און דאס איז געווען די התחלת גסיסה פון ר' אהרנס מלוכה.
די התאחדות האט געטענהט אז ר' אהרן האט בפירוש צוגעשטימט צו גיין צום מאנטעווידעער רב און נאכדעם האבען זיינע נאנטסע מענטשען פארברענט משהס פארמעגען ווייל ר' אהרן איז געווען אנגעווייטיגט.
משה האט פארלאנגט אז ר' אהרן זאל דאס פארדאמען און ארויסשטעלען אלימלך דייטש פון זיין הויז. ער האט דעם מעסעדש געשיקט מיט שמואל הכהן פרידמאן וואס איז געווען א איינגעשטעלטער ביים ברך משה אין שטוב און איז געווען דער איינציגער דארט נאנט צו ר' אהרן.
איך ווייס נישט וואס ר' אהרן האט געענטפערט אבער מען האט משה נישט נאכגעגעבען. ר' אהרן האט עס נישט פארדאמט און אלימלך דייטש איז געבליבען ביי אים אין הויז.
אפשר איז דאס נאך א סיבה פארוואס בן פראדעל איז אזוי ברויגעז אויף רבינו שליט''א? ווייל רבינו שליט''א האט נישט געהאלטען ביים נאכגעבן יעדע משוגענע קאפריז זיינעם?
אלזא די פאקטן זענען קלאר, ר' אהרן האט מסכים געווען צו לייגן די חתימה פון מאטעווידעער רב אבער זיינע פאלאיטיקאנטען האבען געמאכט א שטיקעל און נאכדעם פארברענט דער איד.
סוף חודש אדר
איידער איך קום אן צו יענעם פסח זאל קלאר ווערען די פאקטען. ר' אהרן האט אלעס געטון אין דער וועלט אז ער זאל זיין דער אוישליסליכער רבי ווען די צייט וועט זיין רייף. משה האט פון אנפאנג זיכער נישט געזיכט אים צו באגראבען, זיי זענען געווען בדעה אחת, זי זענען געווען איין טיעם און האבען אלעס געארבעט אינאיינעם ביז ער האט באשלאסען שוין איצט אלעס איבערנעמען.
איין וויכטיגע זאך האב איך באקומען אין אישית אז דעמאלטס איז פארגעקומען. דער פראטעסט האט געהאט א ספעציעלען באדייט, ווייל די התאחדות הרבנים האט געוואלט ווייזען אז די קנאים קענען זיך פארגלייכען אויף איין זאך און דאס איז ביי מאסען פראטעסטען.
יענע צייטען האט די אגודה געמאכט די גרויסע ראליס און זיי האבען צוזם געברענגט שווערע טויזענטער, האט די התאחדות הרבנים באשלאסען צו קענען צאמברענגען ווי מער מענשטען און די חילוקי דיעות ביי חסידות ענינים זאל נישט אפעקטירען די קנאות פון אונזערע קרייזען.
אבער דערווייל האט די געפערליכע זינד פון די חתימה פון מאנטעווידעער רב אויפגעברויזט דעם ר' אהרן און ער האט נישט געקוקט אויף גארנישט, און עס איז אים נישט אנגעגאנגען קנאות.
פסח תשנ"ט
יענער פסח איז אפגעצייכענט אין איין טייל פון סאטמאר אלץ תשעה באב און ביי די אנדערע טייל אז דער יום הצלה והשיחרור. מיר וועלען דא נישט שרייבען די געפילען פון די צוויי זייטען נאר בלויז וואס עס האט זיך אפגעשפילט און וואס אלס האט יענער פסח צוגעברענגט, ביז צו אונזער הויפט קעפעל אז שמואל ווידער איז ל"ע יצא מדעתו.
יענע צייט, שוין א חודש נאכען פראטעסט איז שוין געווען דער פייער צווישען ר' אהרן מיט זיינע מענטשן און משה מיט זיינע מענטשן, מער ווייניגער אויף א פולען פארנעם.
אלע ארבעטער אין דער איד זענען שוין געווען אפענע שונאים פאר ר' אהרן, אבער רעדען אפען אויף ר' אהרן אין ביהמ"ד איז נישט געווען. ר' אהרן מיט משה ווען זיי האבען זיך געטראפען שוין אפילו נאכען פראטעסט האבען זיך געגעבען די הענט אבער עס איז שוין געווען א מלחמה וואס ווארט אויפן ערשטען שאס.
ר' אהרן האט באמת געציטערט פון משה און ער האט געוויסט אז משה וועט אים נישט פארשווייגען אויף קיין איין זאך, אבער נאכצוגעבען, צוריק צו ציען, פארדאמען, דאס איז נישט אין זיין טבע. ער קען דאס נישט און ער וועט דאס קיינמאל נישט קענען.
ווען ער האט ביי קאשוי יא אפיציעל איבערגעבעטען איז דאס געווען אויף אזא וועג וואס נאר בלינדע חסידים קענען דאס אנרופען איבערגעבעטען. עס איז געווען א דרשה מלא גאווה ועזות מיט א עגא גרעסער ווי די שטאט קאליפארניע... ער האט נישט דעם דעת צו מאכען א טריט אויף צוריק.
פארוואס האט בן פראדעל נישט געלאזט אריין לייגען און זיין צייטונג דער יוד די מכתב פיוס וואס רבינו שליט''א האט געשריבען פאר קאשו רב ז''ל? מען האט עס געמיזט אריין לייגען בלויז און אז נדברו? האט דען בן פראדעל נישט געארבייט אויף א סטראטעגיע פון שלום? וואלט אזא בריוו נישט געהאלפען צו די מעכטיגע שלום פלענער פון בן פראדעל?
אויף ענגליש איז דא א באלערענד ווערטל:
Loose the battle win the war
עס לוינט זיך צו מאכען א טריט אויף צוריק און פארלירען די עגא ווי איידער די מלחמה.
ביי ר' אהרן איז אבער נישט פארהאן אזא זאך ווי באלערענד, ביי אים איז נישט פארהאן אזא זאך ווי היסטאריע, און דערפאר האט ער אין דער ענדע פארלוירען די קריג.
איך האב נישט געזאגט אז ער איז געבליבן אויסגעשפילט און ער האט נישט קיין מענטשן. ניין, בכלל נישט דאס. אבער די קריג האט ער קלאר פארשפילט און איך וועל אין די שפעטערע פאראגראפען ראויסברענגען די פאקטען
איצט איז פסח ביינאכט. אין ניו יארק האט נאך קיינער נישט געחלומט אז דער ירושלימער רב גייט ווערען אויפגענומען אלס רב אין סאטמאר-וויליאמסבורג. עס קען זיין אז משה דער גבאי האט יא געוויסט אבער ער לייקענט עס. ער זאגט פאר סיי ווער עס פרעגט אים אז ער האט נישט געהאט קיין חלום דערפון ביז ווען דער רבי דער ברך משה האט עס ארויפגעברענגט חוה"מ.
איר הערט ווערטער? פעלשער פארמעגליך פארשעהמט פשוט די אינטעליגענץ פון די ביליאנען ליינער! ל''ע!
איז דען נישט די גאנצע צוויי און האלב יעריגע רבנות און ירושלים עה''ק, געווען פשוט א בריק פון ירושלים קיין וומ''ס?
לאמיר אביסעל א בליק טון אויף די אמתע פאקטען, וואס האבן זיך דאן אפגעשפילט, וואס פעלשער פארמעגליך פראבירט מיט זיין פיש'גען כיטרישקייט צו באהאלטען פון די ליינער!
לאמיר א קיק טאן!
צום ערשט האט בן פראדעל באמערקט אז רבינו שליט''א גריבעלט צופיל אין די פראבלעמען פון 82 לי עוועניו, וואס איז דאך "זיין פראפערטי". בן פראדעל מיט קעטנבוים
האבן געזען אין דעם א מרידה און א התגרות באומות... זיי האבן געוואוסט אז אויב כ''ק רבינו שליט''א וועט דא האבן א "גרין לייט" צו גיין ווייטער, וועט די גאנצע וועלט אויפגעשוידערט ווערן פון זייערע גניבות און גזילות פון מילי מיליאנען הקדש געלט, און דאס האבן זיי באשלאסן אפצושטעלן פאר יעדן פרייז.
אויסערדעם האבן די צוויי אומערוויילטע פירער געזען אין דעם "עשה טוב" אפאראט אן אפנויג פון זייער ליניע, און מעגליך האבן זיי אויך דערשפירט אז אויב מ'גייט פאזיטיוו זענען זיי אינגאנצן איבריג. אויב מ'גייט פאזיטיוו איז דאך נישט קיין סטראטעגיע אדער פאליטיקס, און אויב איז עס נישט קיין פאליטיק זענען זיי דאך אינדרויסן...
אזוי האט זיך אנגעהויבן אויסקאכן א באוועגונג פון בן פראדעל ענד קאמפאני קעגן כ''ק רבינו שליט''א
ווען רבינו שליט''א איז אריין געקימען צו זיין גרויסען הייליגען טאטען כ''ק רבינו הברך משה זי''ע, האט דער בן פראדעל כיטריש אנגעהויבען טרייבן ליצנות פון אים. צוביסלעך האבן אלע "שטוב מענטשן" אנגעהויבן מרחק זיין כ''ק רבינו שליט''א אויפן דעם דירעקטען באפעל פון בן פראדל.
ווען בן פראדעל מיט זיין אזאיענער שותף האבן געזען אז די זאכן ארבעטען נישט און ברענגען נישט די געוואונטשענע רעזולטאטן האט ער אנגעהויבן ארבעטן אונטערצוגראבן כ''ק רבינו שליט''א מיט פאקטישע מעשים, מיט טעראר און מיט געוואלדטאטן. צום אלעם ערשט האט ער פרובירט אפצושטעלן די "איחוד התלמידים" באוועגונג, ער האט עס פראבירט צו באקעמפן כידוע לכל, אבער אזוי ווי דאס האט אויך נישט געארבעט, האט ער אנגעהויבן מיט שטעלן "פיסלעך" און שטיקלעך אויף טריט און שריט, און אויף דעם איז דאך אונזער בן פראדעל א מייסטער עקספערט, (א קליין חלק פון זיינע טעראריסטישע ווערט ווערט איצט ברייט בארבייט דורך קאלע ''פארזיכטיג''. און עס וועט ענווענטועל ארויס קימען און דער פארעם פון א בוך למען ידעו דור אחרון וואו א מענטש קען אנקימען צוליב תאוות הממון והשררה)
דער בן פראדעל האט אנגעהויבן מיט קליינע העצעס ביים ברך משה און דערנאך האט ער עס יעדן טאג פארברייטערט און פארברייטערט. פארשטייט זיך אבער, אז פאר כ''ק רבינו שליט''א האט ער גארנישט געזאגט, פארקערט גאר. ער האט צו אים גערעדט מיט א פריינטליך פנים, בפנים שוחקות וצהלות, ער האט גערעדט צו אים מיט א שארף צינגעל, אזוי אז רבינו שליט''א זאל גארנישט כאפן אז עפעס קומט דא פאר הינטערן רוקן. ( א סאך קליגע מענטשען האבן שוין דאן אנגעהויבען צו שמעקען און זען צו וואס דער בן פראדעל ציהלט, און האבן געווארענט כ''ק רבינו שליט''א ער זאל זיך היטען, און רבינו שליט''א האט מיט תממיות גענפערט, אז אויב מיין טאטע האט צו אים צוטרוי האב איך אויך, דאס איז ליידער געווען מן השמים אז רבינו שליט''א האט נישט אונאכט גענימען וואס עס קימט פאר ביז און די לעצע מינוט וואס מען שוין ליידער גארנישט געקענט טאן, נסתרות דרכי ה')
די משתמשים בקודש האבן גלייך דערנאך אנגעהויבן מיט א שלייער פון "רבינו בחיי". יעדע זאך וואס כ''ק רבינו שליט''א האט געטאן, אנגהויבן פון א שבת התוועדות, כאטשיג דער ברך משה האט אים געשיקט, און אפילו געשריבן א בריוו צו די "איחוד תלמידים", איז אלעס פארשריגן געווארן אלס "רבינו בחיי". דער סלאגאן "רבינו בחיי" איז געווארן דער שלאג ווארט וואס "די שטוב" האט אנגעהויבן צו האקען פארן ברך משה און קאפ אריין קעגן בנו הגדול. מ'האט דעם רבי'ן אונטערגעהעצט און אנגעצויגן אז ער פארט און קומט מיט חסידים.
אין אמת'ן אריין איז נישט כדאי אריינצוגיין אין די פרטים פארוואס ער האט אנגעהויבן א מלחמה קעגן כ''ק רבינו שליט''א. אזוי ווי ס'איז נישט אינטרעסאנט אריינצוגיין אין די פרטים פארוואס ער האט אנגעהויבן א מלחמה קעגן דעם הייליגן סקולענער רבי זי"ע און קעגן הגאון הקדוש הרמ"א פריינד זי"ע און רוב גדולי דורינו.
הצד השוה שבהם:
ער מיט קעסטענבוים האבן איינגעזעהן אז
כ''ק רבינו שליט''א וויל אנהייבן אויסצורייסן די קארופציע פון "82 לי עוועניו" און ענדיגן די אלע מיליאנען דאלאר וואס ווערט פארשווענדעט אין זייערע קעשענעס!
ער מיט קעסטענבוים האבן איינגעזעהן אז זיי זענען מער נישט די איינציגסטע בעלי בתים אין סאטמאר, עס איז דא נאך א אדרעס אין קרית יואל.
ער מיט קעסטענבוים האבן איינגעזעהן אז כ''ק רבינו שליט''א איז געווארן אקטיוו אין דעם חינוך אין "בית רחל", וואס כידוע איז עס געווען בדיוטא תחתונה, און האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות.
ער מיט קעסטענבוים האבן איינגעזעהן אז כ''ק רבינו שליט''א האט אנגעפירט מיט די געלט קאפמיינען פאר די "מקוה טהרה" פון וויליאמסבורג און איז אליין ארומגעפארן צו צענדליגער נגידים און בעלי בתים, און ענדליך פארשאפט 2 מיליאן דאלאר פאר די מקוה.
ער מיט קעסטענבוים האבן איינגעזעהן אז כ''ק רבינו שליט''א איז געווארן דער נערוו-צענטער פון מוסדות סאטמאר איבער די גאנצע וועלט.
ער מיט קעסטענבוים האבן איינגעזעהן אז כ''ק רבינו שליט''א וועט אראפשטעלן א פיס, און נישט לאזן אז זיי זאלן באראבעווען די מיליאנען פון מוסדות יטב לב, און די פראפערטיס פון קטמון.
האט זיך אנגעהויבן דער קאנקורענץ שפיל:
אזוי ווי די אנשי השחתה האבן געזען אז אלע זייערע טריקס און געמיינע שטיקלעך האבן נישט געארבעט, האבן גלייך באשלאסן אז מ'דארף דא אריינברענגען נאך א כח א קאנקורענץ אין די קהילה, און אזוי וועט זיך כ''ק רבינו שליט''א מיזען אראפ זעצן מיט זיי ווייל ער וועט שוין נישט זיין דער איינציגער כח אין די קהילה.
דאס ווארט קאנקורענץ איז אייגענטליך נישט געווען פאר "קאנקורענץ אין די הנהגה". חלילה! ווייל ווי געשמועסט איז די הנהגה א זאך צו וואס נאר בן פראדעל וחביריו זענען בארעכטיגט. דער שפיל "קאנקורענץ" איז נאר געווען, לשם "פיקסן", און לשם "באפעסטיגן זיין מלוכה" און קנטראל אויף די השחתה אויף די גרעסטע קהילה אויף דער וועלט נישט לשם עפעס אנדערש, ווי אויפצוטאן אדער פאר "למה נגרע" ווי זיי האבן פראבירט צו פארקויפן.
דער גורל איז געפאלן אויף? יא! איך האט גוט צוגעטראפען! ר' זלמניו! (זיין היסטאריה פאדערט א באזינדערע אשכול, זיין יוגענד, זיין א חתן ווערן, דאס ברית פון זיין בענאק פון יפו, זיינע יארען אלס סוגעטער רב און ב''פ, פארוואס מען האט פארמאכט די סיגוטער ישיבה, {ווען נחום ראזענבערג וואלט דאן געווען אקטיוו וואלט מען עס אסאך פריער פארמאכט וד''ל} וואס רבינו הברך משה האט געזאגט אויף אים ווען עס איז אריין געקימען א דעלעגאציע און געבעטן ער זאל מאכן ר' זלמניו פאר רב און קר''י (ח''ו), אלס מג''ש און ישיבה לציעורים, פארוואס ער האט זיך קיינמאל נישט געקענט אריבער ציען קיין וומ''ס, פאר וואס ער איז נישט געווארען רב און די קליימער שוהל, וואס רבינו הברך משה האט געזאגט דאן פאר הר''ר הלל יושע קליין הי''ו, פארוואס ער איז נישט געווארען ראש הכולל נאך דעם וואס ר' חיים שיע האט זיך געצויגן קיין מאנסי, וואס רבינו הברך משה האט דאן געזאגט פאר אברהם יושע רעטעק הי''ו, די רדיפות פון זיין ווייב שפיצקע אויף הרבנית הצדיקות פון ברך משה זי''ע, וואס דער ברך משה האט גענפערט פאר די סיגטער מתפללים וואס זענען זיך געקימען אפרעדן אויף זייער ''באליבטער רב'', ד י באטעמטע דרשה וואס ער האט געהאלטען פאר קהל ווען דער ברך משה האט זיך דערטראנקען און די רדיפות פון די גוטע אהבה מסתרתניקעס, אד''ג ועוד חזון...)
בן פראדעל האט באשלאסן אז "בנו השלישי" מוז באקומען א פאסטען אויסער וויליאמסבורג. דער רבי דער ברך משה וועט אים שיקן ווערען רב אין די מרחקים, און אזוי וועט ער זיך אויפבויען (הרוצה לשקר ירחיק עדותו). ווייל ווי באקאנט האט ער ליידער גארנישט איינגעקויפט זייענדיג דא אין וויליאמסבורג די לעצטע 20 יאר. (אפשר ווייסט איר פארוואס?). און ווען די צייט וועט קומען וועט מען אים שנעל ברענגען קיין וויליאמסבורג. (פארשטייט זיך מיט א מכתב קודש פון רבינו הברך משה זי''ע .)
אזוי ווי עס איז שוין געווען א שטיק צייט נאכדעם וואס הגה"ק הרמ"א פריינד איז נסתלק געווארן, האבן זיי באשלאסן אז עס איז שוין די העכסטע צייט צו מאכען ארדענונג אין ירושלים עיה"ק. קודם האט מען אנגעהויבן טעראריזירן דעם רבינ'ס אייניקל הרה"ג ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ביז ער מיט זיין קליקע, משפחת שטיינבערג און די אנדערע מחוצפים, האבן אים אינגאנצן פארטריבן מיט בזיונות כידוע לכל.
ביז א קורצע צייט איז שוין געקומען א פול צעטל מיט חתימות "מנער ועד זקן" פון אלע ירושלימ'ער תושבים ווי זיי זענען זיך מתחנן פאר'ן ברך משה זי''ע אז ער זאל אוועקלאזן זיין געליבטן זין קיין ארץ ישראל, צו ווערן דער סאטמארער רב אין ירושלים.
די קאמפאני האט אבער אפגעמאכט אז צו ערשט דארף ר' אנשיל שווארץ פארלירן זיין שטעלע און ארויסגעווארפן ווערן מיט בזיונות נוראות. זיי האבן געהאלטן אז ער שוין נישט גענוג לאיאל צו די קאמפאי, ע"כ מוז ער פליען. ר' אפרים שטערן און אנדערע האבן שוין אויסגעטראטן דעם וועג מיט פאשקעווילן אז ר' אנשיל איז א גנב און א רויבער. דער
בן פראדעל מיט זיין אזיעאנער שותף קעסטנבוים זענען אריינגעלאפן צום ברך משה אין מיאמי, אין תשנ"ז, און פארפירט אז ר' אנשיל איז א גנב און ער מוז פליען, עס האבן נישט די טענות פון ר' ירמי' טייטלבוים און ר' יצחק ראזענבערג, די מנהלים פון מוסדות יטב לב בארה"ב, אז עס איז א בלבול אויף אים. ר' אנשיל איז געפלויגן, און ר' זלמניו איז געקומען צו רייטן אויף זיין בלוט, כידוע לכל.
ווי שטארק דער ברך משה האט געוואלט אז ער זאל אהינגיין ווערן רב דארף מען נישט ערקלערן. גענוג צו זאגען אז דער ברך משה האט כמה פעמים געפרעגט אנ"ש "פארוואס איז ער אהינגעפארען"?, ווער האט אים געשיקט? אזוי אויך האט דער רבי קיינמאל נישט געזאגט אז ער האט אים אהינגעשיקט, אפילו ביי די בר מצוה האט ער אויך נישט געזאגט אז ער האט אים געשיקט. זעען מיר שוין אז "אין כן לא שליח ולא משלח ולא שליחות"...
אייגענטליך איז בכלל נישט אינטרעסאנט צו רעדן פון די "רבנות" אין ירושלים. ווייל דער פלאן איז אינגאנצן נישט געווען דארט, עס איז געווען א "עליה לצורך ירידה" – נוסח בן פראדעל – אויסצושפילן די קעלבלעך,
אין די גאס האט "די שטוב" געמאכט א תמימות'דיגן אנשטעל. ער טאר דען נישט זיין אין ירושלים? ער איז דאך געווען אזוי נאנט צו רבי משה אריה אלע יארן (פרעג מיך בחרם: ווען און וואו האט מען זיי געזען אינאיינעם) דערנאך האט "די שטוב" אנגעהויבן בלאזן א אנדערן ווינט, ס'איז פאר די טובה פון כ''ק רבינו שליט''א אזוי וועט ער נישט זיין דאהי... (כאילו עס איז א רעדע פון קאנקורענץ).
[דא מוז מען מאכען א קורצע באמערקונג. לכאורה איז א ווינדער פארוואס האבן זיי דעמאלט נישט גענוצט דעם פרעכן ליגענט אז דער ברך משה וויל אים אהינשיקן איבערנעמען די רבנות אין ירושלים. ווער וואלט זיי דען געשטערט פון זאגן ליגענט? ווער וואלט זיי דעמאלטס אויפגעוויזן אז עס שקר?). דער פאקט איז אז זיי האבן נאר געמאכט דעם אנשטעל אז פון ירושלים קומט א שטארקער פרעשער אים אויפצונעמען דארט פאר רב. דער תירוץ איז אבער קלאר אז זייער פלאן איז שוין דעמאלטס געווען אז ער זאל נישט בלייבען אין ירושלים. דער פלאן האט געלויטעט אז ער זאל צוריק ווערן א יורד... און די רבנות אין ירושלים איז נאר געווען א טריק אויסצושפילן די חסידים שוטים].
עס איז קלאר ווי דער טאג אז "לא ירד זלמן לייב להשתקע שם אלא לגור שם", פון דעם פאקט אז ער האט נישט מיטגענומען זיינע ספרים אהין. האט איר שוין אמאל געהערט אז א רב בישראל פארט אויף א נייעם מקום ווערן רב, זאל ער פארן אן זיינע ספרים? (איר געדענקט נאך אז ווען רבינו שליט''א איז אמאל געווען ביי אים און שטוב שוין און וומ''ס, און ער האט געוואלט נאכקיקען אן הלכה און יו''ד, און מען האט נישט געקענט געפינען ביי דעם גרעסטע ראבינער און די וועלט קיין שו''ע יו''ד, פאר קיין נויט? דער חכם ר' זלמניו האט זיך גענימען זינקען פאר בישה, רופט ער זיך אן בגודל חכמתו אז ער האט א משנה ברורה, זעט אויס אז ער האט געהאט די כת''י פונעם הייליגען חפץ חיים די משנה ברורה אויף יו''ד,)
יעצט, אז מ'האט שוין אן אייגענעם רב, האט מען שוין געקענט אנהייבן א עמטליכע מערכה קעגן כ''ק רבינו שליט''א, ווייל עס איז דאך שוין דא א "קאנקורענץ"... זיי האבן אנגעהויבן האקן אז "די שטוב" פון כ''ק רבינו שליט''א איז קעגן רבי'ן.
גלייך ווען ער איז שוין געווארן רב אין ירושלים, האט "די שטוב" אנגעהויבן דרייען פינקט-קאפויער... – נאכאמאל נוסח בן פראדעל– ער האט אנגעהויבן אנדרייען ביים רבי'ן "ר' זלמן לייב האט נעבעך נישט קיין פרנסה דארט"! נעבעך מ'האט אים געדאמפט אין מיטל מזרח! ער ליידט דארט פון די סאברעס, ס'איז נישט פאר אים! ס'איז זייער א ארימע קהילה, ער קען נישט דארט בלייבן ווייל, ווייל... ווייל...
א צווייטן מאל האט ער מיט קעסטענבוים געזאגט פאר'ן ברך משה: געוואלד, ארץ ישראל ברענט! די ארבער שלאגן זיך דארט מיט די אידן, דער ישוב אין ארץ ישראל איז אין סכנה, וואס וועט זיין מיט'ן רב?
[און דא דארף באשריבן ווערן די ראלע וואס ר' אביגדור יאקאבאוויטש האט געפירט. וויבאלד ר' אביגדור איז געווען פארמישט אין די סקאנדאל מיט "פ. ענד ג." האט ער באקומען א "רמז" אז אויב ער וועט נישט צושטיין, וועט ער זיך אויך טרעפן אינעם קאורט רום אין אהייא. ר' אביגדור האט דאך מורא פון מסירה איז ער יעדן צווייטן טאג געקומען מיט הייסע גריסן פון ארץ ישראל. ארץ ישראל בליהט און וואקסט. יעדער לערנט און דאווענט. די מוסדות דארט זענען אזוי שיין מצליח אונטער די הנהגה פון דעם רב, און אז דער רב דארט איז אזא "נועם מדות", אזא "חכם עתיק", אזא "שכל הישר", "אזא תלמיד חכם" און אזא "הצנע לכת".
טאג נאך טאג האט זיך אנגעהויבן א לעקעריי מיט א רב... און אויב עס האט נישט גוט געארבייט האבן זיי אנגעהויבען בעטן רחמנות פאר זיין קינד וואס איז נעבעך פארטריבען געווארען אין גלות. זיי האבן אנגעהויבען שפילען די שטיק אז ר' זלמניו געפינט זיך נעבעך אין א "לייבען גריב", אן געלט און א שווערע סביבה און עס איז פיקוח נפש אים צו ראטעווען פון דארט תיכף ומיד!
מ'האט אנגעהויבן פארקויפן פאר'ן ברך משה זי''ע אז "דער רב" (כ''ק רבינו שליט''א מען האט אים נאר געמעגט אזוי ריפען בפניו פון ברך משה ''דער רב'' ווען מען האט מען אים געריפען ביים נאמען אפי ר' אהרן, האט זיך דער ברך משה געבייזערט, און געזאגט אים רופט מען נישט ביים נאמען) וויל זייער אז ר' זלמניו זאל קומען קיין וויליאמסבורג... (זיי האבן געוויסט אז כדי דער ברך משה זאל מסכים זיין מוז מען איינמיירען "דעם רב" אז ער וויל טאקע אזוי.
איין טאג האט מען געזאגט פאר'ן רבי'ן אז קרית יואל איז גרעסער פון וומסב"ג, און קרית יואל'ער רב האט שוין גענוג. א צווייט מאל האט מען געזאגט פארן רבי'ן ווי שיין די ספינקער קהילה איז מיט פינעף רבנים. א אנדערען טאג האט מען געזאגט פארן רבי'ן אז ר' זלמינו וועט נישט ווערן ממש רב, ער וועט נאר זיין דא לעבן רבי'ן און "דאס אלעס". איין טאג האט מען געזאגט אז די קהילה וויל ר' זלמניו זאל קומען, און א אנדער טאג האט מען געזאגט אז כ''ק רבינו שליט''א קען נישט פירן אלעס. יעדן טאג האט מען געפיטערט דעם רבי'ן מיט אנדערע עקלדיגע און פרעכע ליגנס, מיט איין ציל צו פיקסן און אנלערנען כ''ק רבינו שליט''א.
אזוי ווי די עקלדיגע שטיק האט נאך אלץ נישט געברענגט די ריכטיגע רעזולטאטען און דער רבי האט נישט איינגעזען דאס נחיצות פון אים אריברענגען ברענגען קיין וויליאמסבורג. זענען זיי געגאנגען מיט נאך א שטאפעל ווייטער. זיי האבן געדינגען דעם באוויסטן נידעריגן לץ ברוך מרדכי לעבאוויטש, ( דער וואס האט געשריגען ביים מצות באקען תש''מ סיגעטער רב און אויבן אריין)ער זאל נאכמאכען די שטימע פון כ''ק רבינו שליט''א און אריינזאגען אין א טעיפ גאנצע שטיקער פון א אייגן-אויפגעמאכטע דרשה אז כ''ק רבינו שליט''א לאכט אפ פון רבי'ן. די טעיפ וועט מען אנצינדען פארן רבי'ן דער ברך משה זי''ע עד שתהא השלהבת עולה מאליה... און דער רבי דער ברך משה וועט איין זען אז כ''ק רבינו שליט''א איז אים נישט געטריי און אז ער איז א חצוף, א עזות פנים.
א אנדערע מיטל האבן זיי גענוצט, צו פארציילן מאוימ'דיגע און מבהיל'דיגע לשון הרע'ס ביי די רביצין תחי'. די רביצין וואס דארף נעבעך א באלדיגע ישועה ווערט אנגעהעצט אז מען גייט איר טראגען אין האום, און מען גייט איר דאמפען מיט משוגעים. נישט קיין אנדערער ווי י.ש.ג. האט עס געזאגט פאר איר. נישט איינמאל, נישט צוויי מאל. נישט דריי מאל. נאר טויזענט און איין מאל, ביז זי איז אריינגעלאפען מיט א ביטער געוויין צום רבי'ן אז ר' אהרן און די רביצין סאשא ווילן זיי דאמפען אין האום! די רביצין תחי' וויינט און שרייט וואס מ'וויל האבן פון איר. י.ש.ג. האט איר געזאגט אז זי מוז פארציילן פאר'ן רבי'ן אז רביצין סאשע וויל איר פארשיקן אין א נוירסינג האום!
מ'האט אנגעהויבן גיסן שמוציגע לשון הרע'ס קעגן די רביצין סאשא תחי', אז זי איז א מרשעת און א אויסווארף, זי האט פיינט דעם רבי'ן און די רביצין, זי איז א וויזשניצע און א בעלזע. זי איז א זרש.... זי האט פיינט דעם רבי'ן, זי האט פיינט סאטמאר און זי טאר נישט זיין רביצין!
דא וואלט איך געוואלט איבערהאקן און אויפברענגען עטליכע קשיות.
האט די הרבנית הצדקיות תחי' אפשר געטראגן איר זון נאך די חתונה צו טאנצן מצוה טאנץ מיט איר ברידער (א דם שונא פאר רבינו הברך משה זי''ע ?) וואס האט אויך געהאט א חלק אין רופן דעם רבי'ן דער ברך משה אין קאורט, כידוע לכל?
האט הרבנית הצדיקות תחי' אפשר געשלעפט אירע קינדער צו נחמן בראך'ס זאל, 3 טאג נאכדעם וואס דער רבי דער ברך משה האט געווארענט נישט אריינצוגיין דארט.
האט הרבנית הצדיקות תחי' נישט געלאזט איר טאכטער די כלה, ביום חופתה נעמען א ברכה פון רבינו הברך משה זי''ע ?
האט דער רבי דער ברך משה אמאל געזאגט אויף די רביצין תחי' אז אפילו צו א פראסטן זיידען ברענגט מען די קינדער אין טאג פון די חופה?
האט הרבנית הצדיקות תחי' אויך אמאל געשריגן אויפ'ן רבי'ן דער ברך משה צו אזוי פירט זיך אויף א גדול הדור וואס איז נישט מוחל און טעראריזירט זיינע געגנער?
האט הרבנית הצדיקות תחי' אויך געפירט קריג מיט איר שוויגער און נישט גערעדט צו איר מער פון 10 יאר?
האט הרבנות הצדיקות תחי' באיקאטירט די חנוכה פארטיס וואס די רביצין תחי' האט געמאכט?
[אגב, אז איך האב שוין בארירט געציילטע נקודות פון די רביצין חיה שרה טייטלבוים (שפיץ), וואלט איך אויך בלויז געוואלט פרעגן עטליכע געציילטע נקודות:
ווען דער רבי האט זיך געבייזערט אויף ר' זלמניו פארוואס ער האט נישט געברענגט זיין טאכטער צום זיך צו בענטשען ביום חופתה, ווער האט ממתיק געווען, אז דער רבי דער ברך משה זאל חלילה נישט האבן קיין חלישות הדעת?
ווען דער רבי דער ברך משה האט זיך געבייזערט פארוואס דער ר' זלמניו האט געשלעפט זיין עלטסטן זון, החתן חיים הערש מיפו בליל החתונה טאנצן מצוה טאנץ מיט ר' מאיר שפיץ, ווער האט ממתיק געווען אז דער רבי דער ברך משה זאל נישט האבן קיין חלישות הדעת?
דעם תירוץ ווייסט ער אויך בעסער פון יעדן. דער בנו הגדול, (וואס צאפט אים שוין דאס בלוט וויפיל יאר...) איז שטענדיג געווען דער וואס האט אים פארטיידיגט און ריינגעוואשן].
ווען מ'איז פארטיג געווארן מיט די רביצין האט זיך אנגעהויבן א מעשה מיט די "שטוב מענטשן". די שטוב מענטשן פון כ''ק רבינו שליט''א זענען "געלט גייציגע" מענטשן. מענטשן וואס זוכן מחלוקת און שררה. מענטשן וואס ווילן אלעס חרוב מאכן (אפשר קען איינער אנווייזען אויף איין מענטש ביי קרית יואל'ער רב אין שטוב וואס האט א שווייצער אקאונט? איינער וואס האט געבאגט טעלעפאנען? איינער וואס האט געשריגן "רחוב'ער פערד"? איינער וואס האט געטשעפט דעם מרא דארעא דישראל? איינער וואס האט געוואלט ארויספרעגן געלט פון דירות? איינער וואס איז געגאנגען בערכאות? איינער וואס האט זיך אריינגעמישט אין שלום בית פראבלעמען).
דערנאך זענען די אטאקעס געווארן מער און מער פערזענליך, און מער בולט'דיג. זיי האבן ארויסגעגעבן אן ארדער פאר 82 לי עוועניו, אז כ''ק רבינו שליט''א טאר נישט האבן קיין שום דעה, נישט אין די ישיבה און נישט אין די מוסדות און נישט אין בית רחל.
קורץ דערנאך האט זיך אנגעהויבן א פרישה הסתה ביי הגה"צ דומ"ץ דוויליאמסבורג שליט"א, איבער די מקוה טהרה אין וויליאמסוברג, אז כ''ק רבינו שליט''א מאכט אוועק זיין חוות דעת. פון א קליינע לשון הרע איז געווארן א גרויסע, פון א גרויסע איז געווארן א ריזיגע און א ברייטע. ( דערנאך איז נישט קיין ווינדער פאר ווואס דער סקול דיסטריקט איז געווארען אסור, קשר בוגדים, אד''ג)
מיט אזעלכע כיטערע און שפיציגע אופנים האט דער בן פראדעל און זיינע יועצים אנגעהויבן טעראריזירן כ''ק רבינו שליט''א אויף טריט און שריט, אלעס ווייל זיי האבן איינגעזען אז דער כ''ק רבינו שליט''א האט באשלאסן אז גענוג איז גענוג, און וויל מער נישט זיין קיין "מרכבה" פאר די בריונים און טעראריסטן.
דאס האט אנגעהאלטן גאנץ תשנ"ז און גאנץ תשנ"ח און גאנץ תשנ"ט. יומם ולילה לא ישבותו. יעדע פאר וואכן האבן זיי אנגעהויבן א פרישן קאמפיין אז מ'דארף צוטיילן די ישיבה אין קרית יואל, ווייל זיי האבן אים געוואלט טעראריזירן אז ער וועט נישט פירן די ישיבה, און נישט גאנץ סאטמאר וועט זיין זיינע תלמידים.
קודם האבן זיי געזאגט אז סאטמאר איז "צו גרויס"... און איינער קען נישט פירן אלעס (פארוואס משה טייערער קענסטו יא אלעס פירן אליין?) דערנאך האבן זיי אויסגעטראפן אנדערע סיבות, אז זייער אסאך עלטערן פון וומסב"ג שיקן אוועק די קינדער פון די מוסדות, ווייל זיי ווילן נישט שיקן די בחורים קיין קרית יואל. (וואס זאלן מיר שוין זאגן נאך אזא "פעטן" יאר ווען קרוב צו 350 בחורים פון וויליאמסבורג זענען געגאנגען אין "גלות אריין", און זיך געזוכט אנדערע ישיבות, נאר נישט אין די "לאקאלע ישיבה" אין קווינס).
סוף זומער תשנ"ח גלייך נאך די פטירה פון די צוויי ראשי הקהילה ר' לייביש און הרה"ח ר' סענדער ע"ה, האבן די משתלטים זיך געהויבן די קעפ, וויסענדיג אז "סר צילם" און יעצט קענען זיי שוין טהון וואס זיי ווילן. ראש השנה תשנ"ט האט שוין ר' שלמה יעקב געלבמאן געזאגט פאר זיינע נאנטע אין קרית יואל די גרויסע בשורה אז סאטמאר גייט בקרוב באקומען א נייעם רב.
שמחת תורה תשנ"ט האט ר' ברוך מרדכי לעבאוויטש געזאגט, אז אין א קורצע צייט וועט מען ווייזען ווער עס דער באלעבאס אין סאטמאר. אזוי האט זיך אנגעהויבן איין "רמז" נאך דעם אנדערען. פאר חנוכה תשנ"ט האט קעסטענבוים אויך געזאגט אפען פאר זיינע מענטשען אז דער רבי דער ברך משה האט געזאגט אז ער וויל ר' זלמן זאל קומען ווערן רב אין די קהילה. (מן הסתם האט דער רבי דעמאלטס געהערט די גיטע גריסן פון די "שבת הגדול" דרשה וואס ר' זלמן האט געהאלטען, מיט פיר חדשים דערנאך אין גרויסן בית המדרש.)
ביז דעמאלט האט מען נאך אפיציעל גארנישט געהערט פון רבינ'ס שטוב. אוודאי האט מען געהערט ווי זיי מאכן ליצנות און רעדן לשון הרע און מחלוקת. דער בן פראדעל האט נאך פרובירט צו שפילן ווי א דיפלאמאט, כאילו ער ווייסט פון גארנישט. אלע שליחות'ן האבן זיינע אגענטן ערליך אויסגעפירט און ער איז געווען באהאלטן.
פאר פורים תשנ"ט, גלייך נאך די בר מצוה אין ירושלים, ווען ער האט געהאט דעם גרויסן דורכפאל, אז דאס בית דין הגדול האט אויפגענומען כ''ק רבינו שליט''א אין ירושלים עיה"ק, איז בן פראדעל ארויסגעקומען פון זיין באהעלטעניש, אזוי ווי רש"י הק' זאגט אויף דעם פסוק "ופרעה הקריב". ער האט זיך פון יעצט אליין ארויסגעשטעלט קעמפן, ער האט מער נישט פארלייקענט זיין ראלע. און האט אנגעהויבן אליין צו פירן קריג אפען בריש גלי.
אזוי ווי דער בן פראדעל האט געזען אז די צייט רוקט זיך און עס ווערט גארנישט געטאן מיט זיין קאנקורענץ האבן זיי אנגעהויבן נוצן נייע געמיינע מיטלען ווען זיי האבן געוואלט אריינהאקן זייערע שמד-שטיק אין ברך משה מיט געוואלד, זיי האבן אנגעהויבן צו שרייען אויפן רבי'ן דער ברך משה מיט קולי קולות די שטוב מענטשען ווייסען צו פארצייעלן פון נאך פעלער ווען דער לאנגער בן פראדעל האט געפענט א פיסק אויף רבינו הק' בעל ברך משה זי''ע) ביז דער רבי דער ברך משה האט זיך געבראכן...
די זאכן זענען נישט קיין גוזמאות, עס איז ליידער אמת און עטליכע הויז בחורים און משמשים פארציילן עס. די אייניקלעך פארציילן עס, און בעיקר די טעיפס איז די בעסטע עדות. זיי הייבן אויף די שטימע אויפען רבין דער ברך משה זי''ע און דעמאלטס האבן זיי קאנטראל. א פסיכילאגישער מיטל צו ארבעטען אויף א איד וואס איז דורך די נאצישע לאגערן, דאס נוצן זיי אויף א רבן של ישראל אין די הויכע שמונים.
נאך אזא "הכנה דרבה" פון דריי יאר העצן יומם ולילה איז געבוירן דער פראדוקט וואס רופט זיך "לאקאלער רב",
דאס ''התמנות'' פון ר' זלמניו איז געווען א פארזיכטיג אויסגעארבייטער פלאן פון דעם בן פראדעל מיט זיין שותף פון האנג קאנג, יעדע יוד וואס האט זיך געדרייט און סאטמאר פון תשנ''ו – תשנ''ט געדענקט די אלע פאקטען, וואו עס וואלט היינט געשעהן, און שטייען און קיקען וואו פעלשער פארמעגליך פראבירט דאס צו פעלשען, אויף דער דירעקטער באפעל פון דער וואס איז געשטאנען און שפיטץ פון די אויבן דערמאטנטער השחתה פראגראם,