עס קומט מיר אן זייער שווער צו שרייבן דעם פאלגענדן בריוו, צוליב דעם ווייל מיר האלטן שוין כהיום יום אין א מצב וואס פארשידענע שקרים ווערן איבער געגעבן מדור דור, און ביז שנת תשס"ט איז שוין דורך מער ווי 40 יאר וואס אט די אלע שקרים ווערן איבער געחזרט פארן נייעם דור מיט אזא זיכערקייט כאילו דאס איז א תורה שלימה, און ס'ווערט אייגעגעסן ביי מענטשן כאילו דאס איז אזא שטארקע אמת אז מ'קען דאס אפי' נישט רירן פון פלאץ, דעריבער איז מיר אלץ געוועהן א זיכערקייט אז מענטשן וועלן נישט וועלן גלייבן אמת'ע פאקטן נאך די אלע יארן וואס מ'האט זיי פארקויפט פאר גוט געלט די אייגעגעסענע ליגנט'ס,
אבער היות איך האב געזעהן אז איר האט געשריבן די "אמונה טפילה ארטיקלען" וואס דארטן האט איר איידלערהייט (נישט ווי רוב שרייבער'ס דא) היפש אראפ געריסן דעם יסוד השקר און די גאנצע השתלשלות וויאזוי מ'האט מחנך געוועהן אונזער דור צו פארשידענע פאלשע מיינונגען און שיטות, און איר האט אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס זייער "אמונה טפילה" ווי זיי האבן מסלף געוועהן תורת רבינו, און איך האב מיר איבערגעצייגט פון אסאך אידן אז פיל פון זיי זענען טאקע אויפגעקלערט געווארן לטובה און זיך אויפגעווועקט פון דעם לאנגן חלום, האב איך באשלאסן צו נעמען דעם פעדער אינדערהאנט און שרייבן פארשידענע פאקטן וואס איך האב אליין מיטגעהאלטן, אולי ואולי וועלן מענטשן איינזעהן די לעכערליכע שקרים וואס ווערט פארקויפט פאר האלסעיל.
באמת די טעמע ווואס איך וויל שרייבן איז א פריוואטע טעמע, וואס איז א גרויסע שאלה צו מ'מעג בכלל שרייבן איבער די גאנצע זאך, ס'איז א פראגע צו איז ס'איז בכלל מענטשליך צו רעדן פון דעם, נאר היות איך האב געזעהן אז אייניגע שרייבער האבן דא גענומען די פרשת רויזא'לע און אויס געליפטערט ברבים אויף איינע פון די אשכולת, וואס יענע פרשה איז באמת געוועהן א פארווייטאגטע און א באהאלטענע וואס קיינער האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן דערפון, אבער איצט ווי נאר אפאר שרייבער'ס און ווייסער'ס זענען ארויס געקומען פון די לעכער מיט אייניגע פאקטן וואס האט שאקאריט רוב ליינער'ס, האבן זיך "די היימישע" גענומען מיטן לאזונג אז דער רבי האט געזאט ער איז נישט מוחל בזה ובבא ווער עס רעדט פון דעם, (כאטש מ'ווייסט נישט ווען און ווי און פארוועמען דער רבי האט דאס געזאגט) ווייל זיי האלטן אז ווען מ'רעדט פון די פרשה קען ארויס קומען א בזיון נגד רביה"ק און בכלל איז דאס א פריוואטע שטוב זאך,
מסכים, מיר פארשטייען אז איר ווילט נישט מ'זאל רעדן פון דעם ווייל ס'איז נישט קיין כבוד פארן רבי'ן ווען מ'רעדט איבער א פריוואטע שטוב זאך וואס איז אזוי אנגעווייטאגט, אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע, פארוואס ווען דער רבי האט פריוואט אין שטוב געזאלט זאגן א ווארט קעגן דעם שידוך פונעם סיגוט'ע רב מיט וויזניץ (באלד וועלן מיר זעהן וויפיל אמת ס'ליגט דערין) האלטן די זעלבע "היימישע" ווי איר רופט זיי אן "רבי ז"ל אידן" אז דאס דארף מען לערנען אין חדר מיט די קינדער בעיון גמור און איבער געבן מדור דור אלץ א תורה שלימה און דאס אויפבויען מיט בנינים עצומים באגלייט מיט דמיונות וחזיונות אז דער רבי האט נישט געוואלט געבן די האנט, דער רבי האט זיך אויסגעדרייט מיטן ריקן, צו אז דער רבי האט שוין פאראויס געזעהן אז ער גייט אראפפירן דעם גאנצן דור, צו זענען די אלע אייגן געמאכטע פאקטן יא א כבוד פאר רביה"ק?,
ווען דער רבי קריגט זיך (כלומר'שט) מיט א אייגן קינד פארשטייט יעדער אז ס'איז אסור צו רעדן דערפון, און ווען די רבי קריגט זיך מיט אנדערע משפחה מיטגלידער איז יא א מצוה צו רעדן פון דעם?, א פלא, מיט יעדן האט זיך דער רבי געקענט טרעפן און שמועסן, און אפי' געבן די האנט פאר לינקע רבנים און אויפנעמען שיין, נאר די אייגענע משפחה נישט, צו האלט איר אז פארציילן אט די שקרים איז א כבוד פאר רביה"ק?!!!!
נאך מער ווי איך האב געליינט אין אייערע פאריגע ארטיקלען שטעלט איר אראפ דעם יסוד אז ס'איז דא א שטוב פסק און ס'איז דא א ביהמ"ד פסק, און א שטוב פסק איז נאר מחייב דעם יחיד און נישט דעם רבים, כלפי דעם ענין דארפן מיר קוקן וויאזוי רביה"ק האט געהאנדלט ברבים, ווייל מיר האבן בלויז געזעהן וואס רביה"ק האט געטון ברבים מיר זענען נישט געוועהן פריוואט אין שטוב, ברבים האט רביה"ק ארויס געוויזן אויסטערלישע אהבה צום סיגוט'ע רב מיט זיינע קינדער ובראשם רבי אהרן, געבנדיג בענטשן ביי אושפיזא דאהרן און אפי' ארויף גערוקט זיין אייגענעם שטול אז דער בחור אהרן זאל זיך אריין זעצן אינדערמיט און בענטשן על הכוס, ווי אויך שטארק מקרב געוועהן ביי יעדע געלעגנהייט ווי עס איז באקאנט פאר מענטשן אין מיין עלטער למשל ווען ער איז געקומען צום סוגיא פארלערנען, (מיר געדענקען ביים פארלערנען ווען דער רבי האט געפרעגט ווער ס'קען דעם באוויסט ש"ך פון ספק ספיקא, און דער בחור אהרן האט דאס איבער געזאגט בע"פ ווי דעם רבי'נס פנים האט געשטראלט, און שפעטער האט דאס רביה"ק באווינדערט פאר ר' נתן יוסף, זאגנדיג האסט מיר נאך אזא בחור ווי דעם סיגוט'ע רב'ס אהרן) (ר' נתן יוסף האט דאס באשטעטיגט),
בפשטות איז די ברבים'דיגע פעולות א זאך וואס איז נוגע פאר יעדן, און די אלע אנדערע אזוי געזאגטע סטעיטמענטס וואס רביה"ק האט געזאלט זאגן אין שטוב פריוואט פאר מענטשן נישט מחייב קיינעם, ווייל ווען רביה"ק האט געוואלט אז יעדער זאל דאס וויסן וואלט ער דאס געזאגט ברבים אדער געשריבן אין א בריוו, (ס'איז טאקע דא א בריוו תשכ"ח פון רביה"ק פאר כ"ק מהר"א ווי ער שרייבט המאור הגדול, חריף ובקי ועוד ועוד.... ווי מיר וועלן שפעטער רעדן פון דעם),
אבער לאמיר אנפאנגען מיט א פונקטליכע סדר וויאזוי דער שידוך איז צושטאנד געקומען אחת על אחת, און אזוי ארויס נעמען "די אמת'ע פאקטן", ראשית איך בין אין די עלטער פונעם יעצטיגן רבי'ן כ"ק מהר"א שליט"א, און אויך געוועהן אין קאנטרי צוזאמען מיט חדב"ן הרב בעריש מיייזליש שליט"א רב דב"פ (נאך בעפאר ער האט געוואוינט אין שיקאגא), וואס פון דארט האב איך נאך דעמאלטץ אין יענע יארן געזאמלט אסאך קראנטע אינפארמאציע, (אבער איך בין אויך מודיע מראשית אז איך וויל נישט ענפערן אויף אלע פאלשע הערות און פארקרומטע קאמענטארן וואס מענטשן וועלן פראבירן צו פארדרייען און צולייגן, ווייל אט די אלע פאקטן וואס מיר גייען שרייבן זענען היייליג אמת מיט גאר גאר קראנטע מקורות).
קיץ תשכ"ה, איז דער דעמאטסדיגע וויזניצער רב ור"י שליט"א (היינטיגע וויזניץ'ע רבי שליט"א ולרפו"ש) געקומען אהער קיין אמעריקא צו די חתונה פון הרב פנחס שלום בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, אין יענע תקופה האט מען שטארק גערעדט דעם שידוך פונעם סיגוט'ע רב'ס עלטסטע זון הרב אהרן פאר ר' משה'לע מוויזניץ, מצד וויזניץ איז געוועהן א באקאנטע איד א שטארק פארקאכטע וויזניצער חסיד ר' בנציון טאבאק ע"ה (פון וומס"ב און שפעטער געוואוינט אין א"י) וואס האט אויך געהאט שייכות צו סיגוט זייענדיג א סיגוט'ע אפשטאמיגע, ער איז געוועהן שטארק אקטיוו און אנטראגן דעם שידוך, ווי אויך איז געוועהן פארמישט ר' יחזקאל ווערצבערגער ז"ל (פון טראנטא, ווי מ'פלעגט אים רופן אין סאטמאר ר' יחזקאל שוחט)
ר' בנציון טאבאק האט פארציילט: אז גלייך ביים אנטראגן דעם שידוך פארן סיגוט'ע רב האט אים דער סיגוט'ע רב געזאגט, "איך וועל נישט טון דעם שידוך נאר מיטן הסכמה פונעם פעטער", יענעם זומער תשכ"ה ווען ר' משה'לע מוויזניץ איז געוועהן דאהי האט ער געזאגט ער וויל אויסניצן דעם געלעגנהייט און פארהערן דעם בחור, ער האט באשטומט א באזוך ביים סיגוט'ע רב אין שטוב, און מ'האט געמאלדן פארן בחור ער זאל זיין אנוועזנד ביים באזוך (לויט ווי איך האב דעמאלטץ געהערט האט מען נישט מודיע געוועהן פארן חתן בחור אז דאס איז א אפציעלע פארהער) דער בחור האט אנגעפאנגען אינעם שמועס מיט א אוהחה"ק, דא האט ער גלייך געפאנגען דאס הארץ פון ר' משה'לע מוויזניץ ווייל ר' משה'לע מ'וויזניץ האט אלץ געהאט א שטארקע חביבות צום אוהחה"ק און ער האט נישט געגלייבט אז א בחור קען אוהחה"ק, דערנאך איז געגאנגען דער שמועס צו הלכה, צו גמ' תוס', ווי דער בחור האט ארויס געוויזן שטארקע ידיעות,
ר' משה'לע מ'וויזניץ איז ארויס פונעם באזוך מלא התפעלות, און געזאגט פאר ר' בנציון טאבאק אז דו קענסט מיר ארלעדיגן דעם שידוך זאג איך דיר צו א חלק עוה"ב!!!, אהיים קומענדיג האט ר' משה'לע געזאגט פאר ר' אליעזר דוד פריעדמאן שליט"א (כהיום בעלזא רב בלאנדאן) "ב"ה מיינע יעצטיגע איידעמער ברענגען מיר גרויס נחת אבער איצט גיי איך מיר איינזעצן א איידעם א למדן א ת"ח",
דער ברך משה האט געהאלטן ווארט, און זיך געגאנגען שואל עצה זיין מיטן פעטער רביה"ק איבער דעם שידוך, אין יענע תקופה האט זיך געדרייט ביים רבי'ן א וויזניצע תלמוד (פון די מורדים, משום כבודו שרייבן מיר נישט זיין נאמען) וואס יענער האט שטארק אנגערעדט ביים רבי'ן קעגן דעם שטוב פון ר' משה'לע מ'וויזניץ אז דער גאנצע שטוב פירט זיך נישט כדת וכראוי, דעריבער האט רביה"ק געזאגט פארן סיגוט'ע רב "גיי פרעג דיך גוט נאך אויף די שטוב", דער ברך משה האט געטון הלכה למעשה, און אראפ געפארן קיין בענזנהערסט צום פאלטישעני רב ז"ל (דעמאטס האט נאך זיין שווער דער פאלטישעני רבי האדמו"ר ר' אלעזר טווערסקי זצ"ל געלעבט) היות דער פאלטישעני רב איז געוועהן א נאנטע מקורב און א שטארקע וויזניצע חסיד וועט ער זיכער געבן קראנטע אינפארמאציע, דער פאלטישעני רב האט שטארק אויסגעלויבט דעם שטוב פונעם וויזניצער ראש ישיבה, זאגנדיג אז אין אזא שטוב ווי די קינדער הערן דעם טאטנ'ס קול תורה גאנצע נעכט ברצופות איז דאס זיכער עושה רושם אויף די קינדער'ס חינוך,
די קראנטע אינפארמאציע פונעם פאלטישעני רב האט לייכטער געמאכט דעם געפיל פארן סיגוט'ע רב צו גיין ווייטער, אבער ער האט דאך געהאט דריק פון עטליכע סיגוט'ע חסידים נישט צו טון דעם שידוך מחמת די אלטע וויזניצע מחלוקה פון וואס זיין פאטער מרן העצי חיים האט זיך שטארק אנגעליטן,
(גראדע האט ר' יעקב יצחק צימענד - מייסד ביהמ"ד סיגוט וומס"ב יא שטארק געשטופט דעם שידוך, ווייל ער האט געהאלטן ס'וועט זיין א גרויסע כבוד, און מ'דארף זיך נישט רעכענען מיטן עבר)
איך האב געהערט אז ס'איז דא בריוו'ן פון אלטע סיגוט'ע חסידים פון א"י, ווי למשל ר' דוד האך, און ר' מאיר יונגער ועוד, וואס זאגן אויך אז מ'דארף זיך נישט רעכענען מיט די אלטע מחלוקה, איך בין אבער נישט באקאנט מיט די פרטים,
חורף תשכ"ו שבת פ' וישלח איז רביה"ק געוועהן שבת אין ב"פ דער סיגוט'ע רב האט אויסגעניצט דעם געלגענהייט און נאכן טיש איז ער אריין געגאנגען צום פעטער נאכאמאל זיך דורך רעדן איבער דעם שידוך, אין שטוב פון ר' יונתן פייערווערקער (מפי משפחתו, מיר ווייסן נישט צו דאס איז געוועהן פרייטאג צונאכטס אדער מוצאי שבת) דער ברך משה האט געזאגט פארן רבי'ן אז פון פאריגע'ס מאל ביז איצט איז דא עטליכע זאכן אויפן טיש אבער קיין איין שידוך מאכט זיך נישט, מ'טראגט אים אן עטליכע שידוכים דאס ערשטע איז בת דעם קלויזנבורג רב זצ"ל, ווי דער פעטער פארשטייט קען איך נישט טון דעם שידוך מחמת דאס שארפע געשפאנטקייט צווישן די הויפן, דאס צווייטע טראגט מען אים אן בת האדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל, דארט איז דא א עיכוב מחמת דעם לבוש, דאס דריטע איז בת הראש ישיבת וויזניץ און איבער געגעבן די אינפארמאציע פונעם פאלטישעני רב, אבער ער האט ספיקות מכח די מחלוקת פון סיגוט מיט וויזניץ, רביה"ק האט אים גענטפערט, אויב צוליב דעם איז וויזניץ נישט קיין עיכוב, אויך האט דער ברך משה געפרעגט איבער דעם נאמען משה, צו ס'איז א פראבלעם ווען צוויי מחותנים הייסן גלייך, אבער רביה"ק האט עס אוועק געמאכט,
עטליכע אידן ווייסן צו פארציילן אז דער ברך משה האט זיך מיט דעם באניצט כמה פעמים ווען מ'האט אים געפרעגט איבער א מחותן וואס טראגט דעם זעלבן נאמען מיט א שינוי, אז דער פעטער האט דאס אוועק געמאכט,
פון דארטן האט דער ברך משה גלייך געגעבן דעם אנטווארט פאר די שדכנים אז אז מ'קען גיין ווייטער מיט שידוך וויבאלד ער האט די פולע הסכמה פונעם פעטער,
יענעם שבת האט רביה"ק געגעבן אן עלי' פארן סיגוט'ע רב, (די לעצטע הוספה, ווייל ביי צדיקים איז די לעצטע הוספה געוועהן אזוי חשוב ווי שישי) און רביה"ק אלס בעל קורא האט אויסגעלאזט דעם פסוק (קאפיטל ל"ו פסוק ל"ט) בת מי זהב, האט זיך ר' יוסף אשכנזי אנגערופן אז רש"י זאגט עשיר הי' ער זאל זיך משדך זיין מיט א עושר א גאלדענע שידוך, (די דורשי רשומות האב שפעטער געזאגט אז בת מ"י זהב איז מרומז דעם קומענדיגן מחותן מ"י ר"ת 'משה 'יושע)
דא מוזן מיר מפסיק זיין מיט א שטיקל הפסקה, כידוע ווי ביי אסאך צדיקים זענען געוועהן שטוב מענטשן וואס האבן אויסגעניצט דעם געלגענהייט זייענדיג סביב לצדיקים פאר אייגענע אינטרעסן און צומאל געשאפט גרויס צרות און בזיונות פארן צדיק זעלבסט, ווי דער ייטב לב האט געזאגט ווען ער האט אויפגענומען ר' אשר גבאי, בזה"ל איך נעם דיך אלץ משמש ווייל איך ווייס אז דו וועסט מיר נישט מאכן פאר דיין בער צו קענען טאנצן דערמיט און פארדינען (כמנהג הציגיינער וואס פלעגן נעמען א בער און טאנצן דערמיט און דער המון פלעגט געבן געלט) מיר גייען נישט חלילה דערמאנען נעמען, ווייל רוב פון די שטוב מענטשן זענען שוין נישט בעלמא הדין, מיר וועלן געבן א לשון כוללות "דער שטוב".......
דאס איז נישט קיין סוד אז "דער שטוב" האט נישט געהאט קיין שטארקע אהבה צום סיגוט'ע רב (גאנץ א שיינעם אויסדריק) מחמת כמה סיבות וואס צוליב זייער חשבון איז דער סיגוט'ע רב געוועהן די ערשטע אויף די ליסטע וועמען מ'דארף רודף'ן, אחת מני אלף פון די רדיפות איז באקאנט אז יעדן שבת צופרי פלעגן די צוויי עלטסטע קינדער פונעם ברך משה וויילן ביי רביה"ק אין שטוב ביי די סעודה, ווי רביה"ק האט פארהערט דעם יונגל אהרן'לע יעדן שבת און געשמועסט מיט זייער עלטער שוועסטער חי', (דאס האט אנגעהאלטן איבער צוויי יאר) אבער פאר "די שטוב" איז די אהבה נישט ניחא געוועהן האט מען פארשיקט די קינדער זיי זאלן אויפהערן צו קומען, איינמאל האט רביה"ק געטראפן דעם סיגוט'ע רב ביי א חופה, האט ער אים געפערעגט פארוואס האסטו אויפגעהערט צו שיקן דיינע קינדער דאס ביסל נחת פון די משפחה קען איך נישט האבן?, דער ברך משה איז געווארן צושאקלט דערפון ער איז אריין אין א זייטיגן שטוב און זיך צווויינט, צוזעהנדיג ווי דער צדיק הדורות ווערט צוקלאפט דורך די אייגענע שטוב, כהנה וכהנה איז דא פילע מעשיות ווי "דער שטוב" האט אסאך מצער געוועהן רביה"ק ובעיקר דעם סיגוט'ע רב, אבער נישט דאס איז אונזער ציל פון אונזער בריוו מיר ווילן בלויז מסדר זיין און צוקומען צו די פאקטן.
הרבנית הצדיקת ע"ה האט אמאל אנגעטראגן פארן סיגוט'ע רב בפניו פון רבינו הק' בת משב"ק הרב יוסף אשכנזי ז"ל, אבער רביה"ק האט נישט ראגירט בכלל, עס איז אויך דא קראנטע אויפווייזונגען אז "דער שטוב" האט צושטערט עטליכע שידוכים דאהי פארן סיגוט'ע רב, ווי אויך געשיקט אנטראגן פאר סיגוט'ע רב א גאר גאר נחות דרגא'דיגע שידוך וואס דאס האט געזאלט שטארק צוקלאפן דעם מוט און דעם גייסט פונעם סיגוט'ע רב צו וועלן בכלל טון א גוטן שידוך,
צוריק צום השתלשלות, מוצאי שבת וארא תשכ"ו נאכדעם וואס דער ברך משה האט געהערט א קלארע ווארט פונעם פעטער רביה"ק אז מצד וויזניץ איז נישטא קיין עיכוב (און אפי' נישט דערמאנט א ווארט וועגן ציונות) האט ער זיך אויפגעהויבן און געפארן קיין לאנדאן, (מ'דארף פארשטיין אז אין יענע תקופה איז שווער געוועהן דאס פארן קיין א"י ווען איינער איז געפארן מיט א פליגער האט מען זיך אפגעשטעלט 2 מאל אונטערוועגנס, דעריבער האט מען געווארט ביז ווען מ'קען זיך טרעפן ערגעץ אינדערמיט) דער וויזניצער ר"י איז דאן געוועהן אין לאנדאן, (ווייל יענעם ווינטער האט ער ארום גערייזט אין אייראפא לטובת מוסדות וויזניץ) דער ברך משה איז איינגעשטאנען אין שטוב פון זיין פלימעניק הרבני הנגיד בנש"ק הרב יצחק באב"ד מטארטיקאב שליט"א, ביום ה' פרשת בא איז דער שידוך דארטן געשלאסן געוווארן אין א גוטע שעה.
(צום שלימות פון היסטאריע, האט ר' משה'לע מוויזניץ געזאגט פאר ר' בנציון טאבאק נאכן שידוך, דו האסט מיר געברענגט דעם שידוך, איצט וועל איך דיר געבן מיין בעסטע בחור, און אים אויסגעקליבן הרב יעקב זיידא פאר א איידעם, כהיום דומ"ץ וויזניץ וומס"ב)
רביה"ק איז שוין יענע וואך געוועהן אויף אפרוה אין פלארידא, ווען די נייעס פונעם שידוך איז אנגעקומען איז רביה"ק געוועהן צוזאמען מיט נאך עטליכע אידן, עס דערציילט ר' וואלף הכהן גליק הי"ו אז ער האט אליין געהערט פון רביה"ק, ווען מ'האט אים דערציילט אז דער סיגוט'ע רב האט א שידוך געטון מיטן וויזניצער רבי'נס א אייניקל האט ער געזאגט, בזה"ל "ווייסט וואס כ'וועל דיר זאגן, ער האט מיך געפערגט, און איך האב אים נישט געזאגט ער זאל נישט טון דעם שידוך איך האב אים נאר געזאגט ער זאל זיך גוט נאכפרעגן",
ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון פלארידע האט דער רבי זיך געטראפן מיט ר' הערשל זאליטשיק (זיידע פון היינטיגן קאסוב'ע רבי) דער ר' הערשל איז געוועהן א שוואגער מיט ר' שלמה זלמן סאנדער, וואס דורך דעם האט ער געהאט קירבות ביי די רעבעצן ע"ה און ביים רבי'ן, (כ'געדענק ווען דער רבי פלעגט זיין אין ב"פ אויף שבת פלעגט ר' הערשל דאווענען מוסף פארן עמוד אויפן וויזניצער נוסח) האט ר' הערשל געזאגט פארן רבי'ן אונז זעמיר געווארן מחותנים, אז דער סיגוט'ע רב האט זיך משדך געוועהן מיט וויזניץ, (ר' הערשל איז דאך געוועהן א קאסוב'ע אייניקל) האט אים דער רבי פארציילט אז פארן ייט"ל האט מען אנגעטראגן דעם תורת חיים פאר א מחותן (פאר ר' אלי' בצלאל) און דער ייט"ל האט נישט געוואלט זאגנדיג אז דער תורת חיים איז צו א גרויסע רבי און ס'וועט אים מוזן קאסטן צו פיל געלט, האט דער רבי געזאגט פאר ר' הערשל, צו קלערט איר אז דער יעצטיגע מחותן קען באצאלן אזויפיל ווען ער האט זיך משדך געוועהן מיט א גרויסן רבי'ן?. (מ'זעהט פון דעם אז פארן רבי'ן האט בכלל נישט געבאדערט דעם שידוך)
"די שטוב" האט געשפירט אז יעצט איז א גוטע געלגענהייט מבאיש ריח צו זיין אויפן סיגוט'ע רב, זיי האבן אויך פארשטאנען וועלכע זאכן ס'קען וויי טון דעם רבי'ן, האבן זיי געזאגט אז די גאנצע הארעוואניע פון רבי'ן אין בני ברק ווי דער רבי האט זיך מטריח געוועהן צו מאכן א שולע אויף אידיש גייט צוגרינד, ווייל ווי נאר די דארטיגע מענטשן זעהן אז אזא היימישע מענטש ווי דער סיגוט'ע רב האט געקענט נעמען א מיידל פון בית יעקב איז א הוכחה אז מ'מוז נישט האלטן די קינדער דוקא אין סאטמאר, זיי האבן געברענגט א נאמען (ר' נתנאל פארקאש ז"ל) אז ער האט זיך משדך געוועהן מיט ר' ליפא פארקאש ז"ל און גענומען א וויזניצע מיידל, וואס דאס מיינט אז מהיום והלאה וועלן סאטמארע אידן נעמען וויזניצע מיידלעך און נישט מיידלעך וואס לערנען אין סאטמאר, און מ'האט צו דעם געברענגט פארן רבי'ן עטליכע נעמען פון סאטמארע אידן וואס האבן ארויס גענומען די קינדער פון סאטמאר און אריין געלייגט אין בית יעקב, (כאטש וואס עס איז געוועהן א פרעכע ליגנט, אבער אין יענע תקופה מיט די באגרעצינטע טעכנעלאגיע איז שווערער געוועהן מברר צו זיין דעם אמת)
נישט יעדער ווייסט אבער די מיידל שולע אין בני ברק איז געוועהן דעם רבינ'ס הארץ, דער רבי האט געזאגט אמאל ערב יו"כ איך קען נישט צוגיין צום הייליגן טאג אז איך האב נישט קיין מיידל שולע אין בני ברק ווי מ'לערנט אידיש, אין בני ברק אליין איז געוועהן די שטאטישע בית יעקב סעמינאר געפירט דורך הרב וואלף וואס ער האט אריין געגעבן אסאך יר"ש און אהבת התורה אין די מיידלעך, און יעדע בני ברק'ע איד האט געוואלט אז זיינע טעכטער זאלן דארט לערנען, (מפי ר' יצחק יודא הערשקאוויטש) דעריבער איז די מיידל שולע אין בני ברק געוועהן אסאך שווערע'ר אבער אסאך וויכטיגער ווי ערגעץ אנדערשט זייענדיג די איינציגסטע שולע ווי מ'לערנט אויף אידיש אלע לימודים, און אז מ'האט געזאגט פארן רבי'ן אז מ'טשעפעט די שולע איז דאס געוועהן ווי א פייל אין הארץ, און דאס האט זייער וויי געטון פארן רבי'ן אז מחמת דעם שידוך קומט ארויס א קילקול און א חשש אז דאס וועט גורם זיין אפצושפארן די אייציגסטע מיידל שולע וואס מ'לערנט אידיש אין בני ברק,
אין סיגוט'ע ביהמ"ד האט מען געוויסט א נאמען פון א איד וואס האט געשריבן פון ב"ב אז דער היימישע עולם נעמט ארויס די טעכטער פון סאטמאר און לייגן אריין קיין וויזניץ, וואס אט די שקר ולה"ר האט געמאכט רביה"ק האבן א שווער הארץ, דער איד איז שפעטער געקומען צום ברך משה מפייס זיין, אז ער האט געשיקט דעם לשה"ר און ער האט חרטה.
עכ"ז האט רביה"ק גארנישט געזאגט פארן סיגוט'ע רב נאר אפגעגעבן מזל טוב און צוגעוואונטשן ברכות, אבער "דער שטוב" איז ווייטער אנגעגאנגען מיטן העץ, און פארשפרייט צווישן ציבור אז רביה"ק איז מורא'דיג בייז אויפן סיגוט'ע רב צוליב דעם שידוך, און די באוויסטע פאקט אז דער סיגוט'ע רב איז דאך געוועהן ביים פעטער פארן שידוך, האט מען פארענפערט אז דער רבי האט אים גארנישט גענטפערט ווען ער האט אים אנגעפרעגט אויפן שידוך, און ער וואלט אליין געדארפט פארשטיין אז דאס מיינט א ניין,
דער ברך משה זעלבסט האט אמאל פארציילט אין סיגוט'ע קעמפ די גאנצע השתלשלות פונעם שידוך, און ער האט דערמאנט אט די נקודה אז רביה"ק האט אים קיינמאל נישט געזאגט "ניין" אויף דעם שידוך, האט אים איינער געפרעגט (דאכט זיך ר' ברוך הענדלער) אז מסתמא האט דער רבי נישט געזאגט ניין ווייל אויף א שידוך זאגט מען נישט סתם ניין, האט אים דער ברך משה גענטפערט קען זיין סתם אזוי וואלט ער נישט געזאגט ניין, אבער ביי מיר איז אנדערשט, ווייל ווען איך אליין האב געדארפט ווערן א חתן האט מיר דער פעטער געזאגט אויף איין שידוך "ניין", דעריבער אויב וואלט ער דא נישט געוואלט דעם שידוך וואלט ער מיר געזאגט א קלארע "ניין".
אבער די העץ איז אנגעגאנגען ווייטער די צוויי חדשים ביז פסח, דער סדר איז געוועהן אז חתנים זענען ערלויבט געוועהן צו קומען מיטהאלטן דעם סדר נאכט ביים רבי'ן, מ'האט זיך געדארפט איינשרייבן ביים משב"ק ר' יוסף אשכנזי, יעדער האט פארשטאנען אז ווען דער סיגוט'ע רב דעם רבינ'ס איינציגסטע פלימעניק האט א חתן אין שטוב וועט זיין נאמען זיין דער ערשטע אויף די ליסטע, אבער דער נאמען איז נישט ארויף אויף די ליסטע צוליב "די שטוב", ערב פסח האט רביה"ק געפרעגט ר' יוסף ווען ער האט איבערגעקוקט די ליסטע ווי איז אהרן דעם סיגוט'ערס?, ר' יוסף האט גענפערט אז ער האט אים פארגעסן ארויף צו לייגן אויף די ליסטע, רביה"ק האט באפוילן מ'זאל אריין רופן צום סיגוט'ע רב אין שטוב איינצולאנדענען דעם חתן צום סדר, יענעם ערב פסח אנדערהאלבן שעה פארן זמן האט דער סיגוט'ע רב באקומען א רוף פון רבינ'ס שטוב אז דער חתן אהרן זאל קומען צום סדר, (דער חשבון פון רופן אנדערהאלבן שעה פארן זמן איז געוועהן אז ס'זאל נישט זיין קיין צייט צו קומען), קיין איין קאר האט אים שוין נישט געוואלט ברענגען פון ב"פ קיין וומס"ב, האט דער חתן גענומען דעם טרעין פון ב"פ קיין וומס"ב און טאקע אנגעקומען ממש ביי כניסת היו"ט.
דאס רופן צום סיגוט'ע רב ער"פ איז אויך געקומען נאך לחץ פון עטליכע קהל'ס – לייט, וואס זיי האט שטארק געשטערט די פאקט אז די מחרחרי ריב "די שטוב פירן אויס זייער פלאן פון אפרייסן די נאנטע קשרים פון רביה"ק צום סיגוט'ע רב, עטליכע קהל'ס לייט האבן פארשטאנען אז ס'וועט זיין א גרויסע בזיון פארן רבי'ן אז מ'וועט שמועסן אז דער רבי קריגט זיך מיט זיין איינציגסטע פלימעניק, דערביער האבן זיי געטון השתדלות מ'זאל יא רופן דעם חתן צום סדר.
(כמדומה איז ר' חיים הערש יאקאבאוויטש געוועהן פארמישט)
ביים סדר זעלבסט דערציילט ידידי ר' משה מאיר ט"ב הי"ו פון ק"י, אז רביה"ק האט ארויס געוויזן קרבות יתירה זעצנדיג אויף זיין אייגענע טיש לידו ממש אויף די לינקע זייט, אויף די רעכטע זייט איז אייביג געזעצן משב"ק ר' יוסף, (פון דא נעמט זיך דעם שקר אז רביה"ק האט זיך אויסגעדרייט מיטן ריקן צו ר' אהרן, ווייל רביה"ק האט זיך דאך אנגעלאנט אויף די לינקע זייט כהלכה, ממילא איז אויסגעקומען אז דער ריקן איז געוועהן צום חתן),
במשך די הגדה האט זיך רביה"ק עטליכע מאל געקערט צום חתן מיט חביבות צו זיין זייט, ווען ער האט געזאגט הגדה און תורה,
(מפי ר' יושע ב"ר עזריאל גליק)
כידוע האט רביה"ק מקפיד געוועהן צו עסן אפיקומן ביי חצות אפי' אויפן חשבון פון סעודת יו"ט, צומאל האט ער געקענט ענדיגן כורך און גלייך גיין צו צפון, אבער פארן ציבור האט ער געהייסן אז זיי מוזן עסן א סעודת יו"ט געהעריג אפי' ס'איז שוין חצות, יענעם יאר דערציילט ר' יושע ב"ר עזריאל גליק האט זיך געמאכט שפעט און גלייך נאך כורך האט דער רבי ארויס גענומען דעם אפיקומן און גלייך אראפ געגעבן א שטיקל פארן חתן וואס איז געזעסן לידו אז ער זאל אויך עסן איצט און נישט עסן א סעודה נאר עסן דעם אפיקומן פאר חצות, מאכנדיג אים פאר א אויסנאם פון אלע אנדערע מסובין, (כ"ק אדמו"ר מהר"א האט דאס טאקע גענומען פאר א פערזענדליכע הוראה, ווי עס גיבן איבער די יונגע חתנים וואס עסן דארט דעם סדר, אז ער פאר זיך עסט אייביג דעם אפיקומן פאר חצות, אבער דעם ציבור הייסט ער עסן א סעודה געהעריג, ער האט דאס גענומען פערזענדליך אלס א קבלה פונעם פעטער אזויווי די הוראה פון נישט גיין שבת מיט אויגן גלעזער און נאך.)
יו"ט צופרי איז געווועהן א איד וואס האט געקויפט אן עלי' פארן חתן אבער "די שטוב" האט זיכער געמאכט אז ער זאל נישט עולה זיין, און צווישן ציבור האט מען פארשפרייט אז דער רבי האט געהייסן מ'זאל אים נישט געבן קיין עלי' ווייל ער איז א חתן געוווארן אין וויזניץ און דאס איז למורת רוח פארן רבי'ן.
דאס איז אויך געוועהן א אפענע שקר, ווייל אמאל נאך בעפאר פסח האט דער חתן באקומען מפטיר אין גרויסן ביהמ"ד, (אונז בחורים האבן זיך יענעם שבת געשטופט צום מזרח וואנט זעהן דעם חתן וואס האט זיך אנגעטון ווייסע זאקן וואס אין יענע צייטן איז דאס געוועהן א חידוש א בחור מיט ווייסע זאקן)
שבת בהעלותך איז געוועהן שבת אויפריף און מוצאי שבת איז געוועהן א גרויסע פארשפיל, דער זיבויער רב ז"ל פון מאנטריאל איז געוועהן דאהי יענען שבת זונטאג איז ער אריין צו רביה"ק, האט אים רביה"ק געפרעגט צו ער איז געוועהן נעכטן ביים פארשפיל, האט ער גענטפערט אז ער האט געהערט אז רביה"ק איז קעגן דעם שידוך האט ער פארשטאנען אז ער דארף נישט גיין צום פארשפיל, רביה"ק האט זיך שטארק געוווינדערט אויף אים פארוואס ער איז נישט געגאנען צום פארשפיל.
(מפי בניו החשובים)
דער יום החתונה האט זיך דערנענטערט, דער סיגוט'ע רב מיטן חתן וכל המשפחה האבן זיך געזענגט פון רביה"ק ווי רביה"ק האט זיי אנגעוואנטשן ברכות און די משפחה האט זיך ארויסגעלאזט צו די חתונה, וואס האט געזאלט פארקומען ביום ד' שלח כ"א סיון, דער סיגוט'ע רב איז אנגעקומען קיין ב"ב ווי ער איז איינגעשטאנען אין שטוב פון ר' מאיר יונגער ע"ה וואס איז געוועהן אין די יונגע יארן א הויז בחור ביים עצי חיים (נעבן די איצקאוויטש שטיבלעך) במשך דעם יום החופה זענען אסאך סאטמארע אידן ארויף געקומען שלום נעמען און וואונטשן ברכות פארן סיגוט'ע רב, דאס ארויף קומען אין די אכסניא איז געוועהן א פליאה אין די אויגן פונעם ברך משה, זיי קענען דאך קומען צו די חתונה צו וואס קומען זיי יעצט, דער ברך משה האט נעבאך נישט געוויסט וואס ס'טוט זיך אונטער זיין רוקן, פון לאנדאן איז געקומען א בריוו צו ר' בנציון יאקאבאוויטש אז קיין איין סאטמאר'ע חסיד טאר זיך נישט באווייזן אויף די חתונה, דער בריוו איז געשיקט געווארן דורך די באפעל פון "די שטוב" דירעקט דורך לאנדאן ווייל ר' בנציון האט מורא געהאט פונעם לאנדאנער נגיד וואס האט געבויעט בנינים אין ב"ב, און ביים סוף בריוו איז געשטאנען אז מען זאל דאס פארברענען מפי משפחתו וואס דאס אליין איז די גרעסטע הוכחה אז דאס איז געקומען פון "שטוב" שלא ע"פ ציווי רבינו.
אין די זעלבע נאכט פון יענע חתונה האט אויך חתונה געהאט אין ניו יארק האדמו"ר ר' בעריש ספינקא זצ"ל, ווי רביה"ק האט מסדר קידושין געוועהן אלץ קרוב המשפחה ווייל דער מחותן האבי הכלה איז געוועהן דער אוהעל'ע רב ז"ל, נאך די חופה ווען די מחותנים האבן געוואונטשן מזל טוב, האט זיי דער רבי געזאגט מיר קומט זיך אויך א מזל טוב, מיין פלימעניק דער סיגוט'ע רב מאכט היינט נאכט חתונה אין א"י, (שמעתי בעצמי מפי ידידי אבל"ח החתן רבי בעריש ספינקא זצ"ל)
ביי די חתונה זעלבסט האט שוין דער ברך משה געזעהן דעם בראך פאר די אויגן, אז די עקסטערע טישן וואס מ'האט אנגעגרייט פאר חסידי סאטמאר זענען געוועהן גענצליך ליידיג, דער אמרי חיים (וואס איז געוועהן באוואוסט מיט זיינע מדות טובות) האט געבעטן אפאר וויזניצער אידן זאלן זיך גיין זעצן אהין כדי די בזיונות זאל זיין קלענער, די בושות אין די ווייטאג איז געוועהן זייער גרויס אז קיין איין סאטמאר'ע איד האט זיך נישט באוויזן במשך די שמחה מחמת פחד פון "די שטוב", דער אמרי חיים האט שטארק געשוינט דעם סיגוט'ע רב מחמת די בזיונות און דעפאר האט ער במשך די גאנצע שמחה ארויס געוויזן אויסטערילשע קרבות,
אהיים קומענדיג פון די חתונה האט זיך דער ברך משה אויסגעגאסן דאס הארץ פארן בעל אכסניא ר' מאיר יונגער, פארציילנדיג ווי דער פעטער האט אים קלאר געזאגט אז ער קען טון דעם שידוך זאגנדיג "דו ווייסט דאך איך וואלט קיינמאל נישט געטון קיין שידוך אן די הסכמה פונעם פעטער" און דא האט מען אים אזוי ביטער מבזה געוועהן געוועהן, און ארויס געגעבן זיין ווייטאג אז פונקט ביי די חתונה פון מיין אהרן וואס ער איז מיין שווארץ אפל פון אויג, און איך זעה אין אים די המשכה פון די היילגע אבות האט דאס געמוזט פאסירן, אינמיטן די ווייטאגליכע ווערטער האט דער ברך משה געזאגט אז אויף יעדן קען ער נאך מוחל זיין, אבער דאס אז זיי האבן נישט געלאזט דעם ריסקעווע רב קומען דאס קען ער נישט מוחל זיין ווייל דער ריסקעווע רב איז געוועהן דעם עצי חיים'ס תלמוד, און מסדר געוועהן זיינע תשובות, און פון גרויס צער איז ער נישט געשלאפן יענע נאכט, (מפי חתנו הרב איזריעל)
למעשה האט די געשעניש שטארק צוריק געקלאפט און מיאוס אפגעקלינגען אין די ארץ ישראל'דיגע גאס, און אפי' צווישן די קנאות'דיגע קהילות האט מען דאס פארדאמט, ווי עס איז באקאנט דאס ווערטל פון לוחם מלחמות ר' עמרם בלוי וואס ער האט געזאגט "אז ביי לויות און ביי חתונות פראוועט מען נישט קיין קנאות"...., דעריבער האט "די שטוב" פארשטאנען נאך די חתונה אז מ'מוז אביסל צוריק דרייען דעם רעדל האט מען געמאכט א שטיקל פיוס,
פיוס הא' אז דעם נעקסטן שבת האט מען איינגעלאדנט דעם סיגוט'ע רב קיין ירושלים פראווען א שבת אין סאטמאר, און אויפן דירעקטן באפעל פון אויבן זאל ער פירן טיש אין ביהמ"ד, וואס כידוע האט קיינער אין סאטמאר נישט געהאט קיין רשות צו פירן טיש אין ביהמ"ד,
יענעם ערב שבת איז געוועהן א וויכוח צווישן די סיגוט'ע תלמודים צו דער ברך משה זאל בכלל גיין קיין ירושלים, עס זענען דארט געוועהן ר' מאיר יונגער – בעל אכסניא, ר' גדלי' העכט, ר' שמעון דאסקאל ועוד, און זיי האבן גע'טענה'ט בפה אחת אז נאך אזא בזיון טאר ער נישט גיין, ווען זיי זענען ארויס האט זיך דער סיגוט'ע רב אנגערופן צו רבי מאיר יונגער, איך פארשטיי זייער ווייטאג, אבער איך ווייס אז אויב איך וועל זיי פאלגן וועט דאס דעם פעטער וויי טוהן, ממילא וויל איך יא פארן, און דער סיגוט'ע רב מכח זיין ישרות האט דאס אנגענומען און נישט געשפילט ברוגז אפי' נאך די חתונה בזיונות,
די אכסניא איז געוועהן ביי ר' ליפא שווארץ שו"ב, ווי עס האבן מיר פארציילט זיינע קינדער אז ער האט זיך אויסגעגאסן דאס הארץ פאר זיין ידיד נפש ר' ליפא מיט די זעלבע לשונות (בערך) ווי ער האט געזאגט פאר ר' מאיר יונגער,
נאך שבת ווי נאר ס'איז באקאנט געווארן אז דער סיגוט'ע רב האט געהאט גרויס כבוד אין ירושלים, האט ר' ליפא אריין געכאפט פסקים אויפן חטא הגדול פון מקרב זיין אזוי שטארק דעם סיגוט'ע רב.
פיוס הב', אז די צווייטע וואך נאך די חתונה האט מען גערופן אויפן באפעל פון אויבן (פון לאנדאן) דעם פרישן יונגערמאן אין בני ברק זאל קומען דאווענען אינעם סאטמאר'ע ביהמ"ד שחרית, ווי ער איז נתכבד געווארן מיט שחרית.
אין די שבע ברכות וואך האט דער וויזניצער משב"ק אריין גערופן דעם חתן צום זיידן דער אמ"ח ווייזנדיג דעם בריוו וואס דער פעטער רביה"ק האט געשיקט צו די חתונה א מזל טוב, דער אמ"ח האט געוויסט אז די גאנצע בויקאט פון סאטמאר נישט צו קומען צו די חתונה האט שטארק וויי געטון האט ער דעריבער געשענקט דעם בריוו אלס א מתנה פארן פרישן יונגערמאן, (על פי חשבון דארף דער בריוו צו ליגן כהיום ביי כ"ק האדמו"ר מהר"א).
ווען דער סיגוט'ע רב איז אהיים געפארן פון די חתונה האט ער זיך אפגעשטעלט אונטערוועגנס אין אנטווערפן און געוויילט אין שטוב פון אונזער'ס א קרוב ר' יושע פריינד, ווי דער ברך משה האט אים אראפ געגעבן דעם גאנצן השתלשלות מראשית פונעם שידוך וויאזוי ער האט געפרעגט דעם פעטער און אלעס איז געוועהן גוט, און וויאזוי שפעטער האט מען אים איינגעטינקען כאילו ער וויל צוברעכן די שיטה.
די אלע געמאכטע שמועות וואס מ'האט פארקויפט אז רביה"ק איז ברוגז איז איבער געצייגט געווארן אלץ נישט ריכטיג, ווייל גלייך נאך די חתונה איז אמאל צוריק קומענדיג פון א לוי' האבן זיך אפגעשטעלט רביה"ק צוזאמען מיטן סיגוט'ע רב ביי ווייט עוו. קארנער קליימער ווי ר' לייבעלע בערקאוויטש האט געהאט זיין געשעפט זיך צו וואשן די הענט, און זיי האבן געשמועס צוזאמען א לענגערע צייט גאר בידידות. (דרך אגב מיר האבן געהערט פון ר' לייבעלע ע"ה אז רביה"ק פלעגט אים שיקן מזמן לזמן ער זאל גיין צום סיגוט'ע רב).
ס'איז דא א בריוו וואס דער ברך משה האט געשיקט צו ר' דוד האך קיץ תשכ"ו ווי ער שרייבט אים אז ער איז געוועהן אין שעראן ספרינג כ"ח תמוז צום יארצייט פונעם יש"מ אויף שבת, און דער פעטער האט אים מקרב געוועהן ער שרייבט "אז די קרבות איז געוועהן מיט די זעלבע ידידות כמעולם".
דער פרישער יונגערמאן האט זיך גענומען א חברותא (ר' ישראל חיים גוטמאן ממאנסי) ווי זיי האבן געלערנט אין כולל, ווי אויך האט ער זיך געדרייט צווישן די תלמודי חכמים אין כולל חזון איש,
ר' חיים הערש מייזליש האט מיר פארציילט (זייענדיג דאהי אין ב"פ אויף יו"ט) אז נאך זיין חתונה בשנת תשמ"ז פלעגט ער לערנען אין כולל חזון איש בחברותא מיט הרב יוסף אלטר ווייס ז"ל פון ירושלים, איין טאג זענען צוגעקומען 2 עלטערע ליטווישע למדנים און געפרעגט צו ער איז עפעס א קרוב פאר טייטלבוים דעם וויזניצער רבינ'ס איידעם, (ר' חיים הערש ענדלט אביסל אין די טייטלבוים'ס) זאג ער זיי יא, ער איז מיין פעטער, האבן זיי איהם געזאגט אז זיי געדענקען צענדליגע יאהרן צוריק ווען ער איז געזעצן דא נאך די חתונה, און ווען זיי זענען געקומען צופריה איז ער שוין געזצן, און ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען איז ער נאך געבליבן איבער די גמ'.
אין די זעלבע צייט אז ער געווארן מקושר צו הרב וואזנער בעל שבט הלוי שליט"א, הרב וואזנער האט אים געזאגט איך וויל אייך זאגן איך בין נישט קיין חונף, אבער איהר טראגט אויף אייך די סיגעטער חן!,
ווען ער פלעגט אים איבער זאגן זיינע חידו"ת פאר הרב וואזנער פלעגט ער אים זאגן "יונגערמאן אזעלכע חידושים דארף מען פארשרייבן", און כ"ק מהר"א (האט מיר געזאגט) אז ער שפירט א הכרת הטוב פארן בעל שבט הלוי וואס אדאנק זיין חיזוק האט ער פארשריבן אלע זיינע חידושים, (כ'האב געהערט אז א גרויסע טייל פון די חידושים זענען פארברענט געוועהן בעת די ברוטאלע אונטערגעשטעלטע שריפה אינעם ישיבה אפיס אין די פריע תש"מ יארן)
חורף תשכ"ז איז ר' אהרן אהער געקומען וואוינען אויף אמעריקא, דאס ערשטע איז ער געגאנגען שלום נעמען פונעם פעטער רביה"ק, רביה"ק האט מיט א שמחה מקבל פנים געוועהן און זיך נאכגעפרעגט בפרטיות איבער זיין וויילן אין א"י די לעצטע האלבע יאר, און גלייך געזאגט דעם שבת ביסטו מיין גאסט, און די זעלבע צייט האט רביה"ק אויך אריין גערופן הרבנית הצדיקית ע"ה און געזאגט זי זאל זיי איינלאדענען אויף א וועטשערע, אלע אידענעס געדענקען גוט ווי יענעם שבת איז הרבנית הצדיקת ע"ה אינאיינעם מיט הרבנית סאשע תליט"א געגאנגען אויף די גאס ביז צום ביהמ"ד הערן דעם רבי'נס קידוש,
ווען ר' אהרן מיט די רבעצן זענען געקומען איין נאכט פאר א וועשטערע, (ווי מ'האט זיי אויפגענומען אונטן אין די גרויסע קאך נעבן ביהמ"ד) איז רביה"ק ארויס געקומען פון זיין חדר מיוחד און צוגעגאנגען צו זייער טיש און גערעדט מיט זיי גאר א פריינדליכע שמועס, אינמיטן שמועס האט זיך רביה"ק געקערט צו די זייט פון די רעבעצן (יא, צו סאשע....) און געפרעגט נו? וויאזוי איז שלום בית?......
(שמעתי מפי הרב ר' בעריש מייזליש אז זיין שווער האט זיך אויף דעם זייער גע'חידוש'ט)
דרך אגב די רעבעצן סאשא תליט"א איז געוועהן די ערשטע אינעם שטוב פונעם ברך משה זיך אנצוטון זיידן, א יאר נאך די חתונה ווען זיי זענען אריין צום רבי'ן ז"ל און פארציילט אז זיי נעמען אן דעם לבוש האט רביה"ק זיי געוואונטשן באזונדערע ברכות און ארויס געוויזן קורת רוח און הנאה, די אנדערע קינדער האבן זיך אנגעטון דעם לבוש שפעטער משנת תש"מ ואילך.
איך געדענק די תקופה ווען דער פרישער יונגערמאן האט געוואוינט אין ב"פ איז זיין התמדה געוועהן א שם דבר, זיצנדיג ביי די גמ' פון צופרי ביז ביינאכט מיט זיין חברותא הרב אונסדארפער וועלכע וואוינט היינט אין מאנטריאל, ווי אויך זיין לענדלאר הרב מענדל האראוויץ שליט"א מראחוב (כעת ב"ב) גיבט איבער אז זיין קול תורה פלעגט אפקלינגען אין די פריע פארטאג'ס שעה'ן.
ימים נוראים תשכ"ז איז געקומען צו פארן הגאון החסיד ר' מענדל פריעמאן זצ"ל וואס האט געדינט אלס מנהל ישיבת יט"ל אין ירושלים, (ר' מענדל האט אלע יארן גענאסן א מורא'דיגע אהבה פון רביה"ק נאך פון דערהיים אין סאטמאר אלס גבאי הישיבה כמים פנים אל פנים) ר' מענדל האט פארציילט פארן רבי'ן פונעם שיינעם שבת אין ירושלים צוזאמען מיטן סיגוט'ע רב, ווי אויך האט ר' מענדל געזאגט אז ביי די חתונה האט ער זיך נישט באטייליגט נאר ביי א שבע ברכות צוליב דעם באפעל פון רבי'ן נישט צו גיין צו די חתונה, דער רבי האט גלייך צוריק געפרעגט "איך האב געזאגט מ'זאל נישט גיין צו די חתונה"????.... איך האב קיינמאל אזאנס נישט געזאגט.... (מפי בניו החשובים)
חודש אדר תשכ"ז איז געבוירן געווארן דאס עלסטע קינד ביי ר' אהרן, איז רביה"ק אריבער געפארן קיין ב"פ צום ברית נאך פארן דאווענען שחרית (בהשתפות דער זיידע ר' משה'לע מ'וויזניץ וואס איז געקומען צו פארן) רביה"ק האט געדינט אלס סנדק און אנגעוואונטשן הארציגע ברכות פאר אלע מסובין, מ'האט געזעהן א זעלטענע שמחה אויף צורת קדשו פון רבי'ן וואס האט זיך געפרייט מיט נאך א דור וואס ווערט געבוירן, (רביה"ק האט זיך אויסגעדריקט ווען ר' מענדל'ע איז געבוירן אז דער סיגוט'ע רב איז א גרעסערע יחסן פון מיר, אבער דעס קינד איז נאך אסאך גרעסערע יחסן)
אין יענעם זומער ווען דער רבי איז געוועהן אין שעראן ספרינג איז אמאל ארויס געפארן ר' שלמה בראך מיט ר' יונה וויטריאל דורך רעדן א ענין וועגן מוסדות יט"ל, ווי באקאנט זענען די א"י'דיגע מוסדות געוועהן ביים רבי'ן כבבת עינו זאגנדיג אז די ערשטע פרוטה זאל מען געבן פאר מיינע מוסדות אין א"י, גלייך ביים אנפאנג שמועס האט זיי דער רבי געזאגט אז ער קען נישט היינט רעדן צו לאנג ווייל ער באקומט געסט ר' אהרן מיט די רעבעצן קומען היינט ארויס, (מפי ר' חיים אלטר בראך)
שבת פרשת חיי שרה תשכ"ח איז ר' אהרן געוועהן ביים טיש פרייטאג צונאכט'ס ביי רביה"ק, ביים טיש איז אויך געזעסן דער צעהלימער רב זצ"ל, אבער מיט ברכת המזון על הכוס איז נתכבד געווארן ר' אהרן.
חורף תשכ"ח האט ר' אהרן זיך געגרייט ארויס צו געבן דעם תולדות אדם פונעם זיידן דעם טאלשאווע רב זצ"ל, און ווען ער איז אריין צום פעטער מיט די בשורה אז ער וויל דאס איבער דריקן האט אים רביה"ק געזאגט ער וויל אים געבן א הסכמה, אויפן וועג פון פלארידא אויפן באן האט דער רבי געבעטן איינע פון די משמשים א פאפיר צו קענען שרייבן די הסכמה, און יענער האט זיך ארויס געדרייט מיטן תי' אז ס'איז נישטא קיין פאפיר מיטן רבינ'ס לעטערהעד, האט דער רבי געזאגט גיב מיר א פשוט'ע קוויטל פאפיר און דער רבי האט געשריבן די הסכמה אויפן קוויטל פאפיר מיט זעלטענע טיטלען וואס קיינער אין זיין גיל האט נישט זוכה געוועהן צו באקומען, המאור הגדול... חריף ובקי.... און נאך, ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון פלארידא האט דער רבי געזאגט פאר ר' אהרן אז ער האט פאר אים גרייט א הסכמה צום ס' תולדות אדם, אבער יענעם שבת איז רביה"ק צוזאמען געפאלן מיטן סטראוק ל"ע, ווי די גאנצע קהילה איז געווארן איינגעהילט אין איין שטיק צובראכנקייט, נאך א שטיק צייט האט ר' אהרן געבעטן ביי די שטוב מענשטן מ'זאל אים ארויס געבן דעם בריוו, אבער "די שטוב" האט געזאגט אז זיי טרעפן דאס נישט, זיי ווייסן נישט ווי דער רבי האט דאס געלייגט, (למען האמת האט מען עס דערווישט דורך הרב ליפא וואס איז א איידעם ביים משב"ק ר' יוסף אשכנזי ער האט געהאט דארט א צוטריט און געפועלט מ'זאל ארויס געבן דעם בריוו)
גלייך מוצאי שבת משפטים ווען דער רבי איז צוזאמען געפאלן איז דער סיגוט'ע רב ארום געקומען אין איילעניש צום פעטער פון ב"פ מיטנעמענדיג ר' אהרן, ווען דער רבי האט זיך געבעסער'ס איז ר' אהרן אלץ געוועהן א אפטע גאסט ביים רבי'ן, מיט א זעלטענע אהבה האט אים דער רבי מקרב געוועהן, חוץ ווען "די שטוב" האט געשטערט, ר' אהרן האט אמאל געזאגט (פאר ר' ברוך הענדלער) אז זייט זיין חתונה האט ער געשפירט א זעלטענע התקרבות פון פעטער ווי ער האט אים אלס שטארק מכבד געוועהן, מיט אזא הרגש אז ער האט נישט אין הארץ גארנישט קעגן אים אליין איבער דעם שידוך.
שרייבנדיג דעם בריוו דערמאן איך מיר אמאל ביי מנחה מעריב אין סיגוט'ע ביהמ"ד (ס'איז געוועהן אינעם אלטן סיגוט'ע ביהמ"ד אין ב"פ) האט ר' אהרן פארציילט מיט התרגשות אז נעכטן נאכט איז ער געוועהן ביים רבי'ן ביים פעטער וועגן א פריוואטע ענין, און ס'האט זיך געקאכט אין שטוב וועגן די איבערקערעניש אין א"י אז דער פויפסט האט געזאלט קומען, און די פאליטיק איז געפארן אויף הויכע טענער, צו ער גייט קומען דירעקט קיין א"י אדער דורך די יבשה פון די אראבישע מדינות, צו דער רב הראשי גייט גיין צו אים אדער נישט, און דער רבי האט אים אנגעכאפט די האנט און געזאגט מיט א מורא'דיגע הרגש און ווייטאג און זיך געשטיקט פון טרערן, ווייסט וואס דאס מיינט אין הייליגן לאנד א"י ותבאו ותטמאו את ארציכם מ'ברענגט אריין אלע מיני ע"ז'ס אין א"י, (ווי דער רבי איז זיך מתמרמר אין ויואל משה אז די געזעץ ערלויבט אלע מיני ע"ז'ס) דער פויפסט איז ע"ז ממש אויסער דעם וואס דער משרד הדתות שטיצט אלע ע"ז'ס וואס איז נגד התורה, אנשטאט מקיים זיין די מצוה וואס א"י איז מחיוב פון אבד תאבדון, גייט מען און מ'ברענגט אריין דעם פויפסט אין א"י דא סאיז א טומאה וואס איז דוחק רגלי השכינה, ס'האט דעם רבי'ן אזוי אזוי געקרענקט ס'איז אים ממש געגאנגען בנפשו, און מיט דעם ברען און צובראכנקייט האט ער דאס איבער געזאגט פאר זיין נאנטע פלימעניק רבי אהרן, וואס האט דאס איבער פארציילט אין סיגוט'ע ביהמ"ד א טאג דערויף,
איך מיין אז די מעשה זאגט אסאך, וויפיל רבי אהרן האט מקבל געוועהן און געהערט פון פעטער כמה ענינים ווי אויך די ריינע השקפה, באגלייט מיט אזא חביבות, מיר האבן טאקע במשך די יארן געהערט פארשידענע דרשות פון אדמו"ר מהר"א בכמה ענינים וואס מ'זעהט ער איז א כלי ראשון צו די תורות הראשונים און דרך התבדלות מרשעים
אין אנהייב די ל' יארן איז ר' אהרן געווארן א רב מטעם התאחדות הרבנים עפ"י הסכמת רביה"ק נשיא התאחדות הרבנים, זייענדיג דער ערשטע רב פונעם נייעם דור וואס האט געפסק'נט שאלות, באיסור והיתר האט ער באקומען הוראה פונעם שאפראנער רב זצ"ל זייענדיג כמעט די איינציגסטע וואס האט באקומען התרת הוראה פונעם שאפראנער רב (דער שאפראנער רב האט אים עטליכע מאל צוריק גערופן צו פארהערן נאכאמאל און יעדעס מאל זיך פארענפערט און געזאגט אז ער פארהערט אים נישט אזויפיל ווייל ער האט מורא אז ער קען נישט, ס'איז אים נאר א קורת רוח צו זעהן ווי "תורה מחזרת על אכסניא שלה")
ער האט אויך גענומען שימוש ביים חוסט'ער רב און ביים פאפא רב זצ"ל ועוד, (סתם הוראה האט ער באקומען פון ר' פנחס עפשטיין ראב"ד) אין שמות גיטין האט ער גענומען שימוש ביים טשאקאווא רב זצ"ל ווייל דער ברך משה האט אים געזאגט אז דער טשאקאווא רב פירט נאר לויטן דב"ח, (אין שימות גיטין איז טאקע כ"ק מהר"א א יחיד במינו).
אין חו"מ איז ער געזעסן ביי אסאך דין תורה'ס ביים טאקאי רב וואס איז געוועהן א ידיד לבית סיגוט אלע יארן, רביה"ק האט אים מעודד געוועהן אין די רבנישע פונקיצעס, (ס'איז אויך דא א תשובה פון ר' משה פיינשטיין אין די ל' יארן ווי ער גיבט גערעכט אויף א גט וואס כ"ק אדמו"ר מהר"א האט מסדר געוועהן)
פון ווען ער איז געווארן רב אין קהל עצי חיים וומס"ב, ווען ער איז נאר אריין געקומען צו רביה"ק האט ער אים געהייסן זיצן אויף א בענקל און צומאל געהייסן אריין ברענגען פירות, א זאך וואס רביה"ק האט נישט געטון פאר די אנדערע געשוויסטער, און אפי' נישט פאר אנדערע רבנים אין זיין עלטער, און ער פלעגט אים אויך פרעגן וואס ער האט געזאגט שבת הגדול שבת שובה ביי די דרשה,
תשל"ד איז געפאלן פרשת תרומה שבת שקלים האט ר' אהרן באקומען די עלי' פון שישי ביים רבי'ן ווי מ'האט אים אויסגעלאזט לתת את השולחן, ווי רביה"ק האט גלייך געזאגט פארן בעל קורא (ר' אברהם ווערצבערגער ז"ל) מיט א שמייכל לשאת את שולחן מיינט פירן טיש.
(מפי ר' יצחק ערנפעלד וואס האט געהאט די חזקה צו שטיין דארט, ער האט אליין געהערט ווי דעררבי זאגט דאס פאר ר' אברהם'ן)
עכ"ז האט "די שטוב" נישט אויפגעגעבן מיט די רדיפות, אמאל ר"ה אין די שפעטע ל' יארן ווען ר' אהרן איז געקומען ווי יאר יערליך הערן קידוש פון רביה"ק און באקומען דעם ראש כבש, (בשנת תשל"ב האט דער רבי געוויזן מיט די פינגער מ'זאל געבן ראש כבש פאר ר' אהרן, מפי ר' בעריש ב"פ רב) איז ער אריין אין די שטיבל אין פארנט פון ראדני סט, ווי רביה"ק האט געוויילט שבתים, ממש בעפאר קידוש האט "די שטוב" געריקט דעם עולם אהער און אהין, און מ'האט ר' אהרן געריקט אריין צום טיר אין די שמאלע האלוועי צווישן די צוויי טירן, און פארקלאפט די טיר אזוי אז ר' אהרן איז געבליבן צוגעשפארט צווישן די טירן, צוזאמען מיט אים איז געוועהן א נגיד יענער האט געקלאפט אויף די טיר מ'זאל אים עפענען, האט אים ר' אהרן געזאגט איר מעגט קלאפן מ'וועט אייך סייווי נישט עפענען איר זענט דא נאר אין מיין זכות...., נאך קידוש האט מען געפענט דעם טיר פון ביהמ"ד זייט און ער איז געווארן באפרייט אהיים צו גיין, כהנה וכהנה זענען געטאהן געווארן מעשה רשע אויפן גרעסטן פארנעם, אונז אלע (פון די מער עלטערע עולם) געדעקען גוט די אפציעלע רדיפות, אבער מיר זענען נישט דא צו שרייבן סתם מעשי אנשי דלא מעלי,
דאס איז מער ווייניגער די אמת'ע פאקטן וואס רביה"ק האט ארויס געוויזן חבה יתירה צו זיין משפחה ובמיוחד צו כ"ק אדמו"ר מהר"א במשך אלע יארן, און דאס איבריגע איז אלעס כזבים,
אבער ליינענדיג אייער ארטיקל איבער דעם פליפ פלאפ פון די אלע פאלשע רבי ז"ל אידן, האט זיך מיר אויפגעפרישט א אלטע וואונד וואס איז שוין כמעט געוועהן פארהיילט, דאס איז די ערשטע חתונה בחצר סאטמאר, איך כשלעצמי זייענדיג א שטיקל סיגוט'ע איז מיר די חתונה געוועהן א גרויסע שמחה ווען מ'זעהט דעם ערשטן אייניקל פונעם ברך משה און נאך דערצו דאפלטע אייניקלעך, אפגעזעהן אז ס'קומט צו פארן פון א"י דער אנדערע זיידע כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א.
מיין פראגע איז נאר צו די אלע פאלשע רבי ז"ל אידן "די היימישע", זיי מיינען דאך אז זיי האלטן אן די אמת'ע שיטה און זענען נישט משנה קיין זיז כל שהוא, אויב איז אמת אז רביה"ק האט נישט געוואלט סאטמאר'ע אידן זאלן גיין בשנת תשכ"ו צו די סיגוט – וויזניץ חתונה אין בני ברק, איז דאך לכאורה דא א קלארע הוראה וואס מ'דארף טון אין אזא פאל, נישט גיין צו די חתונה און פארטיג, אבער בשנת תשמ"ה איז נולד געווארן א נייע שיטה, מ'דארף יא גיין און מ'דארף שיסן אראנדשן, מ'דארף ציפן די פיס, מ'דארף יענעם צושטערן די חתונה, אויב איז דאס געוועהן די שיטה פון רבי'ן פארוואס האט מען דאס נישט געטון בשנת תשכ"ו?, גיין אהין צום סיגוט'ע רב צו די חתונה און שיסן אראנדשן?...,
צו וואס האבן מענטשן פארשטאנען בשנת תשמ"ה אז ס'איז נארמאל צו צושטערן א חתונה???, דאס קומט אלעס ווייל מ'האט געפיטערט דעם עולם מיט פאלשע אמונה און פאלשע מיינונגען מאכנדיג קנאות פאר א פערזענדליכע קריג, (ווי איר האט דאס געשריבן בארוכות) און מ'האט אפגעקויפט אלע פאלשע מעשיות וואס די מסלפים האבן פארקויפט כאילו דער רבי האט געזאלט זאגן קעגן דעם ברך משה מיטן שידוך, מ'האט אזוי געהעצט מענטשן אז אידן האבן געהאלטן קלאר אז ער טוט באמת א טובה פאר רביה"ק בגנזי מרומים מיט יעדן שריי און מיט יעדן אראנדש וואס ער ווארפט אויף וויזניץ... נעבאך....,
און אפי' די אזוי גערופענע קנאים וואס האבן געבויקאט די חתונה ווייל מ'טאר נישט זיצן אונטער איין דאך מיטן וויזניצער רבי'ן, געדעקט יעדער אז א וואך דערויף איז געוועהן די מונקאטש'ע חתונה מיט הרב אלי' טייטלבוים וואס ווייל די כלה האט געהייסן נאך די רעבעצן'ס מוטער האבן זיי אלע ערשיינט צו די חתונה, כאטש דער זיידע ר' אהרן בערנשטיין איז געוועהן א חבר בד"ץ של אגודת ישראל, פליפ פלאפ....
אט די זעלבע ווארפער'ס זענען די שפעטערע בני יואל'ס און היינטיגע פריש געווארענע חסידים, די אלע האבן געפליפט פלאפט יעדע מינוט, זיי האבן אפשר אנגעפאנגען מיט א תי' קנאות, אבער גענדיגט האבן זיי אין בג"ץ הציוני.
יענער האט נישט געטארט ווערן רב אין ק"י ווייל ער איז א איידעם אין וויזניץ וואס וויזניץ גייט צו בחירות וואס בחירות קען אפשר זאגן א מיינונג ווער ס'זאל ווערן א שופט אין בג"ץ, און היינט גייט ער בשאט נפש אין בג"ץ אליין, היש לך פליפ פלאפ גדולה מזו?, (אויב פלאנט איר מפרסם צו זיין מיין בריוו קענט איר צולייגן די אפציעלע דאקומענטן פון די מסירה אין בג"ץ)
אויף הונדערטע פאשקעווילן האט מען געשריבן אז די יעצטיגע רעבעצן איז א ציונית'סטקע, אפשר ביי די מענטשן וואס האבן געהאלטן כ"ז אב תשל"ט אז א רעבעצן דארף ווערן רבי און פירן סאטמאר, ליינען קוויטלעך און פועל'ן ישועות, ביי זיי איז דאס א אישו ווער איז די רעבעצן און וואס זי טראכט, אבער ביי רוב מענטשן וואס האבן געהאלטן אז א רעבעצן דארף סתם זיצן אין קאך און אפשר גיין אין שפיטעלער מבקר חולה זיין אידן איז דאס בכלל נישט קיין אישו.
אדרבה, ווי שטייט אין ויואל משה אדער על הגאולה אז איינער וואס איז א קינד פון איינעם וואס גייט צו די בחירות איז אסור לבוא בקהל, ס'שטייט אפי' נישט אויפן הולך לבחירות אליין אז ער איז אסור לבוא, סך הכל פארדרייט מען מענטשן א קאפ, און עולם גולם לאזט זיך פירן ווי נערנים,
איך האף אז מיט מיין בריוו וועל איך עפעס אויפטון וילמדו תועים בינה, כי תעבור זדון מן הארץ,
(-)
חונה פה ב.פ.
נ.ב. איך גיב אייך מיין אימעיל אדרעס ווי איר קענט מיר שיקן אייערע אייגענע קאמענטארן, איך שעץ אייער מיינונג,