דערפאר ווייל ער שפירט אז דאס איז דאס "לעצטע מיטל" וואס קען נאך העלפן ראטעווען זיין שווערע מצב.
לאמיר אייך געבן אביסל מער צו פארשטיין.
וויבאלד די זאלי פארטיי איז אויפגעשטעלט געווארן בלויז מיט איין איינציג נעגאטיווע ציהל דעריבער פעלט זיך אויס כסדר שטאף מיט וואס צו פיטערן יענע ציבור און זיי צוזאמהאלטן. דעם חלק איז זיי ליידער געלונגען ביז פאר צוויי יאהר צוריק. ביז דאן האבן זיי כסדר גענאסן פון די נצחונות וואס די געריכטן האבן זיי געגעבן ווי אויך האבן זיי נאך געהאט דעם רבין ז"ל וועלכע זיי האבן כסדר געקענט נוצן אלס שטעקן קעגן אונז און מיט דעם האבן זיי זיך דערהאלטן דאס חיות.
אצינד אבער האט זיך דאס אלעס געטוישט.
משה עלה למרום און ווי עס שיינט האט ער נישט פארגעסן פון זיין הייליגע קהלה, זיינע געטרייע חסידים, און האט אנגעהויבן פארארבעטן מעשים לטובתינו.
מיר קענען קלאר זעהן אז זאכן האבן זיך געטוישט און היינט זענען זיי די וואס דארפן פייטן פאר זייער (אומ)רעכטן. ווי זיי קערן זיך נאר כאפן זיי פראסקעס. סיי פון די תורה אטאריטעיטן. ווי די גרעסטע תורה לייבן האבן זיך ארויסגשטעלט מוחה זיין אנקעגן זיי. און להבדיל ביי די געריכט הייזער ווי זיי האלטן אין איין פארלירן.
 מען זעהט באשיינפערליך די כחו וזכותו של אותו זקן וואס שטייט און וואכט שלא ירעו ולא ישחיתו.
עס איז מיר קיין ספק אז די הייליגע רבי ז"ל דער בעל ברך משה, ער האט פארארדנט און פארפירט אז די סאטמארע סיכסוך זאל ארויס געצויגן ווערן פון קארט און קומען צו דין תורה ווי האפענטליך וועט נתגלה ווערן דער אמת. אין קרית יואל וואגט מען זיך שוין נישט צו מאכן וואלן און אין אנדערע פלעצער צוקריגט מען זיך מיט אלע רבנים וגדולי התורה.
על כל פנים, זייער מצב איז זייער נישט גוט, אלעס גייט זיי פונקט קאפויער און עס איז נישטא מיט וואס צו פיטערן זייער עולם.
די רעזולטאטן דערפון האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. די אינטערעסע האלט ביים נידעריגסטן שטאפל און זייערע פירער ציטערן פארן נעקסטן טאג נישט וויסענדיג וואס עס וועט ברענגן.
אויב איז זיי נישט גענוג די פארלוסטן וואס זיי כאפן, קומט נאך צו נאך א פראבלעם וואס דאס איז גרעסער פון אלע.  .
  ווען די רבי ז"ל איז אוועק איז זייער האפענונג געווען אז פון היינט און ווייטער וועט סאטמאר זיין צוויי. כאטש אז זייער ארגינעלע ציהל איז געווען אינגאנצן צו צושמעטערן דעם רבין, האבן זיי אבער דעמאלטס שוין איינגעזעהן אז עס האט זיך נישט אויסגעארבעט און האבן זיך פארלייגט אז זיייער שטריק זאל כאטש אויך אנגענומען ווערן אלס 'סאטמאר רב'. די פלאן איז געווען אז אזויווי למעשה זענען זיי ביז דאן געווען ידם על העליונה וועלן זיי ווייטער קענען אנהאלטן די מאנמענטום און מיט דעם צוזאמען האלטן זייער עולם. קיין פאזיטיווע כוחות האבן זיי נישט אריינגעלייגט ווייל 'קיינער' וואלט נישט בענעפעטירט דערפון. זייער עולם איז נישט פון דעם טייג געקנאטן.
אצינד, ווען די רעדל האט זיך גענומען דרייען אויף פארקערט, זענען זיי געווארן קרח מכאן ומכאן, נישט קיין פאזעטיוו און נישט קיין נעגאטיוו.
מען האט זיך פלוצים דערזעהן אין א ביטערע מצב.
זיי קוקן אריבער צי אונזער זייט און זעהן ווי עס קאכט און עס לעבט אויף אלע באקן. ברוחניות ובגשמיות.
נאכמער, זינט זייער נומבער איין שונא האט איבערגענומען די שבט הנהגה איז די לעבעדיקייט און די 'צופרידנקייט בפרט' ביי זיינע טויזענטער חסידים ומעריצים גאר גאר שטארק געשטיגן.
דא איז עס א בליציגע דרשה, דא איז עס א שיינע באזוך, דא א נסיעה קיין ירושלים בכבוד מלכים, אויפגעשטעלט א בית השחיטה וואס מען קען בשום אופן נישט טרעפן קיין חסרונות דערין. איין טאג איז עס יסודי התורה און איין טאג איז עס צדקת העיר. אמאל איז דאס א הערליכע הדלקה און אמאל א נסיעה קיין לאנדאן.
אריזאנע ווייץ איז אויך נישט קיין מפיל קינד און אזוי אויך די טעקסאס בית השחיטה. ווידער איינמאל איז דאס די לעיקוואד דרשה און איינמאל איז דאס די קרית ברך משה אין מאנסי.
יעדן טאג קומט צו פרישע זאכן, חדתין נבוט כל צפרא, בקיצור מען לעבט, מען איז צופרידן און מען דינט דעם באשעפער.
אונז דארף מיר צו וויסן אז יעדע קליינע פעולה וואס אונז טוה מיר ווערט נאכגעקוקט און דורך געדראשן  אין אלע זייערע מקוואות. מיט יעדע פאזעטיווע פעולה וואס גייט ארויס פון אונזער צד שפרינגט מען דארט ווי פון א געביסענער שלאנג
 על כל פנים, זיי האבן זיך געטראפן אין א גאר פארצוויפעלטע מצב און אויב איז דאס נישט גענוג געווען האט נאך די אמתע ווערטער פון דעם דערמאנטען בלאט ארטיקל געשלאגן ווארצלן און די יונגווארג האבן פארלוירן דאס לעצטע ביסל אונטערעסע.
טא, וואס טוט מען?
 אין א פארצווייפעלטן פרוואו האט מען אנגעהויבן א פרישע קאמף, דאסמאהל מיטן ציהל צו פארכאפן די אינגע מוחות וועלכע זענען נישט אזוי באהאוונט מיט די התחלה פון די פאליטיק און זיי איינרעדן אז עס איז ח"ו א מלחמה לשם שמים וואס מען טאר נישט נאכלאזן. די בעסטע שרייבער זענען איינגעשפאנט געווארן און מען גיבט אוועק שעהן אויף שעהן צו שפינען און וועבן געשיכטעלעך וועלכע זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.
רבותי, דאס איז זייער לעצטע פריוו צוריק צוכאפן זייער מאמענטום. מיר דארפן זיך נישט וויסענדיג מאכן און האפטעליך וועט דאס ענדיגן פונקט ווי זייער אלע מעשים .
והמטים עקלקלותם יוליכם ה: את כל פועלם שלום על ישראל 
 

איך מיין אז ער זאגט נישט אזוי שלעכט ניין? פארמעגליך! א צווייטער! געלעכטער! פערדעריי! ???????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 16:59 לינק ישיר 

עס איז איצט תשנ"ו. עס אזי שוין אדורך עלעף יאר זייט ר' אהרן איז געווארען רב אין ק"י. לאמיר זיך אומקוקען ווי אזוי זיין "רעפארט קארד" זעט אויס. אזוי פירט זיך דאך די גאנצע וועלט אז מען גיט איינעם צו פירען א ביזנעס, רופט מען אראפ מבינים און מען זעט צו יענער טויג צו נישט. וואקסט די ביזנעס, צו נישט. קען מען דעם מענטש געטרויען צו נישט.

 

נא! לאמיר אנפאנגען!

 

זאט כ''ק רבינו שליט''א איז רב און קר''י וואס האט ער אויפגעטאהן?

1.      געבויעט א נייע מקווה, וואס איז א כלילת יופי, אויסגעארבייט מיט אלע חמרות וואס נאר שייך! אלע רבנים ווען זיין קימען קיקען די מקווה, כאפען זיי התפעלות!

2.      א בית השחיטה! וואס איז די מהודרסטע שחיטה פון דער גאנצער וועלט!

3.      א חושן משפט ב''ד וואס זאל זיך אפגעבען מיט מיט ד''ת, ( אמאל ווען צוויי יודען האבן געוואלט קימען צו ד''ת האט מען געמיזט אריין פארען און שטאט) היינט איז ב''ה דא א ב''ד און שטעטעל!

4.      א מהדר דיגע מצה בעקעריי וואס פאסט זיך פאר סאטמאר!

5.      אויסגעריסען די ''יומען הער'' שייטליך!

6.      אויפגענימען נייע דיינים און מוצי''ם, בעיקר יונגעלייט, כדי א יונגעמאן נאך די חתונה זאל קענען האבן א געהעריגע קשר מיט א מורה הוראה!

7.      אויפגעשטעלט א וועד הצניעות וואס זאלן זיך אפגעבען, מיט פראבלעמען וואס מאכט זיך און יעדע שטאט!

8.      אויפגשטעלט א היכל התורה! וואס האט געהויבן דעם כח התורה און שטעטעל אויף א מאסיווע פארנעם!

9.      אויפגשטעלט א ארגענעזאציע וואס רופט זיך מצילי אש, וואס האט שוין געראטעוועט שווערע טויזענטער דאללארען ממון ישראל

10. אויפגעשטעלט א וועד הכשרות, וואס זאל אבאכט געבן וואס געשעפטען פארקויפן!

און נאך און נאך!

איך וואלט זייער געוואלט אז דער פארמעגליך זאל אראפ געבן וואס ר' זלמניו האט אויפגעטאן און וומ''ס די לעצעטע פאר יאר עירוב, עירוב, עירוב, ארטיסטען, פרעס טראק, גל פז, כולל בוקר, עטרת בלעם, נייע הכנה בודקעס און די ראדני שוהל אז די יאקאבאוויטשעלעך זאל זיך קענען געהעריג גרייטען צום דאווענען! וואס נאך????????????????????????????

וועלען מיר אראפברענגען א שטיקל וואס איז שוין געווען געשריבען פריער: תשמ"ה. די שענסטע תושבים פון קרית יואל האבען זיך אפען ארויס געשטעלט און פון קרית יואל האבען רוב פון די איינוואוינער – וועמענס רב מען נעמט אצינד אויף – זיך נישט באטייליגט אויך דער הכתרה מוצש"ק וירא תשמ"ה. עס זענען געווען זקנים פון שטעטעל וואס האבען פרובירט צו רעדען מיטען ברך משה אז ענדערש זאל קומען דער יונגערער זון ר' זלמן לייב ווערען רב, אבער דער ברך משה האט דאס נישט געטון. זיכער קען ער נישט אויפנעמען דעם יונגערען זון איידער דעם עלטערען.

קרית יואל איז שרעקליך צו טיילט געווארען. און עס האט זיך קיינמאל נישט געאייניגט צוריק. יענער מוצש"ק וירא, האט עווענטועל צו געברענגען אז בני יואל זאל זיך עפענען, די צוויי גרינדער און בויער פון שטעטעל, ר' משה פרידמאן און ר' שלמה מעכעל ראזנער, וואס זיי האט דער אלטער רבי אריין געשטעלט, זענען געפלויגען וועגען זיי האבען זיך נישט גענוג שטארק ארויסגעשטעלט צו פייטען פאר ר' אהרן. און די זקנים פון שטעטל האבען מער נישט געוואלט דאווענען מיט ר' אהרן אונטער איין דאך.

ר' אהרן האט אוועקגעווארפען אידען זקנים דורכגעווייקטע חסידים פון אלטען רבין, טייל פון זיי קהילה לייט פון אלטען רבין און הונדערטער יונגעלייט האבען זיך פארעקעלט פון די גאנצע פירערשאפט, און זיך אפגעלאזט פון אריין צו טרעטען אין ביהמ"ד. יענע מחלוקת מיט ר' אהרן אז ער זאל נישט ווערען רב אין קרית יואל האט שפעטער זיך מער צו פלאקערט ביי די סקול דיסטריקט פרשה וואס ר' אהרן האט זיך צו רעדט קעגען יעדען רב און רבין וואס האט געהאלטען אנדערש פון אים, אבער פיל גרעסער פון אים אין תורה ועבודה.

אויף דעם האט שוין אונזער קאלעגע סופערעמסי, גענפערט! איך האב עס שוין א מאל נאכגעקאפיעט, אבער אזוי דער פעלשער פארמעגליך איז א אזוי א כלב שב על קיאו, חזערט איבער איינמאל און נאכעמאל זאכען וואס מען אים אים שוין לאנג אויפגעוויזען אז ער האט ידיעה דעראון פינקט וואו זיין רבי און ש''ס, וועל איך עס נאכאמאל נאכקאפיען:  

 

אין די ערשטע יאר פון די הנהגה פון
רביה"ק זי"ע דא אין אמעריקא האט דער רבי גופא געהאט איין ציל, אויפצושטעלן
אידישקייט דאהי פונקט ווי אמאל, ת"ת'ס, ישיבות, מיידל סקול'ס, כשרות, צניעות,
און א מלחמה קעגן ציונות אויך ווייל דער רבי האט געזעהן אין דעם א שטארקע
פראבלעם צו אידישקייט, און די דעמאטסדיגע תלמודים האבן דאס גוט פארשטאנען וואס
דער רבי האט געהאלטן אז די מערכה פון קנאות איז נישט קיין פערזענדליכע מלחמה ;
נאר א מלחמה קעגן די מעשה הרשע, זיי האבן אויך פארשטאנען אז אנדערע רבי'ס און
חסידים זענען נארמאלע מענטשן מיט א מהלך, (זיי זענען אפשר זיך טועה מיט אייניגע
זאכן אבער זיי זענען געהעריגע ערליכע אידן ככל בית ישראל) פאקטיש זענען אין די
י' יארן געוועהן זייער אסאך מענטשן וואס האבן זיך געקוויטלט אדער געגאנגען צו
טישן פון אנדערע רבי'ס און גארנישט האט פאסירט.

די דור איז אונטערגעוואקסן ס'איז געווארן א נייע דור וואס זענען געבוירן
געווארן נאך די מלחמה, מיר וועלן זיי אנרופן די כ' תלמודים, אין די כ' יארן איז
שוין געווארן דער מציאות פון סאטמאר אביסל גרעסער, די תלמודים האבן שוין נישט
געהאט די זכי צו הערן יעדע דעטאל פון רבי'ן אליין, דער רבי גופא איז געווארן
מער פארנומען מיט די גאנצע וועלט, האט זיך דער נארמאלקייט פון א סאטמארע תלמוד
אביסל גענידערט צו א מדריגה פון א פארטיי, באגלייט מיט שארפקייט און קנאות, ווי
די יונגערע ציבור האט שוין נישט תופס געוועהן דעם גאנצן מהלך פון רבי'ן מיטן
גאנצן קלארקייט,

און די צווייטע העלפט כ' יארן פון שנת תשכ"ח האט זיך אנגעהויבן א נייע תקופה,
די שפעטערע כ' תלמודים און די ל' תלמודים האבן דאך שוין נישט געהאט דעם רבי'
געזונטערהייט און נישט געזעהן דעם רבי'ן אקטיוו, איז דאך געוועהן א ספק אז זיי
וועלן זיך אפשר אינטערסירן וואס טוט זיך ערגעץ אנדערשט, די פאבריק פון סאטמאר
האט זיך פארגרעסערט און מ'האט געדארפט מחנך זיין א נייעם דור,

ר' נתן יוסף ז"ל וכת דילי', הרבנית וכת דילה, און די גרויסע קעפ פון סאטמאר,
האבן געזעהן אז פאקטיש איז רביה"ק איינער אליין אויף איין זייט, און פון די
אנדערע זייט זענען געוועהן היפש גרויסע לייט ממש לייבן, נו וויאזוי איז מען דאס
מסביר פארן נייעם דור אז מיר זענען נישט קיין סתם לאוזערס, קודם האט מען דעם
רבי'ן מורא'דיג גרויס געמאכט, (דער רבי איז באמת געוועהן די גרעסטע בזמנו)
מ'האט כסדר געזאגט אז דער רבי וואלט אפי' בימי בעש"ט געוועהן א חידוש, דער רבי
איז דער חת"ס דער דברי חיים דער יש"מ דער יט"ל אויפאמאל, (ס'איז אמת אז דער רבי
האט געהאט שטירכן פון יעדן איינעם, טאקע דערפאר ווייל דער רבי האט ברוב חכמתו
זייענדיג אין א דור שפעטער פון די אלע צדיקים פארשטאנען דעם כח פון די אלע
גדולים וצדיקים און ארויסגענומען די מהלכים פון יעדן איינעם אויפצוטון פאר
אידישקייט)

דערנאך האט מען אנגעהויבן אוועק צו מאכן די אנדערע, מ'האט אריין געווארפן חוזק
ווערטער אויפן גור'ע רבי'ן, אויפן סקווירא רבי'ן, אויפן וויזניצער רבי'ן, אויף
יעדן איז געוועהן גרייט א אנדערע מין הלצה וואס איז אריין געקראכן אין די מוחות
פון די סאטמארע תלמודים אז אלעס אויסערן רבי'ן איז א חוזק.

דערנאך האט מען סתם אזוי אוועק געשטעלט א יסוד אז די רבי'ס וואס האלטן נישט
מיטן ויואל משה זענען מינים אפיקורסים, סטרא אחרא, זייער תורה גייט צו די
קלופה, ס'איז אסור צו קוקן אויפן זיי,

(
ר' חיים אלטר בראך שליט"א טענה'ט אז די מערכה אז די אנדערע רבי'ס האבן א דין
ווי גוים איז געשאפן געווארן נאכן שידוך פונעם ברך משה מיט וויזניץ כדי גרעסער
צו מאכן זיין עבירה און אים מער פסל'ען צו ווערן ממלא מקום)

דער מציאות ווייזט, אז מ'זאל נעמען א סאטמארע תלמוד פון די י' יארן, וועט ער
קיינמאל נישט רעדן קעגן דעם אמרי חיים, אדער קעגן די ליטווישע גדולים, מ'וועט
נישט הערן פון זיי זאגן אז יענמ'ס תורה גייט צום ס"מ, ווידער די כ' תלמודים
רופן שוין דעם אמרי חיים ביים נאמען, און די ל' תלמודים ווייסן שוין חוזק צו
מאכן אה דער וויזניצער מיטן קעגל....

ווייל אין די ל' יארן האט מען דעם רעדל געמוזט דרייען שטערקער פון ביידע זייטן,
איינס דעם רבי'ן מאכן נאך הייליגער (פאקטיש איז געוועהן א מורא'דיגע תשוקה פון
די חסידים צום רבי'ן אין די נישט געזונטע יארן, בלויז צו קענען קוקן אויף די
צורה איז געוועהן א געווינס און א שמחה וואס מ'קען נישט היינט מסביר זיין) פון
די אנדערע זייט האט מען געבלאזן קעגן די אנדערע רבי'ס אז זיי זענען שקצים
ליידיגייער'ס ועוד, כדי דער עולם זאל נישט אנטלויפן.

(עכ"ז איז געוועהן לעכער פון אלע זייטן ווי ס'איז ארויס גערינען מענטשן מחמת די
ליידיגקייט ווי צ.ב.ש מענדל וועכטער, די מעכעליסטן ועוד)

אזוי האט מען באמת געפיטעטר דעם עולם מיט אזא מהלך, אזוי ווייט אז קיינער האט
באמת נישט געטראכט אויפן עתיד וואס וועט זיין ווען דער רבי גייט ארויף אויפן
עולם האמת, כאטש דער רבי איז געוועהן אלט און שוואך איז ניטאמאל עולה געוועהן
אויף די מחשבות אז מ'דארף טון אויפן עתיד.

כ"ו אב ווען דער רבי איז אוועק, דא איז שוין געוועהן עק וועלט, מענטשן האבן זיך
באמת געריסן די האר פון קאפ, מ'האט באמת געפילט ווי די וועלט ענדיגט זיך, מ'האט
אפי' נישט געקענט טראכטן נארמאל, מ'האט נישט געקענט טראכטן פון זיך צוזאמען
קלויבן פון דאסניי, ווייל אלעס איז ביז יעצט נאר געוועהן דער רבי דער רבי,

מענטשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו זינגען יעדע וואך דעם זעלבן לא תבושו
ניגון (גאנצע דריי יאר האט דאס אנגעהאלטן) ווייל דער רבי האט געקלאטשט אויף דעם
ניגון,

מענטשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו מאכן א טעוועלע "מקום זה ישב", ווייל דער
רבי איז דא געזעסן,

מענשן האבן געהאלטן ס'איז נארמאל צו מאכן אויפן ציון א ביהמ"ד ווי אין מרון,
ווייל דער רבי ליגט דא,

אין די ערשטע תקופה איז נישט געוועהן אזא זאך א איד זאל קומען קיין ק"י אין
נישט ארויפגיין צום ציון, יעדן ליל שישי, יעדע ערב ר"ח, און ווען נישט, (אויך א
נייע זאך וואס איז נישט געוועהן ביז דאן אז מ'זאל לויפן אויף א ציון בכל עת
מצוא, אמאליגע צייטן פלעגט מען גיין בלויז אינעם טאג פונעם יארצייט אדער צומאל
ערב ר"ח).

האט איר אמאל געטראכט פון דעם?, וואס איז די באדייט פון דעם נר תמיד אין אלע
סאטמאר'ע בתי מדרשים?, א נר נשמה צינד מען אן בלויז דאס ערשטע יאר, דערנאך צינד
מען מער נישט קיין לעכט בלויז אינעם יארצייט אדער אויפן ציון ווייל נאכן יאר
דארף מען מער נישט טון פאר עליית נשמה, וואס איז פשט פון די נר תמיד'ס אין
ביהמ"ד?, צו דארף דעם רבינ'ס נשמה אן עלי' ביז היינט צו טאג?

מענטשן טראכטן נישט, די גאנצע אנגעצינדעכטס פון א נר תמיד אזא נר של שמן וואס
ווערט באנייט יעדע וואך איז נתחדש געווארן שנת תש"מ, רוב מקומות אויף די וועלט
איז נישטא אזא זאך, און ווי יא איז עס נאר נאכגעמאכט פון דא ווייל ס'איז דאך
מעשה רב,

ווי נאר קהל האט באשלאסן אויפצונעמען דעם ברך משה אלץ ממלא מקום, האט זיך
דיוועלעפט א פאביע צווישן ציבור אז מיט א נייעם רבי'ן ווען מען חלילה פארגעסן
פונעם רבין זיכערוינעבראכע, און ס'האט זיך אנגעהויבן א רייע מיט השתדלות כדי
שלא ישתכח תורת רבינו, (עטליכע פון די השתדלות איז ווי פריער דערמאנט, טעוועל,
ציון, לא תבושו) אלעס צוליב דעם פחד אז מ'דארף געדענקען דעם רבי'ן, און אז דער
רבי זאל נישט פארגעסן ווערן,

מענטשן פלעגט אריין זינגען ביי די תפלות פון ברך משה ביי קידוש דארט ווי ער האט
משנה געוועהן דעם נוסח פון רביה"ק, דער ברך משה גופא איז געוועהן א ענותן (אויף
זיין עניוות וועט קיינער נישט מחולק זיין) ווער ס'האט געהאט הענט און פיס האט
אים געטרייבערט די ערשטע צייטן מיטן רבין זיכרוינבארכע, אז מ'דארף חזר'ן דעם
רבי'נס שיטה, הגם ער אליין איז אויך געוועהן דערביי, ווי ער פלעגט אלץ זאגן
אלעס איז דעם פעטער'ס כח, ער פלעגט טאקע אין די ערשטע צייטן ביי יעדע תורה
נאכזאגן א דברי יואל אפי' ווען ס'איז נישט געוועהן לענין,

דאס האבן אויך אלע געהערט און זייער אסאך פעלער אז דער ברך משה פלעגט זאגן
בזה"ל

*"
מ'דארף קוקן וואס דער פעטער וואלט געטון אין אזא צייט" *

ער אליין האט עס נעבאך זייער ערנסט געמיינט, ווייל ער האט געוויסט אז זיין
אייגענע מיינונג איז נישט מחייב קיינעם, ס'וועט נאר מחייב זיין מענטשן ווען ער
וועט קומען בשם ובלשון רביה"ק,

אזוי איז דאס געשטיגן במעלות, און זיך אריין געוואקסן דעם פראבלעם נאך גרעסער,
דער ברך משה האט נישט קיין אייגענע דעת, אלעס איז נאר תורת רבינו, שלמה יענקל
איז מפיל יעדע צווייטע יאר נאך א ספר מושיען ש"י, ווי ער פארבריצירט פרישע
סחורה פריש פון אויוון ארויס מעשיות, איין חיבור איז ער מסביר אז דער רבי איז
געוועהן דער דברי חיים, איין קאפיטל אז דער רבי איז דער יש"מ, איין קאפיטל
הייסט "כל אחד נדמה לו כבני אומתו" אז דער רבי איז דער קאמארנה, ר' מרדכי'לע
נאדברנה, זדוטושוב, דזיקוב, בלאזוב, שינאווא, ציעשנוב, קאלשיץ, ראפשיץ, און
וואס נישט, ר' עזריאל גליק האט גרייט צו יעדן מצב א מעשה וואס בדידי הוה עובדא,
נאך א מזל ער האט געשעדיגט זיין קרעדיט נאך ביי די שבעה שרייענדיג מיט בכיות
"
ווחחיי".....

ר' מנשה פיליפ מיט אברהם דוד גליק קומען ארויס מיט זמירות'ן און מחזורים, דארטן
שטייט מנהגים, וואס די תמימי לב קויפן דאס פאר גוט געלט, און די ביסל ברייטערע
מוחות שעמען זיך געפערליך דערמיט, אבער ווער ס'לאכט אפ איז א שייגעץ ווייל ער
לאכט פון רבי'ן ער וויל פארגעסן פון רבי'ן,

אין די מנהגים איז באמת פארהאן שטותים והבלים, וואס פאסט ענערשט פאר קרעטשניפע
חדר יונגלעך, אז דער רבי האט געהאט א טיש בעקעטישע און די גארטל איז געוועהן
מאותו המין, און דער רבי האט געטינקען חלה במרק דגים, און געגעסן א גרויסן
שיעור לפתן מיט ווייסע קוגל און ברוינע קוגל, ווייל וואס די רעבעצן האט באשלאסן
אז ס'איז גוט און ס'איז שיין צום טיש ווערט באלד א מנהג מיט א מקור,

דער רבי זאגט א דרשה ר"ה, כל נדרי, זאגט די הייליגע מנהגים "בשעת הדרשה הי'
הגידיו על מצחו בולטות"....

ר"ה לפני קריה"ת מכרו העליות (און דער רבי האט געהאט א מנהג אז) וכל המרבה
במכירה זכה....,

בכלל איז נישטא אויף דער וועלט אזא זאך ווי אין א מחזור מיט הייליגע תפלות און
פיוטים זאל מען אריין דריקן מנהגים אינצווישן, בשלמא אנהייב אדער סוף מחזור
מהיכי תיתי, אבער אינמיטן דאווענען אינצווישן די תפלות פאקט מען אריין די
הבלים, דאס איז שוין חידושים....

בכלל איז דער זמירות – מנהגים מקלקל, מ'שרייבט מנהגים און די פשוטי המון עם
מיינען אז מ'דארף דאס נאכמאכן, א דוגמא אחת מני אלף, דער רבי האט געהאט א מנהג
צו עסן קודם אלע מאכלי שבת און נאכדעם זינגען זמירות, ווייל ביי צדיקים איז די
אכילה א עבודה בפני עצמו, ווידער האבן אידן געוויסט אז די מנהג איז שבת קודש
ביים טיש איז די סדר השולחן א זמר א מאכל, א זמר א מאכל, כדי נישט נתגשם צו
ווערן אין די מאכלים, אזוי פירן זיך שוין אידן יארן לאנג מיט מסורות אבות, אבער
היינט איז דאך דא א זמירות פון רבי'ן דארף מען דאך נאכמאכן, מ'טאר דאך נישט
פארגעסן פון רבי'ן, איז מען משנה קודם עסט מען נאכדעם זינגט מען (מיר ווייסן
פון אסאך אידן וואס האבן משנה געוועהן דעם שינוי בלויז צוליב דעם זמירות) איז
דאס רעכט?, משנה זיין מסורות אבות צוליב א מנהג וואס איז מיוחד בלויז פאר
צדיקים??....


דער שיטה אז מ'טאר נישט פארגעסן און די פאביע אז מ'פארגעסט טאקע פון רבי'ן איז
מיטגעוואקסן, יעצט לאמיר נאר פארשטיין וואס טאר מען נישט פארגעסן?,

דא איז שוין יעדער מחליט ביי זיך אליין וואס איז געוועהן דעם רבי'נס רצון וואס
מ'טאר נישט פארגעסן, אין תלמוד תורה ווען די קינדער זענען נאך גאנץ קליין די
ערשטע זאך וואס מ'לערנט אויס די קינדער אז דער רבי האט געזאגט "אויף א מחיקה
קלה איז דער רבי נישט מוחל בזה ובבא", דערנאך הייבט זיך אן א סעריע פון
שארפקייט און קנאות וואס מ'פארציילט פאר די קינדער וואס דער רבי האט פארמאגט,


ר' אברהם דוד גליק האט ספרים אויף אידיש, מעשיות פון רבי'ן, כמעט יעדע צווייטע
מעשה איז ווי דער רבי האט מקפיד געוועהן און זיך געבייזערט....

יעדעס קינד אין סאטמאר ווייסט אז די סיבה פארוואס מ'לערנט חומש רש"י איז ווייל
ר"ר מרדכי'לע נאדבורנה האט געהייסן דעם רבי'ן לערנען חומ"ר אזוי וועט ער וויסן
אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט, לאמיר טראכטן ווי א סאטמאר'ע חסיד דארף
טראכטן, צו דארף מען לערנען חומ"ר ווייל דער רבי האט געהייסן בשם ר' מרדכי'לע?,
ניין, מ'דארף לערנען חומ"ר ווייל ביסט א איד אין אזוי שטייט אין שו"ע, מיר
האלטן נישט די תורה ווייל די רבי האט געהייסן, מיר האלטן די תורה ווייל דער
באשעפער האט געהייסן, ווידער א פגם אינעם רבינ'ס מהלך מ'דארף נישט פאלגן דעם
רבי'ן מ'דארף פאלגן דעם באשעפער.

דאס קינד ווערט א בר מצוה בחור און גייט אריין אין ישיבה זאגט מען אים אז דער
רבי האט געזאגט "אייגענע קרעמלעך איז דאס ארגסטע" דער רבי האט געזאגט אז זינגען
ניגונים ביים טיש איז שקר, ממילא קומט דאך אטאמאטיש אויס אז די וואס זינגען יא
זענען שקרנים, דער בחור געט זיך א קוק אום ווער זענען די אידן וואס טראגן דעם
פאן פון רבין ז"ל, ווער זענען די אידן וואס הייסן רבי זיכרוינעבראכע אידן, ער
דערקענעט זיי באלד, אט די אנגעזויערטע ביטערע אידן זיי זענען די ממשיכים,

נו! וואס זאל דער בחור טראכטן?, ער איז גאנץ שנעל מחליט אז דער גאנצע המשכה רבי
זיכרוינעבראכע איז נישט פאר אים, דאס איז אזא שארפע ביטערע זאך וואס איז נישט
פאר זיין מח, דאס מערסטע הערט ער רעדן פון רבי'ן איז ביום ה' אייר וואס דאן
לאזט מען זיך ארויס מיטן גאנצן שארפקייט אונטער צו רייסן די ציונום, ווידער מיט
שארפע מהלכים,

בחורים און יונגעלייט קוקן אן דעם עלטערן דור וואס האט יא געקענט דעם רבי'ן,
ווי אלע גדולים וצדיקים ווערט ביי זיי אוועק געמאכט מיט א ביטול, מ'מעסט א גדול
א רבי צו א ר"י לויט וויפיל ער איז געקומען צום רבי'ן...., ס'מאכט זיך אז א ר"י
קומט פון א"י זאגט מען גלייך דער איז איז א שוואכע זאך קיינמאל נישט געקומען
צום רבי'ן.....,


מ'זעהט אידן וואס געדענקען נאך די געזונטע יארן פון פאר תשכ"ח ווי זיי רעדן מיט
אזא התלהבות פון די רעבעצנ'ס טשיז קעיק און בארשט, וואס טראכט דער יונגע דור?

כמעט 99 פראצענט תלמודים וואס זענען שוין יא געוועהן ביים רבינ'ס שיעור, וועלן
רעדן מיט אזא נאסאלגיע פונעם רבינ'ס קאצקע צוקער , ווי דער רבי פלעגט דאס
צוברעכן אין פיר שטיקער...

בכלל זייט ווען רעדט מען פון א רבינ'ס עסן און טרינקען?, מיט וועלכע עלטערע איד
מ'רעדט וועט נאר רעדן פון זיין רבינ'ס תורה יר"ש צו תפלה, אדער אהבת ישראל,
אפי' די נאסאד'ע חסידים וואס דארט איז שוין יא געוועהן אביסל א עסק פון מאכלים,
צו הערט מען דען רעדן ביי די נאסאד'ע חסידים פון די נאסאד'ע מאכלים?, כ"ש וק"ו
ביים רבי'ן וואס דאס עסן איז באמת קיין עסק נישט געוועהן, קענען זיצן אידן מיט
גרויע בערד און דעבאטירו די רעבעצן'ס מאכלים....

וואס איז דער מצב היינט?

דער מצב היינט ווען עס איז שוין דא א פרישן דור, אט די נייע ווייסן באמת
גארנישט, זיי קענען דעם רבי'ן נאר פון די דרשות און מאמרים וואס ווערט געשריבן,
ליידער ליידער זענען זייער אסאך סאטמאר'ע יונגעלייט בועט אין שיטה הק' און אין
די סאמע וויכטיגסטע יסודות פון רבי'ן, מ'פארט קיין א"י, מ'לויפט ארום אויף אלע
פלעצער, מ'גייט צום כותל אן קיין עיכוב, קבר רחל, מערת המכפלה, בכלל פארן אויף
א"י אזוי לייכטזיניג איז געוועהן א שווערע זאך ביים רבי'ן, אבער כהיום רעדט
נישט קיינער דערפון, מ'איז בועט אין די גאנצע זאך, פאר איין סיבה, ווייל מ'האט
באמת נישט ארויס וואס דער רבי האט געוואלט, ס'איז ליידער נשתכח תורת רבינו.


צו הערט מען היינט רעדן פון אזא מאמר וואס דער רבי האט געזאגט "אז אויב בחורים
קענען נישט א טובה טון א איד דארף איך נישט קיין ישיבה"?

אין די צייט וואס די מדת החסד איז געוועהן ביים רבי'ן די ערשטע יסוד, ער האט
געוואלט אז א סאטמארע איד זאל דעם אייגענעם העמד אוועק געבן פאר א צווייטן איד,
די היינטיגע בעלי חסד אויב איז ער נישט פון קיין צד קען ער פארגעסן צו באקומען
שטיצע,

צו הערט מען היינט רעדן פון לבושי נשים?

וואס כידוע איז דאס געוועהן די עיקרי העקרים ביים רבי'ן, ווי ער האט געווידמענט
כל נדרי ביינאכט צו רעדן פון דעם, און אז ס'שטעלט זיך יא אויף איינער רעדן פון
דעם הייסט ער א חזיר,

צו רעדט איינער פון ביי האר?

ליידער איז דא די מכה צווישן היימישע מענטשן,



צו רעדט איינער פונעם רבינ'ס אהבת ישראל?



צו רעדט איינער פונעם רבינ'ס דרך הלימוד?

דער רבי האט שטארק פארפירט מ'זאל נישט משנה זיין דעם דרך הלימוד כימי החת"ס
ותלמודיו, און היינט זעהט מען אין סאטמארע ישיבות ווי מ'לערנט ליטווישע דרך
הלימוד.



צו רעדט איינער אז בחורים זאלן נישט גיין צו חתונות?

ווער יא, ווערט גלייך אפגעפרעגט,

וואס איז יא דעם רבי'נס רצון, וואס הייסט וואס? עירוב איז אסור, מ'טאר נישט
מחמיר זיין מיט שחיטה, מ'טאר נישט זינגען שבת מער ווי כל מקדש מנוחה ושמחה, און
יעדע פרעמדע איד איז א שייגעץ, און שוין....


אט די פאלשע רבי זיכרוינבראכע אידן וואס האבן זיך נישט געקענט צופאסן צו א נייע
הנהגה ווייל מ'פארגעסט פון רבי'ן, זענען געזעסן אין פארשטופטע ווינקלען אין
קליינע בתי מדרשים נישט וועלנדיג אנעמען די נייע הנהגה פונעם ברך משה מיטן תי'
אז מ'טאר נישט פארגעסן פון רבי'ן, זיי האבן במשך די צייט פארגעסן פון ווי זיי
האבן אנגעפאנגען, רוב פון די מענטשן האבן געשיקט זייערע קינדער לערנען קיין א"י
(
ווייל דאס איז יא דעם רבי'נס רצון) מ'האט זיך געזיכט נייע רבי'ס (וואס מיט
קנאות האבן זיי קיין שייכות נישט געהאט) און מ'האט כסדר געהאט פרישע סחורה קעגן
דעם ברך משה ווייל ער איז דאך א פרעמדע, אפגערעדט זיין עלסטע זון דער איז דאך
סתם אזוי א גוי ער אידאך א איידעם אין וויזניץ....., דער עיקר איז מ'טאר נישט
פארגעסן פון רבי'ן.

סך הכל קען מען זאגן איין זאך, דער רבי האט געזאגט ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך
הבעש"ט, און מיר קענען זאגן, ס'איז נשתכח געווארן דעם דרך פונעם רבי'ן.........


 

איז אזוי. סאטמאר איז איצט שרעקליך צוקריגט מיטען וויזניצער רבין פון מאנסי. מען איז צוקריגט מיטען קאשויער רב פיל ארגער ווי ביז איצט. מען איז צוקריגט מיטען מאנטעווידעער רב, מיטען קארלסבורגער רב, און שווערע הונדערעטער בעלי בתים, חסידים און תלמידים פון רבין זי"ע האבען זיך גענצליך אפגעשאקעלט פון סאטמאר.

אלע קליינע שוהלען אין וו"ב זענען געפאקט מיט סאטמארער יונגעלייט און בעלי בתים און זקנים. אלע קלענרער מוסדות אין וו"ב זענען געפאקט מיט קינדער פון עלטערען וואס ווילען נישט מער שיקען די קינדער אין סאטמאר.

יע! דאס איז שילדיג דער וועלטס בארימטער מייסטער טעראריסט וואס זיין נאמען איז בן פראדעל, אזוי שוין אויבן געשריבען צענדליגע מאל באריכות אבער אזוי דער פעלשער פארמעגליך איז א אזוי א כלב שב על קיאו, חזערט איבער איינמאל און נאכעמאל, אזוי דער דייטשער רשע געבעלס האט געזאגט, מען דארף אזוי לאנג חזערען א ליגענט ביז מען גלייבט דאס אליינס,  

איז נישט געווען צייט צו מאכען א טויש? דאס האט יעדער געוויסט אז מיטען ברך משה קען מען זיך זייער גוט פארטראגען, ווי שוין געשריבען. און מיט ר' אהרן קען זיך קיינער נישט פארטראגען, אויך ווי שוין געשריבען פריער. נו פארוואס איז נישט געווען צייט צו מאכען א טויש אין דעם וועג ווי אזוי מען האט זיך געפירט ביז איצט?

האבען די פירער פון סאטמאר נישט געזען אז מיט ר' אהרן וועט זיך סאטמאר נישט בויען? ער וועט נאר כסדר אוועק ווארפען מענטשען, רבנים, רביים, רעכטס און לינקס?

שעם דיר נישט שרייב ארויס די נעמען בן פראדעל, לעזער מהאנג קאנג, דער שפעטיווקער שרף, משה וואלף קליין, וויגדער יאקאבאוויטש, דוד לייביש מיט אברהם בער יאקאוויטש, וואס שעמסט דיך צו שרייבען נעמען???????????????

האט דער דער ברך משה דען נישט געזען און געוויסט אז דער דריטער זין זיינער איז א נח לשמים ונח לבריות? האבען די פירער פון סאטמאר נישט געזען אז אין די צעירים קענען שיקען סיי וועלכע טאטע זיין בחור און ר' זלמן לייב דער ר"י???????? מג''ש וועט נישט שפילען קיין פאליטיק קיינמאל?

יע די דאזיגע תגיבה פאסט פאר ''יחצאל''

עס איז קיינער נישט בלינד געווען, נאר ר' אהרן. עס איז געווען קלאר ווי דער טאג אז ר' אהרן וועט נישט קענען זיין דער רבי איבער סאטמאר. ער וועט אלץ זיין אין קריג און ער וועט זיך קיינמאל נישט קענען דורך קומען מיט קיינעם.

 

 

דער טאג פון טויש איז אנגעקומען.

האט משה גבאי געהאט א האנט דערין? זיכער. וואס, ווען און ווי אזוי, אין קומענדיגען מאמר, אי"ה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 18:38 לינק ישיר 

.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 18:40 לינק ישיר 

.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 19:58 לינק ישיר 

פארשטיי טענהט אז ר' אהרן האט יא געהאט א גוטע רעפארט קארד תשנ''ט
קוקט וואס ער האט אויפגעטוהן

עס איז איצט תשנ"ו. עס אזי שוין אדורך עלעף יאר זייט ר' אהרן איז געווארען רב אין ק"י. לאמיר זיך אומקוקען ווי אזוי זיין "רעפארט קארד" זעט אויס. אזוי פירט זיך דאך די גאנצע וועלט אז מען גיט איינעם צו פירען א ביזנעס, רופט מען אראפ מבינים און מען זעט צו יענער טויג צו נישט. וואקסט די ביזנעס, צו נישט. קען מען דעם מענטש געטרויען צו נישט.

 

נא! לאמיר אנפאנגען!

 

זאט כ''ק רבינו שליט''א איז רב און קר''י וואס האט ער אויפגעטאהן?

1.      געבויעט א נייע מקווה, וואס איז א כלילת יופי, אויסגעארבייט מיט אלע חמרות וואס נאר שייך! אלע רבנים ווען זיין קימען קיקען די מקווה, כאפען זיי התפעלות!
גערעכט געטראפן א אויפטו

2.      א בית השחיטה! וואס איז די מהודרסטע שחיטה פון דער גאנצער וועלט!
ווען? שנת תשס''ו

3.      א חושן משפט ב''ד וואס זאל זיך אפגעבען מיט מיט ד''ת, ( אמאל ווען צוויי יודען האבן געוואלט קימען צו ד''ת האט מען געמיזט אריין פארען און שטאט) היינט איז ב''ה דא א ב''ד און שטעטעל!
ווען? שנת  תשס''ה

4.      א מהדר דיגע מצה בעקעריי וואס פאסט זיך פאר סאטמאר!
ווען? שנת תשס''ה
5.     
אויסגעריסען די ''יומען הער'' שייטליך!
 נישט וואס איך ווייס רעבעצן סאשאס פרענדס גייען אלע דערמיט

6.      אויפגענימען נייע דיינים און מוצי''ם, בעיקר יונגעלייט, כדי א יונגעמאן נאך די חתונה זאל קענען האבן א געהעריגע קשר מיט א מורה הוראה! ווען? שנת תשס''ב

7.      אויפגעשטעלט א וועד הצניעות וואס זאלן זיך אפגעבען, מיט פראבלעמען וואס מאכט זיך און יעדע שטאט! פרעג דיינע קר''י ארויני חברים וואס זיי זאגן צו דעם אויפטוה

8.      אויפגשטעלט א היכל התורה! וואס האט געהויבן דעם כח התורה און שטעטעל אויף א מאסיווע פארנעם! ווען? שנת תשס''א

9.      אויפגשטעלט א ארגענעזאציע וואס רופט זיך מצילי אש, וואס האט שוין געראטעוועט שווערע טויזענטער דאללארען ממון ישראל. דא האסטו מיר געכאפט איך בין מיט די צונג אינדערויסן.

10. אויפגעשטעלט א וועד הכשרות, וואס זאל אבאכט געבן וואס געשעפטען פארקויפן!
ווען? תשס''ז




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 20:42 לינק ישיר 

אזוי ווי מיר האבען באקימען א ריספאנט פינעם עולם, וואס דער סך הכל דערפין איז,
עס איז דא געוויסע פלעצער וואס עס ווערט זיך אויסגעדריקט נישט אזוי עטיש בפרט ווען עס רעד זיך פין יקרא דשכבי, האבען מיר דא אויס געשטעלט די נוסח עס זאל זיך בעסער פאסען, אין ווער עס וויל אין ווייסט וויזוי, קען ריפלעסען די שטיקלעך,  דארט ווי מיר האבען פארבעסערט האבען מיר געצייכענט מיט שיפע פאנט.

סאטמאר וויל שלום מאכן מיט זייערע שונאים, די פייער ברייטערט זיך אויס.

הארט פאר פורים איז פארגעקומען דער ענדגילטיגער שאס וואס ר' אהרן האט אפגעטון פאר משהן און פון דעמאלט ביז פסח איז שוין געווען א קאצען שפרינג.

עס איז דעמאלטס פארופען געווארען א מאסן דעמאנסטראציע דורך די התאחדות הרבנים און אויף זייער קול קורא האט אונטערגעשריבען דער מאטעווידעער רב זצ"ל. א וואך פארן פראטעסט איז דער קול קורא געווען אריינגעלייגט אין דער איד און דאס האט פאראורזאכט א שטורעם ביי ר' אהרן און זיינע מענטשען. 

דער מאטנטעווידעער רב איז דעמאלטס נאך געווען אין סאטמאר  געאסרט. עס איז געווען קורץ נאך פארשידענע אומבאטאמטע זאכען וואס האט ציגעברענגט  א פולער קריגס צושטאנד צווישען סאטמאר און דער מאטעווידעער רב.

און דאס אז די התאחדות איס געגאגנגען נעמען די חתימה און דער איד האט עס נאך אריינגעשטעלט האט געוויזען אז מען האלט ביים מאכען שלום מיט אלע שונאים און ר' אהרן וועט בלייבען דורך דעם אויסגעשפילט. ווייל עס האבען אלע געוויסט דעם אמת אז מיטען ברך משה קען מען דורך קומען און מיט זיין עלטערען זין ר' אהרן נישט. (און אזוי פונקטליך האט זך ארויסגעשטעלט יארען שפעטער. אלע רבנים האבעם איבערגעבעטען דעם ברך משה און מיט ר' אהרן האבן זיי נישט געוואלט זיך איבערבעטען.)

עס איז כ"ו אב תשל"ט
דער מצב אין סאטמאר איז געווען חושך ואפילה. עס האט זיך קיינער נישט גערישט אז דער טאג וועט אמאל אנקומען און דעריבער איז נישט געווען קיין שום פלאן אויף ווייטער.

די קלוגסטע מענטשען פון די קהילה זענען געווען אובד עצות וואס מען טוט דא ווייטער. עס זענען אויפגעקומען אזעלכע אינטרעסאנטע שפעקולאציעס וואס היינט קען מען עס נישט פארשטיין אין מען קען היינט זיך נישט אריינלייגען אין די דעמלאסטיגע הויזען. עס איז געווען א שרעקליך פינסטערע צייט פאר סאטמאר און אירע חסידים.

למעשה אין די יארען וואס די רבי איז נישט געווען געזינט אין פארשטייט זיך אז די רבי האט  שוין געדארפט אנקומען אסאך צי הילף פין מענטשען ארום אין ארום האט זיך אויסגעפארמט אז די מענטשען אין וועם די רבי איז געווען אנגעוויזען אין גשמיותדיגען חלק האבען באקימען א שטארקע כח אויף סאטמאר אין דעס האט פאר זייער א גרויס פארצענט פין סאטמאר שטארק נישט געשמעקט, נאר וואס דען, ווי איינער האט זיך אויסגעדריקט דעמעלטס אז ווי לאנג איך זע זיי ווייס איך אז די רבי איז בתוכנו ווי איינער זאגט וואס ווילסטו? איך זאל זיי נישט זען דא? דאס מיינט אויך נאך עפעס נישט זען, וואס מען האט דעמעלטס נישט געוואלט ארויף ברענגען אויפען ליפען.

דאס האט מען נאך אראפ געשלינגען,

אבער נאך די הסתלקות פין רבין זי"ע וואס קיינער האט נישט געזען קיין וועג המעשה אשר יעשון אין דער איינציגער עקסזעסטירענדע כח איז געווען די שטוב האבען מענטשען אנגעהויבען מורא האבען אז אויף א געוויסע וועג וועלען זיי אנהאלטען די מאכט אין אויף דעם קען מען זאגען אז ניין און ניינציג פראצענט פון סאטמארער חסידים האבען דאס נישט געוואלט פאר פארשטענדלעכע סיבות.

און דא איז צוגעקומען נאך א פראבלעם וואס היסטאריקער דערציילען. די ישיבה בימים ההם איז געווען נישט דאס בעסטע. עס האט זיך שטארק אנגעזען אז דער רבי איז נישט געזונט און אז דער רבי זאגט מער נישט קיין תורות און עס האט פארמינעוועט די כח פון ר' נתן יוסף אין די ישיבה ווייל ער האט מער נישט געקענט אלעס מיטטיילען מיטען רבין, ווי עס פלעגט זיין פאר תשכ"ח,.
על כן איז געווען א שטארקע מאבמענט איבער צימישען דאס בלעטעל,

באמערקונג: (מען רעד נישט דא פין די וואס מען האט אין סאטמאר געריפען די שווארצע נאר פינעם המון עם,)

אין דעם פלאן פין אויפנעמען סיגעטער רב האבען מענטשען געפילט אז עס וועט אינגאנצען בטל מאכען די אנדערע פלענער וואס האט נישט געשמעקט דעם עולם .

נאך אזאך דארף מען פארשטיין אז איבערנעמען סאטמאר נאכן רבין איז נישט אזוי איינפאך געווען ווי ביי אנדערע חסידותן יעדע חסידות געווענליך באשטייט פין א רבי אין חסידים די חסידים גייען זיך שואל עצה זיין מיטען רבין זיי גייען אריין צום רבין להתברך צי יעדע געלעגנהייט אין די רבי פירט טיש אין פירט זיך יעדר איינער כמנהג בית אבותיו אין דער עולם איז אויך דבוק צי די גזע  וכהנה וכהנה אין מער ווייניגער קימט אלעס פאר צווישען חסידים אין זייער רבין,

סאטמאר האט געהאט א רבין א רבן של כל בני הגולה איז דער וואס נעמט איבער סאטמארע ראביסטעווע האט פארשטייט זיך אלע פליכטען פין א רבי צי חסידים ווי אויבען דערמאנט ביי א יעדע רבי אין חסידים, אין עס קימט נאך צי א זאך וואס ביים רבין האט געשפילט מער ראלע ווי זיין חסידות איז דאס איז שטיין בראש מערכת ישראל איבער די גאנצע וועלט ועוד ועוד וואס עס קימט נאך אלץ מיט מיטדעם,

איז געווען אזעלעכע תלמידים פין רבין וואס האבען געהאלטען אז סיגעטע רב וועט מען אויפנעמען אזוי ווי מען האט זיך אלץ געפירט אלץ ממלא מקום דודו ממשיך צי זיין  די שלשלת סיגעט מיט אלע פאנקציעס וואס קימט מיט דעם מיט,

אין די אנדערע חלק וואס פארשטייט זיך אסאך א שווערערע וועט מען שטעלען א  בי"ד אין גאב"ד וועט זיין פארשטייט זיך די נייע רב.

פאר די רעבעצין וואס זי האט געהאט א גרויס חלק אין בויען גאנץ סאטמאר אין זי זעלבסט איז געווען שטארק רעספקטירט אין גאנץ סאטמאר פאר איר איז דאס געווען זייער א שווער זאך ממש א בראך אויף בראך אויב קימט א נייע רבי מיינט דאס פאר איר אז זי ווערט די אלטע רעבעצין, וואס אין בעסטען פאל וועט מען איר רעספעקטירען אלס דעם וואס זי איז די אלטע רעבעצין, כידוע כבר היה ביי איינע פין די פריעדיגע וואס די מאמע אליין די אלטע רעבעצין האט געוויינט יעדעס מאל זי האט זיך באגעגענט מיט די נייע ווערטשאפט,

סך הכל
1) דער עולם האט געוואלט איבערמישען דאס בלעטל,
2) די קאמפלעצירטע מצב פין דעם גרויסען ליידיגען מקום וואס די רבי האט איבער געלאזט איז געווען זייער א קאמפלעצירטע,
3) קהל האט נישט געוואלט מצער זיין די רעבעצען, 

דאס האט אהער געשטעלט א מצב אין סאטמאר נישט קיין קהלה אין נישט קיין שום אטעריטעט,
 
פושר געווען די פראבלעמען האט דער ציבור. און זיי האבען אויפגענומען דעם סיגעטער רב און קהל איז מיטגעגאנגען דערמיט.

צו די קומענדיגע געשיכטע קומט צו א קליינע הקדמה. ווען דער רבי איז נפטר געווארען האט די רביצין געלאזט ארויף לייגען העכערען רבינס פלאץ אין גרויסען ביהמ"ד א מארמארענעם טאוועל וואס האט אנטהאלטען בערך די ווערטער: במקום הזה עמד רביה"ק זי"ע בשעת התפילה.

דאס איז זיכער אז דער ברך משה האט נישט געוואלט דעם טעוועלע, ער האט געפילט אז עס מיינט אים צי טשעפענען, אבער למעשה איז דער טאוועל יא ארויפגשטעלט געווארען, און דער טאוועל האט דארט געהאנגען ביז מיטוואך פארטאגס י"ז אב תשמ"ד.

ווען מען איז אנגעקומען אין ביהמ"ד יענעם צופרי איז דער טאוועל געווען אראפגענומען. מען האט נאר געזען א צייכען פון קלעב וואס איז דארט פריער געווען.

ווער עס האט דעם טאוועל אראפגענומען איז נישט באקאנט. די רעבצינס מענשטען האבען געטענהט אז די בחורים פון ישיבה האבען עס אינמיטען די נאכט אראפגענומען און ר' אהרן (אין די באוויסטע טעוועלע דרשה א וואך שפעטער. די טעיפס זענען בנמצא ביי סאנדל) האט געזאגט אז די בחורים האבען עס נישט אראפגענומען נאר די רביצינס מענטשען האבען עס אראםגענומען, וויל זיי ווילען לייגען א נייעם און גרעסערען טאוועל וואס זאל אנהאלטען נאך מער ווערטער.

אלנפאלס. נאך יענעם טאג האט מען ארויף געשטעלט א נייעם טעוועלע וואס איז געווען גרעסער פון די פריערדיגע, און עס האט אנטהאלטען נאך ווערטער ווי שפך שיח לפני קונו און נאך. (אויב האט איינער א בילד איז אינטערעסאנט צו ארויף לייגען.)

צומארגענס, דאנערשטאג, איז דער ברך משה אנגעקומען אהיימגעקומען פון סעמערינג קיין קרית יואל. ער האט גערועפען א קהלס מיטינג ווי ער האט פארלאנגט אז קהל זאל עס אראפנעמען.

 למעשה איז געשען אז גאנץ קהל האט זיך אפגעזאגט ווייל קיינער האט נישט געוואלט טשעפענען מיטען רבצין. דער ברך משה האט געזאגט פאר קהל אז אויב איז דער טאוועל נישט אראפגענומען ביז שבת, קומט ער נישט אריין דאווענען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/7/2009 20:48 לינק ישיר 

העלד כתב:

1.      געבויעט א נייע מקווה, וואס איז א כלילת יופי, אויסגעארבייט מיט אלע חמרות וואס נאר שייך! אלע רבנים ווען זיין קימען קיקען די מקווה, כאפען זיי התפעלות!
גערעכט געטראפן א אויפטו



כבוד פארשיי(נישט)

די אלע זאכן וואס ער האט געטוהן זייט די פאליטיק (כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן) איז בכלל נישט שייך זיך צו טענן

נאר אפילו די איין מקוה פין וואס די רעדסט, פרעג דיר נאך ביי די וואס זענען געווען אינוואלווד דעמאלטס וואס פארא גיהנום מען איז דורך מיטן קדוש, פרעג דיר נאך ביי משפחת ר' ליפא בראך ז"ל (פארשטייט זיך ביי די וואס וועלן מסכים זיין צו דערציילן וד"ל) וואס האט געבליטיגט פאר א מקוה טהרה אין ק"י,

 



תוקן על ידי BerlKnake ב- 17/07/2009 20:53:25




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2009 08:01 לינק ישיר 

דערווייל האב איך שוין געפרעגט אפאר קשיות עצמות, וואס זענען נאך נישט פארענטפערט לשביעת רצון

1. היתכן, ר' אהרן האט רוב סאטמאר, וואו עס ווייזט זיך ארויס אין די מאנרא וואלן.

2. אויב אהרן איז שוין מיום הוולדו א שוטה, היתכן דער ברך משה האט די ערשטע 85 יאר איהם געשטעלט אויף די רעסלען צו זיין דער אטאמאטישער ממלא מקום.

יעצט קשיא 3:

איך זעה נישט קיין שום טענה וואס ענק טענה'ן אז היתכן אהרן זאל האבן אלעס און זלמן לייב גארנישט, קודם פארשטיי איך נישט וואס מיינט דאס "גארנישט"? איז ער דען ארבעטסלאז אדער היימלאז? ווי ווייט איך ווייס האט איהם זיין טאטע אוועקגעגעבן זיין גאנצע פארמעגן אין בארא פארק די הערליכע בהימ"ד וקהל עצי חיים סיגעט, אסאך אידן וואלטן זיך געוואונטשן אזא שיינע רבנות און ריעל עסטעט און בעסטן לאקאל אין בארא  פארק ער האט געהאט 20 יאר זיך צו בויען א שיינע קהלה וחסידות, איך ווייס נישט ווי אזוי די קענסט דאס רופן "גארנישט" אויב מיין טאטע זאל מיר געבן אזא זאך און נאכדעם זאל איך נאך זאגן "גארנישט" וואלט ער מיר דערלאנגט אזא פראסק אז איך וואלט געפלויגן ביז קאנארסי. שנית והעיקר, דער פאזיציע פון אן אדמו"ר איז ביי נאטור אזא מין פאזיציע וואס עס קען נאר זיין איינער און א חסידות, האט עטס שוין געהערט א חסידות וואס האט 2 רבי'ס, אפי' ער וויל קען ער עס נישט געבן פאר מער ווי איינע, פונקט ווי ס'נאר דא איין פרעזידענט און אמעריקע נישט ווייל מ'פארגינט נישט קיין צווייטען נאר ווייל דאס איז דער נאטור פון דער פאזיציע. די איינציגער מציאות ווי אזוי ביידע זאלן זיין אדמורים איז נאר אויב מיציטיילט די חסידות אין צווייען און מ'גרינדט א נייע חסידות פארן יונגערן זוהן, פרעג איך ענק עטס האלטס טאקע אז מ'דארף גיין אזוי ווייט און ציטיילן א חסידות אלעס נאר כדי נאך א קינד פונעם ברך משה זאל קענען זיין אן אדמור? אין לך טיפשות גדול מזה.

בשלמא ווי לאנג עטס טענה'טס אז פארדעם האט אויך זלמן לייב געדארפט זיין רבי ווייל אהרן איז א שוטה ורשע, און ער איז נישט ראוי צו האבן אלעס, קען איך זעהן א טענה, אבער סתם אזוי ווייל זלמן לייב זאל אויך האבן עפעס דאס האט נישט קיין שום פירוש, ווי איז דאס דערהערט געווארן אז מ'זאל אפברעכן א חסידות און גרינדן א נייע, אלעס נאר ווייל א קינד זאל קענען זיין א רבי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2009 22:02 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב
דערווייל האב איך שוין געפרעגט אפאר קשיות עצמות, וואס זענען נאך נישט פארענטפערט לשביעת רצון

1. היתכן, ר' אהרן האט רוב סאטמאר, וואו עס ווייזט זיך ארויס אין די מאנרא וואלן.

טאקע משם ראי', אין זיין אייגן שטעטל ווי ער האט שוין קאנטראלירט די מוחות באלד 18 יאר, געזיצן אויף די מוסדות און די קהלה מיט א שטארקן פויסט,ער האט געהאט די עסטאבלישמענט, די גרעסטע פראפאגאנדע וואס נאר שייך, ווער עס האט נאר געטראכט אנדערש איז געווען מחויב סקילה, מיט די טעראר וואס איז געווען אין קרית יואל יענע יארן האט ער זיך נישט צו שעמען פון קיין שום טעראר ארגענעזאציע אין די וועלט,

לאידך גיסא זיינע שונאים האבן גארנישט געהאט זיי זענען געווען צוקלאפט און צופליקט, און זייער אסאך דארטיגע משפחות וואס די קינדער האבן נישט געוואלט מיטמאכן וואס די טאטעס האבן מיטגעמאכט האבן זיי דעפעקטירט צו ר' אהרן,

 יעצט לאמיר זעהן וואס געווינט ער ביי די וואלן?? ר' מענדל שווימער לויפט פאר מעיאר אקעגן ר' אהרנס קאנדידאט ר' אברהם ווידער, וואס ר' אהרןס צד קאנטראלירט די וואלן,  איז דער אויסגאנג 1900 ר' מענדל,2400 ר' אברהם פון דעם רעכן אראפ כאטשיג 400 בחורים פון די מתיבתא אין קר''י העכער 18 וועלעכע האבן אלע געשטימט, רעכן אראפ נאך א שטיקל ציבור אהרונים איך ווייס נישט קיין פונקטליכע ציפערן וואס האבן לעגאל דירות אין שטעטל וועלעכע זענען ארויסגעפארן שטימען, די אהרונישע קאמפיין האט עמטליך צוגעשטעלט באסעס פאר זיי, א זאך וואס אין פאקט האבן די זאליס נישט געטוהן.
 נעם אויך אין באטראכט א עקסטרעימע ציבור פון די בני יואל האבן נישט געוואלט שטימען אין קיין ווילעזש וואלן ווייל עס האט א סקול דיסטריקט,  און יעצט זאג דו סקאט צו דאס הייסט געווינען אדער פארלוירן???
און דאס איז שוין זיין אייגענע היימשטאט נאכן אויסנוצן דארט זיין מאקסימום power פארלאנגע יארן!!
ייש''כ סקאט פארן עס ארויפברענגען פון דארט זעהט מען טאקע ווער עס האט רוב סאטמאר!

אויב א ראי' פון ערגעץ קוק אין וויליאמסבורג ווי די אהרונים האבן זייער שיינע מוסדות עס איז נישטא קיין שום סיבה פון באקוועמליכקייט וכדו' אז אן אהרוני זאל נישט אהיןשיקן זיינע קינדער, און וואס זענען די ציפערן?
די אהרונים האבן גאנצע 35% פון וואס די זאליס האבן!! דו''ק ותשכח

 און אפשר רעדסטו פון מאנטרעאל ווי עס איז געווען לעגאלע וואלן און זיי זענען פון דארט ארויסגעפלויגן?



2. אויב אהרן איז שוין מיום הוולדו א שוטה, היתכן דער ברך משה האט די ערשטע 85 יאר איהם געשטעלט אויף די רעסלען צו זיין דער אטאמאטישער ממלא מקום.
דאס אז ר' אהרן איז א שוטה דאס איז א מציאות ווי אויפגעוויזן פריער האלט רוב סאטמאר אזוי, און ביי די אהרונים וועסטו נישט טרעפן צופיל וואס לייקענען דאס, און איך גלייב אז זיין טאטע האט דאס אויך געוויסט, און דער ציבור איז טאקע געווען אנגעווייטאגט אויף איהם דערוועגן, און ב''ה ער האט מאריך ימים געווען און ער האט געמאכט א קנאקעדיגן  U TURN און מיט דעם צופרידן געשטעלט רוב סאטמאר.

יעצט קשיא 3:

איך זעה נישט קיין שום טענה וואס ענק טענה'ן אז היתכן אהרן זאל האבן אלעס און זלמן לייב גארנישט, קודם פארשטיי איך נישט וואס מיינט דאס "גארנישט"? איז ער דען ארבעטסלאז אדער היימלאז? ווי ווייט איך ווייס האט איהם זיין טאטע אוועקגעגעבן זיין גאנצע פארמעגן אין בארא פארק די הערליכע בהימ"ד וקהל עצי חיים סיגעט, אסאך אידן וואלטן זיך געוואונטשן אזא שיינע רבנות און ריעל עסטעט און בעסטן לאקאל אין בארא  פארק ער האט געהאט 20 יאר זיך צו בויען א שיינע קהלה וחסידות, איך ווייס נישט ווי אזוי די קענסט דאס רופן "גארנישט" אויב מיין טאטע זאל מיר געבן אזא זאך און נאכדעם זאל איך נאך זאגן "גארנישט" וואלט ער מיר דערלאנגט אזא פראסק אז איך וואלט געפלויגן ביז קאנארסי
. זאג נאר ווען דיין טאטע האט ווען גאנצע הונדערט מיליאן דאללער און ער געבט
דיך הונדערט טויזענט דאללער און פאר דיין ברודער די איבריגע וואלט דיך דיין טאטע נישט פארשטאנען??

שנית והעיקר, דער פאזיציע פון אן אדמו"ר איז ביי נאטור אזא מין פאזיציע וואס עס קען נאר זיין איינער און א חסידות, האט עטס שוין געהערט א חסידות וואס האט 2 רבי'ס, אפי' ער וויל קען ער עס נישט געבן פאר מער ווי איינע, פונקט ווי ס'נאר דא איין פרעזידענט און אמעריקע נישט ווייל מ'פארגינט נישט קיין צווייטען נאר ווייל דאס איז דער נאטור פון דער פאזיציע. די איינציגער מציאות ווי אזוי ביידע זאלן זיין אדמורים איז נאר אויב מיציטיילט די חסידות אין צווייען און מ'גרינדט א נייע חסידות פארן יונגערן זוהן, פרעג איך ענק עטס האלטס טאקע אז מ'דארף גיין אזוי ווייט און ציטיילן א חסידות אלעס נאר כדי נאך א קינד פונעם ברך משה זאל קענען זיין אן אדמור? אין לך טיפשות גדול מזה.
ליין ביטע איבער פארמעגליךס ארטיקלן פון אנהייב און זעה די היסטאריע ווען סאטמאר האט זיך צוטיילט

בשלמא ווי לאנג עטס טענה'טס אז פארדעם האט אויך זלמן לייב געדארפט זיין רבי ווייל אהרן איז א שוטה ורשע, און ער איז נישט ראוי צו האבן אלעס, קען איך זעהן א טענה,
אט דאס איז טאקע די טענה פון רוב סאטמאר
אבער סתם אזוי ווייל זלמן לייב זאל אויך האבן עפעס דאס האט נישט קיין שום פירוש, ווי איז דאס דערהערט געווארן אז מ'זאל אפברעכן א חסידות און גרינדן א נייע, אלעס נאר ווייל א קינד זאל קענען זיין א רבי?
סאטמאר איז שוין געווען צובראכן יארן פריער כנ''ל.
איך האף אז דאס וועט יא זיין לשביעת רצון.


תוקן על ידי העלד ב- 19/07/2009 22:12:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 17:22 לינק ישיר 

אל כבוד בערלקנאקע!

פאר וואס זעסטו נישט אז ר' זלמן זאל נאך טאן די אלע זאכען כדי די ''קליינע קינדערלעך זאלען נישט אנשלאפען???????

היינט צו טאגס איז די מקווה שוין יא צוגעשטעלט פאר הענדיקעפס???

דאס הייסט א טיפעקעל זאלי!!!

דער ר' זלמניו ווערט אזויגעריפענע רב און וומ''ס, ער נעמט איבער דאס רבנות מיטן גרעסטען מאס ערענסקייט וואס איז נאר שייך,

אויפן געביט פון סור מרע, הייבט ער אן מיט א מאסיווע מערכה קעגן די קאווע און פסח, ער עקלערט ספאנטאן, נידער מיט די קאווע, כלל ישראל שטייט אן א לשון, פארפאלען עס איז געווען א גיטע אויסוואל מיר האבן א רב א קנאי, יע!

אויפן געביט פון עשה טוב! עפענט מען אויף מיט די גרעסטע מאס פאמפע דראמפע א קנאקעדיגע כולל ערב און וואו מען גייט און ווי מען שטייט הערט מען נאר כולל בוקר כולל ערב מען שאפט ביליאנען פארן כולל בוקר כולל ערב יעדן טאג הערט מען קיטשי וואלי האט געגעבן א מיליאן דאלער פארן כולל בוקר מאיר ראטה האט געגעבן טריליאן דאללאר ווער רעד נאך פון די לעפקעס מיט די יאקאבאוויטשליך זיי האבן דאך די גאנצע ירושה פון פאטער יעקל! אריין געטראסקעט אונעם כולל בוקר,

דאס איז געווען בלתי לה' לבדו, נאר די מקווה, מצה בעקעקריי, שחיטה, אד''ג דאס איז געווען כדי די קליינע...... בלא בלא בלא,

וואו אזוי האט אונז דער לאנגער גערופען?? קעלבלעך!!!!!

תוקן על ידי פארשטיי ב- 20/07/2009 17:23:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2009 18:34 לינק ישיר 

 

ממש יעדער ווארט איז מיפרך לגמרי אדער נגד המציאות, איך וועל פרובירן בדרכי נועם עס צו אפענטפערן:

העלד כתב:
סקאטמאלען כתב
דערווייל האב איך שוין געפרעגט אפאר קשיות עצמות, וואס זענען נאך נישט פארענטפערט לשביעת רצון 

1.  
היתכן, ר' אהרן האט רוב סאטמאר, וואו עס ווייזט זיך ארויס אין די מאנרא וואלן.

טאקע משם ראי', אין זיין אייגן שטעטל

איך וועל דיר שוין דא אפשטעלן, וואס מיינט דאס "אייגן שטעטל"? כאילו ווייל אהרן וואוינט דארט, דארף ער האבן מער חסידים ווי אין אנדערע לאקאלן. איינער וואס פארשטייט נאר אביסל די היסטאריע פון די סאטמארע מחלוקה וועט דיר גראד זאגן אז דער רעיון פון "אייגן שטעטל" איז לגמרי פאלש און פארפיריש, ס'נישטא קיין שום סברה צו זאגן אז איינער זאל זיין א חסיד פון ר' אהרן ווייל ער וואוינט אין מאנרא, די אהרן-זלמן לייב מחלוקה איז א ריינער אידילאגישער מחלוקה נישט קיין געאגראפישער, נאך פארמעגליךס ארטיקלען מעגסטו דאס שוין וויסן, ס'נישטא קיין איין סאטמארער חסיד וואס מ'קען זאגן אויף איהם אז אילמלא ער וואלט געוואוינט אין אן אנדערן שטאט וואלט ער געווען דעם אנדערנס חסיד.

ווי ער האט שוין קאנטראלירט די מוחות באלד 18 יאר, געזיצן אויף די מוסדות און די קהלה מיט א שטארקן פויסט,ער האט געהאט די עסטאבלישמענט, די גרעסטע פראפאגאנדע וואס נאר שייך, ווער עס האט נאר געטראכט אנדערש איז געווען מחויב סקילה, מיט די טעראר וואס איז געווען אין קרית יואל יענע יארן האט ער זיך נישט צו שעמען פון קיין שום טעראר ארגענעזאציע אין די וועלט,

לאידך גיסא זיינע שונאים האבן גארנישט געהאט זיי זענען געווען צוקלאפט און צופליקט, און זייער אסאך דארטיגע משפחות וואס די קינדער האבן נישט געוואלט מיטמאכן וואס די טאטעס האבן מיטגעמאכט האבן זיי דעפעקטירט צו ר' אהרן

איך פארשטיי באמת נישט ווי די מישט דא צאם הודו מיט כוש, מ'רעדט דא פון די נייע עפאכע נאכן טיילונג, נאך וואס סאטמארע איז באפרייט געווארן פון אהרן'נס נעגל, הייבסטו אן צו רעדן פון די אלטע עפאכע ווען יאסל וואלדמאן איז געלאפן פאר מעיאר, ווען סאטמאר איז געווען איינס און אהרן און משה גבאי האבן טעראריזירט די וועלט.
YOU CAN'T HAVE IT BOTH WAYS

אויב מ'האט שוין ציבראכן אהרן'ס טעראר און יעדער קען זיך אנפייפין אויף איהם, קום נישט נאכדעם מיט תירוצים אז מ'האט מורא פאר טעראר, כאילו מ'רעדט נאך פון די אלטע צייטן.

יעצט לאמיר זעהן וואס געווינט ער ביי די וואלן?? ר' מענדל שווימער לויפט פאר מעיאר אקעגן ר' אהרנס קאנדידאט ר' אברהם ווידער,

וואס ר' אהרןס צד קאנטראלירט די וואלן,

וואס קאנטראלירן ווען קאנטראלירן? מ'רעדט דאך דא פון נייע צייטן ווען מ'קען זיך אנפייפן אויף אהרנען, ענק האבן דאך געהאט פיל מיט לויערס און פאול וואטשער, וואס פונקטליך האבן זיי קאנטראלירט, האבן זיי דען קאטנראלירט פארוועם יעדער האט געוואוט. און מ'רעדט נישט דא פון בלויז איין וואלן, מ'האט ענק געגעבן 6-7 געלעגנהייטן צו געווינען און עטס האטס נישט געמאכט קיין שום פארשריט, אדרבא עטס זענטס נאר געפאלן מער און מער אונטערשטעליג.

איז דער אויסגאנג 1900 ר' מענדל,2400 ר' אברהם

נישט ממש אזוי; מ'רעדט דא פון מערערע וואלן, און יעדע פארמעסט איז געווען 2-3 פאזיציעס, מעיאר און טראסטיס, ביי געוויסע פעלער איז די דיפערענס צווישן דער שטערקעסטער אהרן קאנדידאט און דער שוואכסטער זלמן לייב קאנדידאט  געווען בערך 1200 שטימען מער פאר אהרן, (2100-3300), ביי געוויסע פעלער איז פארקערט דער דיפערענס בלויז 500 שטימען מער פאר אהרן, אלס יושר האלט איך, זאל מען אנעמען דער מיטן נומער צווישען 500 און 1200 דאס מיינט 850, דאס מיינט אהרן איז געווען שטערקער מיט 850 שטימען.

פון דעם רעכן אראפ כאטשיג 400 בחורים פון די מתיבתא אין קר''י העכער 18 וועלעכע האבן אלע געשטימט,

פון די 400 איז דאך א גרויס חלק אפשר רוב מאנראער איינוואוינער, אט די בחורים  קענסטו נישט רעכענען ווייל די מאנראער זאלוני בחורים זענען דאך אויך געקומען פון קווינס און אנדערע ישיבות, ווייל זיי האבן דאך אויך רעכטן צו שטימען אלס מאנראער איינוואוינער. ממילא קען מען בלויז אראפרעכענען לכל היותר 200.

רעכן אראפ נאך א שטיקל ציבור אהרונים איך ווייס נישט קיין פונקטליכע ציפערן וואס האבן לעגאל דירות אין שטעטל וועלעכע זענען ארויסגעפארן שטימען, די אהרונישע קאמפיין האט עמטליך צוגעשטעלט באסעס פאר זיי, א זאך וואס אין פאקט האבן די זאליס נישט געטוהן.

און די זאלוני אידן וואס האבן דירות אין שטעטלן זענען געזיצן מיט צאמגעלייגטע הענט?

 
נעם אויך אין באטראכט א עקסטרעימע ציבור פון די בני יואל האבן נישט געוואלט שטימען אין קיין ווילעזש וואלן ווייל עס האט א סקול דיסטריקט,

במחילת כבודך, דאס איז זייער זייער נאריש גערעדט, דו ווילסט מיר זאגן אז נאך 20 יאר זיך צאמליידן פון אהרן האבן דא די בני יואל אידן א גאלדענע געלעגנהייט צו באזייטיגן אהרן'ס מענטשן פון די ווילעדש, וועלן זיי עס ארויסלאזן? פארוואס ווייל די ווילעדש האט א סקול דיסטריקט, דאס מאכט נישט קיין שום סענס, אדרבא ,אפשר מיט די זלמן לייב חסידים אין ווילעדש איז דא א שאנס אז זיי וועלן מבטל זיין די סקול דיסטריקט. אויב ס'יא דא אזעלעכע מענטשן איז עס אן אויסעגעווענליכע יוצא מן הכלל אפשר 2-3 שטימען.


און יעצט זאג דו סקאט צו דאס הייסט געווינען אדער פארלוירן???
און דאס איז שוין זיין אייגענע היימשטאט נאכן אויסנוצן דארט זיין מאקסימום power פארלאנגע יארן!!
ייש''כ סקאט פארן עס ארויפברענגען פון דארט זעהט מען טאקע ווער עס האט רוב סאטמאר!

יעצט הער דעם ספין פון די אנדערע צד, זיי טענה'ן אז די מציאות איז אז אין קרית יואל זענען דא פול מיט קליינע אנדערע פראקציעס וואס געהערן נישט צו קיין איין צד, ווי למשל טאהש, תולדות אהרן, ספינקא, ברסלב וכדומה, די שכל זאגט אז די אלע שטימען אנטי אהרן, דאס מיינט אויב מ'זאל בלויז רעכענען חסידי ר' אהרן קעגן חסידי זלמן לייב און איך וועל אפי' געבן גאנץ בני יואל פאר זלמן לייב'ן, דעמאלטס איז אהרן א גאר שטארקע רוב.

אויב א ראי' פון ערגעץ קוק אין וויליאמסבורג ווי די אהרונים האבן זייער שיינע מוסדות עס איז נישטא קיין שום סיבה פון באקוועמליכקייט וכדו' אז אן אהרוני זאל נישט אהיןשיקן זיינע קינדער, און וואס זענען די ציפערן?
די אהרונים האבן גאנצע 35% פון וואס די זאליס האבן!! דו''ק ותשכח 

ס'זייער נאריש צו מדמה די וומ"ב חדר צו דירעקטע וואלן, צו שטימען קאסט נישט קיין געלט און נישט קיין צייט ס'נישטא קיין שום אנדערע פאקטורן וואס שפילט ביי א מענטש ווען ס'קומט צו וואלן ווי בלויז דער צד וואס די געהערסט דיך אן, ביידע צדדים האבן פונקטליך די זעלבע שאנס ווי דער אנדערער, ווידער דא אין וומ"ס זענען דאך ר' אהרן'ס צד געווען די וואס האבן זיך געדארפט אפטיילן אין קויפן פרישע בנינים און אלע זיינע חסידים האבן געדארפט בקום ועשה איבערלאזן די אלטע מוסדות און אריבערגיין צו א נייע, וואס געווענליך זענען נאר די גאר עקסטרעמע די ערשטע וואס גייען אריבער, די פארמעסט איז נישט גלייך אויף גלייך, קענסטאך קיינמאל נישט וויסן וואס וואלט געווען ווען ר' זלמן לייבס צד זענען די וואס דארפן זיך אפטיילן, און מ'וועט עס קיינמאל נישט וויסן, לויט דיין סברא וואלטן 65% זיך אויפגעהויבן און אריבער צו די נייע מוסדות? זיכער נישט, אויב די ווילסט עס טאקע מדמה זיין צו עפעס אזאך וואס איז ממש דומה לו, זיי עס ענדערש מדמה צו בארא פארק ווי ר' זלמן לייב'ס חסידים זענען אינדרויסן און זיי זענען די וואס דארפן עפענען אייגענע מוסדות, LAST TIME I CHECKED  האט זלמן לייב דארט 0% פערצענט, איך זאג נישט אז ער האט דארט 0% אבער איך דארף מיך פארשטעלן אז ער האט אזא נישטיקער פראצענט ווי למשל 15-20 פראצענט אז ס'לוינט איהם נישט צו עפענען פרישע אנדערש איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל נישט עפענען. ממילא גלייב איך אז אויב עס וואלט געווען די זעלבע אין וומ"ס אז זלמן לייב וואלט געדארפט זיך אפטיילן וואלט ער לכאורה אויך נאר געהאט 20-15 פראצענט.

 
און אפשר רעדסטו פון מאנטרעאל ווי עס איז געווען לעגאלע וואלן און זיי זענען פון דארט ארויסגעפלויגן?

זיי זענען טאקע געפלויגן און ס'געווען א גוטער נצחון, אבער דא וועל איך דיר אויפווייזן א ראי' נצחת אז אפי' די אהרוינס האבן פארלוירן, עכ"ז האט עס געוויזן קלאר אז ר' אהרן האט דארט רוב. ווייל אויב די געדענקסט דער דיפערענס איז געווען א נישטיגע 7-8 שטימען, יעצט האלב פון די זאלוינישע קהלה קאנדידאטן זענען אויסגערופענע חסידים פון ר' אהרן, אויף דעם איז נישט שייך זיך צו טענה'ן ווייל מ'קען דאך די מענטשן, עס האט אפציעל געהייסן די "באלאנסירטע ליסטע", "די שלום ליסטע", אזוי איז געשטאנען אויף די קאמפיין פלוגבלעטער, דער רב וואס הייסט בכלל נישט קיין זאלויני האט עס גאר שטארק אינדארסירט, יעצט מאך א פשוטער חשבון אויב אפי' נאר בלויז די אהרוני "קאנדידאטן" וואס האבן קאנדאדיטירט אויף די זאלויני ליסטע וואלטן געשטימט לויט פארטיי ליניעס וואלט די אהרוניס ווען געווינען ווייל יעדער שטימע איז דאפעלט, (א סווינג וואוט איז דאפעלט) און די מוזט דאך גלייבן ע"פ שכל אז פונקט ווי די אהרוני קאנדידאטן זענען גרייט געווען צו קאנדיטירן מיט די זאלוניס למען השלום, איז לכאורה געווען עפעס סתם וויילער מיט די זעלבע מיינונג, האסטו א ראי' נצחת אז אהרן האט רוב. 

------------------------

היוצא לנו מהנ"ל אז אהרן האט רוב סאטמארע חסידים, אין מאנרא איז דא די וואלן, און ברוקלין די מוסדות, דארט ווי אהרן האט געדארפו זיך אפטיילן האט ער 40%, והדומה לו אין ב"פ ווי זלמן לייב דארף זיך אפטיילן האט ער גארנישט וואס לויט מיין השערה איז עס לכל היותר 25%, דאס מיינט ווי געשמועסט אז ווען זלמן לייב דארף ווען עפענען פרישע מוסדות אין וומ"ב וואלט ער לכאורה אויך געהאט בלויז 25%, ווי מ'זעהט אין בארא פארק, (חוץ אויב די האסט א סברא אז בארא פארק איז מער א ארוינישע שטאט ווי וומ"ב, איך זעה נישט פארוואס), מאנטרעאל האט אויך געוויזן אז רוב דארט געהערן זיך אן ענדערש צו אהרן ווי זלמן לייב, ממילא הדרא קושיא לדוכתי' וואו איז דאס מעגליך אז אזא פארשוין ווי אהרן זאל האבן רוב?

2.
אויב אהרן איז שוין מיום הוולדו א שוטה, היתכן דער ברך משה האט די ערשטע 85 יאר איהם געשטעלט אויף די רעסלען צו זיין דער אטאמאטישער ממלא מקום.
דאס אז ר' אהרן איז א שוטה דאס איז א מציאות ווי אויפגעוויזן פריער האלט רוב סאטמאר אזוי, און ביי די אהרונים וועסטו נישט טרעפן צופיל וואס לייקענען דאס, און איך גלייב אז זיין טאטע האט דאס אויך געוויסט, און דער ציבור איז טאקע געווען אנגעווייטאגט אויף איהם דערוועגן, און ב''ה ער האט מאריך ימים געווען און ער האט געמאכט א קנאקעדיגן  U TURN און מיט דעם צופרידן געשטעלט רוב סאטמאר.

האסט מיר גארנישט געענטפערט, זערא, מ'רעדט דא וואס דער רצון פון ברך משה איז געווען מתחלה, קומסטו מיט אנגעווייטאגט, און אז ער האט געמאכט א U TURN, מסכים, וואס האט עס מיט מיין קשיא.

יעצט קשיא 3:

איך זעה נישט קיין שום טענה וואס ענק טענה'ן אז היתכן אהרן זאל האבן אלעס און זלמן לייב גארנישט, קודם פארשטיי איך נישט וואס מיינט דאס "גארנישט"? איז ער דען ארבעטסלאז אדער היימלאז? ווי ווייט איך ווייס האט איהם זיין טאטע אוועקגעגעבן זיין גאנצע פארמעגן אין בארא פארק די הערליכע בהימ"ד וקהל עצי חיים סיגעט, אסאך אידן וואלטן זיך געוואונטשן אזא שיינע רבנות און ריעל עסטעט און בעסטן לאקאל אין בארא  פארק ער האט געהאט 20 יאר זיך צו בויען א שיינע קהלה וחסידות, איך ווייס נישט ווי אזוי די קענסט דאס רופן "גארנישט" אויב מיין טאטע זאל מיר געבן אזא זאך און נאכדעם זאל איך נאך זאגן "גארנישט" וואלט ער מיר דערלאנגט אזא פראסק אז איך וואלט געפלויגן ביז קאנארסי
זאג נאר ווען דיין טאטע האט ווען גאנצע הונדערט מיליאן דאללער און ער געבט
דיך הונדערט טויזענט דאללער און פאר דיין ברודער די איבריגע וואלט דיך דיין טאטע נישט פארשטאנען??

איך וואלט איהם אפשר פארשטאנען אבער איך וואלט עס זיכער נישט גערופן "גארנישט".

שנית והעיקר, דער פאזיציע פון אן אדמו"ר איז ביי נאטור אזא מין פאזיציע וואס עס קען נאר זיין איינער און א חסידות, האט עטס שוין געהערט א חסידות וואס האט 2 רבי'ס, אפי' ער וויל קען ער עס נישט געבן פאר מער ווי איינע, פונקט ווי ס'נאר דא איין פרעזידענט און אמעריקע נישט ווייל מ'פארגינט נישט קיין צווייטען נאר ווייל דאס איז דער נאטור פון דער פאזיציע. די איינציגער מציאות ווי אזוי ביידע זאלן זיין אדמורים איז נאר אויב מיציטיילט די חסידות אין צווייען און מ'גרינדט א נייע חסידות פארן יונגערן זוהן, פרעג איך ענק עטס האלטס טאקע אז מ'דארף גיין אזוי ווייט און ציטיילן א חסידות אלעס נאר כדי נאך א קינד פונעם ברך משה זאל קענען זיין אן אדמור? אין לך טיפשות גדול מזה.
ליין ביטע איבער פארמעגליךס ארטיקלן פון אנהייב און זעה די היסטאריע ווען סאטמאר האט זיך צוטיילט

איך האב עס געליינט און ער האט אסאך שטארקע פוינטס אבער דער ספעציפישער פונקט אז פארדעם קומט זיך פאר זלמן לייב'ן פשוט אלס יושר, בין איך מסביר אז דאס שטימט נישט מיט נמוסי החסידות, הישמע כזאת אז מ'זאל ציטיילן א חסידות בלויז ווייל נאך א זוהן וויל זיין א רבי.

בשלמא ווי לאנג עטס טענה'טס אז פארדעם האט אויך זלמן לייב געדארפט זיין רבי ווייל אהרן איז א שוטה ורשע, און ער איז נישט ראוי צו האבן אלעס, קען איך זעהן א טענה,
אט דאס איז טאקע די טענה פון רוב סאטמאר

כדלעיל זייער א פיינע טענה אבער איך באצי מיך בלויז אויפן אנדערער טענה פון יושר וואס אויף דעם זאג איך אז ס'איז נאריש ווי געשמועסט

אבער סתם אזוי ווייל זלמן לייב זאל אויך האבן עפעס דאס האט נישט קיין שום פירוש, ווי איז דאס דערהערט געווארן אז מ'זאל אפברעכן א חסידות און גרינדן א נייע, אלעס נאר ווייל א קינד זאל קענען זיין א רבי?
סאטמאר איז שוין געווען צובראכן יארן פריער כנ''ל.

כדלעיל זייער א פיינע טענה אבער איך באצי מיך בלויז אויפן אנדערער טענה פון יושר וואס אויף דעם זאג איך אז ס'איז נאריש ווי געשמועסט

איך האף אז דאס וועט יא זיין לשביעת רצון.

 



תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 20/07/2009 18:33:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 46 47 48 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.