בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/7/2009 23:23 לינק ישיר 

קען איינער אריין פעסטען די נקי כפים צעטיל ( נישט פינעם טאשען שיינדער נאר געגן ר מאיר שליט"א) פין הגה"ק פרשת  בשלח תשנ"ב נאכדעם וואס הגה"ק האט פארלירען די דין תורה אין געשריבען א צעטיל געגן א אפענע  פסק בית דיןוואס האט געזאגט אז די געלט אין די פקדונות באלאנגט פאר ר מאיר אין ער איז אפען ארויס געגן א פסק בית דין  אז מען זאל נישט צוריקגעבן דאס געלט וואס מען איז שולדיג 

וואס אגב 95 % האבן עס טאקע צוריקגעגען פאר ר מאיר שליט"א

אין מען האט דאן  זיין זיץ אין בית המדרש אנגעשמירט מיט האניג 

אין ר מאיר האט זיל נישט פארלוירען נאר געוויזען פאר א יעדן איד אין בית המדרש דעם זיץ אין די מעשים טובים אזוי אז דער גאמצער בית המדרש איז געפאערן כאדארם

תוקן על ידי פערדעריי ב- 22/07/2009 23:20:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2009 08:36 לינק ישיר 

I am trying to download the article on a PDF file, and print it out, but somehow it doesn't seem to be working for me
 
if i am not mistaken, somebody, i don't remember who, did already download the whole article from "farmaglich" on a PDF file, and post it in one of the 50 pages from this "ashkol"
i tried looking for it, but was unsuccessful, can someone please re post it please


 thank you in advance



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2009 10:01 לינק ישיר 
באקומען אין אימעיל

לכבוד פארמעגליך

איך בין קיינמאל קיין היידפארק ליינער נישט געווען און אוודאי נישט קיין שרייבער איך האב ניטאמאל א אייגן קאמפיוטער נאר איינער האט מיר געוויזן א קאפי פון דיינע ארטיקלען אין איך מוז דיר זאגן אז איך בין ארויס פון די כלים איך געדענק נישט ווען איך האב נאכאמאל געלייענט א באשרייבונג מיט אזא אפעטיט רוב פון די זאכן האב איך מיטגעלעבט פון דער נאנט עס איז אמת ויציב יעדעס ווארט בלי גוזמא כלל

 און נאכמער האב איך הנאה פון דיין סטיל פון שרייבן נאר פאקטן און צו דער זאך נישט קיין דמיוניות און גוזמאות די באגיניגסט דיך מיטן אמת (עס איז סייווי דא גענוג דערפון מען דארף נישט צולייגן קיין שקרים) גאר שטארק האב איך הנאה פון דיין יסוד אז נאר אהרןס פערסאנעליטי און זיינע מדות מושחתות  איז שולדיג און זיין חורבן נישט  ווי זיינע מענטשן טרייען אנצולייגן שונאים. וויזניץ. בני יואל.אומפגינערס.שלעכטע מענטשן.נאר נישט זיין שולד איך פלעג דאס אסאך טענהען מיט מענטשן און די ברענגסט עס זייער שיין ארויס

בקיצור מען דארף זיין א גוטער שרייבער דיר צו קענען קאמפלימענטן פאר אזא אויסגעצייכענטע ארבעט אבער איך בין דאך נישט וועל איר סתם זאגן יישר כח חזק ואמץ האלט אן ווייטער אפילו עס דויערט לאנג און ווי פארשטענדליך מיט אסאך צייט און ארבעט איז אלעס כדאי ווייל לדעתי טוסטו אויף געוואלדיגע זאכן

ערשטענס אז מענטשן זאלן וויסן די קלארע פאקטן למען ההיסטאריע און זיך נישט פאפן ווייל אפילו נארמאלע מענטשן ווערן אמאל צומישט פון פראפעגאנדע און מען פארגעסט טרוקענע מציאות

צווייטענס אז אונזערע קינדער זאלן נישט מיינען יארן ארום אז עס איז געווען א מחלוקת ב"ש ב"ה נאר קלאר וויסן אז מען האט זיך נישט געקריגט פאר פאן נאר מען האט ליידער געהאט צוטאן מיט גאר נידריגע פארשוינען

דריטנס אז די בלאט שרייבערס און אנפירערס וועלן אפשר צוריקגיין אפילו נאר איין סטעפ פון אפלאכן פון כל הקודש אויס מורא אז די וועסט דאס שפעטער גוט באשרייבן און די היסטאריע און וועט נישט פארגעסן ווערן

פערדנס אז אי"ה ווען די אהרונים וועלן כפרה שלאגן מיט זייער הגה"ק ווען ער וועט אלט ווערן זאלן זיי נישט דארפן מאכן צופיל ריסערדש אויף אים (ווי למשל זיין מעדיצין ליסטע וכדו)נאר גלייך האבן גענוג סחורה כשולחן הערוך אים נאכצושרייען והיה זה שכרך.......

פיפטנס אז אפשר וועט זיך מאכן אפילו איין תמים לב וואס וועט זיך עפענען דעם קאפ נישט נאכצולויפן בלינדערהייט דעם פראפעגאנדע מאשין האט זיך אויך געלוינט כל"ש אויב וועט זיין מער

זעקסטנס לויט דעם אופן וויאזוי זיי שפרינגען אויף דעם ארטיקל איז א סימן אז די דארפסט גיין ווייטער.....

און יעצט צום ענין איך האב געלערנט אין יעשיבע אוו מאנרא פון תשנח ביז סוף תשס פון די תקופה פון פארן טיילונג ביז פעסט אינדערמיט איך האב אסאך צו דערציילן פון יענע צייט אבער אזוי ווי איך בין נישט קיין שרייבער איז מיר שווער זיך מצמצם זיין אין שרייבן לאנגע זאכן אפילו וואס איך שרייב יעצט האט מיר גענומען זייער לאנג אבער עטליכע נקודות וועל איך יא פרובירן וואס קען זיין ניצבאר פאר דיין ארטיקל

איך וועל מקדים זיין למען האמת אז ווען איך בין אריין און די ישיבה בין איך געווען שטארק פאטריאטיש פאר אהרן און זיכער נישט זיין שונא נישט דוקא אז איך האב געגלייבט אז ער פליט און הימל און איז ספעשל הייליג נאר איך האב געגלייבט למשל אז ער איז א ערענסטער מענטש א גאון א קנאי א קנאקעדיגער פירער בקיצור די גאנצע איחוד פיבער בשעתו איך בין אפילו געווען נאנט מיט באי ביתו וואס דאס האט מיר גראדע געהאלפן שנעל געוואר ווערן פון דער נאענט אז איך לעב און פאנטאזיע און די גאנצע זאך איז א גרויסע שקר באלון

 

איינע פון הויפט זאכן ווי איך בין געכאפט געווארן אין סורפרייז איז געווען זיין מיטהאלטן דאס רודפן ווער עס האט נישט געגלייבט און אים אדער נישט געגאנגען און שפאן וואס איז רוב מאל געווען בידיעתו ובהסכמתו ובהנאתו המלאה איך האב פערזענדליך מיטגעהאלטן א בחור וואס איז געווארן שווער גערודפט פון זיינע רשעים איז אריין וויינען צו אהרן און אפיס  וועגן די טעראר וואס ער גייט אדורך האט ער אים געענפערט בזה הלשון קיינער האט דיר נישט געבעטן צו זיין א אויבער חכם ווער עס רעדט נישט אויף די הנהגה דעם רודפט מען נישט (איר הערט ווערטער ?) פאר א צווייטען בחור האט ער געענפערט איך בין נישט דיין פאליציי די דארפס אליינס אכט געבן וואס די טוסט! פאר א דריטן האט ער געזאגט איך מיש זיך נישט אריין אין פאליטיק די אלע זאכן האב איך געהערט אויף טעיפ וואס די בחורים האבן אפגעכאפט נישט קיין באבע מעשיות

נאך אזאך וואס איך געדענק גיט עס איז געווען פאר זומער נ"ט האט מען טעראריזירט זושא געלב פארן חטא פון אויפפיקן ר ז"ל פון עירפארט וואס איז געקומען צןפליען צו זיין זינס חתונה (די בלוטיגע חתונה)האט מען פארברענט 3 קארס איינמאל זיין קאר די נעקסטע נאכט א שכנס (אוי לשכנו שטייט ניין?) די דריטע נאכט א געדינגענע די אקציע איז געפלאנט געווארן און ישיבה דארמיטארי און עפרופט געווארן ביי אהרן און אפיס (זארגט נישט די בחורים זענען געווארן געהעריג געצייכנט א גאנצע נאכט..) איך בין בשעתו געווען נאנט אינפארמירט מיט די גאנצע זאך איך קען מעיד זיין אז ער האט קלאר געוויסט יעדן אינדערפרי וואס איז געווען נעכטן נאכט 

ביים דריטן מאל איז עס געווען אויף א שרעקליכן אופן עס האט געפלאקערט 3 ביינאכט פארנט פון א הויז אויף ליפא פרידמאן קארנער מרדכי שעהר אז מען האט געמוזט אויסליידיגן אלע הייזער ארום פרויען און קליינע קינדער האט מען ארויסגעשלעפט מיט שלאף קליידער בקיצור סאיז געווען פרייליך

דעם נעקסטן אינדערפרי האט אהרן באקומען געפערליכע אייגענע דרוק  אז מען דארף מוחה זיין מען קען שוין נישט שווייגן מער די גאנצע שטאט קאכט סהאט טאקע געהייסן אז אהרן גייט פארמיטאג רעדן אין ישיבה שפעטער איז ארויפגעקומען אין ישיבה די דעמאלס נייע הנהלת המתיבתא לישע (טאשן שניידער)הורויץ מיט לעזר וייס אין דוד שמיל ג"ב פאר א מיטינג מיט אהרן זיי האבן געטענהט אז מען טאר נישט מוחה זיין אין ישיבה ווייל מען וועט ח"ו מיינען אז די בחורים האבן געטון די אקציע און מען האט קוים יעצט בעסער געמאכט די ישיבה און עס וועט מאכן א שלעכטע נאמען פאר די ישיבה און די שונאים וועלן זיך נאך פארסמאקעווען דערמיט ווער עס שטייט אונטער די טעראר ווייסט מען נישט אבער די בחורים זיכער נישט מען זאל ענדערש רעדן און גרויסן ביהמ"ד אהרן האט אויפגעלאכטן פון די חכמה פון זיין הנהלה מען האט תיכף ארויסגעלייגט א צעטיל אז כ"ק הגאב"ד גייט רעדן ביינאכט און גרויסן שול

צו די באשטימטע צייט איז געווען געפאקט די שול ער האט געגעבן א שיעור כללי און הלכות שריפה איך וועל צוטירן פון זיינע ווערטער וואס ליגט מיר נאך און די ביינער פון דעמאלס וזה לשונו המתוק עס ווייסט יעדער איינער אז די הייזער און קרית יואל זענען געמאכט פון האלץ און האלץ האט א טבע אז עס ברענט שנעל און ווען עס ברענט קען זיך עס שנעל אריבערכאפן צו נאך הייזער וועגן דעם דארף מען אכט צו געבן וואס מען טוט מען זאל נישט שטעלן און סכנה אומשילדיגע מענטשן עכ"ל כ"ק הגאב"ד פלאי פלאים

איך געדענק אז איך האב מיך געציפט צו איך וואך אדער סאיז א חלום דא שטייט דער ראש ישיבה און דארף מוחה זיין אויף א שטאטס איבערקערעניש וואס זיינע רשעים רוצחים האבן געטון און  מען הערט נישט אז מען טאר נישט נעמען דאס געזעץ אין די אייגענע האנט. מען הערט נישט אז מען טאר נישט שאדן מאכן יענעמס פארמעגן. מען הערט נישט אז מאכן א פייער אינמיטן די נאכט צו טעראריזירן איינעם איז רציחה. מען הערט נישט אז מען זיכט ווער עס שטייט אונטער דעם.  מען הערט נישט אז אויב וועט מען געוואר ווערן נעמען וועט מען קנסענען. מען אפילירט אפילו נישט מען זאל אויפהערן. די איינציגע עוולה וואס מען אדרעסירט איז אז די הייזער זענען פון האלץ יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די דרשה האט נישט געקענט זיין אין ישיבה ווייל די בחורים בויען דאך נישט די הייזער מילא זענען זיי נישט שולדיג.

מענין לענין אז מען רעדט שוין פון זיינע דרשות געדענק איך אמאל ביי א פתיחה ווען ער האט דערציילט די מעשה פון קדיו"ט וואס ער זייער ליב געהאט צו דערציילן פאר בחורים עכ"פ איך האב עס געהערט פון אים מינומום 3 מאל ברבים עס גייט אזוי איינמאל בשעת ווען דער זיידע דער קדיו"ט האט געהאלטן אינמיטן פארהערן די בחורים האט ער פלוצים פארהאקט די גמרא און זיך שטארק ארומגעקוקט שטרענג אויף אלע בחורים אן ארויסרעדן א ווארט עס האט געהערשט א פחד און די לופט קיינער האט זיך נישט גערורט פון פלאטץ סוף נאך אפאר מינוט האט ער זיך אנגערופן אזוי זוי זוי..בחורים מיינטס נישט אז מען קען מיך פאפן איך ווייס איעדער בחור וואס ער טוט אפילו אונטער די דאכענע יא אפילו אונטער די דאכענע יא אפילו אונטער די דאכענע אזוי האט ער דאס איבערגעזאגט כמה פעמים מיט אלע זיינע פאקסן און קולות מיט מאשענס וואס ער האט פינטקליך געוואלט ארויסברענגען ווייס איך נאך היינט נישט געהעריג אבער איך מיין אז עס איז בעסער זיך נישט פארטיפן און זיינע כוונות...

איך וועל ענדיגן מיט א מילתא דבדיחתא עס איז געווען און א ווינטער פרייטאג צונאכטס תשנ"ח בין איך געווען ביי זיין באטע און זיין בעיסמענט האט ער געהאלטן אינמיטן דראמאטיש דערציילן א מעשה דאכט זיך פון הייליגן רבי ר זושא  אינמיטן האט זיך דער גאב"ד (היינטיגער הגה"ק) אביסל אינטערגעהויבן פון זיין שטול און מיט א זעלטענעם רואיגקייט ארויסגעלאזט א נפיחה (אנשולדיגט) וואס האט היפש הויך געפופן און דערציילט ווייטער זיין מעשה כאילו לא היה. איך דארף אייך נישט זאגן אז די ליפט דארט איז תיכף אריין און א שאלהדיגע זאנע וועגן זאגן א אידיש ווארט דער עולם האט אנגעהויבן קראכן מיט די פונגער טייל האבן געקוקט אויפן דאך אנדערע האבן זיך פאראכטן דעם הוט אדער גארטל עטליכע בחורים האבן זיך אפגעגעבן מיט פארעכטן דעם טישטוך בקיצור מען האט אלעס פרובירט מען זאל ח"ו נישט לאכן איינער וואס איך געדענק גראדע וואס איז יא געבליבן שטיין ווי גארנישט פאסירט איז געווען יודל וויינשטאק וואס איז נאך געווען זיין געטרייער משב"ק פארן פליען. צום מזל פון ר' אהרן איז דארט געווען א גאסט בערל פר"מ (געוועזענער רה"ק), און אזוי ווי ער האט באמערקט דעם מצב האט ער זיך אויפגעהויבן פון זיין פלאץ און איבערגעקראכן די באנק און געפרעגט א בחור ווי איז די ביה"כ. שפעטער האב איך געהערט אינדרויסן ווי ער איז מסביר איינעם שטיל אז ער האט געוואלט ראטעווען דעם כבוד פונעם רב עס זאל נישט נבזה ווערן ח"ו.

 נא הייסט דאס נישט געטריי פאר סאטמאר? קומט אים נישט ראה"ק? אהרן האט גענומען די חצים ובליסטראות פאר סאטמאר און בערל פר"מ די נפיחות...

איך וועל מסיים זיין מעין הפתיחה, חזק ואמץ עס איז זייער וויכטיג די זאלסט אנגיין ווייטער

נ.ב. גלייב מיר הרבה יותר ממה שכתבתי נשאר בקולמתי אבער עס איז מיר זייער שווער דאס שרייבן ועוד חזון למועד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/7/2009 18:15 לינק ישיר 

ווי שוין געשריבען פריער זענען ענדע יאר תשנ"ח נפטר געווארען דריי אלטע לייבען פון סאטמאר, ר' לייבוש לעפקאוויטש, ר' סענדער דייטש און ר' ליפא שווארץ פון ירושלים. און אום דירעקט האט זייער הסתלקות געהאט א אפעקט אויף די מחלוקת אין סאטמאר. נאך זייער נפטר ווערען איז דער מצב געווען אין די בחינה פון וימת יוסף וכל אחיו וכל הדור ההוא, און ווי עס שטייט ווייטער אין פסוק ויקם מלך חדש על מצריים אשר לא ידע את יוסף.

די דריי זענען געווען אן א שיעור מאל מער ערנסטער ווי להבדיל בערעל פרידמאן און יצחק ראזענבערג. זיי וואלטען ווען קיינמאל נישט צוגעלאזט אזא עסק ביש, און אפילו ר' אהרן אליין וואלט זיך געשעמט צו פירען אזא ביליגע מאכט-געכאפעכץ. אבער עס איז געווען באשערט אז די אלע עלטערע בונים פון סאטמאר זאלען נישט מוזען צוזען וואס איז געשען צו סאטמאר, וואס זיי האבען אזויפיל געהאלפען פארן רבין זי"ע צו בויען און עס פירען.

ר' לייבוש און ר' סענדער האבען קיינמאל נישט געגליכען ר' אהרן ווייל זיי האבען אים געקענט פון דער נאנט און עס איז געווען באקאנט אז ר' זלמן לייב איז פאר זיי מער צום הארצען.

 

איר הערט ווערטער??? איך האב לעצטענעס איינגעזען אז דער פעלשער פארמעגליך, איז נישט נאר א פעלשער ער איז אויך יוצא מדעתו ל''ע

ר' ליפא שווארץ האט נאך געלעבט, און ער איז נאך געווען אין ירושלים, ווען  דער סיגוטער רב איז אנגעקומען אהין. דער סיגוטער רב איז געפארען אויף די הייליגע טעג תשנ"ז קיין ירושלים, אבער ער האט בשו"א נישט געוואלט אוועק נעמען דעם עמוד אויף מוסף פון ר' ליפא שווארץ.

די פעלשער! ר' משה אריה פריינד זי''ע האט אויך נישט אוועק גענימען דעם עמוד פון ר' ליפא ע''ה, נאר ער האט געדאווענט שחרית פארן עמוד, האט ר' זלמניו אלע אפעציעלע מ''מ פון ר' משה ארי' אויך נאר געדאווענט שחרית,

זיינע מידות גריעות האט זיך די וועלט איבערצייגט, ווער ער איז  געשטאנען לפני ולפנים ביי זיין הייליגה טאטע און קוויטעל שטוב, עס איז דארט געווען אחיו הגדול ממנו בחכמה ובמעשיו אלף פעמים, וואס האט פינקט דאן געהאלטען נאכן באקיקען די מקווה טהרה און וומ''ס וואו רבינו שליט''א האט געשאפט 2 מיליאן דאללאר, און די מקווה איז איבערגבויעט געווארן אויף זיינע דירעקטע אנווייזונגען, עס איז דאן געווען  פרשת ויחי תש''ס לפ''ק,

און דער זלמניו איז דאן געווען נישט  און זיין בעסטע גיסטע, און ער האט זיך גענימען בריקען מיט די פוס, פון א שור שנגח, און געשריגען וואו א וואנזיניגען ''יוצא מדעתו'' (נאך געשריבען פונעם טעפ: ) טאטי! אהרן איז געקימען קיקען מיין מקווה, אלעס נעמט ער מיר צו! אהרן ווארט שוין זאל זיין יקרבו ימי אבל אבי!  עכ''ל:

לאמיר א מיניט אריין טראכטען! וואס דער ר' זלמניו האט דא געטאן!

ער האט געזאגט פאר זיין טאטע, א יוד אריבער דער אכציג, מיט געמאכט א מלחמה, פארלוירען א שטוב מיט קינדער און דער אלטער היים, פארלוירען א קינד דא און אמעריקא, אז זיין זון וואס איז ביי אים געווען דאס מערסטע באליבט, זיין שווארץ אפעל פון אויג (דאס איז אפי דער פעלשער פארמעגליך מודה, נאר און די שפעטע ס' יארען האט די ברך משה גטוישט זיין ...... מיינונג, וואויל איז דער וואס גלייבט...)

וואס? יא! איר הערט גוט! אהרן ווארט שוין אויף יקרבו ימי אבי למות, נאכאמאל! יקרבו ימי אבי למות נאכאמאל! יקרבו ימי אבי למות!

פאר ר' זלמניו געווינטשען אזעלעכע יסירי נפש!

פארוואס? ווייל זיין גרויסע ברידער איז געגאנגען קיקען די מקווה!

איז וואס? דיין גרויסע ברידער האט געלערנט, קען ער ווייס ער וואוזוי צו בויען א מקווה משא''כ דו, ביזט געווען פארנימען הערן די די דא''ח פון ר' שימעלע דשיגאן ז''י אויף אלע זאליס, האסטו נישט געהאט קיין צייט צו לערנען, דעריבער מיז די גרויסע ברידער אריין קימען און שטאט זיכער מאכען אז די מקווה איז כשר ( איר קענט זיכער זיין אז קיין איין זאלי אפי' פעלשער פארמעגליך וועט נישט לאזן אז ביי אים זאל מען גיין און א מקווה וואס שטייט אונטער ר' זלמניו השגחה, דאס איז נאך איינער פון די סיבות פאר וואס מען האט געמיזט ארויפקלאפען א סיין אויף קיעפ ''לישכע'' וד''ל) אלזא וואס איז די ויצעקו? דאס איז אויך איינער פון די נאבעלע מידות וואס רי זלמניו איז באשאנקען? דאס זענען די שיינע מידות פון וואס די לעפקעס און די יאקאבאוויטשליך ווערן משוגע?

איך געדענקט נאך? וואו יענער שבת שבת ויחי תש''ס האבן אלע אנ''ש געגעסען א יקרבו קיקעל!

 האסט געוואלט ארויס ברענגען דעם בעל ויקרבו'ס מידות? נא דיר!!! ועוד חזון!

ר' ליפא האט גערעדט יענעם ערשטן שבת פרשת נח תשנ"ח ווען דער היינטיגער רבי שליט"א האט זיך באזעצט אין ירושלים און האט מיט גרויס התרגשות געזאגט: איך האב שוין יעצט די זכי' די דריטע מאל בייצואוואוינען א הכתרה אין סאטמאר. דאס ערשטע מאל איז געווען די הכתרה פון רביה"ק זי"ע תרצ"ד אין די שטאט סאטמאר, די צווייטע מאל איז געווען כ"ו אב תש"מ אין קרית יואל, און יעצט איז שוין דאס דריטע מאל.

ר' סענדער דייטש איז אויך געפארן צו דעם גרויסען שנת פ' נח צו די הכתרה אין ירושלים, און ער האט דעמאלט גערעדט געוואלדיגע שיינע דרשות, ווי ער איז אלע יארן שטאלץ וואס דער רבי (דער ברך משה) האט אזא זון ווי ר' זלמן לייב, וועלכער איז א מתון ( פוילער שטריק מיט די פוס אפען טיש) און אן איבערגערעכנטער מענטש.

פעלשער פארמעגליך! איך וואלט זייער געוואלט זען די דרשה פון ר' סענדר ז''ל, אונז אלע געדענקן וואו שארף ער איז געווען קעגן ר' זלמניו'ס גאנצע פורים רבנות און די יהודה בערג! אלזא, זיי נישט קיין מח וואשער!!!!

און פון ר' לייבוש האבען מיר שוין געשריבען ווי שטארק ער פלעגט טענהן אז מען מוז צוטיילען די ישיבה פון קרית יואל ווייל ער האט געהאלטען אז ר' אהרן טויג נישט. און זייענדיג דער מנהל המוסדות איז ער אויך געווען דער בעה"ב פון ר' זלמן לייב, זייענדיג דער א  ר"י  מג''ש אין די ישיבה לצעירים, און דעריבער האט ער געהאלטען אז ר' זלמן לייב איז מער פאסיג צו פירען די ישיבה.

פעלשער הער אויף!!!

אבער נאך איין וויכטיגען סאטמארען פערזענליכקייט וועם מען דארף צולייגן צו די ליסטע פון "וכל הדור ההוא", איז הרב החסיד ר' יודל ראזנבערג זכרונו לברכה, וואס ער איז שוין אייגנטליך אוועק פריער, אין תשנ"ו חודש אייר.

אין יענע צייט איז שוין, ווי דערמאנט אויבן, געווען שווערע צייטן, ווען ר' אהרן מיט זיינע יועצים האבן זיך שוין געהאט געשארפט די ציין איבערצונעמען סאטמאר. ר' יודל און זיין מהות איז פאר די "טריא" געווען א דארן אין די אויגן, ווייל שמואל ווידער, א נייטרער מוח וואשער, מיט אלישע שמואל א מונקאטשער טאשען שניידער, האבן געזען די גרעסטע סכנה אין די "אלטע סאטמאר", וואס ר' יודל ז"ל האט מיט זיך אפגעשפיגלט.

א יסוד!

דעמאלטס איז געווען הארט פאר'ן לייגן דעם יסוד פון "איחוד התלמידים", און מען האט שוין געהאט גערעדט פעסט אז נאך ר' יודל נעמט מען גלייך איבער די אלע סאטמארער קעמפס און די וועלט בארימטע מצה בעקעריי, און "ר' אהרן וועט מאכן ארדענונג". למעשה האט זיך פון אלע זייערע פלענער אויסגעלאזט א זייפן בלאז.

א יסוד

דער ברך משה איז געווען א פראקטישער מענטש, אים האט די נארישע איינגערעדטע מעכטיגקייט נישט אינטרעסירט צופיל, עס האט נישט ביי אים אפעלירט די געוויינען פון ר' אהרן אז ר' יודל'ס אלע קינדער "זענען שונאים". דער ברך משה האט געהייסן אז די קינדער, משפחת ראזענבערג, זאלן אלעס ווייטער פירן.

וואס שרייבסטו נישט די מעשה מיט וויגדור מיטן טשעק???? וואס די ליצים בן פראדעל מיט קעסטנבוים האבן אנגעדרייט??

משה גבאי און אליעזר קעסטענבוים זענען דעמאלט אריין אין די הנהלה פון די קעמפס. און שפעטער איז דאס גענוצט געווארן אלס א וואפן, ווען משה איז שוין געווען דער אויסגערופענער שייגעץ אינעם אהרונישן לאגער, איז איינע פון די זאכן מיט וועלכע מען האט אנגעשראקן דעם ציבור, אזוי ווי די גלחים פלעגן העצן די צוריק געבליבענע דארפס-פויערן אין דער מיטלאלטער, אז משה מיט אליעזר האבן זיך שוין אריינגעשטופט אין די קעמפס און ווער ווייסט וואס קומט ווייטער.

ע"כ פון תשנ"ח.



תוקן על ידי פארשטיי ב- 23/07/2009 18:15:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2009 23:22 לינק ישיר 

נאך איין זאך איז כדי צו באמערקען! דער פעלשער פארמעגליך, איז טאג און נאכט פארנימען א וועק צו מאכען רבינו שליט''א מיט אזא שטיתים אז עס איז א חידוש וואו אזוי דער אלוועטילכע נעט קען דאס דער האלטען,

 

בעל גאווה, נפיחה, כפו טובה, מאכט פאני וויצען, איך ווייס וואס נאך עס איז נישט נוגע,

 

די אלע זאכען אפעקטירט נישט קיין האר נישט די קוואלעפעקאציעס פון רבינו שליט''א אלס א מנהיג ישראל,

 

א מנהיג ישראל דארף זיין א תלמוד חכם, א יראת שמים, פארשטיין צו הנהגת הכלל, זיין אקטיוו להעמיד דת על תילה, בעל דרשן, אד''ג

די אלע מעלות האבן די מנהיגי ישראל פון אלע דורת געהאט וואו דער הייליגער חתם סופר ותלמידיו די נודע ביהודה אד''ג

און די  אלע מעלות פארמאגט רבינו שליט''א,

 

לאמיר א קיק טאן אויף די אנדערע זייט!

ער הייבט ארויס זיין רבי'ן ר' זלמניו אלס א חכם א מתון, א נועם המידות, א נאבעלע פראזענליכקייט, א צוגעלאזענער, א בעטעמטער, איז עוסק בתורה ובצדקה בהצנע לכת מאוד מאוד ממש קיינער ווייסט נישט אפי ער אליינס אויך נישט, ער נפחהעט נישט,

די אלע מעלות וואס מען זאגט א כלה מיידעל וואס שטייט און שדוכים,

 

און איין ווארט די מעלות וואס ר' זלמניו האט מאכט אים נישט פאר קיין רבי, און חסרונות וואס פעלשער שמירט אן אויף רבינו שליט''א מאכט אים נישט אויס רבי וד''ל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/7/2009 01:31 לינק ישיר 

כבוד פארשטיי, פאני וויצען זענען נאך אזוי און פלאץ דא ווי די איינציגסטע חסרון וואס די האסט געטראפן אויף רבינו שליט"א, נעמליך, עפעס א מעשה מיט א דזשיגאן, והשנית אויב רעדסטו פון קאוואלעפיקאציעס פין א מנהיג ישראל האב איך דיר שוין געפרעגט איינמאל, צו די אלע מעשה רשע וואס זענען אפגעטון געווארן און קרית יואל און די מ' נ' יארן דורך בן פראדל און לעזער,און דיין רבי איז געווען אויסערליך דערגעגען, אבער זיך קעגן שטעלן די אלע זאכן מאן דכר שמי'? צו האט ער דען נישט געקענט גארנישט טון דערצו? ער איז דען נישט בעה"ב און די שטעטל ווי ער איז משמש ברבנות? דריטענס הכל מודים אז חכמה איז פון די ערשטע זאכן וואס קוואלעפעצירן א מענטש צי שררה און מיט דעם איז דאכט זיך מיר דיין רבי נישט צופיל באשאנקען וואס דאס קען א יעדער וואס קומט מיט אים און ווארט אליין זען, עס האט מיר פארציילט א איד וואס שטעלט חופות, אז ביי א יעדע חופה וואס דיין רבי איז מסדר קידושין שטייט ער און פלאפעלט א גאנצע חופה נאן סטאפ טראץ די ערענסקייט וואס הערשט דארט, דאס ווייזט נישט אויף קיין גרויס חכמה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2009 20:48 לינק ישיר 

אל כבוד אדון פאמעגליך,


קודם דער זוממער גייט אריין אין היסטאריע אלס א 'היסטארישע זוממער' ווען דער עולם פילט זיך אן מיט היסטאריע, נאכדערצו אזוי בעטעמ'ט אראפגילייגט אלעס. צום ענין וואס הייסט אז שמואל ווידער האט געוואשן מוחות ס''ח ס''ט, ווען דער בלאט האט זיך הערשט געעפנט תש''ס? 

צוויטנ'ס  איך האב זייער הנאה געהאט אז דו האסטוך געהאלטן צו א אריסטאקראטישע סטיל פון שרייבן, און אנטשולדיג מיר דיין לעצטע תגובה דא פאסט נישט עכט די לעצטע העלפט קענסטו מיט א רואיגן געוויסן ארויסשניידן, ס'וואלט גארנישט געשען ווען דו ברענגסט א אישי און דו עקזאמענירסט עס פארדעם. 

אז מ'שרייבט איידל פילט זיך יעדער צוגעפאסט עס צו ליינען, א דאנק.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/7/2009 20:59 לינק ישיר 

וויסט איינער ווי שמואל ווידער פלעגט דאווענען שבת אלע יארן?, 


איין מאל געדענק איך האט ער געדאווענט אינ'ם גרויס'ן שוהל, דאס איז געווען ווען ר' חיים הי''ו האט אים ארויס געפירט בתופום ובמחולות אינמיט'ן נשמת, און ווען ער איז געבליבן שטיין האט אים די פאליציי ארויסגעפירט אזוי חפוי אן קיין גלעזער און טלית, די גוטע חלק איז געווען אז ביז יענע סאמע וואך האט ער נאך יעדע וואך פארפירט און געוואשן אין'ם בלאט אז די ביהמ''ד איז זייער'ס, נאכהער האט ער -דוכט זיך - שוין געהאט אויף צום הערן און געדענקן.......

צוריק צום קשי' אווי פלעגט ער דאווענען שבת



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/7/2009 21:06 לינק ישיר 

דער פארשטיי 'ס דיקשענערי איז פיצל שבפיצל, עס באשטייט פון די דריי ווערטער 'ר' שימעלע דשזיגאן', אויף וואספארא האר אויפשטעלנדע מעשי' דו וועסט ברענגען, מעשיות אויף וואס ער וועט אפי' מודה זיין וועט ער קומן מיט די דריי אומפארשטענדליכע ווערטער 'ר' שימעלע דשזיגאן' קען איינער נאכקוקן אויב דאס איז עפעס א דיסארדער וואס מאכט זיך אפט?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/7/2009 21:22 לינק ישיר 

זעליג איך האב נאך א ווארט ווייסט וואס? וועקי!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2009 22:23 לינק ישיר 

פארמעגליך שרייבט:

ר' ליפא שווארץ האט נאך געלעבט, און ער איז נאך געווען אין ירושלים, ווען  דער סיגוטער רב איז אנגעקומען אהין. דער סיגוטער רב איז געפארען אויף די הייליגע טעג תשנ"ז קיין ירושלים, אבער ער האט בשו"א נישט געוואלט אוועק נעמען דעם עמוד אויף מוסף פון ר' ליפא שווארץ.


דער סיגעטער רב האט די ערשטע מאל געדאווענט אין ירושלים ימים נוראים תשנ"ח,

און ר' ליפא איז אוועק זומער נ"ח




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2009 22:26 לינק ישיר 


פארמעגליך שרייבט:

ר' סענדער דייטש איז אויך געפארן צו דעם גרויסען שנת פ' נח צו די הכתרה אין ירושלים, און ער האט דעמאלט גערעדט געוואלדיגע שיינע דרשות, ווי ער איז אלע יארן שטאלץ וואס דער רבי (דער ברך משה) האט אזא זון ווי ר' זלמן לייב, וועלכער איז א מתון און אן איבערגערעכנטער מענטש.


ר' סענדער איז געקומען צופארן חודש ניסן נ"ז, אויף שבת החודש, און זיין דרשה האט ער גערעדט ביים דינער פאר יטב לב אין ביהמ"ד הגדול ויואל משה אין קרית ויואל משה, דאן האבן אויפגעטרעטן דער גאב"ד מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל, און דער ראב"ד הגרי"י פישער זצ"ל, און דער מחותם ר' יהושע ראזענבערגער און די סאטמארער מורי הוראות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2009 23:06 לינק ישיר 

פארשטיי כתב:
זעליג איך האב נאך א ווארט ווייסט וואס? וועקי!!!!

איין מאל, נאכאמאל, און ווידעראמאל, נארישע קינדערישע תגובות, וואס האבן נאכנישט געריקט פארמעגליך'ס מייסטערווערק ניטאמאל מיט א האר פארשטיי טייערער, איין גיטע טענה כאטשיג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 03:00 לינק ישיר 

realchusid כתב:
I am trying to download the article on a PDF file, and print it out, but somehow it doesn't seem to be working for me
 
if i am not mistaken, somebody, i don't remember who, did already download the whole article from "farmaglich" on a PDF file, and post it in one of the 50 pages from this "ashkol"
i tried looking for it, but was unsuccessful, can someone please re post it please


 thank you in advance


anybody?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2009 04:03 לינק ישיר 

געב מיר א אימעיל אין איך וועל די עס שיקן
קענסט מיר עס שיקן אין אישי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 50 51 52 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.