בית פורומים אחים אנחנו

הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/7/2009 03:58 לינק ישיר 

מנהל_שני כתב:
יענער אשכול איז געווארען פארמאכט  געווארען ווייל עס איז געבויט געווען בלויז אויף "פארמעגליך'"ס ווערטער. און דאס באלאנגט נאר אין הערות.

אויב איינער וויל עפענען אזא אשכול ווי פארמעגליך, נאר אויף ר' אהרן'ס זייט, וועט באקומען דעם זעלבן "כבוד" ווי פארמעגליך.

מנהל שני


לעי"ד און אלץ והייתם נקים וואלט אפשר כדי געווען אהער אריבער צוברעגען דעם תוכן פון יענעם אפגעשפארטען אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2009 04:17 לינק ישיר 

וועלן מיר זעהן ווי אביעקטיוו ער איז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2009 05:48 לינק ישיר 

ערהאלטן א ידיעה פון די העכסטע פענסטער, אז די באשרייבונג פון "האמת נעדרת" קומט צוריק,


ברוך המחזיר אבידה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2009 05:59 לינק ישיר 

האמתנעדרת

בס"ד

אקדמות מילין ושריות שותא, אולא שקינא הרמן ורשותא, מיינע פאלגנדע שורות זענען נישט מיט א ציל איבערצוצייגן מענטשן וואס לעבן אין דינייעל, און ווילן נישט הערן דעם אמת, די קענען זיך שוין אויסדרייען, ס'איז א שאד אויף די צייט, מיינע שורות זענען געווידמעט פאר מענטשן וואס ווילן וויסן דעם אמת, און ווארטן צו הערן א אנטווארט נישט לשם דעבאטע, נאר לשם ידיעת האמת.

איך בין נישט אויסן דא צו קאמפיטן מיט "פארמעגליך", ווייל נישט איך האב אזויפיל צייט ווי אים, און נישט איך בין אזא בעל דמיון ווי אים, איך וועל נאר פרובירן במעט מן המעט אראפצושטעלן טרוקענע אמת'ע פאקטן הידועים, פאר כמעט יעדער וואס האט זיך געפונען בצילא דמהימנותא של רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, (תושבי וומסב"ג קרית יואל ב"פ מאנסי) און איז היינט 30 יאר און עלטער.

אויף "פארמעגליך" איז דא איין לימוד זכות, ער איז אויפגעוואקסן אינעם חינוך אין וויליאמסבורג נאך תש"ס, ממילא איז דאס זיין אינפארמאציע, ס'ווערט באשיינפערליך געזען אין זיין באשרייבונג אז ער האט נישט די מינדעסטע ידיעה אין געוויסע אינפארמאציע וואס איז קלאר באקאנט פאר יעדן וואס איז אין די קאטאגאריע ווי אויבן דערמאנט. און ראי' לדבר וועל איך ציטירן וואס ער שרייבט אין איינע פון די ארטיקלען: "איך בין צו יונג צו געדענקען יענע צייט אבער אלץ ווייסער וויסן צו דערציילען אז משה דער גבאי און ר' אהרן האבן געארבעט דעמאלטס אינאיינעם מיט א 'קנוניא' (כלשון עמרם כהן, עיין טעיפ סיון תשנ"ט) אז דורך שיקען דעם סיגוטער רב קיין ארץ ישראל וועט ר' אהרן אין חו"ל זיין דער איינציגער מ"מ און פולער פירער". יעצט ענטפערט איר אליין, ווי אלט קען ער שוין זיין אז ער איז צו יוג צו געדענקן פון דעמאלטס.

איך וויל בעטן ווער ס'קען העלפן מיט אינפארמאציע, אל תמנע טוב מבעליו, איך בין מיך נישט מתחייב צו שרייבן יעדן טאג, ווייל ווי געזאגט האב איך נישט אזויפיל צייט, און אוודאי באקום איך נישט באצאלט דערפאר, און אוודאי וועט אסאך העלפן ווער ס'קען שיקן אנקעטאדן אויף אי מעיל אדער אין תיבה אישית ראוי לפרסם, וועט עס העלפן מיט די ארבעט.

 

פרק א' - מהיכן ירק זה חי

מיר וועלן גיין סטעפ ביי סטעפ אויף די טריט פון פארמעגליך, און קארעקטירן די נישט ריכטיגע אינפארמאציע, די פערזענליכע תולדות פונעם בן השלישי וועלן מיר אויסלאזן צוליב הרחק מן הכיעור, אפשר וועט נחום רז"ב אמאל אנקומען דערצו, פאר אנ"ש איז עס נישט אינטערעסאנט, פאר כבוד אביו רביה"ק איז עס נישט קיין כבוד, מיר וועלן נאר ברענגן צוויי עפיזאדן וואס וועט ווארפן א שטיקל בילד אויף זיין הונטערגרינד, און דערנאך וועלן מיר גלייך אנהייבן ביי שנת תשנ"ז.

ס'איז דא א איד א ליטווישע ראש ישיבה (איך מיין אין קווינס אדער אין פלעטבוש, מאמענטאל געדענק איך נישט דעם נאמען, ווער ס'קען מיר ארויסהעלפן און דערמאנען דעם נאמען איישר חילי'), וואס פון זיין ישיבה קומט ארויס וועכנטליך (אדער חודש'ליך) א שטייגער ווי א זשורנאל, און כסדר האט ער באשרייבונגען פון רבנים ואישי הציבור, אין שנת תש"ס ווען עסקנים פון די מתיבתא זענען געווען אין זיין געגנט און ס'איז אויסגעקומען זיך צו טרעפן מיט אים, האט ער זיי געוויזן איין זשורנאל ווי ער האט געלייגט אויפן ערשטן דף א בילד פון רבינו שליט"א, אויף די פראגע וואס ער האט מיט סאטמאר האט ער דערציילט ווי פאלגענד:

ווען איך בין געווען א אינגל האב איך געוואוינט אויף היוז סט. און מיין טאטע פלעגט זיין פון די מתפללים אין סיגעטער ביהמ"ד, ווען מיין טאטע האט מיר געוואלט מחנך זיין און ווייזן א סעמפל ווי אזוי מען דארף דאווענען האט ער מיר געוויזן, קוק אן דעם רב'ס זון אהרן ווי אזוי ער דאוונט, אזוי וויל איך זאלסט דאווענען, דאס איז געווען א דאווענען מיט השתפכות הנפש במתינות.

האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, איך הער אז ס'בלאזן היינט נייע ווינטן, אז דער סאטמארער רב (הברך משה) האט געטוישט זיין מיינונג איבער זיין עלטסטער זון, ער וויל צוטיילן זיין קהלה און געבן א חלק פאר נאך א זון, און דער המון עם זאגט אז ער איז אויך א תלמיד חכם און א ערליכער איד. נו פאר די גאס קען מען אזוי פארקויפן, איך האב אסאך געשפילט באל מיט "לייבי", ער איז א וואוילער מענטש, אבער פון דא ביזן זיין א רבי פאר סאטמאר איז פאלג מיר א גאנג. ע"כ המעשה.

נאך איין מעשה איבער די געוואלדיגע שמירת עינים פונעם בן השלישי, עס האט דערציילט א בחור, שוין היינט א אינגערמאן (איך וויל נישט שרייבן זיין נאמען, ווייל ס'איז וויכטיגער צו שרייבן די אינפארמאציע אויף אים, און ביידע צוזאמען וועט עס זיין א מלבין פני חבירו, ער איז נישט דער גרעסטער חכם מילד גערעדט), ער האט געלערנט אין די ישיבה שנת תשנ"ז-ח, ס'איז אויסגעקומען אמאל אינמיטן זמן ער האט געדארפט אהיימפארן, ווען ער איז צוריקגעקומען אין ישיבה האט ער דערציילט פונעם וועג אויפן פליגער ווי אינטערעסאנט ס'איז געווען, ער האט דערציילט ווי אינטערעסאנט ס'איז געווען די שיינע פיקטשערס אויפן פליגער, און אלעס דערציילט וואס מען האט געזען אויף די טמא'נע כלי, האט אים א בחור פארגעהאלטן היתכן דו האסט געקוקט אויף די אלע בילדער, האט ער געענטפערט מסל"ת, וואס איז שלעכט, איך בין געזעסן נעבן רב (מיינענדיג דעם בן השלישי דעמאלטס רב אין ירושלים) ער האט עס צוזאמען מיטגעהאלטן מיט מיר. קאמענטארן זענען איבריג.

 

 

פרק ב' - ביקש יעקב לישב בשלוה

זומער תשנ"ה האט זיך אנגעהויבן איינע פון די שענסטע יארן אין סאטמאר זינט שנת תשכ"ח, די מחלוקה מיט די אינערליכע שונאים האט זיך אפגעשטילט, דער ציבור איז געווען באחדות, ס'האט אויסגעקוקט ממש ווי א עולם התיקון.

רבינו שליט"א האט יענעם זומער דאס ערשטע מאל געוויילט גאנץ זומער אין קרית יואל, תושבי קרית יואל האבן געהאט די זכי' מיטצוהאלטן די לעכטיגע טישן, דעמאלטס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער ציבור האט געקענט מיטהאלטן א סעודת הילולא פון ישמח משה (געווענליך פלעגט די רבי זיין אין שעראן ספרינגס), דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, כ"ו אב איז דורך מיט געהויבענע דברות קודש, דערנאך איז געווען ו' אלול די מסיבה פאר רב טוב, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש.

אז ס'איז געווען אביסל רואיגקייט האט מען זיך געקענט אביסל אומקוקן אויף די קהלה, מען האט זיך דערזען מיט אסאך פעולות וואס ברויך געטון ווערן אויפן פעלד פון עשה טוב, מען האט זיך דערזען מיט א אויסגעוואקסענעם ביהמ"ד, און ווי דער רבי ז"ל האט עס ערווענט אז שטייענדיג אין דערהייך ביי די תקי"ש דרשה תשנ"ו האט אים אנגעכאפט א פחד ס'זאל חלילה גארנישט געשען פונעם גרויסן געדרענג.

דער רעיון פון איחוד התלמידים-שבת אחים איז דעמאלטס נולד געווארן, מען האט זיך דערזען אז אינגעלייט פאלן אוועק, ס'פעלט אויס א התחזקות אין שיעורי תורה, ס'פעלט אויס א התחזקות אין איש את רעהו יעזורו, יענעם חוהמ"ס תשנ"ו איז געלייגט געווארן דער גרונדשטיין פארן איחוד התלמידים, ווען הגה"צ רב דקהלתינו בווילאמסבורג שליט"א האט געהאלטן א צווי שעה'דיגע יסודות'דיגע דרשה פאר אלע אינגעלייט אין גרויסן ביהמ"ד, די דרשה איז דעמאלט געווען געדרוקט אינעם אויסגאבע "אז נדברו".

אסרו חג סוכות תשנ"ו, איז געווען א היסטארישע טאג פאר קהלתינו הק', ווען מען האט געלייגט דעם אבן הפינה פארן ביהמ"ד החדש וואס האט נאך ליידער נישט זוכה געווען לבנינה.

חשון תשנ"ו, האט מען געטון נאך א רינגעלע אינעם קייט פון הרחבת גבולי הקדושה, מען האט אויפגענומען א רב אין מאנסי.

טבת תשנ"ו, איז געווען א בחינה פון והוא מחולל מפשעינו, דער רבי ז"ל איז ליידער אוועקגעפאלן זייענדיג אין פלארידע, מען האט נישט געוואוסט וואס גייט פאר, כלל ישראל איז געווען באזארגט, און פון דעמאלט אן האט זיך נישט אפגעטון פון די ליפן ביי רפאינו א בקשה לרפואת "רבינו משה בן ברכה סימא".

חודש שבט תשנ"ו, צוליב דעם מצב פון רבין ז"ל, האט מען געמאכט ווי א יום תפלה דאנערשטאג פרשת משפטים, דער לעצטער טאג פון די ימי השובבי"ם, און ביינאכט האט מען צוזאמען גענומען אלע תלמידי הישיבות פון וויליאמסבורג בארא פארק, ווי די מנהלים האבן אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות, און דערנאך האט רבינו שליט"א אלס ראש ישיבה פון די מתיבתא געזאגט די צענטראלע דרשה, ווען בתוך הדברים האט ער מעורר געווען די בחורים מען זאל מתפלל זיין פארן בריאות השלימות פון רבין.

און מיר האבן גענומען די מי אפירזוכען דעם טעיפ און מעתיק זיין די ווערטער צוליב פארשטענדליכע סיבות:

"ס'קומט מיר אן שווער צו רעדן, איך בין די וואך געקומען פון מיאמי, איך האב מיטגעלעבט יענע וואך מיט די וואך א שווערע וואך, ס'ווייסט יעדער איינער אז דער טאטע זאל זיין געזונט איז נישט געזונט, און ער דארף א רפואה, איך קען אזויפיהל זאגן אידישע קינדער האבן מתפלל געווען און מען זעהט אז דער אייבערשטער איז א שומע תפלת כל פה און תפלות ישראל אינם חוזרות ריקם, ס'האט געהאט א געוואלדיגע כח דאס וואס אידן האבן מתפלל געווען, אבער איך קען אזויפיהל זאגן אז ס'איז ורפא ירפא, אפילו דער אייבערשטער האט געהאלפן ס'איז נישט דער חולה, ס'איז א צווייטע, אבער מען דארף האבן א רפואה אין א בחינה פון ורפא ירפא. ס'איז אין א געוויסן זין פארן טאטן זאל זיין געזונט לייכטער געווארן, אבער ס'איז נאך ווייט פון א שלימות, מען דארף נאך אסאך אסאך מתפלל זיין, ס'איז ליידער דא א גרויסע חולשת הגוף, און דער אייבערשטער זאל איהם געבן כח און יארן, ער זאל קענען אנגיין מיט עבודת הקודש. איך וויל בעטן די חשובע בחורים, מען זאל זען ווייטער מתפלל צו זיין, עד הנה עזרונו רחמיך, דער אייבערשטער האט געהאלפן, האף מיר צום בוכ"ע ווייטער, ער וועט אונז ווייטער טוהן חסדים און דער טאטע זאל געזונט ווערן, און זאל קענען בקרוב אהיימקומען, און ער זאל קענען מתוך בריאות השלימות דינען דעם באשעפער לערנען תורה און עוסק צו זיין במצות כאות נפשו, ביז דער אייבערשטער וועט העלפן ער וועט פירן דעם ציבור מיט די עדה הקדושה אנטקעגן גואל צדק".

(הערת פארמעגליך: קוק נאר ווי ער שארפט זיך די ציין איבערצונעמען)

מוצאי שב"ק פרשת תצוה תשנ"ו, איז געווען נאך א טריט פאר איחוד התלמידים, מען האט געמאכט די ערשטע מלוה מלכה פאר אלע אינגעלייט פון די יארגענג תש"מ-תשנ"ו.

זומער תשנ"ו איז געווען זייער א שווערער, מען האט דעמאלטס אויסגעפונען אז דער רבי ז"ל האט די ביטערע מחלה, ער איז דעמאלטס אריבער א אפעראציע, כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואת צדיק הדורות.

ל"ג בעומר תשנ"ו איז נישט געווען די יערליכע פתיחה, שבועות תשנ"ו איז דער רבי געווען אין וויליאמסבורג.

תמוז תשנ"ו איז רבינו שליט"א געפארן בשליחות אביו ממנה צו זיין ר' דוד רז"ב אלס מנהל המחנות נאכדעם וואס זיין טאטע ר' יודל ז"ל איז יענעם חודש אייר אוועק. (דא וויל איך הערן פון פארמעגליך אז דער רבי האט אים קיינמאל נישט געשיקט).

למעשה האט מען זיך יענעם זומער געזען אין א מצב אז דער רבי ז"ל איז מער נישט ביי די כוחות כבימים ימימה, פון ווען דער רבי איז צוריקגעקומען פון פלארידא האט ער כמעט נישט משמיע געווען דברי תורה ברבים, פורים האט ער נישט געפירט טיש, ל"ג בעומר נישט געזאגט קיין פתיחה, ט"ו באב ביים חנוכת הבית פון בית רחל, און כ"ו אב האבן אנ"ש מיצר געווען בצערו פון רבינו, און זינט דעמאלט האט מען חוץ ימים נוראים און אין איינצעלע אויסנאם פעלער נישט געהערט מער קיין דברות קודש.

רבינו שליט"א איז נישט געווען קיין פנים חדשות אין וויליאמסבורג, פון ווען ער איז נתמנה געווארן אלס רב אין קרית יואל, האט ער כמה וכמה פעמים אויפגעטרעטן מיט דרשות פארן ציבור אנ"ש אין וויליאמסבורג, צו איז עס געווען פארן זומער, צו איז עס געווען ביי אסיפת התעוררות, וכדומה, וואס געווענליך האט ער פארטרעטן דעם פלאץ פון רבין ז"ל, דער רבי האט אין מ' יארן יא געזאגט דרשות פארן זומער, שפעטער האט ער מכבד געווען רבינו שליט"א זאל זאגן די אלע דרשות.

עס געדענקן אלע אנשי שלומינו חוהמ"פ תשנ"ה ווען דער רבי ז"ל האט ברבים מכבד געווען רבינו שליט"א צו זאגן די יערליכע חוה"מ דרשה, און דערנאך האט דער רבי ז"ל אויך גערעדט, אלע יארן פלעגט דער רבי ז"ל זאגן א דבר שמעתתא אין נאכדעם מוסר, יענעם יאר האט רבינו שליט"א געזאגט דעם דבר שמעתתא און דער רבי ז"ל האט נאכדעם געזאגט נאר דברי אגדה ומוסר.

און דערפאר איז געווען נישט מער ווי פארשטענדליך, אז חוהמ"פ תשנ"ז האט רבינו שליט"א געזאגט די חוה"מ דרשה בהשתתפותו פונעם רבין ז"ל, און ל"ג בעומר תשנ"ז האט ער געזאגט די פתיחה פאר די בחורי הישיבה, און אזוי אויך אלע אנדערע צענטראלע דרשות וואס מען האט געדארפט רעדן צו אנ"ש, איז עס געווען דורך רבינו שליט"א.

און פון דעם האט זיך געצויגן א קייט, אז ר' עזריאל גליק האט דעמאלטס מפציר געווען רבינו שליט"א אז היות דער רבי זאגט מער נישט קיין תורה, זאל דער רבי אנהויבן זאגן דברי מוסר בימי השובבי"ם.

אבער איידער מיר גייען ווייטער וועלן מיר אביסל אנאליזירן וואס אונזער צאציקל פארמעגליך האט צו פארקויפן

 

פארמעגליך שרייבט:

"ווי באוואוסט איז ר' אהרן געווען אין יאר תשנ"ז-נ"ח-און די ערשטע העלפט פון נ"ט, דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט. ער האט געהאט גאנץ סאטמאר אונטער זיך. ער האט זיך געשטארקט ביי די יונגעלייט דורך די שבת אחים'ס און ביי די הנהלה פון אומעטום דורך זיין דער איינציגער זון וועלעכער איז געווען אקטיוו סיי ביי זיין טאטען און סיי ווייל ער האט זיך אומעטום אריינגעשטעלט.

עס האט געוויסט יעדער רב און רבי און אלע פירער פון מוסדות און קהילות סיי ווי, אז ר' אהרן גייט עווענטועל זיין דער איינציגער רבי אין סאטמאר".

אמת ויציב, און אינטערעסאנט אז שפעטער עשה עצמו כאילו לא ידע, און ער שרייבט בזה"ל: "און באמת ווייסט מען נישט וואס דער פלאן פון ברך משה איז געווען תשנ"ו. קיינער ווייסט נישט, עכ"פ נישט וואס עס איז ידוע דערווייל פארן ציבור, צו דער ברך משה האט אלעס געוואלט געבען פאר ר' אהרן צו ער האט געוואלט געבען אויך פאר זיין אנדערען זון. און אט דער אומוויסענדיגקייט, דער אומקלארקייט, האט געמאכט אז ר' אהרן מוז זיך אנהייבען נעמען אליין".

ווייטער שרייבט ער:

"דעמאלטס צייט האט ר' אהרן אנגעהויבן ארומפארען פאר שליחותער פון זיין טאטען איבער אלע סאטמארע מוסדות און בתי מדרשים, איבער דער וועלט, און אויך בערך דעמאלטס האט ער אויפגענומען זיין זון ר' מענדעל אין אנטווערפען, און עס האט געהייסען אז זיין טאטע דער ברך משה האט דאס געוואלט. צו עס איז אמת צו נישט קען מען דעבאטירען פון היינט ביז מארגען".

מיר וועלן אביסל ארויסהעלפן דעם ציבור טראכטן וואס דער ברך משה האט געוואלט, מיר וועלן מיטירן א חלק פון  א בריוו וואס דער רבי ז"ל האט געשריבן יענעם יאר קיין אנטווערפן:

וצרופה בזה ברכתי מעומק הלב אמע"כ ידידי אנ"ש חברי הנהלת המוסדות הק' בק"ק הנ"ל שיזכו להרבות פעלים לתורה ולתעודה מתוך הרחבת הדעת, ולעת כזאת שקיבלו עליהם לעמד בעטרת חכמים ולמנות את מע"כ נכדי היקר חביבה כבני, הרב המאור הגדול בנש"ק, פרי עץ חיים, חריף ובקי טובא, צנא מלא ספרא, מוהר"ר מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א לרב ומורה דקהילתם המפוארה ק"ק יטב לב ד'סאטמאר באנטווערפען יע"א לרומם ולנשא יחדיו את קרן הקהילה והמוסדות הקדושים למען יוכלו להמשיך בעבודת הקודש בחינוך הבנים והבנות על טהרת הקודש עפ"י דרכי אבותינו ורבותינו הק' נ"ע וביתר שאת ויתר עז. ואני תפלה יהא ה' בעזרו שיזכה להרחיב גבולי הקדושה והטהרה ולנהל העדה הקדושה על מי מנוחות בדרכי אבותינו ורבותינו הק' ויתקדש שם שמים על ידיו.

און דער רבי שרייבט אונטער "ג' דברים תשנ"ז לפ"ק"

און ס'איז דא נאך א בריוו פונעם פאלגנדן ימים נוראים א ברכת השנה פאר אנ"ש אין אנטווערפן.

ווייטער שרייבט ער:

דעמאלטס צייט איז אויך דער סיגוטער רב (היינטיגער סאמארער רבי החונה בוויליאמסבורג) אויפגענומען געווארען אלס רב ור"מ אין ירושלים אויפן פלאץ פון ירושלימער רב זצ"ל.

איך בין צו יונג צו געדענקען יענע צייט אבער אלץ ווייסער וויסן צו דערציילען אז משה דער גבאי און ר' אהרן האבן געארבעט דעמאלטס אינאיינעם מיט א 'קנוניא' (כלשון עמרם כהן, עיין טעיפ סיון תשנ"ט) אז דורך שיקען דעם סיגוטער רב קיין ארץ ישראל וועט ר' אהרן אין חו"ל זיין דער איינציגער מ"מ און פולער פירער.

זיי ביידע האבן געוויסט בעסער פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז גארנישט קיין שיפעלע זיבעלע, זיי האבן בעסער געוויסט פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז פיל קליגער פון ר' אהרן און זיי האבן ביידע געוויסט אז ער איז א בעסערער לערנער אויך. עס האבן דאס אלע געוויסט אז אין די צעירים איז ער געווען פיל א בעסערער און טיפערער מגיד שיעור ווי זיין עלטערער ברידער אין ק"י.

זיי האבן ביידע אויף געוויסט אז דער אחיו הצעיר האט א ריינעם און קלונען רעקארד און ער האט נישט קיין גארבעדש אויף זיך, ער האט נישט פארשעמט קיינעם אין זיין לעבען און אוודאי אוודאי נישט, קיין רבנים און גדולי הדור.

דערפאר האבען זיי צווישען זיך באשלאסען אז דעם קליינעם ברידער דארף מען טראגען ווי ווייטער מען קען, נאר דא זאל ער נישט בלייבען. זיי וואלטן אים דעמאלטס געטראגן קיין אסטראליע.

אינטערעסאנט, פארמעגליך איז אזוי יונג אז ער געדענקט אפילו נישט קיין דעטאלירטע פרטים פון תשנ"ז, אבער דאס ווייסט ער זיכער אז מען האט געוואוסט אז דער סיגעטער רב איז קלוגער!!!!, א בעסערע לערנער!!! און הער וואס נאך, א טיפערע מגיד שיעור!!!!.

אפשר ברענגסטו מיר אביסל פון זיין קלוגעשאפט ביז תשנ"ו (פון דארט און ווייטער וועלן מיר ברענגן), בעסערע לערנען און טיפערע מגיד שיעור ווייסן זיינע תלמידים צו דערציילן, און מיר לאזן עס פאר אנדערע.

דאס אז ער האט געהאט א ריינעם קלינעם רעקארד, צו דעם וועלן מיר אלע מודה זיין, ווייל איינער וואס טוט נישט פאר קיינעם האט אלס א קלינעם רעקארד, אז א בחור האט געהאט א פראבלעם פון נתקבל אדער לא נתקבל איז עס געגאנגען דורך ר' נחמן שטויבער, פאר די קראך היטן אין סיגעטער ביהמ"ד אין ב"פ האט ער נאר געדארפט שמייכלען און צושטעלן א שיינע ספיטש פאר זייערע שמחות, איז ווי האסטו געוואלט ער זאל זיך צואמפערן מיט איינעם.

און דא קומט די הנחה אז רבינו שליט"א איז גאר געווען ווער ס'האט באשלאסן אים צו שיקן קיין ירושלים, ס'איז א דבר ידוע אז דער ברך משה האט מבטיח געווען פאר בתו הרבנית חי' ע"ה, אז לאחר מאה ועשרים פונעם ירושלימ'ער רב רמ"א, וועט ר' חיים הערש מייזליש זיין רב אין די סאטמארע קהלה, איינער פון די הויפט סיבות פארוואס רבינו שליט"א איז געפארן צו די לוי' פון רמ"א, איז געווען ער זאל אויסרופן אז ר' חיים הערש ווערט אויפגענומען אלס רב אין די סאטמארע קהלה אין ירושלים, דערווייל ווען רבינו שליט"א איז אנגעקומען קיין א"י האט אים שוין אפגעווארט דער לאנגער גבאי, און געזאגט אז צוליב אינערליכע פאליטיק (וואס ער אליין האט אנגעדרייט א יאר פריער ווען ר' חיים הערש האט געמאכט א ברית סיון תשנ"ה כידוע ליודעים) זאל די הכרזה נישט זיין ביי די לוי', און מען זאל צווארטן אביסל, רבינו שליט"א וואס האט גארנישט חושד געווען האט געפאלגט.

און פון אלול תשנ"ו ביז פרשת החודש תשנ"ז איז גאר א קליינער שפרינג.

ווייטער שרייבט ער:

"און ר' אהרן האט זיך צוגעשטעלט און פארשטאנען אז עס איז זיין טובה. דער פלאן האט דעמאלטס געלויטעט אז דער סיגוטער רב וועט זיין דער רב איבער סאטמאר אין גאנץ ארץ ישראל און איבער מוסדות יטב לב וועלעכעס האט דאן געהאט אונטער זיך בני ברק אויכעט.

ר' אהרן איז דעמאלטס ווייניג אנגעגאנגען וואס וועט ר' חיים הערש מייזליש טון".

דא דארף מען זיך אפשטעלן און דערמאנען וואס איז באקאנט פאר אלע אנ"ש, אז זייט די פטירה פון הרבנית חי' ע"ה איז רבינו שליט"א געווען ווי א טאטע פאר אירע קינדער, און נאך פריער ביי די חתונה פון ר' חיים הערש איז כדאי צו דערמאנען ווער ס'איז געווען ביי די חתונה און ווער נישט, און דא פלוצלינג גייט אים גאנץ וויניג אן וואס וועט זיין מיט ר' חיים הערש, דאס איז איינס.

און צווייטנס, אויב איז אים גאנץ ווייניג אנגעגאנגען, פארוואס איז בשליחותו געווארן ר' חיים הערש אויפגענומען אלס ראש ישיבה אין בני ברק, ער האט אים געשיקט פייפן און פארטיג.

און מיר וועלן נאכאמאל מעתיק זיין " דער פלאן האט דעמאלטס געלויטעט אז דער סיגוטער רב וועט זיין דער רב איבער סאטמאר אין גאנץ ארץ ישראל און איבער מוסדות יטב לב וועלעכעס האט דאן געהאט אונטער זיך בני ברק אויכעט".

איין מינוט, בני ברק האט דאך א רב, ווי קומט ער צו זיין אויף בני ברק, איז פאר רבינו שליט"א אלס רב אמאל בייגעפאלן אז ער איז העכער די מוסדות אין מאנסי אויך, ווייל ס'איז א האלבע שעה אוועק פון קרית יואל, דוכט זיך אז בני ברק פון ירושלים איז אביסל ווייטער ווי מאנסי פון קרית יואל. קוקט אויס אונזער יונגער פארמעגליך קלערט אז ר' אלי' כ"ץ איז געווארן רב תשנ"ט נאכדעם ווי דער בן השלישי האט פארלאזט ארץ ישראל.

המשך יבא לפי מסת הפנאי

און נאכאמאל א בקשה, אויב האט איר אינפארמאציע, אויב מאכן מיר א טעות מיט אינפארמאציע, ביטע לאזט אונז וויסן.
_______________________________________________________________________________________

אזויווי דער אשכול איז אין חידושים בדבר, עס איז אלעס געבויעט אויפן ארטיקל פון "פארמעגליך", דעריבער איז געווארן יענער אריגינעלער אשכול פארשלאסן.

אויב האט איינער אזא סארט היטאריע ארטיקל ווי פארמעגליך נאר פון ר' אהרנ'ס זייט, וועלן מיר אים אפגעבן דעם זעלביגן כבוד ווי פאר זיין קאלעגע, פארמעגליך.

מנהל שני






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 06:16 לינק ישיר 

לכבוד הרב פארמעגליך

איך האב ממש נישט קיין ווערטער, עס איז ממש מורא'דיג, מבהיל הרעיון, ווי וואונדערליך דו לייגסט אראפ די גאנצע השתלשלות, אלס א תלמיד פון די ישיבה, וויל איך באשטעטיגן אז די אלע זאכן וואס ווערן דא באשריבען געדענק איך ווי עס וואלט געשען נעכטען. בפרט שטיי איך און איך שטוין ווי אזוי דו לייגטס אזוי גיט אראפ די פערזענליכקייט פין ר"א ווען א יעדעס ווארט וואס שטייט דא איז הינדערט פראצענט אמת און איך האב נאך נישט געזען איינעם אזוי גיט ארויס האבן א מענטש ווי דער כבוד פארמעגליך. תחזקנה ידיכם

הערה בעלמא: עס וואלט ווען שטארק צוגעהאלפען ווען דו קענסט ווען צולייגען די דוקומענטען און בילדער פון די היסטאריע


תוקן על ידי פארוואנישט ב- 28/07/2009 6:36:51




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/7/2009 16:16 לינק ישיר 

http://www.scribd.com/doc/16054682/10-Years-Brainwashing



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 16:57 לינק ישיר 

אזוי מיר ארבייטען יעצט אויף א געוויסע פאריעקט בנוגע פעלשער פארמעגליך, האב איך געוואלט ארויף לייגען יעצט פארשידענע שוועריקייטען וואס איז קשה געווארן פאר די מענטשהייט וואס האט מיטגעלעבט די טרויריגע עפאכע, ביים ליינען די פארמעגליך געמויזעכס, און מיר האפען עס בקרוב צו פארענפערען! בעזר''ה

התחלה

ווי באוואוסט איז ר' אהרן (א מזל אז דער פארום האט א תקנה אז מען מוז שרייבן א ר'...) געווען אין יאר תשנ"ז-נ"ח-און די ערשטע העלפט פון נ"ט, דער גרעסטער רבי אויף דער וועלט. ער האט געהאט גאנץ סאטמאר אונטער זיך. ער האט זיך געשטארקט ביי די יונגעלייט דורך די שבת אחים'ס און ביי די הנהלה פון אומעטום דורך זיין דער איינציגער זון וועלעכער איז געווען אקטיוו סיי ביי זיין טאטען און סיי ווייל ער האט זיך אומעטום אריינגעשטעלט.

ווי למשל:

זאגן די סליחות ביום ערב ראש השנה, (כמו מרן רבינו שליט"א אצל מרן רבינו זי"ע),

 זאגן אלע דרשות התעוררות בקהלתינו ומוסדותינו הק' בוויליאמסבורג (און חוה"מ פסח תשנ"ה לפ"ק  נאך בעפאר די אפעראציע  האט דער ברך משה זי''ע  מכבד געווען  כ''ק רבינו שליט''א צו זאגן דעם פלפול כנהוג און דער ברך משה זי''ע האט ממשיך געווען מיט די אגדה ודברי מוסר),

 די דרשות בארצינו הקדושה בשנת תשנ"ד, (בהיכל כולל שומרי החומות; אצל מעמד קבלת פנים בבני ברק; ועוד),

און ווי אויך דער ברך משה מכבד געווען כ''ק רבינו שליט''א  צו זיין דער ש"ץ אין די הייליגע טעג אין בית מדרשינו הגדול אין וומ"ב, (וואו ער האט געדאווענט די שחריתים ביז שנת תשמ"ה ווען ער איז נתמנה געווארן לרב אב"ד קר"י),

און אויך האט ער אויפגעטרעטן בשליחות רבינו שליט"א ביי די מסיבת היסוד פון "קרן הצלה" אין לאנדאן בשנת תשמ"א,( בנוכחת הגאוה"צ חברי הביד"צ זצ"ל והרה"ק מפשעווארסק זי"ע)  

און אויך ביי די מסיבות קבלת פנים לכבודם של הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א חברי הבי"ד הגדול בירושלים עיה"ק.

 און אויך ביי דעם ריזיגן מעמד קידוש השם כ' סיון תשנ"ח העעל"ט במעמד רבבות אלפי ישראל. און ווי אויך אלע שליחות'ער וואסרבינו בעל ברך משה זי''ע האט געוואלט זיך אליין באטייליגן נאר צוליב סיבות שונות האט ער נישט געקענט און געשיקט א שליח בשמו, ווי למשל דאס באזוכען הגה"ק רבי משה ארי' פריינד זי"ע דער ירושלימ'ער רב אין שפיטאל לפני הסתלקותו; מנחם אבל זיין כ"ק מרן אדמו"ר מטאהש שליט"א; כ"ק הגה"צ אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א; מספיד זיין לפני מיטתם של הגאונים הצדיקים, הרמ"א פריינד ז"ל; הרב מפאפא ז"ל; הרבי מספינקא ז"ל. - וכהנה וכהנה שאי אפשר לפורטם כי רבים המה. [און וואו נישט?!...].

און אויך ביי די יערליכע באזוכן אין די קעמפס האט רבינו הברך משה  מכבד געווען נאר בנו הגדול כ''ק רבינו שליט''א .

- און ווי אויך לאמיר דערמאנען דעם שמחת תורה תשנ"ט לפ"ק ביי סעודת נעילת החג, ווען דער ברך משה זי''ע האט מכבד געווען כ''ק רבינו שליט''א   מיט'ן פארלערנען די גמרות אין מס' ברכות, בבלי וירושלמי, כמנהג רבותינו הקדושים, (און שפעטער ווען כ''ק רבינו שליט"א האט געענדיגט פארלערנען די גמרא אין תלמוד בבלי האט ער זיך אנגערופען פאר'ן רבי'ן דער ברך משה  אז ער זאל מכבד זיין זיין ברידער ר' זלמניו ער זאל פארלערנען די גמרא אין תלמוד ירושלמי, אבער דער ברך משה  האט גארנישט רעאגירט אויף זיינע ווערטער, נאר ווען כ''ק רבינו שליט''א האט זיך אנגערופען הויך בפני כל עם ועדה, - שלעפענדיג איהם ביים ארבעל- אז "ירושלמי באלאנגט פאר מיין ברודער" האט זיך דער ברך משה  שטארק צושמייכעלט און מיטגעשטימט אז ער זאל פארלערנען די גמרא תלמוד ירושלמי.)

 

ווייל ער האט זיך אומעטום אריינגעשטעלט ???? לייגט זיך דען  אפען שכל אז רבינו שליט''א האט זיך די אלע כיבודים אליינס מכבד געווען? ווען דער ברך משה איז נאך געווען געהעריג אקטיוו???

 

עס האט געוויסט יעדער רב און רבי און אלע פירער פון מוסדות און קהילות סיי ווי, אז ר' אהרן גייט עווענטועל זיין דער איינציגער רבי אין סאטמאר.

נישט צוליב די אויבן דערמאנטע???

ר' אהרן האט געוואוסט מער פון אלע אז זיין טאטע איז נישט מער בכח צו פירען און אז זיין טאטע איז קראנק אויף יענע מעשה אויכעט און ער האט גענומען דעם פולען ענווענדעדש פון דעם.

ער האט אנגעהויבען צו וועבען זיינע פלענער דורך זיך ארומנעמען מיט פארשידענע מענטשען וואס פארשטייען וואס זיי האבן צו טון אנדעם וואס ער זאל מוזן רעדען בבתך רחל הקטנה. זיי האבן אלע געוויסט וואס דער ציהל דארף זיין און וואס מען האט צו טון.

זיי האבען אויפגעשטעעלט דעם שבת אחים, וואס זאל פאר א שוי פענצטער דינען ווי א הייליגע זאך, וואס זאל צוזעמען ברענגען יונגעלייט, און די יונגעלייט זאלען זיך העלפען איינער דעם אנדערען, אא"וו.

דער רעיון פון איחוד התלמידים-שבת אחים איז נולד געווארן, בשנת תשנ''ו, וועט סאטמאר האט ענדליך אנגעהויבן אפצואטעמען נאך די 20 יאר פון שלאכטען און בלוט וואס אונזער באליבטער בן פראדעל! האט איז כסדר פארזארגט, ווען מען האט זיך דערזען אז אינגעלייט פאלן אוועק, ס'פעלט אויס א התחזקות אין שיעורי תורה, ס'פעלט אויס א התחזקות אין איש את רעהו יעזורו, יענעם חוהמ"ס תשנ"ו איז געלייגט געווארן דער גרונדשטיין פארן איחוד התלמידים, ווען הגה"צ רב דקהלתינו בווילאמסבורג שליט"א האט געהאלטן א צווי שעה'דיגע יסודות'דיגע דרשה פאר אלע אינגעלייט אין ביהמ''ד אבריכים זופניק,

דער יסוד לייגט זיך נישט מער אויפן שכל?

 

דעמאלטס צייט האט ר' אהרן אנגעהויבן ארומפארען פאר שליחותער פון זיין טאטען איבער אלע סאטמארע מוסדות און בתי מדרשים, איבער דער וועלט, און אויך בערך דעמאלטס האט ער אויפגענומען זיין זון ר' מענדעל אין אנטווערפען, און עס האט געהייסען אז זיין טאטע דער ברך משה האט דאס געוואלט. צו עס איז אמת צו נישט קען מען דעבאטירען פון היינט ביז מארגען.

אבער די ריכטיגע ציהלן פון די אלע פריער דערמאנטע אקטיוויטעטען האבן נאר געוויסט די אויבערשטע פון שטייסעל, און מן הסתם  אויך משה דער גבאי.

דעמאלטס צייט איז אויך דער סיגוטער רב (היינטיגער סאמארער רבי החונה בוויליאמסבורג) אויפגענומען געווארען אלס רב ור"מ אין ירושלים אויפן פלאץ פון ירושלימער רב זצ"ל.

עטליכע פראגען בנוגע די אויפנאמע,

ווער האט אים אויפגענימען פאר רב און ירושלים?

ווען האט דער רבי דער ברך משה די ערשטע מאל דערמאנט, אז ר' זלמינו איז רב און ירושלים?

וואו אזוי האט ער עס דערמאנט? מיט א צעטיל צו אן א צעטיל?

פאר וואס האט מ''י ווערטהיימער נישט געוואלט געבן דעם צעטיל פאר ר' יצחק ראזענבערג? ר'' יצחק איז גרייט געווען צו באצאהעלען דעם צעטיל $?500

פאר וואס האט אויסגעפעלט אריבער צו שיקען צום ברך משה א בריוו פון ירושלים עה''ק אנטערגעשריבען נישט נאר פון די קהל'ס לייט, שיינע יודען, כנהוג, נאר פון אלע אנ''ש וואס וואוינען און ורושלים עה''ק, צו וואס האט דאס אויסגעפעלט? בעסער געפרעגט פאר וואס און וומ''ס האט מען נישט צו זאם גענימען חתימות פון אנ''ש ווען מען האט הער געליפערט ר' זלמיניו פונעם ווייטען מזרח?

האט דער רבי דער ברך משה זי''ע צוגעזאגט פאר זיין טאכטער, חי' ע''ה פאר זו איז א וועק פון דער וועלט, אז הרה''ג ר' חיים צבי מייזליש שליט''א גייט ווערן רב און ירושלים?

האט כ''ק רבינו שליט''א געוואלט אויסריפען ביי די לויה פון רמ''א ז''ל איבערען אויפנאמע פון ר' חיים הערש? 

וואס האט אים בן פראדעל דאן געזאגט? פאר וואס איז נישט דער צייט דערפאר?

פארוואס טאקע איז ר' חיים צבי נישט געווארען רב און ירושלים? ער האט דאך דארט געוואוינט? און ר' זלמיניו האט דאך געקענט דאן ווערן זאב''ד און וומ''ס?

א זא היסטאריקער וואו פעלשער פארמעגליך וואלט געדארפט ענפערען קענען ענפערן אויף די דאזיגע פראגען!

 

איך בין צו יונג צו געדענקען יענע צייט אבער אלץ ווייסער וויסן צו דערציילען אז משה דער גבאי און ר' אהרן האבן געארבעט דעמאלטס אינאיינעם מיט א 'קנוניא' (כלשון עמרם כהן, עיין טעיפ סיון תשנ"ט) אז דורך שיקען דעם סיגוטער רב קיין ארץ ישראל וועט ר' אהרן אין חו"ל זיין דער איינציגער מ"מ און פולער פירער.

זיי ביידע האבן געוויסט בעסער פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז גארנישט קיין שיפעלע זיבעלע, זיי האבן בעסער געוויסט פון יעדען אז דער סיגוטער רב איז פיל קליגער פון ר' אהרן און זיי האבן ביידע געוויסט אז ער איז א בעסערער לערנער אויך. עס האבן דאס אלע געוויסט אז אין די צעירים איז ער געווען פיל א בעסערער און טיפערער מגיד שיעור ווי זיין עלטערער ברידער אין ק"י.

פארוואס איז ר' זלמניו נישט געווארען קיין חבר הבד''ץ?

פארוואס האט מען נישט געריפען ר' זלמניו קיין לייקוואד האלטען די צענטראלע דרשה ביי די יארצייט פון ר' אהרן קאטלער זי''ע?

פארוואס האט ר' הירצקא צוויבעל געמיזט לערנען מיט ר' זלמניו די שבה''ג און ש''ת דרשה?

פארוואס איז ר' זלמניו קיין מאל נישט געזעצען און בית הוראה פון התאחדות הרבנים?

וואס איז געווען די כאפ פון די שקל שלום תורה?

פארוואס האט ער געבעטן א סידור ביי א תנאים נאך צוקיקען דעם פסוק המגיד מראשית אחרית? און דער נאך איין גענימען א טאטאלע שטילקייט?

פארוואס זעט מען נישט די עמקות און זיין ספר שפתי צדק?

פארוואס זענען אלע זיינע תלמידים פון ציעורים חסידים פון כ''ק רבינו שלי''א און נישט פון זייער טיפזינעגער מג''ש?

 

זיי האבן ביידע אויף געוויסט אז דער אחיו הצעיר האט א ריינעם און קלונען רעקארד און ער האט נישט קיין גארבעדש אויף זיך, ער האט נישט פארשעמט קיינעם אין זיין לעבען און אוודאי אוודאי נישט, קיין רבנים און גדולי הדור.

האט ער נישט פארשעמט זיין אייגענע טאטע?

וואס האט זיך דער ברך משה זי''ע אויסגעדריקט פון ר' זלמניו'ס טאכטער איז זיך נישט געקימען בענטשען און דער טאג פון די חתונה?

האט ער נישט פארשעהמט זיין טאטע ביים אריין גיין און עקבי הצאן 2 טעג נאך דעם וואס זיין טאטע האט עס גאסרעט? און נאך 3 מאל נאך דעם?

האט ער נישט געבארגט קאסעטעס פון ר' שימילע ז''י אויף אלע זאליס פון ה.וו און ער קיינמאל נישט צוריקגעגעבן?

אגב נאך דעם וואס ער איז שוין געווארען זאב''ד, האט ער נאך אלס געהאלטען זיין סטאטוס

'' אז דער אחיו הצעיר האט א ריינעם און קלונען רעקארד און ער האט נישט קיין גארבעדש אויף זיך, ער האט נישט פארשעמט קיינעם אין זיין לעבען און אוודאי אוודאי נישט, קיין רבנים און גדולי הדור.''????

 

דערפאר האבען זיי צווישען זיך באשלאסען אז דעם קליינעם ברידער דארף מען טראגען ווי ווייטער מען קען, נאר דא זאל ער נישט בלייבען. זיי וואלטן אים דעמאלטס געטראגן קיין אסטראליע, ווען סאטמאר

איין מינוט!!!! נישט דער ברך האט אים געשיקט? צוליב די ארטיגע קהלה האט  משוגענע פארלאנגט ???

און ר' אהרן האט זיך צוגעשטעלט און פארשטאנען אז עס איז זיין טובה. דער פלאן האט דעמאלטס געלויטעט אז דער סיגוטער רב וועט זיין דער רב איבער סאטמאר אין גאנץ ארץ ישראל און איבער מוסדות יטב לב וועלעכעס האט דאן געהאט אונטער זיך בני ברק אויכעט.

ר' אהרן איז דעמאלטס ווייניג אנגעגאנגען וואס וועט ר' חיים הערש מייזליש טון. דער ר' חיים הערש האט זיך גערישט אז ער וועט זיין דער רב אין ירושלים ווייל ווי נישט ווי איז ער דער איינציגסטער פון רבינס קינדער און אייניקלעך וואס וואוינען דארט און ער האט דארט געהאט גאנץ א גוטען נאמען און דערפאר איז נישט מער ווי יושר אז ער זאל זיין דער נייער רב.

האט כ''ק רבינו שליט''א געוואלט אויסריפען ביי די לויה פון רמ''א ז''ל איבערען אויפנאמע פון ר' חיים הערש? 

וואס האט אים בן פראדעל דאן געזאגט? פאר וואס איז נישט דער צייט דערפאר?

פארוואס איז ר' חיים הערש אזא חסיד פון זיי עלטער פעטער כ''ק אדמו''ר שליט''א? ער האט דאך איך אוועק גענימען דאס רבנות און ירושלים??

דער ר' חיים הערש האט שוין אין יענע יארן געפירט א שטיקל אפעזיציע צום ירושלימער רב, דורך די בני ברקער יונגעלייט וועלעכע האבן נישט צופיל שייכות געהאט מיטען רב ז"ל. און ער איז געווען ווי דער אמבאסאדאר צו די היזיגע פאליטיקאנטען וואס האבן געהאט פארשידענע פראבלעמען מיטען רב ז"ל אלץ די בני יואל פאליטיק.

אבער דער ר' חיים הערש איז אזוי לאנג גוט געווען ביז די פאליטיק האט געשפילט אויף דעמאלטס. אין די רגע וואס די היזיגע פאליטישע פירער האבען אפגעמאכט אז דער סיגוטער רב דארף אהין פארען, ווייל פארן צוקונפט פון ר' אהרן איז דאס די בעסטע, האבען משה מיט ר' אהרן אים געלאזט הענגען אויף א צוקער שטריק. ער האט גארנישט געקענט טון, ווייל ווי געזאגט, איז ער געווען נישט אזוי באליבט ביי די ירושלימער סאטמארע חסידים, ווייל ער האט אנגעפירט די מחלוקות פון דא, קיין דארט, און די אנ"ש אין ירושלים וואס זענען אלע געווען ברענעדיגע חסידים פון רב זצ"ל, האבן אים נישט געגליכן.

ער ר' חיים הערש??

 

ווער  האט נישט געלאזט הרה''ק ר' משה אריה זי''ע  פירן קיין הקפות אין נייעם בית המדרש אין קרית ויואל משה. אפילו דער געדרענג איז געווען געפערליך. ער האט נאר געמעגט פראווען אינעם קליינעם בית המדרש אויף רחוב יואל, אפילו ער איז געווען דער ירושלימער רב בכבודו ובעצמו האט ער זיך גארנישט גערעכנט דערמיט. ???

 

ווער האט אינעם הייליגן טאג פון ערב יום כיפור אליין אנגעקאלט דעם הייליגן ירושלימער רב זי"ע, און אים געלאזט באפעלן אז ער טאר נישט אריינלאזן זיין שוואגער מענדל טארים אין סאטמאר בית המדרש! ער האט קלאר געזאגט אז ער איז טאקע רב אויף גאנץ ירושלים, אבער אין סאטמאר איז ער דער באלעבאס!... דא האט ער אויך אריינגעמישט רבינו דער ברך משה זי''ע  אין זיין קריגעריי, וואס האט דערפירט אז די ליבשאפט צווישן די צוויי גרויסע צדיקים איז ליידער קאלט געווארען.?????

ווער האט גורם געווען אז הגה"ק הרמ"א פריינד זי"ע האט זיך אויסגעדריקט מיט ווייטאג אז אינדערהיים אין הוניאד האט מען יוה"ק מצרף געווען אפילו די נעלאגען און ממש פרייע מען האט געזאגט דעם "מתירין להתפלל עם העבריינים", אבער דא שלאגט מען זיך וועגן פאליטיק און מען מאכט אזא העצע, מיט פירוד לבבות עד אין שיעור, רח"ל.??????????

ווער האט אינמיטן ברען פון זיין שמוץ פאליטיק קעגן "כולל יטב לב", האט ער מפרסם געווען אין די רעליגיעזע וואכן מאגאזין "משפחה" אז הגה"ק הרמ"א פריינד זארגט זיך נישט פאר די 80 יונגעלייט פון כולל יטב לב, און לאזט זיי איבער אן ברויט ??????????

ווער האט ווען הגה"ק הרמ"א פריינד האט מייסד געווען "קרית רמ"א" אין בית שמש, מפרסם געווען פאשקעווילען אז דאס שטעטל ווערט געבויט דורך דעם ליובאוויטשער מיליאנער ר' יוסף יצחק גוטניק הי"ו, און אז דער בית המדרש אין קרית רמ"א וועט טראגן דעם נאמען "בית מנחם" אויפ'ן נאמען פון ליובאוויטשער רבי'ן... און עס איז ידוע אז דער ירושלימ'ער רב זצ"ל האט געהאט גרויס צער דערפון.?????????????

ווער האט ווען הגה"ק הרמ"א פריינד איז געפארן בשנתו אחרונה קיין מיאמי זיך אפריען, און אסאך פון זיינע תלמידים וחסידים זענען געפארן אהין להתחמם לאורו הקדוש, ארומגעשיקט פאשקעווילן אויף די פאסט קעגן דעם, און ער האט מבזה געווען הרה"ג ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א אז ער איז געפארן קיין פלארידא מיט זיין בני בית אין זומער אין מיאמי ביטש. אזוי אויך האט געסטראשעט יעדן איינעם אז אויב איינער וועט פארן צום ירושלימ'ער רב שליט"א וועט ער געווארפען ווערן פון זיין פאסטען אין די מוסדות. און ער האט אויך געטשעפעט מיט משפחת הערשקאוויטש, מיט משפחת גאנז, משפחת ווייס און נאך אסאך חשובע אידן און מרביצי תורה וועלכע זענען תלמידים וחסידים פון ירושלימ'ער רב משנים קדמוניות און האבן זיך געהאלטן אדוק ומקושר צו דעם צדיק אמת. אין די פאשקעווילן האט ער אויך מלגלג געווען אויף דעם צדיק עליון אז ער איז חלילה מכשיל אידישע קינדער צו פארן אין מיאמי אינמיטן זומער... ???????????

ווער האט אנגעהויבן חוזק צו מאכן פון דעם צדיק הרמ"א פריינד זצוק"ל. אפגעלאכט פון איהם און אים גערופן מיט עקלדיגע עפיטעטן (רינדיגער גראבער רח"ל). האט אלעס מלביש געווען אין "חסידות" און אין "מורא רבך". פאר'ן רבי'ן האט ער געהעצט קעגן הגה"ק הרמ"א פריינד אז ער וויל פירן סאטמאר און אריינעמען די בני יואל, און פאר אונז האט ער איינגערעדט אז ער איז א "שונא" פאר'ן רבי'ן דער ברך משה זי''ע  אזוי האט ער ליידער געמאכט א פירוד בין הדבקים, נאר פאר זיין שמוץ פאליטיק, ופרשת ר' אביגדור יאקאבאוויטש יוכיח.????????

ווער האט גלייך ווען דער הייליגער צדיק איז נסתלק געווארן א נאמען געגעבן דעם סאטמארען כולל "כולל יטב לב יד רמ"א", כדי צו צוברעכן דעם כח פון "מוסדות רמ"א, וואס ירושלימער רב האט מייסד געווען לפני הסתלקותו????????.

ווער האט טראץ דעם וואס דאס בית דין הגדול שבירושלים האט אים געשיקט מער פון 15 בריווען אז ער טוישען דעם נאמען, האט ער אבער באשלאסן אז ער וועט נישט פאלגען וואס דער בית דין וועט הייסן און ער וועט "פיקסן" אביגדור יאקאבאוויטש.??????????

ווער געדענקט נאך ווען עס איז פארגעקומען די מסיבות לטובת מוסדות רמ"א אין קאנקארד פלאזא, האט ''ער'' געצויגן... דער רבי קומט יא... דער רבי קומט נישט... ער האט געוואלט ווייזען אז ער איז סאטמאר און אויב איינער פארטשעפעט זיך מיט אים וועט ער אלעס צושטערן! איינמאל האט ער אפגעהאלטן דעם רבין אפאר שעה און האט געלאזט ווארטען די מענטשן א לאנגע צייט, ווייל אזוי האט געשפילט פאר זיין פאליטיק.???

 

יא ''זיסע'' זכרונות!!!

דאס אלעס האט ווער געטאן? הרה''ג ר' חיים הערש שליט''א ??? אדער דער לאנגער בן פראדעל??????




סאטמאר ירושלים איז מכתיר דעם נייעם רב

און איך מיין אז ווינטער תשנ"ז האט זיך טאקע דער סיגוטער רב באזעצט אין ירושלים. צום סורפרייז פון סאטמאר אין ירושלים האט דער רב זייער מצליח געווען און זיי האבען אים זייער געגליכען.

איר האט שוין א מאל געהערט אז א קהלה זאל פיינט האבן א רב וואס טיט נישט גארנישט?

בעפאר ער איז אנגעקומען האט ער זיך אויסגענומען מיט די היזיגע פאליטיקאנטען אז אלע פאליטיק וואס איז דאן געווען אין ירושלים (אנשיל שווארטץ וואס איז געווען זייער פארפיינטעט ביי אלעמען דארט און אויך האט ער זיך צו ריבען מיט די היזיגע פאליטיקאנטען, און ר' חיים הערש מייזליש) דארף זיין געסעטעלט בעפאר ער פארט. און מען האט זיך צוגעשטעלט.

ווען ער איז אנגעקומען דארט איז אנשיל שווארץ שוין געווען אינדרויסען פון די הנהלה המוסדות און ר' חיים הערש מייזליש האט זיך באזעצט אין בני ברק און איבער גענומען די ראש ישיבה אמט פון ר' מענדעל דאווידאוויטש וואס האט געהאט דעם אמט פאר 35 יאר, און מען האט ארויסגעשטעלט נאר דערפאר ווייל ר' חיים הערשען דארף מען עפעס א טיטול געבען. דאס הייסט לכאורה א ריכטיגער מתכבד בקלון חבירו.

 

ווייסט איינער די הכנסה וואס אנ"ש מכל קצוי תבל האבן אריינגעברענגט לטובת קרית ויואל משה??

די קאסט פון די פראפערטי???

די קאסט פון דאס בויען די בנינים (קאנסטראקשען)???

די דירות וואס מ'האט פארקויפט פריוואט (אונטערן טיש), און וואו יענע געלטער זענען געגאנגען???

די קאסט פון בויען דעם ביהמ"ד אין קרית ויואל משה.????

פארוואס האט מען נישט געלייגט קיין איין נאמען פון קיין נדבן אין די גאנצע שכונה????

אויף וועמענס נאמען איז די קריה היינט צו טאג???.

ווייסט איינער אז אחד היה ר' אנשיל שווארץ וואס האט זיך געוואגט און האט אויסגעזאגט דעם סוד אז קעסטענבוים האט גע'גנב'ט מיליאנען און מיט דעם באצאלט דעם בית המדרש אין קרית ויואל משה. ר' אנשיל שווארץ האט אויך פארציילט די פאקטן מיט די "קטמון" בילדינג. וועגן דעם איז ר' אנשיל שווארץ אפגעזאגט געווארן פון זיין דינסט. וועגן דעם האט מען גע'רודפ'ט זיין גרויסן טאטן הגאון החסיד ר' ליפא שווארץ ז"ל. ???????????

ווייסט איינער פארוואס  ר' זלמניו האט געפירט א מלחמה מיט ר' אנשיל'ן. ר' זלמן לייב האט געזאגט אז ער פארט נישט קיין ירושלים אויב ר' אנשיל בלייבט אויף זיין פאסטען???

יעצט ווייסט איר שוין וואו פארפיינט ר' אנשיל איז געווען ביי ''אנ''ש''?

דאס זענען קשיות און פאקטען וואס הער פעלשער פארמעגליך וויל נישט מיר זאלען זין און וויסען, איך וועל ווייטער ממשיך זיין שפעטער, נאר מיט קשיות, די תיריצים אויף די אלע קשיות וועלן נאך קימען און א בזינדער אשכול וואס איך גלייב אז דער מנהל/שני וועט בקרוב טרעפען א סיבה עס צו פארמאכען!!!!



תוקן על ידי פארשטיי ב- 28/07/2009 17:01:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 16:58 לינק ישיר 

קען איינער נאכברענגען שטיקלעך אדער די גאנצע דרשה וואס איז געהאלטן געווארן דורך ר' אהרן יענעם מוצש"ק אין ראוז קעסטעל ? לויט פארמעגליך דארף דאס זיין אינטערעסאנט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 19:58 לינק ישיר 

זייטס נישט ברוגז לשיטתי באלאנגט עס דא


[quote]ערהאלטן פון בלעקבערי

לאמיך נאר דערציילען א קורצען סיפור איבער בן פראדל וכת דילה ווי אזוי זיי האבן מבזה געווען דער רבי'ן דער ברך משה

תשמ"ג איז בן פראדל געפארן אויף ארץ ישראל ס'האט געזאלט הייסן אלץ א שליחות פינעם ברך משה ואתו עמו איז מיט געפארן דער אזיאנער לייזער קעסנטבוים
מען איז איינגעשטאנען אין א טייערע האטעל געפרעסן אין גע'ששק'עט אין רעסטראטנטען
מען איז ארים געלאפן צי יד ושם מויזאום נוסח בן פראדל וקעסנטבוים.

אין ארץ ישראל האט דעמאלס געוואינט א יוד ר' אברהם ראטה ז"ל וואס האט אלעס ציגעקוקט
האט ער א זאג געטאן
אז ווער 6 יאר צוריק איז אויך דא געווען א מושלחת פינעם רבי'ן דער דברי יואל זי"ע
ר' יוסל אשכנזי מיט הרה"ג ר' נתן יוסף ז"ל
מען איז איינגעשטענען ביי הרב החסיד ר' ליפא שווארץ ז"ל
פרייטאג צינאכטס האט מען געדאוונעט ביי ירושלימער רב רב ווייס ז"ל
שבת אינדעפרי ביי הרהג"צ ר' משה ארי פריינד זי"ע
שלש סעודות אין תולדות אהרן
מלווה מלכה אין דושינסקי
מעען איז ארום געגאנגען צי אלע ערליכע תלמוד תורות אין נאמען פינעם רבי'ן אין אלע קינדער זענען געשטאנען מיט ווייסע העמדער מיט פענער
זיי האבן געברנגט כבוד פאר סאטמאר איבראל

זאגט אבער היינט, שיקט אפאר לאו לייפס נידערגע מענטשן וואס ברענגן בזיונות פאר סאטמאר.

[/quote]

בקיצור וויל בלעקבערי פארשעמען די ברך משה אין ווייזן וואס די חילוק צווישן אים אינעם פעטער רביה"ק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 20:44 לינק ישיר 

איך מיין אז דער אשכול מיט די אנדערע אשכולות זאלען זיין שטיל ביז נאך תשעה באב




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 22:06 לינק ישיר 

דע קליגע ארוני (אויב סאיז דא) מנהג העולם (בדרך אגב זעט מען פין דע נאמען וואס זייער ציל איז) איך וויל דיך נאר פרעגען ווען איך האב געהאלטן אין תש"מ פינקט ווי די האלטס יעצט אז דער משה פרי"מ איז א שייגעץ ביסטו מיט דיין גאנצע חברה געשטאנען גרייט מיך צי הארגענן מיין בלוט אין מיינע קינדער זענען געווען הפקר פינקט ווי ביי די נאצים ימ"ש וואס איז יעצט געשען הא ס'גייט נישט ווי אזוי די וואלסט ווען געוואלט האסטו געטוישט מיינינג אין יעדער דארף דיך נאכטאנצען איך וואלט דיר געזאגט אז די האסט געזען אז תש"מ האסטו געמאכט א טעות אין וועגען דעם וויי געטיען אידען זאלסטו יעצט איינזיצען אין שווייגען די זעסט דאך אז די קענסט מאכן א טעות אין צווייטענס איך זע אז נאך 30 יאר האסטו געכאפט דעס וואס איך האב שוין דעמאלטץ געוויסט האף איך אז די צווייטע זאך דעס אז דער געוועזענער רב פין קרית יואל איז א שרעקליכע קליפה וועט נישט דארן נאך 30 יאר ביז דיין קלאץ קאפ וועט עס כאפן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 22:37 לינק ישיר 

דאס איז וואס ווערץ שרייבט און אנדערען פורום:

האסט אביסעל ארויסגעברענגט די זאך, איך האלט אז ס'איז דא מער מרחיב צו זיין אין דעם ענין נאר די סיבה פארוואס איך און אנדערע טוען עס נישט איז פשוט ווייל ס'גייט אונז גאנץ ווייניג אדער גארנישט אן וואס דער זאלי טוט, טראכט אדער זאגט.

אבער די פאראגראף האב איך הנאה געהאט.

אפי' נארמאלע זאכן וואס סאטמאר רבי טוט, קען זייערע קאפ נישט טראכטן גראד, אלס קומען זיי מיט אומדערהערטע סברות, אז ר' אהרן מיינט לעולם נאר צו טשעפען ער מיינט נאר צו האקן אויפן רבי'ן ז"ל וכו וכו, למשל, ר' אהרן דרשנ'ט דרשות? דאס איז אלעס פאלשע פשט'לעך וואס יעדער ליידיג גייער קען דאס זאגן; אדער דאס איז הירצקא צוויבל'ס; ער וויינט הושענא רבא? ער טוט עס פאר אטענשן; ער וויינט ביי זיין אייגן  טאטענס לוי'? ס'פאלש לעולם פרייט ער זיך אז זיין טאטע איז געשטארבן; ער הייסט לערנען גמרא און קובע שיעורים זיין? ער וויל זיין ספלעשי; ער מאכט חתונה תקנות? ס'נאר להגדיל הפארטיי, (כפי לשונו פון בלומענפעלד לרפו"ש) אריזאנע ווייץ?  ער וויל באמת אידן זאלן עסן חמץ בפסח; ער זאגט דברי קנאות? ער האט גאר פיינט דעם רבין ז"ל; שחיטה? דאס נאר צו מחזק זיין די חסידים; ער קראצט זיך די נאז? ווייל ער איז א ציוני; ער גענעצט? ווייל ער איז א בריוני ....וכו וכו...


ס'איז דאך אזוי אמת אז ס'איז א שרעק,
און די בעסטע איז נאך אז ווען ער וויינט ביי זיין אייגענע טאטעס לוי' מאכט ער זיך.... היש לנו גרעסער טפשות פון דעים??? איך דארף נאך אויף דעים ענטפערען??? איז דען דא אפילו אויף דעים וואס צו ענטפערען???


(ביטע נישט לייגן אזעלעכע לינקס)



תוקן על ידי שסופסקים ב- 28/07/2009 22:44:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 23:01 לינק ישיר 

דאס וויינען וואלט אפשר אויסגעקוקט ארגינעל ווען נישט די מאסיווע שארט סטאפ וואס ער האט באוויזן צו מאכן אינדערמיט...................................................................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2009 23:50 לינק ישיר 

יחזקאלע

YOU CAN'T MAKE THESE PPL SEE STRAIGHT, EVEN THE DAY HE WILL AUTORIZE LIGHTING LIGHTS ON SHABOSS, IT WILL ALSO BE OKAY WITH THEM, THEY WILL EXPLAIN IT AND 10 TIREETZIMֱ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2009 05:55 לינק ישיר 

א סעמפעל וואס מיינט כאפן

http://www.yousendit.com/download/Y1RyTGsrK3g1bmlGa1E9PQ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות: די סאטמאר חלוקה, היסטאריע.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 53 54 55 ... 64 65 66 לדף הבא סך הכל 66 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.