בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/6/2009 06:22 לינק ישיר 

איך זאג אויך "אם כנים דבריו" פון "פארמעגליך", קיינער מוז נישט מקבל זיין פאר א מציאות כנתינתן מסיני וואס א פארשלייערטער ניק זאגט אויף היידפארק, עכ"פ דאס אמאל זיכער וואס א ראש הכולל זאגט אפענערהייט פאר אן ארון קדוש איז ביי מיר א מיליאן מאל מער "כנים דבריו" ווי וואס א פארשלייערטער ניק זאגט אויף היידפארק, רוב פון דיינע מעשיות זענען אונטער די קוליסן געשיכטעס וואס איך דארף דיר פשוט גלייבן אויפן ווארט, און אין בעסטן פאל נישט קאנפארמירט און איז נישט ווערד צו אפווענדן, ווייל אויב ס'אלעס פאנטאזיעס פארוואס אנברענגען די צייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 06:27 לינק ישיר 

ווייל ס'איז דא א געשריבענע צוואה מיט עדים, כדת וכדין, אז ר' זלמן לייב זאל ממלא מקום זיין.
איז דאס לכאורה אסאך שטארקער ווי א "מעשה" פון צוויבל פון צען יאר פריער....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 06:32 לינק ישיר 

א קליינער משל ווי אומבאזירט, סתירה'דיג און גרינדלאז דיין גאנצער ספין איז, (די גאנצער ארטיקל איז א ספין נישט קיין מציאות) קוק, איין מינוט ביסטו מסביר מיט אזא ברירות אז ס'ממש נישט געווען מעגליך אז משה זאל האבן א הוה מינא אז ער קען באזיגן ר' אהרן, ווייל ר' אהרן האט אלע אינגעלייט וכו וכו...איין סיעף שפעטער שרייבסט מיט א שטוינוג וויזוי ר' אהרן געהאט א הוה אמינא אז ער קען זיך שלאגן מיט א גבאי, יעדער ווייסטאך אז א גבאי פירט א חסידות, ר' אהרן ווייסט דאס אויך...

בקיצור אלס פרובירסטו צו ספינען לויט דיין געשמאק און די כאפסט אליין נישט ווי די ביסטעך געפערליך סותר, פארדעם מיינעך איז פשוט א צייט אנברענגניש זיך צו טענה'ן מיט דיר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 06:36 לינק ישיר 

פוסקהדור כתב:
ווייל ס'איז דא א געשריבענע צוואה מיט עדים, כדת וכדין, אז ר' זלמן לייב זאל ממלא מקום זיין.
איז דאס לכאורה אסאך שטארקער ווי א "מעשה" פון צוויבל פון צען יאר פריער....


די ווערטער "כדת וכדין" זאלסטו מוחל זיין און ארויסנעמען, אבער שוין, לעת עתה איז מען נאך נישט געזעצן ביי א בי"ד זאל דאס קלארשטעלן, די גאנצע צוואה איז אונטער א גרויסע הלכה'דיגע פראגע צייכן צו עס האט א תוקף צוליב זיין מצב הבריאות בימים, און מ'העמיר ליידער קיינמאל נישט וויסן צוליב וואס דיין רבי עקשנ'ט זיך פון גיין צו די"ת...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 07:16 לינק ישיר 

רעגןשטראמל כתב:
א קליינער משל ווי אומבאזירט, סתירה'דיג און גרינדלאז דיין גאנצער ספין איז, (די גאנצער ארטיקל איז א ספין נישט קיין מציאות) קוק, איין מינוט ביסטו מסביר מיט אזא ברירות אז ס'ממש נישט געווען מעגליך אז משה זאל האבן א הוה מינא אז ער קען באזיגן ר' אהרן, ווייל ר' אהרן האט אלע אינגעלייט וכו וכו...איין סיעף שפעטער שרייבסט מיט א שטוינוג וויזוי ר' אהרן געהאט א הוה אמינא אז ער קען זיך שלאגן מיט א גבאי, יעדער ווייסטאך אז א גבאי פירט א חסידות, ר' אהרן ווייסט דאס אויך...

בקיצור אלס פרובירסטו צו ספינען לויט דיין געשמאק און די כאפסט אליין נישט ווי די ביסטעך געפערליך סותר, פארדעם מיינעך איז פשוט א צייט אנברענגניש זיך צו טענה'ן מיט דיר...


ענדליך קומט שוין איינער וואס האט גרונטליך גיליינט דעם ארטיקעל און געטראפען א סתירה פון פארמעגליך אויף פארמעגליך.

איז אזוי. ווען איך זאג וויאזוי האט ר' אהרן זיך געמעגט שלאגען מיט משה, רעד איך פון די יארען וואס האט צוגעפירט צו דעם גרויסען טאג פון ח"י סיון תשנ"ט. איך וועל דיר נישט קומען דא פארקויפן "ר' יונה לאקשען" אז ווען ר' אהרן וואלט נישט אנגעהויבען וועלען איבערנעמען דעם שרביט המלוכה און זיך ארום נעמען מיט מענטשען וואס האבען נישט געהאט א געפיל פארען ברך משה, וואלט ער אויך אויסגעזען ווי ער זעט היינט אויס, אז מען מוז שוין זאגען אז ער שטייט היינט בעסער ווייל איצט האט ער א "פיור" חסידות. ניין און נישט.

אבער דאס אז משה האט נישט געהאט א פלאן וויאזוי ער גייט אים פייטען ווייל סוכ"ס האט ר' אהרן געהאט אונטער זיך גאנץ סאטמאר, איז זיכער אויף אמת. אלנפאלס דאס איז נאר געווען א אנאליז פון מיין זייט, וואס איך צווינג נישט קיינעם דאס אנצונעמען.

נאכמער פון דעם. ווען דער רבי האט שוין יא געזאגט אז ער וויל צוטיילען וויליאמבסורג מיט מאנרא יענעם פסח, האט קיינער, אריינגערעכענט משה, נישט געוויסט ווען דער רבי גייט דאס אין פאקט מאכען. און עס איז געקומען פון איין מינוט צו די צווייטע. ווי איר וועט ליינען שפעטער אינעם ארטיקל הבעל"ט.

און טאמער וועסטו מיר אויפווייזען אז איך בין נישט גערעכט, מיט א אמתע טענה, וועל איך צוריקציען. ווי אזוי האט ר' אהרן אמאל געזאגט, הודה ולו בוש. מודים דרבנן היינו שבחיהו.

*

דאס וואס דו שרייבסט אויף מיין ארטיקעל אז עס איז א ספין, מיין איך אס דו זאלסט "גוגלען" דאס ווארט ספין, און דאן וועסטו זען אז דאס הייסט נישט ספין. קענסט זאגען אז איך שרייב ליגענט, איך באק געשיכטעס, אבער איך ספין נישט.

א משל פון א ספין:  אז ר' אהרן גייט נישט צו כולל שומרי החומות דינערען ווייל דער כולל האלט נישט איין זייער תקנה פון נישט אויפ נעמען צוויי ברודער, דאס הייסט א ספין. א דריידעל.

אז ר' אהרן זאגט פאר די בחורים אז אתרא קדישא איז עובר אויף התגרות באומות, איז א ספין. אויסער א נארישקייט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 07:35 לינק ישיר 

פארמעגליך די גיי נאר אן מיט דיין ארבייט פון צוריק אויפפרישן, אזוי שוין וואויל באקאנטע זאכן, פארשטייט זיך אז די בעסטע תירוץ וועט זיין אז אלעס איז ליגענט, און ס'קען גאר זיין אז זיי האלטאן טאקע אזוי, ווייל די יוגנט האט דאך נישט אזוי מיטגעהאלטן אלע פינקטליכע פרטים דעמאלס,( וואס רוב וואס שרייבן דא באשטייען פון אזעלכע,) במילא אז איינער שרייבט אנדערש פון וואס מ'האט זיי געפרעדיגט די לעצטע צען יאר, איז ביי זיי טאקע א ליגנער, אבער טאקע וועגן דעם דארף מען באשרייבן דברים כהוויתן, כדי דאס נייע דור זאל וויסן וואס איז געווען,

די פלא איז נאר, אז זייער צייטונג, מיט זייער פארום איז געפירקלט מיט שטותים און קינדערשקייט טאג איין טאג אויס, און פלוצלינג דא ווען ס'קימט איינער און שרייבט א נארמאלע ארטיקל, טאנצען אלע בפה אחד אויס:

ווער איז אינטערסיט צו ליינען אעלכע שטותים, קיינער קוק עס אפי' נישט אן,

אבער פארמעגליך דעשרעק דיך נישט, אוי ווי זיי קוקן עס אן, פון די גאס הער איך שוין צוריק גריסן וועגן דעם, גיי אן ווייטער, כה לחי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 07:41 לינק ישיר 

יא, דו רעדסט צו דער זאך...

ווארט נאר ווארט אויף די קומענדיגע ארטיקעלען ווי זיי וועלען שפרינגען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 12:08 לינק ישיר 

פארמעגליך איך מוז דיר זאגן דיין ארטיקל איז די טאלק אוו טאון!, ווי איך האב מיך נאר געדרייט היינט האב איך געהערט קנאקעדיגע גריסן, און בכלל איבער דאס טויש וואס איז אנשטאנען אויף הייד פארק אז די אהרונים האבן מער נישט די מאכט. חזק ואמץ, קיפ אס גאינג!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 16:40 לינק ישיר 

לענ"ד איז דער "פארמעגליך" נישט מער ווי משה גבאי אדער א שרייבער בשליחותו (נו גילוי...)
דאס גאנצע ארטיקל איז געווידמעט מער ווייניגער ריינצוואשן זיינע בלוטיגע הענט, אז ער האט קיינמאל קיין הוה אמינא נישט געהאט אז ער וועט קענען טון דאס און יענץ.
בו בזמן וואס מיר אלע געדענקן ווען ער האט געזאגט פאר (דוכט זיך ר' משה שעהר ז"ל) אז ער קען אויפשטעלן דעם רבין אין מצה בעקערי ליינען די מגילה מיט די ד' מינים אין די הענט, עפ"ל
פארמעגליך אליין שרייבט אנהייב אז רבינו שליט"א האט געוואוסט אז משה איז נענטער צום רבין ווי די קינדער,
אינטערעסאנט, און משה אליין האט דאס נישט געוואוסט
נאר הוא אשר דברנו, מאיזה סיבה שהוא זוכט זיך דער לאנגער אפצוואשן זיינע בלוטיגע הענט, נו פארגעס נאר נישט אנצוטון דעם גארטל און זאגן דעם לשם יחוד פן והייתם נקיים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 17:12 לינק ישיר 

בתפארת
אויב ר' משה אליין איז פארמעגליך, האלט איז ר' אהרן זאל זיך עפענען א ניק (אדער איינער בשליחתו, למשל סופרעמעסי) און אים צוריקענטפערן אין זיבעטן ריפ אריין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 17:42 לינק ישיר 

איך האב נישט געפלאנט צו קאמענטירן אויף דעם ארטיקל פון פארמעגליך איך האלט אז עס איז נאריש, עס איז מער ווייניגער געבויט אויף ספינס, שפעקולאציע, השערות, און שמועות, הגם רוב מסקנות און א חלק פאקטן זענען ריכטיג, איז עס אבער נישט בדווקא צוליב די בעקגראונד אויף וואס ער בויעט עס, און עס ברענגט נישט גארנישט, און עס איבערצייגט נישט גארנישט.

איבערהויפט דעם אומפארשטענדליכן ענד ציל מברר צו זיין אז שמואל ווידער איז יצא מדעתו, כפענ"ד איז אזוי אייביג געווען שמואל ווידערס דעת, ער איז בכלל נישט געווען דער איידעלער שטילער אינגערמאן ווי דו ווילסט אים פארקויפן, ער איז אייביג געווען א לץ וואס האט אפגעלאכט מכל היקר והקדוש לנו, און גענוצט זיין כח הליצנות אויף צו מצער זיין מענטשן פריוואט, איך בין אמאל געווען ביי א שמחה נאך פאר די פאליטיק ווי דער מחותן איז ווי מ'זאגט נישט געווען פון די קלוגסטע, ווי ער האט געמאכט ליצנות פון דעם מחותן ביי יענעמס אייגענע שמחה אז דער עולם האט געשטוינט.

אלענפאלס, איך ווייס נישט וואס וואלט געפעלט ווען מען רעדט פון אלטע היסטאריע, וואס איז געווען אפענע פאקטן, ווי למשל: דער היסטארישער "רב הצעיר" ליגנד, דאס שטארקע התמנות פון כ"ק מרן רבינו מהרי"י שליט"א אלס רב אין וומ"ס, וואס באמת ע"ז אנו דנין דאס איז די שפיץ און שורש פון די מחלוקה, און די ארונים האבן נאך קיינמאל נישט געהאט קיין נארמאלע ריכטיגע ענטפער דערויף, און זיי נעמען אדווענטעדזש אז מען רעדט שוין כמעט נישט דערפון.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 18:05 לינק ישיר 

פלייוואד, זיי מוחל און טרעף מיר איין ספין. איך בין נישט געקומען ספינען ווייל פונקט פאקערט איז מיין ציהל. איך וויל אפשטעלען יעדעס ספין וואס מאכט משוגע און מאכט צו נאר מענטשען.

איך וויל דוקא יא אריין גיין אין פאקטען וואס איז נישט באוויסט פאר פילע, און פאקטען וואס זענען שוין פארגעסען געווארען.

איך וועל דיר זאגען דעם אמת, אז איך האב לכתחילה נאר געוואלט שרייבען פון שמואל ווידער און פון די אנדערע בלאט שרייבער וועלעכע האלטען אז יעדער איז משוגע געווארען און מען קען איין רעדען פאר מענטשען הוילע שטותים און פאנטאזיעס וואך איין און וואך אויס.

און איך וועל צו דעם צו קומען אינעם עתיד בעזר השם. אבער למעשה ווען איך האב אנגעהויבען זיך מסדר צו זיין און אלעס צו לייגען אין א כראנאליגישען סדר, האבען מיר - עטליכע מיט ארבעטער - באשלאסען אז מען מוז אנהויבען פון די אל"ף און מסביר זיין וויאזוי א גאנצע פארטיי פון טויזענטער אידען זענען ל"ע געווארען געדעמעדזשט אז מען מוז זיי האלטען ביים חיות מיט אזעלכע ליגענטס און בלאף.

און צו דעם האבען מיר אנגעהויבען אז ר' אהרן איז געווען דער "דע פאקטא" פירער פון גאנץ סאטמאר איבער די גאנצע וועלט. און היינט בלויז צען יאר גערוקט, מוז ער צוקומען צו אזעלכע ספינס און דריידעלעך נאר צו קענען עטעמען.

למשל, ר' אהרן האט געזאגט אין א דרשה ביים עפענען די נייע מוסדות אין וו"ב אז ער זיכט נישט צו זיין די גרעסטע, נאר די בעסטע. די ווערטער ארויסצונעמען פון אזא סארט מענטש איז א זעלטענע  ירידה.
די ווערטער אז היינט זענען מיר "פיור" מיר זענען פטור געווארען פון אלע שונאים און ר' אהרן איז היינט דער אמתער בעה"ב אין זיין קהילה, איז פון די גרעסטע אפגעפליקע ספינס.

ווייל עס ווייסט יעדער אז נישט ר' אהרן איז פטור געווארען פון זיינע שונאים, נאר זיינע שונאים זענען פטור געווארען פון אים און זיינע מענטשען.

אבער איך בעט אייך אלע אז איר זאלט האבען געדולד און עס וועט זיין א השלמהדיגער ארטיקל.

און אויב איינער וועט מיך טרעפען ביי א ליגענט, וועל איך עס פארבעסערען. איך וויל נישט שרייבען איין ווארט וואס מען קען אפילו אפווענדען. איך האב באקומען צענדליגער אימעילס און אישיס פון שרייבערס דא אז איך זאל שרייבען יענע מעשה און די מעשה, און איך האב זיי געזאגט אז וויבאלד רוב פון די געשיכטעס זענען געווען פון פריוואטע געשעענישען און מען קען עס נישט איבערווייזען, וויל איך עס נישט שרייבען אפילו עס איז אמת.

פארשטייט זיך אז מיינע אנאליזען זענען יא געבויעט אויף מיינע סברות וואס עס איז זיכער אז מען קען זיך טעהנען און דיבעביטען דערויף, אבער פארט בין איך בארעכטיגט צו שרייבען אנאליזען. אויב וויל אנדערע שרייבען אנאליזען, זייער גערען. אבער עס מוז זיין געבויעט אויף זאכליכע פאקטען און נישט אויף ליגענט צו ר' יונהס אפגעפליקטקייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 18:07 לינק ישיר 

איך האב נאך א פראגע צו פארמעגליך (איר קענט אלע ענטפערן), דו לייגסט אראפ ווי גרויס ר' אהרן איז געווען פאר די מחלוקה, ולפי לשונך "דער גרעסטער רבי אין דער וועלט", דאס איז אביסל אומפארשטענדליך, איז נישט זיין טאטע דער ברך משה געווען דער אדמו"ר אין דער אלטימאט בעה"ב, ר' אהרן איז דאך נאר געווען דער מאנראער רב אונטערן אטאריטעט פונעם טאטען, זיין גאנצער חיות האט ער נאר יונק געווען פון זיין טאטע, נו אויב אזוי, אויב זיין טאטע (אדער דער גבאי איך וויל נישט אריינגיין און דעם) האט איהם מוריד געווען פון זיין פאזיציע, און געשטעלט אנשטאט איהם זלמן לייב'ן, נו וואס איז דען די פלא אז ער האט אלעס פארלוירן, וויזוי איז דען מעגליך זיך קעגנצושטעלן קעגן דעם אדמו"ר אליין? מ'קען זיך אפשר דינגן ווי שטארק ר' אהרן איז געווען אדער ר' זלמן לייב איז געווען, אבער דאס אמאל זיכער אז דער אדמו"ר האט זיכער די שטערקסטע כח, אדרבא, איך האלט אז ס'אסאך א גרעסערע נס ופלא אז ר' אהרן לעבט נאך בכלל אויב דער העכסטער אטאריטעט האט געשריבן א בריוו אז ער איז א מועיל בשליחות אין מאנרא, דאס מיינט ער האט איהם אינגאצן ארויסגעווארפן אפי' פון מאנרא, וואס האט ער נאך בכלל די ביזנעס צו האבן אפי' א מנין אידן? און מיינע אויגן ציקוקנדיגע וואסערע מלוכה ר' אהרן פירט (איך גיי יעצט נישט מעסטן צו ער איז גרעסער ווי זלמן לייב הזמן יכלו והם לא יכלו) און ער האט נאך עניטיים די קרידענשלס און הכרה אלס סאטמאר רבי ווי זלמן לייב'ן וואס דער אדמו"ר האט די לעצטע 10 יאר פון זיי לעבן אלעס פארארבעט אז ער זאל זיין דער יורש, דאס זאגט ביי מיר אז ר' אהרן איז א ריכטיגער סורווייווער, אן איבערלעבער, קיין שום מענטש און היסטאריע האט קיינמאל איבערגעלעבט אזא קאטאסטראפישע איבערלעבעניש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2009 18:15 לינק ישיר 

דאס צו ר' אהרן איז געווען תשנ"ח דער דע פאקטא רבי אין סאטמאר, וועל איך לאזען פאר אנדערע צו ענטפערען.

און איך וועל דיר עטוואס מודה זיין אז היינט נאך צען יאר קען מען זאגען אז ביידע רביס זענען  ריכטיגע סורווייווערס, און איבערלעבער, וואס קיין שום מענטש און היסטאריע האט קיינמאל איבערגעלעבט אזעלעכע קאטאסטראפישע איבערלעבענישען.

רבינו שליט"א איז פארט פיל א גרעסערער סורווייווער און איבערלעבער ווייל ער איז אנגעקומען דא תשנ"ט אן קיין איין מענשט, אן קיין איין בחור, אן קיין ישיבה און אן גארנישט.
ווען ר' אהרןס מענטשען האבען איבערגעדרייט די קעמפס תשנ"ט זומער איז נישט געווען קיין איין מענטש, אריינגערעכענט דור מוראדיגער חכם און כיטערערע משה גבאי, וואס האט געקענט פאראויס זען אז רבינו שליט"א האט אפילו א שאנס. אפגערעדט, א פלאן ווי אזוי דאס גייט געשען.

ר' אהרן האט שוין געהאט אונטער זיך דעם גרעסטען מיליטער וואס א רבי האט נאר געהאט. אבער איך קען דערהערען אז ער איז אויך א איבערלעבער.


תוקן על ידי פארמעגליך ב- 12/06/2009 18:12:20



תוקן על ידי פארמעגליך ב- 12/06/2009 18:14:08




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2009 18:22 לינק ישיר 

רעדנדיג פון ספינס, לאמיר זעהן צו די קענסט מיר ענטפערן א נארמאלע סברה המתקבל, נישט קיין ר_יונה אפגעפליקטקייט; ווען דיין רבי האט זיך אויפגעשטעלט מיט פארגלייזטע אויגן מוחה זיין פארן פוגע זיין אין זריל גליק'ס זיץ, און ער איז געקומען מיט דעם תמ'עוואטע שטיקעס אז פארדעם האבן איהם די אהרונים ארויס געווארפן, "ווייל זיי ר' זריל האט געהאט א קשר צום רבי'ן ז"ל און זיי ווילן אפהאקן מיט פאצייטישקייט" און די צייט וואס קינד און קייט האבן מיטגעהאלטן מיט דראמא ווי דער זריל האט 3 טאג פארדעם אונטערגעשריבן ר' זלמן לייב'ס ביה"ח ערכאות פאפירן קעגן זיין עלטערע ברודער, ווער נאך ווי איהם פארשטייט נאך אזוי גוט וואספארא בגידה דער זריל איז באגאנגען מיט דעם קעגן ר' אהרן, נו וואס ספינסטו רבי ז"ל? און דאס איז אן עכטע נארישע ספין, ווייל ס'איז אינמיטן ברען פון די ביה"ח קעיס וואס איז נישט שייך אפי' צו האבן אפי' אקלער אז דיין רבי זאל נישט האבן געוויסט דערפין...דאס הייסט א ספינער!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.