בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/7/2009 00:54 לינק ישיר 

לדעתי, איז נאכנישט געווען זייו די 'חלוקה' אז א פריוואטע יונגערמאן, אן ownen א צייטונג וכו' זאל אזוי דעליווערן אז ער זאל זיין אין אזא קורצע תקופה אויף די ליפן פון אלע אנ''ש ארונים און זאלונים! צוגלייך, איך בין געוועזן די פרייטאג אין איחוד מקוה דאס איז געווען די talk of town דארט... 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/7/2009 19:07 לינק ישיר 

 

אויף די לעצטע געמויזעכס פון דעם פעלשער פארמעגליך איז נישט מעגליך צו ענפערען, נאר וואו פאלגענד:

 פארמעגליך איז נישט נאר א פעלשער נאר אויך אביסעל וואו ער רופט עס יצא מדעתו , פארוואס?

לאמיר אביסעל אנאליזען וואס דער פעלשער פארמעגליך  טיט, ער שטעלט אראפ א יסוד, און אונזער פאל איז עס, אז רבינו שליט''א איז א נער, א קינד, און א מאכט ליב האבער, דאס איז זיין יסוד, און ער בעט נאך אונטער דעם יסוד מיט א פאר פאלשע מעשהליך, וואו אויך א פאר אומבטעמטע וויצען, וואס ער באקימט כלאמפעריש און זיין אימעל, דער נאך פארט שוין אלעס וואו געשמירט ער נעמט אמת'ע פאקטען, און ער שניצט אביסל אויס די פאקטען עס זאל שטימען מיט זיינע יסודות,

אזוי אז דער בילד שטעלט זיך ארויס אזוי ער וויל, און ער פארשאפט א נחת רוח פאר זיינע אויבערהארען, און פאר זיינע אנגעזעצטע קאלגעס די זאליס.

 וואו למשל אז רבינו שליט''א איז געפארען קיין לאנדן, דאס איז כ''ע מודה אז עס איז אמת, פארוואס איז ער געפארען? איז אויך כ''ע מודה צו די חתונה פון די געראטענע זון פון יודעלע וויינטשטאק, אבער לויט די יסוד פון דעם פעלשער פארמעגליך אז רבינו שליט''א איז א מאכט ליב האבער, מיז בע''כ זיין אז רבינו שליט''א איז געפארען פארכאפען לאנדן,

נאך א משל, מען האט ארויס געווארפען יודעלע וויינשטאק פון רבינו שליט''א הויז, כ''ע מודה אז עס איז אמת, די סיבה, פארשטייט יעדע רעכטדענקיגער מענטש, איז געווען צילוב זיינע מענארן, וואו אויך צוליב זיינע פאסט טראגעריי, קימט  צו גיין דער פעלשער פארמעגליך, וואס לויט זיין יסוד, איז רבינו שליט''א א מאכט ליב האבער, והא ריאה אז ער באקימען און אימעל אז דער רבי האט געזאגט פאר איינעם בלא בלא בלא ,,,,, ע''כ מיז זיין אז יודילע איז געפלויגען ווייל ער האט נישט געוואלט אז רבינו שליט''א זאל קימען צו די מאכט בחיי אביו,

לאמיר אריין טראכטען שטעלט אייך פאר אז עס קימט א בעלזער יונגעמאן, וואס האט די זעלבע קלאפעקאציעס, און די פעלד פון פעלשעריי וואו קאלעגע פעלשער פארמעגליך און ער גיבט אראפ אזא מעשה:

דער יסוד: סאטמארע רב זי''ע איז געווען א מאכט ליב האבער (עפ''ל) סאטמארע רב האט געוואלט זיין דער רשבה''ג דעריבער האט ער נישט געוואלט אז א צווייטער גדול בישראל זאל האבן א מיינונג(שקר) סאטמאר רב זי''ע האט פיינט געהאט די ציונים צוליב פראזענליכע סיבות 1 ווייל מען האט געשעפעט זיין ברידער דער הייליגער עצי חיים זי''ע וואס איז אוועק צוליב די הארץ עסענישען וואס ער האט געהאט פון די ציונים און סיגוט 2 ווייל די ציונים האבן אום נישט געוואלט ארויף לאזען אויף די באן, ביז ער האט געצאהלט שווערע געלטער פאר ד''ר ישראל קאסנער אז מען זאל אים ארויפלאזען, און די געלט האט ער ארויסגעשווינדעלט פון ר' פנחס פרוידיגער ז''ל דער רה''ק פון פעסט, (שקר)

נאכען אראפ שטעלן דעם געוואלדיגען יסוד: לאמיר אנפאנגען מיט די היסטארישע פאקטען:

דער רבי זי''ע האט געזען אז טאמער וויל ער זיין רשבה''ג וועט ער מיזען ווערן דער ירושלים ער רב, ער קען נישט וואוינען און ברוקלין און זיין רשכבה''ג, ווען און ירושלים וואוינט דער הייליגער בעלזער רב זי''ע מיט דער טשעבינער רב ז''ל און נאך, האט ער מיט טעראריסטישע מיטלען, אנגעדרייט אז מען זאל אים מיט געוואלד אויפנעמען פאר ירושלימער רב, ער האט געהאט מענטשען וואס האבן פארשטאנען צו פראפעגאנדע וואו ר' הערש פנחס מאשקאוויטש ז''ל מיט ר' ליפא שווארץ ז''ל מיט ר' יחיאל קליין ז''ל די שווער פון די גרעסטע פראפעגאנדע מייסטער פון דעם לעצטען יאר הינדרעט ר' יוסף אשכנזי ז''ל וואס ער האט ארויף געריקט דעם סאטמאר רב ז''ל אויף די ידישער וועלט מאפע, אזוי ארום איז ער געווארען ירושליםער רב און ער איז געגאנגען א שטאפעל נאנטער  צו זיין  לעבענס אמביציע פון ווערן א רשבה''ג,

וואו אויך און ברוקלין האט ער געפענט פאשידענע אונצעטאציעס וואו מקווה, מצה בעקעריי, ביקור חולים, פלייש באנק, אלעס מיט דער ציהל צו ווערן א רשכבה''ג, און ער זאל זיין ביי די מאכט, והא ריאה אז איך באקימען און מיין אימעל אמעשה פון איינער וואס איז אליינס געווען דער ביי אז בלא בלא בלאא...............

נאך דעם וואס דער סאטמארער רב זי''ע איז אנגעקימען צו זיין ציהל, ער איז שוין ירושלימער רב, האט דער פראפעגאנדע מיניסטער ר' יוסף אשכנזי באשלאסען אז מען מיז פארן קיין ישראל מיט די גרעסטע פאמפע דרמפע וואס איז נאר שייך, אזוי וועט דער סאטמארער רב זי''ע אנקימען צו זיין לעבנס ציהל און ווערן א רשבה''ג,

וכך הוה דער סאטמארע רב איז געפארען קיין ארץ ישראל, און זיינע פראפעגאנדע מיניסטארען האבן זיכער געמאכט אז ער באקימט א קבלת פנים אזאנס און א זעלעכס, מען האט אנגעטון די קינדער ווייסע העמעדער, זיי אריין געשטיפט פענדליך און דער הענד מיט געוואלד, מען האט איינגעשפאנט אלע פאליציי פון דן ביז באר שבע, באשטעלט אלע צייטונגען, וואס האבן שוין וואכען פארדעם געפאמפעט מיט ברייטע רעפעטאשען פונעם רשכבה''ג, די אלע ארטיקלען זענען געקימען פון די סאטמארע הויפקוואטיר און ברוקלין ........ ע''כ המשל ....

אקארשט אזוי טיט אונזער קאלעגע פעלשער פארמעגליך,

און ווען די דעפרעסטע זאליס וואלטען ווען פארנימען געווען, מיט זייער גרעסטע שוהל און לאפידות, וואלטן זיי זיך געהאלטען ביי די זייטען פון די געמויזעכס פון פעלשער פארמעגליך, זיי ואלטען זיך ביטער געשעמט מיט אים,

אבער אזוי די זאליס האבן נישט געוויסט דערפון אז מען בויט די גרעסעטע ביהמ''ד אויף דער וועלט און לאפידות, ווייל ר' זלמניו לאזטנישט קיין פראפעגאנדע והא ריאה אנטווערפען, נעילות החג, קידוש החמה, אד''ג

דעריבער האבן זיי זיך געמיזט מחזק זיין מיט געמויזעכס פון פעלשער פארמעגליך!

טאמער די זאליס וועלן אמאל טוישען זייער סטראטעגיע, (למשל נאך די פטירה פון דעם לאנגען בן פראדעל, ווייל אויף זיין בארד מיט די ווייסע פיאות גייט דאס נישט געשען) און זיי וועלן אנפאנגען ביזי זיין מיט פאזעטיווע זאכען אזא גאטונג וואו די לאפידות שוהל, וועלן זיי זיך ביטער שעמען מיט דעם פעלשער פארמעגליך, (ישט אלע זאליס, איך רעד פון די נארמאלע נישט אזא שטייגער וואו קאלעגע יחזקאלע, זעליג כהן ל''ע)




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 19:24 לינק ישיר 

פארשטיי, גיי אן, ביסט מיך מחיה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 19:48 לינק ישיר 

פארשטיי
מען קען גיין נאך וויטער, ס'איז דא פרעמדע מענטשן וואס פרעגן אסאך קשיות, נאר וואס דען, מען קען זיך נישט מטפל זיין מיט יעדן נאר וואס פרובירט צו פרעגן א קשיא, נישט ווייל די קשיא איז א קשיא, נאר ווייל ער וויל אפפרעגן דעם מענטש אויף וועם ער פרעגט,  איך גלייב און איך ווייס אז דער רבי ז"ל האט געהאט א בעסערע דעת תורה ווי מיר און די אלע בעלי קשיות און דערפאר גיי מיר אונז אויף זיין דרך.
און די זעלבע זאך אפילו אויב ס'איז דא קשיות אדער טענות אויף געוויסע זאכן וואס רבינו שליט"א פירט איין פארלאז מיך מער אויף זיין דעת תורה ווי דער דעת תורא פון די בעלי מחלוקה ושררה.

ופוק חזי, אינעם היינטיגן דור איינער וואס האט זיך פורק עול געווען און שרייט "רבי זכרוינע לבראכע געווען לעצטער מנהיג" היינט איז נישטא מנהיגים
אויב טוט ער קעגן ציונות איז עס אדער פאר ביזנעס אדער איז ער א צווילדעוועטער מענטש וואס זוכט עקשאן, און איינער וואס האט נישט איינע פון די בענעפיטן לאכט זיך אויס און זאגט קאט די קרעפ, ביודעי ובמכירי אסאך פון יענעם לאגער וואס דארפן לכאורה הייסן פון די אומגעוואשענע מוחות, און מיט דעם אלעם ווען זיי גייען קיין א"י קומען זיי אן איבעראל, גארנישט איז פאר נישט קיין עיכוב, און א תירוץ האט יעדער.
פארוואס ווייל אויב האסטו נישט די ביסעלע הכנעה פאר איינער וואס איז העכער פון דיר, און דו זוכסט פון אונטער די ערד קשיות אדער טענות אויף אים, אויטאמאטיש באקומסטו די זעלבע קשיות און טענות אויפן פריערדיגן רבין
ואטו כי רוכלי נחשב וניזל פון מיסברויכן וואס קומען פאר אין אונזער לאגער וואס האט זיך נישט צו פארשעמען וואס איז געווען אמאל.
איך זאג נישט אז ביי אונז איז נישטא וואס קומען אן אהין, אבער ראשית (בדרך צחות) אונז זענען דאך שוין לאנג פארפארן, צווייטנס גיט א קוק וועלכע סארט פון אונז גייען אהין און וועלכע סארט פון זיי גייען אהין

תוקן על ידי וואלןסח ב- 22/07/2009 20:25:29




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 20:06 לינק ישיר 

הע! וואלען די ביזט אנגאנצען?
איך האב דעם קישות אויפן רבי'ן זי''ע? דער צדיק כל הדורות?

מיין פינטעל איז: אויף בויען ליגענדערישע יסודות, און פארדרייען פאקטען! קיק וואס מען קען טאן???
מען קען עס טאן מיט יעדע היסטארישע געשענעניש!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 20:24 לינק ישיר 

האסט מיר נישט פארשטאנען, אנטשולדיגט איך האב עס נישט גוט ארויסגעברעגט (איך גיי עס שוין פארריכטן)
ס'איז דא קשיות האב איך נישט געמיינט צו זאגן חלילה אז איך האב קשיות, איך מיין צו זאגן די וועלט האט קשיות, צו די קשיא איז א קשיא איז א נושא פאר זיך, ס'איז דא מענטשן וואס האבן זיך ליב צו טענה'ן וועלן אויסהערן דעם מקשה און ס'איז וואס וועלן זאגן גיי צום דאקטאר.
די זעלבע זאך בנידון דידן, א שטייגער ווי די אריזאנא ווייץ מעשה, ס'איז דא אידן וואס לעבן אויף דעם זיך צו טענה'ן, ווען איינער קומט צו מיר מיט די אלע מעשיות און קשיות יעדע יאר חדשים לבקרים שיק איך אים צום דאקטאר, וכהנה וכהנה וואס ס'איז דא ביי די סקול דיסטריקט פרשה ווען די זעלבע אידן וואס שיקן דארט די קינדער ליידער זענען לוחם ס'איז עבודה זרה, און דע תירוץ גייט אז ס'איז נישטא קיין ברירה, האלד איט, אז ס'איז נישטא קיין ברירה מעג מען דינען עבודה זרה, נאר וואס דען, ער ברויך נעבעך א דאקטאר זאגט ער יהרג ואל יעבור
און ווי דו האסט עס מסביר געווען, מען שטעלט א יסוד און אויף דעם בויט מען, אין די צייט וואס די גאנצע יסוד איז הוילע בלאף

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 20:26 לינק ישיר 

וואלען ס"ח

איז דער אפיציעלער ווארטזאגער פין די קרית יואל ארונישע קהילה האט פריער געשרעבן א ארטיקעל מיט דברי חירוף וגידף געגן ויואל משה מיט א פאמאסקירטער ארטיקעל וארסו מונח בין שיניו מיט א שנאה כבושה לרבותינו הקודשים זי"ע
איך וועל ריווייסען זיין ארטיקעל אין געוואשענעם מח  אין עס אראפשטעלן מיט איר ריכטיגען בילד צו וואס ער האט געצילט


איך וועל אביסעל בעסער ארויס ברענגען דיין געוואשענעם מח אין  אפענע ווערטער


מען זאל גיין נאך וויטער, ס'איז דא אסאך פאביטערטקייט ביי די ארונים,היתכן דער בעל דברי יואל איז געוען אנטי ציוני  נאר וואס דען איך גלייב און איך ווייס אז דער רבי הגה"ק שליט"א האט  א בעסערע דעת תורה ווי דער אלטער רבי  ווי מיר און די אלע בעלי קשיות לעבען אין עולם הקשיות אויפן אלטען רבין און דערפאר גיי מיר אונז נישט אויף זיין דרך.
און די זעלבע זאך עס איז זעכער נישט  דא קיין קשיות אדער טענות אויף געוויסע זאכן וואס רבינו שליט"א פירט איין געגן אלטען רבין איך פארלאז מיך מער אויף זיין דעת תורא ווי דער דעת תורה די אלע וואס האבן געלעבט אלע זייערע יארן אין געקעמפט פאר אידישקייט אין אנצומאכען א התבדלות פין די גאס פאר  מחלוקה ושררה.

ופוק חזי, אינעם פריערדיגן דור איינער דער אלטער רבי  וואס האט זיך פורק עול געווען און שרייט אין אלע זיינע דרשות  תורות   היינט איז נישטא מנהיגים
אויב טוט דער רבי הגה"ק שליט"א פאר  ציונות ווי למשל דער מעיאר פין בני ברק באזוך איז עס אדער פאר ביזנעס  אדער ווען ער רעד וועגן מרכז הרב  איז ער נישט קיין   צווילדעוועטער מענטש ווי דער אלטער רבי  אין ברוך השם ער איז נישט איינגעפאלען דאן צו דערמאנען ציונות וואס איז ראנג אז דער רבי הגה"ק שליט"א זוכט עקשאן?, און איינער וואס האט נישט איינע פון עקרי האמונה פאר זיך  לאכט זיך אויס און זאגט קאט די קרעפ, ביודעי ובמכירי אסאך פון אונזער לאגער וואס דארפן לעבן אין וויסען  אז מירהאבן שוין געוואשען די מוחות, און מיט דעם אלעם ווען מיר  גייען מיט די שפאן פין די פארטייען אין  א"י קומען מיר אן איבעראל, גארנישט גייט זיין פאר אונז   קיין עיכוב, און מיר דארפען נישט קיין תירוץ פאר יעדעם .
פארוואס ווייל אויב וואס דער רבי הגה"ק שליט"א האט נישט די ביסעלע הכנעה פאר איינער וואס איז העכער פון אים, און יארען לאנג זענען ביי אים אין ביי אונז באגראבען אינטער  די ערד קשיות אדער טענות אויפן אלטען רבין , אויטאמאטיש באקומסטו די זעלבע גאוה אין גסות הרוח געגן פריערדיגע גדולים אין בכללם אויפן פריערדיגן רבין
ואטו כי רוכלי נחשב וניזל פון  די מאדנע אלטע   דרכים וואס קומען פאר אין אלטען רבניס לאגער וואס האט זיך נישט צו פארשעמען וואס איז געווען אמאל.
איך זאג אז דער פראבלעם איז נישט אז ביי אונז איז ליידער דא  וואס קומען אן צוריק אהין, אבער פארוואס ?ראשית (בדרך צחות) מיר זענען דאך שוין לאנג געארבעט צו פארפארן, צווייטנס גיט א קוק פארוואס  ? די ערנעסטע סארט פון אונז גייען אהין און וועלכע סארט פון זיי גייען צו אונז











תוקן על ידי פערדעריי ב- 22/07/2009 20:38:08




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 20:33 לינק ישיר 

פערדעריי!
שמך נאה לך ואתה נאה לשמך!

איך זע אז די האסט א ביסעל חשק צו פארקריכען פונעם נושא: (איך ''פארשטיי'' דיך גראדע גאנץ גוט)

לאמיר די ענפערען:

מיר זענען אנטי ציוניסטען!
מיר זענען אלע תלמידים וחסידים פון רבינו הקוה''ט בעל דברי יואל זי''ע ומ''מ כ''ק רבינו בעל ברך משה זי''ע ולבחל''ח פון כ''ק רבינו שליט''א
און די הייליגע רבי'ס האבן אינז געלערענט אז ציונות ואבזוריהו, אריין גערעכענט די רעליגעזע פארטייען! זענען חזיר טרייף!!!

אנשולדיגט פארן ענפערען!!!!

תוקן על ידי פארשטיי ב- 22/07/2009 20:33:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 20:59 לינק ישיר 


אויף דיין צוויטער תגובה

וואלען ס"ח

איז דער אפיציעלער ווארטזאגער פין די קרית יואל ארונישע קהילה האט פריער געשרעבן א ארטיקעל מיט דברי חירוף וגידף געגן ויואל משה מיט א פאמאסקירטער ארטיקעל וארסו מונח בין שיניו מיט א שנאה כבושה לרבותינו הקודשים זי"ע
איך וועל ריווייסען זיין ארטיקעל אין געוואשענעם מח  אין עס אראפשטעלן מיט איר ריכטיגען בילד צו וואס ער האט געצילט


איך וועל אביסעל בעסער ארויס ברענגען דיין געוואשענעם מח אין  אפענע ווערטער





האסט מיר זייער גוט  פארשטאנען, אנטשולדיגט איך האב עס נישט אפען  ארויסגעברעגט (איך גיי עס שוין פארריכטן)
דער רבי הגה"ק שליט"א האט דא שטארקע קשיות איך האב דאס  געמיינט צו זאגן  אז איך האב קשיות ווייל די וועלט אין רבי הגה"ק שליט"א וואס רעכנט זיך מיט די וועלט  האט דא שטארקע קשיות, צום אלטען רבין  צו די קשיא איז א קשיא איז א נושא פאר זיך, ס'איז דא מענטשן אין רבי הגה"ק שליט"א בתוכם וואס האבן זיך ליב צו טענה'ן וועלן אויסהערן דעם מקשה און ס'איז וואס וועלן זאגן גיי צום דאקטאר.
די זעלבע זאך בנידון דידן, א שטייגער ווי די מרכז הרב מעשה   ס'איז דא אידן וואס לעבן אויף דעם זיך צו טענה'ן, ווען איינער קומט צו מיר מיט די אלע מעשיות און קשיות יעדע יאר חדשים לבקרים אזוי ווי דער אלטער רבי וואס האט אלע זיינע יארן געלעבט געגן ציונות שיק איך אים צום דאקטאר, וכהנה וכהנה וואס ס'איז דא ביי די חינוך עצמאי חינוך   פרשה ווען די זעלבע אידן וואס האבן מחנך געווען  די קינדער ביי די חינוך עצמאי חינוך אין  ליידער זענען לוחם ס'איז עבודה זרה, און דע תירוץ גייט אז ס'איז נישטא קיין ברירה, האלד איט, אז ס'איז נישטא קיין ברירה מעג מען דינען עבודה זרה, נאר וואס דען, ער ברויך נעבעך א דאקטאר זאגט ער יהרג ואל יעבור
און ווי דו האסט עס מסביר געווען, מען שטעלט א יסוד און אויף דעם בויט מען, אין די צייט וואס די גאנצע יסוד איז הוילע בלאף

 



תוקן על ידי פערדעריי ב- 22/07/2009 20:55:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 21:40 לינק ישיר 

כבוד פארשטיי וואלןסח

דאס אלעס וואס עטס שרייבטס וואס כלומרשט וואלט א בעלזער געקענט פרעגן אויף רבינו הקדוש, האט שוין ענקער קאלעגע געפרעגט אין זיין העסליכן ארטיקל,
ווען איך וועל האבן געדילד וועל איך ארויס קלעקטן די א שטיקלעך פין צווישן די שורות, וואס נישט א בעלזער\וויזניצער\גערער האט געפרעגט, נאר ענקער ווארטזאגער סופערמעסי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 22:04 לינק ישיר 

בערעלקנאקע!
לאמיר פרעגן א פאר קשיות!

און די יושנה ישיבה און קווינס גייען די בחורים צו חתונות?
און די יושנה ישיבה און קווינס איז דא פארטאגס סדר?
וועלעכע דרך הלימוד לערענט מען און די יושנה ישיבה? דרך חתם סופר ותלמידיו אזוי רבינו הק' האט געוואלט? צו דער דרך הלימוד פון די ליטווישע ישיבות וואס דער אויפגעקלעטע משכיל נפתלי בלומענפעלד האט ליב?
וועלעכע זאלץ ניצט מען און די 82 בוטשער געהעריגע זאלטץ? אדער שטיין זאלטץ וואס רבינו הק' זי''ע האט געהייסען ניצן?
מעג מען גיין און בג''ץ? דער רבי זי''ע זאגט אז גיין און בג''ץ איז יהרג ועל יעבור!
פארוואס קימען נישט די זאליס צו ד''ת? אויף די בנינים און וומ''ס? ווייסטו דען נישט אז רבינו הקוה''ט זי''ע, האט געזאגט אז מען מיז איינהאלטען אלעס וואס שטייט און די תורה? אריינגערעכענט וואס ווערט געפאסקענט און שו''ע חו''מ ס' כ''ו אז ווען מען רופט צו ד''ת מיז מען גיין??

וואס רבי זי''ע? ווען רבי זי''ע? די בני יואל וועלן זיך נישט א וועק רירען קיין קיצו של יוד פון א הוראה פונעם רבי'ן זי''ע די זעבע אויך די חסידים פוןם כ''ק רבינו שליט''א
די איינציגסטע וואס טרעטען בריש גלי אויף די הוראות פונעם רבי'ן זי''ע, זענען די זאליבאנער!

א כאפקע ליצים! אנגעהויבן ביי ברוך מרדכי גענדיגט ביי דער וואס דרימעלט און די הייליגער בעט פונעם ברך משה!

דער רבי זי''ע איז ענק נאר גוט ווען מען קען פייניגען א צווייטען, פארדריי נישט קיין קאפ, מיטן רבי'ן זי''ע, עטץ ווילסט זיין דבוק און רבי'ן זי''ע? דאן ארויס פון בג''ץ! שוין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 22:26 לינק ישיר 

הרב פארשטיי

אין דיין דיקשענערי ביי "ענטפערן" שטייט בטעות "פארדרייען די שמועס"

די אלע אויסגעדראשענע בויך וויי איז שוין דא באזינדערע אשכולות אויף יעדע נושא באזינדער, איך האף אז די פארלאנגסט נישט פין מיר זיך יעצט דא איבער טעהנען אויף יעדע זאך מיט דיר, איך קען עס אפענטפערן מיט איין ווארט "איך גלייב נישט קיין איין ווארט וואס שטייט אין די בלאט  (שמואל ווידער)"

דאס וואס איך האב געשריבן האסטו נישט אפגעוואנדן, נאר סתם פארדרייט די שמועס.


BTW זעע איך אז אויף די בני יואלע האסטו שוין איינגעזען אז זיי זענען נישט אזוינע שקצים, זיי זענען נישט סתם לייזיג (איך געדענק שוין נישט אלע לשונות) אפשר איין טאג וועסטו טוישן דיין מיינד לגבי די זאליס who knows




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 22:33 לינק ישיר 

אל כבוד בערלקנאקע! הי''ה

איך האב פארשטאנען פון דיין תגיבה, אז די ארוינים האבן ח''ו קישות אויף רבינו הקוה''ט זי''ע, און זיי זענען נישט דבוק און רבי'ן ז''ל אזוי שטארק וואו די זאליבאנער!
האב איך דיר גענפערט!
אז די ארוינים, און להבדיל די בנ''י זענען דבוק און רבי זי''ע און זיי פאלגען אויס אלע זיינע הוראות! (אפי איך בין נישט איינשטימיג אונגאנצען מיט די בנ''י)
און די זאליבאנער טרעטען אויף די הייליגע באשעפער מיט זיין תורה וואס ער האט אינז געגעבן אויפן בארג סני,און אוודאי און א וודאי אויף רבינו הקוה''ט זי''ע!!!

איך האב פארדרייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 22:48 לינק ישיר 

דאס האב איך געשריבן ביטע ליין עס איבער אויב די האסט עפעס אפגעוואנדן

"דאס אלעס וואס עטס שרייבטס וואס כלומרשט וואלט א בעלזער געקענט פרעגן אויף רבינו הקדוש, האט שוין ענקער קאלעגע געפרעגט אין זיין העסליכן ארטיקל,
ווען איך וועל האבן געדילד וועל איך ארויס קלעקטן די א שטיקלעך פין צווישן די שורות, וואס נישט א בעלזער\וויזניצער\גערער האט געפרעגט, נאר ענקער ווארטזאגער סופערמעסי"

סתם טאנצן אין אויפברענגען אלע ענקער שטותים איז נישט נוגע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2009 23:10 לינק ישיר 

וואלן סח האט געשריבן:

די געפערליכע סארט ניגונים וואס מען האט אנגעהויבן זינגען ביים באטע באשטייט פון: י-ה רבון עלם, י-ה אכסוף, און מה ידידות, דאס איז עס עד כאן. 

 

גראדע האט מען געזינגען י-ה רבון עלם, י-ה אכסוף, און "צמאה נפשי" (נישט מה ידידות).

 

הצלה האט געשריבן:

די ערשטע פאזטיווע שריט פין ר' חיים שלמה איז געווען קופת חתנים...  

אלץ גבאי הקופה איז ער געווען דער נחשון פין די  געניטע אקציע אין דער שליח נאמן פין אריבער  פירען די קופת חתנים דישיבתינו הקדושה אין די הענט פין כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

 

עס איז דאס גרעסטע נארישקייט אנצורופן די קופת חתנים מערכה א "געניטע אקציע", ווייל ער האט גארנישט "אריבערגעפירט", ער האט ארויסגעווארפן מאיר דייטש פון ישיבה, און געעפנט א נייע קאסע.

 

די מערכה האט זיך אנגעהויבן ווען ר' אהרן האט נישט אויסגעהאלטן אז הרה"ח ר' מאיר דייטש שליט"א דער לאנגיעריגער משב"ק פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע פירט אן מיט די צדקה קאסע פאר די חתנים. און בעיקר האט אים געבאדערט אז ער גיט הילף פאר די "שונאים", און בימים ההם האט מען געזוכט מיט אלע מיטלען מצער צו זיין די אידן אויף אלע מעגליכע מיטלען.

 

האט ער באשלאסן אז ער גייט מסדר זיין מאיר דייטש'ן. האט ער אריינגעשטעלט חיים שלמה פישער אלס גבאי, און צוזאמען מיט נאך איינעם האט מען אנגעהויבן די מלחמה.

 

קודם האט מען געטאן בעיבישע שטיקלעך, מען האט אים אויסגעשפארט, און געלאזט קלאפן א לאנגע צייט, געלאכט פון אים בפניו. (פארגעסט נישט, מען רעדט פון בחורים קעגן אן אלטען איד).

 

שפעטער האט זיך אנגעווארעמט די מערכה, און ר' אהרן האט געהאלטן אין ישיבה העצערישע דרשות קעגן ר' מאיר דייטש. ער האט אויך אריינגעשלעפט דעם ברך משה אין דעם טינופות, און דער ברך משה האט געהאט דערפון אסאך עגמת נפש.

 

דער סך הכל איז געווען אז מען האט געעפנט א "נייע" קרן חתנים, און איבערגעלאזט אונטער זיך א שמוציגע פרשה, פון נארישע דרשות, בזיונות, פרישע דם שונאים.

 

פארוואס דאס ווייזט אויף געניטע פירערשאפט פון חיים שלמה פישער איז מיר נישט באקאנט?

 

איך נעם נישט מיט די שורות קיין שטעלונג אויב חיים שלמה פישער איז פאסיג צו זיין ר' אהרן'ס גבאי, קען זיין אז יא, און קען זיין אז מען דארף צו ר' אהרן אים האבן.

 

נאר צו נעמען א פרשה ווי ער האט מצער געווען מענטשן, און דאס מאכן פאר זיין "געלונגענקייט", דאס איז נאריש, און אפילו אומ'יושר'דיג פאר ר' חיים שלמה, כאטש ער איז געווען א "שליח נאמן" פון הגה"ק...

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 49 50 51 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.