די אינוואזיע אויף ירושלים הייבט זיך אן
ר' אהרן האט זיך אין דער ענדע געבראכען. ער האט אנגענומען די בקשות פון בני ברק אז זיי ווילען נאר אים האבן אלץ רב, און משה מיטען ירושלימער רב וועלען אים אין דער ענדע באגראבען.
און מתתיהו דייטש האט אים אויפגעקלערט אז עס איז צייט אנצוהייבען זיך בויען. מען קען נישט ווארטען אויף מיתת אביו, מען מוז אנהייבען שוין ווערען אומאפיציעל רבי איבער גאנץ סאטמאר.
זיי האבען אים דערפאלגרייך אויפגעקלערט אז עז איז צייט אנהייבען מאכען שבת פאר זיך, ער דארף זיך ארומנעמען מיט נייע מעטשען אוןאפלאזען זיין טאטענס נאנטע, ווייל זיי וועלען אים נישט לאזען אלעס טון. זיי וועלען פאר זיכער נישט צו לאזען אז ר' אהרן זאל שוין ווערען דער מ"מ.
און בני ברק האט באקומען די גוטסהייסונג פון קרית יואל אז ער שטייט זיי צו דער האנט און ער וועט זיי ח"ו נישט לאזען פאלען.
און אזוי האט ער אנגעהויבען אריינצוקומען אויף שבתים קיין וויליאמסבורג צו מאכען התוועדותן ווייל זיין טאטע זיצט אין פלארידע און די יונגעלייט ברויכען א דבר חיזוק ווי קאלט וואסער פאר א מידען און אויף קיין בארא פארק ווייל די דארטיגע יונגעלייט זענען שוין אויך פארחלשט פאר די דברי חיזוק.
און אונטער די קוליסען האט אנגעהויבן אויסשיסען א ברענדיגער פאליטיק צווישען אים אין משה.
משה האט אלעס געזען. און איך וועל אייך נישט דערציילען אז משה גבאי האט געמיינט דעם אייבערשטען צו די קהילה. איך בין נישט געשטעלט געווארען צו פארענטפערען משהן. אבער די פאקטען זענען אז משה האט געזען א קלארען פארלעצונג פון די אפמאכען און פון די הנהגת פון א עלטערען רבין צו א זון וועלעכער איז שרעקליך אמביציעס שוין איבערצונעמען די מלוכה.
משה האט פארשטייט זיך, נישט צוזם געלייגט זיינע הענט. ער האט אנגעהויבען א אומאפיציעלען קריג מיט ר' אהרן וואס יעדער האט דאס געזען, און דער איד האט כסדר אראפ געברענגט דרשות פון ירושלימער רב, אבער דער ציבור האט אפילו אין די מחשבות נישט געוואלט טראכטען דערפון. עס איז געווען א בחינה פון איך זע גארנישט און איך הער גארנישט.
ווינטער תשנ"ט האט זיך דער פייער פיל פארגערעסערט און האט עווענטועל צוגעפירט אז דער ירושלימער רב איז געקומען קיין וויליאמסבורג ווערען דער רב פון סאטמאר.
דער פעלשער פארמעגליך לייגט אריין א געוואלדיגע ארבייט, צו מאכען פארגעסען א סאך אמתע היסטארישע פאקעט וואס עס האט זיך אפגעשפילט בשנת נ''ו – נ''ט, די סיבה וועט איר פארשטיין מיט די פאלגענדא פראגען:
1. און די יארען נ''ו – נ''ט, וואופול צייט א יאר איז רבינו הברך משה זי''ע געווען און וומ''ס?
2. פארוואס איז רבינו שליט''א אריין געקימען איין מאל א וואך, און געזיצען מיט די די הנהלה, און די אפיסעסס פון 82 ? צו פארכאפען די מאכט? אדער צו צו צוהעלפן פאר די הנהלה?
3. פאר וואס איז רבינו שליט''א געקימען צו פארען צו די אסיפת עסקנים און זאל פון בית רחל בעפאר כ''א כסלו, בשנת תשנ''ד – תשנ''ט, מעורר צו זיין די יונגעלייט מען זאל טאן פאר די ישיבה?
4. אויב עס איז אמת די געמויזעכס פון פעלשער פארמעגליך, פאר האט אזא שטאטס מאן וואו ר' לייביש לעפקאוויטש ז''ל, ארויסגברענגט ביי זיינע דרשות, ביים דינער, וואו אנגעוויזען די הנהלה איז אויף די הילף פון כ''ק רבינו שליט''א? האט ער דען נישט פארשטאנען אזוי בן פראדעל, קעסטנבוים, פעלשער פארמעגליך, אז דאס איז נאר צו פארכאפען די מאכט?
5. פארוואס האט די הנהלה רוחניות געבעטן פון רבינו שליט''א צו האלטען די דרשה בימי השובבי''ם פאר אלע בחורים בשנת תשנ''ו? (בשעת דער טיפזינעגער ר''י ר' זלמניו איז געווען און קאמענד)
6. פארוואס האט די הנהלה רוחני געבעטן אז רבינו שליט''א זאל זאגן א דרשה פאר אלע בחורי חמד של מוסדותינו הק' בוומ''ס פאר מען איז געפארען און קעמפ בשנת תשנ''ז? אזוי אויך מש''ק פרשת ראה – ר''ח אלול און נאך און נאך! האט זיי דען נישט פארשטאנען אזוי בן פראדעל, קעסטנבוים, פעלשער פארמעגליך, אז רבינו שליט''א זיכט צו פארכאפען די מאכט?
7. און אויך געדענקען מיר אלע, ווען עס איז אוועקגענומען געווארן פון אונז דער באליבטער מנהל המחנות הרה"ח המפורסם ר' יודא הכהן ראזענבערג ז"ל, און עס איז נתמנה געווארן אויף זיין פלאץ זיין זון הגה"ח רבי דוד שליט"א אלס מנהל המחנות (און אויך זענען אריינגעקומען צוויי פרישע חברי הנהלה), איז כ''ק רבינו שליט"א אראפגעפארן אין די פיר קעמפ'ס יענעם זונטאג פ' מטו"מ, און גערעדט צו די בחורים אין די קעמפס דברי מוסר והתחזקות, און מחזק געווען דעם נייעם מנהל מיט די חברי הנהלה. דאס איז אויך געווען צו פארכאפען די מאכט?
8. און ווי אויך אין "חינוך הבנות, וגדרי הצניעות", ווי מיר ווייסן דעם גאר שטארקן אפקלאנג פון די דרשת התעוררות וואס דער כ''ק רבינו שליט"א האט געזאגט יום ג' תצא תשנ"ז פאר אלע לערערינס און מנהלות פון אונזערע מיידל שולעס פון איבער גאנץ ניו יארק. און אויפגעפאדערט בשם רבינו הברך משה זי''ע אז זיי זאלן גיין אנגעטוהן ווי עס ברויך צו זיין לויט די ריכטיגע גדרי הצניעות, און מעורר געווען אויף אלע ענינים וואס פארלאנגט זיך פאר די מחנכות פון אונזערע טעכטער, אזוי ווי מרן רבינו זי"ע האט אונז געלערנט. ווי אויך האט רבינו שליט"א פרובירט אריינצושטעלן א מנהל דא אין וויליאמסבורג אין די "בית רחל" (און די רשעים בן פראדעל און קעסטנבוים, וואס האבן זיך אזוי געזארגט אויף ''פארכאפען מאכט''האבן אים געשטערט אויף טריט און שריט און איהם אוועקגעשיקט פון דא) דאס איז געווען צו פארכאפען מאכט??
9. און אויך ביי די אינגעלייט נאך זייער חתונה ווען רבינו שליט"א האט באוויזן זיי צוזאמענצונעמען און ארגאנאזירן אין די ראמען פון "איחוד התלמידים" - "שבת אחים", אין וויליאמסבורג; קרית יואל; בארא פארק; לאנדאן; אנטווערפען; מאנטשעסטער; בני ברק; ירושלים, און פון צייט צו צייט אויך געפארן אויף שבתים צו די ארטיגע מקומות - בשליחות אביו הגדול רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע און געזאגט עטליכע דרשות אין משך פונעם שבת קודש וועלכע זענען געווען כמים קרים על נפש עיפה און האבן אריינגעבלאזן א רוחניות'דיגע גייסט אין די עצמות היבשות פון די הונדערטער אינגעלייט וועלעכע זענען טרוד על המחיה ועל הכלכלה זיך צו פירען ווייטער מיט אלע פרטים אויף דעם אויסגעטראטענעם הייליגן וועג שהורה לנו רבינו הקוה"ט זי"ע, און די ווערטער האבן געהאט א געוואלדיגן השפעה אויף אלע הינדיכטן ווי: קביעת עתים לתורה, עבודת התפלה, צניעות, התבדלות מרשעים, מידות טובות, וכדו'. יעדער וואס איז אנוועזנד געווען ביי אזא שבת התוועדות וועט אייך מודה זיין אז זאגן אזעלכע דרשות, רעדן דעם סארט חיזוק און מוסר שפראך אינאיינעם, אריינברענגען א דערהויבנקייט אין די שוואכסטע אינגעלייט, דאס איז א סייעתא דשמיא וואס נישט יעדער קען. (און רבינו הברך משה זי''ע האט זיך כמ"פ אויסגעדריקט אויף זיין געוואלדיגן כח ההשפעה מיט לשונות נפלאים ומבהילים). דאס איז אויך געווען צו פאר כאפען מאכט???
10. כ''ק רבינו שליט''א איז שטארק טעטיג געווען צו העלפן פאר קהלתינו בוויליאמסבורג, ווי למשל: די "מקוה טהרה" אין וויליאמסבורג" (און ווען ער האט אנגעהויבן טוהן דערוועגן האט כמעט קיינער פון די חברי הנהלת הקהלה נישט זיך צוגעשטעלט דערצו און אין געוויסע פעלער אויך געשטערט כידוע... און ער האט נישט גערוהט ביז דאס איז דורכגעפירט געווארן, און אויך ווען עס איז אינטערגעקומען שוועריקייטן מצד די הנהלת הישיבה, האט ער בשום אופן נישט איינגערוהט ביז ער האט געזעהן די זאך פערטיג);
11. דער "ביהמ"ד הגדול החדש" אין וויליאמסבורג;
12. דאס אויפשטעלען דעם מוסד "חכמת לב" אין ירושלים עיה"ק; און אויך מיט א יאר צוריק ווען ער האט זיך אריינגעלייגט מיט לייב און לעבן אין די הצלחה פון דעם מוסד "קרן הצלה", און אדאנק זיין אומערמידליכע ארבעט איז צוזאמען געשטעלט געווארן פאנטאסטישע סומעס, און אין קרית יואל אליין איז אריינגעקומען קרוב צו צוויי מיליאן דאללער במשך די אקציע. (און ווי באוואוסט איז איהם דער בי"ד הגדול פון די עדה החרדית שטארק דאנקבאר געווען דערפאר, ווי מיר האבן דאס געזעהן ביי די מסיבת קבלת פנים וואס זיי האבן מסדר געווען לכבודו יום א' משפטים תשנ"ט בלשכת העדה החרדית). דאס אלע איז געווען צו פארכאפען מאכט????
13. און דא איז אין פלאץ אראפצוברענגן גענוי דעם שמועס ווי בן פראדעל האט פארגעלייגט דעם געניאלען הצעה פאר הרה"ח ר' משה שעהר ז''ל פון די חברי הפארשטאנד בקהילתינו הקדושה, שבת הגדול תשנ''ט נאכ'ן דאווענען
בן פראדעל: וואס זאגט איר צו דעם פלאן אז היות דער רבי איז נישט דא 8 חדשים א יאר אז מען זאל אויפנעמען ר' זלמן לייב אלס רב?
ר' משה שעהר: איך וואלט אייך זייער נישט געראטן דערצו, ווייל 95% פונעם ציבור זענען מיט ק"י רב, עס וועט ווערן א פייער, אז דער עולם וועט שפירען אז מען צילט אויף א פגיעה אין אים וועט מען דאס נישט דערלאזן, דער עולם וועט דאס נישט אננעמען..
בן פראדעל: וואס זאגט איר צו דעם פלאן אז היות דער רבי איז נישט דא 8 חדשים א יאר אז מען זאל אויפנעמען ר' זלמן לייב אלס רב?