ממש יעדער ווארט איז מיפרך לגמרי אדער נגד המציאות, און ניטאמאל וועל איך דיר דאס אפענטפערן.
עס איז אבער כדי צו נאטירן אז דיין מיינונג פארוואס ר' אהרן איז גערעכט און ער איז הייליג וכו', איז געבויעט ווייל ער איז רוב, אפגעזעהן אז עס בכלל נישט אזוי, איז אבער "רוב" נישט קיין שום אנדייטער אויף "גערעכטיגקייט" אדער "הייליגקייט"
סקאט, אמת טאקע, ווען ער זאל ווען האבן רוב וואלט דאס טאקע געווען א קשיא.
נשלח ב-20/7/2009 19:00
יע! איך טאקע נעכטען געזען גראז אויף יעקב מאיר פערענץ'ס האנט!!!
מען זעט טאקע אז זייט מענדל שוימער איז מעאר! איז טאקע די שטעטעל געוואקסען בכמות און באיכות!!!!
נשלח ב-20/7/2009 19:22
הערה: דאס איבערקייען אהרן בעיבי 200 מאל אין יעדן ארטיקל נעמט אוועק די אפעטיט פין ליינען, לעצטנס איז %80 נישט קיין נייעס-היסטאריע נאר איבערגעקייטע מעשיות.
נשלח ב-20/7/2009 21:27
פארשטיי טענה'ט אז די אלע מעשי רשע וואס זענען אפגעטון געווארן און די תש"מ-נ יארן זענען מעשי ידם פון בן פראדל און לעזער קעסטענבוים כלשונו וויל איך פרעגן אויב האט ער מסכים געווען דערצו איז דאס דאך כאילו ער וואלט עס אליינס געטון ווייל כל מי שיש בידו למחות ואינו מוחה וכו' און אויב האט ער נישט מסכים געווען נאר ער האט גארנישט געקענט טון פעלט דאך פאר ר' אהרן די מינאמאלסטע קוואלעפיקאציעס וואס פעלט זיך אויס פאר א רב דהיינו אינטער זיין נאז קומען פאר אזוינע מעשי תעתועים און ער האט נישט דאס מינדערסטע כח דאס אפצושטעלן? דאס אליינס איז שוין לדעתי גענוג סיבה אים אראפצוווארפן פון בענקל
נשלח ב-20/7/2009 22:19
איצט אז מען וועט מער און מער געוואויר ווי גרויס די השפעה פון די "פארמעגליך" מאמרים זענען, און ווי שטארק דער ציבור קוקט ארויס אז די "גאנצע" היסטאריע זאל ארויסקומען, און ווי ברייט די ליינער אינטערעסע איז, אז עס ווערט געליינט דורך אלע חסידישע קרייזען איבער די וועלט, וויל איך פארשלאגען א געדאנק און לאמיר הערען וואס דער עולם האלט.
איך וויל ליציטירען דען "זכות" פון אלע מאמרים, נאכדעם וואס עס וועט פערטיג ווערען. ד.ה. אזוי, איך וועל ענדיגען אלעס צו באשרייבען, און עס מגיה זיין דורך עס איבערגעבען פאר א פראפעסיאנאלען בעל מגיה און עס וועט ווערען צוגעלייגט דאקומענטען וואס איז נאר וויכטיג, און מעגליך צו ערייכען, און עס גרייט מאכען ביז צו דרוקען, און דער וואס איז גרייט דאס אפצוקויפן, דער וועט זיין דער בעה"ב פונעם בוך.
עס מוז נישט זיין אז איך וועל ארויסגעבען מיין אינדענטיטעט אפילו פארען קונה, נאר עס וועט דורך גיין א רב צו וועם ביידע צדדים וועלען באשליסען.
א) איך האלט נישט אז אזא זאך קען צושטאנד קומען ווען מען גייט אריין אין אזא ערנסט געשעפט צו אינוועסטירן געלט, איז נישט מעגליך אז דיין אידענטיטעט זאל נישט מוזן ארויפקומען אויפן טיש, דאס וועט אויך גורם זיין אז פאלשע אינוועסטירער וועלעכע זיכן צו גריבלן דיין אידענטיטעט, וועלן נאר זיכן פארשטייט זיך מיט שפיצלעך און דריידלעך זיך צןזאמזעצן מיט דיר ביים טיש פאר א פאטענציאלע שותפות אינעם בוך.
ב)דער אינוועסטאר דארף דאך נעמען אין באטראכט אז נישט צופיל סטארס וועלן
פארקויפן דעם בוך עס וועט נאר קענען ווערן פארקויפט אינעם שווארצן מארקעט
אונטערן טיש, ווי אויך דארף ער נעמען אין באטראכט אז ער וועט אויך ווערן א
טארגעט פון די אהרונים וועלעכע זענען אויסגערופענע נוקמים ונוטרים,און
זיין אינדענטיטעט וועט ער זייער שווער קענען באהאלטן ווייל ער דארף דאך
דאס דיסטריביטן און פארשפרייטן פרינטן פארקויפן אויפפיקן דאס געלט וואס
וועט אריינפליסן.
ג} אויב דו זוכסט דייקא צו מאכן געלט האב איך פאר דיר א בעסערע עצה וואס וועט דיר אנקומען פול גרינגער אין מיט אסאך שענערע רווחים וויאזוי? דורך אפפערן פאר די אהרונים אינגאנצן אויפצוהערן שרייבן פאר די רייט פרייז. אבער מיט דעם וועט א שיין שטיקל היסטאריע פון סאטמאר אפגעמעקט ווערן היל''ת!
נשלח ב-20/7/2009 22:50
סקאט, די טוסט א פארגרעבטע זאך? אדרבה, הייב אן מיט דיר אליינס זאג הויעך, פארוואס באהאלטסטו זיך?
נשלח ב-20/7/2009 22:59
פארשטיי כתב:
אל כבוד בערלקנאקע!
פאר וואס זעסטו נישט אז ר' זלמן זאל נאך טאן די אלע זאכען כדי די ''קליינע קינדערלעך זאלען נישט אנשלאפען???????
ווילאנג ער זיצט אין 590 בעדפארד דארף ער ב"ה גארנישט טוהן כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן
וואס ער טוט קען ער זיך ערלויבן צו טוהן בהצנע לכת
די פראבירסט צו פארדרייען די שמיעס
די האסט פרובירט אפצווענדן פארמעגליך'ס ריפארט קארד אויפן קדוש אין עס איז דיר נישט געלאנגען
נשלח ב-20/7/2009 23:17
דעתי העני' איז אז אויב וואלט געווען עפעס א מעגליכקייט צו פארשפרייטן דעם בוך וואלט זיך פארקויפט טויזענטער עקזעמפלארן דערפון מיין מסקנא צי איך פין דעם וואס איך האב שוין גערעדט מיט אסאך מענטשען וואס האבן געהערט פון די ארטיקל אבער קענען דאס נישט ליינען צוליב דעם וואס זיין האבן נישט קיין צוטריט צו אחים אנחנו אבער האבן א שטארקע השתוקקות זיך אנצוזעטיגן מיט די רייכע ידיעות מיט וואס כבוד פארמעגליך איז געבענטשט אשר ע"כ דארף מען עפעס אויסארבעטען ווי אזוי עס צו פארשפרייטן און איך האלט אז מענטשען וואלטען געצאלט אפילו 25-30 דאלער פאר אזא זאך
נשלח ב-20/7/2009 23:27
correct די בעסטע וואלט דיר געווען ווען דו קענסט ארויס קומען מיט א וועכענטליכע קונטרספאר א מינימאלע אפצאהל, און פאר אינטערנעט באנוצער מיט א אפצאהל פאר א דאונלאוד... איך נעם נישט קיין אחריות אויף שווערע ארבעט פון גוגעל און יאהו... צו ליפערן די אוצרות פון ידיעות נאכדעם וואס איינער גייט שוין האבן געצאלט ''דאך נישט מער ווי מענטשליך צו שערן מיט א חבר...''
נשלח ב-20/7/2009 23:30
ווי איך פאשטיי אז דער גאביי האט שוין פארשטאנען געגעבן פאר פארמעגליך אז ער איז אויספארמעגליך !!!!
אין פארמעגליך איז געקומען אין א גרינעם מאנטאג אנשטאט דינסטאג צוריק אין טאון צו בלייבען פארמעגליך
עס איז צו פארשטיין אז ער פלאגט זיך עס צו מאכען פארמעגליך מיט פארשידענע מעטאדן פארקויפן דאנלאנדס אדג
אז לויט ווי עס קוקט אויס וועט דער פארמעגליך ווערן גאנץ שנעל אופארמעגליך אין דער מלחמת הצייטונגען וואס קיין איין מוסד וועט נישט קענען שטעלען קיין טישעל אין בית החיים בית המדרש אדג אויוב ער לייגט א עד אין דער איד
ימים ידברו
צבש וויפיל הייזער אין קרית יואל קוקען נישט אן דער איד אפילו זאליס ווייל עס איז נישטא אין א נארמאלען פלאץ
אזאש אז דער איד דארף אדוועטייזען א פאר לעכער אין קרית יואל ווי אויב מען דארף עס ,גיי ספענד א האלבע שעה עס צו זוכען אין לאך פין א סטאר ד' על ד'
תוקן על ידי hatzula ב- 20/07/2009 23:42:28
נשלח ב-21/7/2009 00:49
הער הצלה נאו
הער פארמעגליך וועט ווארטען אויפן גרויסען אקשען JULY 28 פין די ספרדישע חברה אויף שמיצחאקס פארמעגליכע פארמעגענס וואס ער האט באגראבען אינאיינעם מיטן יועץ פרטי .....
קוק אויפן פובליק נאטיס אקשען אינעם פארווערד אינעם JULY10 אויסגאבע ואידך פירושא זיל גמור